לידער
ישׂראל נעקראַסאָװ
איבער װעלדער, מדבריות און גאַסן
איבער װעלדער, מדבריות און גאַסן
גײען מענטשן אַהין און צוריק:
אײנער קען ניט געפֿינען קײן װאַסער
און אַן אַנדערער האָט ניט קײן בריק,
אײנער קען ניט פֿאַרשטײן, װאָס צו טאָן,
בײַ אַן אַנדערן איז אַלץ געראָטן,
אײנער זעט נאָך אַ רעגן אַ זון
און אַן אַנדערער --- לוזשעס און בלאָטע.
אין אַ דאָרף
סע הענגט אַ טיפֿע נאַכט.
דער מאַגאַזין איז לאַנג פֿאַרמאַכט
און אױפֿן גאַניק שלאָפֿט אַן אַלטער װעכטער,
אַ ביקסל אױף די קני.
קום צו צו אים און גיב אַ שלאָג אין קאָפּ
און ס'װעט ער
אַראָפּ
פֿון גאַניק
אױף דער ערד.
סע גײט אים, אַז כ בין ניט
קײן מערדער,
ניט קײן גנבֿ.
איך גײ פֿאַרבײַ, און ער האָט ניט דערהערט.
כ'האָב ליב, װען ס'פֿאַלט אַ שטילער װײכער שנײ
כ'האָב ליב, װען ס'פֿאַלט אַ שטילער װײכער שנײ,
די שטאָט איז לופֿטיק, חלומדיק און װײַס.
כ'האָב ליב צו װאַרטן, עפּעס זאָל געשען,
נאָר װאַרטן איז אומזיסט, ניטאָ קײן נײַס.
אױף אײביק איז די ערד פֿאַרשמידט אין אײַז.
טרינקען װאַסער פֿון פֿרעמדע קװאַלן
טרינקען װאַסער פֿון פֿרעמדע קװאַלן,
עסן ברױט פֿון אַ פֿרעמדער ערד,
אײביק ציטערן און פֿאַרפֿאַלן
איז ניט װערט, אָבער ס'איז באַשערט.
און באַרויִקטע, ערלעך-פֿרומע,
װעלן שװײַגן די נעכטיקע פֿרײַנד,
און מײַן שכן װעט צו מיר קומען
מיט אַ האַק אין דער לינקער האַנט.