בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן

זון אין האָדסן

די שװאַרצע הײַזער אין נעפּלדיקער װײַט
אַרום און אַרום דעם פֿלאַמעדיקן האָדסן:
אַ מעשׂהלע פֿון אַלט אַלטער צײַט
מיט בת-מלכּות און פֿעאָדאַלע פּאַלאַצן.

זון אין האָדסן --- אײן גרױס פֿאַראײן,
אײַנגעפֿלאָכטן --- אײן גרױס פֿאַרגײן,
אײן פֿלאַמעדיקער פֿײַערטאַנץ,
אײן גאַנץ.

די פֿאַרטונקלטע הײַזער אין גראָען געדיכט,
שטרענגע היטערס אױף דער װאַך,
סע זאָל, חלילה, נישט פֿאַרלירן זיך
אַ שמץ זונענגאָלד אױף װאַסערפֿלאַך.

אַ װערדיקע רעם זײ פֿאַר גליִיִקן בילד,
װי באַזאַכטע פֿינגער װאָלטן גלעטן, קילן
און שׂכלדיק, מיט ייִשובֿ-הדעת
דעם צעהיצטן האָדסן אײַנשטילן.

------------

גוט מאָרגן

צעעפֿנט זיך דאָס פֿענצטער פֿון טאָג
און אַ פֿרישע זשמעניע קלאַנגען
זיך אַרײַנגעשאָטן
ליניאַרע בילדער מיט קאָלירטע טענער
אָנגעהױבן דעם באַגינען
צעליכטיקט און צעשאָטנט
כ'האָב פֿאַרקאַטשעט די אַרבל
באַפֿרײַט און באַלאָדן
זיך אײַנגעשפּאַנט אין װאָגן
און מיט קלײנע טריטעלעך געשפּאַנט
עולן פֿאַר די אױגן
פּאַפּירעלעך אין האַנט
גוט מאָרגן!