ספּאָנטאַן ליד

שלום בערגער

געשריבן אין 55 מינוט אױף דער ייִדיש-װאָך-טאַלאַנטאַרניע 2002

די װערטער אין פֿעטשריפֿט האָט צוגעשטעלט דער עולם.

דאָס לעבן איז אַ
לענגערע חלום,
און ס'חלומען איז
ניט קײן גדולה
נאָר איך האָב
געפֿונען אַז אַ טשאָלנט
איז דער װעלטס
סאַמע שטאַרקסטע סגולה.
טשאָלנט איז אַלץ
װאָס כ'קען פֿון יהדות.
כ'װײס אָבער
װאָס איז ניט כּדאַי --- אַ
שיסל זשאַבע-יױך
מיט שװאַרצע יאַגדעס,
אַ קוגל מיט אַ
טוץ טשערעפּאַכעס.
זאָגט גאָט:
ייִדן, את שבתותי תּשמורו!
איך װיל
איבערגעבן מײַן פֿאַרלאַנג:
מאַכט ניט קײן
טשאָלנט פֿון קײן טכױר,
איז שפּיל זשע
בעסער אין אַ מאַטש פּינג-פּאָנג
אָדער זעצט זיך
אַװעק לעבן דער אָזערע,
אָדער
װעלכן-ניט-איז פּלאַץ װאָס גראַמט מיט "אָזערע".