1977 ---------------- אַברהם סוצקעװער. לידער פֿון טאָגבוך. 1974־1976 פֿאַרלאַג די גאָלדענע קײט. תּל־אָביב. ישׂראל ס'דערנענטערט זיך די װײַט. נאָך אַלע רײַזעס, אַװאַנטורעס און לײגן קלאַפֿטער אױף פּאַפּיר בײַם שאָטן פֿון אַ שפּאַרבער, לאָז איבער צװײ )װי טאָג מיט נאַכט( צונױפֿגעגראַמטע שורות און זאָלן זיך מיט זײ צעטײלן דײַנע יונגע אַרבער. און אױב ס'איז װײניק, צי אַרױס פֿון האַרץ און לאָז אַ דריטע: אַלמאַי זאָל בלײַבן יתומדיק מיט אױסגעשטרעקטע הענטלעך דײַן קאַץ? האָט עמעצער װי זי געהאַט אױף דיר אַ שליטה? אַכיבע האָסט שױן אָפּגעשריבן פֿאַר דער קאַץ פּראָצענטלעך. דו האָסט דאָך זעונגען געזען װאָס ניט געזען האָט קײנער בײַ אירע גרינע יאָרצײַטליכט אין װינטלדיקע חצותן: באַװאַקסענע מיט קלײנע פֿליגל שװעבט אַ מנין שטײנער און איבער זײ דער שער־הרחמים איז ניט מער פֿאַרשלאָסן. און האָסטו שױן געשאָנקען און צעשאָנקען דײַן פֿאַרמעגן און אָפּגעצאָלט פֿאַר דײַנע װוּנדן דעם באַשטימטן שטײַער, אַנטלױף אין מידבר װוּ די שטערן טריקענען אָן רעגן. זײ טריקענען. זײ לעשן זיך. באַװאַסער זײ מיט פֿײַער. 7 ---------------- 1974 די רױטע ציגל פּון דײַן לײַב — געדענקסט ניט זײער בנין, געדענקסט ניט מער דײַן גאַס און בײַם לאַמטערן־שײַן דעם נומער. אַ װאָלקן איז געבליבן אין אַ פֿורעמען זיך, ליניען, געבליבן איז אַ געלער בלאַט אין אָנדענק פֿון אַ זומער. געדענקסט ניט מער דעם יונגן פּנים פֿונעם ערשטן רעגן, דעם אַדרעס פֿון דײַן טױב און איר קמיע אינעם שנעבל. די לאָנקע, װוּ איר זענט צוזאַמען זאַלבע אײנס געלעגן, צעפֿרעסן איז אַצינד פֿון פּעך און שװעבל. געדענקסט ניט מער דײַן טאַטע־מאַמע. װער האָט דיך געבױרן? דער זעלבער אַש פֿון פֿײַער און זײַן קרבן, װײסט ניט װעמעס. נאָר אינעװײניק װײסטו יאָ: עס הערט ניט אױף צו יױרן דאָס טונקלסטע און קלאָרסטע װאָרט פֿון אַלע װערטער: אמת. נאָר אינעװײניק װײסטו יאָ: דער פֿינקלענדיקער עיקר איז דימענטיקער װי געװען און קאָנסט מיט אים צעשנײַדן די שאָטנװעלט, אַז פֿידלען זאָלן שפּילן פֿון די שטיקער און לינדערן אין דיר אַ צװײטנס לײַדן. 8 ---------------- 1974 באַשעפֿענישן אױפֿן גרונט פֿון ים, אָן זון, אָן שטראַלן, שפּאַצירנדיקע צמחים אין אַ יענװעלטיקער לאַנדשאַפֿט, געבורט פֿון טױט און לעבן, בבל־טורעמס פֿון קאָראַלן, קאַפּריזן געטלעכע, שױן צײַט מיר זאָלן שליסן קאַנטשאַפֿט. שױן צײַט אַרױסאײַלן פֿון צירק מיט זײַנע לצים, הױדעס, אַהין װוּ עס געװעלטיקט נאָך דער פּערל אין זײַן גלאָריע. שױן צײַט אַרױסצוקנײַפּן פֿון דער פֿינצטערניש די סודות װוּ ס'קלאַפּן הערצעלעך פֿון שלײם אין ▯ס לאַבאָראַטאָריע. שױן צײַט צו טרינקען װײַן מיט לאַנג דערטרונקענע מאַטראָסן אין װאַסער־קרעטשמע אױפֿן דעק פֿון ים, אין אַ קאַיוטע און הערן זײ דערצײלן פֿון פּיראַטן, אַלבאַטראָסן און ליבעס פֿון פֿאַר טױזנט יאָר, און אַלץ נאָך ניט באַרוטע. באַפֿרײַען װיל זיך יעדער קלאַנג פֿון מעש און האָלץ און סטרונע, געפֿאַנגען איז דאָס מענטשן־לשון הינטער שװערע שטײַגן. שױן צײַט זיך אײַנצוהערן און דערזען דורך אַ שפּאַרונע װי שטומע שטילקײט לערנט זיך דעם אַלף־בית פֿון שװײַגן. 9 ---------------- 1974 דײַן רגע אײן־און־אײנציקע, די פּרי װאָס איז אָקערשט אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם עץ־החײם און זי הױערט ▯ נאָך װאַרעם־צאַפּלדיק אין גראָז און פֿול מיט זאַפֿט, איז װײַטער פֿון אירע שװעסטער אין אַ גוזמא ליכטיאָרן אַרום. די רגע איז דאָך דײַנע, דײַנע, ביסט איר עץ־החײם: אַלײן זי אױסגעװאַרעמט האָסטו אין געבליט, געטײלט זיך מיט איר אַ לעבן־לאַנג דעם ביסן ברױט און ביסל װאַסער, געטראָגן אױפֿן אַקסל און באַשיצט פֿון בליץ־און־דונער. אַראָפּגעפֿאַלן איז די רגע און, אַ שאָד, אױף אײביק, אַזאַ מין װײַטע שױן און בײַ די פֿינגער פֿון דײַן שאָטן. און ס'דאַכט: אַרונטערבײגן זיך, אַ צי די האַנט, אַ צערטל, ס'געװײן איז לעבן דיר אין גראָז, און באַלד אין דײַנע פֿינגער. מסתּמא איז געװען אַ קלײנער פּגם אין דער יצירה, און אפֿשר איז פֿאַראַן אַ חכם װאָס װעט מיר דערקלערן אַלמאַי דעם בױם איז ניט באַשערט זײַן פּרי צו פֿאַרזוכן װען זי איז װאַרעם־צאַפּלדיק פֿון אים אַראָפּגעפֿאַלן און הױערט נאָך און טרױערט נאָך אין גראָז? 10 ---------------- 1974 דעם אָנדענק פֿון אַהרן צײטלין אומדאָיִק ביסטו, איך — דערװײַל אומדאָרטן: צװײ אױסטערלישע בינשטאָקן. בשתּיקה באַגעגענען זיך אינעם זעלבן גאָרטן די בינען און זײ ציִען די יניקה פֿון חלום. ס'װאָלט דאָך ניט געהאַט קײן זינען ס'געבױרן װערן אױב אין גאָרטן װאָלטן זיך װײַטער ניט באַגעגנט בײדנס בינען. אױך אונדזער װאָרטקונסט װאָלט ניט מער געגאָלטן. ס'באַגעגענען זיך בײדנס בינען, זײגן פֿון זעלבן חלום און דערנאָך צעשײדטע, צוריק צום בינשטאָק װוּ ס'איז הײמיש־אײגן, דערנענטערט זיך אַן ערשטע בין, אַ צװײטע. אַ בינענזשום אין אָװנט איז דער פֿאָדעם פֿון דיר צו מיר. מיר זעען אים און הערן. און ס'הערט ניט אױף בן־אָדם זײַן בן־אָדם, געבענטשט מיט ערשטן און מיט לעצטן שטערן. 11 ---------------- ▯▯197 ▯▯ואָסער געטראַנק זאָל איך געבן דער נאַכט זי זאָל װוּנדערן װײַטער? ▯▯'קלאַפּט איר דאָס האַרץ װי עס װאָלט פֿון אַ װאַלד־שׂרפֿה יאָגן אַ רײַטער. ▯▯פֿשר איז װאַך אין אַפּטײק דער אַפּטײקער, מײַן שכן פֿון אַנדערן געסל? ▯ןרערן פֿון שלאַנגען און קרײַטעכצער מישט ער אין בײנערנעם קעסל. אפֿשר זיך אײַלן צו רופֿן אַ דאָקטער? מע קאָן אַזאַ האַרץ גאָר ניט שאַצן, ▯זאָרהאַפֿטיק, װאָס װעל איך טאָן אַז דאָס האַרץ װעט איר פּלאַצן? 12 ---------------- איצטער װעל איך הערן װאָס עס רעדט די נאַכט פֿון שלאָף: — עמעץ גאָרגלט, װאַרפֿט זיך װי אַ האַלב געקױלעט עוף. גאָרגלט, שױדערט, און אין גלאַטן שטאָל — אַ הײס געבליץ, עמעץ רופֿט אים: קום צו מיר, די אַנדערע: באַשיץ. אױסגענאָגט פֿון קינאה איז די פֿרױ װאָס רופֿט אים: קום, אָנגעצונדן װי די רױטע מאָנבלומען אַרום. אירע אױגן, ניט קײן היגע, זעען װאָס געשעט, זומפּיק זינקען לאָקערדיקע לאַפּעס פֿון אַ בעט. בלױע צײכנס בלײַבן אױפֿן קישן, עלעהײ ערב שנײפֿאַרגאַנג פֿיאַלקעס אונטער לינדן שנײ. נאָר די צװײטע װאָס די ערשטע איז איר אומבאַקאַנט, האַלט אים, װי אַ רודער אין אַ שטורעם, פֿאַר זײַן האַנט י ע נ ע זאָל אים ניט אַ ריס טאָן פֿון איר לײַב, אַהין װוּ די רױטע מאָנבלומען באַהאַלטן זיך אין גרין. 13 ---------------- ▯▯197 מײַן בריװטרעגער װעט מיר ניט ברענגען קײן בריװ און אָפּשטעלן װעט זיך דער זײגער פֿון לאַנגן אַרכיװ. דעם בריװטרעגער האָט, אין אַ טאָרבע, אַ צװײטער געבראַכט אין אַ װים אונטער לײם, און איך װאַרט: אפֿשר גײט ער? ▯ ס'צעבילט זיך דאָס גלעקל. דער צװײטער קומט אָן. — פֿון װאַנען, מײַן ליבער? פֿון װעמען דער בריװ, פּאָטשטאַליאָן? איך האָב נאָך ביז הײַנט ניט געזען אַזאַ מאַרקע, די שטיװל אין שטױב. פֿון דער ערד צי לבנהשער קרקע? — איך װײס ניט פֿון װעמען. עס איז מיר פֿאַרװערט צו לײענען. כ'װײס נאָר פֿון װאַנען איך ברענג דעם קאָנװערט. אַ קרירה איז דאָרטן, פֿאַרשפּיליע די בלוזע. דער בריװטרעגער נעפּלט אַװעק און איך קוש די מזוזה. 14 ---------------- 1974 אַ װײַסע האָר טײלט בײדן אונדז פֿונאַנדער, נאָר װעלן מיר זי איבערהאַקן, דעמאָלט איז מער ניטאָ קײן שטח און קײן װאַנדער, ניטאָ איז מער קײן מלאך און קײן דעמאָן. אַ לױב צום לײַב פֿון שיכּורע געװעבן! אָן מעסערטאַנץ, אָן שרעק, אָן קידער־װידער, װעט מער ניט שיטן זאַלץ די האַנט פֿון לעבן אױף נאָגנדיקע װוּנדערס פֿון די גלידער. אַ לױב צום בײזן גײַסט װאָס איז קאַפּאַבל אַנטפּלעקן גליק און גליקלעך עס צעפֿערטלען און פֿרײַלאָזן אַ הונגעריקן מבול, אַ רעגן־בױגן זאָל אים שפּעטער צערטלען. זאָל צונטערן אַ יום־טוב־שרעק אין בײדן, די אױסגעבענקטע רו איז פּאָװעטינע. אַ נאָנטקײט איז פֿאַראַן װאָס מוז צעשײדן, צו ליב האָבן ביז לעצטן טראָפּן שׂינאה. 15 ---------------- 1974 װער װעט בלײַבן, װאָס װעט בלײַבן? בלײַבן װעט אַ װינט, בלײַבן װעט די בלינדקײט פֿונעם ▯נדן װאָס פֿאַרשװינדט. בלײַבן װעט אַ סימן פֿונעם ים: אַ שנירל שױם, בלײַבן װעט אַ װאָלקנדל פֿאַרהעפּעט אױף אַ בױם. װער װעט בלײַבן, װאָס װעט בלײַבן? בלײַבן װעט אַ טראַף, בראשיתדיק אַרױסצוגראָזן װידער זײַן באַשאַף. בלײַבן װעט אַ פֿידלרױז לכּבוד זיך אַלײן, זיבן גראָזן פֿון די גראָזן װעלן זי פֿאַרשטײן. הר פֿון אַלע שטערן אַזש פֿון צפֿון ביז אַהער, בלײַבן װעט דער שטערן װאָס ער פֿאַלט אין סאַמע טרער. שטענדיק װעט אַ טראָפּן װײַן אױך בלײַבן אין זײַן קרוג. װער װעט בלײַבן? גאָט װעט בלײַבן, איז דיר ניט גענוג? 16 ---------------- 1974 דער שיכפּוצער אין פּאַרק איז ניט קײן שיכפּוצער. װער דען? אַ למד־װאָװניק, שטענדיק אַ פֿאַרשטעלטער מ'זאָל מײנען אַז אַ שיכפּוצער אין פּאַרק. נאָר איך דערקען: דער זקן איז אַזאַ װאָס װערט ניט עלטער. ס'דערקענט אים אױך אַ טרילער װאָס ער לערנט פֿלײַסיק טראָפּ, נו, װײסן מיר שױן בײדע: ער איז כּלומרשט אַ שיכפּוצער. און ס'פֿאַלט אַ טריל פֿון שנעבעלע אַראָפּ, װי ס'װאָלט אַ קאַרש געפֿאַלן פֿונעם בױם ערשט. און אַז איך שפּאַן דורך זײַטיקער אַלעע אים פֿאַרבײַ צום װינציקסטן אַזױ אַ יאָרן צװאַנציק, דערזע איך פּנימער פֿון גאָלד און פּנימער פֿון בלײַ און אױסגעשטרעקטע פֿיס צו מאַכן גלאַנציק. זײ מײנען אַז דער זקן שטאַמט פֿון אַ געמײנעם שטאַם, אַ סימן: ער איז טונקל, ניט־געװאַשן. ער שקראָבעט זײ די בלאָטע און עס גיבן אַזש אַ פֿלאַם די טױטע נעז פֿון שטיװל און קאַמאַשן. און בלױז דער טרילער )אָדער זײַנס אַן אײניקל( און איך, מיר װײסן בײדע זיכער, אָן מסתּמאס: דער שיכפּוצער איז דװקא ניט קײן שיכפּוצער פֿון שיך, דאָס בערשטלט ער פֿאַרשטױביקטע נשמות. 17 ---------------- 1974 צונױפֿגעװאַנדערט האָבן זיך די פֿינגער. און זײ קנעטן פֿון חלום־לײם, דאָס איז אַ לײם פֿון אַנדערע פּלאַנעטן, מײַן אױסלײזער. אַ קנעטעניש אי פּײַנלעך, אי טשיקאַװע: אַזױ פֿון אָדמס ריפּ האָט זיך אַרױסגעקנאָטן חװה. עלאַסטיש־בײגעװדיק די לײם. איך פֿיל אַן אױג, אַן אָרעם, ס'געשטאַלטיקט זיך אַ װוּנדער אין זײַן װוּנדערלעכסטער פֿאָרעם. זײַן ריח איז פֿון האָניק איבער זשומענדיקער גריקע, דורך זײַנע גלידער שװימט אַרום דער מילכװעג, מײַן יניקה. די קנעטעניש און רעטעניש געדױערט ביז באַגינען, ביז װאַנען ס'קרײט דער מאָרגן־שטערן און ס'דערװאַכן מנען. ביז װאַנען ס'גלײַכט זיך אױס די ליניע צװישן גײַסט און חומר, און מײַנע פֿינגער זענען בלױז די הענט פֿון זײער טרױמער. נאַר אַז דער מאָרגן־שטערן קרײט פֿון צװײטן מאָל צום װיטן, צעשיטן זיך די גלידער פֿון מײַן אױסלײזער װי בליטן. עס װאַנדערן אַװעק די למד־װאָװניקעס, די פֿינגער, אַ לױב צו זײ: אַ גרױע האָר אַן אײנציקע װערט ייִנגער. ▯ 18 ---------------- 1974 ▯ גוט־מאָרגן, פּיקהאָלץ, אױב חלילה האָסט ניט װאָס צו פּיקן, דערשװעב אַהער און פּיק מיר אױס, מישטײנס געזאָגט, מײַן שׂכל װאָס מענטשנקינדער מײנען: אַן אַנטיקל פֿון אַנטיקן, און װעדליק מײַן השׂגה איז ער װערט אַ האַלבן שמײכל. דערשװעב צו מיר, באַשנאָבלטער, און זאַלב מיך פֿאַר דײַן שוטה, פּאַרגין מיר די מתיקות פֿון דײַן צײנדלדיקן שנאָבל. סימבאָלן זענען מײַנע טעג, פֿון חלום־לײם געבױטע, נאָר איכ'ל דיך באַגעגענען מיט ברױט און זאַלץ און קנאָבל. אַזױ פֿיל מלאך־המװתלעך פֿאַרברענגען אין מײַן קאָרע, און יעדער מיט זײַן אױסגעפּרוּװטן סם און פֿײַל־און־בױגן. זײ לאָקערן. זײ זענען תּמיד לעבעדיקע, װאָרע, אַזאַ האָט זיכער דורכגעשאָסן דאַנטען בײדע אױגן. דערשװעב צו מיר און פּיק זײ אױס דעם כּוח, זײַ אַ בריה, איך דאַרף זיך נאָר פֿאַרװאַנדלען אין אַ קינד פֿון זעקס צי זיבן, איך דאַרף צעטרײסלען װערטער, זײער מאַכטיקע אימפּעריע, איך דאַרף באַשאַפֿן אַנדערע, צו קאָנען אַנדערש ליבן. 19 ---------------- 1974 באַשערט איז מיר צו זײַן אױף דר'ערד אַ רואה־ואינו־ניראה, באַשערט צו זען װי קורץ און אײביק איז דאָס לעבן. הינטער אַ װאָלקן, װײס איך, איז פֿאַראַן אַ קלײנע טרער, פֿון אירע שװאַרצאַפּלען פֿאַלט נאָך אַלץ דער זױבער פֿון מײַן ערשטן װינטער. די קלײנע טרער איז פֿול מיט גרינע אותיות, נאָר צום פֿאַלן, זי בליצט אַצינד אַרױס מײַן זעקסטן צענדלינג. זי, די קלײנע. זי װאָלקנט אױס אַ יענװעלטיקן מאַן, װאָס איז אַ בעלן אַרײַנצוגײן צו מיר, װי איך אין אָװנט צו מײַן שכנה. מײַן שכנה שלאָגט זיך דעמאָלט לאַנג על־חטא אױף די קלאַװישן און ס'בלײַבט איר נאָך אױף מאָרגן און אױף איבער־איבער־איבער. מײַן שכנה זעט ניט, אַז איך זע, אַז עמעץ קומט זיך מישן, און ס'בײַסן אירע צײן מײַן שאָטן: ליבער־ליבער־ליבער. דערנאָך, אַז װוּנדיק שלײַדערט זיך מײַן שאָטן אין איר דירה, אַנטפּלעק איך מײַן פֿאַרהױלעניש, אַ טראָפּן טינט אין שפּיגל. זי װײס ניט אַז איר שכן איז אַ רואה־ואינו־ניראה און אַז ער פֿליט אין שטורעם זעט ניט קײנער זײַנע פֿליגל. 20 ---------------- 1974 פֿאַראַן אַ בענטשנדיקע פֿרײד, זי איז מײַן פֿרײד אין לעבן, און אױב ס'װעט עמעץ דרײען מיט אַ װאָנצע — מילא, זאָל ער: דאָס איז די פֿרײד פֿון געבן, געבן, געבן, זיך צעגעבן, װי הונגעריקן לײַװנט עס צעגיט זײַן פֿאַרב אַ מאָלער. באַשטענדיק זיך צעגעבן, זיך פֿאַרװאַנדלען אין אַ רעגן צוזאַמען מיטן רעגן־בױגן זײַנעם און דער כמאַרע. פֿאַרװאַנדלען זיך אין רעגן און צעשענקען מײַן פֿאַרמעגן, בײַ איטלעכן זאָל אױפֿגרינען אַ פּיצעלע סאַהאַרע. צו װאָס באַדאַרף איך אױסטערלישע װערטער, גראַמען, קלאַנגען, אַז אױסטאָן װיל איך אָפֿט מײַן הױט און שענקען זי אַ בעטלער? אָ, גרױסע פֿרײד פֿון געבן, װי עס גיבן פֿעלדער זאַנגען, כ'װיל יעדערן װאָס געבן, חוץ דעם ציניקער און שפּעטלער. פֿונאַנדערשענקען װיל איך מײַנע סודות און רמזים, געהײמענישן, טונקלענישן, כּישוף, זאַבאַבאָנעס. און אױב ס'װעט עמעץ װעלן זײ מגלה זײַן, איך לאָז אים, אַבי די פֿרײד פֿון געבן, זיך צעגעבן אין מתּנות. 21 ▯ ---------------- 1974 קודלאַטער כּלב — גורל, זאָלן לעבן דײַנע צײנער! צערײַס, צעפֿליק, נאָר װײַז מיר ניט הכנעהדיק די לאַפּע. אָן װוּנדן בין איך גאָרנישט. קײנער. װינציקער װי קײנער. כ'װיל בעסער זײַן אַ שלאַכטפֿעלד און אַ סודותדיקע מאַפּע. באַשפּילקעט איז די מאַפּע מיט מפּלות ניט צום צײלן און װײַט בײַם האָריזאָנט אין רעגן ברענען מײַנע גיטער. קודלאַטער כּלב, בלױז די צײנער דײַנע קאָנען הײלן, װי קרײַטעכצער װאָס מאַכן זיס װאָס מער זײ זענען מטער. די שפּילקעס היפּערן אין לײַב פֿון אָװנט ביז באַגינען און זאָגן אָן, אַז ערגעץ גרײט מײַן שׂונא אַן עלעגיע. קודלאַטער כּלב, כ'האָב נאָך אײן מפּלה צו געװינען, און זיבן טראָפּנס גאָלד פֿאַרטרױ איך איצטער מײַן סטראַטעגיע. אין אַלע זיבן פּריזמעט זיך מײַן פּנים. יעדער טראָפּן, אַרױסגעקײַקלט זיך מיט מזל, בלײַבט שױן אַ קאַפּױער. כ'האָב ליב די װײַסע צײן פֿון שרעק צופֿוסן און צוקאָפּן, צערײַס, צעפֿליק, נאָר קוש ניט מײַנע פּיאַטעס מיט באַדױער... 22 ---------------- 1974 דער ים־גאַלאָפּ, דער ים־גאַלאָפ — צו װאָס פֿאַרשלינגט ער מײַלן, און װעמעס װילן קױלערט אים, ער זאָל צעװאַקלען זײַלן? אַכיבע ס'איז אַ שפּיל אַזאַ, אַ שפּיצל פֿון באַשאַפֿער, אַז בלײַבן זאָל אַ שנירל שױם פֿון מוראדיקן לאַפֿער. אַזאַ מחשבה נורטעװעט קהלתדיק בײַ אײנעם, אַרױסגעשלײַדערט אױפֿן זאַמדברעג מיט דער נאַכט אין אײנעם. און װען עס בלעזלט זיך דער שױם אין שױמיקער אַגאָניע, דער ים־גאַלאָפּ איז װידער דאָ: אַ נאַקעטע סימפֿאָניע. אַ נאַקעטע סימפֿאָניע אױפֿן דעק פֿון ים געבױרן, אַזױ װערט אױך דאָס לעבן אױפֿן דעק פֿון ים געבױרן. אַ טעות, טראַכט דער מענטש, אױך שױם איז אײביקײט און דױער, װי קלײַבט זיך עס אַרײַן דער גאַנצער ים אין קלײנעם אױער? ס'דערנענטערט זיך אַ שטילקײט־װײַן פֿון אױפֿגעפּראַלטע שפּונטן, און אױבן שװימט אַ װײַסע האַנט און ס'פֿאַלט איר אָפּשײַן אונטן. אַ זכיה צו דערזען, דערפֿילן װי עס קומט איר גנאָד אָן, און בײדע שלאָפֿן אײַן: דער ים־גאַלאָפּ און דער בן־אָדם. 23 ---------------- 1974 דער זעלביקער װאָס האָט געבענטשט, ער האָט מיך אױך געשאָלטן. כ'נעם־אָן פֿאַר ליב די צװילינגשאַפֿט פֿון האָניק און פֿון עסיק. אַ דאַנק פֿאַר בענטשן מיך מיט פֿרײַנד. אָן זײער כּוח װאָלטן בײַנאַנד מיט מיר די װערטער מײַנע אױסגעצאַנקט מעת־לעתיק. פֿאַר מײַנעטװעגן מאָלן זײ און האַמערן און קנעטן, פֿאַר מײַנעטװעגן קײַקלען זײ אַראָפּ פֿון האַרץ פּאָעמעס. אָ, מײַנע איכן זענען זײ, די מאָלער און פּאָעטן, און זײער איך בין איך, אַפֿילו אַז איך װײס ניט װעמעס. פֿאַר זײערטװעגן האָב איך װען געזונגען אין אַן אָרון, פֿאַר זײערטװעגן האַלט איך נאָך מלחמה פֿאַר אַ קאָמע. און שטאַרבן זײ, ערשט יעמאָלט װערן מײַנע פֿרײַנד געבאָרן אין גרינער קינדערװיג פֿון מײַן צעהױדעטער נשמה. פּאַר מײַנעטװעגן װאַרעמען זײ אָן די קאַלטע שטערן, פֿאַר מײַנעטװעגן שפּילן זײ: אַ פֿידל צי אַ טשעלאָ דערלאַנגט מן זיך אַ קװאַל אַרױס מיט שׂימחה מײַנע טרערן. פֿאַר זײערטװעגן שרײַב איך די־אָ שורות. אָמן־סלה. 24 ---------------- ▯▯▯ ▯ ▯ ▯▯▯▯▯▯) ---------------- 1975 אַ שװערער עפּל ציט אַראָפ אַ פֿולן צװײַג מיט זומער, פֿון דר'ערד װאַקסט אױס אַ דלאָניע, ער זאָל װיסן װוּ צו פֿאַלן. אַזױ, נשמה, נײגסטו זיך אַלץ נידעריקער, שטומער, געלאָדן שװער מיט זאַפֿט און צײַט און יױרנדיקע שטראַלן. ביסט אױך אַ פּרי אױף אַ צװײַג, אין פּרדס פֿון דײַן היטער, אומזעעװדיק װי דער װאָס האָט דיך זעעװדיק באַשאַפֿן. און ערגעץ װײנט אַ קינד אין װיג און כליפּעט זיס־און־ביטער, אַלמאַי אַזאַ נשמה קאָן קײן אַנדערער ניט שאַפֿן. דער שװערער עפּל שפּילט זיך נאָך אַ רגע מיט זײַן שאָטן, עס רײַט פֿאַרבײַ אַ װאָלקן דאָן־קיכאָטיש, מיט אַ פּיקע, װען אונטער גראָז, אַ גאַנצע נאַכט פֿון רעגנפֿיס געטראָטן, די װאָרצלען יאָגן אין גאַלאָפּ צו ציִען די יניקה. און אַז דו װעסט זיך אָפּרײַסן פֿון צװײַג, אַהינטער נעפּל, מיט זאַפֿט און צײַט און יװרנדיקע שטראַלן שװער געלאָדן, דערמאָן זיך װי דעם זומער ציט אַראָפּ אַ שװערער עפּל און אַז בײַם פּאַלן ירשנט אים אַ דלאָניע פֿונעם באָדן. 27 ---------------- 1975 און אױב אַן אײנציקער פֿאַרלאַנג איז גילטיק אױף מײַן קאָנטע, אַזאַ איז ער מײַן אײנציקער, איך װעל אים ניט פֿאַרבאָרגן און זאָלן מוחל זײַן פֿאַרלאַנגען װײַטע אָדער נאָנטע: אַ רגע בלױז... איך װיל דערזען דאָס בלימעלע פֿון מאָרגן. אַזױ, למשל, װי איך האָב געהאַט אַ מאָל די זכיה דעם נעכטן מײַנעם צו דערזען דורך שטראָמענדיקע פֿונקען אין קעסלגרוב, װען כ'האָב זיך פֿײַן געטרונקען אין װיליִע און אױך די טרערן מײַנע האָבן אײַליק זיך געטרונקען. אַזױ, למשל, װי ס'דערזעט אַן אָדלער הינטער סקאַלעס און רויִק איז מקנא אים אַ זקן אין זײַן װאַנדער. מײַן אײנציקער פֿאַרלאַנג איז צו דעם אײנציקן: התגלות פֿון מאָרגן. מאָרגן. אײדער ס'פֿאַלט די איצטיקײט פֿונאַנדער. און אַז ער װעט מיך זאַלבן אין זײַן גנאָד מיט זײַנע טױען, דערקענען װעל איך שױן דעם פֿרילינג װעדליק ערשטן בלימל. נאָר קײנעם װעל איך שפּעטער מײַן דערזעונג ניט פֿאַרטרױען, אַחוץ אַ הױפֿן ערד, אַ הױפֿן הימל. 28 ---------------- 1975 צי בליט אַ דאָרן אין דער לופֿטן? יאָ, עס בליט אַ דאָרן, בײַנאַנד מיט אים — אַ װידערקול אין טורמע פֿון זכּרון: דערפֿאַר װײַל האָסט מיך ניט באַפֿרײַט פֿון דאָרנדיקער קראַטע, באַשערט איז דיר אַן אַנדער לופֿט, אַ דאָרנלופֿט לעת־עתּה. געפֿאַנגען אַלץ אין דײַן זכּרון, קאָנסטו אױך ניט פֿרײַ זײַן, דער שײַטער־הױפֿן טליִעט נאָך און ס'פֿרירט אים ניט קײן אײַז אײַן. צעשפֿאָלטן איז מײַן שאַרבן װי אַ טאָפּ צי װי אַ טעלער און כ'װײס: דער מערדער זשליאָקעט ביר אין אַלט־באַקאַנטן קעלער. ניט מײן, ס'איז אױפֿן לעבעדיקן בלױז אַ גאָטס רחמנות און בלױז די זונװעלט איז געמישט פֿון טױבן און װאָראָנעס. קױם װערט אַ מענטש געבױרן, בלײַבט שױן ערגעץ זײַן שװאַרצאַפּל און טױטערהײט, ער איז נאָך מיטן לעבן זיך מטפּל. דו האָסט געטאָן אַ נדר און דעם נדר ניט געהאַלטן, אַן עדות איז דאָס װאָרט נקמה. האָסט אים ניט געהאַלטן. כ'װעל תּפֿילה טאָן צום רעגן ער זאָל אָפּשװענקען די פּליאַמע, דערמאָנסטו זיך דאָס קול? איך בין געװען און בין דײַן מאַמע. 29 ---------------- 1975 פֿון ביכער־טאָװלען צװײ און צװי▯ געאָרעמט און געװינקלט, כ'האָב אײגנהאַנטיק, אײגנהאַרציק אױסגעבױט אַ קאַמער פֿון אומבאַקאַנטע װערטער, קױם באַלױכטן און באַשפּרינקלט, און אױסער דעם רשות פֿון טױזנטאױגיקן פֿאַרסמער. אַ קרעהמעלע אין װילדן װאַלד... פֿון זיך אַלײן באַהאַלטן, באַהאַלטן אױך פֿון מעשענעם אָרקעסטער אין די בױנעס. אַהער גענענען אײנציקװײַז די טײַערסטע געשטאַלטן, פֿאַרלױרן אין דער אײביקײט, און זײערע זכרונות. פֿאַראַן איז װאַלד אַזעלכע מימער װאָס געבױרן פֿײגל, אַ רעגן איז פֿאַראַן מיט בריװ צו מתים אין דער נידער. פֿאַראַן אַ בלום װאָס רײטלט זיך װען עמעץ װאַרפֿט אַן אײגל פֿון צװישן לופֿט־און־גראָז אױף אירע לײַכט־אַנטבלױזטע גלידער. זײ אַלע קומען אין מײַן פּיצל קרעטשמעלע און ברענגען באַגלײטנדיקע בשׂמים פֿון אַ נאַכטיקן מהלך. און ס'בלײַבט נאָך אַלץ אַ פּוסטעניש פֿאַר ברײטן און פֿאַר לענגען און ס'װעט זיך נאָך געפֿינען אַ געלעגער פֿאַר אַ מלאך. 30 ---------------- 1975 פֿאַרהױלן איז פֿון דיר דער זינען פֿון געהײמװאָרט: גורל, זײַן אַדרעס אױף דער גאַנצער ערדקױל װעסטו ניט געפֿינען. און איך, אַן אָפּגעזונדערטער, פֿאַרמאָג אַזאַ מנורל אים אױסצוזוכן אין אַ נאַכט װאָס האָט ניט קײן באַגינען. ▯ אים אױסצוזוכן און דײַן גורל בעטן אָדער צװינגען, גן־עדן־סם אַרײַנצוגליִען אין דײַן חלומס בעכער, צעשמאָלצן זאָלן װערן יענע זשאַװערדיקע רינגען װאָס האַלטן דיך געפֿאַנגען אין דײַן הײם, װי אַ פֿאַרברעכער. װי קינדער ערשט־געבױרענע, ס'האָט װער אין אַ מהומה אַזױ פֿאַרביטן צװײ גורלות ענלעכע. זײ זענען געװאַקסן קידער־װידערדיק. פֿון שטעגן־װעגן קרומע כ'װעל ברענגען דיר דײַן אמתן און דו װעסט אים דערקענען. דו זוניק לעבן, שױן צעפֿליקט פֿון גורל־װאָלף אױף שטיקער, אַ צװײטער װעט דיך װאַרעמען, דיך װאָרענען, באַשיצן. דער צװײטער װעט פֿאַרזוכן דײַן געװײן און װערן שיכּור און ציִען װעט אַ זומער־װאָלקן לאַכנדיק מיט בליצן. 31 ---------------- 1975 בײַ טאָג אַ לװיה, בײַ נאַכט אַ קאָנצערט און קומען סײַ דאָרטן סײַ דאָ איז באַשערט. באַשערט אַ קאָראָמיסל אױפֿן געניק: צװײ פֿולינקע עמערס מיט אומגליק און גליק. אַז לײדיק װאָלט הענגען אַן עמער, קאָן זײַן דער צװײטער װאָלט קײן מאָל קײן פֿולער ניט זײַן. די זאַלץ װאָלט ניט פֿילן איר טעם און זי װאָלט פֿאַר זאַלצעלעך זיבן אַן אוצר באַצאָלט. ▯ און ס'ליכט װאָלט געװאָרן אין קנײטשן און קראַנק װען ס'װאָלט ניט אַ שאָטן אים זײַן אַ געטראַנק. בײַ טאָג אַ לװיה, בײַ נאַכט אַ קאָנצערט און קומען סײַ דאָרטן סײַ דאָ איז באַשערט. ▯ און פֿילן דעם זיװג פֿון ערד און מוזיק: די פֿולינקע עמערס פֿון אומגליק און גליק. 32 ---------------- צוזאַמען־צוזאַמען דער דאָרטן און דאָ און ס'בײגט זיך אַ שטראַל צו דערשװינ▯ען צום דנאָ. אַזאַ איז די שײַכות פֿון קאָסע און זאַנג, אַזאַ איז די אײנהײט פֿון פֿידלער און קלאַנג. אַזױ איז פֿאַרברידערט ג ע ו ו ע ן און פ אַ ר אַ ן , אַזױ איז פֿאַרגלידערט אַ פֿרױ מיט אַ מאַן. 33 ---------------- 1975 דערקלערן? װי אַזױ דערקלערן? די זון איז ניט געװאָרן קעלטער, נאָר שמעלצן קאָן זי ניט קײן טרערן און בלױז די קינדהײט װערט ניט עלטער. איר ברודער יוגנט איז צעטראָטן װי רױטע װײַנטרױבן אין קעלטער. שױן זילבערן די האָר בײַם שאָטן און בלױז די קינדהײט װערט ניט עלטער. די שנײען אירע און פֿיאַלקעס באַקומסטו ניט פֿאַר אַלע געלטער. ס'װערט אַלט איר קיניג און זײַן מלכות און בלױז די קינדהײט װערט ניט עלטער. 34 ---------------- 1975 די לײם פֿון צײַט איז װײך געװאָרן. ס'גײט שױן אױף די קנעטעניש פֿון זונפֿאַרגאַנג נאָך זונפֿאַרגאַנג. עס װערט שױן באַלד געשפּאָלטן אַ זעמדעלע אין חלום צו צעטרײבערן אַ רעטעניש, און בלױז ר סאָװע פּלאַנכעט פֿון אַ זילבערלעכן קאָלטן. די מתים זענען לאַנג שױן אױפֿגעשטאַנען! זענען האַסטיק אַנטרונען דאָ פֿון יענער־װעלט, פֿון הױקערדיקער משׂא און מאַכן יאָגאַ, שפּילן שאָך און זענען פֿרײַ און גאַסטיק, באַלעגערן די אָפּערע און פּיקן אױס איר קאַסע. געדענקט נאָך עמעץ װער עס האָט צעריסן זײַנע גלידער? צו װאַקלדיק און שװאַך די צײן מע זאָל אַזױנס צעקײַען. די מתים האָבן ליב אַבסטראַקטע קונסט און קידער־װידער, אַנשטאָט אַ קיִן־צײכן טראָגט אַ הבל־צײכן קיִן. ▯ ־ און בלױז אַ בלינדער זעער ביזן אָפּגרונט אַ צעשונדענער, אַ קדמונדיקער נביא װאָס איז קײן מאָל ניט געשטאָרבן און קײנער װײס ניט: קײַקלט ער דעם חושך, איז די זון דען ער? — לױפֿט אױסלײזן פֿון תּהום צו תּהום די שמײכלען פֿונעם קרבן. 35 ---------------- 1975 אַ שלאַנג אַן אומגעזעענע האָט סם אַ פֿולע דאָזע אַרײַנגענאָדלט זיס אין מײַנע אָדערן לאַנגאָניק, אַז איבער מיר די שטערן זאָל ניט שלײַפֿן מער שפּינאָזע און תּמיד זאָל אַ טראָפּן גאַל זיך בלעזלען אין מײַן האָניק. נאָר דעמאָלט האָט אַ קעגן־סם, אַן עליקסיר פֿון קלאַנגען, אַ לאָז געטאָן זיך אינעװײניק צו באַהערשן יענעם, אַז בעטלען זאָל דער שׂונא גנאָד בײַם פֿירן אים געפֿאַנגען און אױפֿהײבן די לאַפּעס אונטערטעניק זאָל דאָס גיהנום. פֿאַרלױרן צי געװוּנען? ס'איז געבליבן לזכּרון אַ נעדעלע אין מיר; און װען עס גיט אַ שטאָך, אַ גראַבל, פֿאַרװאַנדלען זיך אין אױערן די אױסגעצאַנקטע יאָרן און הערן פֿון אַן אײלבערטבלעטל דאָס געװײן פֿון מבול. פֿאַרװאַנדלען װעל איך צײַט אין רוחניות, אָט איז מײַן אידעע! פֿאַרװאַנדלען װעל איך טױט אין לעבן; איך, דער לאַנג־פֿאַרלענדטער. פֿאַרװאַנדלען װעל איך גראָזן אין אַ קאָסמישער אַלעע, פֿאַרװאַנדלען װעל איך זיך אַלײן, אין מענטש װאָס מיר איז נענטער. 36 ---------------- 1975 דער פֿידלשפּילער שפּילט און װערט אַלץ דינער, דין און דינער, שױן דינער פֿונעם פֿידל־בױגן, דינער פֿון אַ סטרונע. אַנשטאָט איר האַר, די פֿידל שפּילט אַלײן אַלץ דינער, דינער, און אױף אַ װײַסן שײַטער ברענט איר האַר פֿאַר זײַן אמונה. די פֿידל שפּילט אַצינד אַלײן אַלץ דינער, דין און דינער, דער פֿידלשפּילער קאָן איר קײן טרונק װאַסער ניט דערלאַנגען. אַלײן די קלאַנגען שפּילן און זײ שפּילן דינער, דינער, ביז װאַנען אױפֿן שײַטער גליִען קלאַנגען, גליִען קלאַנגען. ▯ עס גליִען קלאַנגען אױפֿן שײַטער, גליִען דין און דינער, שױן שפּילט אַלײן די פֿינצטערניש אָן פֿידל און אָן בױגן. זי שפּילט אָן קלאַנגען און איר שפּילן ־ דינער, דינער, דינער, ביז װאַנען מיר צעפֿינקלען זיך אין אירע שװאַרצע אױגן. אָ, פֿינצטערניש, פֿאַר װעמען שפּילסטו דינער, דין און דינער, פֿאַר אונדז, די קלײנע טרערן? איז באַשערט אונדז דײַנע גנאָדן? מוזיק פֿון טרערן. קלײנע טרערן. דינער, דינער, דינער, צוזאַמען מיטן װײַסן שײַטער און דעם שװאַרצן באָדן. 37 ---------------- 1975 כּתב־ידן פֿון חברים, דער נשמהס טינט און פּראַצע. קאָנװערטן. בריװ. צוריקאַדרעסן בלױז אױף די קאָנװערטן. און בריװ געבאַקענע אין פֿײַער, קרישלדיק װי מצה, און זײַדפּאַפּיר װי גלאַטיק לײַב צום אײנציקן, באַשערטן ־ בײַם צערטלען אײַך, בײַם לײענען װערט יעדער בלעטל ענלעך צום פּנים דעם געװעזענעם געבױגן איבער טישן. און אױך דאָס װאָלקנדל אין טרער איז אײגן און דערקענלעך און אױך די האַנט בײַם זײען שװאַרץ־און־װײַס, װי אױף קלאַװישן. אַ שורה זיגלט זיך פֿונאַנדער און עס בליט אַ זומער, אַ נאָמען, װי אין װינט אַ מאָנבלום, רײטלט זיך מיט יונגשאַפֿט. כ'קאָן ענטפֿערן. ס'איז דאָ די גאַס, פֿאַראַן איז אױך דער נומער, און צװישן װאָרט און װאָרט אַ שװײַגן, װאָס די האַנט און צונג שאַפֿט. אַזױ זעט אױס אַ בראַנפֿנדיקער נעפּל, העל און כמאַרנע, באַגינען אין אַ סאָד, אַז גאָרניט זעט'ן גאָרניט הערט'ן; ביז נאַסע קרױנדלעך נעמען פֿינקלען איבער קאַרש און באַרנע און איך דערקען די נאַסע שמײכלען איבער די קאָנװערטן. 38 ---------------- 1975 ניטאָ די גרינע אױגנפּאָר פֿון לאַנג־לאַנג־לאַנג. די גרינע װי יאָדלעװאַלד. נאָר קױם איך זע די אױגן, איז אַ סימן: זײ זעען מיך. און יאָדלע־צװײַגן־גרין איז אױך מײַן קינאה צו גײַסטער אױסגעהונגערטע, צו קלאַנגען און צו שטימען. װען גאָט װאָלט בלױז באַשאַפֿן זײער גרין דאָס טונקל־גרינע, ער װאָלט געװען דער זעלבער גאָט. װי קאָנען זײ ניט־װערן? איך בלאָנדזשע אין אַ װאַלד: עס ברענט די זון אין פּאָװעטינע, פֿון גרינע הײלן שורשען צװישן װאָרצלען גרינע טרערן. ו1ען די אָ גרינע אױגנפּאָר װאָלט אונטערגײן אױף אײביק, אַנשטאָט אַן אײביק װאָלטן זײַן צעװערעמטע סעקונדן. איך בלאָנדזשע אין אַ װאַלד: ס'איז נאַכט. אַ װאָרצל שלאָגט נאָך גלײמק, די זון אין פּאָװעטינע איז נאָך אַלץ דאָ ניט פֿאַרשװוּנדן. זײ זעען מיך, די טונקל־גרינע, װאַרטן אױף אַ סימן, זײ צקערן בײַנאַנד מיט זײער פּנים װיזאַװי מיר. און שורשענדיקע טרערן פֿון די גרינע הײלן שװימען אַרײַן אין מײַנע זעונגען און לאָזן זײער גלי מיר. 39 ---------------- 1975 מיט יעדער נײַעם דונער װאָס דו האָסט מיר פֿרײַ געשאָנקען, געשאָנקען האָסטו מיר אַ נאַסן בליץ פֿאַר אַ באַגלײטער צןי לינדערן די לײדן, צו באַגראָזן און באַלאָנקען מײַן אָפּגעברענטן אַלף־מת. נשאָ צו אים קײן צװײטער. און װאָרהאַפֿטיק, דײַן בליץ איז ניט געװאָרן פֿריִער נעלם קױם האָט ער ניט באַלױכטן מײַנע שׂונאים, די שאַקאַלן, און לאָקערדיקע שדימלעך אין פּאַנצער און אין העלעם; זײ האָבן זיך פּאָסמאַקעװעט פֿאָרױס מיט מײַנע שטראַלן. דײַן בליץ באַלױכט מײַן פֿינצטערניש, דײַן בליץ באַלױכט מײַן פֿײַער, אַ שאָטן אָנגעכאַפּט בײַם האַלדז ־ ער זאַלבט אים פֿאַר אַ װײַסן. דײַן בליץ באַלױכט אַ װערעמל, אַ קראָ, פּאַפּיר־און־בלײַער און אױך דעם טױזנטאױגיקן, דעם סאַפּענדיקן כּעסן. דערקענטעניש פֿון בליץ און דונער, בײדע זענען אײניק, ס'באַלױכט דער בליץ די װוּנדן װאָס דער דונער האָט געבױרן. און בײדע זענען הונגעריק און פֿאַר מײַן הונגער װײניק: דער אָפּגעברענטער אַלף־בית נעמט װידער יױרן, יױרן. ▯4 ---------------- 1975 נאָך װאָס און װעמען בענקסטו? ־ כ'בענק נאָך גאָרנישט ניט, נאָך קײנעם, פֿאַרשלונגען איז אין גאָרנישט אַלץ. און אַלץ איז מײַן פֿאַמיליע. נאָך אײנס אַ יאַטל בענק איך צװישן קאַרשנמימער־שכנים: צעטרײסלען קאָן ער מיט אַ שטײן אין ברונעם אַן אידיליע. און װײַטער? — נאָך מזוזהדיקע בינען. די װאָס בײַסן מחיהדיק, אַנשטאָט אַלײן אַ קוש צו טאָן די פֿינגער. באַגאַנגען זענען זײ אַ זינד און גאָרניט אױף צו פֿלײַסן: אַ יאַגדע צוגערױבט אין װאַלד בײַ פֿײגעלעך, בײַ זינגער. און װײַטער? — נאָכן שליסל אינעם ים, אױף זײַנע דנאָען; פֿאַרלױרן האָט אים דאָרטן בעתן װעלטבאַשאַף דער מײַסטער. און װײַטער בענק איך נאָך אַ צײַט װאָס האָט ניט מער קײן שעהען, צעטרענצלט האָב איך זײ, װי אַ מאַגנאַט אַ פֿולן טײַסטער. איך בענק נאָך גאָרנישט ניט. נאָך קײנעם. הינטער יענער הילע בלױאױגיק בליִען װערטער און עס לעבט אין זײ אַ רעגן. און צװישן מיר און זײ אַ תּהום. און בײדע טוען תּפֿילה: אַ רעגן־בױגן זאָל פֿון תּהום דערנענטערן די ברעגן. 41 ---------------- 1975 דו ציטעריקע כװאַליע אױפֿן ברעג פֿון ים־התּיכון, דערצײל מיר ניט אַז ביסט אַ כװאַליע, בלאָז און ראָז און גסיסה. געהערסט צו מיר. דו ביסט אַן אײנס פֿון מײַן געזעמל איכן, לפּנים האָסטו זיך פֿאַרשטעלט: אַ כװאַליע אַן אַקטריסע. אַזױ פֿיל כװאַליעס. צו קײן אײנער ביסטו ניט געגליכן און װאָלט אַ דעמאָן שמידן דיך אין קײטן, אַ געשמידטע געקומען װאָלסטו קניִען אױפֿן ברעג פֿון ים־התּיכון, װײַל בלױז מײַן שװײַגן־צו־די־הימלען האָט אױף דיר אַ שליטה. אַרױסגעחלומט האָב איך דיך פֿון קבר דו זאָלסט ברענגען פֿון בליִענדיקן עץ־החײם זיבן גרינע בלעטלעך. און איצטער ביסטו אױסגעלײזט פֿון ברישן און פֿון לענגען און אײביק לעבן ברענגסטו מיר גן־עדנדיק און געטלעך. אַרײַנטאָן װעל איך עס צו זיך אין גאָרטן; עס אַרײַנטאָן אין ליפּן אױפֿגעשניטענע, דער צער זאָל װערן לינדער, און זען אַ זעונג װי דער מאָרגן טוט זיך אינעם הײַנט אָן און ס'טײלן זיך מיט מײַנע ליפּן קינדער און קינדסקינדער. 42 ---------------- 1975 אַ מירטן־ריח האָט געפֿירט מיך פֿאַר דער האַנט אין צפֿתער געבערג. דערפֿירט מיך צו אַ הײל; איך האָב אין איר געפֿונען אַ שלאָפֿנדיקן רעגן־בױגן בײַ אַ קװאַליק װאַסער: עס ציִען זיך אַהער די װאָרצלען פֿון פֿאַרשטױבטע זונען. ב'װאָלט מעגן אױסטאָן מײַנע שיך, נאָר האַנטיק צו באַרירן דעם שלאָפֿנדיקן רעגן־בױגן איז געװען אַ העזה: צערונען זענען טרעריק זײַנע זעלטנסטע קאָלירן, קױם האָט ער אױפֿגעװאַכט און בלױז אַ בײַט געטאָן די פּאָזע. די צינגעלעך אין װאָרצל־העלדזער ־ אָפּגענאַרט און טרוקן, פֿאַרשטױבטע זונען װעלן אױסגײן דאָרשטיקע, אָן טראָפּנס. אַ רעגן־בױגן אױפֿװעקן פֿון חלום איז מסוכּן, די שטילקײט מעג בלױז צװיטשערן אין הײל בײַ זײַן צוקאָפּנס. אַזױ װעט אױך געשען אַז עמעץ װעט דיך װען געפֿינען אין הײל פֿון דײַן פֿאַרלױרנקײט צו אײַנשטילן אַ נײַגער: אַ הענגל סודות װעט אַראָפּ פֿון זינגען און פֿון זינען און װעסט ניט װיסן פֿון דײַן איך, דעם דימענטענעם שװײַגער. 43 ---------------- 1975 פֿאַראַן אַן אױסטערלישער טעם, פֿון מילגהשזאַפֿט באַטעמטער און אױך פֿון װײַנטרױבן אין מידבר װען אָן שאָטן פֿלאַמט ער: בשעת אַ רעגן קױלערט זיך אין רױטן שטױב פֿון שטעגלעך און אױף ירושלים־בערג פֿאַרזוכן אים איז מעגלעך. אַיעדער שטױבל װערט אַ פּרי אַ קדמוניש־היגע, אַ פּרי פֿונעם הימל און דער ערד, אַזאַ מזיגה. און אַז דו מאַכסט אַ ברכה און פֿאַרזיגלסט זי מיט ליפּן, פֿאַרקניפּן װעט זי דיך מיט הימל און מיט ערד פֿאַרקניפּן. װי זידנדיקע מילך לױפֿט אױס אַ װאָלקן; און אַ צװײטער גינגאָלדיק נידערט אױפֿן רעגנס הענגענדיקן לײטער. עס קנעטן שטראָמען שטיקער פּעלדז מיט מבולשער דינאַמיק, נאָר גאָרנישט איז אַזױ װי שטױב אין רעגן פֿריש און טעמיק▯ פֿאַראַן אַ טעם פֿון חלום )צו אַ גומען קױם דערגאַנגען▯, פֿאַראַן אַ הײלנדיקער טעם פֿון גאָט־געבענטשטע קלאַנגען; דער טעם פֿון שטױב אין רעגן איז פֿון מילגרױמזאַפֿט באַטעמטער און אױך פֿון װײַנטרױבן אין מידבר װען אָן שאָטן פֿלאַמט ער. 44 ---------------- 1975 לױפֿנדיקע מוסקלען פֿונעם טױט אין מידבר: דיונעס, אונטער זײ אַ שערבלעניש פֿון קרױנען און אמונות. נאַכט אין מידבר. מידבר איז די נאַכט. אױסגעברענטער אָטעם פֿון די שטערן זײער װעכטער. עמעץ לאַכט, עמעץ לאַכט אַ קאָסמיש געלעכטער. ס'לאַכן קױלערט זיך. אַ קױלער נאָך אַ קױלער און צוריק, אימהדיקער, נאַקעט־הױלער, מיט אַ מידבר־קאַץ אין בליק. לאַכט עס פֿון באַשאַף דעם בוראס, לאַכט עס גאָט פֿון זײַן באַשאַף? זײַ אַ חכם װער געװױר עס און צערײַס דעם לעצטן דף. עמעץ לאַכט ▯ פֿון זײַן אײגן געלעכטער. 45 ---------------- 1975 װי אַלט זײַט איר, גראָזן? צום ▯ײנס פֿונעם אײנציקן װיפֿל געסיליעטע נולן אױף גאָר דער יבשה? מערער פֿון אײַך אין דער צאָל אָדער װינציקער־װײניקער? אַצינד, װען ס'דערלאַנגט אײַך דער ים־װינט אַ שנעל, אַ צעפּלאָשע, געדולדיקער קאָן מען אײַך צײלן און בלײַבן אַלײניקער. אַנדערע מענטשן און אַנדערע צמחים אַװוּ נאָר עס האָט מיך פֿאַרזעגלט דער ים־װינט. בלױז א י ר זײַט געבליבן די זעלביקע גראָזן אונטער האָגל און פֿײַער. האָגל און פֿײַער. ס'האָט אײַך ניט קאָסע צעשניטן, דונער — צעשטױסן, און אײַער נשמה־קאָליר איז געבליבן פֿון דרױסן. װי אַלט זײַט איר, גראָזן? אַצינד אױף מײַן אָװנט־שפּאַציר לאָמיך װערן אַ טרעפֿער: עלטער פֿון מיר און מײַן צונגיקער שאלה, אַ קאַפּעלע ייִנגער פֿון אײַער באַשעפֿער. 46 ---------------- 1975 די לאָפּעטע לײם אױף דער שמאָלינקער קרקע זעט אױס װי זײַן מאַנטל, װי זײַן מאַרינאַרקע. צעפֿלױגן געװען, האָט פֿאַרגעסן זיך אָנטאָן. אַ רגע. דער מאַן װעט זיך באַלד אַ דערמאָן טאָן. ער װיל זיך דערמאָנען, עס מאָנען די בגדים, אַ װײַטע נסיעה. זײ זענען אַ שאָד אים. אַ רגע. נאָר װוּ איז אַנטרונען די רגע? פֿאַרראַטן. זי האָט דיך פֿאַרראַטן, קאָלעגע. רױטפֿיסלדיק היפּערט זי דאָ צװישן צװײַגן, די גילדענע צװײַגן פֿון גילדענעם שװײַגן. און צװישן די אַלע באַגלײטער, באַװײנער, אים שענקען אַ רגע דערלױבט זיך ניט קײנער. 47 ---------------- 1975 ▯ צו װעמען געהער איך? צו דיר און צו מיר און איבער אונדז בײדן דעם שטערן. צוזאַמען איז דרײַ. נאָר אַװוּ איז דער פ י ר צו װעמען מיר מוזן געהערן? עס װאָלטן די דרײַ ניט געשפּילט זאַלבע דריט אין לעבן, אין טױט און אין װערטער און ס'װאָלטן זיך אָפּשטעלן אונדזערע טריט װען ס'װאָלט זײ ניט בענטשן דער פֿערטער. צו װעמען געהער איך? צום גאָרנישט און גאָר, צו דיר און צו מיר און צו קײנעם. און בלױז װען באַזונדער איך צײל דײַנע האָר געהער איך צו אַלע אין אײנעם. 48 ---------------- 1975־76 דײַן לײטער איז דאָך אינעװײניק, אין—דיר איז דײַן לײטער, אַבי דו האָסט געמײנט אַז דרױסן, אָנגעלענט אָן בױדעם, און אַז דער ערשטער קלעטערער קאָן אָנקומען דער צװײטער, אַנשטאָט דעם ערשטן קאָן דער צװײטער אױפֿהײבן זיך קודם. אומזיסט געװען צו מײנען און פֿאַרװאָלקענען שװאַרצאַפּלען: זעקספֿליגלדיקע װערטער זענען גרײט אױף זײַנע שטאַפּלען. און אײנס פֿון זײ רירט־אָן דײַן דיך בײַם ראַנגלען זיך, בײַם צאַפּלען, אַז בלײַבן זאָלסטו הינקעדיק בײַם שטײַגן אױף די שטאַפּלען. זײַ הינקעדיק נאָר לאָז ניט אָפּ די ליניע פֿון דער שלמות, דײַן לײטער װעט ניט אײַנפֿאַלן פֿון ערדישן געציטער. ניטאָ קײן שטערן אין דער נאַכט, נאָר ברענענדיקע שמות, ניטאָ קײן צװײטער, ביסט אַלײן דער צװײטער און דער דריטער. אין דיר, אַ לעבעדיקער אָטעם אין אַ טאָל מיט בײנער, אַחוץ דײַן אָטעם קאָן זײ ניט צום לעבן ברענגען קײנער. אין דיר, ס'געװײן פֿון ערב שטורעם און די ים־לופֿט נאָכן, ▯ער פֿױלנדיקער יאָדער און זײַן מאָרגנבױמס נצחון. 49 ---------------- 1975־76 צי ראַנגלט זיך אַ מלאך מיט אַ גיהנומדיק פֿאַרזעעניש? ד▯▯ס ברענט אַ בױם! דאָס קאָרמעט ער און שענקט נאָך זײַנע רינגען ד▯▯ם פֿײַער, אַז דאָס פֿײַער זאָל אים דאָרשטיקער פֿאַרשלינגען. ...און פּלוצעם זע איך פֿון דער װײַט אַ זעעניש: אַ▯▯ײן איך בין דער ברענענדיקער בױם. איך ברען און קאָרמע ד▯▯ם פֿײַער מיט מײַן אײגן לײַב, אַ האָרמע נאָך אַ האָרמע. ע▯▯ ברענען מײַנע װאָרצלען. ס'ברענט מײַן קרױן. עס ברענט מײַן זינגער און לעצטע צװײַגן װאַרף־איך־צו דעם פֿײַער, מײַן פֿאַרשלינגער. נ▯▯ר אײדער כ'װער אַ האָלאָװעשקע, נעמט מיך דאָרט באַשיצן אַ▯ אַנדער פֿײַער: דאָס געבענטשטע פֿײַער פֿון די בליצן א▯ן װאָלקנװאַלד. אַ גרעזעלע צעװײנט זיך װי אַ ביבער א1ן ס'קערן זיך די ברינעמער פֿון הימל דרײַ מאָל איבער. אַ יום־טוב און אַ רעגן־װוּנדער: בײַ אַ שװעל אַ זײַטיקן ד▯▯רװאַכט פֿון אַש דער זעלבער בױם אין העמד פֿון ליכט־און־שאָטן. די דרעמלענדיקע פּירות װעלן שפּעטער אױך געראָטן, ד▯▯רװײַלע זע איך, הער איך װי זײ צײַטיקן. 50 ---------------- 1975־76 דו אָפּגעשײדטע רגע, מסט געגליכן צו דײַן שװעסטער, מיליאָנען ליכטיאָרן פֿאָרױס. אַ קלאַנג פֿון אַן אָרקעסטער איז לײַכטער צו פֿאַרזיגלען אין דער לופֿטן, צו פֿאַרשליסן, װי אומצוקערן דיך אַ רגע צו דער ערד און װיסן ביסט װידער מײַנע; און אױך איבערלעבן די הנאה, די שניטן פֿון דײַן אַקערמױל; דאָס פֿרילינגדיקע, רױע געשטראָם, די קושן־קערנער אין די אײַנגעצײנטע בײטן און אױסצוטרינקען דײַן מוזיק אַ צװײטן מאָל, אַ צװײטן. עס הױערט נאָך אין פֿינגערנעסט בײַ מיר דײַן לינדער צאַפּל, װי כ'װאָלט באַרירט אַ פֿײגעלע, די גרײס פֿון אַ שװאַרצאַפּל. אַ גאָלדן רגע־פֿײגעלע מיט װוּנדיקער מתיקות, און כ'װיל אין פּוסטער פֿינגערנעסט אַרײַנציִען צוריק עס. נאָר דו ביסט װײַטער פֿון געדאַנק, װי ניט־געבױרן ביסטו, מיליאָנען ליכטיאָרן פֿאָרױס און קױם פֿון דאָרטן גליסטו. איך האָב אַפֿילו ניט געקאָנט אַהין־צו דיך באַגלײטן און איבערלעבן אונדזער פֿרײד אַ צװײטן מאָל, אַ צװײטן. 51 ---------------- 1975־76 אַרײַנציִען אַ פֿאָדעם אין אַ נאָדל? נײן, בן־אָדם, אַפֿילו אין אַ שטורעמנאַכט אַזאַ פֿאַרמעסט איז װינציק: דאַרפֿסט ז י ך אַלײן אַרײַנציִען, אַלײן צו זײַן דער פֿאָדעם און תּפֿילה טאָן, די װוּנדער־נאָדל זאָל דיר בלײַבן גינציק. און אַלצדינג װאָס ניט מעגלעך װעט שױן יעמאָלט װערן מעגלעך און דו, דער פֿאָדעם, װעסט פֿאַרנעמען דאָס געבעט פֿון טײלן. דערבלאָנדזשען װעלן זײ צו דיר. אין דיר. אױף דײַנע שטעגלעך. צוזאַמענטוליען זאָלסטו זײ און הײלן. הײלן. הײלן. מיט לײַב־און־לעבן דײַנס פֿאַרנײ די װוּנדן און די ריסן צעהאַנגענע, געהאַנגענע אױף טױערן און קױמענס. פֿאַרנײ און גיב אַ תּיקון דעם צעמעסערטן געװיסן, פֿון דײַנע אומגעבעטענע צװײפֿיסיקע חלומות. אַ לשון האָט מיט זײַן געזאַנג אין פֿעלד געריסן קריעה נאָך אײדער ס'האָבן װאָגלענדיקע ליפּן אים געטרונקען. פֿאַרנײ אים אױך! לכּבוד זילבן קינדערישע, פֿריִע, לכּבוד ערשטן מילגרױם און דעם זאַפֿט פֿון זײַנע פֿונקען. 52 ---------------- 1975־76 ▯ טאָג־טעגלעך עסן זײ: די מױז, דער אײזל, די גאָרילע און אױך דער האָמאָ סאַפּיענס, נאָך ניט אָפּגעװױנט פֿון עסן. דאָס מאַלפּעװען זײ נאָך דער צײַט װאָס װײס ניט פֿון קײן תּפֿילה און לעבעדיקערהײט זי פֿרעסט די קינדער, די מעת־לעתן. אַ פֿרעסעניש אױף דר'ערד און אױבן אױך די זעלבע סצענע: קאַפּױערדיקע שפּיל פֿון ליכט און שאָטן, אומצעשײדיק. אױך דאָרטן צװישן הימלפֿעלדזן לאָקערט אַ היענע, דער מילכװעג זאָל ניט מײנען, ער איז הפֿקרדיק און לײדיק. אַ װערעמל פֿאַרשלינגט די זון אין מוח פֿונעם גאָון, אַ גרין געלעכטער איז דאָס גראָז צוקאָפּנס פֿונעם פֿרעסער. אַ בעזעם קערט צונױף דאָס גאָלד פֿון אָפּגעשיטע שעהען און איבער זײ אַ הונגעריקער מאַרש פֿון גאָפּל־מעסער. נאָר פֿרײ זיך מיטן הונגער און זײַן הונגעריקן שאָטן: װוּלקאַן פֿון שטילקײט. בראשיתדיקער נײַגער. ערשטע סיבה. געזעטיקט — װאָלסטו ניט געשריבן, װאָלסטו ניט געקנאָטן און טױטער פֿונעם טױט װאָלט זײַן דער חשק און די ליבע. 53 ---------------- 1975־76 די רינגלטױב. איך װאָלט נאָך װעלן װאַרעמען אַ רגע אַרום איר זוניק בריסטל מײַנע קאַלטע פֿינגערשפּיצן, יױ קינדװײַז, און דערנאָך געשװינד אַ לאָז טאָן זי אין פֿליראָד, נאָר ניט קײן טױב אין טױבנשלאַק צו ברענגען ▯ איך װאָלט װעלן אַרײַנרינגלען זי זאָל אין מיר דײַן שמײכל. בלױז דײַן שמײכל. אַזאַ װי ס'האָט פֿון טרערנדיקער לופֿט אים אױסגעקנאָטן דער אַלבאַשאַפֿער און מיט זעלבן קול װי בעתן זאָגן: זאָל װערן לינט! — געזאָגט: זאָל װערן שמײכל. געטרײַער איז ער מיר געװען, װי איך אַלײן געטרײַ בין געװען די ליפּן מײַנע, אומגעשטילטע נאָך זײַן װאַסער ▯ געטרײַער פֿונעם קניִענדיקן שװײַגן װאָס איך שרײַב אין ירושה־טאָגבוך, אַז צו אים געהערן מײַנע אוצרות. אַצינד װען ס'בלאָנדזשעט װי אַ זונשטראַל אָן אַ זון דײַן שמײכל אין װאַלד פֿון אױסגעהאַקטע שאָטנס, דאַרף דאָך זײַן אַ גזלן די רינגלטױב זי זאָל ניט װעלן אױספֿירן אַ שליחות: אַרײַנצורינגלען אין מײַן אַלטן טױבנשלאַק דײַן שמײכל. 54 ---------------- 1975־76 אַ חתונה אין גאָרטן. אױך די פֿײגל זענען שיכּור. בײַנאַנד מיט חתן־כּלה אי זײ טאַנצן, אי זײ ברױזן. אַן אײנציק ניכטער קול פֿאַרלעשט איר װײַן, פֿאַרלעשט איר ליקער: אַ מײדעלע אין גאָרטן אַלאַרמירט: מע קױלעט רױזן! מע קױלעט רױזן. און געקױלעט איז דער שײנער װעטער. מע פֿאָכעט אין די קוסטן מיט אַ גלאַנץ אַ שטאָליק־בלױזן. און זײער אונטערשלאַק פֿון זילבער קערן אױס די בלעטער פֿון ציטערבױם אַנטקעגן אָנהײב נאַכט: מע קױלעט רױזן. װער קױלעט רױזן? עמעץ קױלעט. ס'װעט אַ קינד ניט לײַגן, זײ שװימען אױף אַ טײַך װי בינטלעך האָר, װי רױטע קרױזן. און װיל זײ ראַטעװען אַ װאָלקן הינטער לעצטע צװײַגן — געקױלעט װערט ער אױך, אַזױ װי עמעץ קױלעט רױזן. עס רעגנט מיט אַ רױזן־רעגן אָטעמדיק און װאַרעם. דער כּלה־שלײער װיל די שרעק פֿון כּלה ניט אַנטבלױזן. און שולדיק איז דאָס מײדעלע װאָס האָט געמאַכט אַ ליאַרעם אין גאָרטן בעת דער חתונה־מוזיק: מע קױלעט רױזן. 55 ---------------- 5▯19־76 ע▯▯שט יעמאָלט װען דער הלום־הונט האָט האַרציק זיך צעבולן, מ▯.ך אױפֿגעװעקט מיט מזל צװישן זשומענדיקע ספֿרים )▯▯ זונשטראַל האָט צום טױ פֿון שױב, צו פֿלעמלדיקע נולן, ד▯כרשטעלט אַן אײנס( — דערזעז אין דרױסן האָב איך אױף דער װאָר אים, ד,▯ם זעלבן הונט, און װידער בילט ער. הױדעט מיטן קעפּל כ▯זאָל נאָכגײן זײַן פֿירפֿיסיקײט, ער װיל מיר װאָס אַנטפּלעקן כּ▯־זמן די װאָר איז נאָך פֿאַרשיכּורט מיטן חלומס נעפּל. א▯▯ן כ'בין אים נאָכגעגאַנגען װי אַ בלינדער נאָכן שטעקן. אַ טױער עפֿנט זיך אין טאָג. עס װאַקסט אַרױס אַ היכל. איך קום אַרײַן, ס'פֿאַרקלאַפּט זיך הינטער מיר דער העלער טױער. אַ זקן גוססט אױפֿן דיל מיט שערבלדיקן שמײכל און בלױער אַש פֿון זײַנע ליפּן לױשפּערט מיר אין אױער: —— כ'געדענק אַ בײזן װינטער װען געפֿרױרן האָבן טרערן, אַנטליִען האָסטו מיר אַ שײַטל האָלץ אין יענער געגנט, אַצינד איך מוז דיר אָפּצאָלן דעם חוב: צו דיר געהערן אױף שטענדיק מײַנע װײַנשטאָקן פֿון כּרם. זײַ געזעגנט. 56 ---------------- 1975 ־76 פֿון טיגער װאָס איך האָב אַ מאָל געװאָלט אין אים אַרײַנגײן )דער ברודער טױט זאָל אױכעט, װי זײַן שװעסטער לעבן, אײַנגײן( בשעת מיר האָבן זיך אין דזשונגל טרער אױף טרער געטראָפֿן, דערגאַנגען איז צו מיר אַזאַ מין דונערבריװ אין סטראָפֿן: דו מײנסט איך בין געװעלגערט פֿון אַן אַנדער ערד און װאַסער, געבױרן סתּם אַזױ צי לױטן װילן פֿון אַ שפּאַסער, און ס'האָבן לאַנג פֿאַרגעסן מײַנע נאָזלעכער דײַן פּנים און דײַן פֿאַרלאַנג צו װאָנדערן אין מיר? אָ נײן, איך קאָן אים. דו מײנסט אַז אונדזער בײדנס חלום האָט אַן אַנדער מראה? איך קאָן אַפֿילו לײענען די בליצן פֿון זײַן כמאַרע. געדענק, אַז אונדזער בײדנס בלוט איז הײס און רױט און פֿליסיק, צעהאַלבסטו מיך, אַ שטײגער, בין איך שױדערלעך צװײפֿיסיק. דו מײנסט, אַז בלױז אַ מענטשן װעט משיח זיך אַנטפּלעקן? אַ חיה אױך. און אָפּװאַשן פֿון מיר די אַלטע פֿלעקן. טאָ לאָמיר אים אַנטקעגנטאַנצן שלומדיקער, קליגער, ניט װיכטיק װיפֿל פֿיס מיר האָבן ־ — דײַן געטרײַער טיגער. 57 ---------------- 1975־76 אַריבערשװימען. יעדער מוז אַריבערשװימען צונעם באַשערטן ברעג, צי נאַזנדיק צי גאָר בײַם לײגן קלאַפֿטער און איבערלאָזן װעמען אַ ניט־אױסגעשעפּטן ברונעם װאָס נײַע רינגען, פֿאַר אַ דאָרשט אַ זוניקן, באַשאַפֿט ער. די הונגעריקע הײַפֿיש־מוזיקאַנטן זעגן, זעגן און טױט און לעבן ראַנגלען זיך אױף טױט און טױט. ביז אײנער פֿאַרבלײַבט אַלײן אַ לעבעדיקער צװישן בײדע ברעגן: אַ לעבעדיקער בלײַבט דער טױט מיט הײַפֿישיקע צײנער. װער סיליעט פֿאַר דער אײביקײט אַ שנירל רױטע קרעלן? און װער, פֿון טױט און לעבן, איז דאָ אָדם, װער איז חװה? קאָן זײַן, אַז אױך יסורים װילן עמעצן געפֿעלן, אַזױ װי ס'װיל געפֿעלן דער צעשפּרײטער עק פֿון פּאַװע. אַריבערשװימען. און װוּהין אָן־אָטעם זײ דערשװימען — באַגעגנט זײ אַ גרינע פֿאָן, צי פֿינצטערניש אָן פֿענצטער? ס'װעט עמעץ נאָך פֿון יענע מיר אַ פּינטל טאָן אַ סימן און סאַמע װײַטסטער װעט מיר דעמאָלט װערן סאַמע נענטסטער. 58 ---------------- 1975־76 און יעדע רגע זע איך דיך צום ערשטן מאָל אין לעבן. דו ביסט אַ סודותדיקער טײַך; כּסדר ,טײַך, און שטענדיק אַ לײקענונג פֿון זיך אַלײן; און יעדע רגע אַנדערש דער נאָמען דײַנער, נאָר ניטאָ פֿאַר דיר אַזױ פֿיל נעמען. טרינקסט־אָן די װאָלקנס און זײ שענקען דיר צוריק אַ רעגן. און אױב דו פֿאַלסט אַרײַן אין ים, איז נאָר כּדי זאָלסט קאָנען יונגטײַכיק שפּאַנען װײַטער אױף ממשותדיקער ערד און בלײַבן װוּ דו ביסט און שלאָגן שטראָמענדיקע װאָרצלען. די שטראָמענדיקע װאָרצלען שלאָגן הילכעװדיקער, נענטער, זײ שלאָגן שױן אַצינד אין מײַנע אָדערן, אין האַרצן. כ'בין אױך אַ סודותדיקער טײַך און יעדע רגע אַנדערש דער נאָמען מײַנער, נאָר ניטאָ פֿאַר מיר אַזױ פֿיל נעמען. ס'גענענט אַ שטורעם אױפֿצודעקן אונדז און צו פֿאַרשטעלן, מיר װעלן בײדע שפּעטער זיך באַגעגענען אין ים. און זאָגן װעסטו אײדער כװאַליע װעט אַרײַן אין כװאַליע: און יעדע רגע זע איך דיך צום ערשטן מאָל אין לעבן.־. 59 ---------------- 1975־76 געצױגן האָט אונדז בײדן דאָ, סײַ מיך און סײַ דער מושל, מיר זאָלן שליסן קאַנטשאַפֿט אױפֿן ים־ברעג אױפֿן יפֿוער, אַז יענע זאָל פֿון װאַסערהײלן ברענגען מיר אין מושל אַ גרוס פֿון איר באַשאַפֿער. נאָך קינדיש־װײך דאָס פּאַנצערל אַרום דעם ראָזן לײַבל און װאַרעמלעך: אַ מושלקינד געבױרן אין אַ הײַבל. נאָך שפּיגלט זיך די צערטלעניש פֿון אָפּגעשײדטן אָרעם און פּײַנלעכע געזעגעניש מיט שלמותדיקער פֿאָרעם. װען קאָנען װאָלט איך זײַן דער גאָלדשמיד פֿון אַזאַ אָ מושל, מיט קײנעמסדיקן ים־געװײן און אױפֿגעשפּילטן חושל, מיט רעגן־בױגן־רינגעלעך געשפּרענקלטע אין פּאַנצער און װוּ עס רױשט אַ רעגן אױך, אַ האַלבער צי אַ גאַנצער: אַרױסגעריסן װאָלט איך זיך פֿון זילבן און געדאַנקען — די ריפּן דער נשמהס; און װי גאָרניט אין מײַן טבע, אַ וןײב געטאָן דעם ים אױף מײַנע אַקסלען אים צו דאַנקען און בלאַנקען װי זײַן מעװע. 60 ---------------- 1976 דעם אָנדענק פֿון אַבוש װערבער קױם האָסטו זיך אַרױסגעקליבן פֿון דער װעלט און אירע מעת־לעתן, און זיך אײַנגע▯אָסטעט אין דער נײַער דירה אַװוּ עס פֿױלט אין פֿינצטערניש די זון, עס פּלאַצט איר קערן, אַז אױפֿגײן זאָל אין דיר אַ נײַע בענקעניש ־ לחײם גיס איך אָן פֿון דײַן געטראַנק װאָס מיר איז טײַער: אַ גלעזל דיר, אַ גלעזל מיר, דעם זעלביקן טאָקײַער, אַז טרערן זאָלן זיך פֿון װײַטן אָנקלאַפּן אָן טרערן, באַפֿרײַטע פֿון געפֿענקעניש. באַזונדער, זענען מיר בײַנאַנד געבליבן טאָפּל אײניק, נאָר דיר אין דער־אָ טאָפּלקײט אַ גלעזעלע איז װײניק: דאַרפֿסט אױסטרינקען אַ רעגן איך זאָל קאָנען אין דײַן שאָטן, אַרום דײַן בױם, אַ באָרװעסער פֿאַרבײַגײן דיר. קױם האָסטו זיך אַרױסגעקליבן פֿון דער װעלט און אירע מעת־לעתן, און זיך אײַנגעמאָסטעט אין דער נײַער דירה, דײַן גאַניק מיטן פּרישן זאַמד איך האָב נאָך ניט באַטראָטן צו לײענען מײַן שװײַגן דיר. יאַנואר 63 ---------------- 1976 ניט מענטשן בלױז, אַדורכגעװײקט פֿון כליפּענדיקן פֿײַער, גענענען צו די שטײנער די פֿירקאַנטיקע און לאָזן פֿאַרװיקלטע באַגערן דורכן אױסלײזער דעם בלײַער, מעת־לעתן אױך: דאָס קװיטלען זײ אַרײַן די בינטלעך גראָזן, בײַנאַנד מיט שאַרפֿע קרײַטעכצער און בשׂמימדיקע בײמלעך צו בליִען אין די שטײנער־װינקלען הײמישלעך און הײמלעך: דערפֿרײען זאָלן זײ די טעג װאָס בלאָנדזשען אונטער װעגנס און אױסבעטן פֿאַר קראַנקע נעכט רפֿואהדיקע רעגנס. און אױבן אװף די בערג, אין װײַסע כװאַליעס פֿון דער שקיעה, אַלזעיִק שװימט אַן אױג און לײענט. בלױז אַן אױג. און חוצן אַלזעיִק שװימענדיקן אױג און צוקנדיקער װיִע איז ניט פֿאַראַן אין גאָרער װעלט קײן רחמים און קײן גוטס▯. די װײַסקײט װערט נאָך העלער װען עס טונקלט הינטער װיִעס און אינעװײניק איז פֿאַראַן די צײַט און איר נביאות, פּאַראַן די שטאָט און אירע מתים און מײַן אײגן שפּאַנען, און אױך דאָס ניט־פֿאַראַניקע איז דאָרט אַצינד פֿאַראַנען. 64 ▯ ---------------- 1976 פֿון בײמער מאַכט מען װוּנדערלעך פּאַפּיר. און א▯ך — ס'▯אַרקערטע: פּאַפּיר פֿאַרװאַנדל איך אין בײמער, אין דעם בױם פֿון לעבן. איך װעל זיך צוּװאָרצלען צו אים, ביז װאַנען עס װעט אױפֿגײן ס'געזאַנג פֿון זײַנע פֿײגל. זײ װעלן זיך צעבליִען און אַרױסבלאָזן די ערשטע געבענטשטע קלאַנגען ▯ אומפֿאַרבײַטלעך, אײנציק איז מײַן שליחות: פֿאַרװאַנדלען די פֿאַרװאַנדלונגען אין זײער ערשטן מקור, פֿאַרװאַנדלען זיך אַלײן אין פּראָטאָפּלאַזם פֿון מײַן חלום. פֿאַרװאַנדלען װעל איך גרודעס לײם אין זײער מענטשלעך פּנים, פֿאַרװאַנדלען אײדלשטײנער אין אַ לעבעדיקן גאָלדשמיד. און סודות אָפּגעזונדערטע און מײַלן־װײַט פֿון װערטער, פֿאַרװאַנדלען װעל איך אין אַ שטראַלונג ביזן דנאָ פֿון טרערן. איך טונק אין זון מײַן זיגלרינג און שטעל אים אין דער פֿינצטער צו היטן די פֿאַרװאַנדלונגען. מײַן קומעדיקער יורש, דער קאָסמישער פּאָעט, זאָל קאָנען זוכן און געפֿינען, און מײַן געבײן זאָל שמײכלען. 65 ---------------- 1976 פֿאַראַן בײַם בראַצלאַװער אַ זאָג: זיך אָפּשפּאָרן דאַרף יעדער אַ טױטע שעה: אַז אַלץ אַרום זאָל טױט זײַן, דו דערקעגן זאָלסט לעבן. תּפֿילה טו איך צו דער טױטער שעה, בײַם גדר פֿון זונפֿאַרגאַנג: מאַך לעבעדיק אין מיר דעם שנײ, דעם רעגן. צעבלאָז אַ שײַטער־הױפֿן, אַז אַ װאָלף זאָל בלײַבן הענגען אױף שײַטער־פֿונקען, װען אַ גוטער גײַסט באַװעגט מײַן אָרעם. און צי אַרױס, װי זשאַװערדיקע נעגל, מיט אָפּצװענגען די נאַרישקײטן מײַנע, װען ס'אַנטפּלעקט זיך מיר אַ פֿאָרעם. געשפּאַנטע לײצעס צױמען־אײַן בהלהדיקע כװאַליעס און בלױז בײַם האָריזאָנט פֿון ים איז אײנע װידערשפּעניק. ס'פֿאַרלעשן זיך אין טױטער שעה געשרײען און באַטאַליעס, אַ חיה טראָגט די רױטע קרױן פֿון ערשט־געקעפּטן קעניג. אַ שליסל מן איך איצטער צו מײַן װעלט און זוך בחינם איר שלאָס אין דרױסן. איך־בין־איך װאָס מער די שעה איז טױטער. און איטלעכע געשעעניש אױף דר'ערד, אין דר'ערד און אינעם באַשערטן װאָלקן, לײַטערט זיך אין האַרצן ליב און לױטער. 66 ---------------- 1976 ',דײַן פֿרײַנד איז אײביק▯ ־ כ'האָב געהערט אין חלום די אָ פֿראַזע, איך האָב געפֿרעגט: פֿון עולם־הבא צי פֿון עולם־הזה? דער נאָמען זײַנער? ניט געװען דער נאָמען זײַנער דײַטלעך, נאָר ס'ליגנט ניט אַ חלום־קול, מעג זײַן דער אמת װײַטלעך. ▯דײַן פֿרײַנד איז אײביק▯ — און דער נאָכקלאַנג װיל זיך ניט באַפֿרײַען פֿון צװישן ברודער הבל אױף דער װאָר און ברודער קיִן. אַ פֿאָדקעװע צום פֿערדנפֿוס װערט צוגעשמידט מיט טשװעקעס און מיך▯ װי צוגעשמידט מען װאָלט אַ פּאָדקעװע מיט שטרעקעס. און כ'האָב געזוכט מײַן לעבנספֿרײַנד עקשנותדיק און גלײביק, אַ חלום־קול װעט ניט פֿאַרטרױען סתּם: דײַן פֿרײַנד איז אײביק. און כ'האָב געבלעטערט מענטשן און געדאַנקען און אַלבאָמען, געװױר צו װערן װוּ ס'באַהאַלט זיך זײַן געזאַלבטער נאָמען. און בלױז ▯דײַן פֿרײַנד איז אײביק▯ הער איך, בלױז דעם פּיזמון אײנעם, אַזױ האָט אױך די קראָ פֿון פּאָ געשאָנקען אַ רעפֿרײן אים. און זוכן בין איך אים אַװעק, מײַן פֿרײַנד, אױף די בית־עלמינס: האָטעלן פֿאַר די טױטע און די לעבעדיקע. אַלעמענס. 67 ---------------- 1976 אַז מענטשן זינגען דיר אַ לױב, דערמאָן זיך אָן די פֿײגל: זײ לאַכן אָדער פֿײַפֿן פֿונעכן שטורעם און זײַן כמאַרע. נאָר אַז אַ פּשוט גראָז, אין אָװנט, גיט זיך אַ פֿאַרנײגל, פֿאַרנײג זיך אױך: גוטן־אָװנט, גראָז. און מאַך פֿאַר אים אַ װאַרע. און זײַ אַ װײַלינקע אַלטמאָדיש )▯יסט גענוג מאָדערן( און לײען פֿאַרן גראָז דײַן מענטשלעך ליד, אַז נאָכן ה▯ערן צוזאַמענגראָזן זאָלט איר זיך אין גרינער פֿרײד ביחידות און בלײַבן זאָל אַ סוד פֿאַר בײדן, װאָס איז פֿאַר אַ ליד עס. חלילה, ס'פֿליט ניט איבער לענדער, איז צו ערד געקאָװעט, נאָר פֿרײַער איז דאָס גראָז פֿון דײַן געדאַנק, און װײַט פֿון שקר. ▯ ▯י גראָזן זאָלסטו גלײבן, זײער כּבוד איז דײַן כּבוד, און אַז אַ גראָז פֿאַרנײגט זיך, װערן שטום די פּוסטע גלעקער. דעריבער, אַז אַ גראָז פֿאַרנײגט זיך, װוּ דו זאָלסט ניט אײַלן, פֿאַרנײג זיך אױך און זאָלן בענקען ערגעצדיקע מײַלן. אַנטפּלעק ניט אײַער סוד פֿאַר קײנעם, זײַ ניט קײן אַנטפּלעקער, ▯ נאָר גלײב: אַ גראָז פֿאַרנײגט זיך, װערן שטום די פּוסטע גלעקער. 68 ---------------- 1976 פֿאַר װעמען טאַנצסטו, קינד, פֿאַר װעמען טאַנצן דײַנע גלידער, װוּהין די רונדע פֿײַלן־בױגנס און אין װעמען צילן זײ? אַרײַנגעצילט אין האַרץ פֿון דעמאָן, פֿאַלט ער נידער־נידער צו דײַנע פֿיס, מיט לעצטן אָטעם, זאָלסט נאָך מער צעשפּילן זײ. זײַן טאָפּל־פּנים: הימל — ערד. אַ יונגלינג און אַ זקן. צו שלאַבעריק די צײן פֿון צײַט אים אײַנצוקאַרבן, אױסעסן. אַנטבלױזטע שפּיגלען זעען װי דו טאַנצסט אין רױטע זאָקן און צװינגסט אים, ער זאָל פֿינצטער לאַכן אין זײַן שױם בײַם גוססן. דאָס לאַכן זײַנס צעשפּאַלט די שפּיגלען. און די שפּליטערס לאַכן צוריק פֿון דעמאָן און זײַן קרױן, פֿאַרקנעכטע, אונטערטעניקע. און דו, אין רױטע זאָקן, אױף דעם גוססדיקן, שװאַכן, דו װיקלסט אַ נקמה־טאַנץ מיט הערשעראױגן ברעניקע. נאָר אונטער דײַנע פֿיס דער קרבן טוט זיך אַ צעפּלאָשע און אָדלעריש דערלאַנגט ער זיך אַ הײב פֿון זײַן געפֿענקעניש בײַנאַנד מיט דיר, דו קינד, און ס'בלײַבן קאַלט אױף דער יבשה די שפּליטערס, און אין זײ: די רױטע זאָקן און דײַן בענקעניש. 69 ---------------- 1976 דעם בױם געבױרט אַ קערן, דער בױם געבױרט אַ פֿידל און דו געבױרסט מײַן שטערן, די נאַכט זאָל זײַן אַן אמת. געבױרסט אים װײַט פֿון דאַנעט, זײַן ליכט געהערט אונדז בײדן, געבױרסט אים װוּ עס װיאַנעט קײן בלאַט ניט און קײן שמײכל. מיר זענען שױן אומדאָיִק בײַנאַנד אַ שאָק מיט שװײַגן, אַ קאָסמישע העראָיִק דערלאָזט ניט אונדזער אומקום. דאָס ערדישע, דאָס װאָרע איז ערדיש־װאָר און גילטיק און מער איז ניט קײן שׂררה דער טױט אױף אונדזער אָטעם. זײַן קיניגרײַך דערלאַנגט ניט צום גרינעם בױם פֿון לעבן, ס'פֿאַרגאַנגענע פּאַרגאַנגט ניט, קױם צײַט איז נאָך אומצײַטיק. אַנטרונען פֿון געפּילדער איז ליבשאַפֿט אונדזער שװײַגן, עס װײנט מיט נײַע בילדער דאָס אױג פֿון דער נשמה. דער זיװגדיקער צאַפּל פֿון שװײַגנס צװײ אין אײנעם דערנענטערט מיט אַ שטאַפּל צו זיך אַלײן, צו שלמות. דער װוּנדער־אָן־אַ־נאָמען דערצײלט פֿון זײַנע מעשׂים, דאָס לש▯ פֿון אַטאָמען איז פּשוט װי אַ פֿאָלקסליד. 70 ---------------- 1976 ער װיל מיך איבערצײַגן, אַז ער לעבט. אַזאַ מין שוטה. קאַפֿאַבל איז ער קושן מײַנע פֿיס, איך זאָל אים גלײבן. ער קאָן זיך שװערן, אַז ער װױנט נאָך אױפֿן אַלטן אַדרעס, מײַן קאָפּ איז אָבער נײניק: מוזסט באַװײַזן מיר סימנים. ער ציט אַרױס אַ זײגער פֿון זײַן גרינער קאַמיזעלקע און קאָרמעט אָן )מיט זײַן גאַלאָפּ אין װיסטעניש( מײַן אױער. דערנאָך צעשנײַדט ער אַן אַרבוז און װי אַ בער מיט האָניק פֿאַרכליניעט ער זיך מיט אַ רױטן װאָלקן, שװאַרצן האָגל. דערנאָך דערלאַנגט ער מיר אַ ספֿר אָקערשט פֿון דער נאָדל, באַקרײנט מיט נאָמען זײַנעם אױבן און דאָס יאָר פֿון אונטן. צונױפֿגעװאַקסן זענען זײַנע בלעטער, זײַנע גלידער, פֿונאַנדערלײגן קאָן מען זײ מיט זונפֿאַרגאַנג פֿון קאָסע. נאָר אײדער כ'נעם די קאָסע, לײענט אױסװײניק שױן יענער זײַן אױפֿגעװאַכטע אײביקײט פֿון צװישן בלעטער, גראָזן. ער װיל מיך איבערצײַגן, אַז ער לעבט. אַזאַ מין שוטה. איך ענטפֿער אים: אַזעלכע קונצן קענען אױך די טױטע. 71 ---------------- 1976 דערמאָנונג װעגן פּאַסטערנאַק: די ערד פֿון זײַן טשופּרינע — אין פֿרישן מאָסקװער שנײ. אַרום דעם האַלדז אַ רױטער שאַליק. אַזױ װי פּושקין װאָלט אַרײַן... עס האָט אים װאָס געפֿאַנגען. דער שנײ איז ניט צעגאַנגען. ▯ זײַן האַנט אין מײַנער, װי ער װאָלט אַ פֿינגערדיקן שליסל פֿאַרטרױט מיר. און זײַן פּנים, קעגן איבער: אי דערשראָקן אי מאַכטיק: לײענט װײַטער, איך פֿאַרשטײ די װערטער, קלאַנגען. דער שנײ איז ניט צעגאַנגען. איך האָב געלײענט מײַן געראַטעװעטן זשאַר פֿון גיהנום: ▯אַ רגע איז געפֿאַלן װי אַ שטערן▯ — אַלע װערטער ▯פֿאַרשטאַנען, חוץ ▯אַ רגע▯.▯ ניט געקענט צו איר דערלאַנגען. דער שנײ איז ניט צעגאַנגען. אין זײַנע פֿײַכט־געשליפֿענע שװאַרץ־מירמלנע שװאַרצאַפּלען האָט אָפּגעשטערנט יענע רגע. און ז▯ האָט אַ רגע דעם רוסישן פּאָעט מיט געלער לאַטע אױך באַהאַנגען. דער שנײ איז ניט צעגאַנגען. ▯ 72 ---------------- 1976 דו זאָגסט: ניטאָ קײן בורא־עולם. װײסט מסתמא בעסער, נאָר אױב אַזױ, קאָלעגע, איז דער װוּנדער, דאַכט זיך, גרעסער: ניטאָ, און האָט באַשאַפֿן די ניטאָען און די דאָען, בײַנאַנד מיט ליכט און שאָטן און קאָלירן פֿון שגעון. באַשאַפֿן לעבן און באַשאַפֿן טױט אױף לאַנגע יאָרן, מיר זאָלן בלױז אַן אײנציק מאָל פֿאַרזוכן זײַנע קרײַטעכצער. באַשאַפֿן קלאַנגען־פּערל אין דער מושל פֿון זכּרון און װאָלקנדלעך מיט זײערע פֿאַרװאַנדלונגען און בײַטעכצער. דו זאָגסט: אַ גורל נעמט מען אין די אײגענע ידײם, קאָלעגע, איך בין מסכּים אַז צו נעמען איז כּדאַי אים. װוּ נעמט מען אים? און װי אַזױ? דערצײל עס מײַנע פֿינגער, דעם אײפֿל־טורעם נעמען אױפֿן אַקסל איז דאָך גרינגער. דײַן שאָטן האָט אַרײַנגעקערט, זעט אױס, אַ צעבער משקה, נאָר כ'מוז אַ סוד פֿאַרטרױען אין זיך הױדענדיקע אױערן: אַלײן דעם גורל טראָגן איז בלױז פֿעיִק אַ מוראַשקע, דערהײבן זיך צו איר מדרגה דאַרף אונדז נאָך געדױערן. 73 ---------------- 1976 בשעת דער אינדאָנעזישער פּאָעט סאַפֿאַרדי דזשאָקאָ דאַמאָנאָ האָט געלײענט אױף זײַן צײנדלדיקן לשון אַ ליד מײַנס פֿון דער געטאָ, האָט אַ יענװעלטיק דערװאַכטע סקעלעטישע מוזיק באַגלײט אונדז בײדן דורך די זילבן. איך האָב געטראַכט: אַ צופֿאַל איז קײן צופֿאַל ניט, מײַן קו▯▯ען אין ראָטערדאַם — געװאָרן איז עס גוט פּלאַנירט פֿון גײַסטער: פֿאַראַן אַן אײנציק לשון צװישן זײ פֿאַר אַלע פֿעלקער, די לעבעדיקע מוזן בלױז דערמאָנען זײער שײַכות. און װי ס'דערגײט צו אונדז די שײַן פֿון אױסגעצאַנקטע שטערן, דערגײט אַהער דער אַלף־בית פֿון אױסגעצאַנקטע מײַלער, בשעת דער אינדאָנעזישער פּאָעט סאַפּאַרדי דזשאָקאָ דאַמאָנאָ זינגט מיך איבער אױף זײַן צײנדלדיקן לשון. און כ'האָב געזען אַ זעונג װי אַ חלום אין אַ חלום: פֿאַרװאַנדלט בין איך אין אַ טײַך. און איבער מיר די כװאַל▯עס מיט פּנימער פֿון מענטשנקינדער שװימען צו די שטערן אדן זײער לשון, ביזן דנאָ, איז לױטער און פֿאַרשטײיִק. פּאַעזיע—אינטערנאַציאָנאַל, ראַטערראַם, ▯1טז יוני 74 ---------------- 1976 ▯ דער ים װאַרפֿט אַרױס אױפֿן ברעג זײַן דערטרונקענע שטילקײט אךן קלענערט זיך אײַן מיט אַ שױם אױף די ליפּן צוריק. באָרװעסער װאַנדערלינג, אײדער עס װאָלקנט זיך אױס אױפֿן ים־ברעג די גלאַטע געזאַלצענע פֿײַכטקײט, פֿאַרשרײַב מיט אַ ריטל אױף דעם דײַן צװאה: אַזױ און אַזױ און אַזױ. אײַנשלינגען זי װעט אַ כװאַליע מיט פּערלנע פֿליגל און ברענגען צךם קײַקלער פֿון כװאַליעס און ער װעט זי לײענען. לײענען, בענטשן: זאָל זײַן װי דער װאַנדערלינג װינטשט זיך. און תּחית־המתים װעט אױפֿגײן פֿון זאַמד אַ פֿאַרזונקענער אײנציקער שמײכל. דער ים װאַרפֿט אַרױס אױפֿן ברעג זײַן דערטרונקענע שטילקײט. 75 ---------------- 1976 אין הײל פֿון אליהו, אירע דערנערדיקע שפּאַלטן, באַהאַלטן האָב איך זיך פֿון זיך, פֿון חלום זיך באַהאַלטן. געלאָזן פֿאַר דער װיסטעניש אַ קרבן און אַ שטײַער: די גלידער מײַנע, אָנגעסיליעט אױף אַ שנירל פֿײַער. ▯ אין הײל פֿון אליהו, אױך די יאָרן דאַרף איך מער נ▯ט, געלאָזן זײ אין װיסטעניש פֿון צײַט װוּ איך געהער ניט. פֿאַראַן אַ צײַט מחוץ דער צײַט, אַן אײמקער באַגינען, אין הײל פֿון אליהו װעל איך אפֿשר זי געפֿינען. ▯ . דער נאַכטגראַניט פֿאַרלאַװעט מײַן צופֿוסנס און צוקאָפֿנס, דער זײגער אין די אָדערן קלינגט אױס פֿון מיר די טראָפּנס. כ'װער ייִנגער, ייִנגער: זיבן יאָר און זעקס און פֿינף און דרײַ יאָר, ניטאָ קײן קול און װידערקול, ס'איז הײַיאָר לעצטער הײַיאָר. ניטאָ קײן שײַן און װידערשײַן פֿון ערגעץ אַ שפּאַרונע, ניטאָ קײן מידבר און זײַן רױטע זעגלשיף זײַן דיונע. ניטאָ קײן צײַט מחוץ דער צײַט, ניטאָ קײן אָטעם, סײַדן אָנאָטעמדיק איז מעגלעך סײַ צו פֿילן סײַ צו לײַדן. און אַז איך װער אָנאָטעמדיק אין מײַנע דלד־אַמות, דערקײַקלט זיך אין הײל אַ טרער, אַ קלײנע טרער דער מאַמעס און מאָנט בײַ אליהון, אַז דאָס ייִנגל, דער מיזיניק, מוז לעבן, לעבן און געזאַלבט נאָך װערן פֿאַר אַ קיניג. 76 ---------------- און דעמאָלט נענטערט זיך צו מיר אַ זיפֿצנדיקע כמאַרע, געגליכן צו אַ מענטשן־גוף מיט שװעבנדיקער מראה און בלאָזט אַרײַן אַן ערב־רעגן אין מײַן מױל, און װידער —־ אַ הימל—ריח, ס'זאָל די ערד מיר שטראָמען דורך די גלידער. צעשפּאָלטן שױן דער נאַכטגראַניט און איך בין אױך צעשפּאָלטן: אַ טױטער און אַ לעבעדיקער, װי צװײ אָדלערס װאָלטן פֿאַרמאָסטן זיך אַצינד אין פֿלי: דער אָדלער־שאָטן אונטן און אױבן — דער בײַם לײגן קלאַפֿטער איבער פֿעלדזן, גרונטן. און אַז אַ נײַ־געבױרענער אין הײל פֿון אליהו באַגעגן איך די זון אַנטקעגן הײל פֿון אליהו, געבױרן אין אַ הײל װי איך, באַװעגט זיך צװישן בײדן אַ קלײנע טרער. זי לעשט זיך ניט אין לײדן און אין פּרײדן. 77 ---------------- די ערשטע שורות פֿון די לידער: 1974 ס'דערנענטערט זיך די װײַט. נאָך אַלע רײַזעס, אַװאַנטורעס... 7 די רױטע ציגל פֿון דײַן לײַב — געדענקסט ניט זײער בנין... 8 באַשעפֿענישן אױפֿן גרונט פֿון ים, אָן זון, אָן שטראַלן.. ▯ 9 דײַן רגע אײן־און־אײנציקע, די פּרי װאָס איז אָקערשט... 10 אומדאָיִק ביסטו, איך — דערװײַל אומדאָרטן... 1 1 װאָסער געטראַנק זאָל איך געבן דער נאַכט זי זאָל װוּנדערן װײַטער... ▯1 איצטער װעל איך הערן װאָס עס רעדט די נאַכט פֿון שלאָף... ▯1 מײַן בריװטרעגער װעט מיר ניט ברענגען קײן בריװ... 14 אַ װײַסע האָר טײלט בײדן אונדז פֿונאַנדער... 15 װער װעט בלײַבן, װאָס װעט בלײַבן? בלײַבן װעט אַ װינט... 16 דער שיכפֿוצער אין פּאַרק איז ניט קײן שיכפּוצער. װער דען... 17 צונױפֿגעװאַנדערט האָבן זיך די פֿינגער. און זײ קנעטן... 18 גוט־מאָרגן, פּיקהאָלץ, אױב חלילה האָסט ניט װאָס צו פּיקן... 19 באַשערט איז מיר צו זײַן אױף דר'ערד אַ רואה־ואינו־ניראה... 0▯ פֿאַראַן אַ בענטשנדיקע פֿרײד, זי איז מײַן פֿרײד אין לעבן... 1▯ קודלאַטער כּלב — גורל, זאָלן לעבן דײַנע צײנער... ▯▯ דער ים־גאַלאָפּ, דער ים־גאַלאָפּ — צו װאָס פֿאַרשלינגט ער מײַלן... ▯▯ דער זעלביקער װאָס האָט געבענטשט, ער האָט מיך אױך געשאָלטן... 4▯ 1975 אַ שװערער עפּל ציט אַראָפּ אַ פֿולן צװײַג מיט זומער... 7▯ ▯76 און אױב אַן אײנציקער פֿאַרלאַנג איז גילטיק אױף מײַן קאָנטע... ▯▯ צי בליט אַ דאָרן אין דער לופֿטן? יאָ, עס בליט אַ דאָרן... 9▯ פֿון ביכער־טאָװלען צװײ און צװײ, געאָרעמט און געװינקלט... 0▯ פֿאַרהױלן איז פֿון דיר דער זינען פֿון געהײמװאָרט: גורל... 1▯ בײַ טאָג אַ לװיה, בײַ נאַכט אַ קאָנצערט... ▯▯ דערקלערן? װי אַזױ דערקלערן... 4▯ די לײם פֿון צײַט איז װײך געװאָרן. ס'גײט שױן אױף די קנעטעניש... 5▯ אַ שלאַנג אַן אומגעזעענע האָט סם אַ פֿולע דאָזע... 6▯ דער פֿידלשפּילער שפּילט און װערט אַלץ דינער, דין און דינער... 7▯ כּתב־ידן פֿון חברים, דער נשמהס טינט און פֿראַצע... 8▯ ניטאָ די גרינע אױגנפּאָר פֿון לאַנג־לאַנג־לאַנג. די גרינע... 9▯ מיט יעדער נײַעם דונער װאָס דו האָסט מיר פֿרײַ געשאָנקען... 40 ---------------- נאָך װאָס און װעמען בענקסטו? ־ כ'בענק נאָך גאָרנישט נש, נאָך קײנעם... 41 דו ציטעריקע כװאַליע אױפֿן ברעג פֿון ים־התּיכון... ▯4 אַ מירטן־ריח האָט געפֿירט מיך פֿאַר דער האַנט אין צפֿתער... ▯4 פֿאַראַן אַן אױסטערלישער טעם, פֿון מילגרױמזאַפֿט באַטעמטער... 44 לױפֿנדיקע מוסקלען פֿונעם טױט אין מידבר: דיונעס... 45 װי אַלט זײַט איר, גראָזן... 46 די לאָפּעטע לײם אױף דער שמאָלינקער קרקע... 47 צו װעמען געהער איך? צו דיר און צו מיר... 48 דײַן לײטער איז דאָך אינעװײניק, אין־דיר איז דײַן לײטער... 49 צי ראַנגלט זיך אַ מלאך מיט אַ גיהנומדיק פֿאַרזעעניש... 50 דו אָפּגעשײדטע רגע, ביסט געגליכן צו דײַן שװעסטער... 51 אַרײַנציִען אַ פֿאָדעם אין אַ▯ נאָדל? נײן, בן־אָדם... ▯5 ▯ טאָג־טעגלעך עסן זײ: די מױז, דער אײזל, די גאָרילע... ▯5 די רינגלטױב. איך װאָלט נאָך װעלן װאַרעמען אַ רגע... 54 אַ חתונה אין גאָרטן. אױך די פֿײגל זענען שיכּור.. ▯ 55 ערשט יעמאָלט װען דער חלום־הונט האָט האַרציק זיך צעבולן... 56 פֿון טיגער װאָס איך האָב אַ מאָל געװאָלט אין אים אַרײַנגײן... 57 אַריבערשװימען. יעדער מוז אַריבערשװימען צונעם... 58 און יעדע רגע זע איך דיך צום ערשטן מאָל אין לעבן... 59 געצױגן האָט אונדז מידן דאָ, סײַ מיך און סײַ דער מושל... 60 1976 קױם האָסטו זיך אַרױסגעקליבן פֿון דער װעלט און אירע... ▯6 ניט מענטשן בלױז, אַדורכגעװײקט פֿון כליפּענדיקן פֿײַער... 64 פֿון בײמער מאַכט מען װוּנדערלעך פּאַפּיר. און איך — ס'פֿאַרקערטע... 65 פֿאַראַן בײַם בראַצלאַװער אַ זאָג: זיך אָפּשפּאָרן דאַרף יעדער... 6▯ ▯דײַן פֿרײַנד איז אײביק▯ — כ'האָב געהערט אין חלום די אָ פֿראַזע... 67 אַז מענטשן זינגען דיר אַ לױב, דערמאָן זיך אָן די פֿײגל... ▯6 פֿאַר װעמען טאַנצסטו, קינד, פֿאַר װעמען טאַנצן דײַנע גלידער... 69 דעם בױם געבױרט אַ קערן, דער בױם געבױרט אַ פֿידל... 70 ער װיל מיך איבערצײַגן, אַז ער לעבט. אַזאַ מין שוטה... 71 דערמאָנונג װעגן פּאַסטערנאַק: די ערד פֿון זײַן טשופּרינע... ▯7 דו זאָגסט: ניטאָ קײן בורא־עולם. װײסט מסתּמא בעסער... ▯7 בשעת דער אינדאָנעזישער פּאָעט סאַפּאַרדי דזשאָקאָ... 74 דער ים װאַרפֿט אַרױס אױפֿן ברעג זײַן דערטרונקענע שטילקײט... 75 אין הײל פֿון אליהו, אירע דערנערדיקע שפּאַלטן... 76 ----------------