ערשטער קאַפּיטל. אַראָפּ דעם קראָליק-לאָך.
אַליסן איז געװאָרן לאַנגװײַליק פֿון זיצן בײַ דער שװעסטער בײַם ברעג ים, און פֿון נישט האָבן װאָס צו טאָן. אײן מאָל צי צװײ מאָל האָט זי אַ קוקל געגעבן אין בוך, װאָס די שװעסטער האָט געלײענט --- נאָר ס'האָט נישט געהאַט קײן בילדער אָדער שמועסן, "און װאָס טױג אַ בוך אָן בילדער אָדער שמועסן?" האָט אַליס אַ קלער געטאָן.
דערפֿאַר האָט זיך איר געטראַכט (אױף װי גוט ס'האָט געקענט, װײַל דער הײסער טאָג האָט זי געמאַכט זײער אַ לעפּישע און פֿאַרשלאָפֿענע) צי דער פֿאַרגעניגן פֿון אַ קרענצל מאַרגעריטקעס װאָלט װערט געװען די מי פֿון אױפֿהײבן זיך און אָנרײַסן די מאַרגעריטקעס --- װען מיט אַ מאָל איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן גאַנץ נאָענט אַ װײַסער קראָליק מיט ראָזע אױגן.
דאָס אַלײן איז נישט געװען קײן ג~ר~ױ~ס~ע~ר חידוש, און אַליס האָט עס נישט געהאַלטן פֿאַר ז~ײ~ע~ר אַן אױסטערלישע זאַך, װאָס דער קראָליק זאָגט צו זיך אַלײן, "אױ װײ! אױ װײ! ס'איז שפּעט!" (װען זי האָט עס דערנאָך באַקלערט, איז איר אײַנגעפֿאַלן, אַז זי האָט ג~ע~ד~אַ~ר~פֿ~ט דאָס אַלץ באַװוּנדערן, נאָר בשעת-מעשׂה האָט איר אַלץ אױסגעזען גאַנץ נאָרמאַל.) נאָר װען דער קראָליק האָט טאַקע אַרױסגענומען אַ זײגערל פֿון װעסטל-קעשענע, אַ בליק געגעבן, און װײַטער פֿאַרבײַגעײַלט, האָט אַליס אױפֿגעצאַפּלט: זי האָט קײן מאָל נישט געזען קײן קראָליק, און דערצו מיט אַ װעסטל-קעשענע, אָדער מיט אַ זײגערל אַרױסצונעמען. שרעקלעך נײגעריק איז זי אים נאָכגעלאָפֿן איבערן פֿעלד, ביז זי האָט געזען װי ער כאַפּט זיך אַרײַן אינעם קראָליקלאָך, װאָס אונטערן פּלױט. נאָך אײן רגע איז זי נאָך אים לאָך-אַראָפּ, גאָר נישט באַקלערנדיק, װי אַזױ זי זאָל זיך װידער אַרױסקריגן.
אַ שטיק צײַט איז דער לאָך געגאַנגען גלײַך, װי אַ טונעל, און דערנאָך זיך אַ בײג געטאָן אַראָפּ --- אַזױ ראַפּטום, אַז אַליס האָט אפֿילו נישט באַװיזן אַ טראַכט טאָן װעגן אָפּשטעלן זיך אײדער זי האָט גענומען אַראָפּפֿאַלן דורך זײער אַ טיפֿן ברונעם.
אָדער דער ברונעם איז געװען זײער אַ טיפֿער, אָדער זי איז געפֿאַלן זײער פּאַמעלעך, װײַל זי האָט געהאַט אַ סך צײַט זיך אַרומצוקוקן, און צו טראַכטן, װאָס װעט װײַטער געשען. ערשטנס, האָט זי געפּרוּװט אַ קוק טאָן אַראָפּ, אױסצוגעפֿינען װוּהין זי װעט אַרײַן, נאָר דאָרט איז אַלץ געװען טונקל. װײַטער האָט זי אַ קוק געטאָן אױף די זײַטן פֿונעם ברונעם, און באַמערקט, אַז זײ זײַנען פֿול מיט שענק און פּאָליצעס. װוּ נישט װוּ האָט זי געזען מאַפּעס און בילדער אַרױפֿגעהאָנגען אױף העקלעך. פֿאַרבײַפֿאַלנדיק האָט זי אַראָפּגענומען אַ סלױ פֿון אײנעם אַ פֿאַך: אױפֿן צעטעלע איז געשטאַנען "מאַראַנצן-אײַנגעמאַכטס," נאָר צו איר גרױסן אַנטױש איז ער געװען לײדיק. זי האָט נישט געװאָלט דעם סלױ אָפּלאָזן, פֿון מורא זי זאָל חלילה עמעצן נישט הרגענען אונטן, און באַװיזן פֿאַרבײַפֿאַלנדיקערהײט אים אַװעקשטעלן אין אַ שאַנק.
"מילא," האָט אַליס בײַ זיך געטראַכט. "נאָך אַזאַ פֿאַל װעט עס מיר גאָרנישט אױסמאַכן אַראָפּצופֿאַלן פֿון די טרעפּ! אין דער הײם װעט מען מיך האַלטן פֿאַר אַזאַ בראַװער. כ'װאָלט אַ װאָרט נישט אַרױסגערעדט, כ'זאָל אפֿילו אַראָפּפֿאַלן פֿון שפּיץ דאַך!" (און דאָס איז אװדאי אמת: װען זי זאָל אַראָפּפֿאַלן פֿון שפּיץ דאַך, װאָלט זי שױן מער קײן װאָרט נישט אַרױסגערעדט ...)
אַראָפּ, אַראָפּ, אַראָפּ. װיפֿל איז דער שיִער? "כ'װיל װיסן, װיפֿל מײַל כ'בין שױן געפֿאַלן?" האָט זי אַ זאָג געטאָן הױך אױפֿן קול. "איך דאַרף שױן מסתּמא זײַן נאָענט פֿון דער צענטער ערד --- אַ קימא-לן פֿון פֿיר טױזנט מײַל, דאַכט זיך מיר." (װײַל, איר פֿאַרשטײט, אַליס האָט געלערנט עטלעכע זאַכן אַזעלכע אין שול, און כאָטש דאָס איז נישט געװען קײן פּ~אַ~ס~י~ק~ע געלעגנהײט זיך צו באַװײַזן מיט איר קענטעניש, װײַל ס'איז נישטאָ װער ס'זאָל זי הערן, דאָך איז געװען גוטע פּראַקטיק עס איבערצוחזרן.) " --- יאָ, דאָס איז מער-װײניקער די ריכטיקע װײַטקײט --- נאָר אױף װאָס פֿאַראַ געאָגראַפֿישער לענג און ברײט?" (אַליס האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן װאָס הײסט "געאָגראַפֿיש," אַפּשיטע שױן "געאָגראַפֿישע ברײט," נאָר זי האָט זײ געהאַלטן פֿאַר הױכע, װיכטיקע װערטער.
באַלד האָט זי װידער גענומען קלערן. "צי װעל איך דורכפֿאַלן טאַקע ד~ור~ך דער ערד? װי מאָדנע ס'װעט זײַן, זיך אַרױסצוקריגן צװישן די מענטשן װאָס גײען מיט די קעפּ פֿאַרקערט! די אַנטיפּאַטיעס, מסתּמא --- " (זי האָט זיך דאָס מאָל שטאַרק געפֿרײט װאָס קײנער האָט נישט געהערט, װײַל ס'האָט גאָרנישט געקלונגען װי דאָס ריכטיקע װאָרט) "נאָר איך װעל מוזן בײַ זײ אַ פֿרעג טאָן, פֿאַרשטײט זיך, װי סע הײסט דאָס לאַנד ... זײַט מוחל, מאַדאַם, צי איז דאָס נײַ זײלאַנד צי אױסטראַליע?" (אָט האָט זי אַ פּרוּװ געטאָן מאַכן אַ רעװעראַנס אין דער לופֿט) "און זי װעט מיך האַלטן פֿאַר אַזאַ נאַריש מײדעלע פֿאַר דער פֿראַגע! ... נײן, נישט כּדאי צו פֿרעגן. אפֿשר װעל איך דאָס זען ערגעץ אָנגעשריבן."
אַראָפּ, אַראָפּ, אַראָפּ. פֿאַרפֿאַלן! "דינע װעט מסתּמא שטאַרק בענקען נאָך מיר אין אָװנט." (דינע איז די קאַץ.) "איך האָף, אַז מע װעט נישט פֿאַרגעסן איר טעלערל מילך צו טײצײַט. דינע, טײַערינקע! הלװאי װאָלסט דאָ געװען, מיט מיר! ס'איז נישטאָ קײן מײַז אין דער לופֿט, צום באַדױערן, נאָר דו קענסט אַ פֿלעדערמױז כאַפּן, און דאָס איז שטאַרק ענלעך צו אַ מױז, דו װײסט. כ'װאָלט געװאָלט װיסן, צי קעצלעך עסן פֿלעדערמײַז?" אָט האָט אַליס אָנגעהױבן װערן גאַנץ שלעפֿעריק, און צו זיך געזאָגט, אַ ביסל פֿאַרחלומט, "צי עסן קעצלעך פֿלעדערמײַזלעך? צי עסן פֿלעדערמײַז קעצלעך?" װײַל, פֿאַרשטײט איר, אַזױ װי זי האָט נישט געקענט ענטפֿערן נישט אױף דער פֿראַגע, און נישט אױף יענער, איז נישט געװען װיכטיק װי אַזױ זי זאָל עס שטעלן.
איר האָט זיך געדאַכט אַז זי איז אײַנגעדרעמלט, און האָט נאָר װאָס גענומען חלומען פֿון שפּאַצירן האַנט אין האַנט מיט דינען, און איר זאָגן, זײער ערנסט --- "נו, דינע, זאָג מיר דעם אמת, האָסט אַמאָל געגעסן אַ פֿלעדערמױז?" װען פּלוצעם ט~ו~פּ! ט~ו~פּ! זי איז אַראָפּ אױף אַ קופּע צװײַגלעך מיט דאַרע בלעטער, און שױן. אױס פֿאַלן.
אַליסען איז גאָרנישט געשען, און זי האָט נאָך אַ רגע אַ שפּרונג געטאָן אױף די פֿיס. זי האָט אַרױפֿגעקוקט, נאָר דאָרט איז אַלץ נאָך טונקל. פֿאַר איר איז געװען נאָך אַ לאַנגער קאָרידאָר, און דער װײַסער קראָליק האָט זיך נאָך אַלץ באַװיזן, אַדורכאײַלנדיק. אַװעק איז אַליס װי דער װינט, און האָט קױם געהערט, װי דער קראָליק רופֿט זיך אָפּ בײַם קערעװען זיך:
"אױ, מײַנע װאָנצעס און אױערן! ס'איז שױן אַזױ שפּעט!"
ער איז אַװעק, און זי האָט אים אומזיסט געפּרוּװט נאָכיאָגן.
זי האָט זיך געפֿונען אין אַ לאַנגן, נידעריקן זאַל, באַלױכטן מיט אַ רײ לאָמפּן װאָס זײַנען געהאַנגען פֿון דער סטעליע. ס'זײַנען געשטאַנען טירן אַרום דעם גאַנצן זאַל, נאָר אַלע זײַנען געװען פֿאַרשלאָסן; און װען אַליס איז אַראָפּגעגאַנגען אײן זײַט און אַרױף די צװײטע, און אַ פּרוּװ געטאָן יעדער טיר, האָט זי טרױעריק געשפּאַנט אין מיטן, באַקלערנדיק, װי אַזױ זי זאָל אַרױס.
מיט אַ מאָל האָט זי זיך אָנגעשטױסן אין אַ קלײנעם דרײַפֿיסיקן טישל, אין גאַנצן פֿון רײנעם גלאָז, װאָס דערױף איז געלעגן אַ קלײנינק גאָלדן שליסעלע. אַליסעס ערשטער אײַנפֿאַל איז געװען, עס װאָלט געפּאַסט אײנעם אַ שלאָס אין זאָל, נאָר אױ, װײ --- אָדער די שלעסער זײַנען געװען צו גרױס, אָדער דאָס שליסעלע איז געװען צו קלײן, נאָר אַל-כּל-פּנים האָט עס קײן טיר נישט געעפֿנט. דאָס צװײטע מאָל, פֿונדעסטװעגן, האָט זי געפֿונען אַ קלײן פֿירהענגל, װאָס זי האָט נאָך נישט געהאַט באַמערקט, פֿון הינטן, אַ קלײן טירעלע, אַ פֿופֿצן צאָל די הײך. זי האָט אַ פּרוּװ געטאָן דאָס קלײן גאָלדן שליסעלע אין שלאָס, און צו איר גרױסן פֿרײד האָט עס געפּאַסט!
אַליס האָט דאָס טירעלע אַן עפֿן געטאָן און געזען, אַז ס'האָט אַרײַנגעפֿירט אין אַ קלײנעם קאָרידאָרעלע, נישט קײן סך גרעסער פֿון אַ ראַצנלאָך. זי האָט זיך געשטעלט אױף די קני און אַ קוק געטאָן דורכן קאָרידאָרעלע אין אַזאַ שײנעם גאָרטן אַרײַן --- שענער קען גאָר נישט זײַן! איר האָט זיך אַזױ שטאַרק געװאָלט זיך אַרױסקלײַבן פֿון פֿינסטערן זאַל און אַ שפּאַציר טאָן צװישן די בײטן פֿון העלע בלומען און די קילע פֿאָנטאַנען, נאָר זי האָט דעם קאָפּ אפֿילו נישט געקענט אַדורכקװעטשן דורכן טירעלע. "און אפֿילו װען זאָל דעם קאָפּ י~אָ אַדורכקװעטשן," האָט אַ קלער געטאָן די בידנע אַליס, "װאָלט דער קאָפּ געטױגט אױף כּפּרות אָן די פּלײצעס. אױ, נעכײַ װאָלט איך זיך געקענט אַ רוק טאָן צונױף, װי אַ טעלעסקאָפּ! ... דאַכט זיך מיר, איך װאָלט געקענט, װען איך זאָל װיסן װי אַזױ אָנצוהײבן." װײַל, פֿאַרשטײט איר, אַזױ פֿיל אױסטערלישע זאַכן האָבן הײַנט פּאַסירט, האָט אַליס גענומען טראַכטן אַז טאַקע זײער װינציק זאַכן זײַנען באמת אוממעגלעך.
װײַזט אױס איז נישט געװען כּדאי צו װאַרטן בײַם קלײנעם טירעלע, איז זי צוריק צום טישעלע, האַלב האָפֿנדיק, אַז זי װעט געפֿינען נאָך אַ שליסעלע דערױף, אָדער כאָטשבע אַ בוך כּללים אױף צונױפֿצושטעלן מענטשן װי טעלעסקאָפּן. דאָס מאָל האָט זי געפֿונען דערױף אַ קלײן פֿלעשעלע ("װאָס איז געװיס נישט דאָ געװען פֿריִער," האָט אַליס אַ קלער געטאָן), װאָס אױפֿן העלדזל איז געװען אַ פּאַפּירן צעטעלע מיט די װערטער
" ט~ר~י~נ~ק מ~י~ך",
שײן געשריבן מיט גרױסע אותיות.
ס'איז גרינג צו זאָגן "טרינק מיך," נאָר די קלוגע אַליס האָט זיך נישט געקליבן אַזױנס צו טאָן. "נײן. ערשטנס װעל איך קאָנטראָלירן," האָט זי אַ זאָג געגעבן, "צי סע שטײט אױפֿן צעטל 'סם', צי נישט." זי האָט שױן געהאַט געלײענט עטלעכע פֿײַנע מעשׂהלעך װעגן קינדער װאָס װערן פֿאַרברענט, אָדער אױפֿגעגעסן דורך װילדע חיות, אָדער אַנדערע אומאײַנגענעמע זאַכן --- פּשוט דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן נ~י~ש~ט געװאָלט געדענקען די פּשוטע כּללים װאָס די חבֿרים זײערע האָבן זיך יאָ אױסגעלערנט, למשל, אַז אַ רױט הײסע קאָטשערע װעט פֿאַרברענען װען מ'האַלט זי צו לאַנג; און אַז מע צעשנײַדט זיך דעם פֿינגער ז~ײ~ע~ר טיף מיט אַ מעסער, װעט מסתּמא גײן בלוט; און זי האָט קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן דאָס, װאָס אַז מע טרינקט אַ סך פֿון אַ פֿלעשל װאָס סע שטײט דערױף "סם", װעט פֿריִער צי שפּעטער זײַן נישט גוט.
פֿונדעסטװעגן איז דאָס דאָזיקע פֿלעשעלע נישט געװען באַצעטלט מיט "סם", און אַליס האָט זיך דערװעגט עס צו פֿאַרזוכן. אַזױ װי ס'איז געװען זײער געשמאַק (ס'האָט געהאַט אַ טעם װי אַ געמיש פֿון קאַרשן-טערטל, קאָסטאַרד, אַנאַנאַס, געבראָטענעם אינדיק, טיאַנוטשקע, און הײסן טאָסט מיט פּוטער), האָט זי עס זײער גיך אױסגעטרונקען.
* * *
"סאַראַ מאָדנע געפֿיל!" האָט אַליס זיך אָנגערופֿן. "דאַכט זיך מיר, כ'רוק זיך צונױף װי אַ טעלעסקאָפּ!"
און אַזױ איז געשען: זי איז אַצינדער געװען בלױז צען צאָל די הײך. איר פּנים האָט זיך צעשײַנט פֿונעם געדאַנק, אַז זי איז שױן פֿון דער ריכטיקער גרײס אױף דורכצוגײן דורכן טירעלע אין שײנעם גאָרטן אַרײַן. קודם אָבער האָט זי געװאַרט עטלעכע מינוט צו זען צי זי װעט זיך נאָך מער אײַנציִען. זי האָט זיך געפֿילט עטװאָס נערװעזלעך, "װײַל סע קען זײַן," האָט אַליס צו זיך געזאָגט, "אַז איך'ל ענלעך פֿולשטענדיק אױסגײן, װי אַ ליכט. אינטערעסאַנט, װי כ'װאָלט דעמאָלט אױסגעזען?" און זי האָט זיך געפּרוּװט פֿאָרשטעלן װאָס פֿאַראַ פּנים ס'האָט אַ ליכטפֿלאַם װען דאָס ליכט װערט אַרומגעשניטן --- װײַל זי האָט נישט געדענקט װען זי האָט אַ מאָל געזען אַזאַ זאַך.
נאָך אַ װײַלינקע, זעענדיק, אַז ס'איז נאָך גאָרנישט נישט געשען, האָט זי באַשלאָסן גלײַך אַרײַנגײן אין גאָרטן אַרײַן. אָבער --- אַז אָך און װײ איז דעם קינד! --- אַז זי איז געגאַנגען צום טירעלע, האָט זי געזען, אַז זי האָט פֿאַרגעסן דאָס קלײנינקע גאָלדן שליסעלע; און אַז זי איז צוריק צום טישעלע עס נעמען, האָט זי געזען אַז זי האָט עס גאָר נישט געקענט דערגרײכן. זי האָט עס גאַנץ קלאָר געזען דורכן גלאָז, און זי האָט שטאַרק געפּרוּװט אַרױפֿקריכן אױפֿן טישעלע, נאָר ס'איז געװען צו גליטשיק; און אַז זי האָט זיך אױסגעמאַטערט, האָט דאָס קינד נעבעך זיך אַנידערגעזעצט און צעװײנט.
"נו-נו! ס'איז נישט כּדאי צו װײנען אַזױ!" האָט אַליס צו זיך אַ זאָג געטאָן, ביטערלעך. "מײַן עצה: דאַרפֿסטו אױפֿהערן, די סאַמע מינוט!" זי האָט זיך אַלײן בדרך-כּלל געגעבן זײער גוטע עצות (כאָטש זי האָט זײ זײער זעלטן געפֿאָלגט), און צו מאָל האָט זי זיך אַלײן געגעבן אַזאַ מאיסן פּסק, זײַנען איר געשטאַנען טרערן אין די אױגן. זי האָט געדענקט, װי זי האָט אַ מאָל אַ פּרוּװ געטאָן זיך אַלײן אַ פּאַטש טאָן אין פּנים, װײַל זי האָט אַלײן געהאַט געפֿעלשעװעט, שפּילנדיק אין קראָקעט מיט זיך אַלײן. דאָס מאָדנע קינד האָט שטאַרק ליב געהאַט זיך מאַכן פֿאַר צװײ מענטשן. "ס'איז אָבער שױן נישט כּדאי," האָט אַליס אַ קלער געטאָן, "זיך מאַכן פֿאַר צװײ מענטשן --- ס'איז געבליבן קױם-קױם גענוג אױף א~ײ~ן לײַטישן מענטש!"
קורץ דערנאָך האָט זי דערזען אַ קלײן גלעזערן קעסטעלע, װאָס איז געלעגן אונטערן טישעלע. זי האָט עס אַן עפֿן געטאָן און געפֿונען דערינען זײער אַ קלײן טערטעלע, אױף װעלכן איז געשטאַנען אױפֿגעשריבן מיט װײַמפּערלעך:
"ע~ס מ~י~ך".
"מילא, כ'װעל עסן," האָט אַליס געמאַכט, "און אַז ס'װעט מיך פֿאַרגרעסערן, װעל איך קענען דערגרײכן דאָס שליסעלע, און אַז ס'װעט מיך פֿאַרקלענערן, װעל איך קענען אַרונטערקריכן אונטערן טירעלע. אַזױ צי אַזױ װעל איך זיך אַרײַנקריגן אין גאָרטן אַרײַן, ס'אַרט מיך נישט װי אַזױ."
זי האָט אַ ביסל געגעסן און זיך אומרויִק געזאָגט "װעלכע ריכטונג? װעלכע ריכטונג?" האַלטנדיק די האַנט אױפֿן שפּיץ קאָפּ אױף אױסצופֿילן װוּהין זי װאַקסט, און ס'האָט זי שטאַרק פֿאַרחידושט װאָס זי איז געבליבן די אײגענע גרײס. עס פֿאַרשטײט זיך אַז דאָס קומט ג~ע~װ~ײ~נ~ט~ל~ע~ך פֿאָר אַז מ'עסט אַ טערטעלע, נאָר אַליס האָט זיך אַזױ געהאַט צוגעװױנט צו ריכטן זיך אױף אױסטערלישע זאַכן, אַז ס'האָט איר אױסגעזען זײער לאַנגװײַליק און נאַריש, דאָס לעבן זאָל װײַטער אָנגײן אױפֿן אַמאָליקן שטײגער.
דערפֿאַר האָט זי זיך אונטערגעגאַרטלט און זײער באַלד אױפֿגעגעסן דאָס טערטעלע.
[סוף ערשטן קאַפּיטל]