סלוצק
ווערטער: אַהרון לעבעדעף
איך דערמאָן זיך איצטער אין מײַן שטעטעלע דעם קליינעם
וווּ איך האָב די שײַן צו ערשט דערזען
וווּ איך בין געבוירן דאָרטן, וווּ איך בין דערצויגן
וווּ איך פֿלעג אַלס קינד אין חדר גיין.
סלוצק, אוי סלוצק מײַן שטעטעלע, ווי איך בענק נאָך דיר!
טיף אין האַרצן, היים דו מײַן, ליגסטו דאָ בײַ מיר
אַ וויגל אויף אַ שטריקעלע, אַ צעבראָכן בעטעלע
און דאָך טײַער ביסטו מיר, סלוצק, אוי סלוצק מײַן שטעטעלע.
פֿרײַטיק נאַכט; די מאַמע פֿלעגט די ליכט זיך בענטשן
דער טאַטע אין בית־מדרש פֿלעגט זיך גיין
און פֿון שול אויף שבת פֿלעגט ער ברענגען פֿרעמדע מענטשן
זמירות זינגען פֿלעגט מען זייער שיין.