"מה נורא המקום הזש" אָדער "חזרת הש"ץ"
הבֿל הבֿלים
װאָס זאָקסט די צי קײַליס טאָכעס
הערסט װאָס ער'ט מיר געזאָקט
אין די האָסט דיך געלאָסט?
ביסט משיגע?
כאָב אײם געגעבן אין טאַטנס טאַטן אַראַן
כּתר יתּנו לך
אײַײַ מקום כּבֿודו
גײַ שױן גײַ
ד'זײלאָױ פּאַקט איר אַן
תּכּנתּ שבת רצית קרבנותיה
ני שאַ
די גײַסט אַװעק פֿין דאָ
די פּאָץ
בקיצער זאָג איך אײם
טאָמער האָב איך נישט דע פֿיפֿצן אַלאָפֿים
זאָג נאָר
די משיגענע דאָרט
ני װיזױ הײַסט די נאָר
דע פֿיש באָלז זענן גרױסע אָדע קלײַנע
האָסט געזען מױשעס נײַע קאַר
אַ גאָנעף
װער געט קידעש?
דוד חײם
שױן װאַטער?
העסט
זײַרע פֿאַלאַפֿל איז לײַלע לײַלע
ישׂמחו במלכותך שומרי שבת וקראי עונג
זאַ שױן שטיל
פֿיש באָלז אַזױ גרױס װי זאַנע בײַצים
אַז די װילסט דאַװענן גײַ דיר געזינטערהײט
ני מאַך שױן קידעש
האָב איך אײם אַראַנגעפֿליקט
כאָב אײם געזאָקט יאַשקײַני מיצאַד שײַני
געב אַהער דע אײַקיכל
הערינג געט ער נישט?
ערז דעך אַזאַ מין כאַזיר
לעכאַיִם לעכאַיִם
אַנעים זמירות ושירים אערוג
װיז דע גאַלע?
אַההההההה
לכּבֿוד שבת קודש