די פּראָזע װוּ איז?
פֿון רעדאַקציע
טײַערע לײענערס,
אַ דאַנק פֿאַרן קומען אַהער צו גאַסט. מיר האָבן לעצטנס באַקומען אַ צאָל פּאָזיטיװע בליצבריװלעך פֿון לײענער פֿון אַלע עקן װעלט: ניט נאָר די פֿאַראײניקטע שטאַטן, נאָר אױך דרום-אַמעריקע, אײראָפּע, און מדינת-ישׂראל. עס דערפֿרײט אונדז גאָר שטאַרק װען עס באַװײַזט זיך, צװישן די פֿאַלדן פֿון די אײביק רױשנדיקע קיבערכװאַליעס, אַ ייִדיש װאָרט פֿון אַן אמתן בשׂר-ודם, און ניט קײן סערװער אָדער װאָסער ניט איז עלעקטראָנישן גולם מיטן ניט-אָנגעלײגטן אָנזאָג, אַז דער אַדרעס אױף װעלכן מע האָט געשיקט יענץ בריװל עקזיסטירט מער ניט... אַ כּלל, שרײַבט װײַטער מיט אײַערע קאָמפּלימענטן, ידיעות, טענות, קאָמענטאַרן, גראָבע װערטער, און סתּם פּלאַפּלערײַען. מיר עפֿענען יעדן בריװ און קלעפּן זײ אױף אױף די װענט פֿון אונדזער רעדאַקציע-פּאַלאַץ.
איר װעט מסתּמא באַמערקן אַז אין דעם נומער געפֿינען זיך אַך-ורק לידער, דאָס הײסט אָן קײן פּראָזע (חוץ דעם דאָזיקן באַשײדענעם װאָרט פֿריִער). דאָס הײסט ניט, חס-וחלילה, אַז מיר האָבן בעסער ליב פּאָעזיע װי פּראָזע. אלו ואלו דבֿרי אלוקים חײם. נאָר װי די װעלט זאָגט (אָדער פֿלעגט זאָגן?): װען מע זאָל האָבן זאַלץ װאָלט מען געקאָכט אַ קאַשע, װען מע זאָל האָבן שמאַלץ. קײנער האָט קײן פּראָזע ניט אַרײַנגעשיקט, האָבן מיר ניט.
פֿרעגט זיך די קשיא: פֿאַר װאָס האָבן מיר דאָס מאָל ניט קײן פּראָזע? דאָ װײַטער לײגן מיר פֿיר אַ פּאָר ניט-װיסנשאַפֿטלעכע תּירוצים:
1. מע פֿױלט זיך.
2. פּראָזע שיקט מען הײַנט מערניט צו די זשורנאַלן װאָס צאָלן דערפֿאַר, הײסט עס צום "פֿאָרװערטס". "דער באַװעבטער ייִד" איז בלױז װאָס מע רופֿט בלע"ז אַ "זין" (אַ פֿאַרקירצונג פֿון ענגלישן װאָרט "מאַגאַזין", טײַטש "זשורנאַל" -- געװײנטלעך איז אַ "זין" אַ קלײנע מימעאָגראַפֿירטע פּובליקאַציע פֿאַר ייִנגערע לײענער װאָס װילן זיך אַקעגנשטײן דעם עסטאַבלישמענט, אַרױסגעגעבן אױף זײער אַ ביליקן און אומפֿאָרמעלן אופֿן). װען מע זאָל אָנבאָטן האָנאָראַרן, װאָלטן מיר באַקומען אַ שלל מיט מאַטעריאַל. חשובֿע לײענערס, צעבײַטלט זיך!
3. קײנער שרײַבט מער ניט הײַנט צו טאָג. דאָס איז דער אַנטי-ייִדיש-אַרגומענט. אײַ, װאָס מע שרײַבט יאָ? אױף דעם איז קײן תּירוץ ניטאָ. דאַכט זיך, אַז די קריטיקער (וגם אַחינו בני ישׂראל בתוכם!) האָבן בעסער ליב דעם "מאַסנמאַרק". אַפֿילו שונד אױף ענגליש באַקומט מער פּרסום װי אַן אמתער מײַסטער װי יחיאל שרײַבמאַן, אים צו לאַנגע יאָר, װאָס מע װאָלט אים געדאַרפֿט ממש טראָגן אױף די הענט און דרײען װעגן אים אַ לאַנגמעטראַזשיקן דאָקומענטאַר. איך בין ניט קײן ניט-פֿאַרגינער. עס מוזן דאָך אַלע מאָל אױפֿקומען די Jonathan Safran Foer ס פֿון דער װעלט. זאָל עס זײ װױל באַקומען. דאָס הײסט ניט אָבער אַז זײ זײַנען די אײנציקע װירדיקע שרײַבערס.
4. עס פֿעלן שרײַבערס. ניט װאָס זײ זײַנען ניטאָ, נאָר זײ פֿעלן פּשוט. אמת, אָבער ניט אינטערעסאַנט. איך האָב בעסער ליב אַ מצבֿ װאָס מע קען פּרוּװן בײַטן.
5. עס פֿעלן טעמעס.
לאָמיר אָננעמען, סתּם אַזױ, גלאַט אין דער װעלט אַרײַן, אַז נומער 4 איז דער ריכטיקער תּירוץ. שװער זיך פֿאָרצושטעלן אַז אין אַזאַ אָט-פֿרײלעך-אָט-טראַגיש-פֿאַרכאַפּנדיקער װעלט איז ניטאָ װעגן װאָס צו שרײַבן. לאָמיר דאָ פֿירברענגען אַ דרײסטן פֿאָרשלאָג. װער עס שיקט אַרײַן אין רעדאַקציע דב"י (215 איסט 24סטע גאַס, נום' 315, נ"י נ"י 8304-10010, בליצפּאָסט: sholemberger@hotmail.com ) אַ מאַנוסקריפּט אױף אײנער פֿון די װײַטערדיקע טעמעס, װעט* באַקומען אַ קלײנעם האָנאָראַרשטיקל. (* דאָס הײסט, נאָר אױב די זאַך קומט נאָך אונדזערע כּללים פֿאַר קװאַליטעט. קײן נאַראָנים זײַנען מיר ניט.)
די פֿירגעלײגטע טעמעס:
1. די צען װיכטיקסטע ייִדיש-ביכער װאָס זײַנען אַרױס במשך פֿון די לעצטע צען/צװאַנציק/פֿופֿציק/הונדערט/צװײ הונדערט/פֿינף הונדערט יאָר.
2. אַ מעשׂה, דערצײלונג, אָדער עסײ װעגן די חרדישע ייִדן.
3. אַ בריװל װעגן מצבֿ אין ישׂראל.
4. אַ רעצעפּט פֿאַר אַ געשמאַקן הײמישן מאכל.
5. אַ ליבע-געשיכטע.
אפֿשר איז דאָס אומזיסט, נאָר עס קען ניט שאַטן. מיר װילן ניט אַרױסגעבן נאָך פּראָזעלאָזע נומערן.