רעצענזיע פֿון :Klezmania: Klezmer for the New Millennium (Shanhachie Records) הײנקע סאַפּאָזניק -- פּראָדוצירער
דער אַמעריקאַנער קהילה (מיר זײַנען נישט קװאַליפֿיצירט אָפּצושאַצן די אַנדערע) האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אױפֿהיטן די אוצרות פֿון דער מזרח-אײראָפּעיִשער ייִדישער קולטור. פֿונדעסטװעגן איז דאָ אײנער אַן אױסנאַם. קלעזמער-מוזיק (אָדער "קלעזמער" װי מע רופֿט אים אָן אױף ענגליש) איז אַ שײנדל און אַ צירונג בײַ אַמעריקאַנער ייִדן װאָס װערט גאָר שטאַרק אױפֿגעהיט, אַנטװיקלט, און צעשפּרײט. ס'איז צו באַמערקן אַן איראָניע אַזאַ: בשעת װי די חסידים באַגראָבן זיך אַלץ טיפֿער אין ייִדישן "מוזאַק" (די אין-סופֿיקע אַלבאָמען פֿון אַבֿרהם פֿריד אד"גל פֿאַרקױפֿן זיך װי מצה-װאַסער און ס'איז נאָך נישטאָ קײן סימן, אַז דער עולם װעט צוקומען צום שׂכל), איז קלעזמער-מוזיק שױן בײַ פֿרײַע ייִדן אַ לעבעדיקע טראַדיציע. זײ היטן און אינװעסטירן דאָס מוזיקאַלישע עשירות.
דאָ װיל די רעדאַקציע בלױז אַרױסהײבן אײנעם אַן אַלבאָם װאָס צאַפּלט מיט שעפֿערישן לעבן און ריזלט מיט פֿילפֿאַרביקע קלאַנגשטראָמען. "קלעזמאַניע: קלעזמער-מוזיק פֿאַרן נײַעם יאָרטױזנט", פּראָדוצירט דורכן באַװוּסטן קלעזמער הײנקע סאַפּאָזניק, נעמט אַרײַן דרײַצן לידער פֿון אַזױ פֿיל קלעזמער-קאַפּעליעס. יעדער שטיק טוט לפּחות הנאה דעם צוהערער; די בעסטע פֿון דער זאַמלונג װײַזן אונדז אַ נײַעם װעג צו דער מוזיקאַלישער ייִדישקײט.
דער קלעזמער-מוזיק װערט דאָ צעגלידערט, צענומען טײלנװײַז װי אַן אױטאָ אין װאַרשטאַט און דערנאָך צוריקגעשטוקעװעט. אַ קאָנסערװאַטיװער װאָלט געהאַלטן אַזאַ עקספּערימענטאַליזם פֿאַר אַן אומכּבֿוד, נאָר פֿון אַזאַן "אומכּבֿוד" קומט אַרױס בלױז גוטס: דער בדחן האָט נישט קײן מורא, די חתן-כּלה זאָלן אים נישט האַלטן פֿאַר אַ גראָביאַן.
יעדער קונסט באַשטײט פֿון פֿאָרמען, און אַז די פֿאָרמען נעמען זיך צונױפֿגיסן, איז דאָס אַ סימן פֿון קיום. משלים געפֿינען זיך בשפֿע צװישן די לידער פֿון אַלבאָם. די Paradox Trio גיסט אַרײַן דרום-אַמעריקאַנער און ציגײַנערישע ריטמען אין "אַלץ פֿאַר געלט", װאָס צײכנט זיך אױך אױס מיט אַן אימפּאָזאַנטער אימפּראָװיזאַציע אױף דער עלעקטרישער גיטאַרע. די Klezmatics טרעטן אױף מיט נאָך אַ פֿאַרװײַלנדיקער באַאַרבעטונג פֿון דער קלעזמער-טראַדיציע, "חסידים-טאַנץ." ,"Crown Heights Affair" פֿון דער קאַפּעליע ,Godchildren of Soul באַװײַזט אַ גװאַלדיקן אױפֿטו: עס װערן דערינען צונױפֿגעמישט היפּהאָפּ, ראַפּ, און קלעזמער-פֿידל אין אַ געשמאַקן צימעס. ס'איז אױך דאָ הומאָר: די אױסגעדראָשענע, שאַבלאָנסקע "טום באַלאַלײַקע" װערט איבערגעטראָגן, דורך דער קאַפּעליע ,"Twisting the Freylekhs" גאָר אױפֿן סטיל פֿון --- די .Beach Boys ייִדן, עס װילט זיך סורפֿן.
און אחרון אחרון חבֿיבֿ זײַנען דאָ צװײ גאונישע שטיקער, משונהדיק נאָװאַטאָרישע. אײנער איז נאָך אַ בײַשפּיל פֿון קלעזמערישן איבערניצעװען: אַ הײַנטיקע קלעזמער-קאַפּעליע, מיט אײנעם אַ מוזיקער Coleman בראָש, האָט דיגיטאַליש צונױפֿגעפֿלאָכטן אַ קלעזמער-קלאַסיק פֿון די 20ער יאָרן ("סאַדעגורער חסידל," פֿון (Nathanson מיט אַן אײגענעם, הײַנטיקן נוסח. די צװײ קאַפּעליעס, אָפּגערוקט מיט כּמעט װי אַכציק יאָר, שמועסן זיך אַדורך, מאַכן אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט פֿון אײן פּיעסע.
און װער ס'האַלט נישט פֿון אַזאַ דיגיטאַלישער שעפֿערישקײט (װאָס טײל רעכענען זי פֿאַר גענײװע) זאָל נאָר קוקן אױף דער רײַכער, עקזאָטישער, שיעור נישט סענסועלער קאָמפּאָזיציע פֿון ,Frank London "וארשׂתּיך לי." דאָ פֿירט דער קלעזמער-מוזיק אַ הײסע ליבע מיט פֿרײַער-פֿאָרם-דזשעז, און דאָס קינד איז אַ געראָטענע ...
מע האָט שױן געדאַרפֿט בענטשן גומל פֿאַר דעם, װאָס דער קלעזמער-מוזיק האָט שױן װידער אױפֿגעלעבט. איצט דאַרף מען בענטשן שהחינו, װײַל סע שטײט פֿאַר אונדז אַ נײַער מוזיק, װאָס שפּרײַזט אַרײַן אין צװײטן יאָרטױזנט מיט זיכערע כּוחות.
נאָר אײן חסרון: נישטאָ קײן װאָרט ייִדיש אין די נאָטיצן, װאָס באַגלײטן דעם אַלבאָם. ס'איז דען אַזױ שװער צו שרײַבן אַ ייִדישע װערסיע? לאָמיר האָפֿן אַז סאַפּאָזניקס קומעדיקער אַלבאָם װעט נישט לײַדן אַזאַ גרױסן פֿעלער.