דרײַ לידער
בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן
אין אָנגעלױף פֿון רײד
אין
אָנגעלױף פֿון רײד
אָנלאָד אױפֿן מוח
װוּ זענט איר שטילע כרעזאַנטעמעס
מײַנע װענט גאָלע פֿאַנטאָמען
באַהאַנגען מיט נעכטיקע שאָטנס,
װי אַן אָנצוהער אַ רמז,
דאָס פֿענצטער צעעפֿנט,
צעפּראַלט פֿאַרן װינט,
האָט דער טאָג פֿאַרהאַקט זיך אין שױב
צי קען איך אים כאַפּן
װי אַ פֿױגל אין נעץ
ער זאָל נאָר נישט צעדראַפּען מײַן הױט
בײַם טישל די קאַװע
בײַם טישל די קאַװע
האָט די אָטעמס געפּאַרעט
און װערטער פֿון פּאַרע
צו פּאַרע געצױגן.
ס'איז בלאָ דער אַרום
און גרין איז דער בלישטש
אומגעריכט אַרײַן אין די אױגן.
פֿון גרין צו געל צו
גאָלד אין צעפֿלאַמען
ס'אָטעמט דער נעכטן
אױף ס'נײַ אין נײַזאַמען.
אין די אָדערן אַ ציטער
אַ פֿאַרהאַלטענער קױם
זאָל ער נאָר נישט טאָן
אַ שפּרונג אַרױס פֿון תּהום.
אַ שטומעניש װאָס רעדט
װאָס האָט ער געזאָגט װען ר'האָט געשװיגן?
פּריקרע צו לײענען שטומע רײד.
זענען עס אױגן װאָס דערדרינגען,
צי אַ כװאַליע-חוש גיט באַשײד?
צו זײַנע טענות האָב איך קעגן-טענות
נאָר בעסער נישט טענהן דערפֿון.
ס'װעלן קײן טױזנט װערטער נישט קלעקן
צו פֿאַרהײלן יענע װוּנד.
און אַז ער שװײַגט, ענטפֿער איך
מיט שטילעניש װאָס רעדט.
כ'האָב שױן לאַנג זיך אױסגעלערנט
שמועסן אױף אַזאַ מין גערעדט.