אַ פּאָר קינדערלידער
יואל-משה מאַטװײעװ אײר תשס"ב (2002)
פּיקהאָלץ
עס האָבן שלומהלע מיט רײזעלע
אַ מאָדנע פֿײגעלע דערזען:
דער קאָפּ איז רױט, אַ גרױלעך נעזעלע
און גרױס אַכט אינטשעס אָדער צען.
טאַטע נעמט דאָס פֿײגל-ביכל,
גיט ער דאָרט אַ קוק אַרײַן.
קומט די מאַמע אין איר טיכל,
טראַכט פֿאַרטיפֿט: װאָס קען דאָס זײַן?
דאָ טוט דער ייִנגל אַ כאַפּ יענעם בוך,
בלעטערט אַ רגע און שמײכלט מיט שטאָלץ:
טאַטע, װי הײסט ער אױף ייִדיש? װער? אוך!
דאָס איז, מײַן זון, זאָלסטו װיסן, - פּיקהאָלץ.
שפּערל
שפּערל, שפּערלינג, װאָראָבײ,
יעדער האָט אַ נאָמען-צװײ.
מיר איז גלײַך, נאָר סײַ-װי-סײַ,
דאַרפֿסטו טאַקע אַלע דרײַ?
- בײַ די אינגאַרישע לײַט,
(די װאָס פֿרעגן: "איר פֿאַרשטײַט?")
אױב זײ קענען מיך, טאָ קלאָר
שפּערל, שפּערלינג הײס איך נאָר.
די װאָס זאָגן "איך פֿאַרשטײ"
רופֿן מיך אַ װאָראָבײ.
מיר אַלײן, װי ס'איז באַקאַנט,
רעדן װעדליק הײמיש לאַנד:
מײַן מחותּן פֿון פּאָלטאַװע
צװיטשערט איקענדיק, טשיקאַװע,
און מײַן באָבע (פֿון סמאָרגאָן)
לאַכט פֿון אים --- װאָס קען מען טאָן?