אַ ליד אָן אַ נאָמען
מלך ראַװיטש
די גאָלדענע קײט 82
אַרום מיר איז נאָך פֿרילינג,
אָבער איך בין שױן אָסיען.
און אפֿשר איז אַרום מיר נאָך אָסיען,
אָבער איך בין שױן פֿרילינג.
אַלע אמתן האָבן צװײ זײַטן,
און בײדע זײַטן זענען אמת.
אַלע יאָען זענען נײנען,
און אַלע נײנען ־ יאָען.
אַרום מיר איז שױן ייִאוש,
אָבער איך בין נאָך האָפֿן.
אַרום מיר איז נאָך אױפֿגאַנג,
אָבער איך בין שױן פֿאַרגאַנג.
אַרום מיר איז נאָך סתּירה,
אָבער איך בין שױן קלאָרקײט.
אַרום מיר איז נאָך ייִד־זײַן,
אָבער איך בין שױן מענטש.
אַרום מיר איז נאָך מענטש־זײַן,
אָבער איך בין בײַ גאָט.
אַרום מיר איז נאָך װאַרטן,
אָבער איך בין שױן דאָ.
אַרום מיר איז נאָך שטאַרבן,
אָבער איך בין שױן טױט.
אַרום מיר איז שױן לײגן זיך
אָבער איך בין שױן אױף.
אַרום מיר זענען לידער,
אָבער איך בין דאָס ליד שױן אַלײן.
אַרום מיר איז נאָך לעצטקײט,
אָבער איך בין שױן אָנהײב.
אַרום מיר זענען פֿרעגצײכנס,
אָבער איך בין באַשײדונג.
אַרום מיר ־ נישטאָ קײן אַרום־מיר מער,
װײַל איך בין שױן בלױז איך.