אַליס אין װוּנדערלאַנד, קאַפּיטל 3
לויִס קערעל
ייִדיש: ש. בערגער
די קאָגעסשפּיל און די לאַנגע מעשׂה

אַ מאָדנע מסיבה האָט זיך צונױפֿגעקליבן אױפֿן ברעג: פֿײגל מיט צעקװאַטשעטע פֿעדערן, חיות מיט קלעפּיקע פּעלצן, און יעדער פֿיטש נאַס, ברוגז, און אומבאַקװעם. דער עיקר --- זיך אױסטריקענען. מע האָט זיך באַראַטן װעגן דעם. נאָך אַ מינוט צװײ האָט אַליס געשמועסט גאָר חבֿריש מיט אַ פּאָר פֿון די חיות, גלײַך זי װאָלט זײ שױן געקענט אַ לעבן לאַנג. זי האָט זיך אפֿילו געאַמפּערט מיט דער לאָרי װעגן עפּעס אַן ענין. די לאָרי האָט פֿון איר צד מערנישט אָנגעבלאָזן זיך און געזאָגט, ''כ'בין עלטער װי דו, װײס איך בעסער,'' נאָר אַזױ װי אַליס האָט פֿאַקטיש נישט געװוּסט װי אַלט די לאָרי איז, האָט זי נישט געקענט מסכּים זײַן. און מחמת די לאָרי האָט זיך ענלעך אָפּגעזאָגט פֿון ענטפֿערן אױף ד ע ר פֿראַגע, איז נישט געװען װאָס צו זאָגן.

לסוף האָט די מױז, װאָס האָט דאַכט זיך געהאַט אַ שטיקל דעה, אױסגערופֿן:

''זעצט זיך אַװעק און הערט! איך װעל אײַך שױן באַלד אױסטריקענען!''

אַלע האָבן זיך אַװעקגעזעצט אין אַ גרױסן קרײַז מיט דער מױז אין מיטן. אַליס האָט נישט אָפּגעריסן די אױגן פֿון איר, װײַל זי האָט געדענקט, אַז אױב זי װעט זיך נישט אױף גיך אױסטריקענען װעט זי אַװדאי זיך פֿאַרקילן.

די מױז האָט אָנגעהױבן. ''טריקענער פֿון דאָס האָב איך נישט. לײגט קאָפּ:

'די המשכדיקײט פֿון רױמיש-לעזיש ביז אין מערבֿ-לעזיש אַרײַן (ד''ה מיט אַנדערע װערטער: די װערטיקאַלע בינדונג, װי בלאָנדהײם האָט זי משׂיג געװען, אַנטקעגן דער האָריזאָנטאַלער) לאָזט זיך אױפֿװײַזן אין דער סיסטעם קלאַנגען אױך...'''

''אוף!'' האָט געזאָגט די לאָרי, און אַ ציטער געטאָן.

''זײַט מיר מוחל!'' האָט געזאָגט די מױז, מיט אַ קרום פּנים, נאָר זײער העפֿלעך. ''איר האָט געװאָלט עפּעס זאָגן?''

''נײן, נײן!'' האָט געמאַכט די לאָרי, אױף גיך.

''דאַכט זיך מיר, אַז יאָ,'' האָט זיך אָנגערופֿן די מױז. ''װײַטער:

'...פֿאַראַן אין די געשריפֿטסן פֿון צפֿרת היפּש פֿאַלן, װוּ װערטער פֿון אָט דעם טיפּ זײַנען אױסגעלײגט --- '''

''װוּ געפֿאַלן?'' האָט געפֿרעגט די קאַטשקע.

''היפּש פֿאַלן,'' האָט זיך אָפּגערופֿן די מױז עפּעס ברוגזלעך. ''איר װײסט מסתּמאָ װאָס דאָס איז אַזױנס, 'פֿאַלן'?''

''כ'װײס גוט װאָס דאָס הײסט, פֿאַלן,'' האָט געזאָגט די קאַטשקע. ''װען ס'קומט מיר אױס צו פֿאַלן, פֿאַלן פֿאַל איך מערסטנס צו דער ערד, אָדער אין װאַסער אַרײַן. פֿרעגט זיך אָבער: װער האָט געפֿאַלן אין צפֿרת?''

די מױז האָט נישט באַמערקט, נאָר אױף גיך װײַטער געלײענט: ''--- זיך אױסגעלײגט אױף אַן אױפֿן װאָס ---'' און זי האָט זיך געװאָנדן צו אַליסן. ''װי פֿילסטו זיך איצטער, טײַערינקע? אַ ביסל בעסער?''

''כ'קען נאַסער גאָר נישט זײַן,'' האָט אַליס געענטפֿערט אױף אַ אומעטיקן טאָן. ''ס'באַװײַזט מיך נישט אױסצוטריקענען בכּלל.''

''אין דעם פֿאַל,'' האָט דער דאָדאָ זיך אָנגערופֿן אױף ערנצט, נאָכן אױפֿשטעלן זיך, ''װיל איך פֿאָרשלאָגן, אַז מיר זאָלן דוחה זײַן אונדזער אסיפֿה, כּדי אָנצונעמען מער ענערגישע מיטלען ---''

''רעדט ייִדיש!'' האָט געזאָגט די אָדלערקע. ''כ'װײס נישט דעם טײַטש פֿון אײַערע גרױסע װערטער, און כ'גלײב אַז איר װײסט אױך נישט!''

די אָדלערקע האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, כּדי צו באַהאַלטן אַ שמײכל; אײניקע פֿײגל האָבן זיך צעכיכקעט.

''כ'האָב נאָר געװאָלט זאָגן,'' האָט זיך אָנגערופֿן דער דאָדאָ, אַ באַלײדיקטער, ''אַז אױסטריקענען זיך קען מען אױף גיך מיט אַ קאָגעסשפּיל.''

''װאָס הײסט אַ קאָגעסשפּיל?'' האָט אַליס געפֿרעגט. נישט אַזױ שטאַרק האָט זי געװאָלט װיסן, נאָר די דאָדאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט גלײַך זי האָט געװאַרט װער זאָל ענטפֿערן --- און קײנער האָט אַ פּנים נישט בדעה געהאַט גאָרנישט צו זאָגן.

''נישט שױן זשע איר האָט קײן מאָל נישט געשפּילט אין קאָגעס?'' האָט געפֿרעגט דער דאָדאָ. ''נו, מילא --- דאָס בעסטע אױפֿן פֿון דערקלערן, איז דאָס שפּילן!''

(און אַזױ װי איר װעט אפֿשר אַלײן װעלן שפּילן אין קאָגעס, אין אײנעם אַ װינטערטאָג, װעל איך אײַך דערקלערן װי אַזױ דער דאָדאָ האָט אַדורכגעפֿירט די שפּיל.)

ערשטנס האָט ער אױסגעצײכנט אַ מין לױפֿװעג, אין געשטאַלט עפּעס אַ קײַלעך אַזאַ (''דער פֿאָרעם איז נישט דער עיקר,'' האָט ער געזאָגט). דעמאָלט האָט ער די גאַנצע חבֿרה אַװעקגעשטעלט דאָ און דאָרטן אױף פֿאַרשײדענע ערטער איבערן װעג. אַלע זײַנען זיך צעלױפֿן װען און װוּהין נאָר מע האָט געװאָלט, און מע האָט זיך אָפּגעשטעלט װען נאָר מע האָט געװאָלט --- אַזױערנאָך איז זײער שװער געװען צו װיסן, װען איז שױן אױסגעלױפֿן. פֿונדעסטװעגן, װען זײ זײַנען שױן געלױפֿן אַ האַלב שעה, און זײַנען שױן געװען גוט טרוקן, האָט דער דאָדאָ פּלוצהאַלבן אַרױסגערופֿן, ''אױס שפּיל!''

אַלע האָבן זיך אַרומגעקליבן אַרום דעם דאָדאָ, פֿאַרסאָפּעט, און געפֿרעגט, ''נאָר װער איז דער געװינער?''

אױף דער פֿראַגע האָט דער דאָדאָ נישט געקענט ענטפֿערן ביז ער האָט זיך גוט אײַנגעטראַכט אינעם ענין, און ער איז געשטאַנען אױף אַ לאַנגער צײַט, מיט אײן פֿינגער אָנגעלײגט אױפֿן באָרד --- מיט אַזאַ געשטאַלט װי בײַ י. ל. פּרצן, אין זײַנע בילדער --- בעת די איבעריקע האָבן געװאַרטן שטילערהײט. סוף-כּל-סוף האָט דער דאָדאָ געזאָגט, ''אַ ל ע האָבן געװוּנען, מוזן אַ ל ע קריגן פּריזן.''

''נאָר װער זשע װעט דערלאַנגן די פּריזן?'' האָט געפֿרעגט ממש אַ כאָר מיט קולות.

''ז י , פֿאַרשטײט זיך,'' האָט געמאַכט דער דאָדאָ, אָנװײַזנדיק אױף אַליסן מיט אײן פֿינגער. דער עולם האָט זיך תּיקף אַרומגעקליבן אַרום איר, אױסשרײַענדיק און שטופּנדיק, מיט אײן געפּילדער: ''פּריזן! פּריזן!''

אַליס האָט נישט געװוּסט װאָס צו טאָן. אַ פֿאַרצװײפֿלטע האָט זי אַרױסגעצױגן פֿון קעשענע אַ קעסטל קאָנפֿעטן (אַ גליק, װאָס דאָס זאַלצװאַסער איז דערינען נישט אַרײַנגערונען) און זײ אַלע דערלאַנגען װי פּריזן. ס'איז געװען פֿאַר יעדן אײנעם פּונקט אײנס צו.

''אָבער זי מוז אַלײן קריגן אַ פּריז, פֿאַרשטײט זיך,'' מאַכט זי מױז.

''אַװדאי,'' האָט זיך אָפּגערופֿן דער דאָדאָ, זײער ערנצט. ''װאָס איז דאָ נאָך בײַ אײַך אין קעשענע?'' האָט ער װײַטער געזאָגט, זיך װענדנדיק צו אַליסן.

''נאָר אַ פֿינגערהוט,'' האָט אַליס טרױעריק געזאָגט.

''דערלאַנג זי אַהער,'' האָט געמאַכט דער דאָדאָ.

זײ האָבן זיך אַלע װידער אַרומגעקליבן אַרום איר, בעת דער דאָדאָ האָט ערנצט פֿאַרטײלט דעם פֿינגערהוט, בזה הלשון:

''מיר בעטן אײַך אָנצונעמען דעם עלעגאַנטן פֿינגערהוט ---''

און װען ער האָט אָפּגערעדט, האָבן אַלע געשריגן הוראַ.

די גאַנצע צערעמאָניע האָט אַליסן אױסגעזען לעכערלעך, נאָר זײ האָבן אַלע אױסגעקוקט אַזױ ערנצט, האָט זי נישט דערװעגט צו לאַכן. און אַזױ װי ס'איז איר גאָרנישט אײַנגעפֿאַלן, האָט זי מערנישט זיך אַ בײג געטאָן, און אָנגענומען דעם פֿינגערהוט, פּרוּװנדיק אַרױסצוּװײַזן אַן ערנצט פּנים.

װײַטער האָט מען געדאַרפֿט עסן די קאָנפֿעטן: דאָס האָט אַרױסגערופֿן אַ רעש און אַ פּלאָנטער, װײַל די גרױסע פֿײגל האָבן זיך באַקלאָגט, אַז זײערע האָבן נישט קײן טעם, און די קלײנע האָבן זיך געשטיקט און מע האָט זײ געדאַרפֿט אָפּפּעטשלען אױף דער פּלײצע. אָבער מע האָט זײ ענלעך אױסגעגעסן, און אַלע האָבן זיך אַװעקגעזעצט אין אַ קרײַז, זיך שטאַרק בעטנדיק בײַ דער מױז, זי זאָל זײ נאָך עפּעס דערצײלן.

''איר האָט צוגעזאָגט צו דערצײלן אײַער געשיכטע, איר װײסט,'' האָט געמאַכט אַליס, ''און פֿאַר װאָס איר האָט פֿײַנט --- ק' און ה','' האָט זי צוגעגעבן שעפּטשענדיק, האַלב מורא האָבנדיק, די מױז זאָל זיך נישט װידער באַלײדיקן.

''די געשיכטע מײַנע איז אַ לאַנגע, מיט אַ טרױעריקן עק!'' האָט זיך געדרײט די מױז צו אַליסן, און אַ זיפֿץ געטאָן.

''ס'איז דאָך אַ לאַנגער עק, אָבער פֿאַר װאָס איז ער אַ טרױעריקער?'' האָט געפֿרעגט אַליס, און געקוקט זיך חידושנדיק אױפֿן מױזס עק. זי האָט אַלץ געטראַכט אין דעם בעת די מױז האָט גערעדט, אַזױ װי די מעשׂה האָט זיך איר געדאַכט אָט אַזױ אָ:

אין הײס-דושנעם הױז
זאָגט ר' הונט צו ר' מױז:
''לאָמיר לאָדן זיך גײן!
טאָרסטו נישט זאָגן נײן ---
כ'האָב גאָרנישט צו טאָן.
רוף איך דיך צו אַ דין!''
''װאָס פֿאַראַ זין,''
מאַכט ר' מױז,
''און װאָס פֿאַראַ ציל,
כ'בעט אײַך, האָט
אַ דין, אָדער אַזאַ
געריכט, אָן קײן
ריכטער, זשורי?''
עס ענטפֿערט
ר' הונט:
''דער ריכטער
בין איך,
מרא-דאתרא
--- אנוכי.
װעל איך
משפּטן
גלײַך און
הינריכטן
דיך!''

''דו הערסט נישט!'' האָט געזאָגט די מױז צו אַליסן אױף אַ שטרענגן אױפֿן. ''װעגן װאָס טראַכסטו איצטער?''

''זײַט זשע מוחל,'' האָט זיך אָנגערופֿן אַליס, גאַנץ שעמעװדיק. ''דאַכט זיך, איר זײַט דערגאַנגען צום פֿינפֿטן קער פֿון עק.''

''נישטאָ קײן קערן!'' האָט אױסגערופֿן די מױז. ''װאָס רעדסטו? װעגן קײן שום קערן פֿון עק רעדט מען נישט!''

''אומקערן אײַער עק?'' האָט אַליס געפֿרעגט. ''אַװדאי, נאָר װער האָט אים אײַך צוגענומען? טוט מיר דערקלערן װאָס איז אים געשען...''

''נאַר אײנער!'' האָט זיך אָנגערופֿן די מױז. ''איך באַלײדיק זיך, װאָס איר רעדט מיט מיר אַזאַ שטותים!'' זי האָט זיך אױפֿגעהױבן און אַ לאָז געטאָן אַװעק.

''כ'האָב עס נישט געמײנט אױף ערנצט,'' האָט אַליס פֿאַרענטפֿערט זיך. ''נאָר איר װײסט --- איר כאַפּט זיך אַזױ גרינג באַלײדיקן!''

די מױז האָט נאָר אַ ברום געטאָן בתּשובֿה.

''זײַט אַזױ גוט, קומט צוריק און ענדיקט אײַער מעשׂה!'' האָט אַליס נאָכגערופֿן נאָך איר. און די איבעריקע האָבן מיטגערופֿן: ''יאָ, קומט צוריק!'' נאָר די מױז האָט מער נישט אַ שאָקל געטאָן אומגעדולדיק מיטן קאָפּ, און געגאַנגען אַ ביסל גיכער.

''אַ שאָד װאָס זי האָט נישט געװאָלט בלײַבן,'' האָט געזיפֿצט די לאָרי, באַלדװי די מױז האָט זיך מער נישט דערזען. אַן אַלטע ראַקיכע האָט גענומען די געלעגנהײט אױף צו זאָגן דער טאָכטער, ''זע נאָר, טאָכטערשי, דאַרפֿסטו עפּעס אָפּלערנען: קײן מאָל נישט װערן אין כּעס!'' ''האַלט דאָס מױל, מאַמע!'' האָט געמאַכט די יונגע ראַקיכע, אַ ביסל בײַסיק. ''בײַ דיר װאָלט אפֿילו אַן אױסטער געװאָרן אױסער זיך!''

''אַך, הלװאי װאָלט דינה דאָ געװען,'' האָט געזאָגט אַליס אױפֿן קול, נישט רעדנדיק צו קײנעם באַזונדערש. ''ז י װאָלט זי באַלד אָפּגעבראַכט!''

''און װער איז דינה, אױב איך מעג זיך דערלױבן צו פֿרעגן?'' האָט געזאָגט די לאָרי.

האָט אַליס זיך באַלד אָפּגערופֿן, װײַל זי איז אַלע מאָל אַ בעלן צו רעדן װעגן איר שטוב-חיה. ''דינה איז אונדזער קאַץ. און זי איז אַזאַ בריה אױף כאַפּן מײַז, איר קענט זיך נישט פֿאָרשטעלן! און מיט די פֿײגל --- גיט זי אַ כאַפּ, און רײַבט אײַן אין אַן אײנס און צװײ!''

אַליסעס רײד האָבן ממש אַרױסגערופֿן אַ סענסאַציע בײַ דער מסיבה. טײל פֿײגל זײַנען תּיקף אַװעקגעלױפֿן: אײנע אַן אַלטע סאָראָקע האָט זיך גענומען פֿאָרזיכטיק אײַנטוליען, און באַמערקט, ''איך דאַרף אַהײם --- די נאַכטלופֿט װעט מיר שאַטן דעם האַלדז.'' און אַ קאַנאַריע, מיט אַ קול אַ ציטערנדיקן, האָט אַרױסגערופֿן אירע קינדער: ''לאָמיר גײן, קינדערלעך! שױן צײַט שלאָפֿן צו גײן!'' אַזױ זײַנען זיך אַלע צעלױפֿן מיט פֿאַרשײדענערלײ תּירוצים, און אַליס איז פֿאַרבליבן אײניקע אַלײן.

''איך האָב נישט געדאַרפֿט רעדן װעגן דינהן!'' האָט זי געזאָגט צו זיך אַלײן, מרה-שחורהדיק. ''קײנער האָט זי נישט ליב דאָ, דאַכט זיך מיר, כאָטש זי איז בײַ מיר די בעסטע קאַץ אױף דער גאָרער װעלט! אױ, מײַן טײַערינקע דינה! איך װײס נישט אױב איך װעל דיך נאָך װידער זען!'' און אַליס האָט זיך שױן װידער צעװײנט, װײַל זי האָט זיך געפֿילט שטאַרק עלנט און נידעריק. פֿונדעסטװעגן, נאָך אַ װײַלינקע האָט זי דערהערט פֿון דער װײַטנס אַ שאָרכעניש פֿון קלײנע פֿיסעלעך. זי האָט נײַגעריק אױפֿגעקוקט, האַלב האָפֿנדיק, די מױז זאָל האָבן חרטה געהאַט, און זיך אומגעקערט אױף צו דערענדיקן איר מעשׂה.

המשך קומט