בײַם טײַכעלע
מרדכי געבירטיג

ליג איך מיר בײַם טײַכעלע,
אײנזאַם און פֿאַרטראַכט,
װאַקסט באַלד אױס אַ מײדעלע,
קוקט אױף מיר און לאַכט.
װאָס באַגערסטו, מײדעלע
שײנינקע, פֿון מיר?
	― באָדן זיך אין טײַכעלע
	שעם איך זיך פֿאַר דיר.

― שעם זיך נישט, שײן מײדעלע.
מעגסט אין טײַך אַרײַן,
כ'שװער בײַ מײַן נאמנות דיר,
כ'װעל נישט קוקן, נײן!
― כ'גלײב דיר נישט, מײַן ייִנגעלע,
שװערן איז קײן קונץ,
	איר שװערט אָפֿט, מיר גלײבן אײַך,
	דאַן גענאַרט איר אונדז.

― װען דו גלײבסט מײַן שבֿועה נישט,
מײנסט, איך בין װי זײ,
בינד איך מיר די אױגן צו
פֿעסט מיט קניפּלעך צװײ.
― קוקסטו אָבער, ייִנגעלע,
כ'װאָרן דיך אַצינד,
	װערסטו אױף אַן אמתן
	הײזעריק און בלינד.

ליג איך מיר בײַם טײַכעלע,
זע איך נישט קײן שײַן,
הער איך װי דאָס מײדעלע
שפּרינגט אין טײַך אַרײַן,
הער איך װי זי לאַכט און זינגט,
ס'הערט זיך װײַט איר שטים:
	― אָ, װען דו װאָלסט, ייִנגעלע,
	זען װי פֿײַן איך שװים.

הער איך װי זי לאַכט און זינגט:
― קוק נישט, װערסט באַלד בלינד,
אױ, װי הײס איז, ייִנגעלע,
ס'װאַסערל אַצינד,
― קום אַרױס שױן, מײדעלע,
כ'האַלט שױן מער נישט אױס.
	― קוק נישט, קוק נישט, ייִנגעלע,
	כ'גײ פֿון טײַך אַרױס.