פֿון הײַנריך הײַנע
פֿרײַע איבערזעצונג פֿון חיים יאַנקל פֿינקל (פֿאַרקירצט און פֿאַרבעסערט)
איך װײס נישט װאָס טוט זיך מיט מיר עפּעס
אַז איך בין אַזױ קאַלעמוטנע
אַלטע זכרונות, פֿאַרגאַנגענע,
קריכן מיר אין קאָפּ.
אַ װינטל אַ קילס, אַ מחיה-נפֿשותדיקס
פֿײַפֿט מיט אַ רויִקן טראָפּ,
און דער ליכט פֿון דער סכיִיעס-החמה
פֿינקלט פֿון די בערגער אַראָפּ.
אַ געלהאָריקע מױד זיצט אױף דער זון
בעת זי פֿלאַכטעט אַ צאָפּ
און ברומט אונטער גאַנץ װאַזשנע זמירות
ביז זי דרעמלט אײַן מיט אַ כראָפּ.