אין די שפּעטע יאָרן

בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן

אין די שפּעטע יאָרן טאָר אַ מענטש
נישט זײַן װאָס אַ מענטש איז געװען:
אַ לעבעדיקער מאַן אַ לעבעדיקע פֿרױ
אַ מענטש אין די שפּעטע יאָרן
איז נאָר אַ פֿאָן, אַן אָנדענקשטײן
פֿאַר זאָגענישן, גלײבענישן, אַמאָלן

אױסגעטאָן פֿון רעשיקן לעבן
װער װאָלט עס גלײבן, אַז
ער זי איז אַ מאַן אַ פֿרױ
אַן עלטערער מענטש איז פֿון אַ מאָל
אַן אַמאָל פֿון אַ מאָל

ער מעג עסן, טרינקען שלאָפֿן
נישט עסן, נישט טרינקען נישט
אױפֿשטײן
און זיכער װעט קײנער נישט האַלטן
אַז ער קען קוקן אױפֿן צװײטן מין
און זיך רײטלען און ס'קענען
די בלוטן זיך רעשיק צעשפּילן
פּונקט װי אַ מאָל
אַן עלטערער מענטש איז נישט קײן
הײַנטיקער ער האָט נישט קײן
הײַנטיקע נטיִעות, חלומות
אַ לעבעדיקן חלום
װי אין די לאַנגסטיקע אַמאָלן
װער װאָלט גלײבן, אַז אַן עלטערער
מענטש קען זײַן
פֿינעף און צװאָנציק יאָר אַלט?

_____________

מוח-פּײסאַזש

מיט דריבנע טרעפּ דערקראָכן
צו די שטערן,
דאָס װאָס מע טוט דערגרײכן
אין משך פֿונעם טאָג
פֿליט אַװעק װי אַ פֿעדער,
אָן צו פֿילן אָן צו הערן
און מע פֿאַלט אַראָפּ
מיט בלײַ אין יעדן אבֿר.
װען דאָס טרײַבל
האָט אַװעקגעלײגט דאָס קול
האָט פֿאַרענדיקט זיך דער שמועס
און -- טונקל,
אָן אַ סלעך צי פֿונקען.
פֿאַרביטן זיך דער טאָג,
פֿאַרשטעלט אױף חושך נאַכט.
שטומעניש פֿאַרקלעמט דעם מוח,
נאָר הילכיק קלינגט
דאָס קעמערל װאָס טראַכט.
בנינים װי גולמס
סטראַשעדיק אָן לשון,
פּלוצעם האָט אַ פֿױגל-קול
פּישטשעדיק דעם טאָג פֿאַרלאָשן.

_________________

פֿאַרצײכנט

אַ שאָטיק געשטאַלט,
די זון, אַ קװאַדראַט,
באַליכטיקט אים קאַלט,
ער גײט, קױם זיך שלעפּט
מיט אַ שטעקן, זײַן שטיץ,
װער ער איז?
װוּהין גײט ער? צי װײסט עס אַלײן ער?
איך האָב עס פֿאַרצײכנט
פֿאַרן אַרײַנגײן אין באַן
דעם פֿירער, װאָס פֿירט
אין תּהומען אַרײַן.