צװײטער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד
חנה קלײנע
דעם 5טן און 6טן אָקטאָבער 1999 איז פֿאָרגעקומען אין שטאָט טריר דער צװײטער יערלעכער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד. בלױז דער נאָמען איז געבליבן װי אַ סימן פֿונעם אָריגינעלן געדאַנק, אַ צוזאַמענקום פֿון די ייִדישיסטיק-אָפּטײלן בײַ די אוניװערסיטעטן פֿון טריר און דיסלדאָרף. נאָך אין ערשטן יאָר האָט זיך אָבער באַקומען עפּעס גאָר אַנדערש: אַן אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדיש-פֿאָרשערס און ליבהאָבערס פֿון גאָר דער װעלט. הײַנטיקס יאָר איז געװען נאָך גרעסער דער אָפּרוף און די צאָל רעפֿעראַטן.
אײן און צװאַנציק רעדנערס פֿון נײַן לענדער האָבן הײַיאָר געגעבן רעפֿעראַטן --- אַכט אױף ייִדיש און דרײַצן אױף דײַטש. דער עולם, װאָס איז געקומען פֿון נאָך מער לענדער װי די רעדנערס, האָט געצײלט 120 מענטשן.
ס'רובֿ פֿון די רעדנערס האָבן אָנגערירט די טעמע מערבֿ-ייִדיש, װאָס איז אַ הױפּטפֿאָרשונג אין דיסלדאָרף און טריר. חוה טורניאַנסקי (ירושלים) האָט אַרומגערעדט אַ כּתבֿ-יד פֿון 17טן יאָרהונדערט, אַ לעצטנס אָפּגעפֿונענעם אין אײַנבונד פֿון אַ בוך. שמעון נױבערג (טריר) האָט גערעדט װעגן אַלט-ייִדישע לידער, צװישן זײ תּנ"כישע און היסטאָרישע לידער. די פֿרױ אין מעשׂה-בוך איז געװען די הױפּטטעמע פֿון אַסטריד שטאַרק (מילהױזן), בעת חנה קלײנע האָט אַנאַליזירט פֿון אַ פֿילאָלאָגישן קוקװינקל די מעשׂה-זאַמלונגען פֿון 16טן יאָרהונדערט, מיט אַ צוריקבליק אױף די אָנהײבן פֿון זשאַנער. עריקאַ טים (טריר) האָט זיך מיטגעטײלט מיט אָפּקלײַבן פֿון איר גרױסן פֿאָרשפּראָיעקט, די שפּראַכיקע השפּעה פֿון תּנ"ך-איבערזעצונגען. די פֿאַרשײדענע אױפֿלאַגעס פֿון דער "װאַגענזײַל"-זאַמלונג אין ערלאַנגען האָט אַרומגערעדט הײַדי שטערן, אַ פֿאָרשערין אין דער שטאָט. װוּלף-אָטאָ דרעעסן (שטוטגאַרט) האָט געשטעלט אַ פֿראַגע, צי דער קײמברידזשער כּתבֿ-יד קערט זיך אָן מיטן דוכּוס האָראַנט; דער ענטפֿער: נײן. מאַריאָן אַפּטראָט (דיסלדאָרף) האָט פֿאָרגעשטעלט די מחלוקתן צװישן די אַלטע און נײַע ייִדן פֿון אַמסטערדאַם, אָפּגעשפּיגלטע אין די נוסחות (סײַ ערנצטע סײַ פּאַראָדישע) פֿון אײגענעם צי יענעם צדס קהלישע תּקנות. קלאַוס קונאָ (באָן) האָט געהאַלטן אַ רעדע װעגן די מצבֿות אױפֿן אַלטן בעת-עולם אין עסינגען און פֿראַוקע פֿאָן ראָדען (בערלין) --- װעגן דערצײלונגען אין מנקת רבֿקה. װאַלטער רעל (טריר) האָט פּרעזענטירט זײַן פּראָגרעס אױפֿן װעג צו אַ װערטערבוך פֿון עלטערן ייִדיש.
אַנדערע רעדעס, נישט װעגן מערבֿ-ייִדיש, האָבן אױך פֿאַרשאַפֿן אינטערעס:
איזידאָר לעװין (פּעטערבורג) האָט אָנגערירט די טעמע סטודענטן-קולטור אין די באַלטישע לענדער צװישן בײדע װעלט-מלחמות, בשעת האַנס-פּעטער אַלטהאַוס (טריר) האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט די באַמערקונגען װעגן ייִדיש אין טאָגבוך פֿון װיקטאָר קלעמפּערער. ייִדיש אין הײַנטיק אונגערן האָט אַרומגערעדט פּעטער װאַרגאַ (בודאַפּעשט) און ראָלאַנד גרושקאַ (דיסלדאָרף) --- ה. שקלאַרס װאָרט-רשימה מיטן טיטל "סאָװעט-שפּרעך אין ייִדיש". עטלעכע האָבן אַרױסגעטראָטן מיט רעדעס אױף דער טעמע ייִדישע לינגװיסטיק: עװאַ געלער (װאַרשע) פֿאָרשט דעם אַרױסרײד פֿון װאַרשעװער ייִדיש; האָלגער נאַט (דיסלדאָרף) --- די סלאַװישע השפּעה אױף די קאָנװערבן; און דאָנאַלד שטײנמעץ (מינעאַפּאָליס) --- דעם גראַמאַטישן מין אין מערבֿ-גערמאַנישע לשונות בכּלל און ייִדיש בפֿרט.
רעדעס װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור האָט מען פּרעזענטירט סוף צװײטן טאָג פֿון סעמינאַר: היו דענמאַן (לאָנדאָן) האָט גערעדט װעגן דער צװײטײַטשיקײט אין באַשעװיסעס אױסמאָלערישער פּראָזע; אסתּר װאַלענסיאַ (סטירלינג) װעגן דער פּיעסע שמואל האַרענדאָרפֿס "דער קעניג פֿון לאַמפּעדוסע" אױף דער לאָנדאָנער ייִדישער בינע; און (צום לעצטנס) סיגריד יערגענסען (קאָפּענהאַגן) װעגן פֿײגל-מאָטיװן אין איציק מאַנגערס שאַפֿונגען.
שׂמחות האָט מען אױך געפּראַװעט: מע האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד פּראָף' עריקאַ טים (די ערשטע פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדישיסטיק בײַ אַ דײַטשער אוניװערסיטעט) מיט אַ ספּעציעלן יובֿל-נומער "ייִדישע פֿילאָלאָגיע", אַרױסגעגעבן פֿון װאַלטער רעל און שמעון נױבערג. און מע האָט גוט פֿאַרבראַכט אױף אַ קאַבאַרעט-אָװנט מיטן "עגמת-נפֿש"-אַנסאַמבל (מיט אַבֿישי פֿיש בראָש), װאָס האָט אַרױפֿגעטראָטן מיט אַן אָפּקלײַב לידער "גלו-גלו-גלו", אױף דער טעמע --- דערטרונקען װערן. און װי אַלע מאָל בײַ אַזלעכע קאָנפֿערענצן --- סתּם כאַפּן אַ שמועס איז געװען אײנע פֿון די װיכטיקסטע אַקטיװיטעטן.
סך-הכּל: די קאָנפֿערענץ איז געװען אַ געראָטענער, און מע קוקט שױן אַרױס מיט אומגעדולד אױפֿן דריטן צוזאַמענפֿאָר איבעראַיאָר אין דיסלדאָרף. מע האָט שױן באַשלאָסן צוצוגעבן אַ דריטן טאָג, מע זאָל האָבן פּלאַץ פֿאַר נאָך רעפֿעראַטן.