די צײַט פֿון אונדזער געזאַנג
פֿון ריטשאַרד פּאַוערס
ייִדיש: רעדאַקציע
אַ װאָרט פֿריִער
ריטשאַרד פּאַוערס איז אײנער פֿון די װיכטיקסטע הײַנטיקע אַמעריקאַנער פּראָזאַיִקערס. כאָטש ער איז ניט קײן בעסטסעלער האָט מען אים שױן פּרעמירט מיט אַ צאָל גאָר חשובֿע פּריזן, בתוכם די ,,מעקאַרטור"-סטיפּענדיע. אין זײַן שאַפֿן באַהאַנדלט ער גרױסע טעמעס - װיסנשאַפֿט, רעליגיע, גענעטישע אינזשענירונג - אױף אַ גרױסן מאַסשטאַב.
,,די צײַט פֿון אונדזער געזאַנג" (דע טײַם אָװ אַור סינגינג) דרײט זיך אַרום דעם שטורמישן לעבן פֿון אײן אַמעריקאַנער משפּחה - דעם טאַטן, אַ דײַטשער ייִד, אַ טעאָרעטישער פֿיזיקער און אַ פּליט פֿון היטלער; די מאַמע, אַ שװאַרצע זינגערין; און זײערע קינדער, סײַ שװאַרצע, סײַ ייִדן, סײַ עפּעס אין מיטן, צװישן זײ אײן מוזיקאַלישער עילוי, זײַן ברודער, דער אַקאָמפּאַניסט, און זײער שװעסטער, װאָס װעט װערן אַ ראַדיקאַלקע. אין דעם אױסצוג, פֿון סאַמע אָנהײב פֿון ראָמאַן, רעדט דער צװײטער ברודער, דזשאָיִ, װעגן ערשטן, דזשאָנאַ (יונה).
דעצעמבער 1961
אין אַ לײדיקן זאַל זינגט נאָך אַלץ מײַן ברודער. דאָס קול איז אים נאָך ניט פֿאַרדושעט. ניט אין גאַנצן. די צימערס װוּ ער האָט געזונגען האַלטן נאָך אַ רושם, די װענט צוגעפּוקלט מיט זײַן קלאַנג, זיך ריכטנדיק אױף אַ עתידיקן פֿאָנאָגראַף װאָס זאָל זײ קענען אױפֿכאַפּן.
מײַן ברודער דזשאָנאַ שטײט פֿעסט, אָנגעלענט אין אַ פּיאַנע. ער איז אַלט נאָר צװאַנציק יאָר. עס הײבן זיך ערשט אָן די זעכציקער יאָרן. דאָס לאַנד דרעמלט נאָך אין זײַן לעצטער געמאַכטער אומשולדיקײט. קײנער האָט ניט געהערט פֿון דזשאָנאַ שטראָם חוץ אונדזער משפּחה, צי װאָס ס'איז דערפֿון געבליבן. מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן קײן דורם, צפֿון-קעראָלײַנע, אין אַלטן מוזיק-בנין בײַ דיוק. ר'איז דערגאַנגען צו די פֿינאַלן פֿון אַ לאַנדישן געזאַנג-פֿאַרמעסט װאָס שפּעטער װעט ער פֿאַרלײקענען אַז ר'האָט זיך אַ מאָל אין דעם באַטײליקט. דזשאָנאַ שטײט אײנער אַלײן, אַ ביסל אױף רעכטס פֿון צענטער בינע. דער ברודער טורעמט זיך אױפֿן אָרט, צוגעשפּאַרט אַ ביסל, מיטן רוקן צום אױסבײג פֿון קאָנצערט-פּיאַנע, זײַן אײנציקע זיכערקײט. ער קרײַזלט זיך פֿאָרױס, די מגילה אױף אַ צוריקגעהאַלטענעם טשעלאָ. לינקע האַנט האַלט אים פֿעסט אַקעגן פּיאַנע-ראַנד, בשעת רעכטע האַנט מאַכט פֿאַר אים אַ גלעזל אַזאַ, האַלט אַזאַ בריװ, שױן אַ משונהדיק פֿאַרלױרענער. ער גיט א שמײכל אױף די שאַנסן, אַז ער זאָל דאָ ניט זײַן, גיט אַן אָטעם אײַן, און צעזינגט זיך.
אָט זיצט אױף אַלע פֿיר דער ערלקעניג בײַ מײַן ברודער אױף די פּלײצעס, שושקענדיק אַ געבענטשטן טױט. און אָט צעעפֿנט זיך אין דער לופֿט אַ כאַפּטירל און דער ברודער איז שױן אַנדערש װוּ, אַרױסרײצנדיק גאָר אַ ליד דאָולאַנדס, אַ ביסל פֿאַרכאַפּנדיק עזות-פּנים דעם פֿאַרפּלעפֿטן עולם ליבהאָבער פֿון ,,ליעדער", װאָס קען ניט אױפֿכאַפּן זי נעץ װאָס האָט זיך איבער זײ פֿאַרגליטשט:
Time stands still with gazing on her face,
Stand still and gaze for minutes, hours, and years to her give place.
All other things shall change, but she remains the same,
Till heavens changed have their course and time hath lost his name.
צװײ סטראָפֿעס און זײַן ניגון איז אױס. אַ שטיל-שװײַגעניש הענגט איבערן זאַל. עס שװעבט זיך איבער די זיצפּלעצער װי אַ באַלאָן איבערן האָריזאָנט. צװײ טאַקטן לאַנג איז נאָך דאָס אָטעמען אַן עבֿירה. װײַטער איז שױן ניט מעגלעך אַדורכצומאַכן דעם סורפּריז סײַדן מע אַפּלאָדירט אים אַװעק. די רעשיקע דאַנקשאַפֿט פֿון די הענט הײבט שױן װידער אָן די צײַט, אַװעקשיקנדיק דעם שפּיז זײַן ציל, און דעם ברודער - די זאַכן װאָס װעלן פֿון אים מאַכן אַ סוף.
אָט אַזױ זע איך אים, כאָטש ער װעט נאָך לעבן אַ דריטל יאָרהונדערט. דאָס איז דער רגע װען די װעלט דערװיסט אים, די נאַכט װען איך הער װוּהין עס פֿאָרט זײַן קול. איך בין אױך אױף דער בינע, בײַם צעשלאָגענעם ,,סטײַנװײ" מיט די דראָבנער באַװעגלעכקײט אױף די קלאַװישן. איך באַגלײט אים, טו זיך אָן אַ כּוח מיטצוהאַלטן, באַמי זיך ניט צוצוהערן צום סירענע-קול װאָס זאָגט שטעל שױן אָפּ די פֿינגער, קראַך דײַן שיף אױפֿן ריף קלאַװישן, און שטאַרב מיט אַ פֿרידלעכן טױט.
כאָטש איך מאַך ניט קײן גרױסע בולבעס איז יענע נאַכט ניט מײַן בעסטע װי אַ מוזיקער. נאָכן קאָנצערט װעל אין װידער בעטן בײַם ברודער ער זאָל מיך לאָזן, צו געפֿינען אַן אַקאָמפּאַניסט װאָס קען אים טאָן זײַן רעכט. און װידער װעט ער זיך אָפּזאָגן: ,,איך האָב שױן אַזאַ, דזשאָיִ".
אין זיץ דאָך דאָרט אױבן אױף דער בינע מיט אים אין אײנעם. נאָר אין דער זעלבער צײַט זיץ איך אונטן אין זאַל, דאָרט װוּ כ'זעץ זיך תּמיד אױף קאָנצערטן: צוריק מיט אַכט רײען, לעבן רעכטן דורכגאַנג. כ'זעץ זיך װוּ כ'זאָל קענען זען װי עס רירן זיך מײַנע אײגענע פֿינגער, װוּ כ'קען זיך אײַנקוקן אין ברודערס פּנים - גענוג נאָענט אַלץ צו זען, נאָר גענוג װײַט דאָס זען איבערצוקומען.