לכה דודי
קאַטלע קאַניע
טײַערע פֿרײַנד,
זײַט מיר מוחל אַז עס האָט געדױערט אַ ביסל ביז װי לאַנג איך האָב אײַך געענטפֿערט, אָבער אַצינד בין איך דאָ.
איר האָט מיר געבעטן צי איך קען אײַך װײַזן װי אַזױ דאָס גײט צו אַ לכה דודי. עס פֿרײט מיך אײַך צי קענען אײַנלאַדן צו אונדזערער שיל, כּדי איר זאָלט זען מיט די אײגענע אױגן װאָס דאָס איז.
בכדי איר זאָלט נישט פֿאַרלױרן װערן אינעם גערױש און צעטומלט װערן אינעם גערודער װעל איך אײַך עטװאָס פֿאָרשטעלן װי אַזױ דאָס זעט אױס, אַז װען איר קומט אין שיל װעט איר אַלץ פֿאַרשטײן.
די װיכטיקסטע זאַך איז אַז איר זאָלט זיך אַרײַנכאַפּן װען דער עולם איז צעפֿלאַמט, אַזױ אַז קײנער זאָל אײַך נישט באַמערקן. זאָל זיך אײַך מאַכן דער אומגליק פֿון אַרײַנקומען בײַ לכו נרננה זענט איר דערלײדיקט. דער מנהג איז אַז אײדער מען הײבט אָן לכו נרננה קוקט מען זיך אום צו זען את אַשר ישנו פּה ואת אַשר איננו פּה; מען פֿרעגט אָן דעם שכן אױף יעדן פֿרעמדן פּנים װער ער איז און װעמענס ער איז --- װען ער איז געקומען, צו װאָס ער איז געקומען, און װען ער פֿאָרט אַװעק. מען קוקט זיך װײַטער אום װער עס גײט אין שײנעם שטרײַמל, און װער אין דער זײַדענער בעקיטשע. "װאָס איז? ער מאַכט אַ שׂמחה? אַ ייִנגל צי אַ מײַדל? אױ אַ בראָך! כאָ'נישט קאַן כּוח צי אַ זכר האַנט באַנאַכט."
זאָל אײַך אַנדערש דער שװאַרץ יאָר כאַפּן װי אײדער עס זאָל אײַך טרעפֿן אײנס פֿון די אױגן. "װער איז יענער מגולח? ער האָט אַ פּאָר דאָלאַר? בײַ װײם שטײַט ער אַן? ער װײַסט שױן װײם צי ריפֿן." מען װעט אײַך אַרײַנקוקן אינעם פּיסקל און אױסמעסטן די נאָזלעכער. אַז איר זענט נישט גוט אױפֿגעמישט װעט אײַך אײנער אָנהײבן צו דרײען די בלעטער. אַז איר װעט נישט קוקן אינעם סידור און האָט זיך פֿאַרקלאָצן אױפֿן לאָמפּ, װעט איר דאָרטן טרעפֿן נאָך אַ האַלבע טוץ אױגן.
איך װיל בײַ דעם נישט צו פֿיל מאריך זײַן --- אָבער אַלס אַן עצה טובֿה קא משמע לן זאָג איך אײַך איר זאָלט זיך אַרײַנכאַפּן אַ ביסל שפּעטער.
װײסט איר װוּ איז גוט אָנצוקומען? איך װעל אײַך זאָגן. װען דער בעל-תּפֿילה קומט אָן צו "כּי קדוש השם אלוקינו" דעמאָלסט גיט אײַך אַ כאַפּ אַרײַן. נעמט אַ סידור אינעם פּאָליש, מישטס עס אױף אױפֿן ריכטיקן פּלאַץ, מאַכט אױף די טיר פּאַװאָליע, קומט אַרײַן, גײטס אַזױ צװײ דרײַ טריט רעכטס, און באַגראָבטס דעם פּנים אינעם סידור.
אַזױ װי איר קומט נאָר אַרײַן װעט איר זען אַ סצענע. דער בעל-תּפֿילה גיט אַ לאָז אױס "השם אלוקינו" און דער עולם שפּרינגט צו די פֿיס מיט "אײַ יײַ יײַ בואי ונצא הסדה", אַ קבליסטישע תּפֿילה: לאָמיר אַרױסגײן אין הײליקן עפּלפֿעלד אַקעגנגײן די שבת-קעניגען, "לחקל טפּוחין קדישין", אױף אָנצוקלײַבן הײליקע עפּל.
דערנאָך: "מזמור לדוד". גלײבט מיר --- װען דוד המלך אַלײן זאָל קומען צו גײן מיטן האַרף זײַנעם װאָלט ער נישט געקענט בעסער אַראָפּלײגן דעם קאַפּיטל. "הבֿו לשם בני אלים": די נאַסע מקװה-פּאות פֿליִען אין אַלע זײַטן. דער קאָפּ װאַרפֿט זיך. ברײטס אָן פֿאַרן באַשעפֿער, קינדער פֿון אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ די ריזן, ברײטס פֿאַר אים אָן זײַן כּבֿוד און זײַן שטאַרקײט. "אײַ קול השם על המים": דער קול פֿונעם הײליקן באַשעפֿער װאַרפֿט װאַסערן, צעשפּאַלט ימען, בלאָזט אָן שטורעם-װינטן װאָס צעטרײסלען אפֿילו דעם לװיתן. דער קול פֿונעם אײבערשטן צעברעכט טענענבײמער, מאַכט טאַנצן די בײמער פֿון לבֿנון װי קעלבלעך און די שׂריון-בײמער װי צאַפּן. "אױ קול השם חוצבֿ להבֿות אש": דאָ פֿלאַמט שױן דעם פּנים. עס ברענט אַ פֿײַער, װאָס דאָ אינעם שטיבל קען מען אים זען. עס װערן צעטרײסלט מדבריות, גאַזעלן טאַנצן, װעלדער װערען פֿאַרטיליקט --- אַלץ אױף צוצוקומען צום "ובֿהיכלו" װאָס דאָרטן איז "כּלו אמר כּבֿוד".
איך האָף אַז איר לעבט נאָך, װײַל מיר האַלטן נאָך נישט בײַם לכה דודי --- דאָס איז נאָר דער אַרײַנפֿיר. באַלד װי דער בעל-תּפֿילה לאָזט אױס דעם מזמור לדוד ברומט דער עולם אונטער "אָנאָ בכּוח", איר װעט הערן אַ קרעכץ פֿון "ברוך שם", און מיר זענען דאָ.
װאָס זאָל איך אײַך זאָגן אױף דעם לכה דודי? דאָס איז די טײַערסטע דיִאַמאַנט װאָס אין קרױן פֿון שבת. הערט װאָס איך זאָג אײַך: זאָל זיך מאָנטיװערדי איבערקאָצקען אינעם קבֿר מיט זײַנע װעספּערס, װײַל זײ קומען נישט צו צום שמוץ אונטער דעם קלײנעם פֿינגער פֿונעם לינקן פֿוס פֿון לכה דודי. אונדזערע ייִדל בֿערנשטײן קען זיך אױך פֿאַרשטעקן מיט זײַן טשיטשעסטער תּהילימל. ער זאָל עס זינגן יום קדוש אױף דער נאַכט פֿאַרן אָפֿענעם ארון-קדוש, װעט עס בטל בשישים װערן קעגן אַ לכה דודי אױף אַ גרינעם פּרשת תּזריע-מצרע.
איך קען מיך פֿאַרלירן, איר מוזט אָבער געדענקן זיך צו האַלטן רויִק. נאָך אַ פּאָר מינוט שטײן, הײבטס אָן זיך צו נענטערן צו מײַן פּלאַץ. איר װעט שױן זען װוּ דאָס איז, נישט װײַט פֿונעם טיר.
דער בעל-תּפֿילה הײבט אָן לכה דודי און עס הערשט אַ שטילקײט. יעדער שטעכט אױף די אױערן צו הערן װעלכן ניגון ער האָט אױסגעװײלט. איר דאַרפֿט אײַך נישט זאָרגן, װײַל אַלע ניגונים האָבן די זעלבע װירקונג. די מעלאָדיע שפּרײט זיך אױס איבערן שטיבל אַזױ װי אַ רױך; ערשט דער אױבנאָן און ביסלעכװײַז נאָדלט זיך עס ביז װי לאַנג עס פֿילט זיך אָן די גאַנצע שיל. עס ליגן אין דעם אַלע טעמים; װילט איר, שפּירט זיך עס װי אַ קיל װינטל אין אַ תּמוז-היץ. זענט איר פֿון די ייִדן װאָס אפֿילו דעמאָלטס לאָזן זײ נישט אױפֿמאַכן די פֿענסטער, שפּירט זיך עס װי אַ הײסע מקװה ערבֿ שבת חנוכּה. דער עולם װערט פֿאַרזונקן אין די פּלעצער און עס זינגט זיך צו יעדער אױף זײַן שטײגער.
די ניגונים װאָס מען זינגט זענען אַזױ בײגעװדיק אַז מען קען זײ זינגען אין װעלכן שטאַנד מען איז נאָר. אײנער זינגט עס אַרױס פֿונעם חסידישן ספֿר, אַ צװײטער קײַט זיך דעם באָרד אין ניגון אַרײַן, אַ דריטער חזרט איבער אַלע לשון-הרעס פֿון דער װאָך און אַ פֿערטער כראָפּעט אַרײַן --- אַלץ אױפֿן ניגון. קענט איר נאָך אַזאַ ניגון? דאָס איז נישט "לידער װאָן די ערדע", דאָס איז אַ ליד מין השמים. דאָס איז אַ זמר װאָס עס פּאַסט נאָר צו דער נשמה יתירה פֿונעם שבת. פּרוּװט נאָר און זינגט דעם זעלבן זמר אױף אַ װאָכנטאָג, װעט איר שױן זען. עס װעט אײַך גרױלן. עס װעט נישט האָבן קײן ייִדישן טעם.
"געדענק" און "היט" אין אײן װאָרט
האָט דער אײנציק גאָט אונדז געלאָזט הערן דאָרט;
גאָט און זײַן נאָמען זײַנען אײנס,
װי זײַן שײנקײט און לױב איז נישטאָ קײנס ---
לכה דודי לקראת כּלה
אין דעם לכה דודי קענט איר זען אױף יעדן אײנעם װאָס פֿאַר אַ סאָרט װאָך ער האָט געהאַט. דער װאָס עס איז אים גוט געגאַנגען, און ער האָט געמאַכט אַ פּאָר גראָשן, ער צעקלאַפּט זיך די הענט. בײַם "רבֿ לך שבֿת" לײַכט אים דאָס פּנים: דו זיצט שױן אַזױ לאַנג, זיץ נאָך אַ ביסל אינעם עמק הבכא און לאָמיך דערװײַל עפּעס פֿאַרדינען. װײַטער דער, װאָס איז צופֿרידן אַז די פֿאַרגאַנגענע װאָך איז שױן פֿאַרגאַנגען, און פֿון דער קומענדיקער װאָך װיל ער גאָרנישט טראַכטן, ער קרעכצט נעבעך. "רבֿ לך שבֿת": דו זיצט שױן אַזױ לאַנג, איז עס דען נישט די העכסטע צײַט דו זאָלסט שױן אױפֿשטײן. עס קען זײַן אַ סבֿרה אַז די דרעמלערס, װאָס דער קאָפּ קושט זיך מיטן טיש בײַ "התנעערי" און זײ געבן זיך אַ זעץ אױף, און בײַ "התעררי" װעקן זײ זיך אױף אין גאַנצן --- אַז זײ חלומען אױך אױף דער זעלבער ליניע.
מען האַלט שױן בײַ "לא תבושי"; דאָ דרײט זיך אַלץ איבער. אױב דער ערשטער האַלב לכה דודי איז װי דער לאַנגער שװאַרצער גלות איז דער "לא תבושי" װי משיחס צײַטען. אַז בײַ "מקדש מלך" קרעכצט מען, און בײַ "התנעערי" ברומט מען איז בײַ לא תבושי זינגט מען. דאָס בת-מדרש הײבט זיך אין אַ "והיו למשסה" אױף "ימין ושׂמאל". מען קלאַטשט, מען באָם-באָמט און בים-באָמט, מען טראַלאַלאַלט אַזױ אַז מען קען מײנען אַז דער "בן פּרצי" איז שױן דאָ.
איר מײַנט אַװדאי אַז איר האָט שױן אַלעס געזען. נו, װאַרטס אױס. ס'קומט 'בואי בשלום' װאָס דאָס איז דער טעקיִיע גדולה; דער פּתאום פֿינעם אסרוג; דער שפּיץ פֿון אַלץ. מען איז שױן געװען אינעם עפּלפֿעלד און מען איז שױן צוריק אַרײַנגעקומען. מען האָט שױן געדרעמלט, מען האָט שױן געקרעכצט, און יעצט קומט שױן די כּלה. די טישטעכער זענען שנײ װײַס, די בעקיטשעס שװאַרץ װי קױלן (די שטרײַמלעך װאָלטן געמעגט אַ ביסל שענער אױסזען), די לעכט נאָך נישט אָנגעטראָפּט, די פּאַדלאָגע נאָך נישט פֿאַרחזרט, די לעמפּ שפּיגלן זיך נאָך אין די שיך, די קראָגנס און מאַנזשעטען נאָך נישט פֿאַרשװײסט. עס איז נישטאָ קײן שענערער צושטאַנד אָפּצוּװאַרטן אַ כּלה.
דער עולם דרײַט זיך אױס מקבל פּנים זײַן די כּלה. מען צעפֿײַערט זיך. "בואי בשלום עטרת בעלה" קומט שױן מיט מזל צו גײן. קוקט נישט אױפֿן טיר, װאַרטנדיק עס זאָל זיך אױפֿמאַכען צו אַ שײנער כּלה מיט פֿופֿצן מחותּנתטעס. זײ געפֿינען זיך אַנדערשװוּ. קוקט יעדנן אירע אין די אױגן, װעט איר דאָרטן זען די כּלה. קוקט אױף די נעזער, װעט איר זען די מחותּנתטעס. מען האַלט שױן בײַ דעם קרעשענדאָ פֿון "בואי כלה בואי כלה", און עס װעט זיך אײַך דאַכטן אַז די נשמה פֿליט אײַך באַלד אַװעק. דער גאַנצער גײַסט און דער גאַנצער באַשעפֿעניש טוט זיך אָן פֿליגל, אַלץ שװעבט העכער און אַלץ שרײַט אַרױס: מזמור שיר ליום השבת ...