‏חיים הֶפֶֿר

יצחק לודען (ייִדיש)

אַרמענישער פֿאָלקסמאָטיוו (מוזיק)

דער פֿינדזשאַן

דער ווינט בלאָזט אָן אויפֿהער, ס'איז קאַלט 
דערלאַנגט אַ פּאָר צווײַגן פֿון וואַלד 
און וויפֿל ס'איז כּוח פֿאַראַן 
דאָס פֿײַער צעבלאָזט מיטן פֿלאַם. 

    עס צינדן זיך פֿלאַמען 
    מיר זינגען צוזאַמען 
    אַרום גייט אַרום דער פֿינדזשאַן 

    צוזינג: טראַ, טראַלאַלאַ ... 

וואָס איז דאָ צו רעדן אַ סך? 
אַ מײַסטער איז ער אין דעם פֿאַך 
גיט קאַווע און צוקער און דאַן 
נאָר צוגיסן וואַסער אין קאַן. 

    דאַן צוויי מאָל אויפֿקאָכן 
    אַזוי ווי פֿאַרשפּראָכן 
    אַרום גייט אַרום דער פֿינדזשאַן 

    צוזינג: טראַ, טראַלאַלאַ ... 

דערמאָנט דער פֿינדזשאַן זיך די נאַכט 
ווען חבֿרה געקומען פֿון שלאַכט 
ווי מאָטקעלע מיט זײַן נאַגאַן 
געוואָרפֿן פֿון כּעס האָט זיך דאַן. 

    עס קלינגט נאָך אין אויער 
    דער צער און דער טרויער 
    אַרום גייט אַרום דער פֿינדזשאַן 

    צוזינג: טראַ, טראַלאַלאַ ... 

עס גייען די יאָרן פֿאַרבײַ 
און ס'קומען אויף דורות פֿון ס'נײַ 
קיין פֿרעמדער וועט קיינמאָל פֿאַרשטיין 
פֿון זמר דעם זין און דעם חן. 

    דער קעמפֿער וועט קאָנען 
    זיך תּמיד דערמאָנען 
    דעם אייביקן קרײַז פֿון פֿינדזשאַן 

    צוזינג: טראַ, טראַלאַלאַ ...  ‏