דער שלאָף פֿונעם שׂכל
לאה ראָבינסאָן
"דער שלאָף פֿונעם שׂכל פּראָדוצירט מאָנסטערן" --- גױאַ.
פֿלאַטערלעך, זומער-פֿײגעלעך, באַבעטשקעס, מאָלן --- ברואימלעך פֿון דער חלום-װעלט צי גאָר פֿונעם גן-עדן! מע פֿאַרבינדט זײ מיט דער מענטשלעכער נשמה (פּסיכע), און מיט תּחית-המתים.
פֿאָרט פֿלעג מען זײ --- און מע טוט עס נאָך --- פֿאַרטיק מאַכן אין אַ "טײטסלױ" און באַװײַזן די מײסימלעך זײערע אין גלעזערנע קאַסטנס װי די אײדלשטײנער. לעצטנס האָט מען אָבער צוגעטראַכט אַ באַהאַנדלונג פֿון די פֿלאַטערלעך, װאָס איז כּלומרשט מענטשלעכער: מע לאָזט זײ לעבעדיקערהײט אַרומפֿליִען אין אַ "װיװאַריום".
װען איך האָב זיך דאָרטן אַרײַנגעכאַפּט, נאָכן אױסצאָלן אַ היפּשע סומע געלט פֿאַרן בילעט, איז די סצענע געװען קאָליררײַך און כּמו-מונטער, אָבער זײער װאַרעם און דושנע. מע װאָלט געמײנט אַז מע טרעט אַרײַן אין אַ באָד; אָבער דאָ זײַנען נישטאָ קײן באָדיונגען מיט ריטער װאָס שלאָגן די געסט. ס'איז שיעור נישט פֿאַרקערט; קײנער שלאָגט נישט חלילה, אָבער די בידנע באָדיונגען, דאָס הײסט די פֿלאַטערלעך, אַנטלױפֿן און די געסט יאָגן זײ נאָך. אַװעקלײגנדיק דעם מעטאַפֿאָר אין אַ זײַט, לאָמיך דערקלערן אַז די דערװאַקסענע געסט, מיט די צװײ-דרײַ שומרים, האָבן דערלאָזט די קינדערלעך יאָגן זיך נאָך די פֿלאַטערלעך, אױפֿהײבן זײ און לאָזן זײ קריכן אױף די קינדערשע הענט. מער נישט, עס האָט אַ מאָל געטאָן אַ רוף אױס אַ שומר "באַרירט זײ נישט די פֿליגעלעך!" עס האָט געהײסן, דאַכט זיך, אַז די אײדעלע באַשופּעטע פֿליגעלעך דאַרף מען יאָ שאַנעװען, בשעת דער רעשט פֿלאַטערל-גופֿל איז נעבעך הפֿקר...
כ'האָב ביסלעכװײַז באַקומען אַלץ מער רחמנות אױף די אָנגעמוטשעטע אינסעקטן, װײַל איך האָב דערפֿילט אַז זײ האָבן מורא. טײל האָבן זיך צוגעטוליעט צו בלעטער, געפּרוּװט זיך קאַמופֿלירן; אַנדערע זײַנען אַראָפּגעהאַנגען פֿון דער סטעליע. בלױז די גרױסע בלאָע "מאָרפֿאָ"-פֿלאַטערלעך זײַנען דורכגעפֿלױגן אַהין און צוריק צװישן די מענטשן, עלעהײ צװישן בײמערשטאַמען אין אַ װאַלד.
ס'איז מיר באַלד נימאס געװאָרן, האָב איך באַשלאָסן אַרױסצוגײן. "ס'איז גוט װאָס מע פֿעלט זײ כאָטש שׂכל אױף צו פֿאַרנעמען זײער מצבֿ, װי מיר מענטשן װאָלטן עס געקענט טאָן," האָב איך זיך געטרײסט בעת איך בין צוגעגאַנגען צו דער טיר, בעסער געזאָגט --- צו די טירן, װײַל צװישן טאָפּעלע טירן איז געװען אַ מין קאַראַנטין-צימערל װוּ אַ שומר האָט די אַרױסגײענדיקע "אָפּגערײניקט", װי ער האָט געזאָגט, פֿון פֿלאַטערלעך װאָס װילן אױך אַרױס. "אײנס פֿון זײ האָט געפּרוּװט 'פֿאַרשװאַרצן די גרענעץ' בײַ מיר אױפֿן היטל!" האָט ער אונדז דערצײלט.
פֿון עק אױג האָב איך באַמערקט אַז סע קלאַמערט זיך צו צום גרינעם רענצל, װאָס באָמבלט מיר אַראָפּ פֿון לינקן אַקסל, עפּעס קלײנס און באַפֿליגלטס... כ'דאַרף עפּעס זאָגן דעם שומר, װײַל די פֿלאַטערלעך געהערן דאָך דעם מוזײ, און דערצו קען זײַן צו קאַלט פֿאַר זײ אין דרױסן. צוריקגעשמועסט, פֿאַר װאָס זאָל איך זײַן אַ מוסר, אױסגעבן אַ מיט-באַשעפֿעניש װאָס װיל נאָר האָבן די זעלבע פֿרײַהײט װאָס איך? האָב איך זיך געמאַכט נישט װיסנדיק. אָבער פֿאַרפֿאַלן --- דער שומר זעט שױן. ער שרעקט אױס אַ האַנט, װיל צונעמען דאָס פֿלאַטערל. דרײ איך זיך, האַלב נישט-װילנדיק, אַװעק. "זײַט אַזױ גוט, מאַדאַם", מאַכט ער צו מיר, "דערשרעקט זיך נישט און בלײַבט שטײן, אַנישט װעט דאָס מזיקל זיכער אַװעק!" און ער דערנענטערט זיך צו מיר.
כ'האָב זיך אָבער גענומען דרײען גאָר גיכער, און פֿאַרשטײט זיך אַז דער קאָפּ האָט זיך מיטגעדרײט...ס'איז מיר געװאָרן נישט-גוט. די פּנימער פֿון די אַנדערע "קאַראַנטינקעס" האָבן אַרױסגעקוקט װי פֿון אַ נעפּל-שלעער, און זײַנען פּאַװאָליע גרעסער געװאָרן. די אױסגעשטרעקטע האַנט פֿון שומר האָט אױסגעזען װי אַ כמאַרע... אַ טאָרנאַדאָ... דער גאָלדענער דאַשיק פֿון זײַן היטל --- װי אַ בליץ... און די קנעפּעלעך פֿון מונדיר --- װי פֿײַערדיקע מעטעאָרן...
מיט אַ שטױס און אַ װײכן "טאַראַראַך" פֿון צעפּלאָשעטע פֿליגל װערט דאָס פֿלאַטערל, װאָס איז אױך געװאָרן משונה-גרױס, צוריקגעשלײַדערט אין װיװאַריום אַרײַן. אונטער מיר און איבער מיר האָבן זיך צעשפּרײט, צעשאָרכעט, צעגלאַנצט, צעפֿינקלט די שופּן, װי די שינדעלעך, אױף זײַנע הױכע זעגל-פֿאָרמיקע פֿליגל, אָראַנזש און שװאַרץ; און אױף זײַן טונקעלן רוקן װאָס איז געװען זײער ברײט און שטאַרק. דאַכט זיך אַז איך בין מגולגל געװאָרן אין עפּעס אַ נישטיק זשוקעלע, צי גאָר אַ מילב; און איך רײַט בײַם פֿלאַטערל אױפֿן קאַרק װי אױף אַ פֿערדל. ס'האָט זיך דערװעט אין מיר דער מענטשלעכער יצר צו באַהערשן אַלע אַנדערע חיות, אפֿילו אַזאַ װאַזשנע חיה װי די; אָדער רופֿן "װיאָ, װיאָ" װי צו אַן אמת פֿערד האָט עפּעס נישט געפּאַסט. דערצו האָב איך זיך געזאָגט אַז עס איז בטבֿא אַ װילד באַשעפֿעניש און װעט מיך פֿאַרשטײן נאָך װײניקער, אײדער װען עס איז טאַקע אַ פֿערדל. האָב איך געשװיגן. דערװײַלע האָט דאָס פֿלאַטערל געשװעבט זיגזאַגיש דורכן צימער, האָב איך אין אים געמוזט פֿעסט אָנהאַלטן, װײַל צװישן אונדז און דער פּאַדלאָגע איז געװען אַ מהלך פֿון עטלעכע פֿוס.
"ס'אַ חוצפּה, מאָנאַרכעלע-מזיק --- װי קומסטו עס אַרױסצוקריכן פֿון געפֿענקעניש, זײַענדיק אָקערשט אױס גולמל? מיר, די עלטערע פֿלאַטערלעך, זײַנען דען נישט בילכער? --- און מיר בלײַבן דאָ!"
כ'האָב זיך אַרומגעקוקט, מײנענדיק אַז ס'רעדט פֿון אונטן עפּעס אַ מענטש. װײַזט זיך אָבער אַרױס אַז דאָס "רעדט" --- אָבער װי קען עס געמאָלט זײַן אַז זײ רײדן --- מיט די מעכטיקע קײַערס נאָך אַ פֿלאַטערל, מיט אױגן װי קאַפּױערדיקע צעגליטע טעפּ, אַ "נאָז" (פּראָבאָסקיס) װי דיקער שפּאַגאַט און פֿליגל מיט געלע און שװאַרצע פּאַסן און בלאָע פּינטעלעך.
"טשעפּע זיך שױן אָפּ, פּאַפּיליאָ, פֿונעם יונגן מאָנאַרכעלע", ברומט אױס נאָך אַ פֿלאַטערל, זײער אַ גרױס מיט שװאַרץ-גרינע פֿליגל, און אַ קערפּער װי אַ בינטל זונשטראַלן, װאָס ס'האָט געשװעבט מיט די אַנדערע אין מיטן דער פּאַרנער לופֿט. "דו װײסט אַז אַ ל ע, אַ ל ע װילן אַרױס --- כאָטש מיר װײסן טאַקע נישט װאָס ליגט הינטער די טױערן. ס'קען זײַן אַז דאָרטן געפֿינט זיך אַן אָפּגרונט אַ װיסטער, אָן ליכט, אָן װאַסער, אָן האָניק. קײנער װײסט נישט."
"נײן, פֿױגל-פֿליגל", האָט געמאַכט אַ פֿערט פֿלאַטערל, װאָס האָט זיך געשימערט מיט רעגן-בױגן-קאָלירן, "װאָס רעדסטו, במחילה, אַזױ עם-הארציש? װאָס פֿאַר אַ דערציונג װעט מאָנאַרכעלע דערפֿון אַרױסבאַקומען? מיר װײסן שױן יאָ אַ היפּש ביסל װעגן דער דרױסנדיקער װעלט. הערט זיך אײַן, אַלע ---"
"אױב דו װעסט דערצײלן אַ לאַנגע מעשׂה, אָדער אַ דרשה, קאַלימאַ", האַקט אים איבער פּאַפּיליאָ, "איז לאָמיר קודם געפֿינען אַן אָרט אױפֿן שפּיץ קוסט, װוּ י ע נ ע ל ײַ ט װעלן אונדז חלילה נישט קענען שטערן."
האָבן זיך די פֿיר פֿלאַטערלעך, מיט מיט בײַ מאָנאַרכעלע אױף די פּלײצעס, אױסגעשטעלט אױף אַ הױכן בלעטערצװײַג. האָט קאַלימאַ אָנגעהױבן:
"כ'האָב זיך דורכגעשמועסט מיט מוסקאַ, אונדזער צײַטװײַליקער גאַסט ---"
"װער איז דאָס --- מוסקאַ?" פֿרעגט פֿױגל-פֿליגל.
"אַ שטוביקע פֿליג. אַזױ רופֿט מען זײ, װײַל זײ װױנען אין בנינים, אָבער אין עער אמתן זײַנען זײ װילדע חיות, װי מיר."
"דו רעדסט מיט פֿליגן?" פֿרעגט פֿױגל-פֿליגל, אַ פּנים גאַנץ אומצופֿרידן. "דו װײסט מסתּמאָ אַז זײ זײַנען נישט קײן מיטגלידער פֿון אונדזער אָרדן? --- די געמײנע, מיאוסע באַשעפֿענישן!"
"צו אונדזער אָרדן 'לעפּידאָפּטעראַ' געהערן זײ נישט," זאָגט קאַלימאַ געדולדיק, צוּװינקנדיק צו מאָנאַרכעלע װי ער װאָלט אים געװאָלט, פֿאַרן זעלבן געלט, אױסלערנען אַ קאַפּעטשקע טערמינאָלאָגיע. "אָבער צום זעלבן קלאַס װי מיר, אינסעקטאַ, געהערן די פֿליגן יאָ --- און אױפֿן קלאַסן-באַװוּסטזײַן טאָר מען נישט צו פֿיל פֿײַפֿן! פּונקט װי מיר, האָבן די פֿליגן צו זינגען און צו זאָגן פֿון די ריזן-אָפּפֿרעסערס."
"װאָס זײַנען דאָס די ריזן-אָפּפֿרעסערס?" פֿרעגט אױף אַ הױך, עפּעס נישט-דערבאַקן שטימעלע דאָס יונגע מאָנאַרכעלע, און איך האָב זיך שטיל געשעמט װאָס מײַן "פֿערדל" קלינגט אַזױ אומװיסיק --- כאָטש איך אַלײן, דאַרף איך צוגעבן, האָב אױך נישט געװוּסט.
"כאַ-כאַ-כאַ," מאַכט פּאַפּיליאָ, "ער װײסט נישט מיט װאָס מע עסט עס, פֿרעסט עס, כ-כאַ-כאַ! די ריזן-אָפּפֿרעסערס, אין דרערד אַרײַן, זײַנען דאָך אונדזערע באַדריקערס פֿון קדמונים אָן."
"װי קען דאָס אָבער זײַן?" באַװוּנדערט זיך מאָנאַרכעלע. "כ'בין אַלײן געװען אַן אָפּפֿרעסער נאָך אײדער איך בין געװאָרן אַ גױלעמל. זײ זײַנען ייִנגער, װײניקער אַנטװיקלט װי די גולמס, און פֿון די דערװאַקסענע פֿלאַטערלעך איז שױן אָפּגערעדט."
"און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן," רופֿט אױס פּאַפּיליאָ, "--- זײער נישט-אַנטװיקלטקײט! זײ װעלן קײן מאָל נישט אױסװאַקסן, קײן מאָל נישט קריגן קײן פֿליגל, זײַנען זײ אונדז שטאַרק מקנא און זײ פּײַניקן אונדז. *** כ'האָב געהערט זאָגן אַז זײ מאַכן פֿון אונדז מאָנסטערן --- װעמען אַ גיגאַנט, װעמען אַ קאַרליקל, און אַנדערע פֿון אונדז --- קאָלערלײ אױסטערלישע פֿאַרקרימטע געשטאַלטן. דאָס טוען זײ אין זײערע לאַבאָראַטאָריעס װי מע רופֿט זײ, אָבער זיך אַלײן קענען זײ אַלץ נישט מאַכן װאַקסן קײן שום פֿליגל. קוק זײ נאָר אָן, די מגושמדיקע בערג פֿלײש!"
פּאַפּיליאָ האָט מיט זײַנס אַ טאַפּערל אָנגעװיזן אױף די מענטשן אונטן, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז בײַ אים זײַנען מיר --- דאָס הײסט זײ, די מענטשן --- נישט מער װי אָפּפֿרעסערס! אפֿילו אין מײַן זשוק- אָדער מילב-געשטאַלט האָב איך זיך באַלײדיקט. אָבער גלײַך נאָך דעם האָט פֿױגל-פֿליגל אױסגערופֿן:
"נו, קאַלימאַ, צוריק שױן צו דער מעשׂה מיט דער פֿליג-שמיג, מישטײנס-געזאָגט."
"װאָס פֿאַר אַ 'שמיג', װאָס פֿאַר אַ 'מישטײנסגעזאָגט'?" איז קאַלימאַ סוף-כּל-סוף אין כּעס געװאָרן, גענומען פֿאָכען מיט די טאַפּערלעך.
"שאַ, שאַ, דערצײל שױן בעסער די מעשׂה!" זאָגט פּאַפּיליאָ באַרויִקנדיק.
"נו, זי איז אַרײַן דאָ, זוכנדיק אַ טרונק צוקער-װאַסער אָבער אױך, צום טײל, אױס מיטגעפֿיל מיט אונדז, געפֿאַנגענע. האָט זי מיר דערצײלט פּלאי-פּלאים װעגן דער דרױסנדיקער װעלט. ס'איז טאַקע נישט אַזױ פֿױגלדיק דאָרטן, דאָס הײסט, ס'איז יאָ פֿױגלדיק אין אַ שלעכטן זין, װײַל אַ חיה מיטן נאָמען 'פֿױגל' קען אין אײן רגע אַראָפּשלינגען אַן אינסעקט. אין דער זעלבער צײַט איז אָבער דער דאָזיקער געהײנעם אױך אַ מין גן-עדן, װײַל ס'איז אַזױ שײן און געראַם, מיט אַ ברײטער בלאָער סטעליע פֿונעם קאָליר פֿון אונדזער באַליבטן 'מאָרפֿאָ', און אַלערלײ עסנװאַרג און ריחות ---"
"יאָ, מיר איז באַקאַנט דאָס געשמאַק פֿון די פֿליגן", רײַסט איבער פֿױגל-פֿליגל. "שאָלעכץ, סטערװעס און מיסט!"
"זײַנען מיר דען אַנדערש? האָבן מיר אױך נישט ליב אַ פֿאַרפֿױלט שטיקל פֿרוכט? מילא --- אײן זאַך װעסטו געפֿינען פֿאַר אינטערעסאַנט: אַז דאָרטן איז דאָ פּלאַץ פֿאַר יעדן. און סײַדן מע פֿאַלט צו די ריזן-אָפּפֿרעסערס אין די פֿיסלעך אַרײַן, דאַרף מען מיט זײ קײן מאַגע-אומאַסע נישט האָבן."
"אַ גן-עדן פֿאַר די פֿליגן, אָבער װאָס העלפֿט דאָס אונדז?" באַקלאָגט זיך פּאַפּיליאָ. "אונדז װעט מען קײן מאָל נישט אַרײַנלאָזן."
"ס'קען זײַן, צום באַדױערן, אַז פֿאַר געװיסע פֿון אונדז איז דער דרױסן, צום װײניקסטנס אין דעם געגנט, צו קאַלט", ענטפֿערט קאַלימאַ. "פֿלאַטערלעך פֿון עטלעכע זגאַלן*** האָט מוסקאַ אָבער יאָ געזען דאָרטן. װאָס שייך די מאָנאַרך-פֿלאַטערלעך, האָט זי ערשט באַגעגנט אַ גאַנצע סטײַע, די מחנה פֿון זײ װאָס קלײַבט זיך אַװעקפֿליִען אין װאַרעמערע מקומות ---"
"אױ, הלװאי װאָלט איך מיט זײ געקענט מיטפֿליִען!" זיפֿצט אָפּ ביטער מאָנאַרכעלע. "אױ, װען איך װאָלט נאָר געקענט אַרױס!"
"נו, נאַרעלע, װאָס פּרוּװסטו עס נישט טאָן נאָך אַ מאָל?" האָב איך פּלוצעם אַרױסגעשריגן; אָבער דאָס קולכל איז מיר אַ פּנים געװען צו דין, האָט מיך מאָנאַרכעלע אפֿילו נישט דערהערט. האָב איך געטאָן אַ בריקע מיט אַלע פֿיסעלעך אין "פֿערדלס" רוקן, און --- װען אױך דאָס האָט קײן שום רושם נישט געמאַכט --- אײַנגעביסן מיט די קײַערלעך אין זײַן קאַרק. דאַכט זיך אַז אפֿילו נישט זײַענדיק קײן מענטש, האָב איך נאָך אַלץ שלעכט באַהאַנדלט די פֿלאַטערלעך נעבעך. אָבער מײַן כּװנה איז געװען אַ גוטע; און דער פּועל-יוצא אױך, ברוך-השם, אַ געװוּנטשענער. פֿאַר גרױס װײטיק האָט מײַן "פֿערדל" אױפֿגעצאַפּלט און איז אַראָפּגעפֿאַלן אױפֿן היטל פֿון יענעם שומר, װאָס האָט פֿריִער דערצײלט די מעשׂה פֿונעם היטל. יענער איז געװען דער לעצטער מענטש װאָס בלײַבט אינעם װיװאַריום. ער האָט גאָרנישט נישט באַמערקט, נאָר האָט רויִק אַרױסגעטראָגן דאָס פֿלאַטערל דורך די טאָפּעלע טירן...
ס'באַװײַזט זיך אַ גרױסע לײדיקײט, װי די עפֿענונג פֿון אַ הײל אױפֿן דרױסן --- דאָס שמאָלע שפּעלטעלע פֿון אַ מוזײ-פֿענצטער איז מאָנאַרכעלע פֿרײלעך אַרױסגעפֿלױגן אין די אָװנטדיקע גרין-בלאָע גערטנער אַרײַן. איך, זײַן רײַטערל, בין אַראָפּגעשפּרונגען אױף דער פּאַדלאָגע פֿון מוזײ-קאָרידאָר --- געצײלט רגעס אײדער דער שומר האָט מיט אַ טראַסק פֿאַרהאַקט דעם פֿענצטער.
"דער מוזײ װעט זיך פֿאַרמאַכן אין פֿינף מינוט אַרום", האָט ער צו מיר העפֿלעך געמאַכט, און איך האָב זיך פֿאַרחידושט װאָס אַ "ריזן-אָפּפֿרעסער" זאָל בכלל רעדן צו אַזאַ אומזעעװדיק ברעקל װי איך. האָב איך זיך צו ביסלעך געכאַפּט אַז ס'איז שױן געענדיקט --- כ'האָב צוריקבאַקומען דעם צלם-אלוקים, דאָס מענטשלעכע געשטאַלט. בין איך אַהײמגעפֿאָרן, בענטשנדיק גומל, און אױך פּלאַנירנדיק אַ באַקלאָגבריװ, אפֿשר דעם מוזײ, אפֿשר דער רעדאַקציע פֿון שטאָטצײַטונג, לטובֿות די איבערגעבליבענע פֿאַרמוטשעטע פֿלאַטערלעך. אָבער --- װעט מען גלײבן מײַן גבֿית-עדות?
דעצעמבער 1998