מײַז זײדנס פֿעדער
א. ד ע ר מ לא ך


מײַן זײדנס פֿעדער נאָך זײַן טױט
געלעגן איז אין אַ שקאַטולקע
פֿוּן פּימסנהאָלץ: אַזאַ מין רױט
װי שקיעה־טונקל פֿוּן אַ ליולקע.


און װען מײַן מאַמע מיט איר גנאָד
האָט נאָכצוגעבן איר מיזיניק
אַנטפּלעקט פֿון קעסטעלע דעם סוד,
װי אַלטן אוצר בײַ אַ קיניג —


האָט װױלגערוך פֿון אַ מאַראַנץ
אַ שניט געטאָן אױף צװײ דאָס צימער:
אַ װײַסע פֿעדער פֿוּן אַ גאַנדז
און בעבעכעס אין שװאַרצן שימער.


ס'האָט אױסגעזען וּױ טאָג מיט נאַכט
געראַנגלט וּואָלטן זיך, אַז יעדער
זאָל זען צום ערשטן װי ס'דערװאַכט
אין קעסטעלע מײַן זײדנס פֿעדער.


די פֿעדער האָט בײַם סאַמע שפּיץ
געהאַט אַ פֿלעק די גרײס אַ קימל,
װי ס'װאָלט אַ מלאך לױטער בליץ
געשפּאַנט אױף דר'ערד מיט קאָפּ אין הימל.


איך האָב דערהערט זײַן װײַטן שפּאַן
און הײַנט געפֿעדערט זיך אין פֿרײדן.
                                     .

— װוּ ביסטוּ?
— בין פֿאַראַן, פֿאַראַן.


איך זוך די פֿעדער פֿון מײַן זײדן.
                     

[11]
ב. צ ו ו י י פֿ ײַ ע ר ו


צװײ פֿײַערן בײַ נאַכט און ערשט געבױרן זענען בײדע:
אין באַקאוּיװן און מיזרח־אוּיװן. צװישן זײ דער זײדע.
נשמות פֿרירן אוּיף דער שױב, אַ שעפּטשענדיקע עדה.


אַז קעגן שױב דער הדרת־פּנים קנײטשט אַרױס אַ רעיון,
פֿאַרלוּיפֿט אים גלײַך די װײַסע פֿעדער װי אַ שטרענגער דײן.
געבענטשט זאָל זײַן דער טראָפּן טינט מיט זײַנע פֿינקלערײַען.

און צװישן בײדע פֿײַערן איז בלױז די שױב. אַ דריטל
שױן דורכזיכטיק: אַ שפּאָגל נײַע װּעלט װּי נײַער קיטל.
כּדי צו זען דורך ג אַ נ צ ע ר שױב די װּעלט, איז דאָ אַ מיטל:


דעם זײדנס פֿעדער זאָל זיך אױכעט מער און מער צעצינדן
צעװישן בײדע פֿײַערן און זײערע געזינדן.
און שרײַבן, אַז אין טינטער זאָל די חוּמר־װעלט פֿאַרשװינדן.

דעם זײדנס פֿעדער צילעט שװאַרצע פּערל. און דאָס לילע
פּאַפּיר װערט אָנגעטאָן אין צירונג, און סע שאָרכט אַ תּפֿילה:
—־ אָ, וּוײַסער נס, דערבאַרעם זיך און צילע, צילע, צילע.

נאָר פּלוצעם, װען דער פֿעדערשפּיץ געבוּירט אַ נײַעם פּערל,
אַ זעץ טוט װער אין שױב: עס פֿאַלט אױף דעם געזימס אַ שפּערל.
אומזיסט געזוכט אַ זערנעלע, ניטאָ אין שױב קײן קערל.


דער זײדע קײטלט אָפּ די פֿאָרטקע, נעמט אַרײַן דעם גוּסס,
דערװײַל צעפֿליט זיך דאָס פּאַפּיר, אין דרױסן פֿליט אַרױס עס
און װערט אַלײן אַ פֿױגל: אַ צעזונגענקײט פֿון אותיות.

צעזונגענקײט פֿון אותיות איבער שליטנס, איבער פּלױנען,
צעזונגענקײט פֿון אותיות איבער יאָדלעדיקע קרױנען,
און איבער כאַטעס װי די קלײנע גרוּיסע ייִדן װױנען.
                                   

[12]
ג. ו וּאָ ל ק נ ס א ו ן מ ז ל ו ת


מיט גרױען זילבער מיניעט קעגן פֿענצטער אַ טאָפּאָליע.
און צוּוּישן אירע צװײַגן קאַנדעלאַברישע, פּאַװאָליע,
עס קומען זיך פֿאַרקוקן אױפֿן זײדן
יוּנגשעמעװדיקע פֿרױען, װײַבלעך אָקערשט נאָך דער חתונה
און אַנדערע מיט בײַכער האַלב־לבֿנהדיקע. ס'קומען
אױך טראָגעדיקע פּוּיערטעס פֿון מיאַדל און װאָרניאַן,
פֿןן רײַסן און פֿון ליטע, זיך פֿאַרקוקן אױפֿן זײדן.


עס קוּמען זיך פֿאַרקוקן קלײנע װאָלקנס,
צוּ קאָנען לוּיכטן מיט זײַן הדרת־פּנים.


עס קוּמען זיך פֿאַרקוקן רעגנס — װאָגלענדיקע קלעזמער,
און ציִען װּײַטער מיט אַ פֿלײט פֿון גאָלד: אַ רעגן־בוּיגן.

אַ לאָנקע מיט אַ מאָנבלוּם אין די האָר.
אַ װײַטע כאַטע.
אַ ברוּנעם אָן אַ שמײכל אין זײַן פֿראָסטיק־שװאַרצן װאַסער.
אַ חלוּם אָן אַ חלוּמער.
אַ שטײן װאָס ריכט אָפּ גלות ——
אױך זײ, די שטומע, קומען זיך פֿאַרקוקן דאָ אַ װײַלע
אוּיף דעם וּואָס פֿלאַטערט מיט זײַן װײַסעך פֿעדער יום־ולילה.


אוּן ס'קומען זיך פֿאַרקוקן אױפֿן זײדן די מזלוּת.
                              








[13]
ד. אַ פּי ק א י ן ש ט ע ר ן


יענעם חיבור,
אַרױסגעפֿלױגן פֿװ דער פֿאָרטקע איבער
פּלױנען,
קרױנען,
יענע אוּתיות, הענגענדיקע פֿונקען פֿון של־ראָשן,
װאָס האָבן זיך עקשנותדיק אַ װינטער ניט געלאָשן,
האָט װײַטער שױן דעם זײדנס פֿעדער
אין זעלבן נוסח קײן מאָל ניט געשריבן. ס'האָט אַ גדר
געשטעלט זיך צװישן זײַנע אוּיגן אוּן דער װײַסער פֿעדער.
פֿאַרשעמט האָט זיך דער זײדע
פֿאַר די פֿײַערן די בײדע
װאָס יעדער
האָט אַ חלק
און איז הײליק,
מסתּמא איז דער חיבוּר ניט צוּפֿרידן מיט זײַן לשון.


די פֿעדער איז ניט שולדיק. ס'װאָלט דער עוּף
נקמה נעמען אוּן װאָלט זײַן גערעכט. אַזאַ אַבידע.
אַװעק דו חלום, ביסט אַ טרײפֿע שפּײַז אין מױל פֿון שלאָף,
און ביסט ירידה.
איז דאַרף מען טאָפּל װאַך זײַן, וּױ אַ שטײגער
דערנעבן אוּיף דער װאַנט פֿון לײם דער זײגער
מיט רעדעלעך, מיט שרײַפֿעלעך, מיט שטאָל, מיט בלײַ, מיט ניקל.
מע דאַרף זיך לערנען גײן צו זיך אַלײן פֿון פּאָמפּעדיקל.

אַזוּי פֿאַרגײט אַ צענדלינג יאָר. פֿון אַלטן וּוערט אַ נײַער
כּתבֿ־יד. אַ פּערל פּערלט צו אַ פּערל.
ניטאָ שױן מער די באָבע און אין באַקאױװן דאָס פֿײַער.
)אין מיזרח־אוּיװן איז דאָס פֿײַער דאָ(. און בלױז דער שפּערל
דערלאַנגט אַ פּיק דערמאָנונגען אין שטערן.
און העלער װערט זײַן באָרד פֿון לױטער קלערו,
                                  

[14]
זי כאַפּט אַלץ מער דעם אָנבליק פֿון דער פֿעדער.
די זון פֿאַרזוּכט די זױערקײט פֿוּן עפּעלעך אין סעדער.
אַ זײדעדיקער װינטער טוט דעם זײדן אַ פֿאַרװיקל.

מע דאַרף זיך לערנען גײן צו זיך אַלײן פֿון פּאָמפּעדיקל.
                           

























[15]
ה. דע ר גראַ ף

און װעסנע קוּמט. אוּן סקאָצל קומט: אַ גךאַף —
עס אָטעמען מיט פֿוּנקען סײַ די פֿערד און סײַ די שמידן.
                                                       .
אַ גראַף איז אוּיך אַ מענטש, נאָר פֿוּן באַזונדערן באַשאַף,
אוּן יאָגט ניט װי אַ פּריץ אין אַ בריטשקע אױף יאַרידן.


אין װעמענס קרעטשמע איז דעם װּוּילגעבױרענעם באַשערט
זיך אָפּצושטעלן? קײנער װײס ניט. עולם איז מקנא.
געבראַכט האָט אים אַנטאָן דעך פּאָטשטאַליאָן אין אַ קאָנװערט
צום זײדן, אַזש פֿון יאַסנאַיאַ פּאָליאַנאַ.


געצוּיגן האָט זײַן ייִחוּס־קײט אַנטאָן דער פּאָטשטאַליאָן
פֿון כּוזרים־לאַנד בײַװאָלגישן: פֿון יענעם װײַטן קײסער.
ער האָט ניט קײנעם. אױף אַ בױדעם היניעט מיט אַ האָן
אוּן רעדט מיט אים אױף האָנענשפּראַך בסתר.

אַנטאָן דער פּאָטשטאַליאָן איז פֿונעם שבֿט למד־װאָװ,
ער טראָגט אַ גראָבע שטריק אַרום דער לײַװנטענער בלוזע.
און עמעץ האָט אַלײן געזען, וּױ בײַ דער שװעל פֿון רבֿ
דערלאַנגט אַנטאָן אַ קוש די פֿינגער, זיסע פֿון מזוזה.

און אַז אַנטאָן מיט האַרץ פֿון ייִד אוּן פּנים פֿון אַ גױ
האָט אָנגעצוּנדן, װּי אַ קנױט פֿאַרזוּנקען אין זײַן רו־אײל,
די אַלקער־שטילקײט, האָט זיך אױסגעהילט בײַם טיש טאָלסטאָי
אַזױ װי אין עין־דור דער גײַסט פֿון שמואל.


נאָר גראַף טאָלסטאָי האָט ניט געגרימט מיט אוּנטערגאַנג. אָ, נײן,
באַשערט איז אים געװען צו שפּילן גאָר אַן אַנדער ראָלע:
ער האָט געבעטן ס'זאָל דער רבֿ אים געבן צו פֿאַרשטײן
דעם ענין יש־מאין אין קבלה.
                                 



[16]                              ,
דער לעצטער שנײ האָט זיך געשפּילט אין שױב מיט זיך אַלײן.
אַ טוּיער האָט זיך אױפֿגעפּראַלט פֿוּן גאָלד־געלײשטן לעדער.
און ס'האָט דעם גראַף אַ גאַנצע נאַכט געגעבן צו פֿאַרשטײן
דעם זײדנס מלאך, צימצומדיק פֿאַרװאַנדלט אין אַ פֿעדער.

און װידער האָט אַנטאָן דער פּאָטשטאַליאָן אַ װײַל צעשטערט
די אַלקער־שטילקײט מיט אַ בריוּו — אַ זיגל אױף אַ זיגל.
און װידער האָט דער זײדע אין אַ בלאָלעכן קאָנוּוערט
געשיקט אַ בלעטל קלאָרקײט מיט זײַן פֿעדערס װײַסן פֿליגל.

נאָך דעמאָלט װען אַ טױבנפֿאַנגער האָט דעם פּאָטשטאַליאָן
געפֿונען אױפֿן בױדעם קאַלט און שטײַף בײַ אַ גמרא
אוּן קדיש אים צוּקאָפּנס האָט געקרײט זײַו רוּיטער האָן ―
פֿאַרשװוּנדן איז פֿון שטעטעלע דער שׂררה.
                         

אין זײַדפּאַפּיר געטוליעט און אין אַהבֿה
                         האָט אױפֿגעהיט בײַ זיך די מומע סלאַװע
                         אַ לעבן־לאַנג, ביז לעצטן שטױס,
                         אַ פּעקעלע געדיכטע בריװ טאָלסטאָיס.
                              














[17]
ו. ד ע ר ז י י ג ע ך ־ מ אַ כ ע ר



.

צו ערשט האָט זיך דערהערט אין אַלקער־שטילעניש אַן אןי,
װי ס'װאָלט אַ ניט־געבױרן קינד אין מאַמעבױך צעװײנט זיך;
דערנאָך, וּױ ס'װאָלט זיך אָפּגעשטעלט אין מיטן דער צעפֿאָכונג
בײַם דיריגענט זײַן שטעקעלע, זײַן צױבער — האָט פּלוצטהאַלבן
זיך אָפּגעשטעלט דער פֿאָמפֿעדיקל פֿוּנעם אַלטן זײגער.
און זײַנע פֿיס די מעשענע,
אַ קורצער און אַ לאַנגער,
וּואָס תּמיד האָבן זײ געקנאָטן אוּיסטערלישן לײם
אוּן אױסגעקנאָטן װּאָכנטעג,

שבתים
אוּן יום־טובֿים —
געבליבן זענען הענגען אוּמבאַװעגלעך אױף דער תּליה.
נאָר בײדע אױסגעגלײַכטע שױן:
דער קורצער און דער לאַנגער.


פֿון פּחד האָט אײן װײַזער זיך באַהאַלטן אונטער צװײטן.
די ציפֿערן,
אַ שנירל קױלן גליִענדיקע, האָבן
גענומען טונקלען. אונטער זײ איז אָנגעוּואַקסן אײַז.
און קײַלעכּדיקע קלאַנגען זענען זשװאַװע זיך צעלאָפֿן
מיט אײגעלעך פֿוּן קוּועקזילבער אין אױפֿגערירטן אַלקער.


דער זײדע האָט עס אָנגענומען פֿאַר אַ שלעכטן סימן.
דער אָפּגעשטעלטער זײגער האָט אים אױפֿגעװעקט פֿון דרעמל.
צי שטעקט דאָ ניט אַ האַנט פֿון אים אַלײן, דעם סמך־ממל?
אַז דװקא איצטער, װּען ער האַלט בײַם סיום פֿונעם חיבוּר 1
                                




[18]
די פֿעדער האָט עניוּותדיק איר פֿליגל אײַנגעצױגן
און אים געטרײסט מיט שוּוײַגן אוּן מיט שבתדיקע זמירוּת.


אױף מאָרגן האָט געשיקט דער זײדע נאָכן זײגער־מאַכער,
דעם אײנציקן אין שטעטעלע.
מע רוּפֿט אים: דער גוטמאָיען.



▮.

דער זײגעך־מאַכער — הונדערט מיט אַ סמיטשיק.
אוּן אַז ער גײט, אַפֿילוּ זוּמער, דאַכט זיך אים ס'איז גליטשיק.


בפֿרט אין װינטער שלאָגט פֿון אים אַ פּאַרע
און גענדז און אינדיקעס אין דרױסן מאַכּן אים אַ װאַרע.


אַ קאַרליק, און אין הױכע, שוּוערע פּימעס,
און העכער איז פֿוּן זײַן געשטאַלט זײַן שטױנענדיקע תּמימוּת.


די זון קןשט אױס דעם שנײ. ס'איז חודש ניסן.
אוּן ער אין קלײדער שבֿטיקע. פֿון װאַנען זאָל ער װיסן?

פֿאַרדרײטע װאָנצעס טראָגט ער װי אַ דוכוּס
אוּן אַז ער גײט, באַגלײטן אים פֿון װאַנטזײגערס די קוקוס.






▮ ▮.

־― גוטמאָיען, װו איז דאָ דער חולה? האָט דער זײגער־מאַכער
געשטרעקט פֿאָרוּיס די קלײנע הענט פֿוּן אָנגעבלײַטע אַרבל.
די מאַמע האָט אים אױסגעטאָן דעם פּעלץ און דעם באַשליק
פֿון קעמלהאָר, און אונטערן פֿאַרפֿעצטן פּעלץ —־ די בורקע
אַרומגעזןימט מיט רױטע פֿעדעם צײניק וּױ אַ זעג,
                              



[19]
און אונטער דעם די שימלדיקע דעליע. ביז דער מײַסטער
געװאָרן איז נאָך קלענער װי אין שטוּב דער סאַמאָװאַר,
אַ פּיצל קינד, אין בלוּיזן טלית־קטן.


— אַװו איז דאָ דער חולה פֿרעג איך? האָט שוּין דער גוטמאָיען
געהיקעט מיט אַ בײזלעכן אןן אָפּגעהאַקטן אָטעם.
אוּן דעמאָלט האָט די מאַמע אַ צעחושטע פֿון זײן שאלה
אים אָנגעװּיזן גנאָדיק אױף דער קרומער װאַנט:
— אָן איז ער.


— דו מײנסט איך בין אַ יאַשטשערקע? דערלאַנג אַ טאַבורעט —.
האָט ייִנגלדיק דער זקן, מיט אַן אָפּשײַן פֿוּן אַ שמײכל,
אַרײַנגעזאָגט דער מאַמען. ביז ער האָט אַרױפֿגעקלעטערט,
אַראָפּ צוזאַמען מיטן זײגער, אוּן אים אױסגעצױגן
אוּיף גאָרן טיש, װי אַן אַרוּיסגעשלעפּטן פֿון אַ טײַך,
װאָס װײסן וּױיס מען ניט גענױ: דערטרונקען אָדער לעבט נאָך?


און איצט האָט אונדזער מײַסטער זיך פֿאַרמאָסטן אױף אַן אמת
אַרױסצװוײַזן װאָס ער קאָן:
צו מעסטן אים דעם פּולס,
באַטאַפּן זײַנע מוסקלען,
אוּן צולײגן אַן אָנגעהאָרטן אױער צונעם האַרץ.
און וּועדליק זײַנע ציטערדיקע ברעמען און זײַן מינע —
מ'האָט באַלד געקאָנט זיך אָנשטוּיסן:
דער חולה איז מסוכּן.


דערמאָנט האָט זיך דער מײַסטער אױפֿן זעלבן טאַבורעט
פֿון אַלע זײַנע װאַנטזײגערס די בלאָנדזשענישן, מאַרשן.
דערנאָך — געבעטן בײַ דער מאַמען מיט אַ דין געבעט:
־— אַ שטאַרקע, זודיקע גלאָז טײ מיט אײַנגעמאַכטס פֿוּן קאַרשן.


אוּן ערשט נאָך מינחה, בײַם צעגליטן קאַנעץ פֿון דער שקיעה,
געראָטן איז אים איבערקערן אױף דער אַנדער זײַט
                                  

[מ]
דעם חוּלה, ס'הײסט דעם װאַנטזײגער.
אוּן מיט אַ שוּוּאַרצער לןפּע,
געגליכן צו אַן אָפּגעהאַקטער פֿלײט —־ אַרײַן, אַרײַן,
אַרײַנגעשפּילט אין אינגעװײד פֿןן זײגער
און אוּיסגעדרײט װױלקענעריש
אַ רעדל און אַ שרײַפֿל.


דרײַ גילדענע ספֿרןנזשינע־פֿײגל האָבן װילד און האַסטיק
אַ זעץ געטאָן באַפֿללגלטע פֿון זײגער צן דער סטעליע.
פֿאַנטאַסטיק
פֿוּן אַ צײַט־באַפֿרײַטער, שטוּרמישער קאַפּעליע 1


און ערשט נאָך זײ האָט פֿונעם זײגערס האַרץ אַרױסגעטשלאַפּעט
אַ זומפּיק־אַלטע שפּיו: אַ טוּיטן־שאַרבן פֿוּן אַ מענטש
פֿאַרקלײנט, אין מיניאַטור.
די אױגן אירע ——.
געצוּנדענע רובינעלעך. אוּן אָט־אָ שטײַגט זי ריזיק,
אַלץ נענטער צו דעם זײגער־מאַכער,
נענטער צו זײַן האַלדז.


ער האָט דערפֿילט אַן אומבאַקאַנטן פֿראָסט: װאָס װיל זי טאָן אים?
װןהין אַנטרינט מען? איז פֿאַראַן אַ הינטערגאַס, אַ ליקל?
אוּן מיט אַ האַנט באַשיצט פֿון איר אַהין־און־קריק זײַן פּנים,
װי ס'װאָלט געוןאָרן לעבעדיק דעם זײגערס פּאָמפּעדיקל.

אַרײַנגעבלוּיט האָט שױן אין שױב אַ פּסחדיקער שטערן
וּוען ס'האָט די מאַמע אָנגעטאָן דעם זײגער־מאַכּער אינעם
באַשליק, אַרןמגעקןטעט מיט דער דעליע,
אַרוּמגענןמען מיט דער בוּרקע, אײַנגעהילט אין פּעלץ,
אין קעשענע אַרײַנגעטאָן דעם קאַרליק אַ מטבע,
                                   




[21]
באַדאַנקט אים אוּן באַגלײט מיט ברכּות דורך דעם שמאָלן פֿירהױז.
דער זײדע האָט אַװעקגעלײגט זײַן פֿעדער אןן האָט אוּיך
באַגלײט אים און געוןןנטשן: גײט בשלום.


אוּן אַז דער זײגער־מאַכער האָט געהאַלטן שױן די קליאַמקע
פֿון טיר, האָט ער זיך אומגעדרײט צום זײדן
און האָט געזאָגט אַזױ צו זאָגן: װאָס איז דאָ צוּ רײדן?
צו אײער זײגער דאַרף מען יענעם זײגער־מאַכער, יענעם —
און ער האָט אָנגעװיזן מיט אַ פֿינגער אױבן: יענעם.


אוּן זינט ער איז אַװּעק, האָט מער דער זײדע ניט געזען אים.
                                   





















[22]
ז. ד י שׂ ר פֿ ה


די שׂרפֿה איז געקוּמען וּױ אַ דונער
אוּן אױסגעפּוצט די נאַכּט אין רױטע קרעלן.
געקומען װי אַ פּאַטש, אַ שנײ אין זןמער,
אוּן בלוּיז אין שפֿיגל זיך געןואָלט געפֿעלן.


די שׂרפֿה איז געקןמען יוּנג, מיט העזה,
די שׂרפֿה איז געקומען אַלט וןי פֿײַער,
פֿאַרהױלן הינטער קאָרע פֿון בעריאָזע,
װאָס לױערט אױף אַ כאַטע, אױף אַ שײַער.


די שׂרפֿה איז געקומען פּוּנקט ל,'ג־בעומר
און אָנגעצונדן צװײַגן מיט הנאה.
ס'האָט אוּיסגעזען װּי גײסט װאָלט צינדן חוּמר
אוּן ס'וּוערט אַ װעלט געבױרן אינעם תוהו.


די שׂרפֿה האָט דערזען איר קאָפּ אין ברונעם
און האָט פֿוּן שרעק פֿאַרלוּירן איר באַוּװסטזײַן.
אוּן ס'האָבן ניט געהאָלפֿן קײן תּחנוּנים,
זי מוז אין יעדער שױב, אין יעדן קוסט זײן.


די שׂרפֿה איז געקומען װי אַן אַקער
װאָס לאָזט אין ערד―אוּן־הימל זײַנע סליאַדן.
און ס'איז צום זײדן אױך אַרײַן דער פֿלאַקער,
צו זײַנע אײַנגעטוליעטע כּתבֿ―ידן.


די שׂרפֿה האָט צעשפּאָלטן זיך אין צװײען:
אַ פֿײַער מיט אַ פֿײַער הײבן כּוּסות.
אוּן בײדע האַלבע נענטער שױן דערגײען.—
די שׂרפֿה האָט זיך אָפּגעבריט אָן אותיות.
                        



[23]
די שׂרפֿה האָט צעשפּאָלטן זיך אין צענען.
עס װערן גרױ צען פֿײַערדיקע ברידער.
די שׂרפֿה זעט װי אירע מוסקלען ברענען
און קדיש אין דער לופֿטן זאָגט אַ סידור.

אַלײן, אָן פֿערד־און־װאָגן, לױפֿן רעדער.
עס יאָגט זײ נאָך די שׂרפֿה אַ צעאַשטע.
פֿון זײדנס האָב־און־גוטס איז נאָר זײַן פֿעדער
געבליבן אינעם אַש. אַן איבערראַשטע.
                       























[24]
ח. ד ו ר ך נ אַ כ ט


דורך נאַכט װערט דער זײדע געװאָר:
אַנטלאָפֿן דער בכור
קײן אַמעריקע.
דורך נאַכט װערט דער זײדע געװאָר:
ניטאָ זײַן מיזינקע די זיבעצן־יעריקע.


דורך נאַכט װערט דער זײדע געװאָר:
זײַן טאַטע ,'די קרױן פֿון אַמדור,, איז געװאָרן נסתּלק.
דורך נאַכט װערט דער זײדע געװאָר:
דער קידוש־װײַן — גאַליק.


דוּרך נאַכט װערט דער זײדע געװאָר:
ס'האָט עפּעס געפּלאַצט אין זײַן גוף אים.
דוּרך נאַכט װערט דער זײדע געװאָר:
פֿאַריתוּמט װעט בלײַבן די פֿעדער נאָך הײַנטיקן יאָר —..—


איז דאַרף מען זיך אײַלן,
מצרף זײַן װײַטער
צירופֿים.
                              












[25]
ט. לי פּע דע ר פֿעלד ש ע ך


ער האָט ניט געוּואָלט,
ניט געװאָלט.

נאָר ליפּע דער פֿעלדשער
האָט אַזש מיטן טרײַבל
געקלאַפּט זיך אין האַרצן
און שטאַרקער געבעטן:
— װאָס הײסט?
אַזױנס און פֿון אײַך אונדזער פּער, אונדזער טרײסט?
אַ מענטש איז ניט דורכזיכטיק־דין װי אַ שײַבל
אַפֿילו װען ער איז אַ נאַקעטער, בלױזער
פֿוּן דעסטװעגן זעט'ן.


איך װאָרן.
בין גוזר.
מיר פֿאָרן.
און דװקא
נאָך הײַנטיקע נאַכט. און אַ נס װאָס דער טײַך איז פֿאַרפֿראָרן.
מיר פֿאָרן.


װאָס קאָו איך דאָ טאָן אינעם העק װי ס'איז הײַיאָר
אַפֿילו אַ פּיאַװקע
צו זוכן מיט פֿײַער?


װאָס קאָן איך דאָ טאָוּ, אַז איך האָב ניט צו װעמעס
                            






[26]
   אַן אןיעך צו רײדן, צו פֿרעגן אַן עצה?
   אַז װען ס'איז אַװעק אױפֿן עוּלם־האמת
   אַראָן דער אַפּטײקער ־—
   איז װי אױף זײַן פּלײצע
   



—
   פֿאַראײנװעגס ער װאָלט זײַן אַפּטײק שױן גענומען אין אָרון.
   
דעריבער, מיר פֿאָרן קײן װילנע. מיר פֿאָרן.
   

אַ נס װאָס דער טײַך איז פֿאַרפֿראָרן.
                                  






















[27]












ב
י. ב ע ז רו ק


און אַז בעזרוק האָט נאָך די זעלבע נאַכט געשפּאַנט
אין שליטן
מיט לינקער האַנט
און אײַליק זײַו קאָבילע
ידי רעכטע האָט אים אַ יאַפּאָנטשיק אין גאַלאָפּ
אַראָפּ
געשניטן(,
בײַם שפּאַנען האָט געטאָן בעזרוק אַ תּפֿילה:
בשלום זאָל דערשלעפּן זיך קײן װילנע די קאָבילע.

איר פֿעל —־ בעריאָזע־קאָרע. און דער שנײ איז קױם צעגאַנגען
אױף איר געבײן.
דער דרוּיסן איז נאָך אַלץ געװען פֿאַר איר אַ שטאַל. בעזרוק
האָט אָפּגעבונדן פֿון איר האַלדז דאָס גלעקעלע. די קלאַנגען
זײ זענעו ניט איו אײנקלאַנג מיטן זײדנס קראַנקן צוק.

אַ שטיקל נאַכט האָט שױן געאָטעמט אין אַ קופּע שנײ
מיט ראָזער צונג. און אױך איר אָטעם, אױבן אין געדרײ,
איז קױם צעגאַנגעו.


און אַז ער האָט מיט גרױס טאַלאַנט
זײַן שפּײַזערין געשפּאַנט
און אױסגעבעט מיט װאַרעמלעכו, צאַרטן הײ
דעם שליטן,
דער זײדע אין זײַן סױבלפּעלץ געלעגו איז אין מיטן
און לעבן אים, בײַ אײן קאַנט און בײַם אַנדער קאַנט,
געזעסן איז מײַן יוּנגע מאַמע אוּו דער פֿעלדשער ליפּע —־
געדאַכט האָט זיך בעזרוקן, אַז דער שאָטן פֿוּן זײַן ,האַנט
איז װידער זײַו אַמאָליקע, זײַן לעבעדיקע האַנט.


צוזאַמען מיטן װיאָ האָט ער געטאָן אַ שטילן כליפּע.
                            

[28]
יא. ד ע ר ב ר ו נ ע ם


צוקאָפּנס פֿוּן זײדן
אַ קישן פֿון דראָבנינקע אוּתיות.
צוקאָפּנס פֿון זײדן
אַ גענדזענע פֿעדער,
װאָס האָט ניט פֿאַרענדיקט איר שליחות.


אַ װימלעניש
ראָיעט און צאַפּלט אין קישן.
אין דרימלעניש
פֿילט ער װי בלעטער
זיך מישן.
זײ װילן אים לינדערן זײַנע יסורים,

די אותיוּת.
און ער װיל זײ געבן אַן אײביקן פֿורעם,
די אותיות,
אַ וּוײַלינקע שפּעטער.


פֿון גלי אוּן מחשבֿה
ניט מער צוּם צעשײדן
און אָסור פֿוּן טינט
אוּן פּאַפּיר.—

זײַנע אוּתיוּת.


בײַנאַנד מיטן זײדן
דורך װינט
און דוּרך װעלדער יאַדלאָװע
עס בלאָנדזשען אַצינד
זײַנע אותיוּת.


און פּלוּצעם אַ ברוּנעם
                    


[29]
צעװישן געצװײַג. װאָס באַטײַט ער?
אַ ברונעם. אַ ברונעם.
װאָס נענטער דער שליטן אַלץ װײַטער
דער זײדע איז פֿון־אים.


אין סליאַדן װי פֿיסלעך פֿון טױבן
באַגלײטן אים פֿוּנקען.
זײ צ?ען זיך אוּיך מיטן זײדן
צום ברונעם. צום ברוּנעם.
דער ברונעם איז אונטן. דער בךונעם איז אױבן.
דאָרט קומעו זיך טוּבֿלען אין קװאַליקו זוהר
ניגונים:
דער ניגון פֿון תּפֿילה.
דער ניגון פֿון טרױער.
שוּין טונקל־מאָל־טונקל אין װאַלד איו פֿאַרשנײטן
און יום־טובֿדיק בלױער
די פֿונקען.


דאָס קוּמען די אותיות צום ברונעם
זיך טובֿלען און טונקען.
                         












[30]
יב. א י ן ו ו אַ לד

שױן טונקל־מאָל־טוּנקל אין װאַלד און די פֿוּנקען פֿאַרלאָשן.
מע זעט בלוּיז די יאָדלעס אין לאַנגע אַלטזילבערנע קליאָשן.
אַ פּיקהאָלץ פֿון שטילקײט זאָגט שטילקײט זײַן שכן אין אױער
אוּן ס'עפֿנט זיך באַלד פֿאַרן שליטן אַ טױער נאָך טױער.
נאָר מאָדנע: וּואָס אָפֿענער ס'זענען די טױערן, דאַכט זיך
אַז הינטער זײ אַלע אַ ריזיקער טױער פֿאַרמאַכט זיך.

אַן אײנציקן שנײעלע, פֿאַלנדיק לײַכט, איז שױן לײַכטער
צוּ הערן זײַן קול אינעם טאָל װאָס אַ שנײיקער לײַכט ער,
װי דאָ אין פֿאַרשאָטענעם שאָטן־אוּן־שײַן צו דערהערן,
אַזױ װי דער זײדע אין שליטן — אַ ניגוּן פֿון טרערן.
צי פֿעלט אים נאָך אױס אַזאַ ניגון צו כּמה וכּמה?
עס הערט אים דער זײדע און הערט צי עס העךט אים די מאַמע.

—— דער וּועג איז ניט דער —— זאָגט צו יענעם װאָס זיצט מיט דער פּלײצע
בלחש דער זײדע —— אַנוּ, לאָז מיר ציִען אַ לײצע.
מיר װעלן אַזױ ניט אַנטרינען פֿוּן װאַלדיקן פּלאָנטער,
דער װעג צו די טרערן אַ װײַטער קאָן זײַן און אַ נאָנטער.
אַ פּיקהאָלץ פֿון שטילקײט זאָגט שטילקײט אַ צוּױיטן, אַ דריטן
און אוּיסער די טױערן אַלע בלײַבט הענגען דער שליטן:


אַ װעלפֿעלע אָקערשט געבױרן און הױל, אָן אַ פֿוטער,
אוּן פּאַזע דעם װעלפֿעלע גליװערט אַ טױטע זײן מוטער.
האַרצרײַסנדיק וּױינט די באַשעפֿעניש הערן שױן אַלע
אוּן אױך די געצונדענע װאַסערלעך װערן נתגלה.
אַ קײַלעכדיק ליכט נעמט די זעונג אַרײַן אין זײַן קײַלעך
און שפּרײט אוּיף דער טױטער פֿון שנײגעװעב דינעם אַ לײַלעך.
                                   




[31]
און ס'זאָגט צו דער מאַמען װאָס פּאַנצערט זיך אײַן אין פֿאַטשײלע,
דער זײדע אַזױ: האָב ניט מורא. גיס אָן אין אַ כּלי
פֿון בוטל דאָס מילך, דאָס גענומענע מיך דאָ צוּ נערן
און לאָז פֿאַרן יתום, צו אײַנװיגן אים זײַנע טרערן.
און גוט װעט דיר זײַן. דו האָסט זוכה געהאַט צו דערהערן
דעם ניגון פֿון אַלע ניגונים: דעם ניגון פֿון טרערן.
                                  
























[32]
יג. פֿאַ ר ט אָ ג י ק ע ר ו י כ ן


פֿאַרטאָגיקע רױכן פֿון לײמענע, גרױע געבײַען,
פֿוּן שטיבלעך װי נעסטן, ציגעלניעס בײַם טײַך, בעקערײַען;
פֿװ װינקלען װוּ ייִדענעס פֿעדערן פֿליקן פֿאַר כּלות,
װו טרעגערס די מעליקע זעק טוען אָן און שטיװאַלעס;
פֿאַרטאָגיקע רױכן פֿון דורכהױפֿן, קלױזן, שפּיטאָלן —.
מיט פּענדזלען געטונקען אין װאַרעמעו חלום, זײ מאָלן
אױף הימלשו לײַװנט אַ לאָנקע אַ פֿאַרביק צעבליטע.
ס'באַנעמט ניט דער שנײ אױף די דעכער: װי קומט דאָ אַ לאָנקע?
נאָר ס'דאַכט זיך דעם זײדן: אָט גיט ער אַהין אַ פֿאַרבלאָנקע.


פֿאַרטאָגיקע רױכן פֿון ירושלים דליטא.
                                  


















[33]
יד. זי י דע א ו ן מ אַ מ ע



.

—— אױב א י ך קאָן װאַרטן, קאָו אױך װאַרטן ראָזענקראַנץ, נישקשה,
אוּן זאָל ער נאָר ניט מײנען, דער פּראָפֿעסאָר, אַז ער האַלט
מײַן אָטעם אין אַרענדע.
אוּן איצט, מײַן טאָכטער, זאָלן בײדע ייִדן
פֿאַרבלײַבן אין אַכסניא. זאָל מען אױסשפּאַנען דעם פֿערד
און געבן הײ און האָבער. דו אַלײן װעסט מיך באַגלײטן
צו ציונסזאָהן אין דרוקערײַ.
צו ראָזענקראַנצן דאַרף בלױז גײן מײַן גוף,
מײַן קראַנקער שאָטן,
צו ציונסזאָהן אין דרוקערײַ —.
עס אײַלן מײַנע אותיות
געטובֿלטע אין לעבעדיקן ברונעם. פּסקן ד ו ——
צו װעמען גײן צו ערשט? אװ לאָמיר גײן
צו פֿוס.
צו פֿוס.
און טאַקע אָנעם שטעקן.
עס טאָר אַ ייִד ניט אָנלענען אמונה אױף אַ שטעקן.

דער זײדע גײט אַלײן אַךאָפּ פֿון שליטן
און הײסט דער מאַמען מיטנעמען דעם רענצל מיט די פֿתבֿים —.
זײַן טרײסטנדיקן קישן דורכן װאַלד, אױף דער נסיעה.


דער פֿעלדשער ליפּע איז נשתּומם.
ס'פֿעלט אים בלוּיז די העזה
צו שטעלן זיך אַנטקעגן, זײַן דערװידער.
נאָר ס'פּנים זײַנס, פֿון גרימצאָרן און אָפּשײַ,
װערט אַ בוריק.


בעזרוק שטױבט אָפּ פֿוּן זײדנס פּעלץ די שטרױען,
װי יעדער שטרױ געװען װאָלט אים אַ שאָד:
                                 

[34]
אַ שטרױ אַ רענדל.
אַ ליטער ספּירט פֿון זײַן פּאַזוּכע ציט ער באַלד אַרױס,
אַ זעץ אין קני, און ס'טוט אַ פֿלי אַ שיכּוךער
דער פּראָפּן.


און איבער זײ — די זשומענדיקע און צעבליטע לאָנקע
מיט לאַם אוּן װאָלף און ייִנגעלע צוקאָפּן.


▮ ▮
די מאַמע האָט דערפֿילט אַ שטאָך,
װי נאָר איר האַנט האָט ניט געפֿונען
אין הײ דאָס רענצל. װײ און אָך.
די זון האָט אוּיפֿגעהערט צו זוּנען.


װען זי װאָלט אָנגעטאַפּט אַ שלאַנג,
אַזוּי דאָס פּוסטע אָרט אין שליטן.
אַ רגע איז געװען צו לאַנג,
די אוּיגן האָבן זיך געביטן.


װי בעתן טרינקען זיך, געשװינד
עס זעגלען דורך די טרױמערײַען
פֿון אַלע יאָרן, איז אַצינד
פֿאַרבײַ איר װעלט כהרף־עין.


אַװי איז יושר אוּן באַצאָל
פֿאַר לײַדנדיקער האָרעװאַניע?
נאָר שמײכלען האָט געמוזט איר קול:
— דאָס רענצל איז גאָר אין אַכסניא.


איך האָב עס דאָך אַלײן אָט ערשט
אַרײַנגעטראָגן, אײגנהענטיק.
און װידער שמײכּלענדיק־באַהערשט:
— ס'איז קאַליע מײַן זכּרון, קענטיק.
                            

[35]
זי האָט נאָך שטיפֿעריש אַ שפּרײַז
געטאָן צוּם זײדן און — אַ קוש אים.
און אוּמגעפֿאַלן אױפֿן אײַז
מיט פֿינצטערניש אין אַלע חושים.
                 



























[פ]
טו. ד ע ר ג נבֿ



▮

הודעות און עקסטרע געשריפֿטסן פֿאַרהענגען די שטאָט,
פּאַרשיװע רעמיזע, דעם האָלצמאַרק און אַגרעסעס באָד.
פֿאַרהענגען דעם שוּלהױף און רוזעלע און די בוסאַקעס,
די קנײַפּעס אוּן שענקען מיט בלאַטע, שיכּורים, הוליאַקעס.
פֿאַרהענגען די װענט.
אוּן אַלע געװענדט
      

צו די חשובֿע װילנער גנבֿים:
      

היות
      על־פּי־טעוּת האָט עמעץ גענומען
      יום א, בשבֿט אין אַ שליטן אַ רענצל מיט כּתבֿים,
      היות
      װי זײ האָבן במילא קײן געלטלעכן װערט ניט,
      היות
      יענע כּתבֿים געהערן אַ רבֿ,
      דערצוּ נאָך אַ חולה־מסוכּן,
      דערום איז מען מתרה דעם נעמער,
      אַז װען ביז יום ג, עם שקיעת החמה
      די זאַך װעט צוריק זיך ניט אומקערן, חס־וחלילה,
      צו איר בעל־הבית,
      איז װעלן די אונטן געחתמעטע נעמען דעם נעמער
      און װעלן פֿאַר שװאַרצע, געצונדענע ליכט
      אים לײגן אין חרם — —



. ▮

ער האָט זיך באַװיזן פֿ אַ ר שקיעת החמה
אװ ניט אױף די ציפּקעס און ממזרשן טענצל.
אַזוּי װי משיחן האָט אים די מאַמע
דערזען אױפֿן גאַניק, דעם יונג מיטן רענצל.
                             

[37]
ער האָט זיך באַװיזן מיט גלאַנציקן בריליק,
אַרוּנטערגעלאָזן ביז איבער די ברעמען.
אין געמזענע שטיװעלעך, פּריציש אוּן ביליק,
װי זײ װּאָלטן אױך פֿאַרן זײדן זיך שעמען.


ער האָט זיך דערנענטערט צום הױכן געלעגער
אוּן שטום פֿאַרן מלך געטאָן זיך אַ שאָקל.
אַ טראָט אױף צוריק. ער האָט מורא צי מעג ער.
אַ טרער אין זײַן אױג װי אַ האַלבער מאָנאָקל.


דערנאָך, פֿאַר דער אײגענער שרעק זיך דערשראָקן,
און ביסטרע אַ שפּאַן אוּן דערלאַנגט די אַבֿדה.
ער װאָלט זיך געביטן, דער יונג, מיטן זקן,
הלװּאַי זאָל ער זײַן אוּיפֿן אָרט וּוּו דער זײדע.


אַרײַן איז די שכינה פֿןו שנײ אינעם שפּיגל,
אין דרױסן בײַם פֿענצטער ־— אַ נײַגער פֿון מענטשן.
אַ שטײן פֿון זײַן האַרץ פֿאַלט אַראָפ צי אַ ציגל:
— איך וּועל ניט אַװעק ביז איר װעט מיך ניט בענטשן.


דער זײדע שטרעקט אןיס, וּױ אַ סצעפּטער, אַ דינע
געאָדערטע האַנט אוּן ־— אַ לוּיב צו זײַן נאָמען —
ער בענטשט. אוּן אױף בײדן פֿון שפּיגל די שכינה:
— זאָלסט קײנמאָל ניט זײַן מער קײן גנבֿ. זאָג אָמן.
                          









[38]
טז. ד ע ר ז י י ד ע צ וּ ם פּ ראָ פֿ ע ס אָ ר


מיט אײַזערנער פּען װילט איר שרײַבן ךעצעפּטן?
קאָן זײַן, ערגעץ לעבט אַ בן־אָדם פֿון אײַזן,
פֿאַר אים דאַרף מען שרײַבן מיט אײַזן.


און איך בין אַן אַנדערער,
ניט אַזאַ אײנער.


עס בליִען שטײנער. עס לעבן שטײנער.
עס דאַרפֿן ניט קײנעמס רעצעפּטן
די שטײנער.


עס װיל ניט דער װאָלקן
עס זאָל אים באַגיסן אַ רעגן.


צעהאַק אַ דימענט
לוּיכט ער נאָך בעסער.


עס דאַרף ניט אַ בליץ קײן רעצעפּטן,
פּראָפֿעסאָר.


װער הײלט דעם לאַרך?
זײַן אײגן געזאַנג.


װער הײלט דעם קװאַל?
אַ טונקעלע הײל.


פֿון װאָסערע קרײַטעכצער,
װאָסערע גראָזן
                          




[39]
באַשטײט אײַער הײלונג?


אוּן זאָגט מיר, פֿון װאַנעט
די צמחים, פֿון װאַנעט?
װעו זײ װאָלטן אַנדערע הײלן געקאָנט אױף אַו אמתּ,
װאָלט יעמאָלט קײן אײנציקע רױז ניט געװיאַנעט.


עס װױנט די נשמה אין מענטשן, אַזױ
װי זוּו אין באַזונדערן היכל פֿון טױ.
פֿאַראײניקט זיך זװ מיט דער זון, קאָן דען בלײַבו
דער היכל אַ לײדיקער? קומט טאַקע, נאָכן
געזעגענען זיך, אינעם היכל אַ שכן — —
                            



















[אַ]
יז. א ו י ף ה ר ה צ ו פֿ י ם


איך זוך דאָס פּימסן־קעסטעלע דער מאַמעס.
קײן מאַמע איז ניטאָ. ניטאָ קײן פּימסן...
און ס'דאַכט: ניטאָ שױן מער קײו דלד־אַמות.
װי לעצטע טורקלטױבן פֿון געזימסן —
אַװעקגעפֿלױגן. אױ, עס װײס ניט קײנער
דעם קבֿר פֿון אַ טױב. איך זוך דעם בת־קול
פֿוּן זײדן, װו עס רוען זײַנע בײנער,
אַ סימן פֿון זײַן פֿעדער, בלױז איר בליאַסקל.
איך זוך די זעוּנג, זײדע, װוּ דײַן פֿעדער
איז לופֿטיק װי אַ מלאך און איז ערדיש װי אַ צעדער.

איך זוך דײַן פֿעדער. האָסט זי מיר באַװיזן
אין חלום אונטער אַשיקע רוּינען.
און װי לבֿנה ציט אַ כװאַליע ביזן
באַשערטן ברעג איר אָנהײב צו געפֿינען,
אַזױ געצױגן האָט זי מיך. און שפּעטער
פֿאַרשטאַנען האָט דײַן אײניקל דעם זינען:
די פּערל אָנגעצילעטע אױף בלעטער —
די אותיות דײַנע, זאָל איך װען געפֿינען
און פֿרײען זיך: אָט זענען די פֿאַרשװינדער.
און אָנטאָן זײ, די אָפּגעזוּכטע פּערל, מײַנע קינדער.

דײַן הײליק ספֿר איז געבליבן, זײדע,
מסתּם אַן אײנציקס אױף דער װעלט. עס זענען
די אַנדערע אַװעק אױף דער עקדה.
און הײמיש האָט געטאָן צו מיר גענענען
דײַן ספֿר באַלד װי כ'האָב צו אים דערקלעטערט
אין ספֿרים־פֿעסטונג פֿון ירושלים
אױף הר הצופֿים. װער האָט אים געבלעטערט?
אַ טױטער זײדע װאָס איך זע אױף ס'נײַ אים,
 צוזאַמען מיט אַ לעבעדיקן. יעדער.
ביז וּואַנען איך האָב אױפֿגעװעקט זיך מיט ,'מײַו זײדנס פֿעדער,,.

1968 —— 1969
                                  [41]
▮
מײַז טאַטנס פֿידל
מ ײַ ו ט אַ ט נ ס פֿ י ד ל



א


װוּ ס'פֿאַלט אַרײַן די אָמקע אין אירטיש,
אַפֿילו דעמאָלט
װען קײנער זעט ניט, הערט ניט, װי דער בײַטײַך פֿאַלט אַרײַן
אין מוטערטײַך
ידי זעלבע װינטער־קאָלדרע װאַרעמט בײדן(,
אַרײַנגעפֿאַלן, קינד מײַנס, בין איך אױך,
אַן אומגעזעענער, אַן אוּמגעהערטער,
אין ברײטן מוטעך־לעבן —־ אָן דער קװעלעניש פֿוּן װערטער.


אַרײַנגעפֿאַלן —.
אוּן געבליבן הירשיק אױף די פֿיס,
אַרומגעשנײט מיט מאָנענדיקן װוּנדער.


אַצינד ביז דנאָ פֿון מײַן זכּרון זע איך.
                                    .

געסטײַעט װאָלט מיר פֿון דער גאָרער־װאָרער־קלאָרער קינדהײט
אַ טאָג אַן אײן־און־אײנציקער,
אַ נאַכט אַן אײן־און־אײנציקע,
כ'זאָל קאָנען דיר דערצײלן און דערצײלן
ביזן לעצטן
אַרױסגעװײנטן אָטעם, וּוען דער לעצטער װערט דער ערשטער.


מסתּמא האָסטו ליב דײַן טאַטן, װי דײַן טאַטע —— זײַנעם.
און זיכער האָסטו אױך צו אים אַ טענה, װי דען אַנדערש?
דערצײלן װעל איך דיר צו דײַן געבױרן־טאָג דעריבער
אַ טענה צוּ מײַו טאַטן אַזש מיט פֿופֿציק יאָר צוריק,
אוּן לאָמיר הערן דײַן גערעכטן מישפּט:
                                



[45]
ב


מיט ליכט־ אוּן שאָטן־פֿלעקן פֿון בעריאָזע־קאָרע מיניעט
אין כוטער. דרוּיסן —־ פֿראָסט. נאָר אינעװײניק — װאַרעם.
אַ װאַרעמקײט פֿון חנוכּה.
אַ װאַרעמקײט פֿון קלאַנגען,
אַרױסגעבליט פֿון טאַטנס פֿידל.
ערשטע טרערן הילצערנע שױן פֿינקלען פֿוּן די קלעצער,
מיט פּאַקעלע געזױמט יזײ האָבן אױך אַ נאָמען: וּוענט(.

און װײסן װײס איך מער פֿאַר מײַנע פֿינגערדיקע יאָרן.
למשל:
אַז די זון פֿאַרגײט ניט, נאָר זי קומט צו פֿוס
פֿאַרנאַכטלעך אין מײַן װינקל און װעבט־אױס פֿאַר מײַנעטװעגן
אַ זעונג פֿון איר אינגעװײד —־
אַ חלוּם אין מײַן חלום.


למשל:
אַז אין טאַטנס פֿידל װױנט אַ שטומער מלאך,
און דעמאָלט בלוּיז װען אױבן לאָזט דער טאַטע שױמיק שװימען
אַהין־צוּ און צוריק אַ האָךיק שפּענדל
און זײַנע דינע פֿינגער גיבן סודותדיקע צײכנס —
צעשפּילן זיך מתיקותדיק די קלײנע, שטומע ליפּן.


למשל:
אַז פֿאַראַן אַ טױט, נאָר בלױז אַ טױטער זעט אים.


און װײסן װײס איך אױך, אַז אױפֿן אַנדער זײַט אירטיש,
אַװו די טײַגע הױדעט־אײַן אױף אױסגעשפּרײטע פֿליגל
דאָס אָנגעשנײטע פֿײַער —
                               



[אַ]
צעשניטן איז דער פּלײן פֿון סליאַדן. עפּעס גײט דאָרט אָן
אַ הרגעניש, אַ װאַרגעניש פֿוּן מענטשן און פֿון הירשן
געשפּאַנט אין שליטנס. מילא, מענטשן — לײגט זיך אױפֿן שׂכל,
נאָר הירשן, הירשן.
קעגן װעמען האָבן זײ געזינדיקט?
                                

























[47]
ג


איך האָב אַלײן געזעו אַזאַ געפֿאַלענעם,
פֿאַרשעמטן הירש אין בלױענדיקן פֿרי:
צוקאָפּנס הױכע ליכט פֿון שנײ באַשטראַלן אים,
אַ הירשעלע צופֿוסנס אױף די קני.


די שטאַרע אױגן — קײַלעכיקע ברינעמער,
דערטרונקען שױן אױף זײער דנאָ דער טאָג.
ס'באַװעגט זיך ניט זײַן בײניקע טשוּפּרינע מער,
אוּן בלוּיז דער שאָטן יאָגט אין זײַן געיאָג.


װאָס קאָן אים איצטער העלפֿן מײַן דערבאַרעמקײט,
מײַן קול װּו ס'ליגט פֿאַרפֿרױרו זײַן געשרײ?
אַרױסגעצױגן פֿון אַ נאָדל װאַרעמקײט —
אַ רױטער פֿאָדעם ראַנגלט זיך אין שנײ.
                         
















[48]
ד


כ'געדענק דעם קלאַפּ אין טיר,
דעם קלאַפּ אין האַרצן.
דער טאַטע האָט געצונדן ס'דריטע ליכטל.
אַ טעות, נײן:
געצונדן ס'דריטע קינעלע.
קײן ליכטלעך זענען אין דער געגנט ניט געװען

בנימצא.
נאָר ס'האָבן אױך די קינעלעך,
די טךוקענע װי בײן,
אַרײַנגעשטעקטע צװישן קלעצער —־
ניסימדיק באַלױכטן
דעם בית־המיקדש, און מיט מיר צוזאַמען
געענטפֿערט אָמן אױף דעם טאַטנס ברכה.


דער דרײדל מײַנער,
אײגנהענטיק אױסגעשניצט פֿון האָלץ,
געדרײט האָט זיך אין ריטעם
פֿוּנעם שנײדרײדל אין טײַגע,
און מיטן ערשטן קלאַפּ אין טיר
געפֿאַלן אױפֿן גימל.


די מאַמע האָט זיך אײַנגעהאָרכט,
און שלאַנקער נאָך װי תּמיד
געגאַנגען צו דער טיר,
געגאַנגען זיכער:
—־ עס איז דער סטוק אַ ייִדישער ־־
דערבײַ געטאָן אַ זאָג,
אוּן אָפּגעצױגן פֿון דער טיר דעם ריגל:


אַ נײַער פּנים רײכערט זיך אין שפּיגל.
                       


[אַ]
ה


אַ לױב דער מאַמען און אַ לױב איר טרעפֿעניש:
אַרײַנגעדרײדלט האָט זיך מיט אַ פּאַרע
אַ װינטיקע, צעשױבערטע באַשעפֿעניש.
קױם־קוּים פֿון פּעלץ אַרױסצוזען די מראה.


נאָר אַז דער גאַסט האָט אונטער װאָנצעס נאָדליקע
אַרוּיסגעפּרעפּלט ס'ערשטע װאָרט אױף ייִדיש,
און לױטער איז צעגאַנגען פֿון דער אָדליגע
זײַן כמורנער שנײ און אונדזער שרעק־אוּן־חידוש,


און ס'האָט דער סאַמאָװאַר צעהיצט זיך קאָכעדיק,
אַזש וּױ אַ בער גענומען טאַנצן, דעמאָלט
געװאָרן זענען אַלינקע משפּחהדיק,
און העלער האָבן קינעלעך געפֿלעמלט.


זײַן ביקס־אוּן־פּיקע האָט שױן די פֿאַראַניקע
ניט מער געשראָקן. באַלד איז מען געזעסן
בײַם טיש. די מאַמע האָט לכּבֿוד חנוכּה
דערלאַנגט אַ מאַרצעפּאַנעדיקן עסן.


אַצינד האָב איך געזען זײַן פּנים דײַטלעכער:
באַװאַקסן ביז די אוּיגן װי אַ סאָװע.
נאָר זײער גלי אַ שטאָלענער, אַ װײַטלעכער:
—־ דעם נאָמען מײַנעם וּױלט איר װיסן? ליאָװע.

און אײדער נאָך אין הײסן טײ אַ בלאָז געטאָן,
פֿאַרשיכּורט האָט אַ שלאָף זײַן צער און דאגה.
און װידער האָט מײַן דרײדל זיך אַ לאָז געטאָן
צוּזאַמען מיטן שנײדרײדל אין טײַגע.
                        



[50]
ו


אַז אןיפֿגעװאַכט האָט אונדזער אורח,
געבליבן איז ער פֿאַרהאַלושעט:
הוּיכהערנערדיק אים װאַרעמט ס'פּנים
אַ יונגער, שײַנענדיקער גאָלדהירש.
— גוט־מאָרגן, מאַכט צוּ אים דער גאָלדהירש,
און ליאָװע, ניט מיט זײַנע ליפּן,
אַ נעכטיקער:
— גוּט־יאָר, גוט־יאָר...


פּלוּצטהאַלבן זיך דערשראָקן פֿאַרן
באַקאַנטן קול צי פֿאַרן גאָלדהירש,
דעךלאַנגט ער אַ געניטן שפּרונג
פֿאָרוּיס. און פֿלינקער נאָך, פֿאָרןיסער —
זײַן רעכטע האַנט מיט פֿינף באַשיצערס.


אןן װי אַ הונט פֿאָרןיס דעם יעגער
פֿאַרשפּרינגט אױף זײַן פֿאַרקנאַלטער חיה —־
פֿאַרשפּרינגט זײַן האַנט אַרום דער ביקס
און כאַפּט זי האַסטיק פֿאַרן גאָרגל.

פּאַוּואָלינקע, ניט ליאַרעם, ליאָװע,
מסתּמא שלאָפֿט נאָך דײַן מחשבֿה.
אומזיסט אַ צי די ביקס, װי ס'וּואָלטן
אַרײַן דאָ שליטנס פֿונעם שׂונא.
די זון אין כוטער קעמט דײַן קאָלטן
און באָרד־און־פּיאות צימרינג־ברוּינע.
                      





[51]
ז


ער האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט װי פֿון אונטער
צעשפּליטערטן אײַזדעק אַ נאַקעטע כװאַליע.
געבערגלט פֿאַר מיר זײַנע מוסקלען און מוּנטער
געטאָן זיך צוריק אױפֿן בעטל אַ װאַליע:


— נאָך צײַט ביז דער שקיעה. געבענטשטע מינוטן.
אוּן װידער אין טײַגע װו אַניענקאָוּו לױערט
מיט זײַנע קאַלמיקן, מיט זײַנע יאַקוטו.


און ס'האָט בעתן רײדן זײַן קוּל זיך פֿאַרטרױערט:
־— געדענקט מיך צוּם גוטן, געדענקט מיך צוּם גוטן.
                         


















[52]
ח


און דעמאָלט האָט מײַן טאַטנס פֿידל
אַרוּיסגעשפּילט פֿון זיך מײַן טאַטן.
אַרוּיסגעשפּילט פֿוּן רױטן פֿוּרעם
די שטוּמע עדות פֿון יסורים.


אַרױסגעשפּילט פֿון זיך דעם פֿױגל
פֿון בוּים װאָס איז געװאָרן פֿידל.
זײַן קװאַל, זײַן קינדערשע יניקה,
פֿאַרזיגלט אוּנטער שטײנער דיקע.


און דעמאָלט האָט מײַן טאַטנס פֿידל
אַרױסגעשפּילט פֿון אירע תּהוּמען
איר שניצער, װאָס מיט שאַרפֿן אױער
האָט אױסגעשניצט פֿון בױם זײַן טרױער.


אַרױסגעשפּילט האָט אױך זײַן פֿידל
איר שטומקײט בלױז פֿאַר מײַנעטװעגן,
אַז איך אַלײן זאָל זי דערהערן,
אַרױסשפּילן פֿון זיך אַ שטערן.
                    











[53]
ט                                             י


אַז ליאָװע האָט פֿאַרנומען
דעם קלאַנגבאַשאַף אין כוטער,
די ראָיעניש אין טױבנשלאַק
אױף טאַטנס לינקן אַקסל,
אַרױסגעקײַקלט האָט זיך פֿון סאָלדאַט
אַ גראָבע טרער,
און ס'איז די טרער אין פֿאַנגנעץ פֿוּן זײַן באָרד
געבליבן הענגען.


דערנאָך האָט ליאָװע מיט זײַן טרער צוזאַמען,
פֿאַר אַן עדות,
גענענט צום טאַטן
און —־
איך הער נאָך איצטער זײַנע װערטער:


— דוּ גוטער־גוּטער מענטש, װי הײַנט איז חנוּכה,
דײַן פֿידל
האָט אוּיפֿגערירט מײַן וּוּאָלפֿיש האַרץ.
כ'בין װידער אַ בן־יחיד
בײַם ברעג פֿוּן דניעפּער
צװּישן טאַטע־מאַמע.
און װידער שפּיל איך אוּיף אַ פֿידל
קעגן קאַרשנבײמער
אין פֿענצטער,
פֿאַרן הױז,
און הינטער זײ ־— דער ברײטער דניעפּער;
און וּױדער זע איך, שפּיר איך, אַז אַ פֿידל
                        





[54]
געבענטשט איז מיטן זעלביקן קאָליר און טעם פֿוּן קאַרשן.
קױם וּועל איך אָבער, גוּטער מענטש,
פֿאַרשװינדן אין דער טײַגע —־
פֿאַרשוּוּינדן װעלן אוּיך די קאַרשנבײמער,
טאַטע־מאַמע,
פֿאַרשוּױנדן װעט מײַן פֿידל
מיטן פֿענצטער און בן־יחיד,
אוּן װאָלפֿישער װי פֿריִער וּועט מיר װאָיען ס'האַרץ,
באַוּוּאַקסן
מיט נעגל, נעגל.
הפֿקר װעט זיך וּואַלגערן מיט הפֿקר.


פֿאַרזײסט אַ קערנדל אין באָדן —
וןאַקסט אַרוּיס אַ בױם,
פֿאַרזײסט אַ מענטשן, וּואַקסט אַרױס
אַ בערגל פֿאַר אַ פֿעלדמוּיז.
דעריבער, גוטער מענטש,
אַנטלײַ מיר,
נײן, פֿאַרקױף דײַן פֿידל,
איך זאָל זי מיטנעמען אין טײַגע,
צודריקו צום לײב,
הנאהדיק, מיט אױגן שנײ־פֿאַרשאָטענע,
אַ שפּיל טאָן.


באַצאָלן האָב איך ניט מיט װאָס.
מײַן געלט איז מער ניט גילטיק.
באַצאָלן קאָן איך מיט מײַן עולם־הבא.


דער טאַטע איז געװאָרן דינער, בלײכער.
ס'האָט זײַן בליק
                             




[55]
פֿאַרטראָגן זיך צו גאָר אַ װײַטן שנײעלע אין דרױסן.
אַרוּיסגעשפּילטע קלאַנגעו האָבן לופֿטיקע־אָן־אָטעם
צוריק אַרײַנגעפֿלאַטערט אין דער װײכער נעסט פֿון פֿידל.
ס'האָט אױסגעזען: עס ראַנגלען זיך אין טאַטן צװײ נשמות
און זײַנע ליפּן זענען אױך אַנטרונען אין דער נעסט.

כ'האָב צולוּיפֿן געװאָלט צום טאַטן, זאָגן אים אַ זאָג,
נאָר עמעץ האָט אין שװערע קײטן מיך געטאָן פֿאַרקאָװען.
און דעמאָלט איז די פֿידל, װי דער לעצטער שטראַל פֿון טאָג,
אַלײן אַרײַנגעשװומען אינעם וּוײַסן פּעלץ פֿון ליאָװען.
                             






















[6ו]
י


אַ טענה האָב איך צו מײַן טאַטן, אַ געפֿיל אַ האַרבן:
אָן עולם־הבא קאָן אַ מענטש דען לעבן, קאָן ער שטאַרבו?


אַ שולד, אַ זיסער װעלט־רחמנות, צופּט אין מיר לגבי
דעם ביטערן סאָלדאַט װאָס האָט פֿאַרקוּיפֿט זײַן עוּלם־הבא.

''ס'װאָלט זײַן אַ יושר — הער איך נאָענט־װײַט אַ מין געװערטל ־—
דוּ זאָלסט אים שענקען פֿון דײַן עולם־הבא כאָטש אַ פֿערטל,'.


און ס'פֿעלן סײַ אין כוטער סײַ אין מיר די זעלבע סטרונעס,
אומהײמלעך גלאָצן פּוסטקײטוּ פֿון קלעצער און שפּאַרונעס.


דעריאָגן מוז איך ליאָװען. כ'האָב אים ליב, זײַט װיסן אַלע —— —
אין װײכן װאַקס פֿון שנײ איך זוך אַ שפּוּר פֿון זײַן שטיװאַלע.
                               
















[57]
יא


דערצײלן גאָט? בשתּיקה, אַן אַלײניקער,
דערצײל איך אים, אַז קײנער זאָל ניט הערו,
די מעשׂה מיטן פֿידעלע, מער־װײניקער,
אוּן װעגן מײַן אַרױסשפּילן אַ שטערן.


מײַו טענה בלײַבט אַ טענה. ס'װערט ניט פֿרײלעכער.
אַז קײנער װײס ניט װן די סטרונעס צאַפּלען.
סיבירער פֿרילינג שימערט פֿוּן די שנײלעכער
מיט זײַנע יונגע נאַסלעכע גרינאַפּלען.


און שטיל אין טײַגע. אוּיס מיט דער געשלעגעניש.
איר קינד זױגט־אָן די הירשיכע די מוטער.
באַשערט איז מיר אין פֿרילינג אַ באַגעגעניש:
אַן אַלטיטשקער די פֿידל ברענגט אין כוטער.


פֿון װאַנען? װי איז ליאָװע? נאָר דער זײדעלע
איז טױב אוּן שטום. געבראַכט זי און '— פֿאַרשװונדן.
דער טאַטע נעמט זי צערטלעך איו די אײדעלע,
פֿאַרבענקטע הענט: זײַו פֿידל איז אין װונדן.


— באַרו?ק זיך, מײַן קינד, איך װעל זי ראַטעװען,
און שפּילן װעט זי שענער נאָך להבא.



—. —
פֿאַרהױלן פּיקן זיך די קלאַנגען. טשאַטעװען.
אוּן ליאָװע האָט צוריק זײַו עולם־הבא.

1970
                       





[58]
די ציגעלניע
ד י צ י גע ל נ י ע



א


גענוּג מיט די צײַטװערטער. אײביקײט־װערטער דערלאַנג מיר, משוּגענער שאַפֿער,
און זאָג ניט פֿון װערטער־געװױנטשאַפֿט: אַװעק און פֿאַרשװּוּנדן.
גוט־מאָרגן דיר, נעכטן. די טעג און די נעכט זענען װונדן:
סימנים פֿוּן לעבן װאָס לעבן און לעבן. געװאָלט האָט אַזױ דער באַשאַפֿער.
                                       






















[61]
ב


איך זע װי בימים ההם
באַשײַמפּערלעך אַנטקעגן איבער:
אַ פּורפּורנע ציגעלניע. לײם.
דאָס רעגן־װאַסער שלאָפֿט אין גריבער.


דערבײַ געבונדן צו אַ שטאַנג,
אַ פֿערד געדולדיק און בהמיק,
װאָס דרײט אין זיפֿצנדיקן גאַנג
דעם לײם. און אוּיך זײַן אָטעם — לײמיק.

פֿאַרזונקען ביזן בױך אַ פֿוס,
איז דאַנקען גאָט װאָס דאָ אַ צװײטער.
און שטענדיק זע איך אים, דעם סוס,
װי רױטן לײם געדולדיק דרײט ער.

אַז טײגיק איז דער לײם און טױג,
און װי אַ צונג אין װײכן פּלאַפּל,
דערלאַנגט זיך יענער אַ פֿאַרנױג:
אַ טרער פֿוּן לײם אין זײַן שװאַרצאַפּל.


און אינעװײניק שטײט אַ יונג
און װאַרפֿט, בײַ אים איז הײַנט אַ גראַטשקע,
די װײכע, פּלאַפּלענדיקע צונג
אַרײַן מיט לאָפּעטע אין טאַטשקע.

װינצענטי פֿירט זי דעמאָלט אָפּ
צו שײַקען, צוּ באַשאַפֿן ציגל.
אַ דערנערקרױן איז אױפֿן קאָפּ
פֿון קעניג פֿערד װאָס דרײט אין עיגול
פֿון רעכטס אױף לינקס,
פֿון רעכטס אױף לינקס,
כּסדר לײם אין זעלבן עיגול.
                     

[62]
ג

און בײַם ציגעלניק שײַקע אין די מוסקלען לאַכט אַ שטורעם.
הנאה האָב איך קוּקן װי ער ליאַפּעט לײם אין פֿורעם.

אַ ליאַפּע און ־— גענױ די מאָס. אַ חנדל נאָר די װירע.
און ס'פּאַשען זיך אױף קילן גראָז די ציגל, זײַן יצירה.


געבענטשטער יןנגער זומערלעב. די זשוקעס טראַלאַלײַקען.
מקנא בין איך קײנעם ניט. מקנא בין איך שײַקען.


װּי דעמבעס פֿון די קערנער, װעט אַ מױער אױף אַ מױער
אַרוּיסוּואַקסן פֿון ציגל; יאין װיליִע אוּיך — קאַפּױער(.


און ערגעץ אױף אַזאַ געבײַ װעט האַמער, טשװאָק אוּן הוּבל
צוּנוּיפֿשלאָגן אַ בוּידעם פֿאַר אַ סטרוניקן מקובל.


—־ מה טובֿו דײַנע ציגל, שײַקע — בענטש איך זײַנע מעשׂים.
אוּן ס'גלוסט זיך מיר זײַן תּלמיד זײַן, אַרוּיסװײַזן מײַן פֿלײַס אים.


דערװײַלע בעט איך שײַקען אַ געפֿעליקײט אַ קנאַפּע:
—־ דערלױב מיר מיט דער לאָפּעטקע צו טאָן אַ קלײנעם ליאַפּע.


און ביז די ציגל באַקן זיך װי לעבלעך ברױט אין אױװן,
באַװוּנדער איך זײַן מײַסטערשאַפֿט אןן הער ניט אוּיף מה טובֿו'ן.
                                








[63]
ד

די זשוּקעס האָבן בלױע פֿליגל
און קעפּעלעך פֿון שטאָל.
זײ האָבן ליב די רױטע ציגל,
װאָס פּאַשען זיך געשמאַק אין טאָל.

נאָר װײַס װי שױם פֿון קעסלגרוב אין טײַך
איז די קאַפּעליע,
אַיעדער מוזיקאַנט באַזונדער גיט מיר אַ פּריטשמעליע,
װען אַלע װילן זײ בײַ מיר
פֿון שׂימחה צי פֿון טרוּיער
אַראָפּזעגן אַן אױער.

נאָר אַז די זשוקעס לאָזן זיך בײַם זונפֿאַרגאָלד
אַרונטער
צוזאַמען מיט די שאָטנס
אױפֿן אָפּגעגילדטן פֿערד —
פֿאַרװאַנדלען זיך אין דימענטן
די זשוקעס אין זײַן קרױן.
און ער אַלײן איז װידער
קעניג פֿוּן דער ערד.
                           











[64]
ה


איך קאָן בײַ נאַכט ניט שלאָפֿן. איבער מוראדיקן פּלאַנקען,
לבֿנה־גײעריש איך קום אַראָפּ צו דער ציגעלניע.
די פֿײַכטע ציגל שמײכלען צוּ די שטערן. שאָטנס בלאַנקען.
אוּן אַנדערש איז דער קױמען אױך: אַ טײַװל אױף אַ קעלניע.


נאָר מײַנע שמע־ישׂראלדיקע ליפּן שנײַדן אונטער
די שרעקן:
אַנטפּלעקן װעט זיך באַלד אַ סוד, אַנטפּלעקן
פֿון ו ו ע ל כ ע ציגל, אױסדערװײלטע קודם,
װעט זיד װענטיקן
ס'געבײַ
און איבער דעם, פֿאַרן מקובל,
פֿוּן רוחניוּת אױסגעשפּונען,
װעט דאָרט שימערן דער בןידעם?

פֿוּן װעלכע ציגל? כאָטש דערזען אַן אײנציקן, אַ קענטיקן.

פֿאַרנעמען ציגל װי די יונגע טרערן מײַנע שטראָמען
אוּן אײנער איז מגלה: א י ך װעל װאַרעמען זײַן הײם.
און דעמאָלט מיט אַ קאַרשנצװײַגל איך פֿאַרקריץ מײַן נאָמען
אין אױסדערװײלטן ציגל, אין זײַן ציטער־צאַרטן לײם.
                               









[65]
ו


פֿוּן רעכטס אױף לינקס,
פֿון רעכטס אוּיף לינקס —
דער קעניג פֿערד
אין זיפֿצנדיקן עיגוּל.
די לײמגרוב ןוּערט ניט אױסגעשעפּט.
קאַפּאַבל איז די רױטע לײמגרוּב
אָנצופּלאָדיען ציגל
פֿאַר זיבן שטעט.
געגליכן צו אַ ברוּנעם,
װאָס דאָרשטיקע פֿון זיבן שטעט
חלילה װעלן אוּיסטרינקען
זײַן קװאַלנדיקן שפּיגל.


און אױפֿן טראָן פֿוּן קעניג פֿערד —
אַ צװײטער, אַ פֿאַררעטער,
צוזאַמען מיט פֿירפֿיסיקע
און הירזשענדיקע געטער.


איך זאָג צום יונג
װאָס װאַרפֿט דעם לײם אין טאַטשקע:
— איך זע דו ביסט אַן אַדלמאַן
אוּן האָסט אַ בליק אַ מילדן,
טאָ האָב רחמנות אױפֿן קעניג פֿערד
און לאָז די גרודעס לײם אים דרײען אָט אַזױ:
פֿאַרקערט —
                      






[66]
פֿון לינקס אױף רעכטס,
פֿון לינקס אױף רעכטס.
באַקומסט דערפֿאַר אַ קײַלעכדיקן גילדן.


מײַו אָפּגעשפּאָרטן גילדן כאַפּט ער צוּ
געשװינד־געשװינדער.
מקײם איז ער אָבער ניט מײַן האַרציקע בקשה,
דער גולם־קאָפּ און רשע:
— אַז װאָס די נפֿקא־מינה אים, דער פֿערד איז דאָך אַ ב ל י נ ד ע ר 1
                                  






















[67]
ז

און אפֿשר מאַכט גאָר טורליקעס
פֿוּן מיר
דער גאַנצער ענין?
און אפֿשר אַ פֿאַרבלענדעניש
געטאָן האָט מיך פֿאַרמיניען?
פֿון װאַנען בין איך זיכער ו ו ע ר
ס'װעט װױנען אױפֿן בנין?


אין װעלכן ספֿר פּראַלניק שטײט געשריבן,
אַז דװקא אַ מקובל?
און אפֿשר גאָר אַ שלאַק
אַ פּיפּערנאָטער,
פּיפּערטאָטער?
און אפֿשר גאָר אַ גזלן מיט אַ זשאַװערדיקער האַק?


בין װערט אַ װאַזשנעם פּאַטש אין באַק
סע זאָלן פֿל?ען פֿונקען
פֿוּן דאַנען ביז דער גרינער בריק
אוּן טאַקע אױף צןריק,
װאָס איך אַלײן האָב אײַנגעקריצט מײַן נאָמען
אין כּישופֿדיקן ציגל.


באַגינען װעקט מיך אױף אַ שטעפּערײַ פֿון צאָן־אָן־צאָן.
און מיטן ערשטן רױטל אינעם קאַם פֿון שװאַרצן האָן
איך פֿלי צוּ דער ציגעלניע מיט געלײמטע, שװערע פֿליגל
צו ראַטעװען אַבֿרהמען.
                           





[68]
ח


אַלע ציגל זענען דאָ. װאַרעמען געשמאַק די בײנער.
אַלע? נײן, עס פֿעלט דער ציגל מיט מײן נאָמען. ער בלױז אײנער.


אײַנגעמױערט װעל איך װערן אין דער װּאַנט פֿוּן אַ מחבל.
אַלע ציגל אױסצוקױלען בין איך איצט קאַפּאַבל.


איכ'ל זײ צעטרעטן. איכּ'ל זײ צעקאָסען.
זאָלן זײ ניט לאַכן פֿון די טרערן פֿוּן אַ יתום.


זאָלן זײ פֿאַרװאַנדלען זיך אין לײם, אין זײער חומר,
אפֿשר װעט מיר דעמאָלט וּוערן לײַכטער אוּן גערױמער.


שײַקע שױדערט פֿון מײַן גבֿורה: איך בין ריזיק און געשפּאַנט.
— מילא, זאָגט ער, זײַ מײַן תּלמיד, זײַ מײן רעכטע האַנט.
                                 
















[69]
ט


מע טאָר ניט שװערן. אַז מע װאָלט געטאָרט, איך װאָלט געשװאָרן
בײַם אַרבע־כּנפֿות צי בײַ דער מזוּזה:
— מײַו פֿוס װעט מער ניט זײַן אױף דער ציגעלניע 1 נאָר דער צאָרן
צעגײט װי טױ אין זון, װען דינקע, װאָס איר טאַטן רופֿט מען זוזע,
װיל דװקא נאָר, מעג דונערן און רעגענען,
אױף דער ציגעלניע זיך מיט מיר באַגעגענעו:
פֿאַרבענקט זיך נאָך די מאַלינעס אין יענע שאָרסטקע קוסטו,
אַװוּ די ערד איז װאַרעם נאָך מיט דינקען פֿון אַנוסטו,
פֿאַרבענקט זיך נאָכן באַרנבױם דעם הפֿקרדיקן, לאָמעו,
װאָס אָן אַ טרײסל װאַרפֿט ער זײַנע זױער־זיסע בערנעלעך,
און אוּיך נאָך מיר מסתּמא )אָדער װי זי זאָגט: מיסטאָמען(.


אוּן איך האָב אָן־מסתּמא ליב דעם נאָמען
דינקע, דינקע.
נאָך מער: די בלוּיע קװעקזילבערלעך מאַניענדיקע, פֿלינקע,
און מער פֿון זײ: דעם פֿײַערדיקן זײַד פֿון אירע הערנערלעך.


אַז דינקע װאָלט מיך בעטן שפּרינגען פֿונעם קאַטעדראַל —
געשפּרונגען װאָלט איך וּוען זי איז נאָר אוּנטן.
אַ גוטינקע אַזאַ און אָן אַ גאַל.
אוּן מיט אַ שלײף אַ מאָנבלומיקן, בונטן,
װוּ אירע צעפּלעך טײלן זיך פֿונאַנד וּױ בלאָנדע פֿיס,
האַרצרײַסנדיק, און האָבן ניט קײן גרונטן.


מיט זומערשפּרינקלעך װאַרעמע, סײַ זוּמער סײַ אין פֿרעסט,
װי דורכגעזיפּטער שטױב פֿון ברױנעם פֿעפֿער,
װאָס גיבן צו אַ צוּפּנדיקן טעם און דוּ פֿאַרגעסט,
למשל, צי ס'איז הײס צי קאַלט. זײ גיבן אַ פֿאַרשלעפֿער.


נאָר זינט איר טאַטע זוזע דער אַפּטײקער, ימח שמוּ,
דערזעט בײַ דינקעס קלײנער ליפּ אַ ביס צי בלױז אַ ביסל,
                                   

[ס7]
פֿאַרשלאָסן האַלט ער זי װּי הינטער גלאָז אַ סלאָי
מיט יאָד.
בפֿרט װען דינקע איז געװאָרן איבערנאַכט אַ פֿרױ —־
אַזױ דערצײלט זי מיר בסוד,
און לאַכט פֿאַרשײַט און הױדעט מיטן פֿיסל.


דעריבער שפּילו מיר אַ ליבע װען ס'איז בלוּי
און ליכטיק.
אַלמאַי זאָל זוזע װערן מיר אַ װיסטער שׂונא? ריכּטיק.
באַגעגענען זיך בײדע װען עס גײט די זון זיך באָדן
און טוּט זיך אױס אַ וּואָלקנדל און לאָזט אים אױפֿן באָדן.


דער קאָפּ איז הײַנט ניט מײַנער. כ'װײס ניט וּועמעס. און איך יאָג
אַרונטער דעם ציגעלניע־באַרג צו אָנקוּמען דער ערשטער,
אַז לענגער זאָל זיך ציִען דער סוף־זומערדיקער טאָג,
פֿון אונדזער ליבע, ניט פֿון הינט און חושך, אַ באַהערשטער.


נאָר דינקע כאַפּט מיר אױס די מיצװה. צװישן גרױען פּלאַנקען
און גליִענדיקע מאַלינעס, דערזע איך שױן איר קלײד:
מסתּם געלײענט פֿריִער מײַנע ערלעכע געדאַנקען.
איך פֿיל: דער ציגל אין מײַן מוח איז אַ ציגל פֿרײד
מײַן קעניגרײַך צו בוּיען. פּלוּצעם הער איך אַ יללה
און פּעך און שװעבל אוּיף מײַן קאָפּ אװ סמאָלע,
אַז קױם צו גלײבן: קומען פֿוּן אַ מענטשנמױל די רײד?


װאָסי? װי ברענט? עס ברענט שױן אײנמאָל 1 דער,
אין לײמגרוב מיט דער לאָפּעטע, װאָס װאַרפֿט דעם לײם אין װעגל,
דערלאַנגט עס לשון: אומשולד מײַנער, קום נאָר, קום אַהער — —
עס פּאַסט מיר ניט פֿאַר דינקען און איך שפּאַן צו זײַנע נעגל.


אַן אָפּגעשונדענעך, און װי טאָלאָטשקע דער באַנדיט,
פֿאַרמעסט ער זיך צוּ אונטערקירצו מײַנע שטאָלצע טריט.
פֿוּן זײַנע גרינע אױגענעס דערלאַנגט אַ זעץ
אַ פֿײַער.
       .
                                  
[71]
— אַ פֿערד איז דער װאָס פֿאָלגט אַ זשערעבעץ,
דײַן גילדן קאָסט מיר טײַער. טײַער. טײַער.

געשטאָכן װּי אַ האָבער האָט דײַן גילדן מײַן געװיסן,
דערבײַ געקלערט: קאָן זײַן, דער ייִנגל עצהט עפּעס רעכטס,
טאָ לאָמיר אױסדרײען דעם פֿערד װי האָסט געװאָלט: פֿון לינקס אױף רעכטס
און זאָל ער וּױסן, אַז איך פֿיל זײַן דאָליע, זאָל ער װיסן.


ער האָט געשטעלט זיך דיבאָם פֿון הנאה. און די ראָד
געדרײט אַזױ וּױ גאָרניט אין זײַן שטײגער.
אַ װײַלע שפּעטער — זע, מיר אָפּגעצאָלט פֿאַרן גענאָד.
קוּם נענטער, זעסט?
                     — איך זע, איך זע: דער קעניג פֿערד — אַ פּגר.
                                      



















[72]
ו


איך שװײַג פֿון היץ מיט זיך אַלײן אַ שמועס
און טךערנבלאָזן צ?ען זיך פֿון מיר מיט מיר צוזאַמען:
— אין זײַן אַפּטײק ניטאָ פֿאַר דײַן נשמה קײן רפֿואות.
־— פֿוּן װעלכע קרײַטער זאָל איך מישן הײלנדיקע סמען?
—. פֿון זשוקעס. מאַלינעס. מקובל. בױדעם.
פֿון דינקע. הערנערלעך. ציגעלניע. ציגל.
—— דערצײלן דינקען? ־— בעסער טאָן בלא יודעים.
—— און וּואָס איז מיטן קעניג פֿערד אין עיגול?
— מע זאָגט אַפֿילו, ס'דרײט זיך אַלץ אַרום דער זון די ערד.
— אַ גילדן איז צו וּױנציק זי זאָל דרײען זיך פֿאַרקערט.


1969
                              


















[73]
משה באַסיז
מ ש ה באַ ס י ו



א


אַרײנגעשװעבט אין מיר האָט משה באַסין װי אַ פֿלעדערמױז,
אין לאַנגן, שװאַרצן מאַנטל ביז די פּיאַטעס.
אַלײן אוּן וּױ אַ טאָפּעלער. און מײַדן מײַדט אים יעדער אױס,
אַזוּי וּױ ער —
דעם דוּנערבליק זײַן טאַטעס.


אַ טאַטע אָן אַ שמײכל. מיט אַ פֿײַער אַ זיגזאַגישן
אין לינקן אױג. דאָס רעכּטע איז פֿוּן גלאָז
און שנײַדט נאָך שאַרפֿער.
אוּן מורד איז דער זוּן אין האַרבן טאַטן אין תּרי',גישן,
אוּן בלױז אַ בלײַער און פּאַפּיר
באַדאַרף ער.


װוּ נעכטיקט משה באַסין? װו עס נעכטיקן די שלענג,
אין הײלן און בײַ װאַסערן.
אין שטוב איז ענג.
אין האַרץ איז ענג.
אין צוּנג װו ס'נאָדלען װערטער איז אים ענג.
אוּן זאָל מען פֿאַרן גיהנום אים פֿאַרמסרן 1


דער שװאַרצער מאַנטל, אַ ירושה פֿון אַ שװאַרצן זײדן,
פֿאַרבײַט אַ העמד, אַ קאָלדרע און אַ שעניק.
אַזױ פֿיל מאַנטלצױטן 1 ער האָט ליב מיט זײ צו רײדן.
די לעצטע שװאַרצע קנעפּ
איז משה באַסין װּידערשפּעניק.
                               




[77]
ב


עס ברענען שױן די יאָרצײַטליכט. זײַן טאַטע אין אַ קיטל.
און ער ־— אַ באָרװעסער בײַם שװעל. צו זיך אַלײו מיט ביטול.
אין לאַנגן, שװאַרצן מאַנטל. אָן אַ היטל.


זײַן פּנים —— װײַסער הפֿקר־בײן פֿון זון צעזױגן. אָדער
אַ הױפֿן אױסגעזידטער קאַלך. און בלױז אַ בלױער אָדער
צעװישן שלײף און קינבאַק האַלט אין שלאָגו: מאָן און פֿאָדער 1


ס'פֿאַרקיטלען זיך פֿון אים אַלץ העכער־העכער די מתפּללים.
זײ זענען מיט די נאַקנס די האַרטנעקיקע מחלל אים.
אַ פֿרעמדער בײגט ער זיך בײַם שװעל מיט דערנערדיקע האָר.


דער הוּיכער משה באַסין בלײַבט אַ גאַנצע נאַכט אַ נידעריקער
בײַ צוגעהאַקטער טיר. און דעמאָלט װײנט ער אַ כּל־נדריקער:
— איך בין אַלײן אַ יאָרצײַטליכט און ברען שױן אַכצן יאָר.
                              














[78]
ג


,,שױן בעסער זײַן אַ פֿישעלע
און שװימען, שװימען, שװימען,'.


װוהין, פּאָעט? צו װעלכן דנאָ
געלוסט זיך דיר דערשװימען?


''שױן בעסער זײַן אַ פֿישעלע
אװ שװימען, שװימען, שװימען',.
               





















[79]
ד


פֿאַראַן אַ װונדערמענטש אין שטאָט, אַזאַ װעט ניט אַנטױשן.
אַ נאָמעו פּונקט װי זײַנער: משה. װעט ער גײן צו משהן.
פֿוּן זינט ער האָט פֿאַרזוכט דעם קלאַנג פֿון משה קולבאַקס ',רײַסו,,
זוכט משה באַסין תּמיד אַן אָקאַזיע
באַגעגענען אים. הערן.
מע זאָגט, ער איז אַ לערער אין אַ ייִדישער גימנאַזיע.
אָ, זײַן אַ תּלמיד פֿונעם צוּױיטן משה װאָלט ער גערן.


די ריפּן זענען קײטן. ס'װעט זײַן האַרץ זײ ניט צערײַסן.
כאָטש װער קאָן װיסן: טרעפּ און טרעפּ און טרעפּ.
נאָר אָט איז שױן די קליאַמקע װו עס וּװינט דער בעל־ה,'רײַסן,,,
עס װעלן פֿאַלן קלעפּ און קלעפּ און קלעפּ.


דער אַנדער משה עפֿנט אים די טיר. און מיט אַ שמײכל
פֿון שװאַרצן דימענט: יונגער־מאַן, אַרײַן.
אַ פּיצל חדר. און אַ לאָמפּ אױף קעראָסין צי וּוײַן?
אוּן משה באַסין קוּמט אַרײַן אין היכל.


דער אַנדער משה ציט אַרױס אַ װאַרעמען פֿתבֿ־יד
פֿון משה באַסינס בוּזעם. און אַ בײג זיך און אַ לײען.
אַ קלאַפּ אין פּלײצע גיט ער אים: איר זענט שױן אױף אַ לאַד.
ס'איז צוגעקוּמען, װילנע, אַ פּאָעט אין דײַנע רײען.


דערנאָך — אַ צװײטן קלאַפּ אין פּלײצע: יונגער־מאַן, אַ מענטש
קאָן װערן אױך אַ פֿישעלע און שװימען,
דערקעגן קאָן אַ פֿיש ניט זײַן קײן מענטש. איז דאָס אַ סימן.
                                                             .
שױן בעסער זײַן אַ מענטש און אין געדאַנקען שװימען, שװימען.
                                




[פ]
ה


דער טײַך איז גלאַט. קאָליר פֿוּן הערינג. זילבערלעכע שופּן.
ער גײט און קומט צוּריק צוּ זיך אַלײן, צו זיך אַלײן,
וּױ ס'װאָלט זיך דרײען אונטער אים די זון.
מע קאָן אַזש צײלן
באַזוּנדער יעדער כװאַליע בײַם פֿאַרהאַלטן זיך אין גאַנג
בכדי זיך אָנצוקװיקן מיט אַן עפּלבױם בײַם טײַכברעג.


און מיר, די י?נגלעך,
אוּיסגעטאָן,
און אױסגעטאָן פֿון עול,
מיר שלײַען זיך אַרום בײַם ברעג
און װאַרפֿן פּליטקע שטײנדלעך,
װאָס קױם זײ רירן אָן מיט זײער שנעל דעם װאַסער־צאַפּל,
און שפּרינגען אָפּ אַ דרײַ־פֿיר מאָל,
װי בײַכעלעך פֿוּן שוּואַלבו.


און פּלוצעם —— פּליוך.
אַ פֿלעדערמענטש מיט לאַנגע, שװאַרצע פּאָלעס
דערלאַנגט אַ שפּרוּנג פֿון גרינער בריק אין װאַסער
און ס'װערט געשפּאָלטן אין זײַן גאָרער לענג
דער גלאַטער טײַך
צוּזאַמען מיט דער זון אױף זײַן געאָעגער.


די שװאַרצע פּאָלעס װיאָסלעװען מיט מענטשישן באַװוסטזײַן.
פֿאַרזינקען. פּאַטשן אָפּ אַ כװאַליע. רודערן אַרױף
צעשפּריצטע שטיקלעך זון. די ייִנגלעך װאַרפֿן זיך אין װאַסער
                               





[81]
אַנטקעגן. לײגן קלאַפֿטער. מאַכן בלעזלדיקע נוּרקעס.
ביז עמעץ שלעפּט אַרוּיס אַ מענטשן פֿאַר אַ שװאַרצער פּאָלע.
די גרינע בריק איז אָנגעהאַנגען מיט אַ שורה קעפּלעך,
װּי פֿײגל אָנגעפּיקעװעט אױף טעלעגראַפֿן־דראָטן.


צוּ שפּעט.
אַן אױסגעצױגענער אױף סאַמעטענעם זאַמד
און אַלץ איו שװאַרצן מאַנטל,
דערטרוּנקען, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ דערטרוּנקענעם באמת,
עך. ער. ס'איז משה באַסין.


אַ װאַקלדיקער, אָנגעלענט אָן סוקעװאַטן שטעקן,
די פֿינגער אײַנגעקלאַמערטע אין פּײַן אַרום דער גאַלקע
אַלטזילבערנער פֿון זיקנה,
דערנענטערט זיך צום טױטן זוּן, דער טאַטע.

אַ װאַקלדיקער בלײַבט ער שטײן צוקאָפּנס פֿון בו־יחיד
און פֿילט, װי ס'דרעשט פֿון אים אַרױס דער שטעקו
אַלע װערטער.
און בלױז אַ טרער פֿון לינקן אױג בלײַבט הענגען. פֿוּנעם רעכטן,
פֿון גלעזערנעם,.—
אַ שקיעה־רױטער זידנדיקעך טראָפּן.


און בײדע טרערן זעען: פֿון אַ קעשענע בײַ משהן
אַ בינטל װײַסע בלעטלעך שטעקט אַרױס, װי זײַן נשמה.
דער אײנציקער, פֿון זײַנע אַכצן יאָר, פֿאַרקריצטער סימן:


',שױן בעסער זײַן אַ פֿישעלע
און שװימען, שװימען, שװימען,'.

מײַ, 1969
                               



[82]
לידער־סעריעס:
דאָס אױג פֿון דער נשמה
      װײנס מיט בילדער
פֿײַערשטײנדלעך
אָטעס־צו־אָטעם
▮
           ־
דאָס אױג פֿוז דער נשמה
     װײנט מיט בילדער
▮


דאָס אױג פֿון דער נשמה װײנט מיט בילדער,
פֿאַר זיך אַלײן וּוּי פֿאַר אַ צװײטן,
פֿאַר אַ צװײטן װי פֿאַר זיך אַלײן.
דאָס אױג פֿון דער נשמה װײנט מיט בילדער,
װי זוּנפֿאַרגאַנג מיט װאָלקנס:
װו און וןעמען זיך פֿאַרטרוּיען?


איך האָב פֿאַרברענט מײן שרײַבטיש. אַ בזיון
צו בײגן זיך פֿאַר האָלץ, און אים פֿאַרביטן אױף אַ װילדער
געראַנגל־נאַכּט אין מידבר, בײַ אַן אָדלער אין געצעלט,
װוּ ס'אוּיג פֿוּן דער נשמה װײנט מיט בילדער
ערשטמאָליקע, װאָס מאָנען: שילדער, שילדער
פֿאַר זיך אַלײן, װי פֿאַר אַ צװײטער װעלט.

1968
                                
















[87]
ד י ר י י ד פֿ ו ו אָ נ ג ו פֿ י ק ן


זאָגט צו מיר בלחש דער אָנגוּפֿיקער:
יעדער תּקוּפֿה שטײַגט צו מיר אוּן פֿאַלט.
מענטשנקינד, ביסט אױך אַזאַ, אַ תּקופֿיקער,
נײַגעריק צוּם װינט פֿון מײַן געשטאַלט.


בעסער —— װי אַן אײלבערטבױם פֿילצוּוײַגעװדיק
שלאָגן אַלטע צװײַגן זיך אַלײן;
בעסער — צוּ דײַן אײגנװעלט זײַ נײַגעריק,
אַז דײן אָטעם זאָל ניט סתּם פֿאַרגײן.


װערטער קאָנען װערטער פֿאַרמשוגענען.
האַלבער טאָג און העלקײט איז מײַן סוד.
בעסער זאָלסט להבא זיך באַנוגענען
מיט אַ שטילער שעה און טױ פֿוּן גנאָד.

1968
                       















[88]
לאַ נ ד פֿ ו ו מ ײַ נ ע ק י נ דע ר


אַזאַ מין שלאָף האָב איך שױן ניט געהאַט אַ האַלבע אײביקײט.
אַזאַ מין שלאָף קומט נאָר צוּ גאַסט פֿון אינגעװײד אין קופּער.
צי בין איך דען פֿאַרװאַנדלט אין אַ בינשטאָק?
עמעץ, פֿיל איך,
געװעלטיקט אין מײַן לײַב אוּן ציט אַרױס אַ הענגל האָניק.


ערשט דעמאָלט װעו דער מאָרגן־שטערן,
בלןי װי ער אַלײן,
האָט אָנגערוּפֿן מיך בײַם נאָמען אוּן איך האָב דערשפּירט
אַ חילוק צװישן האַרצקלאַפּ און מײַן הירשלדיקן שאָטן,
באַנומען האָב איך, אַז אין שלאָף איז מיר אַ ריפּ פֿאַרשװונדן.


פֿאַרשוּװנדן איז אַ ריפּ פֿון מײַנע ריפּן.
פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט וּוערטער האָט מײַן האַר,
װאָס רײַסן זיך פֿון זיגל אוּיף די ליפּן.
און מיר אַנטקעגן, פֿון מײַן ריפּ, האָט ער געבױט, מײַן האַר,
אַ לאַנד,
אַ מאָרגן־שטערן־לאַנד,
באַשטימט פֿאַר מײַנע קינדער.


1968
                             










[89]
צ י וײַג מ י ט ל עצ טע ק אַ י ש ו


דאָרטן װו ס'איז מער ניטאָ מײַן הײם, ניטאָ מײַן מאַמע,
דאָרטן איז מײַוּ בלױע הײם און דאָרטן איז מײַן מאַמע.


אפֿשר לעבט נאָך עמעץ װאָס געדענקט איר פּנים. אפֿשר.
צװישו קופּערנע סקאָרפּיאָנען װעל איך גײן אים זוּכן.


אליהו װעל איך יענעם רופֿן. אליהו.
יענעם אױסדערװײלטן װאָס געדענקט מײַן מאַמעס פּנים.


קושו װעל איך זײַנע פֿיס אװ בעטו: אליהו,
אינעם זכות פֿון מײַנע װוּנדן —. אָטעם־אױס איר פּנים.


בלױז אַ װײַלע. אױב עס איז צו לאַנג: אַ האַלבע װײַלע.
מיטו רעשט פֿװ מײַנע יאָרן בין איך גרײט צוּ צאָלן.


אױ, װי צו אַ צװײַג מיט לעצטע קאַרשן דורך אַ נעפּל
װעל איך זיך דערנענטערן און מורא האָבן נענטער.


פֿרעגן װעל איך אין דער האַלבער װײַלע: זאָג מיר, מאַמע,
האָט געקאָנט דיר קוקו דער באַשעפֿער אין די אױגן?

1966
                            









[ש]
ק ו פּ ע ר נע ע נ אָ ס


קופּערנע עכאָס. אין זײערע שפּורן
ציִען זיך זאַמדיקע שטערן. װוהין?
צװּישן די קופּערנע פֿעלדזו אין מידבר
װוּהין זײ פֿאַרשװינדן.


איך גײ נאָך די שפּורן פֿוּן שטערן,
װאָס גײען
אין שפּורן פֿון קוּפּערנע עכאָס און װערן
פֿאַרשלוּנגען אין תּהומיקן מױל פֿון אַ פֿעלדז.


צי האָט זיך פֿאַר מיר װי דער ים־סוף געשפּאָלטן
אַ קופּערנער פֿעלדז,
איך זאָל קאָנען אַריבער
פֿוּן ד ע ר װעלט אין יענער?


פֿאַרשלונגען די שטערן. די קופּערנע טענער.
פֿאַרקלונגען די שפּוּרן.
איך הער װי עס אָטעמט אין טיפֿעניש גאָט,
בײַם קנעטן אין קופּער
פֿוּן קוּפּער
סקוּלפּטורן.


1968
                        









[91]
ס ו ד פֿ ו ן ב אַ ש אַ ף


כ'האָב מורא,
זאָגט די פֿרױ אין מידבר,
ס'קאָן אונדז נאָך דער פֿאַלק,
דער פֿליִענדיקער שװאַרצער פֿאַלק,
פֿאַרמסרן.


— װען די פֿרױ װאָלט ניט מורא געהאַט
פֿאַרן סוד פֿון באַשאַף
אין דער פֿינצטער,
װאָלט דער מאַן אוּיך ניט מוּרא געהאַט
פֿאַרן סוד פֿון באַשאַף
אין דער פֿינצטער,
און ס'װאָלט דער באַשעפֿער אַלײן
אַ ציטער געטאָן
פֿאַר זײַן ליכט.

1969
                    














[92]
פֿ אַ ר ש פּ ע ט י ק ט


אין אוּיסגעלאָשנקײט פֿון מידבר
לעשן זיך די חוּשים.
ס'גענענט צו מיר אַ מידבריש געװּײן.
איך פֿרעג.
        .

.— וּוער ביסטו?
אױב דוּ, געװײן, ביסט דאָרשטיק
איז מײן לאָגל אָן אַ טראָפּן.


און ס'ענטפֿערט מיר ס'געװײן
קול־דממה־דקיש:
־— בן־אָדם, כּ'בין דער אות דער דרײַ אוּן צװאַנציקסטער
פֿוּן אַלף־בית,
דער אות דער ניט־געבױרענער װאָס װיל געבױרן װערן.
איך װאָגל דאָ אין מידבר, זינט עס האָט אין זעלבן מידבר
באַשאַפֿן מײַנע ברידער צװײ אןן צװאַנציק
דער אַלמאַכטיקער.
בן־אָדם, ס'פֿעלט מיר אַ נשמה.
שענק מיר דײַנע.
דײַנע,
און כ'װעל געבױרן װערן און װעל אײביק דיר געטרײַ זײַן.


אַלמאַי האָב איך געטראַכּט אַ האַלבע רגע און —
פֿאַרשפּעטיקט?

1969
                             







[93]
               א י ו ט אָ ל פֿ ו ן ב ו־ ה נ ו ם


־              אַ קעסלגרוב שטילקײט פֿאַרגײט מיט אַ דינעם
               שפּעטנאַכטיקן יאָמער אין טאָל פֿון בן־הנום.
               

איך נידער אַראָפּ צװישן גרױע לישײַעס
               צום אײנציקן פֿלעמל און זײַנע העװיות:
               
אַ שולכל. אַ זקן מיט אַש אױף די לאָקן.
               — װאָס יאָמערט אַ ייִד? ־— קום איך נענטער צוּם זקן.
               

— מע האָט שױן פֿאַרגעסן, דור הולך, דור הולך,
               און דאָ האָט מען קינדער פֿאַךברענט פֿאַרן מולך.
               

—־ צוריק אַזױ לאַנג. און פֿאַר מיר אין די אױגן
               זײ האָבן געברענט װי באַצוּנדענע סטױגן.
               

— פֿאַר ז י י זענען עדות נאָך דאָ און באַװײנער,
               פֿאַר י ע נ ע בלױז אײנער זאָגט קדיש. איך אײנער.
               

1968
                                        












[א]
ד ע י מ ע נ ט ש פֿ ו ו ה ו נ ד ע ר ט ט ו י ז נ ט י אָ י

דער מענטש פֿון הונדערט טױזנט יאָר פֿון ראָקפֿעלער־מוזײ,
דער ,'כּרמל־מענטש'', װי ס'האָבן אוּיף דער עלטער
אַ נאָמען אים געגעבן זײַנע װיסנדיקע אײניקלעך,
דער מענטש װאָס װױנט אין אַ געבײַ פֿון גלאָז,
אַזוּי װי אַ הײַנטצײַטיקער אין ךיאָ דע זשאַנײראָ —
ער האָט אױף מיר געטאָוּ אַ בליק מיט קאָסמישן ירגזון.

דער מענטש האָט מיטן שװאַרצן דימענט פֿון די שאַרבן־הײלן
צעשניטן די פֿאַרגאַנגענהײט. און װאָס איז דער סך־הכּל?
צעשטױבטע בײנער. שטוּיב. אוּן װידער שטױב.
— דוּ מענטש פֿוּו הוּנדערט טױזנט יאָר ־— האָב איך צוּ אים געטענהט,
באַװײַז מיר כאָטש דעם קערן פֿוּנעם שטױב,
דעם ערשטן קערן,
און איך וּועל שלאָגן זיך על־חטא פֿאַר אַלע מײַנע זינד,
װּאָס דךײַ מאָל טעגלעך בין איך זײ מקײם.

דער בליק האָט מיך באַגלײט אַהײם פֿון פֿרײַ־ירושלים.

אַנשטאָט אַן ענטפֿער האָבן קינדער,
זינגענדיקע פֿײַלן,
אַ שניט געטאָן פֿון באַרג צו באַרג די געגנט,
צום צילקרײַז פֿון דער זוּן.

בײַ נאַכט איז ער געקומען שױן וּוּי אַ לבֿנה־גײער
צוּ מיר צו גאַסט, אװ טאַקע דורכן פֿענצטער,
מיט זעלבן בליק נאָר ליכטיקער אַ האָר,
דעך ,'כרמל־מענטש', פֿוּן הונדערט טױזנט יאָר.

זײַן רעכטע האַנט, פֿון צפֿװ־פּאָל נאָך קעלטער,
האָט בײַם באַריר זיך זילבערדיק צעזאָדן אוּיף מײַן שטערן:
— דערשרעק זיך ניט. איך בין געקוּמען ה ע ך ן.
דוּ ביסט פֿון מיר מיט הונדערט טױזנט יאָר, דערצײלט מען, עלטער.

1968
                                   

[95]
ג לאַ די אָ לע ס א ו י ף ש ב תּ

אַן אײזעלע פֿירט אין אַ װּאָגן גלאַדיאָלעס אױף שבת.
אַ תּימנער האָפּקעט אױף אים און ער זוכט זײַנע קוּנים: גלאַדיאָלעס אױף שבת 1
דאָס אײזעלע װײס יעדן פֿרײַטיק זײַן דרך
און פֿירט די גלאַדיאָלעס אױף שבת
מיט גרױס 
דרךארץי

נאָר הײַנטיקער פֿרײַטיק איז גאָר ניט דער זעלבער
פֿון העט־פֿאַראַכטאָגן.
דער באָקסענער בלומען־פֿאַרקױפֿער פֿון תּימן
דערקענט ניט די שטאָט און דערקענט ניט די הײמען:
אַפֿילוּ די זוּן איז געבוּיגן אןן קאָסע.
אוּן פּ וּ ס ט איז די גאַס. אָן גלאַדיאָלעס
וּועט בלײַבן די שבת־מלכתא.


נאָר פּלוּצעם — די גאַס איז ניט הפֿקר.
עס קומען
חילות, חילות.
דער תּימנער שענקט זײ די אײדעלע צמחים צוּם פֿראָנט,
אַז דער שבת זאָל האָבן הנאה פֿון זײַנע גלאַדיאָלעס.

1968
                                     










[96]
ב אָ ר ו ו ע ס


מיר האָבן זיך אױסגעטאָן באָרװעס
אין מיטן דער היציקער שטאָט.
און אױסגעזען טאַקע װי נאָך־װאָס
געבױרן אוּיף הפֿקרס באַראָט.


און װאָלט מען מיט זעלבער געשװינדהײט
אױך אױסטאָן געקענט אױף אַ װײַל
געדאַנקען פֿון זײערע שװערע שטיוּואַלעס —
װאָלט לײַכט געװען טױזנטער מײַל
אַ באָרװעסן שפּרונג טאָו איו קינדהײט.

1968
                       



















[97]
מ ײַ וּ פּ אַ נ צ ע ר


װי ס'װאַרפֿט פֿון זיך דער מידבר־יאָזש
די װײַס־און־שװּאַרצע פֿײַלן
אין לײדיקן
פֿאַטאַ־מאָרגאַניש מאַניענדיקן קײַלעך,
אַזױ, אין וּואָגל צוּ דײַן פּנים, פֿײַל איך
אַרױס די טעג אוּן נעכט פֿון מײַן געבײן,
צעשלײדער זײ אױף מײַלן,
כּדי זיך צו פֿאַרטײדיקן
פֿון טוּיט.
        .

פֿוּן זיך אַלײן.


1966
                    


















[98]
ד ע ר מ אָ ל צ ײַ ט


אַזױ ןױ מע בענקט נאָך אַ יוגנט־געליבטער
אוּיף יענער זײַט ים און אוּיף יענער זײַט לעבן,
און ס'דאַכּט: זי איז איצטער די זעלבע וןי דעמאָלט,
אַזױ האָט מיך פּלוּצעס אַ צי געטאָן צום
זאָאָלאָגישן גאָרטן.
צןם שװאַן אױף דער אָזערע.


שױן לאַנג אַז איך האָב מיטן זילבערנעם גײַסט זיך געזעגנט ן
איך װײס ניט.
אין צוּױשנצײַט זענען שפּיטאָלן
באַלעגערט געװאָרן מיט וּװּנדן, וּױ ס'וּואָלטן
מאַרסיאַנער באַפֿאַלן אַן ערדישע פֿעסטןנג.
אין צװישנצײַט האָבן אױך זײדוּוערעם
פֿלײַסיק
פֿאַרהױלן געשפּוּנען אַלטמאָדישע בגדים,
אָן־קעשענעס־לאַנגע.


צעקנײטשט און דערשטיקט אוּן אין פּורפּוּרנע ריסן,
אַזױ וּוּי אַ חופּה־נאַכּט־לײַלעך באַגינען,
באַשאָטן מיט קרעלן פֿון זומער
געצוקט האָט די אָזערע.


דער שװאַן איז דאָרט מער ניט געוּוען. אַנשטאָט אים איז געשטאַנעו
בײַם לײדיקן װאַסער דער באָרװעסער שומר
)אַ ייִד פֿון חבש
מיט אַ פּנים פֿון גלי־בלוּיע קױלן אין אַש(
אוּן אַזוּי מיר דערצײלט האָט דער שומר:
                                  




[99]
—־ דער שװאַן איז געשטאָרבן פֿוּן בענקשאַפֿט.
                        ▮
זײַן שװאַנענליד —־ וּױ זאָל איך מאָלן די קלאַנגען?
צי האָסטוּ געהערט װען אַ פֿידל אין גסיסה?
זײַן שװאַנענליד ־— ס'איז גאָר ניטאָ אַזאַ פּענע
צו קאָנען באַשרײַבן. װילסט הערן? לײג צו צו מײַן האַרצן דײַן אוּיער.


און איך האָב געהערט און געזען: אין זײַן האַרץ איז געשװומען דער שװאַו,
און אין מײַן — דער קאַפּױער,
אוּן הינטער דער אָזערע האָט זיך באַלעקט מיטן מאָלצײַט אַן אַלטע היענע.

1968
                                    






















[שׂ1]
פֿ אַ ל נ ד י ק ו ו אַ ס ע ר


,,פֿאַלנדיק װאַסער פֿאַרמאָגט ניט קײן טיפֿקײט,, ־—
האָב איך געהערט פֿןן אַ שײך אין דימונה.


אָבער וּוען ס'פֿאַלט? װען עס פֿאַלט קאָן זײַן טיפֿקײט,
זאָג איך שױן וּױיטער,
דערטרינקען אַ טײַך און אין טײַך די לבֿנה.


פֿאַל פֿוּן די בערג,
מײַן אַנטליִענע צײַט,
װי אַ רעגן.
פֿאַל פֿון די בערג מיט דײַן קינדהײט־מוּזיק
מיר אַנטקעגן,
אײדער דו שענקסט זיך צוריק
דײַן אַנטלײַער.


פֿאַל װּי אַ װאַסער,
אײדער איך שטײַג װי אַ פֿײַער.


פֿאַל פֿוּן די בערג
װי אַ פֿלײציקער שפּיגל,
וּואָס האָט שױן געזען
ביזן דנאָ פֿון זײַן ראיה.
אײדער דײַן האַר לאָזט אַרוּנטער זײַן װיִע
אוּן ביסט שױן ניט מער
פֿאַראַיאָרן
און הײַיאָר.


פֿאַל װי אַ װאַסער,
אײדער איך שטײַג וּױ אַ פֿײַער.

1968
                            


[101]
,,איך בין פֿון זעלבו לײם װאָס דו, נאָר מיט אַן אַנדער הױט,,


ס'האָט עמעץ מיר געבראַכט אַ בריװ. צוריקאַדרעס ניטאָ.
אַנשטאָט אַ נאָמעו, לײען איך:
,'דײַן אײביקער קאָלעגע,,.


זײַן שריפֿט ,— אַרױף, אַראָפּ, אַרױף, אַראָפּ,
װּי לעבעדיקע פּאַסיקלעך דורך גלי פֿון מיקראַסקאָפּ,
אינזיכיקע און גרױליק אומבאַקאַנטע.
איך װאָלט זיך ניט געװּןנדערט װען איך זע דעם נאָמען דאַנטע.


און בלוּיז אײן שורה איז געבליבן לענגער,
וּוען ס'האָט אַ גאַלאַגאַנסקער האָן
יקאָן זײן, דער פּאָטשטאַליאָן(
אַ צונד געטאָן מיט ערשטן קרײ די װײַנטרױבן פֿוּן פּלוּיט:
',איך בין פֿוּן זעלבן לײם װּאָס דך, נאָר מיט אַן אַנדער הױט,,.


אין חלום האָט שױן קעניגלעך געבלוּיט.
־— װער ביסטו? װער האָט דיר געשריבן? װוּ איז, בריװ, דײַן שיקער?
אוּן אפֿשר ביסטו אָפּיום, אַז דײַן פֿרײַנד זאָל װערן שיכּור?
''איך בין פֿון זעלבן לײם װאָס דוּ, נאָר ב;יט אַן אַנדער הוּיט,'.


און װאָלט איך דעמאָלט בלײַבן נאָך אַ רגע
אין חלום װוּ ס'האָט קעניגלעך געבלױט,
קאָן זײער זײַן, איך װאָלט געװוּסט װער איז ער, מײַן קאָלעגע,
אוּן אױך דעם זינען פֿון דער שורה וּוּאָס ער האָט פֿאַרטרױט:
,'איך בין פֿוּן זעלבן לײם װאָס דו, נאָר מיט אַן אַנדער הוּיט,'.

1966
                                    





[102]
פּ אָ ר ט ר ע ט

װי חײם סוּטינס אַ געמעל פֿון הענגענדיקן פֿלײש,
באַלוּיכטן מיט אַ גילדענעם, יענוּוּעלטיקן גענאָד,
אַזוּי האָט זיך אַנטפֿלעקט פֿאַר מיר דאָס לעצטע מאָל מאַקס בראָד,
פֿאַרטוּנקלט אין זײַן אַלטער דירה אןיף רחובֿ הירדן ,—
דער נאָמען פֿוּן זײַן גאַס, װאָס איז געװען פֿאַר אים דער ירדן.

די שלײקעס אןיף זײַו העמד מיט קוּרצע אַרבל
געהאַלטן האָבן אים געפֿאַנגען אין די שװאַרצע קײטן
פֿון גאַלילײ.
נאָר צװישן זײ דער הוּיקער אױפֿן פּלײצע האָט מיט גלאָריע
געהוּיבן זיך, וּױ זײַן אַלײן־געבוּיטער מאָנוּמענט.
אוּן פּראָג אוּן קאַפֿקאַ האָבן זיך געלאַשטשעט אוּיף די װענט.

און פּלוצעם האָט ער אױסגעצוּיגן בענטשנדיקע הענט,
גענישטערט צװישן ביכּער אוּן אַרױסגעקנײַפּט אַ בוך
אין שלאַנגענהױט געבונדן,
פֿון אים געלײענט אוּיסנװײניק האָפֿמאַנסטאַלס אַ סטראָפֿע.

ס'האָט אָנגעסטראָיעט אױערלעך דאָס קעצל אױף דער סאָפֿע.

אוּן וןי ער לײענט, ערשט עס יאָגט פֿוּן אים א מחנה טרערן,
אַ פֿרילינג־רעגן פֿון די אױגן־ןואָלקנדלעך וּואָס װערן
אַלץ ייִנגער, בלױער.
די אותיות גיבן אַ דערװאַך פֿןן שטוּיביקער אַלײנקײט,
פֿון געלן טרױער,
אין זײַנע פּראָגער אָפּגעשײדטע הענט.


— איך קאָן ניט אַנדערש,
מענטשנקינד,
אַזוּי באַגריס איך שײנקײט —־ —

און ס'װּאַרפֿט אַ שאָטן זײַן אַלײן־געבױטער מאָנומענט.

1969
                                [ט1]
תּ פֿ י ל ה פֿ ו ו פּ י ש


די תּפֿילה בײַ נאַכּט פֿון די פֿיש אין כּנרת
לאָזט מיך ניט שלאָפֿן,
לאָזט מיך ניט װאַכן.
די תּפֿילה בײַ נאַכט פֿון די פֿיש אין כּנרת
אַנטקעגן גראַניטענע קנײטשן פֿון הױכע תּנכן.


אָפּגרונטיק שװימט מײַן געהער צו די פֿיש אין כּנרת.
זײ שרײַען.
אַלײן, מיט אַ האָרן צעװישן די אױגן,
וּואַנדערט אַ פֿיש אַ פֿאַרטריבענער.
                                   .

ק י ן.


0?19
                          


















[104]
ד י ב ר כ ה


אַן אימה האָט געחלפֿט קעגן הײשעריק פֿון בליקן:
דער שׂונא צירקלט שטאָט נאָך שטאָט. ניטאָ מער קײן צוריקן.
זעקסיעריקע פֿון קינדער־גאָרטנס טראָגן זעק מיט זעמדער,
מע גרײט אַלײן, פֿאַר באַלדיקע הרוגים, װײַסע העמדער.
דערװײַל איז דאָ אַ צװישנצײַט, עס לעבן די הרוגים,
נאָר ס'בלאָזט מיט אַש דער אַשמדאַי, ס'איז אַלץ נאָך ניט גענוג אים.


באַנוּמען פֿוּן זײַן ייִאוּש איז אַ פּראָסטער חי־וקים
געקומען דעמאָלט צו ר, אַריהן אין ירושלים.
דער אַלקער האָט געלױכּטן פֿוּנעם טליתדיק פֿאַרהילטן.
װאָס װיל אַ ייִד? ר, אַריה זאָל דעם שׂוּנא איצט פֿאַרשילטן.
צעהעשעט האָט זיך אַזש דער אורח קושנדיק זײַן פּאָלע:
־— ר, אַריה, ס'קאָן אונדז העלפֿן בלױז אַ קללה, אײַער קללה.


.— צי בין איך בלעם? אָסור אױב געשאָלטן כ'האָב אַ מענטשן.—
געענטפֿערט האָט ר, אַריה: שאַ. איך װעל דעם שׂונא בענטשן.
איך בענטש אים, יאָ: נוּ, זאָל דער שׂונא אין זײַן גאַנצער גדולה
דערלעבן גאָר בקרובֿ אונדזער אמתע גאוּלה.
צעהעשעט האָט זיך נאָך אַ מאָל דער גאַסט, נאָר אומדערשראָקן...
און ס'איז געשען װּי ס'האָט געבענטשט דער זקן.

1969
                               










[5ס1]
אַ ג ו טע ר טאָ ג


אַ גוטער טאָג. אוּן איך בין דאָ ניט שולדיק:
צעװישן גרױע פֿלעקענער פֿוּן פּלױט,
װי דורך אַ פֿענצטער —.
אַ שעמעװדיקער מילגרוּים.
אײן־און־אײנציקער, אױף חידוש.


דאָס פּנימל אין זונליכט מיטן דינעם צעפּל אוּיבן —
אַ ברכה נאָר צו מאַכן בײַם פֿאַרזוּכן מיטן בליק.

אַ פּױער מיט אַ גראַבליע אױף דער פּלײצע גײט פֿאַרבײַ,
צוריק אַהײם פֿוּן פּילנעװען
זײַן טאָג.
זײַן ערד.
זײַן גאָרטן.
ער גײט פֿאַרבײַ און מיט אַ פּשטות װאָס איך ביו מקנא,
געפֿינט ער באַלד אַ שלמוּתדיקע פֿאָרעם װי אַזוּי
דעם צוקנדיקן מילגרױם צוּ באַװונדערן:
פֿאַרנײגט זיך, אװ אַ צי־אַראָפּ די הוט
מיט ברײטע ראַנדן.


צי האָט ער אױך געזען װי ס'האָט אַ ן אַ נ ד ע ר ע ר
אין מילגרױם
באַשאַפֿן אױגן, בלױע, מיניאַטורע?


פֿװ אַלע שוּרות —— נײַגעריקער איז די לעצטע שורה.

1968
                            





[פֿט1]
א י ו ז כ ו ת פּ ו ן אַ נ י ג ו ו
צום אַכציקסטן געבױרן־טאָג פֿון זלמן שזר


דערצײל מיר דעם סוד אוּן אַנטפּלעק מיר דעם שטױב
פֿוּן שטעטעלע שטױבץ אין דער ליטע, אַ דרױב,
אַז פֿןן דאָרט איז דערהוּיבן געװאָרן אַ נשׂיא
צום ייִדישן לױב.


פֿאַרטראָגו דעם שטױב האָט אַ וּוײַנטרױבן־װינט פֿון גן־עדן,
מיט גוטע כּװנות, מע זאָל זײ בעתיד באַשײדן,
אַ פֿאַרתּהילימטער שטורעם פֿון ירושלים ־—
פֿאַרטראָגן געװאָרן פֿון בײדן.


און דאָרטן אין שטעטעלע, װי אין דער נעסט פֿון אַ טױב,
געצױגן אַ קינד האָט צו מלכות און הױכן דערהױב,
אינעם זכּות פֿון אַ ניגון, אין זכות פֿון די ערשטע
פֿאַרטאָגיקע שטערן אין שױב.


פֿאַרטאָגיקע שטערן. אַ לײטער. זײ בענטשן אים: קלעטער,
זײ זאַלבן דעם ייִנגל שױן דעמאָלט אױף שפּעטער, אױף שפּעטער,
יאון איך זע װי פֿוּן שטעטעלע שיקט אים אַ ברכה
זײַן רבי — מײַן פֿאָרכטיקער פֿעטער(.


אַ יום־טובֿ אין ירושלים. אַ ליב אוּן אַ לױב.
עס קומט דער פֿאַרתּהילימטער שטורעם אַהײם פֿון זײַן שטױב.
און עס ציטערן װידער די בלױע, די יונגע
פֿאַרטאָגיקע שטערן אין שױב.

עלפֿטן נאָװעמבער 1969
                                 





[107]
י ר ו ש ל י מ ע ר נ אַ נ ט ל י ד
                

אַלע ייִדנאוּיגן,
                האָט געזאָגט דער װילנער גאָון,
                הענגען תּמיד איבער זײער הײם:
                ירושלים.


אונטער הענגענדיקע אױגן שפּרײַז איך,
צײַט און שטח אײניקן אױף ס'נײַ זיך.


מירטן־ריח. מירטן. פֿולע בינטלען.
איבער זײ די ייִדנאױגן פּינטלען.


סאַראַ הײמיש נאָגנדיקער קטורת.
אָטעמען אַרײַן אין מיר די דורות?


אינעװײניק אין די שטײנער װאַקסן
קלײנע פֿליגל. זײַ צו זײ דערװאַקסו.


הענגענדיקע אױגן און פֿאַרטרױטע
סײַ פֿון לעבעדיקע סײַ פֿון טױטע.


אונטער זײער הערשאַפֿט איז געסימנט
אױך מײַן זעונג אין אַ שײַן פֿון דימענט.


אונטער זײ האָט יעדער װינד אַ זינען:
ס'איז אַ שטאָך פֿון קעניגין פֿון בינען.


ס'פֿאַלט אַ נאַסער שטערו פֿון אַ װיִע ——
דאָרטן װוּ ער פֿאַלט איז באַרג מוריה.

1969
                    



[108]
פֿײַערשטײנדלעך
.


פֿײַערשטײנדלעך,
שטיקלעך זוּן געבױרענע אין אױװן
אונטער אַש, וּױ אונטער שנײ פֿוּן װינטערדיקן האָלץ,
פֿײַערשטײנדלעך,
זוניקע מזלוּת, װאָס געכּשרט
האָט מיט אײַך מײַן מאַמע,
ערבֿ פּסח,
טאַנצנדיק פֿאַרכאַפּטע גאָפּל־מעסער פֿוּן מצרים,
עךשטן פֿרילינג־װאָלקן און די בלױקײט פֿוּן אַ כּוס ־—
פֿײַערשטײנדלעך,
פֿײַערשטײנדלעך,
כּשרט מײַנע װערטער.


1969
                         

















[111]
ט אָ פּ ע ל ע ר א ו י ט אָ פּ אָ ר ט ו ע ט

פֿאַראַן אַ פֿלאַמינגאָ, דערצײלט די לעגענדע,
און יעדער לעגענדע איז װאָר,
דערלאַנג דער פֿלאַמינגאָ אַן עמערל מילך
מיט וּואַסער געמישט —
װעט זי אױסזופּן בלױז
דאָס מילך,
אױפֿן דנאָ װעט פֿאַרבלײַבן דאָס וּוּאַסער.

אַ טאָפּעלן אוּיטאָפּאָרטרעט װּיל איך מאָלן:
אין מיר אַ פֿלאַמינגאָ,
אין מיר אַ פֿלאַמינגאָ.
די פֿיס ביזן מילכוּועג אין װאַסער, אין פֿײַער,
דער שנאָבל
באַצוּיגן מיט מוּיל. און זי זופּט אַזױ װױל,
זופּט־אױס מײַנע װערטער
און אָפּשײַן פֿוּן קלאַנגען אוּן פֿאַרבן,
אַז בלײַבן זאָל בלױז אוּיפֿן דנאָ, אין אַ לײדיקער שעה,
אַ דערשראָקענער שאַרבו.

1969
                         











[112]
באַ ח ר י ת ה י מ י ם


אַ טיגער מיט אַלף־בית־פֿלעקן, אַ נאַכטיגאַל איבער אַ קראַטער,
דאָס מענטשלעכע װאָרט װעלו הערן פֿון קעלער, פֿון בױדעם.
אױף אַקסלען פֿון שטײן װעלן אָנװאַקסן פֿליגל און לאַכן אין זוניקן פֿלאַטער,
אַ שטערן װעט אָפּרײַסן זיך פֿון דער נאַכט און אַ פֿאַל טאָן, צו אָנקוּמען קודם.

פֿאַרזונקענער שאַרבן אין ים. אַן אַכסניא פֿאַר פּערל. דערלאַנגען
װעט עמעץ אַ הײב מיט די פּערל צוזאַמען פֿון תּהוּם אים.
און ברענגען דעם שאַרבן צו קעלער אוּן בוּידעם, צו מענטשלעכע
                                                  וּוערטער און קלאַנגען:
אַזױ װּעט געשען מיט דער דיכטונג באַחרית הימים.


1969
                                      



















[113]
דע ר י תּ ו ם


אָ, לעבן, לעבן. האָדעװען אין זיך דעם טױט און שיכּור
הנאה האָבן. ס'װאָלט געװען פֿון מיר אַ משוּגעת
אַרוּיסצוטרײַבן פֿון דער ברוסט אַ יתום אוּיפֿן גאַס.
                                                —.
צערײַסן קאָן אים נאָך אַ הוּנט אױף שטיקער.


־— הנאה האָבן? װער האָט דיר דערלוּיבט אַזױנס דערלעבן?
דער עץ־החײם װיל ניט מען זאָל אָפּשאָקלען זײַן פֿרוּכט.


—־ מײַן אײגענער דעװיז:
',קײן אַנדער לעבן האָב איך ניט פֿאַרזוכט —־ —־,'.

ספּעקטאַקל, װײַטער: האָדעװען אין זיך דעם טױט אװ —־ לעבן.

1969
                              
















[114]
פּ ר אָ ז אַ י ש ע ר י י ד ו ו ע ג ו פּ ר ײַ נ ד ש אַ פּ ט


כ'פֿאָדער ניט עס זאָל דײַן פֿרײַנדשאַפֿט קלאַפּן װי אַן אָדער —
װינציקער, באַשײדענער איז מײַן פֿאַרלאַנג: איך פֿאָדער,
צװישן טרער און טרעך זאָל תּמיד זײַן די בריק אַ ניגון.
אָפּדאַרן זײַן וּואָרט זאָל יענעם, װען דאָס װאָרט איז ליגן.
לאָמיר אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט אוּיף דער עלטער ניט באַדױערן,
זאָלן װערטער קאָנען גלײַך זיך קוקן אין די אױערן.

1969
                                






















[115]
ס י מ נ י ם


באַװײַז אַ סימן אַז איך בין דײַן סימן,
פֿאַרװאַנדלט װעל איך װערן אין אַ הימען.


אַ סימן אַז איך בין דײַן אױסדערװײלטער
און מײַנע פֿאַלנדיקע בלעטער הײלט ער.


באַװײַז אַ סימן אין אַ בין וּואָס זשומעט
בײַם זוכּן רוּיטן האָניק פֿאַרן אומעט.


אַ סימן אַז עס טוט דיר װײ מײַן גראָ זײַן
און טוּליעסט מײַנע פֿיס אין װײכן גראָז אײַן.

איך זוּך ךײַן קול פֿון ערשטן בלױ באַגינען,
אַז אױך דער לעצטער אָטעם האָט אַ זינען.


אַ פּיקהאָלץ פּיקט אין בױם. טאָ שיק אַ פּיקער,
װאָס זאָל אין מיר אַרײַנפּיקן דעם עיקר.


מײַן שײַכות מיטן בליץ און מיטן וּואָרעם
און מיטן ים, געצױגן פֿון דײַן אָרעם.


ער קומט צום ברעג אוּן װיל צוריק ניט שװימען.
באַוּוײַז אַ סימן. װי זײַן שױם אַ סימן.


באַװײַז אַ סימן, אַז אין דײַן זכּרון
געבליבו איז אַ רױז פֿון מיר דעם דאָרן.


געבליבן איז אַן אײנציק בילד פֿון אַלע
דערזעונגען װאָס דו ביסט מיר מגלה.

1968
                      


[116]
פּ ײַ ע ר ל ע ש ע ר


פֿײַערלעשער זענען מיך באַפֿאַלן שפּעט בײַ נאַכט,
װי ספּריטנע אַקראָבאַטן
אין אַ צירק,
אױף לאַנגע לײטעךס,
געשװינד אַרױפֿגעשאָסענע צו מיר
צוס זעקסטן גאָרן.


פֿײַערלעשער.
טײַכן אױף די אַקסלען.
העק און העלמען.
רײַסן שטיקער פֿלײש פֿוּן מײנע אומשוּלדיקע װענט.
ס'פּלאַצט אַ שפּיגל. צאָלט מיר אָפּ אַ חובֿ: אַ שטיקל פּנים.
לאָמען.
שטראָמען.
ס'װאַקלען זיך די זײַלן פֿוּן דער לופֿט.
אוּנטן שטײען מענטשן
מיט אַן אוּיסגעשפּרײטער נעץ.
ליאַרעמען,
— זײ האָבן שװאַכע הערצער —־
איך זאָל זיך גלײַך דערבאַרעמען
און שפּרינגען.


און איך, אױף זעקסטן גאָרן,
אין אַ קעניגלעכּער פּאָזע,
לײען גאָר אַ דיכטער פֿונעם דרײַצעטן יאָרהונדערט
און בין פֿאַרװונדערט,
אַלמאַי די פֿײַערלעשער זענען
באַפֿאַלן מיך בײַ נאַכט
מיט העק און העלמען און מיט העזה,
אוּן מיט אַ ברען זײ לאָזן מיך ניט ברענען.


0ץ19
                             

[117]
א ו י ס ג ע ה אַ ק ט ע ב י י מ ע ר


וּואָס װײנסטו, קינד? מיר גײען דאָך צום װאַלד.
איך װעל דיר קױפֿן אַ נשמה װאָסערע װעסט װעלן,
אַ שענערע, אַ פּאַסיקערע פֿון אַ בײַטשל קרעלן.
װאָס װײנסטו, קינד? זי װעט דיר זיכער פּאַסן צום געשטאַלט.


— מיר זענען דאָך שױן לאַנג אין װאַלד, נאָר זוכן זײַנע שװעלן,
פֿון צו פֿיל א ו י ס ג ע ה אַ ק ט ע בײמער זעט מען ניט דעם װאַלד.


1969
                                 





















[118]
י ע נ ו ו ע ל ט י ק ל ש ו ן


איך װעל זיך הײַנט ניט װןנדערן. דער װונדער איז געװאָרן
רעאַל
װּי ברוּיט מיט גאַל
אין אױסגעהונגערטן זכּרון.


איך וּועל זיך הײַנט ניט װוּנדערן, וּוען דאָ אין פֿרוּיען־מענער־װעלט,
אַוּװ איך זוּך אַן אָנהאַלט, אַ פּאַרענטש,
װעט אָנקלאַפּן אין טיר אַ נײַער מענטש:
דעך ערשטער לעבעדיקער מענטש פֿוּן יענער־װעלט.


1970
                                  




















[119]
ש פּ י ט אָ ל ש ו י ב ן ל ו י כ ט ו א י ו ח צ ו ת ק ע ג ו מ ײַ נ ע


שפּיטאָלשױבן לוּיכטן אין חצות קעגן מײַנע.
די גאַס צװישן אונדז איז אַ שטײנערנע פֿוּיסט
קעגן פֿאַלשער אידיליע
פֿוּן חצות.
אוּן אפֿשר גאָר ברענען
פֿאַרבלאָנדזשעטע שיפֿן,
אַזאַ עסקאַדריליע
מיט שיפֿן
אין חצוּת?


אָ, שװּערער פֿון ים זענען שיפֿן
געצוּנדן אין חצות.
פֿון פֿײַער אין װאַסער,
אין פֿײַער פֿון װאַסער
אומניסימדיק טרינקט זיך
מאַטראָס נאָך מאַטראָס.


פּאָעטן, עסטעטן, װעדעטן,
געליבטע אין לײַביקע בעטן,
דערװעגט איר זיך האַלטן
די טיר אױפֿן שלאָס?


און איר, מתים,
אײביקע פֿײגל
פֿון שװאַרצע בית־עלמין־אַלעען אין חצות —
                                






[120]
קענט איר ניט װאַרפֿן אַ בײגל
דעם לעצטן מאַטראָס?
טרײסלט דעם טראָן פֿוּן דער אַלמאַכט
און זײַו בעל―הבית,
גרײכן אַהין זאָל אַצינד אײַער צאָרן און טענה.


שפּיטאָלשױבן לוּיכטן אין חצות
קעגן מײַנע.


1970
                                                    






































































י
                      




[121]
ש ס י י נ ע י נע פּ י י ו ת


איך האָב געזען אַ בױם װאָס קײנער
פֿון לעבעדיקע האָט נאָך ניט געזעו אים.
אַזױ האָט מיר פֿאַרזיכערט אַ באָטאַניקער.
                                             .


אױף זײַנע גרינע צװײַגן הענגען שטײנער,
און יעדער שטײן — אַ גיהנום
אַ װילקאַניקער.


דערצײלן װעל איך דיר בסוד אין האַלבן אױער: זינט,
נאָך טױזנט הונגעריאָרן, כ'בין פֿאַרזוּנקען
אין יענע פּירוּת פֿונעם בױם, אין זײער זאַפֿט װאָס רינט,
איך זױג אַרױס פֿון הענגענדיקע שטײנער
פֿונקען.
פֿוּנקען.

1969
                             















[122]
אַ ש נ י ר ל בל י צ ן


אוּיף יוּנגע װײכע פֿיסלעך
פֿון אַ פֿערדעלע־אָו־פּאָדקעװעס
יאָגט אַ בלאָנדער פֿרילינג־רעגן
איבער מײַנע אַקסלען.


טײַערע, אַנטלױף ניט אין אַ פֿרעמדן קאָרידאָר,
באַהאַלט זיך ניט אין װאַקלדיקער פֿעסטונג.
דאָס יאָגט דיך ניט אין פֿינצטערניש
אַ גזלן מיט אַ מעסער.
דער פֿרילינג־רעגן װיל דיך בלױז אַ קוש טאָן
און אָנטאָן אױף דײן האַלדז
אַ שנירל בליצן.


1969
                       

















[123]
אָ פּגע ה אַ ק טע ר אָ ט ע ם


אוּמזעעװדיק אװ אומגעשטאַלטיק איז די לופֿט. נאָר אירע
אומזעעװדיקע אױגן זעעו, װי עס הײבט זיך, פֿאַלט,
אַ בלאַט.

אַ מענטש.
אַ װאָרט.
זי איז אַ רואה־ואינו־ניראה.
און בלױז דער גוסס, מיט זײַן האַלבער טרער, װי דורך אַ שפּאַלט,
אַ רגע זעט איר אמתע געשטאַלט
מיט אַלע פּרטים.


דערצײלן װיל ער אַז—— נאָר דעמאָלט פֿעלט אים שױן איראָטעם.


1969
                                                                            

































































,
                               [124]
נ ז י ר י ש פּ נ י ם


נזיריש פּנים. אײַנגעשטילטע קנײטשן. װי אַ װאַסער
װו אָקערשט האָט זיך אײַנגעשטילט דער שטוּרעם אַן אין־כעסער
און ס'הױדעט זיך אַ װײַסער זעגל מיט דער שכינה אײניק.
נאָר, גאָט מײַנער, וּואָס טוט זיך אינעװײניק?


איך קלער אַזוּי: אַז איך זאָל איצטער טוקן
מײַן אױג אין דעם־אָ פֿנים.— איז מסוכּן.
אַכיבע שלײַדערן אַ וּואָךט, אַז אונטער די לישײַעס
צעקןיפֿן זאָלן זיך די אונטערװאַסערדיקע חיות.


1969
                                




















[125]
ד ו ײַ צ ו פֿ י ו י ע ו

באַגעגנט האָב איך דרײַצן יונגע טראָגעדיקע פֿרױען
אוּן קײנעם ניט פֿון זײערע פֿאַרהאָרעװעטע מענער.
װו זענען זײ? זײ זענען זיכער ניט באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.
ס'באַגײען דאָך ניט דרײַצן מענער שותּפֿותדיקן זעלבסטמאָרד.
און אַלע דרײַצן זענען אױך ניט אוּיפֿן שלאַכטפֿעלד, נײן.
צעװישן טױזנטער אין גאַס איך װיל דערקענען אײנעם
און זאָגן אים אַ מאָרגנדיקן מזל־טובֿ ־—
אומזיסט.


איך װײס, אַ מאַן װאָס טראָגט אַ רינג איז ניט אַ חכם דװקא,
נאָר ס'מוז דאָך זײַן אַ װאָרצײכן, אַ סימן בײַ אַ מאַן,
אַז ניט נאָר זי איז טראָגעדיק,
נאָר אױך אַז ער איז טראָגעדיק.

1969
                                















[פּ1]
ל י ד ו ו ע ג ו צ ו ו י י אַ נ ד ע ר ע


די נאַקעטקײט האָט בײדן מער צעשײדט װי די מלבושים,
פֿאַרזיװגטע צופֿוסנס בײַ דעם ראַנד פֿון שמאָלו בעט,
װי ס'װאָלט צוּ ז י י פֿאַרדונגען זיך די נאַכט פֿון לײַב און ליבע
און ניט צו די, װּאָס האָבן זײ פֿאַרשײַט און אומגעדולדיק
אַראָפּגעשלאַנגט פֿון זיך אוּן מיט די הױלע פֿיס דערװײַטערט.


צי זענען זײ געװען אױף די מלבושים אײפֿערזיכטיק?
די וּואַכע קלײדער האָבן זיך געפֿאַלדעװעט אין אײנעם
אַ גאַנצע נאַכט.
פֿוּנאַנדערגטן האָט זײ ניט געקענט דער מאָרגן־שטערן.

ביז ענדלעך האָט די קלײנע זי אַ שטיף געטאָן אַזוּי:
דערבאַרעם זיך, ניט לײקן, ס'איז דער אמת מער װי ליבע,
דו זעסט אין מיר אַן אַנדערע, װאָס אירע ליפּן שװימען
אַצינד בײַ דיר אין מױל־אַקװאַריום זיס אוּן אוּנטערטעניק.
און אמת איז, מײַן פֿרײַנך, אַז אױך אין ד י ר איך זע אַ צװײטן —. —


אוּן ער האָט איר געענטפֿערט: איז באַשערט אַזאַ מין שעה מיר,
טאָ לאָמיר זיך פֿאַרװאַנדלען אין די אַנדערע. און לאָמיר
צוזאַמען, ביזן לעצטן בליק, די אַנדערע באַגלײטן.


1969
                                   









[מ1]
ספּ נ ו ת


אַזױ פֿיל סכּנות גרײט צו דער מחבל.
און אָן אַ סכּנה זײ זענען קאַפּאַבל


דײַן טרער צו פֿאַרלעשן, די לעצטע פֿוּן טרערן —
בײַם זוכן אַן אוצר בײַ נאַכט אַ לאַמטערן:


סכּנה, װען ס'לוּיפֿט דיר פֿאַרבײַ די אַלעע
אַ קאַץ װי אַ שאָטן אוּן האָסט ניט קײן דעה.


סכּנה בײַם וּוײַן: האָט ניט עמעץ אין קריגל
אַרײַנגעטאָן סם פֿאַר די אױגן פֿון שפּיגל?


סכּנה אַ בריװ צו דערהאַלטן, אים נעמען
און הערן דעם האַרצקלאַפּ: איז דאָ נאָך פֿון װעמען?

און אױף אַ לװיה איז דאָ אַ סכּנה:
צי װעט דיך ניט ציִען דײַן חבֿרס אַלמנה?


פֿאַראַו אַ סכּנה געהײמער פֿון אַלע:
אין חלום װערט פּלוצעם אַ ליגנער נתגלה,

דער זעלבער װאָס האַלט דיך גאָר אונטערן אָרעם.
און אױפֿגעװאַכט — זעסטו אַ טרער בײַ אַ װאָרעם.

1969
                        







[פּ1]
ד י פֿ ל י ג


אַ פֿליג אין חלום. זײַ אַ בריה
און מיט אַ שטעקן טרײַב דעם אומעט.
נאָר באַלד נעמט שפּילן די מיסטעריע,
אַ צײכּן וּוײַזט די פֿליג אוּן זשומעט:


''מיט קאָפּ־אַרױף און האַלטסט אין פֿאַלן,
און איך קאָן טאַנצן אױף דער סטעליע.
נאָר ביסטוּ נאָכטאָן מיר אַ בעלן,
איז אױס מיט דיר אוּן דײַן קאַפּעליע,'.


און אַז איך זאָל זיך איבערצײַגן
באמת וּוער ס'איז דאָ דער קענער:
מיט קאָפּ־אַראָפּ זי װײַזט איר שטײַגן
אוּן איך נעם פֿאַלן קלײן און קלענער.

1966
                     
















[129]
א י ך פֿ ר ע ג א ו ו ע נ ט פֿ ע ר


צי גלײב איך אין דער אײביקײט
באַשײַמפּערלעך?
כּל־זמן כ'האָב צײַט צו אָטעמען און גלײבן,
איז גלײב איך אין דער אײביקײט
באַשײַמפּערלעך.


און שפּעטער?


אוּן שפּעטער װעט די אײביקײט
שױן גלײבן
אין מיר אַלײן. עס װעלן אירע לײבן
דעריאָגן מער ניט קאָנען מײַנע טעג:
אַ סטאַדע אַנטילאָפּן.


צי גלײב איך אין דער אײביקײט?
אָט לאַכט זי מיר צוקאָפּן.

1968
                     













[130]
צ ו ם ל י ב ל י נ ג


דו ליבלינג מײַנער, אױסדערװײלטער מיטן זאַלב פֿון האָרן,
איז אַלץ װאָס איז פֿון דיר געבליבן דאָ אױפֿן פּלאַנעט
אַ שריפֿט אין מײַנע הענט, וּױ גרוּיער זאַמד פֿון קרעמאַטאָריע?
דו ליבלינג מײַנער, מיטן זאַלב פֿון האָרן, דו פּאָעט,
איז אַלץ װאָס איז געבליבן פֿון דײַן קעניגרײַך, דײַן גלאָריע,
אַ שריפֿט אין מײַנע הענט און אַ קאַטאָװעס פֿון זכּרון?


איך פֿרעג, אוּן צװישן דײַנע שורוּת טונקלט אַן אַלעע,
געשלאָסן האַנט־אין־האַנט מיר שפּאַנען אונטער אירע צװײַגן.
אַנטקעגן הענגט די זון אױף זיך אַלײן װי אַ קמיע:
— געבליבן איז דאָס לעבן. און די פֿרײַנדשאַפֿט. לאָמיר שװײַגן.


1969
                                

















[131]
נ אָ נ ק ע.



א
''דאָס האַרץ מײַנס — אַ װונד און די ליבע איז יאָד''.
אַװעק דער פּאָעט און די װונד איז געבליבן.
אױ, כאָנקע, די ליבע איז יאָד אָן גענאָד,
אױך זי איז געבליבן ־—. דיך װײַטער צו ליבן.

דו האָסט נאָך געזאָגט אַז די ליבע איז יאָד
העט־העט, אײדער ס'האָט זי פֿאַרשלונגען די שׂינאה
אוּן ס'האָט נאָך דײַן פֿלוּימענסאָד־כּלה בסוּד
באַגאָסן מיט ראָסע דײַן בלאָנדע טשופּרינע.


אױ, כאָנקע, אוּיב טאַקע אַזאַ איז דער גזר,
װי שטאַרק איז די שׂינאה פֿון מענטש, וּואָס אין אײנעם
איז טײַוּול און מלאך און קניער אוּן האַר?
װי שטאַרק איז איר יאָד בײַ צװײפֿיסיקע שכנים?



ב
עס זענען געװען דײַנע אורחים בײַם טיש
אַלטמאָדישע הענער מיט גילדענע קאַמען.
אַ זינגפֿױגל האָט דיר געבראַכט אַ קלאַװיש
פֿאַךװאַנדלען דו זאָלסט זײַנע טרערן אין גראַמען.


און װען ביסט געלעגן בײַם האַרבסט אין שפּיטאָל
מיט רױטע נאַסטורצעס באַקרײנט און באַשאָטן —־
דײַן שװעסטער די אָלכע זי האָט דיר פֿון טאָל
געבראַכט אַ מתּנה: איר אײנציקן שאָטן.




. אַזױ האָבן נאָענטע און חבֿרים הײמיש גערופֿן דעם פּאָעט פֿון
יונג־װילנע אלחנן װאָגלער.
                          

[132]
נאָר װען ס'האָבן טױבן געברענט אןיפֿן דאַך
אוּן לעשן זײ האָט ניט געוןאָלט די וּױליע,
צוּזאַמען מיט דיר איז פֿאַרשװּןנדן דעי שליאַך
(הון ס'האָט זיך געהאַנגען די אָלכּע איו שקיעה.



ג
בײַם ייִדישן ים, וּװּ איך זיץ אױף אַ טטײן,
דערכװאַליעט צו מיר פֿונעם אַלטן מאָנמאַרטער
דײן פּנים, וּױ:זותיוּת געשניטן אין בײן:
צי ביסטו נאָך עלנט, יעסעניניש־צאַרטער?


וּױ גרןלס איז געװען מײן באַלוּין אוּן מײַן פֿױיד:
אַנטרןנען איז כּאָנקע פֿון טולט און זײַן שפּיצל.
אַזוּי איז מײן טרןיער אַצינד אָן באַשײד,
װּאָס ביסט ניט פֿוּן לעבן געװאָרן אױך ניצול.


אַז מיר האָבן פֿײַכט זיך צעקוּשט בײַ דער סען —־.
געבליבן בײַ מיר אױפֿן באַק איז אַ לאָנקע.
ס'האָט אײנער אין צוּױיטן זײַן חלוּם דערזען,
אןן איצט איז צעבראָכּן דער שפּיגל. אױ, כאָנקע.

אַפּךיל 1969
                         












[133]
ל י י ב ל י ד

פֿאַר אַבוש װערבער


אַ לױב אוּן אַ הימען
אײַך, שטילע יחידים, געזאַלבטע באַגלײטער.
באַװוּינט איז מײן מידבר מיט אײַערע שטימען,
געפֿלאָכטן מיט אײַערע אָרעמס — מײַן לײטער.


אוּן שטײַג איך אוּן שטאַפּל
געהױבן פֿון אײַערע מוסקלען, און פֿאַל איך,
איז גוּט מיר צו װיסן, אַז אײַער שוּואַרצאַפּל
װײנט־אױס מײַן געראַנגל פֿון תּאװה אוּן מלאך.


1969
                      


















[תּ1]
ק ל י י נ ע א י מ פּ ר אָ ו ו י ז אַ צ י ע ס




1
לערנען מוּראַשקעס צו שפּאַנען אין פּאָר,
שפּאַנען אין פּאָר,
קענסטוּ?
לערן אַזױ דײַנע וּוערטער די קלענסטע:
לערן זײ, לערן
אַ יאָר נאָך אַ יאָר
צו שפּאַנען אין פּאָר,
שפּאַנען אין פּאָר,
װעלן זײ װערן
אײביקע וּוערטער.




2
פֿאַראַן איז נאָך אַ טאָג,
פֿאַראַן,
כּאָטש ערגעץ װאַרפֿט אַ װאָלקנדל אױף אים
אַ שןואַרצע גרודע.
און אוּיפֿן אַנדער זײַט פֿון טאָג —־
אױף אַנדער זײַט פֿון אָקעאַן.
                              ־

אַ ליכטגעשטאַלט. װאָס גרײט זי פֿאַר אַ סעודה?




נ
צױמען דעם צאָרן.
צױמען דעם צאָרן.
צױמען דעם צאָרן
װאָס יאָגט אין גאַלאָפּ,
האַסטיקער פֿון אַ משוגענעם פֿערד
באַרג אַראָפּ.
                       

[135]
4
די פֿײַכטע צעאַקערטע ערד
אָטעמט אײַן די נידעריקע שטערן
מיט אירע װאַכיקע
אָפֿענע
נאָזדרעס.





5
עס קוקן צװּײ חבֿרים פֿון אַ באַרגשפּלץ אױף אַ פּלײן:
אַ טײַכל שפּילט זיך װי אַ קינד מיט מאַמעס בריסט. כאָטש נעם עס
אױף דלאָניע דײַנער. אײנער פֿרעגט: ןוּאָס איז עס פֿאַך אַ חן?
זײַו חבֿר ענטפֿערט: ט'איז דער חן פֿון אמת.





6
פּלעיאַדן שטערן. יעדער זיפּט
אַרײַן זײַן פּנים צוןישן בלעטער:
אַ מלאך גרײט אַ מאַנוסקריפּט,
װאָס איך וּועל שרײַבן יאָרן שפּעטער.





?
אוּמבאַהאָלפֿענער, קלײנלעכער מענטש,
ביסט פֿאַר מיר די גרעסטע רעטעניש,
װאָס דװקא דוּ
קאָנסט באַשאַפֿן אַ מענטש.
                                  




[136]
8

װערטער, װערטער,
שװאַרצע פּיאַװקעס אָקערשט פֿון געפֿריר,
צ:ען אָפּ דאָס קראַנקע בלוט
פֿון היציקן פּאַפּיר.





9
אין מירמל, גראַניט און באַזאַלט
פֿאַרשװּינדן געשטאַלט נאָך געשטאַלט.
אַן אָטעמל וּױינט צװישן גראָזן:
מײַן לײַב, מײַן לײַב, וּואָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזו?





10
נאָך אַ מאָל איך װער געװוּיר עס,
בלײַבן װּעט אַזױ אױף לאַנג:
ס'זענען מיך באַפֿאַלן דוּרות,
ניט צוּ מיר געהערט מײַן גאַנג.





11
באַהאַלטן זיך װי? אױף דעם שטײַבעלע ערד?
אַרום זענען שטערן, זײ װעלן געפֿינען.
זײ וּןעלן אַראָפּג7ין צו דיר אױף דער ערד,
אַראָפּגײן פֿון זינען.
                           




[137]
12
לאָמיר אונדזער ליבע
קעגנזײַטיק איבערצײַגן:
דוּ װעסט האַלטן װאָרט,
איך װעל האַלטן שװײַגן.





13
פֿאַרהיל מיך און הײל מיך
און האַרציק מיך אײַו:
אַ רעגן אַן אײנציקן בױם
צװישן דיונעס.





.1
איך שטײ בײַם דענקמאָל פֿון שעקספּיר,
דער שטורעם שפּילט פֿאַר אים טעאַטער.
אַן אומגעזעענער װאַמפּיר
זױגט־אױס מײַוּ צײַט אװּ װערט ניט זאַטער.





15
מיר שװימען. אַ קװאַל אױף אַ קװאַל.
און דער תּהום
װערט װײַטער און װײַטער
פֿון אונדזער צוקאָפּנס.
                      





[פּ1]
16
אָ, דינע װאַקלדיקע װענט,
איר זענט מײַן פֿעלדזיקע,
מײַן הױכע פֿעסטונג.





ץ1
אַזױ מוראדיק שטיל,
אַז איך הער װי עס גײען
די װאָלקנדלעך.





18

א
און װער האָט געבױרן דעם טוּיט? בין טשיקאַװע.

ב
עס האָבן געבוּירן אים אָדם און חװה.

ג
און קין דער זון האָט געהױבן אױף אים אַ בולאַװע.





19
מיר װעלן זיך באַגעגענען:
צוּױי װאָרצלען אין דער ערד.
                           






[139]
10
מײַנע אוּתיות ירשען מיך בײַם לעבן.
אָמן סלה.





21
די זומערזון — די שטראַלנדיקע קראָפֿעװע,
צעשטעכט מײַן לײַב מיט אירע זיסע נאָדלען.





22
און אַלץ װעט פֿאַרגײן און ס'װעט בלײַבן
דער וּוײַניקער טעם פֿון פֿאַרגײן.





23
אוּיסשעפּן דעם זשאַר פֿון האַרצן,
אָנצינדן מיט דעם די װעלט.





.2
זײַ ניט מקנא דעם קעניג
זײַן קעניגלעכע לװיה.





15
עס רופֿט אַ װאָרט פֿװ מיטן ים.
                                .

ראַטעװע, איך טרינק זיך.
                      

[140]
26
מײַן חיה די פֿירפֿןסיקע: דאָס בעט,
האָט זיך פֿאַרהײמישט.





27
בינעלע, בינעלע פֿלאַטער,
די רױז איז דײן פּסיכיאַטער.





28
פֿוּן אונדזער ליפּן־צוזאַמענשלאָף
איז געבױרן דאָס רײנסטע װאָרט.

1968 —— 1970
                 
















[141]
,
▮אטעם־צן־▮אטעמ
נ אָ ך ד ע ר ע ר ד צ י ט ע ר נ י ש


נאָך דער ערדציטערניש איז דער ערשטער געקומען יוּפּיטער
זיך אַלײוּ איבערצײַגן צי אױפֿגעטאָן האָט וּואָס דער ציטער.
דוּרך אַ װאָלקן זײַן בליק איז געפֿאַלן פֿאַרשײַט און קאַסאָקע,
װי צעטײלן ער װאָלט פֿאַר די מתים אומערדישע צדקה.
אוּן די שטילקײט דערבײַ האָט געהערט װי די שטילקײט װערט שטילער:
נאָך דער ערדציטערניש איז דער צװײטער געקומען אַ טרילער.

אוּן געשען איז אַזױ: װען אױף טעלערס פֿון קאָסמישער װאָגשאָל
האָט אַריבערגעװּוּיגן אַ גילדענער שטױב אױף דער טאָגשאָל,
אוּן אױף אַנדערן טעלער דער טײַװּל, וּואָס האַלט זיך בײַם נאָפֿל,
איז אַרײַן אין זײַן אײגענער נאַכּט װי אין סמאָלע אַ גאָפּל,
און בײַם פֿױגל געפּלאַצט האָט דאָס האַרץ קעגן אַש פֿוּן יוּפּיטער —־
האָט פֿאַרשריבן אין פּינקס די דאָזיקע שורוּת אַ דריטער:

אוּנדזער ערד איז אַ פֿרױ װאָס אַ פֿײַער פֿאַרלעשט ניט איר תּאװה,
אַ באַרוטע פֿוּן דרױסן, עס ציטערט איר אײפֿערזוכט סײַ־װי.
און איר אײפֿערזוכט איז ניט בלוּיז גילטיק אױף דעם צי אױף יענעם,
נאָר אױף בעטלער אוּן קעניג אוּן קנעכט װאָס זי האָט ניט געזען אים.
אוּן זי װאַרפֿט זײ אַרױס פֿוּן איר ציטער־זכּרון, זײ זאָלן
אוּיב ניט לעבעדיק, בוקן זיך טוּיטע פֿאַר איר אין די טאָלן.

אוּן ס'האָט װײַטער פֿאַרשריבן אין פּינקס דער מאַן מיטן בלײַער:
נאָך דער ערדציטערניש איז געבליבן אַ שטרױ פֿון אַ שײַער.
און עס טראָגן דעם שטרױ צװײ מוראַשקעס, װי ס'טראָגן אַ פּיאַנע
איבער טרעפּ צװײ אַטלעטן צוּם צימער אין בלױ, צוּ דער פּאַנע.
איבער ציגל און שאַרבנס, אַלץ העכער, וּוער לאָקט זײ מיט שמײכל?
פֿוּן געבליבענעם שטרוּי װעט מען בױען דער מלכּה אַ היכּל.


און דער מאַן האָט פֿאַרשריבן אין פּינקס און האָט זיך געזעגנט.
                                                                  .
ס'זענען מער ניט געבליבן קײן וּוערטער אין גאַנצענער געגנט.


1968
                                   

[145]
באַ רי כ ט פֿ ו ו אַ נ סי ע ה


אַ שיף האָט מיך אַראָפּגעגליטשט און
אָפּ.
אַראָפּגעגליטשט װי פֿון אַ פֿעטן יאַטקעטיש און
אָפּ.
אַראָפּגעגליטשט אוּיף אומבאַקאַנטן אינדזל
מיט אינדאָנעזער, בורמער און מאַלײַער.
איך לױף ביז האַלדז אין װאַסער. שרײַ. װּיל אָניאָגן די זינדיקע,
זי כאַפּן פֿאַרן צאָפּ
פֿוּן רױך און פֿײַער —
אומזיסט. ניטאָ די שיף. און ס'איז איר צאָפּ
פֿאַרװאַנדלט אין אַ צוּנג. ס'קומט אױס: די צונג באַװײַזט אַ צונג
דעם אָפּגענאַרט פֿאַראינדזלטן, װאָס װעט שױן מער ניט זען אַ
געליבטע. ניט אַ הײמיש פּנים. ניט אַ ייִדיש בוּך.
דערפֿילט האָב איך זיך װי נאַפּאָלעאָן אױף סאַנט העלענאַ,
און ס'איז אוּיף מיר אַריבער אַ משונהדיקער סקרוך.


ס'פֿאַרשטײט דאָ קײנער ניט מײַן שפּראַך. ס'איז קעגנזײַטיק. מענטש, װוהין?
כ'דערזע אַ שילד: אַן אָנגעמאָלן ברױט. איך בעט אױף שטום־לשון אַ לעבל.
אַ קאַרליק מיט אַ פּנימל די גרײס פֿון אַ ציטרין
דערלאַנגט מיר אַנשטאָט ברױט אַ שלאַנג מיט זשיפּענדיקן שוּועבל.


איך װײַז דעם אַדרעס פֿון פּאָעט מאַטשאַיאָ,
דעם אַלבאַרימטן, װאָס די בלעטער ברענען מיט זײַן רום ——
פֿאַרנײגט זיך טרױעריק דער שאָפֿער און ער טוט מיך פֿירן
אַ שעה און צװײ אוּן דרײַ, און לאָזט מיך איבער אין אַן אָפּגרונט
װו קרעציקע, מיט העמערלעך אין טעלערס פֿון מעטאַל
כּסדר קלאַפּן־קלינגען אַז מע זאָל זיך ניט דערנענטערן.


צוריק אין שטאָט —
איז מער ניטאָ די שטאָט, נאָר אַ געמיש
                                   


[146]
פֿון שטיקער נאַכט און ים און שטײן און ריח פֿוּן האַשיש.
נאָר װו עס לאָזט די נאַכט אַ סימן איז פֿאַראַן אַ פֿרוּי.
,'זי װעט פֿאַרשטײן מײַן אומשפּראַך אוּיף דעם שױדער־אינדזל בעסער',.


איך פֿרעג זי װוּ עס װױנט דאָ בודאַ,
סאַקיאַ־מוני,
בודאַ.
זי װּײַזט מיר אוּיף איר דימענטענעם הױקערל: אַ קינד,
אןן ס'טאַנצט אַרױס פֿוּן איר די ז י אין שפּיגל פֿון אַ מעסער.


נאָר אַז איך לײג זיך שלאָפֿן אוּן די ערד איז מײַן מאַטראַץ,
דערהער איך אַ באַקאַנטע שפּראַך: אַ מיאַוקע פֿון אַ קאַץ.
איך ענטפֿער איר אױף זעלבן לשון. זי —— צוריק. איך — וּױדער.
עס רײדן ניט אַזוּי אינטים צװײ שװעסטער. חתן־כּלה. ברידער.
אַזאַ אוניװערסאַלער שמוּעס װו איז נאָך פֿאַראַנען?
עס האָבן נאָך צוּױי עלנטן זיך בעסער ניט פֿאַרשטאַנען.

1968
                













ו
                                   









[147]
ט אַ ט ו י ר ט ע כ ו ו אַ ל י ע


אַ פֿעלדז אין ים:
אַ קדמונדיקער סקולפּטאָר
האָט אױסגעהאַקט פֿװ ראָבקאָליר־גראַניט
פֿאַר זיך אַ פֿרױ
מיליאָנען יאָרן יונג. נאָר ס'איז געשען:
עס האָט אַ שטורעם
אַ ריס געטאָן פֿון אײפֿערזוכּט אין תּהוּם אַרײַן
דעם קינסטלער,
װען יענער האָט געהאַלטן שוּין בײַם פֿורעמען איר שמײכל,
פֿאַרוּואַנדלט זײַנע גלידער אין אַ װּימלעניש פֿןן כװאַליעס.


מאַטראָס, דו מזלדיקער נאַר,
מע דאַרף ניט קײן לאָרנעטע:
געמוסקלטע זײ רײַסן זיך פֿוּן האָריזאָנט, אַהין ־—
צוּם ראָבקאָליר־גראַניט,
צוּ זײער פֿרױ
מיט בריסט אין װאַסער.


געװײן פֿון שױם.
געװײן פֿוּן מילך.
די ליפּן זענען טרוקן.


מאַטראָס, דו מזלדיקער נאַר מיט קלינגענדיקע ריפּן,
דערלאַנג אַ שפּרונג פֿון שיף אין ים, פֿיר װײַטער דײַן באַטאַליע.
דערשװים צוּ איר. פֿאַרזיגל דײַנע צײן אין אירע ליפּן.
נקמה נעם פֿאַר אַלע כװאַליעס, טאַטױרטע כװאַליע.


1970
                                




[148]
מיט דער בריק װאָס קאַפּױערט איו װאַסער


מיט דער בריק װאָס קאַפּױערט אין װאַסער
װעל איך ציִען צן דיר. זי איז איצטער מײַן בריק.
זאָלן אןיבן מאַרשירן די הײליקע אָקסן,
אַן אָרקעסטער זאָל באָקסן.
איך װעל טוּליען צום האַרצן מײַן האַרבסטיקן גליק:
מיט דער בריק ןואָס קאַפּוּיערט אין װאַסער
װעל איך ציִען צוּ דיר. זי איז איצטער מײן בריק.


דאָרטן איז נענטער דאָס הױז אוּיפֿן באַרג,
אַז מע קאָן מיט דער דלאָניע
דערגרײכּן;
דאָרטן איז נענטער די וּױיכּע סימפֿאָניע
פֿון װאָלקנס וּואָס װעלן באַלד רעגענען ן
דאָרטן איז נענטער די פֿרױ אױפֿן באַרג
און זי גיט מיר אַ נאַקעטן צײכן:
מיר וּועלן זיך אָטעם־צו־אָטעם
אין אָפּגרונס
באַגעגענען.


1969
                           











[149]
ע ק י ד ת י צ ח ק

רעמבראַנדט־אױסשטעלונג, אַמסטערדאַם


אַבֿרהמס לינקע האַנט איז אױפֿן פּנים
פֿון אױסדערװײלט געבונדענעם. ער זאָל ניט זען אין רעכטער,
אין אָנגעשאַרפֿטן אײַזן, דעם באַפֿעל־געבער און שעכּטער.
נאָר ס'זעט גאָר אין זײַן דרימל דער געבונדענער
דורך פֿאָטערס האַנט און אירע אײלבערט־װאָרצלען, אים אַנטקעגן,
מיט רױשנדיקע זאַנגען אוּיף די אַקסלען
און פֿליִענדיק אַלץ נעענטער: אַ מלאך צי אַ מײדל?


זײַן קני פֿאַרהײבט זיך וּױ אַ פֿײַלן־בױגן ערבֿ אָפּשנעל
די פֿײַל.
ס'פֿאַרכאַפּט אַ בליק אַן אַנדער בליק אין שפּילעװדיקן זיװג,
וּױ ס'װאָלט אַ טױב געשליפֿן זיך אַרײַנציִען אַ צװײטער
אין גליִענדיקן קרײַז פֿון גראָז און װאָלקנס.


אָ, קוּשן װיל דער זון דאָס מײדל װאָס די האַנט פֿאַרשטעלט.
אַ ראָזער נעפּל װערט זײַן לײַב. אוּן לײביקער און גךעסער
גענענט זײַן פֿרײד. זײן אײנציקײט. זײַן װעלט.
נאָר פּלוצעם — װײ: זי לעשט זיך. און עס פֿאַלט אַבֿרהמס מעסער.

1969
                                                                    

















,
                                  



[150]
דער מ אָ ל ע ר ז אָ ג ט

דער מאָלער זאָגט: כּ'בין יונג, נאָר אַלט,
מײַן פּענדזל ענדיקט שוּין דעם קרײַז.
פֿיניטאַ. — ־— און זײַן שמײכל שטראַלט:
אַ פֿרילינגזון אין צעפּל אײַז.


ער הערט אַ קול: װּען ס'קומט צוּריק
דער קרײַז צום אָנהײב, איז דער קרײַז
אַ סימן דיר אוּן אַ באַװּײַז:
צוריק צו קינדהײט. איר מוּזיק
איז אָנהײב פֿוּן אַ נײַעם קרײַז.

1969
                    



















[151]
ל ע בע ד י ק ע ר ב ר י ו ו


מאַכט צו מיר דער מאָדערניסט אין אָװנט בײַ דער סענע,
מאַכּט מיט זײַנע הענט וּןאָס האָבן צינגער אַנשטאָט פֿינגער.
                                                               .


— יעדער מאָל אַז כ'װאַרף אַרײַן אַ לעבעדיקן בריװ
צװישן די געשמינקטע גאַסנליפּן פֿונעם קעסטל,
יענעם טאַקע וּואָס מיך גײען איצטער אים פֿאַרבײַ,
האָב איך אַלץ די זעלבע איבערלעבונג:
ניט קײן בריװ אַרײַנגעװאָרפֿן האָב איך אינעװײניק,
נײַערט זיך אַלײן, אַן אױפֿגעקנײטשטן אין קאָנװערט.


מאָרגן־איבערמאָרגן װעט אַ יוּנגער פּאָטשטאַליאָן
גנעדיק מיך אַרױסציִען פֿון טאָרבע.
אָנקלאַפּן אין טיר אין דער פֿאַרבאָטענער: מאַדאַם ,—.—


ז י, אין טיגערנער פּיזשאַמע, װעט מיך מיטן מעסער
וּועלכּן זי באַנוּצט אין קיך צו שנײַדן פֿאַר איר מאַן
ס'פֿלײש װאָס ער האָט ליב.— זי װעט מיך מיטן זעלבן מעסער
אױפֿשנײַדן, אַרוּיסציען פֿוּן הוּיטיקן קאָנוּןערט,
לײענען אַ שוּרה נאָך אַ שורה מײַן געצוקטן
אָדערן־געשריפֿטס; און מיט אַ הערשערישער מינע,
וּועדליק ס'איז די טבֿע בײַם סאַדיזם פֿןן אןר מין,
אוּיסבײַטן מײַן ליבשאַפֿט אױף אַ צערטלעכקײט פֿוּן שׂינאה:
לעבעדיק מיך וּואַרפֿן אין צעפֿלאַקערטן קאַמין.


1969
                                







[152]
ל י ב ש אַ פֿ ט


דערצײל מיר װוּ דוּ האָסט באַהאַלטן
דײַן ליבשאַפֿט, אַז איך זע ניט, זע ניט.


—. מײַן ציטערדיקע, ביסט גערעכט, איך װעל דערצײלן, זע:
געזאָגט האָט נאָך דער חכם לאַאָ־טסע:
אַ בלעטל אױף אַ בױם איז צאַרט און שװאַך,
דעריבער איז דאָס בלעטל שטאַרק,
דעריבער איז עס אױבן —־
אַ פֿלאַטער־מלכּה צוּױשן יונגע שטערן, אירע קנעכט.
נאָר װאָרצלען זענען האַרב און שטאַרק
מיט אָדערן פֿון קופּער
און לעמפּערט־לאַפּעס דאָרשטיקע נאָך מוסקלען פֿון אַ קװאַל —
דעריבער זענען װאָרצלען שװאַך,
דעךיבער זענען װּאָרצלען
באַהאַלטן אין אַ קעניגרײַך
װו פֿינצטערניש איז ליכט,
בפֿרט נאָך װען זײ היטן אין דער פֿינצטערניש
אַן אוצר.


1969
                               











[153]
מ ײַ ו שנ ו ד י אַ באָ ל י ס י מ אָ

מײַו שכן דיאַבאָליסימאָ, דער קינסטלער־כיראָמאַנט,
געבױרן פֿון אַ צענדליק מאַמעס גלײַכצײַטיק, אַנסאַמבל,
אין האָצעפּלאָץ־באַגדאַד־קאַלקוטע־סטאַמבול,
פֿאַרקנײטשט אַ ברעם און װאָגלט אין די קנײטשן פֿוּן מײַן האַנט:

— איך זע אַ ים. אַ פּערל־מושל הױערט אױף זײַן דנאָ,
פֿאַרהױלן פֿון אַ ים־שטערן אװ אױך פֿוּן אַ לױתן.
און אינעװײניק בענקט נאָך דיר פֿאַרזיגלט און פֿאַרשלאָסן
אַ פּערל? נײן, אַ רגע װאָס קײן שענערע ניטאָ.


— איז װאָס, אַ שטײגער, שכן דיאַבאָליסימאָ, מײַן קרױן,
באַדאַרף איך טאָן אַרױסצוציִען פֿוּנעם ים די רגע
פֿאַרזיגלט אין אַ פּערל־מושל? ביסט דאָך אַ קאָלעגע,
דערלאַנג איך האָר־אַראָפּ אַ גלעט, אַ צערטל דעם פּאַרשױן.


— אַרײַנשװימען אין זיך אַלײן, כּל־זמו עס האָט נאָך די
נשמה דײַנע פֿלוספֿעדערס און טוקן זיך און טוקן,
אַפֿילו אַז דער ים איז אָן אַ דנאָ און איז מסוכּן,
דער פּערל־מושל װעט זיך דיר אַנטפּלעקן װיזאַװי.


— און װאָס געשען װעט שפּעטער, דיאַבאָליסימאָ, דערצײל.
— די בענקענדיקע רגע װעט דיך אױף דאָס נײַ געבױרן,
עס וּועלן זיך פֿאַרװאַנדלען אין מלאָכים אַלע טכױרן,
און טױט װעט ליגן טױט אין דער לבֿנה זיבן אײל.

1969
                               






[154]
ג ע ש פּ אַ נ ט ע ר ב ו י ג ו


אַזאַ געיעג —
די ברענענדיקע פּיאַטעס מוזן אוּיסברענען אַ װעג.
אוּן אױסגעשפּרײט פֿאַרהױלן איז אין דזשונגל צװישן טאָטעמס
דײַן הונגעריקע פֿאַנגנעץ. האָרך: עס אָטעמען אָן אָטעמס
געדיכטע שלאַנגען. טוען זײ מיט זײער זשיפּען תּפֿילה?
די נאַכט האָט שװאַרצע אוּיגן פֿון אַ ריזיקער גאָרילע.

דײַן בױגן איז געשפּאַנט װי דײַן נשמה. בײדע אײַלו
אַרוּיסצושיקן פֿײַלן. אומדערבאַרעמדיקע פֿײַלן.
װוהין? צוּ וּועמען? הינטער װעלכע מעסערפֿלאַנצן, קרײַטער,
פֿאַרטײַעט זיך דײַן שׂונא? איז ער דאָ צי ערגעץ װײַטער?
פֿוּן װעמען װעט זיך װאַלגערן באַגינען דאָס געבײן?


אַזאַ געיעג. אַ מענטש זאָל װעלן פֿאַנגעו זיך אַלײן.


1969
                                















[155]
דע י ס ק י ל פּ טאָ ר


דער סקולפּטאָר זאָגט: איך האָב אַ מאָל געהאַט מײַן אַטעליע
אין אױער פֿון אַ נאָדל. נאָר געװען איז מיר גערױמער
אַרױסצוּבלאָזן פּנימער אוּן מוסקלען פֿוּנעם חומר,
װי דאָ אין אַלטן פּאַלאַץ — אַ מתּנה פֿונעם קעניג.
איך האָב דערצו אין יענעם זיסן אױער,
אָן באַדױער,
פּאָמיעשטשעט זיך מיט אַ מאָדעלקע — לילי אָדער לילית,
כ'געדענק ניט אַקוּראַט איר נאָמען. בלוּיז איר ליכטיק לײַב
געבליבן איז פֿאַרשטײַפֿט אין מײַן זפּרון. בלױז איר לײַב.


מײַן ערנװאָרט,
בשעת איך האָב פֿון אָדערדיקו מירמל
אַרױסגעהאַקט, אַרױסגערופֿן אירע הײסע בריסט —
זײ האָבן אַזש אַ שפּריץ געטאָן מיט זשומענדיקן מילך.
אַ סימן, אַז אַ מאַן איז אױך אַ שותּף צום געבױרן.


,'מוזיק, דו אָטעם פֿון סטאַטוען▮ — האָט געשריבן רילקע.
פֿאַר מײַנעטװעגן װאָלט איך עס אַ דרײ געטאָן צוריק:
סקולפּטורן זענען אָטעם פֿון מוזיק.
באַזאַלט, גראַניט און מירמל זענען קלאַסישע מוּזיק.
דער סקוּלפּטאָר איז דער דיריגענט:
ער שפּילט זײ בלױז פֿונאַנדער.


זײַן דלאָט־און־האַמער איז אַזאַ מין שטעקעלע.
אַ שניט,
אַ דלאָטעװע מיט קאָסמישן פֿאַרמעסטער,
און מוּזיקאַליש פֿורעמט זיך דער אָטעם פֿון גראַניט,
פֿװ מירמלנעם אָרקעסטער.


נאָר איצטער בין איך אַלט.
איך האָב אַ פּנים פֿון באַזאַלט.
איך דאַרף ניט מער קײן רױען שטײן
                               
[156]
אַרױסצוקנײַפּן גלידער.
גענוג איך זאָל באַגינען אַ צעעפֿן טאָן די לאָדן,
און פֿןל מיט װײַסן מירמל פֿוּנעם טאָג איז שױן באַלאָדן
מײן אַטעליע, מײן ציטערדיקער באָדן.


איך שלײַדער זיך אױף אים און שלאָג
פֿון טאָג
אַרונטער שטיקער.
אַנטפּלעקן װיל איך זײַנע מוסקלען. בלײַבן זאָל דער עיקר.
די אָפּגעהאַקטע שעהען ליגן שטומע אין אַ װינקל.
אַזױ ביז נאַכט. ביז בײדע פֿון געראַנגל פֿאַלן שיכוּר.
אוּן שיכּור הער איך דעם טיק־טאַק פֿון שיכּורע אַטאָמען.


און װידעך איז מײַן אַטעליע אין אױער פֿון אַ נאָדל
מיט לילי אָדער לילית — איך געדענק שױן ניט איר נאָמען.

1968
                             
















[157]
ו ו ו י נו נגע ו פֿ ו ו גײַ ס ט

געזען האָב איך אַן אױפֿשריפֿט אױף בית־עלמינשן גראַניט:
,,אַ לעבן־לאַנג אַ בױער פֿון שפּיטאָלן,,.
און ס'האָט אין מיר אַן איך גערעדט צוּם צװײטן, זיך צעגליט:
ביסט אױך אַזאַ מין בױער, שורות בױסטו און סימבאָלן.


סימבאָלן. װױנונגען פֿוּן גײַסט. און בײַ דער טיר אַ גראַם:
אַ שימערדיקע שין מיט אױגן דרײַ צו היטן שמוּת.
פֿאַר װעמען דאָס געבױ, דער סם־החײמדיקער סם?
פֿאַר דיר אַלײן, װאָס דו ביסט קראַנק אוּיף שלמות.

פֿאַראַן אַ ליד װאָס מוז דאָרט קומען פֿילן אַ באַריר
פֿון קראַנקן־שװעסטער, אַז דאָס ליד זאָל שײַנען פֿוּלער, גאַנצער.
עס טרינקט בײַם טוּיזנטאױגיקן דעם לעבנס עליקסיר
און קוּמט צוּריק צו זײַן פֿאַר דיר אַ פּאַנצער.

1968
                              















[158]
                          א י נ ה אַ ל ט


פּ אָ ע מ ע ס    11    מ ײַ ן ז י י ד נ ס פֿ ע ד ע ר
                   5.    מ ײַ ן ט אַ ט נ ס פֿ י ד ל
                   ג6    ד י צ י ג ע ל נ י ע
                   77    מ ש ה ב אַ ס י ן

ל י ד ע ר                ד אָ ס א ו י ג פֿ ו ן ד ע ר נ ש מ ה ו וּ י י נ ט מ י ט ב י ל ד ע ר
                   87    דאָס אױג פֿון דער נשמה װײנט מיט בילדער
                   88    די רײד פֿוּן אָנגופֿיקן
                   89    לאַנד פֿון מײַנע קינדער
                   90    צוּוײַג מיט לעצטע קאַרשן
                   91    קוּפּערנע עכאָס
                   92    סוד פֿון באַשאַף
                   93    פֿאַרשפּעטיקט
                 .9    אין טאָל פֿון בן־הנום
                   95    דער מענטש פֿוּן הוּנדערט טױזנט יאָר
                   96    גלאַדיאָלעס אױף שבת
                 ?9    באָרוּועס
                   98    מײַן פּאַנצער
                   99    דער מאָלצײַט
                   101   פֿאַלנדיק וּואַסער
                   102   ,'איך בין פֿוּן זעלבן לײם װאָס דו, נאָר מיט אַן אַנדער הױט,,
                   103   פּאָרטרעט
                 .10   תּפֿילה פֿוּן פֿיש
                   105   די ברכּה
                   106  אַ גוטער טאָג
                   107   אין זכות פֿון אַ ניגון
                   108   ירושלימער נאַכטליד
                          

פֿ ײַ ע ר ש ט י י נ ד ל ע ך
                   111   פֿײַערשטײנדלעך
                   112   טאָפּעלער אױטאָפּאָרטרעט
                   113   באַחרית הימים
                   114   דער יתום
                   115   פּראָזאַישע רײד װעגן פֿרײַנדשאַפֿט
                   116   סימנים
                   117   פֿײערלעשער
                   118  אױסגעהאַקטע בײמער
                   119  יענוּועלטיק לשון
                   120   שפּיטאָלשױבן לױכּטן בײַ נאַכט קעגן מײַנע
                   122   שטײנערנע פּירות
123   אַ שנירל בליצן
.11  אָפּגעהאַקטער אָטעם
125   נזיריש פּנים
126   דרײַצן פֿרױען
127   ליד וּועגן צװײ אַנדערע
128   סכּנות
129  די פֿליג
130  איך פֿרעג און ענטפֿער
131   צוּם ליבלינג
132   כאָנקע
.13   לױבליד
135   קלײנע אימפּראָװיזאַציעס
       

אָ ט ע ם ־ צ ו ־ אָ ט ע ם

1.5   נאָך דער ערדציטעךניש
1.6  באַריכט פֿוּן אַ נסיעה
1.8   טאַטױרטע כװאַליע
1.9   מיט דער בריק װאָס קאַפּױערט אין װאַסער
150   עקידת יצחק
151   דער מאָלער זאָגט
152   לעבעדיקער בריװּ
53ג   ליבשאַפֿט
.15   מײַן שכּן דיאַבאָליסימאָ
155   געשפּאַנטער בױגן
156   דער סקולפּטאָר
158   װױנונגען פֿון גײַסט