פ אָ ר ו ו אָ ר ט די װעלט, װאָס װערט געשילדערט אין דעם דאָזיקן בוך, איז שױן שפּורלאָז פֿאַרשװוּנדן מיט איר גאָרער עקאָנאָמישער באַזע און במילא שױן מיט אַלע אירע געזעלשאַפֿטלעכע און אידײיִשע קאָנפֿליקטן און אינטערעסן. מיר איז געװען גאַנץ שװער אױפֿצוּװעקן, אױפֿצולעבן און מאַכן זיך ▯ועגן יענע פּאַרשױנען, װאָס װירקן אין דעם בוך. ▯ איך האָב דאָס אָבער געטאָן צוליב געשיכטלעכער דערקענטעניש, כּדי צו באַקענען דעם יונגן דור מיט דעם גװאַלדיקן מהלך, װאָס מיר האָבן דורכ־ געמאַכט פֿאַר אַזאַ קורצן צײַט־אָפּשניט, װאָס טײלט אָפּ אונדזער װירקלעכקײט פֿון יענער. שילדערנדיק אָט די ▯פּאַרשױנען, שױן פֿיזיש און גײַסטיק פֿאַרענדיקטע, האָב איך זיך באַמיט ניט גלאַט צו „קעמפֿן” קעגן זײ, ניט אױסצושרײַען פֿאָראױס אױף זײער פֿאַראורטײלטקײט, נאָר זײ געלאָזט אַלײן שטיל און פּאַמעלעך גײן צו זײער אָנגעצײכנטער באַשערטקײט, צו זײער געשיכטלעך־ נױטװענדיקן לעצטן גאַנג — צום אָפּגרונט. כ'האָב זײ געגעבן. מיט זײער גאַנצן אָרעם ביסל פֿאַרמעגן, ניט פֿאַר־ מינערט גאָרניט פֿון זײערע אײגנשאַפֿטן, כּדי צו באַװײַזן די נעכעכדיקײט פֿון זײערע „בעסטע” פֿאָרשטײער אַפֿילו, װעלכע האָבן זיך אָפֿט געריסן פֿון יענער פֿינצטערניש כאָטש מיט אַ װאָסער־ניט־איז ביסל שײן אַרױסצוקומען. כ'האָב, שרײַבנדיק דאָס בוך, זיך געהאַלטן בײַ יענעם מעטאָד פֿון קינסט־ לערישן רעאַליזם, װאָס באַטײַט דאָס זעלבע, װאָס געטעס באַװוּסטער געבאַט: „מאָל, מאָלער, און שװײַג”, — מיט דער זיכערקײט, אַז דאָס געדאַרפֿטע, דאָס פֿאַר אונדז געװוּנטשענע װעט קומען במילא, אַלײן פֿונעם עצם געטױיען מאָלן, ד. ה., פֿון דער אינערלעכער לאָגיק פֿון די גורלות פֿון אַזױנע פּאַרשױנען... דער עיקר־ציל פֿון מײן אַרבעט אָבער איז געװען ניט נאָר צו פֿאַרענדיקן מיט אַן אַלטן דור, װאָס האָט געשטעקט איבערן האַלדז אין מיטלאַלטערלעכע לעבנס־פֿאַרהעלטענישן, נאָר דער עיקר־ציל פֿון בוך איז װײַזן יענע פֿאַר־ באָרגענע כחות, װאָס זײַנען דאַן געלעגן טיף דערנידעריקט אין „דריטן רינג” און װאָס זײַנען אַזױ טראַגיש אומגעקומען אונטערן לאַסט פֿון יענעם לעבנס־ יאָך. דאָס מײן איך די שװאַכע בלענךנדיקע בליצלעך, װאָס װײַזן זיך און פֿלאַמען אױף דערװײל אױפֿן נאָך װײַטן האָריזאָנט, יענע בונטאַרישע ערשט▯ 21 ----------- ▯ 22 . לינגען, װאָס מיט זײער דערװײל נאָך שװאַכן, אָבער פֿון צײַט צו צײַט שױן אױפֿקנאַלנדיקן פֿאַרטױבטן אומרו קומען זײ באַװײַזן, אַז עפּעס קלײַבט זיך דאָרט הינטער יענעם האָריזאָנט, אױב ניט אױף הײַנט, איז אױף מאָרגן, אױף איבערמאָרגן. װײל עפּעס האָט שױן דאָרט און דעמאָלט דאָך געיױרט, עפּעס האָט שױן אַפֿילו אין אַזאַ פֿאַרדומפּענער סבֿיבֿה װי יענע, — װען־ניט־װען און װוּ־ ניט־װוּ, — אין אַ קעלער צי אױף אַ בױדעם, — װי אַ פֿאַרדעכטיק ליכטל זיך באַװיזן, האָט אי געשראָקן, אי פֿאַרשפּראָכן — ס'געװענדט װי װעמען... ▯ ס'האָט דאָך, װי באַװוּסט, שױן אין יענער צײַט גערײפֿט דער לעבנס־ פֿײיִ▯קער זױמען, װאָס פֿון אים זײַנען זיך צעװאַקסן די אױפֿקלערערישע און שפּעטער די רעװאָלוציאָנערע באַװעגונג: עס האָט שױן געהאַלטן פֿאַרן אָנ־ קומען פֿון יענע מענטשן, װאָס האָבן איבערגענומען דעם רודער און האָבן פֿאַרקערעװעט די געזעלשאַפֿטלעכע שיף אױף גאָר גאָר אַנדערע ריכטונגען און רײַסן. עס זײַנען שױן דאַן געװאַקסן יענע קינדער, װעלכע האָבן שפּטער געריסן מיט גאָר דעם אַלטן, טראָגנדיק פֿײַער אין די פּאָלעס פֿאַר אַלעם דורותדיקן שימל, װאָס האָט זיך אָנגעקליבן ביז זײ. איז אָט, צו דעם באַהאַלטענעם פֿײַער, װאָס אין די פּאָלעס פֿון יענעם יונגן דור, איז דער עיקר מײן אױג געװענדט. כ'װיל זיך צו אָט דעם דור דערקלײבן, קינסטלעריש אים שילדערן און אים אָפּגעבן די ערע, פֿאַר־ ▯ װוּנדערונג און אַכטונג, װאָס, גײענדיק מיט אים האַנט אין האַנט, חאָב איך אַ לעבנלאַנג געזאַמלט. 939 1. דער נסתר ▯ ----------- ▯ די ש טאָ ט N די שטאָט N איז געבױט אין דרײ רינגען. ערשטער רינג: די סאַמע מיט, דער האַנדלס־מאַרק. צװײטער: די גרױסע אײגנטלעכע שטאָט, מיט די פֿיל הײַזער, גאַסן, געסלעך, ליקלעך אַרום מאַרק, װוּ דער רובֿ געדיכטער ישוב געפֿינט זיך. דריטער: פֿאָרשטעטלעך. װען אַ פֿרעמדער װאָלט צום ערשטן מאָל אין N זיך געטראָפֿן, װאָלט עס אים גלײַך, — צי װילנדיק צי קעגן זײן װילן, — װי מיט אַ מאַנגעט, צו דער מיט שטאָט, צום צענטער אַ צי געטאָן: דאָרט איז דער רױש, דער קאָך, דאָרט דער עיקר־עיקר, דאָס האַרץ, דער פּולס פֿון שטאָט. ס'װאָלטן אים פֿאַר אַלעמען באַגעגנט ריחות, און אין נאָז װאָלט אים אַ זעץ געטאָן מיט לעדער, האַלב־רױען, באַאַרבעטן, פֿון גראָבע און אײדעלע סאָרטן; ▯ טערפּקע זיסקײטן פֿון באַקאַלײ־ און קאָלאָניאַלע סחורות, זאַלץ פֿון פֿאַר־ ▯▯ שײדענע דורכגעטריקנטע פֿישן; ריחות פֿון נאַפֿט, טראָן, דזעגעכץ און פֿון אַלערלײ קאָך- און שמיר־אײלן; פֿרישער שניטקראָם; פֿריש פּאַפּיר, דאַן אױך אַלטע און פֿאַרשװײסטע זאַכן און פֿאַרשײדענע פֿאַרשטױבטקײטן — שקראַבעס, בגדים, אַלט מעש, פֿאַרזשאַװערט אײַזן — און אַלעס אַנדערע, װאָס װיל פֿון געברױך ניט אַרױס און מײנט דורכן האַנדל, פֿאַר קלײנגעלט, װעמען־ס'ניט־איז און װי־ס'ניט־איז, נאָך דינען. דאָרט, אין מאַרק — אַ קלײט לעבן אַ קלײט, ענג אָנגעזעצטע, װי קעס־ טעלעך אין סטעלניק. װער ס'האָט קײן קלײט אױבן, האָט אַ סקלאַד אונטן, װער אױך קײן סקלאַד, איז אַ שטעלכל מיט אַ דעכעלע פֿאַר די קלײטן, און װער אױך דאָס נישט, האָט פּשוט זײן סחורה אױף דער ערד ליגן אָדער שטײן — ס'געװענדט, װער מיט װאָס ס'האַנדלט. דאָרט, אין מאַרק, װי באַשטענדיק, — יאַריד. פֿורן פֿון די נאָענטסטע און װײַטסטע ישובים פֿון יענער געגנט קומען אָנצונעמען סחורה, און פֿורן, טיליגעס פֿון דער באַן־סטאַנציע, פֿירן, ברענגען פֿון באַן אַלץ פֿרישערע, אַלץ נײַע. מע פּאַקט אױס און מע פֿאַרפּאַקט. ייִדן — אַרענדאַרעס, קלײנשטעטלדיקע הענדלער — זומער אין זומער־ מאַנטלען מיט קאַפּיושאָנעס, װינטער — אין בורקעס, פּעלצן מיט שטאַרק־ אָפּגעלײגטע קעלנער — קומען אָן פֿון די אַנדרושיװקעס, ראַרעדעקס, יאַמ־ 23 ----------- ▯ ▯ 24 ד ע ר נ ס ת ר פּעלעך, פֿון װײַטן זװיל און קאָרעץ און אױך פֿון דער װײַטער פּאָלעסיע, — אַהער נאָך סחורה פֿאַר מזומן, אױף קרעדיט; אײניקע מיטן מײן ערלעך, אָרנטלעך זיך אױסצוהאַנדלען, אַנדערע — מיט אַנדערע מײנען: נעמען און „זיך שטעלן”, דערנאָך „ענדיקן” אױף געװיסע פּראָצענטן, און װײַטער נעמען, און נאָכאַמאָל „זיך שטעלן”, ד. ה. אָנזעצן. מע קומט מיט לײדיקע פֿורן, און מע פֿאָרט אָפּ מיט פֿולע, געפּאַקטע און געשנורעװעטע מיט טראַנטעס, זעק, ברעזענטן. פֿאַרנאַכט פֿאָרט מען אַװעק, און אינדערפֿרי באַװײַזן זיך נײַע. — שלום־עליכם, — גײט אַראָפּ פֿון די טרעפּ אַ הענדלער, צו באַגעגענען ▯ זײן באַשטענדיקן, נאָר־װאָס אָנגעפֿאָרענעם קונה, אים גלײַך פֿון פֿור אין קלײט אַרײַנצורופֿן, כּדי קײן אַנדערע זאָלן אים ניט איבערנעמען. — שלום־עליכם, רבֿ מלך, װאָס ▯הערט זיך אין אַנדרושיװקע? — זאָגט ער פֿון הײמישקײט און יוצא װעגן, און גײט באַלד איבער צו אינטערעס: אײ, גוט, זאָגט ער, װאָס ער איז געקומען ,מ'האָט פֿאַר אים װאָס ער ▯ף, אַן אַנטיקל, און אַזױנס, װי אַזעלכעס. אַנדערע הענדלער פּרוּװן זיך מיט יענעמס קונה אַ שמועס פֿאַרפֿירן, אים פֿון זײן באַשטענדיקער קלײט אָפּציען, צו זיך ▯אַרײננאַרן, אים ביליקערע פּרײַזן און בעסערע קרעדיט־קאָנדיציעס פֿאָרשלאָגן. אָפֿט קומט דערפֿון אַרױס אַ קריג. ס'קריגן זיך הענדלער מיט הענדלער, משרתים מיט משרתים, און נאָר טרעגער, לײגערס, װאָס פֿאַרדינען אַמאָל בײַ דעם און אַמאָל בײַ יענעם, שטײען פֿונװײטנס, מישן זיך ניט און האַלטן קײנעמס צד ניט. ס'קריגן זיך אַמאָל סוחרישע װײַבער — און װײַבערשע קללות הערן זיך, משרתים צװישן זיך — און פּעטש פֿליִען. דאָס אַלץ נאָר אין אױסגענומענע פֿאַלן. ס'רובֿ אָבער איז יעדערער מיט דינעם באַשעפֿטיקט. ס'קלעקט קונים און פּדיון פֿאַר אַלע. פֿון גאַנץ פֿרי ביז פֿינצטער זײַנען הענט פֿול מיט אַרבעט, די פֿילע אײַנקױפֿער צו באַזאָרגן. משרתים — מיט גראָבער אַרבעט, װי װעגן, מעסטן, אַרױסנעמען, אַרײַנלײגן א. אַז. װ., און באַלעבאַטים אַלײן — מיטן דינגען זיך, אײַנרעדן, איבעררעדן, די סחורה צו באַװײַזן און מיטן פּרײַז זיך אױסגלײַכן. ס'איז, װי געזאָגט, באַשטענדיקער יאַריד דאָרט. הורט־ און לאחדים־ האַנדל. גרױסע קרעמער גײען און טראָגן אױפֿדערנאַכט אַהײם ▯פּעקלעך הונ־ דערטער און ת”קער, קלײנשטעלעכלעך־הענדלער — מינץ אין לײנװטענע בײַטלען און װײניק פּאָזיט. אָבער דער טומל פֿון די שטעלעכלעך איז אַ גרעסערער, װי בײַ די גרױסע. בײַ די קלײנע איז קריג אַ װאָכעדיקײט. קריג גײט איבער אין קולות, ליאַרמען. מע קריגט זיך פֿאַר אַ גראָשן, פֿאַר אַ פֿונטל זײף, פֿאַר אַ ביסל־קראָכמאַל־קונה, פֿאַר אַ דאַר־פֿישל־לײזונג און מע שעלט זיך, נישט זשאַלעװענדיק, און מער, װי פֿאַר אַ גראָשן: ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 25 — אַ כראַנד... — אָ בראָך... — מיט די פֿיס צו דער טיר... — װען זיצט מען שױן שבעה נאָך דיר... מע בעט זיך אַבער דאָרט אױך גיך איבער: שטעלעכלעך ▯פּאַרען און טרינקען אָפֿט טײ אינאײנעם, מע לױפֿט אײנער צום אַנדערן נאָך אַ גמילת־ חסד, מע לײט אַ געװיכטל, מע קױפֿט צוזאַמען אַ גױיִשע מציאה, און מע באַלאַגורעט, און מע שרײַט זיך איבער אײן שטעל איבער פֿינף, איבער צען, און אַלע מיט אַלע. דאָס איז אין אַלע טעג. אין ספּעציעלע מאַרק־טעג אָבער — אַ באַ▯ זונדערע ענגעניש און געדרענג פֿון פֿורן. אױסגעשפּאַנטע פֿערד שפּײַזן זיך פֿון װאָגן. אײַנגעשפּאַנטע — פֿון פֿרעס־זעק... יונגע לאָשעקלעך שטופּן די מאָרדעלעך צװישן די שקאַפּעס פֿיס אַרונטער. אַן אָגער צעהירזשעט זיך און מאַכט פֿערדישע קולות איבערן גאַנצן מאַרק, און צװישן אָט דעם געדרענג פֿון פֿערד, מענטשן איז אַ קױט, אַ שמוץ. װינטער — דער שנײ קײן שנײ, — זומער און װינטער — קיזיק, פֿערדישע השתּנה, הײ, שטרױ, רײפֿן, פֿעסער, קעסטלעך, קאַליוזשעס קאָלירטער נאַפֿט, װאָס װערט זעלטן־װען אַמאָל בײַטאָג פֿאַרקערט און אױפֿגעראַמט. אין גרױסע מאַרק־טעג, װי פֿאַסטן־צײַט, פֿאַר ריזלעך, איז זיך דאָרט ניט דורכצושטופּן. אַ פּױעריש־געפּעלצטער עולם, אַ געמישט־פֿאַרביקער פֿון טונקל—ברױנלעכע סװיטקעס, געלע פּעלצן, מאַרינאַרקעס פֿון האָריקן גראָבן באָבריק; טוך, שאַלן, שאַלעכלעך, היטלען, יאָלעמס, קוטשמעס; שטיװל, פּױשטן, אָנעטשעס מיט שטריקלעך פֿון פּױערים, שליאַכטעס, פֿון מענער, פּרױען. מע קומט אין שטאָט: — װער פֿאַרמעגלעך — אױף עפּעס רעכטס צו קױפֿן, און װער ניט, װער אָרעם — אַ קלײניקײט, װאָס מע װאָלט עס אױך אין דער הײם געקאָנט קריגן, אָבער דער חשק צו זײן אין שטאָט איז גרױס, — דער חשק צװישן מענטשן זיך דרײען, אין פֿאַרשײדענע קראָמען אַ קלײנ־ װערטיקע זאַך צו דינגען, אַבי צו דינגען, אַבי װאָס מער צײַט בײַם קױפֿן פֿאָרברענגען און האָבן הנאה פֿון קױפֿן. די פֿאַרמעגלעכע גײען מיושבֿ, באַטראַכט, װײסן, װאָס זײ װילן, װי צו זוכן, און דער קרעמער איז זײ גערן: דעם „װאַספּאַן”, דעם „כאַזיאַיִן” באַ- געגנט ער מיט כּבֿוד, מע רעדט מיט אים אײדל, מע רעדט אים אײן און מע סטאַרעט זיך, נאָך לאַנגן דינגען זיך, בײַ אים לײזן און אים ניט אַרױסלאָזן. דערפֿאַר די אָרעמע אָבער איז מען שױן אין טומל ניט גערן. מע דערקענט זײ גלײַך, װי זײ בלאָנדזשען פֿאַרלױרן מיט די אױגן איבער אַלע װינקלען און פּאָליצעס פֿון דער קראָם. מע דערקענט, אַז זײ האָבן, אױסער חשק, אין ▯ ----------- 26 ד ע ר נ ס ת ר די בײַטלען װײניק. מע ▯אַגעגנט זײ מיט חשד, מע טרײַבט זײ און מע װיל ▯ זײ ▯פֿט אױף זײערע קבצניש־באַשײדענע פֿראַגעס נישט ענטפֿערן, און אַז אײנער זאַמט זיך לענגער צװישן איבעריקן קונים־עולם, און דער קרעמער באַמערקט עס, שרײַבט ער צום משרת: — װאָס טענהט ער מיט אים אַזױ לאַנג? ער זעט דען ניט, װאָס ער װיל, צו אַלדע רוחות און גנבֿים! און גנבֿות קומען פֿאָר דעמאָלט, אין די גרױסע מאַרק־טעג, טאַקע ניט זעלטן. זעלטן גנבֿעט אַן אָרעמער פּױער בײַם קרעמער, אָפֿטער אָבער דער קרעמער בײַם פּױער. באַװוּסטע ספּעציאַליסטן זײַנען שױן פֿאַראַן, װאָס דער גאַנצער מאַרק קאָן זײ, װאָס װעגן מיט צענפֿונטניקעס אָנשטאָט אַ האַלבן פּוד. מע מאַכט עס שנעל. זײ װעגן פֿלינק, — אַ שטעל אַרױף, אַ נעם אַראָפּ, — און דער פּױער קוקט זיך אױפֿן אָרט ניט אַרום, נאָר ערשט שפּעטער, און ער קומט מיט טענות און מיט גװאַלדן, און די „מאַלענקע פּיװפּודניקעס”, װי מע פֿלעגט ▯ זײ רופֿן, יענע ספּעציאַליסטן, דערקענען זײ שױן גאָר ניט. ס'קומט אָפֿט צו קלעפּ, צו געשלעג, ביז דער אָרדענונג־היטער, דער געװיסער „בודאָטשניק”, דער אָנגעזױפֿטער, שטענדיק רױט־מאָרדעדיקער, מישט זיך אַרײַן, פֿײַפֿט מיטן פֿײַפֿל, צענעמט און פֿיר▯ אַהין, װוּ מען דאַרף דװקא דעם, װעמען מע דאַרף ניט אָפּפֿירן. אַן אַנדערש מאָל גנבֿעט אַ פּױער, כאַפּט אַרײַן אין בוזעם אַ קלײניקײט. אַז מע כאַפּט אים,▯ צערעמאָניעט מען זיך ניט לאַנג, נאָר מע פּראַװעט אױפֿן אָרט דעם משפּט. עס שלאָגט דער משרת פֿון קלײט, װוּ דער פּױער האָט געגנבֿעט: אַז אַנדערע משרתים, פֿון די נאָענטע קלײטן, דערזעען, דערהערן און האָבן צײַט, קומען זײ אױך צו הילף, יעדערער מיט װאָס ער קאָן, און יעדערער לײגט צו אַ האַנט צום שלעגערישן יד־אַחת. די פּױערים שלאָגט מען אין פּנים, אין קאָפּ, אין פּאָטיליצע. אַז ס'מאַכט זיך מיט אַ פּױערטע, סײַ אַ ייִנגערע, סײַ אַן עלטערע, שלאָגט מען װײניקער, כּמעט נישט, נאָר מע שטעלט זי צום בזיון: מע רײַסט בײַ איר אַראָפּ די שאַל, דאָס קאָפּטיכל. זי בלײַבט אַ פֿאַרשעמטע און האָריק־צעפֿלאָכטענע — פֿאַרן גאַנצן מאַרק און אױף בײז־װוּנדער אַן אױסשטעלונג... דאָס אַלץ אָבער — נאָר צופֿעליקײטן און װען־ניט־װען נאָר. אָבער דער עיקר איז עיקר: קונים קױפֿן און זײַנען פֿונעם קױפֿן צופֿרידן, סוחרים — פֿון פֿאַרקױפֿן. אַלע פּנימער זײַנען אין אַזױנע טעג צעפֿלאַמט, אַלע הענט באַשעפֿטיקט. װאָס פֿאַר אַ װעטער ס'זאָל אין דרױסן ניט זײן — אַ װינט, אַ פֿראָסט, אַ שנײ, אַ זאַװערוכע — שטערט ניט, און מע קוקט זיך אױף אים װײניק אום: הענדלער זײַנען פֿון אינערלעכער הנאה און פֿון לײזונג צע־ װאַרעמט. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 27 אין אַזױנע טעג עסט מען װײניק. ס'גענוגנט דאָס, װאָס מע האָט אינ- דערפ▯רי אין דער הײם, פֿאַרן מאַרק־אַרױסגײן, איבערגעכאַפּט. ס'קלעקט ביז נאַכט, ביז פֿינצטער, ביז מע װעט פֿון פֿראָסט און פֿון זאַװערוכע פֿאַרבלאָזענע, רױט-אָנגעדראָלענע און אָנגעהאָרעװעטע אַהײם קומען. מע פֿאַרגעסט אין אַלץ. מע קוקט ניט אױף הענט, װאָס טראַסקען, אױף פּנימער, נעז, אױערן, װאָס פֿרירן. מע קוקט ניט, אַז מע כאַפּט אַ קלאַפּ, אַז מע פֿאַרשטעכט זיך: אין אָװנט, נישקשה, אין דער װאַרעם װעט מען אױס־ שטעכן. דאָס אַלץ געזאָגטע קומט פֿאָר אױפֿן אַזױ־גערופֿענעם „גראָבן מאַרק”. דאָס זעלבע אָבער אױך אױף דער פּאַראַלעלער גאַס — אױפֿן „אײדעלן” דעמאָלט; אריך דאָרט איז פֿון ענגשאַפֿט און פֿורן נישט דורכצוגײן. כאָטש קײן פּראָסטע פּױערים און, בכלל, קײן לאחדים־קונים קומען נ▯ט אַהין, נאָר הו▯רט. דאָרט — די גרױסע שניטקרעמער, גרױסע צעלניקער, הענדלער פֿון טוך, מיט גרײט שוך־ און קלײדערװאַרג און פֿאַרשײדענע אַנדערע סחורות פֿון לאָדז, װאַרשע, ביאַליסטאָק און אַנדערע שטעט פֿון פּױלן און פֿון װײַט־ רוסלאַנד. דאָרט נאָר פּריצים, רײַכע שליאַכטעס, פֿאַרמעגלעכע קלײנשטעטלדיקע ייִךן. דאָרט זײַנען משרתים ציכטיקער אָנגעטאָן. דאָרט איז אױך דער באַנעם און דאָס כאַגײן זיך מיט קונים אַנדערע. דאָרט חנפֿעט מען און מע שװינדלט פֿײַנער. דאָרט דרײען זיך ס'רובֿ די באַלעבאַטים פֿאַר די קלײטן אין טכױרענע טולופּעס, זאַמלען זיך אין רעדלעך אױף באַלעבאַטיש-געשעפֿטלעכע שמועסן, און אין די קלײטן רודעװען די הױפּט-משרתים, ז▯י גרױס־געניטע, מיט די געשליפֿענע צינגלעך, װאָס קאָנען אײַנרעדן און אַזױ קונציק די סחורה באַװײַזן, װאָס זעלטן, אַז װער ס'כאַפּט זיך צו זײ אַרײַן, זאָל זיך פֿון זײ שױן „אַרױסדרײען”. באַלעבאַטים אין דרױסן רעדן שטענדיק פֿון „זמנים”, װעקסלען, אָנזעצן, רײַזעס קײן לאָדז▯ כאַרקאָװ, און פֿון פּרײַזן, װאָס שטײַגן, אָדער פֿאַלן אין די גרױסע האַנדלס-צענטערן. און אינעװײניק, אין די קלײטן 'אין די אַלט- געמױערטע, אָן פֿענצטער, װאָס שײן באַקומען זײ נאָר פֿון דער דרױסן־טיר, איז פֿינצטערלעך, אַפֿילו בײַטאָג באַשטענדיק האַלב-שײן, און פֿאַר די טישן שטײען די קונים, הינטער די פֿאַרקױף־טישן — די משרתים, װאָס באַװײַזן װײסן שטאָפֿן, װאָלנס, טערנע, קאָרט, זײדנס, פֿון ענגלישע, דײַטשישע, רוסישע פֿירמעס — ליגנערישע מאַרקעס, פֿאַלשע פּלאָמבעס — און, באַװײַזנדיק, מעסט מען, און מעסטנדיק און אײַנרעדנדיק, טוט מען אָפֿט, װאָס מע דאַרף: „מע טוט אַרײַן נײן אײלן פֿײַװיש”, װי ס'הײסט אױף משרתים־לשון. אױך דאָרט אין אַזױנע אױבן־דערמאָנטע גרױסע מאַרק־טעג זײַנען הענט ----------- 28 ד ע ר נ ס ת ר פֿול אַרבעט. אױך פֿאַר די דאָרטיקע קראָמען יענע טעג װערן פֿורן געפּאַקט און געשנורעװעט, קאַסטנס אױפֿגעריסן און פֿאַרשלאָגן. טרעגערס און משרתים באַגעגענען זיך אױף די שװעלן פֿון די קראָמען מיט אַרײַן־ און אַרױסטראָגן. פּאָליצעס װערן אױסגעלײדיקט און די קאַסעס פֿול. ס'איז גוטע טעג פֿאַר די באַלעבאַטים, װאָס זעען זיך דעמאָלט מיט היפּש מזומן, גוטע טעג פֿאַר משרתים, פֿאַר װעלכע די קונים „לאָזן עפּעס”, און זײ באַקומען געװיסע פּראָ־ צענטן פֿון יעדער קניה. גוט אױך פֿאַר מעקלער, נאַרײַער און מבֿינים, װאָס ברענגען נײַע קונים אָדער קומען מיט אַלטע אױף קױף־מבֿינות, אױף בעסערע פּרײַזן אױסדינגען און האָבן דערפֿאַר „שפּײַזן”. ▯ אין יענע טעג געפֿינען זיך שױן די באַלעבאַטים, װײַבער פֿון באַלעבאַטים און אַפֿילו עלטערע קינדער אין די קראָמען. װיפֿל „מענטשן” מע האָט, איז װײניק. ס'װערן דערום געכראַכט די אײגענע פֿון דער הײם: װער ס'האָט צו אָרבעטן און צו טאָן — טוט, און װער נאָר צו קוקן, אַכטונג געבן, — גיט אַכטונג. אָבער אַהײם גײן, די קראָם פֿאַרלאָזן, פֿאַרלאָזט דעמאָלט קײנער, — ביז אָװנט, ביז אױפֿדערנאַכט, ביז שפּעט שױן, װען די קלײטן װערן אױף די שלעסער און קײטן געשלאָסן, לאָדנס װערן מיט אײַזן־געשרײ אַראָפּגערוקט, און מידע, צופֿרידענע און מיט פֿולע קאַסעס לײזונג װערן די באַלעבאַטים פֿון די משרתים און אײגענע אַהײם באַגלײט. אַזױ דער מאַרק ערבֿ װינטערדיקע חגאס. װײניקער טומלדיק — נישט פֿאַר חגאס, אָבער תּמיד איז און בלײַבט מאַרק — מאַרק, מיט זײן געשעפֿט — געלט־ און לײזונג־גיריקײט, צו װעלכע ער האָט זיך אינגאַנצן איבערגעגעבן. און געפֿינענדיק זי▯ אין אים, איז מען אַזױ מיט אים פֿאַרשלונגען, אַז קײן אַנדערע, קײן נישט איבערגעגעבענע, פֿאַרשטײט מען נישט, באַנעמט מען נישט, מע האָט פֿאַר זײ קײן צײַט נישט, און אין פֿון אײביק אײַנגעשטעלטן ▯ מאַרק־סדר — קײן אָרט פֿאַר זײ. אַזױ, אַז זעלטן־װען נישט קײן מאָרק־מענטש, װי כּלי־קודש, אָדער קינ־ דער, באַװײַזן זיך אין מאַרק, סײךן נאָר פֿאַרבײַ און דורכגײענדיק, און ▯אַז זײ װײַזן זיך יאָ, אי▯ זײער אַנװעזנהײט װי נישט באַרעכטיקט, און זי מערקט זיך גלײַך. קינדער װערן פֿון טאַטע־מאַמע אַהײם געיאָגט: „אַהײם, װאָס טוסטו דאָ?”; אַ שול־שמש, אַ חזן, אַז ער באַװײַזט זיך, איז נאָר אױף צו גײן פֿון קלײט צו קלײט, עמעצן אין אַ יאָרצײַט דערמאָנען, אָדער קרעמער באַלעבאַטים אױף אַ ברית, אַ חתונה צו רופֿן, אָבער ניט זיך צו פֿאַרזאַמען. בקיצור דאָס שליחות אָפּצוטאָן, און, אַן איבעריקער, זיך װאָס גיכער אַרױסצורוקן פֿון דאָרט. הײַזער־גײער אַפֿילו, אײביקע שלעפּער, פֿון שטענדיק גרױסע עזות־ פּנימער, אַז זײ טרעטן די מאַרק־גרענעץ אַריבער, באַקומען זעלטן־װען אַ נדבֿה געשענקט, נאָר באַשטענדיק באַגעגנט זײ אַ ברוגז־אָפּשטױסנדיקער ענטפֿער פֿון דער שװעל אַראָפּ: ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 29 — גײט, גײט געזונטערהײט. אין דער הײם... אין מאַרק גיבן מיר נישט. אױך שטאָט־משוגעים מײדן אױס דעם מאַרק, גלײַך זײ פֿילן, אַז דאָרט איז קײן צײַט ניטאָ און קײן בעלנים מיט זײ זיך צו פֿאַרנעמען. װײל מאַרק-מענטשן זײַנען ערנסט. בײַ װײניק פֿאַרמעגלעכע דרײט זיך שטענדיק דאָס היטל פֿון זאָרג, װוּ נעמט מען, װוּ לײט מען װײניק. בײַ מער פֿאַרמעגלעכע — װוּ נעמט מען, װוּ לײט מען מערער. גרױסע געשעפֿט־ לײט האָבן צו טאָן מיט גרױסע בעל־הלװוּת, מיט פּראָמילניקעס, און דער קאָפּ דאַרט פֿאַר גרױסע װעקסלען צו צאָלן, קלײנע — פֿאַר דעם רובל די װאָך דעם װאָכערניק. אָבער באַשעפֿטיקט און פֿאַרדרײט זײַנען אַלע: מיט לײזען, װען ס'לײזט זיך, און װען ניט — מיט „אױסדרײען זיך” און װי אַזױ די קלײנע אָדער גרױסע הוצאה אױסצושלאָגן. װײניק ערנסט און מער זאָרגלאָז זײַנען משרתים: דער מאָרגעדיקער טאָג איז ניט זײערער, און זײ װילן אים אױפֿן קאָפּ ניט נעמען. בפֿרט יוגנט. זײ דערלױבן זיך אַ שפּאַס אַפֿילו, װען מע איז שטאַרק פֿאַרנומען, און באַ־ זונדערס, װען מע איז פֿרײ, און מער פֿון אַלץ, געװײנלעך, ▯זומער־צײַט, פֿאַר שניט, װען אַלץ איז שטיל־געלײגט, װען נישט פֿון נאָענטע, װער שמועסט פֿון װײַטע ישובים, באַװײַזט זיך דעמאָלט קײנער, און גאַנצע טעג גײט מען אום לײדיק. מע בראָט זיך דעמאָלט אױף דער זון אין דרױסן, מע קילט זיך אין די קלײטן און סקלעפּעס אינעװײניק, און אַז אומעט בלײַבט אומעט, דאַנקט מען גאָט, װען מע געפֿינט אַ גראָשן אין קעשענע, צו אַ נאָענט סאָדעװאַסער־ קלײטעלע צוצולױפֿן װאַסער אױסצוטרינקען און עפּעס צו נאַשן. און אַז ס'איז װײַטער ניט צו טאָן, דאַנקט מען, — װען מיטאַמאָל אַ משוגענע פּריצטע, װי די אַלעמען אין שטאָט באַװוּסטע פֿאַני אַקאָטאַ, למשל, באַװײַזט זיך, מיטן אַלטן מאַנטעלע פֿון מלך סאָבעסקעס צײַטן, מיט די פֿיל פֿרענדז און טראָלדן, מיטן אַלטן היטעלע, מיט די פֿיל סטענגעס, קאַרעלן, שמאָכטעס און בימבער־ לעך באַהאַנגען. מע לױפֿט איר באַלד אַנטקעגן, גלײַך אַלע װילן זי פֿאַר אַ קונה אין זײערע קלײטן אַרײַנרופֿן, און אײנס אַ משרתל פֿאַרלױפֿט איר פֿאַר אַלעם דעם װעג, טוט צך איר אַ גײ אונטער און פֿון אַ זײט, װי מע רופֿט אַ פּריץ, טוט ער בײַ איר אַ פֿרעג, כּלומרשט מיט כּבֿוד: — קמץ צדיק, פּאַני? — צאָ? — פֿרעגט די פּאַני אָפּ מיט אַ פֿראַגע. און דאָס האָבן משרתים באַדאַרפֿט. מע לאַכט, מע קנײַפּט זיך און מע פֿאַרגײט זיך אין געלעכטער. און ענדיקן ענדיקט זיך די שפּיל כּסדר מיט קולות, מיט קללות, מיט שעלטן ייִדן און גױים, מיט גרױס אָנגעלױף און ----------- 30 ד ע ר נ ס ת ר סקאַנדאַלן, ביז די עלעטרע משרתים, און ביז אַלײן די באַלעבאַטים מישן זיך ניט אַרײַן. אַן אַנדערש מאָל כאַפּט מען אַרײַן פֿון אַ נאָענט שטאָט־געסל אַ משוגענעם אױף ניצעכע, װי, למשל, מאָנישן, דעם תּם, מיטן בלאָנדן יױזל־בערדל, װאָס באַברעמט זײַנע שטאַרק בלאַסע באַקן. ער איז אַ קראַנקער, רעדט שטיל, גע־ ▯ צײלטע װערטער און צערעפּעט. מע ברענגט אים אין אַ װינקל, מע שטעלט אים אַרום, מע זאָגט אים צו, װאָס ער װיל, אַבי ער זאָל ענטפֿערן אױף דער טױזנט מאָל אים שױן גע־ שטעלטער און פֿון אים פֿאַרענטפֿערטער פֿראַגע ▯ — מאָניש, אױף װאָס דאַרפֿסטו אַ װײַב? — אױף דרײ זאַכן, — ענטפֿעו▯ט ער און שמײכלט דערבײַ. — אךיף װאָסערע? — אױף גל־ע־טן, קי־י־שן און קי־י־צ־לען. — און מער ניט? — אױף װאָ־אָ-ס דע־ען נ—אָ־אָך!... אַזױ רוט דער מאַרק אין די נישט-לײזונג־טעג. מע עפֿנט דעמאָלט די קלײטן נאָר פֿאַר יוצא־װעגן, װײל נישט עפֿענען איז ניט שײך; מע נודיעט זיך אָפּ, װי לאַנג דער טאָג איז, און ביז די זון אױפֿן הימל־ראַנד פֿאַרגײט ניט; מע שליסט און מע גײט אַװעק, כּדי אױף מאָרגן װידער אױף פּוסטן צו קומען, אױף די שװעלן צו שטײן, אױף קײן קונה ניט אַרױסצוקוקן, װײל — ▯ אומזיסט, און אַזױ די עטלעכע װאָכן, די גאַנצע שניט־צײַט, ביז דער טױטער סעזאָן גײט ניט איבער. הײמישע, אײגענע, ד. ה. קרעמער, הענדלער, באַלעבאַטים, װאָס ציִען זײער חיונה פֿון מאַרק, און װאָס נישט זײ אַלײן, נאָר זײערע עלטערן און עלטערנס עלטערן האָבן געצױגן, האָבן קײנמאָל קײן קאָפּ און קײן צײַט ניט צו טראַכטן װעגן קיום און באַשטאַנד פֿון מאַרק, און אין זײן באַשטענדיקײט צו צװײפֿלען. פֿאַרקערט, מע איז זיכער: די צוגעקלאַפּטע מזוזות צו די בײַשטידלעך פֿון די קלײטן און די פֿערדיש־פֿאַרזשאַװערטע פּידקאָװעס, צוגעשלאָגן אױף גליק צו די שװעלן פֿון די קראָמען פֿון אײניקע, פֿון די געמײנערע, היטן אָפּ דאָס געמײנע און דאָס װײניק־גליק פֿון די אײניקע; און די פֿלעדערמײַז, געקױלעט מיט אַ גאָלדן רענדל, באַהאַלטן אונטער די שװעלן פֿון אַנדערע, פֿון די מער גליקלעכע, היטן אָפּ ▯אָס מער־גליק און די שפֿע פֿון די אַנדערע. און אַזױ, מײנט מען, װעט דאָס זײן, אַזױ װעט עס בלײַבן, װײל פֿון אײביק אױף אײביק איז אַזױ פֿון גאָט און דער השגחה זײַנער אײַנגעשטעלט, אױף דור צו דור, און טאַטעס זאָלן קינדער מאַכן ירשענען. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 31 אַ פֿרעמדער אָבער, װען ער װאָלט אַראָפּגעקומען און אַ שטיקל צײַט אין מאַרק אָפּגעװען, װאָלט ער גלײַך דערפֿילט אַ ריח פֿון אומבאַשטאַנד, און אַז, מעגלעך, אין אַ נאָענטער, גאָר נאָענטער צײַט, װעט שױן דאָ שמעקן מיט פּגירה פֿונעם גאַנצן האַק-פֿאַק, פֿונעם קױף־פֿאַרקױף, טאַראַראַם און שװינדל-האַנדלשן הו־האַ, און פֿון יענע אַלע, װאָס דרײען זיך און זײַנען פֿאַרדרײט דאָ... באַזונדערס, װען ער װאָלט אַראָפּגעקומען בײַנאַכט, װען ס'שלאָפֿט דער גאַנצער מאַרק מיט אַלע זײַנע הױפּט־גאַסן און געסלעך, מיט די געמױערטע קלײטן און מיט די שטעלן און שטעלעבלעך, װאָס שטײען אױף דער גאַס, מיט די סקלאַדעס אין די פֿינצטערע רײען, אונטער שװערע, אײַזערנע טירן, לאָדן, קײטן און שלעסער; און װען ער װאָלט דערזען די זיך לאַנגװײַלנדיקע שומרים בײַנאַכט, װאָס אַמאָל שטײען זײ אָדער זיצן עטלעכע אינאײנעם גענעצנדיקע, און אַמאָל צו אײנציקע אין פֿאַרשײדענע װינקלען און גאַס־עקן, און זעען אױס, װי טונקעלע אָנגעפּעלצטע גלגולים פֿונעם אַלטן פֿאַרװאָגלטן גאָט מערקור, װאָס האָט פֿון אַלטע צײַטן אַהער, שױן אַ פֿאַרשפּעטיקטער, געטראָפֿן; װען ס'טרעפֿט אַ פֿרעמדער אַהער, און װען ער װאָלט דאָס אַלץ זען, זאָגן מיר, און אױב ער איז קײן נבֿיא ניט, װאָלט ער ,אמת, קײן נבֿיא ניט געװאָרן, נאָר אױב נאָר אַ מענטש מיט עטװאָס פֿײַנערע חושים, װאָלט זיך אים גלײַך עפּעס אַ טרױער אױפֿן האַרצן געלײגט, און ער װאָלט דערפֿילט, אַז די שװעלן, אױף װעלכע די שומרים זיצן, זײַנען שױן שבעה־שװעלן, אַ▯▯ די פֿאַרחתמעטע טירן, קײטן, שלעסער װעלן שױן קײנמאָל מיט קײן נײַע נישט פֿאַרביטן װערן, און אַז צום אמתן רעמל און כּדי דאָס בילד צו דערגאַנצן, װאָלט מען דאָ, אינ־ מיטן מאַרק, באַדאַרפֿט אַװעקשטעלן אַ מתים־ליכט, אַ שטיל־ברענענדיקע און אָן דעם מאַרק שױן דערמאָנענדיקע. ▼ דאָס איז דער מאַרק־טײל פֿון דער שטאָט N — דער ערשטער רינג. דער צװײטער טײל: די שטאָט זעלבסט. װען אַ פֿרעמדער װאָלט אין זעלבן בײַנאַכט, אַרױסגײענדיק פֿון מאַרק, זיך געװענדט צו די נאָענטע הײַזער, איז דאָס ערשטע, װאָס װאָלט זיך אים געװאָרפֿן אין אױג, װאָלט געװען אַ סעריע אײן־, צװײ־ און מער־שטאָקיקע בנינים, געבױט אױף אַן אַלטן אַרט און אופֿן, פֿון משוגענעם סטיל, אָדער, בעסער געזאָגט: קײן סטיל. ער װאָלט גלײַך דערקענט, אַז דאָס זײַנען נישט קײן װױן־הײַזער, נאָר גאָר צו עפּעס אַנדערע צילן באַשטימט, און אױב אױפֿן ערשטן קוק װאָלט ער ניט געװוּסט, צוליב װאָס פֿאַר אַ ציל, איז בײַם צװײטן װאָלט ער זיך שױן ----------- 32 ד ע ר נ ס ת ר זיכער אָנגעשטױסן: דאָס זײַנען פֿון דער עדה פֿון דער שטאָט N פֿאַר זײער גאָט און זײַנע מידות דאָ געבײען. ער איז אַ פֿאַרװאָגלטער און אַ פֿאַרגלותטער, זײער גאָט. קײן סך פֿאָדערט ער ניט, קײן איבעריקע זױבערקײט, רױם ,לופֿטיקײט און קאָלאָנעס; קײז פּוץ און אױסערלעכקײט; נאָר דורך אַ קױטיקן, לאַנג נישט געװישטן און געװאַשענעס פֿענצטער, זאָל זיך בײַנאַכט פֿון אינעװײניק פֿון זײן בנין אַ קלײנע צאַנק־שײן פֿון אַ ביליקן, װײניק־נאַפֿט־געברױכעדיקן, לעמפּל אַרױסזען; ס'זאָל דאָרטן שטיל זײן, און אַ געבראָכן געמיט זאָל רוען אױף דער שװעל פֿונעם בנין, אױף די פֿענצטער און אױך אױפֿן דאַך. אין אײניקע בנינים זאָל אינע־ װײניק אַן עלנט▯ר, נישט קײן באַװײַבטער שמש שלאָפֿן — אױך אַ קױטיק־ לעכער און נישט קײן סך פֿאָדערנדיקער דינער צו גאָט. אין אַנדערע זאָלן גאַנצע גרופּעס הײמלאָזע, בײַטאָגעדיקע הײַזער־גײער, בעטלער, שלעפֿער אױף בערג שמאַטעס, אױף בענק, און אַלײן אױך, װי ב▯רגלעך שמאַטעס אױס- זעענדיקע, אין דער פֿינצטער כראָפּען. און אין אַנדערע אײניקע זאָל, פֿאַר־ קערט, דװקא אינמיטן בײַנאַכט פֿון אַלע צװעלף פֿענצטער, װי ס'פֿאָדערט די טראַדיציע פֿון יענעם גאָט, פֿון זײַנע בנינים, אַ גרױסע שײן אַרױסשײַנען, ליכט און לאָמפּן זאָלן ברענען, ס'זאָל זיך מערסטנטײל פֿון דאָרט ייִנגלשע, װאַרעם־זינגענדיקע קולות הערן, װאָס, לערנענדיק דעם גאָטס געזעצן און געבאָטן, דינען זײ צו אים און װערן אים פֿאַררעכנט, װי קרבנות, װאָס ער האָט אַמאָל, בשעת זײן גדולה, נאָך געהאַט, און ▯איצט — פֿון לאַנג שױן אָנ־ געװױרן. אָט האָט איר אײַך אײנעם ▯זאַ בנין. ער איז מיטן פֿרונט געװע▯דט צו אַ לײדיקן קלײנעם פּלאַץ; אַ צװײ- שטאָקיקער. אין אונטערשטן שטאָק, קײַלעכיק און אַרום אים, קלײטן און אַביסל װױנונגען,▯ פֿלײש־און-גרױפּן קראָמען און אַנדערע, אױף הכנסה פֿאַר דעם בנין, און אױפֿן צװײטן שטאָק, — זי, די שול אַלײן, ▯קוקט מיט איר אַרײַנגאַנג־זײט, מיט אַ גרױסן פֿיל־פֿענצטערדיקן קאָרידאָר צום פּלאַץ אַרױס, און מיט די איבעריקע דרײ זײַטן, װאָס אין יעדערער צו דרײ פֿענצטער, — אין פֿאַרשײדענע געסלעך. „די אָפֿענע” רופֿט מען זי. פּאַרװאָס? אין דער צװאה פֿון דעם, װאָס האָט זי צוריק מיט אַריבער הונדערט יאָר געבױט, איז פֿאַרשריבן, פֿאַרזאָגט, אַז איר טיר זאָל זיך קײנמאָל ניט פֿאַר־ שליסן, נישט בײַטאָג, נישט בײַנאַכט, נישט זומער, נישט װינטער, נישט קײנמאָל, אַזױ לאַנג, ביז זי װעט (צו האָפֿן, ביז משיחס צײַטן) אױף איר ▯ ▯רונ▯י▯▯י▯רום ▯אַשטענדיק אָפֿן, די טיר. פֿאַר אַ▯עמען, פֿאַר די ▯ייִ▯ענע ▯▯▯ ▯ ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 33 פֿון שטאָט, װאָס קומען דאַװנען און לערנען, אױך פֿאַר די, װאָס קומען זומער זיך קילן און װינטער זיך אָנװאַרעמען — הענדלער, קרעמער, טרעגער און אַנדערע, װאָס כאַפּן זיך אָפֿט אַרױס פֿון מאַרקישן פּוסטלעכן טומל, כּדי מיט אַן אַנדער▯ באַרויִקנדיקער לופֿט אַן אָטעם טאָן; דאַן אױך פֿאַר פֿרעמדע, אָרעמעלײַט, װאָס זי איז די אײנציקע סטאַנציע זײערע, אַהער און קומענדיק, און װאָס אַמאָל פֿאַרברענגען זײ דאָרט װאָכן, אַמאָל אױך חדשים: דאָרט עסן זײ, שלאָפֿן, און קײנער, לױט דער צװאה, האָט קײן רעכט ניט דאָס זײ צו פֿאַרבאָטן. מע דאַװנט דאָרט: פֿון פֿרימאָרגן ביז שפּעט נאָכן האַלבן טאָג, גאַנצע מנינים און אױך אײנצלנע. און בײַנאַכט לערנט מען: אין אָװנט — מיטל־ יאָריקע און עלטערע, װאָס נאָכן לערנען גײען זײ אַהײם שלאָפֿן, און בײַנאַכט — מערסטנס װאַך־בלײַבנדיקע יוגנט. ס'איז דערום זעלטן־װען צו טרעפֿן „די אָפֿענע” אַ לײדיקע און אָן מענטשן. די טיר פֿאַרמאַכט זיך קײנמאָל, תּמיד אַרײַן — אַרױס. ס'איז דאָרט אַ זאַמלפּונקט פֿאַר פֿאַרשײדענע אינטערעסן. דאָ שטײט מען אַ רעדל און מע רעדט פֿון געװײנלעכע װאָך־זאַבן, און דאָרט זיצט אָדער שטײט אײנער אַ יונגער , אָדער עלטערער, און איז אין אַ טיפֿן שטאַרק־ פֿאַרדרײטן לערן־ענין פֿאַרטאָן, װאָס האָט צו אַלעם אים אַרומרינגלענדיקן קײן שײַכות. פֿאַרשײדענע זײַנען אױך די לערנער. אַ קלײנער טײל בחורים ▯היגע — פֿאַרמעגלעכע און האַלב־פֿאַרמעגלעכע, װעלכע די עלטערן האַלטן אױס. אָבער מערסטנס — פֿרמדע, אױף פֿרעמדן אױסהאַלט, װעלכע אַנדערע האַלטן פֿאַר אַ מצװה מיטן נײטיקסטן צו באַזאָרגן. מע טרעפֿט דאָרט יוגנט פֿון די נאָענטע, אין יענער געגנט ליגנדיקע, ישובים, און אױך פֿון װײַט, פֿון װאָלינער און פּאָדאָליער גרענעצן, און אױך פֿון װײַטן פּױלן אַפֿילו — יעדערער מיט זײן אױסשפּראַך, געזאַנג, געזעמל און האַװאַיעס. אָט דער עולם — אַ שטאַרק־אָרעמער, אַן אַרומגעריסענער. ער גײט אַרום זיך שלעכט, זאָרגט װעגן זיך װײניק, אָבער דערפֿאַר איז ער דער זאַך, צוליב װעלכער ער געפֿינט זיך דאָ און צוליב װעלכער ער איז געקומען אַהער, איבערגעגעבן ▯ דערפֿאַר אָבער איז ער אױך אַזױ באַגײַסטערט, אָט דער עולם, און אַזױ װײַט פֿאַרטאָן און פֿאַרשלונגען מיטן װעלן דערגרײכן דעם ציל, אין װעלכן ער איז פֿאַרגלײבט, אַז דער טאָג איז אים װײניק, און אָפֿט איז ער אױך אין די בײַנאַכטן אױף. דער שול־בנין איז דעמאָלט שטאַרק באַלױכטן. איבער יעדער יוגנט־ לעכנס קאָפּ ▯הענגט אַראָפּ אַ לאָמפּ פֿון דער סטעליע אָדער פֿון אַ זײטז־װאַנט, ----------- 34 ד ע ר נ ס ת ר בײַ װעלכער ער לערנט. יענע, װאָס זיצן װײַטער פֿון די לאָמפּן, אין אַ װינקל פֿאַררוקט, האַלטן ליכט אין די הענט, זײערע ספֿרים צו באַלױכטן. די שײן דערום פֿילט אָן ניט נאָר דעם שול־בנין, נאָר שײַנט אַרױס אױך אין דרױסן, און בײַ אַ פֿרומען דורכגײער, אָדער בײַ די, װאָס קוקן פֿון אַנדערע, נידעריקערע הײַזער, אַרױף אַהער, צום שול־בנין, און זעען אים פֿון אַלע זײַטן אַ פֿול־ליכטיקן — שאַפֿט ער אַ געפֿיל פֿון אַ לױכטנדיקן װאַך־אינדזל אינמיטן דער שטאָט־פֿינצטערניש; שאַפֿט אַ געפֿיל, אַז יאָ: ס'באַװאַכט און ▯ ס'באַזאָרגט דער שול־אינדזל אַ גאַנצע שטאָט אַ שלאָפֿנדיקע מיט ליכטיקער פֿאָרשטײערשאַפֿט פֿאַרן הימל און ▯הימלשן באַזאָרגער. בפֿרט, אַז דער פֿרום־גלײביקער גײט דאָרט דורך און הערט די יונגע קולות — די שרײַענדיקע, בענקענדיקע, ברומענדיקע, און די אַסקעטיש־ פֿאַרשמאַכטע ניגונים, פֿון װײַטן מזרח אַהער פֿאַרטראָגענע, װי פֿון ערגעץ אַלדי רוחישע מזרחשע מולאַ־ און דערװיש־שולן; יענע ניגונים, דורך װעלכע אָט די יוגנט, װאָס האָט זיך פֿרײַװיליק פֿאַרשלאָסן אין די ענגע פֿיר װענט, אָטעמט און הױכט אױס איר נישט־באַפֿרידיקטע קערפּערלעכקײט אין אַנטציקט־עקסטאַטישע געשרײען, — שאַפֿט עס, זאַגן מיר װײַטער, בײַ די פֿרומע פֿאַרבײַגײער אַ געפֿיל, גלײַך זײ װאָלטן צוגעקוקט, װי יונגע קרבנות זײַנען זיך אַלײן פֿאַ▯ עמעצנס זינדיקײט מקריבֿ. דאָס איז אײַך אײנע אַ שול. און אָט איז אַן אַנדערע דאָ דערבײַ, װי די „היצוקע”, למשל, װאָס אַזױ רופֿט מען זי, װײל היציקע, האַלב־דולע, שטאַרק־פֿרומע חסידישע סעקטעס, װי קאָצקער, קאַרלינער, דאַװנען דאָרטן, װילדעװען, דראַפּען זיך אױף די װענט, לױפֿן אום, און זײער אינערלעכן רעליגיעזן ברען מיט אײגענע קולות קילן זײ. אַנטקעגן דער „היציקער” — „די קאַלטע”. אַ בנין, װאָס אַפֿילו זומער, אַז איר גײט אַהין אַרײַן, גײט אײַך דורך אַ קעלט דורך די בײנער. אױך אַ צװײ־שטאָקיקער, אױך אונטן קראָמען, אױבן — ןי. ▯ ▯ שטאַרק־אָפּגעפּאָלירטע, גלאַטע פּאָרענטשעס, פֿון פֿיל הענט, װאָס האָבן זיך יאָרן בײַ זײ געהאַלטן בעתן אַרױפֿגאַנג, פֿירן דורך אַ קאַלט־סקלעפּישן פּאָליש און דורך עטלעכע טרעפּ צו איר אַרױף. אַ הױכע געבראָכענע סטעליע, אין פֿינפֿן געטײלט. אונטער דעם פֿינפֿטן טײל, דער מיט, מיט הױכע זײַלן אונטערגעש▯ט, איז דער באַלעמער. פֿון די פֿיר זײַטן — קאַלטע, אױף שטריק אַראָפּהענגענדיקע הענג־לײַכטער, װאָס ס'דאַכט זיך, אַז נישט דער גאַז אין די לאָמפּן, נישט די ליכט אין די רערן לױכטן נישט, װאַרעמען נישט. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 35 קאַלטע דאַװנער, טרוקענע למדנים, ליטװאַקעס. ס'װײעט פֿון זײ, פֿון זײערע תּפֿילות און ניגונים, מיט עפּעס אַ סאָרט אָפּגעלעבטקײט און פֿוסטקײט. מ'רופֿט זײ „די אבן-עזראניקעס” — אױפֿן נאָמען פֿונעם פֿאַר־מיטל־ אַלטערלעכן שפּאַנישן פּאָעט און פֿילאָסאָף, װאָס זײן ראַציאָנאַליסטישער גײסט האָט זיך דאָ, צװישן גרױסן געדיכטן שול־רומל, װי אַן אָפּגעזונדערטע קאַלט־ פֿאַרלאָזטע נעסט, געפֿונען. װען ניט די שול־זאַכן אינעװײניק, װען נישט דער אָרון-קודש, באַלעמער, בענק, שטענדערס, שאַפֿעס, ספֿרים, װאָלט מען סײַ אױסערלעך סײַ אינערלעך אָט דעם בנין גיכער פֿאַר אַ מין מצבֿה און „מױערל”־בנין געקאָנט אָננעמען... און אָט איז „די אַלטע”. די עלטסטע פֿון אַלע. אַז איר גײט צו איר צו, ןעט איר, אַז דער װעג צו איר אַרײַנגאַנג אין פֿון דורות אומגליקלעכע און פֿאַרפֿינצטערטע אױסגעטראָטן. גײט איר אין איר אַרײַן, פֿילט איר, אַז גאַנצע יאָרהונדערטן האָבן דאָרט געלאָזט זײער פֿאַרצאָרנטן און פֿאַרװיסטעטן אָטעם. דער װעג צו איר טיר און פֿאַרבײַ איר גאַנצן פֿרונט איז מיט פּלאַטשיק־ גאַנצע פּליטע־שטײנער געפֿלאַסטערט, אױסגעריבענע, אײַנגעטראָטענע און שױן דינלעכע. די טיר, װי אַ טױער די גרײס, פֿון אײַזן געמאַכט, מיט קײַלעכיקע גרױסע קעפּ־צװעקעס באַשלאָגן. אַ לאַנגער, היפּשפֿונטיקער שליסל פֿון אַן אַלטן מײַסטער, מיט קונציק אױסגעביסענע צײן, שװער אַ צװײטן אַןױנעם צו געפֿינען, דרײט זיך עטלעכע מאָל איבער אין שלאָס-לאָך, און קײנער, אױסער דעם שטענדיקן שול-שמש, װעט אין ריכטיקן אָרט אַהין ניט אַרײַנטרעפֿן. נאָכן טױער קומט איר אין אַ פּאָליש, אַ פֿינצטערלעכן, װײניק פֿון דרױסן באַלױכטן, און נאָך װײניקער פֿון די אײבערשטע פֿאַרשײדן-קאָלירטע טאַפ־ ליעלעך, װאָס איבער דער צװײטער טױער־טיר, װעלכע פֿירט אין שול אַרײַן. אַז מע עפֿנט די צװײטע טיר, און איר טרעט אַריבער די שװעל, מוזט איר גלײַך דעם קאָפּ און די אױגן אַרױף װענדן. צי איר װילט צי ניט, נאָר אַזױ האָבן די מײַסטערס, דאַכט זיך, געװאָלט און אַזאַ כּװנה אין געבײַ אַרײַנגעלײגט, אַז דער גלײביקער אַרײַנגײער, באַזוכער, זאָל באַלד, שױן בײַם שװעל־אַרױפ־ טרעטן, גלײַך דעם קאָפּ אַ הײב טאָן, אַ קוק געבן און אַ טראַכט טאָן, אַז ס'איז עמעצער העכער פֿון אים פֿאַראַנען, איבער אים, איבער זײן מזל, און די ערשטע רעליגיעזע ציטערניש זאָל אים אַדורכגײן, אַדורכנעמען. די סטעליע — אַ הױך־רױמיקע, און אין צענטער, אַז מע קוקט זיך אײן — אַן איבערראַשונג: אַ סטעליע אױף אַ סטעליע. ס'אַ פֿאַרטיפֿונג, װאָס אױפֿן ערשטן בליק איז זי ניט צו מערקן. די שול, די מזרח־זײט, באַזונדערס דער היפּש־ברײטער און ביז דער ----------- 36 ד ע ר נ ס ת ר העכסטער הײך אַרױפֿדערלאַנגענדיקער עמוד, איז מיט גאָלד־געפֿאַרבטע חיות, פֿױגלען, מלאכים, פֿרוכטן, בלומען, שפּיל־אינסטרומענטן און מיט געדרײדלט־ געפֿלאָכטענע צװײַגלעך באַדעקט. די װענט און די סטעליע — אין אײל־פֿאַרב, און פֿאָלקס־פּרימיטיװע מײַסטערס האָבן, װאָס זײ האָבן געהאַט פֿון זײער גלײביקער קונסט, אין גרױס נאַיִװקײט און אין קינדערשער פּשטות, דאָ אָפּגעגעבן. בילדער פֿון מיטאָס, פֿון לעבן פֿון די אָבֿות, װי אַבֿרהם, למשל, ברענגט יצחקן צו דער עקידה; משה אױפֿן באַרג סיני מיט די לוחות; װי יצחק ליגט שױן אױפֿן האָלץ גע־ בונדן, און אַבֿרהם האַלט שױן גרײט דאָס מעסער, און דער מלאך באַװײַזט זיך און האַלט אים אָפּ פֿון זײן אײנציקן זון צו קױלען. משה מיט די לוחות, און אַרום אים דער רױכערנדיקער באַרג מיט די פֿײַער־שטרײַפֿלדיקע בליצן. דאַן דער עגל, דער משכּן א. אַז. װ. און אַזױ אַלע װענט, ביז דער סטעליע אַרױף, און אױך די סטעליע אַלײן ▯יט אַזױנע בילדער. דאַן — די בימה און מיט װאָס מ'גײט צו איר אַרױף דורך היפּשע טרעפּ, און זי איז פֿון די פֿיר זײַטן מיט קינסטלעכע פֿרוכט־בײמער פֿאַרשטעלט, פֿון װעלכע קינדער קאָנען די אױגן ניט אָפּרײַסן, און אױך עלטערע גלײביקע מאַכט דאָס באַלעמער־פֿאַרשטעלטקײט זײער האַרץ פֿאָכען. דאָרט, אױבן, פֿלעגט אַמאָל, אױף װעמען מע האָט באַדאַרפֿט, דער חרם אױסגערופֿן װערן; פֿון דאָרט האָט זיך אין געװיסע צײַטן דער געװיסער שופֿר געהערט, װען פֿון הימל אַ גזר, אָדער פֿון מלכות אַ גזירה; דאָרט האָט מען גרױסע פֿאָלקס־לײט נאָך זײער טױט באַװײנט און פֿון דאָרט האָט מען נײַע פֿאַראָרדענונגען און באַפֿעלן פֿון קהל און פֿון „קיסר — ירום הודו” אַראָפּגעלײענט. די שול איז אין דער אמתן ניט אַזױ גרױס, נאָר װען ס'איז אַ פֿײַערונג, אַ שׂמחה, האָט זי באַװיזן די גאַנצע שטאָט N אַרײַנצונעמען, און, נאַטירלעך, אַ ביסל אױך נאָך אין דרױסן געלאָזט. אַלײן דער מיטלסטער קאָרפּוס, דאַן די צװײ אַלקערס פֿון רעכטס און לינקס, — און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקליגט און זיך אַזױ ענג געשטופּט און אַזױ יעדן מינדסטן חלל אָנגעפֿילט, אַז ס'איז שױן באמת קײן שפּילקע ניט געװען װוּהין צו װאַרפֿן. װענט האָבן געשװי▯ט, און פּאָטיאָקעס האָבן פֿון זײער אײלפֿאַרביקער גלאַטקײט, פֿון ענגשאַפֿט און היציקן אָטעם, גערונען. און אָט דער אָטעם אין שול האָט זיך געפֿילט אַפֿילו װען זי איז לײדיק געװען, ▯ — דער אָטעם פֿון פֿיל מאָל דאָ געװעזענע גרױסע מאַסן, װעלכע האָבן אױף אַ געװיסן אופֿן געװיסע געשעענישן דורכגעלעבט. די שול איז▯ פֿאַר מאַנסבילן באַשטימט, און פֿאַר װײַבער — אױף אַ שטאַרק־הױכן עטאַזש, אין אַלע דרײ זײַטן, גאַלערײען מיט גראַטעס, אַזױ אַז די מענער פֿון די פֿרױען זײַנען שטאַרק אָפּגעטײלט. אָבער געװען צײַטן, װען די װײַבער פֿלעגט אױך דערלױבט װערן אונטן ▯ ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אָ ש ב ע ר 37 ▯ אַראָפּגײן און אַן אַנדערש מאָל, נישט דערלױבט, נאָר די װײַבער האָבן זיך אַלײן די דערלױבעניש גענומען: זײ זײַנען אַרײַן, אַ צעהיצטע, װילד־ פֿליִענדיקע מחנה, מיט היסטעריש־אױפֿגעפּראַלטער העזה צום אָרון־קודש צו, אים צעעפֿנט און אַהין מיט אַזאַ װילדן יאָמער זיך געריסן, װאָס מאַנסבילן פֿאַרמאָגן ניט אַזױנעם, — װען װידעראַמאָל אַ גזר — רעקרוטשינע, „פּאָימע־ ניקעס”, כאַפּערס — און װען אױף שטאָט אַן אומגליק, אַ שלאַפֿקײט, אַ כאָליערע, אַ מגפֿה, למשל. די שול איז נישט נאָר אױף געװײנלעכן דאַװנען. דאַותען דאַװנט דאָרט אינדערפֿרי און אױפֿדערנאַכט נאָר אַן אײנציק געצײלטער מנין. לערנען לערנט מען דאָרט ניט. נעכטיקן — אַװדאי ניט: מע טאָר נישט. נאָר דער עיקר איז זי פֿון אַלע שולן די שול, פֿון אַלע גאָטס הײַזער אין N דאָס אײנ־ ציקע גאָטס הױז, װאָס דאָס פֿאָלק האָט דעם אין גרונט אַ לעגענדע װעגן אירן אַ הײליקן אַװעקגעלײגט, װאָס דערפֿאַר, װאָס ער האָט אױף יענעם אָרט געליטן פֿאַר דער אמונה און גרױס גבֿורה און מסירת־נפֿש אַרױסגעװיזן, דערפֿאַר איז דאָס אָרט דער הױפּט־זוכה, דערפֿאַר מיט לעגענדע־לופֿט אײנ־ געהילט, דערפֿאַר האָט דאָס פֿאָלק זי אַלע צײַטן און אױף אַלע טעג פֿאַר אַלעמען פֿאַרשלאָסן און פּוסט געלאָזט, און נאָר אין פֿײַערלעכע אױסגענומענע מאָמענטן גרײט אירע טירן פֿאַר יעדערן צעעפֿענען, און ▯— נאָכאַמאָל — דערפֿאַר איז זי בײַטאָג פּוסט, און בײַנאַכט, לױטן גלױבן, פֿאַר נשמות פֿון געשטאָרבענע אַ זאַמלפּונקט, און דערפֿאַר גײט מען און מע האַלט זיך, װער ס'דאַרף בי▯נאַכט, פֿונדערװײַטנס פֿון איר, און דערפֿאַר איז אַלײן אַפֿילו דער שמש, אײדער ער עפֿנט זי אױף אינדערפֿרי, קלאַפּט ער פֿריִער אָן אין דער טיר, — װעמען מע דאַרף, פֿון די בײַנאַכטיקע נשמות, װאָס קלײַבן זיך אַהין, װעגן זײן אָנקומען צו װיסן געבן... זי איז הױך, די שול, דער העכסטער בנין פֿון שטאָט, העכער ▯פֿון איר טאָר מען, לױטן מינהג, קײנעם ניט לאָזן זיך בױען. דער אײנציקער בנין, װאָס קאָנקורירט יאָ מיט איר אין הױכקײט, איז דער קלױסטער פֿון שטאָט, אָבער יענער איז קײן בנין, יענער גײט אין חשבון ניט אַרײַן, יענער איז פֿון פֿרעמדן פֿאָלק און פֿרעמדן מלכות. און אַ פֿרעמדן, בפֿרט, װען יענער איז דער שטאַרקער, מוז מען, װי באַװוּסט, דאָך נאָכגעבן... דאָס איז די אַלטע שול. דאַן קומען די שולן פֿון פֿאַרשײדענע באַלמעלאָכישע פֿאַכן, סוחריש־ הענדלערשע בראַנזשעס, פֿון פֿרומע און װױלטעטיקע חבֿרות און אינסטי־ טוציעס — שולן פֿון שוסטער, שנײַדער, שמידן, סטעלמאַכעס, קצבֿים; שולן פֿון תּבֿואה־הענדלער, מוכרי־פּירות, דאָנער (פֿאַר די, װאָס פֿאָרן אױפֿן דאָן), מאָסקװער, דאַנציקער, ביקור־חולים א. אַז. װ., פֿון אַנדערע חבֿרות און חסידים־ סעקטעס, — און דאָס אַלץ אױף אײן אָרט, אײנס לעבן אַנדערן, אײ▯ אונטער ----------- 38 ד ע ר נ ס ת ר ▯ און איבער דעם אַנדערן, און איצט, בײַנאַכט — אין אײנער אַ שול אײנע נאָר אַ ליכט לױכט זיך, אין דער אַנדערער — קײן ליכט, אין דער דריטער פֿיל ליכט; אין אײנער קײן נאַכט־לערנער, אין דער צװײטער — אײנער אָדער צװײ לערנער, און אין דער דריטער פֿיל לערנער, — און די אַלטע שול מיט איר הױכער פֿינצטערקײט, פֿאַרשלאָפֿנקײט, מיט איר געפֿלאַסטעו▯טן צוגאַנג ▯ און שטומע טירן — איבער זײ אַלע, שטײט און דעקט זײ, שטײט און דרעמ־ לענדיק װאַכט איבער זײ. אַ פֿרעמדער, זאָגן מיר, װען ער טרעפֿט אַהער בײַנאַכט, פֿון ▯.עם מאַרק־ טײל אָנקומענדיק, װאָלט גלײַך דערזען די סטרוקטור און לעבנשטײגער פֿון דער N ־ ער עדה: דערזען, אַז דער מאַרק איז איר לעבנס־צענטער, און אַז איר גאָט היט איר קעשענע... זי, די עדה אַלײן, װױנט אין זײ▯▯יקע פֿאַר־ ▯ רוקטע געסלעך, און זײ, די געסלעך, ▯מיט די שלאָפֿנדיקע אײַנװױנער אין זײ, זעען אױס, װי ניט דער עיקר צו זײן, נאָר װי אַ צוגאָב צום עיקר, צום מאַרק, װאָס האָט זײ נעכטן געשפּײַזט און מאָרגן דאַרף ער זײ װײַטער ▯▯פּײזן. און כּדי ניט צו לאָזן דעם מאַרקס נעכטיקן אומרו אינגאַנצן זיך אױסװעפּן און אים אין מאָרגעדיקן װידער־אומרו צו דערמאָנען, האָבן זײ אים, אין די רו־שעהן, שומרים אַװעקגעשטעלט, און אױך דעם גאָט זײערן, — ער זאָל ניט שלאָפֿן און נישט דרעמלען — האָבן זײ די ייִנגסטע קינדער זײערע אין די שולן װאַך געלאָזט, זײ זאָלן אים פֿון אַלטקײט און צו זײן באַרוף װעקן. און נאָך װעלן מיר צוגעבן: אַז װען דער פֿרעמדער װאָלט בײַ יענע שול־ בנינים, זאָל זײן זומער אָדער װינטער, די נאַכט איבערגעשטאַנען און אױף טאָג זיך דערװאַרט, װאָלט ער דערזען, אַז װען דער טאָג דאַרף איבער יענע מקומות אַן אױג עפֿענען, עפֿנט ער, אָבער באַלד מאַכט ער עס צוריק צו... און נישט נאָר דערפֿאַר, װײל ס'איז נישט איבעריק זױבער דאָרט, און אױך נישט, װײל צופֿעליק און ציגײַנעריש־טאַבאָריש די הײַזער דאָרט צעשכ▯עלט. נײן, דער עיקר דערפֿאַר, װײל אַ פֿאַראורטײלטקײט און עפּעס אַ בראָך▯־פֿאָרױסזאָג הענגט איבער יענעם אָרט, — איבערן גאַנצן, איבערן מאַרק, וכפֿרט אױף יענע שול־בנינים, װאָס, כּלומרשט, זײַנען זײ די היטער, כּלומרשט — די װאַך און באַזאָרגער פֿון דער עדה, אָבער אין דער אמתן איז אַ װילד רחמנות שױן ה▯▯נמ אױף זײ צו קוקן, און אױף מאַרגן, װער װײסט, ▯ כ▯עגלעך, אַז ס'װעלן אױף זײ שױן פֿאַרזשאַװערטע געדעכעניש־שלעסער הענגען; מעגלעך, זײ װעלן אױפֿן אַאוקציאָן פֿאַרקױפֿט װערן, מעגלעך (װען קײנער װעט זײ ניט קױפֿן) װעלן פֿון אַלטקײט צעשיט װערן, און, אין בעסטן פֿאַל מעגלעך, אַז אַנדערע צײַטן װעלן קומען און װעלן זײ צוליב אַנדערע, גאָר אַנד▯▯רע צװעקן באַנײען... אַלץ מעגלעך... דער טאָג אָבער, אַז ער עפֿנט, סוף־כּל־סוף, דאָס אױג, דערזעט ער: ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 39 אַ גרױסע שטאָט איז דורך אַ טײַך אין צװײ טײלן צעטײלט. דער טײַך איז בײַ די ברעגעס מיט אַלט־דורכגעפֿױלטע שטאַמען און מיט געדיכטע קרױנען פֿון װײדנבײמער באַשטעלט. די בײמער — מיט די פֿיס אין טײַך, און מיט די קעפּ דעקן אים איבער און מאַכן זײַנע װאַסערן טונקל־גרינלעך — אַ באַהעלטעניש פֿאַר פֿיש, פֿרעש, שלענגלעך און פֿאַר פֿאַרשײדענע װאַסער־ געװיקסן און אַנדערע װידמונגען. אײנצעלנע אַלטע פֿישער, אױף שיפֿלעך אינמיטן טײַך, װאַרטן גאַנצפֿרי אױף די נעצן אָדער אױף די װענטקעס, װאָס זײ האָבן פֿאַרװאָרפֿן, זײ זאָלן פֿאַר זײער פֿאַרטאָגיקן פֿישער־געדולד מיט הי־טײַכיקן קלײן־פֿישלדיקן פֿאַנג־ לױן באַלױנען. הערטלעך קאַטשקעס און גענדז, יעדעס הערטל פֿון אײנעם אַ פֿאָרױס־ שװימענדיקן קאַטשער אָדער גאָנער אָנגעפֿירט, שװימען שטיל די ברײט פֿון טײַך, פֿון ברעג צו ברעג, אַריבער. אײניקע װעשערינס װאַשן שױן זײער גרעט בײַם ברעג, און דער אָפּהילך פֿון שװענקען און פּראַטשען איז אַזאַ נישטיקער, װאָס טוט אַפֿילו די נאָענט־ שװימענדיקע פֿיש ניט שרעקן. ס'איז אַ פֿאַר־זון־אױפֿגײענדיקע שײן מיט בײמער־איבערגעבױגנקײט און נאַכט־שאָטנס איבערן טײַך. נישט װײַט פֿון טײַך־פֿלאַך — באָדנדיקע לעװאַדעס, װעלכע זײַנען פֿון פֿרילינגנדיקן געװיסער אױפֿן גאַנצן זומער ערטערװײַז נאַס, פֿײַכט פֿאַרבליבן ▯ גרינע, מיט הױכן זשאַװער און מיט פֿיל געלע קעפּלעך פֿון בלאָז־בלומען באַדעקט. אױף די לעװאַדעס איז זעלטן־װען עמעצן אין אָט דער צײַט צו זען, אױסער אַ פֿאַרדעכטיקע גרופּע פּאַרשױנען אַמאָל, װאָס קומען אַהער װעגן זײער אַ פֿאַרדעכטיק־פֿאַרטראַכטן ענין װען אַרומרעדן, אָדער מיט די זאַכן פֿון אַ שױן דורכגעפֿירטע גנבֿה זיך צו צעטײלן. העכער די לעװאַדעס, פֿון בײדע זײַטן טײַך, — די שטאָט, װאָס אירע בײדע טײלן זײַנען פֿאַראײניקט: נידעריקער פֿון דער הרעבליע, װוּ דער טײַך איז שמאָל, מיט אַן אַלטמאָדישער „קלאַדקע”, װעדליק אױף דרײ־פֿיר מענטשן אין דער ברײט, און העכער דער הרעבליע, װוּ ס'איז ברײט דער טײַך — מיט אַ ה▯ינטצײטיקן שױן בריק, אַ הילצערנעם, אָבער שױן אַ גאַנץ ברײטן, אױף היפּשע קלעצער געבױט, מיט אַ פֿאָר-פּלאַץ פֿאַר צװײ פֿורן הין־און־הער, און אױך מיט זײַטן-װעגן פֿאַר צופֿוסגײער בײַ די פּאַרענטשעס. דערװײל שלאָפֿן נאָך די בײדע בריקן, און ס'איז אױף זײ קײנעם ניט צו מערקן. און נישט נאָר זײ, נאָר די גאַנצע שטאָט שלאָפֿט נאָך. די אײנציקע, צוערשט דערװאַכנדיקע, װאָס דער טאָג דערזעט אין שטאָט, זײַנען: ----------- 40 ד ע ר נ ס ת ר 1) דער עלטסטער רבֿ פֿון שטאָט. דער גרײַז־גראָער, מיטן למדניש־ חריפֿישן פּנים, קלוג און פּאָליטיקאַניש. ער שטײט אױפֿן הילצערנעם גאַנעקל פֿון זײן צװײ־שטאָקיק הײַזל, װאָס געפֿינט זיך אױפֿן פּלאַץ פֿון דער אָפֿענער שול, אױף איר קעגנאיבערדיקער זײט. ▯ נישט װי געװײנלעך, און נישט װי אַנדערע פֿון זײן גראַד, װאָס זײַנען אינדערפֿרי אין אַ כאַלאַט אָנגעטאָן. נײן. ער — אין דער שװאַרצער קאַפּאָטע שױן, שטאַרק זױבער, און װעדליק פֿאַר זײַנע יאָרן, נאָך זײער טשעפּקע,*) — שטײט און תּמיד פֿאַרשטעלט ער מיט דער רעכטער לעפֿל־האַנט די אױגן און דעם שסערן פֿאַר דער שײן. ער פֿעדערט זיך דער ערשטער, — אָדער, װי מע ף רעכענען, מחמת ▯ עלטער, אָדער מחמת, װי די שטאָט זאָגט און האַלט, מחמת זײן שאַרפֿן קאָפּ און לעבעדיקע געדאַנקען, װאָס לאָזן אים ניט רוען און הײבן אים תּמיד פֿאַר־ ▯ פֿרי פֿון בעט אַרױס. דאָס איז ר, דודי, װעלכער איז דער גאַנצער שטאָט באַװוּסט, פֿאַר װעלכן אַ גאַנצע געגנט האָט דרך־ארץ, און װאָס אױך אױסער זײן געגנט שמט ער שטאַרק אַלס לערנער, אַלס גרױסער בעל־חשבון און אױך אַלס בעל־מדקדק גרױסער. ער אָטעמט מיט דער ערשטער לופֿט פֿון טאָג, װען קײנער איז נאָך אױפֿן ▯ ניטאָ, װען די זון איז נאָך אױפֿן הימל ניט אַרױס, װען אַלע שלאָפֿן נאָך, און װען אַפֿילו „די אָפֿענע”, פֿון װעלכער די גאַנצע נאַכט האָבן זיך געהערט די געװיסע קולות, איז איצט אײַנגעשלאָפֿן, װײל אירע לעתער זײַנען מיד, און זעלטן־װען, אין אָט־דער צײַט, באַװײַזט זיך עמעצער אַן אַרײַנגײער אָדער אַרױסגײער אױף איר טיר. 2) — דער צװײטער — יאַנאָװסקי, דער פּױלישער דאָקטער. אױך אַ זקן, מיט אַ באָבישן גאַנג און מיט אַ לײמיקן בליק שױן, מיט צװײ שטאַרק־װײַסע באַקנבאַרדן און אינמיטן פֿראַנץ־יאָזעפֿיש אױסגעגאָלט. ער איז סטאַראָסטע אין פּױליש־קאַרמעליטישן קלױסטער, װעלכער גע־ פֿינט זיך אױף דער צװײטער זײט מאַרק; פֿון יענעם קלױסטער, װאָס אױפֿן פֿראָנטאָן פֿון זײן אַרײַנגאַנג־טױער אױבן איז אין אַ האַלב־קײלעך באַרג כרמל אױסגעמאָלט, אליהו הנבֿיא, אײַנגעהילט אין אַ רױמישן מאַנטל, זיצט בײַ זײן צופֿוסנס, און פֿױגלען איבער זײן קאָפּ טראָגן, ברענגען אים שפּײַז אין די שנאָבלען... ▯ ער, יאַנאָװסקי, קומט דער ערשטער גלײביקער פּ אָג, די ערשטע תּפֿילה אָפּצוריכטן אין יענעם קלױסטע▯ װאָס אין דער אַלטער פֿעסטונג, *) ציכטיק. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 41 װעלכע איז אַ נשאר און אַן אַלטע דערמאָנונג פֿון קאָזאַקישע אױפֿשטאַנדן פֿון כמעלניצקיס און גאָנטעס צײַטן. ▯ זי איז שױן אַלט, די פֿעסטונג, מיט משופּע, נײ־צוגעכױטע פּידמורקעס אונטערגעשפּאַרט. אױף די װענט, סײַ אױף די אַלטע, סײַ אױף די נײַע, װאַקסן װערבעס. די האַרמאַטן און שאַנץ־לעכער דינען פֿאַר נעסטן פֿאַר די פֿױגלען. און דאָס אײנציקע לעבעדיקע, װאָס איז איר פֿאַרבליבן, איז איר הױף, װוּ דער פֿײערלעשער־טורעם געפֿינט זיך, און אױך דאָס אַלטע, רױט־דעכלדיקע קלױסטערל, פֿון גאָטישן סטיל, װאָס קלינגט אױף נײ־גװאַלד בעת אַ שׂרפֿה, און זײן שװאַרצער זיך־הױדענדיקער גלאָק דינט אַלס שטאָט־זײגער צו װיסן געבן דער שטאָט אירע פֿערטל, האַלבע און גאַנצע שעהן. יאַנאָװסקי איז תּמיד, סײַ װינטער, סײַ זומער, דער ערשטער אין גאַס. נאָר צוקומענדיק צום שטענדיק אָפֿענעם טױער פֿון קלױסטער, װאָס צום גאַס אַרױס־צו, טרעפֿט ער זיצן בײַ די בײַשטידלעך, װי נאָך פֿון נעכטן און אײער־ נעכטן פֿאַרגליװערטע, אַ פּאָר אַלטע פּױלישע זקנות, װאָס זעען אױס, מיט די אַריבערגעצױגענע קלײדער איבער די קני, װי סטאַטועס אין קלױסטער־ נישעס; זײ זיצן אין דער באַװוּסטער קאַטױליש־קנעכטישער הכנעה, די אױגן צו דער ער▯ אַראָפּגעלאָזט, בעטלען, קײן װאָרט נישט אַרױסלאָזנדיק. יאַנאָװסקי גיט עפּעס אַמאָל די בעטלערינס, אָדער גיט ניט, נאָר אַלנפֿאַלס איז ער תּמיד דער ערשטער, פֿון װעמען זײער בעטלערישער אָנהײב־טאָג דערװאַרט עפּעס. און אַט אַזױ איז יאַנאָװסקי דער ערשטער, װאָס קומט מיט זײן שװער־ באָבישן גאַנג און מיט זײן לײמיקן בליק צו װעקן דעם פּױלישן גאָט פֿאַר דער קלײנער פּױלישער עדה, װאָס אין דער שטאָט, און ר, דודי — דער ערשטער, װאָס דערװאַכט פֿאַר זײן גרױסער און כּמעט הונדערט־פּראָצענטיקער שטאָט־עדה. און באַלד דערנאָך, — נאָכן דערװאַכן און אױפֿשטײן פֿון די אױבן־דער־ מאָנטע, — דערװאַכט אױך די שטאָט: — מיטן גרױסן פּלאָנטער גאַסן, ליקן און ליקלעך, ניט אײן און ניט אױס, װאָס ניט געקוקט דע▯ױף, װאָס זײ האָב▯ (קײנער געדענקט ניט) דאָס װיפֿלטע מאָל שױן אָפּגעברענט, דאָך װערן זײ פֿון די זעלבע אײַנװױנער, פֿון די זעלבע באַלעבאַטים, אין זעלבער ענגשאַפֿט צוריק אױפֿגעשטעלט און באַנײט, אױף װידער און נאָכאַמאָל, אין אײנעם אַ טאָג, אָדער נאָכט, מיטן פֿײַער אַװעקצוגײן. זי דעװואַכט, די שטאָט — יענער טײל, דער צװײטער רינג, װוּ דאָס רובֿ באַפֿעלקערונג געפֿינט זיך — אונטער די מערסט דראַניצענע און שינדל־דעכער און מיט װינציק בלעך, מיט די מערסט נישט־געברוקירטע גאַסן, װי מיט גע־ ברוקירטע, מי▯ט די קאַרליקעװאַטע הײַזלעך, נידעריקע, װאָס אַ געװײנלעך־ װוּקסיקער מענטשן קאָן מיט דער אױסגעשטרעקטער האַנט צו דיער הײך ----------- 42 ד ע ר נ ס ת ר דערלאַנגען; מיט דער אָנגראָזיקער, אױסגעטריקנטער ערד אין די הײפֿלעך, װוּ אַ בײמל איז אַ גאַסט, און װוּ אַ סעדל — אַ זעלטנקײט; מיט די נידעריקע פּאַרקנס און פּלױטן, דורך װעלכע אײן הײַזל און אײן הײפֿל-אײגנטימער קוקט פֿרײ אַריבער צום אַנדערן, װוּ באַשטענדיק קריגט זיך אַ הױף מיט אַ הױף, אַן אײַנװױנער מיט אַ צװײטן, און די גאַנצע גאַס, אָדער געסל, נעמט, מחמת צו־גרױסער נאָענטקײט, אָנטײל אינעם קריג. ס'דערװאַכט יענער טײל, װאָס װען מע װאָלט אַ קוק געטאָן אױף זײן קאַרטע־פּלאַן, װאָלט מען קײן הענט און קײן פֿיס, קײן אָנהײב און קײן סוף ניט געפֿונען, נאָר אַ געמיש און אַ געדרײ, אַן איבערפֿלעכט פֿון שורהלעך און װירעלעך און משוגע־מאָדנע אַראַבעסקן. און נאָר אינמיטן געדיכטעניש, װי אין אַלע פֿון זעלבן מין שטעטלעך, װאָלט מען קלײנע פּלעצער אײנקױף־מערק, װי דער פֿיש־ און פֿלײש־מאַרק א. אַ., געטראָפֿן, װוּהין ס'לאָזט זיך גלײַך דער אױפֿגעװאַכטער באַלעבאָסטע־עולם פֿון אַלע עקן — צום פֿלײש־מאַרק, למשל, װוּ קצבֿים האַקן ש▯ין אױף די קלעצער דאָס פֿלײש, גרײטן זיך צום טאָג־פֿאַרקױף, און הינט טשאַטעװען דערבײַ אױף באַקומען צוגעװאָרפֿן שטיק־ לעך פֿלײש, בײנדלעך פֿון די העקער. ס'שטעלט זיך דער טאָג מיט אַן אַלט־אײַנגעפֿונדעװעטן שטײגער: מיט געשטעלטע סאַמאָװאַרן, מיט אײַנגעהײצטע אױװנס, מיט רױך, װאָס אײן הױף טוט אָפּלאָזן דעם אַנדערן און אים באַשמעקן... ס'שטעלט זיך דער טאָג טומלענדיק, מיט אױפֿגעפּראַלטע צעעפֿנטע לאָדנס, ▯טירן, קאַמערן און שטאַלן. אָפֿט, פֿון גאַנצפֿרי, שױן מיט װײַבערשע קריגע־ רײען. דאַן מיט נײַס, װאָס נעכטן פֿאַר דער נאַכט איז זיך פֿאַרלאָפֿן — אַן אומגליק אַמאָל: אין אַ נאָענטער שטוב, אָדער געסל, איז עמעצער, שױן פֿון לאַנג אַ חולה, פּלוצעם געשטאָרבן; אָדער בײַ עמעצן, פֿאַרקערט, אַ שׂמחה: אַ װײַב איז געלעגן געװאָרן, אַ קו האָט זיך געקעלבט. װײַבער האָבן קײן צײַט ניט, אָבער מע זאַמלט זיך רעדלעך, און אײַלנדיק און נאָך האַלב ניט גע־ װאַשענע, טוט מען זיך אױף גיך טײלן מיט נאַכט־נײַס. עס שטעלט זיך דער טאָג מיטן רױש פֿון די אײנקױף־מערק, פֿון די פֿלײש־ פֿיש־מעל־גרױפּן-הענדלער, װאָס רופֿן אױס הױך אױף זײערע סחורות, און פֿון די קונים, װאָס שטופּן זיך צום קױפֿן, קלײַבן איבער און דינגען זיך הױך און איבערשרײעריש; פֿון קולות פֿון קלײנע קינדער, װאָס װערן אָפֿט פֿון מוטערס אין די אײנקױף־מערק מיטגענומען און װאָס אין מאַרק־טומל צעװײנען זיך; פּון הינט, װאָס דרײען זיך פֿאַר די קונימס און קױפֿערס פֿיס, — זײ כאַפּן אָפֿט אַ מיִוסן זעץ, אַמאָל איבער אַ פֿוס, אַמאָל איבערן רוקן מיט אַ שװערער זאַך, און פֿון װײטיק צעקװיטשען זײ זיך; פֿון בעטלער קאַליקעס, װאָס אױך זײ געפֿינען זיך שױן פֿון גאַנצפֿרי אין מאַרק, און יעדער בעטלער קאַליקע רופֿט אױף זײן פֿעלער אױס — אַ בלינדער, אַ קרומער אָדער אַנדערע חסרונות, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 43 און דערװעקט רחמנות מאַרקישן מיט קולי־קולות; פֿון גנבֿים, װאָס מאַכן אָפֿט אומזיסט אַ ליאַרעם, אַן ענגעניש און שטופּערײ, כּדי אין געדיכטעניש צו פֿרעמדע בײטעלעך און קעשענעס זיך גרינגער דערקלײבן; פֿון משוגעים, װאָס נעכטיקן, שטענדיקן און האַלטן זיך אױף אין מאַרק, — בײַנאַכט שלאָפֿן זײ בײַ די שטעלעכלעך, און אינדערפֿרי, מיטן ערשטן רױש פֿון מאַרק, קומט אָן זײ שױן דאָס ערשטע משוגעת, און זײ געפֿינען די ערשטע בעלנים שױן אױף זײ צו באַדױערן און פֿון זײ די אַרומרינגלענדיקע רעדלעך אָפּצוטרײַבן, אָדער אַנדערע — אױף זײ נאָך מער און אױפֿן גאַנצן טאָג צו צערײצן. אַ פֿרעמדער, זאָגן מיר װידער, װען ער װאָלט אין אָט דעם טײל, אין צװײטן רינג פֿון N אָנגעקומען אין אַ פֿרימאָרגן, װאָלט ער געזען דאָס, װאָס האָט זיך דעמאָלט געלאָזט זען אין אַזױנע טײלן פֿון אַלע ענלעכע אַזױנע שטעט: שטוב־ און מאַרק־טומל, גאַסן־ און הױפֿן־קױט, זעלטן אַ געסל, װוּ דאָס אױג זאָל האָבן זיך אָפּצושטעלן אױף גרינס, אױף אַ בױם, אױף גראָז, אױף זױבערקײט, און דער אױער זאָל פֿון שטילקײט פֿאַרגעניגן קריגן. ער װאָלט אױך געזען: װי די גאַנצע אַרכיטעקטור פֿון שטאָט איז חוזק. װעגן די „בעסטע” בנינים האָט מען, אין בעסטן פֿאַל, געקאָנט זאָגן „טאַנדעט”, און ניט אין בעסטן פֿאַל — פֿיל ערגער. אַלטע לײט װאָלטן אים אָנגעװיזן אײניקע גאַסן, געסלעך, װעלכע האָבן זיך מיט אַ נס פֿון די עלטסטע שׂרפֿות געראַטעװעט, און דער פֿרעמדער ▯ואָלט באַמערקט, אַז די נײַע גאַסן, די, װאָס פֿון נאָך די שׂרפֿות, שײדן זיך מיט גאָרניט אָפּ פֿון די אַלטע: די זעלבע פּלאַנלאָזיקײט, די זעלבע ענגשאַפֿט. פּיצעלעך הױפֿעלעך, און װידער שטוב צו שטוב, דאַך צו דאַך, כּדי זײ זאָלן אײנער בײַם אַנדערן, װען די צײַט װעט זײן — בעת אַ שׂרפֿה — אַמשנעלסטן קאָנען פֿײַער אַנטלײַען. ער װאָלט אױך געזען, אַז נישט געקוקט אױף די שׂרפֿות, איז די שטאָט אין משך פֿון אַ געװיסער צײַט דאָך שטאַרק אױסגעװאַקסן. שטאָט־לײט װאָלטן אים אָנגעװיזן דעם אַלטן בית־עולם, װאָס געפֿינט זיך איצט אינמיטן שטאָט, און װאָס פֿריִער איז ער, װי דער מינהג איז אָ▯ט אױף „פֿעלד” צו פֿאַרנעמען, געװיס אױסער שטאָט געװען — און דאָס װאָלט אים געדינט אַלס ערשטער באַװײַז פֿון דער שטאָטס װוּקס. און װען דערנאָך װאָלט ער אַלײן טאַקע אױפֿן בית־עולם אַרױפֿגעקומען, װאָלט ער אין דעם קלײנעס פֿירעקעביקן פּלאַץ, מיטן פּאַרקן פֿון אַלע זײַטן אַרומגענומען, געזען, אַז די שטאָט איז מיט אײניקע הונדערט יאָר צוריק באמת טאַקע זײער קלײן געװען, אַזױ אַז אָט דער קלײנער פּלאַץ האָט איר נאָך דעמאָלט אױף אירע װײניקע באַגרעבעניש־באַדערפֿענישן גענוגנט. נישט װי איצט, װאָס דער פּלאַץ איז אַזאַ גרױסער. יאָ, די שטאָט איז אױסגעװאַקסן. פֿון די אױפֿשריפֿטן אױף די מצבֿות ----------- ▯ 44 ד ע ר נ ס ת ר אָבער, װאָס אַ גרױסער טײל פֿון זײ האָט זיך נאָך אײנגעהיט און ▯ט זיך נאָך פּרײ לײענען, װען ער װאָלט זײ פֿאַרגלײַכט מיט די מצבֿה־אױפֿשריפֿטן פֿונעם נײַעם בית־עולם, װאָלט ער געזען און אָפּגעלערנט, װי װײניק דאָס איצטיקע פֿון דעמאָלטיקן האָט זיך געביטן: דער זעלבער נוסח, די זעלבע מצבֿה־שפּראַך און טיטולן און אױך אַלץ־אײנע, דאַכט זיך, מענטשן זײַנען אױף די בײדע באַהאַלטן. „פּ”נ” (דאָ איז באַהאַלטן) — װאָלט ער אי דאָ, אי דאָרט, מיט קלײנע נאָר ענדערונגען אין די יאָרן און דאַטעס, געלײענט: „מקובל צעיר בן כ”ג שנה”... (אַ יונגער מקובל פֿון דרײ און צװאַנציק יאָר). „פּ”נ” — װאָלט ער אי דאָ אי דאָרט װײַטער געלײענט — אַ באַװוּסטער רבֿ — „אב”ד ומ”צ ששמש בכתר הרבנות שלושים שנה”... (װאָס האָט געטראָגן די רבנישע קרױן דרײַסיק יאָר), א. אַז. װ. אַגבֿ, װאָלט ער באַמערקט, אַז אױפֿן נײַעם, װי אױפֿן אַלטן — די זעלבע גרופּעס באַרג־בײמלעך, ▯ואָס זײערע צװײַגלעך שטעכן זיך, װי דערנער; אױף די עלטסטע קבֿרים פֿון די חשובסטע פֿון דער עדה אין דער נײַער צײַט — די זעלבע הױך־אַרױפֿגעװאַקסענע לינדנבײמער, מיט די פֿיל קראָען־נעסטן, װי ▯ אױף די קבֿרים פֿון די חשובסטע פֿון דער אַלטער צײַט. אַזױ, אַז אײן בית־עולם אױפֿן אַנדערן, אױסער אין די מאַסשטאַבן, איז אין אַלץ ענלעך, און אַזױ אױך אױסערן בית־עולם, אין דער שטאָט דער לעבע־ דיקער — נישטיקע גאָר ענדערונגען װאָלט ער באַמערקט... ▼ דער װיטער רינג — דאָס איז די ראָד, װאָס רינגלט קײַלעכיק אַרום די שטאָט. דאָס זײַנען פֿאָרשטעט, װי די פּאָפּיװקע, פּײגעריװקע, קאַטשעניװקע א. אַז. װ. — בערגיקע, טאָליקע, לײם־ און זומפּבאָדן־ערטער. אײניקע ערטער באַזעצט מיט מענטשן, װי מיט מאָן, אַ הײַזל אױף אַ הײַזל, אַ חורבֿה לעבן אַ צװײטער, קײן סימן פֿון גאַס, קײן זכר פֿון טראָטואַרן — קױט, שמוץ שטענדיקער, און קײן גראָז װאַקסט קײנמאָל. אין אַנדערע — די הײַזער שױן שטאַרק װײַט אײנס פֿון אַנדערן, צװישן הױז און הױז — אַ היפּשע שטרעקע, ס'שמעקט שױן מיט אױסער־שטאָט, מיט כוטאָר־שטילקײט. אין דריטן רינג — די גרעסטע אָרעמקײט, ו▯ מע קען זיך נאָר דענקען. דאָס רובֿ הײַזער האַלטן זיך מיט אַ נס: מיט קרומע, שטענדיק שימל־ דיקע נאַסע װענט אינעװײניק, אױסערלעך — ניט געשמירט, דעכער — לעכערדיקע, אױף האַלב און פֿערטל מיט גאָרניט, אָדער שלעכט געדעקטע. דאָס רובֿ קינדער טראָגן קײן העמד אױפֿן לײב, עלטערע — טראָגן צעריסענע, צע־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 45 פּיצלטע, געלאַטעטע. שמוץ און קבצנות גײט דאָרט איבער בירושה, און קײנער טרױמט שױן אַפֿילו ניט פֿון אָט דער ירושה זיך צו באַפֿרײַען. דאָרט — אי דאָס אָרעמסטע, אי דער אָפּפֿאַל פֿון שטאָט: לעצט־סאָרטיקע, קאַליקעװאַטע באַלמעלאָכעס לאַטוטניקעס, אַזױנע, װאָס ס'װערט זײ אַפֿילו קײן טאַנדעט־אַרבעט ניט געגעבן, װאָס זײַנען פֿײיִק נאָר די שטאַטישע און פֿאָרשטאָטישע קבצנישע שיך און בגדים צו פֿאַרלאַטען. דאָס אין ראָס רובֿ אײַנװױנער דאָרט. דאָרט אױך — שמאַטע־קלײבער, ▯הײזער־גײער און פּראָפֿעסיאָנעלע שלע־ פּער; קאַטערינשטשיקעס, אָרעמע טרעגער, דינסט־ און אַם־מעקלער און מעקלערינס, און לסוף — פֿרײ און הפֿקר־יונגען און מױדן, גנבֿים, טרעפֿערינס, קאָרטנװאַרפֿערס און פֿרײלעכע נקבֿות. דאָרט — דער עולם פֿון שטאָטישן קהל אַרױסגענומען, אָפּגעזונדערט און דערװײַטערט: די מינהגים די זעלבע, אָבער געזעצן נישט די זעלבע, װאָס אין דער שטאָט. דער גאָט פֿון N האָט דאָ, װי די װישקעס נאָבגעלאָזט: דער עולם דאָ גײט שלעכט אין פֿאָלקס־װאָגן געשפּאַנט, און אַ גרױסער טײל שטײט דאָ אינ־ גאַנצן, װי אױסערן שפּאַן. דאָ האָט איר געקענט אין אַ מיטן העלן זומער־טאָג טרעפֿן אױף אַ זאַמד־ פּלאַץ אַ גרופּע יונגען ליגן אָדער זיצן — שפּילן אין קאָרטן אָדער אונטערן ▯ פֿרײען הימל אַ סעודה פּראַװען. דאָרט האָט אַ שטאָט־מענטש אַמאָל געקאָנט זען אַ בילד, װאָס ער װאָלט אין שטאָט אױף זײן לעבן ניט געזען: אױף אַ פּוסטן פּלאַץ אַ מאַנספּאַרשױן, ניט ייִדיש געקלײדט, אַ קורץ רעקל, די הױזן אין לאַנגע שטיװל מיט לאַקירטע כאָליעװעס, אין אַ העמד, מיט פּױערשע קענטעלעך גענײט איבער די הױזן, אין האַנט אַן אָקסישן גיד, שטײט מיט אַ פֿרױ, אין אַ שאַל אַן אײַנגעהילטער, פֿון דער שאַל קוקט אַרױס אַ יונג פּנים, אַ שײנס, אָדער — אױב זי איז צו אײַך מיטן רוקן געװענדט — אַקסל קײַלעכיקע, פֿולע. זײ שטײען פֿריִער שטיל. האָבן צװישן זיך, װי עפּעס װעגן װיכטיקס איבערצורעדן. דער מאַנסביל, זעט מען, האָט די פֿרױ פֿון שטוב אַהער אַרױס־ גערופֿן, װײל דער געשפּרעך דאַרף דאָ זײן אַן ערנסטער. ▯ זי קוקט צו דער ערד עפּעס שולדיקלעך. ער — פּאַטשט מיטן גיד זיך איבער דער כאָליעװע, קוקט אױף איר, און פֿון דער גרױסער אָפּגעזונדערטער שטילקײט, װאָס הערשט אַ צײַט צװישן זײ בײדע, דערהערט זיך מיטאַמאָל אַ מוראדיקער קװיטש: דאָס האָט דער מאַנסביל מיטאַמאָל, מיט דער גאַנצער קראַפֿט, דער פֿרױ מיטן גיד איבערן פּנים דערלאַנגט. נאָכן קװיטש — װײַטער שטיל... די פֿרױ אין גרױס הכנעה. זי האָט זיך פֿון װײטיק נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט אױסגעשריִען, אָבער באַלד ----------- 48 ד ע ר נ ס ת ר איז זי צום זינען געקומען, האָט זיך דערמאָנט אין איר אומבאַשיצטקײט, אַנט־ שװיגן געװאָרן, און די װײַטער־קומענדיקע קלעפּ איז זי שױן גרײט אױף זיך צו נעמען אין דער שטיל. װײל אַזױ איז דער מינהג דאָרט, און אַזױ אײַנגעפֿירט: װען אַ יונג שלאָגט זײן אונטערטעניקע, זײן נקבֿה, איז װען זי שרײַט, װעט זיך קײנער ניט אָפּרופֿן, קײנער װעט איר צו הילף נישט אַרױס. פֿאַרקערט, װאָס װײניקער מע װעט זיך פֿאַר איר אָננעמען און איר העלפֿן, װאָס װײניקער אָנטײל פֿון זײַטיקע און פֿרעמדע אין דער מחלוקת מיטן איריקן, אַלץ איז פֿאַר איר בעסער... ▯ דאָרט װױנען שלעגערס, „קײסאָרים” און גאַלאַנטאַנעס, װאָס שלאָגן, אױב מע דינגט זײ — אױף „טרוקן”, אױף „נאַס”, אױף בײנער ברעכן און אױף ביז קראַנק אַװעקלײגן. דאָרט טרעפֿט איר צװישן די דינסט־ און אַם־מעקלערינס אַזאַ אױסטער־ ליש פּאָרל אױך, װי פּערעלע און די איליאָװעכע. זײ האָבן בײדע שותּפֿות אין אײן געשעפֿט, װאָס באַשטײט אין דעם, װאָס װען אַ דינסט אין אַ נגידיש־ באַלעבאַטיש הױז גליטשט זיך אױס... שױן אין הױכע חדשים... קאָן שױן מער ניט פֿאַרשטעלן... און די באַלעבאָסטע די נגידיתטע װיל אױסבאַהאַלטן דעם מאַנס, אָדער דעם זונס שולד פֿאַר לײט, ▯ס'זאָל צו קײן אומלײטיש גערײד און סקאַנדאַל ניט קומען, — קומט דאַן אױף דער פֿאַרשטעלטער סצענע אַרױף פּערעלע: אַ געזונטע, פֿופֿציק־יאָריקע ייִז▯ענע, מיט פֿלײשיקע, טרעגערשע אַקסל; אין אַ קורץ שאַלעכל, װאָס זי האָט עס תּמיד אױף די אַקסל הענגען; מיט איר געװיסן, פֿון טרינקען, הײזעריקלעכן מאַנסבילשן קול, מיט איר פּנים, איבערן זעלבן טעם, גערױטלט, מיטן באַװוּסטן פּיסק און קרעפֿטיקע װערטער... זי נעמט די דינסט סטראַשען און אױף איר אָנװאַרפֿן אַ מורא: יענע זאָל זיך ניט דערװעגן דעם נאָמען, װאָס מע דאַרף ניט, דערמאָנען. ןי סטראַשעט מיט פּאָליצײ, מיט כּל־המיני סטראַשונקעס: זי װעט בײַ איר אין טורמע פֿױלן, פֿאַר אַ בלבול און פֿאַר פֿאַלש אױסטראַכטן... ביז יענע, די דינסט, פֿון איר אומגליק און מורא דערשלאָגן, גײט איר שױן נאָך, גײט אײן אױף אירע גוטע רײד און מוטערלעכער עצה: זי װערט געבראַכט צו דער איליאָװעכע פֿאַר געצאָלטס, װאָס פּערעלע באַקומט הינטנאַרום פֿון דער נגידיתטע — פֿאַר עסן, טרינקען און אױסהאַלטן ביזן „האָבן”... ▯ דעמאָלט טוט די איליאָװעכע דאָס קינד, דאָס „פּיטיוקל”, װי זי און פּערעלע רופֿן אָן אַזױנע, אױף אַזױנע „קעסט” האַלטן, ביז דאָס קינד „טראָגט זיך אָפּ”, אָדער, אױב ס'איז צו געזונט און אײַנגעשפּאַרט, טוט מען דעם „דאַס רעכט”: מע דערװאַרגט עס... און די מוטער װערט פֿון פֿערעלען װידער אין אַ נגידישער ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 47 ש▯וב פֿאַר אַן אַם אָפּגעגעבן, װידער פֿאַר גוט געצאָלט, װאָס אַלײן די אַם זעט שױן דערפֿון קײן גראָשן. ס'אַ גאָלדן בשותּפֿות צװישן פּערעלען און איליאָװעכען: פּערעלע טרינקט, דרײט זיך אין שטאָט צװישן אַנדערע מעקלערינס און אין נגידישע הײַזער, קריגט אַרױס דאָס „פּסולת” פֿון דאָרט און באַקומט באַצאָלט, שטעלט צו פֿרישע און געזונטע אַהין — און באַקומט װײַטער געצאָלטס. און איליאָװעכע זיצט אין דער הײם, די סחורה װערט איר אין שטוכ צוגעשטעלט, און זי ▯ האָט די שטוב־אַרבעט: צו שפּײַזן און צו װאַרגן... ביז, אַגבֿ געזאָגט, לסוף אין אָ שײנעם טאָג װעט די שטאָט דערזען בײדע שותפֿטעס צו אײן האַנט־ קײט געשמידט, פֿון פּאָליצײ געפֿירט, דערנאָך װידער פֿרײ געלאָזט און װידער צו זײער „אַרבעט”. דאָרט װױנען גנבֿים און נבֿיאים פֿון גנכים. דאָרט איז אַן אָרט פֿאַר אַ פּאָר געגנבֿעטע פֿערד בײַ אַ פּריץ, אָדער בײַ װעמען אַנדערש, אױף איבערצושטײן ביז אַ גרױסן יאַריד; דאָרט איז אַן אָרט פֿאַר געגנבֿעטן שניטקראָם, איבערגעפֿאַרבט צו װערן, אָדער אױף קלײנע שטיקלעך צעשניטן װערן און אין די „גנבישע שאַפֿקעלעך” דערנאָך אים צו קריגן; דאָרט געפֿינען זיך אױך אַ פּאָר נגידישע זילבערנע לײַכטער אַן אָרט; אַהין קומט מען צו דער טרעפֿערין און קאָרטנװאַרפֿערין, און זי שיקט צום „נבֿיא”, דער נבֿיא הײסט זיך באַצאָלן און שיקט אָפּ אַהײם ,און די גנבֿה װעט שױן אַלײן אין שטוב קומען. דאָרט װױנען ייִדישע שטריקל־דרײער און ניט-ייִדישע חזירניקעס. דאָרט װאַקסן מױדן מיט פֿולע בוזעמס, און שלאַנקע טױבן־יונגען — קינפֿט▯קע שלעסער-ברעכער, „שניפֿער”, „מאַרעװיכער”, בײטעלעך־ און „שלענגל”-ציער. אַהין ברענגט דער היצל די הינט אָפּצושינדן. אַהין — אַ בינדיוזשניק זײן שקאַפּע די געפֿאַלענע, — דאָס פֿלײש פֿאַר די הינט, און די פֿעל צו פֿאַרקױפֿן. דאָרט די מערסטנטײל מפֿשיטים — װײל ניט װײַט פֿון דאָרט איז דאָס שעבטהױז; דאָרט די נושאי▯מיטהניקעס און גרעבער, װײל פֿון דאָרט ניט װײַט דער בית־עולם▯ דאָרט קומען פֿאָר אַלע שבת, סײַ זומער סײַ װינטער, די באַװוּסטע געשלעגן פֿון די קישער־חבֿרות מיט זײערע עלטסטע, די „קײסאָרים”, װעלכע לעבן אױפֿן חשבון פֿון באַלעבאַטישע קינדער, װאָס גנבֿענען אָדער מאַנטען אױס בײַ די עלטערן און צאָלן װאָך־געלט, חודש־געלט די קײסאָרים, זײ זאָלן זײ אַלײן ניט שלאָגן און זײ פֿאַרהיטן און באַשיצן פֿון אַנדערע שלעגער. מע שלאָגט זיך אַלע שבת, זיך פֿאַרזאַמלענדיק אַהין פֿון פֿאַרשײדענע שטאָט־עקן. פֿריִער מיט די הענט, אױף קולאַקעס, דערנאָך, אַז מע צעהיצט זיך און מע קומט אַרײַן אין דער ”פֿאַסינקע” — מיט שטײנער, מיט מיטגײערס און ----------- 48 ד ע ר נ ס ת ר ▯ ▯ מעסערס, און תּמיד ענדיקט זיך ▯אַזאַ געשלעג מיט געפּלעטע קעפּ און מיט עטלעכע אין שטאָטישן ביקור־חולים ברענגען — האַלבע מתים, אָדער גאַנצע קאַליקעס. כאָטש יענע שטאָט־טײלן האָבן פֿיל שותּפֿות און קרובֿהשאַפֿט מיט דער שטאָט N: — אײן גאָט בײַ זײ, אײנע און די זעלבע מינהגים, אײנע טרױער־ און פֿרײד־טעג און יום־טובֿים, דאָך איז, װי געזאָגט, דער גאָט דאָרט ניט אַזאַ שטרענגער, און פֿון זײַנע דינער פֿאָדערט ער װײניקער, װײל ער װײסט אַז ס'איז אומזיסט און ס'איז נישטאָ פֿון װעמען... יום־טובֿים היט מען צוליב די יום־טובדיקע מאכלים, און אין די טרױער־ טעג איז מען װײניק טרױעריק. מע לעבט פֿרײ און אָפּשפּעטנדיק פֿון דער שטאָט, פֿון אירע נאַרישע אין זײערע אױגן כּלי־קודש — פֿון די „יאָלדן” און „טאַכמערס”, װי מע רופֿט זײ אין יענע שטאָט־טײלן. מע רופֿט זײ, װען מע דאַרף זײ, אױף אַ ברית, אױף אַ חתונח, אָדער אין אַנדערע פֿאַרשײדענע מאָמענטן, װען, װי דער דין אָדער מינהג פֿאָדערט, מע נײטיקט זיך אין זײ; מע גיט זײ אָפּ זײערס, מע באַקומט בײַ זײ, װאָס יענע, מישטײנסגעזאָגט, האָבן צו געבן, אָבער קײן לאַנגע שהיות מאַכט מען ניט מיט זײ: יענע פֿילן זיך בײַ אָט די שטאָט־טײלן־לײט נישט איבעריק פֿרײ, און באַלד נאָכן אָפּגעגעבענעם און אָפּגענומענעם, שטעלן זײ אױף די קעלנער, רוקן זיך אַרױס▯ און טראָגן זיך אָפּ, אױף לענגער זיך ניט פֿאַרהאַלטן. זײ, יענע שטאָט־טײלן־לײט, ▯לעבן זיך אױס צװישן זיך און זײ זעען, אױסער װאָס זײ האָבן נײטיק צו דער פּרנסה, צו דער שטאָט ניט אָנקומען. זײ האָבן זיך זײערע אײגענע שולן. אין די שולן דאַװנט מען אָפּ, אַפֿילו שבת און יום־טובֿ, פֿיל פֿריִער, װי אין שטאָט. דער עולם איז אַן אָנגעהאָרע־ װעטער, אַ װײניק־עברידיקער, זאָגן לאַנג האָט ער פֿײַנט, ער פֿאַרשטענדיקט זיך מיטן סידור אין זײַנע תּפֿילות אױפֿן װוּנק, מאַכט בקיצור און אײַלט פֿון ▯ דער נאָענטקײט און אומפֿאַרשטענדלעכקײט פֿון גאָט זיך װאָס גיכער אַרױס־ מאַכן און אַװעק אַהײם, צו די אײגענע, צום פֿאַרשטענדלעכן. דאָרט איז אַ מינהג, װי געזאָגט, נאָך אַ מינהג, אָבער פֿון געזעצן האַלט מען װײניק. חומרות, זאָגט מען דאָרט, זײַנען ניט פֿאַר אָרעמעלײַט, און פֿון לערנען און פֿון פֿיל תּהילים זאָגן — זאָגט מען דאָרט װײַטער — װערט מען לײזיק. מע דאַװנט אָפּ אױף גיך, און זומער, למשל, שבת נאָכן עסן, פֿאַרנעמט מען זיך גאַנצע געזינדן, גאַנצע געסלעך גײען אַרױס מיט װײַבער, קינדער, מיט ▯ קישן, קאָלדרע אױף די יאַרן, אױף די גרינע פּלעצער אױסער דער שטאָט, צוס „פּראָיעזד”, צו דער אײַזנבאַן־ליניע. מע לײגט זיך דאָרט אױ▯ס ציגײַנעריש, װער צום רוען, מערסטנטײל צום ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 9▯ פֿאַרברענגען — װײַבער מיט מאַנסבילן, ייִנגלעך מיט מײדלעך, — אױף אַזאַ ציגײַנעריש־פֿרײען אופֿן, אַזױ הפֿקר, מיט הענט, מיט װערטער ▯ און אַזױנע װערטלעך, אַז װען אַ שטאָט־מענטש, װער ס'זאָל ניט זײן, פֿון צװײטן רינג, װען ער דערזעט אָדער דערהערט אַזױנס, װאָלט ער אַװעק װי אַן אָפּגעבריטער און אַ פֿאַרשעמטער, דאָס פּנים פֿאַר בושה פֿאַרשטלט, און די אױערן — פֿאַר ניבול-פּה. יאָ, אין דריטן רינג, װי אױבן געזאָגט, טאַקע פֿיל אָפּפֿאַל און אױסװוּרף־ הײַזער און מענטשן, אָבער סוף־כּל־סוף זײַנען זײ נאָר אַ מינדערהײט און ניט זײ דער עיקר אין רינג. דער עיקר־עיקר — די מוראדיק־אױסגעהאָרעװעטע, אָרעמע מאַסע, װאָס צװישן זײ איז, װער ס'האָט געהאַט אַן אױג, האָט שױן אױך די צוקונפֿט-זױמען אין לופֿט אומשװעכן געקאָנט זען. ▼ אמת, צו יענער צײַט, װעגן װעלכער מיר דערצײלן דאָ, איז דער אַרבעטנ־ דיקער עולם פֿון יענעם טײל, פֿון יענע פֿאָרשטעט נאָך שטאַרק פֿון דער שטאָט אַרױסגענומען, אָפּגעזונדערט און נאָך גאָר װײניק געאַכטעט. ס'װעלן אָבער זײן צײַטן, שפּעטער, פֿיל שפּעטער פֿון דער, װעגן װעלכער מיר דערצײלן, װען די שטאָט װעט דװקא צו אָט די ערטער אַן אױער צולײגן; פֿון דאָרט, דװקא פֿון אָט דעם זומפּ און אָרעמקײט, װעט אױף דער שטאָט אַן איבערקערערישער און שטאַרק־דערפֿרישנדיקער װינט קומען; אַהין, צו יענע שטיבעלעך־חורבהלעך און צו יענע אָרעמסטע אַרבעט־מענטשן, באַל־ מעלאָכעס לאַטוטניקעס װעלן די בעסטע קינדער פֿון שטאָט קומען, מיט קלאַפּנ־ דיקע הערצער, אױף ניט-געװײנלעכע נײַס זיך דערװיסן און אױף געשיכטלעך־ דערפֿרײענדיקער דערפֿאַרונג זיך אָנצונעמען: פֿאַר יענע נידעריקע טירן און שװעלן װעלן געבילדעטערע און פֿיל מער װיסנדיקע פֿון יענע הײַזער־אײנ־ װױנער די קעפּ בײגן, װײל קומענדיק די אײַנװױנער אױפֿקלערונג און לערנונג ברענגען, װעלן זײ אַלײן פֿון דאָרט פֿאַר זיך אַ נײַע לערע אַרױסטראָגן. דאָרט װעלן זיך צוערשט קלײנע קרײַזלעך בילדן, װאָס אין אַ צײַט אַרום װעלן זײ די װענט צו ענג זײן, זײ װעלן שױן אונטערן פֿרײען הימל, אָבער נאָך אַלץ אין קלײנע גרופּעס, זיך זאַמלען: דערנאָך, אַז זײ װעלן זיך אין כּוח דערפֿילן, לײב און רײַפֿקײט אױף זיך נעמען, װעלן זײ אין אײנעם אַן אָװנט (די שטאָט װעט אים, װי אַן ערע־אָנחײב, פֿאַרגעדענקען) זיך אין אַ גרױסער מאַסע צונױפֿקלײַבן, אַ נאָך װײניק דרײסטע, װײל צו אַזױנע אַרױס־ טרעטונגען נאָך נישט געװױנטע, אָבער אין געשלאָסענע רײען צו דער שטאָט זיך לאָזן... אָװנט װעט זײ טונקל פֿאַרשטעלן, און פֿון פֿאַרשטעלעניש װעט זיך אַ געדיכטער זשום, װי פֿון אַ װײַט־אָנקומענדיקן געװיסער אַרױסהערן. ----------- 50 ד ע ר נ ס ת ר רויִקע, צו דורות־געהײליקטער פֿױלעניש געװױנטע, בירגער באַלע־ באַטים ,אַז זײ װעלן פֿאַרנעמען דעם דרױסנדיקן רעש דעמאָלט, װעלן זײ אַרױס, דערזען: אַ פֿרעמדע מענטשן־כװאַליע, מיט ▯ געזאַנג, מיט אַ פֿריִער נישט־ געזעענער קײנמאָל פֿאָן פֿון פֿאָרנט, גײט, זינגט ביז אַהער נישט־געהערטע װערטער... זײ װעלן אין גרױס דערשרעק נישט װיסן, צי אַ מגפֿה גײט אױף זײ, צי אַן אַנדער אָנשיקעניש פֿון דער ערד אָדער פֿון טײַװל אױסגעװאַקסן; װעלן אױף גיך די אױגן פֿון אָט דער מאַסע אָפּקערעװען, אױף גיך צו די קינדער זײערע שרײַען, װי די קװאָטשקעס בעת סכּנה, און זײ אין שטוב אַרײנ־ רופֿן, אױף גיך אונטער אײגענעם פֿליגל־דאַך, אונטער דורותדיקער סטריכע אַרונטער, די טירן נאָך זיך פֿאַרשליסן און פֿעסט זײ אױף די קײטלען פֿאַרהאַקן... דאָס װעט זײן פֿיל שפּעטער, און שפּעטער װעלן מיר דעם־אָ גרױסן באַריכות און פֿיל צײַט אָפּגעבן. איצט אָבער איז נאָך נישט די צײַט, און מיר ▯מוזן פֿאָרלױפֿיק אױף צוריק אין דעם צװײטן שטאָט־טײל זיך אומקערן, אין אײנער אַ שטוב קומען, און היפּש־לאַנג דאָרט זיך דערצײלעריש פֿאַרהאַלטן. ▯ ----------- ▯ 11 מש פֿדו ▯־ ▯ראָ ניק אָרײנפּיר סיטן נאָמען „דער פֿעטער לוזי” זײַנען פֿאַרבונדן געװען די עלטסטע געדעכענישן און דער אײגנטלעכער גרױסער יחוס ▯פֿון דער פֿאַמיליע מאַשבער. דער פֿעטער לוז▯▯ איז געװען אַן עלטערער ברודער משהס, און בײדע זײ — זין פֿון אַ באַװוּסטן, אין זײַנע צײַטן, רבֿ און דײן אין אײנער אַ גרױסער װאָלינער שטאָט, װאָס אױף דער גרענעץ פֿון קרױן־פּױלן. די ברידער פֿלעגן זיך זעלטן־װען זען, זײ האָבן געװױנט באַזונדער: משה — אין N, אין דער גרױסער ייִדישער האַנדלס▯שטאָט, װוּ ער האָט שטאַרק געשמט מיט זײן רײַכקײט און זײן ברײטער אױפֿפֿירונג; און דער פֿעטער לוזי — אין אַ קלײן, פֿאַרװאָרפֿן שטעטעלע ערגעץ בײַ דער גרענעץ פֿאַררוקט, איז ניט רײַך געװען, האָט ניט געשמט און צװישן מענטשן זיך װײניק געלאָזט מערקן, און דאָך, ס'אַראַ יחוסן און שטרײַכן ס'האָט זיך גע־ שטרײַכט און געיחוסט משה מיט זײן ברודער: זײן אַראָפּקומען אַמאָל צו משהן איז געװען אַ געשעעניש נישט נאָר פֿאַר אים, פֿאַר משהן אַלײן, נאָר אױך פֿאַר אַלע אין זײן שטוב, פֿאַר זין און טעכטער, אײדעמס און שניר, און פֿאַר די מערסטע קינדער אַפֿילו. אָט געדענקט אַ קינד: ס'טרעפֿט, מערסטנטײלס זומער. אַ פֿאַרנאַכט. דאָס קינד קומט פֿון ערגעץ אָן, כאַפּט זיך אַרײַן אין שטוב עפּעס איבערכאַפּן, אָדער זיך אױסטאָן און ▯ צוריק אַרױס אין דרױסן צו חבֿרה קינדער אױף פֿאַרנאַכטיקן זומער־שפּילן. און פּלוצעם באַמערקט עס אַן ענדערונג, אין שטוב איז עפּעס געשען: די פּאָלן געװעקסלט, די שטוב־לײט שבתדיק אָנגעטאָן, מע רעדט שטיל און אַלע האַלטן זיך עפּעס מאָדנע מחותּנדיק אָנגעצױגן. „נישט אַנדערש, אַ גאַסט”, — טראַכט זיך דאָס קינד. — װער? — פֿרעגט עס בײַ אַ דינסט, װײל שטוב־לײט, זעט עס, זײַנען איצט פֿאַרנומען און זײַנען קײן קינדער און קײן פֿראַגעס ניט גערן. — שטילער, דו... ס'איז דער פֿעטער לוזי... דער פֿעטער לוזי געקומען, — ענטפֿערט, אײַלנדיק און כּמעט, װי אױפֿן אױער, די דינסט. 1▯ ----------- 52 ד ע ר נ ס ת ר ▯װײסט שױן דאָס קינד, אַז ער האָט אים איצט ניט אין קײן צימער צו זוכן, און, זיכער איז ער איצט בײַם זײדן, מיטן זײדן אין אַלקער פֿאַרשפּאַרט. װײל אַזױ איז דער מינהג און געװײנלעך אײַנגעפֿירט: אַז דער פֿעטער לוזי קומט, פֿאַרשפּאַרט ער זיך פֿריִער מיטן זײדן אױף אַ ביסל צײַט, דעתאָך ערשט װײַזט ער זיך אױך צו די שטוב־לײט. איז אַזױ אױך איצט: אַז ס'געדױערט אַ ביסל און שטוב־לײט זײַנען אַלץ נאָך אָנגעצױגן און אינעם מאָדנעם װאַרטן, עפֿנט זיך פּאַמעלעך די אַלקער־ טיר און אױפֿן שװעל באַװײַזט זיך פֿריִער דער פֿעטער לוזי, און הינטער אים ▯ דער זײדע. און דער זײדע איז אין שבתדיקן, און די באַקן זײַנען בײַ אים רױטלעך, און דער פֿעטער לוזי איז העכער פֿונעם זײדן, װײל דער זײדע איז נידעריקער פֿון מיטל געװאַקסן, און דער פֿעטער לוזי — העכער מיטל, און זײן באָרד איז קײַלעכיק, װײס געדיכטלעך און אױגן גראָװלעכע און פֿרעמדע. גיבן די מאַנסבילן „שלום”, און די װײַבער רױטלען זיך בעתן באַגריסן, רוקן די האָר אונטער די קאָפּ־טיכלעך און שײַטלעך אַרונטער און פֿרעגן, װאָס ער מאַכט, דער פֿעטער לוזי. דער פֿעטער לוזי ענטפֿערט אױף די פֿראַגעס, ענטפֿערט שמײכלענדיק, נאָר קוקט עפּעס אַריבער, קוקט ניט אױף די װײַבער. שפּעטער, זעט דאָס קינד, איז שױן דער פֿעטער לוזי אין זאַל אױף אַ שטול באַזעצט, און דער זײדע שטײט און האַלט זיך, װי בײַם הענטל פֿון שטול. מאַנסבילן בלײַבן אין זאַל װײַטער שמועסן צו פֿירן, און װײַבער פֿאַרלאָזן דעם זאַל, מע גײט אַװעק אין עס־צימער און אין קיך און מע נעמט זיך אין קיך פֿאַרן פֿעטער לוזין עפּעס עסן פֿאַרגרײטן. דעמאָלט הערט דאָס קינד עפּעס מאָדנע און נישט קײן געװײנלעכע װער־ טער אין קיך: „מן ההי”, זאָגט מען, עסט ניט דער פֿעטער לוזי... קײן פֿיש און קײן פֿלײש ניט... און װײַבער עצהן זיך און מע באַראַט זיך לאַנג, און אַלע נוצן אױס זײערע קיך־קענטענישן און געניטקײטן, ביז מע באַשליסט עפּעס און מע שטעלט זיך▯ ענדלעך, קאָכן. ▯אױף דער נאַכט, אַז אַלע קינדער קומען זיך צונױף, פֿון גאַס און פֿון שפּילן, װערן זײ אײנציקװײַז צום פֿעטער לוזין צוגעפֿירט. זײ שעמען זיך און גײען „שלום” אָפּגעבן, און גוט און שרעקנדיק איז יענעם קינד, װאָס דער פֿעטער לוזי קוקט דערױף עטװאָס לענגער און לאָזט זײן הענטל מער זאַמענ־ דיקער אין זײן האַנט פֿאַרהאַלטן, און די קינדער רוקן זיך דערנאָך אָפּ אײנציק־ װײַז, יעדעס קינד צו זײן פֿאָטער און מוטער, פֿאַרשעמט. נאָך שפּעטער, אין אָװנט שױן, אַז מע װאַשט זיך און מע גײט צום טיש, מע זעצט זיך אױס — מענער אױבנאָן און װײַבער בײַם צװײטן עק, — באַמערקן די קינדער, אַז דער זײדע איז עפּעס פֿון זײן אָרט הײַנט אָפּגערוקט, אַז זײן אָרט בײַם אױבנאָן פֿאַרנעמט נישט ער, נאָר דער פֿעטער לוזי, און דעם זײדנס חשיבֿות איז עפּעס הײַנט װי געמינערט און זײן װאָג װײניקער. אַרט עס די ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯5 קינדער פֿאַר זײער זײדן, אָבער דערפֿאַר פֿאַרשטײען זײ אױך די גרײס פֿון דעם פֿעטער לוזיס װאָג און חשיבֿות. און נאָכן ערשטן טאָג און דער ערשטער נאַכט קומט דער מאָרגן, און אױף מאָרגן זעען די קינדער דעם פֿעטער לוזיס אױפֿפֿירונג און מידות: ער רעדט װײניק, מע הערט פֿון אים ניט קײן איבעריקע װערטער. דערפֿאַר איז אָבער דער צימער, װוּ ער געפֿינט זיך, מיט אים װי פֿאַרפֿולט, און אַלע, װאָס געפֿינען זיך אין זײן נאָענטקײט, זעען אױס, גלײַך װי זײ זײַנען אַװעקגעשטעלט אױף צו שטײן פֿאַר אים און װי אים צו באַדינען. אַזױ די ייִנגערע אין זײן אָנװעזנהײט, און אַזױ אױך די עלטערע, אַפֿילו אַלײן אױך דער זײדע און די באָבע גיטל ניט אױסגענומען: די באָבע גיטל גײט די גאַנצע צײַט, װאָס דער פֿעטער לוזי איז צוגאַסט, אין ערגעץ, אין שטאָט און אױף אײַנקױפֿן, נישט אַרױס, געפֿינט זיך אין קיך באַשטענדיק, דרײט זיך און איז באַשעפֿטיקט, די פֿאַטשײלע הינטער די אױערן פֿאַרנומען, זי שװיצט און שאַפֿט זיך, גיט אַכטונג אױף די דינסטן, קוקט זײ אױף די הענט, אױף די כּלים און אױף שטרענג כּשר־האַלטן איצט פֿיל מער, װי תּמיד. און דער פֿעטער לוזי, זעט מען, גײט ניט אין ערגעץ, און זײן הנהגה איז: ער דאַװנט שפּעט, עסט שפּעט און באַזונדער, און די באָבע גיטל באַדינט אים און לאָזט קײן דינסט אים אַפֿילו צום טיש נישט גרײטן. אַזױ די טעג אינדערװאָכן, און אַז ער בלײַבט אַמאָל אױך אױף שבת▯ זעען די קינדער, אַז פֿרײַטיק-צו־נאַכטס און שבת פֿרי בלײַבט ער אין דער הײם צום דאַװנען, און איבער אים בלײַבט שױן אױך דער זײדע אין דער הײם▯ און קינדער הערן, אַז ער דאַװנט אױך אַנדערש. „נוסח ספֿרד””, זאָגט מען▯ און קינדער זײַנען נײַגעריק און גנבֿענען זיך אונטער, און מיט גרױס ציטערניש, װען דער פֿעטער לוזי איז אין צימער ניטאָ, כאַפּן זײ אַ קוק אין זײן סידור און זעען, אַז יאָ און ריכטיק: עפּעס איז ער אױך אַנדערש און נישט װי אַלע סידורים: די תּפֿילות איבערגעדרײט און נישט װי געװײנלעך אױס▯ געשטעלט, און אײניקע גאָר אינגאַנצן אומבאַקאַנט. און די קינדער װערן געװױר, אַז אָט דעם סידור האָט דער פֿעטער לוזי באַקומען בירושה פֿון זײן טאַטן, און זײן טאַטע פֿון אַ זײדן, און אַזױ װײַטער און װײַטער, און אַז דער סידור איז שױן אױך פֿון פֿיל שׂרפֿות געראַטעװעט געװאָרן, און אַז ער איז אױך אַ סגולה־סידור, און קימפּעטאָרינס, אַז זײ גײען שװער צו קינד, לײגט מען אים די אונטער צוקאָפּנס. און שבת, בײַ די שבתדיקע טישן, רעדט שױן גאָרנישט דער פֿעטער לוזי. קײן „דבֿרי־חול”, זאָגט מען, רעדט ער נישט, און אַלע װײסן שױן, און ▯ מע באַאומרויִקט אים נישט און מע װענדט זיך צו אים מיט גאָרנישט, און װען יאָ, איז נאָר מיטן נײטיקסטן, און ער ענטפֿערט אױך קאַרג און שפּאָר־ װײניק און מיט עטלעכע לשון־קודש־װערטער גאָר בקיצור. ----------- 54 ד ע ר נ ס ת ר אַזױ קומט ער און אַזױ פֿאָרט ער אַװעק, דער פֿעטער לוזי, און נאָך יעדעס מאָל אַװעקפֿאָרן פֿלעגן די קינדער אַלץ מער פֿון זײער יחוס, פֿון זײערע זײדעס און עלטער־זײדעס זיך דערװיסן, און פֿון פֿאַרשײדענע שמועסן און געשפּרעכן פֿון די גרױסע פֿלעגט זײ אַלץ מער ידיעות צוקומען. און אָט דערװיסן זײ זיך: זײער שטאַם איז אַן אַלטער, נאָך פֿון די „גולי־ספֿרד”,*) פֿון רבנים און בעלי־שם, און, לסוף — אַז זײער עלטער־זײדע, דער רבֿ ר, יואל, זײער זײדנס און פֿעטער לוזיס פֿאָטער, איז זײער יונג פֿון דער װעלט געגאַנגען, פֿון תּעניתים, און ▯אַ▯ די לעצטע יאָרן פֿאַר זײן פּטירה איז ער אױך אַ פּרוש געװען. דאָס װײַב זײַנס דעמאָלט נאָך אַ בלוט־יוגנט... און דער באָבעס פֿאָטער האָט דעם זײדן ר, יואל געמוזט צו אַ באַװוּסטן דעמאָלטיקן צדיק צוקלאָגן, און אױך דער צדיק האָט נישט געהאָלפֿן, און דער זײדע איז אױך אױף װײַטער און ביזן סוף פֿון זײן לעבן שױן טאַקע אַ פּרוש פֿאַרבליבן. גאַנצע טעג פֿלעגט ער דאַװנען און אין די בײַנאַכטן לערנען, און קינדער האָבן געהערט, װי גרױסע האָבן, זיך איבערנעמענדיק און באַרימענדיק, דער־ צײלט, אַז דער גרױסער מגיד איז אַמאָל אַ זומער אױף דער נאַכט פֿאַרבײַ דעם זײדנס הױף דורכגעגאַנגען, װי דאָס פֿענצטער איז געװען אָפֿן, און דער זײדע האָט געלערנט, האָט ער דאָס העמד צעכראַסטעט און אַ זאָג געטאָן: — אָט װי אַ ייִד לערנט תּורה לשמה... אַן עבֿירה נאָר, — ▯האָט ער צו־ געגעבן, — װאָס דאָס, װאָס ער קױפֿט זיך אײן פֿאַר זײן תּורה, פֿאַרלירט ער איבער די תּעניתים... און די תּעניתים, — האָט מען װײַטער דערצײלט, און װעגן דעם שױן פֿאַרשטעלט און בסוד אַ ביסל, — די תּעניתים האָט ער אױף זיך גענומען פֿאַר די זינד פֿון זײן פֿאָטער, װאָס, װי מע האָט געשמועסט, האָט ער געקערט צו די שבתי־צבֿי... ער איז אַ שטיק צײַט פֿון זײ פֿאַרפֿירט געװען, און בעת דער באַװוּסטער אַסיפֿה פֿון די באַװוּסטע רבנים, װאָס מע האָט אין יענער צײַט אַמאָל געכאַפּט אין אײנער אַ שטאָט בעת אַ יאַריד, װען זײ האָבן זיך פֿאַרשלאָסן אין אַ שטוב און דאָרט אַרום אַ נאַקעטער נקבֿה, אַרום זײער מטרוניתאָ געטאַנצט, איז אױך ער, דעם זײדע ר, יואלס פֿאָטער, געװען צװישן די טענצערס... דערנאָך האָט ער חרטה געהאַט, און נאָך דעם, װי מ▯האָט די שבתי־צבֿי אין חרם אַרײַנגעלײגט, האָט ער אַ שטיק צײַט געהאַלטן אין אײן װײנען, טאָג און נאַכט זיך אין האַרצן געשלאָגן, האָט קײן העמד און קײן מלבושים נישט איבערגעביטן, אַפֿילו אױף שבת, ברױט און װאַסער געגעסן און אױף דער ערד געשלאָפֿן. דערנאָך איז ער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, און מער האָט ער זיך שױן אַהײם ניט אומגעקערט, און מ'האָט ניט געװוּסט, װוּהין ▯ *) ױ אַרױסגעטר▯בענע פֿון שפּאַניע. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 55 ער איז אַהינגעקומען... אײניקע האָבן געזאָגט, אַז ער▯ ח▯▯ ז▯▯▯▯יק אומ־ געקערט צו די שבתי־צבֿי און זיך אַװעקגעלאָזט קײן סטאַמבול, און אַנדערע — אַז ער איז אַװעק אָפּריכטן גלות. און אָט, פֿאַר זײַנע זינד, האָט עס דער זײדע ר, יואל אױף זיך גענומען אָפּקומען, און נישט נאָר דער זײדע אַלײן, נאָר אױך דער פֿעטער לחי, האָט מען געשמועסט, איז ייִנגלװײַז, אַז ער האָט זיך פֿון זײַטיקע און פֿון קרובֿים דערװוּסט װעגן זײן זײדן, האָט ער זיך דעם זײדנס גורל צום האַרצן גענומען און געזאָלט אין פֿאָטערס װעג אַװעקגײן, און ס'האָט שױן מיט אים געהאַלטן שלעכט, און אױך ער איז פֿון תּעניתים שױן קראַנק געװען. אָבער אַזױ װי ער איז געװען זײער יונג, האָבן אים די קרובֿים און אײגענע אײַנגערעדט, און מע האָט אים קײן װעלעדניק געבראַכט. און אַז דער פֿעטער לוזי איז פֿאַרן װעלעדניקער געקומען, האָט יענער אױף אים אָנגעשריגן און אין אַ גרױס ירגזון אַ זאָג געטאָן: ▯ — האַ! װאָס מײנט ער, דער יונגערמאַן? ער װעט זײן זײדן מיט די תּעניתים פֿיל גרינגער מאַכן? אַלײן אַ הורג־נפֿש, אַ זון אַ הורג־נפֿש און אױך אַן אײניקל אַ הורג־נפֿש... װאָס מײנט ער, דער יונגערמאַן? און דער פֿעטער לוזי האָט זיד געלאָזט איבעררעדן. ער האָט לאַנג גע- װײנט פֿאַרן װעלעדניקער און דעמאָלט אױך פֿאַרשטאַנען, אַז נישט אױף דעם װעג װעט ער זײן זײדן צו הילף קומען, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער שױן קײן װעלעדניק געפֿאָרן, האָט זיך פֿעסט געהאַלטן און פֿון דער פֿעסטער האַנט זיך געלאָזט אָנפֿירן. די לעצטע צײַט אָבער, — האָט מען װײַטער דערצײלט, — נאָך דעם װעלעדניקערס פּטירה, פֿילט זיך דער פֿעטער לוזי עפּעס עלנט, ער פֿאָרט אַרום פֿון „הױף” צו „הױף”, זוכט און קאָן זיך ניט צוקלײַבן, און ער איז מרה־ שחורהדיק תּמיד; ער קער זיך דערום װײניק אָן מיט מענטשן, האָט מיט קײנעם קײן מגע־משׂא, און די אײנציקע נגיעה מיט מענטשן, װאָס ער האָט יאָ, איז װאָס פֿון צײַט צו צײַט כאַפּט ער זיך צום זײדן צוגאַסט אַראָפּ. און אַמאָל, װען ער קומט צום זײדן נישט לאַנג, פֿאָרט דער זײדע צו אים צוגאַסט. ▼ ▯ און אָט, פֿון אָט די באַזוכן דעם פֿעטער לוזיס, טוט בײַ די קינדער אױף שטענדיק זײן געשטאַלט פֿאַרבלײַבן, און זײ פֿאַ▯רגעדענקען אים: — אַ מענטש העכער מיטלװוּקס, מיט גראָװלעכע אױגן, װאָס קוקן נישט גלײַך, נאָר איבער קעפּ אַריבער... אָנגעטאָן איז ער תּמיד אין אַ גלאַנציק־ לאַסטיקענער קאַפּאָטע אינדערװאָכן און אין אַ זײַדענער אום שבת... האַלט זיך גלײַך, און אַז ער גײט, דאַכט זיך, אַז אַלע מוזן אים דעם װעג אָפּטרעטן... רעדט װײניק, און מערסטנטײלס זעט מען אים זיצן אין טלית, און װען ניט ----------- ▯ 56 ד ע ר נ ס ת ר אין טלית, איז מיט די הענט אין די צװײ הינטערשטע קעשענעס פֿון זײן קאַפּאָטע פֿאַרשטעקט, שפּאַנט אַ פֿאַרטראַכטער איבערן צימער אַרום, שטעלט זיך אָפֿט אָפּ און בלײַבט אױך שטײן פֿאַרטראַכט, און אַ טבֿע האָט ער בעתן טראַכטן: מיט זײַנעם אַ טײט־פֿינגער איבער דער ברעם פֿון זײן רעכטן אױג הין־און־צוריק צו פֿירן און די האָר צוצובאַרשטן. ▯ אײנמאָל, אין אײנעם אַ גאַנצפֿרי, שױן הײסן, אָבֿ־חודשדיקן פֿרי־ מאָרגן, איז משה מאַשבער, װי נאָר ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון געלעגער, זיך אָנגעטאָן און געװאַשן, אַזױ איז ער גלײַך אַרײַנגעגאַנגען אין שמאָלבלעך־ לענגלעכן קאָרידאָר, ▯ווּ די שראַגע פֿון די מלבושים איז געשטאַנען. ער האָט אױף זיך זײן זומערדיקן אױבער־מאַנטל גענומען און זײן שירעם פֿון װינקל, און קײנעם פֿון די נאָך שלאָפֿנדיקע בני־בית, און אַפֿילו זײן װײַב גיטלען, גאָרניט זאָגנדיק, איז ער, פֿאַרן דאַװנען און פֿאַרן טײ־טרינקען, אַרױס פֿון זײן הױז און צום בית־עולם, װאָס געפֿינט זיך שטאַרק װײַט, אַזש אין צװײטן עק שטאָט, זיך אַװעקגעלאָזט. ▯ װי ער איז פֿון זײן ▯הױף אַרױס, אַזױ איז ער באַלד דורכגעגאַ▯ען די ברײט פֿון זײן נאָך־פֿאַרשלאָפֿענער גאַס, װאָס איז בשכנות געװען מיט די ניט־ייִדישע, מיט יענע, װאָס מיט די פֿאַררוקטע סעדער און מיט די הױך־ הילכנדיקע פּאַרקנס, און דאַן איז ער אױף דער בריק, װאָס פֿאַראײניקט בײדע שטאָט־טײלן, די אין דער הײך און אין דער נידער ליגנדיקע, אַרױס. דער בריק איבערן טײַך — אַ לאַנגער און אונטער פֿערדן־טלאָ האָט מיט געהילץ און מיט ברוק־פּוסטקײט געהילכט. אינמיטן בריק — אַ ברײטער װעג פֿאַר פֿערד־און־װאָגן, און פֿון בײדע זײַטן בײַ די פּאָרענטשעס — שמאָלע װעגן פֿאַר צופֿוסגײער. אױפֿן בריק אַרױפֿקומענדיק, האָט משה געזען, װי אײן ברעג טײַך איז נאָך געלעגן טונקל אין דרעמלענדיקן נישט־שורשענדיקן טשערעט, דער צװײ־ טער — באַזונט שױן, און אױפֿן טײַך אַלײן האָט ז▯י לעצטע טײַך־קילקײט אױף דער װאַסער־אױבערפֿלאַך זיך געדעמפֿט און גערױכלט. נאָכן בריק איז ער אַרױפֿגעקומען מיט אַ משו▯ע־אַרױפֿליגנדיקער גאַס אין דעם אײבערשטן שטאָט־טײל, דאָרט, װוּ ס'געפֿינען זיך די מערסטע און די רײַכסטע קראָמען און קלײטן, און װוּ די קראָמען און די געשעפֿטן זײַנען נאָך צו געװען, די טירן און לאָדן מיט שלעסער און מיט קװער־איבער־ געפֿלאָכטענע קײטן געשלאָסן, און נאָר אױף אַ זוניקער זײט אײנער זײַנען בײַ אײניקע קלײטן, פֿאַר די טרעפּ און אױף די טרעפּ, שױן בינטלעך פֿרי־ מאָרגנדיקע באַלמעלאָכעס געשטאַנען און געזעסן, האַלב נאָך פֿאַרשלאָפֿן, אין ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 57 זײערע פֿאַך־קױטיקע קלײדער און מיט זעקלעך געצײַג, און געװאַרט אױף באַשעפֿטיקונג, אױף פֿאַרדינסט און אַז עמעצער זאָל זײ קומען אױפֿן טאָג דינגען. ▯ פֿון דאָרט, פֿון דעם צענטער־שטאָט, האָט ער זיך אױף דער לענגסטער שטאָט־גאַס אַראָפּגעלאָזט, װוּ, אױף װיפֿל ס'איז מיטן אױג געװען צו זען, זײַנען אַלע לאָדן פֿון די אײן־ און צװײ־שטאָקיקע הײַזער פֿון בײדע זײַטן נאָך פֿאַרמאַכט געװען, אַלע אײַנװױנער נאָך געשלאָפֿן, און נאָר װען־ניט־װען האָט אַן אײנצלנע פֿאַרפֿריטע באַלעבאָסטע מיט אַ קױשל די גאַס דורכ־ ▯ געשניטן, אין אַ זײַטיק געסל אַרײַן און אין מאַרק אַװעקגעאײלט; אױך אַן אײנציקער באַלעבאָס אַמאָל איז מיט טלית־און־תּפֿילין אונטערן אָרעם, פֿון שול קומענדיק גאַנצפֿרי שױן אַן אָפּגעדאַװנטער, אײַלנדיק און אױף גיך, צוריק און צוליב געשעפֿט, אַהײם איצט געלאָפֿן. די גאַס אינגאַנצן אָבער נאָך לײדיק. פֿון װײַט־װײַט נאָר, אַזש פֿון דעם אונטערשטן טײל גאַס, האָט זיך אױף אַ לײדיק־שלעפֿעריקן פֿאַעטאָן באַװיזן אַרױף פֿאָרנדיק אַן אײנגעהאָרבעטער פֿורמאַן, אױף דער קעלניע דרעמלענדיק און דעם קאָפּ פֿאַרלירנדיק. װאָס װײַטער אָבער משה איז אַזױ געגאַנגען, האָט די גאַס שױן צו ביסלעך און פּאַמעלעך װי אױפֿװאַכן גענומען: פֿאַרשלאָפֿענע װײַבער, מענער, דינסטמײדלעך און קינדער זײַנען פֿון די בעטן נאָר־װאָס אַרױס די לאָדן עפֿענען, און אין די הײַזער האָט שױן ▯רודערן גענומען ,און פֿון די הױפֿן און פֿון די טױער־פֿאָרטקעס האָט שױן מיט געשטעלטע סאַמאָװאַרן, מיט קױלן־ רױך און מיט סמאַלינע געטשאַדעט. דעמאָלט האָט זיך משהן די גאַס אױסגעלאָזט, אַ שטיק פֿרײ פֿעלד מיט נאָר אַ שאָסײ־װעג אין דער מיט, אָן הײַזער און אָן ישוב בײַ די זײַטן, האָט זיך אים באַװיזן, און פֿון דאָרט אױס האָט מען שױן אױך די װײַטלעכע אײזנ־ באַן־ליניע, װאָס טײלט אָפּ די שטאָט פֿון אױסער שטאָט, געקאָנט אָמען: פֿון בײדע זײַטן ליניע זײַנען אין אלכסון גענײגט, אײנער רעכטס און אײנער לינקס, צװײ װײס און שװאַרץ געשטרײפֿטע שלאָגבײמער געשטאַנען. און אָט אַהין האָט איצט משה זײן אױג געװענדט, אַהין זײן װעג אָנגעריכט. צוגעקומען און איבערגעשניטן די ליניע, האָט זיך דער װעג אים צעטײלט אױף צװײ: אײנער — אַ װײס־ברוקירטער און געשאָסײטער — חאָט זיך צו די פֿאָרשטאָט־ישובים און דאַן צום האָריזאָנט און צו װײַטע מרחקים געצױגן, און דער צװײטער — אַן אַראָפּנידערנדיקער, נישט געברוקירט און נישט שאָסײט, האָט צו אַ נידעריק-געמױערטן, רױט־ציגלדיקן און נישט גע־ טינקעװעטן פּאַרקן געפֿירט. און משה האָט זיך אױפֿן צװײטן געלאָזט. און אָט, װי ער איז אַזױ מיט דער לענג פֿון אָט דעם פּאַרקן אַ שטיק װעג אָפּגעגאַנגען און היפּשע עטלעכע מינוט בײַ זײן זײט זיך געהאַלטן, אַזױ איז ----------- 58 ד ע ר נ ס ת ר ער פּונקט אין דער מיט זײַנער צום בית־עולם־טױער צוגעקומען, און דורך דאָרט, דורכן הױך־געמױערטן און פֿינצטערלעכן אוהל, אױפֿן „פֿעלד” אַרױפ־ געקומען. ס'איז, װי געזאָגט, נאָך זײער פֿרי געװען. דער בית־עולם מיט די פֿיל־ און ענג־באַלײגטע קבֿרים, װעלכע זײַנען דאָס רובֿ מיט נוס־בײמלעך פֿון אַ מענטשן־הײך די גרײס פֿאַרשטעלט, אױך מיט אײנצלנע הױכע לינדן־בײמער, צעװאָרפֿענע, מיט פֿיל קראָען־נעסטן באַ▯צטע, איז נאָך אונטן אין האַלב־טונקל אַון אין גראָזיקער שאָטנדיקײט געלעגן, אױבן, אָבער, שױן צו פֿרימאָרגן, צו זומער און צו טאָג אױפֿגעװאַכט און צעעפֿנט. משה איז דורכן קיל־פֿינצטערלעכן אוהל דורכגעגאַנגען, דורך די צװײ אָן־טירנדיקע עפֿענונגען, דער אַרײַנגאַנג דעם אַרױסגאַנג קעגנאיבער, װוּ אױף אײנער אַ מזוזה־זײט פֿון אַרױסגאַנג האָט ער דערזען אױפֿגעהאַנגען אַ „צידוק־הדין”־טאָװל, מיט גרױסע סידור־אותיות געשריבן. ▯ ס'האָט אים גלײַך נאָכן אוהל אַ פֿרײַער נאָך נישט קײן פֿאַרנומענער פּלאַץ באַגעגנט, און אױף יענעם פּלאַץ און פֿון די הױכע, מיט זון באַשײַנטע בײמער אַראָפּ — אַן אױפֿגעריסן־גרילצנדיק געשרײ פֿון קראָען און קראָעשן פּלאָנטער אַנטקעגן דער װאַרעמענדיקער זון דער פֿרימאָרגנדיקער. דעם פּלאַץ דורכגעגאַנגען, איז ער אױף אַ סטעזשקע אַרױף, און מיטאַמאָל האָט ער רעכטס פֿון זײן װעג דערזען דעם באַװוּסטן צדיקס מױערל, און ס'האָט אים אין האַרצן אַ קיל געטאָן. דאָס מױערל האָט אַרױסגעקוקט פֿון דער גרױסער מאַסע מצבֿות, װאָס אַרום דעם, מיט די טױבע אָנפֿענצטערדיקע װענט און מיטן רױטן בלעכענעם דעכל, װי אַ שװעמל פֿון גראָז, און משה אױף אַ זײַטיק סטעזשקעלע אַהין אָפּקערעװענדיק, איז, נאָך אײניקע מינוט גײן דערױף, לסוף צו דער אַלטער און קרומלעכער מױערל־טיר צוגעקומען. די טיר איז קרומלעך אױף די זאַװיעסעס געהאַנגען און פֿון איר עפֿענונג, פֿון אַ קרומלעכן שפּאַלט, האָט אױף משהן מיט סקלעפּ און מיט אײנזאַמקײט אַ װײ געטאָן. ער האָט לאַנג זיך ניט געזאַמט פֿאַר דער טיר, האָט באַלד זײן שירעם בײַ אַ װאַנט־זײט אַװעקגעשטעלט און אין דרױסן געלאָזט, און אַלײן די האַנט צו דער קליאַמקע אױסגעשטרעקט, זי אָנגענומען און די טיר געעפֿנט. ▯ פֿון ליכטיקן דרױסן געקומען און אין די אױגן נאָך פֿיל שײן האָבנדיק, האָט דאָך משה אינעם מױערל־פֿינצטערניש גלײַך דערזען, װי פֿון װאַנט צו װאַנט זײַנען דראָטן איבערגעצױגן, און אױף די דראָטן זײַנען פּלאָשקעלעך געהאַנגען, — פֿאַרשװאַרצט און פֿאַרטשאַדעט, פֿאָררױכערט און קױם דאָס גלאָז אַרױסצוזען — מערסטנטײלס אױסגעלאָשענע אָדער נאָך נישט אָנ־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 59 געצונדענע, און נאָר אײניקע פֿון זײ האָבן געברענט, שװאַך דעם אַרום באַ־ לױכטן און מיט בױמל און קלײנע ▯קנײטלעך געקנאַקט און געצאַנקט. באַלד האָט זיך פֿון אַ זײט פֿונעם מױערל, פֿון אַ באַנק, װאָס בײַ אַ װאַנט, באַװיזן אַ קלאָר נישט אָנזעעװדיק געשטאַלט און דעם אַרײַנקומענדיקן משהן װי אַנטקעגן געלאָפֿן. דאָס איז געװען ליבער־מאיר דער מױערל־שמש, יענער, װאָס שטענדיקט אױפֿן פֿעלד, סײַ זומער, סײַ װינטער, און װאָס פֿון פֿרי ביז נאַכט קאָן מען אים נאָר טרעפֿן אין מױערל; יענער, װאָס גאַנצפֿרי זעט מען אים לױפֿן אַהין, און פֿאַרנאַכט — אַן אײַלנדיקן צוריק פֿון דאָרט; תּמיד מיטן ספֿר אונטער דער האַנט, אַ גראָבלעך־נידעריטשקער, מיט אַ ברױנלעך־שװאַרץ סריס־פּנים, אָן שום האָר אױף די באַקן און נאָר מיט אַ פּאָר גרױ־געצײלטע האָר בײַ דער גאָמבע אױף (װען ער האָט צײַט) זײ אין מױל צו בײַסן. אַ קורצ־ זיכטיקער, די בריל איז אים תּמיד אױף דער שפּיץ נאָז, און מיט גרױ־ קאָלירטע, שטענדיק אַרױסקוקנדיקע און צו דער פֿינצטערניש, װי אַ סאָװע, געװענדטע אױגן, קוקט ער אַריבער און אַרױס פֿון זײ. זײן קאַפּאָטע פֿון בױמל פֿאַרפּאַפּט און פֿאַ▯רטריקנט־גלאַנציק, און תּמיד איז זי אין עטלעכע פֿאַכן מיטן גאַרטל פֿאַרגאַרטלט, און די צװײ פֿראַנדזן־עקן הענגען אים פֿון פֿאַר די לענדן אַראָפּ. און אָט װי משה האָט זיך דאָ נאָר באַװיזן, אַזױ ▯האָט זיך באַלד ליבער־ מאיר אױפֿגעהױבן פֿון זײן באַנק, װאָס בי▯ אײנער אַ װאַנט, ער ▯האָט זײן ספֿר אַװעקגעלײגט, יענעם, װאָס ער קוקט אין אים אַרײַן, לערנט אין אים באַשטענדיק, װען ער האָט קײן אַרבעט ניט, װען אױפֿן בית־עולם קומט קײנער, קײן יאָרצײַט און קײן קבֿר־אָבֿות־לײט, און ער האָט נישט פֿאַר װעמען קײן קװיטלעך צו שרײַבן און קײן לעמפּלעך אָנצוצינדן. איצט אָבער, אַז ער האָט משהן דערזען און אים דערקענט (װײל געקענט האָט ער אַלעמען אין שטאָט), איז ער גלײַך, אַפֿילו נישט פֿרעגנדיק בײַ משהן, צו די דראָטן צוגעגאַנגען, ער האָט אױף גיך בײַ אײנעם אַ לעמפּעלע זיך גענומען פּאָרען, פֿון אַ פֿלאַש אַהין בױמל אָנגעגאָסן, און קורצזיכטיק, פֿון אײַלעניש, איבערגעגאָסן, און מיט די הענט גװאַדזשענדיק און אױף אַ נישט־ געשיקטן שמש־אופֿן דאָס קנײטל פֿאַרריכטנדיק, ▯האָט ער עס אױך אָנגעצונדן דערנאָך. משה דערװײל — בעת ליבער־מאיר האָט בײַם לעמבעלע געטאָן — האָט אױף דער ערד און אױפֿן צדיקס קבֿר געקוקט, װי אױך ער, דער קבֿר, איז פֿעט—פֿאַרפּאַפּט און פֿאַרטריקנט־גלאַנציק, זײַנע ברעטלעך שױן צעפֿאָרן, און פֿון פֿיל יאָרן אָנגערוקטע קװיטלעך אַהין קוקן פֿון זײַנע שפּאַלטן אַרױס. דערנאָך האָט ער פֿון קעשענע אַ תּהילימל אַרױסגענומען, און אָפּטרעטנ־ דיק, אױף װיפֿל דער דרך-ארץ פֿאָדערט, האָט ער זיך פֿאַרן קבֿר געשטעלט, ----------- ▯ 60 ד ע ר נ ס ת ר און נאָך דעם, װי ליבער־מאיר האָט דאָס לעמפּעלע שױן אָנגעצונדן און צוריק צו דער װאַנט און צו זײן ספֿד זיך אומגעקערט, האָט ער גענומען זאָגן. ער האָט לאַנג און װאַרעם תּהילים געזאָגט, משה, און װאָס מער ער האָט געזאָגט, אַלץ מער האָט ער זיך צעװאַרעמט, און װערטער האָבן אים פֿון מױל געשטראָמט, — יענע װערטער, װאָס דערמאָנען אין מענטשנס זינד און שװאַכקײט און אין זײן נישטיקן און קומען־מװנדיקן סוף: כי עװנותי עברו ראשי כמשא כבד יכבדו ממני... הנה טפֿחות נתת ימי וחלדי כאין נגדך... אַך הבל כּל אדם נצב סלה▯..*) און באַלד האָט ער שױן דאָס גאַנצע אַרומיקע פֿאַרגעסן. ער האָט זיך מיט די װערטער צונױפֿגעגאָסן, און דער שטראָם האָט אים געטראָגן, און טרױער און גלײביקײט האָבן זיך געשטאַרקט אין אים, מער טרױער, װי גלױבן... און טרערן האָבן זיך אים געגאָסן, און אַזױ לאַנג און אַזױ װײַט איז ▯ר פֿאַרכאַפּט געװען פֿון געװײן, אַז ער האָט שױן אױף אַ קול געװײנט, און, פֿון מענערישער קראַפֿט געבראָכן, געכליפּעט. ליבער־מאיר איז די גאַנצע צײַט, װען משה האָט געזאָגט, װי תּמיד ער איז געװױנט געװען אױף די זאָגנדיקע און אױף די בעטנדיקע ניט צו קוקן, אױך איצט בײַ אַ זײט געשטאַנען און, אין ספֿר אַרײַנקוקנדיק, פֿאַרטאָן געװען. אָבער אַז משה האָט געענדיקט, אַז זײן קול איז אײַנגעשטילט געװאָרן, און ליבער־מאיר האָט דאָס דערפֿילט, האָט ער װידער דעמאָלט זײן ספֿר אױפֿן באַנק אַװעקגעלײגט, און ערשט דעמאָלט צום פֿון געװײן־שױן־באַרוטן משהן צוגעגאַנגען, און פּאַמעלעך און מיט אָפּשײַ צו אים צוטרעטנדיק, בײַ אים אױף דער סיבה פֿון זײן איצטיקן אױפֿן-„פֿעלד”־קומען געפֿרעגט. — אַזױ▯ אַזױ, זיך אַ שטיקל „אָרט” קױפֿן, — האָט ער, נ▯עדיק, װי תּמיד בעת ער שטײט פֿאַר אַ נגיד און ער טוט יענעמס אַלע װערטער באַ־ װוּנדערן, משהס ענטפֿער איצט איבערגעחזרט. ▯ — יאָ, — האָט משח געזאָגט. משה האָט נאָך גערעדט מיט אַ פֿאַרטריקנטן און הײזעריקן האַלדז פֿון געװײן. ער איז אױף אַ קורצן שמועס נאָך מיט ליבער־מאירן ▯אין מױערל פֿאַרבליבן. די האָבן װעגן בית־עולם־זאַכן געשמועסט, און אױך (װײל ער האָט ליבער־מאירן זעלטן־װען געזען) האָט אים איצט משה אױסגעפֿרעגט, װי ס'גײט אים און װי זײַנע פּאַרדינסטן זײַנען. ער האָט דערנאָך אױך אױף אַ מילד־נגידישן און נישט־פֿאַרשעמענדיקן ▯ױ▯ ▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯ג▯ מ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ן ▯▯▯ ▯▯ ▯▯▯ ▯ ני▯טיק קעגן דיר▯ לױטער חבל איז דער גאַנצער מ . אַזױ איז עס באַשטענױק. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 61 אופֿן ליבער־מאירן פֿאַרן לעמפּעלע אָנצינדן באַלױנט, און ליבער-מאיר האָט אַ פּאָר היפּש־װערטיקע מטבעות, װאָס פֿון אַנדערע און פֿון אָרעמע באַזוכער איז ער ניט געװױנט געװען צו קריגן, אין דער האַנט דערפֿילט. ער איז, זעט אױס, קאָנטעט געװען זײער: ער האָט מיט זײַנע גרױ־אַרױפֿקוקנדיקע, קורצזיבטיקע אױגן איבער דער בריל אַריבער אױף משהן געקוקט, עפּעס שטיל געמורמלט און אױף אַ שטאַמל־לשון און אױף אַ שעמענדיקן שמש-אופֿן אים אָפּגעדאַנקט, משהן. און שױן: מער האָט משה אין מױערל נישט געהאַט צו טאָן. ער האָט פֿאַרן אַרױסגײן נאָר אַ װײַלע נאָך אױף די װענט און אױפֿן קבֿר געקוקט, און דאַן, מיטן פּנים צום קבֿר און מיטן רוקן צו דער טיר זיך שטעלנדיק, איז ער װידער, װי דער דרך־ארץ פֿאָדערט, אַזױ צו דער טיר צוגעקומען, זי אױפֿגעעפֿנט און אַרױסגעגאַנגען. נישט פֿון אוהל און נישט צום שטאָט-אַרױסגײן אָבער האָט זיך איצט משה געלאָזט, נײן; אַז ער איז אױפֿן פֿרײען, נישט־פֿאַרנומענעם פּלאַץ, װאָס פֿאַרן אוהל, געקומען, האָט ער אין אַ זײט פֿאַרקערעװעט, רעכטס פֿון אוהל, װוּ בײַ אַ זײט פֿון פּאַרקן, אין פֿרונט און אַרײַנגעבױט אין אים, אין דעם משגיחס שטיבל געשטאַנען, מיט די קלײנע פֿענצטערלעך און מיט דער טיר פֿון פֿאָרהײזל אין פֿעלד אַרױסגעעפֿנט. דעם משגיחס הײַזל — װי אַלע אַזױנע ענלעכע בית־הקברות־הײַזלעך, האָט מיטן אָרעמלעבן אױסזען דערמאָנט אין אַ קרעטשמע, װאָס אין אַ מיט שליאַך אָן אַ זײט פֿון אַ ישוב. אַ פּאָר פֿרי־אױפֿגעשטאַנענע און פֿאַרשעמטע קינדער האָבן זיך געשפּילט פֿאַר דער טיר, מיט דאָרפֿיש־אַראָפּגעלאָזטע אױגן, װאָס היטן זיך מיט אַ פֿרעמד־אָנגעקומענעם מענטשנס בליק צו באַגעגענען. אַן אײנציקע ציג האָט זיך נישט װײַט אױפֿן פֿעלד▯גראָז געפּאַשעט. זי איז מיט אַ שטריק צו אַ נײַער, נאָך נישט געשטעלטער, הילצערנער צאַם אָן אותיות צוגעבונדן געשטאַנען, און פֿאַרן פֿאָרהײזל, פֿאַר דער אַרײַנגאַנג־טיר האָבן זיך, װי תּמיד פֿאַר אַזױנע הײַזלעך, קיך-געשיר, שטוב־בלים און בעט- געװאַנט געטריקנט און געלופֿטערט. משה איז דורכן פֿאָרהײזל דורכגעגאַנגען, װוּ ס'האָט מיט לײדיקע עמער, מיט פֿאַרדומפּענער פֿאַס און װאַסער געשמעקט, און אַז ער האָט די טיר גע־ עפֿנט און אין שטיב▯▯ אַרײַנגעקומען, האָט ער אַריבער אַ האַלבן מנין ייִדן פֿאַרזאַמלטע, און, װי ס'װײַזט אױס, פֿון פֿריִער אָפּגערעדט געװען, אױף אים שױן װאַרטנדיק געטראָפֿן. דאָס זײַנען געװען: ערשטנס, הירשל ליװער, דער משגיח אַלײן. אַ פֿופֿציק־יאָריקער, מיטלװוּקסיק־ברײטלעכער פּאַרשױן מיט פֿון טאַבאַק פֿאַר־ געלטע האָר בײַ דער גאָמבע־באָרד, און די איבעריקע האָר היפּש שױן װײַסלעך. די קאַפּאָטע בײַ אים, בײַ די קנעפּ פֿון פֿאָרנט און בײַם פֿאַרשפּיליען, ----------- 62 ד ע ר נ ס ת ר , פֿאַרשמאָלצעװעט, אָבער ניט פֿון פֿאַרשפּיליען און נישט פֿון צו אָפֿט זיך פּאָרען בײַ דער קאַפּאָטע, נאָר פֿון הױכלעכן בױך, האָט זיך געדאַכט,▯ און װי פֿון בױך־שמאַלץ פֿאַרשמאָלצן. אַ שטאַרק־באַרוטער, מיט אַ כיטרע־בורשטינענעם בליק פֿון אונטער אָפּלאַכנדיקע אױגן אַרױס. אַ שטאָט־מענטש און אַ בעל־דעה אין שטאָט. און די עובֿדה זײַנע איז געװען — פֿאַר זיך און פֿאַרן בית־עולם (פֿאַר זיך אױף לעבן, און פֿאַר דעם בית־עולם װאָס מע דאַרף אױף צו קױפֿן ▯ און צו פֿאַרריכטן) פֿון טױט און פֿון לעבעדיק, פֿון אָרעם און פֿון רײַך צו רײַסן. ער האָט אױפֿן בית־הקברות געװױנט און „קבֿרות־מאַן” געהײסן, אָבער בײַ קבֿורות האָט מען אים, אױסער בײַ אָנגעזעענע און רײַכע, זעלטן-װען געזען. דערפֿאַר אָבער האָט ער דעם טױטן קאָנטע־בוך געפֿירט, און יעדעס פּיצעלע אױפֿן „פֿעלד” איז אים אײגן געװען, קײן מינדסט ערטעלע פֿון אים פֿאַרהױלן, און דערום, װען קבֿר־אָבֿות־צײַט, אַז אַן אָרעמאַן, אַן אָרעמער באַל־ מעלאָכע, פֿלעגט זיך צו אים װענדן: — ר, ▯הירשל, כ'קאָן מײן טאַטן ניט געפֿינען, זאָגט מיר, כ'בעט אײַך, װוּ ליגט ער? — לעבן אַ פֿערציקער ליגט ער, — פֿלעגט הירשל ענטפֿערן, און מ'האָט דעם ענטפֿער פֿאַרשטאַנען, און ער האָט טאַקע באַלד געהאָלפֿן דעם טאַטן צו געפֿינען, און איז אױך אַלײן געהאָלפֿן געװאָרן. דאָס איז הירשל. ס'האָט אױך געװאַרט איציקל טשיטשבאַבע, — אַ חבֿר־קדישה־גבאי. אַ מענטשעלע אַ פֿאַרזעעניש. נישט אַזױ מיטן קערפּער באַלײדיקט, ▯ױ מיטן פּיצל פּנימל, װי אַ פֿײַג אַן אײַנגעשרומפּנס, מיט װײניק הערלעך אױף דעם און מיט צװײ שמאָלע אײגעלעך, װי שפּעלטעלעך, און אױך מיטן דין קעלעכל, װי בײַ אַן ערשט־געבױרן קעצל. ▯ ער איז שטאַרק פֿרום, איציקל, און פֿון גרױס פֿרומקײט קװיקט ער זיך אָפֿט און זופּט לופֿט, װי יושקע. אַלײן רעדט ער נישט און זאָגט קײנמאָל גאָרנישט, נאָר אַז אַנדערע שמועסן, שטײט ער בײַ אַ זײט און האַלט עמעצן אונטער. ער טראָגט אַ היטל מיט אַ שטאַרק־ברײטן דעניק, אַ האַלב־שבתדיקע קאַפּאָטע תּמיד, און צוליב דער בכּבֿודיקער שטעלע און פּרנסה — פֿון גאַנצ־ פֿרי שױן אין גאַרטל. ס'האָבן אױך געװאַרט עטלעכע נושאי־מיטה ייִדן, מיט שטאַרק־לאַנגע, ביז דער ערד אַראָפּ, קאַפּאָטעס, אין קורץ געכאָליעװעטע, נישט געשמירטע שטיװל, שװײַגנדיקע, פֿאַרגליװערטע און האַלבע גולמס — פֿון פֿיל טױטן זיך אָנזען און פֿון ▯אָרען זיך מיט טױטע. אױך אַ פּאָר גרעבער־ייִדן, יענע, װאָס מע זעט זײ אָפֿט אין פֿעלד פֿון אַ נישט־דערגראָבענער גרוב מיט די קעפּ אַרױס־ שטעקן, כּמעט זקנים שױן, װאָס האָבן זיך אױפֿן פֿעלד און בײַם קבֿרים־גראָבן ▯ ----------- ד ▯ מ ש ▯ ה ה מ אַ ש ב ע ו▯ 63 געעלטערט, אָבער מיט געזונטע פּלײצעס נאָך, ברײטע און האַמעטנע — אײנער אין אַ זשילעט אָן אַרבל, און דער צװײטער מיט אַ װינטערדיק װאַטאָװע לײבל אױף די אַקסל אַרױפֿגעװאָרפֿן. אָט די אַלע האָבן, װי געזאָגט, װי װײַזט אױס, שױן פֿון פֿריִער אָפּגערעדט געװען, געװאַרט אױף משהן און איצט, אַז ער איז אין שטיבל אַרײַן, זײַנען די שױן גרײט געשטאַנען אַלע: הירשל מיטן פֿעלד-בוך אין האַנט, און אַלע איבעריקע, אַז זײ האָבן משהן אױף דער שװעל דערזען, האָבן געטאָן דאָס זעלבע, װאָס הירשל האָט געטאָן, אים דערזעענדיק: אַלע האָבן די פּנימער צו דער טיר אױסגעדרײט; און נאָכדעם ,▯ױ מע האָט צוליבן כּבֿוד פֿון משהן, אײניקע מינוט נאָך אין שטוב און בײַ אַן איבערגעכאַפּטן שמועס זיך ▯פֿאַרהאַלטן, האָט הירשל „קומט, ייִדן”, אַ זאָג געטאָן, און אַלע האָבן זיך צו דער טיר געלאָזט און צוזאַמען מיט משהן צוריק אין „פֿעלד” אַרױס. באַלד האָט דאָס גאַנצע פֿעלד און אױך די הױכע אײנציקע לינדן-בײמער, יענע, װאָס מיט די פֿיל קראָ-נעסטן באַזעצט, אַ בינטל ייִדן צוזאַמען זיך האַלטנדיקע און אײנס לעבן אַנדערע שפּאַנען, געזען: הירשל ליװער מיט משהן בראש, און הינטער זײ די איבעריקע, נישט װײַט אָפּגעטראָטן. הירשל, דעם בוך האַלטנדיק, האָט איצט אױסגעזען, װי אַ סוחר, װאָס איז אַרױס מיט אַ קונה אױף זײן סחורה־לאַגער־פּלאַץ, און טוט אים באַװײַזן, װאָס ער פֿאַרמאָגט, און װאָס ער װיל אים פֿאַרהאַנדלען. יעדעס װינקעלע אױפֿן בית־עולם איז דאָך הירשלען באַקאַנט, יעדעס מינדסט ערטעלע באַװוּסט, װוּ װער ס▯ליגט, װוּ װאָס פֿאַר אַן אָרט איז מער חשובֿ, און װוּ װאָס פֿאַר אַ חשובֿ ס'װאָלט געװאָלט ליגן... „און אָט, — האָט ער איצט משהן פֿון אָרט צו אָרט געפֿירט און אים געװיזן, — און דאָ איז, װי ער זעט, שױן פֿאַרנומען, און דאָרט שױן פֿאַרקױפֿט, און נאָר אײניקע ערטער, געצײלטע און לעבן גאָר גרױסע לײט, זײַנען אים נאָך פֿאַרבליבן, װאָס ניט פֿאַר אַבי-װעמען האַלט ער זײ, און ניט יעדער, אַפֿילו פֿאַר גרױס געלט, קאָן זײ קריגן, און זאָל ער, משה, אַלײן זען, װאָרעם צו רעדן איז דאָך ניט שײך, און זאָל ער זיך, װוּ און װאָס אים געפֿעלט, זיך אױסקלײַבן לפֿי־כבודו”... — אַװדאי, אַװדאי לפֿי־כבודו, — איז איציקל טשיטשבאַבע דאָ פֿון אַ זײט אױסגעװאַקסן מיטן ברײטן היטל-דעניק, מיטן פּיצל פּנימל און מיטן קעצל־קולכל, הירשלען אונטערהאַלטנדיק און װי אױך משהן צופּסקענדיק. — יאָ, יאָ, — האָבן אױך די גולם־שמשׂים נאָכגעזאָגט און אױך די פּאָר קבֿרים-גרעבער — אױף זײער אופֿן גראָבלעך. שפּעטער אַ ביסל האָט מען געקאָנט זען, װי אױף אײנעם אַן אָרט האָט זיך דאָס פֿריִערדיקע ייִדן־בינטל שױן לענגער פֿאַרהאַלטן און אױף אַ היפּש שטיקל צײַט אױך דאָרט פֿאַרבליבן. ----------- ▯ 84 ד ע ר נ ס ת ר הירשל, האָט מע▯ געזען, האָט, אױף יענעם אָרט שטײענדיק, עפּעס אין בוך אַרײַנגעשריבן, און די גרעבער האָט ע▯ אַ באַפֿױל געגעבן, זײ זאָלן דאָס אָרט באַלד אָפּגרײזן און אַ סימן אױף „פֿאַרנומען” מאַכן. און די גרעבער האָבן טאַקע אַזױ געטאָן און זיך היפּשלעך צײַט געפּאָרעט און פֿון דינע ברעטלעך עפּעס אַ דערװײליקע צאַם געמײסטרעװעט. משה דערװײל האָט, בעת די גרעבער האָבן זיך בײַ דער צאַם געפּאָרעט, אױף דער ערד געקוקט און ▯יך פֿאַרטראַכט, און צוליב חשיבֿות פֿונעם מאָמענט פֿאַר משהן, האָבן אים די איבעריקע װי אַלײן געלאָזט און פֿון צו שטערן זיך אָפּגעהאַלטן. אין יענעם מאָמענט האָט אינעם שטאַרק־צעעפֿנטן און זוניקן חלל פֿון פֿרימאָרגן עפּעס אַ יונגע קראָ פֿון אַ הױכן בױם אַ קראַקע געטאָן, און משה האָט זיך פֿון פֿאַרטראַכטקײט און פֿון אומגעריכטקײט אױף צוריק אַ דרײ אױס געגעבן. ער האָט דעם בױם געזוכט און אים ניט געפֿונען, און אָנשטאָט דעם בױם האָט ער פּלוצלונג דערזען אױף דער װײַטער אײַזנבאַן־ליניע אַ לאָקאָ־ מאָטיװ, אַ פּעכקענדיקן און װײסן רױך לאָזנ▯יק, װעלכער האָט אַ לאַנגן און שװער־באַלאָדענעם פֿראַכט־צוג נאָך זיך געשלעפּט, מיט אַ לאַנגער רײ אַלצ־ אײנס רױט־געפֿאַרבטע װאַגאָנעס און מיט שװאַרצע רעדער אין אײן מאָס ▯ לױפֿנדיקע, זיך אײַלנדיקע און װי אױף אײן אָרט שטײענדיקע. דער צוג האָט איצט מיט זײן אײגענער מחשבֿה װעגן אָנקומען און פֿאַר־ גײן געשטימט, אים דערמאָנט... און דער לאָקאָמאָטיװ האָט באַלד טאַקע אָט די דערמאָנונג װי באַשטעטיקט: ער האָט אַ שנײַדנדיקן לאַנג־צעצױגענעם און צו דער סטאַנציע צו־װיסן־געבנדיקן פֿײַף אַרױסגעלאָזט. משה האָט פֿון אומגעריכטן פֿײַף אַ ציטער געטאָן, און ער האָט זיך באַלד צו די גרעבער, ו▯ ער האָט זײ בײַ דער ערד־מלאכה הינטער זײַנע פּלײצעס געלאָזט, זיך אױס־ געקערעװעט און — דערזען: שױן, די צאַם שױן פֿאַרטיק, און די גרעבער האָבן שױן זײער אַרבעט פֿאַרענדיקט. ▯ דעמאָלט האָט זיך דאָס גאַנצע בינטל װידער מיט די זעלבע, װאָס פֿריִער, בראש, צוריק דורכן פֿעלד צום אוהל צו און צו הירשל דעם משגיהס שטיבל געלאָזט, און צוריקגײענדיק האָבן אַלע איצט עפּעס באַזונדער צופֿרידן און אױפֿגעלײגט אױסגעזען: משה, װאָס געקױפֿט, הירשל, װאָס פֿאַרקױפֿט, איציקל דערפֿאַר, װאָס הירשל און אַנדערע זײַנען צופֿרידן, און אױך די שמשׂים און גרעבער אױפֿגעלײגט, װײל זײ האָבן אװף משקה און אױף דאָס „אָרט צו באַנעצן” אַרױסגעק▯קט. און מע האָט טאַקע „באַנעצט”... אַז אַלע זײַנען װידער צו הירשלען אין ▯ שטוב אַרײַן, איז הירשל באַלד צו דער אַלטמאָדישער, נידעריטשקער גלעזערנער שאַפֿע צוגעגאַנגען, פֿון אַ פּאָליצע פֿון דאָרט קעלישעקלעך, מש▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 65 אױך צובײַסן, װאָס ער האָט באַשטענדיק פֿאַר אַזױנע ▯פֿאַלן (און אױך נישט נאָר פֿאַר אַזױנע) געהאַלטן, אָרױסגענומען, ער האָט אױך אַלעמען, אױסער משהן (װײל ס'איז הײַנט אַ תּענית־טאָג געװען בײַ משהן) אָנגעגאָסן. די ייִדן די גרעבער האָבן, די שטאַרקע משקה טריקענדיק, פֿון הנאה און פֿון די הױכע גראַדוסן, קרעפֿטיק געקראַכט, און, װי הינט פֿון װאַסער אַרױסקומענדיק, געפּאָרשקעט; די שמשׂים האָבן, נאָכן טרינקען, שטיקלעך פֿאַרבײַסן געכאַפּט און די קעפּ און די אױגן אָן אַ זײט אָפּגעקערעװעט; איציקל האָט אַ שלוקערץ געטאָן און דאָס פּנימל איז אים בלאַס געװאָרן; און הירשל — געװױנט און נישט צו דערקענען אױף אים — האָט געטרונקען און געװינטשעװעט, און אױך אַלע איבעריקע האָבן אים, משהן, צו װינטשעװען אונטערגעהאַלטן. און נאָכן טרינקען איז מען אַ װײַלע נאָך אױף די ער▯טער געבליבן, מע האָט שטײענדיק, פֿון שטאָט־ און ביו▯־עולם-זאַכן געשמועסט און, אױפֿגע- לײגטלעך, זיך קורצע נײסן איבערגעגעבן. און לסוף, פֿאַר משהס אַװעקגײן און בעת זיך געזעגענען מיט אַלע, האָט זיך משה צו די אַלע, װאָס זײַנען בײַ דער קניה און אױך בײַ דער משקה בײַגעװען, זיך געװענדט, און אַלע אָן אױסנאַם צו זיך אױף הײַנט אױפֿדערנאַכט אױף אַ סעון▯ה פֿאַרבעטן: — קומט צו גײן, ייִדן, קומט אַלע, — האָט ער זיך אױך צו די שמשׂים און גרעבער געװענדט. ▯ שױן לאַנג, אַז משה האָט פֿון זײן ברודער לוזי קײן בריװ, קײן גרוס און קײן שום יךיעה ניט געהאַט. אמת, ס'איז שױן קײן נײַס ניט געװען דאָס לאַנגע שװײַגן און דאָס נישט־ לאָזן-הערן פֿון זיך לוזיס: ער, משה, איז שױן געװױנט געװען דערצו, און אָדער, —־ פֿלעגט ער זיך אין אַזױנע פֿאַלן טראַכטן, ־▯ ער געפֿינט זיך איצט אין זײן קלײן שטעטעלע, װאָס אױף דער גרענעץ ערגעץ פֿאַררוקט, אָדער ער איז אױף זײַנע זוך־רײַזעס װידער, פֿאָרט פֿון „הױף” צו „הױף”, פֿון רבין צו רבין און אַמאָל דאָ, אַמאָל דאָרט, װוּ מער און װוּ װײניקער, פֿאַרברענגט דאָרט זײן צײַט אַלס „יושכ”. טראַכטנדיק פֿון אים, פֿלעגט ער זיך אים אין דער מחשבֿה פֿאָרשטעלן און מיט הנאה און ברידערלעכן איבערנעמען אַמאָל אים טרעפֿן אין אײן רבינס הױף, אַמאָל אין אַ צװײטן, ▯בער מע▯רסטנטײל טאַקע בײַ זײן אײגענעם רבין, װוּהין ער, משה, פֿלעגט פֿאָרן. אָט זעט ער: אַ שטעטעלע, װי אַלע שטעטעלעך, אָרעמלעך און שטױביק, געסלעך נישט געסלעך, מיט נידעריק־בײַ־דר'ערדיקע הײַזלעך, האַלב אױטגעקרימט, האַלב פֿאַרןונקען. ----------- 68 ד ע ר נ ס ת ר ▯ אינעװײניק, אין שטעטעלע — נישט געקערט און קױטיק. דערפֿאַר אָבער איז דאָס פֿון דרױ▯סן מיט צװײ אַנטקעגנאיבער־שטײענדיקע בערג, מיט סאָסנע־ װאַלד באַװאַקסן, אַרומגענומען. דער װאַלד מאַכט דאָ▯ שטעטעלע, װען מע קוקט דערױף פֿון װײַט, באַ־ שטענדיק דרעמלען. און אױך דער װעג, װאָס פֿירט אַרײַן און אַרױס פֿון שטעטעלע, דרעמלט, — מערסטנטײלס אַלײן און נישט צו זען אױף אים קײנעם, אַמאָל נאָר אױך מיט אַ פּױער אױף אַ פֿור אַ דרעמלענדיקער: אַמאָל, און זעלטענער, זעט מען אַ ייִדישן באַלעגאָלע מיט אַ בױד טומלדיקע און פֿאַר־ שטױבטע פּאַרשױנען געפּאַקט, מיט אַ טױבלעכן גלאָק און ייִדיש־פּאָרשױנישן גאָנערן פֿאַרבײַ אײלן; גאָר זעלטן זעט מען אױף יענעם װעג, װי אַ פֿאַר־ בלאָנדזשעטן, אױך אַ פּריצישן פֿאַעטאָן אַמאָל דורכפֿאָרן. דאָס שטעטעלע, זעט משה (װײל ס'איז מיטנװאָך איצט), איז פּוסטלעך: װי שױן לאַנג קײן יאַריד נישט געװען, און לאַנג ביז אַ יאַריד נאָך צו װאַרטן. געסלעך האַלב־טױטע און קלײטעלעך האָבן ניט בײַ װעמען צו לײזן און צו פֿאַרקױפ▯, װאָס זײ פֿאַרמאָגן. די מער־פֿאַרמעגלעכע האַלטן זײערע אױסשטעלונג־סחורה פֿאַר די טירן אין קױשלעך אױסגעשטעלט, און בײַ די װײניקער־פֿאַרמעגלעכע הענגען די סימנים פֿון אױסשטעלונג אױף די טירן און אױף די לאָדן פֿאַרדאַרט און פֿאַרטריקנט: געזאַלצענע פֿישלעך אױף אַ שטריקל, אַ בינטל בײגל, אַ קרענצל פֿאַרשרומפּענער טערקישער פֿעפֿער. אױף די גאַסן זעט מען איצט קײנעם. ייִדן — אין די קרעמלעך, ייִנגלעך — פֿון גאַנצפֿרי אין די חדרים, און מײדלעך אין דער הײם — מיט די מוטערס געבליבן בײַם קאָכן, ראַמען, אין שט▯ב און אין באַלעבאַטישקײט צו העלפֿן. ▯ דעם רבינס הױף, װאָס שטײט אינמיטן שטאָט, און איז מיט אַ גרעסערן פּלאַץ אַרומגערינגלט, צײכנט זיך פֿון די איבעריקע הײַזער אױסערלעך מיט גאָרנישט ניט אױס, אױסער נאָר, װאָס ער איז מיט אײנעם אַ שטאָק העכער פֿון די איבעריקע ▯הײזער, און אױסער דעם אױך, װאָס אַ קלױז שטײט דאָרט אין הױף. דער הױף — אַ גראַמלעכער און פֿון פֿיל גײן און פּוס־טופּען איז די ערד דאָרט שטאַרק אײַנגעטראָטן. אין יענעם הױף, תּמיד אין אַן ערבֿ־שבת אָדער ▯ יום־טובֿ, טוט און טומלט זיך דאָרט פֿיל: שמשׂים טראָגן דעמאָלט טיש־און־ בענק פֿון הױז אין קלױז, און דער באַשטענדיקער פֿיש־קאָכער פֿון „הױף” שטײט איבער אַ פֿײַער, װאָס אין אַ גרוב צעלײגט, און אױפֿן פֿײַער אַ פֿאַן, און אין פֿאַן פֿיש, און ▯הױף־לײט און גאַס־ייִנגלעך אַרום אים, אַרום פֿײַער, קוקן, װי די פֿיש קאָכן זיך. אָט דער הױף איז איצט פּוסט, װײל ס'איז קײן יום־טובֿ און קײן ראש־ ▯ור▯. ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 67 קײן שמשׂים און גבאים זעט מען ניט. זײ געפֿינען זיך איצט מערסטנטײל אין זײערע הײמען־אכסניות, װאָס די װײַבער זײערע פֿירן און האַלטן זײ פֿאַר פֿר▯ד—אָנגעפֿאָרענע אורחים, און װאָס אױף זײערע, אױף די װײַבערשע נעמען, רופֿן זיך טאַקע די אכסניות: שׂרה־הנהס ,גיטל▯לאהס א. אַז. װ. און אַזױ װי די שמשׂים און גבאים האָכן איצט קײן אַרבעט בײַם רבין, געפֿינען ןײ ןיך איצט בײַ זיך אין דער הײם אַרבעט. אָפֿט קאָן מען איצט זען אַזאַ גכאי אָדער שמש בײַ זיך אין אכסניה אָרױסלױפֿן פֿון אַ פּוסטן אורחים־צימער, — אַ צעפּאַטלטן און אַ שלעכט־ פֿאַרשפּיליעטן, װי זײ זײַנען געװױנט בײב רבינס טיש אָדער בעתן באַדינען דעם רבין, — ער לױפֿט אַרױס און לױפֿט דורך דאָס אײַנפֿאָר־הױז, — יענץ ▯ אײַנפֿאָר־הױז, װאָס טײלט די שטוב אױף צװײען, און װאָס טיף דאָרט איז פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַר פֿערד־און▯װאָגן אונטער אַ הױכן און שלעכט־סטריכענדיקן דאַך, פֿול מיט פֿלעדערמײַז און שװאַלבן, — לױפּט דאָס הױז דורך און כאַפּט אַ קוק צו זײן װײַב, װאָס דאַרף זיך איצט געפֿינען אין דער צװײטער העלפּט שטוב, אין קיך, טרעפֿט אָבער נישט ךאָס װײכ, נאָר אַ זיך־אַרײַנגנבֿענענדיקן פֿרעמדן הונט ▯ דאָרט שטײן, און שרײַט: — שׂרה־חנה, טרײַב אַרױס דעם הונט, ער װעט אױסכאַפּן דאָס פֿלײש. אָדער: — שׂרה־חנה, אַ חןיר אין בײַם צעבער, טרײַב אים אַרױס, דעם חןיר! ס'איז שפּעט אין פֿרימאָרגן, אין רבינס הױף איז, װי געזאָגט, שטיל און קײנער קומט ניט. פֿון צײַט צו צײַט נאָר באַװײַזן זיך פֿון אַ פֿענצטער פֿון אײבערשטאָק אַ פּאָר, פֿון גאַנצפֿרי זיך לאַנגװײַלנדיקע, יונג־מײדלשע, רבינס־טעכטערשע געשטאַלטן, און פֿון נישט האָבן צו טאָן און מיט קײן זאַך ניט באַשעפֿטיקט, װי פֿרײ־געפֿאַנגענע, קוקן זײ אין דרױסן אַרױס. אױך אין קלױז איז דעמאָלט שטיל, דער פֿרימאָרגן־מנין האָט שױן אָפּ־ געדאַװנט, און קײן אַנדערע און מער מנינים זײַנען, איבער מאַנגל אין מענטשן — סײַ היגע, סײַ אָנגעפֿאָרענע — ניטאָ. אָט דעמאָלט זעט משה זיצן זײן לוזין אײנעם אַלײן אין קלױז אין אַ װינקל. פֿריִער אין טלית און אין תפּילין, שפּעטער — נאָר אין טלית, — און אין אַ ספֿר אַרײַנקוקן און לערנען... אַן אַלט־בלינדלעכער, שקראַבענדיק־אומבלאָנקענדיקער שמש דרײט זיך אַרום אין מערבֿ־זײט, און — אָדער ער װישט אַ פֿאַררױכערט לאָמפּן־גלעזל, מיט אַ שמאַטע אױף אַ שטעקל אָנגעטאָן, אָדער ער צעהענגט דעם נאַסן חאַנטעך פֿון פֿרימאָרגן אױף אַ גאַנצן טאָג זיך טריקענען. מאַכט זיך דעמאָלט: אַ פֿרעמדער ייִד, נאָר־װאָס פֿון װעג אָנגעקומען, װאָס האָט באַדאַרפֿט צום ▯ ----------- ▯ 68 ד ע ר נ ס ת ר רבין נײטיק און האָט זיך פֿרי שױן אָפּגעפּראַװעט און איצט איז ער אַרײַן אין קלױז אױף אָפּדאַװנען, קומ▯ און דערזעט לוזין, אײנעם אַלײן בײַ זײן ספֿר אַן אַרײנגעטאָנענעם, און ער דערפֿילט, אַז קײן היגער איז ער ניט, דער לוזין, און אױך דעם רבינס קײן מקורב און קײן אורח ניט, װײל װעדליק פֿאַר אַ היגן האָט ער צופֿיל צײַט, און פֿאַר▯ רבינס אַ מקורב װעדליק זעט ער עפּעס צו פֿרעמדלעך אױס. ▯ און ער פֿאַראינטערעסירט זיך, דער ייִד, און װיל װיסן ,װער ס'איז, װײל עפּעס אַן אױסטערלישער, זעט ער, איז ער, דער לוזי, און מיט ניט קײן געװײנלעך הדרת־פּנים. און ער װענדט זיך צום שמש, אָדער צו אַן אַנדערן װעמען, װער, אױסערן שמש, אין קלױז אַמאָל דעמאָלט געפֿינט זיך, און טוט אַ פֿרעג, מיט די אױגן אױף לוזין אין װינקל אָנװײַזנדיק: — ▯אָגט מיר, כ'בע▯ אײַך, װער איז ער, דער ייִד? און דער שמש, אָדער דער אַנדערער, װער ס'װערט געפֿרעגט, פּאַר־ חידושט זיך אױפֿן ייִדן, און דער ייִד באַקומט פֿון געפֿרעגטן אַ בליק אַ פֿאַר־ װוּנדערטן, און צוזאַמען מיטן בליק אױך אַן ענטפֿער אַ צוריק־אָפּפֿרעגנדיקן: — ער װײסט ניט? טאַקע? ס'איז דאָך לוזי... לוזי מאַשבער. — אַזױ? — באַװוּנדערט באַלד דער ייִד זײן נישט־װיסן, װי פֿאַר▯טעמט־ לעך, — אַזױ, — און ער בלײַבט אַ פּאָר מינוט פֿון װײַטן מיט די אױגן װי צו לוזין צוגעבונדן. װײל, װיבאַלד „לוזי”, װײסט שױן אױך יענער, װאָס האָט פ▯▯יער אַ מינוט ניט געװוּסט, אַז דאָס איז דער, װאָס גרױס כּבֿוד און אױסערגעװײנלעך גאַסטפֿרײנטלעכקײט אין יעדן רבינס הױף אױף אים װאַרטן; דאָס איז דער, װאָס בײַ די גרעסטע „טישן” איז אים דאָס בכּבֿודיקסטע און שענסטע אָרט געזיכערט, און דאָס איז אױך דער, װאָס יעדער „הױף” װאָלט פֿאַר זיך פֿאַר אַן ערע געהאַלטן און זיך געװינטשעװעט אַזאַ אײנעם צו זיך פֿאַר אַ מקורב אַרײַנצובאַקומען און פֿאַר אַ שטענדיקן „פֿאָרער” צו זיך צו דערװערבן. אַזױ טראַכט דער ייִד דעמאָלט, און אַזױ טראַכט אױך משה װעגן לוזין, און מיט באַהאַלטענעם איבערנעמען־זיך שטאָלצירט ער און שטעלט זיך אים פֿאָר באַשטענדיק, און אַזױ האָט ער אױך די לעצטע צײַט, נאָך דעם, װי ער האָט פֿון אים, װי געזאָגט, לאַנג קײן בריװ און קײן גרוס ניט געהאַט, געטראַכט, און דערבײַ זיך אױך באַרויִקט. נאָר פּלוצלונג האָט ער אין אײנעם אַ טאָג מיט אַ כאַלעגאָלישן שליח פֿון לוזין אַ בריװ צוגעשיקט באַקומען, אַן אומגעװײנלעך־איבערראַשנדיקן, און דער בריװ האָט אים שטאַרק אױפֿגערודערט און אַלע זײַנע ביזאַהעריקע פֿאָרשטעלונגען װעגן לוזין צעשטערט. ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 69 לוזי האָט געשריבן: *) „געלױבט איז השם יתברך ▯. ▯ דער טאָג▯.. ▯ צו דער פּרשה ▯ ▯. יאָר▯. ▯ צום קלײנעם פּרט, דאָ, די שטאָט אומאַן. צו ערן מײן ברודער, מײן לײבגעל▯כטן משהן▯ זײן ליכט זאָל לױכטן. נאָכן פֿאַרשן דײן פֿרידן, קום ▯יך דיר▯ צו װיסן געבן די נײַס און װיכ▯ טי▯ייִטן, װאָס האָבן מיך געטראָפֿן, זינט איך האָכ זיך געשײדט פֿון דיר שױן אַ יאָר מיט ו▯ךשים. דו װײסט מײן צער, זינט ס'איז געפֿאַלן דער האַר, ס'איז אָפּגעטאָן געװאָרן די קךױן און צוגענומען דער אָרון▯קודש מיטן טױט פֿון מײן רבין און מדריך, דאָס מײנט מען, אונדזער הײליקן רבין פֿון װעלעדניק — די דערמאָנונג פֿונעם צדיק זאָל געבענטשט זײן, ▯ װאָט נאָך אין מײן יוגנט האָב איך זיך באַהעפֿט און צוגעבונ▯▯ן צו אים מיט אַ ליבע־בונד אױף ניט איבערצורײסן▯ כ'האָב איבערגעענטפֿערט מײן נשמה אין זײן האַנט, אין די הענט פֿונעם צדיק, דעם גרונט פֿון דער װעלט, און כין זיכער געװען אין אים און אין איבער- געענטפֿערטן: ער האָט מיך געהאַלטן די גאַנצע צײַט און מיך געפֿירט אין זײַנע װעגן, די װעגן פֿון לעבעדיקן גאָט. אַזױ בײַ זײן לעבן. נאָך זײן טױט אָבער, אַז ער האָט פֿאַרלאָזט אונדזער נידעריקע װעלט, האָט ער מיך פֿאַרלאָזט אױף אַנגסט, װי אַ בלאָנדזשענדיקן אין דער מדבר. כ▯האָב אים פֿאַרלױרן און פֿאַרלױרן אַלץ... כ▯האָב אומגעװאָגלט פֿון שטאָט צו שטאָט, פֿון אײן צדיקס הױן צוט הױז פֿון צו▯ייִטן, און קײנער פֿון זײ הײבט ניט אַרױף מײן גײטט העכער פֿון יענעם שטאַפּל, אױף װעלבן כ'האָב אַרױפֿדערלאַנגט און אױפ־ געגאַנגען מיט אײגענעם כון▯ און מיטן כּוח פֿונעם רבין, בשעת ער האָט געלעבט, און פֿון װעלכן איך האָב צען שטאַפּלען נידעריקער אַראָפּגענידערט נאָך ןײן טױט. און דאָס איז דאָך דיר באַװוּסט, ברודער און לײבגעליבטער חבֿר, ▯אַז צו דער שטיצע און צו דער הילף פֿון אַ צדיק, װאָס פֿאַרמיטלט צװישן אַ מענטשן און זײן שעפֿער, מון אַ מענטש אָנקומען, באַןונדערס און אַממערסטן, אין אָט דער צײַט, אױף זײן עלטער, װען זײן זון הײבט זיך אָן נײגן אױף מערבֿ, און אירע שאָטנס, רחמנא▯ליצלן, ציִען זיך שױן אױס אין דער לענג... כ'האָב זיך שױן געהאַט מײאש געװען, געמײנט, כ'װעל שױן נישט גע־ פֿינען װאָס איך זוך, ב'האָב פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג אין תּפֿילה, און פֿון הימל האָט מען זיך איבער מיר דערכאַרעמט און מע האָט מיר אַראָפּגעענטפֿערט. און אָט איצט איז מײן מױל און האַרץ פֿול לױב און דאַנקבאַרקײט צו *) ךער ברי װ איז געשריבן אי ן אַ מליצה▯▯יקן חסידיש־למרנישן חעברײיִש. צוליב פֿאַרשטענדלעכקײט װעגן גיבן מיר אים דאָ אי ן אַ כּמעט־װערטערלעכער איבער־ זעצונג אי ן ייִךיש. ----------- 70 ד ע ר נ ס ת ר גאָט דעם דערבאַרעמדיקן, װאָס דערלאַנגט אַ האַנט צו די, װאָס טרינקען זיך, װאָס האָט מיך ניט געלאָזט אַראָפּזינקען אין טיפֿן זומפּ, דאָס מײנט מען, אין גײַסטיקער אָרעמקײט און שפֿלות. און געװיס איז דער זכות פֿון אונדזערע עלטערן, ובפֿרט דער זכות פֿון אונדזער הײליקן פֿאָטער, מיר בײַגעשטאַנען. און נון, ▯האָט מיך דער אײבער־ שטער באַגליקט, מיך געפֿירט און געבראַכט אַהער, אין דעם אָרט, װוּ איך בין געקומען אין אַ נײַעם בונד, אין אַ פֿעסטן, מיט די גײַסטיק־פֿעסטע פֿון יענעם גרױסן מאַן, דעם געטלעכן צדיק, דעם הײליקן רבין ר, נחמן, דאָס אײניקל פֿון בעל שם־טובֿ — זײן דערמאָנונג זאָל געבענטשט זײן! — װאָס װערט אָנגערופֿן „דער בראַסלעװער”, און מײן לײב האָט אױפֿגעלעבט. און נון, זיץ איך איצט שױן אַ שטיק צײַט דאָ, אין דער שטאָט אומאַן, דאָס אָרט, װוּ דער אױבן־דערמאָנטער צדיק איז באַגראָבן. כ'באַזוך אַלע טאָג זײן קבֿר, כ'דאַװן אין זײן בית-מדרש, האָב זיך באַקענט און געקומען אין ענגן קרײַז מיט ד▯ װאָס ליבן זײן נאָמען, האָב געלערנט אין זײַנע הײליקע ספֿרים, כ'האָב אַ▯ראָפּגענידערט אין זײערע טיפֿענישן און אױפֿגעבראַכט פֿיל פּערל... און כאָטש, טײַערער ברודער, כ'װײס, אַז דער װעג, װעלכן איך האָב אױס־ געקליבן, איז ניט אױסגעטראָטן, און פֿיל שטרױכלונגען און שטער־שטײנער פֿאַר די, װאָס גײען אױף אים. און דער עיקר, פֿיל פֿײַנט און בײזװיליקע רײד אַרום דעם נאָמען, שיטה און תּורה פֿון דעם אױבן־דערמאָנטן ר, נחמנען, אָבער מיטן כּוח פֿון אײבערשטן, װאָס גיט דעם מידן כּוח, װעל איך זיך שטעלן קעגן אַלע האַסערס און בײז־באַרײדערס און װעל מאַכן אַלע זײערע טענות און זײערע פֿײַלן, אָנגעשמירטע מיט גיפֿט, צו נישט. אַזױ װי דו װעסט זען, אַז כ'װעל, אים ירצה השם, קומען אינגיכן צו דיר אין הױז, מירן זיך זען און מירן רעדן װעגן דעם ענין לאַנג און קורץ. און▯ דערמיט װעל איך מקצר זײן, מחמת ס'איז פֿיל צו טאָן צו גאָט, און דער זמן איז קורץ. און איך קום זאָגן פֿיל פֿרידן צו דיר, אױך גריסן דײן װײַב, מרת גיטעלע, זאָל לעבן, און אױך אַלע פֿון דײן הױזגעזינד, די גרױסע, װי די קלײנע, װאָס זײַנען מיר טײַער און צום האַרצן נאָענט. דאָס זײַנען די רײד פֿון דײן ברודער לוזי, דער זון פֿון אונדזער האַר דעם פֿאָטער יואל, זײן רווּנג זאָל זײן אין גן־עדן, און ער זאָל אונדז שטײן צו אונדזער רעכטער האַנט צום סוף פֿון די טעג, אַז משיח װעט קומען. אָמן.” ▼ אין דער נאַכט, װאָס נאָך יענעם טאָג, װען משח האָט אָט דעם בריװ באַקומען, האָט זיך אים געחלומט: ער שטײט פֿאַר אַ שפּיגל, פֿאַרן לאַנגן װאַנט־שפּיגל בײַ זיך אין זאַל. קײנער אין נישטאָ. ער קוקט אױף ז▯ך... ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 71 — זע, — זאָגט ער, — שױן, דאַכט זיך, גאָר ניט אַזױ יונג, אַ זײדע דאָך שױן, און קײן אײן קנײטש ניט אױפֿן פּנים, און בכלל, נאָך קײנע סימנים פֿון עלטער... די תאָר פֿון קאָפּ און באָרד — גאָלד־געלבלעך, דאָס פּנים — פֿריש, אױפֿגעלײגטלעך, און די קלײנע קנײטשעלעך כײ די אױגן — דאָס איז פֿון זײן טבֿע זײ צו זשמורען בײַ דער שײן און ליכט און אױך בײַ אָפֿטע אינעװײניקסטע פֿאַרגעניגנס. דער קערפּער פֿול, גלאַט, און די קלײדער ליגן אױף אים, װי שטײַף געפּאַקט. ס▯טוט אים (אױף װיפֿל ס'מעג אים טאָן) הנאה פֿון זיך, אָבער באַלד װיל ער שױן ▯(מחמת מורא פֿאַר איבערנעמען זיך און צופֿיל צו טאָן האָבן מיט אַזױנע זאַכן, װי מיט קערפּערלעכקײט) פֿון שפּיגל אָפּקערעװען. נאָר פּלוצלונג דערזעט ער: זע, ־—- זאָגט ער, — װאָס אי־דאָס? עפּעס אױף זײן שטערן, װי אַן אות אױסגעשטעמפּלט, רױט, װוּנדיק, און װי אױסגעכריט. ער קוקט זיך צו: אַ „ת” אױפֿן שטערן. ער דערשרעקט זיך, און „װאָס זאָל דאָס זײן?” — טראַכט ער זיך. און ער דערמאָנט זיך, װאָס „ת” קאָן באַטײַטן: „תחיה” (װעסט לעבן), אָדער „תמות” (װעסט שטאַרבן), און ער כאַפּט מיט דער ▯האַנט און טוט זיך אַ װיש איבערן שטערן, און ער דערשרעקט זיך פֿאַר זײן האַנט, און כאַפּט זיך באַלד אױף אַ דערשראָקענער: האַ... אָבער ס'געדױערט נישט לאַנג, און ער װערט װידער אַנשלאָפֿן, און ס'חלומט זיך ▯ אים װיךער: ס'אַ שׂמחה בײַ אים אין הױז, אין שטוב פֿיל מענטשן. אַלע נאָענטע און אײגענע — אױפֿגעלײגטע און אים צום האַרצן נאָענט. די צימערן פֿול, כאָטש ער, משה, געפֿינט זיך אין עס־צימער, װאָס א▯ז פֿון ליכט און לאָמפּן באַלױכטן, דאָך, דאַכט אים, אַז ער זעט, װאָס אין אַלע צימערן טוט זיך, גלײַך זײ װאָלטן אײנס פֿון אַנדערן מיט קײן װאַנט ניט אָפּגעטײלט זײן. ער איז איו דער שװאַרץ־זײַדענער קאַפּאָטע און אין גאַרטל. די קאַפּאָטע בײַ זײן לינקער זײט ברוסט שטײט אַ ביסעלע אָפּ איבער דער פֿאַטשײלע, װאָס ער האָט דאָרט, און װאָס אַלע װײַלע נעמט ער זי אַרױס, װישט מיט איר דעם שװײס און נחת פֿון שטערן און קערט זי באַלד װידער אַהין צוריק. דאָך פֿילט משה אױך, װי דורך דער פֿאַטשײלע, די קאַפּאָטע, װײל די ברוסט, פֿילט ער, פֿון פֿרײד װאַקסט אים. קינדער און אײניקלעך, קרובֿים און באַקאַנטע, זעט ער, קוקן און פֿרײען זיך מיט אים, און ער אַלײן, װי תּמיד אין אַזױנע פֿאַלן, קאָן די אױגן פֿון פֿאַרגעניגן ניט האַלטן אָפֿן, זשמורעט זײ און קוקט, װי דורך שפּעלטעלעך שמײכלענדיקע. אַלץ גוט און װױל. נאָר אײן װאָלקנדל פֿילט משה אױף זײן שׂמחה־הימל: עפּעס פֿילט ער די גאַנצע צײַט אײנעם אַ פֿרעמדן בײַ זיך אין שטוב, און ----------- 72 ד ע ר נ ס ת ר ▯ עפּעס ניט קײן ייִד, דאַכט אים, און װוּ ער טוט מיטן אױג נישט קײן בליק, אַזױ זעט ער אים און געפֿינט ▯אים דאָרט. און דאָס איז — זע, דער פּריץ, דער, בײַ װעמען ער האָט מיט יאָרן־לאַנג צוריק געקױפֿט דעם הױף, די שטוב, דאָס מעבל און דאָס הױז־ראָד, װען יענער, דער פּריץ, איז יורד געװאָרן און האָט געהאַלטן בײַ אָנזעצן, און בײַ אים, בײַ משהן, איז גראָד דעמאָלט אַ גוט יאָר געװען, ס'האָט אים שטאַרק געגליקט און די געשעפֿטן זײַנען אים דעמאָלט אױסערגעװײנלעך ▯גוט געגאַנגען... ▯ און ער חידושט ןיך, משה: יאָ, דער פּריץ. אָבער װי קומט ער גאָר אַהער, װער דאָרף אים, װער האָט אים גערופֿן, און װער — אײַנגעלאַדן? אין דער זעלבער צײַט װערט משה פֿון אַן אַנדער רעדל מענטשן אַרומ־ גערינגלט, און מע װינטשעװעט אים, און ער נעמט אָן דאָס װינטשעװען און װינטשעװעט צוריק. און ער פֿאַרגעסט זיך אױף אַ װײַלע אינעם פֿרעמדן, אין יענעם, װאָס איז אים נישט אָנגענעם. און מיטאַמאָל באַמערקט משה, אַז דאָס ליכט אין שטוב, און דער עיקר דאָס, װאָס הינטער זײַנע פּלײצעס, לעשט זיך און װערט טונקעלער. אַז ער דרײט זיך אױס, באַמערקט ער: אַ שטילשװײַגן, און װי די שׂמחה װאָלט אינ־ מיטן עפּעס איבערגעריסן און אָפּגעשטעלט געװאָרן. אַלע דרײען פֿון אים די קעפּ אָפּ, און רעדלעכװײַז און בינטלעכװײַז פֿאַרגײט מען, מע פֿאַרבלאַסט און אין טונקלקײט װערט מען װי שאָטנס אַלע. און מיטאַמאָל קערעװעט ער אױס דעם קאָפּ צו דער שטוב־טיר, גלײַך עמעצער װאָלט אים אַ רוף געטאָן אַהין, און ער דערזעט אַ מענטשן אױף דער שװעל שטײן, װאָס פֿריִער דערקענט ער אים ניט, אָבער אַז ער קוקט זיך אין אים אײן, דערזעט ער: יאָ, ס'איז דאָ▯▯ זײן טאַטע. ער איז אין אַ װעג־מאַנטל, אין אַ ביסל אַ פֿאַרשטױבטלעכן, אָנגעטאָן, און אַז ער, משה, װיל צו אים צוגײן און אים אָפּגעבן „שלום” און אים פֿון שװעל אין שטוב אַרײַנבעטן, דערזעט ער: זײן מאַנטל צעשפּיליעט און — אַ טלית אונטער זײן מאַנטל. און דאָ דערפֿילט משה עפּעס װי אַ קעלט אין רוקן, גלײַך עמעצער װאָלט אַן אומגעריכטן פֿענצטער אין אַ קילן דרױסן אַרױס אױפֿגעעפֿנט. און אַז ער קערעװעט זיך אױס צו זען פֿונװאַנען ס'▯לאָזט, און װער האָט עס געעפֿנט, איז שױן דאָס ליכט פֿון הינטער זײן פּלײצע אינגאַנצן פֿאַרלאָשן, קײנער איז שױן נישטאָ, אָדער אַלע אין דער פֿינצטער, ניט אָנצוזען... אַז ער דרײט זיך דעמאָלט װידער אום צום פֿאָטער, זעט▯ ער, אַז נאָר דאָס אָרט, װוּ דער פֿאָטער שטײט אױף דער שװעל, איז באַלױכטן, און דער פֿאָטער איז בלאַס, און װי פֿון אַ שטאַרקער װײַט אַהער געקומען, און ער מעג שװערן, משה, אַז ער זעט אױך עפּעס, װי פֿאַרפֿרױרענע טרערן אױפֿן פֿאָטערס ▯ני▯. — װאָס איז, טאַטע? — טוט משה אַ פֿרעג. ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯7 — קום מיט מיר, — ענטפֿערט אים דער טאַטע. — װוּהין? — אין הױף אַראָפּ. — נאָך װאָס? — ס'האָט זיך אָנגעצונדן און ס'ברענט אַ האָרן פֿון דײן הױז. ▯. װוּ? ס'דאָך פֿינצטער. מ'זעט דאָך גאָרניט. — קום, װעסטו זען. און דער פֿאָטער קערעװעט זיך אױס און גײט פֿאַרפֿריִער, און משה הינטער אים. ▯ אַז זײ קומען פֿון די גאַנעק־טרעפּ אַראָפּ אין הױף, װײַזט אים דער פֿאָטער אױף אַ װינקל שטוב, אונטערן דאַך, הױך צו דער רינװע אַרױפֿצוקוקן, און —▯▯ ריכטיק: משה דערזעט עפּעס אַ רױט פֿײַערל אױף דער רינװע, און דאָס פֿײַערל איז קלײן, פֿלעמלט און װאַקלט זיך, און משה װוּנדערט זיך, װאָס ער שרעקט זיך ניט און רופֿט קײנעם צו הילף ניט. און מיטאַמאָל דאַכט זיך אױס, אַז עמעצער פֿון הױף קוקט אים אין רוקן. ער טוט זיך אַ דרײ אױס און דערזעט אַ מענטשן אינמיטן הױף, און — ▯ע, װידער, דאָכט זיך, דער פּריץ. און משה װוּנדערט זיך װײַטער, אָבער אַז ער קוקט זיך מער אײן, זעט ער: נײן, ס'איז ניט ער, נאָר גאָר לוזי... און מיטאַמאָל װאַקסט עפּעס אױס אַ ליכט לעבן לוזין. אַ הױכע, אַ װעק־ סענע, װי אַ מענטשן־װוּקס די גרײס, װאָס ביז לוזיס ברוסט דערגרײכט זי. און דאָס פֿײַערל, זעט משה, איז, װײַזט אױס, פֿון אונטערן דאַך און פֿון אונטער דער רינװע אַרונטערגעקומען און צו לוזיס ליכט דערנעענט זיך — קלעטערט אַרױף פֿון דער ערד אױף דער ליכט, פֿןו דער ליכט אױפֿן קנױט, און — די ליכט איז אָנגעצונדן. באַלד באַװײַזט זיך נאָך אײנער אַ מענטש לעבן לוזין, עפּעס װי אַ שול־ שמש אָנגעטאָן און מיט אַ גאַרטל, און לעבן זיך האָט ער אַ פֿײַער־פֿאַן שטײן, און אין פֿאַן קאָכט זיך װאַקס, און דער שמש נעמט אַלעמאָל װאַקס אַרױס, קילט אים, קנעט אים, גיט אין אים אַ קנױט אַרײַן, און לוזי צינדט אים אָן... און די אַרבעט גײט שנעל בײַס שמש, און ליכט מערן זיך אַרום לוזין, און אָט איז שױן דער גאַנצער הױף פֿון זײ פֿול — אין צװײ גלײַכע שורות אױסגעשטעלט, און לוזי אינדערמיטן. און אַ לבֿנה באַװײַזט זיך דעמאָלט איבער לוזיס קאָפּ פֿון טונקעלן הימל אַרױס. און לוזי שטײט צװישן די צװײ שורות ליכט, פֿאַררײַסט דעם קאָפּ צום הימל און צו דער לבֿנה, די באָרד איז אים אױפֿגעשטעלט, האַלדז און גאָרגל אָפּגענאַקעט און די אױגן פֿאַרגלאַנצט, ▯האַלב אָפֿן, האַלב געשלאָסן. און דאָ דערהערט משה אַ כליפּען פֿון זײן פֿאָטער, װאָס איז די גאַנצע צײַט געשטאַנען לעבן אים און דאָס אַלעס צוזאַמען מיט אים צוגעזען. דער ----------- 74 ד ע ר נ ס ת ר פֿאָטער האָט געװײנט, האָט די אױגן פֿון לוזין און פֿון זײן כּישופֿן אַנטקעגן דער לבֿנה אָפּגעקערעװעט. און דער גאַנצער קערפּער זײַנער, װי אין בראָך און ציטער. און משה פֿרעגט בײַ אים: — װאָס װײנסטו, טאַטע ד און דער פֿאָטער ענטפֿערט אים פֿון געװײן: — זעסט ניט? לוזי טוט אונדז אָן אַזױנע חרפּות־בושות. קום פֿונדאַנען. — װוּהין? — פֿרעגט משה. — מיט מיר, — ענטפּערט דער פֿאָטער. און דער פֿאָטער לאָזט זיך גײן, און משה נאָך אים, און נאָך עטלעכע סריט נאָר אָפּגײן, כאַפּט ער זיך אױף, משה. ▼ ▯ ▯ — אַ ▯סברה... לוזי? — האָט ער זיך תּיכּף נאָכן אױפֿכאַפּן אַ טראַכט געטאָן. — נײן, — האָט ער דעם געדאַנק פֿאַרטריבן. — אַ סבֿרה, — האָט ער זיך נאָכאַמאָל צום פֿריִערדיקן געדאַנק אומ־ געקערט, — אַז אַזױ קרום איז דער װעג זײַנער, אַז צוליב דעם איז דער טאַטע אַראָפּגעקומען, פֿון אים דעם קאָפּ אָפּגעקערעװעט און פֿון בושה און װײטיק געװײנט. — נײן, — האָט ער זיך װײַטער פֿון אין דער ריכטונג צו טראַכטן ניט געלאָזט. ער האַט אױסגעשפּיגן בײַם געדאַנק, װען ער האָט זיך דערמאָנט אינעם פּריץ און אין לוזין, װי ער איז געשטאַנען אין הױף מיט די ליכט, מיטן שמש און אַנטקעגן דער לבֿנה, — און ער האָט דאָס אַלץ פֿון זיך, װי אַן אומ־ װירדיקײט און װי אַ חלום־פּוסטקײט פֿאַריאָגט. און אױב פֿון אָט דעם אַלעם, פֿונעם גאַנצן געדרײ אין חלום, איז אים עפּעס יאָ שװערס אױפֿן האַרצן געבליבן, האָט ער דאָס אַלץ אױף זיך און אױף זײן חשבון גענומען, און דער פֿאָטער, — האָט ער זיך געזאָגט, — איז דאָך צו אימ געקומען, און „קום מיט מיר” אים גערופֿן... און כאָטש ער▯האָט פֿון יענער װעלט זײער זעלטן און ביז אַהער כּמעט נישט געטראַכט, און קײן סיבה ניט געהאַט צו טראַכטן, װײל קערפּערלעך געזונט און בײַ אַלע כחות, ▯ און גאָרנישט האָט אים ניט געפֿעלט און גאָרנישט ניט אָפּגעגאַנגען, — דאָך האָט ער איצט, נאָכן חלום, נאָכן ערשטן, װי נאָכן צװײטן, דאָס יאָ אױפֿן געדאַנק גענומען, און דאָס, װאָס מיט אײניקע טעג צוריק װאָלט אים נאָך װילד און אומגלױבלעך אױסגעזען, האָט זיך אים איצט יאָ געגלײבט און אױפֿן זינען געלײגט, און — װער װײסט, — האָט ער זיך געטראַכט, — און אפֿשר ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 75 איז די צײַט געקומע▯, און מאַלע װאָס: אַ מענטש קאָן ניט װיסן, און אַ ייִד דאַרף זיך גרײטן. און ער האָט אַןױ געטאָן: װי נאָר ער ▯איז יענעם פֿרימאָרגן פֿון נאָכן חלום אױפֿגעשטאַנען, זיך געװאַשן און אָנגעטאָן, אַזױ איז ער גלײַך אין שול דעמאָלט אַװעק, געדאַװנט. און נאָכן דאַװנען זיך פּותר־חלום זײן געלאָזט. ער האָט זיך ניט באַנוגנט דערמיט, און אין זעלבן טאָג איז ער, אַז קײנער פֿון די אײגענע זאָל ניט זען און ניט מערקן, אין אַ קלײט, װוּ מע פֿאַרקױפֿט שװעביש, אַװעק, געקױפֿט, געהײסן פֿאַרפּאַקן און מיטן פּעקעלע אַהײם גע־ קומען, און — װידער אַז קײנער ▯אָל ניט מערקן, — בײַ זיך אין אַלקער אין אַ קאָמאָדע־שופֿלאָד אַרײַנגעלײגט, פֿאַרשלאָסן, און דעם שליסל צו זיך גענומען. ער האָט זיך אױך דערמיט ניט באַנוגנט, און װידער דעם זעלבן טאָג צו הירשל ליװער, דעם משגיח פֿון „פֿעלד”, אַ ספּעציעלן און בסוד אַ שליח צוגעשיקט און אַ טאָג באַשטימט — אַז דעמאָלט און דעמאַלט זאָל הירשל אױף אים אין דער אךן דער שעה, מיט װעמען מע דאַרף, װאַרטן: ער, משה, װיל צו אים קומען, װיל זיך אַ שטיקל „אָרט” אױסזען, און ניט נאָר אױ▯סזען, נאָר אױך ןיכער טאַקע קױפֿן... 3 ס'איז נאָך געװען פֿאַר האַלבן טאָג, װען משה האָט, פֿון „פֿעלד” קומענדיק, זיך באַװיזן צוריק אַהײם. אין דרױסן האָט שטאַרק געברענט די פֿאַר־האַלבטאָגיקע זון. די גאַס, װוּ משהס הױז האָט זיך געפֿונען, האָט מיט הײסן שטױב און ברוק־שטײנער געטשאַדעט. די ניט־װײַט-ליגנז▯יקע ניט־ייִדישע גאַסן מיט די פֿאַררוקטע סעדער און טױבלעכע פּאַרקנס האָבן אין פֿון▯היץ־צעפּריִעטן בײמער־חלשות געשװיגן. אין משהס הױף, װאָס איז אינמיטן מיט גרעסערע, קײַלעכיקע שטײנער אױסגעברוקערט, און בײַ די שטוב־װענט אַרום — מיט קלײנע, פּלאַטשיקע גע- פֿלאַסטערט, איז רײן און פֿון גאַנצפֿרי פֿאַרקערט געװען. און אין געברוקירטער און געפֿלאַסטערטער װײַסקײט האָבן פֿון צװישן שטײן און שטײן גרינע אײנציקע — און אין אײניקע ערטער אױך גאַנצע בינטלעך — גרעזעלעך אַרױסגעקךקט. פֿאַר די פֿענצטער פֿון עס-צימער, װאָס איז ניט װײַט אױך פֿון דער הינ־ טערשטער אַרײַנגאַנג־טיר אין הױף, האָט געדרעמלט דער ברונעם, װאָס האָט װי אַ געדעקטער ▯קאַסטן אױסגעזען. אַלע פֿענצטער פֿון אַלע הדרים פֿון אַלע זײַטן פֿון הױף זײַנען געעפֿנט געשטאַנען. ----------- 76 ד ע ר נ ס ת ר אין קיך איז דעמאָלט, װי תּמיד אין יענער צײַט, אױסערגעװײנלעך שטיל געװען: קײן דינסטישע קולות און קריגערײַען, און דאָס האָט באַדאַרפֿט באַטײַטן, אַז ס'איז אָדער נאָר▯װאָס נאָך אַ קריג, אָדער פֿאַר אָ קריג אין קיך. קײנע קינדער נישט צו זען, און אױך די עלטערע זײַנען זיך — װער װוּ פֿון שטוב זיך צעגאַנגען. גיטעלע, משהס װײַב, האָט זיך װי ▯▯ פּריטשמע־ ליעטע, און פֿון נישט האָבן װאָס צו טאָן, אײנע אַלײן אין ע▯▯־צימער זיך געפֿינענדיק, פּוסטלעך פֿון אָרט צו▯ אָרט געדרײט און אַלעמאָל צו אַן אַנדער נישט-נײטיקער זאַך אין באַלעבאַטישקײט זיך גענומען. אָט דעמאָלט האָט זיך משה אױף דער שװעל באַװיזן. ער האָט ערשט נאָר־ װאָס בײַ דער קלײדער—שראַגע, װאָס אין קאָרידאָר, דעם מאַנ▯▯ל אױסגעטאָן און דעם שירעם אַװעקגעשטעלט. גיטעלע האָט אים דערזען אַ נאָך שטאַרק פֿאַרשװיצטן און פֿון װעג ניט אָפּגעקילטן: אײנער אַ האַלבער ▯▯טערן רױט, און די אַנדערע האַלב, די, װאָס צום קאָפּ־צו — אַ בלאַסע אװ נאַסע. און אַזױ װי משהס צײַט איז געװײנלעך איצט נישט אין דער הײם ג▯▯װען צו זײן, נאָר אין שטאָט און אין געשעפֿט באַשטענדיק, האָט זי, אים אַן אומגעריכטן איצט דערזעענדיק, זיך דערשראָקן און פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז עפּעס אַ שינױ־ טאָג הײַנט בײַ משהן. זי האָט זיך דערום באַלד אַ װענד געטאָן און בײַ אים אַ פֿרעג געגעבן: — װאָס אַןױ פֿרי הײַנט? — גאָרניט. כ'האָב באַדאַרפֿט האָבן. — און װוּהין זשע ביסטו עס אַזױ פֿרי פֿון דער הײם אַװעקגעגאַנגען▯ פֿאַרן דאַװנען און פֿאַר איבערבײַסן? — כ'בין געװען אױפֿן „פֿעלד”. —װאָס עפּעס פּלוצעם? גיטעלע האָט דערזען, אַז איר מאַן האָט עפּעס אַן ענין, װאָס ער װאָלט גערן געװען פֿאַר איר צו פֿאַרשטעלן און װעגן אים קײן שמו▯▯ס פֿאַרפֿירן. ▯ ער האָט אָבער ניט פֿאַרשטעלט, און שמײכלענדיק, איר אַ זאָג געטאָן: — כ'האָב מיר הײַנט אַ שטיקל „אָרט” געקױפֿט, און, — האָנ▯ ער װײַטער צוגעגעבן, — אַז דו װילסט װיסן, איז װײס שױן אינגאַנצן: כ'האָב מיר שױן אױך „בגדים” אױפֿן „װעג” פ▯אַרגרײט. — װאָס פֿאַר אַ װעג און װאָס פֿאַראַ בגדים?... גיטעלע האָט זיך שױן אָנגעהױבן שטױסן... זי האָט אָבער ▯▯עם געדאַנק נישט דערלאָזט, האָט זיך אַלײן איבערגעריסן, און שױן אין שט▯▯רקער אומ־ רויִקײט אַ פֿרעג געגעבן: — װאָס רעדסטו, משה? כ'פֿאַרשטײ נישט און הײב נישט אָן צו פֿאַרשטײן. — איז קום, װעל איך דיר באַװײַזן. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ▯ מ אַ ש ב ע ר ▯ 77 ער האָט זיך באַלד פֿון עס-צימער אין נאָענטן צימער גײן געלאָזט, און גיטעלע, עפּעס נישט גוטס פֿילנדיק און אױף אומגעריכטס זיך ריכטנדיק, איז אים נאָכגעגאַנגען. אַזױ פֿון צימער צו צימער, ביז זײ זײַנען צו זײער אַלקער, זײער בײדנס שלאָפֿצימער, געקומען. די גאַנצע צײַט האָט זיך משה צו איר ניט אױסגעדרײט און צו איר נאָר מיטן רוקן געװענדט געװען. ער האָט זיך אױך ניט אױסגעדרײט, װען ער איז אַרײַן א▯ן אַלקער, און גיטעלע נאָך אים אין אַנגסט. ער איז גלײַך נאָר צו דער קאָמאָדע צוגעגאַנגען, אײנעם אַ שופ־ לאָד מיט אַ שליסעלע אױפֿגעעפֿנט, און איבערגעבױגן שטײענדיק איבער אים און עפּעס זובנדיק אין שופֿלאָד, האָט ער לסוף געפֿונען, װאָס ער דאַרף, און דעמאָלט ערשט זיך אױסגעקערעװעט. און גיטעלע — נאָך אײדער זי האָט משהס פּנים דערזען, האָט איר פֿון די הענט פֿון זײַנע אַ צעװיקלט פּעקעלע שװעביש, תּכריכים-שטאָף אַ פֿינקל געטאָן. — שרעק זיך ניט, גיטעלע, דאָס זײַנען מײנע „בגדים” אױף אם־ירצה־ השם איכער הונדערט מיט צװאַנציק. שרעק זיך ניט.▯. און דאָ האָבן זיך מיטאַמאָל בײַ גיטלען די קניעס אונטערגעהאַקט. ס'האָט זי אַ מלאָסנעקײט באַשלאָגן, און זי האָט דעם קנופּ פֿון איר קאָפּ▯טיבל, װי צו וזלשות, צעב▯נדן: אױ... און אײדער משה האָט נאָך באַװי▯ן אַ צײַט און באַרויִקענדיק װאָרט איר צו זאָגן, אַזױ האָט זי זיך גלײַך אױפֿן בעט אַראָפּ־ געלאָזט, און אַן אָנמעכטיקע און װי אַן אונטערגעבראָכענע, ▯▯אָט מיט אַ מאַטער האַנט־באַװעגונג משהן מיטן פּעקעלע פֿון זיך דערװײטעו▯ט, און װי נישט קענענדיק קוקן אריף בײדע, זיך בײַ אים געבעטן: — נעם עס פֿון מײנע אױגן צו, נעם עס צו, כ'בעט דיך. זי איז אַן אױסן־געבליבענע אױף איר בעט געזעסן, און משה, נאָכדעם װי ער האָט דאָס פּעקעלע צוגענומען און דאָס אין אַ זײט ערגעץ באַשטאַט, האָט זי צך כאַרויִקן אךן מיט איר אײַנטענהן גענומען: -▯ ס'אַ נאַרישקײט, גיטעלע, ס'גאָרניט... ט'האָט זיך מיר אַ חלום גע־ חלומט. און די גאַנצע װעלט איז דאָך אַ חלום... און גיטעלע האָט זיך טרײסטן געלאָזט. זי האָט אַלע װײַלע נאָר, בעת משה האָט ▯ך ▯▯ר גערעדס און אַזױ איכער איר געשטאַנען, פֿךן אונטן אַרום אױף אים אַ קוק געטאָן, מיט גרױס געטרײַשאַפֿט, און אױך מיט גרױסער תערומות, װאָס ער האָט איר אין אַ זאַך, װאָס איז איר קײנמאָל אױפֿן געדאַנק ניט געקומען און קײנמאָל אױפֿן געדאַנ▯ נישט געװאָלט נעמען ־— איצט דער־ מאָנט. זי האָט אַלעמאָל אַן עק טיכל צו די אױגן אױפֿגעהױבן, שטיל געװײנט און אָפֿט אַ טרער פֿון אַן אױגן־װינקל געװישט. ▯ און לס▯ף, אַז ס'האָט שױן היפּש געדױערט, און אַז משה האָט זי שױן געהאַט באַרויִקט און נאָך לאַנגן אײַנטענהן אין אירע אױגן אַ דערלײכטערונג רערזען און אױף איר פּנים אַ פֿרײערע מינע, — האָט אױך ע▯. זיך געשטאַרק▯ ----------- 78 ד ע ר נ ס ת ר דערפֿילט, האָט אױפֿגעלײגט און פֿרום אױף איר אַקסל אַ האַנט אַרױפֿגעלײגט און זי פֿון בעט אױפֿשטײן געבעטן. און אַז גיטעלע האָט געפֿאָלגט און אױפֿגע־ שט▯נען, האָט ער זי שױן אױך אײלן גענומען און פֿון אַלקער זי אַרױסגעבעטן: — איז גײ, גיטעלע, און גרײט זיך צו. כ'האָב אױף הײַנט אױפֿדערנאַכט ייִדן אױף אַ סעודה פֿאַרבעטן ,בעט אױך דו, און לאָמיר זיך פֿרײען מיט ייִדן. ▼ מיט אַ שעה שפּעטער האָט מען אין בײַטאָגיקן און אין שטאַרק־זוניקן עס־ צימער, בײַם גרױסן טיש, גיטלען אױבנאָן, און לעבן איר, אױף אַ בענקל, מנחמען, דעם שול־ און שטוב־שמש, זיצן געזען. מנחם — דער נידעריטשקער און צעטומלטער, װאָס רעדט גיך און מע פֿאַרשטײט אים װײניק, װאָס איז שטענדיק פֿאַרשמײַעט, װי ער אײַלט זיך ערגעץ, האָט פֿיל פֿעדערן אין קאָפּ און אין היטל, און ס'דאַכט זיך, אַז ס'איז פֿון צעטראָגנקײט און פֿליִען — איז איצט, פֿון דער דרױסנדיקער און שטו▯ב־ היץ געזעסן אַ געשטילטער און װי אַ פֿאַרטשאַדעטער פֿאַר אַ לאַנגן צעטל־ בױגן מיט אַ בלײ▯טיפֿט אין האַנט. גיטעלע האָט אים אָנגערופֿן די נעמען פֿון אַלע די, װאָס מע דאַרף אױף דער סעודה אײַנלאַדן, און ער, מנחם, האָט פֿאַרשריבן. אױסער זײ, גיטלען און מנחמען, איז אין עס־צימער קײנער ניט געװען, פֿון צײַט צו צײַט נאָר האָט זיך אַ דינסט פֿון קיך אַרײַנגעכאַפּט, כּדי עפּעס בײַ גיטלען צו פֿרעגן, און באַלד נאָך דעם איז זי מיט דער באַקומענער תשובח װידער צוריק אין קיך אַװעק. אין עס־צימער, װי געזאָגט, הײס. גיטעלע איז אױף איר בענקל עטװאָס ברײטלעכער, װי געװײנלעך, געזעסן. דאָס טיכל פֿאַרנומען הינטער די אױערן — אַ סימן אױף באַשעפֿטיקט, און אַז זי אײַלט זיך שטאַרק. זי האָט אַלעמאָל אַ פּאָר טרוקענע פֿינגער אין דער אונטערשטער ליפּ גענעצט און פֿון היץ־ געשלאָגענעם זכּרון אַלע װײַלע אַן אַנדער פֿאַרגעסענעם נאָמען אַרױסגעצױגן און פֿאַרװוּנדערט צו מנחמען זיך געװענדט: — זע, און אױך משה פֿײגענזאָן האָבן מיר פֿאַרגעסן... שרײַבט אים אַרײַן, מנחם. פֿון מאָל צו מאָל האָט זיך גיטעלע פֿונעם מיט שרײַבן אַ הײב געטאָן, האָט מנחמען אַלײן בײַם טיש געלאָזט, אױפֿן קיך אַװעק, און צו די פֿאַר־ אָרדענונגען און באַפֿױלן, װאָס זי האָט שױן פֿון פֿריִער װעגן דער סעודה אָפּ־ געגעבן▯ האָט זי, פּלוצלונג זיך אין נאָך עפּעס דערמאָנענדיק, נאָך אַ נײַע געהאַט צוצוגעבן. אין הױף, דאָרט, װוּ די שטאַלן און קאַמערן געפֿינען זיך, האָט מען פֿון אײנער אַ קאַמער דעמאָלט אַלעמאָל שױן מיכאַלקען, דעם אַלטן און רוקן־ געבראָכענעם הױף־חיטער, מיט אַ ברעם האָלץ אַרױסקומען געקאָנט זען. אַ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 79 נישט־אױסגעשלאָפֿענער, װי שטענדיק, מיט אַלט־צעשװוּמענע און בראָנפֿן־ קאָליריקע אױגן, װאָס רעדט צו זיך אַלײן, און װי תּמיד אונטער אַ יום־טובֿ, װען ער האָט צו טאָן עטװאָס מער, װי געװײנלעך, פֿױלט ער זיך, װאָרטשעט און שעלט ברוגז. צוזאַמען מיט מיכאַלקען, באַמערקט מען, קומט פֿון שטאַל אַרױס „קײטל־ זײגער”, — דאָס קורצפֿיסיקע, געלע הינטל, װאָס איז הינטיש פֿאַרשעמט: האָט קײן קול נישט און קאָן ניט האַװקען, און ס'האַלט זיך שטיל און מיטן קאָפּ צו דר'ערד אַראָפּגעלאָזט; שטײט קײנמאָל ניט אָפּ פֿון מיכאַלקען און מיטן באָמבלענדיק־אַראָפּהענגענדיקן ברוסט־בײַכל באַגלײט עס איצט מי־ כאַלקען פֿון קאַמער אין קיך מיט האָלץ באַלאָדן, און צוריק פֿון קיך אין קאַמער — אַ לײדיקן און איבעראַנײַס נאָך האָלץ. און אין קיך האָט זיך דעמאָלט מיטאַמאָל שױן רירן און ריגעװען גענומען: טעמפּ און מיט גרױס אײַלעניש האָט זיך דאָס קלאַפּן פֿונעם האַקמעסער אין האַק-ברעטל אױף דער גאַנצער שטוב און אױך װײַט אין הױף אַרױס דערהערט. אַ שטױסל האָט שנעל־קופּערדיק און קלינג▯נדיק דאָס האַקמעסער איבער־ שרײַען גענומען, און דינסטישע קולות זײַנען זיך אײנס דאָס אַנדערע אין די געשרײען אַרײַנגעפֿאַלן, הױך און אָנכאַפּעריש זיך געקריגט, און צום טאַקט פֿון קריג און קולות, האָבן זײ דאָס האַקמעסער־קלאַנג און דאָס שטױסל־ קלינגען נאָך מער פֿאַרש▯אַרקט און פֿאַרשנעלערט. דער אױװן אין קיך האָט זיך שױן צו אױפֿדערנאַכט און צו דער סעודה געהײצט. אַלעמאָל האָט אַן אַנדער דינסט אַהין געכאַפּט אַ קוק, האָט אַ נײ שײטל האָלץ אונטערגערוקט, און אַ קול צו מיכאַלקען האָט זיך שרײַען געלאָזט הערן: — װאָסי? ער איז טױב צי װאָס, מיכאַלקע? ס'דאָך קײן טראָפּן װאַסער ניטאָ, זאָל ער װאָס גיכער ברענגען. און גיטעלע און מנחם האָבן שױן צו יענער צײַט דאָס אײַנלאַדונג־צעטל פֿאַרענדיקט געהאַט. גיטעלע האָט זיך פֿון מידקײט מיט אַן עק פֿונעם צעבונדענעם קאָפּ־טיכל דאָס פּנים געפֿאָכעט, און אַלע װײַלע מיט אַן אַנדער עק דעם שװײס פֿון דער אײבערשטער ליפּ געװישט. מנחם האָט האַלב-פֿאַרשלאָפֿן דעם בלײַשטיפֿט בײַם מױל געהאַלטן און װען־ניט־װען נאָר אים באַנעצט, אָבער מער האָט ער שױן צו שרײַבן נישט געהאַט, װײל אַלע נעמען, אױף װיפֿל מע האָט געדענקט, האָבן זיך שױן אױסגענומען. און לסוף, אַז מנחם האָט זיך מיטן פֿאַרטיקן צעטל פֿון הינטערן טיש אױפֿגעהױבן און זיך צו דער טיר גײן געלאָזט, האָט אױך גיטעלע זיך אױפ־ געהױבן און אים אַרױסבאַגלײטן געגאַנגען, און אַזױ, שױן אױף דער שװעל ----------- 80 ד ע ר נ ס ת ר שטײענדיק, האָט זי זיך, נאָר אַ מסופּקע און מיט איר זכּרון נישט זיכער, צו מנחמען געװענדט און בײַ אים אַ פֿרעג געטאָן: — האַ, יױ מײנט ער, מנחם? ▯אַכט זיך, קײנעם ניט פֿאַרגעסן, אַלעמען פֿאַרשריבן? ▯ — אַלעמען, אַלעמען. — איז גײ זשע גיך, מנחם, פֿאַרזאַם ניט און פֿאַרגעס ניט קײנעם. יאָ, און פֿאַרגעס אױך ניט קײן ליכט אין ד▯י לײַכטער און אין די העסעס צו קױפֿן. — צו קױפֿן, צו קױפֿן... גוט, גוט, גיטעלע. ▯ ▯▯ ס'איז יענעם אָװנט אין עס־צימער און אױך אין די שכנותדיקע צימערן, אױף װיפֿל ס'איז דורך דער טיר אָנצוזען, שטאַרק יום־טובדיק — ליכטיק. אין עס־צימער — אַ ברײטער, װײס־פֿאַרשפּרײטער טיש, אױך אַ לאַנגער, האָט דערגרײכט פֿון װאַנט צו װאַנט, יענער טיש — פֿאַר חשובֿע און אָנגע־ זעענע, און אױך אין די דערבײַיִקע צימערן טישן, אָבער שױן פֿאַר װײניקער חשובֿע. פֿון דער סטעליע אין עס־שטוב הענגט אַראָפּ אַ בליצלאָמפּ מיט דרײ־ רערנד▯קע העסעס, אין די העסעס — ליכט, און אױך אױף די װענט, װאָס צװישן פֿענצטער און פֿענצטער — העטעס, און אױך אין יענע העסעס — ליכט. ס'באַדינען דעם טיש: צוערשט, מנחם, מיט דער קױטיקלעכער, מעשן־קאָליריקער באָרד, מיט ן▯י קינדערש־צעטראָגענע און גאָרנישט ניט זעענדיקע אױגן, צעפֿלױגן און צעפֿלאָכטן, די קאַפּאָטע נישט אױף די קנעפּ, און דאָס היטל אַ ביסל העכער, װי ס'דאַרף זײן, אױפֿן קאָפּ פֿאַררוקט. ער קומט אַלע װײַלע אַן אײַלנדיקער פֿון קיך אַ פֿולער באַלײגט און קערט זיך אום אַ לײדיקער, און באַלד קומט ער װידער פֿול און קליגט זיך װאָס מער טעלער מיט אײן מאָל צו ברענגען — שװיצט, אײַלט זיך און לױפֿט װידער אין קיך. צװײ — גיטעלע, װאָס איז הײַנט אין העכסטן יום־טובֿ — אין שװאָרצן זײדנס און אין צירונג. איר קלײד בײַ די פֿיס ברײט און אין שליאַרעס, איר קאָפֿטל ▯— אױף דער ברוסט פֿון פֿאָרנט — אָנגעבופֿט און מיט האַפֿט באַלײגט און אין רוקן ▯ שמאָל געפּאַסט, און אין טאַליע װאַרפֿט זיך די זױם פֿון דער קאָפֿטע איבערן רוקן-קישעלע, װי איבער אַ זאָטל, אַריבער. זי איז אין די לענגלעכע צװײגאָרנדיק־בריליאַנטענע אױרינגלעך, אין גאָלדענע פֿינגערלעך און אױך מיט אַ „הערצל” פֿון גאָלד. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 91 דאָך זעט זי הײַנט אױס ניט װי אין די פֿרײלעכע יום־טובֿים, נאָר װי אום ראש-השנה און יום־כּיפּור, װײל זי איז ניט אין פּאַריק הײַנט, נאָר מיט אַ װײס זײדן קאָפּ־טיכל. זי שטײט בײַם טיש, נעמט צו פֿון מנחמס הענט די טעלער, און איבער קעפּ און אױפֿן טיש דערלאַנגט זײ. יעדעס מאָל, װען אירע הענט װערן פֿרײ, טוט זי אַ פֿאַרנעם דאָס זײדן טיכל הינטער די אױערן און אונטן, בײַ דער גאָמבע, פֿאַרציט זי מיט בײדע עקן דעט שלײף בעסער. און אָט קומט װידער מנחם, און זי בײגט זיך װידער איבערן טיש איבער, ▯ רוקט צו, װאָס נײטיק איז צוצורוקן, רוקט אָפּ, װאָס ניט נײטיק, זעט װעמען מע דאַרף װאָס דערלאַנגען, און אַז קײנער זאָל ניט פֿאַרטײלט װערן, און אַלע זאָלן צופֿרידן און קאָנטעט זײן. ס'האָבן אױך געהאָלפֿן באַדינען גיטעלעס בײדע טעכטער: יהודית, די עלטערע, די שטאַרק צו מענטשן צוגעלאָזטע, װאָס איז מיטן אױסזען אױף דער מוטער ענלעך, און מיט די מאַנירן און פּאָסטעמקעס — אױפֿן פֿאָטער. זי פֿילט זיך גוט און ניט געצװוּנגען פֿאַרן עולם, און, װי משה, בעת אַ שׂמחה, זשמורעט אױך זי די אױגן פֿון ליכט און פֿאַרגעניגן. דאַן נחמהקע, די ייִנגערע, אַ ביסל אַ שעמעװדיקע און אין זיך געשלאָסענע, װאָס מיטן װוּקס איז זי אין פֿאָטער געראָטן, אָבער האַלטן האַלט זי זיך צום ערשט לעבן דער מוטער. פֿילט זיך ניט פֿרײ און אַ ביסל געענגט פֿאַר פֿרעמדע און יעדעס מאָל, װען טיש־לײט װענדן זיך מיט אַ מינדסט װאָרט צו איר, רױטלט זי זיך, פֿאַרלירט זיך און װײסט גלײַך ניט, װוּהין די הענט און די אױגן אַהינטאָן. משה אַלײן ▯־ אין שבת און אין גאַרטל — אױבנאָן. ער הײבט זיך אַלע װײַלע אױף פֿון זײן אָרט, גיסט אָן אַמאָל אײנעם, און אַמאָל אַ צװײטן, און דער גאַנצער נאָענטער טײל טיש, אױף װיפֿל זײן קערפּער און זײן האַנט דערגרײכט, זעט ער זיך אָן קײנעמס הילף באַגײן און יענעם טײל אַלײן באַדינען. אין אַנדערע צימערן, דאָרט, װוּ עולם װײניקער חשובֿער, באַדינען אױך װײניקער חשובֿע: דינסטן, משרתים, אָרעמע קרובֿים און די אײניקלעך משהס. בײַ יענע טישן —— גרופּעסװײַז, און בײַ די עקן צום מײנסטן, — אָרעמעלײַט און מקבלים. זײ האַלטן די פּנימער געװענדט צום טיש, און נאָר צו דעם, װאָס אױפֿן טיש געפֿינט זיך, זײ עסן גיך און שטרעקן פֿלינקע הענט צו די טעלער, װאָס מע דערלאַנגט זײ, און בשעת־מעשׂה — אױך צו די בערג ברױט און בולקע, װאָס זײַנען אױף גרױסע פּאָלומעסקעס און אױך אױפֿן הױלן טיש אָנגעװאַלגערט. ▯ אַז זײ עסן אָפּ אײן מאַכל, װאַרטן זײ שױן ברוגזלעך אױפֿן צװײטן, קוקן ▯ ----------- 82 ד ע ר נ ס ת ר אָנגעדרודלט, רעדן װײניק, נישט צװישן זיך און אױך נישט מיט די, װאָס דערלאַנגען זײ, און די דינסטן און משרתים קוקן מיט אום־דרך־ארץ און מיט שפּאָט, װי אַזױ „יענע” אײלן, װי אַזױ „מע קאָן זײערע קישקעס אָן די דנאָעס ניט נאַסטאַרטשען”, און זײ דערלאַנגען זײ אָן אָפּשײַ, קערעװען זיך אָפּ און קענען ניט קוקן, װי אָרעמעלײַט כאַפּן, און װי מקבלים זײַנען זשעדנע. בײַם טיש אָבער, װאָס אין עס־שטוב — שטאָט־לײט און סוחרים, אָנגעזעענע און באַװוּסטע, װאָס האַלטן זײערע נאָז-פֿאַטשײלעס אין די הינטערשטע קאַפּאָטע־קעשענעס פֿאַרשטעקט, און װען זײ נײטיקן זיך אין זײ, װענדן זײ זיך מיט די הענט אױף ▯אַרונטער — געלאַסן, פּאַמעלעך און אין גרױס באַרוטקײט. אױך חסידים בײַ יענעם טיש — פֿון אײן קלױז מיט משהן און צו אײן רבין מיט אים פֿאָרנדיקע — שױן מער טומלדיקע און װײניקער באַרוטע, און יענע האָבן שױן די פֿאַטשײלעס אין די בוזעמער העכער די גאַרטלען ליגן פֿאַרגרײט, און אַז זײ דאַרפֿן זײ, האָבן זײ זײ אונטער דער האַנט כּסדר, שלעפּן זײ אַרױס און רוקן זײ װידער צוריק אַרײַן, אײַלנדיק און מיט אַ בלינדער האַנט־באַװעגונג, מעכאַניש. ▼ אין עס־צימער און אין די דערבײַיִקע צימערן — ליכטיק און ליאַרמיק. מנחם — פֿאַרפּאַליעט, און אײַלט נאָך אַלץ פֿון שטוב אין קיך און פֿון קיך אין שטוב צו לױפֿן. דינסטן און משרתים באַגעגענען זיך אין מיט װעג, ▯ הין און צוריק אײַלנדיקע, טרעטן זיך אָן אױף די פֿיס און צעבוצקען זיך מיט ▯ פּנימער און מיט טעלער. דער עולם — שױן די ערשטע זעט געכאַפּט, און שױן נישט די ערשטע כּוסות. , שפּעטער אַ ביסל — בײַ אַלע טישן שױן אַן אַלגעמײנער גערײד און גערודער, און אין שטוב־טומל הערן זיך שױן אױך אײניקע אַפֿילו שרײַען. פֿלעשער גײען פֿון האַנט צו האַנט. אײניקע שטײען אױף פֿון די ערטער, גיסן אָן און דערלאַנגען צו די װײַט־זיצנדיקע. הענט מיט גלעזער און גלעזלעך שטרעקן זיך צו די דערלאַנגער און אָנגיסער, און דער, װאָס שטײט און גיסט, באַפֿרידיקט: גיסט אָן און גיסט איבער. גאַנצע טישן רעדן שױן מיטאַמאָל, אױף אַ קול און אינאײנעם. אײניקע פֿון אײן עק טיש שרײַען צו אַנדערע, װאָס אין אַנדערן עק, און אַלעמאָל הײבט זיך שױן אױף אַ האַלב־שיכּורער, מאַכט עפּעס מיט די הענט, רופֿט און דעררופֿט זיך ניט, און זעצט זיך אַ ניט־אױסגעהערטער און װי מיט שמײכלענדיקער מחילה צוריק אַװעק. ס'הײבט זיך אױף באַלד אײנער מיט טאַנצנדיקע הענט און פֿיס פֿון ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 93 הינטערן טיש אַרױס, און, אַרױסגײענדיק, שלעפּט ער אַ צװײטן, דער צװײטער —אַ דריטן, און הענט פֿאַר הענט אַלץ מער און מער נעמען זיך אָן, ביז אַ האַלבער טיש שטײט שױן אױף, און אינמיטן שטוב שױן טאַנצט ער. נאָכן ערשטן האַלבן טיש רוקט זיך אַרױס דער צװײטער, און באַלד זײַנען אַלע ערטער בײַם טיש שױן פֿרײַע און די פֿריִער לײדיקע מיט פֿון שטוב שױן מיט מענטשן פֿאַרנומען. ס'קומען צום טאַנץ צוערשט די מער־רירעװדיקע, ייִנגערע און אָנגעטרונקענערע, דערנאָך אױך די עלטערע, געלאַסענערע און נאָך ניכטערע. די גאָר אַלטע קומען אַלײן צו צו די שױן־טאַנצנדיקע, פּאַמעלעך, נישט זאָגנדיק, צענעמען די הענט בײַ אַ פּאָר טענצער און שטעלן זיך צװישן די צװײ טאַנצנדיקע אַ שטילער, אַ ▯▯ריטער אַרײַן. חסידים האַלטן זיך אײנס: אײנער בײַם אַנדערן, אײנעמס קאָפּ צום אַנדערנס אַקסל, אָדער אײניקע מיט הענט אין אַנדערנס רוקן־גאַרטל. סוחרים באַלעבאַטים — אָפּגעזונדערטער, שטיל און בנעימות: האַלטן קעפּ צו דער ערד אַראָפּגעלאָזט, גײען שװערלעך, און אַ פֿוס, זעט מען, איז זײ ניט איבעריק גרינג צו שטעלן. די ראָד שױן אַ גרױסע, משרתים און שטוב־אײגענע האָבן שױן די בענק און די טישן צו די װענט אָפּגערוקט, כּדי מער פּלאַץ פֿאַר די טענצער צו מאַכן, און דאָס אָרט איז געמאַכט. אַלע טאַנצן. אױך משה אַלײן אין דער מיט. אַלײן נאָר די שטוב־מענטשן זײַנען אױסער דער ראָד: גיטעלע מיט אירע אײניקלעך און טעכטער, קרובֿים, אױך דינסטן און משרתים קוקן פֿון װײַטן, פֿרײען זיך, און דינסטן און משרתים שטורכען זיך אײנס דאָס צװײטע, װינקען זיך איבער װעגן די מקבלים און שלעפּער, װאָס אױך זײ זײַנען אין טאַנץ אַרײַנגעצױגן, אָבער װאָס טאַנצן פֿאַרשעמט, איבעריקע און נישט גערן. נאָכן ערשטן טאַנץ — װידער בײַם טיש, און נאָכן ערשטן טרינקען — איצט װידער זיך גענומען טרינקען, און נאָך מיט מער שטאַרקײט, מיט מער היץ און מער פֿאַרפּאַליעטן הפֿקר: נײַע בוטלעס בײַם טיש װײַזן זיך, אַלטער, פֿון לאַנג אױסגעשטאַנענער װײן װערט פֿון קעלער אַרױפֿגעבראַכט. משה גיסט אָן די לעבן־אים—זיצנדיקע, און די װײַטער־זיצנדיקע גיסן זיך אַלײן אָן. אַלע מײַלער אָפֿן, אַלע הענט שטרעקן זיך און פּלאָנטערן זיך, איבער די טישן הערשן געשרײען, און פֿיל צװישן די אַלע געשרײען צו משהן װענדן זיך: — לחײַם, ר, משה, — שרײַען סוחרים באַלעבאַטים, װענדנדיק זיך צו אים, כאָטש שױן באַטרונקענע, נאָך מיט אָפּשײַ און מיטן „רעב”־טיטל. — לחײַם, משה, — װענדן זיך חסידים, די, װאָס פֿאָרן מיט אים צו אײן רבין, — הײמישלעך, װי ברידער צו ברידער, װי צו אַ זײער גלײַכן, און שױן אָן שום טיטל. ----------- 84 ד ע ר נ ס ת ר און אײניקע, שטאַרק־הײמישע, דערמאָנען זיך אױך אין דער נאָענט־ ▯ שטײענדיקער גיטלען, דערזעען זי, גיסן איר אָן, הײסן איר טרינקען, און אױך צו איר טוען זײ שרײַען: — לחײַם, גיטעלע... איז געדענק זשע, װאָס מע האָט אָפּגעמאַכט: אַז דו מיט דײן משהן, מיר מיט כּלל־ישׂראל זאָלן מיר משיחן דערלעבן. געדענק. אין אָפּגעמאַכט! — לחײַם, — שרײַען צו איר אַנדערע, — ייִדן װינטשעװען, אַז דאָס „אָרט” זאָל זיך אױף אים ניט דערװאַרטן. — און די מלבושים, — כאַפּן אַנדערע אױס און פֿאַלן אַרײַן אין די רײד, — די בגדים, מײנען מיר, זאָלן ▯▯אָ, טאַקע דאָ, אין שטוב בײַ דיר פֿױלן. און זײ קלאַפּן אױפֿן טיש און שטרײַכן אונטער דעם „דאָ”, קלאַפּן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, גלײַך מע פֿאַרשטײט ניט, און גלײַך מיט די פֿריִערדיקע מאָלן „דאָ” זײַנען זײ ניט יוצא. גיטעלע טרינקט צופֿרידן, װאָס אַזױ פֿיל ייִדן װינטשעװען איר, און פֿון אַזױ פֿיל אױגן, הענט, געשרײען און טומל, װאָס רינגלען זי אַרום. זי טוט אַ זופּ אַן איבעריקן, אַ נישט־פֿאָרזיכטיקן און נישט װעדליק פֿאַר איר שלונג, און זי װערט בלאַס, פֿאַרשעמטלעך, קוקט ▯אױף איר משהן עטװאָס פֿאַרשולדיקט, אָבער צוזאַמען מיט דער שולדיקײט, קומט איר װי אַ װאַרעמקײט און אַ זיס שיכּורל אין די קני, און זי פֿילט, אַז װען מע װאָלט איצט געטאַנצט, װאָלט ▯ זי איר קני־װאַרעמקײט צוזאַמען מיט אַלע איצט אין טאַנצן אױסגעבראַכט. ▯ און טאַקע: שפּעטער אַ ביסל, װען דער עולם איז װידער בײַם טאַנץ, דער טיש װידער לײדיק און די מיט שטוב פֿול, אַזױ באַמערקט ניט קײנער, װי גיטעלע האָט זיך פּלוצעם עפּעס פֿון צװישן עולם אַרױסגערוקט, פֿאַרשװוּנדן, און אַ קלײן ביסל זיך געזאַמט... זי איז צו זיך און אין איר מאַנס אַלקער אַװעק, צום שופֿלאָד צו, און פֿון דאָרט עפּעס אַ פּעקעלע אַרױסגענומען... און װידער האָט דער עולם נישט באַמערקט ,װי פּלוצעם האָט זיך אין דער טאַנצנדיקער ראָד, אין מיט, גיטעלע באַװיזן: אין דער רעכטער האַנט אַ פּעקעלע, און מיט דער לינקער האָט זי איר לאַנג קלײד עטװאָס העכער אירע שיך אױפֿגעהױבן... זי האָט געטאַנצט פֿאַרטראָגן, און װי אַ פֿרעמדער כּוח װאָלט זי געפֿירט. זי האָט נישט באַמערקט, אַן אײניקע, דערזעענדיק זי און פֿאַרשטײענדיק, װאָס זי טראָגט אין דער האַנט, האָבן זיך אינמיטן טאַנץ אָפּגעשטעלט, און אַז די קינדער אירע, דערזעענדיק דאָס זעלבע, האָבן „מאַמע!” געװאָלט אױסשרײַען און נישט באַװיזן, משה — „גיטעלע”, און אױך ער האָט זיך אָפּגעהאַלטן, און אַז אַלטע און שטרענגע לײט, געװיסע דין־ און מינהג־װײַסער, האָבן שױן געבורטשעט, און האָבן דאָס װאָרט „חילול” און „ס'איז נישט רעכט” אױף זײערע ליפּן געהאַט, — זי האָט דאָס אַלץ נישט באַמערקט. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 5▯ ▯▯ר▯▯▯▯▯▯ן▯ו▯▯ע▯▯▯▯▯▯▯פ▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ו▯▯ און פֿרױיִש צוגעהאַלטן. און אַזױ טאַנצנדיק און אין מיט ראָד שױן זײענדיק, האָט זי אירע קינדערס שרעק עטװאָס באַרויִקט און איר מאַנס מורא אָפּ־ געהאַלטן און אַפֿילו בײַ די שטרענגע דין־ און מינהג-װײַסער דאָס ברוגזע מור▯▯▯אָ▯ר▯▯▯▯ האַ▯ ני▯ ▯אַנ▯ ▯ע▯ױער▯: ▯יר ▯▯יק אי▯ װאָ▯ ▯▯▯ ▯▯▯ מ▯▯▯י▯▯▯ ▯▯אַ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯▯▯ ן ר י און מיט אַ צוזאָג, װי — „נישקשה”, — אַ זאָג געטאָן, —— „נישקשה, מיטן כּוח פֿון שׂמחה און מיטן גלײבן אין שׂמחה װעלן אונדז אַלע געפֿאַרן פֿאַרבײַ און אַלע גזרן בטל ומבֿוטל װערן”. און גיטעלע האָט װײַטער געטאַנצט. זי איז שױן אַ ביסל מיד געװען. זי האָט דערום דאָס פּעקעלע פֿון דער רעכטער האַנט אין דער לינקער איבער־ גענומען, און מיט דער רעכטער, װי פֿריִער מיט דער לינקער, דאָס קלײד עטװאָס פֿון אירע פֿיס און שיך צום טאַנץ אױפֿגעהױבן. און אַז זי איז שױן גאָר מיד געװאָרן, האָט זי מיט די אױגן אַרום זיך און פֿון דער ראָד, װי הילף און שטיצע געזוכט, און מיטאַמאָל, די קינדער אירע דערזעענדיק, האָט אױסגעשריִען: — קינדער, טעכטער מײנע... און די טעכטער האָבן פֿאַרשטאַנען. און באַלד האָט שױן גיטעלע אירע צװײ טעכטער, יהודיתן און נחמהקען, איר אַנטקעגנגײענדיק און פֿאַר איר פּנים טאַנצנדיק, געהאַט... דערנאָך האָבן זײ זיך צו אירע בײדע זײַטן גע־ שטעלט און אַלע דרײ שױן אין אײן שורה: יהודית, די עלטערע, האָט, טאַנצנדיק, מיט די אױגן דעם פֿאָטער געזוכט, און נחמהקעס אױגן — צו דער מוטערס פֿיס געװענדט. און אָט, און װי דער גאַנצער עולם איז דעמאָלט פֿאַרכאַפּט געװען מיט קוקן אױף זײ, אַזױ האָט קײנער ניט באַמערקט, און פֿון גרױס פֿאַרכאַפּטקײט איז צו קײנעמס אױער ניט דערגאַנגען, װי צום טױער, װאָס פֿאַרן הױף, איז דעמאָלט אַ בױד צוגעפֿאָרן און זיך אָפּגעשטעלט. לעצטער גלעקער־געקלאַנג איז, בײַם אָפּשטעלן זיך פֿון דער בױד, אַנטשװיגן געװאָרן. פֿון דער בױד איז אַראָפּגעקראָכן אײנער אַ מענטש, װאָס איז געזעסן אױבנאָן. און צוזאַמען מיט אים — דער באַלעגאָלע מיט געפּעק אין האַנט. און בײדע האָבן זיך צו דער פֿאָרטקע פֿון משהס הױף געלאָזט. „קײטל▯זײגער” איז פֿון זײן הינטישער בודקע אַרױס און געװאָלט אָנפֿאַלן און זיך צעהאַװקען, אָבער — בײַם װעלן געבליבן. ער האָט זיך דערום נאָר ----------- 88 ד ע ר נ ס ת ר אַ פּאָר מאָל אַרום זיך אַלײן, אַרום זײן אײגענעם קערפּער, אַרומגעדרײט און צוריק אין בודקע, אַ נישט־האַװקענדיקער, אַרײַן. ▯ און די צװײ, דער פּאַסאַזשיר מיטן באַלעגאָלע, זײַנען אין הױף געקומען. דער פּאַסאַזשיר האָט זיך שטאַרק פֿאַרחידושט, װאָס אינמיטן װאָך, אין אַ געװײנלעכן טאָג, האָט ער פֿון דער שטוב אַ גרױסע שײן אַרױסשײַנען דערזען און צוזאַמען מיט דער שײן האָט ער אין שטוב װי אַ סך מענטשן אױך דער־ פֿילט... אין שטוב אָבער איז שטיל געװען. ער איז אין הױף בײַ דער זײט פֿון די שטוב־פֿענצטער געגאַנגען, ביז ער איז אַרױף אױף די טרעפּ פֿונעם הינטערשטן שטוב־אַרײַנגאַנג, די טיר געעפֿנט, און דעם לענגלעכן קאָרידאָר, װוּ די שראַגע מיט די מלבושים האָט זיך געפֿונען, דורכגעגאַנגען, און האָט זיך לסוף אױף דער שװעל פֿון דער גרױסער עס־שטוב געטראָפֿן. פֿון דרױסנדיקן פֿינצטער געקומען, און פֿון שטוב־ליכט און גרױסן עולם פֿאַרבלענדט, איז ער אַ װײַלע אױף זײן אָרט געבליבן, — ער, אַ הױכער און שטאָלצער, אין אַ זומערדיקן װעג־מאַנטל מיט אַ קאַפּטער, און באָרד און ברעמען אַ ביסל פֿאַרשטױבטלעך. ער האָט געקוקט, און װי אַ שמײכל און חידוש אין זײַנע אױגן, און דער שמײכל האָט באַטײַט: מ'באַמערקט נישט... נישקשה, מע װעט באַלד באַמערקן... און טאַקע: װי גיטעלע מיט בײדע טעכטער בײַ די בײדע זײַטן האָט ▯ אַזױ געהאַלטן אינמיטן טאַנצן, אַזױ האָט זי פּלוצעם אױפֿגעהױבן די אױגן צו דער טיר, װוּהין זי איז גראָד מיטן פּנים איצט געװענדט געװען, און מיט־ אַמאָל האָט זי עפּעס דאָרט דערזען... זי האָט תּחילת אירע אױגן ניט געגלײבט, געמײנט — אַן אױסװײַזעניש, ▯ױיל — אומגעריכט. און פֿריִער אַ רגע האָט זי דאָרט, אױפֿן זעלבן אָרט, נישט באַמערקט נאָך גאָרנישט. אָבער װאָס לענגער זי האָט זיך אײַנגעקוקט, אַלץ מער האָט זי זיך איבערצײַגט אין געזעענעם... זי האָט זיך אַ ריס געטאָן, און מיטאַמאָל, לאָזנדיק די בײדע טעכטער אַלײן און דאָס אָרט צװישן בײדע — אַ לײדיקס, איז זי פֿון ראָד אַרױס, צו דער טיר און צו דער שװעל צו, און װי נישט מיט איר קול אױסגעשריִען: — לוזי... , זי האָט אױסגעזען, װי אַ קינד, װאָס האָט אַ ליבן גאַסט אָדער אַן אײגענעם פֿאָטער דערזען. זי האָט זיך אַ העפֿטיקן לאָז געטאָן און װי געװאָלט צום גאַסטס ברוסט צופֿאַלן. זי האָט זיך אָבער אין איר און אױך אין זײן עלטער דערמאָנט — און זיך אָפּגעהאַלטן. אָבער ▯אַ גליקלעכע, און װידער װי אַ קינד, װאָס אין סאַמע רעכטער סכּנה װאָלט דעם אומגעריכט אַ הילף פֿון ערגעץ געקומען, אַ רעטער, ▯װאָס דער שליסל פֿון אַלער הילף איז בײַ אים אין דער ▯האַנט, — אַ גליקלעכע, װאָס ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 97 צו אַלע ביזאַהעריקע װוּנטשן, װעט איר איצט דער העכסטער װוּנטש פֿונעם העכסט־געגאַרטן געגעבן װערן — האָט זי דאָס פּעקעלע, װאָס אין האַנט בײַ איר, צו לוזיס אױגן אױפֿגעהױבן, דאָס אים אַ װײַז געטאָן און נאָכאַמאָל אױסגעשריִען: — לוזי!... — װאָס איז, גיטעלע, װאָס געשעט און װאָס קומט דאָ פֿאָר? — אַ סעודה און אַ שׂמחה איצט דאָ, לוזי, און איך לאָז דיך אין שטוב ▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯ ני▯ אַראָפ, ▯י▯ דו װע▯▯ מיר ▯אָ ▯ױפֿן אָרט משהן ▯ — װאָס װינטשעװען? — אַריכת־ימים, לוזי, און אָט זע, — און דאָ האָט זי אים פֿאַר די אױגן נאָכאַמאָל דאָס פּעקעלע באַװיזן, — אָט דאָס זײַנען די „בגדים” משהס, װאָס ער האָט זיך שױן אין װעג פֿאַרגרײט. — װאָס רעדסטו, קינד? אַריכת־ימים? אַװדאי אַריכת־ימים? אַװדאי ▯ װינטשעװען. — אין דעם מאָמענט, בעת אױף דער שטוב־שװעל איז צװישן גיטלען און לוזין פֿאָרגעקומען אָט די באַגעגעניש, זײַנען שױן אַלע שטוב־לײט, מיט משהן בראָש, צו צו דער טיר. בײדע ברידער האָבן זיך געקושט, און די קינדער האָבן דעם פֿעטער דעם װעג־מאַנטל אױסטאָן געהאָלפֿן, און אױך פֿונעם באַלעגאָלע, װאָס איז די גאַנצע צײַט געשטאַנען הינטערן גאַסטס פּלײצעס, דאָס געפּעק צוגענומען. באַלד האָט אױך משה דעם גאַסט אין אַ באַזונדערן, תּמיד פֿאַר אים פֿאַרגרײטן, צימער אָפּגעפֿירט. אַהין האָט מען אים װאַסער אױף זיך אַרומװאַשן געבראַכט. ער האָט אױך דאָרט די קאַפּאָטע פֿון װעג איבערגעביטן אױף אַן אַנדער און צו דער סעודה פּאַסנדיקער, און אין אַ װײַלע אַרום איז ער שױן צוריק אין עס־צימער געקומען צום זיך פֿרײענדיקן עולם און צו די שטוב־לײט, װאָס האָבן אױף אים געװאַרט. אַן אָרט האָט מען אים אָפּגעגעבן אױבנאָן ,לעבן משהן. משרתים האָבן געאײַלט און דינסטן האָבן באַדינט, און גיטעלע מיט די קינדער זײַנען בײַ דער זײט און הינטער זײן בענקל געשטאַנען — אױך אױף באַדינען און אױף װאָס נײטיק ס'װעט זײן צו דערלאַנגען. לוזי האָט פֿון אױפֿגעגעבענעם געגעסן, און בעתן עסן מיט די געצײלטע, װאָס זײַנען ▯נאָענט צו משהן געזעסן, געצײלטע װערטער נאָר גערעדט. דאָס זעלבע מיטן ברודער, מיט משהן אַלײן, דאָס זעלבע אױך מיט די שטוב־לײט, כאָטש ער איז, צו זען, אױפֿגעלײגט געװען זײער און די סעודה־אַרומרינגלונג איז אים ניחא געװען. און שפּעטער, אַז די סעודה האָט זיך נאָכאַמאָל צעפֿלאַקערט, אַז דער עולם האָט פֿאַרגעסן אין גאַסט, װאָס ער האָט אים פֿריִער דאָס עסן און טרינקען ----------- 88 ד ע ר נ ס ת ר איבערגעשלאָגן, און װידער האָט מען זיך — װער צום שמועסן, װער צום ליאַרמען, װער צום טרינקען און װער צו אַלע אינאײנעם — גענומען, און דער פֿריִערדיקער טומל ▯האָט זיך װידער אײַנגעשטעלט, און נאָך מער, װי פֿריִער, זיך געשטאַרקט — איז מען װידער װי צום פֿריִער־איבערגעריסענעם טאַנץ אַרױס. און דאָס ▯מאָל האָט שױן אױך דער פֿעטער לוזי מיטגעטאַנצט. אַ נײַער, פֿרישער מענטש איז צוגעקומען, און פֿון אים האָבן איצט װי אַלע אױגן ▯ געמאָנט, און ער איז אין טאַנץ, כאָטש מיט אַלע צוזאַמען, דאָך װי זײן באַזונדער גאַנג זיך געגאַנגען מיט האַלב־געשלאָסענע אױגן, אַ שטאַרק־פֿאַרטיפֿטער, אַן אױסגענומענער, אַן אױסגעטײלטער, װי מיט אַ הױכן סאָרט כּװנה און שׂמחה, און אין די באַװעגונגען אי רײַך אי שפּאָרעװדיק אױפֿגעהאַלטן. און נאָך שפּעטער, װען דער עולם איז שױן אינגאַנצן באַטרונקען גע־ װען: װער ס'איז שױן שלעפֿעריק בײַם טיש אַ געשטילטער און אַן אױסגעשעפּטער געזעסן, װער זיצנדיק געדרעמלט און דעם קאָפּ אױפֿן טיש אָנגעשפּאַרט, און װער, פֿאַרקערט, פֿון שיכּרות אַ מער צערױטלטער און צעהוליעטער; אײנער האָט מעשׂים אָנגעטאָן, זיך געטשעפּעט און זיך תרעומותן געזוכט, אַן אַנדערער האָט אַלטע מחלוקתן זיך דערמאָנט און אין געשלעג געקראָכן, װער ס'האָט דעם באַלעבאָס און דער באַלעבאָסטע שױן גראָבקײטן געזאָגט, און װער װעמען אַלטע חטאָים האָט אױסגעװאָרפֿן; — אָט דעמאָלט האָבן זיך, פֿון רעש און טומל ניט באַמערקט פֿון קײנעם, די בײדע ברידער, משה און דער פֿעטער לוזי, פֿון גרױסן עולם אַרױסגערוקט, און זײַנען געקומען אין דער װײַטער זאַל, דער שטילער, װאָס די שׂמחה האָט אַהין ניט דערגרײכט, און װאָס זעלטן זײַנען דאָרט געסט אױפֿגענומען געװאָרן. ס'האָט דאָרט געברענט אײנער נאָר אַ לאָמפּ, פֿון דער סטעליע אַן אַראָפּ־ הענגענדיקער. אױפֿן דיל זײַנען אין אַלע פֿיר זײַטן, אין קװאַדראַטן, סטעזשקעס אױסגעשפּרײט געלעגן, אין אַלע פֿיר װינקלען פֿון זאַל — גרױסע פֿיקוס־ װאַזאָנעס, אָלעאַנדערס מיט גראָבע און שמאָל־לענגלעכע בלעטער און בלעטלעך אין גרױסע ערד-דײזשקעס געשטאַנען. אַ רו פֿון געװיקס האָט פֿון זײ געטראָגן, אַ רו פֿון בײַנאַכט, װען געװיקסן שװײַגן, אַ רו אױך פֿון די סטעזשקעס אין קװאַדראַט אױסגעשפּרײטע. און אױך פֿון װײכן פּריצישן מעבל — פֿון נידעריקע טאַבורעטן מיט טשעכאָלן איבערגעצױגן. און אױך פֿון אַ שװער־ געבעטער סאָפֿע אין אַ טשעכאָל. אַהין האָבן זיך בײדע ברידער, װי אָפּגערעדט, נישט־אָפּגערעדט, פֿונעם גרױסן עולם דערװײַטערט, און װי אומגערן און אומיסטן פֿאַרבלאָנדזשעט. קײנער האָט זײער פֿעלן אין שטוב נישט באַמערקט. קײנעם זײַנען זײ שױן נישט אָנגעגאַנגען. אַלײן נאָר גיטעלע מיט די אײניקלעך, װעלכע האָבן די גאַנצע צײַט, פֿון זינט דער פֿעטער לוזי איז געקומען, אים פֿון אױג נישט ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 89 ▯ אַרױסגעלאָזט, האָבן איצט, פּלוצעם אים נישט דערזעענדיק צװישן עולם, און אױך משהן — נישט, — האָבן זײ זיך זוכן אַװעקגעלאָזט, פֿון צימער צו צימער, ביז זײ זײַנען צו דער שװעל פֿון זאַל געקומען, און קומענדיק, און אױף דער שװעל בלײַבנדיק, און זעענדיק יענע בײדע אין זאַל שפּאַצירן און▯ צװישן זיך אַ שטילן שמועס פֿירן, האָבן זײ זיך פֿאַרהאַלטן, פֿון אָפּשײַ און דרך־ארץ די שװעל נישט אַריבערגעטראָטן, און װי פֿון צװײ ליכט, אומגײענדיקע, פֿון װײַטן זײערע אױגן געשפֿײזט. צװישן די ברידער איז אַ קורצער שמועס, נאָר אַן איבערכאַפּנדיקער, דעמאָלט פֿאָרגעקומען. צװישן אַנדערן האָט משה בײַ לוזין אױך אַ פֿרעג געטאָן: ▯— איז, הײסט עס, קומט ער איצט פֿון דאָרט, װוּ ער האָט אין בריװ▯ געשריבן? — יאָ, ▯ האָט לוזי געענטפֿערט. ▯ און ער האָט טאַקע, — האָט משה װײַטער געװאָלט װיסן, — באַשלאָסן▯ אַז ער בלײַבט טאַקע אַ זײעריקער? — יאָ, —־ האָט װײַטער לוזי געענטפֿערט. — מוז ער אים זאָגן, לוזין, אַז ער װאָלט זיך עס קײנמאָל ניט געגלײבט, און ס'איז לא עלתה על דעתּו. — אַזױ קרום זעט עס אים אױס? — נײן, כ'זאָג ניט, כ'זאָג נאָר, אַז די גאַנצע װעלט גײט ניט אין יענע דרכים, אונדזער הײליקער טאַטע איז ניט געגאַנגען, און אױך אױף דיר איז מיר אַ װילדער חידוש. ▯ אַזױ קרום דאַכט זיך דיר דער דרך? ▯— כ'װײס ניט. כ▯האָב קײנמאָל ניט געטראַכט פֿון אים, אָבער ס'איז װילד און פּריקרע. — איז טראַכט זשע יאָ, ברודער־סערדצע, און דערװײל לאָמיר דאָס לאָזן. כ'בין זײער מיד פֿון װעג. אַן אַנדערש מאָל. און דערבײַ האָט זיך דער שמועס פֿאַרענדיקט. זײ האָבן זיך פֿון זאַל אַרױסגײן געלאָזט, און די אײגענע, — גיטעלע, משהס װײַב, און די אײניקלעך, — װאָס זײַנען שטילע אױף דער שװעל געשטאַנען און אױף זײ װי געװאַרט, האָבן אױף משהס פּנים, בײַם אַרױסגײן פֿון זאַל, אַ קלײן װאָלקנדל אָנגערוקט דערזען: זײַנע אױגן טרױעריקלעך און אָפֿן, נישט װי זײ זײַנען געװױנט געװען זײ צו זען בעת אַ שׂמחה — פֿון פֿאַרגעניגן פֿאַרזשמורעט. ▯ אין אַ פּאָר טעג אַרום נאָכן אױבן־דערמאָנטן, איז אין אײנעם אַ פֿאַרנאַכט מיכאַלקע מיטן שליסל פֿון סאָד, װאָס האָט זיך שטענדיק בײַ אים געפֿונען▯ ----------- ▯ ▯8 ד ע ר נ ס ת ר שקראָבענדיק און מיטן אַלטלעך־געבראָכענעם גאַנג צו דער סאָד־פֿאָרטקע ▯ צוגעקומען. װי באַשטענדיק, װען ער דאַרף עפּעס אַן אַרבעט טאָן, האָט ער אױך איצט גערעדט צו זיך אַלײן און עובֿר־בטלש געבורטשעט. ער האָט זיך לאַנג בײַם שלעסל געפּאָרעט, אין שלעסל־לאָך נישט אַרײַנטרעפֿנדיק, און לסוף דאָס אױפֿגעשלאָסן, װי פֿאַר עמעצן, ברײט און אַ װאַרע מאַכנדיק, די פֿאָרטקע אױפֿגעעפֿנט. דאָס איז אַ סימן געװען, אַז באַלד װעט עמעצער פֿון די באַלעבאַטים, — אָדער גיטעלע, אָדער אַלײן משה — מיט אײנעם אַ גאַסט, אָדער מיט עטלעכע, — אין סאָד קומען, און אױף נגידיש־ברײטן אופֿן אין פֿאַרנאַכט אױף פֿרישער לופֿט פֿאַרברענגען. און טאַקע: באַלד האָט זיך פֿון דער פּאַראַד־טיר, װאָס קוקט פֿון אַ הױכלעכן פּיד־ ▯מורעק דורכן הױף אין גאַס אַריבער, פֿונעם גלעזערנעם קאָרידאָר אַרױס, פֿריִער משה, נאָך אים זײן ברודער לוזי, זיך באַװיזן. זײ זײַנען פֿון די טרעפּ אַראָפּ, האָבן פֿון שטוב־פֿראָנט אין הױף פֿאַר־ קערעװעט▯ פֿאַרבײַ דער עס־שטוב און דעם הינטערשטן אַרײַנגאַנג פֿאַרבײַ, און צום סאָד געקומען. משה האָט, פֿון פּאַראַד־טיר אַרױסקומענדיק, אױסגעזען רױט, פֿאַרשװיצט און עפּעס װי מבֿולבל, און לוזי — רויִק, מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ, פֿאַרגעניגט און אױפֿגעלײגט. משה —— װי פֿון אַ שטרײַט אַרױס, און ערבֿ אַ פֿאַרשפּילטן שטרײַט, און לוזי — אַ זיגער און מיט אַ בליק אַ רויִק־ שפּילערישן. דאָס האָבן די ברידער איצט פֿאָרגעזעצט דעם שמועס פֿון יענער נאַכט, װען די סעודה איז פֿאָרגעקומען, פֿון דעמאָלט, װען זײ האָבן זיך נאָר געהאַט צוגערירט צו אים, און איבער דעם, װאָס אײנער פֿון די ברידער — לוזי — ▯ ▯ איז געװען מיד פֿון װעג, האָט אים דער צװײטער — משה — געשאַנעװעט, דעם שמועס איבערגעריסן און אױף אַן אַנדערש מאָל געלאָזט. געלאָזט. אין דער צװישן־צײַט אָבער האָט, װער ס'האָט געקאָנט באַמערקן, באַמערקט, אַז משה איז װי אַן אומגעדולדיקער אַרומגעגאַנגען, ▯אַן אױפֿגערעגטער און אַ היפּשע מאָל צעשטרײטקײט אַרױסבאַװיזן. קינדער און ▯ שטוב־אײגענע האָבן באַמערקט, אַז די פּאָר טעג האָט משה, נישט װי זײן שטײגער, אין באַלעבאַטישקײט זיך עפּעס איבעריקס געמישט און צופֿיל אַרום שטוב־זאַכן זיך געדרײט. קינדער האָבן באַמערקט, װי משה גײט אַלעמאָל צו צום טיש, רוקט אַרױס אַ בענקל אױף זיך זעצן, ▯האָט עפּעס חרטה, רוקט עס צוריק הינטערן טיש אַרונטער, און באַלד װידער חרטה, און נעמט דאָס בענקל װידער אַפֿער. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ א ש ב ע ר 91 ▯ דאָס — די קינדער. גיטעלע אָבער, װאָס אַם נאָענטסטן צו אים, האָט נאָך באַמערקט, װי אָפֿט עס ציטערט אים די אונטערשטע ליפּ, און כּדי נישט צו געבן אַנדערע דאָס צו באַמערקן, האַלט ער צו די אונטערשטע מיט דער אײבערשטער און בלײַבט מיט אַ צוגעמאַכט מױל אַ װײַלע. — װאָס איז דיר, משה? — האָט זי אײנמאָל בײַ אים געפּרוּװט אַ פֿרעג טאָן. — גאָרניט, גאָרניט, — האָט ער איר, װי נישט װילנדיק, אָפּגעענטפֿערט, זי אָפּגעשטױסן. גיטעלע האָט אָבער גלײַך דערקענט, אַז די סיבה פֿון איר מאַנס צעשטרײטקײט די לעצטע טעג נאָך לוזיס אָנקומען, איז ניט קײן אַנדערע, נאָר אַלײן טאַקע לוזי. װײל גלײַך נאָך לוזיס קומען, האָט זי (און נישט נאָר זי) אין לוזין אַ שינוּי דערזען: נישט װי אַלעמאָל קײן פֿאַרטראַכט־שװײַגנדיקער און געשלאָסענער, נאָר דאָס מאָל װי צעעפֿנט. און װי עפּעס אַ נײַע הױט אױף אים; נישט, װי פֿריִער באַשטענדיק, װען ער פֿלעגט מיט די אױגן איבער זאַכן אַריבערקוקן און אין חלל און אין דער לופֿט עפּעס זוכן. נײן. איצט — װי געפֿונען, און גליקלעך פֿון געפֿונענעם, האָט ער אַלעמען גלײַך אין די אױגן געקוקט, צו־ געלאָזט, און אָפֿט מיט די שטוב־לײט, מיט מאַנסבילן, װי מיט פֿרױען, מיט גרױסע, װי מיט קינדער, אַ שמועס פֿאַרפֿירט, גערעדט און זיך געלאָזט רעדן. ——. לוזי... — האָט דערום גיטעלע די געלעגנהײט אױסגענוצט — לוזיס צוגעלאָזטקײט — און זיך אײנמאָל געװענדט צו אים. ס'אין געװען בײַם עסן, בעת זי האָט אים בײַם טיש באַדינט און זי האָט די צײַט פֿאַר אַ שעת־הכּושר געהאַלטן. — לוזי... — װאָס איז, גיטעלע? — זײ מיר מוחל, לוזי, און האָב קײן פֿאַראיבל ניט: אין אײַערע מאַנסבילשע זאַכן מיש איך זיך ניט, װײל כ'פֿאַרשטײ ניט, אָבער משה זאָגט... עפּעס זאָגט משה... — ▯אַן װאָס? — אַז עפּעס אַ נײַער דרך בײַ דיר. לוזי האָט, קוקנדיק אױף איר, געשמײכלט. — איז װאָס, אַז אַ נײַער? איז דאָך גוט, גיטעלע, אױב אַ נײַער? — יאָ, אָבער משה... —איז פֿאַרלאָז זיך שױן אױף מיר און אױף משהן, — האָט ער איר אָפּגעענטפֿערט און מיט שפּאַסיקן גוטמוט איר די רײד איבערגעריסן. און משה אַלײן האָט עטלעכע טעג אױסגעװאַרט. ער איז צעשטרײט געװען און איבעריק אַרום די שטוב־זאַכן זיך געדרײט. און איצט האָט ער די ----------- 92 ד ע ר נ ס ת ר צײַט אָפּגעציפֿערט, װען ער איז אַלײן פֿאַרנאַכט מיטן ברודער אין ברודערס צימער געבליבן, איצט האָט ער שױן נישט געזאַמט און איז גלײַך צום ענין מיט אַן אױפֿגערודערטן טאָן און מינע צוגעטראָטן: — ער פֿאַרשטײט נישט און הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, ▯אַז בסך־הכּל, װער זײַנען זײ? װי קומט לוזי גאָר צו „זײ”, און „זײ” — צו לוזין? ער — ער, און „זײ” — באַלמעלאָכעס־עברינים. אַזױ אין N זאָגט מען און אַזױ אױך אומעטום. איז פֿאַרװאָס עפּעס בײַ דער גאַנצער װעלט דער שקר, און בײַ „זײ”, גראָד בײַ „זײ”, דער אמת ▯ לוזי האָט דעם ברודערס אױפֿגערודערטקײט באַמערקט און מיטן זעלבן טאָן, װאָס יענער, ניט געװאָלט אים אָפּענטפֿערן. ער האָט אױסגעזען און זיך געפֿילט, װי אַ פֿול־באַלאָדענע שיף, װאָס זיצט אין טיפֿע װאַסערן, און װאָס מעג זיך אַ זיכערן און רויִקן גאַנג פֿאַרגינען. ער האָט דערום נאָר געזאָגט: — און אַז באַלמעלאָכעס, איז װאָס? און אַז עם־האָרצים? זײַנען דען, חלילה, עם־האָרצים קײן ייִדן ניט? ס'איז דאָך נאָר, װאָס זײער דרך געפֿעלט אים ניט, איז זאָל ער רעדן פֿון זײער דרך, אָבער ניט פֿון זײ. און דאָ האָט משה פֿאַר זיך זײן קעגנער דערזען, אַרן ער האָט גלײַך דערפֿילט, אַז די שפּיל איז פֿון אָנהײב אָן און פֿו▯. פֿאָרױס באַשטימט אַ פֿאַרשפּילטע. ס'האָט אים באַלד װי לופֿט אױסגעפֿעלט, די ענגע פֿיר װענט האָבן אים געװאָרגן, און אין דרױסן, האָט זיך אים געדאַכט, װעלן אים לײַכטער די געדאַנקען אָנקומען, און ער װעט זיך בעסער קעגן זײן קעגנער קענען װערן. ער האָט דערום באַלד צו מיכאַלקען באַפֿױלן, יענער זאָל די סאָד־ פֿאָרטקע עפֿענען, כּדי דעם װײַטערדיקן שמועס און װיכּוח שױן אױף דער פֿרישער לופֿט פֿאָרזעצן. און אָט — אַז זײ זײַנען אַרײַן אין סאָד, האָט מען, בײַ אַ זײט שטײענדיק, געקענט באַמערקן, װי דער פֿעטער לוזי האָט, אױף דער ערשטער סטעזשקע קומענדיק, אַלעמאָל דעם קאָפּ פֿאַר אַן אַנדער בױם מיט אַראָפּהענגענדיקע צװײַגן אָנגעבױגן, און משה ניט, װײל דער פֿעטער לוזי איז העכער פֿון משהן. דערנאָך האָט מען זײ שױן אױף אַ װײַטערדיקער סטעזשקע, אײנס לעבן דאָס אַנדערע, אומגײן געזען: אײנעם אַ הױכן און שטאַטנעם, דעם צװײטן בײַ זײן זײט — אַ קלענערן; בײדע אין שװאַרצע קאַפּאָטעס, װי מיטן שבת אינדערװאָכן, און בײדע האָבן איצט▯ אין דער לעצטער שקיעה־שײן שפּאַצירנדיק▯ אױסגעזען, װי צװײ אַלטע קלוגע לײט אַמאָל אין אַן אַלט לאַנד, פֿאַרנאַכט אין אַ גאָרטן, װען דער טאָג נידערט אַראָפּ, הױכע און נאָר זײ אַלײן באַװוּסטע ענינים באַהאַנדלענדיק. אַז מע האָט זיך אָבער בעסער אײַנגעקוקט, האָט מען באַמערקט, אַז אײנער — לוזי — האָט די גאַנצע צײַט רויִק די הענט אין די הינטערשטע קעשענעס פֿון דער קאַפּאָטע געהאַלטן, און דער צװײטער — משה — בײַ זײן זײט און ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 93 אַ ביסל פֿאָרױסגײענדיק, האָט דעם קאָפּ אַלעמאָל צום ברודער געװענדט און מיט אומרויִקע הענט־באַװעגונגען האָט ער װי צום ברודערס הױכקײט געװאָלט אַרױפֿדערלאַנגען. די טריט פֿונעם העכערן דערבײַ זײַנען געװען געמאָסטן, און יענער, דער ברודער, פֿאַרלױפֿט אים פֿאַרפֿריִער דעם װעג, אָבער דער העכערער גיט זיך יענעמס לױפֿיקײט ניט נאָך, פֿאַרקערט — דער נידעריקער מוז זיך, אַלעמאָל נאָכן פֿאָרױסלױפֿן, צוריק צום העכערנס געמאָסטנקײט צופּאַסן, און װידער צו יענע▯ס זײט און גאַנג זיך צושטעלן. בײַ משהן האָבן די אױערן און דאָס פּנים פֿון װיכּוח און היץ געפֿלאַמט, און די פֿאַרנאַכטיקע קילע לופֿט האָט אים ניט אָפּגעקילט, נאָר פֿאַרקערט, אים מער צעפֿלאַקערט. און לוזי האָט, צוליב פֿרײערן און לופֿטיקערן דענקען, דאָס היטל העכער און אַרױף שטערן אַרױפֿגערוקט געהאַט. און לוזי האָט דעמאָלט פֿון פֿאַרשײדענע דרכים, גענג און שיטות, פֿון ▯ פֿאַרשײדענע הײליקע גערעדט. פֿון אײניקע, פֿונעם רובֿ, װאָס ער האָט זײ פֿאַרגלײַכט מיט אַ ליכט, װאָס שטײט און ברענט נאָר אױף אײן אָרט, און באַלױכט ניט מער, װי איר אַרום: אױב קלײן — אַ קלײן אָרט, אױב גרױס — אַ גרעסערס. און אַנדערע ▯ געגליכן צו אַ גײענדיקער ליכט, װאָס װוּהין זי גײט, לױכט זי און דינט פֿאַר אַ װעגװײַזער... אײניקע געגליכן צו אַ טײַך אום זומער, װאָס נאָר די נאָענטע ברעג-ערטער ציִען פֿון אים די שפֿע, און אַנדערע ▯. צו אַ טײַך־אױסגוס אום פֿרילינג, װאָס װילד▯װי▯טע שטחן װערן פֿון אים באַפֿרוכפּערט און באַגאָסן▯.. ער האָט אױך גערעדט פֿון פֿאַרשײדענע סאָרטן שׂימחות: פֿון אַ שׂמחה, װאָס דערגײט נאָר ביז דער סטעליע, און פֿון אַן אַנדערער, װעלכע הײבט אַרױף, דערהײבט און לײטערט, שאַפֿט װוּנדער ▯ מאַכט פֿון אַלט יונג, און פֿון דער גראָבסטער זאַך — אַזאַ, װאָס קאָן ביז דער העכטטער הײך אַרױפ־ ן▯ערלאַנגען. ער האָט גערעדט און דערװיזן, אַז דאָס אַלץ איז נישט בײַ אַלע פֿירער פֿונעם דור צו געפֿינען, נאָר בײַ אײניקע, אױסגענומענע, און בכלל שױן נישט בײַ די פֿון איצט, נאָר בלױז בײַ די פֿריִערדיקע, בײַ די „ראשונים”, ▯־ און משה האָט זיך געװערט, זיך געװאָרפֿן און אַנדערש געװאָלט ז▯ערװײזן. לוזי האָט מיט אַ װוּנדערלעבער מנוח▯▯ פֿון פֿאַ▯▯שײ▯▯ענע מאָסן גערעדט. פֿון מאָס פֿון הײך און נידער, אױך פֿון שלעבטס און גוטס, און ער האָט דערװיזן, אַז אין פֿאַרשײדענע צײַטן זײַנען פֿאַרשײדן אױך די מאָסן, אַז אין באַזונדערע צײַטן זײַנען אַפֿילו די מאָסן פֿון גוטס און שלעבטס באַזונדערע; און דערום, איז דאָס פּון אַ▯עמען אַגגעגומע▯ע נישט קײן מהױב און קײן מוז פֿאַר אַלעמען, ובפֿרט פֿאַר אױסגענומענע און פֿאַר געצײלטע ▯ פֿאַר אַזױנע, װאָס קאָנען איבעראַנדער▯ן די מאָסן, און װאָס קאָנען נײַע װעגן אױפֿברעכן; ----------- 84 ד ע ר נ ס ת ר און לכן, און דערום, זײַנען אַלע זײַנע, משהס, ראַיות און אָפּפֿרעגונגען, װאָס ער פֿרעגט אים אָפּ און װײַזט אים אַן אױף די אױסגעטראָטענע װעגן, קײן אָפּפֿרעג ניט, װײל דער אױסגענומענער האָט רעכט צו זײן אַ „יוצא”,*) האָט רעכט צו שאַפֿן אַן אײגענעם װעג, פֿריִער פֿאַר זיך אַלײן, װאַס דערנאָך װעט ער, דער װעג, זײן אױך פֿאַר פֿיל און פֿאַר אַלע. —▯ און משה האָט װידער אָפּגעפֿרעגט. און װען אַ פֿרעמדער װאָלט בעת אָט דעם װיכּוח בײַגעװען, װאָלט ער געזען, װאָלט זיך אים געדאַכט, אַז ער זעט אַ הױכן לײטער פֿאַר זיך, און צװײ מענטשן פֿון זײַנע בײדע זײַטן גײען אַרױף אױף אים; אָבער װען אײנער שטײַגט רויִק, נעמט טרעפּ נאָך טרעפּ, און דאָס אײַנגענומענע איז אים לײַכט ▯ אָנגעקומען, אָן קײנע שװעריקײטן, פֿאַרקערט — אים נאָך גרינגקײט אין די פֿיס געגעבן, אױף העכער און נאָך מער צו שטײַגן, — איז דער צװײטער, פֿון דער אַנדערער זײט, װאָס װיל יענעם נאָכגײן, הינטערשטעליק: האָט מורא פֿאַר דער הײך, און די גאַנצע צײַט פֿון אױפֿגײן איז ער מיט די אױגן צו די פֿיס פֿונעם אַרױפֿגײער, װאָס פֿון דער צװײטער זײט, געבונדן, קוקט אױף זײ, לערנט זיך שפּאַנען בײַ זײ, און די לערע גיט זיך אים ניט אײן, װײל יענעמס שט▯יגן־מאָס איז קײן מאָס פֿאַר אים, און פֿאַרן צװײטנס קאָפּ איז די הײך ניט געפּאַסט, מחמת קאָפּשװינדל און מחמת מורא. און דער סוף איז געװען, אַז װען אַלע ראַיות און אַרױסברײאונגען האָבן זיך שױן אױסגענומען בײַ אײנעם, און אַז װאָס ער האָט פֿון אָנגעזאַמלטן װיסן פֿאַרמאָגט, האָט ער שױן אױפֿן טיש אױסגעלײגט, און אַלײן שױן מיד און אױסגעשעפּט און פֿון אַלע זײַנע אָנשטרענגונגען האָט ער קײן סימן בנין נישט אױסגעבױט, — איז דער צװײטער, פֿאַרקערט, שױן װי אױף אַ הױכער פֿעסטונג, פּאַמעלעך און זיכער אַן אױסגעבױטער, געשטאַנען, און געקוקט אױף זײן קעגנער, װי אױף אַ קינד, װאָס גײט קעגן ▯אַ גרױסן מיט קינדערש־ נישטיקע מאָסמיטלען צו קעמפֿן. און דער סוף איז געװען, אַז נאָך דעם, װי בײַם ברודער משהן האָבן זיך שױן אַלע טענות און מענות אױסגעלאָזט, און ער האָט לאַנג און פֿאַרלױרן נאָך, װי אין די קעשענעס געזוכט, און לסוף אַ קלײן ביסל מינץ געפֿונען, און ▯ ער האָט דאָס ביסל אין דער פֿאָרם פֿון אַ לעצטער טענה אױסגעלײגט: — איז יאָ, אָבער פֿאַרװאָס די גאַנצע װעלט זוכט און געפֿינט צװישן די לעבעדיקע פֿון זײער דור, און ער, לוזי, איז גאָר אַװעק צו די טױטע? האָט אים דערױף שױן לוזי, װי מיט אַ שמײכל, זײן שװאַכקײט באַ־ דױערנדיק, און װי אַ זיגער, װאָס גיט דעם באַזיגטן אַ האַנט צום אױפֿשטײג, מיט ליבע און מיטלײד אָפּגעענטפֿערט: ▯ *) אױסנאַם. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 95 — איז װאָס, אַז טױט? איז דאָך משה־רבינו אױך טױט, איז דאָך אױך ר, יוחנן בן זכאי, דער רמב”ם, דער בעל־שם הקדוש טױט — נו, איז װאָס, איז דען די תּורה זײערע, חלילה, טױט?... און דאָ האָבן די ברידער דעם שמועס פֿאַרענדיקט. ס'איז שױן טיף אין אָװנט געװען און שױן צײַט מעריבֿ צו דאַװנען. פֿון די בײמער און פֿון גאַנצן סאָד האָט שױן מיט קילקײט געצױגן; פֿון זון — שױן קײן סימן, נאָר▯ ▯ פֿון דער אָנטקעגן־זײט, װוּהין די זון איז שױן געהאַט פֿאַרגאַנגען, איז אַפֿריער אַ שטאַרק▯בלאַסע, און װאָס װײַטער און שפּעטער — אַ גאָלדן־גרױסע, אָבֿ־הודשדיקע לבֿנה אױפֿגעגאַנגען, מיט אַ צוזאָג אױף דערנאָך, אױפֿן גאַנצן אָװנט און אױף נאַכט דער גאַנצער, מיט אַ שטילער און הױך־גאָלדיקער שײ▯ דעם סאָד, די שטוב▯ דעם הױף און דעם אַרוס צו באַלױכטן. די ברידער האָבן דעם סאָד פֿאַרלאָזט, זײַנען דורכן הױף דורכגעגאַנגען▯ און אַז זײ זײַנען אין שטוב אַרײַן, האָבן שױן ליכט און לאָמפּן געברענט. זײ האָבן אַ װײַלע, פֿון דרױסן קומענדיק, בײדע צוערשט די אױגן פֿאַר דער שײן געזשמורעט, דערנאָך האָבן זײ זיך געשטעלט דאַװנען. די שטוב־לײט האָבן נאָך זײער אַרײַנקומען געזען, אַז משה האָט, פֿון סאָד אָנקומענדיק, װי אַ געשלאָגענער זיך געפֿילט, און ער האָט זיך אַ ביסל צו אַלעמען און באַזונדערס צו לוזין געהאַלטן פֿרעמדלעך, און לוזי, פֿאַרקערט, אױפֿגעלײגט, פֿרײ און װי גאָרניט איז ניט פֿאָרגעקומען. די שטוב־לײט האָבן, צוליבן נישט איבעריקן גוט־פֿילן־זיך פֿון זײער פֿאָטער, דאָס מאָל דאָס פֿאַרברענגען בײַם אָװנט-עסן װי מקצר געװען: נישט פֿאַרן עסן און אױך נאָכן, — נישט, װי זײ זײַנען געװױנט געװען, — אין רעדלעך זיך איצט ניט געקליבן. נאָר מע איז אַלע באַלד נאָכן עסן, יעדער אין זײן צימער, זיך צעגאַנגען. משה מיט גיטלען — צו זיך אין אַלקער, די קינדער — צו ןיך. דעם פֿעטער לוזין האָט מען דעמאָלט זײן בעט געבעט, נישט װי אַלע־ מאָל אין זײן צימער, נאָר אין פּאַראַדנעם גלעזערנעם קאָרידאָר, װי ער האָט פֿאַרלאַנגט. אין יענעם קאָרידאָר, װאָס דינט סוכּות־צײַט פֿאַר אַ סוכּה, װוּ די סטעליע איז אין זעקס פֿירעקעכיקע אָפּטײלונגען געטײלט, יעדער פֿירעק מיט אין אלכסון אױסגעלײגטע געפֿאַרבטע שטעקעלעך, און װוּ די װענט זײַנען העכער האַלב פֿון גלאָז, פֿון קלײנע טאַפֿליעלעך, און די טאַפֿליעלעך פֿאַרשײדנפֿאַרביקע: רױט, גרין, געל, ברױן א. אַז. װ. דאָרט האָט מען איצט זײן בעט געשטעלט. פֿאַר אַ „שומר” האָט מען אים דעמאָלט יהודיתעס, משהס טאָכטערס עלטסט ייִנגעלע, מאירלען, געגעבן: — מאירלען, װאָס טײלט זיך אױס פֿון אַלע קינדער אין שטוב מיט באַזונדערער שטילקײט, חשיבֿות און אױסטערלישער לאַגע צװישן קינדער, און װאָס אים ▯ ----------- 96 ד ע ר נ ס ת ר ▯האָט תּמיד אַפֿילו דער פֿעטער לוזי, צוגאַסט קומענדיק, פֿון אַלע קינדער אױסגעטײלט. מאירל האָט זיך פֿאַרן װאָרט „שומר” געשראָקן. ער האָט געװוּסט, אַז עפּעס אַ הױכער סאָרט אַחריות איז אַרױפֿגעלײגט אױף אים, כאָטש אין װאָס דאָס היטן באַשטײט, האָט ער נישט פֿאַרשטאַנען, און דאָך צוזאַמען מיט דער שרעק איז אים די אַחריות אױך גװאַלטיק אָנגענעם געװען. און אָט, אַז אַלע אין שטוב זײַנען שױן געגאַנגען שלאָפֿן, װען אַלע שױן אױף זײערע געלעגערס, די שטוב — שטיל, און אין אַלע חדרים האָט די שײן פֿון דער אין הימל הױך־שײַנענדיקער גאָלדענער לבֿנה נאָר אַרײַנגעקוקט, זײַנען אין משהס רויִק, רויִק הױז דעמאָלט נאָר צװײ מענטשן ניט געשלאָפֿן. דאָס זײַנען געװען: משה אַלײן, װאָס נאָכן װיכּוח מיטן ברודער האָט ער זיך לאַנג ניט געקאָנט באַרויִקן, ניט בעתן מעריבֿ־דאַװנען, ניט אױך נאָכדעם, בעתן עסן, און אױך איצט אַפֿילו, װען ער איז שױן בײַ זיך אין אַלקער געװען און האָט זיך געגרײט שלאָפֿן לײגן. ער איז, בעת ער האָט אױסגעטאָן די קאַפּאָטע, מיט אײן אַרבל ל▯אַנג אַ נישט־אױסגעטאָנענער געבליבן, און נאָך דער קאַפּאָטע איז אױך מיט די שיך פֿאָרגעקומען דאָס זעלבע: אײנעם אױסגעטאָן, און מיטן אַנדערן איז ער לאַנג זיצן געבליבן. דער צװײטער װאַכנדיקער — מאירל, װאָס פֿאַרן שלאָפֿן, װען ער אַלײן איז שױן אױף זײן געלעגער געװען, האָט ער געזען, װי דער פֿעטער לוזי האָט די קאָרידאָר־טיר געעפֿנט, אין דרױסן אַרױס, און עפּעס לאַנג און עפּעס לענגער, װי מע דאַרף, צוריק זיך ניט אומגעקערט. מאירל האָט מורא גע־ קראָגן: ראשית, פֿאַרן פֿעטער לוזין, װעלכן ער האָט באַדאַרפֿט היטן, און, צװײטנס, פֿאַר זיך, װאָס ער איז אײנער אַלײן, שפּעט אין נאַכט, אין קאָרידאָר ▯ געבליבן. ער האַט זיך דערום פֿון געלעגער אױפֿגעשטעלט און מיטן פּנים צו אײנעם אַ טאַפֿליעלע צו, און גראָד האָט ער אַ רױטן געטראָפֿן, און אַרױסקוקנדיק דורך דעם, האָט ער אומגעריכט און פּלוצעם דעם פֿעטער לוזי אינמיטן הױף, אַנטקעגן דער לבֿנה, מיט אַ פֿאַרריסענעם קאָפּ און מיט אַ פֿאַרבלאָנדזשעטן בליק צום הימל קוקן דערזען. און מאירל האָט זיך פֿאַרן בילד דערשראָקן, — פֿאַר דעם, װאָס ער האָט ▯ קײנמאָל ניט געזען: אַ מענטשן אינמיטן בײַנאַכט, אײנער אַנטקעגן דער לבֿנה, מיט אַ פֿאַרריסענעם קאָפּ און באָרד אַרױפֿקוקנדיק. ער איז אַ דערציטערטער צוריק צו זײן בעטל צוגעפֿאַלן, אונטער זײן קאָלדרע אַרונטער, זיך אײַנגעװיקלט און אַנטשלאָפֿן געװאָרן... די גאַנצע נאַכט אָבער האָט עס אים דערנאָך געשױדערט, און ער האָט זיך פֿון דערשרעק גע־ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 97 װאָרפֿן, און, אַגבֿ געזאָגט, אױף זײן גאַנצן לעבן דערנאָך דאָס בילד פֿאַר־ געדענקט. און אױך משהן האָט עס פֿאַרן שלאָף, — ער װײס ניט פֿאַרװאָס, — עפּעס צום פֿענצטער אַ צי געגעבן, ער האָט זיך אַ בײג געטאָן, און פּלוצעם — דאָס זעלבע, װאָס מאירל דערזען: לוזי אינמיטן הױף און מיט אַ פֿאַרריסענעס קאָפּ און באָרד צום הימל און צו דער לבֿנה... ס'האָט זיך בײַ אים װי אַן „אױ” געװאָלט אַרױסרײַסן, און ער האָט זיך פֿאַרהאַלטן, בדי גיטלען, װאָס איז אַנטקעגן אין איר בעט שױן געשלאָפֿן, נישט צו װעקן. ער האָט לאַנג ניט געקוקט, נישט געקענט קוקן... ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז לוזי האָט, נאָכדעם, װי ער האָט זיך אױפֿן װעג פֿון די „זײַניקע” געלאָזט, געװיס אױך די מידה פֿון „התבודדות” *) בײַ זײ איבערגענומען, און פֿאַרן שלאָף איצט, װי אַלע די „זײערע”, די שעה פֿון אַלײן זײן געפּראַװעט. ער האָט זיך באַלד אױך אין חלום, װאָס האָט זיך אים געחלומט, דער־ מאָנט: לוזי אין הױף אין דער מיט, מיט די כּישוף־ליכט, און דער פֿאָטער װײנט, קוקנדיק אױף אים, און ער קערעװעט דעם קאָפּ אָפּ פֿון צו קוקן... ער איז געפּלעפֿט געװען, װײל אױף אַ משונה־אופֿן האָט זיך אים זײן חלום איצט באַשטעטיקט, און ער האָט זיך װײַטער דעם פֿאָטערס װערטער דערמאָנט. — „זעסט ניט, — האָט דער פֿאָטער געזאָגט, — לוזי טוט אונדז אָן אַזױנע חרפּות־כושות...” *) אַלײן זײן, בלײַבן באַזונדער. ▯ ▯ ----------- ▯ לוזי ב ייִ די זײַניק ע צו יענער צײַט האָט זיך אין דער שטאָט N, צװישן די פֿיל רױשיקע און רײַכע חסידים־סעקטעס, אײנע אַ נישט־אָנגעזעענע און קלײנע „בראַס־ לעװער” געפֿונען. זי איז באַשטאַנען פֿון נישט מער, װי אָנדערהאַלבן ,צװײ מנינים באַל־ מעלאָכעס, און דער עיקר — אבֿיונים — אָבער פֿון אַזױנע, װאָס צו זײ איז גאָר קײן גלײַכן נישט געװען. פֿאַרשטענדלעך, אַז מחמת אַזױ װײניק אין צאָל און אַזױ אָרעם דערצו, האָבן זײ קײן אײגענע שול, װי אַלע אַנדערע, נישט געהאַט און אַפֿילו נישט געטרױמט צו האָבן. זײ זײַנען נאָך, אױסער דעם אַלעמען, שטאַרק גערודפֿט געװען, און זײ האָבן זיך אַמאָל אָפּגעדונגען ,מערסטנטײל אָבער זיך נאָר אײַנגעבעטן, מע זאָל זײ דערלױבן בײַ אַנדערע כאָטש אַ פֿאַרטאָגיקן ערשטן מנין זײערן פּראַװען. צו זײ, צו אָט דער סעקטע, פֿלעגט מען זען, פֿלעגט זיך אַמאָל אַרײנ־ שטעלן אַ יונג ייִנגל, פֿון װײַטן פּױלן געקומען, מיט אַן אָרעם פּעקעלע זאַכן פֿון דער הײם געבראַכט, מיט אַ זינגענדיקער אױסשפּראַך, אָפֿט אױך מיט אַ טאָרבעלע פֿאַך־געצײַג, כּדי בײַ זײ, אַ מאָל מער אָדער װײניקער, זיך צו פֿאַרזאַמען, און זײער תּורה, מידות און אױפֿפֿירונג זיך לערנען. מע פֿלעגט אים װאַרעם אױפֿנעמען, אים מקרבֿ זײן: די ערשטע צײט▯ ביז ער האָט זיך אָנגעהױבן פֿאַרדינען, אים אונטערגעהאַלטן און פֿון אַלגע־ מײנעם בײַטל — פֿון נישט מײנס, נישט דײַנס, נאָר פֿון גאָטס, װי ס'האָט ▯ בײַ זײ געהײסן, — אים געשפּײַזט. דערנאָך האָט ער שױן אױף אײגענעם געלעבט און מיטן פֿאַרדינסט מיט אַנדערע זיך געטײלט און אָרעמערע פֿון זיך אונטערגעהאַלטן. אַמאָל, פֿאַרקערט, פֿלעגט אָנקומען צו אָט דער סעקטע אַ רײכער, װאָס איז צו זײ צוגעשטאַנען. לױטן גאַנצן הילוך, לױט דער קלײדונג איז צו זען געװען: אַ מענטש פֿון רײַכע געשעפֿטן, רײכער שטוב און נגידישער הרחבה. ער האָט זיך פֿאַרהאַלטן בײַ זײ, װיפֿל פֿאַרהאַלטן, און איז זיך מיט זײ, מיט דער סעקטע, באַגאַנגען װי מיט אײגענע: װאָס ער האָט געהאַט איבעריקס און נישט צו זײן שפּור־באַדאַרף נײטיק — זײ אָפּגעגעבן און מיט זײ זיך געטײלט; און װוּנדערלעך, װי ס'איז קײנמאָל ניט געװען צו מערקן, דער ▯ 88 ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 99 געבער זאָל שטאָלצירן, און דער נעמער זאָל בײַ זיך אַראָפּפֿאַלן. אַזױ פֿון תּמיד, און אַזױ אײַנגעפֿירט איז געװען בײַ זײ, אַז געלט איז פֿון האַנט צו האַנט און פֿון בײַטל צו בײַטל געגאַנגען. זעלטן־זעלטן נאָר, אַז פֿון אַ רײַכן איז עפּעס רײַכס אַרײַנגעפֿאַלן, מערסטנטײל און דאָס רובֿ — דער בײַטל בײַ אַלעמען לײדיק און אױפֿן לײדיקן בשותּפֿות אַלע. פֿיל פֿון זײ האָבן זיך איבער גרױס פֿרומקײט און משוגעת פֿון זײערע מלאכות און פּרנסות אַרױסגעשלאָגן. װײַבער, פֿון זײערע פֿרומע מאַנען באַ־ װירקטע, האָבן בײַ זײ נישט געמאָנט, און קינדער — דערשלאָגענע, אָפּגע־ צערטע און אַנעמיש־פֿאַראורטײלטע — האָבן בײַ טאַטע־מאַמע נישט געבעטן, װײל געװוּסט, אַז ס'איז איבעריק און סײַ־װי נישט צו פּועלן. דער גרעסטער טײל זײערע האָט געלעבט: פֿון דאַװנען און תּעניתים. בײַטאָג, נישט װי אַלע מענטשן, נישט מיט בײַטאָגעדיקע זאַכן פֿאַרנומען, בײַ־ נאַכט — אױף די קבֿרים פֿון די שטאָט־צדיקים גענעכטיקט, און פֿאַר דער װעלט, פֿאַר זיך און פֿאַר דער אײגענער פֿאַמיליע עפּעס צו טאָן — נישט שײך, און ביז פֿאַרברעכן פֿאַרגעסן. ▼ אָט שטײען פֿאַר אונדז אײניקע זײעריקע: ערשטער: אַבֿרהמל דער פֿיר־אַרשיניקער שנײַדער. נאָך יונג. סוף צװאַנציקער. מיט גלאַטע באַקן, מיט געצײלטע אומקאָלירטע הערלעך אין באָרד. די הױט פֿון זײן פּנים אָבער שױן פֿון אַזאַ בלאַסקײט, אַז ס'גײט אַזש איבער אין גרין און זעט אױס, װי אײטער אונטער אַ בלאָטער. ער איז לאַנג, דאַר און אױסגעדעװערט. האָט די מלאכה פֿאַרלאָזט. מיט עפּעס ספֿרים, װאָס נישט פֿאַר זײן קאָפּ און נישט פֿאַר זײן פֿאַרשטאַנד, זיך פֿאַרנומען. דער עיקר אָבער, מיט פֿרום דאַװנען, מיט נעכטיקן אױפֿן „פֿעלד”,*) און פֿון הונגער און תּעניתים גײט אים שױן אַ קעלט און אַ שלעכטער ריח פֿון מױל. — אַך,! אַך! — קװיקט ער זיך אָפֿט אין עקסטאַז בײַם דאַװנען, װי אין חלשות, און אַמאָל אױך אַפֿילו אינמיטן אַ שמועס מיט אַ מענטשן, װען ס'קומט אים אָן דער רעליגיעזער געדז און רײַסט זיך אַרױס פֿון אים פּלוצלונג. — אַבֿרהמל... — װעקט אים אַמאָל אַ פֿאַרנאַכט אין שול ,װוּ ער געפֿינט *) בית־עלמין. ▯ ----------- 100 ד ע ר נ ס ת ר ▯ זיך, דאָס װײַב, צו אים קומענדיק, פֿון זײן דולער פֿאַרטראָגנקײט. — אַבֿרהמל, די קינדער האָבן נאָך הײַנט אין מױל ניט געהאַט... אפֿשר האָסטו עפּעס? און אַבֿרהמל האָט — אַ לאַנג צונױפֿגעלײגט לעדערן בײטעלע מיט פֿיל אָפּטײלונגען, װי אַ שטאָק איבער אַ שטאָק, און אַז ער צענעמט עס, צעװיקלט עס, דאָס בײטעלע, איז אין סאַמע לעצטן שטאָק, מערסטנטײל אַ זעקסער, און אַמאָל אױך... דער לעצטער שטאָק לײדיק. דאָס װײַב שטײט אַ פֿינצטערס, װיל אַװעקגײן און קאָן נישט, װיל בלײַבן און האָט ניט צוליב װאָס, און איר מאַן איז גרין, לאַנג, דאַר, פֿיר־אַרשיניק, מיט עטלעכע הערעלעך אין באָרד, און זי זעט, אַז זי האָט ניט װאָס צו װאַרטן: ער איז פֿאַרטראָגן, און בײַ אַ לעצטער שײן פֿון טאָג, אָדער בײַ אַ פֿאַר־מנחה־ דיקער ליבט איז ער אין זײן ספֿר און אין װײַטע פֿון איר עולמות פֿאַרטאָן. צװײטער: משה־מנחם דער פֿאַרבער. פֿון מיטעלע יאָרן און מיטעלן װוּקס. מיט אַ שטאַרק שװאַרץ בערדל, שװאַרצע ברעמען און אױגן. זײן רעכטע זײט איבער דער לינקער איבערגעבױגן, אַזױ, אַז ער שטײט, גײט, לױפֿט אַ ביסעלע קאָסע▯ ער האָט אַן אײבערשטע צעשפּאָלטענע ליפּ, אַ צעהאַקטע און פֿאַרנײטע. די רױטע שניטן גײען זיך ניט צונױף, און דער אײבערשטער קאַסטן צײן איז בײַם אים נאַקעט. דערום, אַז ער רעדט, זופּט ער די לופֿט באַשטענדיק, אַז ער זאָגט אײנמאָל, דאַכט זיך אים, אַז ע▯ר איז ניט יוצא, זופּט לופֿט און זאָגט נאָכאַמאָל. ער איז אַ זשװאַװע▯, װי פֿון עפּעס אַן אינעװײניקסטן קװעק־ ▯ ▯ זילבער; אַ תּמיד אומרויִקער — פֿון גרױס היציקײט און ברען, װאָס לאָזט זײן קערפּער ניט רוען, רײַסט זיך פֿון אים, רײַסט אים מיט און לאָזט אים קײנמאָל אױף אײן אָרט נישט אײַנשטײן. ער, משה־מנחם, געפֿינט שױן, אױסער פֿאַר דולער פֿרומקײט, צײַט אױך פֿאַר זײן מלאכה, פֿאַר פֿאַרבערײ. מע קאָן אים אָפֿט טרעפֿן, סײַ זומער סײַ װינטער, בײַם ברעג טײַך מיט אַ פּאַק געפֿאַרבטע בגדים, װי ער שװענקט, פּראַטשט, אַלײן אָבער קײנמאָל צו דער מלאכה ניט אױסגעטאָן, נאָר אין דער קאַפּאָטע. אַרבעט און טוט זײן זאַך, נאָר דער קאָפּ, זעט מען ,איז אים ערגעץ אַנדערש פֿאַרנומען, און אַפֿילו װינטער, אין ד▯ גרױסע פֿרעסט, װען ער פֿאַרלאָזט אָפֿט דאָס װאַשן אינמיטן און גײט ,אָפּ אױף אַ װײַלע, איז — װען אַן אַנדערער װאָלט אָפּגעגאַנגען זיך אָנצוּװאַרעמען און די פֿאַרפֿרױרענע און פֿאַרקליאַקנעטע גלידער אױס־ צוגלײַכן, ער — אױף עפּעס אַ װיכטיקן ענין, אױף אַ הױכער, פֿרומער מחשבֿה, װאָס איז אים אױפֿגעקומען, צו באַטראַכטן. אָפֿט באַגנבעט מען אים דערפֿאַר... זומער, װען װאַרעם, װען שײן, װען גרין בײַם טײַך און בײַ דער לעװאַדע, װוּ ער װאַשט; װען ס'מאַכט זיך אים נאָך דער אַרבעט, אַז ער גײט אָפּ מיט זײן פּאַק אין אַ זײט, זעצט זיך אַװעק ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 101 און נעמט זיך צו זײן באַליבטן ספֿר, צום „חובֿת הלבבות”,*) און דער עיקר, צו יענעם אָרט, װאָס ער האָט אַממערסטן ליב אין יענעם ספֿר — צום „שער הבטחון” **) — װײסן שױן דערפֿון די גנבֿים, און שטיל, הינטנאַרום װערט בײַ אים, בעת זײן פֿאַרטראָגנקײט און אין זײן גרױסן בטחון, אַ פֿרעמד קלײד, ▯ אַ פֿרעמד מלבוש אַװעקגעשלעפּט▯.. משה-מנחס מוז זיך דערנאָך (װי דען אַנדערש?) פֿאַרן שאָדן צעצאָלן; אָבער אַזױ װי אָט די צופֿאַלן מיטן פֿאַרפֿאַלן װערן האָבן זיך אים שױן צו אָפֿט געטראָפֿן, האַלט ער שױן דערבײַ, אַז אױך ער זאָל אינגיכן זײן קונדשאַפֿט ▯ פֿאַרלירן, במילא — די פּרנסה, און אױך צו אים װעט אינגיכן קומען דאָס װײַב מיטן זעלבן, װאָס צו אברהמלען אַבֿרהמלס װײַב, און מיטן זעלבן פֿון אים, װי יענעמס פֿון יענעם — מיט לײדיקן אַװעקגײן. דריטער: שלום דער טרעגער. אַ גבר, מיט אַ לעגענדאַרער, ברײטער ברוסט און פֿלײצע, מיט אַ װײס-מילכיק פּנים און פּאָפּעליאַטער באָרד. זײן טרעגערישע פּלאַכטע — דער גראָב־לײַװנטענער פֿאַרטעך, דורך אַ לאָך דעם קאָפּ אַרײַנגעטאָן, און אױף פֿאָרנט און הינטן צװײ פֿאָלעס אַראָפּ־ געלאָזט און בײַ די לענדן מיט אַ שטריק פֿאַרגאַרטלט — איז אים צװײ מאָל גרעסער, װי די פֿאַרטעכער פֿון אַנדערע זײַנע פֿאַכלײַט טרעגער, װײל זײן גוף איז אױך צרױי מאָל גרעסער. ער איז הױך, ברײט, און הענט און פֿיס בײַ אים, װי בײַ אַזױנע דאַרפֿן זײן, און אײדער ער איז צו זײ, צו דער סעקטע, צוגעשטאַנען, זײַנען אין מאַרק פֿון זײַנע גבֿורות לעגענדעס געגאַנגען: ער הײבט אױף אַ געזונט, צעהיצט פּריציש פֿערד פֿאַר די פֿעדערשטע פֿיס; ער הײבט זיך אַלײן אַרױף אױף טרעפּ און לאָזט זיך אַראָפּ פֿון טרעפּ מיט אַ דרײַסיק־פּודיקער צוקער־ פֿאַס אָן קײנעמס הילף; ער קאָן אױפֿעסן זכריה דעם שענקערס שענק, מיט אַלע פֿאַרגרײטע גוטע זאַכן אױף אַ גאַנצן טאָג פֿאַר אַלע טרעגערס אין מאַרק, מיט אַלע קנישעס, פּופּקעס, לעבערס, גריװן און גענדזענע פּאָלקעס; ער קאָן אױסטרינקען דעם ירדן... און אױף יעדער שװערער אַרבעט פֿלעגט ער, שלום, גערופֿן װערן דער ערשטער, אַלע האָבן זיך צו אים געשאַרט, מיט אים זיך גערימט, און יעדערער האָט זיך צו אים גערן אין שותּפֿות גערוקט. און פּלוצעם איז אױף אים עפּעס אָנגעפֿאַלן אַ פֿרומקײט. מע װײסט ניט, פֿאַרװאָס ער האָט גראָד צו זײ, צו יענע, אָנגעטראָפֿן, צי װײל דאָרט האָט מען דיער גוט, אױסערגעװײנלעך פֿרײַנטלעך, אָן אונטערשײד, מענטשן אױפ־ גענומען, צי דער עיקר דערפֿאַר, װײל דאָרט איז קײן לעבעדיקער רבי ניטאָ, *) האַרץ־פֿליכטן. אַ באַװוּסטער מוסר־ספֿר פֿון רבינו בחײ חספֿררי. **) אײכס פֿון די קאַפּיטלעך פֿון יענעם ספֿר, װוּ ס'רעדט זיך װעגן בטחון. ▯ ----------- ▯ 102 ד ע ר נ ס ת ר מחמת פֿאַר אַ לעבעדיקן האָט שלום מורא: — אַרײַנגײן, שלום געבן, זיך „פּראַװען” — איז ניט פֿאַר שלומען, — און איצט איז ער פֿרײ פֿון דעם. װי די מעשׂה זאָל ניט זײן, ▯נאָר איצט, זינט ער איז צו זײ אַריבער, איז אים ניט צו דערקענען. ער װײסט ניט, װאָס מיט זײן גרױסן גוף צו טאָן, ▯ שעמט זיך פֿאַר אים, האַלט די הענט אין שױס פֿון פֿאַרטעך, די אױגן אַראָפּ־ געלאָזט, סטאַרעט זיך זײן הײך צו פֿאַרנידעריקן, זײן פּלײצע אײנצושרומפּן, און ס'גיט זיך אים שו▯ו װאָס װײַטער, אַלץ מערער אײן: זײַנע אױגן האָבן זײער נאַטירלעכן בליק פֿאַרלױרן, קוקן קאַלעמוטנע, זײן פּלײצע בעט זיך אַ קאַפּאָטע, און שבת, אַז ער טוט זיך אָן, זעט ער שױן אױס גאָר האַלב, װי ▯ אין דער אמתן, און אַז טרעגערס זעען אים דעמאָלט, לאַכן זײ פֿון אים, און אינדערװאָכן װענדט מען זיך שױן אָפֿט מיט אַ שפּאַס צו אים: — שלום, װאָס הערט זיך עפּעס אױף ױין בראַסלעװער יענער װעלט? און ס'האַלט שױן דערבײַ, אַז װעגן שלומען װעלן באַלד די לעגענדעס אױפֿהערן און אַװעק, און צוזאַמען מיט זײ אױך זײן פּרנסה. ▼ און אָט איז „דאָס פּאָרל” (די נעמען זײערע ניט װיכטיק); בײדע קלײנינקע, ▯נידעריטשקע, קורצזיכטיקע, אײנער אַ בלאָנדלעכער, אַ מין ציג מיט אַ ברײטלעך־שיטער בערדל, דער צװײטער — אַ צוגעשלאָגענער, מיט אַ געדיכטלעך־שװאַרצער באָרד. בײדע רױכערן און שמעקן לײַדנשאַפֿטלעך פֿון נישט האָבן װאָס צו טאָן און פֿון אַ גאַנצן טאָג מיט גאָרנישט זײן באַשעפֿטיקט. זײ געדענקען שױן נישט, װאָס זײ זײַנען אַמאָל געװען, און פֿון װאָס זײ האָבן װען געשפּײַזט זיך, נאָר הײַנט לעבן זײ פֿון אומגײן... פֿון אינדערפֿרי ביז פֿאַרנאַכט אין שול תּמיד, אײנער שפּאַנט פֿון מזרח צו מערבֿ, און דער צװײטער אַנטקעגן אים — פֿון מערבֿ צו מזרח, און דאַן פֿאַרקערט — חין און צוריק, בײדע פֿאַרטראַכטע, און אױפֿן װעג באַגעגענען זײ זיך און שלאָ▯ן זיך אָן קורצזיכטיק, און אײנער בײַם אַנדערן נעמט אַמאָל אַ שמעק טאַבעק, אָדער אַ שטיקל ציגאַר, נישט קײן דעררױכערטן. קײן װײַבער קומען שױן צו זײ נישט, מהמת ס'איז נישטאָ צו װעמען, װײל, װי געזאָגט, לעבן זײ פֿון אומגײן, פֿון מחשבֿות, און נאָר פֿון זעלטן־װען ▯ אַמאָל אױך בײַ אַ מת איבערנעכטיקן און היטן, װאָס דערפֿאַר באַקומען די צו פּאָר פּיאַטאַקעס. און אָט האָט איר נאָך אײנעם אַ זײעריקן: יאַנקל דער שוסטער. דער פֿריִערדיקער גרױסער בר־מזל, װאָס די שטאָט איז צו אים געלאָפֿן מיט באַשטעלונגען און אים פּאַרװאָרפֿן מיט אַרבעט: בערג מיט שיך פֿאַר גרױסע, שטיװעלעך פֿאַר קינדער זײַנען בײַ אים אין באַנק־ בעטל אָנגעװאַלגערט געװע▯ — פֿאַרטיקע, און דאַן שיך און שטיװעלעך נאָך ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 103 ▯ אין דער אַרבעט. אַריבער אַ טוץ געזונטע לעפּאַקעװאַטע שוסטער־יונגען, פֿון דער װײַטער ליטע געקומען, פֿלעגן בײַ אים באַשעפֿטיקט זײן, און קײנמאָל בײַ אים לײדיק ניט געזעסן, אַפֿילו אום חול־המועד: אַ גאַנץ יאָר, אַלע טעג שפּעט ביז אין דער נאָכט אַרײַן, און ערבֿ יום־טובֿ — אױך איבער און דורך דער נאַכט. שוסטערס האָבן אים מקנא געװען, יאַנקלען. און ער אַלײן — אַ באַ־ שײדענער, שטילער תּם — האָט נישט געװוּסט, פֿונװאַנען דאָס גליק איז צו אים געקומען, און װי אַזױ דאַס צו שאַנעװען און שעצן. און ער האָט דאַס טאַקע נישט געשעצט. ער האָט זיך ניט גרױס געהאַלטן, זיך ניט איבערגענומען, װײל פֿון אַלע שוסטערשע עולם־הזהס און פֿון דער גרױסער שפֿע פֿון אַ באַלמעלאָכע אַ מוצלח האָט ער װײניק װאָס הנאה געהאַט. האָט זיך נאָך רײַכקײט ניט געיאָגט, האָט װײניק זײן קונדשאַפֿט געדענקט און אָפֿט האָט ער די מאָסן פֿאַרביטן: בײַ װעמען אַ קלײנער פֿוס — אַ גרױסן שוך, בײַ װעמען אַ גרױסער — אַן ענגן שוך... ער האָט געפּלאָנטערט, און זײן שוסטערשער זכּרון און זײן מאָס־ביכעלע האָט אים שלעכט געדינט. װײל יאַנקל האָט געהאַט אײנע אַ צרה, װאָס האָט אים זײן גאַנצע שפֿע און דעם גרױסן פּרנסה־זשױב נישט ניחא געמאַכט: ער האָט קײן קינדער ניט געהאַט, און יאַנקל האָט געװאָלט כאָטש אײנס אַ קינד, כאָטש אײנעם אַ קדיש... ער האָט זיך דערום פֿיל געפּדיונט בײַ פֿאַרשײדענע רבײם, סגולות גע־ נומען בײַ פֿאַרשײדענע װײַבער־עצה־געבערינס, שפּרעכערינס, אױך בײַ אַ דאָקטער — און ס'האָט ניט געהאָלפֿן. און געהאָלפֿן, און אַ גליק איז אים געשען נאָר אײנמאָל, אינעם געװיסן יאָר פֿון דער ליקױ־חמה, װען אַלע, װי באַװוּסט, עקרות װערן געהאָלפֿן, איז אױך יאַנקלס װײַב דעמאָלט טראָגעדיק געװאָרן און געחאַט. אין שטאָט האָט מען זיך געפֿרײט מיט זײן גליק, װי מיט אַלע אין דעם יאָר אױפֿגעריכטע און באַגליקטע, כאָטש שוסטערס האָבן נישט איבעריק גע־ גלױבט, און פֿון קנאה, מעגלעך, מיִוסע לשון־הרע גערעדט: געזאָגט, אַז יאַנקלען האָט אַחוץ דער ליקױ־חמה, אױך צוגעהאָלפֿן דער פּינסקער פּאַט־ לאַטער שוסטער־גע▯על, דער ריזיקער און שײנער יונג, װאָס האָט בײַ אים געאַרבעט. װי די מעשׂה זאָל ניט זײן, נאָר יאַנקל איז אַזױ דול געװאָרן פֿון זײן גדולה, אַז דאָס יאָר האָט ער שױן כּמעט װי גאָר אָן אַ מאָס געאַרבעט: גרױס־ קלײן, ענג־גראַם... ער האָט שױן אַזױ געפּלאָנטערט, די שיך אין באַנקבעטל האָבן זיך אים אַזױ איבערגעמישט, אַז ער האָט שױן אַפֿילו די געטרײסטע ▯ ----------- 104 ד ע ך נ ס ת ר פֿון זײַנע באַשטעלער, איבער זײן צעטומלעניש, ניט צופֿרידן געשטעלט, און אַפֿילו אין כּעס אױך אַרײַנגעבראַכט — פֿאַר ניט צו דער צײַט אָפּברענגען, פֿאַר שלעכטער אַרבעט, און דאָס יאָר איז אַן איבערבראָך־יאָר געװען, און פֿיל האָבן זיך פֿון אים אָפּגעקערעװעט, און צוזאַמען מיטן מזל צו אַנדערע אַװעק. און װאָס װײַטער אַ יאָר, אַלץ ערגער און ערגער: די ליטװאַקישע פּאַט־ לאַטע יונגען האָבן זיך אײנציקװײַז, אײנציקװײַז פֿון אים ▯אַרױסגערוקט און צו אַנדערע, מער מיושבערע באַלעבאַטים באַלמעלאָכעס איבערגעגאַנגען; די קונדשאַפֿט זיך אױסגעלאָזט און דאָס באַנקבעטל לײדיק; און פֿאַר דער צײַט פֿון דער שפֿע האָט זיך אַלײן יאַנקל פֿון דער מלאכה אָפּגעװױנט, די מלאכה פֿאַרגעסן, און ער אַלײן אױף גאָר שױן ניט פֿײיִק. און אָט טרעפֿן מיר אים מיטן פֿאַרבליבענעם נאָר נאָמען — „יאַנקל ליקױ־ חמה” — בײַ די זײעריקע, בײַ די אױבן־דערמאָנטע, בײַ דער סעקטע, שױן אַ קבצן, װי אַלע, דערפֿאַר אָבער פֿרום זײער און נאָכמער, װי פֿריִער, באַ־ שײדן, און נאָכמער תּם, װי פֿריִער, און באַשטענדיק מיט אױגן, װעלכע לױכטן אים פֿונעם גרױסן נס, װאָס האָט אים געטראָפֿן, און מער דאַרף ער נישט, װײל ס'איז איבעריק און ער איז איבערגליקלעך. און אָט איז אַלײן דער אָנפֿירער פֿון דער סעקטע: דער סאַמע אױסגע־ פּרוּװטער, װאָס איז װירקלעך װערט אָנפֿירער צו זײן, מחמת די פֿיל גלגולים, װאָס ער האָט אין זײן לעבן דורכגעמאַכט, און מחמת די שװערע ראַנגלענישן, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען בײַם פֿיל מאָל זיך ברעכן און װאַקלען צװישן גלױבן און אומגלױבן. און דאָס איז גלײַך אױף זײן קערפּער צו זען: די אײבערשטע העלפֿט ▯ איז תּמיד מיט דער אונטערשטער װי צעקריגט: עד שפּאַנט גיך און פֿאָרטראָגן און שיקט פֿאַרפֿריִער דעם קאָפּ און דעם אײבערשטן קערפּער־טײל, װי אױף זיך אָפּרײַסן און זיך װעלן אָפּטײלן. ס'איז אױך אױף זײן פּנים צו מערקן: כאָטש אין די מיטעלע יאָרן, און כאָטש די הױט אַ שטאַרק קרעפֿטיקע און װי ▯ברױנטער לעדער, אָבער אױך שױן געקנײטשט און טיפֿגריבעריק צעאַקערט... די האָר פֿון באָרד מאַט־מעש־ קאָליר, שטעכיק און בײַ די עקן אָפּגעהאַקט, װי סטערניע; און אינגאַנצן שמעקט פֿון אים מיט קרעפֿטיקער מאַכאָרקע, װאָס ער רױכערט זי מיט גראָב ציגאַר־פּאַפּיר — טיף, לײַדנשאַפֿטלעך, ביז אין בױך אַרײַן און ביז אַ טרער אין אױג. ▯ ▯ שטענדיק פֿאַרטראָגן, קוקט זעלטן־װעמען אין די אױגן, דעם קאָפּ אַראָפּ־ געלאָזט, און אַז ער הײבט אים אַמאָל אױף, זעט מען: אױגן — טונקל־דורכ־ גערױכערטער בורשטין, זײן בליק, מערסטנטײל, מטושטש, נאָר אַז ער לײטערט זיך אים אױס, קוקט ער קלוג, איראָניש און אַפֿילו מיט שפּאָט אַ ביסל. כײ די שלײפֿן און אױגן — קנײטשן פֿון פֿיל געליטענעם, אָבער דער קאָפּ ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 5▯1 און שטערן, נוס־קרעפֿטיק, עקשנותדיק און אױך אױף װײַטער, אױב מע װעט דאַרפֿן, גרײט צו לײדן. „מיכל בוקיער” איז זײן נאָמען. ▯▯ איצט איז ער מלמד. פֿריִער האָט ער עפּעס מיני חיבורים געשריבן, פֿון װעלכע ער האָט זיך דערנאָך אָפּגעזאָגט, זיך אָפּגעװאָרפֿן און װיל זײ ניט געדענקעז, מחמת זײ זײַנען גאָר װײַט פֿון דעם, בײַ װאָס ער האַלט איצטער. שרײַבנדיק זײ, יענע היבורים, אַמאָל, איז ער שױז אַזױ װײַט דעמאָלט געהאַט פֿאַרגאַנגען, אַז ער האָט אײנמאָל אַ שבת אין קלױז, װוּ ער האָט גע־ דאַװנט, די העזה געהאַט צװישן אַ גאַנץ רעדל ייִדן אָפֿן צו דערקלערן, אַז דאָס, װאָס אין דער תךרה שטײט, אַז משה־רבינו איז אױפֿגעגאַנגען צו גאָט אין הימל, מײנט מען ניט, טאַקע פּשוט מיט די שטיװל אױפֿגעגאַנגען, נאָר מיט דער מחשבֿה... און דערפֿאַר האָט ער טאַקע תּיכּף צװײ פּעטש באַקומען פֿון אײנעם אַן אַלטן, גרײַז-גראָען ייִדן, נישט קײן גרױסן למדן, אָבער אַ שטאַרק גלײביקער קנאי: „אײן פּאַטש — האָט ער, אים געבנדיק, געזאָגט, — פֿאַר אײן משה-רבינוס שטיװל, דעם צװײטן — פֿאַרן צװײטן...” ער איז שױן דעמאָלט אַזױ װײַט געהאַט פֿאַרגאַנגען, אַז ער האָט שױן אין די געװיסע יענע ספֿרים אַרײַנגעקוקט, װאָס אמת-גלײביקע דערװײַטערן זיך פֿון זײ,▯ װי פֿון פֿײַער, כאָטש שטײן שטײען יענע ספֿרים צװישן אַלע אַל־ געהײליקטע, און כאָטש זײ זײַנען פֿון באַװוּסטע ייִדישע גדולים געשריבן, װי דער „כוזרי”, דער „מורה” *) א. אַז. װ. ער האָט שױן אַזױ װײַט געהאַלטן, אַז תּמיד האָט ער זיך שױן מיט אַזױנע געפֿערלעכע מחשבֿות אַרומגעטראָגן, װי אַז „די װעלט, חלילה, איז הפֿקר... קײן באַלעבאָס און קײן בורא... אַז זי איז אַ קדמון, און קײנער האָט זי ניט באַשאַפֿן, און אױב יאָ געשאַפֿן, איז מעגלעך, אַז ניט אײנער.” און דערמיט איז ער דערגאַנגען ביז צו לײקענען אין די עיקרים און אין די גרונט־יסודות, אױף װעלכע ס'האַלט זיך די אמונה, די אורפֿאָטערלעכע און פֿון אײביק אָן אײַנגעשטעלטע. ער האָט זיך שױן דערװײַטערט געהאַט פֿון קהל, און קהל פֿון אים, און ס'האָט שױן אַזױ װײַט געהאַלטן, אַז ער זאָל אָדער פֿון הונגער אױסגײן, אָדער אַװעקגײן און די אמונה בײטן. ער האָט זיך אָבער גובֿר געװען, און פֿון הימל, האָט אים געדאַכט, האָט מען איס געהאָלפֿן, אים פֿון יענע מחשבֿות באַפֿרײַט און זײן געדאַנק אױסגעלײזט. ער האָט, װי געזאָגט, אַ שטאַרק װאַקלענדיקע נאַטור געהאַט, און געװאַקלט *) ,,כוזרי” —- פֿון ר, יחודח חלו י. ,,מורה נבוכים” ־—— פֿון ר, משח בן מײמון (רער רמב”ם▯. ----------- ▯ ▯ 106 ד ע ר נ ס ת ר האָט ער זיך פֿון עק צו עק — פֿון שטאַרקסטן גלױבן צו עקסטן אומגלױבן. און אָנגעהױבן האָט ער אין זײן פֿריסטער יוגנט — אַ זעכצן־יאָריק ייִנגל נאָך — גאָר דערמיט, װאָס אײנמאָל איז ער שטילערהײס אין אײנעם אַ דאָנערשטיק, אין זײן שטעטעלע בוקי נאָך, צו דער מאַמעס שופֿלאָד, װוּ דאָס װײַסע װעש איז געלעגן, צוגעגאַנגען... פֿון דאָרט אײנס נאָר אַ העמד אַרױס־ גענומען, און מיט דעם, מיטן אײנעם העמד און מיטן תפ▯לין־זעקל, צופֿוס זיך קײן סאַדיגורע אַװעקגעלאָזט. און אױף מאָרגן, פֿרײַטיק, איז ער אין נאָענטן שטעטעלע געקומען, אין מרחץ אַװעק, װי אַלע אום ערבֿ שבת, און גענומען איבערבײַטן דאָס העמד, האָט ער דערזען, אַז ס'איז דער מאַמעס... פֿון גרױס אײַלעניש האָט ער אַ טעות געהאַט... ער איז דעתאָך אױף דער גרענעץ פֿון עסטרײַכישע זשאַנדאַרמען, פֿאַר װעלן גנבֿענען די גרענעץ און דורכגײן אָן אַ פּאַס, געשלאָגן געװאָרן, און אַהײם איז ער געקומען אַ קראַנקער, אַ הוסטנ־ דיקער... מע האָט אים לאַנג מיט ציגן־מילך געהײלט, און דער עיקר אָבער װײל פֿון דער נאַטור אַ קרעפֿטיקער, האָבן די אָפּגעשלאָגענע לונגען זיך איס צוריק פֿאַרהײלט, און זײַנע עלטערן, צוליבן נס, װאָס איז זײער זון געשען, האָבן זיך פֿאַרזעצט, פֿאַרבאָרגט און האָבן אים אױף לעצטע קאָסטן זײערע, שױן מיט אַ פּאַס און מיט הוצאות, געשיקט אַחין, װוּהין זײן יוגנטלעכער דו▯ט האָט אים געצױגן. דערנאָך האָט ער זיך „איבערגעקערט”, און שפּעטער איז ער װידער צו דער אמונה געקומען, אָבער פֿאַר דער גרױסער מורא פֿאַרן אומגליק פֿון אומ־ גלױבן, װאָס קאָן אים װײַטער טרעפֿן, האָט ער שױן מער אין יענע ספֿרימס זײט נישט געקוקט און קײן מינדסטע מחשבֿה פֿון זײ צו זיך ניט צוגעלאָזט. ער האָט זיך לאַנג נאָר צװישן די צדיקים פֿון זײן דור געזוכט אַן אײנעם, אין װעלכן ער זאָל▯זיך קענען אָנבינדן, ביז ער איז לסוף, פֿון אַלע זוכענישן און צװישן אַלע לעבעדיקע פֿון זײן דור, צו זײ, צו די בראַסלעװער, אָנגעקומען. ער האָט אָבער אױך איצט אין גרױס אומרו און אין נישט־זיכערקײט גע־ לעבט, און כאָטש ער האָט זיך פֿעסט געהאַלטן, דאָך האָט ער פֿון שטענדיקער מורא געציטערט, און תּמיד האָט ער דערום אױף זײַנע ליפּן געהאַט די פֿאַר־ פֿאַסטע תּפֿילה פֿון זײן רבין: — „רבונו־של־עולם”, — זאָגט די תפֿיל▯, — העלף אונדז און באַגליק אונדז צו שטאַרקן זיך און גלײבן אין דיר און אין דײַנע אמתע צדיקים באמונה שלמה, און נישט אַרײַנצוגײן אין קײן שום חקירה, און נישט אַרײַנצוקוקן אין קײן שום ▯ספֿר פֿון די ספֿרים פֿון די מהקרים, אַפֿילו פֿון יענע, װאָס עס האָבן מחבר געװען די גװלי־ישׂראל.” ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ו־ 107 אָט די תּפֿילה האָט ער געהאַט אױף די ליפּן באַשטענדיק, אױפֿשטײענדיק און זיך לײגנדיק, אין װעג גײענדיק און אַפֿילו אױך װען ער איז צװישן מענטשן געװען, פֿלעגט אָפֿט אינמיטן אַ שמועס זיך אָפּקערעװען און אױף אַ װײַלע אַ שעפּטשע טאָן פֿון דאָרט. ער האָט אױך מיט באַזונדער ברען, שטאַרקער און פֿלײַסיקער פֿון אַנדערע, װאָס האָבן פֿון תּמיד אָן געגלײבט און קײנמאָל פֿון קײנע ספֿקות ניט גע־ װוּסט, זיך זײן נײַעם גלױבן איבערגעגעבן און פֿאַרשײדענע לאַסטן אירע אױף זיך גענומען, װי למשל... װינטער אין די גרױסע פֿרעסט, אין די פֿאַר־ טאָגן, אין אײַזיקע פּאָלאָנקעס זיך טובֿלען; אַלע פֿרײַטיק, װען ער פֿלעגט שנײַדן די נעגל, פֿלעגט ער זיך פֿאַרקוקן און אַלע פֿינגער ביז בלוט פֿאַרשנײַדן, וכּדומה און אַנדערע גרױסע פּײַניקונגען פֿון גײסט און קערפּער, װאָס אַזױנע און ענלעכע צו אים פֿרומע לײט פֿלעגן דעמאָלט אױף זיך נעמען. ער האָט אױך ניט געקוקט אױף זײן גרױס אָרעמקײט, — ראשית, אָרעם איבער דעם, װאָס ער איז געװען אַ מטופּל, און אױך דערפֿאַר, װאָס די שטאָט, די מער רײַכערע און אָנגעזעענסטע באַלעבאַטים, האָבן, װיסנדיק פֿון זײַנע פֿריִערדיקע קרומע װעגן, אים איצט נישט געגלױבט און קײנער האָט אים זײן קינד נישט אָנגעטרױט, און ער איז געצװוּנגען געװען זיך באַנוגענען מיט לעצט־אָרעמען און מיט זײער װײניק; ער האָט נישט געקוקט דערױף, און אױב זײן װײַב און קינדער האָבן נאָך אָפֿט װאָס־ניט־װאָס באַקומען, איז אָבער ער אַלײן מיט נאָר אַ מאַכאָרקע־ציגאַר, ביזן בױך אַרײַן פֿאַרצױגן, דעם טאָג אָפּגעקומען און אַזױ אים אָפּגעשטופּט. און פֿאַרנעמענדיק זיך מיט די װײניק קינדער פֿון זײן קנעלונג, װיפֿל ס'איז באַשטמיט און װיפֿל אַ מלמד דאַרף זיך פֿאַרנעמען, האָט ער די איבעריקע צײַט צװישן די זײַניקע פֿאַרבראַכט, אױף אַנפֿירן מיט זײ, אױף שטענדיק זיך געפֿינען צװישן זײ, און מיט אַלעם, װאָס ער האָט פֿון גײַסטיקער שפּײַז מער געהאַט פֿון זײ, מיט זײ זיך צו טײלן. און אָט, פֿון אָט די אױסגערעכנטע און ענלעכע צו זײ נישט אױסגע־ רעכנטע, איז די קלײנע סעקטע דעמאָלט באַשטאַנען: אַ גערודפֿטע און פֿון קהל דערװײַטערטע, װאָס זעלטן־װען פֿון אַנדערע איז װער אַמאָל צו זײ צו־ געשטאַנען, אױסער, װי שױן אױבן געזאָגט, ס'פֿלעגט זיך אַמאָל, פֿון װײַטן פּױלן געקומען, אַן אָרעם באַלמעלאָכע־בחורל מיט אַ זעקעלע געצײַג אַרײנ־ שטעלן, און אױסער אױך, פֿאַרקערט אַמאָל, אַ מאָדנער ייִד אַ רײכער, װאָס האָט זיך פֿון רײַכקײט אָפּגעזאָגט, זײַנע אײגענע פֿאַרלאָזט, גוטס און געשעפֿטן, און, איבער עפּעס אַן אינערלעכן בראָך, דװקא צו זײ, צו די אָרעמסטע און פֿאַרשטױסענע, אַרײַנגעפֿאַלן. און אָט צו זײ, צו אָט דער סעקטע, איז אױך לוזי, לוזי מאַשבער, אָנ־ געקומען. ▼▯ ▯ ----------- 108 ד ע ר נ ס ת ר אין דער לעבעדיקער שול (מ'האָט זי גערופֿן „לעבעדיקע”, נישט װעלנדיק זאָגן אױף אַ שול „טױטע”), װאָס איז געשטאַנען אױסגעבױט בײַם אַרײַנגאַנג צום אַלטן מיט־שטאָטיקן בית־עולם, און װעלכע האָט מיט אַלע פֿענצטער געקוקט צום פּלאַץ מיט די מצבֿות, האַלב אין גראָז שױן פֿאַרגראָבענע, האָט די סעקטע דעמאָלט איר אָרט פֿאַר איר מנין אַפּגעד▯נגען אָדער זיך אײנגעבעמן ▯ געהאַט. שבת גאַנצפֿרי, װען די שטאָט איז אונטער דער נאָר־װאָס אױפֿגעגאַנגענער זון נאָך געשמאַק געשלאָפֿן, זײַנען זײ, די סעקטע, שױן אין שול צונױפֿגע־ זאַמלט געװען. אַלע נאָך מקוה שױן, מיט נאָך נאַסלעכע האָר פֿון בערד און קעפּ ניט געקעמטע; בלאַסלעכע פֿון אַ גאַנצער װאָך שלעכט זיך שפּײַזן, און אױך שבת — נישט בעסער און פֿון נישט מער הנאה; אַלע אין די אײנציקע, נאָר פֿאַר שבת אָפּגעהיט־געהאַלטענע, קאַפּאָטעס פֿון שװאַרצלעכן קאָליר, אָבער, פֿון יאָרן און לאַנג געברױכן, אָפּגעריבן און די גרונט־פֿאַרב פֿאַרלױרן. און צװישן זײ אױך לוזי, װאָס האָט זיך געשטעלט בײַ אַן אָפֿענעם פֿענצ־ טער, צום בית־עולם אַרױסגעװענדט. ער — רײכער פֿון זײ: אין דער זײַדענער קאַפּאָטע, און זײן זומער־מאַנטל פֿון מאַרענגע־שטאָף מיטן קלײנעם סאַמע־ טענעם קעלנערל האָט ער אױף אַ שטענדער פֿאַר זיך ליגן געהאַט; און באַלד ▯ האָט אים די גאַנצע סעקטע שױן אין טלית מיט דער זילבערנער עטרה דערזען. און דאָס האָט אױף אַלעמען אַ געװיסן אײַנדרוק געמאַכט, װײל כאָטש דער עולם איז שטאַרק מיט זיך אַלײן איצט באַשעפֿטיקט, װי שטענדיק פֿאַרן דאַװנען, װען זײ אײלן זיך, כאָטש קײנער טױיבט זײ ניט, דעם יאָך פֿון דער ליבער עבֿודה אױף זיך צו נעמען; דאָך האָבן זײ איצט, נישט געקוקט אױף דער אײגענער פֿאַרנומענקײט, די אױגן אױך פֿון אױף לוזין קוקן נישט צו־ גענומען, און אַלע, פֿאַר זיך אַלײן נישט באַװוּסט אַפֿילו, צו זײן זײט זיך געװענדט — צו זײער שטאָלץ, צו דעם נײ זײ צוגעקומענעם, װאָס, װי זײ האָבן געװוּסט, איז אױך אַנדערע, װען ער שטײט צו זײ צו, װאָלטן מיט אים שטאָלצירט. און באַלד האָט זיך שױן אָנגעחױבן דער געװײנלעכער דאַװן־טומל. אײניקע, אױף זײערע ערטער שטײענדיק, אַנדערע, פֿון אָרט▯ אױף אָרט לױפֿנ־ דיק, האָבן זיך, װי אין דערלופֿטן געריסן, װי פֿון אײגענעם קערפּער זיך געװאָלט אָפּטײלן... אײניקע האָבן פֿאַר זיך װי לײטערס געזען און, מיט הענט און פּיס ציטערנדיק, אױף זײ זיך געדראַפּעט; אַנדערע — װי װײַטע שטרעקעס פּאַר זיך האָבנדיק, חאָבן זיך אַהין געריסן, און צו זײער רײַסן זיך אַהין האָבן נאָר די שול־װענט געשטערט... און פֿון אָט דעם רײַסן זיך און קלעטערן איז באַלד די שול פֿול מיט קולות געװאָרן — מיט לעכצנדיקע, װי פֿון אַבֿרהמל דעם שנײַדער, למשל, דעם לאַנגן, דאַרן, װאָס פֿון מױל איז אים שױן תּמיד ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯ 109 ▯ אַ קעלט געגאַנגען, נאָר איצט בײַם דאַװנען, האָט ער דאָס לעצטע ביסל װאַרעמקײט פֿון זיך אַרױסגעקריגן, און — אַך־אַך ▯ — האָט ער אַלע װײַלע אױסגעשריִען אין קרענקלעכער אָנמאַכט, װי זיך קװיקנדיק און קוראַזש זיך אונטערגעכנדיק▯ מנחם דער פֿאַרבער האָט, װי אַ חיה אין אַ שטײַג אומלױפֿנדיק, מיט דער א▯יבערשטער האַלב־צעשפּאָלטענער ליפּ די װערטער, װאָס ער האָט אױס־ געשריִען, װי צוריק אַרײַנכאַפּן געװאָלט, װײל, װי ס'האָט זיך אים געדאַכט, האָט ער צו װײניק חיות בײַם ערשטן מאָל זײ אַרױסלאָזן אין זײ אַרײַנגעלײגט. אַנדערע האָבן, װעלנדיק זיך חיץ אונטערגעבן, געפּליעסקעט, אײניקע — מיט אַ פֿרס געטופּעט, דריטע — די קעפּ פֿאַרריסן און, װי געקױלעטע, גע־ שריען, און װער ס'האָט גאָר קײן קול און קײן כּוח ניט געהאַט ,איז מיטן פּנים צו אַ װאַנט געשטאַנען, און מיט שטיל פֿאַרדבקהט װילדעניש פֿאַר איר זיך געשאָקלט, — װער נאָר מיט אַ האַלבן קערפּער, און װער מיטן גאַנצן, און אַלע צוזאַמע▯ האָבן באַגײַסטערטע אַלע װײַלע אַן אַנדער פּסוק פֿון די גע־ הױבענע לױב־פּסוקים אױסגעשריִען: —▯ „זינגט, צדיקים▯ מיט גאָט, צו די רעכטספֿאָרכטיקע איז רעכט די לױב”..▯ „זאָל זײן דײן חסד צו אונדז, װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר” א. אַז. װ. אַלע צװעלף פֿענצטער זײַנען דעמאָלט צום בית־עולם אַרױס צעעפֿנט גע־ שטאַנען. די נידעריקע, נאָר־װאָס אױפֿגײענן▯יקע זון, האָט פֿון אַן עק מזרח- האָריזאָנט אַן ערשטן נאָר פּאַס ליכט אַרײנדערלאַנגט. די שטאָט איז נאָך איר לעצטן שלאָף געשלאָפֿן, און דאָ, אין דער „לעבעדיקער”, האָט די קלײנע עדה איר סעקטאַנטיש־דערהױבענעם װילדן שבת־געזאַנג שױן געזונגען מיט אַזאַ באַגײַסטערונג און אַזױ אַנטציקט פֿון זיך אַלײן און פֿון איר אינעװײניקטטן „באַװוּסטזײַן”, אַז דאָס איז זי די ערשטע, װאָס איר תּפֿילה גײט צום פֿריש־ געעפֿנטן הימל אױף, די ערשטע הײַנט, אין אָנהײב שבתדיקן טאָג, װי די ערשטע תּמיד אין אַלע פֿאַרטאָגן; ובפֿרט נאָך הײַנט באַגײַסטערט, װען אַזאַ גרױסער גאַסט צװישן זײ, אַ נײ זײ צוגעקומענער, װאָס, דאַװנענדיק, האָבן אים אַלע אין אױג געהאַט, װײל ער האָט זײ מוט אונטערגעגעבן און ליבע צום לױב. ▯ און אָט האָבן זײ אים געזען, װי ער איז געשטאַנען מיטן פּנים צום אָפֿענעם פֿענצטער, װאָס קוקט צום בית־עולם אַרױס, און אָט — זיך אױס־ געקערעװעט מיטן פּנים צום שול און צום דאַװנענדיקן און דול־לױפֿנדיקן עולם. אױך לוזי איז אױפֿגעלײגט זײער — פֿון דעם, װאָס ער האָט הײַנט אַזױ פֿרי דאָס באַקװעמע געלעגער פֿון רײַכן ברודערס הױז פֿאַרלאָזט און איז גע־ קומען אַהער, צו אָט דעם שלעכט־געקלײדעטן עולם, װאָס פֿון גרױס אָרעמקײט איז אים זײן בעט נישט טײַער, ס'איז אים לײַכט זיך אױפֿהײבן און דאָס פֿאַר־ ----------- ▯ 110 ד ע ר נ ס ת ר ▯ ▯ לאָזן, זיך פֿעדערן פֿאַר אַלע, און פֿון גאַנצפֿרי שױן צו אַזאַ דערהױבנקײט פֿאָרבאַרײט און פֿײיִק. ער האָט שױן לאַנג דעם טעם פֿון אַזאַ תּפֿילה ניט געפֿילט, און פֿון גרױס נחת און איבערגעפֿולטקײט האָט אים לופֿט אױסגעפֿעלט, און ער האָט זיך מיטן ▯פּנים צום אָפֿענעם פֿענצטער אױסגעדרײט, מיט האַרץ די װערטער אין דרױסן אַרױסגעזאָגט, און דערנאָך, כּדי נאָכאַמאָל פֿון זעלבן עולם מיטן זעלבן זיך אָנצונעמען און זיך נאָך מער צו ▯רײען, האָט ער זיך װידער צוריק צום ▯ עולם און צו דער שול אױסגעקערעװעט. אַזױ די גאַנצע צײַט אין משך פֿון גאַנצן דאַװנען, װאָס האָט היפּש געדױערט. און אָט האָט מען געענדיקט. און אַלע דאַװנער, אײנע נאָך מיט די טליתים, אַנדערע שױן אָן, מיט אױסגעטאָנענע, האָבן פֿריִער אײנס דאָס אַנדערע זיך „גוט־שבת” אָפּגעגעבן, דער▯נאָך לוזין אַרומגערינגלט און אים אים אונטער־ געטראָגן. — גוט-שבת, גוט־שבת, — האָט ער אַלעמען אָפּגעענטפֿערט. דערנאָך האָט מען, װי ס'איז בײַ זײ דער מינהג אײַנגעפֿירט געװען, געטאַנצט. לאַנג און ביז פֿאַרגעסן זיך, אױפֿן ניכטערן האַרצן, מיט הױלער פֿרײד נאָר, װאָס איז זײ פֿונעם דאַװנען געבליבן; געטאַנצט מיט היץ, מיט ברען, די גאַנצע עדה קײַלעכיק אַרום בעלעמער, האַנט אין האַנט, קאָפּ בײַ אַקסל, און אײנער פֿון אַנדערן האָט זיך ניט געקאָנט אָפּרײַסן, אײנער אָן דעם אַנדערן װי די װעלט ניט געזען; — אַזױ לאַנג, ביז דער שמש פֿון די אײגנטלעכע, אמתע טאַקע באַלעבאַטים פֿון שול, איז אָנגעקומען, אױף דער שװעל זיך באַװיזן, דאָס רעדל דערזען, און פֿון ניט איבעריקער ליבע און פֿון װײניק אַכטונג צו זײ, האָט שױן, װי תּמיד, זײן באַשטענדיק בײז ▯ואָרט אױף די ליפּן אַרױסצוזאָגן געהאַט: — ▯ךי▯... ער האָט אָבער דאָס מאָל דאָס ניט אַרױסגעזאָגט: ער האָט צװישן זײ, צװישן אַלע אים פֿון לאַנג באַקענטע, אײנעם אַ נײַעם, אַ ביז אַהער נישט געזעענעם, דערזען — לוזין, דעם הױכן, שטאָלצן, מיט ▯ גרױס הדרת־פּנים; דערצו נאָך, נישט װי אַלע איבעריקע — רײַך, אין דער זײַדענער קאַפּאָטע... האָט ער זיך אױפֿגעהאַלטן, אױסגעװאַרט, און אַזױ, אױף דער שװעל בלײַבנדיק, שפּעטער אױך געזען, װי נאָך דעם, װי מע האָט דאָס טאַנצן אָפּגעשטעלט, האָט מען װידער לוזין אין אַ רעדל אַרומגענומען, און אײנער, האָט ער געהערט, האָט אַ פֿרעג געטאָן: — און װער נעמט אױף שבת לוזין? — איך, — האָט זיך דאָס מאָל מיכל בוקיער דער ערשטער, פֿריִער פֿאַר אַלע, אַרױסגערופֿן. אין יענעם שבת איז שױן לוזי אױפֿן גאַנצן טאָג מיכל בוקיערס אורח געװען: — אױף דער שבתדיקער סעודה אינדערפֿרי, אױפֿן שבתדיקן שלאָף ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 111 ▯ נאָך דער סעודה, אױפֿן קורצן שבתדיקן שמועס נאָכן שלאָף, און אַזױ ביז מנחה, ביז ער האָט אים פֿאַרנאַכט צוריק געבראַכט אין דער זעלבער שול אױף מנחה דאַװנען און פֿאַר דער קלײנער סעקטע דער „זאָגער” דעמאָלט צו זײן. ▼ מיכל בוקיער האָט געװױנט װײַט, װי אַלע קבצנים, ובפֿרט אַזאַ, װי ער: אין עק שטאָט שױן כּמעט, „אױף די זאַמדן”, װוּ זײן גאָס, אָדער די גאַנצע געדרײדלטע סיסטעם גאַסן דאָרט האָט זיך געפֿונען, אַזש װוּ די מפֿשיטים *) האָבן געװױנט, װײל ס'איז שױן ניט װײַט געװען פֿון שעכטהױז. זײן קלײן נידעריק הײַזעלע, אין אַ טיפֿן הױף פֿאַררוקט, האָט מיט די פֿענצטער פֿון אײן זײט אין אַ לײדיקן גאָרטן אַרױסגעקוקט, מיט אַ נשאר פֿון שלעכט־פֿאַרזײטן גאָרטנװאַרג און מיט אײנעם אַ בױם, ספֿק װערבע, ספֿק אַנדער מין, װײל קײן בלעטער האָט ער שױן כּמעט ניט געהאַט; אױסגעבױגן, זײן מיט שטאַם געעפֿנט, געל מױל־מעל האָט זיך פֿון זײן צעפֿױלעניש געשאָטן און נאָר מילבן פֿלעגן אױף אים באַשטענדיק מיט מילבישער באַשעפֿטיקונג אַראָפּ און אַרױפֿגײן. לוזי האָט באַדאַרפֿט גוט אײנבױגן זיך, כּדי דורך דער טיר פֿון פֿאָר־ הײַזל אין שטיבל אַרײַנצוגײן. אינעװײניק אין שטיבל — צװײ צימערלעך. אין אײנעם דער אױװן. אינעם זעלבן — אַ טיש מיט צװײ בענק, װוּ ער, מיכל בוקיער, קנעלט מיט די קינדער און װוּ איצט און כּסדר איז אױך דער קאָך־ און עס־צימער. נאָכעט אײנס דערבײַ, נאָך אַ קלענערס — אַ שלאָפֿצימער. דערבײַ אַ װײַב מיט פֿינף קינדער. דאָס װײַב — אַ לענגלעכע ייִדענע, מיט אַ שטענדיק־צעעפֿנט ברײט מױל. דאָס עלטסטע פֿון די קינדער, אַ מײדל, אַ געלבלעכע און מיט קלײַען. צװײ נאָך איר, שױן היפּשלעכע ייִנגלעך פֿון ▯1־ ▯1, אַרבעטן שױן, אײנער בײַ אַן אײַנבינדער, דער צװײטער דרײט אַ ראָד בײַ אַ שלײַפֿער. די איבעריקע צװײ נאָך גאָר קלײנע, אַ ייִנגעלע מיט אַ מײדעלע. אָט די גאַנצע משפֿחה איז איצט געװען בײַם טיש אױסגעזעצט. בײַ דעם טיש, בײַ װעלכן מיכל בוקיער פֿלעגט פֿריִער, אײדער ער איז צוגעשטאַנען צו דער סעקטע, אַלע אױפֿדערנאַכט בײַ אַ דרײער לעמפּעלע זײַנע חיבורים שרײַבן, פֿון װעלכע ער האָט זיך איצט אָפּגעװאָרפֿן; בײַ דעם טיש, בײַ װעלכן איצט טרעפֿן מיר אים מיט זײַנע תּלמידים אַמאָל לערנען תנך, דערהױפּט זײן באַליבטן ספֿר „איובֿ”, װעלכנס שלעק און יסורים ער פֿילט אױף זיך און נעמט זײ כּסדר אָן, װי פֿאַר זײַנע; און לערנענדיק, זעען זײַנע תּלמידים אים אָפֿט װײנען — די װיִעס װערן אים רױט, און אױף זײַנע באַקן רינט אַ *) ▯ינוערם. ----------- 112 ד ע ר נ ס ת ר ▯ טרער פֿון איובֿס און זײַנע בשותּפֿותדיקע יסורים און פֿון זײער צוזאַמענדיקן דעם טאָג שעלטן: „יאבד יום אולד בו” — זאָל פֿאַרלױרן װערן דער טאָג, אין װעלכן איך בין געבױרן געװאָרן. בײַ דעם טיש איז איצט די גאַנצע משפּחה אױסגעזעצט געװען, מיט מיכל בוקיער אַלײן און לוזין, דעם חשובֿן אורח, בראש. בלאַסע חלות, װאָס דער קבצנישער אױװן האָט שלעכט אױסגעבאַקן, האָבן ▯ באַשײַנט דעם אָרעמען טיש, מיט אַ גראָב־לײַװנטענעם טישטעך געדעקט. די מאכלים, װאָס זײַנען דערנאָך צום טיש אױפֿגעגעבן געװאָרן, זײַנען פֿון אַ „קאַלטן מלאך” געקאָכט געװאָרן, און דער עיקר, אױף שלעכטן האָלץ, װאָס מע האָט נאָך דערצו געזשאַלעװעט. לוזי האָט זיך אָבער זײער גוט געפֿילט. ער האָט געװוּסט, אַז בײַ זײן רײַכן ברודער משהן, אינעם גראַמען לופֿטיקן עס־צימער, מיט אַלע פֿענצטער אין הױף אַרױס צעעפֿנט, װאַרט אױף אים איצט אַ שטול, אױבנאָן לעבן זײן ברודערס טיש, מיט גרױס הרחבה, געשירן און פּוץ; און דװקא דערפֿאַר איז אים איצט אָט די פֿאַרדומפּענע לופֿט פֿון דעם אָרעמען שטיבעלע, דאָ בײַם אָרעמען מלמד, מיט דער סטעליע אױפֿן קאָפּ, מיט די נידעריקע פֿענצטערלעך, װאָס װערן זעלטן אױף לופֿט געעפֿנט, ליב געװען; אױך די אָרעמע מאכלים, דער גראָבער לײַװנטענער טישטעך מיט דעם גראָבן זאַלץ און מיט די געמײנע, שטשערבאַטע און קאַליקעװאַטע טעלער און גאָפּל־לעפֿל. ער האָט זיך געפֿילט גוט, אַזױ גוט,.אַז ער געדענקט שױן נישט, װען זײן שטענדיק־געשלאָסענע נאַטור זאָל זײן אַזױ אױפֿגעבונדן; אַזױ, אַז ער איז איצט גרײט געװען אָט די גאַנצע אָרעמע משפּחה מיטן אָרעמען שטיבעלע מיט אַלץ אַרומצונעמען, אין זיך אַרײַנצונעמען. ער האָט אַפֿילו בײַ זײן באַלעבאָס, בײַ מיכל בוקיער, װעמעס אורח ער איז איצט געװען, און בײַ װעמען ס'איז זעלטן־זעלטן צו טרעפֿן אױפֿן פּנים און אין די אױגן אַ מינדסט, אַפֿילו עטװאָס, װאָס דערמאָנט אין פֿרײלעכקײט, איצט יאָ פֿרײלעכקײט און אַפֿילו מער פֿון פֿרײלעכקײט אַרױסגערופֿן — דער־ מיט, װאָס ער האָט זיך צו די קינדער, צום גאַנצן הױז־געזינד פֿאַר דער װײניקער צײַט, װאָס ער האָט דאָ אין שטיבעלע און בײַ דער סעודה פֿאַרבראַכט, אַזױ הײמיש זיך געשטעלט, אַזױ ניט געצװוּנגען, ניט אָנגעצױגן, אַז די שטוב, — האָט זיך אַלעמען געדאַכט, — איז עפּעס װי העכער, גראַמער געװאָרן און װי נאָר מיט לוזין פֿול, און דאָס שװער־װאָכעדיקע, װאָס הענגט תּמיד, װי אַ רוט, אױף אָט דער שטוב און דריקט אַפֿילו אום שבת, האָט זיך איצט אָפּגעטראָגן און פֿאַרשװוּנדן. ▯ לוזי מיט מיכלען מיט די עלטערע ייִנגלעך האָבן ▯געזונגען זמירות, און די ▯ פֿרױ, דאָס מײדל און די ייִנגערע קינדער האָבן, פֿון הנאה פֿאַרגעניגטע, צו זײ זיך צוגעחערט. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ו־ 13 1 מע האָט אָפּגעבענטשט. קינדער זײַנען אַרױס אין דרױסן, און עלטערע האָבן זיך צוגעלײגט. אױך לוזי. נאָכן שלאָפֿן האָט די פֿרױ אין גאָרטן אַרױס שבת־אױבס און באַרן־קװאַס אַרױטגעטראָגן; אױך אַ באַנק געבראַכט אונטער דעם אױסגעהױלטן בױם מיט די װײניק בלעטער, װאָס מױל-מעל האָט זיך פֿון זײן צעפֿױלעניש געשאָטן, און װוּ נאָר מילבן זײַנען באַשעפֿטיקטע אױף אים אױף און אָפּ געגאַנגען. לוזי האָט זיך אױפֿן בױם, אױפֿן אָרעמען גאָרטן און אױפֿן נשאר פֿונעם שלעכט-פֿאַרזײטן אַרומגעקוקט. ער האָט געװוּסט, אַז צו זײן ברודער אין הױף קומט מען איצט פֿון גאַנץ שטאָט, יונג און אַלט, שפּאַצירנדיק, פֿון זײן ברודערס ברונעם צו טרינקען. די שטאָט איז אין ענגשאַפֿט... שכת, זומער, גײט מען אין װײט▯אָפּגעלעגענע גאַסן שפּאַצירן, װי אין זײן ברודערס, למשל. די פֿאָרטקע פֿון טױער שטײט אָפֿן, מע גײט אַרײַן און אַרױס, אַלץ פֿרעמדער עולם פֿון שטאָט. מיכאַלקע בורטשעט, װאָס מע מאַכט אים אָן אַ נעץ בײַם ברונעם, אָבער זאָגן, אָנשרײַען אױף עמעצן איז אים פֿאַרכאָטן. און זײן ברודערס בני-בית געפֿינען זיך אין גאָרטן, גאָר אױף אַנדערע בענק און אונטער אַנדערע בײמער, װי ער מיט מיכל בוקיער דאָ.▯. דאָך איז אים גוט דאָ און ס'אָטעמט זיך אים פֿרײ, און אַן אָפֿנהאַרציקער און גוטמוטיקער שמועס פֿאַרבינדט זיך צװישן אים און מיכלען. מע שמועסט אױפֿגעלײגט־לײבט, פֿריִער פֿון אײגענע ענינים, פֿון זיך אַלײן צו ביסלעך, דערנאָד▯ פֿון דער סעקטע, פֿון איר װוּקס און צושטאַנד, פֿון יעדן אײנציקן מיטגליד אירן באַזונדער. און בײדע, סײַ לוזי סײַ מיבל, צופֿרידענע אױף דער באַנק פֿאַרברענגען, ביז זײ באַמערקן, אַז ס'איז שפּעט: דער שטאַם פֿון בױם איז העכער האַלב שױן אין טונקל, נאָר די סאַמע הײך און די קרױן, װאָס אָן בלעטער, איז מיט פֿאַרנאַכטיקער זון געקרױנט, און זײ שטײען אױף און זאָגן זיך: — צײַט צו מנ▯▯. און אָט זײַנען זײ, נאָך לאַנגן צוריקגײן, צוריק אין דער זעלבער שול, װי אינדערפֿרי געװען. װײַטער דער זעלבער עולם, נאָר נאָכן שבתדיקן טאָג אױסגערוטע, אױף װײַטער, װי אינדערפֿרי, צו דאַװנען און װידער אױף זײער אופֿן גרײטע צו װילדעװען. ס'הערט זיך אַ ברום אינעם פֿאַר־מנחהדיקן פֿינצטער אין שול, װי פֿו▯ עפּעס חיות, װאָס קאָנען אַלעמאָל אומגעריכט מיט קולות אַרױס... זײ האַלטן זײ נאָך דערװײל אין זיך, אין די בײַכער, אָבער אינעװײניק גאָרגלט, גולגעט, ברומט, אךן באַלד, מעגלעך, װעלן זײ זײ אױך מאַכן הערן. מע דאַװנט װידער מיט אַן אומגעלױף, װידער מיט אַ װילדן שאָקלען זיך, װידער קולות און אָכצנדיק קװיקעניש, נישט װי בײַ אַנדערע, און װי דער ----------- 114 ד ע ר נ ס ת ר ▯ ▯▯ שטײגער שטענדיק בײַ שבתדיקער מנחה, װען דער טאָג אַראָפּגעלאָזט און אַ טרױער פֿון צעשײדן זיך מיטן שבת, פֿאַר אַן ערבֿ־קומענדיקער פּראָסטער װאָך, הערט זיך אין די תּפֿילה־ניגונים. נײן: די צעשײדן זיך ניט מיטן שבת, זײ האַלטן אים אײן, און װי אַ גאַנצע װאָך בײַ זײ שבת. „דו ביסט אײנער און דײן נאָמען איז אײנער, און װער נאָך, װי דײן פֿאָלק ישׂראל — אײן פֿאָלק אױף דער װעלט”, — האָט מען אױך איצט מיט דער זעלבער היץ־באַגײַסטערונג, װי אינדערפֿרי די אינדערפֿריעדיקע תּפֿילות, געזונגען. און אַן מ'האָט אָפּגעדאַװנט, האָט מען װידער, װי דער מינהג איז און װי סע פֿירט זיך בײַ זײ תּמיד, שױן װען פֿינצטער, בײַ צװײ צונױפֿגערוקטע טישן אין מערבֿ־װאַנט פֿון שול דעם שלש־סעודות געפּראַװעט. מיט הױלער נאָר חלה מיט זאַלץ, מיט פֿריִער זיך װאַשן און דערנאָך בענטשן, און אינמיטן דער סעודה מיט עפּעס עמעצן „זאָגן” מכבד זײן. דאָס מאָל האָט דעם כּיבוד, נאַטירלעך, באַקומען לוזי, און ער איז גלײַך מיט זײן װאָרט אַרױס — פֿון איבערגעפֿולטקײט, אַ שטאַרק באַגלײבטן עולם פֿאַר זיך האָבנדיק, בײַ צװײ לאַנגע טישן פֿון בײדע זײַטן באַזעצטע. פֿו▯ אײן זײט, האָט ער געהאַט שלום דעם טרעגער מיט זײן גרױסן גוף, אין דער נישט־געװױנטער פֿאַר אים קאַפּאָטע; און פֿון דער צװײטער זײט — דעם לאַנגן, דאַרן אַבֿרהמל דעם שנײַדער, דעם פּאַרשױן שױן כּמעט אָן אַ גוף, מיט אַ זכר נאָר פֿון קערפּערלעכקײט. און װײַטער, אין דער גאַנצער לענג פֿון טיש, די איבעריקע צו זײ ענלעכע, אַלע כּמעט פֿון אײן גורל, מענטשן פּון גרױס אָרעמקײט, פֿון די מינדסטע הנאות פֿון דער װעלט קײן הנאה נישט ה▯נדיק און פֿון באַנוגענען זיך מיטן מינדסטן. און לוזי האָט װעגן דעם טאַקע, אין װעלכן זײן גלײביק־געגאַרטער עולם האָט זיך אַזױ שטאַרק גענײטיקט, איצט זײן װאָרט געהאַט: װעגן באַנוגענען זיך מיט װײניק, און אױך אינעם װײניק די פֿרײד און דעם זינען צו געפֿינען. ▯ פֿון נישט געװױנט זײן צו „זאָגן”, איז לוזין דאָס רעדן אָנגעקומען שװער, דערפֿאַר אָבער באַהאַרצט, און װאָס אַמאָל האָט ער די װערטער װי פֿון אַלץ אַ גרעסערער טיף אַרױסבאַקומען. און אַלע אױגן און קעפּ פֿון די בײַם טיש זיצנדיקע זײַנען צו אים געװענדט געװען, און אַלע װײַלע האָט זיך אַ זיפֿץ פֿון הנאה פֿונעם געהערטן פֿון צװישן עולם אַרױסגעהערט. אַלײן אַפֿילו דער שמש פֿון שול, װאָס, װי געזאָגט, האָט ער צו דער סעקטע קײן איבעריקע ליבע ניט געפֿילט און גאָר װײניק אַכטונג, װעלכער איז איצט צו מעריבֿ־דאַװנען אין שול אינמיטן רעדן אָנגעקומען, — אױך ער, װאָס זעלטן־װען האָט ער זיך אַמאָל צו די רײד▯ פֿון זײערע „זאָגערס” צו־ געהערט, האָט איצט▯ — דערהערנדיק דעם פֿרעמדן ,שטאָלצן ייִדן, װעלכן ער האָט נאָך אינדערפֿרי אױסגעטײלט און באַמערקט, — האָט, ניט געקוקט אױף ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 15 1 דין אומאַכטונג, אַן אױער צוגעלײגט, איז אױף זײן אָרט געבליבן און אין זײן אַמט, אין זײן שמשערײ, און אַז ס'איז שױן שפּעט, און אַז שױן צײַט מעריבֿ צו דאָװנען פֿאַרגעסן. און לוזי האָט זײן עדה, װאָס האָט זיך, אַ צונױפֿגעדריקטע, אין שבת־ פֿאַרנאַכטיקן פֿינצטער געפֿונען, פֿון איר פֿינצטערער װירקלעכקײט געװאָלט אַרױסנעמען, פֿאַר איר אַ װעג באַלױכטן, און אױף װײַטער גלױבן און אין איר דעם בטחון צו שטאַרקן. און דער שמש, װאָס איז בײַ אַ זײט געשטאַנען, האָט געהערט, װי נאָך דעם, װי לוזי האָט פֿיל גערעדט װעגן אמתע און פּוסטע ריכקײטן, װעגן אמתע, װאָס מע דאַרף זײ װײַט ניט זוכן, מע געפֿינט זײ אין זיך, און װאָס, אַז מע דערװערבט זײ, האָט מען זײ און מע איז מיט זײ זיכער אױף דער װעלט און אױף יענער װעלט; און װעגן פּוסטע, װאָס פּוסט, װאָס מע יאָגט זיך נאָך זײ, װי נאָך אַ שאָטן, און װי אַ שאָטן פֿאַרשװינדן זײ און נישט בלײַבן, — האָט ער לסוף נאָך, כּדי זײַנע רײד צו פֿאַרשטאַרקן, פֿאַר די זײַניקע אַ משל פֿון אַן אַלטן ספֿר געבראַכט און מיט אים אױך זײן ועדע פֿאַרענדיקט. — אַמאָל, — האָט ער זײ צום לעצט דערצײלט, — װערט אין יענעם ספֿר געבראַכט, — איז געװען אַ פּרוש. װי נאָר ער איז פּרוש געװאָרן, אַזױ האָט ער זיך אַװעקגעלאָזט אין אַ װײַט לאַנד צו זוכן פּרנסה. איז ער אָנגעקומען אין אײנער אַ שטאָט פֿון יענעם לאַנד און האָט באַגעגנט אַ געצנדינער. זאַגט צו אים דער פּרוש: װי נאַריש איר זײט און פֿאַרבלענדט, װאָס איר דינט צו די אָפּגעטער. זאָגט אים דער געצנדינער: נו, און איר צו װעמען דינט? — מיר, — האָט געענטפֿערט דער פּרוש, — דינען צו דעם, װאָס שפּײַזט אַלעמען, דערנערט אַלעמען און װאָס צו אים איז קײן שום גאָט ניט קײן גלײַכן. — איז אױב אַזױ, — האָט געזאָגט דער געצנדינער, — צעגײען זיך און זײַנען זיך סותר אײַערע װערטער מיט אײַערע מעשׂים. — פֿאַרװאָס? — האָט געפֿרעגט דער פּרוש. — דערפֿאַר, װײל װען דאָס, װאָס דו זאָגסט, װאָלט טאַקע געװען אמת, װאָלסטו דאָך פֿאַרשפּאָרט גײן אין אַזאַ װײַט לאַנד צו זוכן ױין פּרנסה, װאָלסטו זי דאָך געפֿינען אין דײן אײגענער שטאָט און אין דײן אײגן לאַנד. דאָ האָט דער פּרוש נישט געהאַט װאָס צו ענטפֿערן. ער האָט זיך אומגעקערט און איז שױן מער פֿון זײן לאַנד ניט אַרױסגעגאַנגען און אױף זײן גאַנץ לעבן שױן דאָרט פּרוש פֿאַרבליבן. דאָס דער משל, און דער נמשל איז קלאָר געװען, אַז לוזי האָט אים שױן פֿאַרשפּאָרט צו דערקלערן. ▼ ס'איז שױן געקומען דער חודש אלול. אין יענעם חודש איז אײַנגעפֿירט געװען, אַז יעדער אײנער פֿון דער סעקטע האָט באַדאַרפֿט פֿאַר אַ צװײטן, אַלײן נאָר אינצװײען ערגעץ אין אַ װינקל בלײַבנדיק, פֿון אַלץ, װאָס פֿאַר אַ ▯ ----------- 116 ד ע ר נ ס ת ר גאַנצן יאָר ס'איז געשען מיט אים, פֿאַרן אַנדערן רעכענונג אָפּגעבן און זיך מתװדה ןײן. און אָט, אין אײנעם אַן אױפֿדערנאַכט, שױן שפּעט נאָך מעריבֿ, װען אַלע זײַנען זיך שױן געהאַט צעגאַנגען, איז אין דער אױבן־דערמאָנטער „לעבע־ דיקער„ שול פֿון אַלע פֿריִער דאַװנענדיקע צװײ נאָר מענטשן פֿאַרבליבן. דאָס זײַנען געךוען מיכל בוקיער און לוזי▯ לוזי, אין שפּיגל־באַנק פֿאַר אַ שטענדער זיצנדיק, האָט מיכלען פֿאַר זיך אַ שטײענדיקן געהאַט — אין אַזאַ לאַגע, װי מע שטײט פֿאַר אַ לערער, פֿאַר אַ װעגװײַזער און פֿאַר אַ זעלישן געװיסנס־ריכטער: אין גרױס הכנעה, און װי גרײט אַלע זײַנע, פֿאַרן גאַנצן יאָר פֿאַרשלאָסענע, שופֿלאָדן אַרױסרוקן און צעעפֿענען, — יענער זאָל אַלץ, װאָס דאַרף אַנטפּלעקט זײן, אָפֿן זען, און אױך די מעגלעכקײט האָבן, אױב ער װעט װעלן, אַלײן זוכן, זיך גראָבן און אַלץ דאָרט איבערקערן, װאָס ער װעט צו זײן פֿאָרשן און ריכטן דאַרפֿן. די גאַנצע שול שױן דעמאָלט פֿינצטער, און נאָר דאָס אָרט, װוּ די צװײ דערמאָנטע פֿאַרבליבענע האָבן זיך געפֿונען, איז פֿון אײנעם אַן אַראָפּהענגענ־ דיקן שװאַך־ברענענדיקן לאָמפּ אין מזרח באַלױכטן געװען. דאָך — װער ס'װאָלט דעמאָלט אַפֿילו װײַטלעך אין מערבֿ, מיטן פּנים נאָר צו מיכלען געװענדט, געשטאַנען, װאַלט געזען ,װי מיכלס װיִעס רױטלעך, װי תּמיד, בשעתן לערנען איובֿ, ער װערט פֿון איובֿס דערהױבענע פּײַן און לײדן דער־ װאַרעמט. איצט נאָך מער: ער האָט געװײנט, און איבער זײַנע האַרטע באַקן זײַנען אין דער מאַט-מעשענער באָרד און אין די, װי סטערניע אױסזעענדיקע, האָר טרערן גערונען. און לוזי אַ שטרענגער: ער האָט, מעשׂה ריכטער און פֿאָרשער, אינעם שולדיקנס געעפֿנטקײט איצט אַרײַנגעקוקט, געשװיגן, אױסגעהערט און װי אַלץ מער און מער בײַ אים זיך אױפֿצועפֿענען געפֿאָדערט. און מיכל האָט, אַזױ שטײענדיק פֿאַר לוזין און זיך מתװדה זײענדיק, דערצײלט: — ער איז מיט אַ פּגם... ער איז פֿון אַ שװערער האַנט אָנגערירט, און װיפֿל ער האָט זיך ניט געמיט און מיט זיך אױך איצט ניט צו זײן פֿריִערדיקן גלױבן קומען, גיט זיך אים ניט אײן. אַ קללה! ער איז װי ערגעץ אינעם סאַמע אינעװײניקסטן געשלאָגן. ער פֿילט, װי פֿרעמדע װינטן גײ▯ן אום אין זײן בנין; ס'דאַכט אים, אַז אָט־אָט װעלן זײ זײַנע טירן און לאָדן צעעפֿענען, אַלץ װעט װערן הפֿקר, און ער װעט װערן אױס באַלעבאָס אױף זײן אײגנס און דערװאָרבנס; פֿון זײן הױכער, מיט גרױס שװעריקײטן אים אָנגעקומענער, מדרגה, װעט ער באַלד אױף אונטן אַראָפּגעשלײדערט זײן, און װי אַ הונט אױף אַ קײט, פֿון אַ פֿרעמדן כּוח מיטגעשלעפּט װערן אַהין, װוּהין דער ▯▯ פֿרעמדער כּוח װעט ▯ים דאַרפֿן און װעלן. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ▯▯ ע ר 17 1 װײ, װי ער ראַנגלט זיך! װאָס ער האָט שױן ניט איבערגעטאָן, װיפֿל פּײַניקונגען פֿון גוף און נפֿש שױן — און ס'העלפֿט ניט. ער איז זיך מודה: קײן אײן מענטשלעכע תּאװה האָט ער נאָך נישט, װי ס'באַדאַרף צו זײן, געבראָכן. פֿאַרקערט, — פֿון זײ געבראַכן, באַצװוּנגען און תּמיד אין געפֿענקעניש. װי אָט: די תּאװה פֿון לײב, למשל, װערט בײַ אים מיט יאָרן און מיט עלטער ניט געשטילטער, נאָר, פֿאַרקערט, נאָך שטאַרקער. אַז ער גײט אין גאַס, מוז ער די אױגן אַראָפּ האַלטן, בדי גאָרניט צו באַגעגענען, גאָרניט צו זען, אַבער ס'קריכט אים, װאָס מע טאָר נישט, װי פֿון אונטער דער ערד אַרױס און מאַכט אים זען און זינךיק... ס'דערגײט אַזױ װײַט, אַז ער ▯עט פֿאַר זיך תּמיד הױלע, נאַקעטע נאָר, װאָס זײַנען אים אַפֿילו אינמיטן תּפֿילה און לערנען מבֿלבל און מאַכן אים אַזױ אױפֿציטערן, כּמעט ביז אױסן... דאָס גלײַכן מיט אַנדערע תּאװת, װי די, למשל, צו געלט, צו כּבֿוד, צו קנאה, שנאה א. אָ. ערגער אָבער פֿון אַלץ איז די נטיה זײַנע אין אַלץ צו לײקענען, יענע נטיה, װאָס דערגײט בײַ אים ביז דער גרעסטער לײַדנשאַפֿט און װאָס ברענגט מיט זיך פֿאַרשײדענע פֿאַר אים פֿאָלגן: אָדער ער דערפֿילט זיך מיטאַמאָל פּוסט, אױסגעהױלט, גלײַך דאָס גאַנצע חיות איז פֿון אים אַרױס, ס'װערט אים אַלץ אַלצאײנס, און גלײַך אַלע פֿעדעם מיט דער װעלט און מיט דעם, װאָס פֿירט אָן מיט דער װעלט, װערן בײַ אים איבערגעריסן, און ער גײט אַרום, װי אין עולם־התוהו ▯ אָדער אַן אַנדערשמאָל, פֿאַרקערט, פֿילט ער, גלײַך װי אַ װילדער דולער װאָלט אין אים געזעסן, װעלכער מאַכט אים גװאַלדיק אומ־ רויִק, ברענגט אים צו װעלן פֿאַרדאַרבן און צו צעשטערן און אױפֿצוברעכן אַלע צױמען... שױן אָפּגערעדט פֿון אַזױנע „קלײניקײטן”, װי תּמיד שבת, אַז ער שטײט פֿאַר אַ ברענענדיקער ליכט, װיל ער זי פֿאַרלעשן. ערגער — װי אַז ער איז אַלײן אין שול, װילט זיך אים אָפֿט צולױפֿן צום אָרון־קודש, דעם פּרוכת אַראָפּרײַסן און, חס־חלילה, די „רײניקײטן” אױף דער ערד אַראָפּװאַרפֿן. ערגער, ערגער — ער קאָן דאָס גאָר פֿאַרן מױל ניט ברענגען — נאָר ס'האָט זיך שױן אױך געמאַכט, אַז ער האָט געהאַלטן אַ מעסער בײַם האַלדז, זיך געװאָלט פֿון דער װעלט און פֿון יענער װעלט אומברענגען: כּלומרשט, פֿאַר דער מורא פֿאַרן לײקענען, אָבער װאָס אין דער אמתן איז דאָס דאָך אַלײן די גרעסטע פֿון דער גרעסטער לײקענונג... און דאָס אַלץ איבער זײן אינע־ װײניקסטן צעשטערער און פֿאַרדאַרבער, װאָס ער זעט אים אַמאָל אַ פֿאַר־ שטעלטן, װי אַן אָרעמאַן, בײַ זײן שװעל בעטן, און אַמאָל װי אַ היה אױף דער דרױסן־זײט פֿון זײן טיר הױערן. און װאָס זאָל ער טאָן, און װאָס פֿאַר אַן עצה זאָל ער זיך געבן? און דאָ איז ער אױף אַ װײַלע אַנטשװיגן געװאָרן, מיכל, און לוזי האָט ----------- 116 ד ע ר נ ס ת ר אױף אים, כּדי אים ניט צו פֿאַרשעמען, נישט געקוקט, און דאַן האָט ער װײַטער פֿאָרגעזעצט און דערצײלט: ▯ און אָט: אַז ס▯װערט אים אַמאָל ענג, אין שװערע צײַטן װען, גײט ער, װי אַלע זײעריקע, װי באַװוּסט, אױפֿן „פֿעלד” אױף בײַנאַכט אױפֿן שטאָטישן באַװוּסטן צדיקס קבֿר צו נעכטיקן, כּדי דאָרט, אין לערנען און אין װאַך זײן, די מחשבֿות צו לײטערן. און אַלעמען, װי באַװוּסט, העלפֿט עס, און אים — אױך דאָס ניט. און דאָ מוז ער אים דערצײלן פֿון אײנעם אַ לעצטן מאָל, װאָס ס'האָט מיט אים ערשט ניט לאַנג, נאָך הײַנטיקן זומער, אױפֿן קבֿר דאָרט געטראָפֿן. ס'גרױלט אים נאָך איצט, זיך דערמאָנענדיק, אָבער ער איז זיך דאָך ▯ מתװדה און ער מוז אַלץ דערצײלן, און ס'טאָר בײַ אי▯ קײן פֿאַרהױלנס ניט בלײַבן. ער האָט זיך, װי דער שטײגער, שױן שטאַרק שפּעט אין אָװנט, װען קײן אײנציקער נפֿש איז אױפֿן „פֿעלד” נישטאָ, אַהין, אין מױערל, אַרײַנגעשטעלט. ▯ ס'האָט נאָר, װי תּמיד בײַנאַכט דאָרט, געברענט אײנס אַ לעמפּעלע, פֿון מױערל־שמש געלאָזט. ער האָט זיך גענומען לערנען, מיטן ספֿר פֿאַרן לעמפּעלע שטײענדיק לאַנג, לאַנג און אױף שעהן גאַנצע, ביז ער איז מיד געװאָרן און איז אַ שטײענדיקער, װײַזט אױס, אַזױ אַנטשלאָפֿן געװאָרן. און דעמאָלט האָט זיך אים געחלומט: ער האָט אױפֿגעהײבן די אױגן און▯ דערזען: די שטאָט, די גאַנצע שטאָט, אַן איבערגעקערטע: דער מאַרק מיט די קלײטן, די גאַסן מיט אַלע הײַזער, שולן און בתּי־מדרש▯ם — אַלץ אים איבערן קאָפּ הענגט, און נאָר דער קלױסטער איז אױף זײן אָרט געשטאַנען. דאָס איבערגעקערטע, פֿריִער נאָר איבערגעקערט, אָבער גאַנץ, ניט גערירט, דערנאָך האָט זיך ▯אַלץ גענומען שיטן: סחורות פֿון קראָמען, חפֿצים, זאַכן פֿון שטיבער און הײַזער, פֿון בתּי־ מדרשים אַלע הײליקײטן און רײניקײטן — אױף דער ערד צו פֿאַלן און אין אײן באַרג און אין אײן אָנגעהױפֿנטקײט אַלעס. ס'אַ שטױב און פֿאַרשטעלעניש געװאָרן, און מע האָט ניט געזען גאָרניט; נאָר באַלד, װײ, האָט ער דערזען, װי אױך מתים פֿון די קבֿרים פֿאַלן — װידער אױפֿן זעלבן באַרג און אױפֿן זעלבן אָנגעהױפֿנטקײט, און נאָר דער קלױסטער איז אַלץ אױף זײן אָרט, װוּ געשטאַנען, געבליבן. און אַ פֿײַער האָט זיך אים פּלוצלונג געװיזן פֿון באַרג, װוּ אַלץ האָט גע־ נומען ברענען, און זיך אַלײן האָט ער בײַ אַ זײט פֿון באַרג געטראָפֿן, מיט אַ לאַנגן שטעקן אין האַנט, און װאָס פֿאַר אַ זאַך, — אַ נישט הײליקע אָדער יאָ הײליקע, — ס'איז געלעגן װײַטער פֿון פֿײַער, האָט ער צוגעשאַרט, כּדי דעם פֿײַער שפּײַז צו געבן, ס'זאָל אַלץ ברענען און גאָרנישט ניט אין דער זײט בלײַבן. ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 119 און דאָס פֿײַער האָט זיך געשטאַרקט. שטוב-זאַכן, ספֿר־תורהס און בײנער האָבן געקנאַקט, גערױכערט און געטשאַדעט, און ער אַלײן בײַ דער זײט האָט אַלץ מער און מער אונטערגערוקט. ער האָט זיך אומגעקוקט און פֿאַרװוּנדערט: װאָס טוט ער דאָ? בײַ אַזאַ זאַך װי קאָן ער גאָר בלײַבן, בפֿרט נאָך מיט אײגענע הענט אַזױנס צו טאָן, אַזױנס אױף זיך נעמען? — און ער איז פֿאָרט ניט אָפּגעגאַנגען, פֿאָרט גע־ בליבן, דעם שטעקן ניט אַװעקגעלײגט, געשאַרט, און דער גרױסער אומגע־ הױערער פֿאַרשװעכונג אַ געטרײַער און װי אַ געדונגענער געדינט. און דאָס פֿײַער האָט זיך נאָך מער געשטאַרקט. און קולות, װי פֿון לעבע־ דיקע, האָבן זיך פֿון דאַרט אַרױסגעהערט, און ער מעג שװערן, אַז זײן נאָמען האָבן די קולות אױסגעשריִען און אים אױף תּמיד זײן לײב און זײן געבײן אױף אַלע אײביקײטן פֿאַרשאָלטן. ביז זײ זײַנען אײַנגעשטילט געװאָרן, ױ קולות; דאָס פֿײַער — אױס, און פֿון אַלץ איז אַש געװאָרן. און דעמאָלט, װײ, האָט ער פּלוצעם פֿונעם שטײן־געבליבענעם קלױסטער אַרױס, פֿונעם אַרײַנגאַנג־טױער זײן צעפּראַלטן, אימ, זי▯ערן, דעם נוצרי *) זיך באַװײַזן דערזען. װי תּמיד, װי זײ מאָלן אים: מיט אַ הױלן קאָפּ, אין אַ לאַנגן פּאָלע־מאַנטל, באָרװעס און װי אַ פּאַסטעך פֿון שאָף האָט ער אױסגעזען. און ער האָט טאַקע פֿאַר זיך אַ גרױסע טשערעדע געהאַט, ער — הינטער ▯יר, און אַ גרױסע טשערעדע פֿאָרױס, און די טשערעדע איז פֿון שאָף, האָט זיך אים לכתּחילה אױסגעװיזן, דערנאָך פֿון מענטשן, אַ מאַסע... אַ מאַסע... און נאָר ער (מיכל) אײנער פֿון װײַטן, און ס'איז אים אַן עלנט באַפֿאַלן, װאָס ער בײַ אַ זײט, און ס'האָט זיך אים זײער צושטײן געװאָלט, און אַן אינערלעכער שטאַרקער חשק האָט אים אָנגעכאַפּט, און דערצו נאָך האָט ער, װי פֿון ערגעץ, אַ װוּנק אױף צוצושטײן באַקומען, און ער איז צו דער טשערעדע צו. און פּלוצלונג האָט ער זיך דערזען לױפֿן װי אַ הונט פֿאַר דער טשערעדע, — אַ פּאַסטעך־הונט און, דאַכט זיך, מיט אַ מין קרױנדל אױפֿן קאָפּ, — פֿאָרױס לױפֿן און שרײַען, װײ: — אַ װאַרע, אַ װאַרע, פֿאַרן הײליקן פּאַסטעך און פֿאַר דער באַגלױבטער טשערעדע... און דאָס דערצײלנדיק, האָבן זיך שױן מיכלען פֿון די אױגן אין באָרד אַרײַן טרערן געגאָסן, און אױך לוזי האָט זײן פֿריִערדיקע רו, פֿון בשעת זיצן און אױסהערן, פֿאַרלאָרן: ער האָט זיך פֿון אָרט אַ הײב געטאָן, מיכלען אַלײן פֿאַרן שטענדער שטײן געלאָזט, און ער אַלײן האָט, אַ שטאַרק צעשטרײ־ טער און אױפֿגערעגטער, עטלעכע טריט אין מזרח־ױיט אױף אַ געװיסער שטרעקע הין און צוריק דורכגעשפּאַנט. דערנאָך איז ער װידער געקומען צו *) יע▯וס. ----------- 120 ד ע ר נ ס ת ר ▯ דין אָרט, װוּ ער איז פֿריִער אַלס גײַסטיקער מומחה, אױף מיכלס אַלע גײַסטיקע קרענק אױסצוהערן, באַפֿולמעכטיקט געזעסן, און אַ גרױסע פֿאַר־ װוּנדערונג איצט אױף זײן פּנים, און אָט די פֿאַרװוּנדערונג האָט ער מיט אַ שטומען אַקסל־צוקן אױסגעדריקט און אױך מיט אײניקע האַלבע װערטער פֿון זײן מױל אַרױסגעבראַכט. — אַזױ, אַזױ, אַזױנע חלומות גאָר...▯ ▯ און מיכל האָט איצט, נאָכאַמאָל פֿאַר זיך לוזין אַ צוריקגעקערטן האָבנדיק, פֿאָרגעזעצט: — און דעמאָלט װען ער האָט זיך װי אַ הונט פֿאַר דער טשערעדע לױפֿן און שרײַען דערזען, האָט ער זיך פּלוצעם דערשראָקן... דער ספֿר, װאָס ער איז מיט אים, אין די הענט אים האַלטנדיק, אַנטשלאָפֿן געװאָרן, איז אים פּלוצעם אױף דער ערד אַראָפּגעפֿאַלן, און ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט און דערזען, װוּ ער געפֿינט זיך. און דאָ האָט זיך געעפֿנט די טיר פֿון מױערל און דער באַשטענדיקער שמש, דער ליכט־צינדער, װאָס קומט אין מױערל גאַנצפֿרי און װאָס ביז פֿאַרנאַכט געפֿינט זיך דאָרט, איז אַר▯ין און האָט אים דערזען, און װי תּמיד, װען ער טרעפֿט גאַנצפֿרי אַן אונדזעריקן, נאָך אַ נאַכט דאָרט איבערנעכטיקן, האָט אױך אים מיט זידלערײַען גענומען טרײַבן, און ער, מיכל, איז אַרױס, ניט באַװײַזנדיק אַפֿילו דעם חלום צו באַדענקען, זײן בזיון און דעם װײטיק אױף זיך נעמען. נאָר ערשט דערנאָך, שױן אין דרױסן, פֿאַר דער שװעל זיך טרעפֿנדיק און דערזעענדיק, אַז ס'איז שױן גרױסער טאָג, און אױפֿן האַרצן איז אים זײער שװער געװען פֿון דער נאַכט און פֿונעם געזעענעם — איז ער הינטערן מױערל אַרונטער און בײַ אײנער אַ בלינדער װאַנט מיטן פּנים זיך גשטעלט, מיט אַזאַ געפֿיל, װי אױף בלײַבן און פֿאַרגליװערט װערן און אױף קײנמאָל שױן ניט אָפּגײן פֿון דאָרט. און אַזױ איז ער טאַקע געשטאַנען: מענטשן זײַנען פֿאַרבײַ — און ער האָט ניט באַמערקט, שעהן פֿאָריבער — און ער האָט ניט געװוּסט. ביז שפּעט שױן, װען זײן װײַב האָט אינדערפֿרי, װען די קינדער, זײַנע תּלמידים, זײַנען שױן געקומען צום לערנען, און װיסנדיק זײן אָרט, װוּ ער געפֿינט זיך, איז אים געקומען רופֿן, — האָט זי אים דערזען און אים אױפ־ געװעקט און אים אַהײם געבראַכט אַ פֿאַרחושטן, און פֿון דער נאַכט װי אַ שיכּורן און צעבראָכענעם. — און ביז הײַנט, — האָט מיכל װײַטער דערצײלט, — קאָן ער זיך פֿון יענעם געזעענעם ניט באַפֿרײַען. ס'ערגערט אים און ער קרענקט דערױף. ער קאָן אָפֿט ניט שלאָפֿן און ליגט איבער גאַנצענע נעכט מיט אָפֿענע אױגן, און ער זעט אָפֿט אַזױנע מיִוסקײטן בײַנאַכט, אַז ס'איז אים שװער דערנאָך די ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 121 טעג איבערצולעבן: נישט־גוטע אױף די װענט, אין דער לופֿט, פֿון דער סטעליע אַראָפּגײן, פֿון דעם פּאָל אַרױסקומען; מאַסנװײז, אַמאָל שטילע, נאָר זיך דורכגנבֿענענדיקע, אַמאָל רױשיקע, װי אױף חתונה־גײענדיקע; ניכטערע, שיכּורע, מיט קלעזמער און מיט טענץ... און ער פֿילט, אַז ער איז עפּעס אַן אײגענער צו אָט דעם מיִוסן געזינדל, אַז מיט רעכט באַזוכן זײ זײן הױז, און אַז אין אײנער אַ נאַכט קאָנען זײ פֿון אים פֿאָדערן, ער זאָל מיט זײ מיטגײן, אין זײערע שמחות און טענץ אָנטײלנעמען, און בכלל אַ זײעריקער װערן... ס'העלפֿט אים קײן שפּײַען, ס'העלפֿט ניט קײן שפּרוכן זאָגן, ער שפּײַט און שפּרעכט, און זײ טוען זײערס: קומען און גײען, גײען און קומען, און אײן זאַך, פֿילט ער, פֿאָדערן זײ פֿון אים: לעסטערונג. אױב ניט מיט טאַט, איז מיט װאָרט, אױב נישט מיט װאָרט, איז כאָטש צוקוקן, װי אַנדערע, װי זײ לעסטערן. ס'איז רעכט אַז זײ קומען אַמאָל מיט „רײניקײטן”, צעװיקלען זײ פֿאַר אים אין די אױגן און טוען אָפּ מיִוסע זאַכן אױף זײ, אַזױנע מיִוסע, װאָס װײ די אױגן, װאָס זעען עס, אַזױנע, װאָס פֿאַר קײן מענטשלעכן מױל ניט צו ברענגען, אַזױנע, װי טיטוס הרשע אין זײן צײַט, און װי אַנדערע רשעים אין אַנדערע צײַטן... ס'באַשלאָגט אים אַ שװײס, אַ טױט▯אַנגסט—דאָס צוזעענדיק; ער בלײַבט מאַט און אױסן און ער קאָן גאַנצע טעג דערנאָך צו זײן רו און צו זײַנע כּוחות ניט קומען. ער װײסט ניט, װאָס ער טוט, ער װײסט ניט, װאָס מע רעדט צו אים, און אָפֿט פֿעלשט ער דערום אין זײן מלמדישער שליחות: לערנט מיט די קינדער ניט, קאָן קײן הײליקן ספֿר ניט זען, און ס'װילט זיך אים װידער צו די יענע, צו די שאַרפֿע חקירה־ספֿרים זיך נעמען, צו יענע, װאָס לערנענדיק זײ, קאָן ער אמת טאַקע דעם גלױבן פֿאַרלירן▯ אָבער צוזאַמען מיט דעם, זיך באַפֿרײַען אױך פֿון אַלעם מיִוסן און העסלכן, װאָס הענגט זיך אָן און ב▯גלײט און לױערט אױפֿן גלױבן. און דאָ איז מיכל שױן אינגאַנצן אַנטשװיגן געװאָרן ,און שטיל שטײן בלײַבנדיק, פֿון לוזין װי אױף זײן אורטײל און גורל געװאַרט. און לוזי האָט דעמאָלט נאָך אַלץ אױף מיכלען ניט געקוקט, מײנענדיק, אַז יענער האָט נאָך װאַס צוצוגעבן, אַז ער דאַר▯ נאָך און האַפּ נאָך... אָבער אַז ער האָט דערפֿילט, אַז ניט, האָט ער מיטאַמאָל די אױגן אַ הײב געטאָן און מיכלען אינגאַנצן, װי גרױס ער איז, מיט אַזאַ בליק אָפּגעמאָסטן, גלײַך ער האָט איצט, קוקנדיק אױף אים, זיך איבערצײַגט אין דעם, װאָס ער האָט נאָך פֿריִער, בעת מיכל האָט געהאַלטן אינמיטן דערצײלן, זיך געטראַכט. און נעמלעך, אַז נישט נאָר אַ פּגם בײַ מיכלען, נישט נאָר לײַכט אָנגערירט, נאָר אַ בראָך, אַ בראָך אױף ניט צום פֿאַרהײלן, ניט צום פֿאַרהעפֿטן, און אַז אַזױנע ענדיקן שלעכט געװײנלעך, און אױך ער, מיבל, קאָן אַזױ, און אַז אױף אַזױנע איז זיך ניט צו בױען, אַזױנע ----------- ▯ 122 ד ע ר נ ס ת ר קאָנען קײן שװעריקײטן פֿון קײן בנין ניט אױסהאַלטן, װײל זײ זײַנען זיך אַלײן שװער. אַזױ האָט לוזי געטראַכט, אָבער זאָגן, נאַטירלעך, האָט ער דאָס ניט גע־ זאָגט, און געזאָגט, פֿאַרקערט, האָט ער דאָס, װאָס מע זאָגט יאָ, און װאָס מע דאַר▯ זאָגן אין אַזױנע פֿאַלן: אױף צו פֿאַרגרינגערן, יענעם דאָס האַרץ לײַכטער מאַכן, און דערױף האָט דאָך לוזי גענוג מיטלען, װיסן און גײַסטיקע דערפֿאַרונג געהאַט. אַזױ, אַז װער ס'װאָלט אַפֿילו פֿון װײַטן געשטאַנען און װאָלט אַלײן לוזיס װערטער ניט געהערט, נאָר װאָלט געקוקט אױף מיכלען בשעת יענער הערט זײ, װאָלט גלײַך געזען, אַז מיכלס פּנים באַפֿרײַט זיך װאָס אַמאָל מער פֿון דער שװערמוטיקײט, װאָס איז די גאַנצע צײַט פֿון זײן דער־ צײלן געלעגן אױף זײן פּנים, אַז טונקעלע בורשטין־אױגן לײטערן זיך, װי אַ נײ דערלײכטערונג־הױט קומט אױף אים, אַ פֿרישע און פֿאַרגעניגטע, — פֿון ▯וזיס פֿאַרשטײז און באַנעמען זײן געמיט, װאָס האָט אים איצט, װי אין אַ טיפֿעניש אַראָפּ, װוּהין ער האָט אַראָפּגעזונקען, אַ האַנט דערלאַנגט, און ▯ון אַרײַנגעבן אים אַזױנע עצות און מיטלען, װאָס זײַנען פּונקט פֿאַר אים, פֿאַר זײן שטאַנד אָנגעמאָסטן, פֿאַר זײַנע כּוחות זײ צו דערגרײכן, כּדי דורך זײ אַרױפֿצוקלעטערן, זיך אַרױפֿהײבן, און װידער צו דער געבענטשטער, זעלישער טאָג־שײן צו קומען. ▯▯ און דערמיט האָט לוזי פֿאַרענדיקט. ▯▯ און אין שול דעמאָלט איז, װי געזאָגט, או▯ער זײ בײדע, אױסער לוזין און מיכלען, קײנער ניט געװען. דער אײנציקער לאָמפּ, װאָס האָט אין מז▯־ זײט, פֿון סטעליע אַראָפּהענגענדיק, געברענט, האָט פֿריִער נאָר אײנעם אַ שטײענדיקן, אין שטאַרקער ▯מרה־שחורח, פֿאַר אַ צװײטן, זיצנדיקן, געזען, דערנאָך דעם שטײענדיקן אַ דערלײכטערטן שױן, און פֿאַרקערט, דער זיצנ־ דיקער מרה־שחורהדיק, װי ער װאָלט מיטן שטײענדיקן מיט די ראָלן זיך געביטן. דאָס איז לוזי, נאָך דעם, װי ער האָט מיכלען געטרײסט און דאָס, װאָס ער האָט אים צו זאָגן געהאַט, אָפּגעזאָגט, אױף זײן אָרט איצט, װי אַן עטװאָס אױסגעשעפּטער געזעסן, — אַן אײנגעמידטער ▯ ער האָט אױסגעזען, װי אײנער, װאָס איז נאָר־װאָס אַרױס פֿון אַ שװערער משׂא אָפּצוטראָגן, אָבער װאָס אַ צװײטע, אַ נאָך מער שװערערע, שטײט אים פֿאָר, װײל געפֿילט האָט ער, אַז נאָך מיכלס װידױ, דער נאָר־װאָס פֿאָרגעקומענער, װעט געװיס און אױף זיכער נאָך עפּעס קומען, װאָס װעגן דעם האָט ער איצט געטראַכט, און צו דעם קומענדיקן אינערלעכע באַציִונג און שטעלונג שױן גענומען. אָבער די צײַט איז שױן שפּעט געװען, און לוזי האָט באַדאַרפֿט אַהײם גײן. ער האָט זיך דערום באַלד אױפֿגעהױבן, זײן מאַנטל אױף זיו גענומען, און װי תּמיד ער איז געװױנט — פֿאַרן אַרױסגײן פּון שול און זי פֿאַרלאָזן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 123 צום אָרון־קודש צוגײן, דעם פּרוכת צו די אױגן נעמען און אים אַ קוש טאָן. אַז▯י האָט ער אױך איצט געטאָן, אָבער דאָס מאָל האָט ער זיך בײַם פֿרוכת לענגער פֿאַרזאַמט, אים מער פֿאַר די אױגן געהאַלטן, װי זיך באַראַטנדיק מיט אים און בײַ אים אַן עצה פֿרעגנדיק. דערנאָך איז ער, פֿון מיכלען באַגלײט, פֿון שול אַרױס. ס'איז געװען נאָך זײער אַ הײסן טאָג און דושנעם אױפֿדערנאַכט דעמאָלט. ערגעץ װײַט, אונטער אַ ניט־אָנגעזעענעם האָריזאָנט, האָט זיך געפֿילט, קלײַבט זיך, — מעגלעך אױף בײַנאַכט, מעגלעך ערשט אױף מאָרגן, — דער װאַרעם־ װעטער אין שטורעם איבערגײן. אָבער דערװײל שטיל און אין לופֿט נאָך נישט צו מערקן: פֿינצטער, אָבער די הױכע אלול־שטערן האָבן דעם הימל באַ־ לױכטן, און אין די גאַסן — װוּ ניט װוּ, און װײַט אָפּגעטראָטן אײנס פֿון אַנדערן — אײנציקע לאַמטערנעס. און זײ — לוזי און מיכל — האָבן זיך איצט געלאָזט פֿון צענטער שטאָט, װוּ די שול, װוּ זײ האָבן פֿאַרבראַכט, האָט זיך געפֿונען, צום עק שטאָט, װוּ לוזיס ברודער, משה מאַשבער, האָט געװױנט. דער װעג איז זײ איצט געלעגן דורך גאַסן, געסלעך שױן אָן קײנעם, אָן דורכגײער און צום שלאָף שױן װי אָפּגעשטאַרבענע. און דאָ איז מיכל, זײענדיק איצט אַלײן מיט לוזין אין גאַס, װי פֿריִער מיט אים אַלײן אין שול, אַרױס מיט דעם, צוליב װעלכן, אײגנטלעך, און מעגלעך דעריבער טאַקע, ער האָט דװקא פֿאַר לוזין און ניט פֿאַר קײן אַנדערן זײן װידױ האַלטן געװאָלט. װײל נאָך אָט דער װידױ האָט ער דעם מײן און אין זינען געהאַט אים דאָס באַלד װײַטער־קומענדיקע צו זאָגן, דאָס, װאָס אױך לוזי האָט זיך, נאָך אין שול זײענדיק, שױן געריכט און געגרײט דערױף. און מיכל האָט געזאָגט: — איצט זעט ער דאָך שױן, לוזי, װי ער, מיכל, האַלט: אַלײן אַ געשלאָ־ גענער, װאָס האָט נאָך מיט זיך אַלײן פֿיל צו טאָן, הײַנט, װי קאָן ער נאָך פֿאַר פֿרעמדע אַן אָנפֿירער זײן, די משׂא פֿון אַנדערע אױף זיך צו טראָגן, נאָך אַנדערע צו העלפֿן, אַנדערע צו הײלן, װען ער איז אַלײן ניט געהײלט? און די באַדערפֿעניש אין אָנפֿירונג איז גרױס, כאָטש די „אונדזעריקע” זײַנען װײניק אין צאָל, אָבער דאָך אַ צאָל, און ער, מיכל, פֿילט זיך ניט פֿאַר פּאַסיק, װײל ער אַלײן נײטיקט זיך נאָך ביז גאָר־גאָר אין אָנפֿירערשאַפֿט: — אין אַן ▯ עלטערן פֿון זיך, אין אַ מער דערפֿאַרענעם, ▯ער פֿעסטערן, בײַ װעמעס זײט ער זאָל קאָנען שטײן, אין יענעם זיך אָנשפּאַרן און אין שװערע צײַטן זײן עצה צו פֿרעגן. און, פֿאַרשטענדלעך, װאָלט ער אַלײן, און אַלע אונדזעריקע, װי ער, מיכל, װײסט, גליקלעך געװען אַזאַ, למשל, װי לוזי, בראש פֿון זיך צו שטײן האָבן; װײל נאָכאַמאָל, נישט געקוקט דערױף, װאָס די עדה איז אַ קלײנע, איז אָבער, װי לוזי װײסט, די שטאָט אַ גרױסע, און פֿיל אַנדערע ----------- 124 ד ע ר נ ס ת ר ▯ פֿון אַנדערע כיתות װאָלט מען געקאָנט, און יענע װאָלטן זיך אױך געלאָזט, אַרײַנציִען, און די עדה אונדזערע אױף פֿיל פֿאַרגרעסערן. אָבער דערױף דאַרף מען זײן מיט אַלע יענע באַװוּסטע מעלות, װאָס קײנער פֿון די אונדזעריקע, אױסער אים, לוזין, נאַטירלעך, פֿאַרמאָגט ניט: ער איז באַװוּסט, ער איז אױך, װי מע דאַרף צו אַזױנע זאַכן, מיט װאָס מע דאַרף באַװאָפֿנט, און צו אים װאָלט זיכער▯ דער גרױסער דרך־ארץ געװען, װאָס צו קײן אַנדערן, אױסער אים, קאָן ער ניט זײן און איז ניט מעגלעך. — האַ? איז אפֿשר װאָלט ער אַ טראַכט געטאָן, לוזי, און װאָלט באַ־ שלאָסן דאָ אין N בײַ די זײעריקע אױף אָנפֿירערשאַפֿט צו בלײַבן? — צו בלײַבן? — האָט לוזי, װי שױן פֿון פֿריִער װיסנדיק און נישט איבערראַשט פֿונעם פֿאָרשלאָג, אַ זאָג געטאָן און גלײַך אַנטשװיגן געװאָרן. — יאָ, — האָט מיכל געזאָגט און װײַטער פֿאָרגעזעצט, — װײל אַ מלחמח ▯ קומט דאָ אױס צו האַלטן אױף צװײ זײַטן: מיט אַלע איבעריקע כיתות פֿון שטאָט, װאָס זײַנען, װי צונױפֿגערעדט, אונדז צו רודפֿן און אונדז אײַנצושלינגען — פֿון אײן זײט; און פֿון דער אַנדערער — מיטן אַלגעמײנעם, מיט אונדזערן ▯ און אױך מיט זײער שׂונא, דער אַפּיקורסות, װאָס װאַקסט און שטאַרקט זיך און איז גרײט אונדז און אױך אונדזערע פֿאַרפֿאָלגער אױפֿצופֿרעסן. און דאָ האָט מיכל זיך נאָכאַמאָל צו די ענינים פֿון דער אײגענער סעקטע אומגעקערט און דערצײלט די שװעריקײטן, װאָס אים קומט אױס אױסצושטײן, די פֿאַרלױרנקײט, אין װעלכער ער געפֿינט זיך אָפֿט, װאָס ער װײסט ניט װאָס צו טאָן און װי זיך אַן עצה געבן. װי אָט, למשל, איז די לעצטע צײַט צו זײ געקומען אַ בחורל, גאָר גאָר אַ יונגער, פֿון אַ װײַט שטעטל ערגעץ, װעלכער האָט גלײַך, װי נאָר זיך באַװיזן, גענומען װײנען, װײנט עד־היום, און מע קאָן אים ניט באַרויִקן. װאָס איז די מעשׂה? ער האָט זיך פֿון קינדװײַז אָן דערצױגן אין אײן שטוב מי▯ אַ שטיפֿשװעסטערל, און אַז בײדע זײַנען עלטער געװאָרן, ▯האָט זיך, װײַזט אױס, מיט זײ עפּעס געטראָפֿן... װאָס —— זאָגט ער ניט, נאָר איבער דעם האָט ער די שטוב פֿאַרלאָזט, זײן שטאָט, ער איז אַ צײַט צופֿוס געגאַנגען, ביז ער איז געקומען אַהער, און, קומענדיק, האָט ער צו אונדז געטראָפֿן, און די גאַנצע צײַט האַלט ער אין אײן װײנען — בײַטאָג, בײַנאַכט, און װע מע טוט נאָר אַ קוק אױף אים, איז ער אין טרערן. און אַז מע טרײסט אים און מע זאָגט אים: „הער אױף, תּשובֿה און הרטה העלפֿט”... װײנט ער נאָך שטאַרקער, זאָגט: ניט דאָס, ניט דערפֿאַר, נאָר ער האָט מורא פֿאַר אַ נײַער עבֿירה, װײל דער קאָפּ איז אים אין עבֿירה... צי אָט, למשל, אַן אַנדער זאַך, אײנע פֿון פֿיל, װאָס מאַכט זיך: אַבֿרהמל דעם שנײַדערס װײַב קומט און קלאָגט זיך: אַבֿרהמל איז איר שױן לאַנג קײן מאַן ניט, קומט ניט צו איר, באַפֿױלט זי ניט, װי דער שטײגער און װי דער ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אָ ש ב ע ר 125 ▯רך העולם... נאָר מילא, אַבֿרהמלס װײַב, װי אַבֿרהמלס װײַב: זי קומט שטיל, װײנט שטיל און גײט אַװעק אַ שטילע. אָבער אָט איז מיטן זעלביקן שלום דעם טרעגערס װײַב געקומען, אַ ייִרענע שױן גאָר אַן אַנדערע, מיט קולות און טענות: „װאָס האָט איר מיר, שרײַט זי, מײן שלומען פֿאַרביטן, װאָס פֿאַר אַ כּישוף אַפּגעטאָן, װאָס פֿון אים געמאַכט? קײן פּרנסה ניט, קײן װײַב אךיך ניט, איז װאָס װיל ער — אַ ציג אין בעט אַרײַן?” און זי ליאַרעמט, מאַבט גװאַלדן, מע זאָל איר איר פֿריִערדיקן שלום אָפּגעבן, מיר זײַנען שולדיק, אַניט װעט זי בערד אױסרײַסן און אין אַלע גאַסן שרײַען. אַרן דאָ, דאָס דערצײלנדיק, האָט שױן מיכל געשמײכלט און אױך לוזי מיכן ▯ים. זײ זײַנען שױן דעמאָלט נאָכן פּאַמעלעכן שפּאַצירגאַנג דורך די שטאָט־גאַסן אױף דער שטילער הילצערנער בריק אַרױפֿגעקומען, אױף דער, װאָס פֿאַר־ אײניקט בײדע שטאָט-טײלן, דעם אײבערשטן מיט דעם אונטערשטן, און װאָס פֿירט אױף דער גאַס, װוּ לוזי האָט צו זײן ברודערס הױז באַראַרפֿט. אױפֿן בריק איז דעמאָלט, איבער דער שפּעטער שעה, שױן קײנעס און גאָרניט צו באַגעגענען גע▯וען — קײן דורכפֿאָרער, דורכגײער; נאָר צװײ לאמטע▯▯נ▯ס ▯▯ אײנער בײַם אָנהײב בריק, דער צװײטער בײַס עק — האָבן אַ שװאַבלעכע שײן אױפֿן מיט בריק אַרױפֿדערלאַנגט, און אױך אריף בײדע ברעגעס האָבן זײ זײער געבראָבענע אָפּשפּיגלונג אין װאַסער געפֿונען. דער טײַך איז נאָכן הײסן טאָג געלעגן אַ לינדער, אַ באַרוטער. קײן װינט האָט זײן אױבערפֿלאַך ניט גערונצלט און דעס טשערעט בײַ די ברעגעס אין ערגעץ ניט שאָרכן געמאַכט. די שטערן פֿון הימל האָבן זיך נאָך אין װאַסער גאַנץ און גלאַט אָנגעזען, און װער ס'איז דעמאָלט אױפֿן בריק געגאַנגען, איז אױך אים פֿון דער שטערן־שײן און װאַסער-מנוחה אַ געװיסער חלק אַראָפּ־ געפֿאַלן. מיר מײנען אונדזערע צװײ דורכגײער דעמאָלט, װאָס אײנער פֿון זײ, מיכל, האָט זיך איצט, נאָך דער װידױ ,געפֿילט, װי פֿון אַ גרױסער היץ אױף דער פֿרישער לופֿט געקומען, אַ באַפֿרײַטער און דערפֿרישטער, און דער אַרום — דער בריק, דער טײַך, דער אָװנט־װאַסער און די געשטילטע ברעגעס — האָבן אין אים דעם גלױבן אין זײן באַנײאונג און דערפֿרישונג נאָך מער געשטאַרקט; און אױך לוזי אױפֿגעלײגט און דערפֿרישט דערפֿאַר, װאָס ער האָט אַן אַנדערן, אַ צװײטן געשטאַרקט, כאָטש ער אַלײן איז איצט מיט נאָך ▯▯י ▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯▯▯▯▯ מ▯▯ן ▯▯נ▯ע▯▯▯ װ▯▯ ק י ▯ יענער װעט אים, איצט אָדער שפּעטער, אױף זײן ענדגילטיקן באַשלוס פֿרעגן. און אָט אַזױ זײַנען זײ שױן דעם בריק דורכגעגאַנגען און אין יענער גאַס, װאָס באַלד נאָכן בריק, פֿאַרקערעװעט, װוּ לוזיס ברודערס הױז האָט ----------- 126 ד ע ר נ ס ת ר זיך געפֿונען. או▯ דאָ האָבן שױן בײדע מיטאַמאָל עפּעס אין די פּאָלעס פֿון זײערע קלײדער אַ קילקײט דערפֿילט: ערגעץ װײַט אין אַ הימל־עק, װאָס אין דרום־מערבֿ־זײט פֿאַרשטעקט, האָט זיך דער האָריזאָנט געבראָכן, געװינטלט און געבליצט, און כמאַרעס האָבן זיך דאָרט — נישט צו װיסן אױף געװיס צי אױף יאָ־שטורעם, צי אױף נישט — אױף בײַנאַכט געקליבן. אונדזערע דורכגײער האָבן זיך דערום שױן אונטערגעגאַרטלט, און װען זײ זײַנען צו משה מאַשבערס הױף געקומען, האָבן זײ זיך, פֿאַרן געזעגענען, נאָר אױף אַ װײַלע נאָך פֿאַר דער פֿאָרטקע פֿאַרהאַלטן, כּדי זײער שמועס צו פֿאַרענדיקן, און צום סוף שמועס האָט מיכל טאַקע װידער לוזין אין פֿריִערדיקן דערמאָנט, און אײַלנדיק מיט אַ לעצטער פֿראַגע זיך צו אים געװענדט: — האַ? איז װי מײנט ער, לוזי, מכּוח דעם, װאָס ער, מיכל, האָט אים פֿאָרגעלײגט? — מירן זען, מירן באַטראַכטן, — האָט אים דערױף לוזי געענטפֿערט. און דאָ האָבן זײ זיך שױן געזעגנט, זיך „אַ גוטע־נאַכט” געזאָגט. מיכל איז מיט אַ פֿאַרהױבענער פּאָלע פֿון ▯װינט, אַן אײַלנדיקער, אױף אַ לאַנגן װעג, אױף צוריקװעגס צו זיך אַהײם אַװעק, און לוזי האָט גלײַך די פֿאָרטקע געעפֿנט און באַלד אין הױף צו זײן ברודער שױן אַרײַן. ▯ ▯ ▯ ▯ ▯ אַז לוזי איז אַרײַנגעקומען אין שטוב, איז שױן אין עס־צימער פֿון זײן ברודערס בני־בית קײנער דעמאָלט ניט געװען: שױן שפּעט, און דאָס מאָל האָט זיך אַפֿילו גיטעלע, משהס װײַב, אױפֿן מאַנס ברודער, אױף לוזין, נישט דערװאַרט, און װאַרטן געבליבן איז אַלײן נאָר משה. אין צימער איז, װי אַלעמאָל אין דער צײַט, נאָך אַ שפּעטלעכן װאָכעדיקן אױפֿדערנאַכט, געבליבן אַ געװיסער סאָרט לופֿט — פֿון אַ גאַנצער רײ פֿאַר־ שײדענע מענטשן אױפֿנעמען, װי אָנגעשטעלטע, װאָס האָבן אין משהס געשעפֿט געדינט, װעלכע פֿלעגן קומען פֿאַרן טאָג אָפּגעבן רעכענונג און נעמען פֿאַר־ אָרדנונגען אױף װײַטער, אױף מאָרגן. ס'פֿלעגן קומען נאמנים־קאַסירער — סאָליד און זױבער געקלײדעטע, מיט אײדעלע הענט, מיט פֿײַנעם לשון און מאַנירן, און אױך פּראָסטע אָנגע־ שטעלטע, װאָס האָבן אין די געשעפֿטן געטאָן די גראָבע אַרבעט, װעלכע האָבן אין אָװנט עטװאָס נאָר דעם בײַטאָגיקן ברודיקן הילוך געביטן, אָבער מיט שלעכט־געװאַשענע הענט, און װאָס דערום האָבן זײ זיך געפֿילט געענגט און זיך געהאַלטן ניט איבעריק פֿרי▯. דאַן אױך אַנדערע: סוחרים און▯ משהס זײן־גלײַכן, װאָס פֿלעגן קומען װעגן אַלטע, שױן פֿאַראַנענע געשעפֿטן; אױך מעקלער, װאָס קומען אױפֿגעבן נײַע, און פּראָמיל▯ניקעס — װעגן געלט געבן און נעמען א. אַז. װ. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 127 משה מאַשבער האָט תּמיד אין יענער שעה אױסגעזען אַ ביסל מיד־בלאַס. און אַ לײַכטע װעטשערע האָט אױף אים געװאַרט נאָך אָט די אַלע שמועסן מיט מענטשן און נאָך די פֿאַרשײדענע אױפֿנאַמען — אױפֿן אָפּגעראַמטן טיש, אױפֿסנײַ פֿאַרשפּ▯רײטן, און אױך צו איר, צו דער לײַכטער, פֿלעגט ער זיך ניט מיט איבעריקן חשק נעמען און, װי געזאָגט, אַ מידלעכער זיך זעצן. אַזױ אױך דאָס מאָל. אַז לוזי איז אין עס־צימער אַרײַן, האָט ער געטראָפ▯ משהן אַן אײנגעמידטן און שױן צום שלאָפֿן גענײגטן, אױף אים נאָר מיט דער װעטשערע װאַרטנדיק. ער האָט זיך דערום ניט איבעריק געזאַמט, לוזי: זיך געװאַשן, און אױך ער האָט זיך צום טיש געזעצט. און בײַם טיש האָט זיך צװישן אים און זײן ברודער, װי בכלל אין דער לעצטער צײַט, אַ האַלב־קאַלטער, זײַטיק־אָפּגעפֿרעמדטער שמועס פֿאַרבונדן, װי נאָר פֿון יוצא װעגן, װי נאָר כּדי דאָס אומאָנגענעמע שװײַגן און דער עיקר, כּדי תּוך־ענינים אױסצומײַדן. משה האָט בײַ לוזין װעגן זײן טועכץ און זײַנע דרכים ניט געפֿרעגט, װײל ער האָט, אױך נישט פֿרעגנדיק, געװוּסט; און אױך לוזי, פֿון זײן זײט — װען זײן ברודער װאָלט אַפֿילו יאָ געפֿרעגט, װאָלט ער פֿון ענטפֿער זיך אױס־ געדרײט, כּדי אין לאַנגע װיכּוחים ניט אַרײַן, פֿון װעלכע, װי ער האָט גע־ װוּסט און איז זיכער געװען, אַז דער ברודער װאָלט פֿון זײ װידער אַ באַזיגטער און אַ פֿאַרשעמטער אַרױס. און דאָס האָט לוזי ניט געװאָלט. דאָס אײנציקע, װאָס משה האָט איצט אין זײן זײַטיק־אָפּגעפֿרעמדטן טאָן יאָ פֿאַר מעגלעך געהאַלטן צו פֿרעגן, איז געװען דאָס, װאָס, „װוּ רעכנט ער, לוזי, אַזױ װי די ימים־נוראים דערנעענטערן זיך, אין די ימים־נוראים צו פֿאַרבלײַבן — דאָ, אין N, צי ער פֿאָרט, װי אַלע זײַניקע, אױף יענע טעג אַהין, קײן אומאַן, אױפֿן „ציון”.*) דערױף האָט לוזי אים געענטפֿערט: — דאָרט, אױפֿן „ציון”. — נו, און דערנאָך? — האָט משח װידער געפֿרעגט. — אַהער צוריק, — האָט לוזי געענטפֿערט. — צוריק? — יאָ, אױף דאָ צו זײן און אױף שטענדיק שױן צו פֿאַרבלײַבן. דערבײַ האָט משה געװאָלט די אױגן אױפֿהײבן, אַ שטאַרק פֿאַרװוּנדער־ טער, אױף לוזין אַ ▯קוק צו טאָן, אים באַטראַכטן, און אפֿשר אױך נאָך אַ פּאָר װערטער אים צו פֿרעגן, כּדי זײן לעצטן ענטפֿער בעסער צו פֿאַרשטײן... נאָר אין דער מינוט האָט זיך פּלוצעם פֿון דער שװעל פֿון עס־צימער עפּעס אַ קול ▯▯ *) אױפֿן רבינס קבֿר. ----------- 126 ד ע ר נ ס ת ר דערהערט, װאָס האָט זיך אין שפּעט־בײַנאַכטיקן שטיל־ברודערישן שמועס אַרײַנגעמישט, און אומגעריכט אַ זאַג געטאָן: —־ אױף שטענדיק בלײַבן? אױ, גוט טאַקע, װאָס אױף שטענדיק... און דאָ האָבן בײדע ברידער מיטאַמאָל דערשראָקענע די אױגן צו דער טיר אױפֿגעהױבן און דערזען: פּונקט אױף דער שװעל, אין חלל פֿון דער טיר, איז געשטאַנען אַ נידעריק־ לעכער פּאַרשױן, אַ שלעכט־אָנגעטאָנענער. אַ יונגער נאָך, בײַ די דרײַסיק, אָבער פֿון דער שטאַרק־בלאָנדער באָרד, דער נישט־געקעמטער, און פֿונעם אָפּגעלאָזענעם און אָרעמען הילוך, און דער עיקר פֿון די צװײ קלײנע שטאַרק־ שאַרפֿע שװאַרצאַפּלען, װאָס האָבן זיך באַזונדערס, נישט װי בײַ אַנדערע מענטשן, שטאַרק אױסגעטײלט פֿון די װײַסלעכער, איז זײן עלטער נישט צו דערקענען: מעגלעך, גאָר יונג און נאָר דער הילוך פֿאַרענדערט אים, מעגלעך, אױך עלטער, נאָר די אױגן קוקן אים יונג. דאָס איז געװען אַלטער, דער דריטער ברודער מאַשבער, װאָס שױן באַלד נאָכן ערשטן בליק איז צו זען געװען: נישט קײן ברודער, נאָר אַן אומגליק: אַן אומנאָרמאַל▯ר, װאָס כאָטש דאָס מױל איז בײַ אים זיסלעך, און שמײכלט טאַמעװאַטע, אָבער דער קאָפּ, די אױגן און דער שטערן, װי דורך שטאַרקע שטורעמס דורכגעגאַנגען: דער שטערן האַרט, האַרב און װי ניט אײנמאָל אין אַ װאַנט זיך געקלאַפּט, און נאָר דערװײל זיך ניט צעקלאַפּט; און די אױגן — כאָטש אױפֿן ערשטן בליק גוט־ מוטיקע, אָבער אױך אַזױנע, װאָס קאָנען אַזױנס באַװײַזן, אַז ניט נאָר קלײנע קינדער, נאָר אױך גרױסע זאָל אַ ציטער אָנכאַפּן און זײ זאָלן פֿון זײ אַנטלױפֿן אױף מײַלן. ▯ ▯▯ ▯ און דאָ מוזן מיר זיך איבעררײַסן און אונדזער דערצײלונג פֿאַרהאַלטן, כּדי זאָגן אַ פּאָר װערטער װעגן אַלטערן און װעגן זײן לעבנס־ביאָגראַפֿיע. ▯ כאָטש, מעגלעך, נישט דאָ איז דאָס אָרט, אךן מעגלעך, אַז בכלל איז קײן אָרט פֿאַר אים, פֿאַר אַזאַ, װאָס אַקטיװ אין דער▯▯ דערצײלונג װירקט ער ניט און קאָן ניט װירקן, און מיר װאָלטן אים אינגאַנצן געקאָנט פֿאַרבײַגײן אָדער װוּ־ניט־װוּ נאָר דערמאָנען. מיר האָבן דאָך ניט אַזױ געטאָן און נאָך לאַנגן ישוב־הדעת אים אַרײַנגעפֿירט און װילן זיך אױף אים דאָ עטװאָס לענגער פֿאַרהאַלטן, מחמת, אױב אַפֿילו קײן אַקטיװע װירקונג ניט, אָבער דאָך אַ ▯ װירקונג האָט ער געהאַט, אַלײן שױן מיט זײן זײן און געפֿינען זיך אין יענעם הױז, װעגן װעלכן ס'גײט בײַ אונדז די רײד דאָ; אַלײן שױן דערפֿאַר, װאָס ער איז אַן אײגענער פֿון יענעם הױז, און װאָס בלוט איז ניט קײן װאַסער, און מיר רעכענען, אַז דער פֿאָרשער װעט אין אַ צװײטן אָדער אַ דריטן דור ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ו. 129 בײַ אײנציקע פֿון די שפּעטערדיקע משפּחה־מיטגלידער, מעגלעך, דאָך װען־ ניט־װען אַ קלײן זױמען־קערנדל אױך פֿון יענער קרענקלעכער ירושה גע־ פֿינען, װאָס אין דעם דור, װעגן װעלכן מיר רעדן דאָ, איז זי, צום גרױסן אומגליק, אינגאַנצן אױפֿן הלק פֿון אײנעס נאָר, אינגאַנצן אױף אַלטערס הלק אױסגעפֿאַלן. איז, אַלזאָ, װעגן אַלטערן. ▯ ▼ ער איז געבױרן דער מיזיניק, דער ייִנגסטער און לעצטער בײַ די עלטערן פֿון משהן און לוזין. װען נאָך גאָר אַ פּיצעלע — נאָרמאַל און נאַטירלעך געװאַקסן, ביזן חדר אַרײַן, ד. ה. ביזן לערנען, — װי אַלע קינדער. נאָר אין חדר שױן האָט מען שױן גלײַך באַמערקט: ער קוקט ניט אױף װאָס מע װײַזט אים, האַלט די אױגן אַרױס פֿון סידור, אין װעלכן מע לערנט אים, און אַז מע זאָגט אים: „זאָג אַן אלף”, זאָגט ער נאָך: „זאָג אַן אלף”, — „זאָג אַ בית”, — דאָס זעלביקע: — „זאָג אַ בית”. מע האָט די ▯ערשטע צײַט געמײנט: ס'מאַכט זיך, צעשטרײט, אַ קינד אַזאַ, אָבער סוף־כּל־סוף, װעט ער זיך בעסערן, אױפֿמערקזאַם װערן. דערמיט האָט מען זיך מיט שװעריקײטן געטרײסט אַ יאָר, סײַ די רבײם, סײַ די עלטערן, און אױך מער פֿון אַ יאָר. דערנאָך האָט מען דערזען: נײן, און מע האָט דאָס קינד גענומען דאָקטערן, הײלן מיט פֿאַרשײדענע מיטלען פֿון יענער צײַט — סגולות, שפּרוכן וכּדומה. ס'האָט ניט געהאָלפֿן. עלטערן פֿאַרצװײפֿלט. אָבער ס'ניט צו מאַכן: דאָס קינד װאַקסט תּם און גײַסטיקער קריפּל. שױן געהאַט זיך מײאש געװען. נאָר פּלוצעם, שפּעט שױן, צו זיבן יאָר אַן ערך, האָבן זיך אין אײנעם אַ שײנעם טאָג בײַם קינד די אױגן װי אױסגעלײטערט, באַזיניקט געװאָרן. און דאָס קינד האָט עפּעס שאַרפֿער, װי אַלע קינדער, צו אַלעם דעם, װאָס קומט פֿאָר אַרום דעם, זיך גענומען צוקוקן און צוהערן, און מיט אַזאַ דורשטיקײט, גלײַך װי ס'װאָלט געװאָלט אָניאָגן די פֿריִערדיקע דורכגעלאָזטע יאָרן. מ'האָט דאָס גלײַך דערזען, און באַלד געאײַלט דאָס דורכגעלאָזטע צו פֿאַר־ ריכטן: מלמדים פֿון די בעסטע געדונגען, און דאָס קינד האָט ניט געלערנט, נאָר געשלונגען: װאָס אַנדערע פֿאַר אַ חודש, — ער פֿאַר אַ טאָג, װאָס אַנדערע פֿאַר אַ יאָר, — ער פֿאַר אַ חודש; דער קאָפּ — שאַרף, פֿײיִקײטן — גװאַל־ דיקע, אַזױ אַז רבײם מיט עלטערן האָבן זיך װעגן דעם, דעם קינד קײן עין־ הרע ניט צו געבן, שטילערהײט געסודעט, און כאָטש עלטערן האָבן פֿאַר אָט דער שאַרפֿקײט און אױפֿנעם־פֿײיִקײט, נישט װיסנדיק פֿאַרװאָס, איצט נאָך ▯ מער, װי פֿריִער פֿאַר דער אומפֿײיִקײט און אָפּגעשטאַנענקײט, געציטערט, ----------- ▯ 130 ד ע ר נ ס ת ר ד▯אָך האָבן זײ מיט זײן װוּנדערלעכן װוּקס זיך ▯עפֿרײט און אַ גרױסע צוקונפֿט אים פֿאָרױסגעזען. אַזױ זײַנען אַװעק יאָרן. דער ייִנגערער ברודער האָט שױן װײַט איבער־ געיאָגט די עלטערע ברידער אין לערנען, פֿלײַס און אין יענצײטיקן װיסן און פֿאַרפֿולקומונג. און נישט נאָר די כרידער, נאָר אױך אַלע אַנדערע זײן גלײַכן, װאָס דאָס איז גלײַך אױף גאַנצער שטאָט און אַרום דער שטאָט באַװוּסט געװאָרן. נאָר פּלוצעם, צו זיבעצן יאָר שױן, האָט מיט אים װידער עפּעס געטראָפֿן: װידער אױסגעלאָשן, און װי אין מוח בײַ אים װאָלט עפּעס אײנער אַ פֿאָדעם איבערגעברענט... דעמאָלט איז דער ,צער פֿון דער מוטער (דער פֿאָטער איז שױן דעמאָלט ניט געװען), פֿון די קרובֿים און אײגענע גװאַלדיק געװען. מע האָט זיך דערום מיט אײגענע, הײמישע דאָקטױרים שױן ניט באַנוגנט, מ'האָט זיך מיט אים ערגעץ אין אַ װײַטער רוסישער הױפּט־שטאָט אַװעקגעלאָזט, צו אַ גרעסטן און באַװוּסטן אין יענער צײַט דאָקטער, אָדער פּראָפֿעסאָר, און יענער, ▯ האָט מען דערנאָך װעגן דעם אין דער משפּחה דערצײלט, — האָט זיך פֿריִער לאַנג װעגן אַלטערס יוגנט דערפֿרעגט, װעגן זײַנע קינדערשע שלאַפֿקײטן און חולאתן, און אַ װײַלע האָט ער זיך מיט אײנער אַ דערצײלונג פֿון דער מוטער פֿאַראינטערעסירט, װאָס זי האָט דעי▯צײלט, אַז אײנמאָל, װען ער איז נאָך גאָר אַ פּיצעלע געװען▯ איז ער אײַנגעפֿאַלן, אַ גרױסע היץ האָט אים אין קאָפּ אַ שלאָג געטאָן, האָבן הײמישע דאָקטױרים געהײסן שטעלן פּיאַװקעלעך אונ־ טערן אױער, האָט מען געשטעלט, און מע האָט זיך, דאַכט זיך, פֿאַרלאָזט אױף אַ דינסט, יואָס האָט בײַ אים געװאַכט, און יענע האָט זײ ניט צו דער צײַט ▯אַראָפּגענומען... דערנאָך האָט דער פּראָפֿעסאָר אױף די עלטערן זיך גענומען ▯ דערפֿרעגן, װער דעד פֿאָטער געװען, פֿון װאָס געשטאָרבן, און פֿונעם גע־ פּלאָנטערטן, נישט קלאָרן דערצײלן אױף אַ פֿרעמדער, אומבאַקאַנטער שפּראַך ד▯ר מוטערס, האָט דער פּראָפֿעסאָר דאָך פֿאַרשטאַנען, מיטן קאָפּ גענומען שאָקלען, באַדױערן: — אַך, אַזױ, אַזױ, ראַװין, אַסקעט... און די מוטער איז פֿון אים, װי פֿון דער לעצטער רעטונג־סטאַנציע, נישט קײן געטרײסטע אַװעק, נישט נאָר אױף איצט, נאָר מיט קײן צוזאָג אַפֿילו אין דער צוקונפֿט אױף מעגלעכער בעסערונג. און דעמאָלט איז די קרענק אין איר גאַנצער קראַפֿט אַרײַנגעטראָטן: מיט גרױסע קאָפּװײטיקן, װאָס פֿלעגן בײַ אים אָפֿט די ראַיה פֿון די אױגן צונעמען. מע האָט געזען, ער מאַטערט זיך און אוממענטשלעכן כּוח װײַזט ער אַרױס, כּדי זײ, די װײטיקן, אָן קולות און אָן קאָפּ־אָן־װאַנט זיך צו שלאָגן איבערצוטראָגן. דערנאָך האָט ער אױך גענומען שרײַען... אָבער שױן אַזױ, װאָס קײן ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אָ ש ב ע ר 131 נאָענטער און קײן פֿרעמדער האָט דעמאָלט לעבן אים ניט געקאָנט שטײן: מיט קולות פֿון אַ לעמפּערט, װאָס ס'דאַכט זיך, אַז אָט באַלד-באַלד װעט ער די קישקעס פֿון אינעװײניק דורכן האַלדז אַרױסברענגען פֿון געשרײ, און מענטשן האָבן זיך כּסדר געחידושט, נישט גלײבן געקאָנט, קענענדיק אים, אַז אַזױנער קאָן אַזױנס אומגעהױערלעכס גאָר פֿון זיך אַרױסגעבן.▯. אַזױ ביז ס'פֿלעגט אים איבערגײן. דערנאָך פֿלעגט ער מוראדיק מאַט און בלאַס בלײַבן אױף עטלעכע טעג, װי נאָך אַ שװערן אינערלעכן שטורעס אַן איבערגעלעבטן. צו יענער צײַט האָט זיך שױן אױך זײן װײַטערדיקער און אױף זײן שפּע־ טערדיק לעבן פֿאַרבליבענער, אומגליקלעכער, קראַנקער שטײגער אײנגע־ שטעלט: פֿון צײַט צו צײַט די אױבן-דערמאָנטע קאָפּ־װײטיקן און געשרײען, דערנאָך מאַטקײט, דערנאָך געשטילט און אינגאַנצן באַרויִקט, אָבער מיט אַ װאָס אַמאָל, אַלץ װײַטער פֿאַרטונקלטן באַװוּסטזײַן אַפֿילו שױן אינעם רויִקן פּעריאָד. ער פֿלעגט דעמאָלט, אין רו-צײַט, שטאַרק נאָך מוזיק זיך ציִען. אָפֿט פֿלעגט ער פֿאַרפֿאַלן װערן, מערסטנטײל בײַנאַכט, װען אין אַ װײַטסטער גאַס אַפֿילו האָט מען אין אַ שטוב, אָדער אין דרױסן ערגעץ חתונה געשפּילט, פֿלעגט זײן אױער אַזױ אָנגעשפּיצט זײן, אַז װען קײנער האָט די מוזיק ניט דער־ הערט, ער — יאָ, און מ▯פֿלעגט שױן װיסן איס תּמיד, װען ער איז ניט געבליבן, אױף װײַט-שטאָטישע שמחות אים זוכן. און װען ניט קײן שמחות — פֿלעגט ער אין דער הײם אין זײן צימער בלײַבן, אָן באַשעפֿטיקונג זיך אַרומדרײען, דערבײַ אַמאָל די אײגענע קלײדער ביז אַ פֿאָדעם צערײַסן, און אַן אַנדערשמאָל פֿאַרשײדענע זיך װאַלגערנדיקע שמאַטקעלעך זײער זאָרגזאַם אין גאַנצע בערג צונױפֿקלײַבן; אַמאָל ־— גוטע נוציקע חפֿצים פֿון שטוב פֿאַרטראָגן און אינעם אומרײנעם אָרט זײ פֿאַר־ װאַרפֿן, און אַן אַנדערשמאָל, מיט װילדער קרענקלעכער עקשנות מינדסטע שטױביקלעך▯ װאָס האָבן אים געדאַכט שטיקלעך נישט־פֿאַרקערט מיסט צו ןײן, אױפֿצוהײבן. פֿון גרױס אַנגסט איז די מוטער — נאָך נישט קײן אַלטע, נאָר אױף איר זונס אומגליק קוקנדיק, — פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן און געשטאָרבן. די ברידער האָבן אים דערנאָך צו אַ פֿרעמדן אױף קעסט־אױסהאַלט און אױף אַרומגײן אַרוס אים געזאָלט אָפּגעבן און פֿון שטוב דערװײַטערן. מע האָט עפּעס אַן אָרעמע אַלמנה געפֿונען, איר געצאָלט, אים אָפּגעפֿירט. אָבער שױן בײַם ערשטן באַזוך, װאָס מע איז אין אַ פּאָר װאָכן אַרום, נאָכן אָפּגעבן אים, אַהין געקומען, אױף אים אַ קוק געטאָן, אים געװױר װערן — און געקומען צו אים איז אַלײן דער ברודער משה — איז ער, אַלטער, צו זײן ברוסט מיטן קאָפּ צו־ געפֿאַלן, זיך געבעטן, מ'זאָל אים אָפּנעמען. די אױגן האָבן זיך אים אױף אַ ----------- 132 ד ע ר נ ס ת ר רגע אױסגעלײטערט, ער האָט צוגעזאָגט זיך שױן גוט האַלטן, זיך געטוליעט צום ברודער, װי אַ באַשטראָפֿטער, און בײַם ברודער האָבן זיך, אױף אים קוקנדיק, טרערן אין די אױגן באַװיזן, און ער האָט אים גענומען און צוריק אַחײם געבראַכט. פֿון דעמאָלט אָן איז ער בײַם ברודער געבליבן. פֿריִער, אײדער משה איז שטאַרק רײַך געװאָרן, האָט ער צוזאַמען מיט זײן פֿאַמיליע אַ ביסל ענגער געװױנט. איצט, װען משה איז רײַך או▯ ער האָט זיך דאָס גע▯ױסע פּריצישע הױז דערװאָרבן, האָט מען אים אױסגעטײלט אַ קלײן אײבערשטיבעלע, װאָס אַ טיר פֿון דער קיך פֿירט אַהין אַרױף, דורך טרעפּ, און װאָס פֿריִער, בשעת דאָס הױז האָט געקערט צום פּריץ, איז דאָס צימערל פֿאַר דער דינערשאַפֿט כאַשטימט געװען, — איצט איז דאָס אַלטערס. אַ קלײן פֿענצטערל אײנס קוקט פֿון צימערל אין סאָד אַרױס, אין יענעם סאָד, װאָס אין הינטערגרונט פֿון הױף געפֿינט זיך, און בײַ װעלכן אַלטער שטײט אַמאָל אָפּ פֿאַרטראַכט גאַנצע שעהן. אַהין װערט אים אַלץ צו זײן באַדאַרף, פֿון עסן און הלבשה, אַרױפֿדערלאַנגט, און ער פֿאַרברענגט דאָרט זײן צײַט, בײַטאָג און בײַנאַכט, כּסדר. זעלטן־זעלטן, װען ער גײט אין שטוב צו די שטוב־מענטשן אַראָפּ, זעלטן־זעלטן אױך װען װער פֿון די שטוב־מענטשן באַזוכן אים אױבן. און אַזױ איז ער, װי פֿריִער, געבליבן: פֿון צײַט צו צײַט װידער זײַנע געשרײען... װער ס'האָט אָבער נאָר באַמערקן געקאָנט, האָט באַמערקט, אַז די קאָפּ־װײטיקן קומען אים תּמיד פֿון אַ שינױ און װעטער־ענדערונג: זומער — ערבֿ אַ שטורעם, און אױך װינטעד — פֿאַר װעטער־ענדערונגען. גרױסע זײַנען שױן צו זײַנע געשרײען געװױנט. קינדער, אינמיטן דער שפּיל, װערן װי געפּלעפֿט, און הײבן דערשראָקענע די קעפּלעך אַרױף צו דער סטעליע, װאָס צו דער קיך־זײט געװענדט, פֿונװאַנען די געװיסע קולות הערן זיך. דאָס רובֿ קינדער אָבער װערן אױך, װי די גרױסע, צוגעװױנט, און נעמען זיך, נאָכן ערשטן דערשרעק, װידער צו דער שפּיל. אײנער נאָר, דער שױן אױבן־דערמאָנטער מאירל, איז יענעם טאָג, װען אַלטער שרײַט אױבן, ער אונטן — אַ קראַנקער, אַ בלאַסער. ער איז קרענקלעכער באַװירקט פֿון אַלע קינדער. ס'ציט אים אױך אָפֿט אַרױ▯ דעמאָלט אױף ▯אַלטערן צו קוקן, און אױך אַפֿילו נישט דעמאָלט, זעט מען אים אָפֿט אַרױף צו פֿאַרבלאָנדזשען, צו פֿאַר־ ברענגען מיט אַלטערן, אױף װיפֿל מיט אַזױנע לאָזט זיך נאָר פֿאַרברעגנען. דערום איז מאירל פֿון אַלע קינדער בײַ אַלטערן אױסגעטײלט. און װען פֿון די איבעריקע קינדער קאָן ער און געדענקט אַפֿילו זײערע נעמען שװאַך, איז זײן, מאירלס, נאָמען, אַזױ װי די נעמען פֿון זײַנע אײגענע ברידער, אים גוט באַקענט און אין מוח אײַנגעקריצט. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 133 — מאירל, מאירל, — דערפֿרײט ער זיך, װען ער באַגעגנט אים װוּ, אָדער באַזונדערס, װען מאירל באַװײַזט זיך אױף דער שװעל צו אים צוגאַסט. און מאירל האָט, פֿאַרבײגײענדיק געזאָגט, פֿאַרגעדענקט, אַז צו יענער צײַט פֿלעגט ער אַמאָל אַלטערן, בײַ אים אין זײן אײבערשטיבל, בײַ זײן טישל, בײַ אַ טינט־און־פּען און איבער פּאָפּיר טרעפֿן, אָפֿט אַ שטאַרק־פֿאַרטראָגענעם, אָבער אױך מיט אַ ביסל זינען פֿון זײַנע אױגן אַרױסקוקן. ער פֿלעגט דעמאָלט לאַנג מיט שרײַבן פֿאַרנומען זײן. און אַז מע האָט זיך צופֿעליק אַמאָל פֿאַראינטערעסירט, און אַז זײַנע פּאַפּירלעך זײַנען צו אײנעם פֿון די בני־ב▯ת אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן, האָט מען געזען: ער שרײַבט עפּעס בריװ. תּמיד צו גרױסע לײט: צו באַװוּסטע ביבל־נעמען, אָדער צו נעמען, װאָס באַגעגענען זיך אין קבלה־ספֿרים, װאָס, װי ס'װײַזט אױס, האָט ער זײ פֿאַרגעדענקט, און אַצינד שװימען זײ אױף אין זײַנע פֿאַר־ טונקלטע חושים, און גאָר אַמאָל ניט צו קײנעם, נאָר צו גאָט אַלײן — מיט אַ מין געבעט, אַ טענה, אָדער אַזױ זיך אַ געשעפֿטלעכע װענדונג, װי אַ גלײַכער צו אַ גלײַכן, װאָס ער האָט פֿאַר יענעם זיך עפּעס צו קלאָגן, אָדער װאָס צו פֿאָרטרױען. אײנע אַ קלײנע בריװ־קאָלעקציע איז אין שטוב בײַ משה מאַשבער אױף שפּעטערע צײַטן צװישן די פֿאַרשײדענע פּאַפּירן, אַדאַנק טאַקע אָט דעם מאיר־ לען, פֿאַרהיט געבליבן, װאָס ציטירן אַ גאַנצן בריװ פֿון זײ, אַפֿילו נאָר אײנעם, האַלטן מיר פֿאַר ניט נײטיק און, איבער פֿאַרשטענדלעכע טעמים, פֿאַר איבעריק, נאָר די אַדרעסאַטן זײערע װעלן מיר, צוליב כאַראַקטעריסטיק, דאָ יאָ און פֿאָרט דערמאָנען. געשריבן זײַנען אַלע יענע בריװ אין העברײיִש, און אָט צו װעמען: „מכתב לאחיה השילוני”. „לנבוכדנצר מלך בבֿל”. „לרבנו בחײ הספֿרדי”. „גבֿריאל המלאך”. „מכתב לרזיאל המלאך”. און אױך אַזאַ אײנער, װי למשל: „מכתב לאלהים, העונה בעת צרה”.*) דער אױבן־דערמאָנטער מאירל איז אױך אײנער פֿון די, װאָס האָט פֿון די ערשטע באַמערקט און פֿאַרגעדענקט פֿון יענער צײַט דאָס, װאָס שױן אױבן געזאָגט, אַז די װײטיקן פֿלעגן אַלטערן תּמיד קומען פֿאַר נאַטור־ און װעטער־ ענדערונגען. און דאָס האָט אױף אים, אױף מאירלען, אַזױ געװירקט, אַז אױך *) ,,אַ בריװ צו אחיה פֿון שילו„, ,,צו נבוכדנצר דער מלך פֿון בבֿל”, ,,צו רבנו בחײ הספֿרדי”, ,,צום מלאך גבֿריאל”, ,,אַ ברי װ צום מלאך רז יאל”, ,,אַ בריװ צו גאַט, װאָס ענטפֿערט אי ן אַ שװערער צײַט”. ----------- 134 ד ע ר נ ס ת ר ער איז צו אַזױנע זאַכן פֿילבאַר געװאָרן, און אױך ער איז מיט אַזאַ סאָרט אומרויִקײט באַשאָנקען, אַדאַנק װעלכער ס'איז שױן אױף זײן גאַנצן לעבן דערנאָך אים אײגנטימלעך געװאָרן, נישט נאָר נאַטור־ און װעטער־ענדערונגען פֿאָרױסצופֿילן, נאָר — װען ער איז קלײן געװען — אױך קלײנע שטוב־ געשעענישן, און װען עלטער — אױך געזעלשאַפֿטלעכע שינױם. אָבער װעגן דעם שפּעטער, װען ס'װעט װעגן מאירלען גערעדט זײן. דער▯ װײל אָבער װעלן מיר נאָר צוגעבן, אַז דאָס, װאָס מאירלען איז אײגנטימלעך שפּעטער, איז שױן אַלטערן אױך איצט נישט פֿרעמד געװען: תּמיד פֿאַר אַ טרעפֿעניש אין שטוב, פֿלעגט ער — צי בײַטאָג, צי בײַנאַכט ס'האָט זיך ▯ געמאַכט — שטיל פֿון זײן אײבערשטיבל אַראָפּקומען, אױף דער שװעל זיך באַװײַזן, שטײן בלײַבן און מיט אַן אױסגעלײטערטן באַזיניקטן בליק און מיט אַ פּאָר באַזיניקטע װערטער אָדער באַמערקונגען זיך אין די רײד אַרײַנמישן — עפּעס אַ קורצן, קלאָרן זאָג טאָן. און אַזױ אױך דאָס מאָל: װי ▯▯י ברידער זײַנען דעמאָלט אַזױ אין דער שפּעטער שעה געזעסן בײַם טיש און דעם שטילן שמועס צװישן זיך געפֿירט, אַזױ האָבן זײ פּלוצעם פֿון דער שטוב־שװעל אַראָפּ אַלטערן אין זײער געשפּרעך זיך אַרײַנמישן דערהערט. בײדע האָבן זיך באַלד דערשראָקענע פֿון די ערטער אַ הײב געטאָן, אַנט־ קעגן אַלטערן אױפֿגעשטאַנען און צו דער טיר צוגעגאַנגען, און באַלד האָט מען אױף דער שװעל פֿון טיר אַ װוּנדערלעך בילד, אַ דרײלינג, דערזען: נאָכן צונױפֿגײן זיך זײַנען אַלע אױף אַ װײַלע שטיל געבליבן. בײדע ברי־ דערס בליק צו אַלטערן געװענדט, און זײַנער — צו זײ. בײדע ברידער האָבן יעדער אײנער אַ האַנט אױף אַלטערס אַן אַקסל אַרױפֿגעלײגט, און אַלטער האָט דעם קאָפּ אָנגעבױגן און צו לוזיס ברוסט אים אָנעגשפּאַרט... און אײן ברודער, משה, האָט צו אַלטערן דעמאָלט, װי אַלעמאָל, װען ער װײַזט זיך אַ נישט־ געבעטענער, געװײנלעך, אין שטוב, װי מיט געבעט אַ זאָג געטאָן: — גײ, גײ צו זיך, אַלטער. ▯ און לוזי האָט אים מיט גרױס צער באַקוקט, אים איבערן אַקסל געגלעט און איבער זײן קאָפּ געשעפּטשעט: — אומגליקלעכע, זינדיקע נשמה אונדזערע... מיטאַמאָל האָט עפּעס אין לאָדן אַ קלאַפּ געטאָן. דאָס האָט אין דרױסן, פֿאַרן גאַנצן הײסן טאָג און דושנעם אױפֿדערנאַכט, װי ערגעץ אַן אױסבאַהאַלטענער װינט — צי בײַם ברעג טײַך, צי אין הימל־ עק, — אױף דער פֿרײ זיך אַרױסגעריסן. ער, אָט דער װינט, האָט שױן אַפּנים אַ צײַט דערפֿריער, בשעת די צװײ ברידער זײַנען געזעסן, שטיל־פֿאַרנומענע בײַם טיש, אױפֿן גאַס, אין הױף און אינעם סאָד בײַם משהן דעם שטױב געשטױבט און די בײמער דרײענדיק ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 5▯1 געװיכערט, נאָר די ברידער האָבן דאָס ניט באַמערקט. אַלטער אָבער, — שטײענדיק אין זײן אײבערשטיבל בײַם פֿענצטער, װי תּמיד אין אַזױנע פֿאַלן, אָדער אפֿשר אױך ניט בײַם פֿענצטער — האָט דאָס יאָ באַמערקט און דאָס האָט אים איצט, װײַזט אױס, אַהער אױף אַראָפּ אונטן געבראַכט, און דאָס האָט אױך אַ געװיסער סימן געזאָלט זײן, אַז אױף מאָרגן, אָנהײבנדיק נאָך פֿון הײַנט בײַנאַכט, גײט שױן דער געװיסער אומגליקלעכער טאָג אױף אַלטערן — מיט די געװיטע קאָפּװײטיקן און געשרײען. דערװײל אָבער איז ער נאָך רויִק, אַפֿילו זײער רויִק, צװישן די צװײ ברידער נאָר אַ דריטער געשטאַנען, און נאָכן אָנשפּאַרן דעם קאָפּ אױף לוזין, האָט ער אים דערנאָך אױפֿגעהױבן און װידעראַמאָל אַ קורצן זיניקן זאָג געטאָן: — איז, הײסט עס, בלײַבט ער טאַקע אױף שטענדיק אַ היגער, לוזי? אױ, גוט טאַקע, װאָס אױף שטענדיק... ----------- ▯ סר ולי גאָל צוליכ פֿאַרשטענדלעכקײט פֿונעם װײַטער-קומענדיקן, מוזן מיר דאָ אַרײַנפֿירן נאָך אײנעם אַ פּאַרשױן. מחמת קיצור אָבער גיבן מיר דאָ דערװײל ▯ נאָר זײן פּאָרטרעט, און מער אױספֿירלעך װעגן אים — שפּעטער. דאָס איז סרולי גאָל. ▼ סרולי גאָל איז אַ ייִד מיט אַן ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע. אינדערװאָכן טראָגט ער דערצו אַ זײדן ▯היטל מיט אַ לאַקירענעם דאַשעק — דער אײנציקער לאַקירענער דאַשעק אין שטאָט. דערפֿאַר שבת און יום־טובֿ איז זײן קאַפּאָטע אַ קאָרטענע, אַ שטאַרק לאַנגע, בײַ די לענדן ניט געפּאַסט און פֿון פֿאָרנט שפּיליעט זי זיך אױף פֿיל מער קנעפּ, װי געװײנלעכע קאַפּאָטעס, און זעט אױס װי אַ פּױלישן גלחס אַ סוטאַנע. שבת און יום־טובֿ איז אױך זײן היטל אַ קאָרטנס, אָבער משונה, װי אַ הױך טורעמל, מיט פֿאַלשע אױערן־לאַפּן אױף אַרױף פֿאַרלײגט און אױבן אינמיטן מיט אַ קנעפּל. װער נײט עס אים, װער קלײדט עס אים אַזױ? — קײנער ניט. ער אַלײן. ער האָט קײנעם, ער פֿאַרמאָגט גאָרניט, — קײן אײגענע פֿאַמיליע, קײן דאַך אױפֿן קאָפּ, און שפּײַזט זיך בײַ פֿרעמדע טישן, דע▯ עיקר און מערסטנטײל ▯ייִ גבירי▯. ער איז אַן אַרײַנגײער צו זײ. ▯ ס'רעדט זיך אָזױ „אַרײַנגײער”. אַרײַנגײער באַטײַט, אַז▯ די, צו װעמען מע קומט אַרײַן, זײַנען מער־װײניקער דעם אַרײנ־ קומער גערן. דאָ איז עס ניט ▯זױ: סרולין איז קײנער ניט גערן. דער עיקר האָט מען פֿאַר אים מורא. און מורא האָט מען פֿאַר זײן מױל. אַז מע מאַכט אים ברוגז, מע רירט אָן זײן כּבֿוד, שילט ער זיך, און פֿאַר זײַנע קללות מוזן אַלע די אױערן פֿאַרשטעלן: ער שילט זיך מיט שׂרפֿה, מיט מגפֿה, און שטעלט זיך ניט אָפּ פֿון צו װינטשן דעם טױט קלײנע קינדער אַפֿילו. אָפֿט קאָן מען אים זען, װי ער שטײט אין אַ הױף פֿאַר אַ גבֿיריש הױז, אָדער אין גאַס — פֿאַר אַ גבֿירישן מױער, דעם קאָפּ אַרױף געװענדט צו אַ דאַך־רינװע, אָדער צו אײנעם אַ פֿענצטער־װינקל, װוּ אַ שװאַלבן־נעסט מיט שטרױעלעך און פֿעדערן איז צוגעקלעפּט; שטײט, האַלט דעם קאָפּ פֿאַרריסן, בורטשעט און שילט זיך: 136 ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ א ▯ ע ר 7▯1 ▯ — שװאַלבן... אױך מיר שװאַלבן. קוקט זײ נאָר אָן... צום בית־המקדש האָבן זײ געקאָנט פֿײַער ברענגען און צום גבֿיר — ניט. ברענט מיטן גבֿיר... פֿאַרװאָס ער איז אין כּעס — װײסט קײנער ניט. פֿון װען אָן ער פֿירט אַ לעבן אַ שלעפּערישס — אױך ניט. קײנער שטעלט זיך ניט אײן אים צו פֿרעגן נישט אױף זײן שטאָט, נישט אױף זײן שטאַם און נישט אױף זײן הױז־ געזינד. מע װײסט נאָר, אַז ער איז ניט קײן היגער, אַז מע מוז זיך מיט אים רעכענען, און אַז דערהױפּט נגידים האָבן פֿון אים אױסצושטײן און לײדן. אָט שטעלט ער זיך אַרײַן אין אַ הױז, װוּהין ער װיל, װען ער װיל, צי גאַנצפֿרי צו טײ, צי בײַטאָג צו מיטאָג, צי שפּעט בײַנאַכט צו ▯ועטשערע. ▯ זאָגט קײנמאָל קײן „גוט־מאָרגן”, „גוטן-אָװנט▯ בײַם אַרײַנקומען, קײן „גוטן־ טאָג”, „גוטע־נאַכט” בײַם אַװעקגײן. זעצט זיך גלײַך צום טיש, טרינקט, עסט, ▯ װיפֿל ער האָט צו זײן זעט נײטיק. װיל ער, גײט ער נאָכדעם גלײַך אַװעק, װיל ער, בלײַבט ער. מישט זיך זעלטן אין די שטוב־געשפּרעכן, אָבער זײן אױער איז װאַך. מע זעט, ער װײסט ,װאָס אין יעדן הױז קומט פֿאָר, און נאָך מער — װאָס עס דאַרף פֿאָרקומען. תּמיד פֿילן זיך די שטוב־מענטשן אין זײן אָנװעזנהײט ענג. אַז ער גײט אַװעק, אָטעמט מען אָפּ פֿרײַער. קײנער קאָן זײן ערד־קאָלירענע קאַפּאָטע ניט איבערטראָגן, דעם לאַקירענעם דאַשעק, װאָס איז טיף איבער דער לינקער זײט פּנים און לינקן אױג אַראָפּגערוקט. מע פֿילט זיך, װי אַ שװײַגנדיקער מתים־ טרעגער װאָלט דאָ אין שטוב געזעסן און װאָלט געװאַרט אױף אַ קומענדיקן אומגליק אַרױסצוטראָגן, אָדער, װי עפּעס אַ פֿאַרגליװערט גורל־שטיק, װאָס איז אַלײן אַן אומגליק. זעלטן, אַז מע זעט אים באַשעפֿטיקט. אױסער נאָר, װען אַ מת, װוּ ס'מאַכט זיך, און דער עיקר װידער אַ גבֿיר אַ מת — דאָרט אין ער דאָ, דאָרט אױסגעװאַקסן... תּמיד איז ער בײַ דער טהרה אַ מחותּן, נישט ער טוט עפּעס, נאָר ער שטײט און קוקט, װי מע טוט דעם מת זײן רעכט, און מע זעט, ער האָט, װײַזט אױס, פֿאַרגעניגן פֿון דעם, און תּמיד איז פֿון זײן פֿאַרגליװערט פּנים עפּעס אַ מין הנאה אַראָפּצולײענען. ▯ אַז ער איז באַזונדערס ברוגז אױפֿן מת דעם גבֿיר, טוט ער אױך דעמאָלט אָן צרות: שלעפּט לײַלעכער פֿון גבֿירישע בעטן, רײַסט אָפּ שמאַטעס, — קלאָמפּערשט אױף דער טהרה נײטיק, פֿאָדערט איבעריקע ליכט — קלאָמפּערשט אױפֿן מת אַרומצושטעלן. און אין דער אמתן צינדט ער זײ ניט, נאָר טײלט זײ די אָרעמעלײַט, די שלעפּער, װאָס שטופּן זיך, דרײען זיך דעמאָלט אינעם גבירס צעפּראַלטע צימערן אין די מענגעס. אַן אַנדערשמאָל דרײט ער אױף אומיסטן די קרענטלעך בײַ די זודיקע טהרה־סאַמאָװאַרעס, און אַז די שמשׂים, װאָס װאַרטן אױף זײ, זײ זאָלן הײס װערן, אױפֿזידן, באַמערקן דאָס און פֿרעגן אים: ----------- 138 ד ע ר נ ס ת ר — װאָס טוט איר עס, ר, סרולי? ענטפֿערט ער בײן: — ניט אײער זאַך... ס'אײלט▯ ניט, ער װעט פֿאַרפֿאָרן... און נישקשח, זאָל ער נאָך דאָ אַ ביסל שטינקען. אַזױ בײַ אַ מת, אַזױ אױך אױף גבֿירישע חתונות. ער פֿאַרגינט זײ ניט זײער זאַט און פֿאַרגעניגט לעבן, װי אױך זײערע רױשיקע און טומלדיקע לװיות. אױף אַ התונה זיצט ער קײנמאָל ניט, װי ער װאָלט געקאָנט זיצן, אױבנאָן, אָדער, װוּ ער װאָלט געװאָלט, װײל קײנער װאָלט אים דאָך פֿון מורא ניט געװאַגט צו דערװידערן, נאָר תּמיד מיט שלעפּער, שנאָרער און בײַ די סעודה־ טישן פֿאַר קבצנים. ער פֿירט דעמאָלט אָן מיט זײ, קאָמאַנדעװעט מיט זײ און רײצט זײ אונטער: — עסט, עסט, שלעפּער... אין די קױטיקע קישקעס אײַערע אַרײַן. — עסט, ייִדן, ▯— זאָגט ער אַן אַנדערשמאָל װײכער, — עסט זיך אָן און לאָזט זיך איבער, און װײסט און געדענקט: איר עסט ניט קײנעמס, נאָר גאָטס און אײַערס. און צום סוף סעודה, נאָך דעם, װען אַלע שלעפּערס זײַנען שױן פֿול און זאַט, זײערע קעשענעס, קלומקעס, טאָרבעס אָנגעשטאָפּט, שרײַט סרולי װײַטער צו די שטוב־באַדינער: מע איז הונגעריק. מע זאָל װאָס מער און נאָך און נאָך דערלאַנגען... און אַז אַ פֿולער טיש איז װידער אָנגעשטעלט, און אָרעמע־ לײט האַלטן שױן בײַם אַװעקגײן, פֿאַרטשעפּעט סרולי, כּלומרשט אומגערן, אַ פֿראַנדז פֿון אַ טישטעך אין אַ קנעפּל פֿון זײן קאַפּאָטע, טוט אַ גײ און — ▯ מיט אים דער טישטעך, מיט אַלעם אָנגעשטעלטן, מיט טרוקענע און נאַסע מאכלים, אַלץ אױף דער ערד, אױפֿן פּאָל, און האַק־פּאַק מיט אַלע טיש־כּלים צעבראָכן. אָט אַזױ בײַ אַ סעודה. פֿון כּעס, זאָגט מען, איז ער אױך אומגלײביק, סרולי. אױסער פֿאַר גאַט, זאָגט מען, האָט ער פֿאַר קײנע צדיקים, גוטע־ייִדן און אַנדערע גאָטס פֿאָרשטײער אױף דער ערד קײן מורא ניט. ער לאַכט פֿון זײ, חוזקט, באַזונדערס פֿון די באַװוּסטע, צו װעלכע די גבֿירים פֿאָרן, אין װעלכע די גבֿירים גלײבן. קײן אָרעמע גלײביקע װעט ער קײנמאָל ניט טשעפּען: גלײבן זײ — זאָלן זײ. אָבער גבֿירים — איז װאָס ער קאָן, װעט ער אַרײַנזאָגן... אַזױ, אַז ער, סרולי, װאָס תּמיד שװײַגט ער, װאָס קײנמאָל קאָן זיך קײנער ניט באַרימען, פֿון אים, אױסער קללות, אַמאָל עפּעס געװען צו הערן, איז אַז ס'קומט צו דעם, צו אַרײַנזאָגן גבֿירים, איז רעכט, ער זאָל פֿאַר װעמען איר װילט, פֿאַר די גרעסטע און רײַכסטע, אינמיטן שול און פֿאַר אַ גאַנץ רעדל עולם, אַרױס־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 139 פֿאָרן מיט אַזױנס און מיט אַזאַ שאַרף און בײַסיק לשון, אַז אײניקע האָבן מורא דעמאָלט אַפֿילו אין זײַנע פֿיר אײלן צו שטײן, קערעװען אָפּ, זײ זאָלן זיך פֿון אים, װי פֿון אַ צרעת, ניט אָננעמען. און אַנדערע, פֿאַרקערט, װערן צוגעזאָטן, קוקן אים אין מױל פֿאַרגאַפֿט, קאָנען ניט אַװעקגײן, קאָנען זיך ניט אָפּרײַסן. ער, סרולי, האָט דעמאָלט, אַז ער צערעדט זיך שױן, — װאָס צו דערצײלן, און אַנדערע, װער ס'װיל נאָר — װאָס צו הערן. ער איז, זעט אױס, אַ װעלט אױסגעװען, װאָס אַלײן ניט געזען, פֿון אַנדערע געהערט, װאָס ניט געהערט — זיך אָנגעשטױסן, און בכלל האָט זיך געדוכט, אַז זײן אױער הערט דורך װענט און אױף מײַלן. אַזױ, איז רעכט געװען, אַז מע האָט אים אײנמאָל, װען ער איז אין טראַנס אַרײַן און דאָס משוגעת איז אים אָנגעקומען, געקאָנט טרעפֿן אין אַ מיטן גרױסן עולם גלײביקע, װי ער שטײט און דערצײלט אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן אין אײנעם אַ באַװוּסטן צדיקס אַ הױף. װעגן אײנער, דעם רבינס אַ שנור, װעלכע האָט דעב רבינס זון פֿײַנט געהאַט און מיט אים ניט געװאָלט װױנען. און דערפֿאַר, װאָס מע האָט זי קעגן איר װילן חתונה געמאַכט און אירע יונגע יאָרן פֿאַרפֿינצטערט, האָט זי אױך אים, דעם רבינס זונס לעבן, פֿאַרפֿינצטערן געװאָלט און פֿון אים קײן גט ניט געװאָלט נעמען. און װי אַזױ מע האָט איר דעם גט געגעבן בעל־כרחה, מיט געװאַלט... פֿריִער מיט גוטן, — און זי האָט ניט געװאָלט, מיט בײזן און סטראַשונקעס — און ס'האָט ניט געהאָלפֿן. איר פֿאָרגעלײגט געלט און זי גליקלעך צו מאַכן — און זי האָט ניט געװאָלט הערן. און דערװײל האָט מען הינטנאַרום הונדערט חתימות פֿון הונדערט רבנים אַרױסבאַקומען, אַ הסכּמה און אַ דערלױבעניש אױפֿן גט, װי לױט דער דין פֿאָדערט... און װי אַזױ אין אײנעם אַ טאָג, נאָך דעם, װי זי, די שנור, איז לאַנגע יאָרן בײַ זיך אין צימער פֿאַרשפּאַרט געזעסן און קײנעם צו זיך, מחמת מורא, ניט צוגעלאָזט... װי מע האָט זי נאָבגעיאָגט, װען זי איז אין יענעם טאָג גראָד אָין דרױסן אַרױס, װי מע האָט געדונגען געװיסע לײט פֿונעם רבין — און װי מע האָט זי געפּאַקט, זי צעלײגט און איר אים אַרײַנגעלײגט... דעם גט — חאָט סרולי די מעשׂה מיט אַ גראָבלעך־ צינישן אױסדרוק פֿאַרענדיקט. אַן אַנדערשמאָל האָט ער פֿאַר אַ זעלביקן עולם אַן אַנדער מעשׂה דער־ צײלט: װי אַזױ אױך אין אַ געװיסן „הױף” האָט אַ רבינס אַ יונגער זון אַ נאָך נישט חתונה־געהאַטער דעם רבינס אַ דינסטמײדל, אַ פּאָקאָיאָװע, צורעכט געמאַכט... און װי מע האָט איר באַצײַטנס מיט אַ שטעטלשן טאַמעװאַטן באַל־ מעלאָכע חופּה געשטעלט, און דאָס פּאָר אין אַן אַנדער שטעטל אַװעקגעשיקט אױף זיך צו באַזעצן, און װי אַזױ דערנאָך האָט מען יאָרנלאַנג פֿון רבינס שטוב ----------- 140 ד ע ר נ ס ת ר זײ קיצבֿה געשיקט, — באַצאָלטס און באַלױנונג אױף דעם רבינס שאַנד צו פֿאַרדעקן... ▯ אמת, סרולי האָט פֿאַר אַזױנע זאַכן, — האָט מען אין שטאָט געגלײבט און דערצײלט, — שױן אײנמאָל שיִער ניט זײן פּסק באַקומען, אַלנפֿאַלס, אַן ערנסטע װאָרעניש. ער איז אײנמאָל, האָט מען דערצײלט, אין אַ זומער־טאָג געזעסן אין עפּעס אַ שטוב, בײַ אַ באַקאַנטן צי ניט־באַקאַנטן, װאָס ניט װי▯ט פֿון טײַך. האָט זיך מיטאַמאָל אַ כמאַרע אָנגערוקט, אַ שטורעם מיט אַ שטױב און פֿינצטערניש... און װי סרולי איז אַזױ דאָרט בײַם טיש געזעסן, אַזױ האָט אין האַלב־טונקל פֿון צימער מיטאַמאָל אַ מוראדיקער קנאַל געטאָן. סרולי האָט געמײנט, אַז דער דאַך פֿאַלט אױף אים אָדער די ערד האָט זיך געשפּאָלטן. אין דער זעלביקער רגע איז דורך דער אָפֿענער טיר אַרײַן אַ שטיק װײס פֿײַער. סע האָט װיכעריק איבער זײן קאָפּ, װי אַ פֿײַערדיקער בײגל, אַ פֿלעכט געטאָן, זיך געדרײט, געדרײט און װי אַן אױסגאַנג געזוכט , דערנאָך דורכן אָפֿענעם ▯ פֿנעצטער, װאָס אַנטקעגניבער דער טיר, אין דרױסן אַרױס און פֿאַרשװוּנדן. װי סרולי איז ניט קײן דערשראָקענער, נאָר פֿון אומגעריכטקײט פֿון בײדע — פֿונעם קנאַל און פֿונעם פֿײַער — האָט ער דאָך דערפֿילט אַ פּוסטקײט און אױסגעהױלטקײט אין קאָפּ. און אַז ער האָט דאָס היטל אַראָפּגענומען און מיט דער האַנט איבערן שאַרבן אַ פֿיר געטאָן, אַזױ האָבן זיך זײַנע האָר, מיטאַמאָל גרױ געװאָרענע און פֿון די װאָרצלען אַרױס, אױף דער ערד און אױף די קלײדער אױסגעשיט. ער איז אױפֿגעשטאַנען, צום פֿענצטער צוגעגאַנגען, צום טײַך אַ קוק געטאָן, און דערזען: די אַלטע הונדערטיאָריקע אײַנגעבױגענע װערבע בײַם ברעג טײַך, װאָס שױן פֿון לאַנג פֿאַרטריקנט און פֿאַרהוליאַקעט, איז אײן האַלב אירער אָפּגעבראָכן און ליגט אין טײַך, און די אַנדערע שטײט און האַלט זיך און ברענט, װי אַ ליכט אין שטורעם. ס'איז אַ דונער און אַ בליץ געװען. אַז מע חאָט עס דערנאָך סרולין פֿירגעהאַלטן, און גלײביקע האָבן אים געזאָגט: — זעט, ר, סרולי, ס'איז דערפֿאַר און דערפֿאַר, פֿאַרן רעדן און בליאַ־ װוּסקען, און דאָס האָט מען אײַך אַ ▯התראה געגעבן: די האָר, דערנאָך דעם קאָפּ... — האָט ער געלאַכט און בײז געענטפֿערט: ▯ — האָר?... װאָס דאַרף ער זײ, די האָר... פֿאַרקערט, ס'איז אים איצט לױזער און לײַכטער און פֿאַר די מחשבֿות פֿרײַער. און פֿאַר זײן קאָפּ זאָל מען זיך ניט זאָרגן, װײל װער ס'זאָרגט, איז אַ נאַר, און זאָל אים זײן נאַרישקײט װױל באַקומען. ▯ פֿון דעמאָלט אָן איז אים דאָס היטל אַ ביסל נאָך טיפֿער איבער דער לינקער ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 141 זײט פּנים מיטן דאַשעק אַראָפּגערוקט. פֿון דעמאָלט אָן שװײַגט ער נאָך שטרענגער, װי פֿריִער, האָט פֿײַנט, װאָס ער האָט פֿריִער פֿײַנט געהאַט, איז אַלץ אין די גבֿירישע הײַזער אַן אײַנגײער, און זײ, די גבֿירים, זײַנען אים, װי געזאָגט, זײער ניט גערן. אַזױ פֿירט ער זיך פֿון יאָרן, אַזױ האָט ער זיך מאָדנע אײגענע רעכט צו טאָן, װאָס ער װיל, געשאַפֿן, װאָס זײַנען פֿון אַלעמען, אױך פֿון די אָנגעזעענע פֿון שטאָט, פֿון די רײַכע, צי װילן זײ יאָ, צי װילן זײ ניט — אָנערקענט. כאָטש אַ שׂונא, הײסט דאָס, דאָך האָט ער אַלע רעכט פֿון אײנגײערשאַפֿט. מערער: ער האָט די רעכט צום רײַכסטן טיש, נישט פֿרעגנדיק און נישט בעטנדיק, צו קומען, האָט ▯▯י רעכט, װוּ ער װיל, בײַ װעמען און װען ער װיל איבערצונעבטיקן, און נישט נאָר אײן נאַכט, נאָר אַמאָל, אַז ס'פֿאַרגלוסט זיך אים, אַ װאָך און מער, אַ חודש און אױך חדשים, און ס'איז אים קײן װאָרט ניט צו זאָגן און אים ניט צו דערװיךערן. אַזױ פֿון לאַנג, אַזױ פֿון תּמיד: צו װעמען ס'איז ןײן שנאה און פֿײַנט־ שאַפֿט, װײַזט עו. ▯אַ▯▯ױס, זײן צוגעב▯נדנקײט און ליבשאַפֿט אָבער —— קײנמאָל, אָדער גאָר אין זעלטענע ▯אַלן: דער עיקר אין אָ יום־טובֿ, אײן מאָל אָדער צװײ מאָל אין יאָר, צעטאַנצט ער זיך אױף אַ גבֿירישער סעודה מיט אַ קבצן אַמאָל... ער פֿירט א▯ם פֿון הינטערן טיש אַו▯ױס, אָדער שלעםט אים אָפּ פֿון אַ טאַנצנדיקער ראָד באַזונ▯▯ער — אַ קבצן, אַ דערשלאָגענעם און שטענדיק בײַ אַ זײט זיצנד▯ — צעטאַנצט זיך אַזױ, אַז װיפֿל מענטשן ס'זאָלן דעמאָלט אױף דער סעודה ניט זײן, קאָנען פֿון אים און פֿון זײן שותּף אין טאַנץ די אױגן ניט אָפּרײַסן. ער מוטשעט יענעם אױס, לײגט אים אַרױף אַ האַנט ▯▯ױף זײן אַקסל און לאָזט אים אַזױ לאַנג ניט אָפּ, ביז יענער און אױך ער קומען אין ןיבעטן שךױיס אַרײַן. דעמאָלט באַפֿרײַט ער אים און קערעװעט זיך צו אים אױף אַ קול, אַן אַלע זאָלן הערן: — איז געדענק, — זאָגט ער אים, — איך זאָג דיר נביִות... דיר, קבצן, און אױך אַלע קבצנים, אַז אַלע זײ, װי דו קוקוסט זײ אָן... און דאָ װערט ער אַנשװיגן, װײַזט נאָר אױף די גבֿירים פֿון שטוב און אױף די געסט זײערע די גבֿירישע מיט אַ פֿינגער אַ דראָענדיקן, און מער הערט מען פֿון אים גאָרניט, אױסער אַמאָל נאָר: „קאַטאָרזשניקעס אױף קײטן''... באַזונדערע פֿרײנטלעבקײט אָבער װײַזט ער אַרױס אױף אַן אָרעמער חתונה אַמאָל▯ ניט קײן געבעטענער, נישט אײַנגעלאַדן, שטעלט ער זיך אַמאָל אַרײַן אין אַן ענגער חתונה־שטוב אין סאַמע דער רעכטער אָרעמער גדולה, װאַקסט אױס מיט זײן ערד▯קאָלירענער קאַפּאָטע. קײנער קען אים ניט, קײנער װײסט פֿון ▯ ----------- 142 ד ע ר נ ס ת ר אים ניט, און אַז מע פֿרעגט אים, װאָס דאַרף ער, װאָס װיל ער, ענטפֿערט ער: חתן־כּלה פֿרײלעך מאַכן. — אדרבה... — זאָגט מען. דעמאָלט באַקומט ער אַרױס פֿון זײַנער אַ הױזן־קעשענע אַ דודע, אַ פּשוט־ הילצערנע מיט לעכלעך. אַװדאי ערגעץ בײַ אַ פּשוטן פּאַסטעך אײַנגעהאַנדלט — און נעמט שפּילן. ס'איז שײן און מאָדנע געזען צו זען, װי ער שטײט און האַלט זיך. זיכער ניט קײן קלעזמער און בכלל ניט קײן שפּילער פֿון פֿאַך, אָבער פֿינגער בײַ אים פֿלינקע, אױף צ▯ דער צײַט אַ לעכעלע אָדער צװײ צו פֿאַרשטעלן, און אין דער זעלבער צײַט אַן אַנדערס אײנס אָדער מער צו עפֿענען. זײן טאָן איז אַ רײנער און תּמיד נאָר פֿון אַ נידעריקן און מיטעלן רעגיסטער. שטײן פֿלעגט ער מאָדנע: דער קערפּער האָט אין שפּילן װי קײן שום אָנטײל ניט גענומען, נישט דער קערפּער, ניט דאָס פּנים — מיט קײן מינע און קײן מינדסטן ריר נישט, און אינגאַנצן ער איז געװען װי פֿאַרגליװערט, אַזױ אַז די, װאָס האָבן בײַ זײן אָנקומען, בעת זײן װוּנטש אין דער שׂמחה זיך באַטײליקן און בעת זײן אָנהײבן שפּילן, געװאָלט שמײכלען, װי בכלל מע שמײכלט פֿון אַ ביליקן בדחן און פֿון אַ הײזערגײערישן מאַרשעלעק, האָבן נאָכדעם, אַן ער האָט שױן, שפּילנדיק, די דודע בײַם מױל געהאַלטן, קוקנדיק אױף אים, זיך פֿאַרװוּנדערט און אַ ביסל זיך שױן געשראָקן פֿאַר אים און ▯אַר זײן פֿאַרגליװערטקײט. ער אָבעו▯ האָט זיך אױף קײנעם ניט אומגעקוקט, גלײַך נישט קײן מענטשן־רעדל איז פֿאַר אים, נאָר אַ הױלער, פּוסטער חלל. און געשפּילט האָט ער טרױעריק, אַזױ אַז װײַבער מחותנתטעס אָדער בכלל װײַבער, װאָס זײערע הערצער זײַנען זײ װײך, האָבן, באַלד דעם פֿרעמדן ייִדן פֿאַרגעסנדיק, פֿון דעם טרױעריקן ניגון גענו▯ען װײנען. ער האָט געשפּילט שטיל, און מיטן פּראָסטן אורעלטערישן פּאַסטעכישן אינסטרומענט חאָט ער אַרײַנגעבראַכט אין יענער שׂמחה־שטוב אַזױנס, װאָס זי האָט קײנמאָל צװישן אירע װענט קײן מינדסט דערפֿון ניט געהאַט און ניט געהערט: — פֿון פֿעלד, פֿון װאַלד, פֿון גרינער לױטערער און אױך פֿאַר־ װאָלקנטער רחבֿות. און עולם מחותּנים און געסט האָבן זיך גלײַך דערפֿילט, װי אַן אַנדער װעלט אַריבערגעטראָגן, און האָבן אין זײער פֿריִערדיקער, נאָר־ װאָס פֿאָרגעקומענער שׂמחה אין שטוב פֿאַרגעסן. דאָס לעצטע אָבער האָט סרולי, כאָטש ער האָט געקאָנט און איז בכּוח געװען — דעם עולם אין אַלץ פֿאַרגעסן צו מאַכן — קײנמאָל ניט געטאָן און לאַנג מיט זײן כּוח און קענטעניש ניט מיסגעברױכט. און געװען איז תּמיד אַזױ: װי נאָר ער האָט געזען, אַז דער עולם איז שױן אין די הענט און אין רשות בײַ אים, אַזױ האָט ער יעדעס מאָל אינמיטן דאָס שפּילן איבערגעריסן און, נישט באַמערקט פֿאַרן עולם, װאָס איז פֿאַר־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 143 כאַפּט געװען, האָט סרולי דעם איבערגאַנג פֿון שפּילן און אױפֿהערן װי אין אַ מין פֿאָקוס פֿאַרװאַנדלט: דער עולם האָט נאָך געגלײבט אים מיט דער דודע בײַם מױל צו זען און איר שפּיל צו הערן, װען אין דער אמתן האָט ער שױן פֿאַרענדיקט און די דודע איז שױן בײַ אים אין קעשענע געלעגן. דעמאָלט איז דער עולם נאָך מער אָפּהענטיק געװאָרן און פֿונעם פֿאָקוס מיטן פֿאַרשװוּנדענעם אינסטרומענט געפּלעפֿט, און אײדער דער עולם האָט זיך באַװיזן אַרומצוקוקן, אַזױ איז שױן סרולי מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט לעבן דער כּלה געשטאַנען, גלײַך װי ער װאָלט בײַ איר געצאָלטס פֿאַרן נאָר־װאָסיקן פֿאַרװײַלן געפֿאָדערט. אין דער אמתן אָבער קײן געלט, קײן געצאָלטס, נאָר — „צאָל מיט אַ טאַנץ, כּלה” — פֿלעגט ער זאָגן... און אַז די כּלה האָט זיך אַ װײַלע פֿאַרלױרן, נישט געװוּסט װאָס צו טאָן — צי צאָלן, צי אָפּזאָגן, פֿלעגט סרולי מיט אַ צװײטער האַנט אױסגעשטרעקט צום אַרומיקן עולם זיך װענדן, װי זיך אָנפֿרעגנדיק און טענהנדיק צו אים: צי איז ער גערעכט צי נישט אין זײן פֿאָדערונג? — אַװדאי, אַװדאי, — האָט דער עולם סרולין אונטערגעהאַלטן. און די כּלה איז מיט סרולין אַ טאַנץ געגאַנגען. און אױך מיט איר, מיט דער כּלה, האָט סרולי געטאָן דאָס זעלביקע, װאָס מיט יענעם קבצן אױף אַ גבֿירישער טעודה אין אַ יום־טובֿ אַמאָל: אַזױ לאַנג געטאַנצט, ביז יענע, די כּלה, האָט זיך פֿון די כּוחות אַרױסגעשלאָגן... דערפֿער אָבער האָט זי אָט דעם ייִדן מיט דער ערד-קאָלירענער קאַפּאָטע אױף איר גאַנץ לעבן דערנאָך פֿאַר־ געדענקט. און איר טאַנץ מיט אים אױף לאַנגע ערנסטע און שװערסטע יאָר מיט אירע אײנציקע בעסטע חתונה־ און יוגנט־זכרונות געבונדן. מע פֿלעגט אים דערנאָך אױפֿנעמען, זעצן אױבנאָן צום טיש, אים דער־ לאַנגען▯ װאָס נאָר ס'איז געװען פֿאַר דער חתונה אָנגעגרײט. און דערפֿאַר פֿאַרן אַװעקגײן, נישט אױסװאַרטנדיק זיך קײנמאָל אױפֿן סוף פֿון דער חתונה, פֿלעגט סרולי יעדעס מאָל אַ מהותן אָדער אַ מחותנתטע אין אַ זײט אַרײַן אָפּרופֿן און איר אין דער האַנט אַרײַן אַמאָל אַ זילבערן קערבל▯שטיק אױף דרשה־געשאַנק אַרײַנרוקן, אָדער גאָר אַמאָל אַ בעכערל צי אַן אַנדער חפֿץ אַ זילבערנעם. צי ס'איז זײן אײגנס געװען, אָט דאָס געלט אָדער די חפֿצים די געשענקטע — װײסן מיר ניט. נאָר אױב צוליב דעם צװעק איז, װי מע האָט דערצײלט, אין אַ גבֿירישן זילבער־שראַנק אַן אָרט פֿון אײנעם אַ קלײנעם חפֿץ אַמאָל לײדיק געבליבן, מאַכט אױך ניט אױס, און ניט מיר, ניט דער גבֿיר, ניט קײנער, און באַזונדערס ניט סרולי אַלײן, װעלן זיך געװיס דערױף ניט זעצן װײנען. ...אַ מערקװירדיקער ייִד, אָט דער סרולי: אַ צעדרײטער, אַ װידער־ ----------- 144 ד ע ר נ ס ת ר שפּרעכיקער, מיט פֿיל שפּיצן, װי אַ שטעכלקע. דערפֿאַר איז אים ניט אָנ־ צונעמען, ניט צו באַנע▯ען געװען... ס'זײַנען געװען אײניקע, װאָס האָבן, רעדנדיק װעגן אים, אַמאָל אַפֿילו אַ געדאַנק אַרױסגעזאָגט, אַז װי זײ דאַכט, שטאַמט ער, בײַ זײן גאַנצער שנאה צו גבֿירים, גאָר אַלײן פֿון זײ, קער זיך אָן אָדער האָט זיך אַמאָל אָנגעקערט מיט זײ גאָר נאָענט. דאָס האָט מען געװאָלט אַרױסדרינגען פֿון אײניקע זײַנע פּאָסטעמקעס, מינעס און געװױנשאַפֿטן, און דער עיקר פֿון זײן גרױסהאַלטערישקײט, פֿון זײן האָנאָרעװאַטער מילדקײט. ער האָט זיך אַמאָל געקאָנט פֿאַרגינען אַזאַ זאַך, װי אױסטאָן אינמיטן מאַרק די שטיװל און זײ אָפּ▯עבן אַ פֿרעמדן מענטשן — צי טאַקע אױף יענעמס באַלדיקן געברױך, װײל יענער איז געװען אָן ▯ שטיװל, צי זײ צו פֿאַרקױפֿן, כּדי אױסצולײזן דעם מענטשן פֿון אַ צרה, װאָס האָט אים געטראָפֿן, װי אַ גנבֿה, אָדער פֿון אַן אַנדער נױט. אַן אַנדערשמאָל איז רעכט געװען, ער זאָל אַזױ לאַנג ראַטעװען אָרעמע בעבעכעס פֿון אַ ברענענדיקער שטוב, ביז די ברעמען און די באָרד האָבן זיך אים גענומען סמאַליען. אַ דריט מאָל רעכט — אַז ער האָט▯ זיך פּלוצעם גענומען אַמפּערן מיטן גרעסטן און באַװוּסטן רבֿ אין שטאָט װעגן אײנער אַ שאלה, װאָס אַן אָרעמע פֿרױ האָט געבראַכט. ס'האָט זיך געהאַנדלט װעגן אַ געקעכץ פֿאַר דער אָרעמערס אַ קראַנקן▯. און אַז דער רבֿ האָט אים סוף־כּל-סוף גובֿר געװען און דאָס געקעכץ פֿאָרט טרײף געמאַכט, חאָט סרולי בײַ דער פֿרױ, װאָס האָט ▯ שױן געהאַלטן בײַם אַװעקגײן, געפֿרעגט װוּ זי װױנט, און באַלד טאַקע האָט ער זיך צו איר באַװיזן און איר אַן אַנדער געקעכץ, אַ בעסערס און רײַכערס געבראַכט. געזאָגט האָט ער, אַז דאָס האָט איר דער רבֿ צוגעשיקט אָנשטאָט דעם טרײף־געװאָרענעם, װען אין דער אמתן האָט ער דאָס אַלײן מיט זײַנע אײגענע הענט פֿון דער רביצין מיט געװאַלט און ביגראַנדע אױף דער קיך אַרױסגעריסן; דערבײַ האָט ער זיך מיִוס געזידלט, אַז דער דין, האָט ער געשריגן, — איז ד... און אױב נישט, האָט ער געזאָגט, איז נישקשה, זאָל רער רבֿ פֿאַר אים, פֿאַרן דין, אױך אַמאָל צולײדן און ▯אַמאָל כאָטש אײנעם אַ מיטאָג נישט דערעסן. דאָס — אײן משוגעת, און אין דעם זעלבן טאָג טאַקע דאָס צװײטע: ער האָט באַלד ערגעץ געלט געקראָגן און דער רביצין פֿאַרן זעלבן מיטאָג, װיפֿל ער חאָט געדאַרפֿט קאָסטן, מיט אַ ליבלעכן דאַנק אומגעקערט. — און זאָל זי ניט זײן... קײן רביצין, — האָט ער, אַװעקגײענדיק, מיט ▯ חחק זיך צו איר געװענדט. אין שטאָט, אַז מע האָט פֿון אָט דער לעצטער מעשׂה דערהערט, האָבן אײניקע זײן חוצפּה באַװוּנדערט, אַנדערע האָבן מיט הנאה און מיט פֿאַרגעניגן ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 5▯1 געלאַכט. אָבער אַלע אָן אױסנאַם האָבן זיך געחידושט: זע, װער האָט זיך געריכט: ער, סרולי, װאָס קײנער האָט אים קײנמאָל קײז ספֿר אַפֿילו אין די הענט האַלטן ניט געזען, גלײַך ער װײסט אַפֿילו ניט, װי אַזױ מע האַלט אים, ▯אָט זיך פּלוצעם אײַנגעשטעלט מיט אַזאַ באַװוּסטן, מיט אַזאַ גרעסטן זיך פֿאַרמעסטן און אין לערנען גאָר אַמפּערן. אָט אַזױנע שטיק, מאָדנע גענג און קאַפּריזנע האָט ער אַלעמאָל אַלץ נײַע אַרױסגעװיזן, װאָס דעם עולם האָט עס שטאַרק פֿאַרחידושט. ער אָבער האָט לאַנג צו חידושן זיך ניט געלאָזט, און תּמיד, װען ער האָט דערזען, אַז די נײַגעריקײט צו אים װערט גרעסער, פֿלעגט ער דעם קאָפּ װי אין די אַקסל אַרײַנציִען, אױף זיך אַ שטאַרקע בײזקײט אָנלאָזן, קײנעם צו זיך ניט צו־ געלאָזט, דאָס אױסטערלישע און הידושדיקע געזען פֿאַררײבן, ס'זאָל דערפֿון קײן זכר ניט בלײַבן, און אױף מאָרגן, איבערמאָרגן — פֿאַרגעסן און קײן שפּור דערפֿון... און נישט נאָר אײנציקע שפּיצן, װען זײ האָבן זיך קעגן זײן װילן אַמאָל װי פֿון זײַנע באַהעלטענישן אַרױסגעשטעקט, האָט ער נישט געװאָלט, נישט דערלאָזט, זײ פֿאַרריבן און װי מיטן פֿוס פֿאַרטראָטן — מערער: סרולי האָט אָפֿט געזען זיך אַלײן, זיך אינגאַנצן צו פֿאַררײבן: ער פֿלעגט אַלע יאָר אױף אַ היפּשער צײַט, אױף היפּשע חדשים גאָר אינגאַנצן פֿון שטאָט און פֿון אַלע־ מענס אױגן פֿאַרשװינדן. מ'װײסט ניט פֿאַרװאָס, צי דערפֿאַר, װײל די שטאָט פֿלעגט אים נמאס װערן, צי זײן אײגן אומגײן אַלע טאָג איבער אַנדערע הײַזער פֿון שטאָט און זײן כּעס אױף זײ, צי דערפֿאַר, װאָס ער האָט אפֿשר טאַקע באמת עפּעס צו פֿאַרשטעלן געהאַט, און יעדעס מאָל, װען ס'האָט אים געדאַכט, אַז ער איז שױן צו לאַנג אױף מענטשנס אױגן אָפּגעװען, האָט ער זיך געזען אַרױסרוקן ▯ און נישט צו בלײַבן. װאָס די סיבה זאָל ניט זײן, נאָר אַלע יאָר פֿלעגט עס מיט אים טרעפֿן, מערסטנטײל נאָך װינטער, װען די לעצטע שנײען זײַנען שױן צעגאַנגען, לעצטע בלאָטעס האָכן זיך שױן אױסגעטריקנט... אָבער אָפֿט נאָך שפּעטער, אָנהײב פֿרילינג, װען די לופֿט צעעפֿנט, װען בעז און קאַשטאַנען־בײמער הײבן זיך שױן אָן צעלאָזן און צעפּיקן, װען אַלע שטרעקעס װערן העל־דורכזיכטיק, פֿאַרװאָרלאָזט־פֿאַרבלאָזענע װינטער־ראָגאַטק▯ס און טראַקטן — אױפֿגעריסן, און דאָס אױער פֿאַרנעמט שױן פֿון הימלישער הײך אַראָפּ דעם שטילן און געהײמען רױש פֿון מחנות װילדע גענדז, בושלען, רײערס און אַנדערע, װאָס קערן זיך אום פֿון פֿרעמדע לענדער, הײמיש און אין היגן קאַנט און לאַנד צו נעסטן. אָט דעמאָלט, האָט מען געזען, פֿלעגט סרולי װי אָנגעשפּיצט זײן, פֿאַר־ טראַכט, זײן בליק בלאָנדזשעט אום אַ צעמישטער, אױך זײז געהער, װי טאָפּל▯ ----------- 146 ד ע ר נ ס ת ר װאַך, אָנגעשטרענגט, גלײַך ער שפּירט עפּעס אַ לאַנג־דערװאַרטע ידיעה פֿון ערגעץ. דעמאָלט פֿלעגט ער, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, פֿון קײנעם קײן אָפּשײד ניט נעמען און קײנעם װעגן זײן באַשטענדיקע באַהאַלטענע באַשלוסן קײן װאָרט ניט זאָגן, זײַנע אַ באַשטענדיק־▯אָפּגעהיטע און צו דעם צװעק אַ פֿאַר־ ▯ באַהאַלטענע טאָרבע פֿון זײן אָרעמען זאַכן־סקאַרב אַרױסבאַקומען, אַרײַנלײגן אין איר, װאָס נאָר עס האָט אין איר געקאָנט אַרײַן, און דאָס, װאָס אַזאַ אײנער, װי ער, סרולי, האָט צו זײן װעג־געברױך נײטיק. ער פֿלעגט די טאָרבע אױפֿן רוקן פֿאַרװאַרפֿן, אַרױס פֿון ▯הױף, װוּ ער האָט די לעצטע נאַכט איבער־ גענעכטיקט, גאַנץ פֿרי און אָן אַ זײ־געזונט. אַמאָל נאָר פֿלעגט ער, אַרױס־ גײענדיק פֿון הױף, זיך צוריק צו אים אױסקערעװען און צום געזעגענען אים אַ פֿײַג שטעלן, נאָכאַמאָל זיך אױסקעו▯עװען און — נאָך אַ פֿײַג. דערבײַ איז ▯▯▯▯▯י▯▯▯נ▯▯▯ו▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯ע▯▯ו▯ ▯▯▯ ▯▯ ▯ דער טאָרבע אױפֿן רוקן, האָט ער דעמאָלט, — קײנעם ניט באַגעגענענדיק, און װען יאָ, קײנעם זיך ניט גריסנדיק, — די שטאָט דורכגעשניטן און איז זיך אױסער דער שטאָט אַרױס. ▯ ס'איז אַ בילד געװען צו זען, װי סרולי שפּאַנט: תּמיד אינמיטן באַ־ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯י▯ אױך דערפֿאַר, װײל ער ליגט עטװאָס נידעריקער פֿון דער שטאָט, און װען מע גײט אױף אים אָפּ אַ געװיסע שטרעקע, קאָן מען זיך אױסקערעװען און די גאַנצע שטאָט אַ דערװײַטערטע דערזען און מע קאָן אױך איר, דער גאַנצער שטאָט, אױף געזעגענען אַ פֿײַג שטעלן... ▯ ער האָט זיך שטענדיק אין װעג אין דער מיט געהאַלטן. ער האָט קײנ־ י מאָל נישט פֿאַר קײן פּשוטער פּױערשער פֿור נישט אָפּגעקערעװעט, אױך ▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯ מיט דער בײַטש געקראָגן, מיטן הסכּם טאַקע פֿון דעם פּריץ אַלײן, װאָס האָט דעם קאָפּ פֿון דער קאַרעטע אַרױסגעשטעקט און דעם קוטשער באַפֿױלן נאָך און נאָך איבערחזרן. ער האָט אױסגעזען אין װעג, װען דער װינט איז אים געװען אין פּנים, צעפֿלאָכטן, די פּיִות צעפֿלױגן און מיט די פֿאָלעס פֿון דער קאַפּאָטע אױף הינטן אַריבערגעבלאָזן, װי אַ טײַװל פֿון דער קײט זיך אָפּגעריסן... און װען פֿון הינטן, אַז מע האָט אים אָנגעיאָגט, איז װען יאָ אַ װינט צי ניט קײן װינט, האָט ער, װידער נישט אָפּטרעטנדיק, מיט דער טױבער, גלײַכער פּלײצע ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 7▯1 געשראָקן, מיטן פֿאַרגליװערט־סטראָציקן גאַנג, װאָס באַמערקט קײנעם ניט און הערט זיך ניט צו צו דעם, װאָס הינטן טוט זיך, ־▯▯ און מע האָט אים װײַטער אָפּגעטראָטן. דאָס איז, װען עס באַגעגנט אים יאָ עמעצער. מערסנטטײל אָבער איז צו יענער צײַט — פֿרילינג — איבער דער פֿעלד-אַרבעט אױפֿן שליאָך קײנער ניטאָ, און סרולין גײט דער טאָג איבער אָן שום טרעפֿענישן ,אין הרילן פ▯ר־ געניגן נאָר פֿון דער װעג־שטילקײט, װאָס ער האָט דערפֿון די אױערן פֿול, און אַמאָל אױך פֿונעם הודיען פֿון די טעלעגראַף־דראָטן פֿון דער אײנציקער טעלעגראַף▯ליניע פֿון יענעם קאַנט, דורך יענעם װע▯▯ דורכגעלײגט▯ און אין יענעם טאָג האָט סרולי קײן עסן, קײן טרינקען ניט באַ▯▯אַרפֿט. אױך רו אין אים געװען איבעריק, װײל ס'איז גע▯וען הױלער, ספּעציעל פֿאָר אים גע▯ שאַפֿענער, פֿון דער שטאָט באַפֿרײַענדיקער יום־טובֿ. און ערשט צום סוף טאָג פֿלעגט ער פֿון שאָסײ אין אַ זײט ▯אָפּקערעװען צו אַ קלײן דערפֿעלע, „ד▯ואָרעץ” מיטן נאָמען, דורך װאַנען זײן װעג איז אים געלעגן צו יענע ישובים אין די פֿאַררוקטע װעלדער פֿון דונעשי אַרן שומסק, דאָרט װוּ זײַנע באַקאַנטע אײנציקע אַרענדאַרעס, שענקערס האָבן געװױנט, און װוּ בײַ זײ פֿלעגט ער אָפּזומערן, און אַ שטיק צײַט אין די היפּשע חךשים פֿאַרברענגען. שפּעט אין אָװנט פֿלעגט ער זיך דעמאָלט אין אַ שומסק, אָדער אין אַן אַנדער דערפֿל, אין זײַנער אַ באַקאַנטער אַרענדאַר־שטוב אַרײַנשטעלן, װוּ מע האָט אים שױן געקענט און נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן געדענקט. ער האָט די טאָרבע אָפּגעלײגט. באַלד פֿון די פֿרום־פֿאַרגרעבטע אַרענ־ דאַרעס צו אַן אָװנטיקער סעודה אײַנגעלאַדן געװאָרן, צו װעלבער ס'איז תּמיד פֿריש קאָרן־ברױט מיט סמעטענע אָדער זױערמילך דערלאַנגט געװאָרן. ער האָט זיך דערפֿרישט דער▯ילט, און די דאָרפֿישע מנוחה איז אים אין די בײנער געקומען — די שטילקײט, די בנעימותע רײד פֿון די אַרענ־ דאַרעס און דער גרױסער דרך־אר▯, װאָס זײ האָכן אים, װי יעדן גרױס־ שטאָט▯שן, אַנטקעגן געטראָגן; יענע זעלטענע מנוחה פֿון דער דאָרפֿישער אַרומרינגלונג — פֿון דער אױפֿן־קאָפּ־ליגנדיקער שטוב, װוּ ס'האָט שטענדיק געשמעקט מיט פּשוטן שענק▯בראנפֿן, מיט װאַסער פֿון אַ פֿאַרדומפּענער קרעניצע, מיט שטוביקע עופֿות, װי הינער, גענדז, װאָס זײַנען צו יענער צײַט, נאָכן װינטער, פֿון די אײער אָראָפּ און האָבן שױן קלײנװאַרג אױסגעפֿירט. מע האָט זײ אונטערן פּריפּעטשיק געהאַלטן, פֿונװאַנען ס'האָט זיך תּמיד, אַפֿילו אין אָװנט, אַ שטיל, קױם־קױם פּישטשען פֿון די נאָר־װאָס אױסגעזעסענע אַרױסגעהערט. ס'איז אים גוט געװען, סרולין, שױן דעם ערשטן אָװנט, װען ער איז אין דאָרף אָנגעקומען, באַזונדערס נאָך אױף מאָרגן מיטן טאָגלעכן, מיטן ערשטן ----------- 148 ד ע ר נ ס ת ר געשרײ פֿונעם פּאַסטעך הינטער די פֿענצטער, װאָס רופֿט צונױף און זאַמלט די טשערעדע, מיטן זון־אױפֿגאַנג און טױ, מיטן שטילן אױפֿװאַכן פֿון דאָרף צו אַרבעט, מיט די פֿרױען, װאָס גײען װאַסער שעפּן, און מיט די שטיל־ פֿאַרשעמטע פּױערשע קינדער אין טאַטישע היטלען, װאָס שױן פֿון גאַנצפֿרי האָבן ניט װוּהין די קינדערשע צײַט אַהינצוטאָן. דאָס אַלץ האָט אים גרױס פֿאַרגעניגן פֿאַרשאַפֿט, און דער ערשטער טאָג האָט אים שױן גלײַך און אינגאַנצן די שטאָט געמאַכט פֿאַרגעסן און זײן כּעס אױף איר, און מען מעג שװערן, אַז סרולי איז דעמאָלט אַױך אַ שטיק אַנדערער . געװאָרן: דאָס בײזע איז אַװעק, דער דאַשעק ניט אַזױ אָנגערוקט איבערן פּנים, דער אומצוטרױ, דער אומגלױבן און בײַ דער זײט פֿון אַלעמען זיך האַלטן, װאָס האָט כּסדר געפֿונען שאַ▯—פֿן אױסדרוק אין זײן גײן, שטײן און קוקן, איז איצט פֿיל געלינדערט געװאָרן. און אױסגעדריקט האָט זיך עס איצט אין זײן דאַװנען, װאָס ער פֿלעגט אין שטאָט דערפֿון מאַכן בקיצור, דאָ פֿלעגט ער לאַנג, שטײענדיק אין טלית פֿאַרן פֿענצטער, אין דרױסן אַרױסקוקן, און אָפֿט אױך אַפֿילו בשעתן דאַװנען און אַרױסקוקן זיך גוט צעשמײכלען. ס'האָט זיך אױך אױסגעדריקט אין זײן באַגײן זיך מיט די באַלעבאַטים אַרענדאַרעס, בײַ װעלכע ער האָט זיך אױף קעסט און אױסהאַלט געפֿונען ,װאָס כאָטש ניט איבעריק צוגעלאָזט צו זײ, כאָטש ניט איבעריק און ניט גאָר הײמיש, דאָך האָט ער נישט בײז געברומט, נישט הינטנאַרום פֿאַרפֿרעמדט געקוקט, און בײַם צוגײן נאָענט און זיך װענדן צו אים, האָט ער קײן איבעריקע שטעכלקעס אױף יענעם צו באַגעגענען ניט אַרױסגעלאָזט. אַזױ אַ טאָג, צװײ, אַ װאָך און מער — אױף אײן אָרט, אין אײן ישוב. דעמאָלט פֿלעגט ער אין אַ צװײטן אַװעק — װידער צו אַ פֿאַראַיאָריקן באַ־ קאַנטן, װידער אין אַ שטילן דאָרף ערגעץ, אין אַ שױן מער פֿאַררוקטן אין יענעם קאַנט דעם װאַלדישן, װוּ די זון קאָן לאַנג אינדערפֿרי פֿון צװישן די בײמער ניט אַרױסקריכן, און װוּ פֿאַרנ▯אַכט װערט זי פֿאַרשװוּנדן פֿיל פֿריִער, ▯ װי אין אַנדערע, פֿלאַכלאַנד־ און סטעפּ־ערטער. ▯ װאָס טיפֿער ער האָט אין יענער געגנט געצױגן, זײַנען די ישובים אַלץ קלענער און אָפֿגעזונדערט־אײנזאַמער געװאָ▯רן, אַלץ מער זײַנען די שליאַכן נישט מיט קײן טיף־אײַנגעטראָטענע און אײנגעפֿאָרענע סימנים אין דעם ערד־ ▯ באָדן פֿאַרשניטן; אַלץ װײניקער האָבן פּױעריב אין יענער פֿאַרװאָרפֿעניש אַ לעבעדיקן שטאָט־מענטשן װען געזען, און װען יאָ, האָבן זײ געקוקט אױף אים, גלײַך װי ער װאָלט פֿון אַן אַנדער לאַנד אַראָפּגעקומען; אַלץ מער האָבן אױך ייִדישע אַרענדאַרעס פֿאַרפֿרעמדט און אָפּגעריסן פֿון שטאָט־מענטשן זיך גע־ פֿילט, װײל זעלטן האָט צו זײ אַמאָל אַזאַ אײנער אַראָפּגעקוקט, , און נאָך זעלטענער — זײ צו אַ שטאָט. גרױס עם־הארצות האָט דאָרט געהערשט, פֿינצטערניש און ייִדיש־ ▯ ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 149 פּױערישער אבערגלױבן. און סרולי פֿלעגט שױן דעמאָלט אַמאָל צו אַזאַ אַרענ־ דאַר אָנטרעפֿן, װעלכער האָט דער אַלעמען באָװוּסטער דאָרף־מכשפֿה קײן כראנפֿן נישט געװאָלט פֿאַרקױפֿן; װײל, האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט, װען ער האָט איר אײנמאָל יאָ פֿאַרקױפֿט, אַזױ האָבן זיך אין דער גאַנצער פֿאַס בראנפֿן און אין יעדן אײנציקן גלעזל באַזונדערס, װאָס מע האָט אָנגעגאָסן, לאַנגע גרינע שפּילקעס באַװיזן, פֿון װעלכע אײניקע פּױערים זײַנען דערנאָך נאָר מיט בױך־גרימעניש אָפּגעקומען, און אַנדערע גאָר אַװעקגעשטאָרבן. דאָרט האָט יעדער ייִדישער אַרענדאַר אױף זײן ייִדיש לשון, פּױערשע מכּות און קרענק אָפּגעשפּראָכן, און, פֿאַרקערט, פּױערים — ייִדישע קרענק אױף זײער שפּראַך. דאָרט האָבן זיך בײַנאַכט אין די קרעניצעס ליכטלעך באַװיזן, אַרום די קרעניצעס האָבן זיך שקאַפּעס מיט קרױנען אַרומגעדרײט, און אױף נאָענטע און װײַטע װעגן אַרום האָבן שדים אױף פֿערד אָן זאָטלען און אָן צױמען געריטן▯ און דורך אומבלאָנדזשענז▯יקע פֿײַערלעך בײַנאַכט פֿי און מענטשן אין די בלאָטעס פֿאַרפֿירט, אױף צו פֿאַרריזנעט װערן און שױן קײנמאָל ניט אַרױס פֿון דאָרט — אָדער אױף אומצוקומען, אָדער גאָר אַ קײסער אױף די זשאַבעס צו װערן... אַזױנס און נאָך ענלעכעס פֿלעגט דאָרט סרולי אָנטרעפֿן, און סרולי האָט זיך, נישט ג▯קוקט אױף זײן ליבע צום דאָרף, שױן שטאַרק געענגט געפֿילט, װי די לופֿט װאָלט אים װײניק געװאָרן און ס'האָט אים גענומען װאַרגן... מערסטנט▯יל פֿלעגט דאָס שױן סרולין טרעפֿן אין אַ לעצטן דאָרף פֿון יענע דערפֿער, װאָס פֿון דאָרט װעט ער זיך נאָך לאַנגן זומער-פֿאַרברענגען אַהײם אין שטאָט אומקערן; דאָרט, װוּ צװישן די געצײלטע הײַזער איז אױך געשטאַנען אַן אײנציקע ייִדישע שטוב מיט שטרױ באַדעקט, װי למשל, מנשה טריעדיערס ▯ אַן אַלטער עובֿר־בטלער ייִד, װאָס איז געזעסן בײַ די קינדער אױף אױפֿהאַלט, און װאָס דעם גאַנצן זומער פֿלעגט ער פֿאַר דער שטוב אױף אַן אױסגעשפּרײטן לאַנטעך אױף דער ערד שױן אָפּליגן... אַ טױבער, װאָס האָט װײניק געהערט און נאָך װײניקער פֿאַרשטאַנען. און דאָס אײנציקע, װאָס איז אין אים יאָ פֿון פֿאַרשטאַנד פֿאַרבליבן, איז געװען, װאָס יעדן מענטשן, װאָס פֿלעגט זיך צו אים דערנעענטערן, פֿלעגט ער אַן אומזיניקע האַנט אױף שלום דערלאַנגען, פֿאַרגעסנדיק אַלעמאָל, אַז ער האָט שױן דעם זעלבן אײנעם, אינעם זעלבן טאָג שױן װיפֿל מאָל די האַנט ביז נמאס װערן אױסגעשטרעקט. אָט בײַ אים, בײַ דעם מנשהן, למשל, האָט מען סרולין פֿון גרױס לאַנגװײַל דעמאָלט שױן געקאָנט טרעפֿן זיצן, װי ער שרײַט אים אין טױבן, פֿאַרמאַכטן אױער אַרײַן, נאָך דעם, װי יענער האָט, לױט דער אַלטער דאָרפֿישער גע־ װױנשאַפֿט און מיטן לעצטן ביסל זיניקע װערטער, װאָס זײַנען אים נאָך געבליבן, בײַ אים, בײַ סרולין, געפֿרעגט: ▯ ----------- 150 ד ע ר נ מ ת ר — האַ, װאָס הערט זיך עפּעס אין שטאָט, ר, אורח?... סרולי האָט אים דעמאָלט אין אױער אַרײַנגעשריגן: — ס'הערט זיך, ר, מנשה, גרױס נײַס הערט זיך: משיח איז שױן געקו▯ ▯▯ן נאָו ▯רעסערן ▯אַנ▯▯ױי▯, פ▯ע▯ט ער נעמען מימן אַ▯טן װי מיט ▯ אַ קינד שפּאַסן, און פֿיל אומזיניקײטן פֿאַרפֿאַסן, װי נעמלעך: — יאָ, ר, מנשה, משיח איז שױן געקומען, און די שטאָט פּאַקט זיך שױן און דינגט שױן פֿורן אױף אים באַגעגענען... רבנים אין טליתים רײַטן אױף אײזלען, רביצינס אין טלית־קטנס — אײנע אױף דער אַנדערער... די ▯ר ▯▯▯ ▯י▯י ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯י▯▯י▯▯ו▯▯▯▯ ; ין איז אַנטלאָפֿן און די קצבֿים פֿאַרקױפֿן פֿלײש בזיל הזול. הינט טראָגן גאַנצע קעפּ, און די קישקעס שלעפּן זײ זיך נאָך... גנבֿים האָבן אַלעמענס קעשענעס און קישקעס אױסגעשניטן... קבצנים גײען אין גאָלד, און גבֿירים — אין טראַנטעס. — אַזױ, אַזױ... — פֿלעגט זיך דער אַלטער טױבלעך חידושן. אַזױ און ענלעך פֿלעגט סרולי שפּאַסן, און מע האָט געזען, ס'איז פֿון ניט האָבן דאָ װאָס צו טאָן, ס'איז פֿון דעם, װאָס דער אינטערעס האָט זיך אים שױן דאָ אױסגעלאָזט, אַז ער איז װי אין לײם פֿאַרקראָכן, און ס'איז אים צײַט אַהײם שױן װידער. און ס'איז שױן טאַקע תּמיד דעמאָלט אױך סוף זומער געװען. פֿעלדער — אָפּגעשניטן, די שײערס — פֿול, װעלדער — סוף־זומעריק פֿאַרטראַכט — לײגן זיך פֿריִער און שטײען אױף שפּעטער און הערן די גאַנצע צײַט נאָר, װי װעװריקלעך רײַסן ניס און פֿאַרגרײטן זיך אױף יקרות און אױף װינטער... אָט דעמאָלט פֿלעגט סרולי װידער אין אַ שײנעם טאָג, מיט קײנעם זיך ניט געזעגענענדיק, די טאָרבע נעמען. ער האָט דעם װעג צום שאָסײ צוריק דורך די זעלביקע דערפֿער, װאָס בשעתן אָנקומען דורכגעמאַכט. ▯י גאַנצע צײַט פֿון זײן צוריקװעגס איז אױף זײן פּנים אַ שטילן שפּאַס צו זען געװען, ▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯־▯▯▯▯▯▯▯▯▯נ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ אַ פֿרײלעכער אױפֿן שאָסײ אַרױף, פֿלעגט פֿון שװערער לאַנג־זומערדיקער װעלדער־געדיכטעניש װי פֿרײ אָפּאָטעמען און מיט די אױגן געװענדט אױף פֿאָרױס, צו זײן פֿון לאַנג פֿאַרלאָזטער און שױן געגאַרטער שטאָט צוריק... ▯ ▯▯ ----------- ▯ דער ק ר יג צ װיש ן די ב ר ידער ▯ אױף; מאָרגן גאַנצפֿרי, נאָך יענעם אָװנט, װעגן װעלכן מיר האָבן אױבן דערצײלט, װען אַלע דרײ ברידער האָבן זיך אין משהס עס־צימער געטראָפֿן, ▯ האָט אַלטער, װי ס'איז פֿאָרױסצוזען געװען, געשריגן. דאָס מאָל אָבער אַזױ אומגעװײנלעך, װאָס אַפֿילו פֿאַר אים, פֿאַר אַלטערן ,אַ חידוש. װען אין דרױסן נאָך פֿינצטערלעך, האָבן זײן געשרײ צוערשט דערהערט די דינסטן, װאָס זײַנען געשלאָפֿן אין קיך און האָבן איבער זײערע קעפּ זײן אױבערשטיבל געהאַט, און אײנע, װעלכע האָט אױפֿגעװאַכט די ערשטע, האָט אַ פֿון־שלאָף־דערשראָקענע די צװײטע געװעקט: — הערסט, ס'אַראַ גרױסן פֿאַרטאָג ער האָט שױן הײַנט פֿאַרנומען. בײדע זײַנען שױן דערנאָך געלעגן מיט אָפֿענע אױגן אױף זײערע גע־ לעגערס, און כאָטש די סטעליע האָט זײ אָפּגעטײלט, זײַנען דאָך אַלטערס קולות דערגאַנגען צו זײ, װי פֿון אַזױ נאָענט, גלײַך לעבן זײ און אין זעלבן צימער װאָלט ער געשריגן. געדאַכט האָט זיך זײ, אַז אַזױ קאָן שרײַען ניט נאָר אײן געװינערין אין די לעצטע מינוטן פֿאַרן האָבן, נאָר צען מיטאָמאָל, װען צען לײַבער װערן אױפֿגעריסן און צען מאָל צען װײטיקן רײַסן זיך דורך נישט מער, װי דורך מענטשלעכע מײַלער, װאָס זײַנען צו קלײן אױף זײ אַרױס־ ▯ צוברענגען. שפּעטער האָבן אױך די שטוב־לײט אין די װײַטע צימערן דערהערט. פֿריִער גיטעלע, משהס װײַב, און גלײַך, נאָך אין בעט ליגנדיק, איז איר שױן אָנגעקומען דער געװיסער קאָפּ-װײטיק, װאָס טרעפֿט זי שטענדיק אין טאָג פֿון אַלטערס געשרײען און צװינגט זי דעם גאַנצן טאָג אין בעט אָפּליגן, אָדער מיט אַ פֿאַרבונדענעם קאָפּ זיך אַרומשלעפּן. דערנאָך אױך משה, און נאָך אים אַלע עלטערע פֿון שטוב, ביז די רײ איז געקומען אױך צו די מער דער־ װאַקסענע קינדער און צװישן זײ אױך צו מאירלען. אין דרױסן האָט געדרײט אַ װינט, װאָס דערמאָנט ערבֿ־האַרבסט, װאָס האָט זיך אין די סעדער פֿאַרקליבן נאָך פֿון בײַנאַכט און אױך נאָכן טאָג־װערן ניט געקאָנט אַרױס פֿון זײ. ער האָט אָן אױפֿהער די בײמער־קעפּ הין און צוריק און אין פֿאַרשײדענע זײַטן געריסן און אַמאָל אױך אַראָפּ, צו דער ערד זײ בײגנדיק, געבראָכן. 151 ----------- 152 ד ע ר נ ס ת ר דער פֿאַרשטױבטער הימל, װאָס האָט אױסגעזען װי פֿאַר אָדער נאָך אַ רעגן, איז נידעריק איבער די גאַסן און הײַזער געלעגן, און װער ס'האָט יענעם פֿרימאָרגן פֿון אַ פֿענצטער אין דרױסן אַרױסגעקוקט, זײַנען אים טרױעריקע מחשבֿות אױפֿגעקומען, װי יעדעס מאָל, װען דער װעטער בײט זיך פֿון בעסער צו ערגער. שפּעטער זײַנען בײַ משהן אין שטוב שױן אַלע װאַך געװאָרן. דינסטן אין קיך האָבן צו דער פֿרימאָרגנדיקער טײ פֿאַר גרױסע און צום איבערבײַסן פֿאַר קינדער אַלץ, װאָס נײטיק, צו פֿאַרגרײטן באַדאַרפֿט, — עס־ און טרינק־ געפֿעס צו װאַשן און צו װישן און דעם סאַמאָװאַר אױפֿן טיש אין עס־צימער אַרױפֿצוברענגען. שױן דעמאָלט האָט מען געקאָנט זען אױף די פּנימער פֿון אַלע דער־ װאַקסענע אין משהס שטוב אַ געװיסע באַזאָרגטקײט, װאָס די סיבה אירע איז געװען ניט נאָר דער שלעכטער װעטער, װעלכער װירקט אַמערסטן אױף ניכטערע הערצער בײזלעך, און ניט אױך אַלטערס געשרײען, װאָס דריקן באַ־ שטענדיק אױף אַלע▯ען אין שטוב אָן אױסנאַם און נעמען צו דאָס לשון פֿון מױל. נײן, — דער עיקר באַזאָרגט דערפֿאַר־▯ װאָס שױן גאַנצפֿרי האָט זיך איבער דער שטוב צעטראָגן אַ ידיעה, װאָס האָט פֿון גיטלען געשטאַמט, און אײנער דעם אַנדערן האָט זי שטיל אױפֿן אױער אײַנגערױמט, — אַ ידיעה, אַז דער פֿעטער לוזי האָט באַשלאָסן און האָט בדעה אין N צו פֿאַרבלײַבן, און אַז זײער פֿאָטער משה איז מיט זײן, לוזיס, באַשלוס ניט איבעריק צופֿרידן. באַקומענדיק אָט די ידיעה, האָבן אַלע דעמאָלט געפֿילט, אַז די מחלוקת, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ שטיל צװישן די ברידער, אין גרױס אײנגע־ האַלטנקײט און אין ראַמען, הײבט איצט אָן פֿון די ראַמען אַרױסגײן; מע האָט דערפֿילט, אַז אָט דער באַ▯לוס דעם פֿעטער לוזיס — אין פֿלוג אַן אומ־ שולדיקער, װאָס, פֿאַרקערט, אַן אַנדערשמאָל װאָלטן אים אַלע מיט גרױ▯ פֿאַרגעניגן און פֿאַר ליב אָנגענומען, ־— איז דאָס מאָל, װי פֿריש אונטערגעלײגט האָלץ צו פֿײַער, װאָס װעט דינען אַלס נײַער מאַטעריאַל אױף נאָך מער און שטאַרקער זיך צעפֿלאַקערן. אַלע דערװאַקסענע האָבן בײַ דער טײ דעמאָלט געשװיגן. מע האָט גע־ טרונקען, װי נאָר פֿאַר יוצא־װעגן. מע האָט אַלעמאָל נאָר געכאַפּט אַ קוק אױפֿן פֿאָטער, אױפֿן עלטסטן פֿון דער פֿאַמיליע, אױף משהן, װאָס אױך אױף ▯ זײן פּנים איז צו זען געװען די אַלגעמײנע זאָרג אױסגעדריקט. אין דער זעלבער צײַט האָט מען אױך אַלע װײַלע הינטנאַרום געקוקט אױף יענער טיר פֿון עס־צימער, דורך װעלכער דער פֿעטער לוזי האָט זיך געקאָנט באַװײַזן — אױך צו דער פֿרימאָרגנדיקער טײ, און דאָס מאָל זײַנען אַלע אים װי ניט ▯ גערן געװען. מע האָט מורא געהאַט, אַז איצט, בעתן אױפֿגערעגטן געמיט, װאָס בײַ אַלע, זאָל מען זיך ▯יבער אַ קלײניקײט ניט פֿאַרטשעפּען, און, פֿאַר־ ▯ ▯▯▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯15 קערט, געהאָפֿט, אַז אױב איצט װעט מען אױסמײַדן קריג, װעט מעגלעך פֿאַרן טאָג דאָס▯ װאָס איצט אָגעגליט, זיך אָפּקילן, דאָס, װאָס קאָן איצט אַ קריג אַרױסרופֿן — געלאָשן און געשטילט װערן. לוזי אָבער האָט איצט איבער עפּעס פֿאַרשפּעטיקט אָדער אומיסטן זיך געמאַכט פֿאַרשפּעטיקן, אַזױ אַז פֿון דאָרט, פֿונװאַנען מע האָט זיך געריכט, איז קײנער ניט געקומען. דערפֿאַר אָבער פֿון אַן אַנדער טיר, פֿון דער, װאָס פֿירט פֿון קיך אין עס-צימער, האָט מען פּלוצעם, אַן אומגעריכטן, אַ גאַסט אַרײַנקומען דערזען: סרולין, סרולי גאָל. ▯ ער האָט זיך אױך איצט, װי תּמיד, מיט אַ זײט, אַ שטילער און אַ שװײגנ־ דיקער אַרײַנגעשטעלט. ער האָט איצט אױסגעזען, װי גלײַך נאָר־װאָס פֿון װעג — מיט דער טאָרבע. אין דער אמתן אָבער ניט פֿון װעג, װאָס דאָס איז געװען צו מערקן פֿון זײַנע אױסגערוטע פּנים און אױגן, װעלכע האָבן עדות געזאָגט, אַז די נאַכט פֿון נאָך זײן אָנקומען האָט ער שױן ערגעץ אַנדערשװוּ איבערגענעכטיקט. צוזאַמען דערמיט האָט מען אױך באַמערקט, אַז דאָס, װאָס ס'קומט איצט פֿאָר דאָ אין שטוב, די באַזאָרגטקײט פֿאַר מעגלעך־ פֿאָרשטײענדיקע אומאָנגענעמלעכקײטן, װי אױך דאָס, װאָס פֿאַר אָט דער באַזאָרגטקײט איז פֿאָרגעקומען, איז אים, סרולין, שױן באַװוּסט: צו זײן אָנגעשפּיצטן אױער, װײַזט אױס, איז דאָס שױן פֿון ערגעץ־װוּ דערגאַנגען. מע האָט אױך געזען, אַז ס'טוט אים הנאה דאָס פֿאָרשטײענדיקע, גלײַך אַ גרױס גליק װאַרט אים, פֿון װעלכן ע▯ר איז האָפֿערדיק, און זײן בליק שפּילט צופֿרידן און ▯מיט שאָדנפֿרײד. ער האָט, װי זײן שטײגער, בײַם אַרײַנקומען קײן גוט־מאָרגן ניט געזאָגט, ניט געװינטשעװעט און זיך ניט געגריסט מיט קײנעם. ער האָט נאָר זײן טאָרבע אין אַ װינקל ערגעץ אָפּגעלײגט — אַ סימן, אַז ער קלײַבט זיך דאָ אַ ביסל מער, װי געװײנלעך, צו פֿאַרבלײַבן, און באַלד נאָך דעם האָט ער, ניט קײן אײַנגעלאַדענער און ניט קײן גערופֿענער פֿון קײנעם, באַגלײַך מיט אַלע צום טיש, װוּ משהס שטוב־לײט האָבן טײ געטרונקען, זיך אַװעקגעזעצט. דעמאָלט האָט מען אױך געזען: סרולין האָט דאָס מאָל די טײ ניט אינ־ טערעסירט, — צי מחמת שױן אָפּגעטרונקען, צי נאָך ניט — אַלצײנס. די אױגן האָבן אים גאָר די גאַנצע צײַט איבער די שטוב־לײט אומגעשװעבט, גלײַך ער װאָלט געזוכט צװישן די פּנימער, װאָס זײַנען אים שױן פֿון לאַנג באַקאַנט, עמעצנס אַן אומבאַקאַנטס, ניט געפֿינענדיק אָבער דאָס געזוכטע, האָט ער אַלע װײַלע געװענדט זײן בליק צו יענע טירן, װאָס פֿירן אין עס־ צימער, דורך װעלכע ער האָט געפֿילט, אַז דער אומבאַקאַנטער דאַרף זיך און מוז זיך פֿון אײנער פֿון זײ באַװײַזן. דעמאָלט האָט משה פֿון הינטערן טיש זיך אױפֿגעהױבן און צו זיך אַװעק. ----------- ▯15 ▯ ▯ ▯▯▯ ד ע ר נ מ ת ר און באַלד, שפּעטער עטװאָס, איז לוזי, װי ער װאָלט זיך אָפּגערעדט מיטן ברודער זיך דאָס מאָל ניט צו באַגעגענען, דורך ▯אַן אַנדער טיר אַרײַן. סרולי, װאָס האָט, װי געזאָגט, די גאַנצע צײַט געװאַרט אױף אים, האָט אים באַלד באַמערקט: אַן אױסגעװאַשענער צום פֿרימאָרגן, אַ שטאַלטנער, און אַזאַ, װעלכער שאַפֿט יעדעס מאָל אַכט און יום־טובֿ, װען ער באַװײַזט זיך. ער האָט מיט אַ זײַטל־בליק געכאַפּט אַ קוק אױף אים און געװאָלט, װי זײן שטײגער, באַלד אָפּװענדן פֿון אים זײן בליק און פּראַװען יענע ברוגז־ מינע, װאָס ער פּראַװעט בנוגע אַלע אַנדערע. דאָס מאָל אָבער איז זי, קעגן זײן װילן, בײַ אים עפּעס ניט אַרױסגעקומען, ניט געראָטן. פֿאַרקערט: ער איז װי צוגעקלעפּט געװאָרן צו לוזין, און אַזױ װײַט, אַז װען לוזי האָט זיך פֿון דער טיר צום מיט שטוב און צום טיש געלאָזט צוגײן, אַזױ האָט סרולי, נישט באַמערקט פֿאַר זיך אַלײן, מיטאַמאָל פֿון זײן אָרט זיך אַ הײב געטאָן, און דאָס, װאָס ס'געשעט זעלטן מיט אים, איז דאָס מאָל יאָ געשען: ער האָט לוזין זײן האַנט אױף „שלום” דערלאַנגט. אמת, ער איז גלײַך ברוגז געװאָרן אױף זיך פֿאַר אָט דער שװאַכקײט, װי אים האָט געדאַכט, אָבער, װאָס געטאָן, איז געטאָן, און צוריקכאַפּן איז שױן צו שפּעט געװען. זײן האַנט-געבן דעמאָלט האָט דערװײל עטלעכע זאַכן מיטאַמאָל באַשטע־ טיקט. ערשטנס, אַז אױך ער, סרולי, איז אַמאָל ניט אין דער האַנט בײַ זיך, אַז ער גײט אַמאָל פֿון זײן אײַנגעשטעלטן גדר אַרױס, און זײן ראָ▯ װאָס ער האָט אױף זיך גענומען, קאָן ער בײַ געװיסע אומשטענדן ניט אױסהאַלטן און דערפֿירן ביזן סוף; צװײטנס, האָט באַשטעטיקט, אַז סרולי האָט שױן פֿון לוזין, װײַזט אױס, פֿון פֿריִער געװוּסט און מעגלעך אַמאָל אױך װען אים געזען אין אָט דער שטוב, און װען אַפֿילו אױב ניט געזען, האָט ער דאָך הינטער די אױגן געהאַט פֿון אים אַ געװיסע פֿאָרשטעלונג, װעלכע האָט לוזין אױסגעטײלט און אַרױסגערופֿן בײַ אים צו אים, צו לוזין, ניט דאָס, װאָס צו אַלע אַנדערע; דריטנס, באַשטעטיקט, אַז ניט צוליב קײנעם, נאָר אַלײן טאַקע צוליב לוזין האָט ער זיך דאָס מאָל גאַנצפֿרי צו משהן אין שטוב אַרײנגע־ שטעלט, — צי צוליב נײַגעריקײט, צי צוליב אַנדערע טעמים, װעלן מיר שפּעטער זען, דערװײל איז דאָס ניט איבעריק קלאָר געװען און אױף סרולין ניט צו דערקענען. װאָס געהערט לוזין, האָט ער צו סרולין קײן שום נײַגער ניט אַרױס־ געװיזן, גלײַך ער קאָן אים שױן פֿון לאַנג, אָדער װען אַפֿילו ניט פֿון לאַנג, איז, אַלנפֿאַלס, קײן איבעריקן אינטערעס צו אים; און פֿאַרקערט, װען לוזי האָט באַמערקט, אַז אַלע שטוב־לײט פֿילן זיך געענגט אין זײן אָנװעזנהײט, און אַז סרולי שאַפֿט זײן אומאָנגענעמלעכקײט, און יעדער אײנער זעט איצט זײן טײ־טרינקען װאָס גיכער צו פֿאַרענךיקן און זיך אַרױסרוקן פֿון טיש, האָט ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 155 ער זיך געװוּנדערט און אױף אַלעמען אַ ניט־באַנעמענדיקן, ניט־פֿאַר־ שטײענדיקן בליק אָנגעשטעלט. די שטוב־לײט אָבער האָבן דאָס ניט באַמערקט, און אײנער נאָך אײנעם האָבן זיך פֿון די ערטער אױפֿגעהױבן און גענומען — װער װוּהין אַװעק־ צוגײן. געבליבן איז נאָר גיטעלע מיטן פֿאַרבונדענעם קאָפּ פֿון װײטיק, פֿון װעלכן זי האָט שױן פֿון גאַנצפֿרי געליטן. זי איז געבליבן, כּדי, ערשטנס, װי איר שטײגער, לוזין בײַם טיש צו באַדינען — דאָס מאָל אים טײ אָנצוגיסן און צו דערלאַנגען; און, צװײטנס, כּדי באַלד, װי אַלע זײַנען זיך פֿון טיש צעגאַנגען, אים די ערשטע פֿראַגע צו שטעלן (די ערשטע אָבער נאָר פֿאַר יוצא־װעגן): „צי האָט ער געהערט פֿאַרטאָג אַלטערן שרײַען?” — און דער־ נאָך▯ װען זי האָט אַן ענטפֿער אױף יאָ באַקומען, האָט זי אַ פֿרעג געטאָן װעגן עיקר, װאָס האָט זי אינטערעסירט, װעגן װעלכן משה איר מאַן האָט איר שױן גאַנצפֿרי, נאָך אין אַלקער זײענדיק, צו װיסן געגעבן, און װאָס, אױפ־ שטײענדיק, האָט זי, פֿון איר זײט, אירע שטוב־אײגענע דערצײלט — װעגן לוזיס באַשלוס אין N צו בלײַבן ▯ — צי איז דאָס טאַקע אמת, לוזי, װאָס משה האָט איר דערצײלט? — אמת, — האָט איר לוזי געענטפֿערט, און אױך דאָס מאָל, װי אַלעמאָל, װען ס▯גײט װעגן אַן ענין, װאָס ער האַלט, אַז איבעריקע מענטשן זאָלן דערפֿון רעדן איז איבעריק, און אַז בכלל זײַנען רײד ניט נײטיק, האָט ער זיך געמאַכט, װי װײַטערדיקע פֿראַגעס איז ער ניט גערן און װידער װעגן דעם שמועסן אין אים ניט ני▯▯. גיטעלע האָט דאָס באַמערקט און דאָך האָט זי זיך ניט אײַנגעהאַלטן פֿון נאָך אײנער אַ פֿראַגע: — און װאָס רעכנט ער צו טאָן מיט זײן דירה און מיט אַלעם איבעריקן פֿאַרמעגן? — פֿאַרקױפֿן. — און דאָ? — זיך דינגען. — דינגען?... בײַ פֿרעמדע, און נישט בײַ אונדז? — יאָ, — האָט לוזי װידער קורץ געענטפֿערט. דעמאָלט איז גיטעלע שטאַרק אָפּהענטיק געװאָרן, דער קאָפּװײטיק האָט ▯ זיך איר פֿאַרשטאַרקט, ס'איז איר שװער געװאָרן בײַם טיש צו פֿאַרבלײַבן, זי האָט לוזין פֿאַרלאָזט, און אַלײן צו זיך אין איר אַלקער אַװעק. ▼ אַ שװערער טאָג האָט זיך דעמאָלט געשטעלט אין שטוב בײַ משהן — סײַ פֿאַר אים, פֿאַר משהן אַלײן, סײַ פֿאַר אַלע זײַנע אײגענע, אָנגעקומענע, ----------- 156 ד ע ר נ ס ת ר אָנגעפֿאָרענע, און פֿאַר אַלע, װאָס האָבן געהאַט צו זײן שטוב אַ שײכית. נאָך דעם, װי גיטעלע איז פֿון עס־צימער אַרױס, אַזױ האָט לוזי, בלײבנ־ דיק אַלײן, גענומען אַרומשפּאַנען, װי זײן שטײגער תּמיד פֿאַרן דאַװנען, מיט די הענט אין די צװײ הינטערשטע ▯קעשענעס פֿון זײן קאַפּאָטע אַרײַנגעשטעקט. דאָס מאָל צערודערט און פֿאַרזאָרגט זײער, װײל די קולות פֿון אַלטערן, װאָס האָבן שױן פֿריִער געהאַט אױפֿגעחערט, אַנשװיגן געװאָרן, האָבן זיך איצט באַנײט, און נאָענט פֿון איבער דער קיך־סטעליע קומענדיק, האָבן אים גרױס צער פֿאַרשאַפֿט און מיטפֿילנדיקן ברודערישן אַנגסט אױף זײן פּנים אַרױס־ גערופֿן. און לסוף, װען אַלטערס געשרײען האָבן זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט, האָט ער זײן אומשפּאַנען איבערגעריסן, ער איז אױף אַ װײַלע שטײן געבליבן, דערנאָך האָט ער פֿון זײן אָרט אַ גײ געטאָן, צו דער קיך זיך געלאָזט, און פֿון דאָרט צו די טרעפּ אַרױף, װאָס פֿירן צו אַלטערן אין אײבערשטיבל, אַרױף. אַז ער איז אַרױף, האָט ער דערזען: אַלטערס בחורישער צימער מיט אײן בעטל, טישל, בענקל האָט אױסגעזען פֿאַרלאָזט, עלנט, גלײַך ניט צװישן מענטשן װאָלט ער דאָ געװױנט, גלײַך ניט קײן אײגענע װאָלט ער אונטער דער פּאָדלאָגע געהאַט, נאָר װי ערגעץ אין אַ װאַלד, אױף אַ װיספּע ערגעץ זײן שטיבל. דער צימער, די װענט, האָט אים געדאַכט, האָבן אַלטערס פֿאַרלױרענע בחורשע יאָרן באַדױערט, און דאָס פֿענצטער, װאָס קוקט אין סאָד אַרױס, האָט װי ניט נאָר איצט אינעם שלעכטן װעטער, נאָר כּסדר, אין אַלע יאָר־ צײַטן, דאָס זעלבע בילד, װאָס איצט דאָ, צו זען געמאַכט: אַ בילד פֿון בײמער, װאָס װינטן ברעכן זײ, און שטענדיק פֿאַרשטױבטע און פֿאַרכמאַרעטע לופֿט און הימל. אַלטער איז אין מיט צימער געשטאַנען װײַט ניט אין מענטשלעכער אָר־ דענונג... ער האָט זײַנע הענט אין אײן ברעכן געהאַלטן אַזױ גיך, אַזױ האַסטיק, אַזױ װילד־משוגע, גלײַך ער װיל זײ פֿון די גלידער אַרױסדרײען און זײ פֿון זיך אָפּשלײדערן. דערבײַ איז זײן בליק פֿאַרטראָגן, און אָפֿט שלאָגט ער זיך אין קאָפּ מיט די שפּיציקע פֿינגער־בײנדלעך פֿון זײַנע קולאַקעס און סאָפּעט נאָך דעם, װי נאָך אַ שװערער מלאכה. אַז ער האָט אָבער לוזין דערזען, האָט זיך אים אױף אַ װײַלע דער בליק װי אױסגעלײטערט, ער האָט אױפֿגעהערט די הענט צו ברעכן און זיך אין קאָפּ ▯ שלאָגן, און אױף אַ מינוט, אױף אײן מינוט נאָר, זינען געקראָגן, װי נאָר װעדליק אױף אַרױסצושרײַען: אױ, שלעכט, ברודע▯ר... אױ, ביטער, ברודער... באַלד אָבער חאָט ער װידער דעם זינען פֿאַרלױרן. ער האָט אױסגעזען, גלײַך עמעצער האַלט אים ערגעץ אין אײן רופֿן, און ער הערט זיך אײן אין יענעמס רוף און װען ער דערהערט יענעמס קול דײַטלעך, אַזױ טוט פֿון אים ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 157 אינעװײניק אַ װילד געשרײ אַ גײ, אַזאַ, װאָס צערײַסט אים שיִער ניט דאָס מױל מיט די אַנגלען אינדרױסן, און ז▯י קישקעס אין בױך אינעװײניק. װען דאָס געשרײ לאָזט אים נאָך און גײט אים איבער, װיל ער זיך מיט זײן בליק אין אַ שטוב־געגנשטאַנד פֿאַרהאַלטן ,אין אַ װאַנט, אין אַ פֿענצטער, אין װאָס־ניט־איז, אַבי זיך פֿון יענעמס הערשאַפֿט צו באַפֿרײַען און פֿון שרײַען זיך אָפּצוהאַלטן, אָבער יענער האַלט אים פֿעסט, יענער האַלט אין אײן װידער־ רופֿן. אַלטער פֿאַרלירט װידער דעם בליק, און װידער איז ער שױן אין רשות בײַ יענעם, און ס'רײַסט זיך שױן נאָכאַמאָל אַ נ▯י און װילד אױסגעשרײ פֿון אים. לוזי איז צו אים צוגעגאַנגען. ער האָט אים געפּרוּװט באַרויִקן —— מיט דער האַנט דעם קאָפּ געגלעט און דעם שװײס פֿון שטערן געװישט. יענער האָט זיך אױף אַ װײַלע געלאָזט. אָכער באַלד װידער אױפֿסנײַ..▯ און לוזי האָט געזען, אַז קײן מענטשנס האַנט איז דאָ גאָר ניט ככוח אױפֿצוטאָן, אַז אַ מענטש, אַפֿילו דער נאָענטסטער, איז דאָ מיט זײן גרעסטן מיטגעפֿיל און מיטלײד אומבאַהאָלפֿן — האָט ער זיך אױסגעדרײט פֿון צו קוקן אױף אַלטערס אומ־ פֿאַרמײַדלעכער אַנגסט און פֿון צו זען אים אין זײן באַשערטקײט. און, אױס־ קערעװענדיק זיך, חאָט ער איצט בײַם אַרײַנגאַנג אין אַלטערס צימער, בײַ אַ טיר־זײט אײנער, אַ קינד דערזען: מאירלען... ער האָט אים פֿריִער ניט געהאַט באַמערקט, און איצט מיטן פּנים צו דער װאַנט ש▯ייִן געטראָפֿן, אױס־ געקערעװעט, מחמת מורא-האָבנדיק אױף אַלטע▯רן צו קוקן, אָבער אין דער זעלבער צײַט, װי צום אָרט צוגעבונדן, און יעדער אַלטערס געשרײ האָט זײן קערפּערל געמאַכט אױפֿציטערן און זײן הערצל — מיט אַ געװײן אױסברעכן און כליפּען. לוזי האָט מאירלען בײַ אַ הענטל אָנגענומען, ניט זאָגנדיק גאָרניט, אים פֿון צימער אַרױסגעפֿירט, צוזאַמען מיט אים די טרעפּ אַראָפּ, און אַזװ דאָס קינדערשע הענטל פֿון זײַנער נישט אַרױסלאָזנדיק, איז ער מיט דעם דורך רער קיך דורכגעגאַנגען און אין עס־צימער אַרײַן. אַ▯ סרולי, װאָס איז די גאַנצע צײַט פֿון לוזיס אָפּװעזנהײט אַלײן געזעסן, האָט אים איצט, דאָס קינד פֿאַרן הענטל מיטפֿירנדיק, אױף דער שװעל אַרױפ־ טרעטן דערזען, האָט ער זיך װידער, װי פֿון ניט־װילנדיקן און געצ▯ווּנגענעם דרך־ארץ, פֿון זײן אָרט אַ הײב ▯▯עטאָן. ער האָט זיך אָבער באַלד צוריק גע־ כאַפּט, און װי װעלנדיק חארענטפֿערן זײן פּלוצעם אױפֿהײבן־זיך, האָט ער אַ גײ געטאָן צו לוזין, זיך אים אַנטקעגן געשטעלט און פֿאַר זײן פּנים געקומען, און אומגעריכט און, מעגלעך, פֿריִער מיט אַ מינוט אַלײן אַפֿילו ניט געטראַכט דערפֿון, האָט איצט אַ זאָג געטאָן: — ער װאָלט גערן װעלן, אױב לוזי האָט איצט צײַט, מיט אים זיך דורכ־ שמועסן. ער האָט א װיכטיקן ענין צו אים. ----------- 158 ד ע ר נ ס ת ר — צו אים? — האָט לוזי אױף אים פֿאַרחידושט אַ קוק געטאָן, גלײַך ער זעט אים דאָס ערשטע מאָל. — נײן, איצט ניט, — האָט לוזי געענטפֿערט, אָנװײַזנדיק, װי אױף דער סיבה פֿון זײן איצטיקן ניט־קאָנען, אױפֿן קינד, װאָס ער האָט נאָך אַלץ בײַם הענטל געהאַלטן. אין דער אמתן אָבער, מײנענדיק ניט דאָס קינד, נאָר זיך, װאָס ▯▯אָס נאָר־װאָס געזעענע בײַ אַלטערן האָט אױף אים אַ שװערן אײַנדרוק געמאַכט, — איצט ניט, — האָט ער געזאָגט, ▯— ער איז ניט אימשטאַנד אַצינד. — װען דען? —נאָבן דאַװנען, בײַטאָג, בײַנאַכט, װען נאָר ער, סרולי, װעט װעלן. סרולי האָט זיך שױן געהאַט אָנגעברוגזט און אױף זײַנע ליפּן האָבן שױן געזאָלט קומען יענע בײזע װערטער, מיט װעלכע ער באַגעגנט יעדעס מאָל אַ מינדסטע באַלײדיקונג פֿון אַ געװיסן סאָרט מענטשן, װעמען ער פֿאַרשװײַגט ניט און צאָלט צוריק מיט האַרבע באַלײדיקונג־פּראָצענט. דאָס מאָל אָבער זײַנען די װערטער פֿון זײן מױל ניט אַרױסגעקומען, און נאָר די טײַטש זײערע האָט מען אין זײַנע אױגן געקאָנט איבערלײענען. און ניט אַרױסגעקומען זײַנען זײ ניט נאָר דערפֿאַר, װאָס צו לוזין האָט ער זיך, װי געזאָגט, אַנדערש װי צו אַנדערע באַצױגן, נאָר אױך, און אפֿשר דער עיקר, דערפֿאַר, װאָס, אַז לוזי האָט זיך איצט אָפּגעזאָגט פֿון אים אױפֿצונעמען און מיט אים דעם גע־ װוּנטשענעם געשפּרעך צו האָבן, האָט ער זיר ניט געזאַמט, לענגער זיך ניט פֿאַרהאַלטן, נאָר באַלד טאַקע זיך אָפּגעקערעװעט, פֿון עס־צימער אַרױס און אין זײן װײַטן, אָפּגעזונדערטן אַלקער אַװעק. ▼ ▯יד ▯ו▯▯▯▯ ▯▯▯ע▯▯▯▯▯▯ ▯אַ▯▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯ו▯ ▯י▯▯▯▯▯▯ן ▯ ▯י▯▯▯▯▯▯ און זײ אין טאָרבע אַרײַנגעלײגט, — האָט ער זיך צוערשט פֿון עס▯צימער אין קיך אַרױס געלאָזט, מיטן מײן, אױב ס'װעט זיך לאָזן און, װי ער איז גע־ װױנט געװען, מיט די דינסטן אַ געשפּרעך צו פֿאַרפֿירן. דאָס מאָל האָט זיך עס ניט געלאָזט: די שװערע ▯▯שטימונג פֿון דער שטוב אין יענעם פֿרימאָרגן האָט זיך אױך צו די דינסטן איבערגעגעבן, אױך זײ אָנגעשטעקט, און זײ, די דינסטן, װאָס זײַנען דװקא תּמיד אױף אַזױנע זאַכן בעלנים און זײַנען גרײט מיט װעמען־ניט־איז און אין אַלע צײַטן צו פֿאַר־ ברענגען, האָבן דאָס מאָל סרולין עפּעס ניט איבעריק גערן באַגעגנט, און בײַ אײנער, בײַ דער קעכנע, װי נאָר זי האָט אים אױף דער שװעל אַרױפֿקומען דערזען, האָט זיך אַן אומבכּבֿודיקער אױסגעשרײ אין אַ ניט־צופֿרידענעם טאָן ▯ אַרױסגעריסן: ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 59▯ — ס'קאָצל קומט, ר, סרולי... זי האָט מחמת מורא זיך אַפֿילו באַלד פֿאַרכאַפּט און די ערשטע פּאָר װערטער מיט אַנדערע, מער אַכטנדיקע און צוגעלאָזטע, גע▯ואָלט פֿאַרגלעטן▯ סרולי אָבער האָט זיך שױן ניט הערנדיק געמאַכט: די אַנדערע, װי די ע▯▯שטע, װי פֿאַרבײַ אױער דורבגעלאָזט, זיך געמאַכט, גלײַך זײן מײן איז ניט געװען דאָ אין קיך זיך צו פֿאַרהאַלטן, נאָר פֿאַרבײַגײן. און אַזױ האָט ער טאַקע באַלר געטאָן — ער איז די קיך דורכגעגאַנגען און פֿון הױז אין הױף אַרױס. שפּעטער אַ ביסל האָט מען אים געזען שטײן בײַ דער געשלאָסענער פֿאָךטקע פֿון סאָד, װוּ דער װינט האָט אים אין פּנים א▯ן אין ד▯▯ר םאָרד גע־ פּאַטשט און מיט יעדער װינט-אָנפֿלי, װאָס איז פֿון סאָד און פֿון צװישן די בײמער געקומען, האָבן זיך אים די פּאָלעס אונטן בײַ די פֿיס פֿאַרהױבן. ער איז געשטאַנען אַ פֿאַרטראָגענער אַ פֿאַרטראַכטער לײדיקגײע▯ר. דאָס זעלבע שפּעטער בײַם ברונעם, װען מע האָט אים געזען: װידער פֿאַרטראַכט, און ער האָט אױסגעןען, װי אײנער, װאָס שױן פֿון גאַנצפֿרי האָט ער ניט װאָס צו טאָן, לאַנגװײַלט זיך און זוכט, װוּ די צײַט אַהינצוטאָן. און אָט, אָט דער לאַנגװײַל, דאָס ניט װיסן, װוּ און מיט װעמען צו פֿאַר־ ברענגען, האָט אים לסוף אַרײַנגעבראַכט אין שטיבעלע פֿון מיכאַלקע דעם הױף־היטער, אין דעם נידעריק—לענגלעבן, מיטן אײנעם נאָר הילצערן באַנק־ בעטל, בענקל און טישל, װאָס האָט גשעמעקט מיט שװײס און קאָרן־ברױט, מיט פֿאַרװיאַנעטע קרײַטעכצער און ביליקן ליולקע־טוטין, און װוּ דאָס גאַנצע שטיבעלע האָט נאָר אײן קלײן פֿענצטערל לעבן דער טיר בײַם אַרײנגאָנג געהאַט, און דערום אױך בײַטאָג דאָרט באַשטענדיק פֿינצטער. אַ קלײן, גראָשנדיק הענג-לעמפּעלע, אַ פּלאָשקעלע אױף דרעטלעך, האָט פֿאַר אַן אַלטער פֿאַררױבערטער איקאָנע אין אַ סטעליע▯װינקל געברענט. אונ- טערן לעמפּעלע, אױף אַ הילצערן פּאָלעטשקעלע — עטלעכע װערבע־ריטלעך נאָך פֿון פֿאַראַיאָריקן װערבע־יום־טובֿ, אױך אָ פֿלעשל קױטיקע, גראָװע, אי־ בערגעשטאַנענע װאַסער פֿון „קרעשטשעניע”, דאַן אַ פּאָר דאָרפֿישע ערדענע טעלער און שיסל, אַ הילצערנער, פֿון פֿאַרב אָפּגעקראָכענער, לעפֿל. און שױן — קײן שום מעבל און כּלים מער, און פֿון דעם אינגאַנצן, פֿון אָט דעם שטיבעלע און הױז־ראָד, איז דער באַלעבאָס און אײגנטימער געװען דער אַלטער, אין רוקן־געבראָכענער מיכאַלקע, װאָס שױן אָן אַ קול כּמעט און מיט ש▯ואַכער ר▯י▯. אַהין, אין יענעם שטיבעלע, האָט זיך סרולי אין יענעם פֿרימאָרגן נאָך לאַנגן, פּוסטלעבן אומדרײען אין הױף, אַרײַנגעשטעלט. און אַזױ װי מיכאַלקע איז שױן אַלט געװען, און תּמיד, װי נאָר ער איז פֿון אַנדערע ניט גערופֿן און ניט אױפֿגעפֿאָדערט געװאָרן צו אַרבעט, האָט ער זיך קײנמאָל אַלײן ניט דער־ מאָנט און צו איר זיך ניט גענומען; און אַזױ װי איצט נאָך איז צו אים אַ ----------- ▯16 ד ע ר נ ס ת ר ▯▯▯▯▯ייִ▯▯▯ו▯▯ ▯▯נ▯ ▯ ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯ ▯ האָפֿן — דאָך האָט דאָס אים פֿאַר אַ גוטן תּירוץ און באַרעכטיקונג געדינט, אױף זיך צו פֿאַרהאַלטן און, כּלומרשט, מחמת כּבֿוד פֿאַרן מענטשן, מיט אים צו פֿאַרבלײַבן. ▯עװ▯ו▯י▯▯ ▯ו▯▯▯▯▯▯ן,▯,▯▯▯▯,▯▯ ▯▯ ▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯ י צ ו צו רוען.” סרוליס פּנים דערבײַ האָט מיט שפּאָט געשפּילט. ס'האָט אױסגעזען, ער ▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ו▯ ▯ ▯ ▯ ▯ ▯▯▯נ▯י▯▯▯▯▯אָ▯▯ ▯▯▯▯▯י▯י▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯ ן , ▯ באַגײט אים עװלות, אַז אומזיסט לײגט ער זיך אַװעק און דינ▯ אים אַזױ געטרײַ, װײל ס'איז איבעריק און אַרױסגעװאָרפֿן, װאָרעם די „▯אָדיאַקעס” פֿון די באַלעבאַטים זײַנע װײסט מען שױן, װאָס פֿאַר אַ „פּאָדיאַקעס”. סרולי האָט דערבײַ אונטערגעהאַלטן די טענות, װאָס זײַנען בעתן שמועסן אױפֿגעקומען בײַ מיכאַלקען: אַז ער איז טאַקע גערעכט, מיכאַלקע, אַז די דינסטן שאַפֿן זיך טאַקע מיט אים איבעריקס, אַז זײ לײגן אױף אים אַרױף אַזױנס, װאָס זײ אַלײן זײַנען עס גאָר מחױב צו טאָן. און נאָך מער: װאָס תּמיד, בעת אַ קריג מיט זײ, גיבן די באַלעבאַטים שטענדיק אָפּ דעם גערעכט ▯ ▯▯נ▯י▯▯▯ ו▯▯ ▯▯▯ע▯י▯▯▯,▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯▯ו▯▯▯ ן יאָר, רעכנט מען זיך מיט אים גאָר ניט, װי מיט אַ הונט, און ער בלײַבט תּמיד דער אומגערעכטער. — טאַקע גערעכט, מיכאַלקע... ▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯▯ר▯▯ק▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯י▯ה▯▯▯▯ר▯▯ו▯▯▯ ▯ פֿרימאָרגן טונקל — איבערן אײנעם, קלײנעם פֿענצטערל, װאָס קוקט אין הױף אַרױס. ס'האָט אױך איצט געשמעקט מיט קאָרן־ברױט און מיט דאָרפֿישע קרײ־ טעכצער, און אױך מיט מאַכאָרקע־רױך, װאָס מיכאַלקע האָט, צוזאַמען מיט ▯ ----------- ד י מש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 161 זײן אַלט־דינערישער תערומות, פֿון זײן אַלטער, שױן זיבז מאָל דורכגערױכער־ טער ליולקע, צו דער סטעליע געלאָזן. סרולי האָט אים, שפּאָטיש אױסהערנדיק, ניט אױסהערנדיק, דעם גערעכט אָפ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯פ▯▯ע▯אָ▯ט, — ▯ױ▯ דער ע▯▯ער ▯י▯ יעדער מענטש אַ הונט אַ פֿאַרלאָזטער, בפֿרט אַ מענטש ,װאָס דינט בײַ יענעם, בפֿרט אַ סטרוזש אױף דער עלטער. און ס'איז שױן באַלד אפֿשר ניט כּדאַי טאַקע, און צי איז שױן ניט צײַט אים, מיכאַלקען, אַהיז, אױף יענער װעלט, זיך איבערפּעקלען. — יאָ, אמת, — האָט זיך דאָ מיכאַלקע צעװאַרעמט און זײן מיטשפּרעכערס רײד פֿאַר ערנסט און פֿאַר אַ גילטיקער מטבע אָנגענומען, — ער מײנט אױך אַזױ און ער גרײט זיך שױן טאַקע. און כּדי דאָס נאָר־װאָס געזאָגטע צו באַשטעטיקן, האָט מיכאַלקע דאָ סרולין פֿון אונטער זײן צוקאָפּנס פֿון באַנק־בעטל אַ נײ אױסגענײט העמד און װײַסע לײַװנטענע פּלודערן אַפֿירגענומען און אים, סרולין, באַװיזן, װאָס די דאָרפֿישע טאָכטער זײַנע האָט אים ערשט ניט לאַנג אַ מתּנה געבראַכט — אַלץ צו זײן קבֿורה נײטיק. און װײַטער האָט מיכאַלקע, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן דעם אָנגענעמען גוטן געדאַנק, װאָס סרולי האָט אים אױפֿגעגעבן, אים פֿאַרטרױלעך דערצײלט, אַז ער האָט אױך אַ קלײן קניפּל אָנגעקליבן בײַ דער טאָכטער, און אױך אַ קלײנעם חזיר אױף האָדיװלע—אױף בראנפֿן און אױף אַ סעודה פֿאַר גוטע לײט, זײ זאָלן זײן נשמה, נאָבן אַרױסבאַגלײטן אים, דערמאָנען. דערבײַ האָט ער סרולין אױך אײניקע סמנים איבערגעגעבן, װאָס ער האָט די לעצטע צײַט באַמערקט, װעלכע װײַזן קלאָר, אַז אַזױ טאַקע איז עס, און אַז ער מוז זיך שױן טאַקע אין װעג ריכטן, און אַז זײן שעה איז געקומען. װי, למשל, סימן נומער אײנס: יעדעס מ▯ל נאָכן עסן אױפֿדערנאַכט, אַז ער װאַשט אױס די שיסל און דעם לעפֿל און שטעלט זײ אַװעק, לײגט זײ אַװעק, װי דער שטײגער, מיט די מײַלער אַרױף, איז אַז ער שטײט אױף אינדערפֿרי, טרעפֿט ער זײ כּסדר איבערגעקערט — מיט די מײַלער אַראָפּ. ▯ סימן נומער צװײ: יעדעס מאָל די לעצטע צײַט, אַז ער גײט אינדערפֿרי אין דרױסן אַרױס, שלאָגט ער זיך אָן אין דער שװעל, גלײַך אַ פּידמעטיק איז בײַ אים צעריסן און ער װאָלט זיך פֿאַרטשעפּעט אין אים, װען אין דער אמתן איז דאָס ניט אַזױ, און יעדעס מאָל דאַכט זיך אים דעמאָלט נאָך, אַז עמעצער טוט אים פֿון דרױסן צוריק אין שטוב אַרײַן אַ שטױס, גלײַך ער זאָגט אים, אַז ער האָט שױן ניט װאָס צו טאָן אין דרױסן. ----------- ▯ 162 ד ע ר נ ס ת ר און נאָך און נאָך סימנים. נאָר דער עיקר, זאָל ער הײַנט הערן, װי ער, דער גאָטס־רחמנות, דעם באַלעבאָס ברודער, אַלטער, אין זײן אײבערשטיבל שרײַט, װי ער האָט ביז אַהער קײנמאָל ניט געשריִען. און דאָס איז אַ סימן, אַז עפּעס דאַרף דאָ געשען, אַז דער דאָמאָװאָי איז הונגעריק, אַז ער דאַרף אַ קרבן... — און באַזונדערס פֿילט ער עס, זינט ער... יענער... איז געקומען, — האָט מיכאַלקע דאָ, װי געהײם זיך אומקוקנדיק, אַ זאָג געטאָן, און װער דער „ער”, דער „יענער”, ניט דערקלערט און זײן נאָמען ניט אָנגערופֿן. — װער? — האָט אים סרולי אַ פֿרעג געטאָן. — ער, דעם באַלעבאָס צװײטער ברודער, דער גאַסט, װאָס (ער װײסט עס אױף זיכער, מיכאַלקע) איז ניט קײן רבֿ, ניט קײן רבי, נאָר אײַערער אַ מכשף און דעם דאָמאָװאָיס אַ מחותּן, — האַט ער נאָך געהײמער און װי אַ מאַגיש שפּריכװאָרט, אי הױך אי שטיל צוזאַמען, דאָס װאָרט אַרױסגערעדט. ער האָט נאָכדעם סרולין דערצײלט, און ▯שעת־מעשׂה זײן קול ביז אַ סוד כּמעט דערפֿירט, אַז ער געדענקט אים פֿון אַלעמאָל, װען ער פֿלעגט צוגאַסט קומען, אָבער קײנמאָל האָט ער זיך ניט אױפֿגעפֿירט, װי איצטער — מאָדנע. און דאָ האָט ער װידער סרולין אָנפֿאַרטרױט, אַז זינט ער איז געקומען, זעט ער אים אַלע נאַכט הינטער די טירן און פֿענצטער אומגײן און אַפֿילו אױך הינטער זײן, מיכאַלקעס, טיר. ער האָט מורא מיט אים זיך צו טרעפֿן, מיט אים זיך באַגעגענען, אַפֿילו בײַטאָג... ער פֿילט, אַז עפּעס האָט ער מיט זיך ניט גוטס מיטגעבראַכט. און זאָל סרולי פֿאַרגעדענקען, הלװאַי ער זאָל ליגן זאָגן, מיכאַלקע, הלװאַי זאָל זיך עס ענדיקן נאָר מיט אים... ער לאַכט? זאָל ער ניט לאַכן! מיכאַלקע װײסט און איז אַ מבֿין אױף אַזױנס. ▯ דאָ איז סרולי אױף אַ װײַלע ערנסט געװאָרן. באַלד אָבער האָט ער זיך געכאַפּט, זיך צעלאַכט, און דאָס גאַנצע ביסל אינטערעס, װאָס ער האָט כּלומרשט געהאַט, אַרײַנקומענדיק און ביז אַהער אױסהערנדיק מיכאַלקען, האָט זיך אים מיטאַמאָל אױסגעלאָזט: ער האָט געקוקט אױף אים, װי ▯ױף איבעריקס. ער האָט אים געשטערט און זײן עובֿר־בטלע פּלױדערײַ איז אים מער אין קאָפּ ניט געקראָכן. מיכאַלקע האָט אָבער ניט פֿאַרשטאַנען, ער האָ▯ װײַטער פֿאָרזעצן געװאָלט און זײן אינטערעס צו דערצײלן און אין שמועס זיך אונטערהאַלטן מיט סרולין ▯▯▯▯▯▯ן▯ ▯ ▯▯פ▯ ▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯ זיכער אַזױ גיך ניט געװען דערגאַנגען. זײענדיק אָבער מיט סרולין, און מחמת יענער האָט פֿון אים איצט געװאָלט פּטור װערן, האָט ער אים גלײַך אױפ־ מערקזאַם געמאַכט און אים אױף דער טיר צו דער שטוב־קיך אָנגעװיזן ▯ — זאָל ער גײן, מע רופֿט אים, מיכאַלקען. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯16 מיכאַלקע איז האַלב־צעקראָכן און ניט איבעריק גערן פֿון שטיבעלע אַרױס. דאָס מאָל אױף גאַנץ לאַנג, און װי ס'האָט זיך דערנאָך אַרױסגעשטעלט — אױף עטלעכע אַרבעטן מיטאַמאָל אָפּצוטאָן, און דאָס האָט בײַ אים היפּשע צײַט געפֿאָדערט. און סרולי דערװײל, מחמת ניט האָבן װאָס צו טאָן, און נישט װעלנדיק זיך צוריק צו די באַלעבאַטים אומקערן, האָט, אפֿשר, אַלײן פּאַר זיך ניט באַמערקט▯ אױף מיכאַלקעס באַנק־בעטל זיך אױסגעצױגן ליגן געטראָפֿן — אױפֿן פֿרעמדן געלעגער, אין אַ פֿרעמד סטרוזש־שטיבעלע אַן אורח, מיט דער איקאָנע און לעמפּעלע צוקאָפּנס, מיטן ביסל װערבע- און קרײַטעכצער־ריח, מיטן אַלטן שװײס און געדעמפֿטער לופֿט פֿונעם אַלטן — און דאָס אַלץ האָט אים פּאַמעלעך, פּאַמעלעך דרעמלען געמאַכט... צוגעגעבן דערצו — דער קאַלעמוטנער װינטיקער דרױסן, װאָס האָט אױף אַלעמען אַן אומעט אָנגעיאָגט, און יעדערער האָט זיך, װי נאָר געקענט, עפּעס בעסערס און הײמלעכערס אָפּגעזוכט,—אָט דאָס אַלץ האָט סרולין די געשלאָגענע שײן און געדעמפֿטע לופֿט ליב געמאַכט, און אַ שלאָף איז אױף אים געקומען, און באַלד האָט אים דאָס שטיבעלע שױן אױך כראָפּען געהערט. און פֿיל שפּעטער, װען מיכאַלקע האָט זײן אַרבעט אין קיך און אין הױף שױן געהאַט פֿאַרענדיקט און צוריק אין שטיבעלע זיך אומגעקערט, האָט ער סרולין ערשט אין בעסטן מיטן כראָפּען געטראָפֿן, און פֿאַר דרך-ארץ און װעלן שאַנעװען דעם שלאָפֿנדיקן, האָט ער אים, נאַטירלעך, ניט געװעקט. פֿאַרקערט, ער האָט זיך אַ װײַלע זײער שטיל געהאַלטן, דערנאָך נאָך שטילער פֿון שטיבעלע אַרױס און אױף אַלײן פֿירגענומענער, פֿרײַװיליקער און ניט־געצװוּנגענער אַרבעט אין שטאַל און אין קאַמער זיך אַװעקגעלאָזט. ▯ אַז משה מאַשבער איז יענעם פֿרימאָרגן אַרױס פֿון זײן הױז, כּדי זיך צו לאָזן, װי אַלע טאָג אין דער צײַט, אין זײן געשעפֿט, אין זײן געלט-קאָנטאָר, האָבן אױף זײן געמיט געדריקט — ערשטנס, סרולי, װאָס תּמיד, װען ער דערזעט אים אין זײן ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע, שנײַדט ער אים בײַם האַרץ און ער זעט פֿאָרױס פֿאַר זיך אומאָנגענעמלעכקײט, װי פֿון יעדער זאַך, װאָס איז אָנגענומען, אַז זי דינט פֿאַר אַ שלעכטן סימן. זעט ער אים בײַטאָג, װעט דער אױפֿדערנאַכט זײן אַ שלעכטער, אױפֿדערנאַכט — װעט זיך בײַנאַכט אים געװיס עפּעס חלומען, און אינדערפֿרי װען — װעט דער גאַנצער טאָג אים ניט גוט גײן און אַ האַלב לעבן װעט אים ניט ניחא זײן. אַזױ אױך דאָס מאָל: ער האָט געפֿילט, װי מע װאָלט פֿאַר אים די גאַנצע צײַט דורכגעגאַנגען און געשניטן מיט אַ דימענט איבער גלאָז. סרולי איז אים ----------- 164 ד ע ר נ ס ת ר פֿאַר די אױגן געשטאַנען מיט זײן זײַטלדיקן גאַנג, מיט זײן קרום־קוקנדיקן בליק, אױך מיט זײן שװײַגן בײַם אַרײַנקומען, זײן גאָרניט װינטשעװען קײנעם, און דאָס צוריק־שװײַגן פֿון אַלע משהס אײגענע הײַנט, בשעת סרוליס װײַזן זיך אין שטוב. דאָס צװײטע — לוזי: דער שװערער שטײן אױף זײן▯געװיסן. ער האָט געפֿילט, אַז די מחלוקת און די אומצופֿרידנקײט מיטן ברודער איז ניט נאָר דערפֿאַר, װײל יענער האָט אָפּגעקערעװעט פֿון אַלגעמײנעם װעג און האָט אָנ־ גענומען אַן אַנדער שיטה, װעלכע שטימט ניט מיט די אַלגעמײן אָנגענומענע. ▯ נײן, װײל סוף־כּל־סוף לאָזט זיך אַזױנס, בײַ גוטן װילן, אױב אַפֿילו יענער איז אין טעות, מוחל זײן, די שאַרפֿע שפּיצן▯אונטערשײדן — פֿאַררײבן, און װי־ס'ניט־איז, און אױף אַ געװיסן אופֿן אַפֿילו מיט יענעמס טעות שלום מאַכן און זיך צוזאַמענלעבן. נײן, ניט דערפֿאַר און ניט דאָמ די הױפּט־סיבח. דערהױפּט איז דאָס, פֿילט משה, װאָס ▯ יענער איז דאָ קעגן אײנעם אַן עיקר אַרױסגעטראָטן, קעגן דעם, װאָס איז פֿון דער גאַנצער װעלט אָנגענומען און װאָס די גאַנצע װעלט האַלט זיך אױף אים: קעגן דעם מעגן דערװערבן און שטרעבן װאָס מער צו דערװערבן, רײַך צו זײן, רײַך צו װערן און זיך ניט שעמען דערמיט... און בײַ לוזין, פֿילט ער, װאָס איז ביז אַהער צו אַזױנע זאַכן גאָר גלײַכגילטיק געװען, האָט זיך דערמיט ניט פֿאַרנומען, און צי יאָ רײַך צי ניט רײַך איז אים ניט אָנגעגאַנגען, זיך ניט אַרומגעקוקט דערױף, — בײַ לוזין, פֿילט ער, איז איצט אין דעם זינען אַ שטיק איבערקערעניש געקומען. עפּעס קוקט ער קרום, מיט ביטול און אַפֿילו מיט פֿאַראַכטונג, גלײַך ער האַלט פֿאַר אַן עבֿירה דאָס צו זען, צו קוקן דערױף, װער שמועסט — דערפֿון הנאה צו האָבן. און דאָס באַמערקט ער, משה, בײַ לוזין די גאַנצע צײַט פֿון זײן לעצטן זײן דאָ — אין זײן בליק, אין זײן האַלטן זיך, אין זײן להלוטין גלײַכגילטיקער באַציִונג צו אַלעם דעם, װאָס איז נוגע אים, משהן, מיט װעלכן אַן אַנדערשמאָל פֿלעגט ער זיך, אױב ניט איבעריק, דאָך אינטערעסירן, אים אױספֿרעגן, װי ▯ ס'גײט א. אַז. װ. דאָס מאָל אָבער איז ער, װי אַ פֿרעמדער, װאָס ניט נאָר ער אַלײן פֿרעגט ניט, נאָר אַז מע דערצײלט אים, דרײט ער זיך אױס פֿון צו הערן, גלײַך ס'איז ניטאָ דערפֿאַר קײן אָרט אין זײן אױער. אמת, אים, משהן, גײט ניט אָן און ס'אַרט אים װײניק, צי אינטערעסירט זיך מיט דעם יאָ זײן ברודער, צי ניט, װײל ער אַלײן איז אין דעם זינען װײַט אַװעק, און ס'זײַנען שױן אַװעק די יאָרן, װען נאָך יעדעס מאָל אַרױפ־ שטײַגן אױף אַ נײַעם שטאַפּל פֿון רײַכקײט און װױלשטאַנד, פֿלעגט ער זיך צוריק אומקוקן, זען, צי איז ער אָרנטלעך געשטיגן, און יעדעס מאָל זיך אָנפֿרעגן װעגן דעם בײַ זײן ברודער, װי בײַ זײן געװיסן. ס'זײַנען אױך אַװעק די יאָרן, װען יעדעס מאָל, צװישן געשעפֿט און גע־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 65▯ שעפֿט, פֿלעגט ער װי געװיסע הפֿסקות מאַכן, װי זיך אָפּשטעלן, זיך אױפֿהאַלטן, זיך זאָגן: „גענוג אַ װײַלע” — און אַ געװיס שטיקל צײַט מיט העכערע ענינים זיך פֿאַרנעמען. אַמאָל צו זײן רבין אַװעק, אַמאָל צו זײן ברודער, און אױף אַן אײדעלן אופֿן אַ געװיסע צײַט דערװײַטערט פֿונעם אַלטעגלעכן פֿאַרברענגען. איצט אַװעק די צײַט. פֿון געשעפֿט צו געשעפֿט קײן הפֿסקות. ער איז אַזױ פֿאַרשלונגען, גלײַך ניט ער שױן פֿירט אָן מיט די געשעפֿטן, נאָר זײ מיט אים; ער הערט קײנמאָל ניט אױף פֿון זײ צו טראַכטן, ער קאָן ניט אױפֿהערן, אַפֿילו ער זאָל װעלן, און, װי אים דאַכט, װיל ער אױך ניט אױפֿהערן▯ און דער ברודער קומט אים װי אין אַ זינד דערמאָנען, באַזונדערס די לעצטע צײַט, זײן לעצט מאָל קומען, און באַזונדערס מיט זײן באַשלוס דאָ אין שטאָט צו פֿאַרבלײַבן, װאָס, װי ער װײסט, װעלן דערפֿון רײַבונגען אַרױס־ קומען; מחמת ער פֿילט, אַז אין זײן ברודערס האַרץ האָט זיך אַ פֿאַראַכטונגס— געפֿיל באַזעצט בנוגע אַלעם דעם, מיט װעלכן ער, משה, איז אַזױ פֿאַרשלונגען▯ מיט װאָס ער איז טאָג װי נאַכט פֿאַרנומען. און דאָס טוט אים ניט אָנשטײן, און ער װײסט, אַז פֿריִער װעלן דערפֿון קלײנע מחלוקות זײן, דערנאָך װעלן▯ מעגלעך, אױך גרױסע אױסברעכן. דערצו נאָך װײסט ער און קען זיך פֿאַר דער לעצטער צײַט, אַז צוזאָמען מיטן װוּקס פֿון זײַנע גוט־גײענדיקע געשעפֿטן, צוזאַמען מיט זײן גרױסן אָנזען אין שטאָט און װײַט אױך אױסער דער שטאָט צװישן סוחרים, געלט־ לײט, גבֿירים און זײן גלײַכן; צוזאַמען מיטן גליק, װאָס קומט שטראָמענדיק צו אים אָן פֿון אַלע זײַטן, צוזאַמען מיט דעם אַלעם, האָט זיך, אפֿשר קעגן זײן װילן, אַ געװיסע מידה אין אים געשטאַרקט, — די מידה פֿון נצחון, װאָס פֿריִער האָט ער ניט געװוּסט פֿון איר, זי איז אים פֿרעמד געװען, אים, װי אַלע זײַנע אײגענע פֿון זײן פֿאָטערס הױז, אױף װיפֿל ער געדענקט, און איצט שטאַרקט זי זיך פֿון מאָל צו מאָל און װערט אַ באַגלײטערין און מיט־שותּף פֿון זײן גליק און קאָן ניט לײדן, אַז מע שטעלט זיך איר אַנטקעגן. אָט די מידה זײַנע, באַמערקט ער, בנוגע סוחרים, געשעפֿט־לײט, װאָס יעדעס מאָל, װען ס'גײט אים אין נצחון, איז ער גרײט צו אַ װאָסער־ניט־איז געשעפֿט װיפֿל ס'ניט איז צו דערלײגן, אַבי זײַנס אױספֿירן; פֿאַרלירן, אַבי זײן נגידישן האָנאָר אױסגעװינען. און אױך אין דעם פֿאַל מיטן ברודער, דאַכט אים, הײבט עס אים אָן גײן אין האָנאָר. ס'איז רעכט, אַז יענעמס באַשלוס אין N צו בלײַבן, װאָס ער, משה, האַלט אים װי אַ באַשלוס קעגן ▯ זיך, קעגן דעם, װאָס איז אים ניט אָנגענעם, זאָל בײַ אים, — ניט געקוקט דערױף▯ װאָס דאָ האַנדלט זיך װעגן ברודער, מיט װעלכן ער האָט יאָרנלאַנג געלעבט אײן נשמה, אײן זעל, און פֿאַר װעלכן ער האָט אַזױ פֿיל אָפּשײַ געהאַט, ביז אים צו האַלטן, כּמעט, װי זײן רבין, פֿאַר אַ מורה־דרך *), — ניט געקוקט *) װעג▯װײזער. ----------- 166 ד ע ר נ ס ת ר ▯ דערױף, איז רעכט, אַז איצט זאָל אָט דער באַשלוס אים שטאַרק דערװידער זײן און אױף זײן געמיט אַזױ שלעכט װירקן, װי, ניט צו פֿאַרגלי▯כן, סרולי האָט אױף אים הײַנט שלעכט געװירקט. אָט אַזױ האָט משה געטראַכט, בשעת ער איז יענעם פֿרימאָרגן פֿון זײן הױן אַרױס. ער איז באַלד דערנאָכדעם דורכגעגאַנגען זײן שטיל־אָפּגעלעגענע גאַס און איז אַרױף אױפֿן בריק, װאָס פֿירט דורכן טײַך צו דעם אײבערשטן טײל שטאָט. גײענדיק אױפֿן בריק, האָט ער דאָס מאָל ניט באַגעגנט, װי יעדעס מאָל ער א▯ז געװױנט, מיט אַ גוט אױפֿגעלײגט פּנים אַלע די, װאָס גײען אים אַנטקעגן פֿון שטאָט און טראָגן אים דעם גוט־מאָרגן אונטער. נײן, דאָס מאָל האָט ער װי קײנעם גאָר ניט באַמערקט, — ניט די, װאָס זײַנען אים אַנטקעגן געקומען, אױך ניט ךי, װאָס זײַנען אים פֿון הינטן אָנגעגאַנגען. ▯ ער האָט אַפֿילו ניט באַמערקט דעם שלעכטן װינט און װעטער, װאָס שטױבט בײַ די ברעגעס פֿון טײַך, װאָס מאַכט אױך דעם גאַנצן טײַך פֿאַר־ טונקלען און בײגט די היטשקעס פֿונעם הױך־ און געדיכט־װאַקסנדיקן טשע־ רעט, װעלכער פֿאַרנעמט אַ היפּשע שטרעקע טיף אין װאַסער, היפּש װײַטער פֿונעם ברעג. ער האָט ניט באַמערקט אױך דאָס, װאָס צװישן טשערעט־ געדיכטעניש איז אױך הײַנט, װי אַלע תּמיד און אַלע פֿרימאָרגן, זומער און ביזן טיפֿן האַרבסט אַרײַן, דער עובֿר־בטלער, אַלטער פֿישער געשטאַנען מיט די אָנגעדראָלענע פֿיס און װאַסעריק▯צעלאָזענע אױגן אױף זײן קלײן, שמאָל מולטער־שיפֿעלע דעם דורכגענעצטן און נאַסן — יענעם פֿישער, װעלכן תּמיד טוט ער יאָ באַמערקן, אים לײַכט באַדױערן און טוט פֿאַר אים כּלומרשט זײן לעבנס־ און פּרנסה־השבון מאַכן, גלײַך יענער האָט אים דערױף באַפֿול־ מעכטיקט, װײל אַלײן איז ער שװאַך אין חשבון. ער האָט אױך ניט באַמערקט, װי אַזױ ער איז אַרױפֿגעקומען אױף דער גאַס, װוּ זײן קאָנטאָר האָט ןיך געפֿונען, און אױך ניט, — אַז בײַם טראָטואַר, לעבן הױז פֿון קאָנטאָר, איז עפּעס איצט אַ בריטשקעלע געשטאַנען, װאָס געװיס האָט דאָס באַדאַרפֿט באַטײַטן, אַז עמעצער פֿון דער פֿרעמד, פֿון דער געגנט פֿון אַ פּריצישער עקאָנאָמיע אַ שליח איז אַהער צוגעפֿאָרן, װעלכער דאַרף צו אים אין קאָנטאָר האָבן, האָט דעם פֿורמאַן אין דרױסן געלאָזט און אַלײן אַרײַן אינעװײניק. ▯ ס'האָט אױך געקאָנט זײן פֿון אַ קלײנשטעטלדיקן ייִדן, אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר, װעלכער האָט צוליב געשעפֿט געדאַרפֿט צו משהן נײטיק און האָט אױף גאַנצפֿרי, גלײַך צו דער עפֿענונג פֿון קאָנטאָר, צום אָנהײב טאָג אױסגערעכנט און זיך צוגעשטעלט. מעגלעך אָבער, אַז ניט קײן פֿרעמדער, נאָר אַלײן טאַקע משהס אַ שליח, אַן אײגענער▯ — מערסטנס דער יונגער אײדעם זײַנער, נחום לענטשער, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 167 װעמען ער פֿלעגט, מחמת זײן גוט פּױליש רעדן, פֿון צײַט צו צײַט איבער דער פּראָװינץ, איבער פּריצישע גיטער ▯אַרױסשיקן, װען ער, משה, האָט צו זײ, צו די פּריצים, געדאַרפֿט: אָדער געלט און פּראָצענט פֿון אַלטע הלװוּת אױפֿמאָנען, אָדער געשפּרעכן פֿירן און פֿאַרהאַנדלען מיט זײ װעגן נײַע. דאָס מאָל האָט די בריטשקע געהערט טאַקע ניט קײנעם, נאָר אַלײן משהן. זי האָט נאָר־װאָס טאַקע זײן אײדעם פֿון אַ פּראָװינץ־רײַזע געבראַכט. אָבער ניט װי דער שטײגער, איז זי דאָס מאָל עפּעס ניט אַהײם פֿאַרפֿאָרן, נאָר צו דער קאָנטאָר, װאָס דאָס האָט געזאָלט זײן אַ סימן, אַז עפּעס איז אױך די רײַזע געװען ניט װי דער שטײגער. עפּעס האָט, װײַזט אױס, דאָס מאָל נחום פֿון װעג אָדער גאָר געװוּנטשענע, אָדער גאָר ניפּ קײן געװוּנטשענע ידיעות און רעזולטאַטן געבראַכט, און דאָס האָט אים געדינט פֿאַר סיבה, ער זאָל גלײַך פֿון װעג אַהער פֿאַרפֿאָרן, כּדי, אױב מיט גאָר אַ גוטער ידיעה, זאָל ער זיך פֿאַרן שװער באַרימען, און, װי ער איז געװױנט געװען, אױף אַ קול, אַז אַלע זאָלן הערן, מיט אים זיך טײלן; און אױב פֿאָרקערט, נ▯פּ גוט, זאָל ער אים בסוד צו װיסן טאָן און שױן ניט אױפֿן קול זיך פֿאַרענטפֿערן, אָבער פֿאָרט זיך אַרױסשטעלן און די זאַך אַזױ אױסלײגן, אַז װען ניט ער, װאָלט געװען ערגער, װען ניט ער, װאָלט נאָך, מעגלעך, פֿיל שלימערס פּאַסירט. און אַזױ איז דאָס טאַקע געװען. אַז משה איז איצט צו זיך אין קאָנטאָר אַרײַן, אַזױ איז נאָך אײדער ער האָט דערזען די באַשטענדיקע באַזוכער פֿון זײן קאָנטאָר, יענע, װאָס קריכן כּמעט קײנמאָל ניט אַרױס פֿון דאָרט, און װאָס יעדעס מאָל, װען מע קומט, טרעפֿט מען זײ אָדער פֿירן געשפּרעכן מיט די אָנגעשטעלטע, אָדער אין אַ רעדל — אײנס מיטן אַנדערן, װי שלום שמאַריאָן, צאַלי דערבאַרעמדיקער און אַנדערע — האָט זיך אים אַ װאָרף געטאָן אין די אױגן נחום, דער הױכער, שטאַלטנער אײדעם זײַנער. אַגבֿ: דער האָנאָרעװאַטער און ניט קלײן ביסל באַרימער, װײל זײן פֿאַמיליע האָט פֿון היפּשע דורות, צוליב געשעפֿט, נאָר מיט פּאָליאַקן פֿאַר־ קערט, און װאָס אױך אין זײן ייִדיש־רעדן האָט עפּעס אַ געװיסער שטאָלץ געקלונגען, באַזונדערס אינעם װאָרט „עך”, מחמת ער האָט געשטאַמט פֿון קאַמענעץ, און װי אַלע פֿון זײן האַלב־בעסאַראַבישער געגנט, האָט גערעדט מיטן „עך”, „לאָנג” און „געגאָנגען”. ער איז געװען האַלב־חסידיש, האַלב-פּריציש געקלײדט. תּמיד אַ שטאַרק זױבערער, װאָס האָט זיך דער עיקר מיטן אופֿן, װי אַזױ ער האָט אַפֿילו די װאָכעדיקע קלײדער געטראָגן, זיך אױסגעטײלט פֿיל צום בעסערן פֿון אַלע אַפֿילו זײן גלײַכן רײַכע אײדעמס. זײן שװאַרץ בערדל האָט זײן װײס פּנים מיט זײן קורצלעך־אומרויִקער נאָז שטאַרק אױסגעטײלט. ----------- ▯ 188 ד ע ר נ ס ת ר ▯ דאָס מאָל איז זײן פּנים געװען װײַסער װי געװײנלעך, און אױף װיפֿל אַ װײס פּנים קאָן אױף זיך בלאַסקײט נעמען — אױך בלאַס, װאָס דאָס האָט מען געקאָנט דערקלערן אין געװײנלעכע פֿאַלן מיט ניט שלאָפֿן נאָך אַ רײַזע־ נאַכט און מיט װעג־מידקײט. אָבער נײן, איצטיקס מאָל האָט מען דערױף, אױסער מידקײט, נאָך עפּעס דערקענט: עפּעס האָט, װײַזט אױס, מיט אים געטראָפֿן. דאָס האָט זיך אײסגעדריקט ניט נאָר אין נחומס צו אָפֿטן, אומרויִקן שמאָרען מיט דער קורצלעכער נאָז, װאָס דאָס טרעפֿט אים אָפֿט אַפֿילו װען ניט איבעריק אומרויִק, נאָר אין ז▯ן אומגעדולדיקײט, װאָס אין זײן גאַנצן קערפּער אױסגעדריקט. אָט די אומגעדולדיקײט האָט אים איצט געמאַכט איבערן קאָנטאָר זיך אומדרײען, אים געמאַכט, װי איבער די אָנגעשטעלטע און באַזוכערס קעפּ אַריבערקוקן, ניט ענטפֿערן גערן אױף די פֿראַגעס, װאָס מ'האָט אים געפֿרעגט, אָדער ענטפֿע▯▯ן קורץ, אָפּגעהאַקט, ניט װילנדיק, און די גאַנצע צײַט האַלטן די אױגן צו דער טיר געװענדט, פֿונװאַנען ער האָט געװאַרט, אַז עמעצער — —דאָס מאָל געמײנט זײן שװער, משה, — דאַרף זיך באַװײַזן. ער, נחום, איז טאַקע גלײַך אָנגעפֿאָרן, װי נאָר די קאָנטאָר האָט זיך אױפֿגעעפֿנט. דער באַלד־אָנגעקומענער שלום שמאַריאָן, דער, װאָס פֿעדערט זיך כּסדר און איז תּמיד פֿון די ערשטע אין קאָנטאָר, דערזעענדיק זײן צע־ רודערטן אױסזען, האָט זיך גלײַך געפּרוּװט לעב▯ אים אַ רײַב טאָן מיט זײן פֿרום־פֿוקסיש פּנימל און מיט זײן קעפּל, װאָס אין אַ זײט אָנגעבױגן, געפּרוּװט צו אים אונטערקומען און מיט חניפֿהדיקע, זיסלעכע רײד אים גענומען וױ אַרומשמעקן. ער האָט גענומען אױסטאַפּן, פֿונװאַנען ער קומט, געפּרוּװט טרעפֿן, פֿון װאָס פֿאַר אַ פּריץ אין דער געגנט און אױספֿרעגן, װאָס הערט זיך, און דער עיקר — הינטנאַרום אים אין די אױגן אַרײַנקוקן, און דאָס, װאָס ער האָט געזען, אַז יענער װעט דערױף ניט ענטפֿערן — אַלײן נאָר מיטן קוק אַרױסבאַקומען. נחום אָבער האָט זיך ניט געל▯זט. ער איז דאָס מאָל, װי װײַט מעגלעך, שמאַריאָנס פֿראַגעס אָפּגעקומען מיט קורצע, גאָרנישט זאָגנדיקע ענטפֿערס און אין מער לענגערע שמועסן זיך ניט אַרײַנגעלאָזט. ער איז אינמיטן די רײד אַפֿילו אָפּגעגאַנגען, כּלומרשט ער דאַרף בײַ עמעצן אַן אָנגעשטעלטן זיך עפּעס דערפֿרעגן. אין דער אמתן אָבער גאָר, כּדי זיך אױסצודרײען, אַלײן בלײַבן ▯ און װאַרטן און אַרױסקוקן אױף דעם, װאָס איז אים אַמערסטן אין זײן אומ־ געדולד איצט נײטיק געװען — זײן שװער, משה. און אָט איז יענער אַרײַן. באַלד זײַנען אים, װי געװײנלעך, די באַשטענ־ דיקע באַזוכער אַנטקעגן געגאַנגען — װער מיט אַ װיכטיקן ענין, מיט װעלכן ער האָט געװאַרט אױף אים, װער ניט מיט קײן װיכטיקן, נאָר גלאַט, װי דער ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 169 שטײגער, אַ נגיד אַנטקעגן צו גײן און דעם דרך־ארצדיקן פֿרימאָרגן אים אונטערטראָגן. אַז משה האָט אָבער מיטאַמאָל זײן אײדעם אַ בלאַסן דערזען, און, װי אים האָט געדאַכט, אַ צערודערטן פֿון װעג, אַזױ האָט ער זיך װי־ניט-װי מיט די באַזוכער, קליענטן און געלט־מעקלער גלײַך אָפּגעפֿאַרטיקט און פֿון זײער רעדל־אַרומרינגלונג זיך אױסגעדרײט. ער איז גלײַך דאַן צו נחומען צוגעגאַנגען און באַלד בײַ די ערשטע װערטער נאָר, װאָס יענער האָט פֿון מױל אַרױסגעלאָזט, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז עפּעס האָט נחום דאָס מאַל פֿון װעג ניט גוטס געבראַכט און פֿון זײן פּנים האָט ער עפּעס אַ ניט קײן גוטע בשׂורה אַראָפּגעלײענט. — קומט אַרײַן אַהין, שװער, כ'האָב אײַך עפּעס צו זאָגן. געמײנט האָט ךא נחום דאָס צװי▯טע, דאָס אַזױ־גערופֿענע „באַראַטונגס־ צימער”, װוּ משה פֿלעגט שטענדיק, אין קאָנטאָר זײענדיק, זײן זיץ־אָרט האָבן, װוּ װיכטיקע קליענטן פֿלעגן פֿון אים אױפֿגענומען װערן — סוחרים, פּריצים און זײערע באַפֿולמעכטיקטע — און װוּ אַלע געשעפֿטן פֿלעגן דאָרט שטיל בײַ אַ קײַלעכיקן טיש און אױף אַ לײַטישן אופֿן אַרומגערעדט און אָפּגע־ פֿאַרטיקט זײן▯ װען זײ זײַנען אַהין אַרײַן — פֿריִער משה, נאָכדעם נחום — האָט נחום נאָך זיך די טיר פֿאַרמאַכט. דאָס האָט פֿאַר אַלע איבעריקע אין קאָנטאָר באַדאַרפֿט באַטײַטן, אַז זײ, שװער און אײדעס, זײַנען איצט פֿאַרנומען און װילן ניט, מע זאָל זײ שטערן. און באַלד טאַקע האָט משה אַ באַאומרויִקטער צו נהומען זיך אַ קער געטאָן און גלײַך בײַ אים אַ פֿרעג געטאָן: — װאָס איז געשען? ▯ תּיכּף אָכער, נאָך אײדער ער האָט באַװיזן צו באַקומען אַ װאָסער־ניט־איז ענטפֿער, אַזױ האָט ער זיך גלײַך דערמאָנט, פֿונװאַנען יענער קומט איצט, און װוּהין ער האָט אים מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער אױף דער געגנט אַרױס־ געשיקט. אַז געשיקט האָט ער איס, דער עיקר, צום פּריץ רודניצקין, װעלכער האָט דורך אַ שליח פֿון זײן הױף צוריק מיט עטלעכע טעג בײַ אים, בײַ משהן, געבעטן, ער זאָל אים צושיקן די װעקסלען, װאָס האָבן די טעג געזאָלט אױס־ גײן און װאָס דער זמן זײערער צו צאָלן איז געקומען — ער װיל זיך צעצאָלן. ער האָט זיך דערמאָנט אין רודניצקין דעם לעביונג, דעם מאָט, װאָס האָט שױן זײן גרעסטן טײל פֿאַרמעגן, װי באַװוּסט, אױסגעלאַסן און אין פֿאַר־ שװענדערישע אױסברענגערײען צעטרענצלט▯ זיך אױך דערמאָנט, אַז ער, משה, האָט זיך צוליב די גרױסע פּראָצענטן, װאָס יענער האָט געצאָלט, װען ער איז געענגט געװען און האָט געהאַט אַ הלװאה נײטיק, זיך פֿון אַ שמאַריאָנען אָדער פֿון אַן אַנדערן געלאָזט אָנרעדן אים אַ גרױסע סומע צו אַנטלײַען, אַ גרעסערע, װי מע האָט געמעגט און װי דער געזונטער פֿאַרשטאַנד האָט דער־ לױבט. ער האָט זיך אױף פּריצישע פֿראָצענטן געראַדעװעט און דעם קרן ----------- 170 ▯ ד ע ר נ ס ת ר אײַנגעשטעלט, נישט געקוקט דערױף, װאָס זײן אײגענער שׂכל האָט אים אָפּ־ געהאַלטן, און אױך אַנדערע, בײַ װעמען ער האָט זיך דערפֿרעגט און װעלכע חאָבן יענעם, דעם רודניצקין, גוט געקענט, האָבן געװאָרנט און ניט איבעריק גע'עצהט. ער האָט זיך דאָס דערמאָנט און נאָך אײדער ער האָט באַװיזן פֿון נחומען אַ װאָרט אַרױסצוקריגן, אַזױ האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס האָט נחום אױף זײן איצטיקער רײַזע געװיס פֿון יענעם אַ שלעכטן אָפּשניט באַקומען, אַז מעגלעך ער, משה, איז דאָ שױן בײַ יענעם מיט אַ קאַפּיטאַל פֿון אַ היפּשער סומע טױזנטער פֿאַרריזנעט געװאָרן. אָבער, ניט װיסנדיק די סיבה, פֿאַרװאָס און װי אַזױ, און די פּרטים גענױ, און אױך ניט גלײבן װעלנדיק, װײל אײגן פֿאַרמעגן גלײבט זיך ניט, װען מע פֿאַרלירט, האָט ער זיך אַ צװײט מאָל צו נחומען געװענדט און זײן פֿראַגע נאָכאַמאָל איבערגעחזרט: — װאָס איז ג▯ען? — ס'געשען, שװער, מיט רודניצקין, — האָט נחום, אַ בלאַסער פֿאַר זײן שװער שטײענדיק, געענטפֿערט. — װאָס האָט געטראָפֿן? — האָט יענער אױף גיך איבערגעפֿרעגט, — אַנטלאָפֿן? אָנגעזעצט? ער צאָלט ניט? ▯ — נײן, ערגער. — װאָס קאָן דען זײן ערגער? — אַפֿילו װען ער צאָלט, װאָלטן מיר אונדזערס שױן ניט באַקומען. — װאָס הײסט עס? — האָט משה אַן אױפֿגערעגטער, אַ פֿאַרבלעפֿטער אױסגעשריִען. — ס'הײסט, אַז מיר האָבן אונדזערע װעקסלען פֿאַרלאָרן. — װער פֿאַרלאָרן, װאָס פֿאַרל▯רן? רעד דיבורים: דו? װי, װען און װי אַזױ? — נײן, ניט פֿאַרלאָרן. נאָר מיר האָבן זײ אָנגעװױרן. — כ'פֿאַרשטײ ניט און הײב ניט אָן פֿאַרשטײן. װאָס מײנסטו דערמיט▯▯ און דאָ האָט נחום גענומען אױסלײגן און דערצײלן פֿאַר זײן שװער אַ לאַנגע שװערע געשיכטע, אַ געשיכטע אַן אױסטערלישע, װאָס טרעפֿט זיך זעלטן אַפֿילו אין געשעפֿטן מיט פּריצים, און אַפֿילו מיט אַזאַ, װי רודניצקי, װאָס װער ס'האָט אים נעענטער געקענט, האָט זיך יאָ געקאָנט ריכטן אױף אַזױנס, אָבער, װי געזאָגט, אַפֿילו פֿאַר רודניצקין אױסטערליש. נחום האָט דערצײלט, װי נעכטן, אַז ער איז אָנגעקומען אין הױף, זיך געמאָלדן צום פֿאַרװאַלטער און איבערגעגעבן, אַז לױטן פּריצס בקשה האָט ער די װעקסלען▯ מיטגעבראַכט און װיל זיך זען מיטן פּריץ, — האָט אים יענער, דער פֿאַרװאַלטער, געזאָגט, אַז נײן: איצט איז אוממעגלעך, דער פּריץ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 171 האָט זיך שפּעט געלײגט, שפּעט מיט פּריצים פֿאַרבראַכט, ער װעט הײַנט שפּעט אױפֿן טאָג שלאָפֿן, און ער מוז אױסװאַרטן. נאָך ▯דעם, אַז ער אין אױפֿגעשטאַנען, האָט געפֿרישטיקט און האָט אים, נחומען, אַרײַנגערופֿן, האָט ער דערזען, אַז עפּעס איז ניט קײן גוטע שעה אױף אים, עפּעס איז ער שטאַרק צעדרײט: אַז מע רעדט צו אים, הערט ▯ער שלעכט, און דאָס, װאָס ער הערט, פֿאַרשטײט ער ניט, — װײַזט אױס, פֿיל פֿאַרשפּילט פֿאַר דער נאַכט, אָדער אַן אַנדער אומאָנגענעמלעכקײט אַ פּריצישע. אָבער אַז ער האָט סוף־כּל־סוף באַנומען, צוליב װאָס ער, נחום, איז ▯ געקומען, האָט ער זיך צעהיצט, צעװאַרעמט, גלײַך אַ גרױסער גוטער פֿרײַנט זײַנער האָט זיך צו אים באַװיזן, װעלכן ער האָט שױן לאַנג ניט געזען. ער האָט אים אָפֿט בײַם נאָמען גערופֿן: „פּאַן נחום, פּאַן נחום”... האָט אים אַ ▯האַנט אױפֿן אַקסל אַרױפֿגעלײגט, דערנאָך אים אונטערן אָרעם גענומען און גענומען מיט אים איבער די פּאָקאָיעס אומגײן, פֿון אײן צימער אין צװײטן אין די פֿיל צימערן װאָס אין שלאָס געפֿינען זיך. ער האָט אים פֿאַררעדט, אים באַשאָטן מיט פֿאַרשײדענע מעשׂיות, װאָס האָבן קײן שײַכות ניט צום אײגנטלעכן ענין, צו די װעקסלען און צוס צאָלן. האָט אים אױסדערצײלט, װוּ און מיט װעמען ער האָט זיך באַגעגנט, װיפֿל און מיט װעמען פֿאַר־ בראַכט▯ װאָס פֿאַר אַ געשעפֿטן געמאַכט, װאָס געקױפֿט, פֿאַרקױפֿט, מיט װעמען אױף װאַס ער האָט זיך געביטן: אַ הונט אױף אַ הונט, אַ דינער אױף אַ דינער — מיט די פּריצים, אַ װאַלד אױף פֿעלד ,פֿעלד אױף װאַלד — מיט די פּױערים, און מיט די ייִדן, מיט זײַנע נאָענטע פּאָס▯אָרס, שענקערס, אַרענדאַרעס, און אױך מיט װײַטע, פֿרעמדע — װאָס פֿאַראַ גליקן. דערבײַ, דאָס אַלץ דערצײלנדיק, איז ער געװען זײער אױפֿגעלײגט, זיך געהאַלטן אין אײן באַרימען, אַז די לעצטע צײַט גײט אים גוט, אַז איבער־ הױפּט, װוּהין ער װענדט זיך ניט, גליקט אים זײער: זײַנע פֿריִערדיקע געשעפֿט-פֿירער, דעם פֿאַרװאַלטער און עקאָנאָם, װאָס האָבן בײַ אים געגנבֿעט און זיך די קעשענעס אָנגעשטאָפּט, האָט ער אױפֿגעדעקט און אַרױסגעטריבן, און אױף זײער אָרט▯ נײַע, אָרנטלעכע אַרײַנגעקריגן. אַזױ, אַז פֿון הײַנט און װײַטער איז ניט שײך — ער איז מיט זײן פֿאַרמעגן געדעקט. פֿאַרקערט, ער הײבט אָן שטײַגן, און זײן שלעכטער נאָמען צװישן סוחרים ביז אַהער, װאָס איז אים געקומען אַדאַנק דעם, װאָס זײַנע אָנגעשטעלטע און פֿאַרטרױטע האָבן זײַנע געשעפֿטן שלעכט געפֿירט, װעט איצט גאָר אַנדערש, אױף גאָר אַן אַנדער אופֿן, אָנהײבן קלינגען, ער מעג זיכער זײן, דער פּאַן נחום... ער איז אַזױ אױפֿגעלײגט געװען און אין אַזאַ צוטרױלעכן ראַש אַרײַן, אַז ער האָט אים, נחומען, אױפֿן אױער אײַנגערױמט, אַז ס'האַלט שױן אַפֿילו דערבײַ, אַז זי, יענע — ער װײסט שױן, מטתם, װער — װאָס האָט אים פֿאַרלאָזט און צו די איריקע קײן װאַרשע אַװעק, האַלט זיך שױן בײַ אומ־ ----------- ▯ 172 ד ע ר נ ס ת ר קערן... אמת, ▯ס'איז איר אַ ,היפּשע מתּנה פֿאַרשפֿראָכן. אמת, שױן אַפֿי▯ו אײַנגעהאַנדלט די מתּנה, פֿאַר װעלכער ער האָט, לײַענדיק בײַ אײנעם אַ ייִדן געלט דערױף, אַ שטיק דױבישער װאַלד פֿאַרזעצט, און אױף גאָר ניט קײן געהױבענע באַדינגונגען, אָבער ס'מאַכט ניט, ס'אַ קלײניקײט... דער עיקר, װאָס די געשעפֿטן גײען גוט, דער עיקר, װאָס זײ װעלן ערשט אָנהײבן גוט גײן. — און אָט זאָל ער זען, דער פּאַן נחום... ▯ ער ▯אָט אים דערנאָך אַ שטיק צײַט איבער די פֿערד־שטאַלן און איבער ▯▯י▯▯־▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ו▯▯▯ר▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯ ▯ ניט געפֿינען. ער האָט דאָס ליב, ער איז אַ מבֿין אױף אַזױנס, און אַנדערע פֿאַרשטײען ניט, האָבן קײן גוסט ניט און װעלן עס קײנמאָל ניט האָבן און פֿאַרמאָגן. אַזױ ביז פֿאַרנאַכט — אין הױף, איבער די שטאַלן און איבער אַנדערע זעענסװיכטיקײטן. דאַן האָט ער אים װידער אין די צימערן געבראַכט. און אַז ס'איז שױן גוט פֿינצטער געװאָרן, אַז ער איז שױן מיד געװאָרן פֿון אומגײן, אױסװײַזן און באַרימען זיך, איז ער מיט אים אין יאַגד־צימער געקומען, װוּ די װענט זײַנען פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט פֿאַרשײדענע מיני געװער באַהאַנגען. אַ קלײן טישל נאָר אין דער מיט, װאָס אױף דעם איז אַ קלײנער שפּיגל גע־ שטאַנען, צו װעלכן ער איז צוגעגאַנגען און האָט אױף זיך אַ קוק געטאָן... און פּלוצעם האָט ער זיך אינגאַנצן געביטן, איז מיטאַמאָל עפּעס טרױעריק געװאָרן, און די גאַנצע פֿריִערדיקע באַרימערישע היץ איז פֿון אים אַרױס. ער האָט זיך בײַם טישל אױף אַ בענקל אַראָפּגעלאָזט, געהײסן אַ דינער װײן ברענגען, פֿאַר זיך און פֿאַר נחומען, און אַז יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט, ▯ האָט ער אַלײן געטרונקען. דאָס מאָל שױן געשװיגן, אָפּגעקילט און אי▯▯אַ טיפֿער מרה־שחורה, און אַפֿילו די אָפֿט אױסגעטרונקענע גלעזער האָבן אים ניט דערװאַרעמט און פֿון זײן פֿאַרזונקענקײט און פֿון זײן פּלוצעם אױף אים אָנגעפֿאַלענער נידערגעשלאָגנקײט אים ניט אַרױסגעשלעפּט. דערנאָך האָט ער זיך פּלוצעם ▯אַ הײב געטאָן און בײַ דער שװאַכער שײן פֿון דער אײנציקער ליכט, װאָס האָט אױפֿן טישל געברענט, האָט גע▯ומען זוכן אױף די װענט, צװישן די פֿאַרשײדענע מיני געװערן. ער האָט עפּעס אײנעם אַ פּיסטאָלעט אַרױסגעפֿונען, און מיט אים צו דעם שפּיגל צוגעגאַנגען. אים פֿריִער צום האַרצן צוגעשטעלט, דערנאָך צום אָפֿענעם מױל, דערנאָך צום שלײף, גלײַך ער האָט אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים געפּרוּװט, װוּ בעסער איז אין זיך אַרײנצושיסן, װי שענער און װי לײַכטער דער טױט זאָל אים, הײסט עס, אָנקומען. און מיטאַמאל האָט ער זיך געװענדט צו אים, צו נחומען, צום דער־ שראָקענעם, װאָס די נשמה איז אים אַנטפֿאַלן, זעענדיק, װאָס ער, רודני▯קי, ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 173 טוט און װאָס ער האָט דאָ בדעח צו טאָן און פֿירצונעמען. ער האָט זיך צעלאַכט. און אַז ער, נחום, זעענדיק אים אַ לאַכנדיקן, איז צו אים צוגעגאַנגען און מיט גרױס אָפּשײַ, װי מע װענדט זיך צו אַ פּריץ, און בפֿרט נאָך, װיסנדיק, אַז ער איז אונטערן גלעזל, און, װי אים האָט זיך געדאַכט, און, װי ער האָט פֿאַרשטאַנען — אױך אין גרױסע צרות, און האָט גענומען אים אָפּהאַלטן: „זאָל דער פּריץ אַזאַ שפּאַס ניט טרײַבן, ס'איז געפֿערלעך. ער בעט אים זײער, ער האָט נאָר-װאָס אױסגעטרונקען, ס'קאָן נאָך, חלילה, אַן אומגליק געשען, זאָל ער דעם פּיסטאָלעט אַװעקלײגן▯, — האָט ער זיך װידער צעלאַכט. אָכער מיטאַמאָל איז נאָכאַמאָל פֿינצטער געװאָרן, און, שטײענדיק און האַלטנדיק דעם פּיסטאָלעט אַזױ, װי ער האָט אים פֿריִער געהאַלטן, האָט ער אַ זאָג געטאָן: ▯ באַנקראָט יעסטעם, אינעגאָ װיסציאַ ניעמאַ — איך בין באַנקראָט, הײסט עס, און אָ פּריץ האָט קײן אַנדער װעג ניט. און דאָ איז ער שטיל צו דער טיר צוגעגאַנגען▯ דורך װעלכער פֿריִער איז דער דינער מיטן װײן אַרײַן, און האָט זי צוגעשלאָסן, און, צוריקקומענדיק פֿון דער טיר, האָט ער צו אים, צו נחומען, אַזױ געזאָגט: — מיר זײַנען אַלײן, און איך שעם זיך איצט ניט. אָבער ס'איז מײן לעצט. און בײַ אים, בײַם פּאַן נחום, אין די הענט איז זײן גאַנצער גורל ▯ איצטער... ער, נחום, איז דאָך אַלײן אַ סוחר, ער װײסט, װאָס קריטישע צײַטן באַטײַטן און בײַ אים, בײַם פּריץ, איז איצט קריטיש: קײן געלט האָט ער ניט▯ ער האָט זיך די לעצטע צײַט שטאַרק פֿאַרשפּילט און אױך אין אַנדערע געשעפֿטן פֿאַרלױרן. נאָר קײן פֿאַרלױרענער אינגאַנצן איז ער ניט, ער גלי▯בט זיך אױסדרײען, אָבער צאָלן קאָן ער ניט, בפֿרט אַזאַ סומע, װי אים, װי נחומען און זײן שװער, קומט פֿון אים. אָבער דאָס אין װײניק: ער איז אַ פּריץ, ער האָט האָנאָר, און דאָס דערלױבט אים ניט, װי זײַנע עלטערן האָבן זיך קײנ־ מאָל ניט דערלױבט, אַ לעבעדיקער אָנזעצער צו בלײַבן און אַ שם האָכן פֿאַר אַזױנעם. ער מוז די װעקסלען איצט אַרױסבאַקומען, אױב ניט, איז דאָ זײן ענדע. ער װײסט, אַז נחום, דער קרעדיטאָר זײַנער, אױב ער װעט אים אָפּגעבן די װעקסלען, װעט ער קײנעם ניט דערצײלן: די סומע איז אַ צו גרױסע, און אױב מע װעט זיך דאָס אין דער סוחרישער געלט־װעלט דערװיסן, קאָן דאָס אים אַלײן צו קרעדיט און אױך צו אַנדערע זאַכן שאַטן... ער איז דערום זיכער, אַז ביז אַ צײַט, ביז זײן לאַגע װעט זיך פֿאַרבעסערן און ער װעט אימ־ שטאַנד זײן אָרנטלעך און ערלעך (ער מעג זײן זיכער, דער פּאַן נחום) זײן חובֿ אומקערן, װעט די זאַך בלײַבן צװישן אים און אים, נישט מער, װי צװישן זײן שװער און זײ בײדע... אױב זשע ער, נחום, קאָן ניט, באַשטײט ניט, איז חאָט ער, דער פּריץ, איצט קײן אַנדער ברירה... און דאָ האָט ער נאָך צוגעגעבן און אַ פּאָר שװערע, פֿילבאַטײטנדיקע װערטער געלאָזט פֿאַלן: ▯ ----------- ▯ 174 ד ע ר נ ס ת ר — זאָל ער געדענקען, אַז אױב דאָס געשעט, אױב ער מוז אין זיך איצט ▯ שיסן, קאָן פֿאַר אים, פֿאַר נחומען, גרױסע אומאָנגענעמלעכקײטן אַרױס־ קומען: זײ זײַנען אַלײן, נאָר אינצװײען, זײ בײדע נאָר אין צימער, און ער, נחום, דער קרעדיטאָר און דער פּריץ — דער בעל־חובֿ זײַנער. — און דו האָסט אים די װעקסלען אָפּגעגעבן? — האָט דאָ משה, די ▯ מעשׂה אױסהערנדיק, אױסגעשריגן, אױסער זיך פֿון אױפֿרעגונג און פֿונעם צופֿאַל, װאָס מאַכט זיך זעלטן אַפֿילו צװישן פּריצים און צװישן די אױס־ געלאַסענע און אױף אַלץ פֿײיִקע. — יאָ, שװער... און װי װאָלט איר אױף מײן ▯רט געטאָן? — האָט נחום געפֿרעגט. — װאָס הײסט איך? ▯װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿראַגע? — איז װאָס אַנדערש האָט מען, נאָך אײער מײנונג, געקאָנט טאָן? — װאָס הײסט, װאָס? אים איבעררעדן, אײַנרעדן, אַז מע מאָנט אים ניט, אַז מע װעט אים אױסװאַרטן, אַז מ'האָט צײַט, אַז קײנער װעט זיך דערפֿון ניט דערװיסן. — און אַז מע האָט דאָס אַלץ געטאָן, געזאָגט, און אַז איך האָב גענױ אַזױ מיט אים אײַנגעטענהט, מײן ערלעך װאָרט געגעבן, אַז אַזױ װעט עס טאַקע זײן, און אַז ער האָט פֿאָרט געפֿאָדערט: אָדער די װעקסלען, אָדער זײן טױט? — איז דורך אַ טיר, דורך אַ פֿענצטער, דורך אַלץ, װאָס מעגלעך, אָבער מע גיט זיך אַן עצה: מע שרײַט, מע רופֿט מענטשן, מע רופֿט דינער פֿאַר עדות, מע טוט עפּעס! װאָס הײסט, מע גיט אָפּ? דאָ האָט נחום, װאָס אױף אים איז טאַקע די גרױסע שולד געלעגן, די שולד פֿון אַרױסלאָזן און פּטרן אַ גרױס גוטס מיט אײגענע הענט, זיך אָבער דערמאָנט די לאַגע, אין װעלכער ער האָט זיך בײַם פּריץ געפֿונען. ער האָט זיך דערמאָנט זײן פּנים, בשעת יענער האָט דאָס אַלץ צו אים גערעדט מיט אַ פֿאַרצװײפֿלט קול, װי פֿאַר דער מי.תה. די גאַנצע צײַט פֿון זײן רעדן גע־ האַלטן דעם פּיסטאָלעט פֿאַר די אױגן און, װי אױף זײן מלאך־המות, געקוקט אױף אים. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז אױסער געלט, איז אױך ער אַלײן אין ▯ אַ גרױסער סכּנה געשטאַנען: אָדער אין אַ סכּנה פֿון אַ בלבול, אָדער אפֿשר גאָר, װער װײסט, אױפֿן אָרט דערשאָסן צו װערן. איז אָט, געדענקענדיק און דערמאָנענדיק זיך דאָס אַלץ, האָט ער זיך, ניט געקוקט אױפֿן װײטיק פֿונעם געלט פֿאַרלירן, דאָך װי אַ געראַטעװעטער פֿון געפֿאַר געפֿילט, און דאָס האָט אים מוט און זיכערקײט געגעבן זײן שװערס װײַטערדיקע טענות — „פֿאַר װאָס, פֿאַר װעמען און װי אַזױ?” — מיט אָט װאָס אים אָפּצושלאָגן: — שװער, װער אַ פּריץ איז, װײס עך! פּריצים קאָן עך בעסער פֿון אײַך! און עך זאָג אײַך: דאַנקט גאָט, װאָס איר שרײַט איצט נאָר אױף אײער געלט. ס'האָט געקאָנט געמאָלט זײן, איר זאָלט איצט שרײַען אױף ער▯גערס..▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 175 — אױף ערגערס? װאָס קאָן דען זײן ערגער? — האָט משה װײַטער געשריגן. — ערגער? װען איר װאָלט אױף מיר, אױף מײן קאָפּ געשריגן... עך בין אַ טאַטע פֿון קינדער, און עך קען פּריצים בעסער. דאָ האָט משה אױף זײן אײדעם אַ קוק געטאָן און פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז אפֿשר אַ ביסל גערעכט. אָבער די זאַך האָט אים דאָך געקאָכט: פֿאָרט איז דער אײדעם פֿאַר אים גאַנץ געשטאַנען, און דאָס געלט, די װעקסלען, װעט ער שױן צוריק קײנמאָל ניט זען... און כאָטש נחום האָט אים אין װײטעריקן שמועס פֿאַרזיכערט, אַז, צוריק גערעדט, קאָן מען ניט װיסן: פֿאָרט אַ פּריץ, און מעגלעך טאַקע, אַז ס'איז אים דאָ ניט אין שװינדל, נאָר אין האָנאָר געגאַנגען, און בײַ דער ערשטער מעגלעכקײט צו צאָלן, װעט ער זײן װאָרט האַלטן, כּדי װידער טאַקע פּריצישן האָנאָר צו באַװײַזן — דאָך האָט אים די זאַך געקאָכט. ער איז פֿון װאַנט צו װאַנט אין צימער אומגעגאַנגען, דעם אײדעם געלאָזט שטײן אינמיטן, און פֿון זײן מױל האָט יענער אַלע װײַלע געהערט אַזױנע װערטער זיך אַרױסרײַסן, װי: „שיױנדלער, מאָט, ער װעט בײַ מיר אין תּפֿיסה פֿױלן, מע טאָר עס אַזױ ניט לאָזן”▯.. און דאַן נאָך דעם, װי ער האָט פֿאַר־ טראַכט, האַסטיק און װי אַ חיה אין אַ שטײַג אַ לאַנגע צײַט אַזױ אומגעשפּאַנט, און אַלע װײַלע נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל צו דעם זעלבן זיך אומגעקערט, זיך מיט טענות געװענדט: „אָבער ס'איז דאָך ניט געהערט! ס'איז דאָך אײן מאָל אין טױזנט יאָר טרעפֿט זיך אַזױנס!” און יענער, דער אײדעם, האָט װידער און װידער זיך אָפּגעשלאָגן מיט װאָס ער האָט געקאָנט, זיך פֿאַר־ ענטפֿערט און אױף װיפֿל מעגלעך, אים פֿאַרזיכערט און אים האָפֿנדיק גע־ מאַכט, אַז ס'איז נאָך ניט אַזױ, ער װעט זען, אַז די זאַך קאָן זיך נאָך איבער־ דרײען, און מײאש זײן זיך איז נאָך צו פֿרי, — איז אָט דעמאָלט האָט ער מיטאַמאָל נאָך דעם, װי ער ▯האָט אין קאָפּ פֿאַרשײדענע מיטלען און עצות גע־ זוכט, אױפֿן אײנציקן מעגלעכן געדאַנק אין איצטיקן מאָמענט זיך אָנגעשלאָגן, און נעמלעך: צו זײן אַדװאָקאַט זיך װענדן, צו זײן פֿאַרטרױאונגס־מאַן, צו דעם, צו װעלכן ער װענדט זיך כּסדר אין קריטישע און אין ענגע פֿאַלן. דאָס צום ערשטן, נאָכדעם װעט ער זען. ▯ער האָט דערום דעם מאַנטל, װעלכן ער האָט, פֿון דער הײם קומענדיק, נאָך ניט באַװיזן אין קאָנטאָר אױסצוטאָן ,טאַקע ניט אױסגעטאָן, באַלד האָט ער נחומען באַפֿױלן, ער זאָל אַהײם פֿאָרן, אין קאָנטאָר ניט פֿאַרבלײַבן, און, נאַטירלעך, מ▯ט קײנעם װעגן דעם קײן שמועט ניט האָבן. און ער אַלײן האָט זיך צו דער טיר געלאָזט, אין צװײטן צימער אַרײַן, װוּ זײַנע אָנגעשטעלטע און די באַשטענדיקע באַזוכער האָבן זיך געפֿונען, האָט זיך ניט פֿאַרהאַלטן▯ ----------- 176 ד ע ר נ ס ת ר מיט קײנעם זיך ניט אָפּגעשטעלט, אַרױס און אַװעק אַהין, װוּהין ער האָט נאָר־װאָס געהאַט באַשלאָסן. ▼ אַ▯ױ▯,▯▯▯▯ו▯ ▯▯ו ▯▯▯▯▯▯י▯ן ▯▯▯▯▯▯▯י▯ו▯▯ ▯ױ ניט מיט אַן אמת חרובֿ, אָבער אונטערגעריסן װערט מען: ס'הײבט זיך אָן שאָקלען דער באָדן אונטער ד▯ פֿיס. דער נאָמען װערט פֿיל פֿוז דעם אָן, און אַזאַ▯ װי שלום שמאַריאָן און װי אַנדערע פֿון די זײַניקע, װאָס דרײען זיך אַרום אים, באַשמעקן אים, באַלעקן אים און חנפֿענען אים הינטיש אָן אַ שיִער, הײבן אָן דערפֿילן נבילה, דרײען זיך אָפּ און נעמען זוכן אַנדערע, װעמען צו שמעקן און חנפֿענען. ער, משה, האָט דערום גוט געװוּסט זיך צו היטן, און װאָס פֿאַר אַ זאַך ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ן, אַ▯ ▯ענע, ▯י ▯ױ▯ן־ ▯ ▯ ער האָט דערום איצט, װען ער איז דעם צװײטן צימער דורכגעגאַנגען און צו דער דרױסן־טיר זיך געלאָזט, דאָס פּנים פֿון די אַלע זײַנע באַזוכער אָפּ־ געקערעװעט, ער האָט מיט זײ זיו מיט קײן בליק ניט געװאָלט באַגעגענען, כּדי יענע זאָלן אין אים גאָרנישט ניט כאַמערקן, און אױף זײער אופֿן, מיט זײערע הינטישע חושים, ניט נעמען אים שנאָרען, נישטערן, זוכן, פֿאָרשן, זיך נאָכ־ פּרעגן און פֿון דער לופֿט זיך עפּעס ניט דערװיסן. ער איז אַרױס, און אין דרױסן ערשט האָט ער זיך דערמאָנט, אַז ע▯ איז ▯▯▯▯▯▯▯▯ע▯▯▯פ▯י▯▯י▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯ ן שלעכטע סימנים האָבן אים הײַנט אױף אַ שלעכטן טאָג אָנגעזאָגט. ער האָט זיך דערמאָנט איז לוזין, דערמאָנט דער עיקר אין סרולין, און יענער מיט דער תּמיד אים אױפֿרעגנדיקער, ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע איז אים פֿאַר די אױגן געשטאַנען, און אַ שטיקל מורא־האָבנדיקער געדאַנק איז אים איצט אין קאָפּ געקומען, אַ װוּנטש, אַ מין געבעט: — ס'איז נאָך פֿרי, און דער טאָג האָט זיך אים הײַנט שלעכט געשטעלט. זאָל, חלילה, װײַטער און מער שױן ניט טרעפֿן גאָרנישט. ▼ דער צופֿאַל האָט געװאָלט'אַז משהס װוּנטש זאָל דאָס מאָל ניט דערפֿילט ▯▯ן▯▯ י▯ ▯י▯י▯▯ ▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯ נ▯▯י▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯ ▯ ערנסטע, װעלכע האָבן אים גאָר נאָענט אָנגערירט. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 177 ס'איז פֿאָרגעקומען אין זײן צװײטן געשעפֿט, אױפֿן באַװוּסטן, גרױסן נאַפֿט־לאַגער זײַנעם, װעלכער געפֿינט זיך אינמיטן גראָבן מאַרק און װאָס איז באַשטאַנען פֿון אַ קלײט מיט עטלעכע סקלאַדן. אָנגעפֿירט האָט דאָרט משהס צװײטער אײדעם, יאַנקעלע גראָדשטײן ▯װעגן װעלכן די רײד װעט זײן אױספֿירלעך שפּעטער, אױף אַן אַנדער אַרט), װאָס אים צו הילף איז געגעבן געװען אַ בוכפֿירער און נאמן אין אײן פּערזאָן, אײנער אַ ייִד ליבערזאָן, און די הױפּטלעכע און שװערע אַרבעט איז געלעגן ▯ אױף די צװײ הױפּט־משרתים, אױף אליקומען און זיסיען, און אױך אױף דעם דריטן, דעם געהילף זײערן, אַ ייִנגל נאָך — קאַטערוכע. זײ, אָט די משרתים, האָבן דאָס באַדאַרפֿט באַדינען די פֿיל קונים פֿון הורט (קײן לאחדים האָט מען דאָרט ניט פֿאַרקױפֿט) — די שטאָטישע, אָבער מערסט פֿון דער געגנט אַרום, װאָס פֿלעגן קומען מיט גאַנצע פֿורן און אין גרױסע פֿעסער זײער סחורה, דעם נאַפֿט, פֿאַרנעמען. אָט די משרתים אַלײן, און אַמאָל, ו▯ען ס'איז אַ סך אַרבעט געװען, אױך מיט דער הילף פֿון די מאַרק־טרעגערס, פֿלעגן די אײַנקױפֿער באַדינען — אַרױפֿשלעפּן די פֿעסער פֿון די סקלאַדעס, אַרױפֿקאַטשען אױף די װאָגנס, אָנלײגן, פּאַקעװען, און דאָס אָנגעפּאַקעװעטע מיט שטריק פֿאַרבינדן. אליקום מיט די קורצע, גראָבלעכע פֿינגער, װאָס זײַנען אים באַשטאַנען װי נאָר פֿון צװײ גלידער, ניט פֿון דרײ, װי בײַ אַלע מענטשן, איז געװען דער געזינטסטער: געטאָן און געאַרבעט האָט ער שטיל און פֿעסט, זיכער אין זײַנע הענט און אין זײן גװאַרדיאַנישן װעזן. תמיר אַ שװײַגנדיקער, אַ ביסל אַ שמײכלענדיקער, װאָס די גבֿורה האָט אים פֿון די אױגן אַרױסגעקוקט, די רױטקײט — פֿון די שװײַגנדיקע באַקן, און אין מאַרק, און צװישן די טרעגערס אַפֿילו, האָט ער געשמט פֿאַר אַ גיבור, װאָס פֿאַר זײן פּאַטש, למשל, איז מען געלאָפֿן, װי פֿון אַ מגפֿה, און װעמען דער פּאַטש, נאָר אײנער אַפֿילו, האָט ▯עטראָפֿן, יענער האָט שױן געמעגט, האָט מען געזאָגט, זאָגן ױדױ. דער צװײטער ־▯־ זיסיע. שױן אַן אָפּגעצערטער. אַ יונגערמאַן נאָך, בײַ די דרײַסיקער, אָבער שױן אַן אױסגעמאַטערטער פֿון װײניק שׂכירות באַקומען —אַ קערבל מיט אַ פֿערטעלע אַ װאָך; דערצו נאָך מיט היפּש קינדער, דערצו נאָך האָט ער זיך אין דער קבצנישער מעלה געהאַלטן, און, ניט געקוקט אױף זײן קנאַפּן פֿאַרדינסט, האָט מען אים שבת־יום־טובֿ, למשל, ניט דערקענט — ▯ אַזױ פֿײַן אָנגעטאָן איז ער געװען: די הױזן אױף דער נאָט, די שטיװלעטן מיטן פּוץ, און װינטער נאָך אַפֿילו מיטן טכױרענעם טוליפּ פֿון נאָך דער חתונה. אַזױ איז ער אין ▯דער מעלה, אַזױ אױך האַט ער זײַנע קינדער געפֿירט. ער איז געװען אַ זון פֿון אײנעם אַ ייִדן קאָסמאַן, שױן לאַנג געשטאָרבן, װאָס שױן פֿאַר זײן לעבן אַ יורד, און װאָס שױן בײַ זײן לעבן האָבן זײַנע קינדער געמוזט ----------- 178 ד ע ר נ ס ת ר אַװעקגײן דינען צו אַנדערע אױף גראָבער אַרבעט, און זיסיע איז צו משהן, װאָס האָט זײן פֿאָטער אַ װײַטלעכער קרובֿ אָנגעקערט, אָנגעקומען. ער, זיסיע, כאָטש אַ קרעפֿטיקער אין געבײן, כאָטש פֿיל כּוחות נאָך אין די הענט, אָבער פֿון װײניק שפּײַז, װאָס האָט אים ניט אומגעקערט דאָס געזונט, װאָס ער האָט בײַ דער אַרבעט געפּטרט, און פֿון פֿיל קאָפּדרײעניש, װי אַזױ פֿון זײַנע חובֿות בײַ די װאָכערניקעס אַרױסצוקריכן, האָט ער אָפּגעצערט אױסגעזען און די באַקן פֿון די האָר פֿון זײן געפּוצט בערדל האָבן בלאַס אַרױסגעקוקט. ▯ױ▯▯ ו▯ ▯▯ ▯ע▯▯▯▯▯י▯▯מ▯▯▯▯ו▯י▯ אָ▯▯▯ ▯▯▯▯ אַ▯▯ י ק ▯ געהאָרעװעטער, האָבן אונטערגעקרעכצט, מחמת זײ האָבן געװוּסט, פֿונװאַנען ער שטאַמט, געװוּסט פֿון דער משפּחה־קרענק, אַז זײן געזונט איז קריטשיק, און אַז אין דער אמת▯ װאָלט ער גאָר אַנדערש באַדאַרפֿט לעבן, נאָר ס'ניטאָ פֿאַר װאָס, און▯אױך קײן עצה ניט צו קריגן, פֿונװאַנען אױפֿן בעסערן צו נעמען: װאָכערניקעס זײַנען װאָכערניקעס, און דער באַלעבאָס איז כאָטש אַ קרובֿ, דאָך אַ באַלעבאָס, און האָרעװען מוז מען. דאָס איז דער צװײטער משרת. דאַן נאָך דער דריטער, דער ייִנגסטער, דאָס ייִנגל נאָך, קאַטערוכע — דער לעבעדיקער לונג־און־לעבער, דער באַ־ שטענדיקער לץ, דער האָצמאַך, װי דער גאַנצער מאַרק און די טרעגערס פֿלעגן אים רופֿן, װאָס װער װוּ און װען מע פֿלעגט אים באַגעגענען, פֿלעגט מען . אים אָנרוקן דאָס היטל איבער די אױגן, שנעלן אין נאָז, אָדער אַנדערש עפּעס אָפּטאָן, און ער איז קײנמאָל אױף קײנעם ניט ברוגז געװאָרן, פֿלעגט זיך אָפּװערטלען, צוריק עפּעס אָפּטאָן — קװיט, און פּאַני־בראַט מיט אַלעמען. ער האָט אַלעמען געפֿאָלגט, געטאָן, װאָס מע האָט אים געבעטן, דער עיקר אָבער צו זײַנע צװײ העכערע אָנגעשטעלטע צוגעבונדן, צו זיסיען, צו אליקומען, און פֿאַר זײ — אין פֿײַער און אין װאַסער און ס'איז פֿאַר אים גאָו▯ קײן שװערס ניט געװען. יענעם טאָג האָט זיך זיסיע, גלײַך אױף דער אַרבעט קומענדיק, עפּעס ניט גוט געפֿילט. ער האָט אָפֿט אַ קעלט געשפּירט, נאָך דער קעלט אַ היץ אין לײב און אין פּנים. ער האָט שױן זײן אָרעמלעכן איבערבײַסן ניט געגעסן, יױיל אױך קײן אַפּעטיט ניט געהאַט. אליקום און קאַטערוכע האָבן אים שױן די ניט גאָר נײטיקע אַרבעט פֿאַרשפּאָרט, און װען זײ האָבן זיך אָן אים געקאָנט באַגײן▯ אים ניט דערלאָזט צו אַרבעטן. נאָר שפּעטער, בײַטאָג־צו, װען מיט־ אַמאָל האָט מען אײנעם אַן אָנגעפֿאָרענעם קונה געדאַרפֿט אַרױסבאַגלײטן, װײל ער האָט געאײַלט, האָט אונטערגעטריבן און איז מיט זײן פֿורמאַן גע־ שטאַנען איבערן קאַרק, מע זאָל אים װאָס גיכער, װאָס גיכער אױפֿגעבן און פֿאַרפּאַקעװען, ער דאַרף הײַנט אַהײם צו נאַכט נאָך אָנקומען — האָבן זיך די ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אָ ש ב ע ך ▯17 משרתים אונטעראײלן גענומען. זיסיע, װאָס איז דעם גאַנצן פֿרימאָרגן אַ ביסל אָן אַ זײט געזעסן, האָט זיך מיטאַמאָל פֿאַרגעסן, און פֿון אַרבעט—געװױנשאַפֿט, און זעענדיק, אַז יענע װעלן זיך אַלײן ניט אופּאָרען, האָט ער זײ גענומען אונטערהעלפֿן. יענע, װידער, מײנענדיק, אַז װיבאַלד ער העלפֿט, איז אַ סימן, אַז ער פֿילט זיך בעסער און איז בכּוח, האָבן אים העלפֿן געלאָט, און פֿאַרװאָס ניט? זאָל ער... דאַן האָבן זײ זיך אַראָפּגעלאָזט אין אײנעם אַ טיפֿן סקלאַד, פֿונװאַנען זײ האָבן גענומען שלעפּן אַ גרױסע פֿיר־פּודיקע פֿאַס מיט שטריק דורך די נאַסע טרעפּ, װאָס מיט נאַפֿט פֿאַרפּאַפּט. אלי▯קום און קאַטערובע האָבן זי פֿון אונטן אַרױפֿדערלאַנגט, זיסיע מיטן פֿורמאַן פֿונעם קונה אױבן חאָבן זי גע־ נומען אַרױפֿציִען, און װען די פֿאַס איז שױן אַרױף און װען אליקום מיט קאַטערוכען זײַנען שױן, נאָכן אונטערשטופּן די פֿאַס, פֿון די פֿינצטערע טרעפּ אין דרױסן אױף דער ליבטיק אַרױס, אַזױ האָבן זײ פּלוצעם דערזען זיסיען שױן מיטן שטריק אין האַנט אַ בלאַסן, אַ שװײַגנדיקן... ס'איז אים מיטאַמאָל עפּעס ניט גוט געװאָרן. ער האָט װי פֿאַרלאָרן דאָס לשון פֿון מױל, די הענט שלאַבעריק, אין די אױגן, װײַזט אױס, פֿינצטער, און דער קערפּער — װי כאַלד װעט ער אומפֿאַלן. קאַטערובע איז באַלד צו אים צו. יענער, זיסיע, האָט זיך אױף אים אַ ביסל אָנגעלענט. אױפֿן װעג פֿון סקלאַד צו די טרעפּ פֿון קלײט, װוּהין קאַטע־ רוכע האָט אים געפֿירט, האָט מען געזען, אַז זיסיע װערט בלאַסער און בלאַסער, די אױגן מאַכן זיך אים צו, און ער װעט שױן קױם, אַן אָנמעכטיקער, די פֿיס שלעפּנדיק, צו די טרעפּ צוקומען. ▯ און אַז ער איז צו און זיך װי אַן אונטערגעבראָכענער אַראָפּגעלאָזט, דעם קאָפּ אין אַ זײט, װי אין חלשות, פֿאַרװאָרפֿן, האָט ער פּלוצעם װי עפּעס אַ שלוקערץ געטאָן, האָט דאָס מױל געעפֿנט, און, װי צוס ברעכן ,האָט מיטאַמאָל פֿון האַלדז מיט בלוט אַ גאָס געטאָן. קאַטערוכע האַט באַלד אַ ליאַרעם געמאַכט. אליקום האָט איס דעם קאָפּ אױפֿגעהױבן און אים עפּעס אַן אַלט שטיקל בגד, אָנשטאָט אַ קישעלע, אונטער־ געלײגט. פֿון קלײט איז דער נאמן אַרױס. פֿון אַרוס און אַרוס, פֿון מאַרק, פֿון נאָענטע קלײטן האָבן זיך טרעגערס, משרתים און אַזױ זיך עולם גענומען צונױפֿקלײבן▯.. מע איז געשטאַנען, אין די ערשטע מינוטן ניט געװוּסט, װאָס צו טאָן. אײניקע האָבן גענומען זאָגן: ”אַ דאָקטער... מ'דאַרף אַ דאָקטער”. אַנדערע — אַז מ'דאַרף אים אַהײם אָפּפֿירן. אײניקע זײַנען שױן לעבן אים געשטאַנען מיט װאַסער און געשפּריצט אױף אים, אַנדערע האָבן געזאָגט: „מע דאַרף ניט”. אַן אַלטער טרעגער פֿון מאַרק, פֿרידל, איז צו איס צוגעגאַנגען און אים ----------- 180 ד ע ר נ ס ת ר גענומען װי װעקן: זיסיע, לאָז זיך ניט אָפּ... זיסיע, מענטש זיך, נעם זיך אין די הענט! באַלד האָט מען שױן אָבער געזען, אַז ער איז פֿאַרבײַ, און פֿונעם גרױסן עולם, װאָס האָט זיו אַרום אים אָנגעקליבן, האָבן זיך גענומען אױסטײלן רעדלעך און אַ ביסל אין אַ זײט אָפּגײן. די, װאָס זײַנען געבליבן לעבן אים, די מער נאָענטערע באַקאַנטע משרתים, זײַנען געװען אומבאַהאָלפֿן עפּעס צו ▯▯ טאָן. צוזעענדיק איצט זײן לאַגע און װי זיך דערמאָנענדיק אין זײער אײגענער, זײַנען זײ, װי חיות איבער אַ קראַנקן זײער גלײַכן, געשטאַנען, געשװיגן, און באַדענקלעכער אונטערטעניקער טרױער אױף זײער פּנים. אַנדערע, װאָס נאָך דעם, װי זײ האָבן אים אָנגעקוקט אַ װײַלע, האָבן פֿאַר מיטלײד און רחמנות מער אױף אים ניט געקאָנט קוקן און זײַנען אין אַ זײט צו אַ רעדל אָפּגעגאַנגען, האָבן צװישן זיך גערעדט, זיך געטײלט און צו דער אַלגעמײנער באַדױערונג אױך זײערע צוגעגעבן: — זיך דערהאָרעװעט... — האָבן געזאָגט אײניקע. . — אונדזערן אַ ברודערס גליקן... — אַװדאי, — האָט אַ▯זאָג געטאָן אַ פֿרעמד־פֿאַרבײגײענדיקע פֿרױ, װײַזט אױס, פֿון אָרעמען גראַד, װאָס דאָס בילד פֿונעם בלוטנדיקן זיסיען האָט איר אין אײגענע, הײמישע גרױסע אַנגסטן דערמאָנט: — אַװדאי! װאָדען? די נגידים גיסן זיך גאָלד אין האַלדז און בײַ אָרעמעלײַט גיסט זיך דאָס בלוט פֿון האַלדז. — װיסט איז דער מאַמע זײַנער, דער מלכּה־ריװען! איר לעצטער שױן אײנציקער בױם, — האָט אַ זאָג געטאָן אַן אַנדערע, אַ באַרעמהאַרציקע מאַרק־ ייִדענע, װאָס איז געקומען פֿון דער מיט אַרבעט, פֿון אַ זאָק שטריקן, און װאָס אײנס אַ שפּיזל האָט איר אונטערן אױער געשטעקט. — װאָס שטײט מען? װאָס לאָזט מען אים דאָ ליגן? װאָס איז דאָרט פֿאַר אַן אָרט פֿאַר אים? ער קאָן דאָך דאָ אַזױ אױסגײן! — האָבן שױן אַנדערע, פֿריש־צוגעקומענע, געשריגן. — זאָל מען ברענגען אַ פֿורל, זאָל מען... גיכער! װאָס שטײט מען? דעמאָלט האָט זיך דער נאמן, דער פֿרומער ליבערזאָן מיט דער פֿײַן־ אױסגעקעמטער באָרד, װאָס איז ביז אַהער געשטאַנען אַ קאַלטער, אַ געלאַסע־ נער, גלײַך ער האָט געװאַרט, אַז באַלד װעט זיך זיסיע אַלײן אױפֿהײבן פֿון די טרעפּ, פֿון זײן בלוט און פֿון זײן חלשות, כּדי פֿאַרשפּ▯רן פֿון פֿרעמדע מײַלער באַרעדט און באַדױערט צו װערן; דעמאָלט, אַז צו זײן אױער האָבן שױן דערגרײכט די אױסגעשרײען און די פֿאָדערונגען עפּעס פֿירצונעמען און עפּעס װאָס גיכער און װאָס נײטיק איז צו טאָן פֿאַרן חולה, און דער עיקר, דערהערנדיק אױך, אַז פֿון זײַטיקע און פֿרעמדע װערט שױן דעם באַלעבאָס ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 181 נאָמען ניט צום איבעריק גוטן דערמאָנט, האָט ער, ליבערזאָן, װי אַ שטענדיקער און אײביקאָניקער דינער, װאָס אַלײן דער נאָמען „באַלעבאָס” מאַכט איפּ אַכטנדיק אױפֿציטערן און איז אים טײַערער אַפֿילו פֿון די האָר פֿון זײן באָרד, האָט ער זיך איצט אַ כאַפּ געטאָן, איז אין קלײט אַרײַנגעלאָפֿן, צום טישקעסטל צו, פֿון דאָרט אײניקע מטבעות אַרױסגעכאַפּט, עס אױף גיך פֿאַרשלאָסן, צום עולם, װאָס אַרום זיסיען, אַראָפּ, און צו קאַטערוכען, װאָס איז אַ ני▯ער▯ געשלאָגענער, װי אַלע די אַרומיקע, געשטאַנען, אַ זאָג געטאָן: — גײ ברענג אַ פֿורל, קאַטערוכע, נאַ דיר געלט, אָבער זע דינג זיך. קאַטערוכע האָט אין עטלעכע מינוט אַרום אַ פֿורל געבראַכט. ער מיט אליקומען האָבן זיסיען בײדע אונטער די אָרעמס גענומען און אים פֿאַמעלעכן אַרױפֿגעזעצט. אליקום איז, װײל ער ▯האָט נאָך פֿיל צו טאָן געהאַט, אין קלײט פֿאַרבליבן, און קאַטערוכען איז דערלױבט געװאָרן דעם קראַנקן אַהײם צו באַגלײטן. דער עולם האָט זיך אין שטילשװײַגן אַרום פֿורל געקליבן, ביז מ'האָט זיסיען דאָרט אױסגעריכט און אײנגעמאָסטעט, און או▯ך נאָך דעם, װען דאָס פֿורל האָט גערירט, האָט דער עולם נאָך אַ שטיקל צײַט זיך צוזאַמען געהאַלטן און די געשעעניש באַהאַנדלט. אַלײן נאָר דער נאמן, דער געטרײַער בוכפֿירער מיט דער געקעכלטער באָרד, ליבערזאָן, האָט זיך באַלד פֿון עולם אָפּגעטײלט. ער איז אין קלײט אַרײַן, און שטײענדיק, װי ער איז געװױנט געװען, און אַ ביסל קורצזיכטיק דאָס לענגלעכע קװיטאַריש־ביכל פֿאַרן לינקן אױג האַלטנדיק, האָט, װי כּסדר ער שרײַבט אַרײַן אַהין פֿאַרן קאַסע־בוך, אױך איצט אַרײַנגעשריבן: „בעד עגלה להמשרת זיסיע... קאָפּ...” אָט דעמאָלט האָט משה מאַשבער, גראָד פֿון שטאָט אָנגעקומען און דעם גראָבן מאַרק דורכגײענדיק, פֿאַר דער קלײט זיך באַװיזן. ער האָט, װי צו אַ צװײט־מדרגה־געשעפֿט, זעלטן אַהין אַױינגעקוקט. איצט אָבער, פֿאַרבײגײענ־ דיק און פֿאַרן קלײט עפּעס רעדלעך דערזען, האָט ער אַ פֿאַרחידושטער אַהין אָפּגעקערעװעט. דער שמועסנדיקער עולם איז מיטאַמאָל אַנטשװיגן געװאָרן. מע האָט אים שװײַגנדיק דעם װעג אָפּגעטראָטן און מיט די אױגן ביז די טרעפּ אױבן באַ־ גלײט, און אַז ער איז אַרײַן און באַלד זיך צום אױפֿצאַפּלענדיקן ליבערזאָנען, װאָס איז אים אין גרױס דרך־ארץ אַנטקעגן געלאָפֿן, זיך געװענדט, אים אַ פֿרעג געטאָן: — „װאָס איז געשען? װאָס איז פֿאַר אַ רעדלעך פֿאַרן קלײט?” — האָט אים יענער אין גרױס הכנעה באַלד באַרויִקן גענומען: — ס'גאָרניט▯.. ס'גאָרניט... ס'איז זיסיען דעם משרת עפּעס ניט גוט▯ געװאָרן... ס'האָט זין▯ אים געלאָזט דאָס בלוט פֿון האַלדז, און מע האָט איפ נאָר־װאָס אַהײם אָפּגעפֿירט... ▯ ----------- 182 ד ע ר נ ס ת ר 3 אַװדאי װאָלט ניט געװען געדאַרפֿט זײן אַזױ, אַז אין יענעם אָװנט, װאָס נאָכן אױבן־דערמאָנטן טאָג, װעגן װעלכן מיר האָבן נאָר־װאָס דערצײלט, זאָלן זיך צו משהן איבעריק מענטשן צונױפֿקלײַבן. צוליב זײן שװער געמיט װאָלט בעסער געװען, װען מע װאָלט אים דעמאָלט געלאָזט צורו. האָט זיך אָבער געמאַכט פֿאַרקערט, אַז גראָד אין דעם אָװנט האָבן מענטשן זיך יאָ גענומען קלײַבן. צוערשט ליבערזאָן, דער בוכהאַלטער, װעלכער האָט געפֿילט, אַז דער צופֿאַל, װאָס איז הײַנט בײַטאָג פֿאָרגעקומען אין קלײט מיט זיסיען, װעט, מעגלעך, אױפֿדערנאַכט האָבן אַ געװיס שטיקל פֿאָרזעצונג; מעגלעך, פֿון אַ געװיסער זײט װעט פֿאַרן באַלעבאָס אָנקומען ערגערניש, און עס װאָלט ניט געשאַדט, ער זאָל זײן דערבײַ, כּדי, אױב מע װעט דאַרפֿן, װי ער איז באַ־ שטענדיק געװױנט, דעם באַלעבאָס אונטערהאַלטן און פּאָטאַקעװען. ער האָט זיך שױן געדרײט אין עס־צימער, אַלעמאָל אַ גרײטער אַנטקעגנ־ צוקומען יעדן אײנעם פֿונעם באַלעבאָס הױז מיט אַ בנעימותדיק װאָרט, צו־ שטימען צו אַלץ, װאָס יענער װעט אַרױסזאָגן, אַפֿילו װען אַ נאַרישקײט; דערבײַ האָט ער אַלעמאָל, װי ▯זײן שטײגער, אַפֿירגענומען די פֿײַנע באָרד מיט דער לינקער האַנט פֿאַר זײַנע אױגן, און אױף איר קעכלדיק װי אױף אַ מין צאַצקע, אַ פֿאַרבײַלױפֿנדיקן פֿאַרגעניגטן קוק געגעבן. דער צװײטער — נחום לענטשער, משהס אײדעם, דער שטיק שולדיקער אין משהס ערגערניש פֿון הײַנטיקן טאָג. ער, װאָס מערסטנטײל די אױפֿדער־ נאַכטן האָט ער די טבֿע אָפּגעזונדערט בײַ זיך אין צימער צו פֿאַרברענגען, — צי מיט דער פֿאַמיליע, צי אין געשעפֿט־ענינים פֿאַרטאָן, און װאָס קומט זעלטן, אױסער אין אױסגענומענע פֿאַלן, אין שטוב אַרױס — אױך ער האָט דאָס מאָל ▯ צװישן אַלע זיך געפֿונען. ער האָט זיך, װײַזט אױס, נאָך ניט באַרויִקט פֿון דער רײַזע, פֿונװאַנען ער איז געקומען, און דער עיקר — פֿונעם געשפּרעך מיטן שװער אינדערפֿרי, און אױך ער האָט אױף אַ פֿאָרזעצונג פֿון זײן ענין געװאַרט: אפֿשר האָט אים דער שװער נאָך װאָס צו זאָגן, װעגן דעם, װאָס ער האָט זיך מיטן אַדװאָקאַט אױסגע'עצהט, אפֿשר ▯װעט ער אים דאַרפֿן, דער שװער, אים אַ רוף טאָן, כּדי אױף װײַטערדיקע שריט פֿאָרצונעמען זיך באַראַטן. דער דריטער — יאַנקעלע גראָדשטײן, דער צװײטער אײדעם, „די שטילע טױב”▯ װי לײט און די שטוב־מענטשן פֿלעגן אים רופֿן, אָדער װי די דינסטן — „דער אין די זאָקן”, װײל ער פֿלעגט שטיל שטײן, גײן און טרעטן, — ▯ױך ער, יאַנקעלע גראָדשטײן, װאָס האַל▯ זיך ▯ אַװדאי תּמיד אין אַ זײט פֿון אַלע, אַפֿילו פֿון אײגענע אין שטוב — אױך ער איז הײַנט אינמיטן. ער איז גע־ קומען, פ▯ר אַלעמען, שטילינקערהײט בײַם שטילן ליבערזאָנען אין אַ װינקל ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 183 אָפּצונעמען אַ באַריכט פֿאַרן טאָג אין קלײט, װוּ ער איז הײַנט אַ שטיק צײַט ניט ▯געװען, אַזױ װי ס'מאַכט זיך מיט אים אָפֿט, אַז ער װערט פֿאַרפֿאַלן און מאַנקירט מיט זײן סוחר־צײַט גאָר ניט מעשׂה סוחר. ס'האָט זיך אױך הײַנט באַװיזן שלום שמאַריאָן — גאָר ניט װי זײן שטײגער איז, אין די אױפֿדערנאַכטן קײן פֿרעמדע הײַזער צו באַזוכן. ער באַ־ נוגנט זיך כּסדר מיטן טאָג. דעמאָלט זעט מען אים, הערט מען אים, דעמאָלט זײַנען אַלע זײַנע הינטישע חושים אָנגעשפּיצט אױף אומשנאָרען און אױף אַלץ, װאָס ער באַדאַרף זיך צו דערװיסן, און אױפֿדערנאַכט דערפֿאַר זעט מען אים שױן אין ערגעץ, װײל דעמאָלט ליגט ער, װי מיט די בײנער, װאָס ער האָט פֿאַרן טאָג ערגעץ געפּאַקט, און טוט זײ אין זײן הינטישער װינקל־לאָך הריזען. דאָס מאָל האָט אים דער טאָג ניט גענוגנט, און ער איז געקומען אױך ▯ בײַנאַכט שמעקן, שנאָרען: אפֿשר אַ װאָרט, אפֿשר אַ װוּנק, אַ װײַטע אָנ־ דײטונג נאָר אױף דעם, װעגן װעלכן ס'האָט זיך צװישן שװער און אײדעם אינ־ דערפֿרי אין קאָנטאָר בײַ משהן הינטער אַ פֿאַרמאַכטער טיר געהאַנדלט. אָט די און אױך אַנדערע אין שטוב. ס'האָבן זיך הײַנטיקס מאָל אױף דער קיך אַרײַנגעשטעלט אױך אליקום מיט קאַטערוכען, װאָס געװײנלעך קומען זײ נאָר אַ שבת־צונאַכטס, אונטער אַ יום־טובֿ, בעת אַ שטוב־שׂמחה, אָדער אױך אינדערװאָכן אַמאָל טרעפֿט זיך, װען קאַטערוכע ברענגט אַ מציאה פֿון מאַרק, װאָס ליבערזאָן האָט אין זינען און טוט מיט איר אַמאָל פֿאַרזאָרגן דעם באַלעבאָס קיך, װען אַ געלעגנהײט מאַכט זיך. אַן אַנדערשמאָל איז קאַטערוכע פֿרײלעך, און װי נאָר ער קומט אַרײַן, אַזױ װערט די קיך מיט אים פֿול: באַלד האָט ער שױן די קעכנע אַ לאַכנ- דיקס צו דערצײלן, אױך דער פּאָקאָיאָװע, דער יונגער גנעסיען מיטן הױכן לעבעדיקן בוזעם אונטערן מולטענעם קאָפֿטל, װאָס קאַטערוכע פֿאַרקוקט זיך אױף אים שטאַרק. ער האָט גנעסיען יעדעס מאָל אײנע אַ געװיסע באַמערקונג צו מאַכן ▯ — זע, — װײַזט ער איר אָן שטאַרק נאָענט מיטן פֿינגער אױף איר קאָפֿטל, — זע, ס'פֿעלט דאָך דאָ בײַ דיר אַ קנעפּל, גנעסיע... דערבײַ כיטרעװעט ער מיט די אױגן און מיטן האָצמאַך־לצנישן פּנים צו יענעם אָרט, װוּ ער װײַזט איר אָן, און זי, גנעסיע, טוט זיך כּסדר אַ כאַפּ, האַקט אים איבער דער האַנט, און צוזאַמען מיט דער קעכנע שעלט זי אים שױן בשותּפֿות. — אַ קרענק אױף אים, — זאָגט אײנע. — אַ מיתה־משונה, — די צװײטע. ----------- 164 ד ע ר נ ס ת ר — ער װאַקסט אַן אױסװוּרף, אַ כּל־בו, אַ װאָס אין דער קאָרט, דער ממזר, דער קאַטערוכע. אליקום, װען ער איז דערבײַ, לאַכט שטיל, גוטמוטיק און לאָזט זיך דערבײַ, צוזאַמען מיט קאַטערוכען, פֿון די דינסטן מיט אַ גוטער זאַך פֿון די באַלע־ באַטישע שירײם אױפֿנעמען — פֿון עסנװאַרג, און אַמאָל מיט אַ גלאָז טײ בײַם טיש פֿון די דינסטן. הײַנטיקס מאָל זײַנען בײדע, אליקום מיט קאַטערוכען, געקומען ניט▯ מיט קײן מיטגעבראַכטע מציִות פֿון מאַ▯ק. הײַנטיקס מאָל האָט זיך אױך קאַטע־ רוכע, װי אַלעמאָל, ניט געװערטלט: ס'איז אים נאָך אױפֿן פּנים דער ערנסט געלעגן פֿונעם איבערגעלעכטן אין קלײט בײַטאָג מיט זיסיען, און דערנאָך, װען ער האָט אים אױפֿן פֿורל באַגלײט, און װי אַזױ דאָס װײַב, די קינדער, די מאַמע זײַנע מלכּה־ריװע האָבן אים דערזען אונטער דער האַנט אין שטוב אַרײַנגעפֿירט װערן — פֿון אים, פֿון קאַטערוכען, און פֿון דער צװײטער זײט — פֿונעם פֿורמאַן, װאָס האָט צוגעהאָלפֿן. די רײד אין קיך האָט זיך דאָס מאָל (בסוד נאַטירלעך) אַרום זיסיען גע־ דרײט, און אַלע, סײַ די דינסטן סײַ די משרתים, אליקום און קאַטערוכע, האָבן עפּעס הײַנט װי אין קיך ניט געקאָנט אײַנזיצן, װי װעלנדיק הערן, װאָס מע װעט דאָרט, אין שטוב, דערפֿון רעדן. אין שטוב דעמאָלט האָט אָבער דערפֿון קײנער ניט גערעדט. די שטוב איז מיט אַנדערע אינטערעסן פֿאַרנומען געװען. איבעריקנס, האָט קײנער, אױסער געצײלטע מענטשן, דערפֿון ניט געװוּסט... ליבערזאָן האָט בײַם אַרײַנקומען אין שטוב, דערזעענדיק גיטלען אַ בלאַ־ סע, אַ מאַטע און, װײַזט אױס, נאָך אַ שװערן קאָפּװײטיק פֿון בײַטאָג — זי געשאַנעװעט, און — אָדער ער האָט זײן דערצײלן אױף שפּעטער אָפּגעלײגט, אָדער אינגאַנצן גאָר פֿאַרשװײַגן בדעה געהאַט, אָדער ער האָט אױך אַלײן אין דעם פֿאַרגעסן. ער האָט אױך טאַקע געקאָנט פֿאַרגעסן, מחמת יעדעס מאָל, װען ער, ליבערזאָן, האָט זיך געפֿונען אין באַלעבאָס הױז, האָט ער זיך געפֿילט, װי אױף ספּראָזשינעס ▯ יעדעס מאָל גרײט אױפֿצושפּרינגען און מיט גרױס כּבֿוד עמעצן פֿון די שטוב־לײט אױסצוהערן, װען מע האָט זיך צו אים געװענדט; און אַן אַנדערשמאָל, װען ניט געװענדט —▯ זיך צו דער צײַט אין אַ געשפּרעך אַרײנ־ מישן און אונטערזאָגן װעמען מע דאַרף און װעמען מע דאַרף ניט, אַבי נאָר ▯ דעם, װאָס האָט צו זײן באַלעבאָס שטוב אַ װאָסער־ניט־איז שײבות. מ'האָט אין שטוב דעמאָלט אָװנט־טײ געטרונקען. גיטעלע האָט געזען, אַז די שװערע שטימונג, מיט װעלכער איר מאַן, משה, איז אינדערפֿרי פֿון שטוב אַרױס, האָט זיך בײַ אים פֿאַרן טאָג פֿאַרגרעסערט, אַז צו דעם, מיט װעלכן ער ▯▯יז אַרױס פֿון שטוב, איז אי▯▯ עעפּס דאָרט פֿאַרן טאָג אױפּן װעג נאָך ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 185 ▯ צוגעקומען. זי װאָלט אים אַן אַנדערשמאָל אין אַזאַ פֿאַל געװיס גע'עצהט זיך גײן צולײגן. אָכער הײַנט, זי װײסט אַלײן ניט פֿאַרװאָס, האָט זי גאָר געטאָן װי דעם היפּוך: ניט גענוג װאָס זי האָט ניט געזען אים צו דערװײַטערן פֿון שטוב, פֿון טומל, פֿון פֿרעמדע מענטשן און פֿון אַלץ, װאָס קאָן אױפֿרעגן אין אַן אױפֿגערעגטן צושטאַנד, האָט זי נאָך פֿאַרקערט געטאָן: ס'איז איר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן עמעצן שיקן, מע זאָל גײן לוזין צום טיש, צו דער אָװנט־טײ רופֿן. דער, װעמען זי האָט געשיקט, איז אַװעק, אָבער באַלד טאַקע האָט זיך פֿון די װײַטע צימערן ניט נאָר לוזי אַלײן, נאָר צוזאַמען מיט אים נאָך אײנער, צוזאַמען מיט אים אױך סרולי, באַװיזן. דאָס זײַנען זײ פֿון לוזיס אַלקער און פֿון יענעם געשפּרעך געקומען, פֿון װלעכן לוזי האָט הײַנט אינדערפֿרי אים, סרולין, אױף שפּעטער, אױף בײַטאָג, אױף פֿאַרנאַכט אָפּגעלײגט. איצט האָבן זײ אים, װײַזט אױס, געהאַט, דעם גע־ שפּרעך, װעלכן מיר זאָגן זיך אָפּ איצט אים איבערצוגעבן, מחמת ער װאָלט אונדז דאָ איבעריקס און צו לאַנג פֿאַרהאַלטן, אָכער צו װעלכן שפּעטער, אױף אַן אַנדער אָרט, װעלן מיר זיך צו אים נאָך אומקערן. בײדע האָבן האָפֿערדיק אױסגעזען, װי צופֿרידן אײנס פֿון אַנדערן, און דאָך סרולי מיט מער דרך־ארץ, װי לוזי צו אים, אַזױ אַז בײַם אַרײַנקומען און בײַם שװעל אַריבערטרעטן האָט סרולי לוזין פֿאָרױסגײן געלאָזט, איפ דאָס ערשטע אָרט אָפּגעטראָטן. אין שטוב אין דאָס אַן איבערראַשונג געװען. דער רושם, װאָס דאָס האָט געמאַכט אױף אַלעמען, דער עיקר אױף די אײגענע פֿון שטוב, איז געװען אַ װוּנדערלעכער: װי קומט לוזי גאָר צו סרולין, און װי האָבן זײ זיך גאָר געטראָפֿן אַזױנע אײנער מיטן אַנדערן? דערצו נאָך אַזױ אױפֿגעלײגט און װי נאָך עפּעס אַ מין געשלאָסענער אַחדות — אַזױ האַנט בײַ האַנט, אַזױ הײמיש־ ברוךעריש... קײנער האָט פֿאַרנאַכט ניט באַמערקט, װי סרולי איז אַרײַן צו לוזין, קײנער האָט דאָרט דעם גאַנצן אָנהײב־אָװנט זײער צוזאַמען־זײן ניט חושד געװען, און איצט, אַז גיטעלע האָט זײ בײדע אױף דער שװעל אױפֿטרעטן דערזען, האָט זי געװאָלט אַזש אױסשרײַען פֿון פֿאַרװוּנדערונג. משה האָט זיך אומ־ רויִק פֿון זײן בענקל אַ הײב געטאָן, אױך די איבעריקע אײגענע — דאָס זעלבע▯ בײדע, לוזי און סרולי, האָבן באַלד פֿאַרנומען ערטער בײַם טיש. לוזי האָט זיך געלאַזט טײ דערלאַנגען, אױך סרולי. דערבײַ זײַנען זײערע ערטער אױסגעקומען אײנס לעבן אַנדערן, און סרולי האָט זיך אַ ביסל אױסגעדרײט מיט רוקן צו די אַלע, װאָס זײַנען אין זײן זײט געזעסן, און מיטן פּנים מער געקערעװעט צו לוזין. ס'האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז, דאָס צוזעענדיק, זאָל משה איצט פֿון זײן בענקל זיך אױפֿהײבן אױף אַװעקצוגײן, װי ער האָט עס אינדערפֿרי געטאָן. ----------- 196 דער נסתר באַזונדערס נאָך אַצינד, װען ער האָט פֿאַר זיך אי לוזין אי סרולין עפּעס װי ▯ צונױפֿגערעדטע געהאַט, און זײער אַחדות האָט אים געשטאָכן. ס'האָט אױך געהאַלטן דערבײַ, אַז גיטעלע, קוקנדיק אױף משהן און אים גוט קענענדיק, און זעענדיק זײן ערגערניש, און מורא האָבנדיק פֿאַר דעם, ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז איר קאָפּװײטיק פֿוז טאָג, װאָס האָט איר שױן געהאַט אַ ביסל נאָכגעלאָזט, זאָל זיך איצט װידער אָפּרופֿן און פֿאַרשטאַרקן, און זי האָט טאַקע באַלד מיט די הענט די שלײפֿן אַ פּרוּװ געטאָן, זען, צי ער הײבט ▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯י▯ע▯י▯▯▯▯ ▯ר▯י▯▯ ▯▯,▯▯▯▯▯ו▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯ אױך דעם שבתדיקן שלײער אָנגעטאָן — דער, װאָס פֿאַרקעמט זיך שטאַרק גלאַט אױף בײדע קאָפּזײטן מיט אַ שרונט אינמיטן, אױו אירע מעשענע צװײ לאַנגע זיד באָמבלענדיקע אױרינגלעך, די לעצטע, װאָס זײנעז איר נאָך ▯ ▯▯▯▯▯▯▯י▯ו▯▯▯ ▯▯▯▯ן▯▯▯יו▯▯ ▯▯י▯▯ר▯▯▯▯ נ▯▯▯▯ ▯▯. ▯▯▯ו▯ו▯▯ו▯▯▯י▯▯ ש▯▯▯▯י▯▯▯▯▯ע▯▯▯▯ ▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ר▯▯ו▯▯▯▯▯נ▯▯▯▯▯▯נ▯ ▯,▯י▯▯▯▯▯▯ר▯▯▯▯ע▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ך▯▯▯▯▯▯נ▯▯▯▯ר▯ געגאַנגען, אױך אַזױ, װי יענער, אַ געשלאָגענער, אָבער ניט, װי יענער, קײן געבראָכענער. ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 187 אָפּגעגעבן. מע האָט געמײנט, זי עקט זיך ,אָבער אָפּגעהאַט, געבױרן — איז זי װײַטער געזונט, „טראָגט” װײַטער און בלוט װײַטער. דאָקטױרים האָבן װ שױן, װי אַ פֿענאָמען, געקענט, האָבן אױפֿגעהערט איר מעדיצין געבן, און װײַבער האָבן זיך אױפֿגעהערט חידושן: מלכּה־ריו▯. זי האָט אַןױ זיבן זין אױסגעשיט, זײ דערצױגן, אין גוטע צײַטן — מיט גוטס געהאָדעװעט, אין ש▯עכטע — זײ אױף אַרבעט צו פֿרעמדע אָפּגעשיקט. אָבער קינדער — אײנס אין אײנס, װי די ליכט, גרױסע, הױכע, שטאַלטנע, מיט רױטע באַקן. נאָר דאָ האָט זיך עס אָנגעחױבן: װי ןײ זײַנען אונטערגעװאַקסן, אַזױ האָט אין אײנעם אַ שײנעם טאָג אײנער אַן אַכצניאָריקער זיך אַװעקגעלײגט, חאָט אין אַ פּאָר חדשים אַרום מיט טרוקענעם הוסטן און פֿאַלשע רױטע באַקן אָפּגעברענט, און אַװעק. דער צװײטער — אַ צװײטע פּאָר חדשים — און דאָס זעלבע. אַזױ אײנס נאָך אײנס, און די קללה האָט זיך בײַ איר פֿאַר אַ פֿעסטן גאַסט באַזעצט. יעדעס מאָל, װען מ'פֿלעגט פֿון איר שטוב אַ פֿרישן זון אַרױסטראָגן, באָ־ זונדערס װען עס האָט שױן געהאַלטן בײַ די לעצטע, בײַם פֿינפֿטן, זעקסטן, האָבן שױן די געזינטסטע מאַנסבילן פֿון די נאָענטסטע, פֿון די אײגנסטע אַפֿילו, מורא געהאַט צו דער לװיה צו קומען, װײל װער קאָן אַזױנס דען צוזען? די, װאָס זײַנען אָבער אױף די לװיות יאָ בײַגעװען, האָבן מלכּה־ריװען כּסדר געטראָפֿן אין דער שאַל אױף די אַקסל, די אױגן טרוקן, ניט געװײנט, ניט געליאַרעמט, נאָר יעדעס מאָל, אַז מע האָט שױן געהאַלטן בײַ טהרה, און זי פֿלעגט זיך אין שטוב מיט אַ הײמישן, מיט אַן עלטערן, דער עיקר מיט אַ פֿרומען מאַנסביל אָנטרעפֿן, פֿלעגט זי אים אָפּשטעלן, אױף אים אַ טרוקענעם קוק געבן, שטיל זיך װענדן און װי געשעפֿטלעך אַ זאָג טאָן: — האַ, װאָס זאָגט ער? מע זאָגט, דאַכט זיך, אַז ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט... — װאָס רעדסטו, מלבה־ריװע, — פֿלעגט יענער אין גרױסן מיטפֿילנדיקן צער, אָבער, פֿאַר אירע װערטער מורא האָבנדיק, זי פֿון לעסטערן װעלן אָפּהאַלטן. — איז װוּ אין ער, האַ? דאָס מאָל, אַז מע האָט איר הײַנט זיסיען, דעם לעצטן, אַ בלאַסן ,אַ האַלב- אונטערגעבראָכענעם, מיט שטעכיקע האָר אױפֿן פּנים, אַהײם געבראַכט און אים גלײַך אױפֿן בעט אַװעקגעלײגט, האָט זי װײטע▯▯, װי איר שטײגער, קײן קולות ניט געמאַכט, דאָס װײַב פֿון זײן בעט װי אָפּגעשאַרט, די קינדערלעך אין אַ זײט געהײסן אָפּגײן, צוגעגאַנגען, אַ קוק געטאָן און אַ זאָג געטאָן „ „זון מײנער”, און ניט מער. נאָכדעם האָט זי שױן דעם איבעריקן טאָג דאָס װײַב אים געלאָזט באַדינען, אױך די קינדערלעך לעבן אים שטײן, און פֿאַרנאַכט, ----------- 188 ▯־ ע ר נ ס ת ר װען ס'איז טונקל געװאָרן, האָט ▯זי אין אַ װינקל צימער איר שלײער אָנגעטאָן, די שאַל אױף די אַקסל גענומען, און פֿון דאָרט, װוּ זי און זיסיע האָבן װײַט געװױנט, אַזש אין דריטן רינג, אַהין, אין דער צװײטער ע▯▯ שטאָט, װוּ משהס הױז האָט זיך געפֿונען, זיך געלאָזט. אַז זי איז אַרײַן אין קיך, האָבן זי גלײַך פֿאַרפֿריִער קאַטערוכע און אליקום, נאָכדעם די דינסטן באַמערקט. ניט זײ איר און ניט זי זײ חאָבן ▯▯ייִן װאָרט ניט געזאָגט, נאָר אַלע אין קיך כײזײענדיקע האָבן זי מיט באַגלײטנדיקע אױגן דורכגעלאָזט. און אַז זי איז די קיך דורכגעגאַנגען, האָבן אַלע יענע, פֿאַר זיך אַלײן ניט באַמערקט, פֿון זײערע ערטער — װוּ־װער ▯עשטאַנען און װער־װוּ געזעסן — זיך גערירט און אױפֿגעהױבן, און װי געצױגן פֿון מלכּה־ ריװען, נאָך איר גלײַכער שטאַלטנער פּלײצע מיט דער שאַל, ו▯.אָס אױף איר, ▯געגאַנגען. אַז זי איז אַרײַן, אַז זי האָט זיך געװיזן, האָ▯ זי צוערשט דערזען משה, װאָס איז געזעסן אױכנאָן אױף זײן אָרט בײַם טיש. ער האָט אױך דערזען, װי הינטער איר, װי זיך נאָכציענדיק נאָך איר, האָבן זיך שטיל, אײנער הינטערן ▯ אַנדערן, די קיך־לײט▯ די משרתים, דינסטן אַרײַנגעשטעלט, גלײַך זײ װאַרטן פֿון איר, מלכּה־ריװעס, אָנקומען און פֿון דעם, װי אַזױ מ'װ▯▯ט זי דאָ אין צימער באַגעגענען, װי אױף עפּעס אַ מין פֿאָרשטײענדיקער פֿאָרשטעלונג. באַלד נאָך משה▯ האָט זי אױך גיטעלע דערזען, און אױך זי ▯— די אונטער־ קומענדיקע הינטער איר, און די זאַך איז איר געװען אַ חידו▯▯, און זי חאָט זיך אַ פֿאַרװוּנדערטע געװענדט צו משהן, צו דעם, װאָס יעדעס מאָל, װען זי איז אין אַ פֿאַרלעגנהײט, װען זי פֿאַרשטײט עפּעס ניט און זוכ▯▯ באַשײד. ס'האָט אױך באַלד ליבערזאָן זי באַמערקט, און ער האָט שױן געװאָלט אױפֿשפּרינגען, איר ▯אַנטקעגן לױפֿן, און דער ערשטער בײַ איר אַ פֿרעג טאָן: „װאָס מאַכט ער?”... ניט אַזױ צוליכ זײן אײגענעם אינטערעס, נאָר צוליב דעם, װאָס דער ענין איז דאָך די באַלעבאַטים נוגע. באַלד אױך האָט סרולי, װאָס, װי געזאָגט, איז מיט אַ זײט אױסגעקערעװעט געװען, — און דאָס איז דאָך פֿאַרשטענדלעך, אַז מיט יענע▯▯ זײט איז ער צום אױבנאָן געװען געקערעװעט, און מיטן פּנים צו דער טור, װאָס פֿירט פֿון קיך, געװענדט, — אױך סרולי, אַז ער האָט זי דערזען, האָט ער באַלד מיט זײן פֿאַרשאַרפֿטן חוש דערפֿילט ,אַז דאָ איז עפּעס פֿאַו▯ן טאָג אָן זײן װיסן געשען. װאָס אַזױנס — האָט ער ניט געקאָנט טרעפֿן, ▯▯כער אין פּנים בײַ מלכּה־ריװען האָט ער דאָך עפּעס געלײענט, און דער עיקר, אין דער נײַגעריקײט און מורא, װאָס אױף די דינסטנס און משר▯▯ס פּנימער אױס־ געדריקט, און דאָס האָט אים שױן פֿון אָרט אונטערגעהױבן, אינגאַנצן צו ▯ יענער זײט אים אױסדרײען געמאַכט, און א▯נגאַנצן שױן אָנגעשפּיצט, װי אַ ▯ מלחמה־פֿערד, װען ס'דערשמעקט דעם שאַל־האָרן. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 189 און נאָך סרולין אױך די אַנדערע שטוב־לײט און אַפֿילו די געסט אין ▯טו▯. מלכּה־ריװע דעמאָלט, װאָס זי האָט געהאַט פֿון איר הײם אַ גרױסן װעג דורכצומאַכן, אַ גװאַלדיקן שטיק מהלך דורך דער גאַנצער שטאָט כּמעט, װעלכע איז געװען שװאַך באַלױכטן, נאָר מי▯ ליכט און לאָמפּן, װאָס האָבן זיך פֿון נידעריקע פֿענצטער פֿון די הײַזער װוּ אַרױסגעזען, — מלכּה־ריװע האָט איצט, פֿון דער פֿינצטער אָנקומענדיק, זיך געטראָפֿן אין דער שטאַרק־ ▯ באַלױכטענער נגידישער עס־שטוב מיט דער הרחבה, מיט די געסט בײַ דער טײ אין שטוב בײַם טיש; זי האָט, דאָס דערזעענדיק, זיך דערמאָנט, פֿונװאַנען זי קומט — פֿונעם ענגן אַלקער, װאָס כאָטש זױבער, רײן, װי איר זיסיע חאָט ליב און פֿאָדערט פֿון זײן װײַב זױבערקײט, אָבער אָרעם, נאַקעטלעך, אַפֿילו װען אַלע זײַנען געזונט אין שטוב, בפֿרט הײַנט, װען ער, זיסיע, האָט זיך אַ חולה באַװיזן, איז שױן גלײַך די אָרעמקײט מיטאַמאָל און צװײ מאָל, דרײ מאָל דאָך אױסגעװאַקסן; איז אָט, זיך דאָס דערמאָנענדיק, און האָבנדיק דעם גבירס שטוב און די גרױסע ליכט פֿונעם הענגלאָמפּ איצט פֿאַר די אױגן, האָט זי זיך אַ װײַלע אױפֿגעהאַלטן, אױף דער שװעל כּמעט שטײן געבליבן, און נעענטער אין צימער אַרײַנצוקומען װי קײן פֿיס ניט געהאַט... באַלד אָבער האָט זי צום טיש אַ גײ געטאָן און צום אױבנאָן זיך אַ רוק געגעבן, כּדי זיך שטעלן בײַ דער זײט פֿון משהן, צוליב װעמען, אײגנטלעך, זי איז געקומען און געשעפֿטלעך באַדאַרפֿט האָבן זיך צו װענדן, און באַלד האָט זי זיך טאַקע געװענדט צו אים. דערבײַ זײַנען אַלע בײַם טיש אַנשװיגן געװאָרן. סרולי האָט זיך מיטאַמאָל צו זײן צװײטער זײט אױסגעקערעװעט, אַהין, װוּהין פֿריִער האָט ער ניט געװאָלט קוקן — צום אױבנאָן, חײסט עס; אױך לוזי — מיט זײן בליק אַהין, אָפּגערעדט שױן פֿון אַלע איבעריקע. ▯ ▯ און מלכּה-ריװע חאָט אַ זאַג געטאָן: — ער װײסט, מסתּמא, משה (זי האָט אים ניט געאירצט, װײל זי איז אים אַ קרובֿה, װײל זי איז מיט אים אין אײנע יאָרן, און װײל, בכלל, האָט זי, דאַכט זיך, קײנעם ניט געאירצט), צוליב װאָס זי איז איצט געקומען, װאָס ס'האָט הײַנט מיט איר זיסיען געטראָפֿן? — יאָ, ער װײסט. — ער װײסט מסתּמא אױך, אַז די שטוב האָט אַזױ אױך געלעבט אין נױט און אין דחקות, בפּרט איצט, װ▯ען מע דאַרף דאָקטױרים, רפֿווּת א. אַז. װ. — איז װאָס קאָן מען העלפֿן, אױסער דעם, װאָס ביז ער װעט געזונט װערן, װעלן זײַנע שׂכירות ▯אים גײן, װי ביז אַהער געגאַנגען? ▯ משהן האָט גלײַך, װײַזט אױס, פֿאַרדראָסן, װאָס זי, מלכּה־ריװע, האָט שױן דעם ערשטן טאָג, װי נאָר דאָס אומגליק האָט זיך איר געמאַכט, קײן ----------- 180 ד ע ר נ ס ת ר צײַט ניט געהאַט און גלײַך געקומען מעשׂה־קבצן בעטלען, קיצבֿה מאָנען. דערצו נאָך, װען אַפֿילו שױן יאָ געקומען, האָט דאָך דאָס באַדאַרפֿט מאַכן שטילערהײט, ניט פֿאַר אַלעמען אין די אױגן, ניט צו אים אַלײן זיך װענדן, נאָר פֿריִער גיטלען אָפּרופֿן, און גיטעלע װאָלט מיט אים װעגן דעם שױן געװען איבערגערעדט, און מע װאָלט שױן װי־ניט־איז געטאָן, װאָס מעגלעך... ער האָט דערום גלײַך בײַם אָנהײב געשפּרעך מיט איר שױן זיך געװאָלט פֿון איר אָפּטשעפּען, מאַכן דאָס בקיצור: קײן גזלן, הײסט עס, איז ער דאָך ניט, און װאָס מע טוט, און װי מענטשן זײַנען זיך נוהג אין אַזױנע פֿאַלן, װײסט ער. זי, מלכּה־ריװע, אָבער, האָט זיך זײן גבֿירישע לאַגע צום האַרצן ניט גענומען, זיך ניט געקאָנט נעמען, װײל צום האַרצן איז איר געװען נעענטערס... זי האָט געװוּסט, אַז זיסיעס קרענק און אַװעקלײגן זיך איצט איז ניט אױף קײן קאַטאָװעס, געװוּסט אױך, אַז װאָכערניקעס װײסן ניט פֿון קײן קרענק, און זײ װעלן זײערס קומען מאָנען, און דער רובל מיטן פֿערטעלע די װאָך, װען אַ▯ילו ער, דער באַלעבאָס, משה, װעט אַ צײַט ניט מיד װערן דאָס צו געבן, װעט איצט, בײַ דער איצטיקער לאַגע, ניט קלעקן דער מינדסטער נױט אַפֿילו דאָס מױל צ▯ פֿאַרשטאָפּן. און זי, מלכּה־ריװע, האָט דאָס אים אַלץ געזאָגט פֿאַר אַלעמען אין די אױגן, אין די אױגן פֿון אַלע די, װאָס זײַנען איצט געזעסן בײַם טיש, און אױך פֿאַר יענע, װאָס זײַנען בײַ דער טיר געשטאַנען. — איז װאָס װיל זי? — האָט זיך משה דאָ פֿון בענקל אַ הײב געטאָן. — איז װאָס נאָך קאָן ער טאָן? ס'איז אַזױ אױך איבערגענוג, און פֿון זײן זײט איז ער שטענדיק יוצא, און פֿאַר קרענק איז קײנער ניט באַװאָרנט, און אַז מע קאָן ניט אין דער הײם, אַז ס'איז שװער אױסצוהאַלטן דעם חולה, איז דערױף דאָ אַ ביקור־חולים. ▯ — אַ ביקו▯־חולים?! װאָס ו▯עדט ער, משה? װאָס האָט ער געזאָגט? ער איז דאָך אַלײן גבאי אין ביקור־▯חולים, ער װײסט דאָך, װער ס'קומט אַהין אָן, װער ס'ליגט דאָרט, און װײסט, װי אַזױ מ'גײט דאָרט אַרום אַרום חלאים? — מע גײט, — האָט משה איבערגעשלאָגן און די אים ניט אָנגענעמע רײד ניט געװאָלט הערן, — מע גײט, װי מע קאָן, װיפֿל די שטאָט גיט געלט דערױף און לאָזט זיך קאָסטן. װאָס קאָן מען מער, װאָס קאָן מען בעסער? — משה, — האָט דאָ מלכּה־ריװע זיך אַ שטעל געטאָן, אַזש די מעשענע אױרינגלעך האָבן זיך איר אַ באָמבל געטאָן און די שאַל פֿון די אַקסל האָט זיך ▯ גענומען אַראָפּרוקן אױף צו פֿאַלן, — משה, דו זאָלסט ניט געפּרוא▯וט װערן! איך בין אַ געפּרוּװטע, און איך בין צו דיר געקומען ניט נאָך קיצבֿה, נאָר מאָנען, װאָס סע קומט! בײַ דיר איז ער קראַנק געװאָרן, בײַ דיר, אין דײַנע דײכע געשעפֿטן, האָט ער זײַנע אָרעמע כּוחות אַװעקגעלײגט, און דו ביסט ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 191 מחױב, לױט אַלע דינים, װאָס שטײען אין דער תּורה, און אױב עס שטײט ניט, מעג עס שטײן. — מ▯ױ▯ ▯ — יאָ, משה! — איז װאָס זאָל ער טאָן? — װאָס טאָן? — האָט דאָ פּלוצעם דער משוגענער סרולי, װאָס קײנער האָט אים ניט געפֿרעגט און אױף זײן װאָרט, נאַטירלעך ,ניט געװאָרט, אַ זאָג געטאָן אַזױ הױך, אַזױ קלאָר און אַזױ אומגעריכט, אַז בײַ אַלע אין די אױערן חאָט אַזש אָנגעהױבן קלינגען, — װאָס טאָן? װאָס מע דאַרף! װאָס מע טוט פֿאַר זיך! און אױב ביקור־חולים, זײַנען גבאים בילכער — אַלײן דאָרט אַ בעטל צו פֿאַרנעמען און אױספּרוּװן, זען, װי געשמאַק ס'איז דאָרט אַ געזונטן, בפֿרט דעם, װאָס שפּײַט מיט ▯בלוט.▯. די העזה פֿון ▯סרולין דאָס מאָל איז געװען אַזױ אומגעריכט, אַזױ גװאַלדיק, אַז אַלעמענס אױגן האָבן זיך מיטאַמאָל צו אים אַ װענד געטאָן, װי צו אַ זאַך, װאָס פֿאַלט פּלוצעם און אומגעריכט אַראָפּ פֿון באַליק. גיטעלע האָט זיך אַ הײב געטאָן, װי איר מאַן צו באַשיצן, ליבערזאָן — אױך, און גלײַך ער האָט ניט געגלײבט דאָס געהערטע צו הערן. אַלע אָנ־ געשטרענגט, און אױך לוזי האָט אױף סרולין — ניט צו באַמערקן געװען, צי מיט תערומות, צי פֿאַרקערט, מיט צושטימונג, — אַ קוק געגעבן. און אַלײן משה, װאָס דער טאָג איז אים הײַנט אַ שװערער געװען: אינ־ דערפֿרי פֿון דער געבראַכטער ליבער ידיעה פֿון זײן אײדעם, דערנאָך בײַם אַדװאָקאַט, פֿון װעלכן ער איז, װײַזט אױס, אױך ניט קײן איבעריק געטרײסטער אַרױס, און איצט גאָר אַזאַ זאַך — מיט אַ חולה, מיט אַ מלכּה־ריװען, מיט דינסטן און משרתים, װאָס שטײען בײַ דער טיר אין אַ בינטל און הערן, װאָס זײ דאַרפֿן ניט, און אױך אַנדערע; און, איבער אַלעמען, אָט דער משוגענער, דער ניט־גערופֿענער, ניט־געבעטענער, װאָס װירקט אױף אים שטענדיק ▯ ביטער, באַזונדערס הײַנט, און דערצו נאָך בײַ דער רעכטער האַנט פֿון זײן ברודער, און נאָך דערצו אַזאַ באַלײדיקונג, — אַלײן משהן, זאָגן מיר, איז דעמאָלט, נאַטירלעך, גאָרניט געבליבן, אױסער פֿון זײן אָרט זיך אַ הײב טאָן, אין טיש אַ קלאַפּ טאָן, און אַ געשרײ צו טאָן צו סרולין ניט מיט זײן קול, און אַפֿילו, װי אַ מענטש, װאָס גײט אַרױס פֿון די כּלים זעלטן: — אַרױס פֿונדאַנען! אַרױס פֿון מײן שטוב!! דעמאָלט האָט לוזי, װאָס האָט ביז אַהער געשװיגן, אין געשפּרעך זיך ניט געמישט, און, װי ס'װײַזט אױס, אַפֿילו ניט בדעה געהאַט זיך צו מישן, — איצט, אַז ער האָט זײן, משהס, געשרײ דערהערט און װי אַלע פֿון דעם געפּלעפֿט געװאָרן, װײל ער האָט ניט געװוּסט, מיט װאָס װעט סרולי דערױף ענטפֿערן, און בכלל, װײל פֿון אים, פֿון משהן, אױף אַזאַ כּעס זיך ניט געריכט און אױף ----------- ▯ 192 ▯ ▯ ד ע ר נ ס ת ו אַזאַ זאַך, װי אַ מענטשן פֿון שטוב אַרױסטרײַבן, — דאָ האָט לוזי, אױף סרוליס זײט זיך שטעלנדיק, זײן קול געהעכערט, אױך ער האָט פֿון זײן אָרט זיך אױפ־ געהױבן, און איבערן טיש אַריבער, איבער אַלעמענס קעפּ און צו זײן ברודער אין פּנים אַ זאָג געטאָן: — זאָל ער מחילה בעטן, משה, ער האָט אַ מענטשן פֿאַר אַ רבים מבײש געװען.*) זאָל ער אים תּיכּף איבערבעטן. — ער, משה... אים, סרולין... איבערבעטן? — יאָ, ער — אים. — אַזױ זאָגט ער? אַ מענטשן מביש געװען? ס'איז דאָך אָבער קי▯ מענטש ניט, ס'איז דאָך אַן אָנשיקעניש, װאָס פֿרײט זיך אױף אַלעמענס אומ־ גליקן, און ס'איז שױן לאַנג צײַט, מע זאָל אים פֿון אומעטו▯ פֿון אַלע הײַזער אַרױסטרײַבן. — אָבער װוּ האָט ער עס געזען, װי מע טרײַבט? „פֿון מײן שטוב”, זאָגט ער, פֿון דײַנער?... פֿאַרװאַס עפּעס פֿון דײַנער?... לי הבית...**) — האַלט ער אים, הײסט עס, אונטער. איז אױב אַזױ, — חאָט דאָ משה אױסער זיך פֿון כּעס אױסגעשריגן, — װעט אים אױסקומען צוזאַמען מיט יענעם אױך אים, לוזין, איבערצובעטן. — משה! — האָט דאָ גיטעלע איר מאַנס מײן און די גרױסע באַלײדיקונג, אױך אױף לוזיס אַדרעס געשיקט, פֿאַרשטאַנען און אױסגעשריגן: — משה! — טאַטע! — האָבן אױך ▯י טעכטער פֿאַרשטאַנען, אױך זײ אױסגעשריגן, און זײ זײַנען צו זײער פֿאָטער, צו משהן, צו, אים אין זײן כּעס אױפֿצוהאַלטן און װי זײן מױל פֿון יױיטער ענלעכע אַזױנע װערטער אַרױסצולאָזן אָפּצוהיטן. — שװער! — האָבן אױך די אײדעמס פֿאַרציטערטע צו אים זיך אַ לאָז געטאָן... און משה, כאַפּנדיק זיך, װאָס ער האָט דאָ נאָר־װאָס אין גרױס כּעס פֿון מױל אַרױסגעלאָזט, האָט זיך נאָך מער צעכּעסט, און, װענדנדיק זיך צו דער כלומרשטער סיבה, צו דער עיקר־סיבה פֿון זײ▯ גװאַלדיקער אױפֿרעגונג, צו סרולין, מיט אַן אױפֿגעהױבענער ▯אַנט, װי אַרױסגעריסן זי פֿון דעם רעדל הײמישע, אײגענע, װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, האָט ער אים מיט איר אױף דער טיר אָנגעװיזן און װידער אױסגעשריגן: — אַרױס פֿונדאַנען! דײן פֿוס זאָל זיך דאָ מער ניט געפֿינען! און אױב דער איז אַ מענטש, — האָט ער װײַטער געשריגן און איצט שױן צו לוזין זיך געװענדט, — אױב יענער אַ מענטש, איז ער, לוזי, אים קײן ברודער... *▯ פֿאַר פּיל מענט▯ן אין די אױגן פּאַר▯עמט. **) ,,צו מיר קער דאָס חױז” ־▯— אַ פּסוק אין ביבל. ▯ ▯ ▯ ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 193 — משה! טאַטע ▯ שװער! — האָבן זיך דערהערט פֿאַרציטערטע קולות, אױסגעשרײען פֿון לעבן משהן, פֿון זײַנע אײגענע, װעלכע האָבן אים אַרומ־ גערינגלט. און װוּנדערלעך: סרולי האָט דעמאָלט ניט געשאָלטן, זיך ניט קעגנ־ געשטעלט, אַפֿילו דאָס מױל ניט געעפֿנט — ניט װי זײן שטײגער אַפֿילו אין גרינגערע פֿאַלן, װען די באַלײדיקונג אַ נישטיקע, בפֿרט איצט, בײַ אַזאַ פֿאַל, װאָס מיט אים האָט זיך געמאַכט זעלטן, ריכטיקער, קײנמאָל ניט. ער האָט זיך נאָר פֿון טיש אָפּגעדרײט, מיט אַן אָפּגעבױגענעם קאָפּ פֿון אים אָפּגעגאַנגען, כּדי אין יענעם װינקל, װוּ ער האָט אינדערפֿרי זײן טאָרבע אָפּגעלײגט, זי איצט אױפֿצוהײבן. ס'איז ניט פֿאַרשטענדלעך, פֿאַרװאָס האָט איצט סרולי ניט װי אַלעמאָל זיך געפֿירט און געטאָן, פֿאַרװאָס, װי ער קאָן און װי ער איז בכּוח, זיך ניט באַװיזן. מעגלעך דערפֿאַר, װאָס דער איצטיקער פֿאַל איז פֿאַר אים אַלײן געװען אַן איבערראַשונג, מחמת ער האָט דערזען, אַן אַנדערע קאָנען אױך דאָס זעלבע, װאָס ער, — ביז דער לעצטער חוצפּה און פֿאַר קײן זאַך זיך ניט אָפּשטעלן. אָבער נײן. גיכער פֿון אַלץ דערפֿאַר, װײל ער האָט באַמערקט, װי אין דער מינוט, װאָס ער האָט זיך פֿון טיש אָפּגעדרײט, האָט אױך לוזי, װאָס האָט די גאַנצע צײַט זײן אָרט לעבן אים געהאַט, געטאָן דאָס זעלבע: אױך ער איז פֿון הינטערן טיש אַרױס, און בעת ער, סרולי, האָט זיך אין זעלבן צימער נאָך דער טאָרבע זוכן זיך געלאָזט, איז לוזי שטיל, פֿון אַלעמענס אױגן באַגלײט, ▯ גאָר אינגאַנצן אַרױס פֿון צימער.▯. אַלע זײַנען דעמאָלט זיכער געװען און געמײנט, אַז דאָס האָט לוזי, מוחל זײענדיק אױף זײן בבוד, די באַלײדיקונג אַראָפּגעשלונגען, װײל, זעענדיק זײן ברודער אין גרױס כּעס ניט צום אױפֿהאַלטן, און װיסנדיק, אַז אױב מע װעט זיך אים קעגנשטעלן, קאָן דאָס נאָך צו ערגערס פֿירן▯ האָט ער געהאַלטן פֿאַר נײטיק אָפּצוטרעטן, פֿאַרשװײַגן, װי ס'פּאַסט פֿאַר אַן עלטערן, בפֿרט פֿאַר אַזאַ װי לוזי. דער גאַנצער שטוב־עולם איז דערום אין יענע מינוטן אי װי געלײמט געבליבן אי אױך מיט האָפֿענונג אין די אױגן, אַז אָט באַלד, באַלד װעט דער שטורעם איבערגײן און ▯▯אָס אױפֿגעברױזטע װעט זיך צוריק אײַנלײגן. אָבער פּלוצעם, נאָך דעם, װי סרולי האָט אַ קלײן שטיקל צײַט בײַ דער טאָרכע זיך געפּאָרעט, זי געשנירעװעט, זיך אױפֿגעהױבן מיט איר, כּדי מיט איר צו דער שװעל זיך לאָזן, — אַזױ האָבן אַלע מיטאַמאָל באַמערקט, װי דורך דער טיר, דורך װעלכער לוזי איז נאָר־װאָס פֿון עס-שטוב אַרױס, האָט ער זיך װידעראַמאָל באַװיזן, דאָס מאָל אין זײן זומערדיקן מאַנטל אָנגעטאָן, פֿאַר־ שפּיליעט און אױף אַװעקצוגײן. ▯ ----------- 184 ד ע ר נ ס ת ר און אָט, װי נאָר סרולי האָט אים דערזען, אַזױ האָט ער מיטאַמאָל, װי קײנמאָל מאַכט זיך אים ניט און קײנמאָל האָט ק▯ינער זיך ניט געקאָנט באַרימען בײַ אים דאָס צו זען, דאָס מױל געעפֿנט, װי אױף עפּעס אַ מין לאַך צו טאָן. ▯ דערבײַ האָבן אַלע באַמערקט, װי אין זײן אײבערשטן צײן־קאַסטן פֿעלט אים אַ צאָן איבער אַ צאָן. ער האָט אַזױ מיט די פֿאַראַנענע און מיט די פֿעלנדיקע צײן אין שטוב אַרײַן געשטשירעט, שטיל און מיט דער גרעסטער שװײַגנדיקער נקמה, און אַז לוזי איז אונטערגעקומען און צו דער שװעל זיך דערנעענטערט אױף אַרױסצוגײן, האַט סרולי נאָך מער געשטשירעט, ער האָט אים דאָס אָרט אָפּגעטראָטן, אים פֿאָרױס גײן געלאָזט, און ער — הינטער אים, װי דער כּלים־ טרעגער און באַדינער זײַנער. ער האָט מיט נאָך װילדערער הנאה דאַן דערזען, װי גיטעלע האָט זיך מיטאַמאָל פֿךן איר מאַן, פֿון משהן, אָפּגעריסן, און צו דער שװעל, צו פֿאַר לוזין צו; ▯ױך משהס טעכטער — אין דעס מאָמענט, װײל זײ האָבן פֿאַר־ שטאַנען דעם ערנסט פֿון מאָמענט, און אַז לוזי גײט איצט אױף קײן קאַטאָװעס אַװעק; אױך אַנדערע פֿון שטוב — צו יענעם אָרט, און גיטעלע די ערשטע האָ▯ מיטאַמאָל אַ געשרײ געטאָן: — דו גײסט ניט אַװעק, לוזי! דו טוסט אונדז דעם בזיון ניט אָן! — פֿעטער! — האָבן אױך די טעכטער אונטערגעהאַלטן, און די הענט, װי אױף אַן אומגליק אָפּצוהאַלטן, אױסגעשטרעקט. ▯ ▯ — פֿעטער, לוזי! — האָט זיך פֿון אַלע מיטאַמאָל פֿון די אײגענע, פֿון גיטלען, טעכטער, אײדעמס געהערט. ער, לוזי, אָבער, האָט אַ שטילער, אין גרױס אַנטשלאָסנקײט און גאָרניט זאָגנדיק, מיט אַ שװײַגנדיקער האַנט־באַװעגונג די ערשטע גיטלען באַזײַטיקט. זי צוערשט, דערנאָך אױך אַלע אַנדערע, װאָס האָבן אים ▯ אָפּגע▯אַלטן און געזאָלט דעם װעג פֿאַרשטעלן, װי אָפּגעשאַרט, און אַזױ — ער פֿאָרױס, זיך ניט אומקוקנדיק, און סרולי הינטער אים, מיט אַן אױסגעדרײטן קאָפּ אין שטוב אַרײַנלאַכנדיק, זײַנען זײ אַרױס, אַװעק און פֿון פֿאַר אַלעמענס אױגן ניט געבליבן. ס'האָט שױן געמעגט זײן גענוג פֿאַר יענעם אָװנט! ס'האָבן נאָכדעס אַלע בײזײענדיקע אין שטוב בײַ אָט דער טרעפֿעניש געמעגט פֿאַרשעמט בלײַבן אױף עטלעכע מינוט, אָן לשון אין מױל, געפּלעפֿטע, אײנער דעם אַנדערן ניט צו זאָגן גאָרניט האָבן, און דערנאָך, װי־ניט־איז און אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים זיך צעגײן. איז אָבער נײן: האָט אָבער געטראָפֿן, אַז אין דער מינוט, װען יענע בײדע, סרולי און לוזי, זײַנען פֿון שטוב אַרױס, אַזױ האָבן אַלע, סײַ די בײַ דער טיר שטײענדיקע▯ סײַ אױך די, װאָס זײַנען די גאַנצע צײַט בײַם טיש אױף זײערע ערטער געבליבן, מיטאַמאָל אַ פּאַרשױן זיך באַװײַזן דערזען — אַ מוראדיק ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ א ש ב ע ר 195 ▯ בלאַסן, װאָס זײן בלאַסקײט האָט פֿון דער טונקעלער שײן פֿון דער שװעל אַזש אין שטוב צו די בײַם טיש זיך־געפֿינענדיקע דערלאַנגט: אַ מענטש, װי פֿון קבֿר, האַלב אָנגעטאָן און אָן אַ היטל▯.. א▯ן אײדעו▯ דעו▯ עולם האָט באַװיזן פֿון דער▯ ערשטער, נאַר▯װאָס פֿאָרגעקומענער איבערראַ▯▯ונג זיך צו באַפֿרײַען, אַזױ האָט אים שױן די צװײטע געטר▯אָפֿן: אַלטער... ער איז, אַפּנים, שױן פֿון אַ לענגערער צײַט אין שטוב געשטאַנען. אַלנ־ פֿאַלס, בײַ די לעצטע מינוטן פֿון געשעענעם ▯▯ױף דער ש▯ועל, בעת לוזיס אַװעקגײן, בײגע▯וען▯ ער איז ▯רײן אַ בלײבער, אַן אױסגע▯ױגענער, ו▯י אַ פֿאַרטראָגענער נאַבט▯װאַנדלער, און פּון זײַנע ליפּן האָט מען, בער▯ זײן אָנ־ קומען, געהערט, װי ער חזרט אײנע און די זעלבע װערטער איבער: „ער גײט אַרועק... ער איז אַרועקגעגאַנגען”... און אַז דער עולם, װאָס האָט, ▯▯ים דערזעענד▯ק, אים דעם װעג אָפֿגעטראָטן, און ער האָט זיך דורכגערוקט אין שטוב אַרײַן, אַריבער און אַרױס פֿון עולם, אַזױ האָט ער מיטאַמאָל אײנע אַ האַנט אױפֿגעהױבן, װי ער װאָלט װעלן אינדערלוםטן אַ פֿל▯ג כאַפּן, דערבײַ האָט ער אַ שטילן, מאַטן קװיטש געטאָן, װי אַ קלײנע, קריכנדיקע היה, אַז מע דערקװעטשט זי, זיך אַ קוליע געטאָן, און ־־▯ פּראַך אױף דער ערר, און מיט אַ שטאַרקן קלאַפּ אין פֿאָל אַנידערגעפֿאַלן. ס'איז שױן ניט אין זינען געװען דער נאָר־װאָס אַװעקגעגאַנגענער לוזי מיט סרולין, ניט אַװדאי די נאָך ניט אַװעקגעגאַנגענע מלכּה-ריװע, מיט אַלעם דעם, װאָס איז אין שטוב פֿריִער מיט אַ שטיקל צײַט דאָ פֿאָרגעקומען — ניט אין זינען. איצט איז אַ מענטש אױף דער ערד געלעגן, און אַרום אים, די ערשטע מינוטן פֿאַרלױרענע, אַ גאַ▯ץ רעדל אײגענע און פֿרעמדע, װאָס באַלד, װי ס'האָט געטראָפֿן, האָט קײנער ניט געװוּסט, װאָס צו טאָן, צו װאָס זיך צו נעמען, און מע אין געבליבן, װי אָן הענט און דערשטױנטע. האָט זיך אָבער דער ערשטער דעמאָלט אַ זײַטיקער, דער אונדז באַקאַנטער ליבערזאָן, געכאַפּט: ער איז פֿון זײן אָרט פֿון לעבן טיש צום רעדל צו, און אײדער אײגענע האָבן זיך גערירט, די מײַלער געעפֿנט אױף עפּעס אַ זאָג טאָן, אַזױ האָט ער פֿאַר אַלעמען צו קאַטערובען זיך געװענדט און אַ באַפֿעל געטאָן אין נאָמען פֿון אַלע: ▯ — לױף, קאַטערוכע, ברענג אַ דאָקטער. לױף צו יאַנאָװסקין, זאָג, אַז ס'איז אַהער, צו אונדז, זאָל ער תּיכּף און טאַקע די מינוט קומען... בײַ אַלטערן איז דאָס אַ נײַס געװען. ס'האָט דאָס ערשטע מאָל פֿון אַזױ־ פֿיל יאָרן קרענק אים הײַנט זיך דאָס געטראָפֿן. מעגלעך, אַז דער הײַנטיקער טאָג, דער אױסטערלישער, די געשרײען, װאָס האָבן בײַ אים די העכסטע מדרגה דערגרײכט, און אין װעלכע ער האָט זיך הײַנט אַלײן איבערגעשטיגן, האָבן געבראַכט דערצו: אױסגעשעפּט און אין אָנמאַכט אַנידערגעפֿאַלן▯ ----------- 196 ד ע ר נ ס ת ר אָבער נײן. װער ס'האָט אַן אױג געהאַט, האָט געזען: ס'איז ניט קײן אָנמאַכט, ס'איז ניט פֿון געשרײען אױסגעשעפּט, ס'איז אַ נײַס —▯ אַלטער האָט געפּינעט, אַלטערן האָט, װי פֿון אַ קװאַל, געזעצט די שױם פֿון מױל, און דאָס איז שױן געװען אַ סימן אױף אַזױנס, װאָס ער האָט נ▯יז אַהער ניט געהאַט, אױף װאָס ער האָט ביז אַהער ניט געליטן. אַ סימן אױף דעם, װאָס יאַנאָװסקי, דער אַלטער דאָקטער, האָט, קומענדיק און אים באַטראַכטנדיק, נאָך לאַנגע אַרומרעדונגען טאַקע באַשטעטיקט: — אַ סימן אױפֿן פֿאַלנדיקן. — אַגבֿ, — האָט יאַנאָװסקי, דער אַלטער, מיושבער דאָקטער דערצו נאָך צוגעגעבן, — קאָן דער איצטיקער פֿאַל, די איצטיקע, אױפֿן ערשטן קוק, פֿאַרערגערונג אין אַלטערס לאַגע, אױך דינען אַלס קריזיס און איבערבראָך פֿון זײן פֿריִערדיקער שלאַפֿקײט, פֿון זײן שװאַכזיניקײט, און אַרױסרופֿן, פֿאַר־ קערט, אַ געװיסע אױסלײטערונג און באַפֿרײאונג פֿון זײן זינען. יאָ, — האָט ער געזאָגט, — די מעדיצין װײסט פֿון אַזױנס און האָט בײַ זיך פֿאַרצײכנט אַזױנע פֿאַלן. מע האָט שױן אַלטערן יענע נאַכט אױף זײן אײבערשטיבל צוריק ניט אַרױפֿגעבראַכט און אים געלאָזט אין שטוב אונטן, װײל אױך נאָך דעם, װי ער האָט זיך פֿון פֿאַל אױפֿגעכאַפּט, האָט מען געזען, אַז ער האָט קײן כּוח ניט זיך אױפֿצוהײבן, און אַז די אױגן זײַנען בײַ אים צעמישט און צעבױטעט אַזױ, אַז זײ זעען אַפֿילו ניט דאָס, װאָס אין זײן געװײנלעכן צושטאַנד איז אים צו זען און צו באַנעמען יאָ געגעבן. מע האָט אים אין עס-שטוב אַ בעט געבעט. ס'איז לאַנג די גאַנצע שטוב, פֿריִער מיטן דאָקטער יאַנאָװסקי, און נאָך דעם, אַז יענער איז אַװעקגעפֿאָרן, אַ שטיק אין שפּעטן בײַנאַכט אָפּגעזעסן, שטיל און װי אַבֿלים. ס'האָט אױך דאָס מאָל, װי אַלעמאָל אין אױסגענומענע פֿאַלן, ניט געפֿעלט אױך מאירל, װאָס האָט, שױן אין זײן װײַטן צימער שלאָפֿנדיק, פּלוצעם דעם קלאַפּ פֿון אַלטערס פֿאַלן דערהערט און די אומגעװײנלעכע שטילקײט, װאָס איז נאָך דעם פֿאַל אין שטוב אױף אײניקע מינוט געװאָרן. דאָס האָט אים פֿון בעט אַראָפּגעטראָגן, און אַ האַלב-אױסגעטאָנענעם כּמעט האָבן אים פֿלוצים די עלטערע פֿון שטוב אױף אײנער אַ טיר־שװעל, װאָס פֿירט אין עס־שטוב, שטײן דערזען. ▼ און אין יענער נאַכט זײַנען אין אַן אַנדער שטוב, װײַט אין עק שטאָט, אַזש אין דריטן ר▯נג, „אױף די זאַמדן”, אין מיכל בוקיערס אָרעמער אױס־ קומעניש, אין אײנעם אַ צימער, בײַ אַ דרײער־לעמפּל, דרײ מענטשן געזעסן און פֿאַרבראַכט. דאָס זײַנען געװען לוזי, סרולי און אַלײן דער באַלעבאָס, מיכל בוקיער. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 197 מיר װײסן ניט גענױ, װי אַזױ דאָס איז פֿאָרגעקומען, נאָר אַז לוזי מיט סרולין האָבן זיך, פֿון משהס שטוב אַרױסגײענדיק, אױפֿן גאַס געטראָפֿן, און דערנאָך איבערז בריק, װאָס פֿירט פֿונעם אונטערשטן טײל שטאָט אינעם אײבערשטן, געקומען, האָט סרול▯, נאָך אַ קורצן געשפּרעך מיט לוזין (װאָס דעם אינהאַלט זײַנעם װײסן מיר ניט) אײנעם אַ פֿורמאַן צוגערופֿן, אים די גאַס, װוּהין ער און לוזי דאַרפֿן האָבן, אָנגערופֿן. און בײדע האָבן זיך אױפ־ געזעצט, און נאָך לאַנגן פֿאָרן און דרײען זיך איבער פֿינצטערע, גריבערדיקע גאַסן און געסלעך, זײַנען זײ, לסוף, אַהין, װוּ זײ האָבן באַדאַרפֿט, אָנגעקומען. בײַ מיבל בוקיער איז דאָס הױזגעזינד שױן געשלאָפֿן. סרולי האָט אָנ־ געקלאַפּט, און מיכל בוקיער האָט געעפֿנט. צוערשט האָט ער, צוליב די געסט, דאָס װײַב אױפֿגעװעקט, און זי האָט דאָס סאַמאָװאַרל געשטעלט — דאָס בלעכענע מיטן מעשענעם קרענטל. און נאָך דעם, אַז זי האָט אירס אָפּגעטאָן, האָט איר מיכל געהײסן גײן שלאָפֿן. און שפּעטער, װען דאָס װאַסער אין קלײנעם סאַמאָװאַרל האָט זיך צום ערשטן מאָל אױסגענומען, האָט ער שױן אַלײן װאַסער געגאָסן און קױלן געשיט. און אַזױ עטלעכע מאָל,, און אַזױ בײַ שטיל▯געמיטלעכע געשפּרעכן און בײַ אָרעמער טײ און װעטשערע זײַנען לוזי מיט טרולין שױן דאָרט אױף דער גאַנצער נאַכט פֿאַרבליבן. ----------- ▯ 198 ▯ ד ע ר נ ס ת ר 1▯ ו ױדער סר ו לי צו מאָרגן אינדערפֿרי האָט זיך צו מלכּה־ריװען אין שטוב געעפֿנט די טיר און אױף דער שװעל איז געבליבן שטײן אַ פּאַרשױן, װאָס זי װאָלט זיך קײנמאָל ניט געריכט צו זען אונטער איר באַליק. דאָס איז געװען — דער באַװוּסטער „אױף די זאַמדן”, און אױך אױפֿן גאַנצן שטאָט, מאַזשעװע דער קצבֿ־יונג. מ'האָט אים גערופֿן מיט זײער ניט קײן שײנעם צונאָמען — מאַזשעװע די קור... ער איז באַװוּסט געװען און האָט זיך אױסגעטײלט מיט זײן אױפֿפֿירונג און מעשׂיות אַפֿילו צװישן די זײן גלײַכן קײסאָרים-גאַלאנטאָנעס, װי אַן אױסנאַם. ער פֿלעגט, מערסטנטײל זומער נאָך דער אַרבעט און אין די פֿרײַע שבת- און יום-טובֿ־טעג, פֿאַרברענגען אױף די לעװאַדעס בײַם באָדן זיך און בײַם אָפּטאָן אָפֿט זײער ניט קײן שײנע זאַכן, װ▯ס די שטאַט האָט מיט זײ דערנאָך געקלונגען און לאַנג געהאַט צו רעדן. כּסדר נאָך דער אַרבעט אױסגעפּוצט אױף אַן אופֿן פֿון אַ קצכ־יונג — קורץ געקלײדט, מיט שטאַרק גלאַנציקע שטיװל, אַן אױסגענײט העמד, און אין דער האַנט — אַ סימן אױף הפֿקר און גאַלאַנטאָנישער לײדיקגײערישקײט — אַן אָקסישער גיד. ער איז געװען שײן. פֿיל מײדלעך האָבן פֿון אים געליטן אין שטאָט, ▯ פֿיל, װאָס װױנען בײַ די ברעגעס פֿון די לעװאַדע▯ — אױך אױסערן שטאָט. און די, װאָס האָבן פֿון אים ניט געליטן, פֿלעגן זיך דאָך אױף אים אױף אַזױ פֿאַרקוקן, גלײַך זײ װאָלטן פֿאָרױסגעפֿילט די לײדן... דאָס איז גערעדט ניט נאָר פֿון דינסטמײדלעך און װײַבערשן געשלעכט פֿון פּראָסטן עולם, נאָ▯ אױך אַפֿילו באַלעבאַטישער גראַד, יונגע װײַבלעך באַלעבאָסטעס פֿלעגן כאַפּן אונטערװײלעכטס אַן ענלעכן קוק אױף אים, בשעת אײַנקױפֿן פֿלײש בײַ זײן באַלעבאָס, בײַ מאיר בלאַס, בײַ װעמען ער האָט געדינט אַלס קצבֿ־יונג, אַלס העקער. אַ שטילע יונגע גבֿורה, װאָס איז זיכער אין זיך און אין איר כּוח אַלץ צו באַצװינגען, האָט אַרױסגעקוקט פֿון זײן ראָן מיט װײס געמישט פּנים, װאָס באַשטענדיק ראַזירט, אָבער דאָך מיט אַרױסשפּראָצנדיקע שפּיצלדיקע הערע־ לעך, װי פֿון אַ צײַטיק־געװאָרענעם, רײפֿן, האַלב־געלן, האַלב־רױטן אַגרעס. ער איז גע▯טאַנען מערסטנטײל בײַ דער קלאָץ. זײן װיכטיקײט אָבער פֿאַר זײן באַלעבאָס, פֿאַרן באַװוּסטן, פֿאַרמעגלעכן מאיר בלאַס, איז באַשטאַנען ניט נאָר אין זײן אײגנטלעכער קצבֿישער העקער-אַרבעט, װי דער עיקר, אין ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 199 דעם, װאָס ער האָט אים געדינט, װי אַ שטיק זיס, צו װעלכן די מערסטנטײל דינסטמײדן און דער עיקר פֿון רײַכע הײַזער, האָבן זיך צו אים געקלעפּט און געצױגן. װען אַנדערע קצבֿים זײַנען געשטאַנען ניט איבעריק באַשעפֿטיקט בײַ זײערע פֿלײש-שטעלן און קלעצער, איז אַרום מאַזשעװען געװען פֿול. מאַזשעװע איז געװען מאיר בלאַס שילד, װאָס האָט, פֿיל צוזאָגנדיק, צו אים גערופֿן, װי צום רײַכסטן, בײַ װעלכן יעדעס האַרץ קאָן געפֿינען זײן באַגער. מאיר בלאַס האָט דערױף פ▯ן טױזנט מאַזשעװעס זאַכן אַװעקגעקוקט, ניט מורא געהאַט פֿאַרן שלעכטן שם, װאָס יענער װעט אים מאַכן, אַבי זײן קלאָץ אין אים געדעקט און זײן שפֿע אים געזיכערט. און אָט, אָט־דעם מאַזשעװען, ▯▯אָט הײַנט מאיר בלאַס גאַנצפֿרי פֿון דער אַרבעט אָפּגעריסן, אים פֿון דער קלאָץ און שױן פֿון אַ פֿאַרזאַמלט היפּש ביסל קונים אַװעקגענומען, אַ פֿײַנעם חלק פֿלײש — אָנגעװיזן פֿון װאָס פֿאַר אַן אָרט און װאָס פֿאַר אַ סאָרט ער זאָל נעמען — אים מיטגעגעבן, אים אַן אַדרעס געזאָגט און, װי אַ גע▯ױינלעך שיק▯ייִנגל, אים געהײסן אַהין אַװעקטראָגן. דאָס געשיקט זיך ניט. דאָס טוט מ▯▯ן אַפֿילו מיט גרױסע נגידים זעלטן; אַהײם טראָגט מען קײנעם, ניט אין געװײנלעכע טעג, און אַפֿילו ניט אױף קײן גרױסע שמהות, װען דער אײנקױף איז אַ גרױסער 'און בפֿרט אַזאַ קלײנער, װי איצט, און בפֿרט נאָך אין אַזאַ שטוב, װי גאָר ערגעץ „אױף ן▯י זאַמדן”. ס'אין עפּעס געװיס געשען — ניט פֿאַר קײן קצבֿס קאַפ, און כפֿרט פֿאַר מאַזשעװעס, דאָס צו כאַנעמען. באַזונדערס נאָך, װען ער האָט זיך אין יענער שטוב, צו מלכה▯ריװען, אַרײַנגעשטעלט און דערזען: קבצן, דערצו נאָך קראַנקער קבצן, אין בעט, קינדערלעך לעבן בעט, אַ װײַב אין שטוב פּאָרעט זיך, און מע זעט, זי האָט ניט בײַ װאָס, אַן איבעריקע מאַמע שטײט און טוט שױן גאָר גאָרניט — האָט ער זיך אַװדאי פֿאַרחידושט. ניט קײן קלענערער חידוש אָבער איז אױך צו זען געװען אױף די פּנימער פֿון די שטוב▯לײט, װען מאַזשעװען איז, נאָך דער ערשטער מינוט פֿאַרלױרנ־ קײט, פֿון דער שװעל טיפֿער אין שטוב אַרײַנגעקומען, און דעם ערשטן שטוב־ מענטש, זיסיעס װײַב, װאָס איז צו אים געשטאַנען נאָענט, האָט ער דעם חלק פֿלײש דערלאַנגט און אַ זאָג געטאָן: — ס'איז פֿון מײן באַלעבאָס, מאיר בלאַס... דאָס איז אײַך אױף הײַנט... ער האָט געהײסן זאָגן, אַז מאָרגן זאָלט איר צו דער שטעל צושיקן... ס'איז שױן באַצאָלט... — האָט ער באַלד װײַטער געזאָגט, װען ער האָט געזען, װי זיסיעס װײַב איז מ▯ט אַ פֿאַרװוּנדערטן בליק אַנטקעגן אים און אַנטקעגן זיסיעס מאַמע געשטאַנען, זיך מיט בײדע װי איבערגעקוקט פֿון חידוש. — אונדז? — האָט זי איבערגעפֿרעגט און האָט דעם דערלאַנגטן אײנ־ געװיקלטן פֿלײש־חלק, אין די הענט שױן האַלטנדיק, באַטראַכט. ----------- 200 ד ע ר נ ס ת ר — יאָ, אײַך, פֿון ▯מײן▯ באַלעבאָס מאיר בלאַס, װאָס ער האָט אײַך געשיקט אױף הײַנט, און אױף מאָרגן, האָט ער געזאָגט, איר זאָלט צו דער שטעל צושיקן. געלט איז שױן באַצאָלט... — האָט ער נאָכאַמאָל דאָס זעלבע איבער־ געחזרט, װײל מער קײן װערטער האָבן אים ניט געקלעקט און מער האָט ער אױך ניט געהאַט װאָס צו זאָגן. אַז מאַזשעװע איז אַרױס, האָבן זיך אַלע אין שטוכ איבערגעקוקט, אױך דער חולה, און אױך אַפֿילו די קינדער אין שטוב, װאָס האָבן זעלטן אַזאַ זאַך געזען בײַ זיך, װי מע זאָל גאָר פֿון שפּײַז און פֿון עסן־זאַכן אַהײמברענגען. קינדער האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, עלטערע אָבער האָבן זיך געשטױסן און געװיס ▯ זיכער געװען, פֿונװאַנען אַזאַ זאַך קאָן שטאַמען: אַז געװיס האָבן זיך יענע, װאָס האָבן זיך אַ ביסל געפֿילט שולדיק, פֿאַרלאָפֿן דעם װעג זײער שולד, און רחמנות און מענטשלעכקײט האָט זיך אין זײ צערעדט... זײ האָבן צוגענומען רי גאָב אין שטילשװײַגן... אײנער פֿון דעם אַנדערן האָט די בליקן אָפּגעקערעװעט, און נאָר זיסיע דעם קראַנקס װײַב, אַלס אַ װײַב פֿון אַ קראַנקן, האָט, װי ס'זאָל קײן בזיון ניט זײן, אָבער, דעם אמת געזאָגט, דאָס אַ האַלב צופֿרידענע מיטן געבראַכטן אין נאָענטן קיכל זיך געװאָלט אַרײַנלאָזן, כּדי, מעשׂה באַלעבאָסטע, פֿאַר דעם זיך צו נעמען און פֿאַר דער שטוב, באַזונדערס פֿאַרן חולה, עפּעס צוצוגרײטן. זי האָט זיך שױן געװאָלט אױסדרײען אךיף אַװעקגײן, האָט זיך אָבער באַלד נאָך דעם, װי מאַזשעװע איז פֿון שטוב אַרױס, זיך נאָכאַמאָל די טיר געעפֿנט און אין שטוב האָט זיך נאָך אײנער אַ מענטש, אַן אומגעריכטער, ▯אַװיזן. דאָס איז געװען אַ פֿאַרמעגלעכער באַקאַלײ־קרעמער פֿון יענעם שטאָט־ טײל, װוּ מלכּה־ריװע האָט געװױנט. אײנער אַ לײבוש, װאָס בײַ אים האָט ▯ מען שױן געקאָנט זען סחורה אין זעק און אין פֿעסער, ניט װי אין די גע־ װײנלעכע קלײטלעך פֿון יענע גאַסן, װאָס די גאַנצע װערט זײערע איז אַ גראָשן, און די גאַנצע, מישטײנסגעזאָגט „סחורה” זײערע פֿלעגט זיך געפֿינען ניט מער װי אין עטלעכע האַלב־לײדיקע פּאַפּירענע בײַטלען און שקאַרמיצן. נײן, בײַ אים, בײַ לײבושן, שױן אַנדערש. ער האָט שױן אַפֿילו, ניט װי דער שטײגער אין יענעם שטאָט־טײל, אױך אַ משרתל געהאַלטן — אַ סימן אױף געװיסן קרעמערשן װױלשטאַנד און גרעסערער צאָל קונים, װען דאָס אײגענע װײַב און קינדער זײַנען שױן צו װײניק און ניט אימשטאַנד זיך צו אופּאָרן און דעם קלײט־האַנדל צו באַדינען. מיט אײנעם װאָרט, שױן אַ שטיק הורט־האַנדל, װעדליק פֿאַר יענעם טײל שטאָט. איז אָט, האָט אָט דער לײבוש זיך איצט צו מלכּה־ריװען אין שטוב אַרײַנגעשטעלט, ניט אַלײן, נאָר מיט אַ קױשל פֿול שקאַרמיצן, און שױן אינע־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 201 װײניק, אין שטוב זײענדיק, האָט ער אַ פֿרעג געטאָן, צי דאָ װױנט זי טאַקע, מלכּה־ריװע. — יאָ, — האָבן אים, װי ניט מיט די מײַלער, נאָר מיט די אױגן אַלע אײגענע אין שטוב מיטאַמאָל געענטפֿערט. דאָס איז געװען שױן די צװײטע איבערראַשונג פֿאַר הײַנטיקן פֿרימאָרגן. מע האָט געזען, אַז ס'איז װידער עפּעס פֿאַר זײ, װידער עפּעס אַ גאָב, נאָר פֿון גרױס װוּנדער האָט מען דערװײל געשװיגן און אױף דעם ברענגער געװאַרט. — גוט-מאָרגן, — האָט זיך לײבוש געװענדט צו מלכּה־ריװען, װי צו דער עלטערער אין שטוב, און װי צו דער, װאָס מע זעט, אַז די איז „דער קאָפּ”, די אָנפֿירערין און מער באַלעבאָסטע פֿון דער באַלעבאָסטע אַלײן. — אַ גוט-מאָרגן, — האָט ער אױפֿן קױשל אָנגעװיזן און אױף די פֿולע שקאַרמיצן, — ס'איז צו אײַך... טאַקע פֿון מיר▯ פֿון מײן קלײט... כאָטש איר קױפֿט בײַ מיר ניט, דאָך קענט איר מיך מסתם: אַלע קענען מיך: „לײבוש” איז, ברוך־השם, אַ נאָמען. ▯ייִן, ▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ קײנמאָל קײנעם אין די אױגן ניט געקוקט בשעת רעדן, נאָר עפּעס אין אַ זײט. ער האָט אױך, מערסטנטײל, ניט איבעריק ליב געהאַט צו רעדן, אָבער איצט, אַז ער, לײבוש, װאָס איז „ברוך-השם, אַ נאָמען”, װאָס אַלע אין גאַס און אין יענעם שטאָט־טײל קענען אים, אַפֿילו אױך די, װאָס קױפּן אַלײן ניט בײַ אים, — איצט, אַז ער, לײבוש, האָט זיך גאַנצפֿרי גאָר אַלײן מטריח געװען, און ניט געקוקט דערױף, װאָס בײַ אים איז אַ שטיק הורט—האַנדל, װאָס װײַב און קינדער קאָנען זיך שױן מיט די קונים ניט אופּאָרען, און ער האַלט שױן, אױסער זײ, אױך אַ משרתל צו באַדינען, — איצט, אַז ער האָט זיך גאָר אַלײן מיט אַ קױשל קראָם אַרײַנגעשטעלט, אַלײן אַהײם אָפּגעטראָגן, מעשׂה אַלײן־משרתל, האָט ער דאָס געװאָלט פֿאַרענטפֿערן און מיט בורבלענדיקן לשון פֿאַר די פֿאַרחידושטע שטוב־לײט דאָס קלאָר צו מאַכן. — ס'איז טאַקע פֿון מײן קלײט, פֿון מײן סחורה און מײן קױשל... זײט אַזױ גוט און נעמט אַרױס פֿונעם קױשל... קײן געלט מאָן איך ▯ניט, קײן געלט דאַרף איך ניט, נאָר אַ צעטעלע, אַז איר האָט דאָס אַלץ באַקומען. און אױף װײַטער קאָנט איר אַלײן קומען, איר קאָנט צושיקן מיט אַ קינד, װען איר װעט דאַרפֿן. קײן געלט דאַרף מען ניט. נאָר אַ צעטעלע צושיקן. גענוג נאָר אַ צעטעלע▯.. בײַ לײבושן אין קױשל איז טאַקע געװען פֿון אַלעם דעם, אין װאָס אַ שטוב נײטיקט זיך: באַקאַלײ פֿון אַלע מינים — טײ, צוקער, רײַז און אַנדערע. ס'האָט אַ ביסל דערום געדױערט, ביז מע האָט דאָס אױסגעלײדיקט. ס▯האָט געדױערט דערפֿאַר, װײל, ערשטנס, איז טאַקע,־ װי געזאָגט, געװען װאַמ אױס־ צולײדיקן; צװײטנס, דערפֿאַר, װײל בײַ זיסיעס פֿרױ, װאָס האָט זיך איבער דעם אָנגעבױגן און געװאָלט פֿון דאָרט די אַלע בײַטלען, שקאַרמיצן אַרױס־ ----------- 202 ד ע ר נ ס ת ר ▯▯▯▯ ▯ נ▯▯▼▯אָ▯▯▯▯▯. ▯▯ע▯ייִ▯▯▯ר▯ נ▯▯י▯▯ ן ▯ים זיסיען, װאָס ער איז די גאַנצע צײַט געלעגן שװײַגנדיק און האָט צוגעקוקט, װאָס אין שטוב קומט פֿאָר, פֿריִער מיט מאַזשעװען און איצט מיט לײבושן, — ▯▯ ▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯ מ▯▯▯▯ ▯▯אַ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯ ▯, אױף זײן פּנים, מעג מען שװערן, האָט זיך פֿאַרב באַװיזן... בײַ אים פֿאַרב, ▯י▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯ ה▯,▯▯ ▯▯▯▯ ו▯▯▯ו▯ו▯ ן ר ▯ר▯ ▯▯▯▯▯▯ נ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯ ▯ ה▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯ו▯י▯▯ ו , ג מלכּה־ריװע, װאָס איז, װי שױן באַװוּסט, אַ גאַנץ שטאַרקע געװען, האָט די גאַנצע צײַט פֿון זינט לײבושעס אַרײַנקומען, פֿון זינט זײן אָנהײבן איבער־ געבן דאָס, װאָס ער האָט מיטגעבראַכט, ביז די שנור האָט אַלץ פֿון זײן אָנ־ געפּאַקטן קױשל אַרױסגענומען, — אױך מלכּה־ריװע איז די גאַנצע צײַט געשטאַנען אָן װערטער... צי זי האָט געטראַכט, פֿונװאַנען גײט עס איר, ▯ קומט עס איר אָט דאָס גוטס, צי זי איז זיכער געװען פֿונװאַנען — אַזױ צי אַזױ, אָבער אַװדאי האָט▯ זיך איר ▯▯אָס האַרץ דערװאַרעמט, ניט אַזױ פֿון דעם געבראַכטן, װי דער עיקר דערפֿון, װאָס מ'האָט אין איר און אין איר שטוב ניט פֿאַרגעסן. זי האָט קײן װערטער ניט געהאַט, זי האָט נאָר אַ שטומען בליק געכאַפּט אױפֿן בעט, אױפֿן חולה, און שטומערהײט זיך מיט אים װי איבערגעקוקט, און פֿון גרױס איבערפֿולטקײט און פֿון װעלן ▯ס אַרױסברענגען און כאָטש װאָס־ניט־איז צו טאָן, — האָט זי די קינדער, װאָס האָבן אַרומגערינגלט דעם פֿרעמדן מענטשן, פֿון צו קוקן דערװײַטערט, זײ אָפּגערוקט, און אין אַ זײט זײ געהײסן אָפּגײן. — איז געדענקט־זשע, נאָר אַ צעטעלע, — האָט לײבוש געזאָגט, װען דאָס קױשל איז שױן געװען אױסגעלײדיקט, — איר קאָנט אַלײן קומען, אָדער צושיקן מיט אַ קינד... קײן געלט דאַרפֿט איר ניט, ס'שױן באַצאָלט... אַז לײבוש איז אַרױס, איז פֿאָרגעקומען, װי ס'קומט פֿאָר אַמאָל נאָר אין אַ מעשׂה: אײדער נאָך זיסיעס װײַב האָט באַװיזז דאָס געבראַכטע פֿון לײבושן ▯▯▯▯▯ו▯▯▯ ▯▯▯ש▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯ צי זאָל מען יאָ אָדער ניט װעגן דעם פֿאָרגעקומענעם אײנער דעם אַנדערן ▯▯▯ ▯▯אָ▯ ▯▯י▯אָ▯ו▯▯י▯▯▯ ▯ו▯▯▯▯▯▯▯רי▯▯▯ן▯י▯▯ ריװען: פֿון איר בלוט האָט דאָך זיסיע היפּש געירשנט, און אַ שטיק איר ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 203 כאַראַקטער האָט זיך אױך אים איבערגעגעכן); אײדער מע האָט באַװיזן כאָטש װי ס'ניט־איז זיך אַפּצודרײען פֿון די ערטער, װאָס יעדערער האָט פֿאַרנומען, בשעת לײבושעס אַװעקגײן, — אַזױ האָבן צוערשט דערהערט די קינדער, דערנאָך אױך די עלטערע אַלע, װי אין דרױסן, צי פֿאַר▯ דער שטוב, איז עפּעס אַ פֿאַעטאָן צוגעפֿאָרן. מ'האָט אים דערקענט אין די גוט-געשמירטע רעדער און אין דעם סאָלידן, אױך אײַלנדיקן אונטערפֿאָרן צו דער שטוב, װאָס בײַ אַ געװײנלעכער פּשוט פּױערשער פֿור אָדער טיליגע הערט מען ניט אַזױנס. מ'האָט אים באַזונדערס דערקענט דערפֿאָר, װײל אַ פֿאַעטאָן אױף יענע גאַסן איז ניט קײן אָפֿטער גאַסט געװען, און פֿאַעטאָנישע רעדער אױף קבצנישער ערד — אַ שטיק זעלטנהײט און יום־טוב▯ ס'אי▯ צוגעפֿאָרן אַ דאָקטער, דער דאָקטער בױמהאָלץ. דער, װאָס האָט זיך זײן אײגענעם פֿאַעטאָן, און װאָס אױסער פֿאַרן װיןיט, מאָנט ער שטענדיק בײַ די שטוב־לײט פֿון די פּאַציענטן אױך פֿאַר זײן פֿאַעטאָן באַצאָלטס, גלײַך װי פֿאַר אַ פֿרעמדן, פֿאַר אַ געדונגענעם. אַ גרױסער באַרײַסער, אַ זשעברון, װאָס די שטאָט האָט אים שױן גוט געקענט און ניט איבעריק ליב געהאַט, נאָר װײל אַלט און פֿיל דערפֿאַרן, האָט מען אים גענוצט מער װי אַלע אַנדערע, און זײן דאָקטער־פּראַקטיק די גרעסטע. ער פֿלעגט אַרױספֿאָרן אינדערפֿרי דער ערשטער, אומקערן אַהײם פֿלעגט ער זיך שפּעט, דער לעצטער, און װען ער האָט אַפֿילו ניט געהאַט װוּהין צו פֿאָרן, פֿלעגט ער דאָך פֿאָרן, כּדי מע זאָל זען, אַז ער פֿאָרט, אַז שטאָט נײטיקט זיך און קאָן ▯יך אָן אים ניט באַגײן. אָרעמעלײַט האָבן זיך צו אים ניט געקאָנט דערשלאָגן, װײל אַ יקרן, און פֿון דעם, אַז ער זאָל זײ אין דער הײם באַזוכן — איז שױן אָפּגערעדט. ער איז גע▯וען הױך, לאַנג און פֿאַר אַ קבצנישער טיר װאָלט ער זיך באַדאַרפֿט אײַנבײגן אי▯דרײען. דערצו האָט ער געהונקען אױף אײנעם אַ פֿוס: עפּעס חאָט ער אים משונה נאָכגעשלעפּט, װי אַן איבעריקן. און דערפֿאַר, אַפּנים, אױך שטענריק בײז, און צו קבצנים האָט ער באַזונדערס דעם כּעס אױס־ געלאָזט, קײן גלײַך װאָרט ניט אױסגערעדט און זיך קײנמאָל ניט געלאָזט איבערחזרן. — דער דאַקטער האָט שױן אײן מאָל געזאָגט, — פֿלעגט ער זאָגן און זיך בײזערן, װען מע האָט עפּעס פֿאַרגעסן, און ער האָט באַדאַרפֿט נאָכאַמאָל איבערחזרן. װען די קינדער, װי אױך די עלטערע אין שטוב, האָבן דערהערט צופֿאָרן דעם פֿאַעטאַן און זײַנען צוגעגאַנגען צום פֿענצטער▯ האָבן זײ דערזען, װי בױמהאָלץ איז גלײַך לעבן זײער אַרײַנגאַנג־טיר פֿון פֿאַעטאָן אַראָפּ, און ניט ----------- 204 ד ע ר נ ס ת ר פֿרעגנדיק בײַ קײנעם, נאָר טרעפֿנדיק מיט זײן געניטן דאָקטער־חוש די װױנונג פֿון פּאַציענט, האָט ער זיך צו דער שװעל געלאָזט. ער האָט זיך דאָס מאָל, װי אַלעמאָל, װען ס'טרעפֿט אים, אַז ער באַזוכט אַן אָרעמאַן זעלטן, — צוקומענדיק פֿאַר דער טיר, זיך גוט אײַנגעבױגן. און װען ער איז די שװעל אַריבער, האָט ער לאַנג ניט באַדאַרפֿט זוכן און איבעריקס ניט פֿרעגן אױפֿן חולה: ער האָ▯ אים גלײַך דערזען אױפֿן בעט ליגן, און נאָר אױף ןײן פּנים קוקנדיק, האָט ער שױן קײן טעות ניט געקאָנט האָבן, ניט צװײפֿלען: ס'איז ער. און בױמהאָלץ איז גלײַך צום בעט צוגעגאַנגען. מע איז נאַטירלעך באַלד, אײלנד▯יק, מיט אַ רײן בענקל אים אַנטקעגן געלאָפֿן. ער האָט זיך שװער, װי לאַנג ער איז געװען, אױ▯ דעם אַראָפּגע־ לאָזט און דעם קרומען פֿוס, װי־ניט-איז, אײנגעמאָסטעט, און באַלד האָט ער גענומען אױספֿרעגן. װאָס געשען, װאָס געטראָפֿן, פֿון װען אָן קראַנק, פֿון װאָס פֿאַר אַ טאָג זיך אין בעט אַרײַנגעלײגט, װי פֿילט ער זיך ,דער חולה, װאָס טוט אים װײ און אױף װאָס קלאָגט ער זיך. װוּנדערלעך! בױמהאָלץ דער דאָקטער האָט דאָס מאָל, עפּעס ניט װי זײן שטײגער מיט אָרעמעלײַט, אין צו אַ לאַנגן פֿאָרױסיקן שמועס זיך אַרײנ־ געלאָזט. ער האָט פֿאַרן באַטראַכטן דעם חולה, װי בײַ די נגידים כּמעט, אַ ביסל צײַט ןיך גענומען, כּדי בײַ די אײגענע אין שטוב װעגן געװיסע ▯רטים. װאָס געהערט דער קרענק און דעם קראַנקן, זיך נאָכצופֿרעגן; און בכלל האָט מען געזען, אַז בױמהאָלץ אײַלט זיך עפּעס ניט דאָס מאָל, װי ער איז געװױנט — באַלד צו באַטראַכטן, אָפּזאָגן און צו פֿאַרשרײַבן, װאָס ער ▯ דאַרף, אָפּבײזערן זיך אַ ביסל, און באַלד, אײַלנדיק, ניט לאָזנדיק זיך רעדן, דעם דאָקטער־האָנאָראַר באַקומען און אָן אַ זײ־געזונט כּמעט אָרױס. נײן. דאָס מאָל האָט ער עפּעס צײַט געהאַט. נאָכמער: נאָך דעם, װי ער האָט אַלץ בײַ די שטוביקע גענױ אױס־ געפֿרעגט און ער האָט שױן באַדאַרפֿט זיך אָנבײגן צום בעט, דעם חולה צו באַטראַכטן, האָט ער דאָס מאָל ניט געטאָן, װי ער טוט געװײנלעך מיט געװײנלעך ▯װײניק־חשובֿע חלאים, װאָס ער הײסט זיך זײ אױפֿזעצן, אָדער אױב זײ קענען ניט אַלײן, בעט ער אַ שטוב־מענטשן, ער זאָל דאָס טאָן — אים אונטערשפּאַרן, אונטערהאַלטן, צוהאַלטן דעם חולה, און ער טוט אים אַ זיצנ־ דיקן באַטראַכטן, װײל אים איז, איבער זײן קרומען פֿוס, אומבאַקװעם און שװער געװען זיך איבערצובײגן. נײן. דאָס מאָל האָט ער ניט אַזױ געטאָן, נאָר װי לאַנג ער איז געװען, װי גרױס, און װי שװער און װי אומבאַקװעם אים, האָט ער זיך דאָך אינגאַנצן איבערן חולה אױסגעבײגן, דערבײַ האָט ער דעם קרומען פֿוס אױסגעשטרעקט, װי אַ האָן, װען ער צעשפּרײזט אַמאָל אַ פֿוס מיט אַ פֿליגל צו אַ מין גענעכץ. ער האָט זיך געמיט, געסאָפּעט אין זײן קרום־איבערגעבױגענער לאַגע; ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 205 אָבער דערפֿאַר האָט ער דעם חולה, זיסיען, גוט אױסגעהערט — דאָס האַרץ, די לונגען, דורבאױס; אױסגעקלאַפּט, אים אױפֿן לײב באַטראַכט, און אױפ- הײבנדיק זיך פֿון באַטראַכטן, האָט מען געזען אױף זײן פּנים, אַז ער װײסט שױן אַלץ, װאָס אים איז, װאָס אים פֿעלט, זײן קרענק גענױ, און װאָס צו זײן געזונט און זײן גענעזונג אים צו ראַטן... ער האָט, אַ שטאַרק צוגעלאָזטער, דאָס מאָל נאָכן באַטראַכטן, נאָכאַמאָל אַ קוק געטאָן אױף אים, און מע מעג שװערן, װי עפּעס גאָרניט מיט קײן גלײַכגילטיקן, געװײנלעך־גלאַטן דאָקטער־קוק. ער האָט דערנאָך מיט זײן זינגענדיק־הײזעריקלעכער שטים, װי אַ באָבע אַ הײלערין, אַ שפּרעכערין, אָנגעהױבן מיט זײן געװיסן נוסח, װי ער הײבט כּסדר אָן אין דער דריטער פּערזאָן: —▯ „דער דאָקטער זאָגט”... און ער האָט גענומען דערבײַ די הײמישע, אײגענע אין די אױגן צו קוקן, װי אַלײן אַ שטאַרק פֿאַראינטערעסירטער, זײ צו לערנען און אָנװײַזונגען צו געבן, װי אַזױ מיטן קראַנקן זיך צו באַגײן, װי אַזױ אים צו דערנערן, װי אים דעם רעצעפּט אײַנצוגעבן א. אַז. װ. דערבײַ האָט ער ניט געזשאַלעװעט און דאָס מאָל ניט געװאַרט, מע זאָל אים איבערפֿרעגן, נאָר ער אַלײן האָט נאָבאַמאָל און נאָבאַמאָל דאָס אָנגעזאָגטע איבערגעחזרט, ניט מיד געװאָו▯ן און זיך ניט געכײןערט. מלכּה־ריװע, דערזעענדיק דעם דאָקטער און װיטנ▯▯יק, אַז קײן געלט אין שטוב איז ניטאָ, ו▯אָט באַלד דער שנור מיט די אױגן אַ װוּנק געגעבן, זי זאָל אַרױס צו שכנים און אױף גיך, ביז יענער װעט דעס קראַנקן אָפּבאַ־ טראַכטן, אומבאַדינגט ערגעץ־װוּ אַנטלײַען. יענע איז איצט מיטן קױם־מיט־ צרות געקראָגענעם אין געליִענעם אַרײַן, און דער שװיגער דאָס אין דער שטיל אָפּגעשטע▯▯ט, יענע זאָל אים, בשעת זי װעט אים פֿון שטוב אַרױס־ באַגלײטן, פֿאַרן װיזיט באַצאָלן. ס'איז אָבער, װי דער גאַנצער איצטיקער אומגעריכטער װיזיט דעם דאָקטערס, אױך בעתן באַלױנען אים געשען אומגעריבטס: װען מלכּה—ריװע האָט אים, צו דער שװעל באַגלײטנדיק, אים די געליִענע מטבעות אין דער האַנט געװאָלט אַרײַנרוקן, האָט ער, בױמהאָלץ, איר האַנט צוריקגערוקט: — מע דאַרף ניט, — האָט ער געזאָגט, — ס'שױן באַצאָלט. אױך פֿאַרן פֿאַעטאָן, — האָט ער צוגעגעבן, — און אױב מע װעט דאַרפֿן, — האָט ער װײַטער אַ זאָג געטאָן, — װעט דער דאָקטער נאָכאַמאָל פֿאַרפֿאָרן. ער װעט אַלײן קומען. מע װעט אים פֿאַרשפּאָרן רופֿן. ער װײסט שױן, װען... מלכּה-ריװע איז מיטן געלט אין די הענט שטײן געבליבן װי געפּלעפֿט. געפּלעפֿט אױך די שנור, װאָס ס'איז איר אַזױ שװער אָנגעקומען דאָס צו אַנטלײַען, און אַ מין גרױסער „גאָט צו דאַנק” איר אױף די ליפּן, ניט אַראָפּ▯ צוברע▯גען. אױך אַלײן דער חולה, װאָס האָט נאָך ניט באַװיזן זיך צו באַפֿרײַען ----------- 206 ד ע ר נ ס ת ר פֿונעם פֿריִער־פֿאָרגעקומענעם, ובפֿרט פֿון דעם לעצטן, פֿונעם אַראָפּקומען פֿונעם דאָקטער ניט־גערופֿענערהײט, און, באַזונדערס זײן ניט װעלן קײן געלט נעמען, דערצו נאָך, װאָס ער האָט זיך אַזױ אומגעװײנלעך גוט באַצױגן און זײן פֿאַרשפּרעכן װידעראַמאָל ניט־גערופֿענערהײט צו קומען — אױך זיסיע, אױפֿן בעט ליגנדיק, געפּלעפֿט, און פֿון ניט האָבן װאָס צו זאָגן, האָט ער אַפֿילו פֿון דער מוטער, פֿון מלכּה־ריװען, דעם בליק אָפּגעקערעװעט. אױפֿן שטוב איז נאָכן אַװעקגײן פֿון דאָקטער דאָך עפּעס אַ שטיק דער־ לײכטערונג געקומען. ניט געקוקט אױפֿן חולה, ניט געקוקט דערױף, װאָס ס'האָט זיך פֿון נעכטן אָן אױף דער שטוב אַזאַ שװעריקײט אָנגע▯וקט, איז אָבער, אַדאַנק דער אױפֿמערקזאַמקײט און דער פֿאַרבאָרגענער ה▯נט, װאָס האָט זיך פֿון ערגעץ צו דער שטוב מיט פֿאַרשײדענע זאַכן געשטרעקט, פֿאָרט איצט גרינגער געװען. און דאָס האָט זיך געפֿילט, אין דער ערשטער רײ, אױף דער שנור, װאָס גלײַך, װי נאָר דער דאָקטער איז אַװעק, זײַנען אירע הענט פֿול געװאָרן מיט מלאכה: פֿאַר אַלעמען, צוצוראַמען אין שטוב, דער־ נאָך אין קיכל אַװעק און זיך נעמען מיט פֿאַרשײדענע צוגרײטו▯גען צו פֿאָרען, און טאַקע האָבן אַרום װאָס זיך צו פּאָרען. ס'האָט זיך אױך געפֿילט אין די קינדע▯, װאָס ניט װיסנדיק, װאָס אין שטוב קומט פֿאָר, אָבער זעענדיק, װי פֿרעמדע מענטשן קומען באַזוכן הײַנט זײער שטוב, און קײנער ניט מיט לײדיקן, זײַנען זײ, װי זײער פֿאָטערס קרענק דאַנקבאַר געװען, זײן אין בעט ליגן, װאָס דאָס האָבן זײ פֿאַרשטאַנען, איז געװען די סיבה פֿון אָט די אַלע ניט־געװײנלעכע באַזוכן. זיסיע אַלײן האָט געשװיגן, אָבער אױך אין זײַנע אױגן עפּעס אַ מין דערלײכטערונג, דערפֿאַר, װאָס צו דער משׂא, װאָס ער איז געפֿאַלן אױף דער שטוב, האָט עמעצער איצט װי אַן אַקסל אונטערגעשטעלט... און מלכּה־ריװע, אױף אים קוקנדיק, האָט װי איר שטײגער אַלע טאָג, פֿון ניט האָבן װאָס צו ▯ ▯▯ו▯▯ ▯ו▯▯▯▯▯י▯▯▯▯־▯▯ן▯י▯ע▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯ מאַנסבילש דורך די ברילן אַרױסגעקוקט, און דערנאָך גענומען זאָגן. ▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯ ▯▯▯▯▯▯י▯▯אַ▯ ▯▯ו▯▯ ▯ אָפּגעבן אַ דאַנק יענער האַנט מיט יענער גאָב, װאָס האָט זיך צו איר אַזױ ▯▯▯▯י▯ו▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ן▯ ▯▯▯▯▯▯▯ע▯▯ ▯ ▯▯▯ ▯י▯▯, ▯▯ן▯▯, ▯ו▯ו▯▯נ▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ דאַרפֿט מאַכן איר לאַגע לײַכט צו פֿאַרגעסן, און דאָך האָבן זײ זי געדענקט. און נאָך װי געדענקט! שױן דעם ערשטן טאָג; און װי אַזױ? — אַזױ פֿײַן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 7▯▯ אױף אַזאַ פֿײַנעם אופֿן — אַלץ, אין װאָס אַ שטוב נײטיקט זיך, אין זינען געהאַט — מיט שפּײַז, מיט שטיצע, מיט אַ דאָקטער, מיט אַלץ, — איז דאָך אַװדאי דער ערשטער לױב און דאַנק אין סידור קומט זײ, װאָס פֿריִער גאָט, דערנאָך זײ... אַװדאי קומט דאָך דאָס ערשטע װאָרט פֿון אירע ליפּן אַרױס־ צוברענגען פֿאַר די, פֿאַר יענע, װאָס זײַנען אַזױ װײַט, אַזױ אָפּגעזונדערט, אַזױ אַרױסגענומען פֿון צו פֿאַרשטײן און אַרײַנדרינגען אין איר לאַגע, און דאָך האָבן ןײ זי יאָ פּאַרשטאַנען ,און אַזױ פֿײַן צום האַרצן גענומען. — װער? ▯. — זײ, ־— משה מאַשבערס הױז; ער, משה מאַשבער אַלײן, דער באַלע־ באָס און דער קרובֿ פֿון איר מאַן און פֿון אירע קינדער אין אַלע צײַטן, און באַןונדערס איצט, אין אַזאַ צרה▯צײט. איז דאָך אַװדאי זײ דער ערשטער דאַנק און לױב אין סידור... אַװדאי!... נאָר — זי האָט אָבער, װי מירן באַלד גלײַך זען, אַ קלײנעם טעות געהאַט, מלכּה־ריװע... — װאָס הײסט? — אָט װאָס: ▼ װער ס'װאָלט סרולין יענעם פֿרימאָרגן, נאָך דער נאַכט איבערנעכטיקן מיט לוזין בײַ מיכל בוקיער געזען אױפֿן גאַס, װאָלט באַמערקט, אַז קײנמאָל ▯האָט ער ניט אױסגעזען אַזױ צעדרײט, קײנמאָל האָט אים קײנער ניט געזען אַזױ אײלן, אומלױפֿן און אַזױ פֿאַרפּאַליעט זײן, װי אין יענעם פֿרימאָרגן. גלײַך אַ מענטש, װאַס די געשעפֿטן זײַנען אים באַפֿאַלן, די הױט ברענט אױף אים, און ער מוז אַ סך דערלײדיקן פֿאַר אַ גאָר קורץ שטיקל צײַט. ער האָט עפּעס אונטערגענומען אַזױנס, װאָס האָט פֿון אים געפֿאָדערט גרױס אײַלעניש, װאָס האָט אים פֿון זײן געװײנלעכן, פּאַמעלעכן, פֿאַרטראַכטן גאַנג אַרױס־ געשלאָגן און האָט אים געמאַכט יאָגן און אַ גרױסן פֿרימאָרגן אױפֿשטײן. ער האָט זיך, אַזױ האָט זיך געדאַכט, אַפֿיל▯ אומגעװאַשן, מחמת קײן צײַט געהאַט און ניט באַװיזן, פֿון מיכל בוקיערס שטוב אַרױסגעלאָזט. עטװאָס שפּעטער האָט מען אים שױן בײַ די יאַטקעס געזען, בײַ די קצבֿים צװישן די פֿלײש־שטעלן זיך דרײען, ביז ער האָט זיך אױף מאיר בלאַס אָנגעשלאָגן און מיט אים עפּעס אַ משונה געשפּרעך פֿאַרפֿירט. די ערשטע מינוטן האָט אים יענער ניט פֿאַרשטאַנען, ניט געװוּסט, װאָס ער װיל פֿון אים; װײל צו אַזױנע זאַכן, צו אַזױנע געשעפֿטן, איז יענער, מאיר בלאַס, אױף זײן לעבן ניט געװױנט געװען: „האָסטו געהערט אַזױנס? נאַ דיר, גאָר עמעצן פֿלײש אַהײם שיקן! און נאָך װעמען? ניט קײן רבֿ, ניט קײן רבין, ניט קײן נגיד אױף אַ שׂמחה, נאָר ערגעץ גאָר צו אַן אַלמנה, װאָס ----------- 208 ד ע ר נ ס ת ר װױנט אַזש „אױף די▯ זאַמדן”, װאָס װער איז זי? װאַמ איז זי? איז זי קלײן אַלײן צו קומען, אַלײן צו נעמען? צו װאָס איר נאָך אַהײם אָפּשיקן, און װוּ זאָל ער נעמען די שיקערס? אַז▯ ער האָט דאָך נאָר זײן העקער מאַזשעװע, איז װי קאָן ער אים פֿון דעם קלאָץ אָפּרײַסן, אַז ס'איז שױן שפּעט, אַז ס'שטײען שױן און ס'װאַרטן שױן קונים, אױף זײ צו באַדינען?” אָט אַזױ האָט מאיר בלאַס ▯י ערשטע מינוטן ניט פֿאַרשטאַנען, און געקוקט אױף סרולין, װי אױף אַ מענטשן, װאָס ניט פֿון ישוב, אָבער, אַז סרולי האָט אַרױסגענומען נישקשה פֿון אַ פּאָר פּאָזיט־פּאַפּירלעך און דאָס פֿאָרױס באַצאָלט פֿאַר אַ גאַנצע רײ טעג, צו גלײַכע פּאָרציעס אױף יעדן טאָג פֿאַר יענער אַלמנה, און האָט אים געבעטן, דעם קצבֿ, אַז נאָר הײַנטיקס מאָל זאָל ער ער איר אַהײם צושטעלן און איבערגעבן, אַז די װײַטערדיקע טעג זאָל מען אַלײן קומען נעמען; אַז דער קצבֿ האָט דערזען די פּאַפּירלעך און זײ אין די הענט און פֿאַר די אױגן געהאַלטן שױן טאַקע מזומן און צום צײלן, אַזױ איז ער פֿאַרשטענדלעכער און װײכער געװאָרן, און דאָס, װאָס ס'האָט אים פֿריִער אױסגעזען משונה, האָט זיך אים פּאַמעלעך־פּאַמעלעך געלײגט אױפֿן זינען, כאָטש אין פֿלוג, נאָך אַלץ אומפֿאַרשטענדלעך, און ער האָט סרולין, בעת דאָס געלט באַקומען, דאָך פֿון קאָפּ ביז די פֿיס באַטראַכט און פֿון אױבן אַראָפּ, װי אַ האַלב דולן, אָפּגעמאָסטן. דאָס זעלבע איז דערנאָך פֿאָרגעקומען מיטן אונדז שױן באַקאַנטן לײבושן, װוּהין סרולי האָט, באַלד נאָך דעם, װי ער האָט זיך מיטן קצבֿ אָפּגעפֿאַרטיקט, אַװעקגעאײלט. יענער האָט נאָך װײניקער פֿאַרשטאַנען פֿונעם קצבֿ, װײל יענער — אַ האַלב צעטומלטער, און אױף יענעמס שׂכל האָט זיך די זאַך גאָר ניט געלײגט. סרולין איז אױסגעקומען היפּש צו האָרעװען און אַ שטיק צײַט פֿון יענעם נאָר טאַקע, װי אַ משוגענער, באַטראַכט צו װערן, ביז ער איז לסוף פֿון װערטער און פֿון דערקלערונגען איבערגעגאַנגען צו דעם, װאָס װירקט בעסער פֿון דער בעסטער דערקלערונג: װידער צו די היפּש־װערטיקע פּאָר פּאָזיט־פּאַפּירן און װידער אױף פֿאָרױס באַצאָלט פֿאַר אַלעם דעם, װאָס מע װעט אין די נאָענטסטע פּאָר װאָכן אין יענער שטוב נײטיק האָבן בײַ אים, בײַ לײבושן, אײַנצוקױפֿן. אַזױ, אַז לײבוש האָט, סוף־כּל־סוף, די זאַך געכאַפּט. און פֿון כאַפּעניש, אײַלעניש און טומל האָט ער זיך אַלײן אונטערגענומען די אײַנגעקױפֿטע קראָם אָפּצוטראָגן. דאָס דריטע מאָל האָרעװען איז אױסגעקומען סרולין בײַם דאָקטער, װאָס אַהין האָט מען אים, ▯ין אַזאַ פֿריִער צײַט, גאָר ניט געװאָלט אַפֿילו אַרײַנלאָזן, אים ניט געװאָלט אױפֿנעמען, — ניט װען ער האָט געזאָגט, אַז ער איז געקומען דעם דאַקטער אױף אַ װיזיט רופֿן, און אױך ניט, װען ער האָט געזאָגט, אַז ער איז אַלײן אַ קראַנקער און װיל, דער דאָקטער זאָל אים אין דער הײם באַטראַכטן. די דינסט דעם דאָקטערס האָט אים ניט געלאָזט די שװעל איבער־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 209 ▯ טרעטן, װײל מיט זײן אױסזען און הילוך האָט ער בײַ איר דערװעקט חשד און אומצוטרױ, און זי האָט די גאַנצע צײַט די טיר פֿאַר אים נאָר אַ קלײן ביסל אָפֿן געהאַלטן, אַלע מינ▯ט גרײט זי פֿאַר זײן נאָז צו פֿאַרהאַקן. ס'האָט אים געקאָסט היפּש מי, סרולין, ביז ער האָט זיך לסוף טאַקע פֿאָרט אין שטוב אַרײַנגעריסן, זיך צום דאָקטער דערשלאָגן, און דאָרט, בײַם דאָקטער אַלײן, איז דאָס שױן בײַ אים גאַנץ קורץ געגאַנגען און אָן איבעריקע שװעריקײטן. װײל דער דאָקטער—זײער און זײער פֿאַרשטאַנדיק, באַזונדערס, װען ס'איז אים פֿאָרױס פֿאַר עטלעכע װיזיטן באַצאָלט געװאָרן, אים אַלײן פֿאַר די װיזיטן, און אױך אַפֿילו פֿאַרן פֿאַעטאַן באַצאָלט... ▼ ▯ער▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ע▯אָ▯נ▯ן▯▯, ▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ ו▯▯▯▯▯▯ן ▯ אָט דער װײנשענק האָט זיד געפֿונען אין אַ האַלב־פֿאַררוקטן, האַלב־ פֿינצטערן הינטערשטן געסל, ניט װײַט פֿון דער גאַס פֿונעם אײדעלן מאַרק; אין אַן אַלטן מױער, אױסגעבױט שױן מיט פֿיל, פֿיל יאָרן צוריק, אין דער זעלבער צײַט, װאָס די אַלטע פֿעסטונג, צו װעלכער, ער, דער מױער, האָט, װײַזט אױס, געהאַט אַמאָל אַ געװיסע שײַכות. ער האָט אױסגעזען צו דינען אַמאָל אַ מין ראָטהױז, אָדער אַן אַנדער מין חשובֿע מלוכה־געבײַדע, װאָס די אַלטע שטאָט האָט זיך אין איר אין איר צײַט גענײטיקט. איצט אָבער, ▯ װען די פֿעסטונג שױן אַלט, אָפּגעפֿאָרן און אױסערן געברױך — אַ יורד, װי אַלײן די פֿעסטונג. ס'האָבן אין יענעם מױער שױן איצט געװױנט געװײנלעכע נאָר שטאָט־ לײט, געװײנלעכער קלײנע און מיטעלע סוחרים, װײל אױך דאָס געסל אָפּגע־ לעבט, און װי געזאָגט, פֿאַררוקט אין האַלב־פֿינצטער, און גאָר פֿאַרמעגלעכע האָכן זיכער דאָס אױף צו װױנען ניט גאָר גערן געהאַט. ער, דער מױער, האָט געשמעקט מיט װילגאָטש, מיט אוראַלטן טונקל אין אַלע זײַנע אַלטמאָדישע װױנונגען פֿון אַלע זײַנע דרײ אָפּגעפֿאָרענע און האַלב שױן אײַנגעבױגענע שטאָקן. די ציגל בײַ זײַנע װינקלען אָפּגעריבן, צעפֿרעסן, גלײַך אַ מין שטײן־ און ציגל־װאָרעם האָט אױף זײ זײַנע צײן געשאַרפֿט. זײ, די ציגל, האָבן שױן אױך די נאַטירלעכע מראה פֿאַרלױרן — פֿון רױטלעך־ געל אױף טונקל-ברױן שױן איבערגעקומען, — און בײַ אײנעם אַזאַ אָפּ־ געריבענעם װינקל האָט זיך, סאַמע בײַ דער ערד, געװיזן אַ טיר, װאָס האָט דורך היפּש טרעפּ אין אַ שטאַרקן טיף־אַראָפּ געפֿירט — צו שלום־אהרנען אין װײנשענק. ▯ ער איז שױן אַלט געװען, דער שענק, געשמעקט מיט קדמונים, מיט אַלט־ זױערלעכן װײן־גערוך, מיט מױער־ און קעלער־דומפּיקײט און מיט יאָרן ניט ----------- 210 ד ע ר נ ס ת ר געל▯טערט. װײל דאָס אײנציקע ביסל לופֿט, װאָס האָט אַהין יאָ אַרײנ־ דערלאַנגען געקאָנט, איז געקומען דורך אָט דער נאָר־װאָס דערמאָנטער טיר, װאָס האָט געפֿירט דורך פֿיל טרעפּ פֿון דרױסן, און אױך פֿון אײנעם אַ משופּע נישע־פֿענצטער, װאָס אין געסל האָט מען דאָס כּמעט ניט אָנגעזען, און אין שטוב, אין װײנשענק אינעװײניק, האָט עס ניט נאָר קײן שײן, נאָר אַפֿילו די פֿוסטריט פֿון דורכגײער זעלטן אָנצוזען געמאַכט. אָט דאָרט חאָט שלום־אַהרן געשענקערט. ער, מיט זײן אײנציקן משרת נפֿתּלי, אַ האַלב־פֿאַרזעסענער בעסאַראַבער יונג, מיט אַ טונקל פּאַפּשױ־בערדל, מיט אַ לאַנג קאַפּאָטע־זעקל אָן אַ שפּאַלט פֿון הינטן, און פֿון פֿאָרנט — קײנמאָל ניט פֿאַרשפּיליעט. כּסדר — סײַ בײַטאָג סײַ בײַנאַכט — איז נפֿתּלי געװען ▯ פֿאַרנומען אינעם טיפֿן װײנקעלער מיט די װײנען פֿון פֿאַס צו פֿאַס איבערגיסן. ער האָט געאַרבעט בײַ אַ ליכט, דעם גרעסטן טײל צײַט אײנעו▯ אַלײן, האָט ער דערום װײניק גערעדט, װען ער איז שױן אַפֿילו אױף דער ליכט געקומען. װען ס'זײַנען געװען באַזוכער אין װײנשענק און װען שלום־אַהרן האָט זיך אַלײן ניט געקאָנט ספּראַװען, פֿלעגט ער אים העלפֿן דערלאַנגען און װען קײן באַזוכער, און װען אױך אין קעלער קײן אַרבעט, פֿלעגט ער גלאַט זיצן, פֿאַרגליװערט, קײן װאָרט ניט אַרױסרעדנדיק. ס'האָט אים גאָרנישט ניט אינטערעסירט, ניט די שטוב, ניט דער דרױסן, און אַזױ שטיל פֿלעגט ער זיך האַלטן, אַז אָפֿט פֿלעגט זיך אים זעצן אַ פֿליג אױף דער נאָז, און זי האָט אים ניט געשטערט: ער חאָט זי ניט אָפּגעטריבן, ס'האָט אים ניט געאַרט, און ער פֿלעגט זי, פֿאַרקערט, װי זײן אײנציקן אינטערעס, מיט אַ זײַטל אױג נאָר שטאַרק באַטראַכטן. שלום־אַהרן מיט אַן אױסגעאײדלט, װײס־מילכיק פּנים, מיט אַ שװאַרץ בערדל, לענגלעך־לײַטיש אױסגעקעמט, האָט אױסגעזען אַ לײַטישער לעמל. ער האָט מיט אײנציקע, אָנשטענדיקע, שױן פֿון באַשטענדיק אױסגעחזרטע װערטער, זײַנע באַזוכער אױפֿגענומען, זײ באַדינט, בײַ זײ פֿאַרן װײן באַצאָלט באַקומען, קײנמאָל מיט קײנעם אין קײנע קריגערײַען און מחלוקת ניט אַרײנ־ געטראָטן, אַפֿילו װען אײניקע פֿון זײַנע באַזוכער שיכּור, װאָס דאָס האָט זיך געמאַכט זעלטן: — אַמאָל נאָר אין אַ פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט, װען שוסטערס, װאָס טראָגן דעמאָלט אָפּ די אַרבעט צו די באַלעבאַטים־באַשטעלער און באַ־ קומען באַצאָלט, קומען טרינקען, און װי די מאָדע זײערע איז בשעתן טרינקען, צעשרײַען זײ זיך, צעקריגן זיך און אַמאָל װילן זײ זיך אױך שלאָגן, — אױך דעמאָלט איז שלום־אַהרן געשטאַנען בײַ אַ זײט, זיך נישט געמישט, זיך, חלילה, מיט קײנעם ניט צו פֿאַרקריגן, אױף קײנעמס צד ניט װעלן שטײן, און נאָר װען ס'האָט שױן געהאַלטן שלעכט, איז שױן נפֿתּלי צו הילף געקומען — ער האָט שױן געװוּסט, װאָס ס'פֿאָדערט זיך פֿון אים: ער האָט שטיל ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 211 דעם הױפּט-קריגער אױף די הענט גענומען און שטיל דורך די טרעפּ אים אין דרױסן אַרױסגעשטעלט. שלום־אַהרן האָט נאָר געװוּסט פֿון זײַנע פֿינף סאָרטן װײנען, װאָס בײַ אים א▯ן קעלער. נאָר געװוּסט, די פֿינף פֿעסער זאָלן זיך בײַ אים ניט ▯▯ױס▯ נעמען, קײן נײַע ניט אױסצרשרײבן, ניט אַרײַנצוקריגן, נאָר דערפֿאַר די אַלטע זאָלן אים ניט אױסגײן און▯ זיך קײנמאָל ניט אױפֿהערן צו צאַםן▯ וךאָסערע פֿינף? ▯▯ „אונגערשער” — פֿאַר האַלבע פּריצים און קריסםלעבע ▯▯▯מטע, װען זײ קומען אַמאָל צו אים אַרײַן; „סודאַקער” —־ פֿאַד▯ ייִדן-סוחרים און מעקלער־מבֿינים; „װימאָראָזעק„ — פֿאַר באַלמעלאָב▯▯ס, דערהױפּט פֿאָר שוסטער; „צמוקים” — דער גאַנצער שטאָט אױף קידוש, און דער לעצטעך — „באָרשטש”, װי ער און נפֿתּלי האָבן אים גערופֿן ▯ אױף ▯▯ומבאַ▯טימ▯▯▯ פ▯לן, װען דער באַזוכער איז ניט באַךווּסט, צו ▯ואָס פֿאַר אַ קאַטעגאָריע א▯ן סאָרט מענטש ער געהערט. דאָס מאָל, ▯ז סרולי האָט זיך באַװיזן אין שענק, איז דאָרט קײנער ניט געװען. ס'איז געװען אַ מיט־װאָכעדיקער טאָג, ־▯ קײן באַלמעלאָכעס נישט, זומער און שניט-צײַט ▯▯ װען אױך קײנע סותרים ניט, װײל דער מסהר גע- שלאָגן. ס'איז אױך געװען ערבֿ דעם גרױסן יאָר▯יאַריד „פּרעטשיסטע”, װען אין װײנקעלער בײַ שלום▯אהרנען װערט אַלץ פּאַ▯▯פֿריער פ▯רגרײט אױף יענע יאַריד־טעג, בדי פּשוטע און אײדעלע שליאַכטיטשעס צו באַגעגענען און אױפ־ נעמען ▯ װען אַלץ אין קעלער איז שױן געװען אָפּגעטאָן: װאָס מע ה▯ט באַ- דאַרפֿט פֿאַרמישן, ה▯ט מען פֿאַרמישט, װאָס צומישן — צוגעמישט, צוקער געשאָטן, װאַסער געגאָסן — איבערגעזאָטענע, אױך רױע — און איצט האָט ניט נפֿתּלי און אױך אַלײן שלום־אַהרן גאָרנישט ניט צו טאָן געהאַט. שלום־ אַהרן איז זיך לײדיקגײעריש-באַרוט און לעמל▯נאַריש הינטערן פֿאַרקױף־טיש געשטאַנען און אױף קײנעם ניט אַרױסגעקוקט, און נפֿתּלי איז בײַם אַרײַנגאַנג אױף אַ בענקל געז▯ און האָט נאָבגעשפּירט די פֿליגן, װאָס אױף זײן נאָז. אַז סרולי איז אַרײַן, האָט אױף אים שלום־אַהרן אַפֿילו קײן קוק ניט געטאָן: קײן באַקאַנטער, האָט אים געדאַכט, ניט, און אױך ניט אַזאַ פֿרעמדער, װאָס זאָל בײַ אים איבעריקן אינטערעס דערװעקן. נפֿתּלי האָט אים װעדליק זײן הילוך און אױסערלעבקײט אָפּגעשאַצט: ער האָט אים „באָרשטש” דער־ לאַנגט, און ס▯רולי האָט זיך פֿאַרקרימט, אָבער אַראָפּגעשלונגען. ער האָט זיך נאָכאַמאָל געהײסן דערלאַנגען, און נפֿתּלי האָט דאָס זעלבע איבערגעחזרט. און אַז סרולי האָט צום דריטן מאָל װײן געפֿאָדערט, האָט שױן נפֿתּלי אױף אים, אױפֿן פֿרעמדן ייִד־פּאַרשױן, װאָס ער זעט אים, דאַכט זיך, דאָס ערשטע מאָל ,אַ ▯אַרװוּנדערטן קוק געטאָן. עס האָט אים פֿאַרחידושט דער פּאַרשױן: ערשטנס, װאָס אַזאַ ייִד — װאָס ניט קײן סוחר, ניט קײן מוכר, דאַבט זיך, — פֿאַרגינט זיך טרינקען ----------- ▯ 212 ד ע ר נ ס ת ר שױן דאָס דריטע מאָל; צװײטנס, און דאָס דער עיקר, װי אַזױ ער האַלט זיך בײַם טרינקען. סרולי איז געזעסן מיטן רוקן צום פֿאַרקױף־טיש און מיטן פּנים צו יענעם נישע־פֿענצטער, װאָס װי שױן געזאָגט, האָט מען פֿון דאָרט ניט נאָר קײן שײן, נאָר זעלטן אױך אַ פּאָר פֿיס פֿון אַ דורכגײער געקאָנט זען. ער האָט בײַ די ערשטע כּוסות געקוקט אין דרױסן, דערנאָך האָט ער די אױגן פֿון דאָרט צוגענומען און גענומען קוקן אױף זײן כּוס. ער האָט פֿריִער די גלאָז מיט דער משקה באַטראַכט, דערנאָך, אַז אַ ביסל טרינקערישע פֿאַרב איז אים געקומען אין פּנים, װי יעדעס מאָל, װען אַ▯ מענטש האַלט שױן בײַם דריטן, האָט ער — האָט זיך נפֿתּלין ג▯▯דאַכט, — גענומען צו אים עפּעס רעדן, צו▯ כּוס. — נאַ, — האָט ער געזאָגט, — ס'זאָל אים אָנהײבן אַרן ,ס'זאָל אים אַ ▯ מינדסט גאָר אָנגײן דאָס, װאָס ער, דער כּוס, קאָן מײנען, אַז דאָס, װאָס ער טענהט איצט, רעדט און קלאָגט זיך, איז דאָס פֿון יענער באַלײדיקונג און בזיון, װאָס ער האָט כּלומרשט נעכטן געליטן, בעת יענער האָט אים בײַ זיך אין שטוב פֿאַר אַ סך און פֿאַר פֿרעמדע מענטשן אין די אױגן מבײש געװען. אײסעך, ס'איז חוזק און קײן װעזן, װײל, בכלל, זאָל ער װיסן, האַלט ער ניט, אַז בושה קאָן קומען פֿון אַזױנע, װאָס זײַנען ניט װערט יענעם צו מבײש זײן, פֿון אַזױנע, װאָס שטײען נידעריקער פֿון די, װעמען זײ באַלײדיקן. דערפֿאַר טאַקע האָט ער, סרולי, דעמאָלט צוגעשװיגן, כּדי מע זאָל ניט מײנען▯ אַז יענעמס װערטער האָבן באמת טאַקע געהאַט אַ כּוח. װאָרעם אין דער אמתן: פֿון װעמען זאָל ער זיך באַלײדיקן. פֿון אַזאַ, װאָס קאָן אַפֿילו זיך ניט שטעלן העכער פֿון אַזאַ נישטיקער אומגערעכטיקײט, װעלכע ער איז באַגאַנגען בנוגע זײן אָרעמען, קראַנקן משרת, און איבער קלײנלעכן נגידישן שטאָלץ קאָן זיך עפֿנטלעך ניט מודה זײן, װײל אױב ער װעט זיך מודה זײן, װעט ער דאָך מוזן מיט װאָס־ניט־איז און װי־ניט־איז, זי, די אומגערעכטיקײט, צו באַגיטיקן — און דאָס דערלאָזט אים דאָס נגידישע האַרץ ניט. נײן, ניט דערױף קלאָגט ער זי▯▯, ניט אױפֿן בזיון, װאָס מע האָט אים כּלומרשט אָנגעטאָן, נאָר דערום, װאָס עפּעס פֿילט ער זיך פֿון נעכטן אָן װי ניט מיט אַלעמען. עפּעס פֿילט ער זיך, גלײַך מע װאָלט אים די נשמה אױף דער אַנדערער זײט איבערגעקערט. און דאָס איז אים געקומען נאָך דעם, װי ער איז נעכטן פֿאַר יענעם, פֿאַר לוזין, אַרױס מיטן געשפּרעך ,בשעת ער האָט אים, װי די גאַנצע אינערלעכקײט זײַנע, ביז די פּיאַטעס אַראָפּ אױפ־ געדעקט, אױפֿגעעפֿנט, װאָס דאָס געשעט מיט אים דאָס ערשטע מאָל כּמעט. ער האָט אױפֿגעדעקט אַלץ, װאָס ער האָט יאָרנלאַנג געטראָגן װי אונטער דער פּאָלע פֿאַרשטעלט, אױך זײן קרענק, װאָס איז אים געקומען איבער אָט דער פֿאַרשטעלעניש, דאָס מײנט ער — אים, יענעם, װאָס ער זיצט אין אים, לאָזט אים ניט צורו, לאָזט אים פֿון גאָר ניט קײן הנאה האָבן, אױסער נאָר ▯▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 213 אַמאָל פֿון האַרץ זיך אַראָפּשעלטן... ער האָט אױך דערצײלט פֿונעם געלט, װאָס ער האָט, און װאָס איז בײַ אים ביז אַהער געלעגן, װי אונטער אַ גדר, אַז ער זאָל דאָס ניט אָנרירן און ניט ער און ניט קײנער זאָלן דערפּון ניט געניסן. איצט אָבער, נאָך דעם, אַז ער האָט שױן װעגן דעם דערצײלט, האָט ער דאָס שױן געמוזט אױפֿבינדן, דאָס אױף דער ליכטיקער שײן אַרױסשלעפּן און בײַ דער ערשטער געלעגנהײט, װאָס האָט זיך אים געמאַכט דאָס אױס־ צונוצן, האָט ער דאָס שױן אין גאַנג געלאָזט. אָט, װי הײַנט, למשל, מיט דעם אָרעמען, קראַנקן משרת, װאָס דינט בײַ אים, בײַ לוזיס ברודער, און װאָס זײן צער איז אים צום האַרצן צוגעטראָטן נאָך דעם, װי ער האָט נעכטן געזען, װי זײן מוטער, די מלכּה־ריװע, איז פֿאַר זײן באַלעבאָס אױו▯ זײן אומגליק זיך געקומען קלאָגן. און נאָך אָט דער ערשטער געלעגנהײט, איז װיבאַלד ער האָט זיך שױן דערלױבט און דאָס קניפּל אױפֿגעבונדן, אַזױ ציט זיך עס שױן און שלעפּט זיך שױן אַלײן, און ער האָט שױן איצט אױך געלט אַרױס־ געצױגן אַפֿילו אױף אַזאַ זאַך, װי אױף גײן אַהער אױסטרינקען, װאָס דאָס האָט זיך אים שױן אױך לאַנג ניט געמאַכט... ער איז, װײַזט אױס, טאַקע ניט מיט אַלעמען. ס'קאָן זײן אַ חולשה פֿון ▯ קערפּער. אָבער נײן, גיבער פֿון אַלץ טאַקע פֿאָרט פֿון דעם, װאָס ער האָט זיך פֿון זײן שטאַרק-פֿאַרשנורעװעטקײט אױפֿגעבונדן און אױף דער נשמה איז אים געװאָרן לױז, פּוסט, װי אַ קעשענע, װען מע לײדיקט זי אױס און מע קערט זי איבער. ער פֿילט, אָז ער מוז זי מיט עפּעס פֿאַרפֿולן, מיט װאָס נאָר ס'װעט זיך לאָזן, אַפֿילו מיט װײן, אַפֿילו אױך מיט אַזאַ שלעכטן, װי אָט דער, װאָס שטײט איצט פֿאַר אים און װאָס זײן פּאַסקודנעם טעם האָט ער נאָך פֿון די ערשטע כּוסות א▯ן מױל און אױפֿן גומען געפֿילט, מיט אַ פֿאַרדרײעניש אין קאָפּ און אַ שטאַרקער ברעכעניש אין די קניעס. — טפֿו זאָל ער װערן, דער װײן! — האָט דאָ סרולי אױסגעשריגן, די אױגן אױפֿגעהױבן און דערזען, װי דער משרת, װי נפֿתּלי מיטן לאַנגן קאַפּאָטע־זעקל, מיטן טונקל פּאַפּשױ־בערדל זיצט, ניט האָבנדיק װאָס צו טאָן, און קוקט אױף אים און הערט זיך אױך, דאַכט זיך, אײן אין דעם, װאָס ער האָט דאָ נאָר־װאָס געזאָגט, און שמײכלט, דאַכט זיך, אױך פֿונעם געזאָגטן. — משרת! — האָט סרולי מיט כּעס צו נפֿתּלין זיך געװענדט, אױס- געשריגן, װי ניט דערלאָזנדיק און איבעררײַסנדיק יענעמס מעגלעך אַפֿילו געדאַכטע גאָר חוצפּה פֿון צו װעלן אָדער צו טראַכטן פֿון אים צו שמײכלען... — משרת, פֿאַרנעם דעם באָרשטש! װײן האָב איך געבעטן! — װײן? — האָט זיך נפֿתּלי שלעפֿעריק־פֿױל פֿונעם בענקל אַ הײב געטאָן, צו סרוליס טיש צוגעגאַנגען, די חאַנט אױסגעשטרעקט, װי אױף אױסצובעסערן און צו פֿאַרריכטן אַ כלומרשטן קלײנעם טעות, װאָס ער איז אומגערן באַגאַנגען. ▯ ----------- ▯ ▯21 דער ▯▯תר ▯ע▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯ ־▯▯ ▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ ▯ שענקעריש־לײדיקגײערישע, שטילע מחשבֿות געטראַכט, האָט נאָך ניט פֿאַר צײַט און פֿאַר רעכטפֿאַרטיק געפֿונען מיט נפֿתּלין װעגן טרינקער זיך איבער־ ▯ו▯▯, ▯▯▯▯▯אַ▯י▯▯▯▯▯▯ ▯ע▯▯ו▯▯י▯▯▯▯▯▯ אַזױ, אַן אַנדער אומאָנגענעמלעכקײט געשען. סרולי איז דערװײל נאָך אױף זײן אָרט, װי ער איז פֿריִער געזעסן, גע־ ▯▯▯▯▯נ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ סרולי, האָט ער געהערט, האָט שױן איצט, ניט װי פֿריִער, װי צו זײז כּוס געטענהט, נאָר װי צו אײנעם אַ לעבעדיקז, אַ זײן גלײַכן, װאָס איזאים▯אַנטקעגן ▯י▯ע▯י▯▯▯▯י▯▯▯ האָט ער ▯ע▯אָ▯ט, — אַ▯ ער ▯יז ▯יס▯▯▯אַטרונקען, ▯▯▯▯ר▯▯ק▯▯ן▯▯▯ ▯▯▯י▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯אָ▯▯▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 215 גאַנצן װײנשענק אין אײן זאַק אַרײַננאַרן און פֿאַר גלײַכן געלט פֿאַרקױפֿן, אָדער — אָפּקױפֿן. װײל געלט האָט ער, ניט נאָר פֿאַר אײן װײנשענק, נאָר פֿאַר אַ האַלבער װעלט װײנשענקען... ער קאָן דאָס אים באַװײַזן, װען ער װיל. ער האָט דאָס בײַ זיך אין בוזעם־קעשענע. ער װאָלט זיך זיכער דערשראָקן, װען ער דערזעט דאָס — ער מיטן משרת, מיטן באַלעבאָס, מיט אַ גאַנצער גאַס, מיט אַפֿילו אַ גאַנצער שטאָט מענטשן, — װען מע דערזעט בײַ אים אָט דעם סך, אָט דעם פּאַק, װאָס בײַ אים אָט▯דאָ אין בוזעם־קעשענע. אױף אַלע פּנימער װאָלט אײן שרעק גע▯וען. אױף אַלע נעז — אײן װוּנדער: „װוּ האָט ער דאָס גענומען, סרולי, װי קומט דאָס צו אים... ניט אַנדערש, אַז אַ קלױסטער באַראַבעװעט, אָדער אפֿשר, ▯אַנדלט ער גאָר מיט פֿאַלשע פּאָזיט!” מע װאָלט זיך צונױפֿגעלאָפֿן. אײניקע װאָלטן געזאָגט: אים בינדן און איבער־ געבן ן▯ועמען מע דאַרף. אַנדערע װאָלטן זיך ניט געגלײבט און װאָלטן זיך פֿאַר אים אײַנגעשטעלט און געטענהט: אפֿשר פֿאָרט זײַנס, אפֿשר אַ ירושה, אפֿשר פֿון הימל באַגליקט, אפֿשר אַן אוצר, אַ מציאה — אַ פּריץ האָט פֿאַרלאָרן און ער האָט געפֿונען... מיט אײנעם װאָרט, שטאָט װאָלט געהאַט װאָס צו טאָן, װאָס צו רעדן. דער משרת װאָלט געהאַט אַרבעט — אים אַ שיכּורן פֿון שענק אַרױסשטעלן. דער באַלעבאָס װאָלט מורא געהאַט פֿאַר אַן אומגליק, און ער װאָלט שױן אַפֿילו מוחל געװען אױפֿן װײן, װאָס ער האָט בײַ אים געטרונקען: אַן עק זאָל דאָס האָבן, זאָל ער שױן ניט באַצאָלן, אַבי פּטור װערן, אַבי װאָס װײַטער אים פֿון זײן שװעל צו זען... האַ... אַ־יאָ?... ער זעט, װי דער משרת הערט זיך שױן טאַקע אײן און האָט שױן טאַקע מורא פֿאַרן געצאָלטס?... און װירקלעך: נפֿתּלי האָט דעם פֿרעמדן ייִדנס רײד דאָ דערהערנדיק, דערהערנדיק אַזױנע מינים װערטער פֿון אים אַרױסקומען, װי ”אַ קלױסטער באַראַבעװעט”, „בינדן”, „איבערגעבן” — האָט אַפֿילו ער, נפֿתּלי, װאָס איז צו שיכורימס רײד געװױנט און װאָס קײנמאָל לאָזט ער זײ אַפֿילו צו זײן אױער ניט צו, — אַפֿילו ער, נפֿתּלי, האָט זיך דאָס מאָל אַ גלײַכן זעץ־אױף געטאָן, מיט שטאַרקן חידוש אױפֿן ייִדן אַ קוק געטאָן און געזען, װי יענער איז אין דער רעכטער מיט אַרבעט און פֿון דעם נײַעם כּוס, װאָס ער האָט אים געבראַכט, האָבן זיך שױן בײַ אים די אױגן, װי בײַ אַ הון צום שלאָף פֿאַר־ לאָרן... ער האָט זיך באַלד דערשראָקן און פֿון דערשרעק עפּעס אַ מין הוסט געטאָן — אַ מין סימן צו זײן באַלעבאָס, צו שלום־אהרנען, װאָס איז הינטערן פֿאַרקױף־טיש געזעסן און האָט פֿון קײן בײז ניט געטראַכט און נאָך גאָרנישט ניט חושד געװען, — אַזאַ הוסט, װאָס יענער האָט אים גלײַך דערהערט און, דערהערנדיק, האָט ער אומרויִק אױף נפֿו▯לין אַ קוק געטאָן, און אַ קוק געבנדיק, האָט ער גלײַך דערזען, עפּעס איז מיטן ייִדן, מיטן אײנציקן טרינקער בײַ אים איצט אין שענק, עפֿעס ניט כּשורה... ער האָט זיך פֿון זײן אָרט אױפֿגעהױבן, איז צו סרולין אונטערגעגאַנגען, ----------- 216 ד ע ר נ ס ת ר פֿריִער פֿון זײן רוקן־זײט, אים אין פּנים ניט זעענדיק, װי ער האָט אים פֿריִער, בשעתן אַרײַנקומען, ניט געזען, און צוקומענדיק צו אים נעענטער, האָט ער בײַ אים אַ פֿרעג געטאָן, װי תּמיד אין אַזױנע פֿאַלן: — ר,... װי רופֿט מען אײַך, ר, ייִד? — װי? — האָט סרולי גלײַך די פֿראַגע דערהערט, האָט זיך אַ קערעװע אױס געטאָן, אױף שלום־אהרנען אַ קוק געגעבן, און שנעל, אײדער יענער ▯ האָט נאָך באַװיזן זײן פּנים צו זען, אָפּגעענטפֿערט: — װי מ'האָט מיר אַ נאָמען געגעבן. — האַ... זע נאָר... — האָט שלום־אַהרן, סרולין אַן אױסגעקערעװעטן דערזעענדיק, אױסגעשריגן אַ ביסל זיסלעך, װי מע דערזעט אַ הײמישן, און אױך אַ ביסל ביטערלעך איבערראַשט, װײל ער האָט אים געקענט, און פֿון אים אױך אַן אַנונג געהאַט, װי כּמעט אַלע כאַלעבאַטים אין שטאָט. דערפֿאַר איז ער אים איצט אַ גרױס חידוש געװען, װײל קײנמאָל האָט ער אים בײַ זיך ניט געזען, אים פֿאַר קײן גאַסט קײן טרינקער ניט געהאַט, און דערום גע־ גלײבט, װיסנדיק זײן אַרט, זײַנע משוגענע גענג אין שטאָט און צװישן מענטשן, ▯אַז אױך זײן איצטיקס מאָל אַהער קומען איז משונה, און געװיס קײן איבעריקן נחת װעט ער דערפֿון ניט האָבן, אַלנפֿאַלס, באַצאָלט באַקומען — שױן אַװדאי נישט. ▯ — האַ, זע נאָר, — האָט ער געזאָגט, — ס'איז דאָך, דאַכט זיך, איר, ▯ ר, סרולי? — איז װאָס האָסטו געװאָלט? — האָט סרולי מיט בײזער איבערגע־ פֿרעגט, װי אײנער, װאָס איז דעם אַנדערן ניט גערן, װען יענער האָט אים עפּעס אין אַ װיכטיקער זאַך אינעם רעכטן מיטן איבערגעשלאָגן. — װאָס איך האָב געװאָלט?... — האָט שלום־אַהרן שױן אַ ביסל אַ צוריק באַלײדיקטער אָפּגעענטפֿערט. — כ'האָב געװאָלט זאָגן... כ'מײן, אַז אַ מענטש גײט עפּעס קױפֿן, דאַרף ער האָבן געלט, מײן איך, דאָס גלײַכן — אין שענק, האָט איר בײַ זיך געלט, ר, סרולי? — געלט? — האָט סרולי אַ זאָג געטאָן טראָציק, האַלב שיכורלעך, און בשעת דאָס זאָגנדיק, שלום־אהרנען װי פֿון קאָפּ ביז די פֿיס אָפּגעמאָסטן: װי קלײן, הײסט עס, ער איז, װי נאַריש מיט װאָס פֿאַראַ נישטיקע פֿראַגעס ער איז צו אים איצט, ניט צו דער צײַט און ניט אױפֿן אָרט, געקומען, — געלט איז בײַ די נגידים, — האָט ער געזאָ▯. — איז דערום טרינקען אױך נאָר נגידים!... און אַז מע האָט ניט, זיצט מען אין דער הײם, מע קומט ניט צו יענעם און מע הײסט זיך ניט דערלאַנגען. געלט, ר, סרולי, געלט דאַרף מען האָבן... — געלט? — האָט דאָ סרולי אױסגעשריגן, האָט זיך פֿון אָרט אַ הײב ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 217 געטאָן, די האַנט אין בוזעם־קעשענע אַרײַנגעטאָן און פֿון דאָרט אַ גרױסן פּאַק פּאָזיט אַרױסגענומען, אַזאַ, װאָס מע קאָן זעלטן זען אַפֿילו בײַ אַ רײכער־ אױסזעענדיקן װי סרולי. — נאַ, נבֿלה! אָט האָסטו דיר געלט! — האָט אים סרולי דעם פּאַק אונטער דער נאָז און פֿאַר די אױגן געשטופּט און אונטערגעטראָגן. שלום־ אהרנען האָט, דאָס דערזעענדיק, לשון אױסגעפֿעלט... ער האָט װירקלעך דער־ זען פֿאַר זיך אַ▯ו▯נמ, און אין דער האַנט פֿון אָ▯אַ מענטשן, װאָס ער װאָלט זיך קײנמאָל זײַנע אױגן גאָר ניט געגלײבט. — נאַ, נבֿלה! — האָט סרולי נאָך העבער געשריגן. — נאַ דיר נגידים, נאַ דיר געלט, נעם, װאָס ס'קומט דיר, נעם זיך און װאַרג זיך... ▼ ס'איז שױן געװען פֿאַרנאַכט. סרולי איז, אַרױסגײענדיק פֿון שלום־אַהרנס װײנשענק, נאָך דעם, װי ער האָט זיך צעצאָלט, און נאָך דעם, װי ער איז מיט משונה־פֿאַרװוּנדערטע בליקן פֿון שלום־אהרנען און פֿון נפֿתּלי דעם משרת די גאַנצע טרעפ ביז דער טיר אַרױפֿבאַגלײט געװאָרן — אַ װײַלע אין געסל פֿאַר שלום-אַהרנס טיר שטײן געבליבן. ער האָט זיך עפּעס געישובט, אָדער אפֿשר ניט געישובט, נאָר װי יעדער באַטרונקענער, װאָס אַז ער גײט אַרױס פֿון שענק, פֿאַרהאַלט ער זיך אַ װײַלע און טוט פֿון קעלער און פֿון װײן-לופֿט אָפּעטעמען, בדי צו באַקומען מער פֿעסטקײט אין די פֿיס און מער קלאָרקײט אין זינען. און אָט, אַז ער האָט דאַס באַקומען, אַז דאָס פּנים און דער בליק האָבן זיך אים אַ ביסל דערפֿרישט פֿון דער קעלער▯שײן און פֿון לאַנגן זיצן דאָרט אין דער טונקל, אַזױ האָט ער זיך פֿון זײן אָרט גערירט און זיך געלאָזט צו דער הױפּט־גאַס, אַהין, װוּ דער אײדעלער מאָרק האָט זיך געפֿונען, און װוּ אױך משה מאַשבערס קאָנטאָר — אין אײנעם אַ מױע▯ר אױפֿן צװײטן שטאָק דאָרט. ס'איז געװען, װי געזאָגט, שניט־צײַט, װען דער מסחר געשלאָגן און אין שטאָט כּמעט קײנע קונים. סוחרים און משרתים האָבן זיך נאָך אַ לאַנגן הײסן טאָג נודיען און בראָטן זיך אױף דער זון, איצט אין קילע רעדלעך זיך געזאַמלט פֿאַרן אַהײמגײן און די קראָמען שליסן. מע האָט געװאַרט, ס'זאָל שױן אינ־ גאַנצן נאַבט װערן, ס'זאָל שױן קײן סימן פֿון קײן מעגלעכקײט ניט פֿאַר־ בלײַבן, אַז עמעצער קאָן זיך נאָך פֿון ערגעץ־װוּ באַװײַזן. מע האָט געװאַרט, זיכער זײענדיק, אַז אַזױנס איז שױן אוממעגלעך און אױסגעשלאָסן, דאָך אָבער, כּדי דער סוחרישער געװיסן זאָל רײן זײן, און אױך דאָס האַרץ, װאָס האָט ניט דערלאָזט אַפֿילו אַ ליאַדע מינדסטן „טאָמער” און „אפֿשר” דורכצולאָזן... אָט דעמאָלט איז סרולי צוגעקומען צו אײנער אַ קראָם, װאָס אַנטקעגן ----------- 218 ד ע ר נ ▯ ת ר משה מאַשבערס קאָנטאָר, און װי זײן שטײגער, שטום און פֿאַרגליװערט, װי ער שטעלט זיך אַמאָל אָפּ קוקן אױף אַ נעסט, װאָס אױף אַ פֿענצטער־געזימס, ▯די די פֿײגעלעך, װי די גבֿירים, צו שעלטן, — אַזױ אױך האָט ער זיך איצט אַנטקעגן משהס קאָנטאָר אַװעקגעשטעלט. פֿאַרטראַכט, אױף קײנעם ניט קוקנדיק, גלײַך קײנער איז אַרום אים נישטאָ. ער האָט נאָר די אױגן צום אַרײַנגאַנג פֿון קאָנטאָר געװענדט געהאַלטן, װי װאַרטנדיק און זיכער זײענדיק, . אַז עמעצער דאַרף זיך פֿון דאָרט באַװײַזן צום סוף טאָג, — דעמאָלט, װען אַלע קלײטן און קראָמען װעלן זיך שליסן, און צו יענער צײַט — אױך די קאָנטאָר משה מאַשבערס. דאָס האָט ער געװאַרט אױף שלום שמאַריאָן אָדער אױף צאַלעל דער־ באַרעמדיקן, — אױף אײנעם פֿון די בײדע, װאָס ער האָט צו זײ איצט נײטיק געהאַט, װײל ער האָט זײ געהאַט װאָס צו פֿאַרטרױען און איז צו זײ מיט אַ װיכטיקן ענין געקומען. בײדע זײ — די שטענדיקע באַזוכער פֿון משה מאַשבערס קאָנטאָר, זײַנע מיטהעלפֿער און מיטאַרבעטער, װאָס זײַנען קײנמאָל פֿון דאָרט ניט אַרױס־ געקראָכן — געקומען פֿון די ערשטע און אַװעקגעגאַנגען די לעצטע, און דער גאַנצער געלט־האַנדל און אַלע קאָנטאָר־געשעפֿטן זײַנען ניט אָן זײער אָנטײל און אָן זײער הילף דורכגעפֿירט און געמאַכט געװאָרן. סײַ אין קאָנטאָר, סײַ אױפֿן גאַס האָט ▯ען זײ כּסדר געזען צוזאַמען. אָבער אײנער װײַטער און אָפּגעטראָטן פֿון אַנדערן: װען אײנער אױף אײן זײט טראָטואַר, איז דער צװײטער ־— אױפֿן צװײטן, אױפֿן קעגנאיבערדיקן, װי זײ װאָלטן זיך אײנס דאָס אַנדערע די טריט געהיט, אײנער דעם אַנדערן פֿון אױג ניט אַרױסגעלאָזט... כאָטש בײדע דרײען זיך אַרום אײן זאַך, אַרום געלט, אַרום פּראָצענט פֿון געלט, און בײדע זײ אַרום משהס קאָנטאָר, כּדי אים געלט־לײער צו נאַרײַען, און אױך אים אַלײן אַמאָל אַ הלװאה, װען ער האָט זיך אין געלט גענײטיקט, און בײדע האָבן װי פֿון אײן מקור זײער חיונה געצױגן, דאָך װי צװײ היענעס, צװײ קאָנקורענטן ביטערע אַרום אײן שטיק נבֿלה, װאָס בײדע רײַסן זײ פֿון אײנס, נאָר קוקן קוקן זײ אין פֿאַרשײדענע זײַטן מיט קעפּ פֿאַרדרײטע... דער חילוק צװישן בײדע, װאָס אײנער — שלום שמאַריאָן — אַ נידעריטשק, שטיל פּאַרשױנדל מיט אַ כיטרע קעפּל אין דער זײט אָפּגעבױגן, ▯ װאָס האָט זיך עפּעס כּסדר בײַ אַ זײט גערוקט: בײַ דער זײט פֿון הײַזער, פּלױטן, װי װעלנדיק, מע זאָל אים ניט באַמרקן, אָדער ער זאָל אין יעדן מאָמענט פֿון מעגלעכער סכּנה ערגעץ אין אַ הױף, אין אַ טיר־לאָך קענען פֿאַרשװינדן. ער, שמאַריאָן, מיט אַ ▯פֿרום פּנימל, מיט פֿיל פֿרומע קענטענישן, אַ גרױסער װײַסער אין פֿאַרשײדענע סאָרטן אותיותלעך, װי כּמעט אַ רבֿ; דערצו נאָך ▯▯ ▯ ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 219 מיט אַ זעלטענעם זכּרון אױף צו געדענקען אַ▯ץ — אַלע טערמינען און זמנים — װער בײַ װעמען ס'האָט װען געליִען און אױף װאָסערע פּראָצענטן; װער אָפּגעגעבן, װער ניט — ניט נאָר פֿון היגע סוחרים, קליענטן און געלט▯לײער — נאָר אױך פֿון דער פֿרעמד, פֿון דער סבֿיבֿה אַרום, װער ס'איז אַהער אין שטאָט אָנגעקומען נאָך געלט — צו משהן אין קאָנטאָר, אָדער צו אַנדערע בעל־הלװוּת. דערצו נאָך האָט ער אױף אױסנװײניק אַלע געלט־קורסן, װערטפּאַפּירן, אַקציעס, אָבליגאַציעס געהאַלטן אױפֿן קאָפּ — נישט נאָר פֿון היגן לאַנד, פּון היגע בענק און אַקציאָנערע געזעלשאַפֿטן, נאָר אױך פֿון אױס־ לאַנד, פֿון אַלע. אַנטקעגן זשע אָבער צאַלעל, איז סײַ אױסערלעך, סײַ מיט זײַנע פֿײיִקײטן געװען כּמעט דער היפּוך זײַנער: אַ הױכער, גלײַכער און גלאַטער, װי אַ גראָכצאָליקע ברעט. ער איז תּמיד אינמיטן טראָטואַר, אָדער אָפֿטער נאָך אױף דער מיט גאַס געגאַנגען. דעם קאָפּ הױך געטראָגן, גלײַך אַ גאַנצע שטאָט דאַרף אים אָפּטרעטן, װײל זי איז אים שולדיק, און שולדיק איז זי אים טאַקע געװען, װײל אױסער מיט גרױסן פּראָמיל, האָט ער זיך דער עיקר פֿאַרנומען מיט װאָכער, מיט אַנטלײַען געלט, װעמען ס'האָט זיך נאָר געלאָזט — באַל־ מעלאָכעס, קלײנהענדלער און מענטשן אַפֿילו אָן שום אָנזען און אָן שום מינדסטער בטוחות אין דער געזעלשאַפֿט, װי מעקלער, דינסטן, מאַרק־זיצערינס א. אַן. װ. ער איז געװען גראָב אין אַלע זינענס, גראָב אין קענטעניש, גראָב אױך אין אױפֿפֿירונג — סײַ בײַ זיך אין דער הײם בנוגע זײַנע אײגענע װײכ און קינדער, און באַזונדערס גראָב און װילד-אכזריש בנוגע אַלע יענע, װאָס זײַנען אים גערוען שולדיק. אַזױ האָט מען געװוּסט אין שטאָט פֿון אים פֿיל צו דערצײלן װעגן זײַנע װילדע שטיק און גענג בעת חובֿות אױפֿמאָנען, װען ס'האָט זיך אים אַמאָל געמאַכט אַ שלעכטער צאָלער. ער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿאַר גאָרניט: פֿאַר אָרעמעלײַט די לעצטע בעבעכעס איבערצושרײַבן, פֿאַר אַן אַלמנה דאָס לעצטע ביסל סחורה פֿון דער שטעל אַװעקנעמען, און אַפֿילו אױך ניט פֿאַר אַזאַ זאַך, האָט מען דערצײלט, צו קומען אַמאָל צו אײנעם, װאָס איז אים געלט שולדיק, און זיך אַרײַנלײגן אין יענעמס װײבס בעט אַרײַן און זאָגן: ער גײט ניט אַרױס, ביז דער חובֿ װעט אים ניט געסילוקט װערן ביז אַ גראָשן. אַזױ װײַט גראָב, אַזױ װײַט נבזהדיק און פֿײיִק איז ער געװען, צאַלעל. אָפּגערעדט שױן פֿון אַ למדן. אַ למדן האָט ער געהאַט דעם אײנציקן זון זײַנעם, שױן אַן אױפֿגעקלערטער, שױן אַזױנער, װאָס ער פֿלעגט זיך שױן צװישן זײן גלײַכן יונגעלײַטלעך מיט זײן טאַטנס פּראָפֿעסיע אַ ביסל שעמען און פֿון אים אַזױ חוזק מאַכן; איז אױך אים, אָט דעם אײן־און־אײנציקן זון זײַנעם, פֿלעגט ער, צאַלעל, אָפֿט אין טאַטן אַרײַן שעלטן: „אַ רוח אים אין ▯ ----------- 220 ד ע ר נ ס ת ר זײן טאַטן און אין זײן טאַטנס טאַטן”, — פֿלעגט ער אים אין פּנים שרײַען, — װײל ער האָט אַ טױגעניכץ אַ זון — אַ ק▯ענעו▯, אַן אױפֿגעקלערטן שלימזל, װאָס ער לעבט פֿון זײן טאַטנס בזיונות און פֿון אָרעמען װאָכער... און אָט אױף אײנעם פֿון די צװײ האָט איצט סרולי מי▯ זײן ענין געװאַרט. ▯ אַרױסגעקומען דער ערשטער איז דאָס מאָל צאַלעל, צו װעמען סרולי האָט, אים דערזעענדיק, גלײַך פֿון זײן אָרט זיך אָפּגעטײלט און זיך אים אַנטקעגן געלאָזט. מיר װײסן ניט, װי װאָלט געװען, װען ס'באַגעגנט אים צום ערשטן שלום ▯ שמאַריאָן; װי װאָלט יענער אים אױפֿגענומען בײַ דער באַגעגעניש, נאָך דעם, װי ער האָט אים נעכטן געזען בײַ זײן בזיון, װען משה מאַשבער האָט אים פֿון שטוב אַרױסגעטריבן, און נאָך דעם, װאָס ס'איז אין שטוב דאָרט געשען. צאַלעל אָבער, װאָס אים איז אַלצײנס יאָ בזיון, צי ניט בזיון, זײַנען מיר זיכער, אַז װען ער זאָל אַפֿילו יאָ געװען זײן דערבײַ, װאָלט דאָס אים אױך פֿאַר קײן שטערונג ניט געדינט פֿון דערנאָך מיט אים אין װאָסער־ניט־איז משׂא־ומתן אָרײנצוטרעטן... בפֿרט, אַז ער איז ניט בײַגעװען, ובפֿרט נאָך, אַז צװישן די ערשטע װערטער, װאָס סרולי האָט אים, װען ער איז נאָר צו אים צוגעגאַנגען, אַ זאָג געטאָן דאָס װאָרט „געלט”, און אָט דאָס װאָרט, װי באַ־ װוּסט, װאָלט צאַלעלן אַפֿילו פֿון שװערסטן לעטאַרגישן שלאָף אױפֿגעװעקט, װײל װיבאַלד געלט, שטעלט ער זיך פֿאַר גאָרנישט ניט אָפּ: זאָל זײן פֿון װעמענס הענט, אַבי נאָר דאָס אַרײַנצובאַקומען, װײל געלט, זאָגט צאַלעל, האָט קײן ריח ניט; — איז אָט, אַז צאַלעל האָט פֿון סרולין אָט דאָס װאָרט דער־ הערט, האָט ער זיך גלײַך אָנגעשפּיצט: ער האָט דערשפּירט געשעפֿט, און כאָטש שױן שפּעט — שױן אױפֿדערנאַכט כּמעט, און כאָטש נישט אױפֿן אָרט — אינמיטן טראָטואַר, אױפֿן גאַס גאָר, און כאָטש אױב דער מענטש, װאָס איז איצט פֿאַר אים געשטאַנען, אַן אױסטערלישער און גאָר ניט קײן געשעפֿט־ מאַן, װי ער האָט געװוּסט, דאָך האָט ער אַן אױער צוגעלײגט און גרײט געװען יענעמס פֿאָרשלאָג אָדער יענעמס װאָסער־ניט־איז ענין אױסצוהערן. — ער האָט צו פֿאַרטאָן געלט אױף עסקא, — האָט סרולי געזאָגט צו צאַלעלן, — און ער זוכט אַ בטוח, ער װיל דאָס אין זיכערע הענט אָפּגעבן, װי, למשל, צו אַזאַ װי משה מאַשבער. אױפֿן פּראָצענט װעט ער זיך ניט איבעריק שטעלן, דער עיקר איז אים — אַבי אַ בטוח. צאַלעל האָט, דאָס דערהערנדיק, אױף סרולין אַ משונה קוק געטאָן. ער איז געװען פֿיל העכער פֿון אים אין װוּקס, און ער האָט אים אױפֿן קאָפּ אַ קוק געטאָן, װי אַרײַנקוקנדיק אים אַהין, צו זען, צי ער איז בײַם גאַנצן זינען... דאָס מאָל האָט זיך שױן אַפֿילו צאַלעל פֿאַרחידושט און האָט זײַנע אױגן ניט געגלײבט. געגלײבט האָט ער, אַז אַזאַ װי ער, װי סרולי, װעט זיך געװיס צו אים װענדן װעגן אַ קלײנער הלװאה פֿאַר זיך אױף גרױסע פּראָצענטן, װי ----------- ▯ ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 221 געװײנלעך אַן אײנער פֿון אַזאַ גראַד און לאַגע; און דעמאָלט, װען אַזאַ פֿאָר־ שלאָג װאָלט פֿון סרוליס זײט געקומען, װאָלט זיך צאַלעל צוערשט באַדאַרפֿט היפּש באַטראַכטן, לאַנג זיך איבערלײגן, פּיל זיך אָנפֿרעגן, דערנאָך ערשט פֿאָרערן ערבות און משכּנות. איז אָבער פּלוצעם —▯ נאַ די▯ר גאָר אַזאַ זאַך: סרולי לײגט גאָר פֿאָר געלט אױף פּראָצענט צו געבן, אי דאָס, װײַזט אױס, ניט קײן קלײנע סומע, און ער קוקט ניט, זאָגט ער, אױף קײן פּראָצענטן, אַבי אַ גרױסן בטוח. ער האָט דערום אים אָנגעקוקט און בײַ זיך דעם חידוש ניט געקאָנט אױפֿהאַלטן. — ער, סרולי, געלט אַנטלײַען? — האָט ער איבערגעפֿרעגט מיט האַלב שפּאָט ,האַלב פֿאַרװוּנדערט. ▯ — נו, יאָ, איז װאָס? — האָט סרולי געפֿרעגט. — פֿונװאַנען קומט צו אים געלט? — װאָס איז זײן זאַך? מע לײגט אים פֿאָר, זאָל ער ענטפֿערן: יאָ צי נײן. אױב נײן, װעט ער ערגעץ אַנדערש גײן. װעט ער עמעצן אַנד▯ערש פֿאָרלײגן. צאַלעל איז געװען פֿאַרלױרן. ער האָט זיך געישובט מיט דער דעה, צי זאָל ער▯ יאָ, צי זאָל ער ניט גלײבן, װײל אפֿשר האָט ער גאָר פֿאַר זיך אַ חסר־ דעה, װאָס די גאָרע רײד מיט אים זײַנען איבעריק▯ אַן אַנדערער אױף זײן אָרט, גלײבן מיר, װאָלט גיכער אױף יאָ משוגע, װי אױף ניט באַשלאָסן. ער װאָלט אױסגעשפּיגן, זיך אָפּגעקערע▯ועט און אַװעקגעגאַנגען. צאַלעל אָבער, װאָס איז, װי געזאָגט, אױפֿן ענין געלט אַ ביסל קראַנק געװען, װאָס װיבאַלד געלט, זײַנען אַלע אומגלײבלעכקײטן גלײבלעך, און אַלע משוגעתן לײגן זיך אױן זינען — צאַלעל האָט, אמת טאַקע, געצװײפֿלט, אָבער פֿאָרט האָט ער זיך אַן אָרט געלאָזט אױף טאָמער אױב ניט, און אפֿש▯ר איז די זאַך פֿאָרט דאָך ערנסט. ▯ ער האָט דערום, כּדי אױספּרוּװן סרולין, זיך נאָכאַמאָל געװענדט צו אים און בײַ אים אַ פֿרעג געטאָן: — איז װען קאָן ער דאָס צושטעלן, דאָס געלט? — װען? װען ער װעט װעלן, װען ער װעט דאַרפֿן, אַפֿילו הײַנט, אַפֿילו שױן, — האָט סרולי געענטפֿערט און האָט זיך באַלד מיט דער האַנט צו דער בוזעם־קעשענע גענומען, גלײַך ער איז גרײט באַלד טאַקע פֿון דאָרט, פֿון דער בוזעם־קעשענע, דאָס אַרױסצונעמען און באַװײַזן. — נײן, מ▯ דאַרף ניט, ס'אײַלט ניט, מ'האָט צײַט, — האָט צאַלעל געזאָגט, און שױן גלײבנדיק און איבערצײַגט זײענדיק, האָט ער סרוליס תאַנט פֿון אין קעשענע אַרײַנצוטאָן װי אָפּגעהאַלטן, — איצט דאַרף מען ניט, — האָט ----------- 222 ד ע ר נ ס ת ר ער געזאָגט, — שפּעטער, ער װעט זען, ער װעט זיך אָנפּרעגן, זיך דערװיסן, װעט ער אים צו װיסן געבן, סרולין. — איז זאָל ער זשע דאָס געדענקען, האָבן אין זינען און מאַכן װאָס גיכער! — האָט סרולי געזאָגט, און באַלד האָט ער זיך אױסגעקערעװעט און צאַלעלן, — װי ער איז צום אָנהײב אַ פֿאַרװוּנדערטער געשטאַנען, אַזױ האָט ער אים אױך איצט אין פֿאַרװוּנדערונג געלאָזט. ▼ מיר װײסן, אַז דאָס, װאָס מיר האָ▯ן דאָ נאָר־▯.ואָס דערצײלט, װעט אַרױס־ רופֿן מיספֿאַרשטײעניש און פֿראַגעס: — װי קומט צו סרולין גאָר געלט? װאָס איז ער פֿאַר אַ צאָלער, װאָס פֿאַר אַ געלט־אַנטלײער? פֿךן װאָס פֿאַראַ מיטלען און פֿון װאָס פֿאַראַ פֿאַרבאָרגענע קניפּלעך? איז אָט. כּדי דערױף צו ענטפֿערן און דאָס צו דערקלערן, מוזן מיר זיך אומקערן צו יענעם געשפּרעך זײַנעם מיט לוזין, װאָס ער האָט בײַ אים מיט אַ טאָג פֿריִער אינדערפֿרי געבעטן און פֿאַרנאַכט מיט אים געהאַט, און װאָס, איבער געװיסע טעמים, האָבן מיר אױפֿן געהעריקן אָרט זיך אָפּגעהאַלטן פֿון אים צו געבן, אים דורכגעלאָזט און פֿאַרשװיגן. איצט קערן מיר ןיך צו אים אום: אַז סרולי איז יענעם פֿאַרנאַכט, װי אָפּגערעדט געװען, אַרײַן צו לוזין, האָט ער אױסגעזען, װי אײנער, װאָס אָדער ער איז ניט דערשלאָפֿן, אָדער ער איז צופֿיל איבערגעשלאָפֿן, װען אױפֿן האַרצן איז אים זײער זױער. ער האָט אָנגעהױבן זײן געשפּרעך בײז, אױפֿגערעגט, קוקנדיק אין אַ זײט, װי זוכנדיק זיך אומזיסט און אומנישט יענעם, זײן מיטשפּרעכער, אָנצוטרעטן. ער האָט גלײַך, װי ער איז אַרײַנגעקומען, אַ זאָג געטאָן: — ער איז געקומען צו לוזין, װײל אױסער אים האָט ער דאָ אין שטאָט קײנעם. אַלע זײַנען דאָ אָדער פֿערד, אָדער בהמות, אָדער מענטשן ענלעכע צו ▯ייִ▯ אַט אַזױ, אין אָט דעם־אָ טאָג, האָט ער אַ שטיק צײַט אַ שטיק בײזן געשפּרעך געפֿירט, ביז ער איז לסוף אַלץ װײכער און צוגעלאָזטער געװאָרן און אַרױסגעפֿאָרן מיט דעם, צוליב װאָס, אײגנטלעך, ער איז געקומען. ער האָט דערצײלט: ▼ ער מוז אים דאָ אָנהײבן, לוזין, גאָר פֿון לאַנג. ער האָט זיך דערצױגן אין אַ קלײן שטעטל אין גאַליציע, אַזש בײַם טײַך סאַן, בײַ אַן אַלטן, זײער רײַכן און שטאַרק קאַפּריזנעם זײדן. דער זײדע האָט אַמאָל געהאַלטן גרױסע פּאָ־ ▯ ----------- ר י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 223 סעסיעס, דערנאָך אַ גרױסן פּריצישן װײנשענק, דערנאָך, אַז ס'האָט אים גע־ טראָפֿן דאָס אומגליק, װעגן װעלכן ס'װעט באַלד דאָ די רײד זײן, האָט ער אַלע געשעפֿטן אָפּגעלאָזט, זײ צו געלט געמאַבט, זיך פֿאַרשלאָסן און פֿון דער װעלט אָפּגעזונדערט. זײן מוטער האָט ער פֿרי אָנגעװױרן. ניט זי איז געשטאָרבן, נאָר, װי ער האָט אין דער פּריסטער יוגנט געהערט, איז זי „אַנטלאָפֿן”. און דאָס איז פֿאַרן זײדן אַ דרײענדיקער אומגליק געװען. ערשטנס, װײל ער איז געבליבן עלנט: קײן װײַב, קײן קינד, קײן זין און טעכטער מער; צװײטנס, איז דאָס ,אַנטלױפֿן אַלײן אַ מוראדיקע שאַנד דאַך; און דריטנס, איז זי, װי ער האָט געהערט, נאָך ניט מיט קײן ייִד אַנטלאָפֿן... — „ערגער”, האָט מען שטילער־ הײט צוגעגעבן און אױף אים, אױף סרולין, אױפֿן קינד, אָנגעװיזן. װאָס „ער- גער” — האָט ער ניט געװוּסט. געװא▯סט האָט ער נאָ▯▯, אַז נאָך איר אַנטלױפֿן האָט ער אױך זײן פֿאָטער אָנגעװױרן. ער איז פֿון שטוב פֿאַרשװוּנדן, און ער איז געבליבן אַ קײַלעכיקער יתום, אָן טאַטע-מאַמע, און נאָר אױפֿן אַלטן זײדנס אױסהאַלט, דערציִונג און השגחה. דעמאָלט חאָבן זיך דעם זײדנס קאַפּריזן, װאָס זײַנען אַזױ אױך, װײַזט אױס, היפּש געװען, אַדאַנק דעם אומגליק נאָך פֿאַרשטאַרקט. ער האָט זיך, װי גע־ זאָגט, פֿון דער װעלט אָפּגעזונדערט, זיך אין ערגעץ ניט געװיזן און קײנעם ניט אױפֿגענומען. ער האָט זיך אױך געלאָזט בױען אַ באַזונדער שולעכל. „ידידיהס שולעכל”, — האָט מען עס גערופֿן, װוּ ער, און נאָר אַן אײנציקער, געצײלטער און באַצאָלטער מנין אָרעמע ייִדן האָבן דאָרט געדאַװנט. אױך אַ באָד. „ידידיהס באָד”, — האָט מען זי גערופֿן, װוּהין ס'איז קײנער▯ אױסער די זײַניקע, ניט אַרײַנגעלאָזט געװאָרן. דער זײדע פֿלעגט גאַנצע טעג לערנען, און מער װי לערנען פֿלעגט ער אָפֿט זיצן פֿאַרטראַכט אױפֿן באַנק־בעטל, װאָס אָן אַ װענטל. דעם קאָפּ פֿאַרװאָרפֿן, אין דער װאַנט אָנגעשפּאַרט, און פֿונעם שטענדיקן אָנשפּאַרן זיך אין יענער װאַנט, איז אױף יענעם אָרט אַ שטענדיק אױסגעריבן גריבל אָנצוזען געװען, ניט געטינקעװעט און קױטיקלעך. ער, סרולי, האָט זיך אין אַ װײַטלעכן, אָפּגעזונדערטן חדר אױפֿגעהאַלטן, װאָס מיטן זײדנס האָט ניט צו טאָן געהאַט און װאָס אַ באַזונדעךער אַרױס־ גאַנג האָט אױך געפֿירט צום דרױסן. בײזלעכע מלמדים און אַלט▯ אומפֿרײנט־ לעכע משרתים און דינסטן האָבן אים געלערנט און אונטער זײער שמירה געהאַלטן, און צום זײדן האָט ער זיך ניט אָנגעקערט. דער זײדע האָט אים קײנמאָל צו זיך ניט גערופֿן. נאָך מער: װײַזט אױס, אַז ס'איז אױך פֿאַרזאָגט געװען, אַז מע זאָל איס ניט צולאָזן, װען ער, דאָט קינד, װעט אַפֿילו װעלן. ער האָט דאָס געפֿילט, און ▯אָר זעלטן דערום, נאָר װען דאָס האַרץ האָט אים ----------- 224 ▯ ד ע ר נ ס ת ר אַ צי געטאָן פֿון גרױסער קינדערשער עלנט, האָט ער, קעגן דעם אָנזאָג און פֿאַרבאָט, אױפֿן זײדנס שװעל זיך באַװיזן. אָנ▯ע▯▯ ▯י▯ו▯▯ו▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯אָ▯▯ע▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯ האָט ער אים געהערט עפּעס אײנע און די זעלבע װערטער אַרױסזיפֿצן: אױ לי לביתי... אױ לי לביתי...*) אַז דער זײדע פֿלעגט אים אַמאָל דערזען, פֿלעגט ער זיך צוערשט דער־ שרעקן, גרױסע אױגן עפֿענען, גלײַך ניט װיסנדיק, װער ער איז און פֿונװאַנען ער האָט זיך גאָר צו אים אין שטוב גענומען. דערנאָך פֿלעגט ער זיך אַ כאַפּ טאָן, אים צורופֿן, און אױף גיך און ציטעריק אים װי װעלן אָנטאַפּן, אַ גלעט טאָן; אָבער באַלד האָט ער זיך װי אין עפּעס דערמאָנט, דעמאָלט פֿלעגט ער אים מיטאַמאָל פֿון זיך אַ שטאַרקן שטױס טאָן און אַ זאָג געבן אַזױ, אַז נאָר ער, דאָס קינד אַלײן, און ניט אַפֿילו די װענט אין שטוב, זאָלן הערן: — ממזר... ממזר בן הנידה... ער, דאָס קינד, פֿלעגט, די װערטער ניט פֿאַרשטײענדיק, זיך פֿאַרן זאָג דאָך דערשרעקן, אַװעק, און אױף לאַנג, ביז א צװײט מאָל, ביז דאָס האַרץ האָט אים װידער ניט אַ צי געטאָן... דעמאָלט פֿלעגט ער װײַטער אױף דער שװעל זיך װײַזן, אױף װידעראַמאָל אָפּגעשטױסן װערן און אױף מער און לענגער דאָס צו פֿאַרגעדענקען. אַזױ האָט ער זיך דערצױגן, ביז דער זײדע איז שױן אַלט געװאָרן און באַדאַרפֿט שטאַרבן. ▯עמאָלט האָט ער אײנמאָל צונױפֿגערופֿן די פּני פֿון שטאָט, די שענסטע, די ▯שובסטע, װאָס די לעצטע יאָרן האָט ער זיך, מחמת בושה, פֿון זײ דער־ װײטערט, און װאָס אױך זײ, פֿון זײער זײט, האָבן אים געשאַנעװעט און אין זײן שאַנד און אומגליק ניט געװאָלט זען — האָט ער זײ צונױפֿגענומען און ▯ זיך געלאָזט אַ צװאה שרײַבן. ער האָט קײנעם ניט געהאַט צו באַזאָרגן, אױסער אַ ביסל אױף עולמות, װי ס'פֿירט זיך, און דאָס איבעריקע אַלץ האָט באַדאַרפֿט געהערן אים, דעם קינד, דעם אײן־און־אײנציקן יורש זײַנעם. האָט זיך אָבער אַרױסגעשטעלט, אַז שױן אױף דער ▯שװעל פֿון קבֿר זײענדיק, האָט דער זײדע נאָך אַלץ דעם בזיון ניט פֿאַרגעסן, װאָס זי, די טאָכטער זײַנע, די מוטער פֿון קינד, האָט אים אָנגעטאָן אױף דער װעלט, און װאָס ער איז זיכער געװיס, אַז אױך אױף יענער װעט דאָס אים אַנטקעגן גײן, מע װעט עס אים דערמאָנען, און אַװדאי דאַרף ער זיך אַלע האָר פֿון קאָפּ אױסרײַסן; איז אָט, דאָס געדענקענדיק, האָט ער, ניט געקוקט, װאָס אַלע פּני האָבן זיך אים אַנטקעגנגעשטעלט, מיט אים פֿיל געטענהט און זיך באַמיט *) װײ איז צו מי▯ און צו מײן חױזגעז ינד. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 225 אים צו איבערצײַגן, אַז „װאָס איז דאָס קינד שולדיק, אַ קינד איז אַ קינד א. אַז. װ.”, — האָט ער זיך געהאַלטן בײַ זײַנס, און אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל געװאָלט דאָס קינד מעביר נחלה זײן, אים פֿון ירושה אָפּזאָגן. ער האָט האַרט און ביטערלעך אײנעם נאָר אַ פּסוק געהאַלטן אין איבער־ חזרן, אַז „משרש נחש יצא צפֿע” — אַז פֿון אַ שלאַנג, הײסט עס, קאָן קײן בעסערס פֿון קײן שלענגל ניט אַרױסקומען. און װײַטער און קײן איבעריקס האָט ער זיך ניט געלאָזט רעדן. דאָך, — נאָך לאַנגע ראַיות, װאָס אַלע אַנדערע, די פּני, האָבן פֿון געװיסע, גרױס־באַװוּסטע ספֿרים געבראַכט און פֿון דאָרט דעם היפּוך פֿון זײן װילן אים באַװיזן, אױסגעדרונגען און אים איבערצײַגט, אַז ער גרײזט, — האָט ער זיך אונטערגעגעבן, אַ ביסל אָפּגעטראָטן און שױן באַשטאַנען אױף פֿאָלגנדיקן: ביז דאָס קינד װעט אױסװאַקסן, דאַרף זײן דער- ציִונג גײן, װי זי איז ביז אַהער געגאַנגען, אױף זײן, דעם זײדנס, הײסט עס, אױסהאַלט; װאָס, אַגבֿ געזאָגט, האָט מען מיט אים װעגן דעם ניט איבעריק באַדאַרפֿט האָרעװען, װײל דאָס האָט ער זיך אַלײן פֿאַר מחױב געהאַלטן. װײַטער אָבער דאָס, װאָס ער האָט זיך געהאַלטן פּאַר ג▯שמ מחױב, האָבן שױן יענע, די פּני, בײַ אים אױסגעריסן, אױסגעדונגען, און אַ צװײטן פּונקט מכוחן קינד▯ אַרײַנגעשטעלט, און נעמלעך ▯ אַ געװיסע, גרױסע סומע װערט פֿאַר אים אין זיכערע הענט פֿון גרױסע בטוחים אַװעקגעלײגט, אַז אין פֿאַל (אָט דעם תנאי האָט װידער דער זײדע געפֿאָדערט אַרײַנצושטעלן און אױסנעמען, װײל אַנדערש רױל ער ניט, אַנדערש באַשטײט ער ניט), אין פֿאַל, אױב ער װעט גײן אין די גוטע װעגן, די געװוּנטשענע פֿאַר אים, פֿאַרן זײדן אַלײן, און פֿאַרן גאַנצן קהל געװוּנטשן, און ער װעט אָפּהיטן אַלץ, װאָס דער ייִדישער דין און דת *) פֿאָדערט, דעמאָלט װעט מען אים זי, אָט די סומע, צו אַ געװיסן עלטער זײַנעם מעגן אַרױסגעבן. — „פֿאַרװאָס נעמט ער אַזױ אױס? — װײל, — האָט דער זײדע ▯וגעגעבן שױן מיט אַ שלאַבעריק מױל, אָבער נאָך מיט האַרבן װאָרט און בטוחות, — װײל, אמת, ער האָט זיך פֿון ייִדן, ▯ װאָס אפֿשר װײסן זײ מער פֿון אים, פֿאַרשטײען מער, — זיך געלאָזט איבעררעדן, און ער גיט נאָך; אָבער ער האַלט זיך בײַ זײַנעם — און זײן גרױס אומגליק טראָגט ער אין האַרצן און פֿירט אים אױך אין קבֿר אַרײַן — אַז װײ איז זײן אומגליק, נאָר פֿאַר גאָט און פֿאַר מענטשן איז דאָך ניט צו לײקענען, אַז בלוטן האָט ער טריפֿה, און פֿון אַזױנעם קאָן מען, װער װײסט װאָס נאָך צו דערװאַרטן; אַזױ, אַז העלפֿן אַזױנע איז ער ניט מחױב, אָבער אַזױ װי ער קאָן דאָס ניט פֿאָרױס־ זען, איז זאָלן גאָט און מענטשן זען, און שפּעטער, אין דער ריכטיקער צײַט, משפּטן...” *) געזעץ. ----------- ▯ 226 ד ע ר נ ס ת ר ▯ — ער װיל דאָ, אַגבֿ, צוגעבן, סרולי, אַז װען ער האָט װעגן דעם דעמאָלט דע▯הערט, — װײל אין דער גאַנצער שטאָט, פֿאַרשטענדלעך, איז װעגן דעם דעמאָלט די גרױסע רײד געגאַנגען און אױך אין שטוב בײַם זײדן, צװישן די רבײם, דינסטן און משרתים, — איז אָט, אַז צו זײן אױער זײַנען דערגאַנגען די װערטער, װאָס פֿיל מײַלער האָבן דעמאָלט געהאַלטן אין אײן איבערחזרן: „מעביר נחלה זײן”, „ירושה”, „געלט” א. אַז. װ. — איז געדענקט ער ניט, צי איז ער גראָד דעמאָלט טאַקע עפּעס ניט געזונט געװען, צי דערװיסנדיק זיך װעגן דעם, האָט דאָס אַלײן אױף אים מיטאַמאָל אַזױ קרענקלעך געװירקט, — אַזױ צי אַזױ, נאָר אַז ער האָט אײנמאָל בײַ אַזאַ געשפּרעך דערהערט דאָס װאָרט „געלט”, האָט ער מיטאַמאָל דערשפּירט, װי עפּעס אַ קאָפּװײטיק און אַ ניטגוטקײט — ביז אין בױך אַרײַן און ביז די קישקעס, און פֿון דעמאָלט אָן רופֿט בײַ אים אַלעמאָל אַרױס דאָס װאָרט דאָס זעלבע כּמעט, װי דעמאָלט — אַ שרעקלעכן עקל, ניט נאָר צו דעמ אַלײן, נאָר אױך צו אַלע די אַפֿילו, װאָס האָבן דאָס און פֿאַרמאָגן... ער האָט דעמאָלט דערפֿילט דעם טעם פֿון עלנט און פֿון אָפּגעשטױסן זײן אַפֿילו פֿון דעם, װאָס װאָלט אין אַ געװיסער מאָס זײן עלנט געקאָנט לינדערן — פֿון זײדן. באַזונדערס האָט ער דאָס דערפֿילט די לעצטע טעג פֿון פֿאַר דעם זײדנס שטאַרבן. װען די שטוב איז שױן געװען אָפֿן פֿאַר פֿאַרשײדענע מענטשן אין שטאָט, װאָס זײַנען געקומען מבֿקר חולה זײן, און אױך פֿון אַנדערע, װאָס פֿריִער האָט מען זײ, איבער די אױבנדערמאָנטע טעמים — איבער דעם זײדנס אָפּגעזונדערטקײט — קײנמאָל ניט געזען; איצט, װען אַלע טירן שױן אָפֿן, און װער ס'האָט געװאָלט, איז אַרײַן און אַרױסגעגאַנגען, האָט אױך ער, דאָס קינד, אײנמאָל זיך דערלױבט צום זײדן אין שטוב אַרײַנצוקוקן. ס▯איז שױן געװען פֿאַר לעצט... אָבער װען דער זײדע האָט אים דערזען, האָט ער אַפֿילו דעמאָלט געדענקט און אים אָפֿילו אױף די אױגן ניט געלאָזט, ער האָט, אים דערזעענדיק, זיך צעװײנט, און מיט אַ שװאַכער גסיסה־האַנט אַן אָפּטרײַבנדיקן מאַך געטאָן: — זאָל ער, הײסט עס, אַװעקגײן, זיך אים פֿאַר די אױגן ניט װײַזן און אים זײַנע לעצטע מינוטן ניט פֿאַרפֿינצטערן... דער זײדע אין געשטאָרבן. ער װיל דאָ ניט דערצײלן, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען — פֿריִער בײַ די אָפּעקונעס פֿון זײן אײגענער שטאָט, פֿון זײערע קינדער, און בכלל פֿון שטאָט־ ▯ ▯קינדער, — איבער דעם צונאָמען, װאָס איז אים נאָכגעגאַנגען און האָט אים באַגלײט, זינט ער איז אַרױס פֿון זײדנס שטוב און פֿון אונטער דער השגחה פֿון יענע מענטשן, װעלכע זײַנען פֿון זײדן געשטעל▯ געװאָרן אים צו שיצן. ער װיל אױך ניט דערצײלן פֿון דעם, װאָס ער איז שפּעטער אױסגע־ שטאַנען פֿון אַנדערע אָפּעקונעס פֿון אַנדערע שטעט, װוּהין די ערשטע, די ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 227 זײן־שטאָטיקע, האָבן אים איבערגעפֿירט ,זעענדיק, אַז אין דער הײם, בײַ זיך, װעט אַזאַ, װי ער, צו קײן רו און צו קײן תּכלית ניט קאָנען קומען, ניט אין דער יוגנט און אױך ניט שפּעטער, װען ער װעט עלטער װערן, מחמת דעם שלעכטן נאָמען, װאָס באַגלײט אים. אָט דער שלעבטער שם האָט אים אָבער אױך אין אַנדערע שטעט באַגלײט. ניט געקוקט אױף זײַנע גוטע פֿײיִקײטן, אױף זײן װילן צו לערנען און קענען לערנען, האָט זײן צונאָמען אים גערױבט די רו בײַטאָג, דעם שלאָף בײנאַבט, און פֿאַרקערט: אָט די אַלע זײַנע מעלות און דאָס אױסצײבענען זיך אין לערנען האָט אַרױסגערופֿן און געשאַפֿן אַ באַציִונג צו אים אַ פֿאַרקערטע צו דער, װאָס אַזױנע אײגנשאַפֿטן רופֿן אַרױס בנוגע אַנדערע. פּאַרקערט, אָט די פֿײיִקײטן האָט מען צוגעשריבן ניט אים אַלײן, װי די אַלע אַנדערע, װען זײ פֿאָרמאָגן אַזױנע, נאַר װידעראַמאָל דעם צונאָמען, ד. ה., דער אױסטערלישער געבורט־לאַגע זײַנער, װי אַלע אַזױנע, װעלכע מע טײלט אױס און מע האַלט די מעלות זײערע ניט פֿאַר זײערע, נאָר װי פֿון אױסן זײ געקומען, װײל די ”קעפּ” זײערע — „ממןר▯קעפּ”... אַזױ איז ער זײן גאַנצע יוגנט אַרומגעגאַנגען געדריקט, ער האָט זיך קײן אָרט ניט געפֿונען, און אײנער נאָר אַ טרױם האָט אים באַהערשט: װאָס גיכער עלטער װערן, כּדי אַרױס פֿון רשות פֿון די אַלע, װעלכע האָבן, לױט זײן לאַגע און לױט דעם זײדנס צװאה, געהאַט צו זאָגן אױף אים — אָרױס, הן פֿון זײער גײַסטיקער און הן פֿון זײער געלט־אַפּיטרופּסות, מער יאָרן קריגן און די ירושה אין די הענט אַרײַנבאַקומען, און דעמאָלט װעט ער אַ▯ועק אין אַזױנע ערטער, װוּ מע קען אים ניט, װוּ זײן נאָמען װעט פֿאַר קײן פֿאַל אַהין שױן ניט דערלאַנגען. און דאָרט װעט ער אָפּרוען, טאָן מיט זיך, װאָס ער װעט װעלן און אין דער שטיל און באַטראַכטן זײן װעג אין לעבן און זײן תּכלית זיך אױסטײלן. און אַז די צײַט איז געקומען, אַז זײן טרױם איז אים פֿאַרװירקלעכט גע־ װאָרן, איז זײן פֿרײד אַזױ גרױס געװען, און אַלע פֿאַרבאָרגענע כחות האָבן אין אים אַזאַ רעד און שטראָם געטאָן, אַז ער איז קראַנק געװאָרן. דעמאָלט האָט ער זײן ערשטע קרענק באַקומען — די, װאָס איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס ער האָט זיך אײַנגערעדט, אַן ער מוז געפֿינען זײן מוטער. ער מוז זי װען־ניט־אין ▯▯ערזען, זי װעט אים אומגעריכט אַנטקעגן קומען און זיך צו אים דערקענען. ער פֿלעגט אַרומגײן אַ דולער: אין יעדער אומבאַקאַנטער האָט ער געגלײבט זי צו באַגעגענען. אין אַ יונגער — װען ער איז נאָך יונג געװען, אין אַן עלטערער — װען ער איז שױן עלטער געװאָרן; און ס'איז דער־ גאַנגען אַזױ װײַט, אַז ער האָט אײניקע מאָל אַפֿילו גאַנצע רײַזעס פֿירגענומען אַהין, אין די ערטער, װוּ זײן געבורט-שטאָט איז געלעגן. ער האָט פֿון אַרום, בײַ װעמען נאָר מעגלעך, אױף איר זיך אָנגעפֿרעגט, זיך געלאָזט געלט קאָסטן, ----------- 228 ד ע ר נ ס ת ר אַז אַנדערע זאָלן אים העלפֿן זוכן, און ס'איז אים ניט געלונגען, און נאָך יעדער אַזאַ־אָ רײַזע האָט ער זיך צוריק צו זײן אָרט אומגעקערט אַ צע־ בראָכענער, אַן אױסגעשעפּטער, און, װי פֿון אַ הױך אָרט אין אַ טאָל אַראָפּ־ געװאָרפֿן, איז מיט זײן גאַנץ זעקל מידע בײנער אױף אַ לאַנגער צײַט אַזױ ליגן געבליבן, ביז ס'איז אים איבערגעגאַנגען, ביז ער האָט װידער, אַזױ־אָ ליגנדיק, כחות אָנגעזאַמלט, און ביז ער האָט זיך װידער פֿון יענעם טרױם אָנגעפֿילט, און גענומען גלײבן צו קענען אים פֿאַרװירקלעכן, — און דעמאָלט האָט ער זיך װידער אױף זוכערײַ געלאָזט. אַזױ עטלעכע מאָל, ביז ער האָט זיך אינגאַנצן מײאש געװען און פֿון יִוש זי פֿאַרגעסן... און דעמאָלט איז אים די צװײטע שלאַפֿקײט אונטערגעקומען, יענע, װאָס איז אים נאָך אין זײן פֿריסטער יוגנט באַפֿאַלן, װען ער האָט דאָס ערשטע מאָל, װען מע האָט אין זײן זײדנס שטוב פֿון זײן ירושה גערעדט, — געבראָכן, ס'האָט זיך אים איצט אָפּגערופֿן מיט אַזאַ שטאַרקײט, מיט אַזאַ קראַפֿט, אַז אַלץ, װאָס האָט אים אַ מינדסט נאָר דערמאָנט אין דעם, האָט בײַ אים אַרױסגערופֿן דאָס זעלבע, װי דעמאָלט. דעמאָלט האָט ער אױך אַ נדר און אַ שבֿועה געגעבן, פֿון זײן אײגנס, װאָס ער האָט אַצינד, און װאָס ער װעט אַמאָל נאָר האָבן, זיך אָפּצוזאָגן, דערפֿון קײן הנאה ניט האָבן, — ניט נאָר די הנאה פֿון פֿאַר זיך אַלײן דאָס אױסצונוצן, נאָר אױך אַפֿילו פֿון דער הנאה אַן אַנדערן דערמיט גוטס צו טאָן. ער האָט ניט געקאָנט פֿאַרלײַדן, װען קבצנים װילן זיך זען באַגליקט, אַרױס פֿון זײער שטאַנד און איבערגײן צו אַ העכערן, צו אַ מער גליקלעכן. דעמאָלט אױך האָט ער זיך אינמיטן לעבן געבראָכן. ער האָט, לױט זײן דערציִונג און קענטעניש, װאָס ער האָט ביז דעמאָלט שױן געהאַט דערװאָרבן, געקאָנט גײן אין װעג, װאָס פֿאַר אַזױנע, װי ער, איז אױסגעטראָטן — אַ לערנער צו זײן און זיך פֿאַראײניקן צו יענע, װאָס פֿון לערנען מאַכן זיך די מלאכה, װי אַ רבֿ א. אַ.; בפֿרט ער, װאָס האָט נאָך דערצו אַ היפּשן פֿאַרמעגן געהאַט, װאָס דערפֿון און פֿון לערנען, װי באַװוּסט, לאָזט זיך היפּש מאַכן און זיך גאָר הױך אַרױפֿרוקן. ער אָבער האָט ניט אַזױ געטאָן. ער האָט זיך, פֿאַרקערט, שטאַרק נידעריק אַראָפּגעלאָזט. ס'האָט אים עפּעס אַ צי געטאָן אַראָפּ, דערצו האָט זיך אים אַ צופֿאַל געמאַכט — אַ חבֿר, װי ס'מאַכט זיך, װעלכער האָט אים דעם װעג אַהין געװיזן, און ער װײסט אַלײן ניט, װי אַזױ — ער האָט דאָס כּמעט ניט באַ־ מערקט, גלײַך ס'װאָלט מיט אים געשען אין שלאָף, אין אַ חלום — נאָר מיטאַמאָל האָט ער זיך דאָרט געטראָפֿן. — װוּ? — דאָרט, װוּ אַזױנע פֿון זײן שטאַנד און פֿון זײן לאַגע טרעפֿן זעלטן; צװישן אַזױנע, װאָס זעלטן, אַז אַזאַ, װי ער, פֿון אַזאַ הױכן גראַד, פֿריִער בײַם זײדן, דערנאָך אַפֿילו בײַ די אָפּעקונעס זײענדיק — קאָן זיך גאָר ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 229 פֿאָרשטעלן, אַז אַזױנס איז װוּ און װען נאָך מעגלעך... „שפֿל המדרגה” *) אי צו װײניק צו זאָגן. נײן, ניךעריקער פֿון נידעריקן..▯ —־ װי אַןױ ער קומט אַהין און פּאַרװאָס ער האָט זיך אַ שטיק צײַט דאָרט אױפֿגעהאַלטן? מעגלעך דערפֿאַר, װאָס דאָרטן האָט אים קײנמאָל קײנער ניט געקאָנט אױסװאַרפֿן דאָס, פֿון װעלכן ער האָט, צװישן זײן גלײַכן זײענדיק, פֿריִער, אַמאָל אַזױ שטאַרק געליטן. ניט אױסװאַרפֿן — ערשטנס, דערפֿאַר, װײל קײנער האָט זיך מיט זײן פֿאַרגאַנגענהײט, מיט זײן שטאַם און יהוס ניט אינטערעסירט און זיך ניט געװאָלט דערװיסן, און װען אַפֿילו יאָ, זײַנען אַזױנע זאַכן צװישן יענע גאָר אַ קלײנער פּסול געװען, װײל דאָרט זײַנען אַ▯ע אַזױנע, און דאָרט האָט מען געזען אױך פֿיל ערגערס... מעגלעך דערפֿאַר... װי ס'זאָל ניט זײן, נאָר ער האָט זיך דאָרט געפֿילט פֿרײ, אױפֿגעבונדן און אָן אַלע יענע צױמען, מיט װעלכע די גאַנצע װעלט, אױסער יענע, צװישן װעלכע ער איז אַרײַנגעטראָטן, פֿילט זיך געשפּאַנט אין זײ, געענגט און געבונדן הן בנוגע מענטש צו מענטש, הן בנוגע מענטש צו גאָט. ער האָט זיך געפֿילט אַזױ, אַז צוערשט האָט אים ניט געאַרט צו װערן אַ משרת אין אַ װײנשענק, װוּ פּשוטע פּױערים און געװײנלעכע שטאָטלײַט פֿון אַ קריסטלע▯כער באַפֿעלקערונג פֿלעגן טרינקען, װוּ מע פֿלעגט זײ אױס־ טרענצלען אין שיכּרות ביז לעצט, סײַ דער באַלעבאָס פֿון װײנשענק אַלײן, סײַ אױך די באַדינער, װאָס האָבן זיך פֿאַר קײנע פּסלנות ניט אָפּגעשטעלט, פֿאַר קײנע מיִוסקײטן ניט, אַפֿילו ביז גנבֿה... ס'האָט אים אױך ניט געאַרט דערנאָך, נאָכן שענק, מיט אײניקע פּאַר־ שױנען אַרומצוגײן איבער די הױפֿן, װוּ אײנער האָט געשפּילט אױף אַ פֿידל, און ער — אױף אַ פֿלײט, אױף װעלכן מע האָט איס אין אַ קעלער־לאָך־ קאָמפּאַניע אױסגעלערנט און מיט אים לאַנג אײנגעשטודירט. ער איז אומ־ געגאַנגען מיט ייִדן און אױך מיט ניט-ייִדן־קאָמפּאַניאָנען, מיט װענגערס, מיט מאָלדאַװאַנעס און אַנדערע, פֿריִער נאָר אין זײן געבורט־לאַנד, דערנאָך אױך גרענעצן געשמוגלט און אױך אין פֿרעמדע לענדער זיך אומגעשלעפּט. ט'איז געװען סאַמע אין ברען פֿון זײן יוגנט. און פֿאַרשטענדלעך, אַז „צו אַכצן יאָר — צו חופּה”, װי ס'איז אָנגעזאָגט און געבאָטן צו מענטשן, װאָס לעבן אין געװײנלעכע אָנגענומענע זיטן און אײַנגעשטעלטן שטײגער, האָט ער שױן ניט אױסגעפֿילט. ער האָט שױן געלעבט און זיך אױפֿגעפֿירט 'װי יענע, װאָס זײַנען אַזױ װײַט פֿון שטײגער, און װאָס קײן שום פֿאַרבאָטן האַלטן זײ ניט אָפּ און שטײען זײ אין װעג ניט... ער האָט עובֿר געװען אױף אַלץ, אױף װאָס פֿאַר אַן עבֿירה נאָר ס'איז אים צו דער האַנט געקומען, ביז די ערגסטע, האַרבסטע, ביז אַזױנע, װאָס ס'איז ניט כּדאַי אַפֿילו פֿאַרן מױל צו ברענגען. *) נידער▯קע שטופֿע. ----------- ▯ ▯ 230 ד ע ר נ ס ת ר ער האָט דעמאָלט אַזױ װײַט געהאַלטן, אַז ער האָט שױן אַפֿילו ניט גע־ דענקט קײן עבֿירות פֿאַר עבֿירות. ער האָט אַלץ געטאָן אַזױ װי אין אומשולד, נישט טראַכטנדיק און נישט געדענקענדיק אַפֿילו דערבײַ, אַז אַנדערע טוען אַנדערש און אַז ער איז נאָר־װאָס אַװעקגעגאַנגען פֿון אַ תּורה, אין װעלכער ער האָט שױן זײער װײַט געהאַלטן, און װאָס זײענדיק און ה▯▯טנדיק זיך בי▯ איר, האָט אים קײנמאָל אױפֿן זינען ניט געקאָנט קומען, אַז אַזױנס, װאָס ער טוט איצט, איז גאָר מעגלעך און איז אין מענטשלעכן גדר. ▯ מיט אײנעם װאָרט, ער איז װײַט פֿאַרגאַנגען, אַזױ װײַט, אַז װען ער האָט אײנמאָל, נאָך זײער אַ שענדלעכער מעשׂה, זיך געכאַפּט, האָט ער די מוטער זײַנע אױף צוריק ביז אין זײן געבורט אַרײַן פֿאַרשאָלטן, און אױף זײַנע ליפּן זײַנען אים געקומען יענע װערטער, מיט װעלכע דער זײדע פֿלעג▯ אים אין דער יוגנט, װען ער פֿלעגט זיך צו אים אַמאָל אין שטוב אַרײַנשטעלן, באַ־ געגענען, — די װערטער: „ממזר”... „ממזר בן הנידה”... יאָ, ער מוז זיך מודה זײן, אַז די גאַנצע יענע צײַט האָט ער כּסדר געפֿילט עפּעס ענלעכס אױף דעם, פֿאַר װאָס דער זײדע זײַנער פֿלעגט, אים דערזעענדיק אַמאָל, אים װי ניט װעלן דערקענען און ניט װיסן, — דאָס מײנט ער דאָס, ▯ װאָס האָט אים מעגלעך געמאַכט מיטאַמאָל אַזױ שאַרף, אַזױ אומגעריכט און אַזױ גװאַלדיק אָן חרטה איבעררײַסן מיט זײן ▯לעם פֿאַרגאַנגענעם, געלערנטן און דערװאָרבענע מידות און אָן שום צער און װײ אױף אָט דעם װילדן װעג פֿאַרקערעװען, — דאַס מײנט ער דאָס, װאָס איז אים געקומען, געװיס, אַדאַנק זײן אָפּשטאַם און געבורט־בלוטן. ער האָט אױך געפֿילט, אַז ער דאַרף מיט עפּעס אָט דעם פֿאַרקערעװע באַרעכטיקן, און באַרעכטיקן קאָן ער אים נאָר דערמיט, װאָס ער װעט װאָס װײַטער, אַלץ מער אין זײן איצטיקער לאַגע זינקען, זינקען ביז אַריבערן האַלדז און אױערן, אַזױ, אַז ער זאָל אַפֿילו ניט געדענ▯קען, אַז ער איז װען אַמאָל גאָר אין אַן אַנדער לאַגע געװען. און אַזױ האָט ער טאַקע געטאָן. ביז... ער האָט זיך געכאַפּט... און אַזױ װי ער װײסט ניט, װי אַזױ ער איז געקומען צו זײן ירידה, װי אַזױ ער האָט פּלוצעם און אומגעריכט פֿאַר זיך אַלײן אַראָפּגענידערט, אַזױ װײסט ער אױך ניט, װי אַזױ ער איז צוריק צו זײן פֿריִערדיקן שטאַנד אַרױף. ער װײסט נאָר, אַז מיטאַמאָל, אין אײנעם אַ טאָג, האָט ער מיט אַלע זײַנע יענע חבֿרים־לײט פֿאַרענדיקט און איז װידער אַרױף אױבן. ער איז געקומען צװישן די זעלבע, פֿון װעלכע ער איז פֿריִער מיט אַ שטיק צײַט גע־ האַט אַװעק, און די גאַנצע צװישן־צײַט, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט, װי ניט געהער צו זײן, זײַנען זײ אים, װי פֿון זינען אַרױס, אָפּגעמעקט געװאָרן. ס'איז אױף אים ניט צו זען געװען קײן פֿלעק, קײן מינע און קײן האַװאַיע פֿון דאָרט, גלײַך ער װאָלט דאָרט גאָר קײנמאָל ניט געװען, גלײַך קײן הײמי־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 1▯2 שער, קײן אײגענער כּמעט, און נישט נאָר קײן פֿרעמדע האָבן דאָס ניט באַמערקט, נאָר אַפֿילו ער אַלײן — ניט. ער האָט גלײַך גענומען רעדן צו די, צו װעלכע ער האָט זיך איצט אומגעקערט, מיטן זעלבן לשון, װי ער האָט גערעדט פֿריִער, אײדער ער האָט זײ פֿאַרלאָזט. אַזױ, אַז קײנער האָט זײן אָפּװעזנהײט פֿון דער צװישן־צײַט נישט חושד געװען און זײן מינדסטע שײַכות-האָבן גאָר צו אַנדערע, צו אַזױנע, װאָס װען מע װײסט, װאָלט מען אים זיכער אױף קײן שװעל ניט געלאָזט און קײן מינדסטע מגע־משׂא מיט אים ניט האָבן. באַזונדערס האָט מען ניט באַמערקט דערפֿאַר, װײל אַז ער האָט זײן קאָמפּאַניע פֿאַרלאָזט, האָט ער זיך ניט אומגעקערט ממש טאַקע אַהין, פֿונװאַנען ער איז, אָפּגײענדיק, צו זײן קאָמפּאַניע אָנגעקומען. נײן, ער האָט אין אַ װילד־ פֿרעמדער שטאָט אױסגעװאַנדערט, זיך אַװעקגעלאָזט, — אין אַן אָרט, װוּ מע קען אים ניט לחלוטין, װוּ קײן סימן פֿון זײן יוגנטלעכער און שפּעטערער פֿאַרגאַנגענהײט איז ניט געװען אױסצוגעפֿינען; און דאָרט, אַזױ װי קײנער האָט ניט געװוּסט פֿון אים, איז ער גלײַך אױפֿגענומען געװאָרן, װי אַ גלײַכער צװישן גלײַכע, װי אַ גוטער לערנער, װאָס האָט זיך נאָך דערצו אױך זײער גוט געהאַלטן, לײַטיש זיך געפֿירט, קײן סימן בײז ניט אַרױסגעװיזן, קײן סימן פֿון אַנדערש דענקען אָדער אַנדערשדיקער אױפֿפֿירונג, אַזױ אַז ס'איז אױך ניט געװען קײן סיבה פֿאַר אַן אַנדער באַציִונג צו אים, װי צו אַלע אַנדערע. ▯ שפּעטער אַ ביסל האָט ער זיך אָבער װידער אַ גליטש געטאָן. ער האָט באַמערקט, אַז אַ מין צו־להכעיס װאַקסט אין אים, װאָס קומט אים אָפֿט צום גאָרגל, װאַרגט אים און צװינגט אים, ער זאָל אַרױס פֿאַר אַלע די, װאָס האַלטן אים פֿאַר אײנעם פֿון זײ אַלע — אַרױס מיט װערטער אָדער מיט מעשׂים קעגן פֿיל פֿון דעם, װאָס פֿון זײ איז אָנגענומען און פֿון דור־דורות פֿאַר ▯ הײליק געהאַלטן. מ'האָט אים, נאַטירלעך, גענומען רודפֿן. ער האָט זיך דערום אױך אױפֿן נײַעם אָרט ניט געהאַלטן. גענומען װאַנדערן, און אומעטום, איבערן זעלבן טעם, אָפּגעשטױסן זיך געפֿילט און אַזױ שטאַרק גערודפֿט, אַז אין אײניקע ערטער איז עס מיט אים דערגאַנגען דערצו, אַז מ'▯▯אָט זיך בנוגע אים גע- שטעלט, װי צו אײנעס אַ פּאַרשױן, אַ שטיק װילדפֿלײש, װי צו אַ מין פֿעלשער און באַטריבער פֿון קהל, װעלכער רײַסט מיט זײן אמונה און גײט איבער צו אַן אַנדערער, און ער באַנוגנט זיך ניט דערמיט, נאָר ער פֿאַרמסרט נאָך די זײן־גלײביקע צו די פֿרעמדע, װען קהל איז דעמאָלט אים „מתיר-דם”, מאַכט זײן בלוט הפֿקר, אַז װער ס'װיל, קאָן מיט אים טאָן, װאָס ער װיל, אַפֿילו ביז הרגענען. יאָ... ס'איז שױן בײַ אים דערגאַנגען אױך ביז מסירה. ער איז פֿאַר כּעס אױך דערגאַנגען דערצו, אַז ער האָט שױן אַמאָל אױך צו אַ גלח אַרײַנגעטראָפֿן ----------- 232 ▯ ד ע ר נ ס ת ר און מיט אים גאָר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט פֿאַרפֿירט. אַזױ, אַז ס'האָט שױן אַפֿילו געהאַלטן דערבײַ, אַז זײן זײדנס מוראס, װאָס איבער זײ ▯▯אָט ער אים ▯ געװאָלט מעביר נחלה זײן, פֿון ירושה אָפּזאָגן, האָבן שױן שיִער ניט געהאַלטן בײַ מקױם װערן. אין דער לעצטער מינוט אָבער האָט ער זיך געכאַפּט און איז פֿון דער־ שרעק אַװעק צום היפּוך: צו גרױסע און צו באַװוּסטע רבײיִשע הױפֿן אין יענער געגנט, װוּ ער האָט זיך דעמאָלט געפֿונען; ער האָט היפּש דאָרט פֿאַר־ בראַכט, געטאָן אַלץ, כּדי צו קאָנען צושטײן צו יענע, װעלכע װאַרעמען זיך ▯ אַרום יענע גלױבנס־פֿײַערן, געװאָלט מיט אַלעמען באַגלײַך זײן, ניט איבער- ▯ צוקלערן און ניט צו באַמערקן דאָס, װאָס קײנע גלױביקע באַמערקן ניט. ער האָט אָבער ניט געקאָנט. ער איז אױך פֿון דאָרט — פֿון אײניקע הױפֿן נאָר מיט בזיון און פֿון אַנדערע נאָך מיט ערגער — פֿאַריאָגט געװאָרן. און אין אַ לעצטן הױף האָט מען אים גאָר פֿאַר אַ משוגענעם געמאַכט. װען ער האָט אײנמאָל דאָרט אַ װילדע עװלה אײַנגעזען, װאָס כּדי צו טאָן דעם רבין ▯ פֿון הױף אַ געזעליקײט, האָבן פֿיל אָנגעזעענע און באַװוּסטע רבנים אַ בפֿירושן דין געפֿעלשט, אים פֿאַרדרײט און אים אױסגעטײַטשט, װי ער האָט זיך בשום־ אופֿן ניט געלאָזט אױסטײַטשן, און אָז ער האָט זיך אַרײַנגעמישט, זיך גע־ שטעלט און מיט טױזנטער ראַיות באַװיזן דעם היפּוך און אַרױסגעפֿירט אױף דער שײן די פֿעלשונג, האָבן די מקורבים, די אײגענע פֿון הױף און פֿון רבין, קײן אַנדער עצה און מיטל ניט געפֿונען, װי נאָר אים פֿאַר משוגע מאַכן. און מע האָט אים טאַקע געמאַכט: ער איז אַ שטיק צײַט אַ געבונדענער, טאַקע װי משוגע, אין אַ פֿינצטערער קאַמער ערגעץ אָפּגעלעגן. ער איז אױך פֿון דאָרט אַװעק. ער איז שױן דעמאָלט עלטער געװען. אָבער קײן שטוב האָט ער זיך ניט געכױט: ניט חתונה געהאַט און קײנע קינדער; יאָ חתונה געהאַט און זיך געגט; פֿאַרשײדענע פּרנסות געהאַט און ןײ אָנ־ געװױרן; פֿאַרשײדענע מלאכות זיך אױסגעלערנט און זײ פֿאַרלאָזט. און װוּנדערלעך, פֿאַר דער גאַנצער צײַט איז אים קײנמאָל אױפֿן געדאַנק ניט געקו▯ען צו ברעכן זײן נדר בנוגע זײן געלט. נאָך מער: ס'איז אים בכלל אױפֿן געדאַנק ניט געקומען, גלײַך ער האָט דאָס גאָרניט געהאַט, ניט פֿאַר־ מאָגט. ▯ ער פֿלעגט דאָס מיט זיך נאָר פֿון שטאָט צו שטאָט אומטראָגן, און װוּ געקומען, פֿלעגט ער דאָס אױף אַ זיכער אָרט אַװעק▯לײגן, באַװאָרענען און שױן — טױט, מער האָט ער דערפֿון ניט געדענקט ,גלײַך װי פֿון אַ זאַך, ▯ װאָס איז גאָר אױף דער װעלט ניט בנמצא. ער האָט די גאַנצע צײַט אױך אַלעמאָל געפּרוּװט זוכן אַן אײנעם, װעמען ער זאָל זיך פֿאַרטרױען, פֿאַר װעמען ער זאָל זיך קאָנען אױסרעדן,▯ אָבער צו װעמען ער אין ניט צוגעגאַנגען, װעמען ער האָט ניט פֿאַרן פֿאַרטרױאונגס־מאַן אױסגעװײלט, איז ער יעדעס מאָל אַװעק פֿון יענעם אַן אַנטױשטער, אַ האַלב־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 233 צעבראָכענער, װײל באַלד נאָך דעם, װי ער האָט נאָר מיט אַ מינדסט װעגן זײן אָפּשטאַם דערמאָנט, אַזױ האָט יענער אױף אים שױן געקוקט װי אױף אַ קרעציקן, װי אױף אַזאַ, װאָס איז אַ געפֿאַר צו שטײן לעבן אים, װאָס מע דאַרף זיך פֿון אים װאָס װײַטער האַלטן און דאָס לײב און די זעל פֿון אים אָפּטראָגן. ער האָט זיך דערום פֿאַרשלאָסן, אָפּגעזונדערט פֿון צו טאָן האָבן מיט װעמען-ניט־איז, און דאָס אײנציקע, װאָס ס▯האָט נאָך װען אין דרין פֿאַר אים אַ שטיק חיות געשטעקט, איז געװען — אַמאָל אין דער שטיל און אַמאָל אין דער הײך זיך אָפּשעלטן. און דעמאָלט איז אים די דריטע שלאַפֿקײט אונטערגעקומען. דאָס מײנט ער אים, יענעם, דעם פּאָרשױן זײַנעם, אַ מין דיכוק, װאָס ער האָט אים אַמאָל בײַ זײן טיש זיצנדיק, בעת אַ סעודה פּראַװען, זיך אַנטקעגן זיצן געטראָפֿן. אַ פּאַרשױן, אַן אָפּגעריסענער, אַ באָרװעסער, װעלכער האָט אים דערמאָנט ▯ אין אײנעם פֿון יענע, מיט װעלכע ער האָט אַמאָל אין זײן הפֿקר־ און ירידה־ צײַט צו טאָן געהאַט. ער האָט זיך אים אומגעריכט באַװיזן, און ער, סרולי, האָט, אים דער־ זעענדיק, זיך די אױגן געריבן, זען, צי זעט ער אים טאַקע באמת. און אַז ער האָט זיך איבערצײַגט, אַז יאָ, האָט ער זיך צוערשט שטאַרק דערשראָקן, ער האָט אױסגעשפּיגן, װי מע שפּײַט אױף אַ שלעכטער אױסװײַזעניש, אָדער נאָך אַ װיסטן חלום. אָבער יענעם האָט דער שפּײַ נישט אױסגעמאַכט, ער איז רויִק געבליבן, װי געװען, די ערשטע מינוטן נאָר געקוקט אױף אים און געשװיגן, דערנאָך שױן מיט אים אױך אַ געשפּרעך פֿאַרפֿירט און פּאַמעלעך־ פּאַמעלעך זיך צו אים אױך אין חבֿרשאַפֿט אײַנגעקױפֿט. פֿון דעמאָלט אָן טרעט יענער ניט אָפּ פֿון אים, האַלט זיך מיט אים אינ־ אײנעם, טײלט מיט אים דאָס גוטע, װי דאָס שלעכטע, און ער, סרולי, איז שױן אַזױ צוגעװױנט צו אים, אַז װען ס'גײט אַװעק אַ צײַט און יענער איז ניטאָ און װײַזט זיך ניט, גײט ער אים שױן אָן, בענקט ער שױן נאָך אים, און פֿאַרקערט, ער, סרולי, זוכט שױן איצט גאָר יענעמס חבֿרשאַפֿט. יענער האָט אים פֿאַר דער צײַט אױף פֿאַרשײדענע געדאַנקען אַרױפ־ געפֿירט, פֿאַרשײדענע זאַכן אים פֿירצונעמען פֿאָרגעלײגט, אַמאָל גלײַכע, אַמאָל קרומע, און אײנער אַ לעצטער געדאַנק זײַנער איז דער, — ער זאָל זיך איצט צו לוזין באַװײַזן און זיך אױסרעדן. פֿאַרשטענדלעך, ער, סרולי, װײסט, אַז ס'איז מער נישט, װי אַ קרענק, און אַז אױף קײן קרענק בױט מען ניט און מע מאַכט דערפֿון קײן װעזן, אָבער איזן איז ער יענעם דאַנקבאַר; דאַנקבאַר דערפֿאַר, װאָס ער האָט אים ניט געלאָזט אַלײן, האָט אים אָפֿט געװעקט, געשטױסן, און דאָס האָט אים גע־ בראַכט דערצו, װאָס ער איז איצט אױך צו אים, צו לוזין, געקומען, װי גע־ ▯ ▯ ----------- 234 ד ע ר נ ס ת ר ▯ זאָגט, אױף זיך אױסרעדן, און דאָס, װאָס ליגט אים אױפֿן האַרצן, אַרױס־ ברענגען, און אים זאָגן פֿאָלגנדיקס: ▯ — ער נײטיקט זיך אין „חיזוק”, אין עמעצנס אָנהאַלט... ס'איז אים שװער אומצוגײן מיט אַ פֿאַרשנורעװעטן בײַטל און נשמה. האָט שױן די ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯ ע▯ ו▯▯▯▯▯ ניט, צוליב װאָס. ער װאָלט דערום געװאָלט לעבן אַ שטאַרקערן פֿון זיך שטײן, ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ װוּהין יענער װעט אים פֿירן — אױף גלױבן, איז אױף גלױבן, אױף נישט — איז נישט, ס'געװענדט זיך אין יענעם. ער פֿילט, אַז אױב נישט, קאָן ער, ▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯ן,▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯י▯▯▯ ▯▯י▯▯ דערלױבט און אױך מתיר־נדר געװען צוליב שיכּרות... ▯ ▼ מיר װעלן זיך דאָ ניט פֿאַרהאַלטן, כּדי אױספֿירלעך צו דערצײלן, װי אַזױ לוזי האָט, נאָך דעם װי ער האָט דאָס אַלץ א▯ױסגעהערט, אױף סרולין געקוקט, װאָס ער האָט אים געענטפֿערט: צי פֿאַרשװיגן, צי געטרײסט, צי אים אַ געװיסע ריכטונג אָנגעװיזן, װי ס'פֿירט זיך אין אַזױנע פֿאַלן. דאָס אַלץ גײט אונדז איצט ניט אָן, און ניט דאָס איז אונדז געװען דער עיקר אינעם אַלעם אױבן דערצײלטן. ס'װעט אונדז גענוג זײן נאָר צו דערמאָנען, אַז באַלד נאָך אָט דעם גע־ שפּרעך, װי די לײענער געדענקען, װען מע האָט נאָך לוזין פֿון משה מאַשבערס עס-שטוב אַ מענטשן אַרײַנגעשיקט, אים רופֿן צו טײ־טרינקען, האָט ער אומ־ געריכט פֿאַר אַלע אין עס־שטוב דעמאָלט צוזאַמען מיט סרולין זיך באַװיזן, װי עפּעס צונױפֿגערעדט, האַלב אײגענע און װי מענטשן צו אײן דעה; אַזױ אַז דער ברודער משה, װי מע געדענקט, האָט דאָס גלײַך באַמערקט און האָט געהאַט דערפֿון גרױס ערגערניש, און דאָס איז אױך מעגלעך אַ שטיק סיבה געװען צו דעם קריג, װאָס איז דערנאָך אױסגעבראָכן צװישן די ברידער, — איז אָט, ראָס געדענקענדיק, װעט מען זיך שױן קאָנען פֿאָרשטעלן און אױך אַ געװיסן סימז האָבן▯ אַז אַלנפֿאַלס, איז סרולי פֿון לוזין גימ אָפּגעשטױסן געװאָרן, װי פֿון אַנדערע, אַז אַ געװיסע טײל מיטגעפֿיל האָט ער בײַ אים זיכער יאָ געפֿונען; אָבער צי האָט ער אים אױף לאַנג צו זיך צוגעבונדן, צי נאָר אױף קורץ, צי אױף אַ גרעסערער װירקונג, צי נאָר אױף אַ דערװײליקער, אױף אַ קלײנער — װעלן מיר שפּעטער זען, און פֿון דער װײַטערער דער־ צײלונג, צו װעלכער מיר קערן זיך גלײַך אום, זיך איבערצײַגן. ----------- ▯1▯ ▯ א ו י▯ ', פ ר עטש יסטער יאָ ריד,, אָן אַנדערשמאָל װאָלט שטאָט פֿון אָט די נײַס פֿיל גערעדט. אַ קלײניקײט! דער באַװוּסטער לוזי מאַשבער, דער, װעלכער האָט געקאָנט זײן דער שטאָלץ און דער מוסטער בײַ יעדער חסידישער עדה, צו װעלכער ער װאָלט צו- געשטאַנען, אַפֿילו צו די פֿאָרנעמסטע און באַװוּסטע, האָט זיך אַזױ אומגעריכט אַ בײג געטאָן און זיך אַראָפּגעלאָזט גאָר צו אַזױנע, װאָס האָבן קײן מינדסטן אָנזען, הן מיט זײער נישטיקער צאָל, הן מיט זײער, מישטײנס־געזאָגט פֿאַר־ נעם, — צו יענע, װאָס קײנער דערמאָנט זײ אַפֿילו ניט, און װען יאָ, איז מיט ביטול און פֿאַראַכטונג, װי פֿאַרשטענדלעך צו אַזױנע, װאָס קהל האָט זיך פֿון זײ אַזױ דערװײַטערט, אַז חסידישן עולם איז כּמעט פֿאַרװערט מיט זײ זיך משדך צו זײן. אַ קלײניקײט — לוזי בײַ די בראַסלעװער! װאָס דאָס האָט אים שױן, צום אַלעמערשטן, געבראַכט מיט זײן ברודער משהן איבערצורײַסן. אַזױ איבעררײַסן, אַז די שטאָט האָט כּמעט קײנמאָל אַזאַ פֿאַל ניט געהערט, אַז אַזױנע ברידער זאָלן זיך אױף אַזאַ ניט־ברידערשן אופּן צעגײן; אױף אַזאַ אופֿן, אַז אײנער, דער ייִנגערער, משה, זאָל דעם עלטערן אַזױ פּוגע בכּבֿוד זײן, און דער עלטערער▯ לוזי, זאָל, פֿון זײן זײט, דעם ייִנגערן אַזאַ ביטערן בזיון אָנטאָן פֿאַר שטוב־אײגענע, פֿאַר פֿרעמדע און פֿאַר גאַנץ שטאָט, װאָס האָט זיך דערנאָך דערװוּסט, זיך געמוזט דערװיסן, און זאָל אים זײן שטוב פֿאַרלאָזן פּלוצעם, אינמיטן בײַנאַכט, װי אײנער, װאָס פֿאַרלאָזט אַ חורבֿה, װעלכע האַלט אָט באַלד בײַם אײַנפֿאַלן. ס'איז דאַך ניט געהערט געװאָרן! דערצו נאָך, װי מע האָט איבערגעגעבן, בשותּפֿות און צוזאַמען מיט יענעם פּאַרשױן, מיט סרולין, װאָס קײנער האָט קײנמאָל קײנעם ניט געזען מיט אים װען־ס'איז־ניט־איז צוזאַמען גײן, אָדער װאָסער▯ניט־איז עסקים האָבן, קײן חבֿרשאַפֿט ניט שליסן און פֿרײנטשאַפֿטלעך ▯ מיט אים אױף קײן אײן סטעזשקע ניט שטײן, און דאָ — נאַ דיר גאָר פּלוצעם אַזאַ זאַך: קורנער ניט און ▯וז▯ יאָ! און נאָך אַזױ נאָענט, אַזױ צוזאַמענ־ געזונגען, אַז לוזי האָט זיך פֿאַר זײן כּבֿוד אײַנגעשטעלט, און דאָס באַלײדיקן אים מצד זײן ברודער משה האָט אים פֿאַר אַן אױסרײד און סיבה געדינט מיטן ברודער זיך צעגײן און מיט סרולין זיך צונױפֿגײן. באַזונדערס װאָלט זיך אַן אַנדערשמאָל שטאָט צערעדט, און איר פֿאַנטאַזיע װאָלט זיך צעשפּילט, געװױר װערנדיק נאָך אַזאַ מעשׂה, װי די מעשׂה מיט סרוליס געלט, װאָס האָט זיך בײַ אים באַװיזן. ▯23 ----------- 236 ד ע ר נ ס ת ר אמת, אױך איצט האָבן די, װעלכע האָבן זיך דערפֿון דערװוּסט, צוערשט זיך ניט געגלײבט. אָבער אַז שלום־אַהרן האָט, שטײענדיק אין טלית־און־ תּפֿילין אין שול, פֿאַר אַן עדה ייִדן, פֿאַר מענטשן, װאָס קענען אים פֿון לאַנג פֿאַר דעם, װאָס ער איז, אַלנפֿאַלס, פֿאַר ניט קײן אױסטראַכטער, קײן ליגנער, — אַז שלום־אַהרן האָט פֿאַר אַן עדה ייִדן אין טלית־און־תּפֿילין שטײענדיק, זיך געשװױרן: „ער זאָל אַזױ זען אַלדאָס גוטס, ער זאָל אַזױ דערלעבן משיחן, װי ער האָט אַלײן געזען בײַ יענעם אַ פּאַק פּאָזיט, אַזאַ, װאָס מע זעט▯ בײַ גרױסע גבֿירים זעלטן, אַזאַ, פֿאַר װעלכן מע װאָלט לױט אים, שלום־אהרנען, אַ האַלבע שטאָט אָרעמע מײדלעך געקאָנט ▯תונה מאַכן”; און בפֿרט נאָך, װען שלום־אַהרן האָט דערצו מיט אַלע פּרטים דערצײלט, װי ▯זױ סרולי איז צו אים אין שענק אַרײַנגעקומען, װיפֿל ער האָט אױסגעטרונקען, און אַז ער האָט די גאַנצע צײַט גערעדט צו זיך אַלײן און אַז ער האָט אַפֿילו בײַ זײן משרת נפֿתּלי חשד אַרױסגערופֿן — האָט שױן קײנער ניט געצװײפֿלט. מע איז די ערשטע מינוטן װי אָן לשון געבליבן, דאָס אױסהערנדיק, דערנאָך האָבן זיך . השערות גענומען שיטן, אײנע אומגעלומפּערטער פֿון דער אַנדערער, אײנע פּאַנטאַסטישער פֿון דער אַנדערער, שטערנס האָבן זיך געקנײטשט, קעפּ זיך געבראָכן, זוכנדיק באַשײד פֿאַר דעם, װאָס קײנער, דער גרעסטער פֿאַנטאַזיאָר אַפֿילו, װאָלט זיך קײנמאָל אַזױנס ניט פֿאָרגעשטעלט, ניט אױסגעפֿאַנטאַזירט. — נאַ דיר גאָר אַזאַ זאַך! אַזאַ פּאַרשױן, װי סרולי, מיט געלט! און מיט נאָך אַ▯ױפֿיל געלט! פֿונװאַנען? פֿון װאָס? װוּ האָט זיך עס צו אים גענומען און פֿאַװואָס האָט קײנער קײנמאָל ביז אַהער אַפֿילו קײן מינדסטע אַנונג ניט געהאַט װעגן דעם?... אַנדערע האָבן זיך אױך געמיט אַרױסצוגעפֿינען אַ געװיסן צוזאַמענחאַנג צװישן די צװײ מעשׂיות — מעשׂה לוזי און מעשׂה סרולי. בפֿו▯ט, אַז אין אײן און דער זעלבער צײַט זײַנען זײ דאָך פֿאָרגעקומען, זיך געטראָפֿן, און אין יענעם ▯ טאָג טאָקע זײַנען זײ זיך צונױפֿגעגאַנגען — האָט דאָס דאָך אַװדאי גערײצט און אין קאָפּ זיך געביסן. אַן אַנדערשמאָל, זאָגן מיר, װאָלט אָט די נײַס שטאָט איבערראַשט. די שטאָט װאָלט פֿון דעם פֿיל גערעדט, דאָס לאַנג אין מױל געקײט, פֿאַרשײדן דאָס דערצײלט און איבערדערצײלט, יעדערער װאָלט עפּעס צוגעלײגט, צו־ געגעבן, דער חידוש װאָלט זיך צעװאַקסן, פֿריִער איבער שטאָט אַלײן און פֿון הױן צו הױז זיך צעגאַנגען, דעדנאָך אַרױס אױך אױסער דער שטאָט, אױף דער גאַנצער געגנט אַרום, ביז אַ האַלב װעלט װאָלט מיט דעם צו טאָן געהאַט און געקלונגען. ▯ יאָ. אַן אַנדערשמאָל. דאָס מאָל אָבער איז די נײַס אינמיטן איבערגעריסן געװאַרן און האָט קײן פֿאַרשפּרײטונג ניט באַקומען, מחמת ס'האָבן זיך דערנעענטערט די טעג פֿון ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 237 גרױסן יאָר־יאַריד „פּרעטשיסטע” — יענער יאַריד, װאָס גאַנץ שטאָט ריכט זיך אַ גאַנץ יאָר אױף אים, און אין די טעג, װאָס פֿאַר אימ▯ װערן אַפֿילו די גרעסטע שולן און קלױזן, װאָס זײַנען שטענדיק געפּאַקט פֿון דאַװנער, שיטער און פּוסטלעך; אַלע אײלן דעמאָלט, מערסטנטײל דאַװנט מען שױן אַפֿילו דעמאָלט אין דער הײם, אַזױ אַז די נעסט פֿון נײַס, די הױפּט־פֿאַרשפּרײטער זײערע, די שולן און קלױזן, האָבן אײַליק און נאָר מיט שפּיצן אױער די נײַס אױפֿגעכאַפּט, האָבן קױם באַװיזן זי אױפֿן צונג צו נעמען, אָבער קײן מעגלעכ־ קײט ניט געהאַט זי איבערצובאַװוּנדערן, פֿון זײער זײט צו איר צוגעבן, צולײגן און אין װײַטערן גאַנג זי לאָזן. קײן צײַט, װײל — „פּרעטשיסטע”. ▼ זאָל אונז דאָ דערלױבט װערן זיך לענגער אָפּשטעלן און זאָגן אױספֿירלעך װעגן „פּרעטשיסטע”, װײל די גרײס און ראָל פֿון דעם יאַריד האָט ניט נאָר פֿאַר די N—ער שטאָטלײַט, נאָר, װי מע װעט זען, אױך פֿאַר אונדז אַ פֿיל גרעסערן אינטערעס און באַטײַט, װי געװײנלעך אַנדערע יאַרידן. פֿאַר אַלעמען האָט די שטאָט דעמאָלט אױסגעזען, װי אַ באַלאַגערונגס־ לאַגער. טױזנטער און איבערטױזנטער פּױערים, שליאַכטע, הענדלער, פּריצים, ליװעראַנטן, ציגײַנער, בעטלער און גנבֿים האָבן זיך אַהין, אין N פֿון נאָענטע, פֿון װײַטע און גאָר װײַטע קרײןן און געגנטן געצױגן — אױף פֿורן, אױף פֿערד— און־װעגעלעך, אױף קאָטשן, קאַרעטעס, רײַטנדיק און אױך צופֿוס גײענדיק. די שטאָט איז געװען צו ענג אױף זײ אַלעמען אַרײַנצונעמען. פֿיל זײַנען דערום געבליבן לאַגערן אַרום דער שטאָט. דער גרױסער רובֿ אָבער, װעמען ס'האָט געגליקט און זיך יאָ אײַנגעגעבן אַרײַן אין שטאָט, האָט פֿאַרנומען: — װוּ אַ פּלאַץ, איז אַ פּלאַץ, װוּ ניט קײן פּלאַץ, איז ניט, און װוּ ס'ניט־איז אױף אַ גאַס, אַ געסל, אַ סיטקע, אָ ליקל, אַבי נאָר אָרט, װוּ פֿורן האָבן זיך געקאָנט ענג אײנס לעבן אַנדערן אױסשטעלן, און מענטשן זאָל שױן ניט האָבן אַפֿילו װוּ זיך דורכצורוקן. אַ טאָג פֿריִער פֿאַרן יאַריד, האָבן זיך אַרײַנגעצױגן אין N פֿון אַלע שליאַכן, װעגן און ראָגאַטקעס פּױערשע פֿורן מיט אָפּגעשניטענעס פֿון פֿעלד, מיט אָפּגעריסענעם פֿון סאָד און גאָרטן און אױך מיט אױסגעהאָדעװעטע שטוב־ און פֿעלד־בעלי־חי — װער מיט אַ קו צום װאָגן צוגעבונדן, װער מיט אַ קעלבל — אונטערן װאָגן, װער מיט אַ לאָשעקל, לעבן די פֿערד לױפֿנדיק, און װער ס'האָט געהאַט אַ חזירל אָדער עטלעכע אױפֿן װאָגן אין אַ זאַק ליגן און קװיטשען. טױזנטער קולות האָבן זיך געהערט, װען דאָס אַלץ איז, פֿון אַלע זײַטן אָנקומענדיק, אין שטאָט זיך צוזאַמענגעפֿאָרן: אַ מעקען פֿון קי, װעלכע זײַנען ----------- ▯ 238 ד ע ר נ ס ת ר פֿון זײערע הײמישע שטאַלן און טשערעדעס אַרױסגעריסן געװאָרן, אַ הירזשען פֿון יונג־פֿערד און לאָשעקלעך, נישט געװױנטע צו רעש און ענגשאַפֿט פֿון שטאָט, אַ קװיטשערײַ פֿון חזירים, װעלכע האָבן זיך פֿאַרשײדן אױף די געמבעס געריסן, װי פֿאַרן קױלען, פֿאַרן שעכטן. ▯ דער טומל אױסערגעװײנלעך — פֿון אַלעם דעם, װאָס איז אין שטאָט פֿון אױסן געבראַכט געװאָרן אױף דאָ אָפּצוזעצן און פֿאַרקױפֿן, און פֿאַרן געלט, װאָס אי▯▯אָפּגעלײזט געװאָרן, טאַקע באַלד דאָ אױפֿן אָרט אױסגעגעבן צו װערן, כּדי שטאָטישע זאַכן אײנצוחאַנדלען, װי ביליקן צעלניק, רימערײ־ און גע־ שפּאַן־זאַכן, קלײדער, שיך, טוך, טיכלעך, שאַלן פֿאַר מענער, קינדער, דער- הױפּט אָבער פֿאַר פּױערשע פֿרױען און טעכטער, פֿאַר װעלכע די שטאָט האָט זיך געפֿלײַסט און זײער געשמאַק, זײער באַליבטע שטאָף־מוסטערן און פֿאַרבן געקאָנט, געװוּסט און אױסגעלערנט. דאָס געזעמל, װי פֿון אַ געװיסער, באַזונדערס אױף די „טאָרהאָװיצעס”, אױף די יאַריד־פּלעצער, װוּ פֿערד און קי זײַנען פֿאַרקױפֿט און אײנגע־ האַנדלט געװאָרן; דאָרט, װוּהין ליװעראַנטן האָבן גאַנצע פּאַרטיעס פֿערד געבראַכט: בעסערע — פֿאַר פּריצים, געמײנערע — פֿאַר שליאַכטע — און דאָרט זײ אױסגעפּרוּװט, די קונים זײער גאַנג און לױף־פֿײיִקײט צו באַװײַזן; דאָרט, װוּ גאַנצע טעג האָבן בײַטשן גענאַקט, פֿערד זײַנען, צו שטריק גע־ בונדן, אין אַ קרײַז אָדער ניט אין קײן קרײַז אומגעלאָפֿן, און עולם, גרױסער עולם, סײַ קױפֿער סײַ גלאַט נײַגעריקע, האָבן באַשעפֿטיקט אָדער לײדיק־ גײעריש יענע קרײַזן אַרומגעשטעלט. דאָרט אױך ציגײַנער מיט פּױערשע פֿערד האָבן מיט קנאַקנדיקן לשון און מיט שװינדל־קאָמפּאַניעס די פּױערים געװאָלט נאַרן, און יענע האָבן זיך ניט געלאָזט, ניט גלײבנדיק און גוט קענענדיק די ציגײַנער. זײ, די פּױערים, האָבן שעהן־לאַנג זיך געדונגען, לאַנג זיך רעדלעכװײַז געישובט, פֿיל מאָל דעם האַנדל באַקוקט און אים אױסגעפּרוּװט, און לסוף דאָך געהאַנדלט און זיך אױך — אַמאָל מער, אַמאָל װײניקער, — טאַקע אַרײַנגענאַרט. אױף די תּבֿואה־מאַרקן האָבן מערסטן ייִדן געהאַנדלט, געשװיצט און גע־ שװינדלט. יעדער האָט זײַנע פֿון לאַנג באַקאַנטע פּױערים אָפּגעזוכט און מיט זײ געװײנלעך געשעפֿט געשלאָסן — װײניקער לױנבאַר, נאַטירלעך, פֿאַרן פֿאַרקױפֿער, מער פֿאַרן אײַנקױפֿער, אָבער דאָך אין דער מאָס און אין דער גרענעץ פֿון לױנבאַרקײט, װײל פֿאָרט האָט מען דאָ צו טאָן מיט באַקאַנטע, מיט לאַנגיאָריקע קונים. פֿאַרשטענדלעך אָבער, ▯אַז מיט ניט־באַקאַנטע, מיט צופֿעליקע קונים, איז מען זיך שױן אַ ביסל ערגער באַגאַנגען און פֿיל מער געשװינדלט. דאָרט האָט מען געקאָנט זען, װי לעבן תּבֿואה־װאָגנס, פֿון היפּשע קרײַזן פּױערים אַרומגערינגלט, װעגט מען תּבֿואה, אין גרױסע זעק און לאַנטעכער, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 239 געבראַכט פֿון פּױערשער הײם אָדער פֿון װײַטע פּריצישע עקאָנאָמיעס. די פּריצישע עקאָנאָמען אָדער די פּױערים — די אײגנטימער פֿון דער תּבֿואה, זײַנען מיט קלאָרן חשבון געקומען, מיט געװיסער צאָל און מאָס: אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל מעסטלעך, קאָרעץ... און װי אַזױ אונטער די הענט, אָט דאָ טאַקע, אױף דער װאָג ליגנדיק, און בײַ זײ אױף די אױגן, װערט בײַ זײ זײער אײגנטום אָדער דאָס אײגנטום פֿון זײערע באַלעבאַטים, די פּריצים, אײַנגעשרומפּן, און דאָס קומט פֿאָר אַדאַנק דעם, װײל דער קױפֿער פֿון דער תּבֿואה פֿעלשט, שטעלט אונטער אַ פֿוס אונטער דער װאָג, שטעלט זײן לעבן אײן אין קאָן, װײל אױב מע װאָלט דערזען, איז ער מיט לײב־און־לעבן ניט זיכער און מיט קײן גאַנצן אבֿר װאָלט ער שױן ניט אַרױס פֿון קרײַז. בײדע שװיצן, סײַ דער קױפֿער, װײל אַנגסט און טױט־שרעק האָבן זיך אים אין שװײס פֿאַרװאַנדלט, סײַ אױך די פֿאַרקױפֿער, װײל זײ שטײען געפּלעפֿט, חידושן זיך, װוּנדערן זיך, קאָנען בשום־אופֿן ניט גלײבן, אַז זײ האָבן, אין דער הײם װעגנדיק, אַזאַ גראָבן טעות געהאַט, צוזעענדיק, װי אַ שטיק חשבון און פֿאַרמעגן גליטשט זיך זײ פֿון די הענט אַרױס, און זײ קאָנען זיך גאָרניט העלפֿן, װײל װאָס קאָן מען מאַכן, אַז װאָג איז דאָך פֿאָרט װאָג?... אַזױ די קלײנע הענדלער, מערסטנטײל אָרעמע איבערקױפֿער, אַזױ אָבער אױך דער גרױסער רובֿ ציגײַנער, ליװעראַנטן, ביז פּריצים אַפֿילו, װאָס זײ אַלײן שטײען װי פֿון װײַטן, מישן זיך, כּלומרשט, װײניק אינעם פֿאַרהאַנדלען דאָס, װאָס זײ האָבן אַהער אױפֿן יאַריד געבראַכט פֿון פֿערד, פֿלאַקס, תּבֿואה־ מוסטערן אין טיכלעך אײַנגעבונדן, כּדי גרױסע פּאַרטיעס אױף דער בירזשע צו פֿאַרקױפֿן. אָבער דערפֿאַר טוען די פֿאַרטרעטער ןײערע — זײערע אָנגע־ שטעלטע, פֿאַרװאַלטערס און עקאָנאָמען — דאָס ,װאָס לאָזט זיך טאָן אין אַזױנע פֿאַלן, אין אַזױנע גרױסע יאַרידים, בעתן היציקן האַנדל, װען דער טומל איז גרױס און די לופֿט פֿול מיט שװינדל. ▯ אױך גנביס, פּשוטע קעשענע▯לײט, שטײען דעמאָלט ניט אָפּ, טוען זײער זאַך, װי די „מלאכה” און די הײסע צײַט פֿאָדערט. צו די הײמישע, שטאָטישע גנבֿים קומען דעמאָלט אָן פֿון אַלע עקן, פֿון װײַטע קרײַזן אַהער זיך צוגע־ שטעלט, אױך פֿרעמדע — פֿלינקע הענט, גאָלדענע פֿינגער, זשװאַװע שלעפּער, דרײען זיך צװישן פֿערד־און־װאָגן, דאָרט, װוּ ענג, װוּ אַ ▯געזעמל, רײַבן זיך אין געדיכטעניש, רײַבן זיך ניט אומזיסט, נוצן אױס די קענטעניש, כּדי זיך צו דער צײַט װאָס גיכער אָפּטראָגן און זיך אַרױסרוקן, און אױך, װען זײ האָבן די צײַט, די רעכטע צײַט פֿאַרשפּעטיקט און זײ װערן געפּאַקט — נוצן זײ אױס די קענטעניש אַזױ, אַז זײ זאָלן געשלאָגן װערן נישט אין די ערטער, װוּ די שלעגער װילן, נאָר אין יענע, װוּ זײ לױנט, װוּ ס'װעט זײ אַמ־ װינציקסטן שאַטן, זײ זאָלן אַרױס אָן אַ מום און זײ זאָלן די „אַרבעט”- פֿײיִקײטן אױף אַ לאַנגער צײַט ניט פֿאַרלירן. ----------- 240 ד ע ר נ ס ת ר אָט אַזױ, װער ס'נאַרט גרױס, װער קלײן, װער ס'גנבֿעט מער, װער — ▯ װײניקער. אָכער ס'מאַכט ניט: גנבֿה איז גנבֿה, און יאַריד בלײַבט יאַריד, און פֿון מאָל צו מאָל פֿאַרגעסט מען, װײל דאָס לעבן און די נױט אין שטאָט־ און דאָרף־פֿאַרקער װערט פֿון דער גענאַרערײַ ניט מינדער — אין געװײנלעכע ▯אַריד־טעג, בפֿרט „פּרעטשיסטע”. סוף־כּל־סוף איז דאָך „פּרעטשיסטע”, אױסער אַ יאַריד — אױך אַ שטיק יום־טובֿ פֿאַר אַלעמען — פֿאַר פּױערים, װאָס נאָכן האַנדל פֿאַרברענגט מען אין די שענקען. אַנדערע, װעלכע די שענקען קאָנען שױן ניט אַרײַננעמען, טרינקען אַלײן, אָדער צוזאַמען מיט באַקאַנטע פֿון אײגענע און נאָענטע דערפֿער אין דרױסן, אונטערן הימל ,אױף די גאַסן, אױף די הױפֿן, אױף די פּלעצער — אױף די װאָגנס, אָדער אױף דער ערד אױסגעזעצטע, אױסגעלײגטע אױך אונט▯▯ . ו▯▯▯ פֿױערשע ▯ױען, װאָ▯ תּמיד ▯ױפֿן יאַריד טוען ▯יד מיט עפּעס באַנײען: מיט אַ פֿאַרביק טיכל, פֿאַרטעך, קלײדל, שטיװל א. אַז. װ.; פֿאַר קינדער, װאָס װערן אַמאָל מיטגענומען — אַ היטל, די גרײס װעדליק פֿאַרן טאַטן, אױפֿן קלײנעם קעפּל, אָנצוטאָן, מיט אַ גרױסן דענעק און לאַקירע־ נעם דאַשעק, װאָס מע זעט דערפֿון די װעלט ניט אַרױס, און דאָך איז דאָס אָנגעטאָן, און טאַטע־מאַמע שפּיגלען זיך און זײַנען צופֿרידן... נישט געקוקט אױף דער גענאַרערײַ, פֿאַרגינט זיך דאָך דער גרױסער פּױערשער עולם אױפֿן יאַריד דעמאָלט אַ ביסל פֿון דאָרפֿישן שטאַרק שפּאָר- זאַמען גדר אַרױסצוגײן, און אױסער ד▯י געבראַכטע מאכלים פֿון דער הײם — ברױט, חזיר — װערט דעמאָלט אױך אַ מין שטאָט־מאכל מיט גרױס גיריקײט געפּרוּװט, װי אַ האַלב־װײַסע בולקע; אַמאָל, פֿאַר װײַבער און קינדער — אַ קרענצל האַרטע בײגל, האַרט װי שטײן פֿון ▯אַ ▯גאַנץ יאָר זון אום זומער, און װינטער אױפֿן פֿראָסט אױסגעטריקנט, װעלכע זײַנען בײַ די ברױט־שטעלן גע־ האַנגען, ביז זײ האָבן זיך אױפֿן יאַריד אױסגעװאַרט. ס'װערט אַפֿילו אַמאָל אַ צוקערקע אײַנגעקױפֿט, הערינג, קװאַס און אַנדערע שטאָט־זאַכן; אױך פֿרוכטן, װעלכע װערן אין דאָרף ניט געזען, װי קאַװענעס, װאָס גרױס און קלײן, — פּױערים, פּױערשע פֿרױען און קינדער, — זופּן פֿון זײ די זיסע יושקע מיט פֿאַרגעניגן און האָבן פֿון זײ דערנאָך די פּנימער, די נעז ביז די אױגן נאַס און קלעפּיק. אַזױ דער פּשוטער עולם. די מער פֿאַרמעגלעכע פֿאַרברענגען בײַ בעסער פֿאַרגרײטע מאכלים פֿון פֿישן, פֿלײשן און אַלערלײ געזאַלצנס אױף שענקערשע טישן, מיט משקה און מיט הױכן געזאַנג דערצו. די שענקען דעמאָלט איבערפֿו▯ט. טיש און בענק באַזעצט מיט פֿאַרמעג־ לעכע פּױערים, מיט פּױערשע װײַבער, װאָס די פּנימער זײַנען שױן בײַ זײ רױט ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 241 פֿון געטראַנק. בײַ די פּױערים — די מאַרינאַרקעס שױן צעשפּיליעט ,און בײַ די פּױערטעס — די קאָפּטיכלעך צעבונדן, און מע רעדט, מע שרײַט אַלע אינאײנעם, און מע הערט שױן ניט אײנער דעם צװײטן, און אינמיטן גערײד און געזאַנג קושט מען זיך, און די קולות און די געדעמפֿטע לופֿט פֿון שענק לאָזט זיך שױן אױף היפּש װײַטער פֿון שענק אַרױספֿילן... דאָרט, אין די ביליקע שענקען — פּױערים. אױף אַ שטאַפּל העכער, װי אין שלום־אַהרנס װײנשענק — שליאַכטעס, שױן בעלנים אױף װײן, אױף פֿײַנערע משקאות, אױך אױף אײדעלע מאכלים, אױף בעסערער געזעלשאַפֿט און מער לײַטישער באַדינונג. דאַן, אין די פּריצישע אכסניות, אין די בעסערע אײַנפֿאָר־הײַזער, װוּ ס'שטײען אײן נאָר גוטבאַזיצער, ביז די הי־קאַנטישע גראַפֿן און פֿירשטן אַפֿילו, אין יענע אײנפֿאָרן װערן דעמאָלט געבראַכט מיטיקן, אין די בעסט־מעגלעכע קיכן באַשטעלט, און פֿונעם באַװוּסטן „גן־עדן”־קלײטעלע, װי מע פֿלעגט דאָס קלײטעלע רופֿן אין N, װערט צוגע▯טעלט אַזױנס, װאָס די שטאָט, די רײַכסטע אַפֿילו, פֿאַ▯רגינען זיך דאָס קײנמאָל, װײל יענע זאַכן זײַנען פֿאַרגרײט און באַשטימט נאָר פֿאַר פּריצים, װעלכע מע האָט אַ גאַנץ יאָר אין זינען. דאָרט, אין יענע אכסניות, זײַנען אָפֿט נאָכן געשעפֿט-טאָג אױך פֿאַר־ שײדענע הוליאַנקעס אײנ▯▯עאָרדנט געװאָרן, װאָס פֿון יאָר צו יאָר האָבן זײ פּריצים פֿאַרגעדענקט, און אױפֿן צװײטן יאָר „פּרעטשיסטע” האָבן זיך פּריצים װידער אַהין פֿאַרזאַמלט און װידער די זעלבע און ענלעכע אײַנגעאָרדנט. טישן האָבן זיך געבראָכן. די אײגנטימער פֿון „גן־עדן” האָבן זיך געמיט און פֿון בעסטע היגע און אױסלענדישע מאַרקעס װײנען פֿאַר יענע טעג, פֿאַר די שטענדיקע באַשטעלער אױסבאַהאַלטן: בעסטע פֿרוכטן, אַזש פֿון די װײַט־ סטע ערטער פֿון היגן לאַנד, דאַן — פֿון פֿרעמד, אַזש פֿון טערקײַ א. אַ., פֿרישע און געטריקנטע; בעסטע פֿישן און געזאַלצנס, — און די װענט פֿון יענע אכסניות האָבן אין די אָװנטן אױף יענע הוליאַנקעס געזען אַזױנס, אַזאַ פֿאַר- שװענדערישקײט און פּריציש־פֿירשטלעכע פֿאַרגינערײ, װאָס אַ גאַנץ יאָר, בײַ אַנדערע אײנשטײער, אַװדאי און געװיס קײנמאָל. דאָס איז עלטערע פּריצים. אָפּגערעדט שױן פֿון ייִנגערע, װען זײ פֿלעגן זיך אַמאָל אַן ענגערע קאָמפּאַניע פֿאַרזאַמלען, אָן פֿרעמדע אױגן און אָן דער אָנװעזנהײט פֿון אַזױנע, װאָס קאָנען זײ פֿאַר זײערע עלטערן אָדער פֿאַר זײערע אָפּעקונעס צוקלאָגן. דאָרט אין אַזאַ־אָ קאָמפּאַניע איז שױן אָפֿט אָפּגעטאָן געװאָרן אַזױנס און געהוליעט געװאָרן אױף אַזאַ אופֿן, װי נאָר אין די אױס- לאַנדס האָבן זײ זיך אױפֿגעפֿירט, — אין יענע שטעט און ערטער, װוּ יונגע פּריצים, גרעפֿישע זינדלעך פֿלעגן געשיקט װערן, כּלומרשט, זיך לערנען, און אין דער אמתן, כּדי זײערע משוגענע יונגע טעג און די גרױסע, בירושה זײ אױסגעפֿאַלענע, קאַפּיטאַלן אױסברענגען. ----------- 242 ד ע ר נ ס ת ר אָט פֿונזײערטװעגן האָבן זיך אין דער צײַט פֿון יאַריד אַ גרױסער שטאַט, — פֿאַר אַלעמען, אײגענע מענ▯שן, געמיט, מענטשן, װעלכע זײַנען פֿון זײערע הײמען ,פֿון זײערע עלטערן זײ נאָכגעשיקט געװאָרן, זײ אין װעג צו באַדינען; און אױך געװיסע שטאָט-לײט, מיני פֿינצטערע▯ בײַ די װענט זיך רירנדיקע פּאַרשױנען, װי געלט־ און עבֿירה־מעקלער, װאָס דורך זײ איז אַלץ צו זײערע יאַרידישע פֿאַרגעניגנס צוגעשטעלט געװאָרן, אַלץ, װאָס האָט זיך זײ פֿאַר־ גלוסט, אַלץ, װאָס אין זײער צעהיצטער פֿאַנטאַזיע איז אױפֿגעקומען. אָנ־ הײבנדיק פֿון אױסגעלאַסענער שיכּרות און ענדיקנדיק מיט יענע סאָרטן פֿרױען, היגע, און אױך אַנדערע, ספּעציעל אױפֿן יאַריד פֿון ערגעץ אַנדערש אַראָפּגע־ בראַכט אָהער, אין די פּאָר שאַנדהײזער, װאָס האָבן זיך אין שטאָט געפֿונען, און װאָס ספּעציעל צוליב זײ, צוליב די פּריצימס זינדלעך, זײַנען יענע פֿרױ▯ן גאַנצע טשערעדעסװײז פֿון די אײגנטימער פֿון די הײַזלעך אין באָד אַרײַן געטריבן געװאָרן, זײ זאָלן אױסזען פֿריש, נאָר־װאָס פֿון געװעש, און אױך אױפֿן בעסטן איפֿן ▯ געקלײדט און אױסגעפּוצט, װי ס'פּאַסט פֿאַר אַזױנע אױסטערלישע געסט און פֿאַלן... ▯ אַןױ — פּריצים. שטאָט־לײט אָבער, װי סוחרים, הענדלער, היגע, אױך לאַנד־סוחרים, לאַנד־ מעקלער, אָנגעפֿאָרענע אױף קױפֿן, פֿאַרקױפֿן, מעקלערן און נאַרײַען, — אָט די אַלע זײַנען יענע טעג שטאַרק ▯▯אַשעפֿטיקט געװען פֿון פֿיל האַװען און אומשמײען, יעדערער לױט זײן גראַד, ד. ה. לױט דעם פֿאַרמעג, װאָס ער האָט געהאַט אין סחורה, האַנדל אַרײַנצולײגן, אָדער פֿון האַנדל, סחורה אַרױס▯▯▯ צונעמען. יענע טעג האָט מען אײַלנדיק געגעסן און אױף גיך געדאַװנט, װײניק אָדער כּמעט גאָרנישט ניט געלערנט. ביז די רבנים אַפֿילו, װאָס אױך זײ האָבן דעמאָלט פֿיל צו טאָן געהאַט — פֿיל סוחרישע שותפֿותן און סכסוכים אױס־ צוגלײַכן; ביז דעם גרעסטן, אָנגעזעענסטן רבֿ, דעם באַװוּסטן ר, דודין, װאָס אױך ער האָט דעמאָלט קײן צײַט געהאַט, װײל צו אים, באַזונדערס דאָך צו אים, האָבן זיך פֿיל סוחרים געצױגן און מיט שטאַרק פֿאַרדרײטע, פֿאַר־ פּלאָנטערטע לאַנגאָניקע לאָדענישן זיך געװענדט; און דערום אױך בײַ אים, װי בײַ אַלע רבנים, דעמאָלט יאַריד, אױף װעלכן זײ האָבן אַ גאַנץ יאָר אַרױס־ געקוקט. און אין זײער רבנים־בודזשעט האָבן זיך יענע טעג געלאָזט פֿילן צום גוטן מיט די דין־תּורה־געלט און רבנישן קורטאַזש, װאָס זײ פֿלעגן יענע טעג אַרײַנקריגן. , מיט אײן װאָרט, אַלע, אַלע דעמאָלט פֿאַרנומען, פֿאַרהאַװעט, פֿאַרשװיצט— ערשטנס, פֿונעם יאַריד אַלײן, דערצו נאָך פֿון דער הײסער, תּמיד גליִענדיקער זון פֿון אלול, פֿון יענעם הײסן חודש, װען דער יאַריד פֿלעגט פֿאָרקומען. ▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯24 ▯ די לופֿט פֿול מיט ריחות פֿון סװיטעס און שאָפֿן-פּעלץ, מיט מענטשלעכן און פֿערדישן שװײס, מיט ריחות פֿון שױן איבערגעטריקנטע ך▯ייִ, שטרױ, תבווּח, פֿלאַקס, האָניק און פֿרוכטן; מיט קולות פֿון אַלע די, װאָס האָבן אױף זײערע היגע און געבראַבטע סחורות אױסגערופֿן, װעלבע האָבן זיך געהערט אױף די מאַרקן, אױף די האַנדל▯ און יאַריד־פּלעצער, בײַ די בײז▯לעך, בײַ די שטעלן און שטעלעכלעך, אױף אַלע גאַסן; קולות אױך פֿון די, װאָס האָבן געהאַט זײערע סחורות אױף דער ערד ליגן, װי טעפּערס, באָנדער, סטעלמאַכס און רימער; קולות פֿון בײַטשן-געקנאַק און אױסגעשרײען בײַם פֿערד־יאָגן און אױספּרוּװן ▯ געשרײען, געװײנען, װען עמעצער איז באַגנבעט געװאַרן, װען מע האָט יאָ געפּאַקט און פֿאַרהאַלטן דעם גנכ, אָדער אױך װען ניט — געשרײען און קולות: קולות פֿון שיכורים פֿון שענקען אַרױס; קולות פֿון ▯ קריגערײַען, געשלעגן און שװינדלערישער שפֿע אױפֿן יאַריד. דאָס אַלץ צוזאַמענגעמישט האָט געהודעט, אין לופֿט זיך געהערט, װי אַ טומל פֿון אַ מאַסע הרעבליעס, װעלכע האָבן זיך אָפּגעריסן און אין אַ פֿאַר־ פֿלײצנדיקן שטראָם אַװעק. אַ קולות־געמיש פֿון פֿי▯ עופֿות און מענטשן; אַ געמיש פֿון קריגערײַ, גערײד און געשלעג, ביז דעם געזאַנג פֿון די פֿאָלקס- זינגער, באַנדוריסטן, װאָס אױך ז▯י פֿלעגן זיך אױפֿן יאַריד צושטעלן, און װאָס אױף יעדער גאַס, װוּ גרױסע מאַסן גײען פֿאַרבײַ, האָט מען זײ געקאָנט זען זיצן אױף די ראָגן, אײנציקע אָדער מערסטנטײל גאַנצע גרופּעס, װעלכע אײנער אָדער אַ פּאָר זעענדיקע פֿלעגן זײ באַז▯ינען, זײ פֿירן, ברענגען און אַװעקפֿירן. זײ, די זינגער, פֿלעגן זיצן אױף דער ערד אױ▯געזעצט, די פֿיס ▯▯ונטער זיך, די לירע־באַנדורע מיט די לינקע הענט צום לײב געטוליעט, און מיט ▯▯י רעכטע די שפּיל-קאָרבעס געדרײט. דערבײַ מיט שטאַרק צעעפֿנטע און צע- קרימטע מײַלער געזונגען, מיט די בלינדע אָדער גאָר אױסגערונענע שװאַרצ־ אַפּלען אױף אַרום, װי צו דער זון, פֿאַרריסן. זײ האָבן געשפּילט און מיט זײערע אַלט▯קאָזאַקישע, טשומאָקישע, טרױעריקע פֿאָלקס-לידער רחמנות גע- װעקט בײַ דעם אַרום־שטײענדיקן עולם, באַזונדערס ב▯י פֿרױען טרערן אַרױס- רופֿן, און דערפֿאַר זײַנען זײ באַלױנט געװאָרן אַמאָל מיט אַ דאָרן בײגל צוגעװאָרפֿן, מיט װאָס־ניט־איז פֿון עסנװאַרג, און אױך װען־ניט▯װען מיט אַ קלײנער מטבע אין אַ בלינדן כעטלער▯היטל שטיל אַרײנגעלײגט▯ יאָ, אױך זײ, די באַנדוריסטן אױפֿן יאַריד, און אױך בײַ זײ, בײַ די פֿאָלקס־ זינגער, דעמאָלט פֿאַרדינסט־צײַט, און פֿיל צוהערער און אױערן אױף זײ צו חערן. ▼ ----------- ▯ 244 ד ע ר נ ס ת ר ▯ ▯ אַזױ אַלע „פֿרעטשיסטע”. דאָס יאָר אָבער, װעגן װעלכן מיר רעדן דאָ, האָט זיך דער יאַריד גע־ שטעלט אין טרױער. שױן פֿון מיטן זומער האָט די שטאָט געהערט טרױעריקע קלאַנגען זיך דערטראָגן פֿון דאָרף, פֿון אַלע דערפֿער פֿון דער געגנט אַרום, אַז אַזױ װי פֿון פֿרילינג אָן איז קײן רעגן, דער▯ואַרט מען, װאָס מע דערװאַרט פֿון אַזאַ זאַך — אַ צרה, אַ טריקעניש. ריכטיק. יענעם זומער האָט זיך װי דער הימל געשלאָסן. פּױערים האָבן זיך די אױגן אױסגעקוקט, מיט איקאָנעס, מיט צלמים, מיט גלחים און געזאַנגען אַרום די פֿעלדער גלײביקע געבעט־צוגן אײַנגעאָרדנט און געפּראַװעט — און ס'האָט ניט געהאָלפֿן: ס'גראָז אױף די לאָנקעס, די תּבֿואה אױפֿן פֿעלד ברענט. אָבער דער יאַריד האָט זיך דאָן▯ געשטעלט. װי שלעכט די אױסזיכטן זײַנען ניט געװען, װי שאָקלדיק און קריכיק דער באָדן פֿאַרן יאַריד, און װי פֿון דער נאַטור באַעװלהט און באַלײדיקט דער פּױער איז אױפֿן יאַריד ניט גע־ קומען, — דאָך איז ער געקומען. פֿון דער נאָענט און פֿון װײַט, פֿון אַלע װעגן און שליאַכן, װער מיט מער אַ ביסל, װער מיט װײניקער, װער מיט גאָר װײניק, אָבער דאָך מיט עפּעס, און פֿון אָט די אַלע ביסלעך און עפּעסן איז דער טומל, װי אַלעמאָל, גרױס געװען, און פֿאַר די, װאָס האָבן אים דאָס ערשטע מאָל געזען, ניט צו דערקענען, אַז ער איז װען אַמאָל געװען אָדער געקאָנט זײן אַן אַנדערער. דאָס פֿאַר פֿרעמדע. אײגענע אָבער, אוממיטלבאַרע פֿאַראינטערעסירטע, האָבן די ענדערונג ▯ דאָס יאָר פֿון אַלע יאָרן גוט געפֿילט. פֿאַר אַלעמען, די קלײנע איבערקױפֿער, װאָס אַז זײ זײַנען צוגעקומען צום פּױערשן װאָגן און אין אים אַרײַנגעקוקט, האָבן ▯ייִ אים געטראָפֿן אױף האַלב און דרײ פֿערטל אַ לײדיקן, און אױף דער האַלב אָדער פֿערטל, װאָס פֿול, האָט איצט דער פּױער שטאַרק געציטערט און געװאָלט אױסשלאָגן און אַרױסבאַקומען דאָס, װאָס אַן אַנדערשמאָל פֿאַר אַ גאַנצן. אַלנפֿאַלס יענע הרחבהדיקע גוטמוטיקײט פֿונעם פּױער, װאָס װען ס'איז אים אױפֿגעלײגט און װען ער האָט אַ סך, איז דאָס מאָל זיכער בײַ אים ניט געװען צו באַגעגענען. פֿאַרקערט, ער איז בײזלעך געװען, אָנגעדרודלט, און אַ האַלב־ברוגזער, נישט פֿאַרגינערישער בליק האָט אַרױסגעקוקט פֿון אונטער זײן דאַשעק. מע האָט מיט אים לאַנג באַדאַרפֿט טענהן, לאַנג אײַנרעדן, ער זאָל פֿאַר־ קױפֿן צו דער פּרײַז, װאָס איז איצט אין שטאָט אָפֿגעשטעלט פֿאַר זײַנע גע־ בראַכטע זאַכן. ער האָט זיך ניט געלאָזט, ניט געװאָלט די סחורה פֿון די הענט אַרױסגעלאָזן, זי געריסן בײַם קױפֿער אױף צוריק, זיך געבײזערט, געמײנט, די ערשטע קונים, װאָס זײַנען צו אים געקומען קױפֿן, דורכלאָזן, איבערװאַרטן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אָ ש ב ▯ ר 245 אױב מעגלעך, — אױך דעם ערשטן טאָג, װאָס ער איז, װי אים האָט אױס־ געזען, נישט גינסטיק, און מעגלעך בײַ אַנדערע קױפֿער, מעגלעך מאָרגן, װעט ער, נאָכן פֿעסטן האַלטן זיך און באַשטײן אױף זײַנעם, די פֿרײזן אַרױפֿציִען. דאָס איז אָבער ניט געשען: אױך אַנדערע, אױך שפּעטערע קונים האָבן מער ניט פֿאָרגעלײגט, און ער איז געװען געצװוּנגען אױף דער ערשט▯ געשטעלטער פּרײַז צו פֿאַרקױפֿן. װײל איבערקױפֿערס האָבן זיך דעמאָלט געלאָזט אױף אַזױנס, װאָס אין נאָרמאַלע צײַטן פּראַקטיקירט זיך צװישן זײ זעלטן. דהײַנו, אױף יד-אַחת, ד. ה., װען אױפֿן װוּנק פֿונעם ערשטן איבערקױפֿער, װעלכער איז צום פּױער צוגעטראָטן און מיט אים משׂא־מתן פֿאַרפֿירט, האָבן אַלע איבעריקע אײנ▯ קױפֿער, װאָס זײַנען דערנאָך צוגעגאַנגען און װאָס אַן אַנדערשמאָל פֿלעגן זײ אײנס בײַ דאָס אַנדערע פֿון די הענט און פֿון אונטער דער נאָז אַרױסרײטן, ▯ מוסיף זײן אױף דעם פּרײַז און אױסדינגען — דאָס מאָל האָבן זײ אײן האַנט געמאַכט, און אַן עקשן אַ פּױער האָט שױן אַ גאַנצן טאָג דעמאָלט געקאָנט אָפּשטײן און אױף דער געשטעלטער פּרײַז פֿון ערשטן איז אים פֿאַר דער גאַנצער צײַט פֿון קײנעם קײן גאָרנישט, קײן גראָשן נישט געהעכערט געװאָו▯ן. דער פּױער איז, װי פֿאַר אַן אײַזערנער װאַנט פֿון פֿעסט־צונױפֿגערערטע לײט געשטאַנען, און, זעענדיק, אַז ער װעט שױן דאָ מיט זײן גרעסטער עקשנװ▯ גאָרניט פּועלן, איז ער געצװוּנגען געװען אָפּצוטרעטן, נאָכצוגעבן א▯ן געמוזט פֿאַרקױפֿן פֿאַר האַלב, װי ער האָט זיך אָפּגעשטעלט און בײַ זיך אין קאָפּ גערעכנט. אַזױ געמײנע פּױערים — פֿאַרביטערט פֿונעם װײניק, װאָס זײ האָבן גע־ בראַכט, און די, װאָס מער, די מער פֿאַרמעגלעכע, האָט מען אױף אַנדערע אופֿנים גענאַרט — אין װאָג, אין מאָס, אין חשבון, אױף װעלכן זײ זײַנען געװען שװאַך, און װאָס אין אַן אַנדער יאָר, בײַ מער ▯עגלעכקײטן אָרנטלעכער זיך אױסצוהאַנדלען▯ האָט מען אָט דאָס מיטל — גראָב אין חשבון דעם פּױער צו נאַרן — ניט אַזױ אָפֿט און ניט אַזױ גײַציק אױסגענוצט. אַזױ, אַז אױך די פֿאַרמעגלעכע האָבן װײניק גרונט געהאַט צו פֿרײען זיך איבעריק און צו האָבן נחת פֿונעם יאַריד. אָפּגערעדט שױן פֿון גאָר גרױסע, װי ליװעראַנטן, למשל, װאָס זײַנען אױפֿן יאַריד מיט גאַנצע טאַבונעס פֿערד געקומען, װאָס האָבן זײ געטריבן פֿון װײַט, געדונגענע מענטשן געהאַט אױף אַכטונג צו געבן אױף זײ, זײ צו האָדעװען און זײ צו האַלטן אינעם געהעריקן גלאַנץ און פּוץ, װי פֿערד דאַרפֿן אױסזען בײַם קומען אױפֿן יאַריד, — די ליװעראַנטן, װאָס האָבן געהאַנדלט גרױס און אױסגעשטעלט מיט גאָר אױס־ גענומענע פֿערד אױף פּריצים, אױף שליאַכטע, און מיט װײניקער אױסגע▯ שפּילטע — אױף געמײנערע קונים, — זײַנען דאָס מאָל מיט די אַרױסגעפֿירטע פֿערד געבליבן, װי נאָר אױף אַן אױסשטעלונג, נאָר אױף זײ באַװײַזן; װײל ▯ ----------- 246 ד ע ר נ ס ת ר קױפֿער, בעלנים קנאַפּ, מחמת די פּרײַזן ניט צוטריטלעך און פֿאַר קײנעמס ▯▯▯▯▯מ▯▯▯▯י▯▯▯י▯ו▯▯ן▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ אױגן זײַנען געקראָכן פֿון קאָפּ פֿון װעלן און פֿון באַגער צו קױפֿן. ליװעראַנטן האָבן געברענט. די פֿערד־פּלעץ, די „טאָרהאָװיצעס” האָבן דאָס מאָל פֿון פֿערד־אױספּרוּװן און פֿון בײַטשן־קנאַק ניט געהילכט, ניט פֿוז הױכן האַנדל, װי צװישן ליװעראַנטן, ניט פֿון קלאַפּן זיך אין די הענט מיט קונים — און פֿון גרױס צרות האָבן זיך שױן גרױסע קאָמפּאַניעס זײערע אין ▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ן▯▯ ▯▯▯י▯▯▯▯▯▯ן ▯▯ו▯ר▯▯▯ ▯▯ לײדיק שטײן, אַלײן נאָר צוליב װאָס־ניט־איז און אַבי װעלכן נאָר האַנדל. אױך מיט ▯פּריצים, לאַנד־גראַפֿן און פֿירשטלעכע זינדלעך, װאָס פֿלעגן ▯▯▯ו▯▯▯▯, ▯▯▯▯▯ן▯▯ ▯▯▯▯ו▯▯י▯▯▯▯▯▯ י▯נ▯▯ ן, צו זײן דערבײַ, מער אָבער בײַ עפּעס אַנדערש, — בײַ הוליען און אױסברענגען דאָס באַקומענע און אָפּגעלײזטע — אױך מיט זײ, מיט פּריצים, לאַנד־גראַפֿן א. אַ. דאָס מאָל ניט פֿרײלעך. קײן מוסטערן פֿון גרױסע פּאַרטיעס תּבֿואה האָט מען איצט ניט מיט־ געבראַכט, װײל נישט געװען, װײל אַן אומגערעטעניש. און לאַנד־סוחרים, הערנדיק פֿון װײַט, װאָס דאָ אין געגנט טוט זיך, האָבן זיך דאָס מאָל פֿון אױפֿן יאַריד צו פֿאָרן אָפּגעהאַלטן; און די, װאָס זײַנען יאָ געקומען, האָבן זיך ניט איבעריק געאײַלט, האָבן זיך לאַנג געישובט אַפֿילו דאָס יאָ מעגלעכע אײנ־ צוקױפֿן, מורא האָבנדיק, ערשטנס, פֿאַר דער ריזיקע פֿון די צו הױכע פּרײַזן, און, צװײטנס, אױך פֿאַר קאָנקורענץ: טאָמער װעלן אַנדערע סוהרים פֿון אַנדערע געגנטן, װיסנדיק דעם יקרות פֿון הי, שפּעטער אַהער פֿון יענע מער געראָטענע געגנטן מיט מער ביליקע תבווּת אונטערקומען און זײ װעלן זײ ▯ שטאַרק ניזוקן. בײַ די פּריצים איז געלט דעמאָלט געװען װײניק, כּמעט נישט, און די, װאָס האָבן אױף זײ אַרױסגעקוקט, ד. ה. די, װאָס האָבן מיט זײ דאָס גאַנצע יאָר געהאַנדלט, זײ געלט געליִען, מיטן מײן איצט, אױפֿן יאַריד, דאָס צוריק אַרױסבאַקומען, זײַנען געבליבן גענאַרט. אײניקע, דו, װאָס האָבן זײ דורך מעקלערס געליִען, האָבן די מעקלערס געשיקט, און יענע זײַנען צוריק געקומען האַלב־בלאַסע, אָפֿט אַרױסגעטריבענע פֿון אױפֿגערעגטע און צערײצטע פּריצים, װעלכע האָבן זײ אַפֿילו אױף דער שװעל ניט געלאָזט. אַנדערע װידער, װאָס זײַנען אַלײן געגאַנגען, האָבן אױך ניט בעסער אָפּגעשניטן, און פֿון שװערער פּריצישער לאַגע אַפֿילו מיט קײן ▯▯וט װאָרט, אַפֿילו מיט קײן צוזאָג אױף שפּעטער נישט אַהײם געקומען. ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 247 פֿאַרשטענדלעך, אַז בעל־הלװוּת האָבן — צי זײ װילן, צי זײ װילן ניט — דעם שטילן צײַטװײַליקן פּריצישן באַנקראָט געמוזט אַר▯פּשלינגען, װײל קײן ברירה, װײל אַנדערש טאָן, — ד. ה. װען פּריצים האָבן איצט ניט צו צאָלן, גלײַך די װעקסלען אין גאַנג לאָזן, — האָבן בעל־הלװוּת געװוּסט, איז קײן גאַנג ניט, אַזױ טוט מען ניט, װײל אַזױ װעלן זײ אױף אײביק שױן מיט יענעם מוזן אײַנרײַסן, אױף קײנמאָל מיט זײ מער שױן קײן געשעפֿט ניט מאַכן. אַזױ האָט דאָס יאָר געטראָפֿן כּמעט מיט אַלע ,און נאַטירלעך, אױך מיט משה מאַשבער, װײל װאָס איז ער פֿאַר אַן אױסנאַם? נאָך מער: נישט גענוג, װאָס פּריצים האָבן די אַלטע הלװוּת נישט געצאָלט, זײַנען זײ נאָך, װי ס'איז פֿאָרױסצוזען געװען, געצװוּנגען געװען פֿאַרשאַפֿן זיך נײַע, זיך געלאָזט אױף שלעכטע באַדינגונגען, אױף הױכע פּראָצענטן, װיכטיקע שטיקער אײגנטום צו פֿאַרזעצן, אַבי עטװאָס געלט אַרײַנצובאַקומען, כּדי ניט צו דערלאָזן זיך אײנשרומפּן און פֿון פּריצישע באַדערפֿענישן זיך אָפּןאָגן. פּריצים — סײַ קלײן סײַ גרעסער — האָבן דעמאָלט אין גרױס נױט געשטעקט, און בײַ די, צו װעמען זײ װענדן זיך כּסדר אין אַזױנע פֿאַלן — צו ש▯אָטישע געלט־קאָנטאָרן און בעל־הלװוּת — זײַנען די הענט געװען גע־ בונדן, אַפֿילו בײַ זײער בעסטן װילן, זײ, די פּריצים, מיט װעלכע זײ האָבן כּסדר געשעפֿט געמאַכט, אַרױסצוהעלפֿן. דערצו נאָך איז אױסער יענער נױט בײַ פּריצים, דאָס מאָל נאָך אַ ספּע־ ציעלע געװען, מחמת אײנער אַ געשעענער מעשׂה אױפֿן יאַריד, װאָס אַלע, דער גרעסטער טײל פּריצים, די מערסטע אָנגעזעענסטע, רײַכסטע, צוזאַמען מיט די לאַנד־גראַפֿן און פֿירשטלעכע זין זײַנען געװען פֿאַרמישט אין איר; אַ מעשׂה, װאָס האָט געשמעקט מיט גרױסע אומאָנגענעמלעכקײטן פֿאַר פּריצים, פֿיל װאָלטן פֿון איר געװען געליטן, װײל ס'איז געגאַנגען אין מלוכה-פֿאַרראַט און געדראָעט מיט סיביר, מיט קײטן, פֿאַרשיקונג און קאָנפֿיסקירונג פֿון פֿאַר- מעגן, און אפֿשר נאָך ערגער... ס'רעדט זיך דאָך דאָ פֿון די (▯▯־ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, פֿון די יאָרן, װאָס אָקאָרשט נאָר־װאָס נאָכן פּױלישן אױפֿשטאַנד פֿונעם באַװוּסטן ▯▯טן; פֿון דעמאָלט, װען אַ גרױסער טײל פּריצים, אַפֿילו פֿון אונדזער געגנט, װעגן װעלכן מיר רעדן דאָ, װאָס באָטש ער איז געלעגן אַ ביסל אין אַ זײט פֿון גרױסע געשעענישן, װאָס כאָטש װײניק האָבן אין יענעם אױפֿשטאַנד אוממיטלבאַרן אָנטײל גענומען, װײל ניט דאָרט, אין יענער געגנט, די שלאַכט־ פּונקטן, אָבער מיטגעפֿיל צו דער קעגן־מלובה־באַװעגונג האָבן זײ דאָך אַרױס- געװיזן — מיט געלט, מיט פֿאַרשײדענע אַרטן שטיצע, װי שפּיאָנאַזש און אױסבאַהאַלטן נאָכן בראָך פֿונעם אױפֿשטאַנד דעם, װאָס מע האָט ניט געטאָרט אױסבאַהאַלטן, א. אַז. װ. ▯ ----------- 248 ד ע ר נ ס ת ר אײניקע, די מער פֿאָרזיכטיקע און װײניקער רײַכע, האָבן נאָכן אױפֿשטאַנד זיך געזען צופּאַסן. זײ האָבן אַראָפּגעשלונגען דאָס, װאָס געמוזט, װי עקלדיק פֿעטס אױף אַ רפֿואה, האָבן אױף זיך אַ מאַסקע אָנגעצױגן, זיך כּלומרשט אונטערגעגעבן, און אין דער שטיל, צװישן אײגענע, בײַ פֿאַרמאַכטע טירן, אין ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ע▯▯▯▯▯▯▯▯, ▯ע▯▯ױמט אַנדערע, די מער רײַכערע, האָבן קײן געדולד געהאַט, האָבן זײערע מאַיאָנטקעס פֿאַרקױפֿט, געלט צונױפֿגעשלאָגן און פֿאַר גרױס צער, נישט קענענדיק צוזען דאָס נײַע, ערגעץ אין די אױסלאַנדס זיך איבערגעקליבן. װידער אַנדערע, אױך רײַכע, אָבער גרױס האָנאָרעװאַטע, װאָס די טאַטעס און זײדעס ירושה, — זײערע ערדן, נחלאות און מאַיאָנטקעס ▯ זײַנען זײ אַזױ טײַער געװען אױף ניט קענען זיך מיט זײ צעשײדן, זײַנען אױף די ערטער געבליבן, זײַנען אָפֿן, נאַטירלעך, ניט אַרױסגעטראָטן, אָבער װער ס'האָט באַ־ דאַרפֿט װיסן, האָט געװוּסט, אַז יעדערער פֿון זײ, פֿון אָט יענע, טראָגט פֿײַער אונטער די פּאָלעס, גיפֿט און שנאה צו אַלעם דעם, װאָס האָט זײ אַזױ װײ געטאָן, אַזאַ אַנגסט פֿאַרשאַפֿט דערמיט, װאָס האָט בײַ זײ, כּלומרשט, זײערע דורותדיקע רעכט גערױבט אױף צו הערשן און געװעלטיקן אױפֿן גאָרן פֿאָלקס־ לײב און אײגנטום. ▯ די מאַכט האָט זײ דערום גוט נאָכגעקוקט, זײ אין אױג געהאַט, װי װײַט נאָר געקאָנט די אױפֿזיכט איבער זײ פֿאַרשטאַרקט, און כּדי זײ נאָכקוקן און ▯אַלע זײערע מחשבֿות און געהײמע גענג זיך דערװיסן, האָט זי צװישן זײ אײגענע איבערגעקױפֿטע מענטשן אַרײַנגערוקט, אָפֿט טאַקע פֿון זײער אײגענער סבֿיבֿה, זיך אױסשפּירער אײַנגעהאַנדלט, אײַנגעשאַפֿט — ז▯ד אױף געטרײַ־ שאַפֿט און ז▯י אױף פֿאַרראַט. איז אָט, איז דעמאָלט געשען: מיר װײסן ניט, צי פֿאַר גרױס צרות, װאָס בײַ די פּריצים זײַנען אױפֿן יאַריד די געשעפֿטן געגאַנגען שלעכט, צי פֿאַר אַנגסט און אומאָנגענעמלעכקײט, װאָס, זײ צום בזיון, האָבן זיך ניט געקאָנט אױסדרײען, ניט געהאַט מיט װאָס די פֿאַראַיאָריקע חובֿות צו צאָלן און נאָך געמוזט נײַע הלװוּת אײַנשאַפֿן, און ס'איז זײ ניט גרינג אָנגעקומען, און דער־ פֿאַר סריצים אױפֿן האַרצן ניט גוט, און זײ האָבן זיך געװאָלט צעשטרײען. מעגלעך אָבער אױך, אַז נישט דערפֿאַר, נאָר בכלל האָבן זיך פּריצים אָפּגערעדט אַ גרױסן הוליע טאָן — או▯ אױף אײנעם אַן אױפֿדערנאַכט דאָס באַשטימט. ס'האָבן אָנטײל גענומען: פֿאַר אַלעמען, יונגע לעב־בחורים, אױך עלטערע, פֿאַרזעסענע, אַזױנע, װאָס װעלן קײנמאָל ניט חתונה האָבן, צי מחמת געװיסע קראַנקהײטן, װאָס זײ האָבן באַװיזן אין דער יוגנט אַרײַנכאַפּן און אױף דער עלטער שױז צו פֿױלן, צי אַזױ גלאַט, איבער פּריצישע קאַפּריזן און מאַנקאָליעס, פֿאַרזעסענע. ----------- ד י מש פּ ח ה מ אַ ש▯ב ע ר 249 ס'האָב אָנטײל גענומען אױך אַזױנע, װאָס אין דער הײם האַלטן זײ שטאַט, האָבן פֿאַמיליעס און פֿירן אַ לעבן, װי דער שטײגער פֿאָדערט, נאָר יעדעס מאָל, קומענדיק אױפֿן יאַריד, דערלױבט מען זיך אַזױנס, װאָס אין דער הײס, איבער געװיסע טעמים, קײנמאָל. דער הױפּט־טאָנגעבער אָבער אױף יענעם אָװנט פֿאָרט די יונגע, און זײ האָבן דאָס אױף זיך גענומען, און דורך זײערע באַדינער, װאָס זײ האָבן מיט זיך פֿון זײערע טאַטישע הײמען מיטגעבראַכט, איז באָפֿױלן געװאָרן, אױס־ צופֿילן דאָס, װאָס ס'האָט זיך געפֿאָדערט; און מיט אַ היפּשער גרופּע פֿינצטערע מעקלער און מעקלערלעך איז פֿון יענער זײט טירן (װײל אין שטוב האָט מען מיט אַזױנע ניט געהאַנדלט) אָפּגערעדט געװען, װאָס מע האָט באַדאַרפֿט אָפּ־ ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ע▯ר▯▯▯▯▯־▯▯▯ ון ן ▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯יר▯ ▯ ס'האָבן זיך באַדאַרפֿט טישן ברעכן פֿון דעם, װאָס ס'פֿאָדערט זיך פֿאַר אַזו▯נע הױכע געסט און געניסער ־▯— פֿון עסן און טרינקען, און אױך מיט פֿינצטערע מעקלער פֿון שאַנד־ און עבֿירה־הײַזער איז אָפּגערעדט געװען, און יענע זײַנען יענעם טאָג שטאַרק פֿאַרפּאַליעט אומגעלאָפֿן, און זײ, פֿון זײער זײט, האָבן זיך מיט אונדזער באַקאַנטער פּערעלע דער מעקלערין צונױפֿגע־ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ע▯ן▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯י▯▯▯▯▯ה▯ ▯▯▯ : , ▯ הוליאַנקע, אױף שפּעט, װען פּריצים װעלן זיו אין זײערע באַזונדערע צימערן צעגײן. פֿאָרקומען האָט דאָס באַדאַרפֿט בײַ נתן־נאָטען אין אײנפֿאָר▯הױז, אין אײנעם פֿון די בעסטע, פֿאַרהעלטניסמעסיק פֿאָרנעמסטע, דאָרט, װוּ ס'פֿלעגן ▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯ר ר▯י▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯פ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯י▯▯▯ גובערניע▯שטאָט אױף אַ היגן משפּט, אַקציזניקעס, רעװיזאָרן א. אַז. װ. די צימערן זײַנען דערום מעבלירט געװען פֿײַנער, װי אין אַנדערע אײנ־ פֿאָר־הײַזער. בענקלעו און קאַנאַפּעס מיט טשעכאָלן, דילן מיט טעפּיכלעו, מיט פּאָרטרעטן פֿון גענעראַלן אױף די װענט אין יעדן צימער, און אין אײנעם אַ גרױסן עס־צימער, — אױסגערעבנט דערױף, װען אַ גרױסע קאָמ־ פּאַניע װעט צוזאַמען עסן, ס'זאָל זײ אין אײן צימער צו אײן טיש דערלאַנגט װערן ▯▯ דאָרט, אין יענעם צימער אױך אַ קײסער־פּאָרטרעט, אין דער קרױן, צו קאָראָנאַציע, — אַ ביליק־פֿאַרביקער לובאָק אױף שטײַף גלאַזירט פּאַפּיר, װי יענער סאָרט אַלע אַזױנע פּאָרטרעטן, װאָס װערן אױף אַלע מאַרקן אין גרױסן ----------- ▯25 ז▯ער נסתר טיראַזש פֿאַרקױפֿט פֿאַר קלײן געלט און צום פּאַטריאָטישן אָפּגעשטאַנענעם ▯▯▯ י▯▯▯▯▯ ▯ ▯ איז פֿון מיט סטעליע אַראָפּגעהאַנגען. ▯ װױ▯ן▯▯▯▯ ▯▯▯י▯▯נ▯▯▯ן▯נ▯▯▯ ▯▯ ▯▯▯ה▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯ ער האָט געהאַט אין אַ באַזונדערן צימער אָנגעגרײט, אױסער ▯.ענע ,װאָס ער ▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯י▯▯▯▯▯▯ ו ר פֿון ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ פֿאַרנומען אַ פֿולן באַזונדערן צימער ערגעץ אין עק אײַנפֿאָר־הױז און האָבז ▯נ▯▯ ▯ ▯▯ ▯▯▯י▯▯▯ו▯ ▯ה▯▯,ז▯▯ע▯▯▯▯ױ▯▯▯ אי דאָס אױך זעלטן, צו טאָן געהאַט; אָבער פֿילנדיק זײ, האָנ▯ ער געשפּיגן, ▯ און װען ער האָט דערזען די טיר פֿון יענעם צימער זיך עפֿענען און אַ קאָפּ, אַ קערפּער פֿון אײנער פֿון יענע זיך אַרױסרוקן, האָט עס אים געערגערט. עו האָט זײ, כּלומרשט, נישט באַמערקט, פֿאַרבײַגעלאָפֿן און זיך ני▯▯ זעענדיק גע־ מאַבט, נאָר אין האַרצן האָט ער געזיפֿצט: אַ ברירה האָט מ▯ן? װאָס טוט ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 251 מען דען ניט צוליב פּרנסה? בפֿרט, אַז מע האָט צו טאָן מיט אַזױנע, װאָס אָפּזאָגן זײ איז געפֿערלעך, און ניט נאָכגעבן איז גאָר ניט שײך. װײל ריכטיק: נתן-נאָטע האָט דאָס מאָל צו טאָן געהאַט מיטן אמתן בלומען־קראַנץ, מיטן אמתן אױסגעכאָליעטן און אױסגעלאַסענעם, װאָס נאָר פּריצים קאָנען פֿון זיך אַרױסגעבן. פֿאַר אַלעמען, מיט אַזאַ, למשל, װי מיטן אײנציקסטן זון פֿונעם באַ־ װוּסטן אין דער גאַנצער געגנט אַלטן גראַף קאָזעראָגע, װאָס איז גענוג געװען צו קענען דעם אַלטן, מע זאָל שױן װיסן, װער דער זו▯ איז. דער אַלטער אַלײן איז שױן נישט געװען. אָבער לעגענדעס האָבן זיך װעגן אים געטראָגן אײנע משונהדיקער פֿון דער אַנדערער. װי, למשל, װעגן זײן לײרנשאַפֿט פֿאַרשײדענע פּאָרצעלײַענע כּלים צו זאַמלען. גאַנצע צימערן האָט ער געהאַט אױסגעשטעלט און אָנגעהאַטעט פֿון פֿאַרשײדענע טײ־שעלעכ־ לעך, טעצלעך, טאַצן, װאַזעס, בילרער פֿון פּאָרצעלײ, פֿון פֿאַרשײדענע גרױסן, װאָס ער האָט פֿון פֿאַרשײדענע לענדער זיך אײַנגעשאַפֿט און אױסגעשריבן. איז דאָס אים װײניק, האָט ער געהאַט אַ צװײטע לײַדנשאַפֿט — צו רױכער־ ליולקעס, װאָס אױך מיט זײ האָט ער גאַנצע צימערן פֿאַרװאַלגערט, די װענט באַהאַנגען, ביז דער סטעליע אַרױף און ביז דעם פּאָל אונטן — פֿון לײם, פֿון האָלץ, פֿון בורשטין, פֿון אַלערלײ לענדער אײַנגעהאַנדלט, פֿון הי, פֿון פּערסיע, טערקײַ, אַזש פֿון װענעציע, און פֿון אַלע אַנדערע רוחות ליולקעס. דאַן מטבעות, און דװ▯א, האָט מען דערצײלט, פֿון פֿאַר דעם אַלטן קריסטוס, אױסגעגראָבענע, אָפּגעריבענע, שױן קײן אותיות נישט צו דערקענען און פֿאַרן ברײטן עולם קײן װערט, און ער, דער אַלטער קאָזעראָגע, האָט זיך אין זײ געקאָכעט ביז משוגעת, ביז אָפּגעבן אַ האַלבן מאַיאָנטעק פֿאַר אײנעם אַמאָל אַן אַנטיקל, װאָס אין די גרעסטע װעלט־מוזײען איז דאָס אַ חידוש, אַן אױסנאַם און בכלל ניט בנמצא. איז מילא, אָט די אַלע לײַדנשאַפֿטן און קאַפּריזן נאָך צו דערלײַדן. כאָטש פּריצישע, אָבער פֿאָרט מענטשלעכע. אָבער אױף ז▯ער עלטער איז שױן דער אַלטער גאָר דול געװאָרן, און ער האָט פֿריִער גענומען זאַמלען כאַלאַטן פֿון גאָר דער װעלט, דערנאָך גאָר לעבעדיקע באַשעפֿענישן, װי פֿאַרשײדענע קריפּלען, קאַליקעס, קאַרליקעס פֿון מענלעכן געשלעכט, פֿון װײַבלעכן גע־ שלעבט, קלײנע, פּיצלעך, באַנומענע, מיט אַלט־געלע פּנימער און מיט קנײטשן. איז דאָס אים װײניק געװען נאָך אַלײן דאַס זאַמלען, איז אים אײַנגעפֿאַלן זײ אַלע חתונה צו מאַכן און צו פּאָרן, און — „פֿע, פּע” — האָט מען זיך דער־ צײלט און געשפּיגן, —▯ און אױף די חתונות האָט ער גרױס געהוליעט, און אַ השׂגה האָט ער געתאַט, אַז ער מיט די געסט זאָלן נאָך בײַזײַן בײַ דעם, װאָס ס'קומט פֿאָר נאָך דער חתונה... טאַקע שטײן, צוקוקן און משוגע-שיכּור דער- בײַ, ביז בױך־שטעכעניש, זיך קאַטשען פֿון געלעכטער. ▯ ----------- 252 ד ע ר נ ס ת ר ▯▯ אַ סוף האָט ער געהאַט אַ ביטערן. בעתן אױפֿשטאַנד האָט ער אַלײן קײן אָנטײל ניט גענומען, װײל אַלט און װײַט פֿון שלאַכטן. נאָר דאָס מױל האָט ער ניט געהאַלטן, און די מאַכט, װאָס האַט גוט אַזױנע דעמאָלט נאָכ־ געשפּירט, האָט געװוּסט, װי ער האַלט; מחמת אַ מינהג האָט ער זיך געמאַכט, אַז יעדעס מאָל, װען אַ פֿאָרשטײער פֿון דער מאַכט האָט אים באַזוכט אין זײן שלאָס, האָט ער זיך יעדעס מאָל קראַנק געמאַכט און באַפֿױלן דעם פֿאָר־ שטײַער צו זיך אין שלאָפֿצימער ב▯▯ענגען, און יענער האָט אים יעדעס מאָל געטראָפֿן, כּלומרשט, אַ שלאָפֿעדיקן, צו דער װאַנט אױסגעקערעװעט, און תּמיד מיט אַ נאַקעטן, װי הײסט מען דאָס, מיט דעם אומאָנשטענדיקן טײל קערפּער הױל, נישט צוגעדעקט. ער האָט זיך יעדעס מאָל בײַ יענעמס אַרײנ־ קומען װי אױפֿגעכאַפּט און זיך כּלומרשט אַנטשולדיקט, אָבער װיסן האָט מען געװוּסט, אַז דאָס איז גאָר ניט אומגערן. דאָס מאַכט ער אומיסטן און דעמאָנסטרירט דערמיט זײן באַציִונג און אומערע צו דער מאַכט. ס'איז דערגאַנגען דערצו, װאָס פֿריִער האָט ער אַזױ קלענערע רוסישע באַאַמטע אױפֿגענומען, דערנאָך גרעסערע און נאָך גרעסערע, ביז מ'האָט זיך דערפֿון גאָר אין די הױכע פֿענצטער דערװוּסט, און דער סוף איז געװען, ▯ אַז װען ער האָט דאָס זעלבע נאָך פֿאַר אַ גרױסן מיליטערישן מאַן געמאַכט, װעלכער איז פֿאַרבײַ אונדזער געגנט, פֿאַרבײַ זײן מאַיאָנטעק, מיט אַ מיליטער־ טײל דורכגעגאַנגען, האָט זיך יענער שטאַרק באַלײדיקט, און אױף אײגענער אַחריות, זיך בײַ קײנעם ניט אָנפֿרעגנדיק, אָךער אפֿשר ניט אױף אײגענער, אפֿשר האָט ער אױף דערױף פֿון דער הײך אַ װוּנק, אַ דערלױבעניש באָ־ קומען, — נאָר דער סוף איז געװען, אַז מע האָט אים, דעם אַלטן, מיוחסדיקן, װילד־חשובֿן פּױלישן אַלטן גראַף קאָזעראָגע איבער דעם זעלבן אָפּגענאַקעטן טײל, איבערן הױלן, געשמיסן, פּשוט, װי ער האָט אָפֿט זײַנע געװײנלעכע אומבאַשיצטע פּױערים, װען מע האָט זײ די הױזן אַראָפּגעלאָזט, און ער זײ — אױפֿן רוקן, אים אָבער, װײל אַן אַלטער — אױפֿן װײכן... ▯ דער אַלטער האָט דאָס ניט אױסגעהאַלטן, און נאָך די שמיץ איז ער שױן פֿון בעט ניט אַראָפּ, די גאַנצע צײַט פֿון נאָך יענער מעשׂה אָן קײנעם, אַפֿילו קײן אײגענע, אױסער זײן באַדינער, ניט צוגעלאָזט, אָבער אױך אים, דעם באַדינער, אין פּנים ניט געקוקט: די גאַנצע צײַט מיטן פּנים צו דער װאַנט, מיטן רוקן צום צימער געלעגן, װײל ער האָט די בושה ניט געקאָנט איבער־ טראָגן, און אַזױ, אַן אױסגעקערעװעטער, זײן גרעפֿישע נשמה אָפּגעבן. דער יונגער גראַף, דער אײנציקער זון און יורש זײַנער, האָט זיך פֿון דער יוגנט אָן אין אױסלאַנד אױפֿגעהאַלטן, אין אַ בעלגישן ליעזש אָדער אין אַ שװײצאַרישער לאָזאַנע געלערנט, געשטודירט, כּלומרשט, און אין דער אמתן, איז גענוג געװען נאָר אַ קוק צו טאָן אױף אים, כּדי צו זען און זיך איבערצײַגן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 253 װוּ דער יונג האַלט און װאָס פֿאָר אַ לײט ס'װעט פֿון דעם פּאַרשױן גאָר אינגיכן װערן. ער איז נאָך קײן דרײַסיק ניט אַלט געװען, און דאָס פּנים שױן בלאַס אָפּגעצערט, קײן טראָפּן בלוט, און ס'האָט זיך געדאַכט, אַז מיט אָפֿענע אױגן שלאָפֿט ער. ער פֿלעגט טאַקע אַלעמאָל אינדערפֿרי, װען דער הײמישער ראַזירער פֿלעגט צו אים קומען אים אױף צום טאָג צו פּוצן און אַרומראַזירן, אינמיטן ראַזירן אײַנגעשלאָפֿן װערן, מיטאַמאָל דעם קאָפּ פֿאַרלירן, און ער האָט טאַקע ניט אײן מאָל דעמאַלט אינמיטן גאָלן אַ שניט געכאַפּט. ער איז שױן אױף האַלב אױסגעבײַטלט געװען, גײַסטלעך און קערפּערלעך. מילא, גײַסטלעך האָט ער סײַ־װי ניט געהאַט װאָס צו פֿאַרלירן, װײל גאָר קײן איבעריקס האָט ער פֿון זינט ער לעבט נישט געהאַט און בירושה נישט באַ־ קומען. נאָר קערפּערלעך האָט ער שױן מיט די פֿיס געשאַרפּעט, באַלד▯באַלד, האָט מען געזען (מע האָט קײן גרױסער װײַסער און קײן דאָקטער ניט באַדאַרפֿט זײן דרױף), װעלן אים די פֿיס אױפֿהערן דינען, דאָס לשון, װאָס איז אים שױן אַזױ אױך געװען האַלב געלעגערט, װעט אים באַלד אָפּנעמען, דאָס ביסל זכּרון, װאָס האָט זיך אים אַזױ אױך געפּלאָנטערט, װעט זיך אױסלעשן, און אַזאַ פּאַרשױן װעט באַלד מיט פֿאַרגלײזטע אריגן און מיט שטענדיק רינענ־ ▯יקער סלינע פֿון אײן זײט מױל, אין בעט בלײַבן ליגן ,אָדער א▯ן בעסטן פֿאַל, װעט מען אים נאָך קאָנען אױף אַ קראַנקן־װעגעלע מיט װײבע רעדעלעך אַרומפֿירן, װי ס'איז טאַקע מיט אים אין דער אמתן, אין די נאָענטסטע יאָרן געשען. דערװײל איז ער נאָך אומגעגאַנגען, דערװײל האָט נאָך אין אים אַ געװיס ביסל נשאר געצאַנקט. דערצו דער אײנציקער יורש פֿונעם אַלטן גראַף, מיט די הונדערטער דערפֿער, מאַיאָנטקעס, ביר־ברױערײַען, גוראַלניעס, עקאָ־ נאָמיעס און אַנדערע רײַכקײטן, ךואָס ער האָט ניט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זײ, װי מיט זיך און מיט זײן שױן האַלב־דורכגעלעבטער און אָפּגעברענטער צײַט, או▯ מיט אַלץ, װאַס איז איס שױן צוריק געקראָכן. דערװײל איז ער נאָך געװען ער, מיטן פּריצישן פּוץ, דער רײבסטער פֿון אַלע רײַכע אין געגנט, מיט אַלע װילדסטע און האַלב־אומזיניקע השׂגות, כאָטש שױן מיט אַ פֿאָנפֿענדיקער שפּראַך, מיט שאַרפּענדיקע פֿיס, מיט אַ לאָרנעט, װאָס אָן אים האָט ער זיך, אַפֿילו אין קלאָזעט גײענדיק, ניט געקאָנט באַגײן, און װאָס אױך מיט אים, װי אָן אים, האָט ער גאָרניט געזען, גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען, װײל אין קאָפּ האָט זיך אים געלאָשן. דערװײל איז ער בײַ אונדז אױף ז▯ער אױבן-דערמאָנטער שׂמחה געװען דער אָנגעזעענסטער, װײל אױף זײן השבון כּמעט איז דאָס אַלץ אײַנגעאָרדנט געװאָרן, כּדי זײן לײדיקגײערישע יאַריד▯צײט צו פֿאַרהוליען. און, נאַטירלעך, ----------- ▯ 4▯2 ד ע ר נ ס ת ר אױך די אַלע אײַנגעלאַדענע אױף דער שׂמחה, ▯ון זעלבן סאָרט, װי ער, אָדער האַלב װי ער. מירן דאָ ניט אױסרעכענען די נעמען פֿון אַלע אָנטײלנעמער אין יענעם אָװנט, װײל, סוף־כּל־סוף, זײַנען זײ אונדז אַלע אַלצאײנס, און גאָר מיט▯ קײן סך האָבן זיך אײנס פֿון אַנדערן צום בעסערן ניט אױסגעטײלט. אין דער אמתן, װאָס איז דער חילוק פֿון יענעם אײניקל פֿון אײנעם אַ באַװוּסטן פּױלישן װאָיעװאָדע, באַקאַנט נאָך פֿון כמעלניצקיס צײַטן, דער גראַף געדרױץ, װאָס װי מע האָט דערצײלט, האָט ער אױסגעביטן אַן אַלטן װײן־קעלער אױף אַן אַראַבישער שטאַם־שקאַפּע, אַ שײן־פֿיסיקער, אַ װוּנדער־ לעך היציקער, און פֿון אַזאַ שטאַלט אין גאַנג און מעכטיקײט אין רײַט־געיעג, אַז ער האָט גאָר זײן װעלט פֿאַרגעסן און איבער איר דעם קאָפּ פֿאַרלױרן; אַזױ, אַז װען זי, די שקאַפּע, איז אים קראַנק געװאָרן, האָט ער, װוּ אַ קאָנאָװאַל פֿון דער גאַנצער געגנט צונױפֿגעטריבן, און אַז די קאָנאָװאַלן האָבן ניט גע־ ▯ האָלפֿן, האָט ער זיך געװענדט צו זנאַכערס, און אַז אוך▯ די זנאַכערס ניט — צו קסיאָנדזן, און חלשנדיק און פֿאַלנדיק פֿאַר די פֿיס צו זײ ,האָט ער זײ אײנ־ געבעטן אָפּצוריכטן אַ תּפֿילה פֿאַרן פֿערד, װי גלײַך פֿאַר אים אַלײן. װאָס פֿאַר אַ חילוק, זאָגן מיר, צװישן אים, דעם גראַף געדרױץ, און צװישן אײנעם אַ יונגן פֿירשט דעניקע, האַלב־דײַטש, האַלב־פּױלישער אָפּ־ שטאַמונג, װאָס יענער האָט זיך פֿאַרנומען מיט ציכטלען עפּעס אַ געװיסן מין חןירים, װײסהאָריקע מיט ראָזעיוע פּיסקעס, װי אַ דרײער די גרײס, און װאָס ספּעציעלע מענטשן זײַנען צו זײ צוגעשטעלט געװאָרן אױף זײ אַזױ אױס־ ▯ צוהאָדעװען, ביז יענע האָבן שױן פֿון פֿעטס קײן כּוח ניט געהאַט אױף די פֿיס צו שטײן, די קנעכל בײַ זײ זײַנען געװען צו קרוכקע זײערע אײגענע בערג פֿלײש אױסצוהאַלטן, און זײ פֿלעגן שױן אַפֿילו עסן ליגנדיק, מיט פֿאַר־ מאַכטע אױגן, און האָבן טאָג װי נאַכט נאָר מיט די חןירשע נשמות געפֿאָכעט און שטילע געשטאַנקען פֿון זיך ▯אַרױסגעלאָזט. דער פֿירשט האָט קײן בעסער פֿאַרגעניגן ניט געהאַט, װי נאָר צו שטײן לעבן אָט יענע חזירים, שעהן־לאַנג אױף ▯ייִ צו קוקן און אױף זײער פֿעטס זיך פֿרײען, װען זײ זײַנען געזו▯נט געװען, אָבער לסוף פֿלעגן זײ קראַנק װערן, און דער פֿירשט, צוזאַמען מיטן קאָנאָװאַל און מיטן שטאַל־ און חזירים־היטער, פֿלעגט בײַ אַ טונקעלן לאַמטערן בײַ זײ נעכטיקן און זײ די נשמות היטן. דער פֿירשט האָט זיך געשטעלט אַ ציל זײַנע חזירים צו אַ מאַקסי▯אַלער װאָג און פֿעטס־נאָרמע צו דערפֿירן, אָבער די חזירים פֿלעגן די איבערשטאָפּונג ניט אױסהאַלטן און פֿלעגן אים אַװעקפּגרן — װײ־װײ! — פֿאַר דער נאָרמע.▯. װאָס איז דער חילוק צװישן זײ... אַלנפֿאַלס, די קאָמפּאַניע — אַ גע־ לונגענע, אַן אײנהײטלעכע, און פֿון אײנע פּריציש־פּאַראַזיטישע מזלות. אײנער נאָר אַן אױסנאַם צװישן זײ, אײנער אַ ליסיצין־סװענטיסלאַװסקי, אַ מענטש ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ך 255 ▯ מיט אַ צװײענדיקער פֿאַמיליע, ספֿק רוס, ספֿק פּױל, נישט קײן פּריץ און נישט קײן גוטבאַזיצער, ער האָט קײן מאַיאָנטעק אין דער געגנט ניט געהאַט, האָט אין שטאָט געדינט בײַ דער מלובה, פֿריִער אַמאָל אַ קלײנער באַאַמטער ערגעץ אין אַקציז, דערנאָך, איבער עפּעס געװיסע סיבות, זיך אַ העכערונג פֿאַרדינט, באַקומען אַ שטעלע ערגעץ אין אַ רוסישער שטאָט אין דער שטאָט־ פֿאַרװאַלטונג, דערנאָך, מע װײסט ניט פֿאַרװאָס, װידער אַהער, אין דער היגער געגנט, איבערגעפֿירט געװאָרן אין אונדזער שטאָט N און אױך דאָ אין דער אופּראַװע. דאָס איז, מעגלעך, מיט אַ געװיסן מײן פֿון דער הױכער מאַכט געטאָן געװאָרן, כּדי אים, סװענטיסלאַװסקין, דאָ, אין פּריצים־געגנט, אונטער דער האַנט צו האָבן. באַזונדערס די לעצטע צײַט פֿון נאָכן אױפֿשטאַנד, װען די אױפֿזיכט אױף פּריצים האָט זיך געשטאַרקט ,האָט זי אים, מעגלעך, געװיסע געהײמע שליחותן אױסצופֿילן איבערגעגעבן, מהמת ער איז שטאַרק אױס־ געקאָכט צװישן פּריצים. מעגלעך... ער איז געװען האַלב-ליגנער, האַלב־מאַרשאַלעק, האַלב▯פֿאַט, האַלב כיט־ ▯ ראַק. פֿון יענע פּאַרשױנען, װאָס קאָנען לײַכט קריגן אײנגאַנג און צוטרױ בײַ יעדן, און אָזױנער, װאָס פֿריצים האָבן ליב: אַ געטרײַער פֿלאַש־ברודער, װאָס װוּ אַ הולקע אין אַ װאָסעו▯▯ניט▯איז געזעלשאַפֿט, איז ער דאָ: מיט רוסן — געברודערט, מיט פּאָליאַקן ▯▯־ אײנס, מיט װעמען ער האָט הײַנט געטרונקען, פֿאַר די האָט ער פֿון די נעבטיקע געלאַכט; דאָס לעצטע װערטל, דעם לעצטן אַנעקד▯אָט, אַלע סקאַנדאַליעזע געלט־ פֿאַמיליע▯ און ליבע־געשיכ־ טעס פֿון יעדן אײנעם פֿון די פּריצים אין היגער געגנט געװוּסט, מיט יעדן פּאַני-בראַט און מיט-טרינקער, און די צװײענדיקע פֿאַמיליע און די אומ־ באַשטימטע נאַציאָנאַלע אָנגעהעריקײט האָט אים געדינט, ער זאָל אין יעדער סאָרט געזעלשאַפֿט, סײַ בײַ די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע־לײט, סײַ בײַ די אָנגעעזענע פּאָליאַקן פֿון געגנט, פֿאַר אַ זײעריקן פֿאַררעכנט װערן. מע האָט אים געזען אומװאַנדלען, װי װאַנדל-גראָז, פֿון אײנע צו די אַנדערע. יעדער אײנעם האָט ער געהאַט אױפֿן אױער װעגן אַנדערן װאָס ▯▯▯▯ ▯▯י▯▯▯ ו▯▯▯ ▯▯ ▯▼▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯▯ר▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯י▯▯ זײ אַרײַנצוזאָגן, איבערצוגעבן װערן... ס'▯ואָלט אים געפּאַסט זײן אַ פּריצישער פּריזשיװאַלעק, אַ באַשטענדיקער קעסט־עסער בײַ אײנעם אָדער בײַ עטלעבע פֿרײַנט מעצענאַטן פֿון דעם מין, און פֿון הױף צו הױף לײדיק־צײַט־פֿאַרברענגעריש אַרומצופֿאָרן. ער האָט אָבער, װײַזט אױס, זיך אין שטאָט צו גוט אײַנגעלעבט. ער האָט אין איר ----------- ▯ 256 ד ע ר נ ס ת ר ▯ע▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯▯▯▯ייִ▯ן ▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯ ▯▯ ▯▯▯▯ ▯ ▯▯ ן דער אַרבעט האָט מען אים זעלטן װען געזען, און, װי ס'װײַזט אױס, האָט מען ▯ר▯▯▯▯▯▯▯ ▯י▯▯▯▯ האָבן, צװישן פּריצים, — איז פּריצים, צװישן אַנדערע, — איז אױך אַנדערע, ▯▯ו▯▯▯,▯ ▯▯▯▯▯ ▯י▯▯▯נ▯▯▯ ▯ע▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯ ▯▯ו▯ו▯ אַ רוסיפֿיצירטער פּױל, און דער עיקר גרײט בײדע פֿאַר אַ טרונק אָדער פֿאַר עפּעס מער צו פֿאַרקױפֿן. ער פֿלעגט אָפֿט פֿאַרשװוּנדן װערן פֿון שטאָט און אײניקע טעג אױף דער פּראָװינץ פֿאַרברענגען, אַמאָל בײַ אײנעם, אַמאָל בײַ אַן אַנדערן פֿון זײַנע לאַנגאָניקע באַקאַנטע טרינק־ברידער און קאָרטן־שפּילער. באַזונדערס אָבער, װען װוּ ס'איז אַ פֿרײלעכע זאַך פֿאָרגעקומען, אַן אײנציקער גאַסט פֿון דער פּראָװינץ אַמאָל, אָדער װען ס'פֿלעגן זיך עטלעכע געסט צונױפֿקומען, בפֿרט ▯ איצט, אױפֿן יאַריד, װען אַזאַ סך זײַנען זיך צונױפֿגעגאַנגען, איז דאָך אַװדאי ניט שײו אָן אים, אָן סװענטיסלאַװסקין. און אָט איז אױך ער, ליסיציז־ סװענטיסלאַװסקי, אױף יענער שמחן▯. ▼ שױן גלײַך, װי נאָר ס'האָט זיך אָנגעהױבן, װען נישט אַלע געסט אַפֿילו זײַנען זיך נאָך ניט געהאַט צונױפֿגעגאַנגען, אַזױ איז שױן דער גראַף קאָ־ זעראָגע, װעלכער האָט, אַפֿילו ניט טרינקענדיק, אױסגעזען באַטרונקען, אָדער אפֿשר האָט ער טאַקע שױן פֿון פֿריִער ערגעץ אַ קלײנע כוסה געכאַפּט, — שױז דעמאָלט האָט דער יונגער גראַף יעדעס מאָל, װען דער באַלעבאָס, נתן־ נאָטע, האָט זיך צו די פֿאַרזאַמלטע פּריצים באַװיזן אױף דער שװעל עפּעס צו ברענגען אָדער עפּעס אַװעקצוטראָגן, װי ס'האָט זיך געפֿאָדערט פֿון באַ־ דינונג, האָט ער אים יעדעס מאָל מיט אַ שיכּורן פֿינגער אַ װוּנק געטאָן, ער זאָל צו אים צוגײן, ער דאַרף אים עפּעס האָבן — האָט עס געהײסן, און אַז יענער איז צו, האָט אים דער גראַף אַלעמאָל מיט אָפֿן שיכּורער פֿאַראַכטונג, גלײַך ער װענדט זיך ניט צו קײן מענטשן, צו זײן גלײַכן, נאָר צו אַ הײמישער מין חיה, װעלכע מע װאָלט אױסגעדרעסירט, אַ זאָג געטאָן: — אַנו, נאַטאַן, זאַספּיעװײ מי טאָן פּיאָסענקע... יאַק סיע נאַזיװאַ... — ▯▯▯ ע▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯ן ▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ , , ▯▯ װעלכע אַלע פּריצים פֿלעגן פֿאָדערן פֿון זײערע אונטערגעװאָרפֿענע ייִדן, װען ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 257 זײ, די פּריצים, אױפֿגעלײגט, און ייִדן זײַנען געצװוּנגען געװען, מחמת אָפּ־ הענגיקײט און מורא האָבנדיק אָפּצוזאָגן, זײ צו זינגען. דאָס מײנט מען דאָס באַװוּסטע שבת־ליד, דעם „מה־יפֿית„. יעדעס מאָל האָט זיך נתן▯נאָטע מיט אַן אַנדער תּירוץ אױסגעדרײט, פֿריִער כּלומרשט, ניט װיסנדיק, װאָס יענער מײנט, אַן ▯אַנדערשמאָל, ▯— אים צו־ זאָגנדיק, אַז שפּעטער, שפּעטער... אַ דריט מאָל מיט בקשה און גרױס פֿאָר־ זיכטיקײט זיך אַרױסגעריסן פֿונעם גראַפֿס האַנט, װעלכע האָט זיך שױן צו זײן קאַפּאָטע געשטרעקט, צו זײן באָרד און פּאות און אים אַזױערנאָך געװאָלט פֿאַרהאַלטן. ס'האָט שױן פֿון אָנהײב אָן געהאַלטן דערבײַ, אַז גאַרלע▯קי דער פּריסטאַװ, װאָס מע װײסט ניט אַקוראַט, צי די עלטערע נאַטשאַלסטװע האָט, װיסנדיק, מעגלעך, פֿונעם פּריצישן צוזאַמענקום, אים געשיקט אַהער, װי זי טוט כּסדר, בדי צו האָבן אַ װאָסער־ניט־איז אױג פֿון אירן אַ באַאַמטן אױף אַלע װיכטיקע צוזאַמענקונפֿטן; צי אפֿשר איז דאָס זײן אײגענע איניציאַטיװ; אפֿשר איז ער אױף אײגענער אַחריות געקומען, פֿילנדיק אַ טרונק, װאָס װעט אים פֿון הינטנאַרום (װײל אין שטוב, צו די פּריצים אַלײן, האָט ער ניט די העזה און ניט קײן פֿולמאַכטן געהאַט אַרײַנצוקומען) דערלאַנגט װערן פֿון באַלעבאָס פֿון אײַנפֿאָר־הױז, פֿון נתן־נאָטען, װען ער װעט שטײן הינטער דער טיר, און אַמאָל, װען ער װעט זיך דערלױבן די טיר עפֿענען, אַהין דעם קאָפּ אַרײנ־ שטעלן און מע װעט אים באַמערקן, װעט אַ פּריץ אים דערלאַנגען: מעגלעך אױך אַז דאָס האָט גאַרלעצקין ליסיצין־סװענטיסלאַװסקי אײנגעלאַד▯ן, — צי צוליב עפּעס אַ געװיסן מײן, װאָס ער האָט געהאַט דערבײַ, צי אפֿשר גאָר אָן אַ מײן. דאָס לעצטע, דאָס הײסט די השערה, אַז גאַרלעצקי איז פֿון סװענטי־ ▯ סלאַװסקין אײַנגעלאַדן געװאָרן, לײגט זיך אױפֿן זינען און האָט דאָט מאָל אַ געװיסן גרונט געהאַט. װײל דאָס מאָל, האָט מען באַמערקט, האָט די גאַנצע צײַט פֿון דער הוליאַנקע סװענטיסלאַװסקי געהאַלטן אין אײן אין זינען האָבן און אַלע װײַלע גאַרלעצקין דורך אַ האַלב־געעפֿנטער טיר אַ כוסה נאָך אַ כוסה אַרױסדערלאַנגען▯ יאָ, ס'האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז גאַרלעצקי דער פּריסטאַװ, דער, װאָס מיט דעם קאַרק אין דרײ פֿאַלדן, דער מיטן אַרױסטאַרטשענדיקן בױך־ באַראַבאַן, װעלכער האָט כּסדר געשװיצט, באַזונדערס, װען ער האָט געהאַט אַן אַמטלעכע שליחות אױסצופֿילן, װי אױף אַ פּאַראַד אַמאָל, אָדער אױף דער װאַך בײַ אַן עלטסטן, און װאָס האָט זיך כּסדר דעמאָלט מיט אַ טיכעלע אונטער ▯עם פֿלײשיקן קאַרק דעם שװײס געװישט, — האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז גאַרלעצקי, װאָס איז פֿריִער פֿאַר מורא און, װי געזאָגט, קײן פֿולמאַכטן נישט האָכנדיק, הינטער דער טיר געשטאַנען און אינעװײניק קײן העזה ניט געהאַט אַרײַנצוקומען, האָט איצט, גלײַך שױן בײַם אָנהײב, דערהערנדיק, װאָס ----------- 8▯2 ד ע ר נ ס ת ר ▯ אין צימער טוט זיך, און מײנענדיק, אַז פֿון אינעװײניק װעט אים קײנער ניט באַמערקן, האָט זיך איצט שױן אַלע װײַלע דערלױבט אַמאָל די טיר נאָר װעדליק אױף אַ קוק צו טאָן אױפֿצועפֿענען, און אַמאָל אױך דעם קאָפּ אַרײַנצושטעקן. אמת, ער האָט אַ טעות געהאַט: ס'האָט נאָך דאָך ניט געהאַלטן אַזױ װײַט, אַז מע זאָל אים לחלוטין ניט באַמערקן, און יעדעס מאָל האָט אים ▯אָרט ן אַנדערער דערזען. מע האָט אױף אים אַ שפּאַסיקן קוק געטאָן, װי אױף — קאַץ, װען זי װײַזט זיך אומגעריכט און טוט שטיל אַן עפֿן אַ פֿאַרמאַכטע טיר, מע האָט אַ זאָג געטאָן: פּרסס... און ער האָט גלײַך די אױגן און דעם קאָפּ אַװעקגעכאַפּט און די טיר אײַלנדיק צוריק פֿאַרמאַכט. דאָס איז פֿאָרגעקומען שױן צום אָנהײב, יוען אַלע געסט זײַנען נאָך ניט געװען. שפּעטער אַ ביסל זײַנען אײנער נאָך אײנעם פּריצים, אײַנגעלאַדענע אין יענעם אָװנט אָנטײל צו נעמען און צוזאַמען פֿאַרברענגען, זיך צונױפ־ געקומען. אײניקע ניכטער, אַנדערע, — פֿון זײערע צימערן אַרױס פֿון דער זעלבער אכסניה, אָדער פֿון אַנדערע אײַנפֿאָר־הײַזער קומענדיק, שױן האַלב באַטרונקען. צװישן זײ אױך דער אונדזער, פֿון אַ פֿריִערדיק קאַפּיטל באַקאַנטער, רודניצקי, װאָס האָט ניט נאָר צװישן סוחרים, נאָר אױך צװישן פּריצים קײן איבעריקן סאָלידן אָנזען און נאָמען ניט געהאַט. ער איז יעדעס מאָל, אין זײן געזעלשאַפֿט אַפֿילו, אױפֿגענומען געװאָרן נישט מיט איבעריקן צוטרױ — נישט צו זײן װאָרט, נישט צו זײן צוזאָג, צי אַפֿילו גלאַט צו דעם, װאָס ער האָט װען צװישן אַנדערע אין אַ געשפּרעך זײן װאָרט אַרײַנגעשטעלט. מע האָט אים װי געקוקט אױף די פֿינגער, נישט גלײבנדיק זײַנע הענט, אַז זײ קאָנען ניט אַמאָל עפּעס אַװעקנעמען, װען נאָר ס'לאָזס זיך, װען אַ גוטער צופֿאַל, װען מע קאָן האָפֿן, אַז ס'װעט צו קײן זיכערן דורכפֿאַל און סקאַנדאַל ניט ק▯מען. דאָס מאָל האָט אים דער ערשטער באַגעגנט דער באַלעבאָס און דער הױפּט־שולדיקער אין דער שׂמחה, דער פֿון לכתּחילה אָן אױפֿגעהיצלטער און שיכורלעך־אױפֿגעלײגטער גראַף קאָזעראָגע; ער איז מיט שאַרפּענדיקע פֿיס און האַלב שױן געלײמטן גאַנג אים אַנטקעגן געגאַנגען, מיט ז▯.ין אָפּגעצערט־ געפּודערטער צורה, און האַלטנדיק דאָס הענטל פֿון לאָרנעט האַלב־שלאַבעריק, האַלב־נאַכלעסיק, האָט ער אױפֿן אַרײַנקומענדיקן צוערשט אַ גלײַכגילטיקן קוק געטאָן, און דערנאָך צו אים אַזאַ שטיק שפּאָט אַרױסבאַװיזן, װי צו אַ פּאַרשױן, װאָס ערנסט, — אַפֿילו פֿאַראַכטנדיקער ערנסט, — איז שױן פֿאַר יענעם אַ צו גרױסער כּבֿוד און קאָסטבאָרע מטבע, און דאָס אײנציקע, מיט װעלכן מע קאָן אים באַגעגענען, איז מיט שפּאָט און גרינגשעצונג: שױן פֿון ▯ ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ▯ ר 259 יענער מדרגה, װאָס באַװײַזט, אַז בכלל מאַכט מען זיך פֿון אַוזינע קײן װעזן, װײל אין קײן רעכענונג מאַכן זײ קײן מינדסטן גרײס ניט אױס... ער אין צו אים צךגעגאַנגען אינמיטן זי▯ן שאַךפּענךיקן גאַנג, ךױ ניט צו אים גײענדיק, און ▯ױ צופֿעליק אָנשלאָגנדיק זיך מיט אים, האָט אים אַ פֿאַר־ אַכטנדיק קלײן קלעפּעלע געטאָן מיט דער דלאָניע פֿון דער לינקער האַנט אױפֿן שטערן. — האַ, ןע, רוךניצקי, — האָט ער געזאָגט, — דאָס ביסטו?! — פּאַנאַךךיע, —— האָט ער אױסגעשריגן, — זעט, דאָס איז דאָך ער, דער, יענער, רודניצקי... װאָס, װי מע זאָגט, דאַכט זיך, שפּילט ער אין קאָרטן און צאָלט קײן קאָרטן-געלט, האָט אַ געליבטע און האָט זי ניט מיט װאָס אױסצוהאַלטן, לײט געלט בײַ ייִדן און צװינגט זײ מיט פּיסטאָלעטן, זײ זאָלן אים די װעקסלען אָפּגעבן. דאָס איז דאָך ער, פּאַנאָװיע▯ דער, יענער, װעלכער... דערבײַ האָט ער זיך מיט אַ האַלב שױן געלײמטער צונג פֿאַרפּלאָנטערט און האָט נאָר פֿאַרענדיקן געקאָנט מיט אַ שטיל אומזיניק כיכיקערײ אָן טעט און מיט אַ פֿױלן מאַך מיט דער לינקער לעפֿל-האַנט, מחמת ניט קאָנענדיק דאָס לעצטע װאָרט, דעם לעצטן געדאַנק אַרױסברענגען. — כי־כי־כי, — האָט ער שיכורלעך-שלאַבעריק מיט דער האַנט געמאַכט און דערבײַ זיך אָנמעכטיק פֿאַרהוסט און אין לעכלדיקן שטילן הוסטן זקניש עובֿר־בטליש זיך פֿאַרגאַנגען. אַן אַנדערער אױף רודניצקיס אָרט, אַ מענטש מיט מער ערע, אַ מענטש, װאָס פ▯לט, אַז בנוגע אים קאָן קײן באַלײדיקנדיקע באַציִונג ניט אָנגײן, װאָלט געװיס או▯ף אַזאַ באַלײדיקונג, אַפֿיל▯ װען זי װאָלט אים געקומען, װי איצט רודניצקין, אין אַ שפּאַס־פֿאָרם, אַנדערש געװיס רעאַגירט. רודניצקי אָבער, װאָס דאָס, װאָס איז אים דאָ געזאָגט און אױסגעװאָרפֿן געװאָרן, האָט ער ערלעך פֿאַרדינט און ס'איז אים אָרנטלעך, לױט זײַנע פֿאַרדינסטן טאַקע, געקומען, האָט געמוזט דאָס געזאָגטע אַראָפּשלינגען, אָן קײן שום װידערשטאַנד און אָן שום מינע צו מאַכן, אַז ער האָט די באַלײדיקונג גאָר אַפֿילו אײַנגעהערט. ער האָט שױן געװאָלט אין אַ זײט אָפּגײן, צװישן אַן אַנדער רעדל, צװישן װעלבע דער גראַף האָט זיך ו▯▯ו געפֿונען, זיך אַרײַנדרײען, זיך מאַכן פֿאַרגעסן, און דאָס געזאָגטע, װי פֿאַרבײַ אױער, דורכלאָזן. האָט אים אָבער יענער, דער גראַף, נאָבן אָפּהוסטן און נאָכן זקניש-עובֿר־בטלישן לעכעלן אױך אינעם צװײטן רעדל אָפּגעזובט, און װידער אױך פֿאַר יענע איבערגעחזרט דאָס, װאָס דאָס ערשטע מאָל, װען ער האָט רודניצקין אַלײן באַגעגנט, און דערבײַ נאָך צוגעגעכן ▯ — ער זעט, פּאַנאָװיע, אַז רודניצקי האָט זיך באַלײדיקט, איז אױב אַזױ, אױב ער איז נאָך דערױף פֿײיִק, איז נאָך ניט אַלץ פֿאַרפֿאַלן, און ער איז גרײט איס מיט זײן פ▯לער גרעפֿישער ערע באַפֿרידיקן: מיט אים אױף דועל ----------- 280 ד ע ר נ ס ת ר און אױף פּיסטאָלעטן, און זאָל זיך רודניצקי דאָ, אױפֿן אָרט טאַקע, זײַנע סעקונדאַנטן אױסקלײַבן. דערבײַ האָט דער גראַף פֿון אַ הינטערשטער הױזן־קעשענע אַ פּיסטאָלעט אַרױסגעצױגן, אים פֿאַרן רעדל פּריצים באַװיזן, אים פֿאַר רודניצקין עטװאָס לענגער געהאַלטן... און אױך דאָס האָט רודניצקי געמוזט אַראָפּשלינגען, טרײסטנדיק זיך מיטן פֿאָרמעלן תּירוץ, כּלומרשט, אַז װי אַלע זעען, איז דער ▯ גראַף באַזױפֿן און פֿון אַ באַזױ▯ענעם איז ניט צו פֿאָדערן און אין אַזאַ שטאַנד איז מען פֿאַר גאָרניט פֿאַראַנטװאָרטלעך. ▯ אין דער אמתן איז שױן דעמאָלט נישט נאָר דער האַלב־קראַנקער, שװאַכ־ זיניקער יונגער גראַף נישט פֿאַראַנטװאָרטלעך געװען, נאָר אױך אַלע בײװעזנ־ דיקע, װעלכע האָבן שױן היפּש געהאַט אױסגעטרונקען, און װי דאָס איז צו זען געװען צוערשט פֿון דער אומאָרדענונג אױפֿן טיש, דערנאָך אױף די פּנימער פֿון די, װאָס זײַנען בײַ אים געזעסן, װי אױך בײַ ▯די, װאָס האָבן זיך שױן אױפֿגעהױבן,▯ אַרױסגעגאַנגען פֿון הינטער אַרום, און אינצװײען, דרײען, און אין רעדלעך און בינטלעך זיך געזאַמלט און זיך פֿרײלעך אונטערגעהאַלטן. ס'האָט זיך שױן דעמאָלט אַלעמאָל אַן אַנדער שיכּורן עפּעס אַנדערש זיך פֿאַרגלוסט. אײנער איז שױן אַלעמאָל אױף אַ בענקל געקראָכן, זיך געװאָלט אַרױפֿשטעלן דעם הענגלאָמפּ אױסלעשן און, נישט באַװוּסט פֿאַרװאָס, צו בלײַבן אין דער פֿינצטער. און אַז ס'האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן צום לאָמפּ קומען, האָט ער כאָטש די ליכט געלאָשן. ▯ אַן אַנדערן, פֿאַרקערט, איז די ליכט געװען װײניק, און ער האָט געשריגן, מע זאָל װאָס מער אָנצינדן▯— ליכט, לאָמפּן, און אױב ס'איז ניטאָ, זאָל מען — װאָס איז? פֿאַרװאָס ניט? — די גאַנצע שטוב אָנצינדן, ס'זאָל ברענען, און די גאַנצע גאַס, די גאַנצע שטאָט מיט דעם גרױסן יאָר־יאַריד באַלױכטן. — ער באַצאָלט! — האָט ער אױסגעשריגן. — ער נעמט אױף זיך די היזקות, סײַ אױב װער פֿון די דאַ אָנװעזנדיק▯ װעט לײדן, און סײַ אױב די, װאָס ניט דאָ, װער נאָר ס'נעמט אין יאַריד אַן אָנטײל, װײל נישקשה, — האָט ער װײַטער געשריגן, — זײַנע קאַפּיטאַלן און מאַיאָנטקעס װעלן אים קלעקן. ▯אַ דריטער האָט, דערהערנדיק דעם צװײטן, אַז ער צאָלט, האָט שױן פֿאַר אַ פֿערטן זיך געקלאָגט, אַז ער האָט שױן טאַקע אָפּגעברענט, אַז ער איז אַ ▯ געליטענער, אַז ער איז פֿון דער שׂרפֿה, פֿונעם יאַריד, הײסט עס, אַרױס אַ הױלער און אַ בלױזער; ער האָט נישט מיט װאָס אַהײם צו קומען, ס'איז אױף אים אַ װילד רחמנות, פּריצים דאַרפֿן עפּעס זען טאָן, זײן נאָמען און ערע אונטערהאַלטן, װײל אַז ניט, װעלן אַלע פּריצים לײדן בזיונות און אַלעמענס ▯ נאָמען װעט פֿאַרפֿלעקט און אונטערגעריסן זײן. אין שטוב האָט גרױס טומל געהערשט, און די שײן פֿון לאָמפּ האָט גענומען טונקל װערן פֿון פֿול־געפּאַקטקײט, װאָס די שטוב איז געװען צו ענג זײ אַלע ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ו— 261 אַרײַנצונעמען, פֿון דער לופֿט־געדיכטעניש, פֿון װײן און ציגאַרן־ריהות. אײניקע האָבן שױן די קאָלנערס געװאָרגן, און זײ האָבן זיך פֿון היץ צעשפּיליעט, אַנדערע האָבן שױן געזוכט די טיר אױף אַרױסגײן, אַ ביסל לופֿט כאַפּן און זיך אױך באַפֿרײַען פֿון דער ניטגוטקײט, װאָס איז זײ צום גאָרגל צוגעטו▯אָטן, שױן צום ברעכן; אַנדערע האָבן שױן געפּרוּװט דאָס לעצטע אין אַ װינקל אין שטוב אָפּצוטאָן... און, פֿאַרקערט, אַנדערע, באַזונדערס די שפּעטער אָנגעקומענע, איז נאָך ▯▯אָס אױסגעטרונקענע װײניק געװען, און זײ האָבן געפֿאָרערט פֿון די, װאָס האָבן באַדינט און צום טיש דערלאַנגט, װי פֿונעם באַלעבאָס, פֿון נתן-נאָטען, װאָס ער האָט זיך איצט שיטערער ▯▯ין שטוב געװיזן, מורא האָבנריק פֿאַר די שױן האַלב װילד־געװאָרענע פּריצים אין די אױגן ▯יך וךאַרפֿן, און ער האָט שױן געשיקט אַנדערע, — משרתים, דינסטן אױף זײן אָרט, — יענע האָבן געפֿאָדערט, אַז מע זאָל נאָך און אַלץ אױפֿסנײַ דערלאַנגען. ▯ פֿאַרשײדענע װײנען אין פֿלעשער, אין בוטליעס, היגע און אױסלענדישע מאַרקעס, זײַנען אױפֿגעגעבן געװאָרן, און אײניקע קענער פּון יענעם מין, פֿונעם טרונק, װאָס מאַכן עס אױך אין דער הײם אָפֿט, האָבן זיך געקליגט און געמישט, באַשטעלט בײַ די משרתים, אַז יענע זאָלן צוזאַמענמישן מין מיט מין, מין מיט נישט מין פֿאַרשײדענע סאָרטן גלי־װײנען, פּונשן, װאָס מער, װיפֿל מע האָט געטרונקען, האָט זיך שױן אױפֿן טיש, אױפֿן דיל געגאָסן. די הנאה פֿון דעם אַלעם װײניק, דערפֿאַר אָבער דער טומל ביז דער סטעליע, און ער האָט געזוכט אַן אָרט דורך דער סטעליע אױפֿן דאַך אַרױפֿקומען. גאַרלעצקי דער פּריסטאַװ, װאָס אַלעמאָל איז אים אַן אַנדער גלאָז פֿון אַן אַנדער מין און סאָרט אונטערגעטראָגן געװאָרן, פֿונעם באַלעבאָס פֿון הױז, אױך — און דער עיקר — פֿון ליסיצין־סװענטיסלאָװסקין, װאָס ער האָט אים איבער עפּעס, װײַזט אױס, די גאַנצע צײַט אין אױג געהאַט, אים װי אָפּגעהיט אױף װען ער װעט אים דאַרפֿן, — גאַרלעצקי דער פּריסטאַװ, װאָס האָט שױן אַזױ פֿיל אין זיך, פֿון יענער זײט טיר שטײענדיק, אַרײַנגעגאָסן, זיך אָנגע־ זשליאָקעט מער פֿון אַ האַלב צענדליק געסט געװיס און װאָס דער זױף האָט זיך שױן שטאַרק אָנגעזען אױף אים, דער עיקר אױף זײן טיכל, װאָס ער האָט מיט דעם די גאַנצע צײַט דעם שװײס געװישט, ▯ריער פֿון װאַך־אײפּער, װי ס'געשעט מיט אים באַשטענדיק, און איצט אױך פֿון היץ און פֿון װײן, ־— ער, גאַרלעצקי, האָט שױן איצט, דעם טומל אין שטוב זעענדיק, זעענדיק, אַז ס'באַמערקט אים שױן קײנער, האָט זיך שױן איצט דערלױבט די טיר שױן אַ ביסל אָפֿן האַלטן און אַלעמאָל, װען ס'האָט זיך אים פֿאַרװאָלט, דעם קאָפּ אַהין אַרײַנגעשטעלט. קײנער האָט אים שױן טאַקע ניט באַמערקט, אױסער נאָר, װי געזאָגט, סװענטיסלאַװסקי, װאָס האָט די גאַנצע צײַט געהאַלטן פֿון אײן רעדל צו אַנדערן ----------- ▯ 262 ד ע ר נ ס ת ר צוגײן, אומעטום אַ װאָרט אַרײַנגעשטעלט, כּדי צו װײַזן, אַז ער נעמט אָנטײל אין טומל, אין די געשפּרעכן; אין דער אמתן אָבער האָט ער, כּמעט נישט הערנדיק, װאָס ער האָט נאָר־װאָס געזאָגט אין דעם ערשטן רעדל, שױן אַן אױער צוגעלײגט צו אַ צװײטן, זיך פֿון ערשטן אָפּגעקערעװעט און אינעם צװײטן אַרײַנגעזאָגט, כּדי אױך באַלד פֿונעם צװײטן זיך אָפּקערעװען. דערבײַ זײַנען בײַ אים די אױגן, װי בײַ אַ מױז, אומגעלאָפֿן, געזוכט, גענישטערט, װי אױף עפּעס זיך צו פֿאַרהאַלטן, און װוּ נאָר זײן אױער האָט געכאַפּט עפּעס אַןױנס, װאָס האָט זיך אים געדאַכט װיכטיקס, אַהין האָבן זיך אױך באַלד גלײַך זײַנע אױגן נאָכגעװענדט. כאָטש אױך ער האָט געטרונקען, אָבער דאָך אין אַזאַ מאָס, און אױף אַזױ פֿיל נאָר, אַז ער זאָל נאָך די מעגלעכקײט האָבן ניכטער צו זען און הערן אַלץ, װאָס אין שטוב און אין גרױסן טומל קומט פֿאָר, װאָס ס'װערט פֿון װעמען װען געןאָגט אָדער אױסגעשריגן, —— אױפֿצוכאַפּן, צו פֿאַרגעדענקען און אין זכּרון פֿאַרנאָטירן. דערבײַ האָט זיך אַ ספּעציעלע קונסט געפֿאָדערט: אי ניכטער זײן, אי צו האָבן געטרונקען, אי זיך מאַכן ניט הערנדיק, אי הערן, אַז אַנדערע זאָלן ניט באַמערקן. דערױף אָבער איז ער געװען ער — סװענטיסלאַװסקי, דערױף באַרופֿן, װײַזט אױס, פֿון דער נאַטור, און אױך ▯חמת דעם, אַפּנים, װײל זײַנע אינטערעסן האָבן דאָס פֿון אים געפֿאָדערט. די מלאכה איז געװען אַ שװערע, אָבער אין גרױסן טומל, װאָס האָט שױן דעמאָלט געהערשט, אין דער אַראָפּגעזעצטער האַלב־טונקעלער שײן, אין דער אומאָרדענונג און שיכּורן הו־האַ, איז דאָס שױן, אין אַ געװיסער מאָס, געװען גרינגער דורכצופֿירן. פּריצים זײַנען שױן געװען אַזױ פֿאַרטראַסקעט, אַזױ איבערפֿולט און איבערגעזױפֿן, אַז אײניקע האָבן זיך שױן אױף די גלײַכע װענט געדראַפּעט, געמײנט אין שיכּורן צושטאַנד, אַז זײ געפֿינען זיך אין דער הײם און אַז זײ ▯ קלעטערן אױף די העכערע עטאַזשן אַרױף צו זיך אין די צימערן, װעלנדיק זיך אין די בעטן לײגן און אָפּרוען. אַנדערע, מער קרעפֿטיקערע, װאָס האָבן זיך נאָך אױף די פֿיס געקאָנט האַלטן, אָבער װאָס די קעפּ האָבן זײ שױן שװאַך געדינט, האָבן אײנער פֿאַרן אַנדערן גערעדט, געטענהט, און אײנס דאָס אַנדערע ניט פֿאַרשטאַנען, װײל די צונגען זײַנען בײַ זײ געװען פֿאַרשײדענע און, בעבענדיק און טעלעפּענדיק, האָבן אַרױסגעבראַכט אומזיניקײטן. אײניקע האָבן זיך פֿאַר באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע באַרימט מיט זײערע גליקן, מיט זײערע רײכטימער, און כאָטש שיכּור, דאָך פּריצישן פֿאַסאָן גע־ האַלטן. אַנדערע, פֿאַרקערט, האָבן אין צושטאַנד פֿון אָפֿנהאַרציקײט אַרױס־ געלײגט און אױסגעבעבעט דאָס, װאָס נ▯כטערערהײט האַלט מען עס בסוד און אונטער זיבן שלעסער — זיך געקל▯גט אױף באַלדיקן באַנקראָט אָדער ▯ ----------- ד י מש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ך 263 ערבֿ־באַנקראָט, און אַלס אַ ראַיה דערצו, האָבן זײ פֿאַר די ,פֿאַר װעלכע זײ האָבן זיך געקלאָגט, איבערגעקערט די קעשענעס אױף דער אַנדערער זײט, באַװיזן, אַז זײ זײַנען לײדיק, כאָטש גײ, הײסט עס, לאָז זיך איבע▯ר די הײַזער... בכלל האָט מען געזען, און מער װי געזע▯ ,געפֿילט, אַז בײַ פּריצים איז אױפֿן האַרצן עפּעס אָנגעזאָלעט. װען ניכטער, נאַטירלעך, װאָלטן זײ דאָס ניט אַרױסגעװיזן, איצט אָבער איז, לױט פֿיל סימנים 'דאָס קלאָר געװען צו דער־ קענען. אַזױ, למשל▯ האַט דער פֿירשט דעניקע, דער געװיסער חזירים-ציכטלער, װאָס האָט אַ ביסל אַלײן אױך אױסגעזען אַזאַ: פֿעט און קורץ־האָריק, נידעריק געשױרן, — האָט די גאַנצע צײַט, נאָך דעם, װי ער איז אונטער דער װירקונג פֿון די אױסגעטרונקענע כּוסות אַרונטער, געהאַלטן ד▯עם קאָפּ אױף אי▯ן זײט אױפֿן טיש אָנגעשפּאַרט, געלעגן און געקרעבצט װי אַ חזיר, װאָס דאָס פֿעטס איז אים אונטערגעגאַנגען. װיפֿל מע האָט אים ניט געשטורבעט, געפּרוּװט אים פֿון אָרט רירן, ער זאָל זיך אױפֿשטעלן, זיך אױפֿהײבן, האָט ניט געװאָלט, און יעדעס מאָל נאָר האָט ער, װי אַ קראַנקער חזיר, װען מע רירט אים, מע טאָרקעט אים, פֿון בױך אַ כריוק אַרױסגעלאָזט. דאָס הײסט, ער הערט, אָבער רירן זיך פֿון אָרט װיל ער ניט, קאָן ער ניט, איז ער ניט בכּוח. דעם גראַף געדרױץ האָט זיך די גאַנצע צײַט אַ קאָשמאַר געדאַכט, אַז ער שפּילט אין קאָרטן, אַז ער האָט שױן אַלץ פֿאַרשפּילט, און איצט מוז ער דאָס אײנצי▯▯ע, די געליבטע שקאַפּע אין קאָן אײַנשטעלן.▯ זײן לעצט, זײן אײנציק ציטעריק שטיק מזל, װאָס זײן גאַנץ גליק און גורל הענגט איצט אָפּ פֿון דעם. און אָט פֿירט ער דאָס אַרױס, דאָס פֿערד, פֿאַר פּריצים, װעלכע ▯▯▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯י▯▯ ▯▯ר▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯ װאָס האַלט דאָס צױמל, ציטערט: טפּררר. ער שטײט און װאַרט, פּריצים זאָלן דאָס באַװוּנדערן, און הײסט דערױף קאָרטן געבן, — „גיט קאָרטן ▯▯ — האָט ער געשריגן, יאָ, ער האָט דאָס אײַנגעשטעלט, דאָס אײנציקע... אַזױ דער אַפֿילו האַלב־קראַנקער קאָזעראָגע, דער אײגנטלעבער שולדיקער אין אָט דער שׂמחה, װאָס צוערשט איז ער שטאַרק האָפֿערדיק געװען אױף ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯ן ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯נ▯▯ן▯▯▯▯י▯ יענעם פֿאַרגעסן און אַ נײ־אָנגעקומענעם אַנטקעגן געגאַנגען; — אױך ער, דער גראַף קאָזעראָגע, האָט איצט אױסגעזען מיד, טיף אונטערגעבראָכן, די פֿיס האָבן אים מער ניט געדינט זיך אומצושלעפּן, דאָס מױל — כאָטש װאָס־ ▯ ▯ ----------- 264 ד ע ר נ ס ת ▯ ▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ צימער. ▯,קו▯ ▯▯▯▯▯▯▯ר▯ר▯ר▯▯▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ ס שװערער, שלעכטער שטימונג, אױף װיפֿל צו אַזאַ פּאַרשױן קאָנען אױך געװײנלעכע מענטשלעכע שטימונגען צושטײן. די שלעכטע שטי▯▯▯ונג האָט זיך אים גענומען, מעגלעך, בכלל פֿון די געדריקטע געשעפֿטן דאָ אױפֿן יאַריד, װי בײַ אַלע הײַנט, און װאָס דערפֿאַר, מעגלעך, איז אָט די דאָזיקע שׂמחה, צוליב צעשטרײאונג, אײַנגעאָרדנט געװאָרן. מעגלעך אָבער אױך איבער אַן אַנדער װאָסער־ניט־איז סיבה — װער װײסט בײַ אים, בײַ קאָזעו▯אָגען: מעג־ לעך, פֿון זײן קרענק, װאָס האָט אים שױן גענומען נאָענט־נאָענט צום האַרצן צוטרעטן, און אױף װיפֿל ער איז נאָך פֿײיִק געװען צו דענ▯▯ען, האָט ער, ▯▯▯▯▯אַ▯ ▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯ו▯▯ ▯▯ ▯▯▯ מיט אױסגעצױגענע פֿיס פֿאַר זיך. ▯▯▯▯▯▯,▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ אײנציקװײַז, אײנציקװײַז זאָל יעדער אײנער פֿון די געסט, צי ▯▯ון װעלן אָפּ־ ברעכן צי אין אַנדער באַדערפֿעניש זיך נײטיקנדיק, די טיר געפֿינען, אַרױס־ גײן און זיך צוריק מער ניט אומקערן, און אױס, װי ס'ענדיקן זין▯ תּמיד אַזױנע סאָרטן שמחות. האָט אָבער דאָס מאָל געטראָפֿן, אַז װי נאָר ס'האָט שױן כ▯אַקע בײַ דעם געהאַלטן, װי נאָר די פּריצים האָבן זיך שױן טאַקע געהאַלטן ▯▯ייִם צעקריכן, אַזױ האָבן זײ, — װי באַטרונקען זײ זײַנען נישט געװען, באַמער▯קט װי אײנער אַ זײעריקער, װאָס איז די גאַנצע צײַט געשטאַנען און מיט פֿאַרמאַכטע אױגן זיך עפּעס שיכּור־לעמלדיק געשאָקלט מיטן פּנים צו דער װאַנט, אױף װעלכער ס'איז געהאַנגען דער פּאָרטרעט, װעגן װעלכן מיר האָבן פֿריעו▯ דערמאָנט — דער ביליק־פֿאַרביקער לובאָק, דער לובאָק מיט דער קײסער־צורה, — אַזױ האָבן זײ באַמערקט, אַז װי יענער האָט עפּעס פּלוצעם דעם קאָפּ אַ הײב געטאָן ▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ מיטן פֿולן מױל, מיטן פּנים און מיט די אױגן, װאָס האָבן זיך ▯▯ים װי ניכטער אױפֿגעעפֿנט; זיך צעלאַכט אַזױ, גלײַך עטלעבע גאָר הענט האָבן אים ערגעץ איז פֿאַרבאָרגענע ערטער גענומען קיצלעז; אַזױ, אַז אַלע ▯▯אָבן, קוקנדיק ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 265 אױף אים, זיך פֿון זײן געלעכטער אָנגעשטעקט, אַלע האָבן אײנער דעם אַנדערן, מיט אַ פֿינגער אױפֿן פּאַרשױן און אױפֿן פּאָרטרעט אָנװײַזנדיק ,זיך געקאַטשעט, יעדערנס לאַכנדיק פּנים און טײטלדיקער פֿינגער האָט דעם צװײטנס געלעכטער געטאָפּלט, געדרײפֿאַכט און דערפֿירט דעם אַנדערן צו קראַמף אין בױך; אָזױ, אַז װער ס'װאָלט דעמאָלט אָנגעקומען פֿון דרױסן אין יענער שטוב, אין יענעם צימער אַרײַן, װאָלט געמײנט, אַז ער האָט אין אַ קרײַז װיסטע משוגעים אָנ־ געטראָפֿן, פֿון װעלכע אָדער ער װאָלט זיך דערשראָקן און װאָלט גלײַך צוריק אַרױס אין דרױסן, אָדער ער װאָלט זיך אַלײן אָנגעשטעקט, און צוזאַמען מיט אַלע משוגע מיטגעלאַכט. — זע, — האָט יענער, דער ערשטער, װאָס האָט בײַם עולם דעם גע־ לעכטער אַרױסגערופֿן, אױסגעשריגן, — זע, דאָס איז דאָך ער, דער, דער געװיסער קעניג אחשורוש, װאָס פֿון הודו ביז כוש, אָט מאָזשאַ דאָ מאָזשאַ, פֿון װײסן ביז שװאַרצן ים; אױף קאַזאַנער, אַסטראַכאַנער און קרימער כאַנעס; ▯ אױף זאַפּאָראָזשעך▯ סיעטש: אױף פּױלן, ליטע און זשמוד אונדזערע — אײן האַנט, אײן אײַזערנע פֿױסט, אײן שטיװל, אײן סיביר פֿאַר אַלעמען, אײן תּליה מיט אײן שטריק מיט אַ שלײף פֿאַר אַלעמען... ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, פֿאַרהאַקט, דער רעדנער. דער שיכּורער גע־ דאַנק האָט זיך אים איבערגעריסן, קײן װערטער האָבן אים ניט געסטײַעט, און ער האָט, מחמת מאַנגל אין געדאַנק און אין װאָרט, פֿאַרענדיקט מיט אַ שפּײַ. — טפֿו! טפֿו! — האָט זיך בײַ אַלע, װילנדיק צי ניט װילנדיק, אַרױס־ געריסן און אַלע האָבן אין כאָר אױסגעשפּיגן — טפֿו! פֿונעם שפּײַ און פֿונעם ערנסט, װאָס האָט דעמאָלט פּלוצעם װי אַלעמען אױסגעניכטערט געמאַכט, האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אַפֿילו אַזאַ, װי דעניקע, װעל־ כער איז די גאַנצע צײַט אױפֿן טיש אָנגעבױגן מיט ▯אַ זײט קאָפּ געשלאָפֿן, האָט אַ קראַנקן חזיר נאָכגעמאַכט און שװער געאָטעמט, װי יענער. ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט, האָט די אױגן געעפֿנט און דערזען: אַלע, װער ס'האָט פֿריִער געזוכט די טיר אױף אַרױסגײן, אַלע, װער ס'האָט זיך ▯ פֿריִער אױף די װענט געדראַפּעט, אױך די, װאָס חאָבן נאָך געהאַט, װי ער האָט געדענקט, געטרונקען, אַלײן אָדער אינצװײען, אין ק▯מפּאַניעס, — אַלע זײַנען איצט מיטאַמאָל, װי פֿון אַ קאַלטן שפּריץ דערפֿרישט, בלאַס, האַלב אױפֿגעװאַכט געשטאַנען, ניט גערעדט און ניט געזאָגט גאָרניט. דער ערנסט פֿון דעם, װאָס אַלע פּריצים האָבן זיך איצט אַנטקעגן פּאָר־ טרעט געשטעלט, געשטאַנען און נאָר־װאָס אױסגעשפּיגן, האָט בײַ אַלע דאָס װײַטערדיקע לשון צוגענומען. נאָך מער: אַלע האָבן זיך מיטאַמאָל, װי צום ▯ שׂכל קומענדיק, אַפֿילו אַרומגעקוקט זען, צי ס'איז ניטאָ צװישן זײ אַזױנער, װאָס זײן אָנװעזנהײט איז ניט איבעריקס אין אַזאַ פֿאַל געװוּנטשן. ----------- 266 ד ע ר נ ס ת ר ▯ אַלע האָבן זיך מיטאַמאָל װי דערמאָנט אין גאַרלעצקי דעם פּריסטאַװ, װאָס די גאַנצע צײַט האָבן זײ שװאַך געדענקט זײן געפֿי▯ען זיך פֿון הינטער יענער זײט טיר, און װען יאָ געדענקט, האָט ער זײ ניט אױסגעמאַכט, עלעהײ ▯ אַ הונט דאָרט. איצט האָבן זײ זיך אין אים דערמאָנט, און אפֿשר ניט אַזױ אין אים, נאָר בכלל אין דער טיר, װאָס װער װײסט, װער ס'קאָן צופֿעליק אין איר אַרײַנקוקן, אָדער גאָר אומגעריכט אין איר אַרײַנגײן, זיך באַװײןן? נאַטירלעך, אַז די אײגענע — ד. ה. יענע אַלע, װעלכע זײַנען בײַ דער נאָר־װאָסיקער סצענע אין שטוב בײַגעװען, האָט קײנער ניט חושד געװען, אַפֿילו ניט סװענטיסלאַװסקין, װאָס װער ס'װאָלט אױף אים דעמאָלט אַ רעכט־ פֿאָרשנדיקן בליק געטאָן, װאָלט געזען, אַז חשד בנוגע אים איז שױן דװקא גאָרניט אַזױ איבעריק. אַזױ װי קײנער אָבער האָט אים, װי די אַלע אײגענע, אין װעלכע מ'איז גוט זיכער געװען, אױפֿן זינען ניט גענומען און צום שלעכטן ▯ און צום ערגערן ניט אױסגעטײלט, און אַזױ װי דאָס פּריצישע בײזע בלוט איז שױן, שטײענדיק אַנטקעגן דעם, אַנטקעגן װעמען זײ זײַנען נאָר־װאָס אַרױסגעטראָטן, שױן שטאַרק צעקאָכט געװען; דערמאָנענדיק זיך אַלע עװלות, װאָס איז יעדערן פֿון זײ אַלײן באַגאַנגען געװאָרן, די עװלות בנוגע זײ אַלײן, װאָס בײַ זײ האָט מען נאָר געװיסע רעכט און פּריװילעגיעס גערױבט, אָבער, סוף־כל▯סוף, איז זײ נאָך גענוג און היפּשלעך פֿאַרמעגן געבליבן; אָבער דער עיקר דערמאָנענדיק זיך אין יענע אַלע, װעלכע זײ האָבן געקענט, געװוּסט, װאָס ניט נאָר זײער פֿאַרמעגן גערױבט, קאָנפֿיסקירט און פֿון דער מלוכה צו־ גענומען געװאָרן, נאָר אױך זײ אַלײן פֿאַריאָגט, אין װײַטן סיביר פֿאַרטריבן, אָדער גאָר אַנדערע 'װאָס זײַנען צעהאַנגען, צעשאָסן און ביז טױט פֿאַרשמיסן געװאָרן; דערמאָנענדיק זיך דאָס אַלץ, האָבן פּריצים זיך מער ניט געקאָנט אױפֿהאַלטן פֿון פֿאַראַכטן דעם, װאָס אױף דער װאַנט פֿאַר זײ, דעם, װאָס איז אױף דער װאַנט געהאַנגען און האָט צו זײ אין קײזערלעכער זיכערקײט אַראָפּגעקוקט, און, װי זײ האָט זיך געדאַכט, זיך נאָך גערײצט מיט זײ, אַז קײנער פֿון זײ װעט ניט װאַגן ניט נאָר אים אַלײן, דעם לעבעדיקן, נאָר אַפֿילו ▯▯ אָט דאָס ביליקע געמעל אױף דער ביליקער װאַנט אין דער ביליקער אכסניה אָנצורירן: — אָט דאָס האָבן שױן פּריצים נישט געקאָנט איבערטראָגן, און װי ניט ניכטער זײ זײַנען שױן געװען, האָבן דאָך אַלע מיטאַמאָל װי זיך אָפּגערעדט, די פֿױסטן אין דער ריכטונג צום פּאָרטרעט אַ הײב געטאָן, אײנער האָט דערבײַ געדראָעט מיט װערטער — אים ,דעם פּאַרשױן פֿון פּאָרטרעט, אין צורה דערלאַנגען ▯ אַן אַנדערער דערמיט — אַז זאָל ער געדענקען▯ אַז דער משפּט מיט אים איז נאָך ניט געענדיקט, אַז דאָס צעטײלן און באַרױבן פּױלן איז ניט אױף לאַנג, ניט אױף אײביק, און די פֿאַרגאָסענע בלוטן ניט קײן געשענקטע; און אַ דריטער האָט, מיט דער פֿױסט אַנטקעגן פּאָרטרעט, האַלטנדיק, זיך שױן געהאַט צעזונגען דעם געװיסן „יעשטשע פּאָלסקאַ ניע ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 267 סגינעלאַ”... און ס'האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז באַלד װעלן אַלע דאָס געזאַנג אונטערכאַםן, און, מעגלעך, דערמיט װאָלט זיך די זאַך געװען פֿאַר־ ענדיקט און פּריצים װאָלטן דערנאָך, װאָס װײַטער אַלץ מער ניכטער װערנדיק, נאָך דער נישטיקער װאָרט־מלחמה מיטן פּאָרטרעט, אין אָנמעכטיקײט און פּחדנות די שטוב געװען פֿאַרלאָזט און אין זײערע צימערן זיך צעקראָכן. האָט אָבער געטראָפ▯ן, אַז אין דעם מאָמענט, װען יענער, דער זינגער, האָט דאָס ליד פֿאַרצױגן, אַזױ האָט פּלוצעם, — קײנער האָט ניט באַמערקט פֿון װוּ און פֿונװאַנען, — זיך דערהערט אַ שאָס. װען אַלע זײַנען געפּלעפֿט און דערשראָקן געבליבן, זיך אַרומקוקנדיק, פֿונװאַנען גײט ער, פֿונװאַנען קומט ער, דער שאָס, אַזױ האָבן זײ דערזען, װי דער יונגער, האַלב־קראַנקער גראַף קאָזעראָגע איז געשטאָנען אַ בלאַסער, מיט אײן האַנט אָנגעשפּאַרט אין הענטל פֿון זײן שטול, און אין דער אַנדערער האָט ער אַ פּיסטאָלעט געהאַלטן▯ ער האָט שױן אײנמאָל, װײַזט אױס, אױסגעשאָסן, און אױך צום צװײטן מאָל האָט ער זיך געפֿרוא▯ו▯▯ דאָס שיס-צינגל מיט אַ שלאַבעריקן פֿינגער צו ציִען און געװאָלט צום צװײטן מאָל דאָס פֿון אָרט רירן; אָבער צי פֿון שלאַבעריקײט, צי פֿון דערשרעק, האָט זיך עס ניט געלאָזט, און אָנשטאָט אַ שאָס פֿון זײן, פֿון גראַפֿס, פּיסטאָלעט, האָט זיך פֿון אַן אַנדער װינקל, — נישט װיסנדיק װידער פֿון װעמען און פֿונװאַנען, — אַ צװײטער דערהערט. אַגבֿ, קוקנדיק אױפֿן גראַף, האָט זיך געדאַכט, אַז פֿון אַזאַ האַנט, װי זײַנע, אין זײן שטאַנד, אין זײן שלאַבעריקײט, האָט אױך דער ערשטער שאָס ניט געקאָנט קומען, און אַ גרױסע סבֿרה, אַז דאָס האָט עמעצער אַ צװײטער, אים געשאָסן, און דעם גראַפֿס אױסגעשטרעקטע האַנט נאָר פֿאַר זײַנער אַ שירמע מיטן פּיסטאָלעט דערזעענדיק, פֿאַר אים און פֿאַר זײן שלאַבעריקײט אױס- אױסגענוצט. װי ס'זאָל ניט זײן, נאָר באַלד האָבן אַלע די אױגן אױסגעקערעװעט אַהין, װוּהין דער שאָס איז געצילט געװאָרן. מ'האָ טדערזען, אַ זדער פּאָרטרעט איז אין דער קרױן און אין דער ברוסט געלעכערט, די דורכגעשאָסענע לעכ־ לעך רײכערן זיך נאָך, דער פּאָרטרעט געשענדט און פֿאַרשעמט, און אױף אַלע פּנימער, דאָס צוקוקנדיק, אַ שטומע אימה. — פּאַנאָװיע, װער האָט דאָס געטאָן? — האָט זיך, ▯װי פֿון אַ פֿרעמדן, נישט פֿון קײנעם פֿון די בײװעזנדיקע, אַ קול דערהערט, גלײַך פֿון אײנעם, װאָס האָט פּלוצלונג, די טיר עפֿענענדיק, אין שטוב זיך אַרײַנגעשטעלט. װירקלעך: דערהערנדיק אַ שאָס, האָט זיך גאַרלעצקי, װי פֿאַרזױפֿן ער איז ניט געװען פֿון די פֿיל כּוסות, װאָס ער האָט באַקומען דערלאַנגט סײַ פֿונעם באַלעבאָס נתן־נאָטע, סײַ נאָך מער פֿון סװענטיסלאַװסקין, װאָס ער האָט אים די גאַנצע צײַט אונטערגעטראָגן געהײם, הינטנאַרום און אַז קײנער ▯ ----------- 268 ד ע ר נ ס ת ר ▯ זאָל ניט זען, — װי שיכּור גאַרלעצקי איז ניט געװען, האָט ער דאָך, דער־ הערנדיק אַרױסקומען אַ שאָס פֿון שטוב, װי אױפֿגעװאַכט, דער מאַכט־מענטש און אָרדענונג־היטער האָט זיך אין אים אױפֿגעװאַכט, און ער האָט האַלב־ דרײסט, האַלב־דערשראָקן די טיר אױפֿגעעפֿנט און דעם קאָפּ אַרײַנגעשטעקט. סװענטיסלאַװסקי אָבער האָט, ריכטנדיק זיך דערױף, אים זײן קאָפּ גלײַך בײַ דער טיר שױן באַגעגנט און אים באַרויִקט. אים געהײסן זי פֿאַרמאַכן. אַזױ, אַז דאָס קול, אַ סבֿרה, די פֿראַזע „װערט האָט דאָס געטאָן, פּאַנאָװיע”, איז גאָר ניט פֿון גאַרלעצקין, נאָר פֿון אַן אַנדערן װעמען געקומען. פּריצים האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען, מיט װאָס דאָס שמעקט, בײַ אַלע האָבן די צורות אױסגעזען, װי אײן שולד אױף אַלע, װײל אַלע טאַקע שולדיק, און אױב דער ערשטער שאָס, האָט מען געמי▯נט, איז זיכער געקומען פֿונעם גראַף, איז אין דעם צװײטן, װאָס מע האָט שױן ניט באַמערקט פֿון װעמען, האָט מען שױן יעדערן פֿון זײ געקאָנט חושד זײן. אין דער מינוט אױך, — מע װײסט ניט װער, נאָר עפּעס האָט עמעצער אױף אַ בענקל זיך אַרױפֿגעכאַפּט און די ליכט אױסגעלאָשן —▯ די ליכט פֿונעם הענגענדיקן בליץ־לאָמפּ, דערנאָך האָבן שױן אַלע, פֿאַר אומבאַװוּסטער מורא, װײַזט אױס, װאָס האָט אַלעמען אַרומגעכאַפּט, װער ס'האָט לעבן זיך אױפֿן טיש אַ ליכט שטײן געהאַט, אױך זי אױסגעלאָשן. מע איז געבליבן אין דער פֿינצטער. מע האָט געקאָנט מײנען, אַז דאָס האָט מען געטאָן צוליב הײמלעכקײט װעגן, װי כּדי אײנער אױפֿן אַנדערן ניט צו קוקן, װי זיך צו באַדענקען, און אפֿשר אױך, אַז אין דער פֿינצטער זאָל יעדערער די מעגלעכקײט האָבן װי־ניט־איז זיך אָן שולד אָדער װײניקער שולדיק אַרױסרוקן. אין דער זעלבער מינוט איז דער פּאָרטרעט אױף דער װאַנט ניט געבליבן, װיפֿל די פּריצים האָבן אים דערנאָך ניט געזוכט, איז ער װי אין דער ערד מיט די שפּורן▯ פֿאַרשװוּנדן. אין דער מינוט אױך האָט אין אײנער און דער זעלבער צײַט כּמעט יעךערער בײַ זײן אױער עפּעס אײנעם אַ מענטשנס מױל דערפֿילט, װוּהין ▯ דאָס מױל האָט, אײַלנדיק און װי בסוד אַרײַנגעזאָגט: — פּריצים, די זאַך איז ערנסט, ס'לאָזט זיך נאָך פֿאַרריכטן, נאָר מ'דאַרף געלט, אַ פֿולע געלט. דערבײַ האָט דאָס מױל אָנגערופֿן אַזאַ סאָרט סומע, װאָס האָט יעדן צו־ הערער געמאַכט אױפֿציטערן פֿיל מער נאָך, װי פֿון דעם נאָר־װאָס פֿאָר־ געקומענעם, װאָס האָט געשמעקט מיט מלוכה־פֿאַרראַט, מיט באַלײדיקן זײן מאַיעסטעט, דעם קײסער, און דעדפֿאַר, אין אַזאַ צײַט, און צו אַזױנע, װי צו זײ, װי צו די פּריצים, קאָן אָנגעװענדט װערן דאָס שטרענגסטע, — אָנגעהױבן פֿוז שמיץ, פֿון פֿאַרשיקן, ביז, מעגלעך, טױט־שטראָף אַפֿילו. ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 269 די אָנגערופֿענע סומע אָבער איז העכער געװען ניט נאָר פֿון די באַ־ גרענעצטע פּריצישע מעגלעכקײטן איצט דאָ אױפֿן שלעכטן, האָלב־טױטן יאַריד, נאָר אױך אַפֿילו, װען ניט שלעכט, װען אין אַנדערע צײַטן, אַ גרױסע — נישט נאָר פֿאַר אײן פּריץ, נאָר אַפֿילו פֿאַר אַ סך, װען זײ װעלן זיך צונױפֿלײגן. — די זאַך האַלט שלעכט, — האָט דאָס מױל װידער אין יעדן אױער אַרײַנגערעדט, — זאָלן זיך פּריצים באַדענקען. ס'איז בײַ אַ ייִדן אױף דער אכסניה, דערבײַ אױך אַ פֿאָרשטײער פֿון דער מאַכט, מאָרגן קאָן דאָס איבער־ געגעבן װערן, װוּ מע ▯אַרף, אױף גאַנץ שטאָט זיך צעטראָגן... דער ממשות- דיקער באַװײַז, דער פּ▯רטרעט — פֿאַרשװוּנדן, װער װײס, אין װעמענס הענט ער האָט אַרײַנגעטראָפֿן, מע דאַרף זען אים אױסגעפֿינען און פֿאַרניכטן. אַלץ איז נאָך מעגלעך. מע דאַרף נאָר גוט באַשמירן. אַניט זאָלן פּריצים דער־ נאָך קײן חרטה ניט האָבן. ▼ אױף אַ שפּעט־בײַנאַכטיקער באַראַטונג צװישן פּריצים אין יענער זעלבער טאַקע אכסניה, װוּ דער הױפּט־אָנפֿירער און דער הױפּװ עצה־געבער דעמאָלט איז געװען סװענטיסלאַװסקי, מחמת אַלע איבעריקע דערשראָקענע, איז באַ־ שלאָסן געװאָרן: דאָס געלט צונױפֿנעמען און דאָס פֿאַרטײלן װעמען ער, סװענטיסלאַװסקי, װעט געפֿינען פֿאָר נײטיק. אַלע זײַנען שױן איצט איבער עפּעס זיכער געװען, אַז דאָס געלט בלײַבט בײַ אים, אַז אױך דער פּאָרטרעט בײַ אים. יענעם אָװנט איז ער פֿון אַלעמען דערקענט געךואָרן. אָבער קײן אַנדער ברירה איז ניט געװען, װי נאָר אָדער אים דאָ, אין אכסניה, צו ז▯ערשטיקן, װאָס אױף דערױף זײַנען, װײןט אױס, קײן בעלנים און קײן אײנשטעלער נישט געװען; אָדער זשע זיך לאָזן נאַרן און פֿון אים, כּלומרשט, באַזאָרגט װערן. און דאָס האָט מען טאַקע געטאָן. און דאָס אײנציקע, װאָס מע האָט נאָר געקאָנט אין אָזאַ לאַגע, איז געװען — בײַ אים זיך אױף אַ קלענערער סומע אױסדינגען, װאָס דאָס האָט מען אױך געטאָן ▯ זיך אױסגעדונגען, אָבער װי קלענער זי איז ניט געװען, די סומע, דאָך איז זי נאָך געװען אױף אַזױ פֿיל גרױס, אַז װעגן דעם, װי אַזױ זי צוזאַמענ־ צונעמען, זאָל זיך, בײַ די איצטיקע באַדינגונגען, קײן אײן פּריצישער מוח ניט פֿאָרשטעלן און אַפֿילו ניט קאָנען פֿאַנטאַזירן. — און געלט, פּריצים? — געלט איז בײַ די ייִדן. מע מוז זיך װענדן צו זײ, ייִדן װעלן די פּריצים ניט פֿאַרלאָזן, זײ אױסלײזן, זײ אין די נױטן שטײן. און דאָס האָט שױן אױף זיך גענומען אַלײן סװענטיסלאַװסקי, װעלכער האָט געקאָנט די זאַך אַזױ אױסלײגן און פֿאָרשטעלן, אַז דער פּריװאַטער אינטערעס פֿון רי פּריצים, — דאָ געמײנט די סכּנה, װאָס איז זײ פֿאָרגעשטאַנען, ----------- 270 ד ע ר נ ס ת ר — זאָל אױך אַלגעמײנער שטאָטישער אינטערעס און שטאָטישע סכּנה װערן. דערױף איז ער געװען אַ בריה, און דאָס דורכצופֿירן האָט ער זיך אונטער־ ▯ גענומען. ▼ װי אַזױ סװענטיסלאַװסקי איז דערנאָך געקומען צו ר, דודין, צו אונדזער באַקאַנטן און באַװוּסטן רבֿ אין שטאָט און אױך אױף דער גאַנצער געגנט — צי אַלײן, צי דורך עפּעס עמעצנס פֿאַרמיטלונג פֿון אײנעם זײַנעם אַ באַקאַנטן ▯ידן — װײסן מיר ניט. מיר װײסן נאָר, אַז שױן אױף מאָרגן איז צו ר, דודין אינמיטן גאַנצפֿרי, אינמיטן יאַריד, װען מענטשן זײַנען אַזױ פֿאַרנומען און די צײַט אַזאַ ברענענדיקע, אַן אַסיפֿה צונױפֿגערופֿן געװאָרן. נאַטירלעך, פֿון „פּני”, נאַטירלעך, אױך, אַז דאָס מאָל ניט פֿון רבנים און גלאַט חשובים, נאָר דער עיקר טאַקע געלט־לײט, רײַכע, װאָס צו זײ האָט ער, ר, דודי, זיך מיט יענעם ענין געװענדט, און װאָס דער עיקר פֿון זײ האָט מען אין דעם פֿאַל געקאָנט עפּעס װאַרטן. אױסגעלײגט האָט ר, דודי די זאַך אַזױ, אַז דער ענין איז דאָס מאָל נוגע ניט נאָר פּריצים, נאָר אױך כּמעט גאַנץ ייִדישן קהל. — זאָל מען נאָר באַטראַכטן, — האָט ר, דודי געזאָגט, — דאָ שמעקט מיט מרידה, און אַזױנע זאַכן װערן ניט געשענקט. די שולדיקע װעלן געװיס זײער שטראָף און ערלעך אױסקומעניש באַקומען, װאָס דאָס הײסט — װײסן אַלע. די פּריצים קאָנען זיך אַלײן ניט אױסקױפֿן, פּריצים זײַנען פֿאַרבאָדן אין חובֿות — בכלל, באַזונךערס אָבער נאָך דאָס יאָר, װען געלט איז ▯אַזױ קנאַפּ, איבער ךער אומגערעטעניש. — מע דאַרף געדענקען, — האָט ר, דודי פֿאָרגעזעצט, — אַז אױ▯ פּריצים װעלן דאָ לײדן, װעלן מיטנלײדן מיט זײ ניט נאָר פֿיל דאָרפֿס־ייִדן — שענקערס, אַרענדאַרעס, פּאָסעסאָרס, — נאָר אױך שטאָט־לײט, מיט װעלכע די פּריצים זײַנען פֿאַרבונדן מיט געלט־עסקים. ער מײנט אױך בתוכם אַלע די, װאָס זיצן דאָ, װאָס האָבן זיך צו אים אױף דער אַסיפֿה צונױפֿגענומען. — זאָל מען דערמיט געדענקען: נעמט מען זײ צו, די פּריצים, אַזױ מעגן זיך אַלע מיט זײערע חובֿות אָפּגעזעגענען. טוען מיר אָבער פֿאַרקערט, און שלעפּן זײ אַרױס פֿון דער צרה, אַזױ װעלן פּריצים די זאַך געדענקען, און ייִדן װעלן דערפֿון גרױסע טובֿות האָבן. ▯ אמת, ס'איז אױך דאָ אַ געפֿאַר, אַז אױב, חלילה, מע זאָל זיך דערפֿון דער־ װיסן, אַז ייִדן האָבן זיך אין אַזאַ זאַך געמישט, קאָן זײן אַ בלבול אױף קהל. די זאַך איז אָבער באַװאָרנט: דער אײנציקער, װאָס איז בײַגעװען בײַ יענער ▯ מעשׂה, און װעלכער קאָן שלעכט עדות זאָגן, מײנט דאָ ניט מער, װי נאָר אַרױסציִען פֿאַר זיך אַ געװיסע טובת־הנאה, אַ געװיסע סומע געלט. זיכערע ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 271 מענטשן פֿאַרזיכערן, אַז מער װי געלט איז דאָ יענער ניט אױסן. אַ סבֿרה אױך, אַז אין דער גאַנצער מעשׂה איז ער אַלײן טאַקע דער שולדיקער. אַ סבֿרה אױך, הײסט עס, אַז דאָס האָבן ניט די פּריצים געשאָסן, נאָר יענער אַלײן טאַקע, דער, װאָס האָט שױן, װײַזט אױס, לאַנג פֿאַרטראַכט פֿון אַזאַ מעשׂה רײַך צו װערן, און איצט האָט אים דער גליקלעבער פֿאַל געטראָפֿן — אַן אױסװוּרף, אַ מסור. באַװײַזן קאָן מען דאָס ניט, דער פּאַרשױן אַלײן אָבער איז מיט זײן באַשולדיקונג, זעס▯ מען, ניט איבעריק זיכער, ער אײַלט דערום דאָס ניט כּשר פֿאַרדינטע געלט אַרײַנצובאַקומען, כּדי װאָס גיכער אַלײן פֿון דעם עסק זיך אַרױסורײען, פּטור װערן. דער פּאָרטרעט געפֿינט זיך בײַ אים, ער װעט קײן געלט ניט באַקומען, ביז ער װעט פֿאַר די פּריצים ניט געבראַבט װערן, זײ איבערגעגעבן, אױף אים צו פֿאַרניכטן ▯ מורא האָבן, אַז דערנאָך, נאָכן געלט באַקומען, זאָל יענער װידער די זאַך ניט אױפֿװעקן און װידער פֿאַר־ מסרן, דאַרף מען ניט, װײל, ערשטנס, װער װעט אים גלײבן אָן אַ באַװײַז; און דער עיקר, װאָס דעמאָלט שטעקט ער אַלײן אין סכּנה: טאָמער װעט די פּריצימס אומשולדיקײט באַװיזן װערן, און אַלץ קאָן אַרױפֿגעװאָרפֿן װערן אױף אים דערפֿאַר, װאָס ער האָט אַזאַ זאַך געטאָן צוליב רײנעם שװינדל. ביז דער באַװײַז אָבער איז בײַ אים, האָבן פּריצים, מחמת מורא מיט אים זיך אָנצוהײבן, באַשלאָסן נאָכגעבן. קײן געלט אָבער איז בײַ קײנעם ניטאָ, און ער, דער פּאַרשױן, אײַלט, פֿאָדערט: הײַנט, באַלד, שױן, אַניט, װאָרנט ער, איז שלעכט, קאָן די זאַך איבערגעגעבן װערן װײַטער, װאָס דעמאָלט װעט שױן קײן זאַך ניט פּועלן. מע מוז זיך דערום אַן עצה געבן, און הײַנט, מאָרגן דאָס געלט אַרײַנקריגן. — ער װײסט, ר, דודי, אַז בײַ אַלעמען איז איצט ענג, אַז אין געלט איז גרױסער מאַנגל, אָבער די טובֿה פֿון די פּריצים און די טובֿה פֿון אַלעמען פֿאָדערט, מע זאָל טאָן, װאָס נאָר מעגלעך, און השם יתברך װעט העלפֿן. אײנער פֿון די, צו װעמען ר, דודיס רײד זײַנען געװענדט געװען אין אָט דער דאָזיקער אױפֿגיך צונױפֿגערופֿענער אַסיפֿה, איז געװען אױך משח מאַשבער, װאָס װעדליק זײן נאָמען און אָנזען אין שטאָט, און אױף װיפֿל אױך ער איז פֿאַראינטערעסירט געװען אין דעם ענין, מחמת אױך ער האָט דאָך בײַ די פּריצים מיט גרױסע סומעס געשטעקט, איז אױך אױף אים איצט אױסגעפֿאַלן אַ געװיסן טײל געלט אַרײַנצוקריגן. ער, װי אַלע איבעריקע, האָבן זיך, נאַטירלעך, צוערשט שטאַרק אױפ־ גערעגט, און אױסהערנדיק די מעשׂה, האָבן די ערשטע מינוטן געמײנט און זיך געװאָלט פֿונעם גאַנצן ענין אָפּשאָקלען: װאָס דאַרפֿן מיר זיך מישן, און זאָלן די פּריצים מה־יעשהניקעס טאָן, װאָס זײ װילן. אַז מע האָט אָבער נאָכ־ אַמאָל און נאָכאַמאָל די מעשׂה אױפֿן געדאַנק גענומען און זי פֿון אַלע זײַטן באַהאַנרלט און אַן ערנסטן טראַכט געטאָן פֿון די רעזולטאַטן, װאָס קאָנען זיך ----------- ▯ 272 ד ע ר נ ס ת ר פֿאַר יעדן אײנציקן פֿון די אָנטײלנעמער אין דער אַסיפֿה באַקומען, און אױך טאַקע פֿאַר אַ גרױסן טײל ייִדן, װאָס ניט דאָ אױף דער אַסיפֿה, — האָט מען, סוף־כּל־סוף דערזען, אַז ס'איז אין ברירה, אַז קײנער, אױסער די פֿאַרזאַמלטע, איז דאָ טאַקע ניט אימשטאַנד עפּעס צו טאָן, און אַז טאָן מוז מען. האָט מען געקרעכצט און זיך אין די קעפּ און אין די בערד געקראַצט, אָבער ענדלעך האָט מען זיך געמוזט אונטערגעבן, און יעדערער, װיפֿל ס'איז אױף אים אױסגעפֿאַלן און אַרױפֿגעלײגט געװאָרן, האָט געמוזט צוזאָגן אױספֿילן און טאַקע שפּעטסטנס מאָרגן דאָס געלט צושטעלן. אַז משה מאַשבער האָט זיך דעמאָלט, גלײַך פֿון ר, דודין גײענדיק, צו זיך אי▯ קאָנטאָר אַרײַן באַװיזן, האָט ער באַלד זײן אײדעם, דעם אונדז באַקאַנטן נחום לענטשעס אין באַראַטונגס־צימער אַרײַנגערופֿן. ער האָט אים, װי אַ פֿאַרטרױאונגס־מאַן אין אַלע זײַנע ענינים, אױך דעם ענין און די זאַך מיט די פּריצים איבערדערצײלט און איבערגעגעבן, זיך מיט אים װעגן דעם אױסגע'עצהט, און, דער עיקר, אים אַ פֿרעג געטאָן: — װי האַלט עס בײַ אונדז הײַנט מיטן ק▯אַסע־באַלאַנס? — באַלאַנס איז באַלאַנס, אָבער די קאַסע איז לײדיק, — האָט נהום גע־ זאָגט, — איר װײסט דאָך אַלײן, שװער, און עך האָב אײַך ניט װאָס צו דערצײלן. ער איז גערעכט געװען, נחום: משה מאַשבער האָט, ניט פֿרעגנדיק, אַלײן זײער גוט די לאַגע געװוּסט; געװוּסט ,אַז ס'איז ניט קײן יאַריד, נאָר אַ שׂרפֿה — פֿאַר אַלעמען, באַזונדערס אָבער פֿאַר אַזױנע, װי ער, פֿאַר געלט־ און קאָ▯טאָר־לײט, װאָס האָבן פֿאַר דער צײַט גאָרנישט ניט אַרײנבאַקומע▯. קײנער פֿון די בעל־חובֿות האָט דאָס יאָר ניט װי אַלעמאָל, אַפֿילו אױף דער שװעל זיך ניט געװיזן, װי יעדעס מאָל אין דער צײַט, װאָס מע איז געװױנט קומען — מיט פֿרײלעכע אױפֿגעלײגטע פּנימער זיך צעצאָלן און װעגן נײַעם אָפּצורעדן, געשפּרעכן פֿירן. פֿאַרקערט, אױב עמעצער האָט זיך יאָ געװיזן, האָט מען אים גלײַך אין דער נאָז דערקענט, אינעם טרױעריקלעך־שולדיקן בליק, אַז געקומען איז ער נאָר בעטן די זמנים פֿון די װעקסלען צו פֿאַר־ ▯ לענגערן, און אפֿשר װעט זיך אים אױך אײַנגעבן, אױסער דער אַלטער הלװאה, אױך אַ נײַע אַרײַנצוקריגן. משה האָט דאָס זײער גוט געװוּסט, דאָך האָט ער אַנדערש, װי יאָ אָנטײל צו נעמען אין דער נײַער הלװאה פֿאַר די פּריצים, נישט ▯▯עקאָנט טאָן. זײן נאָמען און זײן שטעל האָט דאָס געפֿאָדערט, זײן שם און זײן לאַגע צװישן סוהרים. אָפּזאָגן זיך װאָלט געהײסן, אַז ער איז מיט עפּעס הינטערשטעליק, אַז אין די געשעפֿטן בײַ אים איז ניט איבעריק, װאָס דערצו טאָר קײנער, בפֿרט אַזאַ, װי ער, משה, נישט דערלאָזן. באַזונדערס האָט ער דאָס געמוזט איצט, נאָך דעם װי אױפֿן יאַריד — מע װײסט ניט פֿונװאַנען ס'האָט געשטאַמט, צי פֿון רודניצקי דעם פּריץ אַלײן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 273 װעלכער האָט זיך, מעגלעך, בשעת שיכּרות פֿאַר עמעצן אױסגערעדט, צי ייִדן־ מעקלער האָבן אַלײן די זאַך אױסגעשנאָרעט און געװױר געװאָרן — נאָך דעם, אַז מע האָט זיך דערװוּסט, אַז רודניצקי האָט משהן אַ גרױסע סומע אָנגעזעצט, און אױך די גאַנצע מעשׂה, װי אַזױ ער האָט בײַ נחומען די װעקסלען אױסגענאַרט, און צװישן סוחרים און מעקלער האָט מען דערפֿון היפּש גע־ רעדט, און דאָס, װאָס משה האָט דאָס ביז ▯אַהער פֿאַרשטעלט, פֿאַרבאַהאַלטן, אַז קײנער זאָל דערפֿון ניט װיסן, האָט מען אױסגעטײַטשט צו שלעכטן — „אַ סימן, — האָט מען געזאָגט, — אַז בײַ משהן איז שױן גאָר ניט אַזױ פֿױגלדיק, װאָרעם װען ניט, איז װאָס איז דאָ צו באַהאַלטן?...” ▯ ס'האָט שױן געהאַלטן אַפֿילו דערבײַ, אַז משהס באַשטענדיקע פּראָמיל־ ניקעס, די, װאָס קריכן קײנמאָל ניט אַרױס פֿון קאָנטאָר ,און װאָס יעדעס ▯ װאָרט, װאָס זײ װענדן זיך צו אים מכּוח געשעפֿט, װערט באַגלײט פֿון זײ מיט אַ היפּש ביסל חניפֿה און א▯נטערלעקערײ, װי שלום שמאַריאָן און צאַלי דערבאַרעמדיקער און נאָך, — האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז געװױר װערנדיק יענע זאַך און, אַפּנים, ברוגז זײענדיק ,פֿאַרװאָס זײ אַלײן האָבן דאָס ביזן יאַריד ניט פֿאָרױסגעפֿילט, פֿאָרױסגעטראָפֿן — האָבן אים שױן מיט אַ מין באַלײדיקנדיקער העזה אָפֿט אין די אױגן געקוקט, װי זיך באַ־ רימענדיק, אַז זײ װײסן פֿון דעס, פֿון יענער זאַך, װאָס ער האָט ניט געװאָלט און ס'האָט אים ניט געלױנט, אַז מע זאָל װיסן. יאָ, ס'האָט שױן געהאַלטן אױך דערבײ▯.. משה האָט דערום איצט געמוזט זײן שם אין שטאָט אונטערהאַלטן, — פֿאַר אַלעס, פֿאַר סוחרים, געלט—לײט, װאָס ער האָט מיט זײ צוזאַמען אין דער אַסיפֿה בײַ ר, דודי דעם רבֿ אָנטײל גענומען, און אױך פֿאַר די געלט־מעקלער, װי װידער פֿאַר שמאַריאָנען, פֿאַר אַ דערבאַרעמדיקער, װאָס טאָמער װעלן זײ געװױר װערן פֿון דער מעשׂה ▯ מיט די פּריצים (כאָטש דערװײל איז דאָס נאָך פֿאַר אַלעמען געװען אַ סוד), און אַז אַלע האָבן זיך מיט אַ געװיסער סומע באַשטײערט, אױסער אים, משהן, װעט זיך דאָס שױן אַװדאי שלעכט קלינגען, און די פּראָמילניקעס, געלט־ מעקלער װעלן שױן מיט רעכט דעמאָלט די העזה קעגן אים פֿאַרמערן. ער האָט דערום, גלײַך נאָכן אױסעצהן זיך מיט נחומען, די מעקלער אַרײַנגערופֿן, האָט אױף זיך אַ געװײנלעכע שטאָלץ-נגידישע מינע אָנגעצױגן, אַ מין גלײַכגילטיקע, גלײַך דער אױפֿטראָג, װאָס ער גיט זײ דאָ, איז אַ גע־ װײנלעכער קאָנטאָר־אױפֿטראָג, װאָס אַלע טאָג זײַנען אַזױנע מעגלעך און שײך, און נעמלעך: ער דאַרף הײַנט צו טאָג אַ געװיסע סומע געלט האָבן, זײ מוזן זי אים זען קריגן. און כּדי זײ אונטערצואײלן, און כּדי זײ זאָלן פֿאַרשפּאָרן צוריק אין קאָנטאָר קומען נאָך משהס װעקסלען, װען זײ װעלן קריגן די ערטער, װוּ צו אַנטלײַען, האָט ער זײ שױן אױפֿן אָרט טאַקע אונטער־ געשריבענע װעקסלען געגעבן, זײ אָפּגעחתמעט אױף קלענערע און אױף גאָר ----------- ▯ 274 ד ע ר נ ס ת ר ▯ קלײנע סומעס, װאָרעם געװוּסט האָט ער, אַז גרױס געלט אין אײן האַנט צו קריגן װעט אים איצט זײן אוממעגלעך און אַז בײַ דער בעסטער פֿײיִקײט פֿון זײַנע מעקלער און פּראָמילניקעס, איז דאָס אין איצטיקן מאָמענט אַפֿילו פֿאַר זײ אױסגעשלאָסן. נאָכן אַװעקגײן פֿון די מעקלערס, האָט משה, אַלײן בײַ זיך אין צימער בלײַבנדיק, אָפֿט געקרעכצט. ער האָט אַלע װײַלע בײדע הענט — די רעכטע און די לינקע — צו זײן ברוסט צוגעלײגט, די בוזעם־קעשענעס אָנטאַפּנדיק, װי ס'טוען נגידים תּמיד, װען אױפֿגעלײגט או▯ אין גרױס בטוח זײן אין זיך, און ער האָט זײ איצט לײדיק געפֿונען ־— אַ זאַך, צו װעלכער ער איז די לעצטע יאָרן פֿון גרױסער גדולה נישט געװױנט, אַ זאַך, װאָס האָט אים, פֿון אומ־ געװײנלעכקײט, אױסגעזען משונה און אומגלײבלעך. ס'האָט אים אין האַרצן אַ קיל געטאָן. ער האָט דעם גאַנצן טאָג דערנאָך געהאַט ניט קײן גוטן. באַזונדערס נאָך פֿאַרנאַכט פֿון זעלבן טאָג, װען מע האָט שױן געזאָלט די קאָנטאָר שליסן, װען פֿאַרן טאָג איז אים צום דערפֿרײען גאָרנישט צוגעקומען, און װען די פּראָמילניקעס, די מעקלער, האָבן זיך צוריק אין קאָנטאָר אומגעקערט, און זײ האָבן אים דװקא דאָס געפֿאָדערטע געלט יאָ געבראַכט, אָבער ער האָט געזען, אַז ס'איז נאָך גרױס מי און לאַנג זוכעניש זײ אָנגעקומען; דעמאָלט, אַז ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט און געװאָלט װיסן, װוּ, בײַ װעמען האָבן זײ דאָס געלט געקראָגן און אין װעמענס הענט זײַנען זײַנע װעקסלען אַרײַנגעפֿאַלן, פֿאַרשטײענדיק, אַז דאָס מאָל, מחמת געלט־מאַנגל, זײַנען זײ אַרײַנגעפֿאַלן ניט צו קײן איבעריק באַװוּסטע און חשובים, האָט צאַלי דערבאַרעמדיקער אים ▯אַ זאָג געטאָן, אַז זײן חלק האָט ער געקראָגן: — װײסט איר בײַ װעמען? — און דערבײַ האָט צאַלי עפּעס אַ שאָדן־ פֿרײדיקע און שמײכלענדיק־באַלײדיקנדיקע צורה געהאַט. — בײַ װעמען? — בײַ אַזאַ, װאָס קײן בן־אָדם האָט זיך גאָר קײנמאָל ניט געקאָנט ריכטן, אַז אַזױנער איז אַפֿילו לעבן געלט געלעגן. — בײַ װעמען זשע? ▯ — בײַ יענעם, בײַ דעם אײַנגײער אין די נגידישע הײַזער, בײַ דעם מרוק, בײַ דעם מיט דער ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע און מיטן לאַקירענעם דאַשעק, בײַ סרולי גאָל. — בײַ אים? — האָט משה אַזש אַ געשרײ אַרױסגעלאָזט פֿון פֿאַר־ װוּנדערונג, און פֿון נישט װעלן גלײבן, האָט ער זײַנע אױערן נישט געטרױט, און װי ער איז אַזױ לעבן זײן שטול געשטאַנען, אַזױ האָט ער זיך, פֿון מאַטקײט אין די קני, מיטאַמאָל אין אים אַראָפּגעלאָזט. ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 275 — בײַ אים, בײַ סרולין? װער האָט עס אים געהײסן? װער דערלױבט? ער איז משוגע געװאָרן, צי דול, צי בײַ אַלע געדאַנקען? — װאָס איז? — איז שױן דאָס מאָל צאַלי, פֿון מידקײט פֿונעם גאַנצן טאָג, װײַזט אױס, אַרומלױפֿן און, דער עיקר, דערפֿאַר, װאָס נאָך מעשׂה ו▯וד- ניצקי האָט זיך זײן דרך▯ארץ צו משהן אַ ביסל אײַנגעשרומפּן ,קלענער ▯עװאָרן —▯ איצט מיט לשון אַרױס: — װאָס איז? געלט האָט קײן ריח ניט, ר, משה, געלט שמעקט ניט! געלט איז געלט, בײַ װעמען ס'זאָל ניט זײן און בײַ װעמען ס▯זאָל זי▯▯ ניט געפֿינען, אַכי ס'געפֿינט זי▯▯, אַכי נאָר ס'איז דאָ. — אָבער... ס'איז דאָך אוממעגלעך! װי קומט צו אים, צו אַזאַ גאָר געלט פּלוצעם? — האָט משה װידער אױסגעשריגן. — ס'ניט אונדזער זאַך. אַבי ער האָט. אַבי ס'ניט פֿאַלש געמאַכט▯ — האָט צאַלי געענטפֿערט. משה איז נאָך דעם געשפּרעך אַהײם געקומען אַ שטאַרק פֿאַרביטערטער. ס'האָט זיך אים די גאַנצע צײַט אין קאָפּ ניט פּאַטופּעט, װי קײנער, װאָס װאָלט דערפֿון פֿריִער ניט געװוּסט און מע זאָל אים פּלוצלונג אַזאַ זאַך דערצײלן. מיר אָבער, װאָס מיר װײסן, חידושן זיך ניט און בעטן דאָס פֿאַרגעדענקען: אַז אָט דעמאָלט, אױפֿן יאַריד, יענעם טאָג, װאָס נאָך דער מעשׂה מיט די פּריצים און נאָך דער אַסיפֿה בײַ ר, דודין און נאָך דעם, װי משה האָט זײַנע מעקלער אױפֿן שטאָט אַרױסגעשיקט אים געלט זוכן, איז משה מאַשבער, װי ס'איז אים זײער און זײער ניט אָנגענעם געװען, אָבער פֿאַקט בלײַבט פֿאָקט: יענעם טאָג איז משה מאַשבער סרוליס בעל־חובֿ געװאָרן. ער, משה, — דער, װאָס האָט זיך גענײטיקט, יענער, סרולי, — דער, װאָס האָט אים אַרױס־ געהאָלפֿן; ער, משה, — דער, װאָס אַז ער האָט זיך אין בײדע בוזעם־קעשענעס געטאַפּט, האָט ער זײ געפֿונען לײדיק, און סרולי — דער, װאָס װען ער װאָלט דעמאָלט די הענט צו דער ברוסט צוגעלײגט, װאָלט ער אין בוזעם־ טאַש משה מאַשבערס װעקסלען אָנגעטאַפּט. לאָמיר דאָס פֿאַרגעדענקען! מירן ניט דערצײלן, װי אַזױ, װוּ און אין װאָס פֿאַר אַן אָרט איז צװישן צאַלין און סרולין דאָס געשעפֿט — דאָס געלט געבן און נעמען — אָפּגעמאַכט געװאָרן. מירן נישט דערצײלן, װײל איבעריק. ס'איז גענוג נאָר צו װיסן, אַז אַזױ װי סרולי האָט זיך דאָך שױן געהאַט, װי אין אַ פֿריִערדיקן קאַפּיטל דערמאָנט, צו צאַלין געװענדט װעגן אָט דעם ענין, און צאַלי האָט זיך דעמאָלט געקװענקלט, צי דאָס פֿאַר ערנסט אָננעמען, צי ניט, אָבער, סוף־כּל־סוף, האָט ער דאָס יאָ אָנגענומען, דאָס פֿאַרגעדענקט, איז דערום דאָס מאָל, װען ער איז אין משהס שליחות געגאַנגען, איז אים יענער אױפֿן זינען געקומען, און ער האָט אים געזוכט, און סרולי, פֿון זײן זײט, װידער, האָט אױך אים, צאַלין, — די גאַנצע צײַט, איז דערום נאַטירלעך, אַז װען צװײ זוכן זיך, קומט זײ אַמאָל ----------- 276 ד ע ר נ ס ת ר אױך דער צופֿאַל צו הילף, װי אױך דאָס מאָל איז ער צו צאַלין און סרולין געקומען. אַזױ▯ אַז די זאַך איז געמאַכט געװאָרן, דאָס געשעפֿט געשלאָסן. װי סרולי האָט זיך דערנאָך געפֿילט, — איז אונדז ניט באַװוּסט. ניט באַװוּסט אױך אַפֿילו דער מײן, װאָס ער האָט געמײנט דערבײַ — מיטן װעלן משהן פֿאַר אַ בעל▯חוב צו האָבן. מעגלעך, אַז אין איצטיקן מאָמענט האָט ער נאָך אַלײן ניט גענוג געװוּסט. מיר װײסן נאָר, אַז משה האָט זיך, װי געזאָגט, שטאַרק באַטריבט און װי פֿון דער השגחה באַלײדיקט געהאַלטן. פֿאַר אַלעם, פֿון דער השגחה, װאָס זי האָט אים דאָ עפּעס אַ קבצנישן פֿינגער געװיזן, עפּעס אַ מין סימן, אַז רײַכקײט איז ניט פֿעסט, אַז איבעריק דערמיט זיך איבערנעמען און גרױס האַלטן דאַרף מען ניט. אַ סימן: אָט האָט ער הײַנט גאָר צו אַזאַ, װי צו סרולין, באַדאַרפֿט אָנקומען, צו דעם, װעלכן ער האָט ערשט אים פֿון שטוב געטריבן, װי אַ לעצטן און װי אַזױנעם, װאָס מע דאַרף פֿאַר אים אין קײן פֿאַל ניט יוצא זײן. דאָס — פֿון דער השגחה. דער עיקר אָבער האָט משהן געאַרט, װאָס די זאַך קאָן און װעט באַװוּסט און צעטראָגן װערן. דאָס װעט קלינגען פֿאַר אַלע, אמת, װי אַ שפּאַס, װי אַ גלײַכװערטל. אָבער דאָך װעט מען אים אין מױל האַלטן צוזאַמען מיט יענעם, אין פֿאַרבינדונג נאָך מיט אַזאַ זאַך, װי ער איז יענעם נאָך געלט שולדיק. דאָס קלינגט שױן גאָר, גאָר ניט געהױבן. אַלנפֿאַלס — מיט אַ סקאַנדאַל און אומאָנגענעמלעכקײט, מיט אַזאַ, װאַס בעסער איז װען אַזױנס טרעפֿט זיך מיט אַנדערע, ניט מיט אים — בעסער מיט ןײנע שׂונאים. משה האָט דעמאָלט, אַהײם קומענדיק, אַ פֿאַרביטערט־פֿרומלעכן מעריבֿ געדאַװנט. ער האָט ניט געגעסן און גלײַך שלאָפֿן געגאַנגען, און אײגענע האָבן ניט געפֿרעגט — פֿאַרװאָס, װײל זײ האָבן געפֿילט, אַז עפּעס איז ער פֿאַרצאָרנט. ער האָט זיך אױך אין שלאָף אומרויִק געפֿילט, אַזױ לאַנג, ביז דער אומרו און די פֿאַרביטערטקײט האָט זיך אים, װי תּמיד, װען ס'טרעפֿט זיך אים אָן אומאָנגענעמלעכקײט, װען ער איז אױפֿגערעגט, און דער חלום קומט און טוט דאָס אים — צי גךט, צי שלעכט — דורך אַ בילד אױפֿלײזן און באַװײַזן, אַזױ האָט זיך אים אױך איצט געחלומט: אַ טיש... ס'איז שבת אָדער יום־טובֿ. אַלץ, װי כּסדר. די קינדער, די אײניקלעך בײַם טיש, די שטוב — די זעלבע. אַלץ אין געװײנלעכער אָרדענונג. נאָר, זע: דאָרט, װוּ ער באַשטענדיק מיט גיטלען פֿון אױבנאָן, זיצט איצט גאָר אַ פֿרעמדער לעבן איר, לעבן גיטלען. ער קוקט זיך אײן: זע, ס'איז סרולי. ער פֿירט זיך מעשׂה באַלעבאָס. ער, סרולי, באַמערקט, װי ס'זיצט אַן אורח בײַם טיש, בײַם סאַמע עק, און באַפֿױלט, מע זאָל אים דערלאַנגען, און מונטערט אױך אַלײן דעם אורח, ער זאָל עסן, זאָל זיך לאָזן װױלגײן. ▯ ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 277 משה גיט אַ קוק אױפֿן אורח, דערזעט, אַז דאָס איז ער, משה אַלײן, בײַ זײן אײגענעם טיש דאָ אַן אורח, דערצו אין סרוליס בגדים, מיט סרוליס אױסזען, מיט זײן ברוגז־אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ צום טיש, װען ער קוקט אױף קײנעם נישט. ס'איז אים שװער. ער הערט, װי סרולי, װאָס זיצט אױבנאָן, װענדט זיך צו גיטלען: „װאָס איז דער אורח ברוגז? װאָס עסט עפּעס נישט דער אורח?” ער, משה, װיל אױסשרײַען: „ס'איז פֿאַרקערט!” ער דאַרף דאָס זאָגן, װײל ער איז באַלעבאָס. אָבער דאָ דערזעט ער, װי סרולי צעלאַבט זיך אים אין פּנים, װענדט זיך צו אַלע, װאָס אַרום טיש, און כּדי צו באַװײַזן זײן גערעכטיקײט, און אַז דאָס אָרט, װאָס ער פֿאַרנעמט, איז מיט רעכט פֿאַר- נומען, שטעקט ער אַרײַן די הענט אין בוזעם־קעשענע און שלעפּט פֿון דאָרט עפּעס אַ פּאַק אַרױס: װער װעמען, הײסט עס, איז שולדיק, װער בײַ װעמען ליגט מיט די װעקסלען פֿאַרזעצט. משה איז אָפּהענטיק. ער לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ, הײבט זיך פֿון הינטערן טיש אַרױס, גײט אין אַ װינקל שטוב און געפֿינט דאָרט די טאָרבע, װאָס ער איז כּסדר געװױנט זי צו האַלטן פֿאַר סרוליס, נעמט זי, הײבט זי אױף און לאָזט זיך אױף די אױגן פֿון אַלע אײגענע, פֿון װײַב־און־קינדער, װאָס קוקן אים נאָך, צו דער טיר צו — די שװעל אַריבערצוטרעטן. אָט אַזױ: ער קושט די מזוזה, ▯ױינט און געזעגנט זיך, פֿאַרלאָזנדיק זײן שטוב מיט זײַנע בני־בית, װאָס בלײַבן בײַם טיש שטיל זיצן... ▯ ----------- ▯▯ צ ו ױי א ו יסער▯ו יאָ ריד ',אָו, װען ער טרעפֿט אים איצט!” — האָט משה מאַשבער געטראַכט אױף מאָרגן נאָך יענער נאַכט, װען דער אױבן דערמאָנטער חלום האָט זיך אים געחלומט. „אים” — האָט ער דאָ געמײנט סרולין, — יענע▯ ,װאָס ער װיל זײן נאָמען אױף די ליפּן ניט ברענגען, יענעם, װאָס ניט נאָר זײן נאָמען, נאָר װאָס װיל אַפֿילו ניט דערלאָזן זײן צורה זיך פֿאָרשטעלן, װי מע קאָן ניט און מע װיל ניט דערלאָזן די פֿאָרשטעלונג פֿון עפּעס אַ שטאַרק העסלעכער זאַך, װי אַ שרץ אָרער אַן אַנדער מין מיִוסקײט. „אַך, װען ער טרעפֿט אים אַצינד!”... ער האָט ניט געװוּסט גענױ, װאָס ער װאָלט געטאָן און קעגן יענעם פֿירגענומען, נאָר פֿאַרשײדן־אומקלאָרע און לעצט־מעגלעכע מיטלען האָבן זיך אים אין קאָפּ געשטױסן, װעלכע ער װאָלט מיט אים, מיט דעם, װאָס האָט אים זײן רו געשטערט, זײן שלום מיטן ברודער און, דער עיקר, װאָס האָט אים זײן כּבֿוד גערױבט, זײן ציטעריק־גבֿירישן האָנאָר, װען די װעלט װעט זיך דערװיסן די מעשׂה מיט דער הלװאה, אַז ער, משה, שטעקט בײַ אים, בײַ אַזאַ פּאַרשױן, גאָר מיט װעקסלען, װאָס דאָס װעט זײן אים צו בזיון, און דער װעלט — צו געלעכטער. „אַך, װען ער האָט אים”, — האָט ער זיך געטראַכט, — ער װאָלט, האָט זיך אים געדאַכט, אַזו▯נמ איצט געטאָן, אױף װאָס אַן אַנדער▯▯מאָל, אין די ערגסטע פֿאַלן אַפֿילו, איז ער אױף אַזעלכעס גאָר ניט פֿײיִ▯▯. ער װאָלט, מעגלעך, אים געכאַפּט און אים אַלײן אין די געהעריקע הענט איבערגעגעבן, מע זאָל אים באַזוכן, מע זאָל זען די זאַך אױספֿאָרשן, זען, פֿונװאַנען קומט גאָר צו אַזאַ פּאַרשױן געלט, װײל נישט אַנדערש, אַז פֿון גנבֿה, פֿון גזלה... ▯ „אַך▯, — האָט ער זיך אין זעלבן פֿרימאָרגן אױך װעגן ברודער לוזין געטראַכט אין פֿאַרבינדונג מיט דעם, װאָס איז לעצטנס אים געשען, ד. ה. אין פֿאַרבינדונג מיטן ערשטן אָנזאָג און סימן אױף בראָך און ירידה, װען משה האָט די סיבות דערצו געזוכט און, נאַטירלעך, איז אים אַ פֿרומע מורא באַפֿאַלן, טאָמער, אפֿשר האָט ער זיך מיט עפּעס פֿאַרזינדיקט, — איז אַלס אײנע פֿון די סיכות אים דערום די שולד בנוגע זײן ברודער אױפֿגעקומען. „אַך”, — האָט ער זיך דערום אױך װעגן ברודער געטראַכט, — װען ער האָט אים איצט, װאָלט ער אין ענגעניש און אין קלעם פֿאַר אים גע־ שטאַנען און געטענהט: װאָס געשעט צװישן אונדז?... צי שױן זשע איז ער, משה, אַזױ ניט גוט זיך באַגאַנגען קעגן דין, קעגן מינהג אָדער קעגן װאָס־ 278 ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 279 ניט־איז אײַנגעשטעלטן און אײַנגעפֿירטן פֿון די אײביקע געזעץ־געבער, װאָס דאָס האָט גורם געװען צו דעם, װאָס לוזיס האַרץ ליגט ניט צו אים שױן אַ צײַט ,און װאָס, סוף־כּל־סוף, האָט זיך עס מיט אַזאַ שאַרפֿן קריג צװישן זײ געענדיקט? צי שױן זשע האָט ער געזינדיקט דערמיט, װאָס ער האָט, װי אַלע, פֿאַר װײַב־און־קינדער, פֿאַר שטוב און שטאַנד געטאָן אין מסחר, װי אין מסחר װערט געטאָן, ד. ה. װי אַלע זײַנען זיך נוהג, װען מע קלעטערט אױפֿן האַנדלס־לײטער און מע באַנוגנט זיך ניט מיטן דערגרײכטן און נאָך יעד▯ן אײַנגענומענעם שטאַפּל װיל מען אַלץ העכער און װידער שטײַגן? װוּ ליגט דאָ די זינד? — װאָלט ער פֿאַר לוזין געטענהט. און נאָך דער פֿריִערדיקער אָנגרײפֿערישקײט און כּעס־טראָגן אױף אים, װאָלט ער איצט צו פֿאַרטײדיקונג איבערגעגאַנגען, צו װײכע רײד און צו זוכן אַ שלום־סטעזשקע, װאָס זאָל זײ װידעראַמאָל, װי פֿריִער, פֿאַראײניקן און ברידערלעך דער־ נעענטערן. װײל, צװישן אונדז גערעדט, האָט זיך משה דאָס מאָל אין דעם טאַקע שטאַרק גענײטיקט. די לעצטע צײַט פֿון נאָך מעשׂה־רודניצקי, בפֿרט נאָך דעם, װאָס ערשט נעבטן פֿאָרגעקומען — מיטן געלט־אַנטלײַען, מיט דער לײדיקער קאַסע און מיט מוזן אָנקומען און אַרײַנטרעפֿן מיט זײַנע געחתמעטע װעקסלען אַזש צו אַזאַ, װי יענער, װי סרולי — דאָס אַלץ האָט זיך אים װי אַ שװערער ▯ שטײן געלײגט, און אַ מוראדיקער פֿאָרגעפֿיל איז אים איבער די בײנער דורכגעגאַנגען: טאָמער? װער װײסט?... פֿיל סימנים זאָגן דאָך שױן דער־ פֿאַר, אַז, מעגלעך, דאָס מזל האָט זיך אים אָפּגעשטעלט און, װי ס'געשעט אָפֿט, איז פֿון איצט אָן שױן דער העכסטער פּונקט און שטאַפּל פֿון זײן גליק־לײטער פֿון אים דערגרײכט, און איצט הײבט ער שױן אָן צו גײן אױף זײן צוריק־ װעגס?... „אַך, װען ער האָט אים איצט”... בײדע אָבער — סײַ דער ערשטער סײַ דער צװײטער — זײַנען דעמאָלט װײַט געװען פֿון אים, בײדע אױסער זײן שטוב, אױסער דער מעגלעכקײט זיך צו דערװיסן אַפֿילו, װוּ זײ זײַנען און געפֿינען זיך; דערצו נאָך האָט הײַנט, מאָרגן, איבערמאָרגן, און נאָך אַ גאַנצע װאָך כּמעט, דער יאַריד אין שטאָט באַדאַרפֿט געדױערן, װען מע איז שטאַרק פֿאַרנומען און מע מוז, צוליב פֿרײען קאָפּ האָבן, זיך באַפֿרײַען אַפֿילו פֿון אַזױנע ערנסטע און שװערע מחשבֿות, װעלכע זײַנען איצט משה מאַשבערן באַפֿאַלן. משה האָט זיך, מחמת נױט און מחמת דער יאַריד האָט פֿון אים געפֿאָדערט, טאַקע װי־ס'ניט־איז פֿון די מחשבֿות באַפֿרײַט, און גלײַך נאָכן אױפֿשטײן האָט ער זיך אין זײַנע גע־ שעפֿטן אַװעקגעלאָזט. גײענדיק נאָר, האָט זיך אים אַמאָל אײנער, אַמאָל דער צװײטער פֿאָרגעשטעלט, און ער האָט מיט זײ געדאַנקלעך געטענהט און זײַנע ליפּן האָבן, װי אָן זײן װיסן, עפּעס געשעפּטשעט. און אין דער זעלבער צײַט ▯ ----------- ▯28 ד ע ר נ ס ת ר האָבן יענע, די, װעגן װעלכע ער האָט דאָ נאָר־װאָס געטראַכט, אים לחלוטין נישט אין זינען געהאַט און דעריבער װײַט געװען פֿון אים און פֿון זײַנע טענות. סרולי האָט נאָך דעם, װי ער האָט בײַ משה מאַשבער אין שטוב דעם געװיסן בזיון געליטן, נאָך דעם, װי ער האָט פֿאַר לוזין זײן געװיסע ױדױ אָפּגעהאַלטן, און בפֿרט נאָך דעם, װי אים האָט זיך אײַנגעגעבן זײן ביז אַהער אױסבאַהאַלטן געלט אין זיכערע און אין געװוּנטשענע הענט אַר▯▯צולײגן — טאַקע אַלײן צו משהן, — פֿון דעמאָלט אָן האָט מען אים אין קײן גבֿירישער שטוב ניט געזען, און אין ערגעץ פֿון די געװײנלעכע רײַכע הײַזער, װוּ ער פֿלעגט זײן אַן אײַנגײער, זיך מער ניט װײַזן. ער האָט זיך װי געמאַכט יום־ טובֿ. ער האָט די לעצטע טעג, זינט דער י▯אַריד האָט זיך געשטעלט, זיך אַרומ־ געדרײט אױף די מאַרקן. כּסדר האָט מען אים געקאָנט זען אַ לײדיקגײער, זיך רוקן דװקא, װוּ ס'איז ענג, דװקא װוּ געדיכט, כאָטש צו טאָן און צו קױפֿן האָט ער ניט געהאַט װאָס און בײַ װעמען: און אין יעדן רעדל האָט מען אים דערקענט פֿאַר אַ פֿרעמדן, מע פֿלעגט אױף אים אַמאָל אַ קוק געבן מיט חשד, װי אױף עפּעס אַ סאָרט גנבֿ, און אַן אַנדערשמאָל װי אױף אַ דולן, װאָס האָט זיך אומזיסט און אומנישט אין פֿרעמדע געשעפֿט־רעדלעך פֿאַרקליבן. אַזױ אױך הײַנט אינדערפֿרי, אין דעם פֿרימאָרגן, װעגן װעלכן מיר רעדן דאָ. ▯ אָט שטײט ער בײַ אײנער אַ װאַנט ▯ון דער אַלטער שטאָט־פֿעסטונג, װעלכע קוקט צום טײַך און צו דער הרעבליע. ס'זײַנען איצט, בעתן יאַריד, בײַ איר צופֿוסנס אױסגעשטעלט פֿיל בײַדלעך, געצעלטן און שטעלעכלעך, װוּ ס'איז אַ געדרענג און אַ טומל פֿון פֿאַרשײדענע קולות, װעלכע הערן זיך דאָרט פֿון הענדלער, װאָס שרײַען אױס זײערע סחורות און פֿאַררופֿן צו זיך די קונים, און אױך פֿונעם קונים־געזעמל, װאָס דרײען זיך הין־און־הער, שטײען אױף אײן אָרט קאָמפּאַניעסװײז, בינטלעכװײַז, און אַ געזשום איז צװישן זײ, װי צװישן בינען. ▯ סרולי שטײט בײַ אײנעם אַ בײַדל, װאָס צװײ װענט דערפֿון זײַנען פֿון לײַװנט געמאַכט, די דריטע װאַנט — די װאַנט פֿון דער פֿעסטונג, און די פֿערטע אָפֿן — אַ טיר. דאָרט האַנדלט מען ניט, דאָרט פֿאַרקױפֿט מען ניט, דאָרט „הײלט” מען: „מע האַקט” און מע עפֿנט אַלערלײ מכּות, טשיריקעס, שלעק און געשװילעכצן; מע שערט, מע גאָלט; מע שטעלט באַנקעס — טרוקענע, מערסטנטײלס נאַסע; מע רײַסט צײן, מע הײלט אױגן, און דער הױפּט־דאָקטער איז דער אַלטער לײב דער רופֿא מיט די צװײ פּאָר ברילן, ▯▯▯▯ ▯▯ן ▯▯▯▯▯▯ ▯▯ה▯▯ ▯▯י▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯ ▯▯ און מיט שטעכיקן חוזק און גראָבע גלײַכװערטלעך אױף די ליפּן. ▯ ----------- ך י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 281 די פּאַציענטן — פּױערים, װאָס האָבן פֿאַר לײב דעם רופֿא שױן אַ צײַט אין דער הײם די קרענק אָנגעקליבן: קריזשעס, װאָס ברעכן, לאַנג־פֿאַרלאָזטע שטעכעניש און אַנדערע, װאָס הײמישע דאָרפֿס-דאָקטױרים — זנאַכערס, באָבעס, הײלערינס, שפּרעכערינס — האָבן צו זײן קײן תּרופֿה ניט געהאַט, און די קראַנקע האָבן זײ ביזן יאַריד אָפּגעלײגט. ▯ צװײ בענק בײַ בײדע לײַװנטענע װענט שטײען אױסגעשטעלט, װוּ פּױערים זיצן און װאַרטן אױף זײער רײ — אױף אָפּצװענגעס ,װאָס מע שלעפּט מיט זײ צװעקעס פֿון װענט, מע זאָל זײ רײַסן די צײן, און נאָכן רײַסן זאָלן אײניקע פֿון זײ זיך קװיקן, װי מע קװיקט זיך פֿון אַ גרױסער היץ אין דער קעלט געקומען, און אַנדערע זאָלן נאָך מיט מער װײטיקן, װי מיט די געקומענע, צוריק אַרױסגײן, שפּײַען מיט בלוט און פֿאַר די שטאַרק װײ▯טוענדיקע באַקן זיך האַלטן. אַזױ מנשה דער יונג מיט די אָפּצװענגעס, ▯ לײב דער רופֿא אַלײן מיט מעו▯ אײדעלן געצײַג אױף עפֿענען מכּות, שלעק, דערנאָך פֿאַרשײדענע גרינע, געלע און אַלערלײ־קאָליריקע פּלאַסטערס מיט זאַלבן צו לײגן. סרולי שטײט דערבײַ, קוקט זיך אײן אין די בעקנס שמאַטעס, בלוט און אײטער, װאָס װערן דאָרט אָנגעזאַמלט, און װי פּױעריס פּאַציענטן, — צי זײ װערן יאָ געהײלט, צי ניט געהײלט, צי זײ קומען אַרױס פֿון געצעלט דער־ לײכטערטע, צי נאָך מיט מער װײטיקן — באַצאָלן דאָך פֿאַר דער הײלונג, װער מיט מזומן — מיט געלט, און װער מיט נאַטור — מיט אַ האַלבן צענדליק אײער, מיט אַן עוף, מיט חזיר־האָר, מיט גאָרטנװאַרג, װאָס דאָס אַלץ צוזאַמען װערט אין אײן הױפֿן אָנגעװאַלגערט און אין אַ גאַנצן באַרג אָנגעלײגט. סרולי גײט אָפּ, און אָט זעען מיר אים שױן בײַ אַ צװײט רעדל אױף אַ ראָג גאַס ערגעץ, װוּ אױך דאָרט איז דער געדראַנג גרױס, און די באַנדוריסטן האָבן זיך יענעם פּלאַץ אױסגעקליבן, װײל דער ראָג קרײצט איבער פֿאַר־ שײדענע גאַסן, געסלעך, דורך װעלכע פֿאַרשײדענער עולם מוז דאָרט אַדורכגײן. אַ גרופּע בלינדע בעטלער זיצן אױף שטרױ, אױף סװיטעס אונטער־ געשפּרײט, בײַ אַלע זעען אױס די בלינדע אױגן פֿאַרשײדן: בײַ אײניקע אָפֿן און זעען גאָרניט, בײַ אַנדערע — אױסגערונען, פֿאַרמאַכט, און קײן סימן פֿון שװאַרצאַפּל, בײַ אײניקע דרײען זיך װײסקאָליריקע אַרבעסלעך אין די אױגן־ לעכער, בײַ אַנדערע גײען אום די שװאַרצאַפּלען לעבעדיק אונטער די אױגן־ לעפּלעך אַראָפּגעלאָזט. אָבער דאָס, װאָס פֿאַראײניקט אַלע —— איז זײער אַלעמענס בלינדעניש: װער ס'האַלט דעם קאָפּ פֿאַרריסן, אַזש ביז דעם גאָרגל פֿאַרדרײט, אַרױף צו דער זון, װער ס'האַלט דעם קאָפּ אױף דער ברוסט אַראָפּגעלאָזט... װער ס'האָט אַ באַסאָװע שטים, און בײַ װעמען אַ שטיל־ שעפּטשענדיקע, און אַלע האַלטן די לירעס מיט די לינקע הענט צום קערפּער גאָענט און מיט די רעכטע דרײען זײ די שפּיל־קאָרבעס. ----------- ▯ 282 ד ע ר נ ס ת ר ס'איז אַ גרױסע ראָד אַרום זײ. דער טאָג איז הײס. ▯מע פֿילט, אַז אױף שפּעטער שטעלט זיך אַ גיהנום. דער עולם ענגט זיך אַרום די באַנדוריסטן, און מע קומט צו װאָס מער און מער. דער עיקרשט — פּױערטעס, װאָס קומען ▯הערן אַ גוט װאָרט, אַ ליד מיט מוזיק באַגלײט, װאָס מיט איר פּראָסט געזאַנג איז זי יעדערנס האַרץ נאָענט, און װוּ מע קאָן אַ געשמאַקן װײן טאָן אױפֿן גורל, למשל, פֿון אײנעם אַ קישקע סאַמױלע פֿון דער אַלטער טערקישער געפֿענקעניש, אין װעלכער ער מיט אַ גאַנצער קאָמפּאַניע זײַניקע, קאָזאַקן, האָבן אַהין אַרײַנגעטראָפֿן, און װעגן װעלכע ס'דערצײלט זיך, װי אַזױ זײ האָבן זיך פֿיל אָנגעליטן, פֿריִער אַלײן פֿון די טערקן־יאַניטשאַרן, דערנאָך אױך פֿון אַן אײגענעם, אַ זײַניקן, פֿון אײנעם אַ פֿאַררעטער אַ ליאַך בוטורלאַק, װעלכער האָט אין דער אײגענער קריסטלעכער אמונה געפֿעלשט, און דער־ פֿאַר איז ער פֿון די טערקן אַן אױפֿזעער אױף זײַנע אײגענע ברידער קאָזאַקן געשטעלט געװאָרן; און װאָס װײַטער איז געשען, און װי אַזױ מע האָט זיך פֿון דעם אַלעם לסוף באַפֿרײַט, געראַטעװעט. אָדער װעגן אַן אַנדער גע־ פֿאַנגענעם, פֿון װעלכן דאָס ליד הײבט זיך אָן מיט די װערטער: ▯ו▯▯▯▯ ▯▯▯ . ▯ ▯ און װוּ ס'דערצײלט זיך, װי אַזױ ▯▯▯▯▯▯▯▯ק▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ דער געפֿאַנגענער בעט דעם פֿױגל, ער זאָל פֿליִען אין זײן הײם און זאָל איבערגעבן די עלטערן, זײ זאָלן פֿאַרקױפֿן זײער ערד און נחלה, אָנזאַמלען געלט און קומען אים פֿון דער נױט אַרױסהעלפֿן, און עס ענדיקט זיך מיט די װערטער פֿון אַלע ענלעכע אַזױנע לידער: „באַפֿרײַ, גאָט, דעם אָרעמען גע־ פֿאַנגענעם אױף דעם הײליק־רוסישן ברעג, אינעם לאַנד דעם פֿרײלעכן, צװישן פֿאָלק דעס קריסטלעכן”. ▯ ▯▯▯▯▯▯▯)פּ▯▯ ▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯ ▯▯1▯קנ▯▯ ▯▯▯▯▯▯קו ▯▯▯▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯1▯ ־▯▯ ▯.▯.▯▯▯▯▯▯קנ▯ ▯▯קנ▯▯ ▯▯▯ פּױערטעס, עלטערע און ייִנגערע, װײנען. באַנדוריסטן זינגען אַמאָל סאָלאָ, אַמאָל אין כאָר, און אין גרױסן יאַריד־טומל פֿון שטאָט און פֿונעם גאָר אַרום, און טומל פֿון האַנדל און פֿון גרױסן גנבישן הו־האַ האָט זיך בײַ די באַנ־ דוריסטן אַ קלײן אינדזעלע מענטשן אױסגעטײלט, װאָס האָט זיך גענומען צײַט און געװיסן אַלע פֿריִער־אַמאָליקע געפֿענקענישן, סײַ פֿון פֿאָלק, סײַ פֿון אײנצלנעם, צו באַזאָרגן און באַדױערן. און סרולי איז צװישז יענעם בינטל. אַ האָר גײט אָפּ, אַז ער זאָל די האַנט אין הױזן־טאַש אַרײַנטאָן און פֿון דאָרט אַרױסבאַקומען זײן דודע־פֿײַפֿל, מיט װעלכן ער קומט אױף אָרעמע חתונות חתן־כּלה צו דערפֿרײען, און מיט דעם צום באַנדוריסטן־כאָר זיך פֿאַראײניקן. דאָס פֿײַפֿל אָבער נעמט ער ניט ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 283 אַרױס, נאָר אַ היפּשע מטבע — יאָ, און דער אַרומיקער פּױערים־עולם באַ־ װוּנדערט דעם מאָדנעם פּאַרשױן, דעם משונה־אָנגעטאָנענעם ייִדן, װאָס װי קומט ער גאָר אַהער, װי קומען אים טרערן אין די אױגן באַגלײַך מיט אַלע, װי קומט ער אײף אַ קריסטלעך ליד אַזױ אָנטײלנעמעריש זיך אָפּרופֿן און מיט אַזאַ נדבֿה־מטבע פֿאַר די באַנדוריסטן זיך באַװײַזן. שפּעטער אַ ביסל האָט מען געקאָנט זען סרולין פֿונעם יאַריד-ראַיאָן אַרױס און אַװעקלאָזן זיך אין יענעם טײל שטאָט, װעלבער ליגט װײַט אָפּ־ געטײלט פֿון האַנדלס־מערק און יאַריד▯פּלעצער — צום ן▯ריטן רינג, „אױף די זאַמ▯▯▯ן▯. ד▯אָרט האָט ער זיך ערגעץ צו א▯ינעם אַ קלײנעם שטיבעלע צו־ געשלאָגן, צו אונדזער באַקאַנטער שטוב פֿון דער ▯▯ױבן דערמאָנטער מלבה־ ריװע. ער האָט אַ װײַלע עפּעס דאָרט אַרומגעפּאַדעט, און אַז קײנער האָט ניט באַמערקט, האָט ער זיך געמאַכט, בלומרשט, צוליב עפּעס אָנבײגן צו דער ▯ שװעל פּון יענער שטוב און פֿון דאָרט עפּעס אױפֿהײבן. ער איז געשטאַנען ▯ אַ װײַלע און דאָס אױפֿגעהױבענע באַטראַכט, דערנאָך האָט ער, װי אין גרױס חידוש, די טיר אױפֿגעעפֿנט, און צו דער ערשטער, װאָס איז אים אַנטקעגן געגאַנגען, צו מלבה▯ריװעס שנור, אַ זאָג געטאָן מיט בײזער: — װאָסי, װײַבל? אַזױ רײַך זענט איר שױן, אַז געלט װאַלגערט זיך שױן בײַ אײַך אױף די שװעלן? זע, װאָס כ'האָב געפֿונען. — װאָסער געלט, און װוּ געפֿונען? — האָט זיך יענע פֿאַרװוּנדערט. — אָט דאָ, בײַ דײן שװעל. דערהערנדיק דעם געשפּרעך, װאָס איז פֿאָרגעקומען אױפֿן הױכן טאָן אױף דער שװעל בײַ מלכּה-ריװען, זײַנען די קינדער, די אײניקלעך מלכּה־ ריװעס, אַרױס צו זען, װער פֿאַלט עס אָן אױף זײער מוטער מיט בײזער. אױך מלכּה־ריװע האָט זיך אָפּגעריסן פֿון איר סידור, אין װעלכן זי האָט שױן גע▯ האַלטן אין זאָגן, װי אַלע פֿרימאָרגן, מיט די ברילן אױף דער נאָז אַראָפּגערוקט. זי איז צו דער שװעל צו און פּלוצעם דערזען סרולין ,דעם, װאָס איז איר בכל▯▯ גוט באַקאַנט פֿאַר אַן אָרעמאַן און אין די גבֿירישע הײַזער אַן אַרײנגײעו, און באָזונדערס האָט זי אים געקענט פֿונעם לעצטן מאָל זיך אָנשלאָגן מיט אים בײַ משה מאַשבער אין יענעם געװיסן אױפֿדערנאַכט, װאָס איבער אים, איבער סרולין, איז פֿאַר אירע אױגן דעמאָלט דער קריג פֿאָרגעקומען. זי האָט אים דערזען מיט אַ גרױס־װערטיק פּאַפּירל אין די הענט, װי ער שטײט און דערלאַנגט עס דער שנור אירער, און אַז יענע װיל ניט נעמען, שרײַט ער אױף איר און בײזערט זיך: — װאָסי? אַזאַ גבירנטע איז זי שױן, װאָס געלט װאַלגערט זיך בײַ איר אױף די שװעלן? — װאָסער געלט? — האָט אױך מלכּה-ריװע פֿון איר זײט געפֿרעגט. ----------- 284 ד ע ר נ ס ת ר — אָט דאָס, — האָט װידער סרולי געענטפֿערט, — ער איז דאָ פֿאַרבײַ־ געגאַנגען, האָט ער גראָד אױף דער שװעל אַ קוק געטאָן, האָט ער עס דערזען, האָט ער עס אױפֿגעהױבן און אַרײַנגעבראַכט און גיט עס אָפּ צו װעמען ס'געהער, װײל װעמען אַנדערש זאָ▯▯ ער דאָס אָפּגעבן? ס'איז דאָך אױף זײער שװעל געלעגן? מלכּה־ריװע האָט זיך געװוּנדערט און געװאָלט, װי איר שנור, פֿון דעם זיך אָפּזאָגן — זאָגן, אַז ס'איז ניט זײערס, אַז ס'איז ניט שײך און זײ האָבן ניט געהאַט װאָס צו פֿאַרלירן. אָבער דאָ האָט זיך שױן סרולי גאָר צעבײזערט, און שױן אױף בײדע, אי אױף דער שנור, אי אױף דער שװיגער, זיך צעשריגן: — נו, אין װאָס, אַז ניט זײערס? אָבער זײַנס איז דאָס דאָך אַװדאי ניט, איז זאָל דאָס זײן בײַ זײ! ניט? זאָלן זײ דאָס אַרױסװאַרפֿן, צוריק אױף דער שװעל לײגן, אָדער אָרעמעלײַט צעטײלן. ער האָט דערבײַ געכאַפּט אַ קוק אױפֿן קראַנקן, אױפֿן חולה אין שטוב, און דערזען, אַז דאָ ליגט אַ מענטש, װאַס ס'גײט אים װאָס אַמאָל ערגער, די אױגן האָבן אים געגלאַנצט מער, װי געװײנלעך — היציק און טרוקן, די באַקן אײַנגעפֿאַלן און אױפֿן שטערן▯איז ער געװען געשטעמפּלט, און די קנײטשן אױף אים האָבן עדות געזאָגט, אַז אונטער דעם שאַךכן פֿון יענעם מענטשן נעסטן זיך שױן מחשבֿות ניט פֿון קײן היגן אױף דער װעלט, נישט פֿון אַזאַ, װאָס האָפֿט נאָך לאַנג צו בלײַבן צװישן די לעבעדיקע. סרולי האָט זיך באַלד אױסגעקערעװעט אױף אַװעקצוגײן. דערבײַ האָט ער באַמערקט אױף די פּנימער פֿון אַלע אײגענע אין שטוב, נישט אױסגענומען אױך דאָס פּנים פֿונעם חולה, דאָס, װאָס מיר האָבן אױבן, אין אַ פֿריִערדיק קאַפּיטל, דערצײלט, װען אין אײנעם אַ פֿרימאָרגן האָבן יענער שטוב מיט אײנעם אַ מאָל אַזױ פֿיל גליקן געטראָפֿן, װאָס די שטוב האָט ניט▯ געװוּסט און ניט געקאָנט טרעפֿן, פֿונװאַנען איז דאָס איר געקומען. די שטוב האָט װידער דערפֿילט אַ פֿאַרבאָרגענע האַנט צו איר אױסגעשטרעקט מיט אומ־ ▯עװײנלעכע גאָבן, װאָס אױף אַ געװײנלעכן אופֿן, אױב נישט מיט קײן נס, מיט קײן װוּנדער, קאָן מען דאָס ניט דערקלערן און דערצו קײן באַשײד ניט געפֿינען. מען האָט שפּעטער אַ ביסל װידער געקאָנט זען סרולין שױן צוריק אין שטאָט אַרױפֿקומען, אָבער דאָס מאָל זײַנען בײַ אים די קעשענעס אָפּגעשטאַנען פֿון עפּעס פֿלעשער, װאָס ער האָט גע▯▯אַט אין זײ פֿאַרשטעקט. דאָס מאָל האָט ער זיך געלאָזט צו דער „לעבעדיקער” שול, װאָס, װי אַלע שולן איצט, בעתן יאַריד, איז זי אין האַלבן טאָג געשטאַנען פֿאַרלאָזט, לײדיק, אָן דאַװנער און אָן לערנער, נאָר מיט אײן מענטשן אין איר — מיט לוזין, װאָס די לעצטע צײַט האָט ער דאָרט אין די פֿרימאָרגנס און אױפֿדערנאַכטן פֿאַרבראַכט מיט די זײַניקע, און בײַטאָג אײנער אַלײן, װײל אַלע זײַנען דעמאָלט פֿאַרנומען. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 295 ▯ סרולי איז אָבער אין שול ניט אַרײַן, נאָר דורך אַ הױף־פֿאָרטקע, װאָס פֿירט אױפֿן אַלטן בית־עולם, איז ער אױפֿן בית▯עולם אַרױף — אױפֿן שטילן, װוּ קײן סטעזשקעס זײַנען שױן ניטאָ, װײל „מע לײגט” שױן דאָרט ניט לאַנג. װען מע װאָלט אים דערזען פֿון אַ שול־פֿענצטער, אָדער דורך אײנעם אַ שפּאַלט אינעס אַלט▯געבױטן פּאַ▯רקן, װאָלט מעז באַמערקט, װי העבער האַלב איז ער אין הױך־געװאַקסענעם גראָז געגאַנגען. דער באַדן האָט זיך ז▯אָרט אַראָפּגעלאָזט, און דאָס גראָז װאַקסט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ העכער, אַלץ גע־ דיכטער און שמעקט מיט מאָך, מיט ניט אַפּגעשניטענעם און מיט יאָר־יערלעכן װידערװוּקס. ס'איז דאָרטן שטיל און אױסער גראָז־גרילן הערט מען שױן אַפֿילו ניט, װאָס באַלד פֿון יענער זײט פּאַרקן טוט זיך. די קבֿרים און מצבֿות — אײַנגעשלאָפֿן, פֿאַרדעקט און אַזױ פֿאַרלאָזט, אַז ס'דאַכט זיך, אַז אַפֿילו די אײניקלעך פֿון די, װאָס ליגן דאָרט באַגראָבן, זײַנען שױן אױך אױפֿן עולם־ האמת און דערום זײַנען די סטעזשקעס אַהער אַזױ פֿאַרװאַקסן. ס'הערשט דאָרט די שטילקײט פֿון אַ צװײענדיקן בית-עולס, דאָס הײסט, אי די שטילקײט פֿון אַ בית־עולם בבלל, אי די צוגאָב־שטילק▯יט פֿון אַזאַ, װוּ מע „לײגט” שױן דאָרט מער קײנמאָל. סרולי האָט זיך געלאָזט צום אײנציקן הױכן בױם, צום אַלט־געװאַקסע־ נעם, װאָס איבערן קבֿר פֿון באַװוּסטן הײליקן — דעס גרױסן ר, ליבער, װאָס אַרום אים ליגן אױך אַנדערע זײן גלײַכן, שטאַרק אין זײן קבֿר אַרײנ- גערוקט, מיט די ברײטע מצבֿות מיט שטײן▯שריפֿטן און געמעלן פֿון פֿײַנער מלאכה. דאָרט האָט ער זיך אַװעקגעלײגט, אױף איס ניט אַרױסצוזען. ער האָט פּאַמעלעך די פֿלעשלעך אַרױסגענומען און, נאָך אַ װײַלע רוען, גענומען טרינקען. מ'דאַרף זיך גענױ פֿאָרשטעלן דאָס בילד: ס'איז אַ מוראדיקער הײסער טאָג. אין שטאָט איז גרױסער יאַריד, װוּ קלײן און גרױס זײַנען פֿאַרנומען, אױף די מאַרקן אַ מוראדיקער ליאַרעם, און דאָ, אינמיטן שטאָט, אױפֿן פֿאַרלאָזטן בית־עולם, אונטער אַן אײנציקן אַלט־ און שטאַרק־צעװאַקסענעם בױם — דער קבֿר פֿון אַ גװאַלדיקן חשובֿ. די לעגענדע דערצײלט װעגן אים, אַז די געװיסע „אַלטע” שול איז געבױט געװאָרן אױף יענעם אָרט, װוּ ער, דער גרױסער ר, ליבער, האָט אַמאָל, װען ס'איז נאָך דאָרט געװען װאַלד, זיך אַמאָל שטאַרק פֿאַרדאַװנט און אונטער אײנעם אַ בױם זיך געשטעלט שמונה-עשרה▯ גראָד איז אַ פּריץ דורכגעפֿאָרן און זײַנע פֿערד האָבן זיך דערשראָקן פֿאַרן דאַװנענדיקן ייִדן, װאָס אין טלית־און־ תפֿילין▯ זײ האָבן גענומען יאָגן, זיך צעפּאָלאָכעט, שיִער דעם פּריץ פֿון װאָגן ניט ▯אַרױסגעשמיצט, און דער פּריץ האָט באַפֿױלן זײן קוטשער מיט דעם ייִדן זיך צערעכענען. דער קוטשער האָט אים מיט דער בײַטש געשמיסן מיט אַלע כחות, װי אַ קוטשער קאָן, און דער גרױסער ר, ליבער האָט זיך ניט ▯ ----------- 286 ד ע ר נ ס ת ר גערירט, ביז ער האָט ניט פֿאַרענדיקט און ביז ער איז די שמונה־עשרה נישט אױסגעשטאַנען. און אָט דאָרט, לעבן יענעם קבֿר און נאָך ענלעכע אַזױנע קבֿרים, אין טיפֿן גראָז, װוּ ס'האָט געשמעקט מיט מאָך און פֿיליעריקן װידער־ װוּקס, איז אין דער קיל אײנער אַ פּאַרשױן, אונדזער סרולי, געלעגן, און אינמיטן העלן טאָג פֿון פֿלעשלעך געזופּט. ▯ װען זײַטיקע װאָלטן ▯▯ים בײַ אָט דער מלאכה אױף יענעם אָרט דאָרט דערזען, װאָלט מען אים זיבער װי אַ הערינג צעריסן. אָבער ער, סרולי, האָט ▯ ניט געטראַכט דערפֿון, און ער האָט זיך געטאָן זײַנס. פֿון דער היץ אין דרױסן, פֿונעם נאָר־װאָסיקן שטאַטישן רעש געקומען און פֿונעם געטראַנק אין דער קיל צװישן קבֿרים, איז אים, װײַזט אױס, אי שװער געװען צו מוט, אי לײַכט. שװער — װאָס ער אײנער פֿון אַ גאַנצער װעלט אַן אַרױסגענומענער, לײַכט — װי יעדער אַזאַ סאָרט פּאַרשױן, װאָס האָט באַליבט די אײנזאַמקײט. ער האָט גענומען זיך פֿון האַרצן אָפּרעדן, פֿריִער פֿאַר זײן קרענקלעכער פֿאָרשטעלונג, פֿאַר זײן „דיבוק”, דערנאָך שױן פֿאַר די אותיות פֿון דער מצבֿה פֿונעם ג▯רױסן ר, ליבער, און ער האָט צו זײ, װי צו לעבעדיקע, גערעדט. ער האָט אַפֿילו (ס'אַ בזיון צו זאָגן) פֿאָו▯געלײגט דעס גרױסן ר, ליבער צוזאַמען און בשותּפֿות מיט אים אױסטרינקען, און אַז יענער, האָט אים געדאַכט, האָט ניט געװאָלט, האָט ער אים מיט געװאַלט געגעבן, און ער האָט יענעמס טײל משקה אױף דער מצבֿה געגאָסן. — נישקשה, — האָט ער געזאָגט, — טרינקט, ר, ליבער! איר טאַקע אַ הײליקער, און איך — אַ „לא י▯▯א בקהל” *), אָבער כּסף איז דאָך מטהר ממזרים **), און געלט האָב איך, אױב ניט מזומן, איז װעקסלען, איז שוה כּסף ***) — די װערט פֿון געלט. און דאָ האָט סרולי די װעקסלען פֿון בוזעם־קעשענע אַרױסגענומען און זײ פֿאַר דער מצבֿה באַװיזן: ▯ — אָט, זאָל ער זען, דער גרױסער ר, ליבער, און זאָל ער זיך ניט איבער־ נעמען און זאָל אים סרוליס נאָענטקײט ניט שװער זײן. װעקסלען זײַנען געלט, און ביז יענער, דער, װאָס איז ז▯אָ אױף זײ געחתמעט, האָט ניט אָנגעזעצט, איז דאָס מזומן... און ניט נאָר אױף דעם, װאָס ער װײַזט אים דאָ, אױף דעם היגן גבֿיר, ר, משה מאַשכער, האָט ער װעקסלען, ער האָט אױך אױף אַ גרע- סערן, אױפֿן גבֿיר פֿון אַלע גבֿירים, אױף דעם, װאָס „לי הכסף, לי הזהב” ****), זאָגט ער, אױפֿן רבונו־של־עולם אַלײן, און ער בעט אים טאַקע, ר, ליבערן, ▯ *) אַזאַ, װאָס טאָר ניט אַרײנגעלאַזט װערן צװישן מענטשן. *▯) געלט מאַכט כּשר ממזרים (אומג▯זעצלעך־געבו ירענע). ***) אַזו ינס, װאָס איז גלײַך װ י געלט. *▯**) מיר געחער דאָס ז ילבער, מיר געחער דאָס גאָלד. ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 287 אַז ער זאָל דאַרמ פּון או▯בן איבערגעבן, זאָגן, אַז ער, פּלוני בן פּלוני *), סרולי גאָל, האָט צו אים טענות און תּבֿיעות, און אַז ער װעט אַמאָל קומען צו פֿאַר זײן שטול צום דין, װעט ער זײ פֿאַר אים אױסלײגן. דערװײל אָבער בעט ער, אַז ער, רער גרױסעו▯ ר, ליבער, זאָל דאָס פֿאַר אים טאָן. — נישקשה, — האָט סרולי װײַטער פֿאַר דער מצבֿה און צום גרױסן ר, ליבער געטענהט, — ס'מעג אים אָנשטײן גײן אין זײן שליחות: כאָטש ער אין אַ גרן▯יסער חשובֿ — אַ געשמיסענער פֿון אַ בײַטש פֿון אַ פּריץ, האָט דאָס אָבער מיט אים געטראָפֿן נישט מער▯ װי אײן מאָל, און מיט אים, סרולין — פֿיל▯פּיל מאָל. און אױב פֿאַר אײן מאָל שמײַסן האָט מען אים, דעם ליבערן▯ אױסגעבױט די אַלטע שול, קומט אים, סרולין, פֿאַר פֿיל מאָל, אױב ניט די אַלטע, איז נישקשה אַ נײַע, אָבער אַ שול קומט אים. אַזױ, אַז ס'מעג אים אָנשטײן... ▯ דער טאָג האָט געברענט, די היץ האָט אין קאָפּ געשלאָגן. סרולי איז געזעסן אין האַלב־קיל צרױשן הױכע מאָביקע גראָזן און האָט רויִק מיט דער משקה זיך געטײלט מיט דעם, װאָס זײן נאָמען איז געשריבן אױף דער מצבֿה: זיך אַ זופּ, אים אַ זופּ, זיך אַ טרונק און דער מצבֿה אױפֿן קאָפּ געגאָסן. אַזױ לאַנג, ביז די פֿלעשלעך זײנ▯ן אים לײדיק געװאָרן און זײן קאָפּ — פֿול. און דאָס פֿולקײט איז איס אין די אױגן געקומען, און אַלץ האָט זיך אים גענומען דרײען — דער בית־עולם מיט די קבֿרים, דער בױם, װאָס איבער זײן קאָפּ, האָט זיך אים, װי מיטן װאָרצל אױפֿגעשטעלט, דער הימל מיט דער ערד האָבן זיך מיט די ערטער געביטן, און אַלץ, װאָס ער האָט הײַנט געזען אױפֿן יאַריד, װי למשל, דאָס, װי לײב דער רופֿא און מנשה זײן יונג האָבן „געהאַקט” מכּות בײַ די פּױערטעס אױף די ברוסטן, אונטער די פּאַכװעס, געריסן צײן מיט אָפּצװענגעס, געלאָזט צו דער אָדער און געצאַפּט בלוט אין די בעקנס; אױך דאָס, װאָס ער האָט דערנאָך געזען בײַ די בלינדע בעטלער מיט די צוגעמאַכטע און אָ▯פֿענע אױגן־לעפּלעך; דאָס, װאָס ער האָט װײַטער געזען בײַ מלכּה-ריװען אין שטוב — זיסיע דער חולה מיט די אָפּגעצערטע באַקן און געלזיכטיקער מראה שױן פֿון אַ האַלבן מת, װאָס האָט אים אַראָפּגעקוקט פֿונעם פּנים און שטערן, — דאָס אַלץ, צוזאַמען מיט דער משקה, װאָס ער האָט אױסגעטרונקען און אױף דער ערד אױסגעגאָסן, האָט זיך אים צוזאַמענ־ געמישט און האָט איס געמאַכט די װעלט פֿאַר די אױגן זיך דרײען. אַ ניט־ גוטקײט איז אים באַפֿאַלן, און ער האָט זיך מיטן קאָפּ אין דער מצבֿה אָנ־ געשפּאַרט. ער האָט זיך אַ װײַלע רויִק געהאַלטן, דערנאָך האָט אים דאָס שלעכטיקײט פֿון אינעװײניק אַ גײ געטאָן, און ער האָט גלײַך אױף דער מצבֿה אַ בראָך געטאָן און זי פֿון אױבן ביז אַראָפּ אָפּגעװערזעט... *) יענער און יענ▯ר, דער ז ון פֿון יענעס און יענעם. ----------- ▯ 288 ד ע ר נ ס ת ר ס'איז אים לײַכטער געװאָרן. ער האָט זיך גלײַך פֿאַרשעמט, דערזעענדיק, ▯ ע▯▯▯ך▯▯▯▯▯ק ▯▯▯▯ ▯▯י▯▯▯ו▯▯▯▯▯ ס װאָס האָט מיט איר מזרח־װאַנט אַהער צום בױם און צו די מצבֿות געקוקט, און ס'האָט זיך אים געדוכט אין אײנעם אַ פֿענצטער לוזיס קאָפּ צו דערזען. מעגלעך, אַז יענער האָט זיך װירקלעד טאַקע דאָרט געװיזן, און מעגלעך אױך, אַז סרולין האָט זיך דאָס נאָר אױסגעדוכט, אָבער פֿאַרשעמט איז ער געװען, װײל געדוכט האָט אים, אַז יענער האָט אים אין שאַנד און אין מצבֿה־ פֿאַרשװעכונג געזען. ער האָט זיך געװאָלט פֿון אָרט אױפֿהײבן און נישט געקאָנט, און ער האָט דערום האַלב־שיכּור און של▯אַבעריק שױן איצט צו זיך אַלײן גערעדט: — אַז ער האָט אָבער געזאָגט, אַז ער דאַרף „חיזוק” *), אַז אַלײן װעט ער, װער װײסט װוּהין פֿאַרקריכן... און אָט האָט זיך אים דאַמ שױן אַ פּאָר מאָל טאַקע געמאַכט, און ער קאָן די אױגן נישט אױפֿהײבן פֿון בושה פֿאַר זיך אַלײן, ובפֿרט אים, לוזין, װי װעט ער אין די אױגן קוקן? ער האָט זיך דאָ▯ װי־ניט־װי אױפֿגעהױבן פֿון לעבן יענער מצבֿה, װוּ ער האָט אָפּגעטאָן די ניט שײנע זאַך, און איז אין אַ זײט אָפּגעטראָטן. דאָרט האָט ער זיך לעבן אַ צװײטער אַראָפּגעלאָזט און אין איר זיך אָנגעשפּאַרט. ער האָט דעם קאָפּ פֿאַרלױרן, און, אױף װיפֿל געדענקט ער ניט, אַנדרעמלט ▯ געװאָרן — אױף אַזױ לאַנג, ביז די זון האָט דורכן פֿאַרצװײַגטן אָרט פֿון בױם אָפּגעקערעװעט און אים אין קאָפּ דערלאַנגט. דעמאָלט האָט ער זיך אױפֿגעהױבן און צו דער שול זיך געלאָזט, און אַרײַנקומענדיק אינעװײניק, האָט ער זיך געטראָפֿן — זיך אײנעם אַלײן בײַ דער שװעל שטײן, און אַנטקעגן אים, בײַ אײנעם אַ שטענדער, װאַס אין מזרח־װאַנט, — לוזין אַ זיצנדיקן. ס'איז שױן געװען נאָך האַלבן טאָג. אַלע פֿענצטער אין אַלע זײַטן פֿון דער שול, װאָס האָבן אױפֿן בית־עולם אַרױסגעקוקט, זײַנען געשטאַנען אָפֿן. אין אַלע זײ האָבן זיך גרינס, גראָז, קוסטעס, בײמלעך אָפּגעשפּיגלט — אַ זאַד, װאָס אין אַלע אַנדערע שולן איז דאָס ניט צו זען און זעלטן צו מערקן. אױך די שטילקײט און אײנזאַמקײט דאָ אַן אױסגענומענע, װײל די שול איז אַ זײט פֿון שטאָט, האָט דאָ דערום פֿוז ערגעץ אױך קײן קול, קײן קלאַנג ניט דערלאַנגט. לוזי איז געזעסן אין מזרח. שױן לאַנג, װײַזט אױס, נאָכן דאַװנען, און דערום אָן די תּפֿילין, נאָר אין טלית, װי יעדעס מאָל ער איז געװױנט: נאָכן ▯ דאַונען היפּש▯ שעהן אַזױ צו בלײַבן לערנען. באַזונדערס נאָך איצט, אין חודש אלול. איצט אָבער האָט ער ניט געלערנט, נאָר געזאָגט „תּיקונים”. ער איז אַזױ פֿאַרטאָן געװען, אַזױ פֿאַרכאַפּט פֿון זײן זאַך, אַזױ פֿאַרשלונגען, אַז *) אָנתאַלט. ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 289 ער האָט דאָס מאָל זיך געפֿירט ניט װי זײן שטײגער, בײַם געװײנלעכן לערנען, װען ער האַלט זיך שטיל און לערנט נאָר מיט די אױגן. נײן, דאָס מאָל האָט ער הױך אױף אַ קול געזאָגט און אױך אױף אַ קול געװײנט... ער האָט סרוליס אַרײַנקומען נישט באַמערקט. פֿאַרקערט, סרולי, װאָס האָט זיך אױף זײן לעבן מיט היפּש פֿרומקײט אָנגעזען, און װאָס דערצו נאָך איז ער איצט האַלב-שיכורלעך געװען, װאָס דאָס װאָלט אים גיכער דערלױבט אַזױנע זאַכן, װי לוזיס זאָגן, פֿאַרבײַ די אױגן לאָזן ,איז דאָך, דערזעענדיק איצט לוזין, װי צו זײן אָרט צוגעשמידט געבליבן, גלײַך נישט קײן כּוח און נישט קײן װילן האָבן אים געקלעקט פֿון זײן אָרט אַפֿילו אײן טריט צו מאַכן. ▼ צוליב נױט, מוזן מיר דאָ װידער זיך אינמיטן איבעררײַסן, כּדי צו זאָגן פֿאָלגנדיקס: פֿאַר אונדזערע לעזער, װאָס װײסן װײניק פֿון לוזיס ביאָגראַפֿיע, קער געװיס בלײַבן די גאַנצע צײַט אומפֿאַרשטענדלעך און אױך אומגלײבלעך די גאַנצע מעשׂה מיטן בינדן־זיך פֿון אַזאַ פּאַרשױן, װי סרולי, צו לוזין: — „װאָס האָט ער אין אים דערזען? װאָס האָט אים צו אים געצױגן, און װאָס אַזױנס האָט געשטעקט אין דעם פֿאַר יענעם? — קער מען געװיס פֿרעגן. — אַזױ װײַט, אַז אַפֿילו איצט, אין אַזאַ מאָמענט, װען סרולי האַלב־שיכּור, נאָך אַ טרונק און נאָך אַ שלאָף — האָט ער אים געדענקט און ▯ון שיכּורן אױג ניט אַרױסגעלאָזט.” גערעכט, — זאָגן מיר, און דאָס אַלץ װאָלט געװיס קלאָר געװאָרן און קײנע ספֿקות ניט אַרױסגערופֿן, װען מיר װאָלטן געזען לוזין אין טאַט. דאָס אָבער קאָן געשען ערשט דעמאָלט, װען מירן איבערגײן פֿון דעם ערשטן טײל פֿון אונדזער דערצײלונג, װוּ מיר האָבן זיך פֿאַרנומען הױפּטזאַכלעך מיט באַשרײַבן מענטשן, צו דעם צװײטן — צו באַשרײַבן געשעענישן. דערװײל אָבער, פֿילן מיר, אַז מיר האָבן אַפֿילו▯ פֿאַרן מענטשן פֿון לוזין, ד. ה. פֿאַר זײן ביאָגראַפֿיע, נישט איבעריק יוצא געװען — אַ זאַך, װאָס דאָס זײַנען מיר שױן געװיס אין דעם טײל מחױב געװען צו טאָן. מיר האָבן דאָס אָבער פֿאַרזען און מיר האָבן געפֿונען דאָ דאָס אָרט — כאָטש אײַליק און ניט רעכטצײטיק — אין קורצן און כאָטש מיט אײניקע שטריכן זי צו דערפֿילן. מיר גלײבן, אַז אַפֿילו אַלײן דאָס קלײן־װײניק, װאָס מיר װעלן דאָ צוגעבן, װעט אױך שױן זײן גענוג, אַז ס'זאָל אין אַ געװיסער מאָס כאָטש קלאָר װערן, אַז סרולין האָט דאָ אַ געװיסער אינסטינקט געפֿירט — אים — אַן אַרױס־ געשטױסענעם פֿון זײן דור, אָנצוטרעפֿן אױף זײן פּאָר, אױף לוזין, װאָס איז אין אַ געװיסן פּרט אױך אַזאַ, װי ער — אַרױסגעשטױסן — אױף צוזאַמען טליִען, רײכערן און אפֿשר װען־ניט־װען אױך אױפֿצופֿלאַקערן. ▯ ----------- 290 ד ע ר נ ס ת ר . איז אַלזאָ, צוריק צו לוזיס אָנהײב: מע דאַרף אַפ▯יער נאָר געדענקען, אַז ס'האַנדלט זיך דאָ װעגן אַ צײַט, ▯ װען מענטשן פֿון אַ לוזי־שניט זײַנען געצװוּנגען געװען דורכצומאַכן דעפ געװיסן װעג פֿון פֿאַרשײדענע אָבערגלױבערײ, פֿאַרדאַרבערישע און אָפּנאַרע־ רישע פֿאַרן כּלל, און ס'רובֿ אַפֿילו אױך צו זײער אײגענעם גענאַר און פֿאַר־ ךאַרבן, און אַן זײער טרױם און פֿאַנטאַןיע איז אױפֿגעבױט און נײטיק און נוצלעך געװען אין יענער װעלט, כּדי צו פֿאַרדעקן אָדער צו פֿאַרפּוצן אַזױנע זאַכן, װאָס, װען ניט פֿאַרדעקט, האָט דאָס געקאָנט שאַטן אין גאָרן מאַטעריעלן און גײַסטיקן געבײן. ▯ ▼ ס'האַנדלט זיך װעגן יענער צײַט בײַ לוזין, װען ער האָט פֿאַר זײן זײדן דעם שבתי־צביניק זיך גענומען פּײַניקן. ער איז געשלאָפֿן אױף דער ערד. געטראָגן לײם אין די שיך. ער פֿלעגט איבערשטײן גאַנצע שעהן, באַזונדערס בײַם דאַװנען, מיט אַראָפּגעלאָזטע ▯▯ענט, ניט דערלױבן זיך קײן ריר טאָן, זײ אױף קײן רגע ניט אױפֿהײבן, ביז זײ פֿלעגן זיך אים אָנגיסן, װי ציױי עמער, געשװאָלן און געדראָלן. װען ער פֿלעגט זיך שױן יאָ אַמאָל דערלױבן אַװעקלײגן אױף אַ געלעגער, איז דאָס געװען נאָר אין פֿײַערלעכע טעג, אין אַ יום־טובֿ אָדער שבת, אי דאָס אױך נאָר אױף אַ מין שמאָלער באַנק פֿון אָנדערהאַלבן ברעטער די ברײט, אָן שום אונטערגעבעט, און דעם צ▯קאָפּנס האָט ער אַװעקגעלײגט אינמיטן, כּדי די פֿיס זאָלן זיך אים אַראָפּהענגען... ער האָט אױסגעזען יונג, אָבער מוראדיק קערפּערלעך פֿאַרמאַטערט — אַזש אַ קעלט איז פֿון אים געגאַנגען. ס'האָט היפּש געדױערט און, װי מיר האָבן צום אָנהײב דערצײלט, האָט עס שױן מיט אים געהאַלטן שלעכט, גע־ האַלטן בײַ קרענק און זיך אַװעקלײגן, ביז, װי דערמאָנט, מע האָט אים צו יענעם רבין געבראַכט, צו װעלכן ער האָט זיך דערנאָך שטאַרק צוגעבונדן, און יענער האָט אױף אים אָנגעשריגן, אים פֿון זײן נזירות אױפֿגעלײזט, און לוזי האָ▯ געפֿאָלגט. מע האָט ניט באַװיזן זיך אַרומקוקן, װי לוזי, װאָס איז נאָך זײער יונג געװען און סאַמע אין בעסטן בלי, האָט אױף זיך לײב גענומען, די אַקסל האָכן זיך אים צעשפּאַרט, די בײנער געקרעפֿטיקט, און די קלײדער, װעלכע זײַנען אױף אים פֿריִער געהאַנגען, חאָבן ב▯אַלד גענומען פּלאַצן אין די נאָטן. ס'אַ נײַע הױט אױף אים געקומען, און לוזי איז איבערגעגאַנגען אין היפּוך פֿון דעם, אין װעלכן ער האָט זיך פֿריִער געפֿונען. לוזי איז געװאָרן דער פֿרײלעכסטער און באַליבטער מקורב בײַם רבין, פֿון אַלע עלטערע זיך אױס־ געטײלט מיט יוגנט, פֿון אַלע ייִנגערע — מיט אַזאַ קראַפֿט און איבערגעפֿולט ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 291 פֿון כחות, אַז אַפֿילו די סאַמע ייִנגסטע האָבן זיך אױף אים פֿאַרקוקט מיט קנאה. ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ און אַלס אַזױנער, װעלכער אַלע שפֿיגלען זיך אין אים, און װאָס יעדער „הױף” איז מקנא יענעם, װעלכער פֿאַרמאָגט און האַלט אין זײן שױס אַזױנס. דער סאַמע פֿרײלעכסטער, דער בעסטער ד▯אַװנער, דער גרעסטער טענצער, דער אַלערליבסטער און סאַמע נאָענטסטער בײַ אַלע און בײַ אַלײן דעם רבין. ער האָט געגעסן און געטרונקען מיט שׂמחה, און מער װי געגעסן און גע־ טרונקען, האָט אים די פֿרײד פֿון די אַקסלען געשפּאַרט פֿון הױלן נחת נאָר, װאָס ער לעבט אױף דער װעלט. ער האָט געלערנט, געדאַװנט, געלעבט מיט אַזאַ הנאה, װאָס װער ס'איז לעבן אים געשטאַנען נאָענט, האָט דורך אים געקאָנט זען די װעלט אַן אַנדערע, װי ער האָט זי אַלײן געזען — אַ באַליבטע, אַ באַשײַנטע און דערלאַנגט אױף אַזאַ אופֿן, װאָס איז בדאי זי צו באַליבן. ער האָט אָנגעשטעקט זײן אַרום מיט דעם, װאָס װײניק מענטשן זײַנען מיט דעם באַשאָנקען, נעמלעך — מיט אַ װאַרעמער ליכט, װאָס איז פֿון אים געגאַנגען. באַזונדערס האָט זיך דאָס בײַ אים אַרױסבאַװיזן אין אַ שׂמחה־צײַט, װען פֿיל פֿאָלק איז צוזאַמען, װען געמיטער אױפֿגעשנור▯▯װעט, און װען שׂמחה איז אַלײן גרױס און װערט נאָך גרעסער, װען זי האָט אַ צענטער, אַ מיט-פּונקט, פֿונװאַנען זי גײט אַרױס און צעשטראַלט זיך אין איר קרײַז און ארומיקײט. דעמאָלט האָט מען אים, לוזין, געזען ממש, װי מיט פֿליגל. ער האָט געטרונקען, און זײן קול האָט דעמאָלט אַלעמענס אַריבערגעקלונגען. דאָס ערשטע קלוגע, דרײסטע, אַלעמען נאָענטסטע װאָרט האָט ער געהאַט אױף צו פֿרײלעך מאַבן און אַלעמענס הערצער צו פֿאַראײניקן און אין נאָענטקײט צוזאַמעננעמען. מע האָט אים דעמאָלט באַדאַרפֿט זען סאַמע בעת דער רעכטער, געדיכטער שׂמחה, בעת אַ רבײיִשער חתונה, װען פֿיל שטרײמלעך און שװאַרץ־זײַדענע און װײס▯אַטלעסענע קאַפּאָטעס זײַנען געזעסן בײַם הױפּט־טיש אױסגעזעצט. װי אַזױ מע האָט זיך מיט אים באַרימט, און װי אַזױ פּנימער האָבן געשײַנט, װען מע האָט דערזען לוזין אױפֿטרעטן אין העבסטן קרײַז פֿון אַ גװאַלדיקן עולם אַרומגענומען, װיסנדיק, אַז מיט אים װעט מען ניט פֿאַרשעמט זײן, און אַלע בײזײענדיקע געסט, קרובֿים, מחותּנים פֿון אַלע „הױפֿן” װעלן דאָ מקנא זײן. און מען האָט טאַקע מקנא געװען. לוזי איז שױן יעדעס מאָל דעמאָלט געװען אַ ביסעלע באַטרונקען, אָבער אױף זײן שטאַלטנער פֿיגור און אױף זײן יונג קרעפֿטיק פּנים מיטן יונגן נאָך בערדל האָט מען קײן סימן שיברות נישט באַמערקט. לוזי האָט געקוקט צום ----------- 292 ד ע ר נ ס ת ר עולם מיט דאָרשטיק־טרוקענעם פֿײַער אין די אױגן, װי אַ קינד, װאָס הײבט זיך אָן לערנען גײן און האַלט די אױגן צו דער מוטער געװענדט, אין זיכערקײט און אין האָפֿענונג, אַז זי װעט ניט לאָזן פֿאַלן, ניט לאָזן זיך שעדיקן און דעם ציטעריק-נײטיקן גלײַכגעװיכט אין נײטיקן מאָמענט דערלאַנגען. לוזי האָט געטאַנצט. ס'איז כּסדר פֿאָרגעקומען אין אַ גרױסן, ספּעציעל ▯ אױסגעבױטן שאַלאַש פֿאַר חתונות, װוּ ייִדישע באַלמעלאָכעס האָבן זיך גע־ ▯ קליגט אַן אײנשטאָקיק געבײַ פֿאַרװאַנדלען אין צװײ, כּדי צו פֿאַרטאָפּלען די צאָל פּלעצער פֿאַר אַזױנע, װאָס װעלן ניט האָבן דאָס גליק צו באַקומען אַן אָרט פֿון אונטן, זײ זאָלן פֿון אױבן, פֿון אַ מין יאַרוס, קענען אַראָפּקוקן. ס'איז געװען מוראדיק ענג. מענטשן זײַנען געשטאַנען אױף קעפּ, און שמשׂים האָבן שױן געװוּסט און מע האָט פֿאַר לוזין אַ װאַרע געמאַכט און אין גרױסער ענגשאַפֿט אַ ראָד פֿאַר אים צעשטופּט. לוזי איז אַרױס, יעדעס מאָל צוערשט מיט די אױגן צו די שפּיץ שטיװל אַראָפּגעלאָזט, װי ער װאָלמ זיך געשעמט פֿאַר עפּעס, געקװענקלט, און װי ער װאָלט באַטראַכט די פֿיס, מיט װעלכע ער דאַרף איצט פֿאַר אַזאַ גרױסן עולם אַרױסטרעטן, זען, צי קאָן ער זײן זיכער מיט זײ. ער האָט צום אָנהײב די באַטראַכט, װי אַ גוטער באַלמעלאָכע באַטראַכט זײן געצײַג, אײדער ער גײט מיט דעם זײן מלאכה טאָן. באַלד איז ער מיט זײ זיכער געװאָרן, און לוזי האָט זיך בײַ דער זײט פֿון ▯ דער געמאַכטער ראָד, האַרט לעבן איר אױסגעבילדעטער װאַנט, האַרט און אָנרירנדיק כּמעט די מענטשן, װאָס האָבן זי געבילדעט, זיך אַװעקגעלאָזט, װי אַ מין לײַכטער פֿױגל, װאָס דרײט זיך אַרום זײן געװינס און ליבע, צו װעלכער — אײדער ער װעט זי באַהערשן —▯ שאַפֿט ער זיך װינט און פּלאַץ און אַ פֿאָרבאַרײטנדיקן ליבע־קרײַז. ער האָט אַרומגערינגלט די ראָד פֿון אינעװײניק — אײן מאָל און נאָך אַ מאָל, און דער גאַנצער עולם, סײַ דער, װאָס ▯ון אונטן, סײַ דער, װאָס אױפֿן הױכן יאַרוס, איז שױן געװען זײַנער. גלײַך ע▯, דער עולם, װאָלט אין דער מינוט ניט געהאַט גאָרניט אױף זײן װעלט, אױ▯סער דאָס: — אַ גרױסע ראָד, ▯ און אינמיטן — אײנער, װעלכער װאָלט אױסגעזען, װי מע װאָלט אים פֿאַר־ געבן אַ מין רעטעניש, אָדער אַ מין אוצר איז אים ערגעץ דאָרט אין דער ראָד פֿאַרגראָבן, און ער דאַרף אין גרױסן שטילשװײַגן און מיטן כּוח פֿון עפּעס אַ פֿאַרהױלנסטן אינסטינקט דאָס רעטעניש טרעפֿן און דעם אוצר צו אַלעמענס גליק, ▯רױסגעפֿינען. און אָט האָט זיך לוזין געדאַכט אַ שפּור... ער איז אַרױס מיט אַזאַ פֿאָרזיכט, װי אַ יעגער אין װאַלד צװישן קוסטעס פֿאַרטײַעט, װען ער פֿאַרשפּירט זיך אױף אַזױ פֿיל, אַז ער הערט ניט זײן אײגענעם אָטעם. דערבײַ האָט מען זײ יונגן, שלאַנקן קערפּער באַמערקט, װי ער איז אָנגעשטרענגט און אַלע װײַלע ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯29 טוט ער זיך אַ װאָרף פֿון אײן אָרט אױפֿן צװײטז און בלײ▯ט װײַטער אַ װײַלע פֿאַרטײַעט. דאָס זוכן געדױערט, װי דורך אַ גרױס פֿאַרשטעלעניש, דורך גאָר טונקעלן און האַלב־טונקעלן, מאַכט ער זיך אַ װעג צו זײן ציל. און אָט האָט ער עס, אָט האַלט ער שױן בײַם דערגרײכטן. דאָ דערפֿרײט זיך לוזי. ער לאָזט װידער אַראָפּ די אױגן צו זײַנע פֿיס▯ װי מיט אַ דאַנק דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן אים אַרױסגעהאָלפֿן, און װאָס, װי יעדעס מאָל, װעז ער פֿאַרלאָזט זיך אױף זײ, האָבן זײ אים אױך איצט, אױך הײַנט, זײן האָפֿענונג ניט גענאַרט. ער נעמט מאַכן שפּאַן מיט זײ, און יעדער שפּאַן, פֿילט מען, איז אַ דאַנק, יע▯▯ער טריט — אַ לױב דער ערד, װאָס לוזי װאַקסט אױף איר און װאָס זי האָט אין זיך געפֿינסן פֿאַר אים. ער פֿאַרהײבט די פּאָלעס, גלײַך ער װאָלט איבער די קניִען אין גאָלד געגאַנגען, און די אױגן זײַנע דערבײַ זײַנען געװענדט מיט ▯אַ שמײכל פֿול מיט לױב צו די, װאָס רינגלען אים אַרום און װעלכע האַלטן אים בעתן טאַנצן, און לוזי דאַנקט פֿאַרן אָנהאַלט, פֿאַר דער שטיצע. זײן שׂמחה שטאַרקט זיך. און דאָ דערזעט דער עולם, קוקנדיק אױף לוזין, װאָס אַ מענטש, װאָס א▯▯ן מענטש נאָר, קאָן אין אײן מינוט אַמאָל טאָן מיט אַ מאַסע, מיט ▯אַ גרױסן בלל. אַלעמענס אױגן האָבן אים אַזױ באַקלעפּט, אַלעמענט אָטעמס זײַנען אַזױ אָנגעהאַנגען געװען אין אים, יעדע מינדסטע באַװעגונג זײַנע איז געװען אַזױ אין קאָנטאַקט מיט אַלעמענס באַגער צו מאַכן די זעלבע באַװעגונגען, אַז ס'איז ניט געװען אונטערצושײדן פֿון דעמ, װעלכער ס'מאַכט זײ, ביז ד▯, װעלכע שפּירן אים נאָך און װעמען ס'דאַכט, אַז▯ ניט ער, נאָר זײ אַלײן מאַכן זײ גענױ און פּינקטלעך... אַ װילדער װיכער האָט זיך פֿאַר זײערע אױגן געטראָגן אין דער געשטאַלט פֿון אַ יונגן, אַ פֿלינקן, װאָס אַמאָל האָט ער, מעשׂה־קאָזאַק, מיט אײן האַנט אױף דער פּאָטיליצע פֿאַרלײגט, געמאַכט אַ ראָד אין אַ ראָד, אַ קרײַז אין אַ קרײַז אַרום זיך אַלײן און אַרום זײן אײגענער איבערגעפֿולטקײט: און אַמאָל פֿאַר־ קערט, האָט ער, מעשׂה־זקן, װי שױן פֿון מאַנגל אין כחות, פּאַמעלעך זיך גע־ לאָזט, אָבער דערפֿאַר אין זעלטענער מיושבדיקײט און שטאַרק געלײטערט, װי װען אַלעס בעסטע און דערפֿאַרנסטע װערט אין דער אײדלסטער און גע־ שטילטסטער פֿאָרם דערלאַנגט. אַמאָל האָט ער, טאַנצנדיק, װי אין אַ שטילן גאָרטן געשפּאַצירט, װי בעת אַ זון זעצט זיך און אַלץ אַרום װערט פֿון דער פֿאַרנאַכט־שטילקײט באַהערשט: אַלעס לעבעדיקע, אַלעס באַפֿליגלטע, דאָס זשומענדיקע און צװיטשערנדיקע פֿון טאָג װערט אױף שלאָפֿן באַלײגט, און אײנער נאָר אַ מענטש אַ לעבעדיקער טוט פֿאַר זײ אַלע זײער טאָג־חשבון מאַכן, באַזיניקט און באַטראַכט זײ זײער זין. און אַן אַנדערשמאָל װידער האָט מען אים געזען, װי אַלײן אַזאַ מין גע־ פֿליגלטער, װי ער, װערט צו טאָג און צו זון אױפֿגעװאַכט און פֿון פֿרײד פֿון ----------- 294 ד ע ר נ ס ת ר דער זון און דערװאַכונג, װײסט ער ניט װאָס צו טאָן מיט זיך, הײבט זיך אױף אין רױם, און דער רױם איז אים װי צו ענג, נידערט אַראָפּ און קומט װידער אַרױף, און דער שלונג און דער האַלדז איז אים צו װײניק פֿאַר דעם לױב און ליכט, װאָס װאַרגט אים. ▯ דעמאָלט האָט מען געזען, װי לוזי האָט װידער, װי צום אָנחײב טאַנץ, זײַנע אױגן געװענדט צו די, װאָס רינגלען אים אַרום, אין װעלכע, װי ס'האָט זיך געדאַכט, אַז אַלע זײַנע חיותן הענגען, און פֿון גרױס איבערפֿולטקײט האָט ער זיך צו זײ װי מיט אַ מין אױסגעשרײ געװענדט: — עולם, — האָט ער אױסגעשריגן, — כ'קאָן דאָס ניט אַרױסברענגען, כ'האָב קײן װערטער ניט, נאָר מיט דעם, מיט די פֿיס, מיטן טאַנץ, — הײסט עס, — האָט ער מיט די אױגן אױף די פֿיס געװיזן, —▯ און װי אַ יונעגר הירש, װאָס יונגע הערנער האָבן אים נאָר־װאָס אױפֿגעשפּראָצט, האָט ער מיט אַזאַ זינגענדיקער לײַכטקײט אין ראָד װידער אַ גײ געטאָן, מיט אַזאַ פֿאַרכלינען זיך פֿון אײגענער שפּילנדיקער קראַפֿט, אַז מענטשן האָבן מורא געהאַט צו קוקן, װײל מענטשן אַרום האָבן דאָ דערפֿילט, װי אַ מענטש פֿאַרגײט זיך און פֿון ▯ איבערפֿלוס פֿון גוטס און אײגענער װילדער אַנטציקונג קאָן ער זיך, חלילה, פֿון זינען רירן... — עולם! גיט אים איבער, דעם, װאָס כ'האָב ניט דעם װערט צו דער־ מאָנען זײן נאָמען, אַז װען אַפֿילו כּל עצמותי תאמרנה *)... איז אױך װי אַ טראָפּן זאָל לױבן דעם ים... ▼ מיט אַזאַ־אָ פֿאַרבלענדטקײט פֿלעגן דעמאָלט דערצײלן װעגן לוזין אַלע יענע, װעלכע זײַנען מיט אים פֿון אײנע אָנשױאונגען און אײן װעלט ▯געװען, פֿון אײנער ברוסט השׂגות געזױגן און װאָס אַזױנע אַרט אױפֿפֿירונגען און מידות װי לוזיס האָבן זײ אַלס מוסטער געדינט און זײ האָבן זײ כּמעט פֿאַר־ אײניקט. אָט אַזױ, האָבן זײ דעמאָלט װײַטער פֿאַרבלענדט דערצײלט, לוזי, װען ער איז יונג געװען, װען ער האָט אין▯ שמחות און יום־טובֿים אָנטײל גענומען, װען ער — דער צענטער, װען אַלע עלטסטע האָבן אים, װי דעם יורש זײערן באַטראַכט, און אַלע ייִנגסטע האָבן זיך פֿון אים אַ מוסטער גענומען. ער פֿלעגט דעמאָלט נאָכן טרינקען פֿון פֿאַרן טאַנץ — ערשט נאָכן טאַנץ אַ ירדן קאָנען אױסטרינקען. ער פֿלעגט אין דער פּאַסיקע און אין ראַש אַרײַן, און יעדעס מאָל האָט מען שױן געװוּסט, ▯אַז ער פֿלעגט דעמאָלט װידער פֿאַרן עולם קומען, מיט מוט זיך אָננעמען, זיך פֿאַר אים אַװעקשטעלן און זאָגן: *) אַלע מײנע בײנער זאָלן ז ינגען. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 295 — רבותי, כ'װיל פֿאַר אײַך גבורת־הבורא *) באַװײַזן. — און ער פֿלעגט נעמען קלאַפּן אין אַ שפּיץ טיש... אױב דער טיש איז געװען אַן עלטערער, אַ שװאַכער, האָט ער אים טאַקע אָפּגעקלאַפּט, און אױב ניט, װי געװײנלעך, האָט ער זיך די הענט ביז בלוט צעקלאַפּט, און שמשׂים האָבן שױן פֿאָרױס געװוּסט, און ס'איז שױן שטענדיק אַזױ אײַנגעפֿירט געװען, אַז בעת יענער, לוזי, איז צוגעטראָטן זײַנע גבֿורות צו באַװײַזן, פֿלעגן זײ שױן שטײן מיט אַ נאַסן האַנטעך אָנגעגרײט אױף אים פֿאַרבינדן און דאָס בלוט אים פֿאַרהאַמעװען. אַזױ אין זײן יוגנט, ▯װען די בלוטן האָבן אין אים שטאַרק געקאָכט, און אָפֿט פֿלעגט ער זיך אױף זײ קומען קלאָגן, און זײן רבי האָט אים פֿאַרשײדענע עצות געגעבן, װאָס אַמאָל פֿלעגן זײ אים העלפֿן, און אַמאָל —. ניט, װײל ער האָט זיך געפֿילט, װי אַ יונגע חיה אין אַ שטײַג, װאָס רײַסט זיך די צױמען צו צעברעכן, — דאָס מײנט מען זײַנע יצר-הרעס, װאָס זײַנען אים באַפֿאַלן. שפֿעטער, און מיט דער עלטער, איז ער, נאַטירלעך, געשטילט און ג▯- קילטער געװאָרן. דערפֿאַר אָבער האָט זיך די ליבע צו דעם גלױבן, צו װעלכן ער האָט זיך צוגעבונדן, נאָך מער געשטאַרקט. אַזױ געשטאַרקט, אַז ממש זײן נפֿש האָט זיך אינעם גלױבן אָנגעקניפּט, פֿון אים זיך ניט אָפּצורײַסן. יאָרנלאַנג האָט ער זיך געהאַלטן בײַ יענעמס צופֿוסנס, װי אונטער אַ גרױסן פֿאַרצװײַגטן בױם, און דאָרט זײן זעלישע רו געפֿונען. דער גרעסטער און באַליבטסטער מקורב בײַ זײן רבין, יעדעס מאָל, װען אין רבינס הױף איז עפּעס פֿאָרגעקומען, איז ער, לוזי, צו אַן עצה צוגעצױגן געװאָרן, פֿריִער נאָך פֿאַר אַלע אײגנסט▯ אַפֿילו, און דער רבי האָט אים אַלעס אינטימסטע פֿאַרטרױט, אױג אױף אױ▯ מיט אים אין זײן אָפּגעזונדערטן חדר זיך אָפּגעשלאָסן. דערפֿאַר אױך, װען ער, לוזי, האָט זיך גענײטיקט, איז דעם רבינס אױפֿנאַם, סײַ בײַטאָג, סײַ בײַנאַכט, אים געװען געזיבערט▯ אין אַלע צײַטן האָט ער פֿרײען אײנגאַנג געהאַט, דער רבי האָט געמעגט זײן װי מיט אַנדערע פֿאַרנומען, איז לױז געװען נעענטער, לוזי בילבער. אַזױ שױן ביזן רבינס עלטער. אַזױ, ביז יענער האָט זיך שױן געפֿילט ▯ געבראָבן, און ער האָט געזען, אַז זײן סוף דערנעענטערט זיך. ער האָט דעמאָלט מיט לוזין אײנעם אַ געשפּרעך געהאַט, װען ער איז שױן געװען שטאַרק שװאַך און ערבֿ־גוסס. קײנער איז אַהין, אױסער לוזין, ניט אַרײַנגעלאָזט געװאָרן. דער ▯ רבי האָט געמעגט זײן װי מיט אַנדערע פֿאַרנומען, איז לוזי געװען נעענטער, לאָזט די װעלט מיט אַ שװער האַרץ, נישט זעענדיק קײן יורש פֿאַר זײן שטול. און בכלל דאַכט אים, גײט אַלץ אַראָפּ און אַרונטער, און דער גלױבן װערט אײַנגעשרומפּן. לוזי האָט דעמאָלט געװײנט. ער האָט געזען, װי זײן זון זעצט זיך, און דער רבי אַלײן האָט אים געטרײסט און אַלײן אים אָנגעװיזן, װוּהין *) די קראַפֿט פֿונעם שעפֿער ▯ פֿון גאַט). ▯ ----------- 296 ד ע ר נ ס ת ר ▯ ער זאָל זיך נאָך זײן פּטירה װענדן, אפֿשר װעט ער דאָרט עפּעס געפֿינען, און לוזי האָט נאָך מער געװײנט. ער האָט שױן דאָרט, דעמאָלט, בײַ זײן רבין אין צימער, פֿאַר זײן קראַנקן־ בעט זיצנדיק, דערפֿילט װי אַש אױף זײן קאָפּ; דערפֿילט, אַז ער בלײַבט עלנט,▯ אַז אַ קאַלטער װינט בלאָזט אים אונטער די פּאָלעס, װײל די לעצטע צײַט האָט ער שױן געפֿילט, אַז די אַלטע סטעזשקעס װערן פֿאַרװאַקסן, און ▯ אַז עפּעס קומט אָן אין דער לופֿט אַזױנס, װאָס נאָר מענטשן מיט אַ שאַרפֿן חוש קאָנען דאָס אַרױסדערפֿילן און נעמלעך — אַ זאַך, װאָס אַ גװאַלדיקע רײ דורות האָט זיך דערפֿאַר ניט באַדאַרפֿט זאָרגן, און איצט װעט שױן באַלד ניט העלפֿן די זאָרג. ס'גײט אױף דער װעלט אַ מין שלאַפֿקײט, װאָס מאַכט דעם גלױבן אָפּקילן. עפּעס איז דאָ ניט גוט, מע דאַרף ▯אַן עצה, און דער, מיט װעמען מע קאָן זיך עצהן, שטאַרבט. און אַז דער רבי איז געשטאָרבן, איז לוזין, װי שױן דערצײלט, שטאַרק דער עלנט צוגעטראָטן, און ער האָט גענומען זוכן ערגעץ אַנדערש און אין פֿאַרשײדענע „הױפֿן” אומפֿאָרן. ער האָט זיך ניט געקאָנט צוקלײַבן, ביז ער איז די לעצטע צײַט צו די זײַניקע אָנגעקומען. ▼ און אָט טרעפֿן מיר אים איצט אײנעם אַלײן, אין יענער שול, װעלכע איז מיט אַלע צװעלף פֿענצ▯ער אין אַלטן בית־הקברות צ▯עפֿנט און װאָס אין זײערע שױבן שפּיגלען זיך אָפּ קוסטעס און בײמלעך, װעלכע ברענגען אַ לופֿט אי פֿון גרינס, אי פֿון אָפּגעלעבטס, אי מנוחה פֿון װוּקס, אי פֿון װעלק, און װאָס גיבן צו װיסן, אַז אין דרױסן איז אַ טאָג אַ הײסער, אַ זומערדיק־ לעצטער, פֿון יענע לעצטע, װאָס שטאַרקן זיך און שטײַגן אַלע זומערדיקע היצן און הײסקײטן אַריבער. אַ טאָג, אַ שטאָט מיט אַ טומלדיקן װעלט־סדר אין דרױסן, און דאָ, אין שול, דערװײַטערט און אַרױסגענומען פֿון אַלע, װי דאָרט אין מאַרק▯ די בלינדע זינגער, די באַנדוריסטן, װעלכע זיצן און זינגען דערמאָנונגען פֿון אַמאָליקע פֿאָלקס-נױטן, קנעכטשאַפֿטן, געפֿענקעניש א. אַ., אַזױ אױך דאָ זיצט ער, לוזי, אױך אַ מין זינגער, װאָס איז אױף זײן אײגנ־ אַרטיקן אופֿן בלינד — קוקט אין אַ ספֿר און טרערן פֿאַרשטעלן אים די שײן, לײענט, זאָגט אױף אַ קול, װײנט דערבײַ, קלאָגט אױך אױף אַ סאָרט גע־ פֿענקעניש פֿון אַ פֿאָלק מיט אַן אַלטן און בלינדן גורל: קלאָגט אױף דעם, װאָס, װי אים דאַכט, איז דאָס פֿאָלק שױן מיד און די גלױבנס־כחות גײען דעם אױס, און צוזאַמען דערמיט אױך אױף זײַנע אײגענע כחות, װאָס האַלטן שױן בײַ נידערן און זיך נײגן צו עלטער, און אױך, װי אױפֿן סוף זומער ,װאָס כאָטש ער קוקט און שפּיגלט זיך נאָך אָפּ גרין אין די צעעפֿנטע פֿענצטער, ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 297 אָבער אַ פֿילנדיק האַרץ פֿילט דורך דער גרױסער היץ און צעװאַרעמטקײט פֿון טאָג — שױן דעם סוף פֿון יענע טעג, װאָס נאָך זײ קומט דאָס, װאָס ס'דאַרף קומען — דאָס װעלקן און זון▯קילקײט, און יענע מנוחה, װאָס זעט אױס, װי די מנוחה דאָ איצט אױפֿן בית־עולם. ער קלאָגט אױף זײן אָפּגעלעבטן אופֿן, אױף דער אָפּגעלעבטקײט פֿונעם פֿאָלק, װאָס ער זעט דאָס װי פֿון הױכן גורל באַשטימט צו זײן דער יסורים־ טרעגער פֿאַר אַלע פֿעלקער און שטעלט זיך עס פֿאָר אין דער געשטאַלט פֿון זײן משיחן, װי אַזױ ער, זײן משיח, זיצט, לױט דער לעגענדע, אױף די טױערן פֿון רױם, אַ װוּנדיקער, אַ קרעציקער און בינדט אױף, כינךט צו, בינדט איבער ןײנע װוּנדן... און אָט זײַנען אײניקע בילדער, װאָס לוזי, דער בלינדער זינגער, זעט, אין ספֿר זאָגנדיק: בילד אײנס: ס'אַ פֿאַרטאָג... ער זעט צוערשט אַ נעפּל, װוּהין זײן בליק איז געװענדט... דערנאָך נעמט לױטערער װערן, און פֿון דער װײַט נעמט זיך אים אַ שטאָט באַװײַזן: הײַזער, מױערן, אײנע העכער פֿון די אַנדערע, אײנע איבער די אַנדערע, אױך פֿאַרשײדענע גאַנצע שטאָט־טײלן, װאָס אײניקע געפֿינען זיך אױף בערג אַרױסצוזען, און אַנדערע בײַ זײ צופֿוסנס —— אין טאָלן. ס'איז נאָך פֿרי. ד▯י שטאָט שלאָפֿט נאָך. אָבער אַ גרױסע ריזיקײט פֿילט זיך אַרױס פֿון איר שלאָף. ס'דאַכט זיך: באַלד װעט זי זיך אױפֿכאַפּן און נאָך איר זעטיק▯ןינדיקער נאַכט די אױגן אױף דרױסן און טאָג עפֿענען — װײַטער אױף טאָג, נאַכט און זינדיקײט. און אָט װערט שױן ליכטיק. פּון דער שטאָט הײבט מען אָן אַרױסגײן, און צו דער שטאָט הײבן זיך אָן װײַזן פֿון פֿאַרשײדענע װײַטע עקן, שליאַכן, זיך ציִען, אָנקומען און אָנפֿאָרן — פּױערים פֿון װײט▯װײטלעכע דערפֿער, כּדי די שטאָט מיט שפּײַז צו באַזאָרגן; הענדלער, טענדלער, חײלות, קאַליקעס, צינש־מאָנער, קנעכט, קונצנמאַכער, בעטלער און אױך אַלערלײ פֿאַרפּוצטע און האַלב־פֿאַרפּוצטע זונות, װאָס װערן פֿון אַלע עקן לאַנד אַהער, אין שטאָט, ▯ געשיקט און צוגעשטעלט אױף אירע קומענדיקע און נאַכטיקע פֿאַרגעניגנס; און אַלע, סײַ די, װאָס קומען אַרױס פֿון שטאָט, סײַ די, װאָס קומען און נעענטערן זיך צו איר, דערזעען בײַם טױער פֿון שטאָט אײנעם אַ פּאַרשױן, מיט אַ פּנים אַ ליכטיקן, אָבער אַ גוף אַ װוּנדיקן, אין האַלב קלײדער, האַלב שמאַטעס, װאָס איז אין שטאָט ניט אַרײַנגעלאָזט געװאָרן און האָט הײַנטיקע נאַכט, װי אַלע נעכט, דאָ אין דרױסן בײַם טױער פֿון שטאָט פֿאַרבראַכט▯; און אַלע, װי אָפּגערעדט, סײַ די, װאָס גײען אַרױס, און סײַ די, װאָס קומען אָן און דאַרפֿן אין שטאָט אַרײַן, אַז זײ גײען דעם טױער פֿאַרבײַ און זעען יענעם פּאַרשױן זיצן, האַלטן זײ װי פֿאַר זײער חובֿ, פֿאַרבײגײענדיק, אױף אים אין ▯ ----------- ▯ 298 ד ע ר נ ס ת ר זײַנע װוּנדן שפּײַען. װער אױף זײן קאָפּ, װער אין פּנים, װער אױף זײַנע קלײדער און שמאַטעס, און יענער װישט אַמאָל אָפּ דאָס שפּײַעכץ, אָבער מערסט זיצט ער פֿאַרגליװערט אין שטומעניש, גלײַך ניט אים מײנט מען און ניט אױף אים װאָלט מען געשפּיגן... און דאָ צעיאָמערט זיך דער זינגער און אַלע אבֿרים צאַפּלען אין אים אױף, צוזעענדיק יענעם מיטן ליכטיקן פּנים אַ באַשפּיגענעם פֿון װילדע, גראָבע הײלות, פֿון הענדלער, טענדלער, קאַליקעס און זונות, און אױפֿן זינען קומען אים פּסוקים און האַלב־פּסוקים פֿון אַלטע פּײַטנים, פֿון אַלטע צאָרנדיקע פּאָלקס־זינגער, און צוזאַמען מיט זײ צאַפּלט ער אױף, און צוזאַמען מיט אײנעם פֿון זײ שרײַט ער אױס, װי אַ פֿאַרװוּנדעטער, אױפֿן קול: פּצעי לא ר▯▯ה וחבורתי רצח ועיני הו▯התה צופֿה לדודי צח▯*) ער זוכט אַ טרײסט און האָט ניט, און דאָס אײנציקע, װאָס קאָן אים דאָ אַרױסהעלפֿן, איז דאָס, װאָס ער שטעלט זיך פֿאָר אױף יענעמס אָרט, װי ער ▯ אַלײן װוּנדיק, ער אַלײן באַשפּיגן, און ער נעמט אױף זיך יענעמס בזיון מיט ▯ יענעמס שװײַגעניש און אױך מיט יענעמס באַװוּסטזײַן, אַז אַזױ איז פֿון הױכן גורל באַשערט, און באַשערט איז באַװערט, באַשערט איז אַ גרױסע גאָב פֿון אַ מין בענטשנדיקער האַנט דערלאַנגט. ▯ און אָט איז אַ צװײט בילד: נאַכט. פֿינצטער, און אין דער פֿינצטער פֿילט זיך, װי מענטשן גײען אום און זוכן אײנס דאָס אַנדערע, געפֿינען ▯ניט, אָבער אַ שטיק טרײסט איז זײ שױן דאָס אַלײן, װאָס כאָטש צעװאָרפֿענע און כאָטש אײנער קאָן אױפֿן אַנדערנס שפּור נישט אָנטרעפֿן, דאָך פֿילן זײ אײנס דעם אַנדערנס פֿאַראַנענ־ זײן, און אַז דער פּלאַץ װימלט פֿון אומגײענדיקע און זוכנדיקע. ס'פֿילט זיך דאָרט אַ שטאַרק גלײביקע און פֿאַרלױרענע מאַסע. ס'דאַכט זיך, אַז װען ס'װאָלט זיך זײ איצט פֿון ערגעץ אַ שטראַל, אַ שײן באַװיזן, װאָלט אָט די פֿאַסטנדיקע, אָפּגעצערטע און שױן שמאַכטנדיקע מאַסע, — װי גרױס זי איז, מיט װיפֿל קעפּ אױף אירע אַקסל און מיט װיפֿל אױגן אין די קעפּ, — װאָלטן אַלע, װי האַלב דולע, צו יענער שײן זיך אַ לאָז געטאָן, און װאָס פֿאַר אַן אױסגאַנג זי זאָל פֿאַר זײ דאָרט ניט עפֿענען — אַ ים, אַן אָפּגרונט — װאָלטן אַלע, װי אײנער ,װיפֿל טױזנטער זײ זײַנען ,פֿאַסטנדיקע און דורשטיקע, מיט געזאַנג און הױבער לױבערײ אַנטקעגן אומגליק, װי אַנטקעגן אױסלײזונג געפֿלױגן. ▯ *▯ ▯▯▯ן▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ פ▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯קוקן ▯ו י▯ מײַ ן ▯ו יס▯ייִ▯ער־ ▯ ▯ הערלעך. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯ 299 און אָט באַװײַזט זיך טאַקע, אין אײנעם אַ הימל־עק אַ פֿײַער. און דאָ דערזעט זיך די מאַסע מיטאַמאָל באַלױכטן — מיט שלאָפֿנדיקע קינדער אױף די הענט, װאָס מיט קעפּלעך זײַנען אױף פֿאָטערס־מוטערס אַקסל פֿאַרװאָרפֿן, עלטערן — מיד פֿון גײן און אומזיניקן פּלאָנטערן, און זקנים דערבײַ שלעפּן זיך קױם און שױן דרײ פֿערטל צו דער ערד געבױגן, און אַלע ציִען זיך איצט ▯ אַהין, צום הימל־עקס שײַטער. מע ןעט: אײניקע װערן פֿון פֿרעמדע הענט צום שײַטער געשלעפּט. די געשלעפּטע װילן ניט, װערן זיך, אָבער אַז זײ װערן אַרײַנגעװאָרפֿן, אַרײַנגעשלעפּט און געשטױסן, איז די איבעריקע, װאָס דאַרפֿן נאָך זײ געװאָרפֿן װערן, גײען שױן אַלײן. אַנדערע לױפֿן מיט אימפּעט אױפֿגיך צום פֿײַער צו, װאַרפֿן פֿריִער די שלאָפֿנדיקע קינדער אַרײַן, שטױסן װײַבער און זקנים נאָך זײ, און דערנאָך שפּרינגען זײ אַלײן אין פֿײַער. זײ דינען פֿאַר אַ בײַשפּיל פֿאַר ▯אַלע איבעריקע פֿון דער גרױסער מאַסע דאָרט פֿאַרזאַמלט, װאָס װען זײ זעען, װאָס יענע האָבן אױף זיך גענומען פֿרײַװיליק און אַלײן, שטײען זײ אַ װײַלע, װי אַ סטאַדע פֿאַר אַן אומגליק, פֿאַרלױרן, אָבער באַלד קומט זײ דער סטאַדע־אינסטינקט צו הילף, יענער, װעלכער מאַכט סכּנה פֿאַר אױס סכּנה, װען גרױסע סטאַדעס גײען דעם טױט און דער פֿאַרניכטונג מיט אַנטציקונג אַנטקעגן; װי גרױס זי איז, די מאַסע, אַלץ שטאַרקער איר אימפּעט, אַלץ װײניקער די געפֿאַר, אַלץ מער דער דראַנג, און װי שאָף פֿאַר אַן אומפֿאַרמ▯דלעכן אָפּגרונט, שטױסן שױן אײנס דאָס אַנדערע און אײלן זיך דעם טױט אין די אָרעמס און אין שױס אַרײַנצופֿליִען. קדש את שמך בעולמך על עם מקדישי שמך.*) הערט דאָ דער בלינדער זינגער פֿון די שײטערס פֿון יענע צײַטן מיט פֿאַרשײדענע קולות אַרױסשרײַען, און ער שרײַט מיט, ער פֿילט, װי ער אַלײן װאָלט דאָרטן צוזאַמען מיט יענע איצט אין פֿײַער געשטעקט, און װי זײַנע קלײדער האַלטן זיך שױן אין סמאַליען, און באַלד װעט דאָס פֿײַער אים צום לײב און דער נשמה דערגײן. ער זעט זיך אײנער אין אַ קיבוץ פֿאַררעכנט, װעלכער האָט זיך אין פֿיל פֿײעריקע סכּנות אײַנגעשטעלט, און װאָס אױך איצט, שױן אַ צײַט נאָך יענע צײַטן, פֿילט ער, װי דער ריח פֿון סמאַליען פֿון זײערע קלײדער אַראָפּשמעקן — פֿון זײערע, װי אױך פֿון זײַנע. און אָט אַ לעצט בילד: װידער פֿאַרטאָג... פֿון אַ טונקעלער סוף־נאַכטיקער װײַט טײלט זיך אױס, ▯ *) חײליק דײן נאָמען או יף דײן װעלט דורך דײן פֿאַלק, װאָס חײליקט דײן נאָמען. ----------- 300 ד ע ר נ ס ת ר ▯ װי פֿאַר זון־אױפֿגאַנג און פֿאַר ליכטיק־װערן, אײנס אַן אָרט אױף אַ האָריזאָנט אין געשטאַלט פֿון אַ מין טױער מיט צװײ זײַלן בײַ די זײַטן, און אױבן — אַ האַלבער בױגן פֿאַרקײלעכיקט, און װאָס מער ס'װערט ליכטיקער, אַלץ מער װײַזט זיך אױס יענער טױער, װי דאָס אָרט און עפֿענונג, דורך װאַנען אַלײן די זון טאַקע דאַרף זיך דורך דאָרטן װײַזן. און באַלד באַװײַזט זיך טאַקע: דער טאַטע מיטן זון, די באַװוּסטע ר, שמעון און אליעזר זײן זון, יענע, װאָס האָבן זיך לאַנגע יאָרן אין הײלן אױסבאַהאַלטן, און װאָס אָנקומענדיק פֿון דאָרט, ברענגען זײ װי קילע פֿאַרטאָגיקע הײלונג צו אַלע יענע, װעלכע זײַנען אַלײן אין די שײטערס געשפּרונגען, אױך לײטערס פֿאַר זײ, זײ זאָלן גלײַך, װוּהין זײ האָבן געצילט, אױפֿגײן, און אױך שײן אױף זײערע קעפּ, זײ זאָלן זײ דעם װעג באַלױכטן. דאָס מײנט מען די ספֿרים זײערע „זוהר” און „תקוני זוהר” *), בײַ װעלכע דער ▯ינגער זיצט איצט און װאָס, װי אים און ענלעכע צו אים האָט זיך געדאַכט, האָבן יענע ספֿרים די פֿאָלקס־פֿאַרשמאַכט־ קײט געלינדערט און געדינט, װי פֿײַכטע בינטן צו הײסע װוּנדן צוגעלײגט. און באַלד פֿאַרשװינדט ער, יענער טױער, און ס'באַװײַזט זיך אַ װוּנדער־ לעכער פּלאַץ־מהלך, אױף װעלכן ס'זײַנען אָנצוזען אַלע יענע, װאָס נעמען אין יענע ספֿרים אָנטײל: בערן, װאָס רעדן מיט מענטשלעכע קולות; פֿױגלען, װאָס פֿאַרבינדן אין שליחות אײן עק װעלט מיט דעם צװײטן; קװאַלן, ברונעמס, בײַ װעלכע געװיסע סודותדיקע פּאַסטעכער רוען אָפּ בײַ זײערע שטילע װאַסערן; גראָזן, װאָס הײלן און טײטן; קינדער, װאָס זעען אױס, װי אַלטע, און אַלטע — װי קינדער; נבֿיאים, זעערס, װאָגלער, װאַנדערער מיט אַש אױף די קעפּ און שטױב אין די אױגן. מיט אײן װאָרט, אַלע יענע פֿון די װוּנדערלעך־אָנגעהױבענע און נישט פֿאַרענדיקטע מעשׂיות און האַלב־מעשׂיות אין פֿאַנטאַסטיש־אַראַבעסקישן געפֿלעכט פֿון בלומען מיט גאָטס נאָמען, פֿון געשטאָרבענע און נאָך נישט געבױרענע; פֿון מתים, װאָס אַ שטענדיקער ריח צעשפּרײט זיך פֿון זײ אױף גאָר דער װעלט און פֿון שאָטנס פֿון אַזױנע נשמות, װאָס גײען אום באַשטראָפֿט און קאָנען זיך קײנמאָל צו קײן מנוחה־אָרט ניט דערשלאָגן, און נאָך, און נאָך געשטאַלטן, פֿאַרװאַנדלונגען, גײַסטער, גײער, שלעק, שדים, גוטע און נישט גוטע מלאכ▯ם און פֿאַרשײדן פֿאַרשטעלטע פּאַרשױנען, אָנטײלנעמער אין יענע סאָרטן ספֿרים, װאָס די מחברים האָבן זײ, שולדיק אָדער אַלײן פֿאַרפֿירט, װילד אױסגעטראַכט צוליב עמעצנס טשאַד, אױגן־פֿאַרבלענדעניש און װעלט־פֿאַרדרײ. ▼ ...סרולי האָט אױסגעװאַרט. ער האָט געזען, װי לוזי האָט די גאַנצע צײַט *) צװײ באַװוּסטע קבלח־ספּרים. ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 301 פֿון זאָגן, אַלע װײַלע װי אױפֿגעשױדערט, װי פֿון אַ פֿראָסט אָדער פֿון אַ ברי. ער האָט אַלע װײַלע, בײַ די סאַמע רירנדיקסטע ערטער פֿונעם ספֿר־טעקסט, מיט אַ האַנט איבערן שטערן זיך דורכגעפֿירט, איבערן קאָפּ, און אַמאָל אױך מיט איר ביזן האַלדז־און־נאַקן דערלאַנגט. ער האָט זיך װען־ניט־װען אױך פֿון אָרט אױפֿגעכאַפּט, װי ניט קענענדיק אײַנזיצן — גאָר ניט, װי זײן שטײגער, בעת זײן אַלע אַנדערע מאָל לערנען און זאָגן. די אױגן האָבן זיך אים אָפֿט פֿאַרטונקלט פֿון טרערן, װאָס האָבן זיך אים געשטעלט, צוזאַמען מיט אַ קכיק, מיט אַ מין הוסט, אים פֿון גאָרגל געקומען. סרולי האָט אױסגעװאַרט, און אַז ער האָט געזען, אַז יענער האָט גע־ ענדיקט, אַז זײן געמיט לײגט זיך אים אײן, זײן בליק לױטערער, כאָטש אײניקע נאַסע איבערבלײבונגען זײַנען אים נאָך אין די אױגן־װינקלעך געװען אָנצוזען, — האָט ער זיך פֿון אָרט גערירט, פֿון דאָרט, װוּ ער האָט זיך, אין שול אַרײַנקומענדיק, די גאַנצע צײַט פֿון לוזיס זאָגן שטײן געלאָזט. ער האָט געטאָן אַ שפּאַן פֿאָרױס, און מיט אַ שפּאַן נאָך אַ שפּאַן צו לוזיס שטענדער אונטערקומענדיק, איז ער לסוף שטײן געבליבן פֿאַר זײן שטענדער. ער האָט פּאַמעלעך בשעת־מעשׂה די האַנט אין בוזעם־קעשענע אַרײַנגעטאָן, פֿון דאָרט עפּעס אַ פּעקעלע פּאַפּירן אַרױסגענומען און לוזין צו פֿאַר זײַנע אױגן זײ דערלאַנגט. — ער קומט פֿונעם יאַריד און דאָס האָט ער דאָרט אָפּגעריסן, — האָט ער געזאָגט, און גלײַך האָט זיך אים עפּעס די צונג גענומען פּלאָנטערן, און די זעלבע װערטער, װאָס ער האָט געברױכט בײַ מלכּה־ריװען אין שטוב צו מלכּה־ריװען, האָט אױך דאָ גענומען איבערחזרן: — ער איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, האָט ער גראָד אױף דער שװעל אַ קוק געטאָן, האָט ער דאָס דערזען, האָט ער דאָס אױפֿגעהױבן, האָט ער דאָס אַרײַנגעבראַכט און גיט דאָס אָפּ דעם, צו װעמען ס'געהער. — װאָס פֿאַר אַ יאַריד, װאָס געהער, און װאָס דערלאַנגט ער אים דאָ, — האָט לוזי נישט באַנעמענדיק נישט מיט װערטער, נאָר װי מיטן בליק געפֿרעגט. ער האָט איצט דערזען פֿאַר זיך סרולין אַ בלאַסן, מיט אַ מין אָפּגעצערט־ קײט, יואָס קומט יעדערן נאָך אַ טרונק און נאָך האַלב־שװאַכער אױס־ ניכטערונג; און אַזױ װי ער אַלײן איז איצט נאָר־װאָס, װי פֿון אַ װײַטער, װײַטער פֿרעמד אַראָפּגעקומען, ▯װען היגע אינטערעסן גײען ניט אָן און מע באַנעמט זײ שװאַך, דעריבער האָט ער, װען ער האָט דערהערט פֿון סרולין די װערטער „יאַריד” און ענלעכע, האָט ער כּמעט די טײַטש זײערע ניט פֿאַר־ שטאַנען, פֿאַרגעסנדיק גאָר, אַז אין דרױסן קומט הײַנט עפּעס פֿאָר, און אַז פֿאַרשײדענע מענטשן קאָנען האָבן צו דעם פֿאָרקומענדיקן פֿאַרשײדענע און געװיסע שײכותן. ----------- 302 ד ע ר נ ס ת ר — װאָס פֿאַר אַ יאַריד און װאָס דערלאַנגט ער אים דאָ? — האָט ער אױף סרולין און אױף זײן אױסגעשטרעקטער האַנט געקוקט און נישט באַנומען. — דאָס האָט ער זײן געלט, פֿון װעלכן לוזי װײסט, אױף װעקסלען אױס־ געביטן, טאַקע▯ בײַ זײן, לוזיס, ברודער משה, און ער האָט מורא זײ בײַ זיך צו האַלטן, ערגער — זײ צו פֿאַרשיכּורן, און ער גיט זײ אים דעריבער איבער, און יענער קאָן מיט זײ טאָן, װאָס ער װיל — אױף אײגענעם געברױך, אָדער אױב ניט, איז פֿאַר יעדער נױטבאַדערפֿטיקן, װעמען ער, לוזי, װעט נאָר געפֿינען פֿאַר נײטיק. — אי, נו... — האָט לוזי דאָ אַרױסגערעדט, און דערבײַ סרוליס האַנט װי צוריק געשטױסן. — אי, נו... — ער מישט זיך ניט, הײסט עס, ער האָט ניט צו טאָן מיט אַזױנע זאַכן און האָט דערצו קײן שײַכות. — נײן, — האָט ער גלײַך דערנאָך שױן קלאָר געזאָגט, — בײַ אים איז ניט קײן אָרט דערפֿאַר, זאָל ער עס געבן װעמען ער װיל, בײַ זיך אַלײן האַלטן, ער זאָגט זיך אָפּ דערפֿון, װײל ער איז ניט דער מענטש דערױף. סרולי האָט דעמאָלט װידער אױסגעװאַרט, ביז לוזי האָט זיך מיט די שטײגער־זאַכן אָפּגעפֿאַרטיקט — דעם טלית-און־ת▯ילין צונױפֿגעלײגט, און דערנאָך — ביז ער האָט אױף זיך דעם מאַנטל גענומען. דעמאָלט האָט מען זײ געזען בײדע פֿון שול זיך אַרױסלאָזן — לוזין פֿאָרױס און סרולין הינטער אים, ביז זײ האָבן זיך אױף די טרעפּ פֿון אַראָפּגאַנג אױסגעגלײַכט, און דעמאָלט שױן בײדע צוזאַמען, אָבער אױך איצט לוזי עטװאָס פֿאָרױס, און סרולי — הינטערשטעליק און האָט װי בײַ זי▯.ן זײט און ▯מיט דרך־ארץ זיך געהאַלטן. און אױפֿן װעג האָבן זײ אױך דעמאָלט צװישן זיך עפּעס אַ געשפּרעך געהאַט, װאָס דאָס הױפּט־װאָרט האָט דאָס מאָל געהערט לוזין, און דער געהער — סרולין, און די גאַנצע צײַט האָט מען געקאָנט מערקן, װי זײן אױער איז אָנ־ געשטרענגט צו זײן מיטשפּרעכער געװענדט, װײל אין קאָפּ איז אים ניט גענוג קלאָר, די פֿיס נאָך ניט איבעריק פֿעסט און דער באָדן, אַפּנים, האָט זיך אים נאָך שיכּור־װײניקלעך געװאַקלט. ▯ ▯ ▯ ▯ ----------- ▯ אָ ק לײַן ב יסל ש טײגער ס'איז שױן געװען די לעצטע טעג פֿון אלול. אױפֿן „גראָבן” מאַרק, אױף געװיסע שטעלעכלעך, װאָס האַנדלען אַ גאַנץ יאָר מיט פֿאַרשײדענע קלײנע װיכטיקײטן, װי מיט לאהדימדיקע שוסטערװאַרג, פֿלעקלעך אין פּעקלעך, פֿלעקלעך צעשיט, פֿאָדעם, שוסטערשע סמאָלע און אַנד., חאָבן זיך איצט, צװישן אַנדערע, באַװיזן קריזשיקעס װאַקס אין דער פֿאָרם פֿון גרױסע, קלײנע און מיטעלע טעלער און טעלערלעך. אָט דעם װאַקס װעט באַלד די שטאָט, די פֿרימסטע װײַבער אירע, באַ־ דאַרפֿן, געברױכן אױף נשמה־ליכט צום גרױסן, פֿאָרכטיקן יום־טובֿ, צו יום־ כּיפּור, צום טאָג פֿון גרױסן געריכט, װאָס דערנעענט זיך. יענע װײַבער װעלן זיך, אין די טעג צװישן ראש־השנה און יום-כּיפּור, זאַמלען משפּחותװײז, יעדע משפּחה בײַ אײנער אַ מערסט־פֿרימסטער. מע װעט זיך אָפּזונדערן אין אַלקערס, װוּ קײן מאַנסבילן און קינדער װעלן ניט אַרײַנגעלאָזט װערן; מע װעט דאָרט אױף יעדער פֿאָדעם פֿון קנױט עפּעס װי כּישופֿן, יאָמערן און שטאַרק װײנען, דערמאָנענדיק דערבײַ די נשמות פּון די געשטאָרבענע, װעמען יענע פֿאָדעם פֿון יענע קנױטן זײַנען געװידמעט. גרױסע, לאַנגע ליכט װעלן, װי געזאָגט, אין יענע אַלקערס אױסגעפֿאַר־ טיקט װערן פֿאַרן פֿאָרכטיקן גאָט און זײן פֿאָ▯▯כטיקן געריכטס-טאָג, װאָס דעמאָלט איז ער באַזונדערס שטרענג און פֿאָדערט בײַ די, װאָס בעטן בײַ אים און װילן עפּעס פּועלן, באַזונדערע ליכט פֿון אַ באַזונדערער מין הײליקײט און פֿײַערלעכקײט, געמאַכט פֿון רײנסטן מין און סאָרט, פֿון װעלכן מענטשן אין דער נאַטור אַרום פֿאַרמאָגן — פֿון בין־מלאכה און בלומען — פֿון װאַקס. אין שטאָט האָט מען זיך שױן פֿאַרשײדן געגרײט צו יענע טעג. דעם גאַנצן לעצטן חודש האָט מען שױן אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק געקאָנט זען גאַנצע שײרות װײַבער, אינדערפֿרי אױפֿן „פֿעלד” זיך לאָזן און בײַטאָג צוריק פֿון „פֿעלד” — פֿאַרװײנטע, האַלב־הײזעריקע, אָבער דערלײכטערטע פֿון די גרױסע קולות, װאָס זײ האָבן פֿריִער, אױף די קבֿרים ז▯ך רײַסנדיק, פֿון זיך אַרױסגעגעבן, איצט געשטילטע, אױסגעלאָדענע, װי פֿון אַ גרױסער היץ אין דער קיל אַרױסגעקומען. באַזונדערס האָבן זיך געמערט און פֿאַרגרעסערט די שײרות די לעצטע מאָנטיקן, די לעצטע דאָנערשטיקן, װען דאָס גרױסע אָרעמע װײַבער־פֿאָלק האָט גענומ▯ן זיך אַהין לאָזן מיט צעריסענע שיך און שאַלן, מיט אַזױ פֿיל 303 ----------- 304 ד ע ר נ ס ת ר נױט פֿאַר אַ גאַנץ יאָר אָנגעקליבן, און איצט — געקומען פֿאַר די נאָענטסטע זײערע, פֿאַר די געשטאָרבענע עלטערן, קרובֿים, קינדער דאָס אױסגיסן. ליבער־מאיר אױפֿן מױערל אין „פֿעלד” האָט דעמאָלט גרױס אַרבעט און פֿיל פֿאַרדינסטן געהאַט — פֿאַר צינדן לאָמפּן און לעשן לאָמפּן, זײַנע הענט — פֿול מלאכה: ער האָט זיך אין אײַלעניש פֿון זײט אױף זײט, פֿון אײן קליענט צום אַנדערן געװאָרפֿן; און כּדי זיך צו פֿאַרגרינגערן, האָט ער איצט מיט־ געבראַכט אַ העלפֿער צו די קװיטלעך, און אױך יענעם איז זיך שװער געװען צו אופּאָרען פֿון די פֿיל פֿרױען, מײדלעך, ▯װאָס זײַנען אים איבערן קאָפּ גע־ שטאַנען: װער ס'האָט געשריבן צום צדיק, צו זײַנע זין און אײדעמס, װאָס רוען אין מענער־שטיבל, און װער אױך צום צדיקס װײַב, צו אירע שניר און טעכטער, װאָס, אָפּגעטײלט מיט ▯אַ װאַנט, זײַנען אונטער אײן דאַך מיטן צדיק געלעגן. אױך פֿיל שלעפּער, קאַליקעס, פֿאַר▯ידענע כּלי־קודש, װאָס צו זײ האָט קײנער ניט געדאַרפֿט, נאָר זײ — צו יעדערן; װאָס אַלײן האָבן זײ גאָרנישט ניט געהאַט, אױסער נאָר — װער אַ פֿעלער, און װער אַ קללה אָדער ברכה אין מױל, — אױך זײ, אָט די שלעפּער, קאַליקעס, כּלי־קודש, האָבן דאָס הײליקע אָרט דעמאָלט באַלאַגערט, בײַם אַרײַנגאַנג, בײַם אַרױסגאַנג, אומעטום, ▯▯▯ פ▯ ▯▯▯▯▯ו▯ ▯י▯▯▯ר▯,▯ו▯▯▯▯,▯▯ ▯▯▯▯ ▯ ף צײַט, אױף אַזאַ אָרט, ניט געבענטשט װערן? — און אָרעמע װײַבער האָבן לעצטע גראָשנס פֿון אָרעמע קניפּלעך און קעשענעס געשלעפּט, כּדי צו באַ־ גיטיקן און אַרױסקריגן אַ גוט װאָרט פֿון יענע, װאָס האָב▯▯זיך אַ גאַנץ לײדיק־ גײעריש יאָר אױף אָט דעם שטיקל צײַט, אױפֿן געװיסן חודש פֿון פֿאַר די פּאָרכטיקע טעג, געגרײט. אַזױ די װײַבער אין יענע טעג. ס'האָבן זיך שױן אָבער אױך געגרײט מאַנסבילן. די פֿאַרשײדענע חסידים־סעקטעס פֿון שטאָט האָבן זיך שױן יעדערע בײַ זיך אין איר דאַװז־אָרט — אין שול, אין קלױז — געזאַמלט, און אין די פּאַרנאַכטן פֿון די לעצטע טעג פֿון חודש שױן צװישן זיך געשמועסט און ▯ אָפּגערעדט, װער װען „ס'פֿאָרט”; זיך גרופּירט, געלט געזאַמלט, כּדי בשותּפֿות באַלעגאָלעס צו באַשטעלן, און װעלכער סעקטע ס'איז צו איר רבין געװען װײַטער צו פֿאָרן, האָט זיך צוגעאײלט מיט אײניקע טעג ▯ריער אין װעג זיך לאָזן, כּדי צו דער צײַט, צו ערבֿ־יום־טובֿ, װוּהין זײ דאַרפֿן, אין זײער װײַטן רבין־שטעטל אָנצוקומען. אױף פֿאַרשײדענע באַלעגאָלישע סטאַנ▯יעס האָט זיך שױן שטאַרק גע־ טומלט: פֿון באַלעגאָלישן הו־האַ, פֿון זײער צוזאָגן ,זיך פֿאַרדינגען און דער־ נאָך חרטה האָבן, װײל זײ זײַנען פֿון אַנדערע, ▯װאָס האָבן מער געגעבן, אױסגעדונגען געװאָרן. ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 305 אַזױ אַלע חסידים־סעקטעס, װאָס האָבן מיט דער אַקס געהאַט צו פֿאָרן. מע האָט זיך געײאלט, פֿאַר אַלעמען, זיך אַלײן פֿאַרן רבין יום־טובֿ צו ברענגען, און אױך פֿאָרצושטעלן פֿאַר רבין די, װעלכע האָבן ניט געקאָנט פֿאָרן, דורכן אַלגעמײנעם נאָמען־צעטל (כוללות־צעטל), װאָס מע האָט צונױפֿגעשטעלט פֿון אַלע אין דער הײם פֿאַרבליבענע, כּדי אין לעצטן טאָג פֿון יאָר פֿאַרן רבין דאָס צו דערלאַנגען, אַז אַלע, אַז אױך די ג▯פּ־געקומענע, זאָלן צו גוטן, אױף אַ גוט יאָר אױסבעטן, דערמאָנט װערן. אַזױ אַלע, אױסער נאָר אײנע אַ סעקטע, װעלכע האָט ניט געאײַלט, װײל איר װעג צו איר רבין איז כאָטש אַ װײַטלעכער געװען, נאָר דערפֿאַר האָט זי אָבער צו קײן באַלעגאָלעס נישט באַדאַרפֿט אָנקומען, װײל געפֿירט אַהין האָט די באַן. דאָס זײַנען די בראַסלעװער, װעלכע האָבן שױן טראַדיציע געהאַט, ▯ אַרױספֿאָרן אַהין ערשט אַ טאָג פֿאַר ערבֿ־ראש־השנה. זײ האָבן זיך אַפֿילו אױף דער באַן רעם זעלביקן טאָג פֿון אָפּפֿאָרן נישט געאײַלט, װײל פֿון יאָר צו יאָר האָבן זײ געהאַט זײערן אַן אײגענעם, אַ פֿאַרמעגלעכן פּאָסעסאָר פֿון דער געגנט, װעלכער פֿלעגט אַלע פֿאָרער, װעלכע האָבן זיך פֿון דער געגנט צונױפֿגעזאַמלט, מיט אַ גאַנצן, אַפֿילו באַזונדערן װאַגאָן באַזאָרגן. אַ באַ־ זונדערן דערפֿאַר, װײל פֿון פֿיל יאָרן פּראַקטיק האָבן זײ געדענקט און געװוּסט, אַז װען מע פֿאָרט מיט פֿרעמדע, קומט עס אָפֿט אױפֿן װעג צו חוזק, זידלערײַ און געלעכטער, און אַמאָל אױך, באַהיט גאָט, צו געשלעג מיטאַנאַנדער... ס'איז זײן, דעם פּאָסעסאָרס מצװה געװען און זײן אױפֿגאַבע — צו כאַ־ שטעלן מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער דעם װאַגאָן אױף דער סטאַנציע, בײַ װעמען מע דאַרף פֿון די באַן־באַאַמטע, און געלט פֿאַר אים באַצאָלן, און דערנאָך, װער ס'װעט האָבן זײן חלק אַרײַנצוטראָגן, װעט טראָגן, און װער ניט, װעט אַזױ פֿאָרן, אָן זײן רײַזע־▯▯עלט־חלק. און אָט איז דער טאָג פֿון ערבֿ־ראש־השנה. אױפֿן שטאָטישן װאָקזאַל, װאָס פֿאַר קײן גרױסן קאָן מען אים ניט רעכענען, אָבער אַ שטאַרק באַלעבטער, באַזונרערס אין רער צײַט פֿון אָנקומען און אַװעקגײן פֿון די צוגן, װײל אַהין פֿלעגן זיך צונױפֿקלײַבן די רײזנדע פֿון גאַנצן ראַיאָן, װער ס'האָט צו דער באַן באַדאַרפֿט, — אױפֿן שטאָטישן װאָקזאַל האָט מען דעמאָלט דערזען צװישן גרױסן עולם זיך שטופּנדיקע, אומלױפֿנדיקע און אײַלנדיקע, עפּעס אײנעם אַ באַזונדער מענטשן־שטראָם, יואָס האָט זיך אינאײנעם געהאַלטן, װי אַ טשערעדע שאָף, געשטאַנען אינאײנעם, געגאַנגען אינאײנעם, און אַלע צוזאַמען האָבן שטיל פֿאַרפֿרעמדטע און ▯יט מורא פֿאַרן אָרט, װוּ זײ קומען אַהין זעלטן, אױפֿן צוג געװאַרט. און אָט אין דער צוג אָנגעקומען. יענער שטראָם, געפֿירט פֿון אײנעם, אַ זײעריקן, פֿון דעם, װאָס מיר האָבן שױן אױבן דערמאָנט, פֿון זײער באַן־ ----------- 308 ד ע ר נ ס ת ר באַזאָרגער, דעם פּאָסעסאָר, האָט זיך װידער, װי די שאָף צוזאַמען, צו דער פּלאַטפֿאָרמע און צו זײער באַשטימטן װאַגאָן געלאָזט. די צװײ זשאַנדאַרמען, װאָס זײַנען שטענדיק בײַם באַן־אָנקומען און אַװעק־ גײן בײַגעװען, אַלס די אײנציקע װאַך־האַלטער און אָרדענונג־היטער, זײַנען אױך דאָס מאָל אױף דער פּלאַטפֿאָרמע ▯אין זײער גאַנצן זשאַנדאַרמישן פּוץ און גלאַנץ אומגעגאַנגען — מיט די קובאַנישע באַראַשקע־היטלען, מיט די װײַסע בערשטלעך האָר פֿון פֿאָרנט, מיט די אָרדענס און זילבער־בלאַנקענדיקע רובלס אױף די ברוסטן באַהאַנגען — באַלױנונגען, װאָס זײ האָבן פֿון דער ▯ העכערער מאַכט באַקומען פ▯אַר זיך אױסצײכענען און פֿאַר מוסטערהאַפֿטער זשאַנדאַרמישער ךינסט. זשוק, װאָס האַלט אָנדערהאַלבן מענטשן אין דער הײך, שטײַף, װי פֿון שטאָל — אַזױ די ברוסט, אַזױ די פּלײצע, און אינגאַנצן זעט ער אױס, װי אַן או▯גײענדיקע פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ מעכטיקן מאַכט־גולם, — ער, זשוק, די באַקן געגאָלט, נאָר מיט לאַנגע, שװאַרצע װאָנצעס, האָט קײנמאָל קײן שמײכל ניט געטאָן, װײל ער איז פֿון דער נאַטור מיט אַזאַ פֿײיִקײט, װי קענען לאַכן, ניט געװען באַשאָנקען. דערצו נאָך האָט אים געדאַכט, אַז דער זשאַנדאַרמישער שטאַט דערלױבט אים ניט דעם מין. דער צװײטער, מאַטװײעװ — שױן פֿיל נידעריקער פֿון יענעם, אָבער מער ברײטער, דער עיקר אין דער ברוסט, און אַלע זײַנע אָרדענס האָט אים די געלע רוס▯שע, צעלײגטע באָרד באַדעקט. בי▯דע זײ, אַז זײ האָבן איצט ▯.ערזען יענעם מענטשן־שטראָם, האָבן זײ זיך, ניט װי זײער געװױנשאַפֿט, ספּעציעל אױף זײ זיך אָפּגעשטעלט קוקן און דעם גאַנצן איבעריקן װאָקזאַל מיט אַלע איבעריקע װאַגאָנעס, װי פֿון אױג אַרױסגעלאָזט. זײ זײַנען מיט יענעם בילד, װאָס בײַ יענעם װאַגאָן, אַזױ פֿאַרכאַפּט געװען, אַז ס'איז זײ פֿאַר אַלעמען און פֿאַר קײנעם שױן קײן אַכט און קײן אױפֿמערקזאַמקײט ניט געבליבן. נישט געקוקט דערױף, װאָס באַ- שטענדיק היגע, נישט געקוקט, װאָס די היגע שטאָטישע און אױך אױסער־ שטאָטישע באַפֿעלקערונג מיט זײערע מינהגים, גענג, האַלטונג און הלבשה זײַנען זײ זײער גוט באַקאַנט געװען און פֿאַר זײער לאַנגער דינסט־צײַט האָבן זײ זיך דאָ גענוג מיט זײ אָנגעזען, האָבן זײ דאָך איצט פֿון אָט דעם עולם די אױגן נישט געקאָנט אַװעקנעמען. זײ האָבן אױסגעזען, יענע, פֿאַרן װאַגאָן זיך צונױפֿקלײַבנדיק, װי עפּעס חיות, װאָס װערן אױף אַן אױסשטעלונג געפֿירט. צװישן זײ אַזאַ, װי יאַנקעלע דער הױכער, פֿיראַרשיניקער שנײַדער מיטן אַראָפּגעבױגענעם האַלדז פֿאַר מורא; שלום דער טרעגער, דער האַלבער העלפֿאַנט, װאָס האָט זיך די גאַנצע צײַט געשרומפּן און זײן װוּקס געװאָלט פֿאַרקלענערן; מנחם פֿאַרבער, איבער- געשראָקן פֿון נישט געװױנט זײן צו פֿרעמדע אױגן, װאָס קאָנען אױף אים ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 7▯▯ אַ קוק טאָן, און פֿון דער נישט־הײמישער װאָקזאַל־לופֿט, װאָס האָט געדאַכט, אַז זי דראָעט אים פֿון אַלע זײַטן, האָט ער דעם קאָפּ האַרט בײַ זײן פֿאָרױס־ גײער געהאַלטן און מיטן מױל עפּעס אַ תּפֿילה געשעפּטשעט, אַז באַהיט און באַװאָרנט זאָל ער װערן פֿון אַלעם דעם ,װאָס קאָן אַ מענטשן אין װעג און ▯ אױך דאָ, אױפֿן װאָקזאַל, חלילה, טרעפֿן; דאַן דאָס „פּאָרל”, װאָס האָבן זיך אױך דאָ, װי אין שול באַשטענדיק, צוזאַמען געהאַלטן, װי צװײ חיהלעך, קורצזיכטיקע, אַלײן שױן פֿון דער דרױסן▯שײן צעמישטע, מיט די אָרעמע קאַפּאָטקעס אױף די דאַרע פּלײצעס, װי ברעטלעך, — און אױך איצט, שטײענ־ דיק אין דער רײ, אין דער לאַנגער שורה צום װאַגאָן גײענדיק, האָבן יעדערער אין מױל צו שטיקלעך ציגײערס געהאַלטן און דאָס לעצטע, װאָס מע קאָן פֿון זײ אַרױסבאַקומען, אײַלנדיק געצױגן. דאָס — די היגע, װאָס האָבן נאָך װי־ניט־װי דאָך געהאַט אַ שטיקל מענטשעלך אױסזען. דאַן אַנדערע, פֿון דער פּראָװינץ אָנגעקומענע, אָנגע▯ פֿאָרענע, װעלכע זײַנען אַלע יאָרן ערגעץ אין פֿאַררוקטע, װײַט־פֿאַרװאָרפֿענע ישובים אָפּגעלעגן, — יענע — שױן גאָר װילד, מיט אַזאַ הילוך, װאָס אַפֿילו בײַ מער צוגעװױנטע צו אַזױנע האָט געקאָנט אַ געלעכטער אַרױסרופּן, בפֿרט בײַ ניט געװױנטע, בײַ נישט קײן אײגענע, בײַ זשאַנדאַרמען אױף אַ װאָקזאַל... אַזױ, אַז װען זשוק האָט דערזען אָט דעם עולם, װעלכער האָט זיך אײַלנדיק, איבערגעשראָקן און װעלנדיק װאָס גיכער אין װאַגאָן אַ▯▯ייִן, געשטופּט און גערוקט אַהין, האָט ער צו מאַטװײעװן, צום צװײטן זשאַנדאַךם, װאָס האָט זיך לעבן אים געטראָפֿן, אַ װוּנק געטאָן: זאָל ער, הײסט עס, נאָר אַ קוק טאָן. אין דער מינוט אָבער, װי די זשאַנדאַרמען זײַנען אַזױ לאַכנדיק אַנטקעגן װאַגאָן געשטאַנען, אַזױ▯ האָבן זײ דערזען, װי צום עק פֿון דער רײ זײַנען די לעצטע דרײ פּאַרשױנען אונטערגעקומען: דאָס זײַנען געװען מיכל בוקיער, סרולי און לוזי, לוזי — הױך און שטאַלטנע אין זײן זומערדיקן מאַנטל אָנ- געטאָן... און גלײַך, װי זײ, די זשאַנדאַרמען, האָבן אים דערזען, אַזױ האָט זיך פֿון זײערע פּנימער דאָס געלעכטער אָפּגעטאָן. זײ האָבן אין אים דער־▯ קענט אַ מין עלטסטן, אַ מין אָנפֿירער, אַ מער רײכערן און אין כּבֿוד גע־ האַלטענעם, און פֿאַר אַזױנע, פֿאַר מער רײַכע, פֿאַר מער בכּבֿודע, האָבן זײ — צו װעמען יענע זאָלן ניט געהערן, צום סוחרים-שטאַנד, צו קלער▯לײט, און פֿון װאָסער פֿאָלק און רעליגיע זײ זאָלן ניט זײן, אַבי נאָר אַן עלטסטער, אַבי אַן אױסגעטײלטער — שױן רעספּעקט און אַכטונג געקראָגן. די זשאַנדאַרמען האָבן װײַטער, דאָרט פֿאַרן װאַגאָן שטײענדיק, געזען, װי מיכל בוקיער און לוזי זײַנען אין װאַגאָן אַרײַן, און נאָר אײנער פֿון דעם גאַנצן עולם איז אױף דער פּלאַטפֿאָרמע געבליבן — סרולי, אַ משונה פּאַרשױן. דער פּאַרשױן האָט, אײדער דער עלט▯טער ,לוזי, איז אין װאַגאָן אַרײַן, ----------- 308 ד ע ר נ ס ת ר זיך מיט אים פֿאַר די אַרױפֿגאַנג־טרעפּלעך געזעגנט. ער האָט אים עפּעס געװינטשעװעט, און יענער אים אױך, און אַז לוזי איז שױן אַרײַן, איז יענער פֿאַר די װאַגאָן־פֿענצטער שטײן געבליבן, אַזױ לאַנג, ביז דער צוג האָט גערירט, ביז ער האָט שױן געזאָלט פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע פֿאַרשװינדן. דעמאָלט האָט זיך יענער עפּעס געכאַפּט, זיך דערמאָנט, גלײַך ער האָט עפּעס אין װאַגאָן פֿאַרגעסן, ער האָט זיך פֿון זײן אָרט אַ לאָז געטאָן, נאָכן צוג אַװעק, און אין לעצטן מאָמענט נאָך באַװיזן מיט דער רעכטער האַנט זיך פֿאַרן פּלאַטפֿאָרמע־ גאַנעקל אָנכאַפּן. ער איז געבליבן שטײן מעשׂה־קאָנדוקטאָר, מיט בײדע הענט פֿאַר בײדע הענטלעך אָנגענומען, און די פּאָלעס זײַנען זיך אים פֿון װינט צעפֿלױגן. ער האָט צוריק געקוקט אױפֿן אָפּג▯יענדיקן װאָקזאַל און אױך אױף די פֿאַרבליבענע זשאַנדאַרמען, װאָס אַן אַנדערשמאָל, װען מען ריכט זיך דערױף, װאָלטן זײ זיכער אַזאַ זאַך ניט דערלאָזט, אָבער איצט — פֿאַרפֿאַלן, װײל סרולי שױן װײַט, און די באַן שױן אָפּגעגאַנגען. ▼ און אָט איז ערבֿ־ראש־השנה. משה מאַשבער האָט, יענעם פֿרימאָרגן אױפֿשטײענדיק, געטאָן, װאָס אַלע זײן גלײַכן טוען אין יענעם טאָג: צוערשט אױפֿן הײליק אָרט אַװעק, װוּ ער איז פֿון ליבער־מאירן גלײַך באַמערקט געװאָרן, נישט געקוקט ▯ױפֿן גרױסן געדראַנג און אױף דער גרױסער מאַסע עולם, װאָס האָט זיך אין מױערל דעמאָלט אַנגעשטופּט. ליבער־מאיר האָט אים פֿון אַלעמען אױסגעטײלט און תּיכּף צו זײן דינסט זיך געשטעלט, און דערפֿאַר, נאַטירלעך, װי ס'געהער צו זײן באַלױנט געװאָרן. נאָכדעם, אַז משה איז צוריק אַהײם אַװעק, האָט ער זיך, װי דער מינהג ▯ איז, הײַנט מיט קײן געשעפֿטן ניט פֿאַרנומען: ער האָט אין שול צװישן דאַװנער, דערנאָך אין דער הײם צװישן אײגענע, װי־ניט־איז די צײַט צעריבן. ער האָט אַזױ װײַט געזען יענעם טאָג זיך אױסטאָן פֿון אַלעם, װאָס דער־ מאָנט אין װאָך און אין יערלעך־געװײנלעכן, אַז אינמיטן העלן טאָג, נאָכן ערבֿ־יום־טובדיקן מיטיק, נאָך דעם, װי אין שטוב האָט שױן גענומען שמעקן מיט יום־טובדיקע קלײדער, װאָס די שטוב־לײט האָבן אױף זיך גענומען; נאָך דעם, װי ס'האָט שךין גענומען שמעקן מיט פֿאַרגרײטן טיש, װאָס באַלד װעלן זיך אױף אים די לײַכטער באַװײַזן צום פֿײַערלעכן ליכט־בענטשן פֿונעם לעצטן מאָל אין יאָר — האָט משה, װי ער טוט זעלטן, דאָס מאָל יאָ געטאָן: ער האָט זיך געהײסן די פֿאָרטקע פֿון סאָד אױפֿשליסן, איז אַהין אַרײַן און אױף די אױסגעטראַטענע זאַמדיקע סטעזשקעס אַ ניט קײן בשותּפֿותדיקן שפּאַציר גענומען מאָכן. ער האָט אױף די בײמער מיט די שױן האַלב־פֿאַרגעלטע בלעטער געקוקט, ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 9▯▯ װעלכע האָבן אים אױפֿן טרױעריקן געדאַנק אַרױפֿגעבראַכט, דעם אַנט־ שפּרעכיקן אי דער צײַט פֿון יאָר — דעם האַרבסט פֿון דער נאַטור, אי דעם דערװאַרטן יום־טובֿ, װאָס קומט דערמאָנען אינעם האַרבסט פֿונעם מענטשן. ער האָט שפּאַצירט, און זײן אױג האָט װוּ־ניט־װוּ אױף די שױן אָפּגע־ שאָקלטע, סײַ פֿריאיקע, סײַ שפּעט־צײַטיקע בײמער, װען אַמאָל נאָך אײנע אַ פֿאַרלאָזענע פֿרוכט הענגען דערזען. שפּאַצירט, ביז די זון חאָט זיך שױן צום פֿאַרנאַכט גענײגט. און דאָ האָט ער אױף אײנער אַ סטעזשקע, אַ נאָענטער צום פּאַרקן, — אַרױפֿקומענדיק, אין הױף אַרױסגעקוקט. ער האָט דערזען, װי אין די געעפֿנטע פֿענצטער פֿון זײן עס־שטוב (געעפֿנט, מחמת דער װעטער איז געװען אַ געשטילטער, אַ לינדער און כּמעט אַ זומערדיקער), האָט זיך אין אײניקע פֿון זײ אַן אָפּגלאַנץ פֿון אָנ־ געצונדענע ליכט אין שטוב באַװיזן, — געװיס שױן אױפֿן עס־טיש שטײענדיקע. ער האָט זיך דערמאָנט: ס'איז צײַט פֿון ליכט־בענטשן, װאָס גיטעלע אין אַזױנע יום־טובֿים פֿאַרנעמט אַ ביסל פֿאַרפֿריִער. און ער האָט דעם גאָרטו פֿאַרלאָזט און אין שטוב אַרײַנגעקומען. װירקלעך: אױפֿן נײ־פֿאַרשפּרײטן טיש איז אין אײנעם אַן עק אַ רײ לײַכטער אױסגעשטעלט געשטאַנען — גרױסע, זילבערנע, געשײַערטע און בלאַנקענדיקע, און אינמיטן צװישן זײ — אײנער אַ ירושה־לײַכטער, ספּעציעל נאָר אין גרױסע יום-טובֿים געברױכט: אַ האַלבע מנורה מיט דרײ רערן אין דער לענג, און פֿון דער מיטלסטער בײגט זיך אַרױס אַ פֿערטע פֿון פֿאָרנט. אין אַלע לײַכטער װײַסע ליכט, און אין דער מנורה — װאַקסענע, און▯ אַזױ װי די לײַכטער־רײ אַ גרױסע, און באַזונדערס די האַלבע מנורה דערצו נאָך אַ שטאַרק הױכע, װאָס אַז גיטעלע װעט זי בײַם ליכט־בענטשן באַדאַרפֿן אַרומנעמען און מיט די הענט איבער אירע ליכט אַריבערדערלאַנגען, װעט איר שװער זײן, װײל זי איז נישט מער, װי מיטעלן װוּקס, און אפֿשר אױך אַ ביסעלע נידעריקער, און אירע הענט װעלן ניט דערגרײכן, — האָט מען איר שױן, װי ס'פֿירט זיך כּסדר, אַ פֿוסבענקעלע אונטערגעשטעלט, איר װוּקס צו פֿאַרגרעסערן און צו פֿאַרמערן אירע מעגלעכקײטן בײַ די הענט צו צעפֿירן. און טאַקע: גיטעלע האָט זיך שױן געהאַט געגרײט אױפֿן בענקעלע אױפ־ גײן, און אײדער נאָך זי האָט אַ פֿוס אַהין געשטעלט, האָט זיך איר שױן טרערן געקײַקלט, קוקנדיק אױף איר מאַן און אירע קינדער, װעלכע האָבן זי איצט בײַם טיש אַרומגעשטעלט, און פֿאַר װעלכע זי װעט באַלד, בײַם ליכט־בענטשן, פֿאַר אַלע אינאײנעם און פֿאַר יעדערן באַזונדער באַדאַרפֿן בעטן, צוערשט און▯ באַזונדערס — פֿאַר איר מאַן. אױך משה האָט דעמאָלט אױף איר, אױף די קינדער, אױף אַלע בני־בית אַ קוק געטאָן, און פּלוצלונג האָט ער זיך דערמאָנט, אַז אײנער נאָר אַ שטוביקער פֿעלט דאָ — אַלטער. ער האָט דערום באַשלאָסן, פֿאַרן ליבט▯בענטשן און ----------- 310 ד ע ר נ ס ת ר אײדער ער װעט אין שול אַװעקגײן, אַרױפֿגײן צו אים געװױר װערן, זען, ▯ װאָס ער מאַכט, און װאָס איז מיט אים די לעצטע טעג נאָך יענער געװיסער נאַכט געשען: בעסער—ערגער. אױב בעסער — אַ גוט יאָר זאָגן, אױב ניט — איז כאָטש אױף אים אַ קוק טאַן, כּדי שפּעטער אים כאָטש אין שול דער־ מאָנען. משה האָט דערום באַלד די עס־שטוב פֿאַרלאָזט און אין אַלטערס אײבערשטיבל אַרױפֿגעקומען, און, אַרױפֿגײענדיק, האָט ער באַמערקט: איבערן לינדן, האַלב־זומערדיקן װעטער איז אױך אַלטערס פֿענצטער, װאָס קוקט אין סאָד אַרױס, געעפֿנט געשטאַנען. די האַלב־פֿאַרגײענדיקע זון האָט דורך די בײמער אַ געלינדערטע, אַ געדעמפֿטע אין זײן צימער אַרײַנגעקוקט. אַלטער איז אַן איבערגעטאָנענער צום יום־טובֿ אין װײסן װעש אױף זײן בעטל געלעגן, מיטן פּנים צו דער באַשײַנטער פֿענצטער־זײט. אַ שטאַרק מאַטער, מיט בלאַסע אַריבערגעלײגט▯ הענט איבער דער קאָלדרע, פֿון דער שװערער קרענק, װאָס איז אױף אים איבערגעגאַנגען, אָבער די אױגן קלאָרע, באַזיניקט, װי בײַ אַ חיהשער קימפּעטאָרין נאָכן האָבן, װאָס דער צער פֿון די נאָר-װאָס איבער־ געטראָגענע לײדן איז איר נאָך אין בליק אָנצוזען, אָבער קײן װערטער האָט זי ניט אױף מיט דעם צופֿרידענעם און מיט דעם איבערגעקומענעם זיך צו טײלן. ▯ אַז אַלטער האָט פֿריִער דערהערט, דערנאָך דערזען זײן ברודער משה אױף דער שװעל אַרױפֿקומען, אַזױ האָט ער זיך באַלד צו אים אַ לײַכטן דרײ־אױס געטאָן, אױף אים אַ קוק געגעבן, און אַ האַלב־קראַנקער, האַלב־באַגליקטער אים צו זיך מיט די אױגן אײַנגעלאַדן. — װאָס מאַכסטו, אַלטער? — האָט משה, צו אים איבערן בעטל זיך איבערכײגנדיק, געפֿרעגט. — כ'װער, דאַכט זיך, געזונט, משה, — האָט משה אַלטערס שװאַכע װערטער, פֿון זײן שװאַכער ברוסט קומענדיק, דערהערט. װירקלעך: משה האָט אין זײן טאָן, אין בליק און אין זײן גאַנצן איצטיקן באַנעם טאַקע דערקענט, אַז אַ נײַס, אַן ענדערונג איז אױף אים געקומען. ער האָט ז▯ך דערמאָנט אין יאַנאָװסקי דעם דאָקטערס װערטער, אין יענעם געװיסן בײַנאַכט, װען מיט אַלטערן האָט זיך אין שטוב אונטן, בעת לוזיס אַװעקגײן, דער פֿאַל געטראָפֿן. ער האָט אים איצט דערזען באמת אַ נײ־געבױרענעם, כאָטש בלאַס און▯אָנמעכטיק. ער האָט זיך װילד פֿאַרחידושט. אָבער אײַלנדיק זיך װאָס גיכער אַראָפּצוגײן און אין שטוב אַראָפּצוקומען, האָט ער זיך צו אים נאָכאַמאָל אַ בײג געטאָן און װי אין אױער אים אַרײַנגעשריגן: — האָב אַ גוט יאָר, ס'הײַנט ערבֿ־ראש־השנה. דו װײסט? — ערבֿ־ראש־השנה? נײן. כ'געדענק ניט... משה איז אַראָפּ. גיטעלע האָט שױן, שטײענדיק אױפֿן פֿוס־בענקעלע, ▯ מיטן װײסן זײַדענעם קאָפּטיכל אױף א▯בער די אױערן פֿאַרנומען, די הענט בײַ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 1 31 די אױגן צוגעהאַלטן און איבער איר פּנים, דורך די פֿינגער, האָבן זיך איר טרערן געגאָסן. משה און זײַנע אײדעמס זײַנען שױן אין אױבערמאַנטלען גע־ שטאַנען, גרײט אין שול זיך לאָזן, און טעכטער האָבן נאָך אױף גיטלען געװאַרט. און אָט האָבן זיך אַלע פֿון שטוב אַרױסגעלאָזט און, אױסער די דינסטן אונטן, איז אַלײן נאָר אַלטער אױפֿן אױבערשטיבל געבליבן. די פֿאַרגײענדיקע זון האָט דורכן באַשײַנטן פֿענצטער זײן עלנטן בחורישן צימער באַלױכטן, אױך אים אַלײן אין זײן ליגנדיקער לאַגע. אַלטער האָט דעמאָלט, ליגנדיק, שטיל געװײנט — שטיל אױף זײַנע פֿאַרגאַנגענע יאָרן, װאָס זײַנען אים פֿאַרגאַנגען אָן זײן װיסן, און אױף זײַנע קומענדיקע, װאָס ער װײסט ניט, װאָס װעט אים אין זײ געשען. ער האָט פּאַמעלעך די קאָלדרע פֿון איבער זיך אַראָפּגענומען און פֿון אונטער איר אַרױס, איז פֿון בעט אַראָפּ, און אַ שװאַך־זיך־שלעפּנדיקער, אַ האַלב▯נאַקעטער צום פֿענצטער זיך צוגעשטעלט. ער האָט אין גאָרטן אַרױס־ ▯געקוקט און מיט האַלב־געשלאָסענע אױגן פֿון שװאַכקײט די פֿאַרגײענדיקע זךן פֿון צװישן די בײמער באַגלײט. ▯ ▯ ▯ ----------- ▯ ▯ ▯ ▯ס▯רעס ▯ ▯ ▯ערו▯▯▯ו▯▯ד▯,▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯,▯▯ן▯▯▯▯י▯י▯▯▯ בעת דער הוליאַנקע. מעגלעך, אַז דער זעלבער טאַקע סװענטיסלאַװסקי, װאָס נאָך אין יענעם זעלבן אױפֿדערנאַכט איז פֿאַר אַלעמעז קלאָר געװאָרן, אַז דאָס איז ער טאַקע דער, װאָס האָט געשאָסן, — מעגלעך, אַז דאָס האָט ער טאַקע אַלײן, נאָך דעם װי ער האָט דאָס אױסקױף־געלט באַקומען, אַלײן דערנאָך פֿאַרמסרט, מורא האָבנדיק, אַז סוף־כּל־סוף זאָל מען זיך אַלײן ניט דערװיסן, און דעמאָלט װעט ער שלעכט אָפּשנײַדן, װעט פֿאַר אים זײן ערגער. אַ סבֿרה, אַז אַזױ איז דאָס טאַקע געװען. אײ, פֿאַרװאָס מע האָט אַ שטיק ▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯ ו▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯ עפּעס פֿאַר אַן אַנדער שװינדל; מעגלעך אָבער אױך, אַז אין די הױכע ערטער האָט מען,▯ מיטן אַרעסט געמײנט אים רײניקן אין די אױגן פֿון די פּריצים אַרום ▯ אַז כּלומרשט איז מען אױך א▯מ חושד, אַז כּלומרשט שטעקט דאָ אױך פֿאַר אימ סכּנה, און דערמיט װעט דער צוטרױ צו אים מצד די פּריצים, כאָטש ▯▯▯▯▯▯▯ט▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯ ע▯▯י▯אָ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ סװענטיסלאַװסקין פֿאַר זיך, אַזױ װי ס'איז אָפֿט געטאָן געװאָרן און װי ס'האָט זיך פּראַקטיקירט אין אַזױנע געהײם־מלוכהשע פֿעלשונגען און מסירה־זאַכן. ▯ װי די מעשׂה זאָל ניט זײן, נאָר אין אַ שײנעם טאָג האָט זיך אין שטאָט ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ספּעציעלע האַלב־געהײמע מעלדונגען, װאָס מע האָט אַרײַנגעשיקט צו די פּריצים אין די הױפֿן, איז געשריבן געװען, אַז צו דעם און דעם טאָג װערן זײ ▯ גערופֿן אין קרײַז־שטאָט, קײן N אױף אַן אױספֿרעג. װעגן װאָס דער אױס־ פֿרעג — האָט די מעלדונג נישט דערקלערט, נאָר פּריצים האָבן גלײַך פֿאַר־ שטאַנען און זיך אָנגעשטױסן, אַז ס'איז געװיס אַ נאָכשלעפּעניש פֿון דעמאָלט, פֿון דער מעשׂה מיטן שיסן, און אַװדאי האָט די הױט אױף זײ שױן רעכט געציטערט. ▯ בײַ אַזאַ פּאַרשױן, למשל, װי בײַם יונגן קאָזעראָגע, איז שױן אַפֿילו רעכט 312. ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 313 געװען, אַז מקורבים און הױף־לײט האָבן אים גע▯עצהט, ער זאָל זיך פֿאַר־ נעמען און װי מעגלעך גיכער די גרענעץ איבערשװאַרצן, װײל װער װײסט, מיט װאָס אַזאַ זאַך קאָן זיך אָנהײבן און מיט װאָס זיך אױסלאָזן: אַז דער עיקר, װי באַװוּסט, — האָבן הױף־לײט געטענהט, ־— מײנט מען דאָך דאָ ניט דעם אמת: יאָ גערעכט, ניט גערעכט▯ אַז דער עיקר װיל מען פֿון זײ פּטור װערן, מע זוכט אַן אױסרײד, און בײַ װאָס נאָר מע קאָן זיך אָנכאַפּן — אַבי אַ שולד, אַבי זײ ניט צורו לאָזן, אַבי פֿון זײערע אײַנגעזעסענע ערטער זײ אױסרײכערן און זײערע פֿאַרמעגנס לטובֿת דער מלוכה אַװעקנעמען. אַזױ, אַז בײַ קאָזעראָגען, למשל, האָט שױן דערבײַ טאַקע געהאַלטן — בײַם אַנטלױפֿן. מע האָט דערנאָך דערצײלט, אַז אין יענעם בײַנאַכט, װאָס אױף מאָרגן האָט ער, לױט דער אײַנלאַדונג, שױן באַדאַרפֿט קומען אין קרײַז־ שטאָט, קײן N, — איז שױן בײַ זײן „הױף” געשטאַנען אַ גרײט־געשפּאַנטע קאַרעטע, געטרײַע דינער האָבן שױן געהאַט אַרױסגעטראָגן פֿון שטוב דאָס געפּעק בײַ פֿאַקעלן, כּדי דאָס אַװעקלײגן אױף דער קאַרעטע. ער אַלײן, קאָזע־ ראָגע, שױן אין װעג־מאַנטל, שױן אין אַ װינטער־פּעלץ, װײל ס'האָט אים געטרײסלט און געפֿרעסטלט. אַלץ ▯ױן גרײט. נאָר אין אַ לעצטן מאָמענט, װען ער האָט מיט די שאַרפּענדיקע פֿיס זיך געלאָזט אַראָפּגײן פֿון די טרעפּ פֿון זײן הױז, חאָט ער זיך עפּעס אַ משונה דרײ געטאָן, זיך פֿאַרטשעפּעט און שיִער־שיִער ניט אומגעפֿאַלן, װען ניט אַ נאָענטער דינער זאָל אים געװען אונטערכאַפּן. דער דינעו▯ האָט געמײנט, אַז דער פּריץ האָט זיך נאָר אױס־ געגליטשט. עס האַט זיו אָבער אױסגעלאָזט — נײן, דער גראַף האָט זיך שױן פֿון דעם דינערס הענט ניט געקאָנט אױפֿהײבן. ער איז, װי אַ קלאָץ, אָן לשון, ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯אַ▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯, ▯▯▯ן▯▯▯ ▯▯▯ר▯▯▯▯▯ אין שטוב אַרײַנגעטראָגן און מע האָט גלײַך דערזען: דאָס מױל איז אים אױף אַ זײט, פֿון װינקל מױל רינט אים, אײנס אַן אױג פֿרעמדלעך־גלאָזיק און אַ גאַנצער האַלבער קערפּער שױן בלױ, װי אַ מילץ. אַזױ, אַז ער, קאָזעראָגע, איז אַרױס אין טיראַןש, און אים האָט מען דערװײל צורו געלאָזט. אַלע אַנדערע אָבער זײַנען, נאַטירלעך, אױף דער אױספֿאָרשונג יאָ גע־ קומען. מע האָט זײ גענומען אױפֿן פֿאַרהער. זײ האָבן פֿריִער געלײקנט שטײן־ און־בײן. אַלע, װי אָפּגערעדט, האָבן אַפֿילו דעם פֿאַקט פֿונעס שיסן נישט געװאָלט אָנערקענען. ס'האָט אָבער נישט געהאָלפֿן: װאָס מער מיט אײן אױסגעפֿרעגטן, אַלץ מער איז די אױספֿאָרשער צוגעקומען באַװײַזן, אַז דער פֿאַקט איז זיכער געשען, און הענגען געבליבן איז נאָר די פֿראַגע, װער איז געװען דער ערשטער, דער אָנהײבער, דער איניציאַטאָר, און װער פֿון די איבעריקע האָט אים מיטפֿילנדיק אונטערגעהאַלטן, װײל אַלע, װי די אױס־ פֿאָרשער זײַנען געװױר געװאָרן, האָבן דאָך צוזאַמען דעם פּױליש־פֿאַר־ ----------- 314 ד ע ר נ ס ת ר באָטענעם הימז געזונגעז, אַזױ אַז אין אַלגעמײן איז דאָס בילד געװען קלאַר, און נאַטירלעך, זײַנען שױן אײניקע אײַנגעלאַדענע פּריצים אַהײם צוריק ניט געפֿאָרן און זײַנען אין שטאָט פֿאַרבליבן גערעשטעװעט. און בינו־לבינו, בעת ▯▯ו▯▯▯ר▯▯ ▯▯▯▯▯▯ו▯ י▯▯י▯▯▯▯▯אָ▯▯י▯▯ו▯י▯▯ , ן ליפֿערנדיק די פּריצים דאָס שטיץ־געלט, זײ געהאָלפֿן די זאַך צו פֿאַרװישן. מע האָט דערום געלאָזט רופֿן אױך די ייִדישע גבֿירים. דאָס האָט אַרױס־ גערופֿן אַזאַ צעטומלעניש און שרעק אין אײניקע הײַזער, אַז דער סוד, װאָס איז צוערשט געבליבן צװישן אײניקע געצײלטע אוממיטלבאַרע אָנטײלנעמער אין יענעם ענין, ד. ה. צװישן אַלײן נאָר די מענער, װאָס האָבן זיך באַטײליקט אין דער געװיסער אַסיפֿה בײַ ר, דודין — אָט דער סוד איז איצט אױס סוד געװאָרז. פֿריִער פֿאַר די װײַבער פֿון די אָנטײלנעמער, דערנאָך אױך פֿאַר די קינדער, אײגענע, פֿרײַנט, נאָענטע און קרובֿים. דער טומל און די פֿאַרלױרנ־ ▯ קײט האָט שױן כּמעט ▯ערגרײכט, װי בעת אַ שׂרפֿה אָדער בעת אַ געװיסער, ▯ װען מע װײסט זיך קײן עצה ניט צו טאָן. פֿון פֿאַרלױרנקײט האָבן אײניקע װײַבער, אײגענ▯, פֿרײַנט, קרובֿים באַלד גענומען לױפֿן צו גוטע־ייִדן נאָך עצות, און אַנדערע אױפֿן „פֿעלד” קבֿרים מעסטן א. אַז. װ. דעם רבֿ, ר, דודין אַלײן, האָט מען דערװײל נאָך צורו געלאָזט — צו דער ▯▯▯▯▯▯▯י▯אָ▯י▯אָ▯▯▯▯▯י▯▯▯▯ק▯▯▯▯▯ ▯ נ▯▯▯ ▯ ▯ מודה זײן און ס'װעט האַלטן בײַ ברענגען זײ צו אַ שבֿועה, זאָל דער רבֿ זײ ▯ איבעררעדן, דערצו ניט דערלאָזן, װײל אַנדערש װעט ער צוזאַמען מיט זײ מוזן שװערן — אַ זאַו, װאָס איז אַ בזיון פֿאַר קהל און װאָס אַפֿילו דער געריכט זעט מיט דעם זיך ניט אָפֿט באַנוצן, ביז לעצט, ביז אַלע מיטלען זײַנען שױן אױסגעשעפּט. אַזױ, אַז אים, ר, דודין, האָט מען נאָך דערװײל ניט אָנגערירט. ▯▯▯נ▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯ ▯ ▯▯ ▯ן▯▯▯ו▯▯ : ▯ און פֿון די הענט איז איר אַלעמאָל אַן אַנדער זאַך אַרױסגעפֿאַלן און זיך צעבראָכן, װאָס דאָס אַלײן האָט איר שױן געדינט פֿאַר אַ שלעכטן סימן. ר, ▯ דודי אַלײן האָט נאָר געשװיגן, נאָר דערפֿאַר די שנור ר, דודיס, װאָס דער אײנציקער יחוס אירער איז געװען דאָס,־ װאָס זי האָט זײן אײנציקן זון לאַנג קײן קינדער ניט געהאַט, און מע האָט איר אָפֿט געקוקט אױפֿן בױך און אױף אירע װײַבערשע פֿײיִקײטן, זי זאָל זיך מיט זײ, סוף־כּל־סוף, באַװײַזן, — זי, די שנור, װאָס איז אַלעמאָל אַרומגעגאַנגען פֿון גאַנצפֿרי אָן שױן אין זײדנס און אין שלײער, איז דאָס מאָל שױן פֿון איר פּוץ־גדר אַרױס, איז אַרומ־ געגאַנגען האַלב־אָנגעטאָן און איז אַלעמאָל פֿאַר איר מאַן געקומען, און ער, אַ צוגעשלאָגענער און האַלבער שלי▯מזל, האָט זי צום טאַטן, צו ר, דודין, ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 315 אָפּגעשיקט, און ר, דודי אַלײן, דער, װאָס אַ גאַנצע שטאָט און אַ גאַנצע געגנט האָט פֿאַר אים געציטערט און גרױס אַכטונג געהאַט, — ר, דודי אַלײן האָט זיך דאָס מאָל פֿון דער שנור געלאָזט אױסװאַרפֿן און ריזען: — אַז װאָס האָט דאָס אים געטױגט? הלמאַי האָט איר זיך גאָר געמישט? מ'איז דאָך דאָ אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. — װײ איז איר! — האָט זי געטענהט, — װאָס װעט דאָ זײן, און װוּהין װעלן זײ אַהינקומען? אױך אין אַנדערע שטיבער, בײַ די גבֿירים, װי געזאָגט, זײַנען קעפּ גע־ גאַנגען כאָדאָראָם, און פֿאַרן גײן צו די אױספֿאָרשער און נאָכן קומען האָבן די װײַבער אױף די מענער גענוג טרערן פֿאַרגאָסן און אױך זײ גענוג פֿאָר־ װוּרפֿן געמאַכט: „אַװדאי, אַז מע טוט אַלײן, תּמיד אױף אײגענער אַחריות און מע עצהט זיך קײנמאָל ניט אַפֿילו מיט קײן שטוב־מענטשן, אַפֿילו מיט קײן אײגן װײַב ניט.” און נאָך די אַלע פֿאָרװוּרפֿן זײַנען די מאַנען, גײענדיק אַהין, װוּהין זײ זײַנען גערופֿן געװאָרן, באַגלײט געװאָרן פֿון די װײַבער, אַזױ װי אױף די עשאַפֿאָטן. די גאַנצע צײַט, װען מע האָט זײ דאָרט געהאַלטן, האָבן הײַזער ניט גע־ לעבט, ניט גערוט. מע איז אומגעלאָפֿן, װי פֿאַרסמטע, זוכנדיק און פֿרעגנדיק עצות בײַ װעמען מע האָט געמײנט זײ צו געפֿינען, און אױך אַפֿילו בײַ װעמען ניט. דאָס זעלבע, נאַטירלעך, אױך אין אונדזער באַקאַנטער שטוב, בײַ משה מאַשבער, ▯ואָס אױך אױף אים האָט זיך די מעשׂה־אױספֿאָרשונג װי אַ פֿינצטערע כמאַרע אָנגערוקט. מע האָט ניט געװוּסט פֿון װאָס און פֿונװאַנען, װײל פֿאַר דער גאַנצער שטוב, אַפֿילו פֿאַר גיטלען, אױסער נאָר פֿאַרן ייִנגערן אײדעם, פֿאַר נחום לענטשער, איז דאָך די גאַנצע מעשׂה מיט די פּריצים און מיט דער אַסיפֿה בײַ ר, דודין געבליבן אַ סוד, װאָס מע האָט ניט געהאַלטן פֿאַר נײטיק אים צו דערצײלן. איצט האָט מען שױן נישט געקאָנט, מע האָט געמוזט אַרױס מיט אים, און די שטוב־לײט האָט דאָס געטראָפֿן װי אַ דונער. אַלע האָבן געקוקט אױף משהן, װי אױף אַ פֿאַראורטײלטן, און װי מיט אַ חולה מסוכּן האָט מען זיך מיט אם מיט די בליקן געזעגנט און שטילערהײט אים באַװײנט. גיטעלע — אױסער זיך. זי איז אַרומגעגאַנגען איבער דער שטוב הין און צוריק, װי אַ מענטש, װאָס האָט עפּעס אַ שװערן ענין צו באַ־ טראַכטן, גײט אום פֿון װינקל צו װינקל און ברעבט די הענט און קנאַקט די פֿינגער, זוכנדיק אַן אױסגאַנג פֿון דעם, צו װעלכן ער האָט זיך אין קלעם אַרײַנגעפּאַקט. זי איז געװען צעמישט, אָבער אַזױ װי די זאַך איז געװען צו ערנסט, האָט זי דאָס מאָל ניט געפֿונען קײן לײַכטע טרערן פֿונעם האַרץ זיך אָפּצוּװײנען, נאָר, פֿאַרקערט, זי איז געװען געשלאָסן, האָט קײן מױל ניט געעפֿנט, זיך אַפֿילו מיט װעמען־ניט־איז װעגן דעם זיך דורכצורעדן. ----------- 16▯ דער נמתר ▯ון ▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯י▯▯▯▯ו▯▯י▯▯▯▯ ▯▯▯נ▯▯▯▯ אים איז דאָך פֿון לכתּחילה אָן דער סוד פֿאַרטרױט געװען, האָט מיטן שװער, מיט משהן, װעגן דעם יאָ אַ פּאָר װערטער אױסגערעדט, אָבער מיט אַ מין תּרעומות און מיט יענעם סאָרט חכמה, װאָס מע דערװערבט כּסדר נאָך דעם, ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯ די װוּנדן. ▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ געגאַנגען. מיט אײנעם װאָרט, צרות האָבן געהאַט אַלע יענע הײַזער, װאָס זײערע פֿאָטערס און מאַנען זײַנען אין יענעם ענין געװען פֿאַרמישט, סײַ אײדער ▯▯▯▯נ▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯▯▯ מױ▯ו▯▯▯▯ ▯▯▯ן▼▼▯▯פֿאָרשונ▯ טאַקע רע▯מ ▯ו▯ אָנ▯עפ▯אָנמערט: ניט צונױפֿרעדנדיק זיך פֿריִער, אָדער נישט זײענדיק אַלע בײַ אײן דעה, װי ▯▯י▯ע▯▯▯▯▯▯▯י▯▯ד▯▯ ▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯י▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ אַז לײקענען און זיך מאַכן טאַמעװאַטע װעט שױן דאָ נישט דורכגײן, און מע ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ ם ו געשטעקט. ▯ אמת, די באַציִונג פֿון די אױספֿאָרשער צו די אױסגעפֿרעגטע ייִדן איז ניט געװעז די זעלבע האַרבע, װי צו די פּריצים. פֿון לכתּחילה אָן איז פֿאַר די אױספֿאָרשער, װײַזט אױס, קלאָר געװאָרן (און אפֿשר זײַנען זײ שױן מיט אָט דער מײנונג גרײט פֿאַרטיק פֿון דער געהעריקער מאַכט אַראָפּגעקומען), אַז דער אָנטײל פֿון די ייִדן אין אָט דער מעשׂה איז בשום־אופֿן ניט צו פֿאַר־ ----------- ד י מ ש פּ ח ▯ מ אַ ש ב ע ר 317 גלײַכן מיט דעם אָנטײל פֿון די פּריצים. די ייִדן האָט קײנער דאָ ניט חושד ▯ געװען אין מיטגעפֿיל צו דער עצם־זאַך, װי זיך קעגנשטעלן דער מלוכה, װי בכלל צו האָבן צו אַזױנע זאַכן אַ װאָסער־ניט▯▯איז שײַכות. דער עיקר שולד זײערע האָט דאָ נאָר געקאָנט זײן אין װעלן אַרױסהעלפֿן די פּריצים, װי תּמיד זײ זײַנען געװױנט, װען יענע זײַנען געענגט, און פֿון זײער זײט האָט דאָס געשמעקט נאָר מיט האַנדל, מיט פּראָצענט, מיט געלט רװחים און נישט מער. אַזױ, אַז דער גאַנצער ענין — האָט מען געקאַנט אױסטײַטשן — איז זײ גאָר ניט אָנגעגאַנגען, זײ זײַנען אַפֿילו ניט מחױב געװען צו װיסן, װי װײַט די פּריצים זײַנען שולדיק און אױף װיפֿל דאַרף מען זיך דאָ פֿון דעם ענין װײַט האַלטן. אמת, מע האָט געקאָנט אױסטײַטשן אױך אַנדערש, פֿאַרקערט: העלפֿן אַ פֿאַרברעכער איז אַלײן אַ פֿאַרברעכן. די ייִדן מיט די פּריצים זײַנען דאָ אײנס: יענע האָבן געטאָן, די האָבן פֿאַרשטעלט, יענע — פֿאַרשולדיקט, און די האָבן זײ אױסבאַהאַלטן, און נישט נאָר זײ, די ייִדן, האָבן אַלײן נישט דער־ צײלט, נאָר אױך געגעבן געלט און כאַבאַר, אַז אױך אַנדערע זאָלן ניט דערצײלן. יאָ, מע האָט געקאָנט טײַטשן אי אַזױ, אי אַזױ. דאָך, װען די אױסגע־ פֿרעגטע װאָלטן ניט געװען אַזױ צעטומלט, װאָלטן זײ זיכער באַמערקט, אַז די באַציִונג צו זײ איז דאָך אַ פֿיל לײַכטערע. אַ סימן — מע האָט קײנעם פֿון זײ נאָכן אױספֿרעגן ניט פֿאַרהאַלטן, און אױך בײַ דעם אױספֿרעגן האָט מען געזען, אַז מע װיל דאָ בײַ זײ נישט מער 'װי נאָר דערגײן דעם אמת, נאָר דעם פֿאַקט אױפֿשטעלן — די מעשׂה מיטן געלט אַנטלײַען, אָבער זײ אַלײן, ▯ די אױסגעפֿרעגטע, שפּילן דאָ קײן איבעריקע ראָלע. אַזױ װי אָבער אַלע פֿאַרלױרן ▯— פֿאַר אַלעמען, פֿונעם פּלאָנטערן און פֿון דעם, װאָס מע האָט פֿריִער גערואָלט לײקענען, דערנאָך זיך געמוזט מודה זײן, איז מען צעטומלט געבליבן און מע האָט שױן נישט געקאָנט באַנעמען נישט אין טאָן, נישט אינעם האַלטן זיך און נישט אין דער באַציִונג, אױף װיפֿל מע מעג דאָ רויִק זײן און אױף װיפֿל אומרויִק, און אַלע האָבן זיך נאָך מער פֿאַרלױרן, אַזױ װײַט, אַז אַלע האָבן, נאָך דער אױספֿאָרשונג אַהײם קומענדיק, אױסגעזען, װי נאָך אַ שװערן תּענית, אָדער װי נאָך אַ דונערשלאַג, װען רױך איז אין קאָפּ און פּחד אין די אױגן. אַלע — ניט אױסגענומען אױך משה מאַשבער, נאַטירלעך. ▼ דאָס איז פֿאָרגעקומען גלײַך נאָך די יום־טובֿים, אַרום אָנהײב חודש חשװן, װען אין דרױסן שױן דער געװיסער האַרבסט מיט די רעגנס בײַטאָג, רעגנס בײַנאַכט, אָן אױפֿהער און אױף גאַנצע װאָכן. יענער חודש, װאָס אַפֿילו אין געװײנלעבע צײַטן, איז אױך אױפֿן האַרץ פֿון אַ גאַנצער שטאָט אַ בלאָטע, װי אין דרױסן. ס'גײט אַ לאַנגער האַרבסט, דערנאָך דער װינטער, שװער פֿאַר ----------- 318 ד ע ר נ ס ת ר אַלעמען, פֿאַר אָרעמע באַלמעלאָכעס, װאָס נאָך די יום־טובֿים און יאַרידים־ צײַט פֿון סוף זומער איז זײ די פּרנסה קנאַפּ. שװער אױך דעם מיטעלן שטאַנד, װאָס ביז די װינטערדיקע „פֿאַסטן”, ביז ס'שטעלט זיך אַ גוטער שליטװעגס איז דער האַנדל נישט איבעריק געהױבן; אױך פֿאַר מער פֿאַרמעגלעכע בכלל שװער — אַלײן פֿונעם דרױסן, װאָס ער זײט, װי דורך אַ זיפּ, און נעפּלען שטײען אי בײַטאָג, אי בײַנאַכט אין שטאָט און אױף דער װײַטער געגנט אַרום און מאַכן די שײן טונקל און דעם אָטעם געדריקט. דער עיקר אָבער דאָס יאָר אױך מאָטעריעל שװער אַפֿילו פֿאַר פֿאַרמעגלעכע, װײל דאָס יאָר האָט זיך, װי מ'האָט שױן סוף זומער געקאָנט אַרױסזען, זיך געשטעלט אַ שלעכטס, מחמת דער אומגערעטעניש, װאָס דאָס װעט זיך אױף אַלע געשעפֿטן נישט איבעריק גוט אָפּרופֿן, נישט אױסגענומען קײנעם, נישט אױסגענומען אַפֿילו אַזאַ הױז אױך, װי אונדזער משה מאַשבערס — און אפֿשר גאָר פֿאַרקערט, פֿאַר משה מאַשבערס הױז באַזונדערס שלעכט. װאָרעם באמת: װער ס'איז אַ ביסל מער קלאָר אין די געשעפֿטן פֿון יענער צײַט, דער װײסט אױך, אױף װאָס אַזױנע הײַזער, אַזױנע געלט־קאָנטאָרן, װי משה מאַשבערס, האָבן זיך דעמאָלט געהאַלטן און זיך געגרינדעט. הײסן האָט דאָס באַדאַרפֿט אַזאַ הױז, אַזאַ געשעפֿט װי משה מאַשבערס, אַ מין „קרעדיט־און־דיסקאָנט־געשעפֿט”, װי מע האָט שפּעטער מיט יאָרן אַזױנע טאַקע אָנגערופֿן. די אַרט געלט־מסחרים און אָפּעראַציעס — טאַקע, װי אין אַ מין קרעדיט־ און דיסקאָנט־באַנק, די באַזע אָבער, ד. ה. דער קרעדיט, דער אומזאַץ־קאַפּיטאַל, אוסערן גרונט־קאַפּיטאַל פֿונעם אײגנטימער, איז געװען גאָר אַן אַנדערער װי אין די קרעדיט־ און דיסקאָנט־קאָנטאָרן פֿון די שפּעטערע יאָרן. יענע יאָרן, װעגן װעלכע מיר רעדן דאָ, האָבן זיך אַזױנע געשעפֿטן געבױט אַ ביסל פּרימיטיװ: נישט דער עיקר אױפֿן קרעדיט, װאָס שפּעטער פֿלעגן אַזױנע באַציִען פֿון גרעסערע בענק. נײן, דער עיקר האָבן אַזױנע געשעפֿטן אין יענע צײַטן אין אַזױנע פּראָװינציעלע שטעט, װ▯ N, געלעבט פֿון אַלט־ פֿרענקישן צוטרױ טאַקע פֿון די אײַנװױנער פֿון די זעלבע שטעט, װעלכע ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯ר▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ גרײס פֿון די פּראָצענטן ניט געקוקט און האָבן זיך באַנוגנט מיט װײניקער, װיפֿל זײ װאָלטן געקאָנט אַרױסבאַקומען בײַ נישט קײן בטוחים. ס'האָבן געהאַלטן געלט אין אַזױנע געשעפֿטן מענטשן מיטעלע און אַפֿילו ▯ אָרעמלעכע, װעלכע האָבן געשפּאָרט אױף נדן פֿאַר קינדער, אױף בױען זיך אַ דירה, אָדער אַלטע לײט, װאָס האָבן אָפּגעלײגט געלט אױף דער עלטער — אױף לעצטע יאָרן לעבן, און דערנאָך אױף קבֿורה און תּכריכים א. אַז.װ.; מענטשן, װאָס האָבן מורא געהאַט דאָס װײניק ביסל פֿאַרמעגן צו האַלטן בײַ ----------- ד י מ ש פּ ה ▯ מ אַ ש ב ▯ ר 319 זיך און אױך א▯ן פֿרעמדע, נישט זיכערע הענט ךאָס איבערגעבן, און אַזױנע געשעפֿטן האָבן זײ געדינט פֿאַר פֿײַער־קאַסעס, און זײ האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף זײ, װי אַלײן כּמעט אױפֿן רבונו של עולם. מיט אײנעם װאָרט, אָט דאָס, אָט אָ־דער צוטרױ איז געװען דער הױפּט־ קװאַל, פֿונװאַנען אַזױנע געשעפֿטן האָבן זיך גענערט און פֿונװאַנען דאָס מערסט געלט און קאַפּיטאַל איז צו זײ געפֿלאָסן. ס'איז דערום גענוג געװען, אַז אַ ליאַדע שלעכט װאָרט, אַ ליאַדע שלעכטע ידיעה — אַ באַגרינדעטע אָדער ניט — זאָל זײ מיטאַמאָל דעם גאַנצן קרעדיט אונטעררײסן, און אַזױ װי מ'האָט זיך פֿריִער אין יענע געשעפֿטן געהאַלטן, װי אין אַן אײַזערנער װאַנט, אַזױ זאָל מען איצט, נאָך דער שלעכטער ידיעה, נישט װעלנדיק דערגײן אַפֿילו דעם מקור, פֿונװאַנען זי שטאַמט, — אַזױ זאָל מען איצט דאָס געשעפֿט באַ־ לאַגערן, און מיט קולות און מיט זידלערײַען, ביז קללות און ביז שטײנער אין די פֿענצטער, דאָס פֿאַרטרױטע געלט צוריק אַרױספֿאָדערן. אמת, חלילה, ס'האָט נאָך דערבײַ ניט געהאַלטן בײַ משהן, מיט דער שלעכטער ידיעה האָט נאָך געהאַלטן װײַט. מע האָט דאָך, װי געזאָגט, װי װײַט מעגלעך די מעשׂה מיט די פּריצים געטישקעװעט. מע האָט זי צום ברײטן עולם ניט דערלאָזט, און אַלײן יענעם עולם האָט זיך דאָס בכלל אױפֿן זינען ניט געלײגט, אַפֿילו װען מע האָט אימ יאָ דערצײלט און ס'האָט יאָ צו זײן אױער דערגרײכט: „אײסעך, װאָם פֿאַר אַ פּריצים און װאָס פֿאַר אַ שיסן? או▯ אַז יאָ געשאָסן, איז װאָס? צו זײערע קעפּ! צו זײערע הענט־און־פֿיס! מה־ יעשהניקעס! אָבער װאָס האָבן דען דערצו חשובֿע און אָנגעזעענע באַלע־ באַטים, װי אַזאַ װי משה מאַשבער, פֿאַר אַ שי▯כות? — נײן, ס'גלײבט זיך ניט און לײגט זיך ניט אױפֿן שׂכל”... אַזױ האָבן צוערשט געטראַכט אַלע, בפֿרט האָבן ןיך ניט געקענט גלײבן אַזױנע לײט, װעגן װעלכע מיר האָבן נאָ▯ר-װאָס גערעדט, יענער שיכט, מישטײנסגעזאָגטע קרעדיטאָרן ▯ מענטשן האַלב־ דערשלאָגענע, װאָס גײען קײנמאָל פֿון זײערע אָרעמע קרײַז־אינטערעסן ניט אַרױס, װאָס מע לעבט נישטיק און פֿונעם נישטיקן לעבן שפּאָרט מען נאָך אָפּ אַ גראָשן אַ נישטיקן, מע היט אים, װי דאָס אױג אין קאָפּ, מע בינדט אים, מע קניפּלט אים, ביז ס'קלײַבט זיך אָן אַ שױן קױם־דערלעבטע סומע, װעלכע מע זאָל קאָנען לײַטיש טראָגן און אין לײַטישע הענט זי אַװעקלײגן; און װאָס, אַגבֿ, דערצו, צו אָט דעם טראָגעניש, פֿלעגט מען זיך כּסדר אָנטאָן די יום־ טובדיקע קאַפּאָטע, און אַז מע איז געקומען אַהין, צו װעמען מע האָט געבראַכט דאָס געלט, — צ▯.ם גרױסן געלט־חשובֿ — איז מען געשטאַנען, װי אַן אָרעמאַן פֿאַר דער טיר, גלײַך מע דאַרף דאָ פֿון יענעם גאָר די גרױסע טובֿה..▯ אָט די לײט, זאָגן מיר, איז אַפֿילו װען די מעשׂה-פּריציס האָט צו זײ יאָ ▯ דערגרײכט, האָבן זײ ניט פֿאַרשטאַנען איר באַטײַט ניט פֿאַר יענעם, מיט װעמען זי האָט געטראָפֿן, און אַװדאי, און אַװדאי ניט פֿאַר זײ אַלײן, װאָס „װאָס ----------- 320 ד ע ר נ ס ת ר האָט דאָס צו זײ פֿאַר אַ שײַכות, װאָס גײט עס זײ אָן?” — און זײ האָבן פֿאַר דער גאַנצער מעשׂה װי געהאַט װאַטע אין אױער... דאָך, אױף װיפֿל די מעשׂה איז פֿאָרט באַװוּסט געװאָרן, און מע האָט גענומען פֿון איר רעדן, און אױף װיפֿל אױך אַזױנע, האַלב־געמײנע לײט, האָבן זיך פֿון איר וערװוּסט, איז כאָטש ניט באַנעמענדיק, װי געזאָגט, דעם גענױען באַטײַט פֿון דער געשעעניש, דאָך האָבן זײ פֿון עפּעס אַ טעמפּן פֿאָרגעפֿיל זיך אָנגעהױבן באַאומרויִקן און פֿאַר זײערע אױסבאַהאַלטענע און ציטערדיקע קניפּלעך דערשמעקט סכּנה. מע האָט דערום דעמאָלט געקאָנט טרעפֿן יעדן אַזאַ אײנעם, װי ער איז ▯ אינמיטן אַ פֿרימאָרגן, פֿון זײן געמײנער באַשעפֿטיקונג אָפּגעריסן, אַהײם געקומען, און שטײענדיק פֿאַר אַן אַלטמאָדישער קלײדער־שאַפֿע, אָדער איבער־ געבױגן איבער אַ באַנק־בעטל, װען אין שטוב איז קײן שאַפֿע ניט געװען, האָט ער פֿון צװישן אַנדערע שטוב־מלבושים, פֿון װעלכע ס'האָט געשמעקט מיט שימל און מיט נילי, אַרױסגענומען די יום־טובדיקע קאַפּאָטע, זיך איבער־ געטאָן, און אינמיטן העלן טאָג אַהין, אין משה מאַשבערס קאָנטאָר, זיך אַ▯ועקגעלאָזט. זײ האָבן זיך אַהין אַרײַנגעשטעלט נישט צו דער צײַט, נישט קײן גע־ װוּנטשענע און האַלב־פֿאַרשעמטע, און נישט האַבנדיק קײן װערטער אין מױל, װי בכלל װי מע קומט פֿאַרן הױכן גראַד מענטשן און געשעפֿטן, װען דאָס אײגענע לשון קלעקט נישט — האָט אַזאַ ייִד דעמאָלט, לאָמיר זאָגן▯ װאָס האָט געקליבן געלט פֿאַר אַ טאָכטער, אָדער אַזאַ, װאָס האָט געשפּאָרט געלט אױף עפֿענען אַ קלײטל, — גענומען אױף אַ מין שטום־לשון צו בעבען: — ער האָט געהערט... אין שטאָט עפּעס גײען אום קלאַנגען... איז װאָלט אפֿשר מעגלעך געװען, מע זאָל אים איצט, טאַקע איצט, טאַקע הײַנט, הײסט עס, זײן געלט אַרױסגעבן? — װאָס איז געשען? — פֿלעגט מען אין קאַנטאָר דעמאָלט פֿרעגן, — װאָס, דער זמן פֿון זײן װעקסל האָט זיך געענדיקט? — נײן, דער זמן נאָך ניט, — האָט יענער געזאָגט, — װער רעדט דען פֿון זמן? פֿון מײנעטװעגן װאָלט עס געקענט ליגן עטלעכע זמנים, נאָר אַז די שטאָט רעדט, אַז ס'גײען אום קלאַנגען... — װאָסערע קלאַנגען? —. פֿלעגט מען שױן בײַ אַזאַ אַ פֿרעג טאָן מיט בײזער. — אַז עפּעס פּריצים האָבן, זאָגט מען, געשאָסן... — איז װאָס, — פֿלע▯ט מען זיך װיצלען, — האָט עס אין אײַך געטראָפֿן? גײט געזונט! — פֿלעגט מען אַזױנע װײַטער זאָגן, — אַז דער זמן װעט זיך ענדיקן און איר װעט װעלן אײער געלט, װעט מען עס אײַך אָפּגעבן בכּבֿוד ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 21▯ גדול, אָבער פֿאַרן זמן איז קײן געלט ניטאָ, פֿאַרן זמן גיט מען ניט, גײט געזונט! אַזױ פֿלעגן ענטפֿערן די אָנגעשטעלטע, די בוך־פֿירער, װעמען ס'איז איבערגעגעבז געװען מיט אַזױנע לײט האָבן צו טאָן, און יענע פֿלעגן אַװעקגײן מיט דעם, מיט װאָס זײ זײַנען געקומען, אָבער שױן געטרײסטע אַלײן דערפֿון, װאָס זײ האָבן, צוליב באַזוכן די קאָנטאָר, די שבתדיקע קאַפּאָטע אָנגעטאָן און דערמיט אַלײן האָבן זײ זיך שױן געפֿילט, װי שטיקלעך שװ▯פֿים צו דער קאָנטאָר. אַן אַנדערער פֿון יענע לײט, אַ מער דרײסטער און װײניקער מורא־ האָבנדיקער, אַזאַ, װאָס די װײניקער מװ▯א האָט זיך אים גענומען פֿון דעם צו גרױסן אומרו, װאָס האָט אים באַהערשט, — אַזאַ אײנער האָט פֿון לבתהילה אָן, גלײַך װי ער האָט זיך אין קאָנטאָר אַרײַנגעשטעלט, די קלענערע אָנגע־ שטעלטע אױסגעמיטן, און אַז מע האָט אים געפֿרעגט, װעמען באַז▯אַרף ער, האָט ער גלײַך געזאָגט און אָנגערופֿן די נעמען פֿון די באַלעבאַטים: — צו ר▯ משה מאַשבער, אָדער צו זײן אײדעם, װאָס פֿאַרבײַט אים. — און אפֿשר קאָנט איר דאָס אוגד▯ זאָגן? — האָבן אָנגעשטעלטע גע־ פֿרעגט, — די באַלעבאַטים זײַנען פֿאַרנומען. — נישקשה, מיר קאָנען אױסװאַרטן. און אַזױנע האָבן זיך טאַקע אױסגעװאַרט, ביז זײ זײַנען אַלײן צו משהן אַרײַנגעלאָזט געװאָרן, װעלנדיק זיך איבערצײַגן, צי איז טאַקע אמת, װאָס מע זאָגט, זען, װי האַלט ער זיך, װי ער זעט אױס און װי אַזױ טוט ער מיט בעל־ חובֿות רעדן, װאָס דערפֿון װעט קלאָר װערן, אױף ▯ױפֿיל איז אמת דאָס, װאָס מע רעדט, אָדער אױף װיפֿל איז ד▯י מעשׂה אױסגעטראַכט און שקר. אױף משה מאַשבער האָבן אײניקע אַזױנע באַזוכן געמאַכט זײער אַ שװערן אײַנדרוק. ער האָט נישט אײן מאָל געװאָלט אָנשרײַען, זײ כּמעט אַרױסטרײַבן, נאָר אַזױ װי די לאַגע איז טאַקע געװען אַ געענגטע, און אַזױ װי אַ שלעכטע מינע בנוגע אַזאַ סאָרט קרעדיטאָרן קאָן שלעכט אױסגעטײַטשט װערן און זיך צעטראָגן צװישן אַלע איבעריקע, האָט ער דערום אַלץ געזען זיך אָפּצוהאַלטן ▯ פֿון כּעס און בײזער; אָבער ס'האָט אים היפּש געקאָסט: נאָכן אַרױסגײן פֿון אַזאַ אײנעם און נאָך אַזאַ שלימזלדיקן באַזוך האָט משה אין דער שטיל געזיפּצט, איז געבליבן לאַנג זיצן אין דעם שטול פֿאַרזונקען, ס'האָט אים אָפֿט אָטעם אױסגעפֿעלט, און ער האָט געזוכט דעם מאַנטל אױף אין גאַס אַװעקגײן. ערגער: ס'זײַנען געװען אַזױנע, װאַס די קאָנטאָר איז זײ געװען װײניק, און זײ האָבן זיך צו משה מאַשבער אַהײם אַװעקגעלאָזט. דאָס זײַנען געװען אַזעלכע, װעלכע האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר שטיקלעך קרובֿים, אָדער װאָס זײַנען מיט משה מאַשבער געפֿאָרן צו אײן רבין, געדאַװנט מיט אים אין אײן קלױז, א. אַז. װ. זײ האָבן אָפּגעציפֿערט די צײַט, װען ער איז אין דער הײם ניט ----------- 322 ד ע ר נ ס ת ר ▯ געװען, און האָבן זיך צו גיטלען אָדער צו משהס טעכטער געװענדט. שױן גלײַך צום אָנהײב האָבן זײ גענומען רעדן מיט אַזאַ טאָן, גלײַך ס'האַלט ערבֿ אַ זיכערן אָנזעץ, און זײ קומען מיט װײכע רײד פֿאַר גיטעלעס און פֿאַר אירע טעכטערס פֿײַנעם געװיסן זיך קלאָגן און אײַנטענהן: — װעמען, װעמען, אָבער זײ, די קרובֿים?... פֿון װעמען, פֿון װעמען, אָבער פֿון אַזאַ, װי משה, האָבן זײ זיך אַזױנס ניט געריכט... — װאָס געריכט? װאָס אַזאַ, װי משה? — פֿלעגן גיטעלע און אירע טעכטער בײַ אַזױנע לײט זיך דערפֿרעגן, נישט פֿאַרשטײענדיק אַפֿילו אין װאָס דאָ גײט. — אַז מע האָט געשמועסט „אין גוטע הענט”, „אַ בטוח” — איז װער איז דען אַ גרעסערער בטוח, װי משה? ־— האָבן יענע געענטפֿערט. — איז װאָס װילן זײ? — האָט מען בײַ זײ געפֿרעגט. — זײער געלט װילן זײ! — איז װאָס זײַנען זײ געקומען אַהער? דערױף איז דאָ אַ קאָנטאָר. מע האָט בײַ זײ דאָ ניט גענומען, און דאָ װײסט מען פֿון גאָרניט, דאָ מאַכט מען קײן געשעפֿטן ניט. אַזױ האָט מען זײ געענטפֿערט▯ אָבער שטיל, װען יענע לײט זײַנען אַרױס פֿון שטוב, װי מע האָט נאָר דערזען זײערע פּלײצעס צו דער טיר אױסגע־ קערעװעט, אַזױ האָט גיטעלע אַלעמאָל דעם צימער, װוּ זי האָט זײ אױפ־ גענומען, פֿאַרלאָזט, איז אַװעק צו זיך, און דאָרט אַמאָל אַ טרער און אַמאָל מער אָפּגעװישט. ▼ ▯ יאָ, די לאַגע איז גאָר ניט געװען פֿױגלדיק, און דאָ װילן מיר אַ סוד דערצײלן. ס'האָט געהאַלטן דערבײַ, אַז צו יענער צײַט האָט נהום לענטשער, משה מאַשבערס ייִנגערער אײדעם, פֿאַרטראַכט פֿון געשעפֿט זיך אָפּטײלן. ער האָט ביז אַהער געאַרבעט צוזאַמען, אױף שותּפֿות, ד. ה. ער האָט פֿון דער אַלגעמײנער קאַסע אַרױסגענומען, ערשטנס, דאָס, װאָס ער האָט באַדאַרפֿט צו זײן שטוב־ און פֿאַמיליע-אױסהאַלט, און אױסער דעם, נאָך אױף געװיסע פּראָצענטן ריוח, ד. ה., אַז נאָך יעדן יאָר־באַלאַנס האָט ער געקאָנט זען: אױב דאָס יאָר איז געװען גוט, דאָס געשעפֿט געװאַקסן, זײַנען געװאַקסן אױך זײַנע פּראָצענטן, אױב ניט — אױך זײַנע פּראָצענטן ניט, װאָס, אַגבֿ געזאָגט, האָט זיך עס די לעצטע יאָרן זעלטן־װען געטראָפֿן, װײל די גאַנצע צײַט האָט דאָס געשעפֿט געהאַלטן אין אײן שטײַגן. ▯ איצט אָבער האָט נחום געזאָגט: נײן, ס'איז צײַט אַװעקגײן. מעגלעך, אַז אױסער דער שלעכטער לאַגע אין געשעפֿט, האָט דאָ אױך אַ ביסל זײן כאַראַק־ טער צוגעשפּילט — דאָס, װאָס פֿון דער ערשטער מינוט, זינט ער איז אין ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ▯ מ אַ ש ב ע ר 323 שטוב אָנגעקומען, איז ער געקומען מיט אַ מיטגעבךאַכטער ירושה פֿון עפֿעס אַ געװיסן שטאָלץ, װאָס די גאַנצע משפּ▯▯ה זײַנע האָט, װײַזט ▯ױס, פֿון אײביק אָן געטראָגן אין בלוט, האָבנדיק צו טאָן מיט פּאָליאַקן, ן▯▯אַנדלענדיק מיט זײ און זיך פֿיל לערנענדיק פֿון זײערע מידות. מע האָט דאָס גלײַך געקאָנט זען אַפֿילו פֿון דער באָבע זײַנער, פֿון דער באָכע קרײנצי, ךואַס אין געקומען אױ▯▯ זײן חתךנה סײַ אַנדערש אָנגעט▯ן, װ▯י אַלע װײַבער אין איר עלטער, סײַ אין איר האַלטן זיך און אין איר ש▯ין רע▯▯ן, װען זי האָט אַלעמאָל אַ פּױליש װאָרט, ▯ װערטל אַרײַנגעשטעלט; סײַ אין אַלץ ▯־ אַפּילו אין צוקער־געבעקס, װאָס זי האָט פֿון איר קאַמענע▯▯ מיט▯ געבראַכט: — עפּעס האַלב־רױיסע, האַלב-שװאַרצע טאָרטן, פּריצישע מלכות־ ברױטן מיט געצךקערטע פֿרוכטן א. אַ., סײַ אין איר צוגײן פֿאַ▯▯ רע▯▯▯ ▯ךפּה צו דער כּלה און איר אױספֿאָרריכטן אַ שטיקל צירונג נישט אױפֿן ייִדישן, נאָר פּריצישן מאַניר. „די באָבע▯פּשעפּראַשעם” —־ איז איר נאָך דער חתונה בײַ משה מאַשבער אין שטוב אַ נאָמען פֿאַרבליבן. ס'האָט זיך געפֿילט תערומות בנוגע דער אַלטער, װאָס זי האָט, גלײַך פֿון דער פֿור אַראָפּקריכנדיק, געװוּסט זיך צו שטעלן בנוגע אירע מחותּנים אַזױ, גלײַך זײ דאַרפֿן זיך ▯▯אַלטן גליקלעך, װאָס זי האָט אױף זײער ערד אַ פֿוס אַראָפּגעלאָזט, און, שױן אָנהײבנדיק פֿון ד▯ער באָבע קרײנצי, ביז נחומס מאַמע, איר טאָבטער שײנצי, ביז נחומען אַלײן, װאָס ער איז אָן אַ טאַטן געװען און איז געקומען נאָר מיט צװײ װײַבער צו ן▯ער ח▯▯ךנה — איז אַלע זײ דאַרף מען די טריט כּמעט אָפּבלאָזן. נחום האָט זיך פֿון דער ערשטער מינוט געהאַלטן אָפּגעןונדעךט און אַן אױסגעטײלטער אין שטוב סײַ מיטן עסן, װאָס ער האָט געגעסן װי▯ניק, װײל ער האָט שױן פֿון דער הײם אַ פֿײַנעם מאָגן-קאַטאַר מיטגעבראַכט, סײַ מיט דער הלבשה, סײַ אַפֿילו מיט די פּאַפּיראָסן, װאָס ער האָט גערײכערט אַנדערע װי אַלע — עפּעס מינים דאַמען־פּאַפּיראָסן, און נחמהקע, זײן װײַב, ו▯אָט זײ אים געמוזט אַלײן אָנשטאָפּן, און ער האָט זײ גערײכערט נאָר ביז האַלב, און מיט דער אַנדערער האַלב פֿלעגט ער יעדעס מאָל צוגײן צום שפּײ▯קעסטל, אױף זײ אָנשפּײַען און זײ פֿאַרלעשן. ער האָט זיך געהאַלטן אױסגענומען. מע האָט פֿאַר אים קײנמאָל װי עפּעס ניט יוצא געװען — פֿאַר אַלעמען, דאָס װײַב, װעלבע ער האָט אָפֿט געמאַכט װײנען, און מע האָט געזען, אַז פֿון אים, פֿון זײַנע אַלקערדיקע קאַפּריזן, װאָס זי, דאָס װײַב, טראָגט זײ קײנמאָל נישט אַרױס פֿאַר דער שטוב און פֿאַר־ באַהאַלט זײ אַפֿילו פֿאַר אירע עלטערן, — אַז פֿון זײַנע קאַפּריזן װערן איר די באַקן אָמאָל בלאַס און „הלװאַי, האָט מען געזאָגט, דער סוף זאָל איר זײן אַ גוטער, זי זאָל, חלילה, ניט אַרײַן אין קײן שלאַפֿקײט”, װײל אָפֿט האָט מען ----------- 324 ד ע ר נ ס ת ר געזען, פֿלעגט זי שױן אַפֿילו אינמיטן זומער זיצן מיט אַ שאַל אױף די אַקסל: עפּעס האָט זי געפֿרעסטלט. ער האָט װײניק גערעדט און מער געבורטשעט. דער עיקר איז ער פֿאָרן װײַב יעדעס מאָל אַרױס מיט אַן אַנז▯ער אומצופֿרידנקײט. אַמאָל אומצופֿרידן מיטן עסן, אַמאָל מיט אַן אַנדער זאַך, און ה▯טנאַרום האָט ער איר אױך אָפֿט װעגן זײן באַציִונג מיטן שװער, מיט איר פֿאָטער, משה מאַשבער, פֿירגעהאַלטן. אַמאָל נישט צופֿרידן מיט דעם, װאָס, װי ס'האָט אים געדאַכט, האָט אים יענער זײַנע פֿײיִקײטן ניט אַזױ געשעצט, נישט געװוּסט, װעמען ער האָט כײ זיך און װי אַזױ ער דאַרף אים טײַער האַלטן; און אַן אַנדערשמאָל געבורטשעט, האַלטנדיק, אַז מע באַגײט אים אין געשעפֿט אַן עװלה, אַז די פּראָצענטן אין שותּפֿות זײַנען אים װײניק, װײל אַזאַ, װי ער, װען ער איז מיט אַן אַנדערן שותּף, װאָלט אים יענער, אַזױ האָט ער געהאַלטן, געװיס אָפּגעגילט. ער האָט דערום בכל▯ די גאַנצע צײַט, זינט ער איז אָנגעקומען, געטראַכט, אַז דאָס בעסטע װאָלט געװען, װען ער איז אַלײן, װען ער מאַכט אַלײן געשעפֿט — דעמאָלט װאָלט ער זיך צעגאַנגען און גאָר אַנדערע מיני פֿליגל באַקומען▯ נישט האָבנדיק אָבער ביז אַהער קײן סיבה פֿאַר אָפּטײלן זיך, מחמת די גע־ שעפֿטן האָב זיך די גאַנצע צײַט געהאַלטן אין אַזאַ הױכן גראַד, װאָס מע האָט באַדאַרפֿט זײן דול אַװעקצוּװאַרפֿן אַ זאַך אַ געזיכערטע און ערשט אָנהײבן גײן זוכן, אױסטראַכטן און אױסגעפֿינען אַ נײ געשעפֿט, װאָס▯ װי אין יעדער נײַעם, שטעקט דאָך אַ שטיק ריזיקע, — האָט ער דערום כיז אַהער זיך אױפ־ געהאַלטן, פֿאַר קײנעם זײַנע האָנאָרעװאַטע געדאַנקען נישט אַרױסגעזאָגט, נאָר, װי געזאָגט, פֿאַרן װײַב אַמאָל, אי דאָס הינטנאַרום, אי דאָס אױך זײער זעלטן. איצט אָבער, װען דאָס רעדל האָט זיך מיטאַמאָל פֿאַרהאַקט, איז נחום אַרױס מיט טענות. ס'האָט אים אָנגעהױבן דאַכטן, אַז ס'איז נישט זײן גורל, נאָר זײן שװערס: יענער איז שױן עלטער און, מעגלעך, זײן יאַריד שױן אָפּ־ געפֿאָרן, און ער, נחום, נאָך יונג, און ער איז פֿון יענעמס שלעכטן שליטװעגס נישט מחױב צו לײדן. איצט, האָט ער געטראַכט, איז די ריכטיקע צײַט, װען ער דאַרף זיך װאָס גיכער אַרױסכאַפּן און פֿון דער הײסער סכּנה, כּל-זמן ▯ ס'איז נאָך צײַט, מיט נישט קײן אָפּגעבריטן פֿוס אַרױס. ▯ ער האָט, נאַטירלעך, אױך איצט נישט פֿאַרן שװער או▯ נישט פֿאַר קײנעם אָפֿן דאָס נישט אַרױסגעבראַכט, װײל אַזױ גראַב איז ער דאָך נישט געװען, ער זאָל אין אַזאַ צײַט גאָר קומען װעגן אַזױנס צו רעדן. מ'װאָלט דאָך אים אָנגעקוקט, װי אַן אױסװוּרף. אַזױ, אַז פֿאַר קײנעם טאַקע נישט, נאָר פֿאַרן װײַב, פֿאַר נחמהקען, װאָס איז שױן די לעצטע צײַט, בפֿרט איצט אום האַרבסט, ▯ בפֿרט נאָך די לעצטע צײַט, װען דאָס האַרץ האָט זיך איר שטאַרק געשראָקן פֿאַר איר פֿאָטער און מוטער, צוזעענדיק, אַז עפּעס אין איר פֿאָטערס גליק ברעכט זיך, — איצט, װען זי איז שױן גאָר אָפֿט אין אַ װאַרעמער שאַל געזעסן ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ▯ מ אַ ש ב ע ר 325 און זיך אָפֿט געקוטעט, איז נחום, אײנמאָל אַן אױפֿדערנאַכט, מיט איר אַלײן אין זײער אַלקער פֿאַרבלײַבנדיק, מיט זײַנע טענות און פֿאַרבאַהאַלטענע מײנען אַרױס. ער האָט געװוּסט, אַז זי װעט קײנעם נישט זאָגן, קײנעם נישט דער▯ צײלן, אַפֿילו ניט דער מוטער. אין ערגסטן פֿאַל װעט זי שטילערהײט, אין דער שאַל זיצנדיק, לאָזן אַ טרער, אָבער דערפֿאַר האָט ער זיך נישט אָפּ־ געשטעלט, און דאָס האָט אים, װײַזט אױס, װײניק געקימערט. ער האָט געטענהט: — יעדער דאַרף זען זײן תּכלית. טאַטע-מאַמע — טאַקע גוט און װױל, אָבער זײ, נחום און נחמהקע, זײַנען שױן אױך טאַטע▯מאַמע, האָבן שױן אױך קינדער און דאַרפֿן זײ באַזאָרגן. בײַ איר טאַטן האַלט שלעכט. ס'זאָגט אים עס נאָך דערװײל קײנער, מע שאַנעװעט אים. פֿאַר נחומען אָבער שעמט מען זיך ניט, און מע דאַרף זען, מיט װאָס פֿאַראַ בליקן ס'באַגעגענען אָדער ס'באַגלײטן אים אַמאָל אַ צאַלי דערבאַרעמדיקער, בשעת ער, איר טאַטע, קומט צו גײן אין קאָנטאָר אָדער גײט אַװעק פֿון דאָרט. — זי דאַרף װיסן, אַז יענע, אָט די שלום שמאַריאָנס און די צאַלי דער־ באַרעמדיקערס א. אַ. זײער גלײַכן פּאַרשױנען װײסן אַמאָל בעסער די באַלאַנסן פֿון די, מיט װעלכע זײ מאַכן געשעפֿטן, — אַ סך מער װי אַלײן די אײגנטימער פֿון די געשעפֿטן. ס'אַ כּלל: װיל מען װיסן, װי עמעצער פֿון די סוחרים האַלט, אַזױ דאַרף מען אַ קוק טאָן אױף אַ שמאַריאָנעו און אױף אַ צאַלין, זען װי אַזױ זײ האַלטן זיך מיט אים, מיטן סוחר, אין פּנים און הינטער די אױגן. דאָס איז שױן די ריכטיקסטע און זיכערסטע מאָס. און פֿון איר, נחמהקעס, טאַטן האַלטן זײ זיך שױן בײַ אָפּקערעװען. און אַזױ װי ןײ האָכן אים פֿריִער געדינט געטרײַ, װי די הינט, אַזױ זעען זײ איצט נאָר זײערע נוצן: ערשטנס, זײ זאָלן אַלײן ניט געשעדיקט רוערן, ד. ה. אױב זײ שטעקן מיט אײגן געלט — זען, װאָס גיכער מיט דעם אַרױס; און אױך אַפֿילו די נאַרײַעטע געלטן ,ד. ה. אַזאַ געלט, װאָס דורך זײער פֿאַרמיטלונג איז דאָס איר טאַטן געליִען געװאָרן — זען אױך יענע אַנטלײער אַרױסראַטעװען, זײ אין קורס חאַלטן און זײ עצהנען, אַז בײַ די ערשטע מעגלעכקײטן, בײַם ערשטן אױסגעגאַנגענעם װעקסל־טערמין זאָל זײ זיך מיט זײערע געלטן אַרױסרוקן. — מיט אײנעם װאָרט, זײ היטן איצט די נשמה פֿון געשעפֿט. ס'איז רעכט הײַנט, ס'איז רעבט מאָרגן, איז אױב די לאַגע װעט זיך נישט בעסערן, זאָלן ז▯▯ שױן די ערשטע דעם שלעבטן שם אַרױסלאָזן, און דעמאָלט װעט אין אַ שײנעם טאָג די קאָנטאָר באַפֿאַלן װערן פֿון די בעל־חובֿות, װי פֿון בינען: מע װעט רײַסן פֿון די הענט, מע װעט רײַסן בײַ די פּאָלעס, מע װעט זידלען, שעלטן, װי ס'געשעט אין אַזױנע פֿאַלן. — אַזױ איז די לאַגע. קלאָר, אַז אין אַ שײנעם טאָג קאָן דאָ ליגן דער דאַך אױפֿן קאָפּ. קלאָר, אַז דאָ קאָן זיך מיטאַמאָל אַזױ אַלץ פֿאַרדרײען, אַז ----------- 326 ־ר ע ר נ ס ת ר ▯ מע זאָל ניט װיסן, װוּ מײנס, װוּ דײַנס, און װער ס'װעט דאָ שטעקן אינמיטן, מוז ניזוק װערן. — איז װאָס װיל ער און אַנטקעגן װאָס זאָגט ער דאָס? — ער זאָגט עס אַנטקעגן דעם, װאָס ער איז אינמיטן, אַנטקעגן דעם — װאָס נישט מיר, נישט דיר און פֿאַר קײנעמס זינד קאָן אױך ער אַרײַנגעצױגן װערן ,און זײן גאַנצע ▯ ביזאַהעריקע האָרעװאַניע זאָל דאָ ביז אַ מינדסט פֿאַרלױרן גײן. נחום, בשעת ער האָט דאָס אַלץ פֿאַרן װײַב אױסגעלײגט, איז אומגעגאַנגען אין אַלקער הין און צוריק און פֿון װאַנט צו װאַנט געשפּאַנט, דערבײַ האָט ער אָפֿט גערײכערט. נחמהקע דערבײַ איז קרענקלעך אין שאַל אײַנגעהילט גע־ זעסן, זי האָט אים אָפֿט נאָכגעקוקט בעתן אומגײן, געשװיגן, און נאָר די באַקן האָבן זיך איר געבלאַסט. זי האָט געװאַרט, אָבער דאָס האַרץ האָט איר שױן פֿאָרױסגעזאָגט, װוּהין ער, איר מאַן, צילט, װײל אײדער ער האָט דאָס נאָך געזאָגט, איז דאָס אים שױן װי אױף די ליפּן געװען צו זען: זיך אָפּטײלן. „אָפּטײלן!„ זי▯ װי איר עלטערע שװעסטער, װי איר פֿאָטער און מוטער, װי אַלע ביז אַהער אין שטוב, האָבן קײנמאָל אַזױנס גאָר אױפֿן געדאַנק ניט געקאָנט דערלאָזן. ערשטנס דערפֿאַר, װײל ביז אַהער איז די נױט אין דעם ניט געװען; צװײטנס — איצט, װען די נױט אפֿשר יאָ, איז װי קאָן דאָס געמאָלט זײן: ־־ אין אַ שטוב, װוּ אַלץ איז אײנס, אַלעמענס אײגנס — אײן קאַסע, אײן לופֿט, אײן אָטעם, און װוּ ביז אַהער איז קײנמאָל ניט געװען אָפּצוטײלן אײנעמס אינטערעסן פֿונעם אַנדערנס מיט גאָרניט, װי אין גרױסי־ קײטן, אַזױ אין קלײניקײטן, — אין אַ שטוב, װוּ אַלץ, אַפֿילו די קינדער פֿון די פֿאַרשײדענע עלטערן, האָבן אױסגעזען, װי בשותּפֿות, — װוּ מײנס און דײַנס איז כּמעט קײנמאָל ניט געװען צו הערן — איז װי נעמט מען עס פּלוצעם, בפֿרט אין אַ מאָמענט, װען דער פֿאָטער איז אַזױ געענגט, אַזױנס גאָר אױף דער מחשבֿה? נחום האָט זיך געדרײט, װי ער איז ניט קײן אײגענער אין שטוב, ד. ה. װי ניט קײן קינד, נאָר ניט מער װי אַן אײדעם, אָבער דאָך איז אים די זאַך פּריקרע געװען, ניט נאָר אַפֿילו פֿאַר זײן שװער און שװיגער, נאָר אַפֿילו פֿאַר▯ אײגענעם װײַב פּריקרע דאָס אַרױסצוזאָגן. דאָך האָט ער דאָס געזאָגט, דאָס װאָרט: זיך אָפּטײלן. לאַנג האָט שױן דאָ נחמהקע דענ▯ געשפּרעך נישט געקאָנט אױסהערן. זי האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון אָרט, װוּ זי איז ביז אַהער געזעסן, און נחום האָט געזען, אַז זי װײנט. ער האָט זי געשאַנעװעט און שױן אין יענעם אױפֿדערנאַכט װעגן יענעם ענין מער ניט פֿאָרגעזעצט. אָבער װאָס אַ טאָג האָט ז▯ אין אים אַלץ מער דער געדאַנק געשטאַרקט, װאָס אַ טאָג האָט ער אַלץ מער ראַיות אַרײַנבאַקומען, אַז אין געשעפֿט איז צרות, און אַז, אין אײנעם אַ טאָג קאָן זיך דאָ אַלץ איבערקערן. ער אַלײן האָט אָבער קײן מוט ניט געהאַט װעגן דעם ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 327 מיטן שװער, מיט משה מאַשבער, אין אַן ערנסטן געשפּרעך זיך אַרײַנלאָזן, און ער ▯אָט דערום אײנמאָל▯ אין אַ בריװ צו זיך אַהײם װעגן דעם אָנגעשריבן. ער פֿלעגט אָפֿט שרײַבן. ער האָט די ▯אַנצע צײַט מיט זײן הײם פֿאַר־ בינדונג געהאַלטן, און אױך נאָך איצט, װי ייִנגלװײַז, געהאַלטן די באָבע קרײנצי און די מאַמע שײנצי פֿאַר חכמות, װאָס אין אַן ענגער צײַט מעג ער זיך נאָך פֿילן װי אַ קינד און צו זײ זיך נאָך אַן עצה װענדן▯ ער האָט געלאָזט פֿאַלן אין בריװ, צװישן אַנדערן, אַזאַ פּאָר װערטער, װאָס ער האָט געװוּסט, אַז זײ װעלן אױפֿרײַסן: מע װעט דאָרט פֿאַרשטײן, אַז כאָטש נחום שױן אַ גרױסער, שױן גענוג זעלבשטענדיק, דאָך שאַדט ניט, באַזונדערס אין שװערע צײַטן, אים אָמאָל אַ האַנט דערלאַנגען, בפֿרט רוען ער ךוענדט זיך. „לאמי זקנתי ולאמי הורתי היקרות ( 1), האָט ער געשריבן, תודה לאל (▯), מיר זײַנען אַלע, ברוך השם, בקו החײם (3▯, נאָר נחמהקע תחיה (▯) פֿילט ▯ זיך פֿון צײַט צו צײַט ניט איבעריק, קוטעט זיך אין שאַלן, װײל ס'איז איר עפּעס באַשטענדיק קאַלט. זי זעט טאַקע אױס ניט גוט אױך. די געשעפֿטן בײַם שװער בזמן האחרון (▯) — נישט געהױבן. ער איז פֿאַרךרײט. דערצו נאָך האָט געטראָפֿן אַ מעשׂה מיט פּריצים, װאָס ס'שמעקט מיט אַ שטיק בלבול. ער, דער שװער, האָט צו דעם קײן שײַכות, פֿילט זיך אין גאָרניט, נאָר מיט װאָס ס'קאָן זיך ענדיקן, װײסט מען ניט. װאָס געהער אים אַלײן, זײַנע אײגענע ▯ געשעפֿטן, הײסט עס, איז ער דאָך אָפּהענגיק פֿונעם שװער, מיט אים געבונדן, װײל שותּפֿות, און װאָס ס'טרעפֿט אײנעם, מוז דאָ טרעפֿן אַ צװײטן, און ס'איז געמאָלט, אַז מע זאָל אַמאָל לײדן פֿון פֿרעמדע גורלות. מע זאָל אים דאָ ניט שלעכט פֿאַרשטײן: צום בלבול האָט ער, נחום, קײן שום שײַכות ניט, נאָר צו די שלעכטע געשעפֿטן — יאָ. מ'קאָן דאָ ניט װיסן מה יולד יום —— װאָס דער מאָרגע▯▯יקער טאָג װעט ברענגען. ער װאָלט זיך באַדאַרפֿט מיט עמעצן אױסעצהן, נאָר ער האָט ניט מיט װעמען. נחמהקע אין ניט דער מענטש, און דער שװער אַלײן איז אַ שטאַרקער נוגע בדבר (▯). ער, נחום, װאָלט דאָ, גע־ װאָלט מאַכן אַ טריט אָנעם שװער, ער װאָלט געװאָלט פֿונעם עסק ביש (▯) אַ פֿוס אַרױסשטעלן, נאָר װי מאַכט מען דאָס? מע װאָלט דאָ אפֿשר באַדאַרפֿט (▯) צו מײַ ן טײַערער באָבע און מאַמע. (▯) גאַט צו דאַנקען. (▯) געז ונט. (▯) זאָל לעבן. (▯) די לעצטע צײַט. (▯) פֿאַראינטערעסירטער. (▯) שלעכטן געעשפֿט. ----------- ▯ 328 ד ע ר נ ס ת ר הילף פֿון אַ זײַטיקן. ודי לחכימא ברמיזא — ס'איז גענוג אַ קלוגן אַ װוּנק” — האָט דאָ נחום דעם בריװ־שר▯יבן פֿאַרענדיקט מיט אַזאַ שטיקל נוסח, װי מע שרײַבט נאָר צו מאַנסבילן־למדנים אין געװיסע ענינים, װען מע װיל, אַז יענע זאָלן זיך עפּעס אָנשטױסן. די פֿאַרשטעלטע װוּנקן האָבן די באָבע קרײנצי און די מאַמע שײנצי אינעם װײַטן קאַמענעץ טאַקע קלוג געמאַכט און זײ געגעבן אָנצוהערן, אַז בײַ נחומען דאָרט, אין N, געשעט עפּעס אַזױנס, װאָס ס'װאָלט אַ יושר געװען ▯ זיך אַרײַנמישן. ס'איז ניט אַװעק קײן סך צײַט און אין אײנעם אַ טאָג האָט זיך טאַקע די באָבע קרײנצי קײן N צוגעשטעלט. זי איז געפֿאָרן פֿריִער מיט אַ פֿור, דערנאָך מיט דער באַן, און צום שטוב איז זי צוגעפֿאָרן מיט אַ שטאָטישן פֿורמאַן מיט גלעקער, און פֿון אַלע אירע נסיעות האָט זי אין שטוב אַרײַנגעבראַכט שױן גאָר גאָר אַ זקנה, אָבער נאָך מיט אַ קלוגן קאָפּ און מיט אױגן, װאָס זעען נאָך, װאָס אין אַ טיף באַהעלטעניש איז פֿאַרשטעקט. זי האָט זיך אין שטוב אַרומגעקוקט, און נאָך אַ קורצער אונטערהאַלטונג מיט איר נחומען אױף אַ קלײנער װײַלע, האָט זי שױן אַלץ געװוּסט, װאָס דאָ טוט זיך, געװוּסט, װאָס דאָ קומט פֿאָר, און מיט איר קלוגן פּראַקטישן קאָפּ אױך פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿירצונעמען. זי האָט דעם זעלבן אױפֿדערנאַכט צוערשט מיט נהמהקען דעם נײטיקן געשפּרעך געהאַט. זי האָט געװאָלט, פֿאַר אַלעמען, צוגרײטן נחמהקען און זי אױף איר זײט האָבן. ▯י איז צוגעגאַנגען צום ענין זײער פֿאָרזיכטיק, זי האָט געװוּסט, אַן יעדעס קינד טוט דאָך װײ פֿאַרן טאַטן, װען ס'געשעט אים שלעכטס, אַפֿילו נאָר דורך פֿרעמדע, בפֿרט דאָ — זען דעם טאַטן פֿון זײן גדולה אַראָפּנידערן און נאָך אַלײן זײן דערצו אַ שטיק גורם: װאָס הײסט, נחום און נחמהקע זאָלן װעגן טאַטן אַזױנס גאָר קאָנען טראַכטן? — יאָ, טאַקע גערעכט. פֿון דער אַנדערער זי▯ט אָבער, — האָט די באָבע קרײנצי גענומען טענהן, — באַנעמט ניט נחמהקע, אין װאָס דאָ גײט. פֿאַר־ קערט, ס'גײט גאָר אין איר טאָטנס טובֿה. ער איז ניט דער ערשטער, אױך ניט דער לעצטער, אױף דער װעלט געשעט אַזױנס, און יעדעס מאָל דאַרף מען זיך זען באַװאָרענען. ס'קאָן גאָר זײן, אַז מע דאַרף דאָ נאָר אַ שלעכט שטיקל צײַט איבערװאַרטן. און אױב אַזױ, איז דאָך גלײַכער, אַז אָנשטאָט דעם, װאָס װען ס'װערט ענג אין געשעפֿט, און בעל־חובֿות טרעטן צו און ס'טרעפֿט אַמאָל, אַז ס'איז ניטאָ צו באַצאָלן, — איז אָנשטאָט דעם, אַז אַלע שותּפֿים זאָלן מיטאַמאָל חרובֿ װערן — טוט מען אַמאָל אַזױ, אַז מע לאָזט אײנעם פֿריִער אַרױס פֿונעם געשעפֿט, מע גיט אים איבער אַלץ, װאָס ס'לאָזט זיך, מע שרײַבט אַלץ איבער אױף זײן נאָמען, און דערנאָך, אַז די שלעכטע צײַט גײט איבער, אַז מע צעצאָלט זיך, אָדער אַז מע צעצאָלט זיך אַפֿילו ניט, ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש בע ר 29▯ נאָר מע פֿאַרענדיקט מיט בעלי־חובֿות אױף קלײנע פּראָצענטן, קערט מעז זיך ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯▯▯▯▯פ▯▯, ▯ ▯▯▯▯י▯▯ ▯▯▯▯ אױפ▯ע▯▯▯ אַ פֿרעמ▯ן ▯ו▯▯ ▯י▯ דאָס נימ אַ▯ױ ▯רינ▯ דורנ▯▯פֿירן, װײ▯ מיט אַ פֿרעמדן דאַרף מען זיך שטאַרק באַװאָרענען, אָבער מיט אַן אײגן קינד, װי אין דעמ פֿאַל מיט איר, מיט נחמהקען און מיט נהומען, איז װאָס קאָן מען זיך דען װינטשן בעסערס? — זי מײנט, די באָבע קרײנצי, אדרבה; זי מײנט, אַז אױב נחמהקע איז ▯▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ ▯▯י▯▯י▯▯▯▯ פ▯▯▯▯▯▯ ▯▯ ▯ ▯ דעם טאַטן װעט זיך, חלילה, ניט אײַנגעבן דערנאָך זיך שטעלן אױף די פֿיס, איז װאָלט דען בעסער געװען, אַז צוזאַמען מיט אים זאָלן אױך די קינדער גײן צו גרונט? בפֿרט, אַז ס'האַלט גאָר ניט דערבײַ, די געשעפֿטן זײַנען נאָך גאָר ניט אַזױ שלעכט, ס'איז נאָר דאַס יאָר אַ שלעכטס, און מע ד▯אָרף זען זיך איבערדרײען, אױך די מעשׂה מיט די פּריצים װעט װערן אױס. — מע דאַרף ניט װײנען. אדרבה: זי אַלײן, — נחמהקע, הײסט עס, דאַרף זען, אױף װי װײַט זי קאָן, נחומען דאָ אונטערהאַלטן, און אױב ס'װעט דערפֿון זײן אַ רײד — זאָל זי דעם טאַטן פֿאַרגרינגערן דאָס האַרץ און אים געבן צו פֿאַרשטײן, אַז ס'איז ניט קײן גװאַלד, אַז אַזױנע זאַכן זײַנען שױן נישט אײן מאָל געשען, און גאָרניט: סוחרים בלײבז סוחרים, און מע דרײט ▯ זיך איבער. אַזױ האָט די באָבע קרײנצי געטענהט מיט איר אײניקל, דער שנור, און זי, נחמהקע, װי אַ װײניק־דערפֿאַרענע און ▯װי אַזאָ, װאָס האָט צו געשעפֿט קײנמאָל קײן שײַכות נישט געהאַט און האָט װײניק-װאָס אין דעם פֿאַרשטאַנען — האָט זיך געלאָזט איבעררעדן. כאָטש אױפֿן האַרצן איר שװער, אָבער קײנע דערװידערונגען און קײנע טענות אױף אָפּצוּװענדן די באָבע קרײנצי האָט זי ניט געהאַט אַרױסצושטעלן. די באָבע קרײנצי האָט דערנאָך שױן מער נישט גערעדט דערפֿון, ניט מיט גיטלען און אױך ניט מיט איר עלטערער טאָכטער, מיט יהודיתן, װי זי האָט אפֿשר פֿריִער יאָ בדעה געהאַט, נאָר זי האָט זיך גלײַך צו משהן, צו איר נחומס שװער, געװענדט: — מחותּן, — האָט זי אים אין אַן אױפֿדערנאַכט שפּעטער נאָך איר קומען אַ זאָג געטאָן אים אָפּרופֿנדיק אין אַ װינקל, — מחותּן, כ'האָב אײַך עפּעס צו זאָגן. כ'װאָלט געװאָלט מיט אײַך עפּעס איבעררעדן, נאָר אױף פֿיר אױגן. דער געשפּרעך איז דאָס מאָל פֿאָרגעקומען אין זאַל, װוּ יעדעס מאָל נעמט מען אױף אַ גאַסט אַ חשובֿ, און װוּ בײדע מיטשפּרעכער, משה און די ----------- 330 ד ע ר נ ס ת ר באָבע קרײנצי, האָבן, װי נאָר זײ זײַנען אַהין אַרײַנגעקומען, צװײ פֿאָטעלן פֿאַרנומען, אײנס אַנטקעגן אַנדערן. די באָבע קרײנצי האָט דאָס מאָל, צום געשפּרעך צוטרעטנדיק, זיך פֿיל מער געמוזט באַװאָפֿענען, װי צום געשפּרעך מיט נחמהקען, װײל דאָ האָט זי דאָך געהאַט פֿאַר זיך דעם, װאָס איז אי דער אײגנטימער, אי דער מערסט־ באַהאַװנטער אין דעם ענין, אױך דער מער פֿאַראינטערעסירטער און דער מער לײַדנדיקער. זי האָט זיך דערום טאַקע דאָ היפּש געגרײט און היפּשע מינוטן משהן מיט זײַטיקע שמועסן פֿאַרנומען, כּדי נישט אַרױספֿאָרן מיטאַמאָל מיט אַזױנס, װאָס קאָן פּלעטן. ▯ — מחותּן, — האָט זי אָבער לסוף געזאָגט, צוטרעטנדיק צום אײגנטלעכן ענין, — אַװדאי פֿרעגט איר בײַ מיר קײן עצות ניט, אַװדאי דאַרפֿט איר ניט פֿרעגן; איר האָט, ברו▯־השם, אײער אײגענעם קאָפּ אױף די פּלײצעס; נאָר פֿאָרט, װי אַן אײגענע, װאָלט איך אײַך געװאָלט עפּעס זאָגן, און אײגנטלעך, צוליב דעם בין איך איצט אַראָפּגעקומען. די נסיעה איז געװען אַ שװערע, און ס'זײַנען שױן אױך נישט די יאָרן... נאָר פֿון נחומס אַ בריװ האָבן מיר, איך מיט מײן טאָכטער, מיט אײער מחותנתטע, פֿאַרשטאַנען, אַז עפּעס דערזאָגט ער ניט. האָבן מיר באַשלאָסן אַראָפּפֿאָרן און אַ קוק טאָן. אַגבֿ, האָבן מיר זיך שױן טאַקע געװאָלט זען מיט נחמהקען און מיט די אײניקלעך אױך, און דאָ האָב איך זיך דערװוּסט... ס'איז מיר שװער אײַך פֿירצוהאַלטן, נאָר איך חאַלט, אַז איר, מחותּן, — אַ מענטש מיט אַזױ פֿיל פֿאַרשטאַנד, און, װי מע זאָגט, דאַרף זיך די װעלט בײַ אײַך לערנען, — אַז איר דאַרפֿט דאָ אַן ערנסטן טראַכט טאָן, — ערשטנס, מכּוח זיך אַלײן, און צװײטנס, װעגן די קינדער. ▯ — ס'איז קלאָר, מחותּן, קײן איבעריקע גוט־פֿרײַנט זײַנען בײַ קײנעם ניטאָ, בפֿרט בײַ גרױסע סוחרים עשירים, װי איר, מחותּן, זאָלט לעבן. מע פֿאַרגינט ניט און מע װיל אײַנשלינגען. ס'איז רעכט, אַז אײער איצטיק פֿאַר־ דרײעניש איז אין דער אמתן גאָר ניט אַזױ געפֿערלעך, װי געפֿערלעך ס'קאָן װערן, װען שלעטכע מענטשן װעלן ד▯ס נאָר װעלן. בײַ אונדז, סוחרים, איז דאָך דער עיקר דער נאָמען: נישט דער נאָמען, איז אױס: אױס מענטש, אױס קרעדיט, אױס אַלץ. און אין אײנעם אַ▯ טאָג קאָן מיט יעדערן פֿון אונדז געשען דאָס, װאָס איר װײסט אַלײן: בעלי־חובֿות לױפֿן זיך אָן, די אײגענע חובֿות װערן פֿאַרפֿאַלן, מע װערט דערװאָרגן און מע קאָן פֿון פֿאַרשלײפֿטן שטריק נישט אַרױס. מע ▯ךאַרף דערום זען עפּעס טאָן באַצײַטנס. איד האָט, ברוך־חשם, געטרײַע קינ▯ער, און מיט זײער הילף לאָזט זיך דאָ פֿיל אױפֿטאָן. װי אַזױ? — פֿאַרשפֿאָר איך אײַך זאָגן. קלאָר, אַז אַלץ פֿון פֿאַרמעגן, װאָס בעלי־חובֿות קאָנען זיך דערױף אַרױפֿװאַרפֿן, דאַרף באַצײַטנס איבערגעגעבן װערן אין אַזױנע הענט, װוּהין קײן פֿרעמדע זאָלן ניט דערלאַנגען; אַלץ, װאָס לאָזט זיך, דאַרף אַריבערגעפֿירט װערן אױף געטרײַע קינדערס נעמען, — ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 31▯ כּלומרשט, איר טרעט זײ אָפּ, טרעט זײ איבער. זײ הײבן אָן אַרבעטן באַ־ זונדער, און איר אַלײן דערװײַטערט זיך אױף דערװײל. דאָס געשעפֿט מיטן נאַפֿט, למשל, גיט איר איבער אײער עלטערן אײדעם, יאַנקעלע גראָדשטײן, די האַנדלס־שײן װערט גענומען אױף זײן נאָמען; די קאָנטאָר — נחומען, די דירה קאָן איבערגעשריבן װערן אױף אײער װײבס נאָמען, אױף דער מחותנתטעס, הײסט עס, און צירונג און געלט־מזומן קאָנען אין אַנדערע זיכערע הענט אַרײַנגעלײגט װערן אױף ביז אַ צײַט. — פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס אַלץ איז אױף דעם פֿאַל, װען ס'האַלט שױן טאַקע בײַ דער נױט. װען מע דאַרף זיך שױן טאַקע, חלילה, „שטעלן”. — ס'איז אַװדאי דאָס שװער צו הערן. װער װײסט דען ניט, אַז אַ מענטש, בפֿרט אַזאַ, װי אײַך, מהותן, איז דער נאָמען טײַערער, װי אַלץ, אַז אַפֿילו אײן מאָל נאָר צו דערהערן דאָס שלעבטע װאָרט װעגן זיך, איז זאָל מען טאַקע באַהיט װערן; אָבער פֿון אײגענער פּראַקטיק קאָן איך אײַך זאָגן ▯און פּראַקטיק, ▯ װי באַװוּסט, מעג מען זיך לערנען אַפֿילו בײַ אַ ייִדענע), פֿון אײגענער פּראַק־ טיק קאָן איך אײַך זאָגן, אַז מע האָט דאָס געזען שױן אַמאָל, ניט הײַנט געדאַכט, אױך בײַ זיך, כײם אײגענעם מאַן, אױך בײַ אַנדערע. אָבער דער עיקר, אַזױ װי דער מײן איז געװען ניט, חלילה, יענעם צו באַראַכעװען, נאָר אין אַן ענגער צײַט אױפֿן װאַסער זיך איבערהאַלטן, איז גאָרנישט: איז געשען, װאָס געשען, אָבער ס'איז איבערגעגאַנגען, די װעלט איז, חלילה, ניט הרוב געװאָרן, און מיר זײַנען געבליבן מיר, און דער אײבערשטער אַלײן איז אױך געװיס אַזױנע זאַכן מוחל. — איך זע, מחותּן, אַז איר קוקט מיך אָן, איר פֿאַרשטײט ניט, װי איך האָב אַזױנס גאָר געקאָנט ברענגען פֿאַרן מױל, און בכלל, װאָס איך נעם זיך די רעכט צו זאָגן מײן װאָרט אין אַזױנע ענינים, אין װעלבע איר װאָלט ניט דער־ לאָזט אַפֿילו אײער אײגן װײַב זאָל זיך מישן. איך זע, איר װילט מיך פ▯רעגן: װער האָט געשיקט נאָך מיר, און װער האָט מיר בכלל דערלױבט אײַך צו געבן עצות, בפֿרט אַזאַ, װאָס אַפֿילו אײער ערגסטער שׂונא װאָלט, װי אײַך דוכט, אײַך ניט געגעבן. — ס'אַרודאי ניט אָנגענעם, ־▯ ניט נאָר פֿאַר דעם, װאָס דאַרף עס הערן, נאָר אַפֿילו דעם, װאָס דאַרף דאָס זאָגן, בפֿרט אַן אײגענעם. אָבער צוריק גערעדט, מאַקע װײל אַן אײגענער, ▯ואק▯ן װײל געטרײ▯ מוז מען דאָס אַמאָל טאָן און נעמען אױף זיך, עלעהײ אײַנגעבן אַ ביטערן רעצעפּט אַ חולה. און מיר מיט אײַך, מחותּן, ןײנען דאָך עפּעס אײגענע. פֿאַרגעסט ניט, מחותּן, אַז מיר מײנען דאַ נישט מער, װי נאָר אײַערע און אונדזערע קינדערס טובֿה. אַןױ, אַז שלעכטס אױף די שׂונאים, און מיך קאָנט איר דאָ אין גאָרנישט ניט חושד זײן, אױסער נאָר אין דעם, װאָס איך װײס, אַז אין אַזױנע פֿאַלן איז דער אײגנטימער אַלײן כּמעט קײן צד ניט: ער איז בלינד. ער מײנט יעדעס מאָל ----------- 332 ד ע ר נ ס ת ר נאָר צו ראַטעװען זײן כּבֿוד, זײן נאָמען, זײן האָנאָר, און זײַנע אײגענע זײַנען דעמאָלט מהױב אים אַרױפֿפֿירן אױפֿן ריכטיקן װעג און אים דערװײַזן, אַז אױף כּבֿוד דאַרף מען אַמאָל מוחל זײן, דעם האָנאָר פֿאַרבױגן און טראַכטן דער עיקר װעגן עיקר, און אַז דער עיקר איז דאָ, איז שױן אַלץ דאָ, איז אַלעס איבעריקע קומט שױן ממילא — אי רער כּבֿוד, אי דער נאָמען, אי דער האָנאָר, אַלץ װערט דערנאָך צוריק אױפֿגעשטעלט און קײנער געדענקט ניט דעם נעכטיקן אומכּבֿוד, װי מע געדענקט ניט דעם נעכטיקן טאָג. אַזױ, אַז, מחותּן, הערט מיך און פֿאָלגט אַן עלטערע, װײל כ'מײן דאָ, חלילה, ניט קײן בײז, נאָר אונדזער אַלעמענס און אונדזערע קינדערס מאָרגעדיקן גוטן טאָג. משה מאַשבער האָט, אױסהערנדיק די לאַנגע רעדע פֿון דער באָבע קרײנצי, געשװיגן. ער האָט פֿון צײַט צו צײַט אױף איר עפּעס װי יאָ געקוקט און נישט געקוקט. מע האָט בשום־אופֿן ניט געקאָנט אַרױסזען, װאָס פֿאַר אַן ענטפֿער אַזאַ־אָ רעדע װעט בײַ אים אַרױסרופֿן, װײל געטראָפֿן האָט זי אים שװער, און דער ענטפֿער האָט דאָ געקאָנט זײן פֿאַרשײדן: אָדער מיט אױפֿגעהאַלטענעם כּעס, געדענקענדיק, װער ס'זיצט פֿאַר אים, זי גאָר אַ קאַלטן פֿרעג טאָן: ▯ „טאַקע, באמת, װער האָט זי געבעטן און װער חאָט געשיקט נאָך איר?” אָדער ערגער: ער האָט זיך געקאָנט אָנצינדן און אַןױ אױפֿגעקאָכט װערן, אַזױ װי בנוגע סרולין, למשל, אַמאָל, װען יענער האָט אים שטאַרק אָנגעטראָטן און אים פֿון די כּלים אַרױסגעבראַכט, זאָל אין װילדן צאָרן אַרײַנקומען און שױן נישט װיסן, װי ער האַלט און▯ װאָס ער רעדט, אױן▯ איצט, װי דעמאָלט, אױסער זיך און אױסער כּמעט באַװוּסטזײַן, אױסשרײַען: „אַרױס פֿון מײן שטוב!” אַלץ איז דאָ געװען מעגלעך: אַ מענטש איז דאָך מער ניט, װי אַ מענטש, בפֿרט אַז מע קומט באַהאַנדלען זײן גורל, נישט אָנפֿרעגנדיק זיך בײַ אים, װי בײַ אַ חולה מסוכּן, װעלכן ס'איז שױן אַלצאײנס, אַפֿילו זײן אײגענע סכּנה. אַזױ, אַז ס'האָט געקאָנט זײן אי אַןאַ, אי אַזאַ ענטפֿער. משה האָט אָבער גאָר־ נישט ניט געענטפֿערט. ער האָט נאָר אױסגעזען, װי אַ מענטש, װאָס האָט אים עפּעס מיטאַמאָל געטראָפֿן אַ שװערע זאַך אין קאָפּ, װען דער דערשרעק און די געפּלעפֿטקײט איז אַזױ גרױס, אַז דער גרעסטער געשרײ אין האַלדז איז צו קלײן דאָס אױסצושרײַען און דעם װײטיק אַרױסברענגען. ער האָט, שװײַגנדיק, װי כּמעט די באָבע קרײנצי נישט באַמערקט, און דערום װי נישט מחױב ▯עװען פֿאַר איר יוצא צו זײן און איר װאָס־ניט־איז אָפּצוענטפֿערן, און אױב ער האָט עפֿעס יאָ געזאָגט, איז דאָס געװען װי נאָר צו זיך אַלײן, אי דאָס אױך, דאַכט זיך, האָבן די אױערן נישט געהערט, װאָס זײַנע ליפּן האָבן געשעפּטשעט: — אַך, אַזױ, האָט ער שטיל צו זיך אַלײן געזאָגט, — איז, הײסט עס, האַלט עס שױן בײַ עצות, און קײן נאָענטערע זײַנען שױן נישט געװען, און מע האָט שױן געמוזט אױסשרײַבן פּון דער פֿרעמד, װי אַ שטאַטישן דאָקטאָר צו אַ חולה אַן אַרענדאַר... אַזױ, איז אײדער, הײסט עס ,נאָך פֿרעמדע האָבן ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 333 זיך דערצו דערטראַכט, זײַנען שױן אײגענע קינדער אױפֿן געדאַנק געפֿאַלן. נאַ!... ▯ האָט משה דאָ עפּעס אַ מין האַלב־געדעמפּטן זאָג געטאָן, זיך פֿון פֿאָטעל אױפֿגעהױבן און װידער, נישט באַמערקנדיק די באָבע קרײנצי▯ נישט געפֿונען פֿאַר נײטיק אַרױסצוּװײַזן אַפֿילו קײן מינדסטע ביסל אָנשטענדיקײט און דרך־ארץ בנוגע איר כאָטש אַפֿילו אײן װאָרט איר צו זאָגן, און אַפֿילו ניט קײן גוטע▯נאַכט צךם געזעגענען. נײן, ער האָט זיך אױפֿגעהךיבן און מיט די אױכן געזאָגטע פּאָר װערטער פֿאַר זיך, װי אױך שױן פֿאַר איר יוצא געװען און, — ענדע. געװיס טוט מען ניט אַזױ, געװיס איז פֿון אַןאַ מענטש, װי משה, אַזױנס ניט געװען צו װאַרטן. פֿון דער אַנדערער זײט אָבער, זאָל זיך אַן אַנדערער אין זײן לאַגע שטעלן און זאָל ער, מעגלעך, פּרוּװן האַנדלען אַנדערש. הקיצור, אָט אַן ערך מיט דעם איז משה מאַשבער דעמאָלט פֿון זאַל אַרױס. מעגלעך אפֿשר ניט אַקוראַט אַזױ, אָבער מיר זאָגן דאָך „אַן ערך”, װײל װען אַפֿילו אױך אַ ביסל אַנדערש, איז דאָס שױן אױך נישט איבעריק װיכטיק, אַבי די באָבע קרײנצי איז געבליבן פֿאַרשעמט, ד. ה. בײַ גאָרנישט, און אַבי נאָר מיט דעם האָט זיך איר שליחות געענדיקט ,ד. ה. װײַטער מיט גאָרנישט. זי האָט זיך שױן לאַנג נאָבן געשפּו▯עך אין N נישט פֿאַרהאַלטן. זי האָט אַהײם געאײַלט. פּאַרן פֿאָרן נאָר האָט זי נחומען אין אַ זײט אָפּגערופֿן און געזאָגט: — איך, קינד, האָב געטאָן, װאָס געקאָנט, װאָס עלטערן טוען אין אַזױנע פֿאַלן: בין געקומען, האָב גערעדט, געזאָגט, װאָס געזאָגט, נישט געפּועלט. מיר האָט ער נישט געענטפֿערט, אָבער ס'מאַכט נישט אױס: אין טיר אין שױן אָנגעקלאַפּט, און אין דער ריבטיקער צײַט װעט ער זיך אָפּרופֿן. ער איז איצט דע▯רשלאָגן, מער קאָן מען נישט. און מיטן איבעריקן פֿאַרלאָז איך זיך שױן אױף דיר, אַז אין נײטיקן מאָמענט װעסטו אונטערקומען מיטן נײטיקן. משה מאַשבער איז פֿון יענעם געשפּרעך האַלב מענטש אַרומגעגאַנגען. ער איז געװען צעשטרײט, ער האָט אָפֿט ניט געהערט, װאָס מע רעדט צו אים, און מע האָט ▯▯ים געמוזט אײנע און די זעלבע פֿראַגע פֿיל מאָל איבערחזרן, ביז ער האָט פֿאָרשטאַנען װאָס מע װיל. אײנס נאָר האָט ער יאָ געװוּסט — אין זײן שטילער פֿאַרטראָגנקײט זיך צו האַלטן װאָס װײַטער פֿון נחומען, מיט אים אין קײנע געשפּרעבן זיך ניט אַרײַנלאָזן, און אָפֿט האָט ער געכאַפּט אױף אים אַ קוק הינטנאַרום, װי אױף אײנעם, װאָס איז אים באַגאַנגען גאָר ניט קײן שײנע זאַך, װי אױף אַזאַ, װאָס האָט אים עפּעס אַמאָל אינמיטן בײַנאַכט געװאָרגן... ▼ יאָ, ס'האָט שױן געהאַלטן בײַ דער באָבע קרײנצי. ערגער: — און דאָ זאָגן מיר א▯יס אַ צװײטן סוד — משה מאַשבער האָט נאָכן געשפּרעך מיט דער ----------- 334 ד ע ר נ מ ת ר כאָבע קרײנצי, אין אײנעם אַ פֿאַרנאַכט אַמאָל, געהײם, אַז קײנער, ניט פֿון די קאָנטאָר־לײט און אַפֿילו ▯אױך ניט פֿון די שטוב▯מענטשן, זאָל▯ באַמערקן, געלאָזט רופֿן צו זיך זײן פֿאַרטרױאונגס־מאַן, זײן װינקל־אַדװאָקאַט, איציקל זי▯בורג. אַן אַנדערשמאָל, אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, פֿלעגט משה צו איציקלען אַהײם גײן. װײל צו זיך אים רופֿן פֿלעגט קײנער ניט גערן, נאָר דאָס מאָל איז משה פֿון אַלגעמײן־אָנגענומענעם גדר אַרױס און האָט אים פֿאַרבעטן צו זיך. מע האָט איציקל זילבורגן, װי געזאָגט, נ▯ט גאָר גערן געהאַט, מחמת ס'איז געװען פֿון יענע לײט, װאָס אַז מע נײטיקט זיך ניט אין זײ, האַלט מען זיך פֿון זײ װאָס װײַטער און מע רוקט זיך ניט צו זײן אין איבעריקער קרובֿהשאַפֿט. ס▯אַ באַזונדער קאַפּיטל, דאָס מין איציקל, װאָס װען מיר װאָלטן אױס־ פֿירלעך װעגן אים דערצײלט, װאָלט עס אונדז צו װײַט פֿאַרפֿירט. נאָר צוליבן פֿאָרלױפּיקן ענין װעלן מיר נאָר מיט אַ פּאָר װערטער װעגן אים אָט װאָס זאָגן: אַ מענטש מיט אַ גוטן קאָפּ און גוטע פֿײיִקײטן. נישט שטודירט אין הױכשולן און אוניװע▯▯סיטעטן, קײן יורידישע פֿאַקולטעטן ניט געענדיקט, און דאָך האָט ער דעם קאָדעקס פֿון ציװילן און קרימינעלן רעכט געװוּסט, װי קײנער, און גרױסע פּראָפֿעסיאָנעלע װײַסערס אַפֿילו האָבן געמעגט קומען צו אים זיך לערנען. מע האָט עס געװוּסט, און מאַרק־מענטשן האָבן אים אױסגענוצט. בפֿרט, אַז קײן איבעריקער באַרײַסער איז ער ניט געװען, און זײן האָנאָראַר האָט ער זיך געלאָזט באַצאָלן נישט לױט דער װיכטיקײט און שװעריקײט פֿונעם ענין, מיט װעלכן מע איז צו אים געקומען, נאָר לױט דעם שטאַנד און פֿאַרמעגלעכ־ קײט פֿונעם א▯יגנטימער פֿונעם ענין▯ אַ מאָדנער פֿאַרשױן: אַן אַנדערער אױף זײן אָרט װאָלט, זיכער, רײַך געװאָרן, ער — ניט. ער האָט זיך געהאַט זײַנע קאַפּריזן. ער פֿלעגט אַמאָל פֿאַרבאָטן אַ רײַכן מענטשן אַזאַ פּרײַז, װאָס מע האָט געשטױנט, קוקנדיק אױף אים. נאָר אױב ניט, — האָט ער געזאָגט, — ס'לױנט ניט, איז געזונטערהײט, קאָן מען זיך גײן צו אַן אַנדערן. מע איז אָבער געװען פֿאַרגלײבט אין אים, און אַלע שװערסטע עניניס און אַלע פֿאַרדרײטסטע עסקים און לאָדענישן, אַדאַנק שלעכט־געשריבענע קאָנטראַקטן בײַם שליסן די עסקים, האָט איציקל זיך אונטערגענומען אױפֿפּלאָנטערן, און אין פֿיל פֿאַלן, װען מע האָט שױן גע־ האַלטן די לאָדעניש פֿאַר פֿאַרשפּילט, איז, אַדאַנק זײַנע פֿײיִקײטן, אַרױס־ געקומען גאָר דער אומגעריכטער ה▯פּוך: מע האָט די לאָדעניש געװוּנען. דאָס אַלץ װאָלט זײער גוט געװען, איז אָבער איציקל דערצו געװען אַ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯ 335 ער איז געװען אַ בן-יחיד און ער האָט אים, דעם טאַטן, געלאָזט כּמעט אין די הײַזער. ער האָט פֿאַרשפּילט אױך דאָס, װאָס ס'▯▯אָט זיך געלאָזט, בײַ זײן פֿאַרמעגלעכן שװער — פֿריִער געליִען, דערנאָך גענומען, דערנאָך אױס־ געװײנט בײַ איציקס װײַב, װאָס יעדעס מאָל האָט ער אײַנגערעדט, אַז שױן, אַז ס'איז ס'לעצטע מאָל, און אַז מער ניט, און אַז ער דאַרף נאָר אומקערן זײַנע קאָרטן־לײט דאָס געלט, װאָס ער האָט בײַם לעצטן מאָל בײַ זײ פֿאַרשפּילט. מיט אײן װאָרט, איציקל האָט פֿאַרשפּילט פֿאַרמעגנס. איז דאָס אים געװען װײניק — ער אַלײן. האָט ער נאָך אַרײַנגעשלעפּט און אַראָפּגעפֿירט פֿון װעג פֿיל יונגעלײַט פֿון גאָר פֿײַנע און רײַכע הײַזער, װאָס אױך זײ זײַנען סוף־ כּל־סוף▯ אַלײן רויִנירט געװאָרן און אױך רויִנירט גאַנצע פֿאַמיליעס. ער האָט געענ▯▯יקט ביטער — אױף אַ צוקער־שטריקל, אי דאָס נאָך זײער אין אַ מיִוס אָרט, אין אַן אָפּטרעט ערגעץ, זיך אױפֿגעהאַנגען. דערװײל אָבער האָבן סוחרים אים גענוצט, דערװײל האָט ער גרױס אױטאָריטעט און אָנזען געהאַט, װײל אױסער זײַנע, װי געזאָגט, פֿײיִקײטן, האָט ער געהאַט נאָך אײנע אַ מעלה, װאָס איז זעלטן, אין פֿלוג, בײַ אַזױנע לײט, בײַ קאָרטן־מענטשן, ראָס צו געפֿינען. נעמלעך: אָרנטלעבקײט, װאָר װאָרט און דער עיקרשט — אַ גרױסער בעל-סוד. מע האָט זיך אױף אים געמעגט פֿאַרלאָזן װי אױף אַ פֿעסטונג. װער ס'האָט אים פֿאַרטרױט, איז װי אַ מת אַ קכר — שאַ, און פֿון זו▯ן מױל איז צו יענעמס רעה קײנמאָל פֿאַד קײנעם קײן װאָרט ניט אַרױס־ געקומען. נישט װי אַנדערע פֿון זײן פֿאַך, װען צװײ צדדים, למשל, פֿאַרטרױען אים אײן ענין, שפּילט ער אױף אים אױס, לאָזט זיך אױסקלײַבן דעם גרינגערן, אױף װעמען מע װעט לײַכטער און זיכערער קאָנען געװינען, און טוט נאָך דערבײַ אױסנוצן דאָס, װאָס ער האָט זיך פֿון צװײטן, פֿון שװאַכערן צד, דער־ װוּסט▯ ע▯ר — ניט. װער ס'איז געקומען דער ערשטער, װער ס'האָט אים דער ערשטער זײן צד פֿאַרטרױט, אין אַז דער צװײטער איז געקומען און נאָר־ װאָס אָנגעהױבן צו רעדן פֿון יענעם ענין און אים בעטן זײַנע אינטערעסן צו פֿאַרטרעטן, האָט ער זיך גלײַך אָפּגעזאָגט, געזאָגט: נײן, ער איז פֿאַרנומען, ער פֿאַרטרעט שױן די אינטערעסן פֿון צװײטן צד. ▯ אָט דער איציקל זילבורג איז דאָס מאָל צו משה מאַשבער אײַנגעלאַדן געװאָרן, כּדי מיט משה מאַשבער הינטער אַ פֿאַרמאַכטער טיר אין זײן אַלקער בלײַבן און מיט אים זיך באַראַטן. משה מאַשבער האָט אים דערצײלט, אַז כמאַרעס גײען אים אום אין קאָפּ: ער איז שטאַרק פֿאַרדרײט. אמת, די לאַגע איז אין תּוך נאָך ניט אַזױ גע־ פֿערלעך, דער באַלאַנס איז, װי אַלעמאָל, אַ גוטער, נאָר קאַסע-מזומן — שװאַך. ער שטעקט בײַ פֿרעמדע מיט גרױסע חובֿות. אָבער די צײַט איז אַזאַ, אַז אַלע די, װאָס זײַנען אים שולדיק און װאָס ס'קומט אים בײַ זײ, װעלן זיכער דאָס מאָל ניט צאָלן צו דער צײַט. פֿאַרקערט, דאָס, װאָס ער איז שולדיק, װאָס ----------- ▯ 336 ד ע ך נ ס ת ר ס'קומט פֿון אים, װעט ער מוזן צאָלן, װײל אַנדערש, איז, װי ער, װי איציקל, װײסט, פֿאַר אַזאַ, װי ער, װי משה, אַ חלף. ▯ — אַזאַ, װי ער, מוז צאָלן. נישט? — איז באַנקראָט, דער קרעדיט אונ־ טערגעריסן, שױן קײנמאָל ניט אױפֿצושטעלן. און צאָלן װעט ער ניט קאָנען. ער זעט עס פֿאָרױס — איבער פֿאַרשײדענע טעמים און אומשטענדן, װעלכע ער, איציקל, װײסט אַ ביסל יאָ און װעלכע ער װײסט ניט. אמת, דערװײל האַלט עס נאָך ניט, הלילה, דערבײַ, אָבער ס'קאָן האַלטן, ס'קאָן געשען פֿון טאָג אױף טאָג, פֿון שעה אױף שעה, און קומען מאָנען װעלן דעמאָלט ניט נאָר די, װאָס זײערע װעקסל־זמנים זײַנען שױן אױסגעגאַנגען, נאָר אױך אַפֿילו די, װאָס נאָך ניט, װי ס'פֿירט זיך. סוחרים טראַכטן אין אַזױנע פֿאַלן אַן עצה. ער — אױך. מע קען אים, מע װײסט, אַז ער, משח, מײנט דאָ ניט, חלילה, װי אַנדערע — יענעמס, ד. ה. פֿון אַ מין סוחרישער שׂרפֿה רײַך װערן. באַהיט גאָט! ער מײנט דאָ נאָר דאָס שלעכטע שטיקל צײַט איבערװאַרטן, זיך, װי פֿאַר אַ געװיסער, באַװאָרענען, און דערנאָך, אַז ס'װעט אַריבער, זאָל ער װידער אַ פֿרײ פּנים האָבן און װידער אין זײַנע אָרנטלעכע, אײַנגעשטילטע ברעגעס אַרײַנקומען. אמת, ס'קאָן נאָך גאָר זײן, אַז ס'זאָל נאָך דאָ גאָרנישט ניט געשען, אַז מע זאָל נאָך דאָ גאָרנישט דאַרפֿן פֿירנעמען, און דעמאָלט, נאַטירלעך, פֿאַרלאָזט ער זיך אױף אים, אױף איציקלען, אַז פֿון זײן מױל װעט קײנער פֿון זײער איצטיקן געשפּרעך זיך גאָרנישט ניט דערװיסן, נאָר אַלנפֿאַלס, אױפֿן הונדערטסטן פֿאַל, האָט ער אים, איציקלען, איצט גערופֿן און װיל זיך מיט אים אױסעצהן: ▯ — װי מײנט ער, צי איז אַ געדאַנק, צי ס'איז גלײַך און ס'לאָזט זיך, ער זאָל, לפּנים, די קינדער זײַנע פֿון שװ▯פֿות אַרױסלאָזן, לאָזן די געשעפֿטן אױף זײערע נעמען: ער, משה אַלײן, גײט, כּלומרשט, פֿון זײ אַװעק, אַזױ אַז די חובֿות זאָלן הײסן נאָר זי▯נע, און אױב ער צאָלט ניט, זאָל עס הײסן, אַז ער אַלײן צאָלט ניט, אָבער די קינדער און דאָס געשעפֿט בלײַבן אין אַ זײט... בײַ משהן, בעת ער האָט דאָס גערעדט, זײַנען די ליפּן פֿון דער באָרד געשפּרונגען. זײ האָבן אים אָפֿט אױך ניט געפֿאָלגט און געװאָלט רעדן ניט דאָס, װאָס ער האָט געזאָלט אַרױסברענגען. גרױס מי האָט אים געקאָסט, ער זאָל זיך זעלבסט באַהערשן, און אָפֿט האָט ער נאָך צו דער אינערלעכער מי געמוזט באַנוצן אױך די פֿינגער, װעלכע ער האָט אַלע װײַלע צו די טאַנצנדיקע ליפּן צוגעשטעלט, כּדי זײ אָפּהאַלטן פֿון ניט פֿאָלגן און פֿון אױפֿרעגונג. איציקל זילבורג האָט שױן פֿון זײַנע ערשטע װערטער, פֿון זײן ציטערנ־ דיקן קול און טאַנצנדיקע ליפּן, באַמערקט, פֿון װאָס פֿאַר אַ בראָך זײ קומען, און כּדי ניט צו קוקן אױף משהן, כּדי זיך מאַכן ניט זעענדיק, האָט ער דעם קאָפּ צו דער ערד־אַראָפּ געהאַלטן. ער האָט אױך, כּדי צו באַרויִקן משהן און אים דאָס האַרץ לײַכטער מאַכן, װי זײן שטײגער, אױפֿגיך, אױפֿגיך, שױן ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 7▯3 בעתן געשפּרעך, מיט זײן שאַרפֿן מוח אַן אַרבעט געטאָן, און בעת יענער, משה, האָט נאָך געהאַלטן אין רעדן, האָט ער, איציקל, שױן דעם ענטפֿער געהאַט אָנגעגרײט, װי אַ געניטער דאָקטער▯ װאָס פֿון די ערשטע װערטער פֿונעם חולה איז אים שױן קלאָר די קרענק, און ער פֿאַרשפּאָרט שױז לאָזן דעם חולה באַריכות זיך פֿאַנאַנדערגײן. דאָך, מחמת כּבֿוד, האָט ער אים ניט איבער־ געשלאָגן, און אַז משה האָט פֿאַרענד▯יקט, האָט איציקל באַלד אַ זאָג געטאָן: — אַװדאי איז גלײַך, אַװדאי לאָזט זיך! דערװײל זאָגט דאָך ר, משה אַלײן, אַז ס'איז נאָך צו פֿרי, און אַז ס'װעט האַלטן דערבײַ, װעט מען זען, געװיס לאָזט זיך ▯ װי אַזױ מאַכט מען דאָס? פֿאַרשײדן. פֿאַר אַלעמען, װעט מען דאַרפֿן זען, אַז די האַנדלס-שײן פֿון זײן נאַפֿט־געשעפֿט, למשל ,זאָל גענומען װערן אױפֿן נאָמען פֿון זײן אײדעם יאַנקעלע גראָדשטײן. פֿאַר אַלעמען, װעט ער, ר, משה, דאַרפֿן זען, אַז אױך דאָס הױז און אַנדערע אומבאַװעגלעכע גיטער, אױב ער פֿאַרמאָגט, זאָלן אױך אױף עמעצנס אַנדערש נאָמען איבערגעשריבן װערן. פֿאַרשטענדלעך, אַז באַװעגלעכע, װי צום בײַשפּיל, צירונג, געלט־מזומן, חפֿצים א. אַ., דאַרפֿן פֿון הױז אַװעקגענומען אךן איבערגעגעכן װערן אין זיכערע הענט, אױף װעמען ר, משה קאָן זיך פֿאַרלאָזן. װאָס זשע געהער דער קאָנטאָר אַלײן, װעט מען נאָך זען. ס'װעט אפֿשר מעגלעך זײן אַרױסגעבן װעקסלען אױף אַ היפּשער סומע, װאָס ער, ר, משה, האָט, כּלומרשט, געליִען בײַ זײן אײדעם נחומען, אױב ער װיל, אַז די קאָנטאָר זאָל בלײַבן אױף יענעמס נאָמען. פֿאַראַן אױך אַנדערע מעגלעכקײטן, װאָס װעגן זײ װעט זיך נאָך לאָזן אַ טראַכט טאָן. אַלנפֿאַלס, זאָל ער, ר, משה, אים, איציקלען, האַלטן אין ק▯רס, זאָל ער אים װאָס אָפֿטער באַריכטן, און אין נײטיקן מאָמענט װעט שױן געטאָן װערן דאָס נײטיקע. ער מעג זיכער זײן און זיך פֿאַרלאָזן אױף אים, אױף איציקלען. איציקל זילבורג האָט דאָ, זעט א▯יס, אױסער געװײנלעבער פּראָפֿעסיאָ־ נעלער פֿאַראינטערעסירטקײט, געהאַט עפּעס באַזונד▯ער מיטלײד מיט משהן. כאָטש ער איז אַזױנע סוחרים־קליענטישע שטאַנדן גענוג בײַגעװען, דאָך האָט זיך אים אָט דער פֿאַל עפּעס אױסגעטײלט פֿון אַלע אַנדערע, ער זאָל מער װאַרעמער און אױפֿריכטיקער זען דעם קליענט אַמבעסטן צו עצהן און װי װײַט מעגלעך אים זײן געמיט פֿאַרגרינגערן. אױף װיפֿל דאָס האָט זיך אים אײַנגעגעבן, האָט זיך אײַנגעגעבן: משה האָט זיך, װי־ניט־װי, טאַקע געלאָזט אײַנרעדן, און פֿאַר איציקלס אַװעקגײן אים געדאַנקט און פֿון גרױס צעטראָגנקײט זיך מיט אים, שױן אױף דער שװעל שטײענדיק, אַפֿילו זיך עטלעכע מאָל געזעגנט. נאַטירלעך, איז אים אױך גע־ בליבן גענוג שװערס: אַלײן שױן דאָס, װאָס װער װאָלט זיך עס געריכט, אַז ער, משה מאַשבער, װעט האַלטן דערבײַ, אַז ער װעט געצװוּנגען זײן איציקל זילבורג אױף אַזאַ סוד אײַנלאַדן צו זיך אַהײם, מיט אים הינטער פֿאַרמאַכטע טירן זיך אָפּזונדערן און אַזױנע גאָר געשפּרעכן פֿירן. נאָר מילא: געשען — ▯ ----------- 338 ד ע ר נ ס ת ר איז געשען, און אין לעבן קומט פֿאָר פֿאַרשײדענעס... משה האָט זיך שױן געװאָלט באַרויִקן, נאָר אײדער ער האָט נאָך באַװיזן איציקל זילבורג אַראָפּ־ באַגלײטן פֿון שטוב און פֿון דער שװעל, אַזױ האָט זיך באַװיזן אַ שליח פֿון ר, דודין דעם רבֿ צו אים צוגעשיקט מיט אַ בקשה, ער זאָל װאָס גיכער קומען — דער רבֿ װאַרט אױף אים, דער רבֿ דאַרף אים נײטיק האָבן. דאָס איז געװען נאָך דעם, װי ר, דודי האָט זיך די לעצטע טעג קראַנק געמאַכט און זיו אין בעט אַרײַנגעלײגט... געמאַכט? — יאָ, אמת, אַ ביסל איז ער אױך טאָקע קראַנק געװען, אָבער ניט אױף אַזױ פֿיל, אַז ער זאָל זיך אין בעט לײגן, און געלײגט האָט ער זיך, כּדי ער זאָל קאָנען רופֿן און אײַנלאַדן צו זיך דעם דאָקטער יאַנאָװסקי און מיט אים האָבן דעם באַלד װײַטער קומענדיקן געשפּרעך. בײדע, ר, דודי און יאַנאָװסקי, צװײ אַלטע שטאָט־אָנפֿירער, אײנער פֿונעם רובֿ שטאָט־אײַנװױנער, פֿון דער ייִדישער קהלה, דער צװײטעו▯ — פֿון דער מינדערהײט, פֿון דער פּױלישער, װאָס ער, יאַנאָװסקי, איז געװען איר פֿאָר־ שטײַער, דער װירטשאַפֿט־פֿאַרװאַלטער און איר קלױסטער־קאַזנאַטשײ. נישט אײן מאָל האָבן זיו די בײדע, ר, דודי און יאַנאָװסקי, אָנגעשלאָגן בײַ אַל־ געמײנע אינטערעסן, װעלכע האָבן בײדע קהלות אָנגעריר▯. זײ האָבן זיך אײנס דאָס אַנדערע אָפּגעגעבן כּבֿוד אין אַזױנע פֿאַלן, און יעדעס מאָל מיטאַנאַנדער די נײטיקע ענינים, אױף אַ ▯עהעריקן אופֿן, אײנגעלאַדעט; אַזױ אַז אַפֿילו שױן ניט אין נײטיקע ענינים זײַנען זײ אױך, אַלײן נאָר לױטן אַמט און שטאַט, הײסט עס, אָפֿיציעלע פֿרײַנט געװען, האָבן זיך פֿון צײַט צו צײַט געװענדט אײנס צום צװײטן, זיך זײער העפֿלעך געגריסט, װען באַגעגנט; און װאָס געהערט יאַנאָװסקין, איז יעדעס מאָל, װען ר, דודי איז קראַנק געװען, און מע האָט אים צו אים גערופֿן אױף אַ װיזיט, פֿלעגט ער אָפּזיצן לענגער, װי בײַ אַ געװײנלעכן חולה, פֿלעגט אױסער דער קרענק, װעגן נאָך ענינים שמועסן און ▯ יעדעס מאָל אַפֿילו פֿון דאָקטער־האָנאָראַר זיך אָפּזאָגן. דאָס מאָל, אַז יאַנאָװסקי איז געקומען צו ר, דודין, האָט ר, דודי אים גלײַך געזאָגט: — ער איז ניט אַזױ קערפּערלעך קראַנק, װי קראַנק פֿון ערגערניש. ער װײסט מסתם, יאַנאָװסקי, דעם ענין מיט די פּריצים, מיטן שיסן אין פּאָרטרעט און מיטן שװינדלער סװענטיסלאַװסקי, װאָס האָט זיך געשטעלט דאָ בײַ דעם ענין צו פֿאַרדינען, און אַז פֿאַר די פּריצים איז געשטאַנען אַ ברירה: אָדער־ אָדער: — אָדער קײטן, פֿאַרשיקונג און אפֿשר נאָך ערגער, אָדער מע באַצאָלט אים, סװענטיסלאַװסקין, און דער ענין איז צעריב▯ — ער װײסט מסתם אױך, אַז איבערן הײ־יאָריקן שלעכטן יאַריד האָבן פּריצים קײן געלט ניט געהאַט מיט װאָס זיך אױסצוקױפֿן. דערװיסנדיק זיך די לאַגע און שאַנעװענדיק די פּריצים, װאָס זײַנען מיט ייִדן פֿאַרבונדן, האַנדלען ----------- ד י מ ש פּ ח ▯ מ אַ ש ב ע ר 339 מיט זײ אַלע יאָרן צוזאַמען און מאַכן שטענדיק געשעפֿט אינאײנעם — האָט ער, ר, דודי, געהאַלטן פֿאַר זײן חובֿ אין דעם ענין זיך אַרײַנמישן, זײ, די פּריצים, פֿון זײער נױט אַרױסהעלפֿן. ער האָט צונױפֿגערופֿן װעמען מע דאַרף, מע האָט דאָס געלט צונױפֿגעקליבן און דאָס געסילוקט▯ ▯ פֿאַרשטענז▯לעך, אַז זײן מײן איז דאָ געװען ניט, חלילה, עפּעס קעגן דער מלךכה, װאָס פּריצים האָבן פֿאָרגענומען; אַדרבא, פֿאַרקערט, נ▯▯▯ דע▯▯פֿאַר טאַקע, װײל ער האָט געװוּסט, אַז פּריצים זײַנען ▯▯אָ לחלוטין ▯ו▯▯ולדי▯▯ ▯ון ▯ אַז ס'איז הױלער בלבול, האָט ער געטאָן, װאָס ע▯▯ איז געװען בי▯ולו▯, מע▯▯▯▯▯ לעך, און װי דער ייִדישער דין פֿאָדערט אין אַזױנע פֿאַלן ▯. אַרױסהעלפֿן דעם, װאָס נײטיקט זיך אין דײן הילף. ▯־- ס'האָט זיך אָבעו. אױסגעלאָזט — מע װײסט ניט, פֿונװאַנען ס'קומט און װעמעס האַנט ס'איז דערבײַ ־▯ מעגלעך, אַז דער שװינדלער סװענטי־ סלאַװסקי אַלײן האָט זיך ▯▯אָ פֿאַרן שװינדל דערשראָקן און האָט ▯יך אַלײן אױסגעגעבן, מעגלעך אױך, אַז אַן אַנדערער, — װי די מעשׂה זאָל ניט זײן, איז, װי עו▯, יאַנאָװסקי, װײסט, דער גאַנצער פּריצים־עולם איצט פֿאַרפֿלעקט, און אײניקע אַפֿילו האָט מען שױן פֿאַרנומען, און אױך די ייִדן, יענע, װאָס האָבן ראָס געלט געזאַמלט, זײַנען שױן אױפֿן פֿאַרהער גערופֿן געװאָרן, און ער אַלײן, ר, דודי, איז איצט גװאַלדיק פֿאַרלױרן: ער קאָן זיך ניט מ▯הל זײן, װאָס ער האָט אומשולדיקע מענטשן אין אַזאַ ענין אַרײַנגעפֿירט און פּאַרמישט. ▯ װײל אױב ט'װעט גײן, װי ס'גײט, איז, װעדליק מע הערט זאָגן און ער פּאַר▯ שטײט פֿון די אױספֿאָרשער, קאָן זיך דאָס, חלילה, ענדיקן מיט אַ גרױס ארמגליק פֿאַר אַלע. — איז אָט, האָט ער אים גערופֿן, ניט אַזױ צוליב זײן הולשה *), נאָר צוליב זיך אױסעצהן: אפֿשר װײסט ער, װאָס מע טוט און װאָס ס'לאָזט זיך דאָ פֿירנעמען. ▯ ר, דוז▯י איז, בשעת ער האָט דאָס אַלץ פֿאַר יאַנאָװסקין אױסגעלײגט, געזעסן אױפֿן בעט. יאַנאָװסקי — לעבן אים, אױף אַ שטול, צוגערוקט. ר, דודי — אַ זקן מיט אַ װײַסער שיטערלעכער ייִדישער באָרד, יאַנאָװסקי אַנטקעגן — אױך אַזאַ, נאָר מיט צװײ װײס־װאָלענע פֿראַנציאָזעפֿישע באַקנבאַרדן. ר, דודי — מיט שאַרפֿע אױגן, נאָך מיט אַ געװיסן סאָרט ברען, קלוג, פּאָליטיקאַניש, יאַנאָװסקי אַנטקעגן —▯־ שױן מיט אַן אױסגעלאָשענעם בליק, צי פֿון עלטער, צי פֿון דער נאַטור אַזאַ. יאַנאָװסקי האָט געהערט, באַנומען, נאָר, צי מחמת ער האָט זיך ניט איבעריקס געװאָלט מישן, צי דערפֿאַר, װאָס ער האָט געזען, אַז ס'איז ז▯אָ ניטאָ מיט װאָס צו העלפֿן, האָט ער, פֿון זײן זײט, גאָרנישט ניט פֿאָרגעלײגט. ער *) שװאַכקײט. ----------- 340 ד ע ר נ ס ת ר האָט נאָר געגעבן אָנצוהערן, אַז אַזױ װי דער ענין איז ניט קײן געװײנלעכער, ▯ע▯▯▯▯▯▯▯אָ▯▯▯▯ ▯־ ▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯. ▯▯ ▯▯י▯▯▯ו▯ הײסט עס, אױסלײגן די זאַך פֿאַר דער הױכער מאַכט, אַזױ װעט דאָס זײן, און אַזױ װעט מען עס דאָרט אָננעמען; איז דאָס אײנציקע דערום, װאָס מע װאָלט דאָ געקאָנט טאָן און װאָס ס'לאָזט זיך, איז װען מע האָט אַ צוטריט צו זײ, צו די אױספֿאָרשער — דורך הױכער באַקאַנטשאַפֿט אָדער דורך אַנדערע װעגן, װען מע קאָן צו זײ צוקומען. װען דאָס גיט זיך אײן, װאָלט מען, ערשטנס, זיך געקאָנט דערװיסן, װי די זאַך האַלט בכלל, און צװײטנס, װאָלט מען אפֿשר זײ געקאָנט איבערצײַגן, איבעררעדן און זײ באַװײַזן דעם אומשולד פֿון די באַשול▯▯יקטע. נאָר אױף אַזאַ אופֿן װאָלט דאָ געקאָנט עפּעס מעגלעך זײן. ר, דודי איז פֿונעם געשפּרעך מיט יאַנאָװסקין אַרױס נישט איבעריק באַפֿרידיקט, און דאָס אײנציקע, װאָס איז איס געבליבן און האָט זיך אים יאָ אױפֿן שׂכל געלײגט, איז געװען דאָס — װאָס אפֿשר װאָלט מען טאַקע געזען דורך פֿאַרשײדענע צדדים, דורך פֿאַרשײדענע קלײנע מלוכה־לײט און באַאַמטע קומען צו זײ, צו די העכערע, צו די אױספֿאָרשער. און אָט צוליב דעם האָט ער איצט משה מאַשבער געלאָזט רופֿן — אים, משהן, װי נאָך אײניקע געצײלטע פֿון צװישן אַלע די, װאָס האָבן אינעם געלט־ זאַמלען פֿאַר די פּריצים גענומען אָנטײל. װײל דאָס, װאָס ר, דודי האָט איצט געהאַט פֿאָרצולײגן, איז אַ זאַך טאַקע נאָר פֿאַר געצײלטע און געטרױאונגס־לײט, — אַלנפֿאַלס, ניט פֿאַ▯▯ אַלע. ר, דודי האָט▯ פֿאַר אַלעמען, איבערגעגעבן זײן געשפּרעך מיט יאַנאָװסקין און װאָס ער האָט פֿון אים אַרױסגעטראָגן, און צום סוף האָט ער צוגעגעבן: — ס'טראָגן זיך קלאַנגען, רבותי, אַז די לאַגע פֿון די פּריצים איז ערנסט. מע דאַרף עס גוט פֿאַרשטײן: יעדעס מאָל, װען אױספֿאָרשער נעמען זיך פֿאַר אַזאַ ענין, װוּ מע װערט באַשולדיקט אין גײן קעגן מלכות, זײַנען זײ כּסדר נוטה צו געפֿינען מער שולד, װיפֿל ס'איז דאָרט פֿאַראַן טאַקע אױף אַן אמת. די טבֿע פֿון דער זאַך פֿאָדערט פֿון זײ: כּדי מע זאָל זײ ניט חושד זײן, אַז זײ נעמען אָן גרינג און האַלטן פֿאַר לײַכט אַזעלבע האַרבקײטן. זײ זעען דערום באַשול▯ריקן ניט נאָר דעם, װאָס איז טאַקע מיט אַן אמת שולדיק, נאָר אַפֿילו די, װאָס זײַנען גאָר נאָענט לעבן אים געשטאַנען, אַפֿילו דעם, װאָס האָט אים מיט אַ מינדסט נאָר אונטערגעהאָל▯ן, אָדער געװוּסט און ניט אױסגעגעבן. ס'אַ כּלל בײַ זײ: װער עס באַשולדיקט מער, דער איז געלױבטער, דער, חײסט עס, איז דער געטרײַער דינער און דער קאָן זיכער זײן, אַז מע װעט אים אױסטײלן און באַצײכענען צום גוטן. אױך דאָ װעלן די אױספֿאָרשער, נאַטירלעך, זען אַזאַ פֿאַל ניט דורכלאָזן און זיך װעלן אױסצײכענען. זײ װעלן דערום ניט נאָר די פּריצים נישט אַרױסלאָזן פֿונעם באַשולדיקונגס־קרײַז, נאָר ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 1▯▯ זײ װעלן זען אױו אַרײַנשלעפּן אַהיז די, װאָס האָבז צו ן▯עם נאָר די װײטלעכסטע אַפֿילו שײַכות, װי מיר אַלע, למשל, װאָס כאָטש זײ װײסן װױל, אַז ייִדן האָבן מיט דער עצם־באַשולדיקונג ניט צו טאָן, נאָר װער ס'העלפֿט דעם, װאָס טוט די עבֿירה, איז גלײַך װי ער טוט זי אַלײן. ס'איז דערום אײן עצה: פֿריִער גאָט, דערנאָך טאַקע זײ, די אױספֿאָרשער. מע װאָלט באַדאַרפֿט זען צו זײ צוקומען, — אַזױ האַלט יאַנאָװסקי, אַזאַ איז מײן געדאַנק אױך. מע דאַרף געפֿינען דורכװאַנען דורכצוקריבן — מיט כּשרן, איז מיט כש▯רן, ניט — אױב ס▯לאָזט זיך ניט דורך באַקאַנטשאַפֿט, דורו אַ גוט װאָרט און פֿרײנטלעבער השתּדלות — איז אױף אַן אַנדער אופֿן, אױף אַן אַנדער װעג: מיט װײניק געלט, אױב מע װעט דאַרפֿן באַשמירן אַ קלענערן, מיט מער — אױב דער גרעסערער „נעמט”, און נעמען — נעמען זײ דאָך אַלע. קײן אַנדער אױסװעג אין ניטאָ. — אמת, — האָט דאָ ר, דודי צוגעגעבן, — ס'שטײט דאָ פֿאָר אַ געפֿאַר, װי אין אַלע ענלעכע אַזױנע אונטערנעמונגען, ד. ה. װען מען קומט אָן צו גרױסע לײט, װען מע דאַרף צו זײ האָבן און מע דאַרף זײ „אין דער האַנט געבן” — שטײט פֿאָר אַ געפֿאַר, טאָמער, חלילה, נעמט דערנאָך אַזאַ אײנער, גײט און דערצײלט, אַז מע האָט אים געװאָלט איבערקױפֿן. דעמאָלט איז די שולד שױן געטאָפּלט, דעמאָלט װאַקסט זי אױס אין אַ באַרג, װײל דאָס איז דאָך אַ סימן, אַז װער ס'פֿילט זיך, דער מײנט זיך; אַנדערש, װען דער געװיסן איז רײן, װאָלט מען זיך דאָך אױף אַזױנע װעגן, װי אױף געלט געבן, אױף כאַבאַר, ניט געלאָזט. יאָ, ס'אַ געפֿאַר. פֿון דער אַנדערער זײט אָבער האָבן מיר קײן אַנדער ברירה, און מע דאַרף טאַקע זען אין אַזױנע ענינים זײן זײער פֿאָרזיכטיק. זען, װ▯מען מע גיט. זיך אַפֿריער גוט אָנפֿרעגן, צי יענער ועממ, װי אַזױ און װיפֿל, און מע דאַרף, נאַטירלעך, דאָך אױך קאָנען קלוג דער־ לאַנגען▯.. ס'איז קלאָר געװען פֿון ר, דודין, אַז די ידיעות, װאָס ער האָט באַקומען, זײַנען גאָרנישט קײן פֿרײלעכע. אַלנפֿאַלס, זײַנען די געצײלטע, װאָס זײַנען דעמאָלט בײַגעװען אױף דער ענגער געהײמער און געשלאָסענער באַראַטונג בײַ ר, דודין, אַרױס אָן אַ באַשלוס, מחמת איבעריק פֿעסט איז דאָך ר, דודי אַלײן ניט געװען מיט זײן פֿאָרשלאָג — ערשטנס, איבער גרױס מורא, און צװײטנס — אױך איבער דעם, װײל מע האָט נאָך ניט געװוּסט — אױב מע זאָל אַפֿילו יאָ אָננעמען דעם פֿאָרשלאָג — װער זאָל גײן און װעמען זאָל מען שיקן, װער װעט זיך אױף אַזאַ זאַך אײַנשטעלן, און דער עיקר — װיפֿל געלט דאַרף מען דערױף האָבן און בײַ װעמען װעט מען דאָס צונױפֿנעמען. מע איז דערום פֿאָרלױפֿיק אַרױס אָן אַ באַשלוס, יעדערן אָבער האָבן היפּשע קעץ אין בױך געריזעט און יעדערן האָט דער קאָפּ געעגבערט: אַן אָנשיקעניש, אַן אומגליק... ----------- 342 ד ע ר נ מ ת ר ▼ אױך משה מאַשבער איז דעמאָלט אַהײם געקומען פֿון יענער באַראַטונג שטאַרק נידערגעשלאָגן. ס'איז שױן געװען אין אַ שפּעטער שעה, קרובֿ צו ▯▯▯ ▯▯ אַ▯▯ ▯▯▯ ▯▯▯י▯▯▯▯ו▯ ק▯▯ ▯ע▯, ▯▯נ▯▯▯ . ר , ר ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯ ▯▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ה▯▯▯▯▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯ איבערן גרױסן עס־טיש און האָט אים פֿאַרשטעלט די קעגנאיבערדיקע טיר, װאָס פֿירט פֿון קיך אין עס־צימער. משה האָט דערום ניט באַמערקט, װי שטיל, קױם צו הערן, האָט זיך פּונקט דעמאָלט אין יענער טיר, אינמיטן איר חלל שטײן בלײַבנדיק, עמעצער איצט באַװיזן. דאָס איז געװען — אַלטער. ▯ אָנגעטאָן, װי פֿריִער, — אָרעמלעך און װי ס'איז געקלײדט אַזאַ, אױף װעלכן מע קוקט װײניק און פֿאַר װעמען מלבושים שפּילן קײן ראָלע. ער איז איצט געשטאַנען, װי יעדעס מאָל, װען ער פֿלעגט זיך פּלוצלונג באַװײַזן אַמאָל אין דער טיר אַן אומגעריכטער. װער ס'װאָלט אָבער איצטער אױף אים אַ מער ערנסטן קוק געטאָן, װאָלט אין אים דערזען אַ משונה ענדערונג. מיר װילן זיך דאָ לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן. מיר װעלן נאָר זאָגן, אַז אַפֿילו גאָר פֿאַר אַ גרױסן דאָקטער װאָלט אָט די ענרערונג, װען ער זעט זי, געװען אַ רעטעניש, און ער װאָלט, װעלנדיק זי דערקלערן, אין גרױס פֿאַרלעגנהײט געקומען. מיר אָבער, װאָס ניט קײן דאָקטער, זאָגן זיך אַװדאי אָפּ פֿון דער־ קלערונגען און מיר װײסן נאָר אָט װאָסערע פֿאַקטן צו דערצײלן: קײנער אין שטוב אונטן האָט נאָכז געװיסן פֿאַל, װאָס ס'האָט מיט אַלטערן געטראָפֿן אין געװיסן אױפֿדערנאַכט, נישט געװוּסט, װאָס מיט אַלטערן אין זײן אײבערשטיבל געשעט. מע האָט ניט איבעריק אַרױפֿגעקוקט צו אים, מע האָט אים נאָר דערלאַנגט, װאָס מע דערלאַנגט אים כּסדר צו זײן געברױך און מערכה, אָבער מער קײן אינטערעס איז ניט געװען, װײל פֿונעם פֿאַל, האָט מען באַמערקט, האָט ער זיך גיך אױסגעפֿאַריכט. נישט באַמערקט האָט מען אָבער, אַז אַלטער האָט, אַלײן בלײַבנדיק, נאָך אין בעט ליגנדיק, זיך אָפֿט גענומען שפּילן מיט דער זון־שײן, למשל, מיט אַזאַ הנאה, װי נאָר אַ זױגקינד שפּילט זיך מיט אַזױנע זאַכן. ער האָט זיך צוערשט, װי נאָר ער איז געקומען צו זיך און פֿון בעט אַראָפּגעגאַנגען, זיך געהײסן אַרױפֿדערלאַנגען אַ סידור. מע האָט זיך פֿאַר־ װוּנדערט, אים דערלאַנגט און גלײַך פֿאַרגעסן. שפּעטער האָט ער זיך געבעטן ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 343 דערלאַנגען אַ ספֿר (אָפֿילו אָנגערופֿן אים בײַם נאָמען). מע האָט זיך װײַטער פֿאַרװוּנדערט, װײַטער אים דערלאַנגט און װידער דעם װוּנדער פֿאַרגעסן. ס'איז דערגאַנגען דערצו, אַז װען דאָס געװיסע מאירל — דאָס אײנציקע קינד אין שטוב, װאָס האָט זיך באַשטענדיק אינטערעסירט מיט אַלטערן, סײַ װען יענער איז קראַנק און סײַ װען ניט, — װען דאָס געװיסע מאירל האָט צו יענער צײַט צו אים אַרױפֿגעקוקט, האָט אַלטער געהאַט מיט אים צו פֿאַר־ פֿירן אַזױנע געשפּרעכן, װאָס מאירלען האָבן זײ געשראָקן, — נישט דערפֿאַר, װײל אומזיניק (דערצו איז מאירל געװען געװױנט▯, נאָר פֿאַרקערט, אַלטער האָט גערעדט צו דער זאַך, און מאירל האָט פֿאַרװוּנדערט געקוקט אױף אים, אים נישט דערקענט און זיך פֿאַר אים איצט פֿיל מער גע▯אָקן, װי פֿריִער. די ערשטע דערקענט די ענדערונג האָבן די דינסטן אין קיך: אַז אַלטער איז צו יענער צײַט, אַרױסגײענדיק אױפֿן הױף, אָדער צוריק צו זיך אין אײבערשטיבל זיך אומקערנדיק, די קיך פֿאַרבײַגעגאַנגען, האָט ער זיך איצט כּסדר עטװאָס מער, װי פֿריִער, פֿאַרהאַלטן. דערבײַ האָט ער עפּעס אױף די דינסטן געקוקט, דער עיקר, אױף דער ייִנגערער, אױף דער פּאָקאָיאָװע, אױף גנעסיען מיטן מולטענעם קאָפֿטל און מיטן הױכן בוזעם. דערזעענדיק אים דאָס ערשטע מאָל בײַ אָט דער מלאכה — בײַם קוקן אױף גנעסיען, האָט די עלטערע דינסט, נאָך דעם װי יענער, װי אַלטער, איז אַװעק — אַ דערשראָקענע און װי אין גרױס פֿאַרצװײפֿלונג אױסגעשריגן: — אַ װײטיק איז מיר, האָסטו געזען אַ ביסל?... — װאָסי? — האָט די צװײטע געפֿרעגט. — האָסט גאָר ניט באַמערקט, מױד? — אַז װאָס? — אַז אַלטער װערט, דאַכט זיך, אַ מענטש. — פֿון װאָס זעסטו דאָס? — פֿון דעם, װי ער קוקט אױף דיר, מױד... אַן אַנדערשמאָל האָט זי שױן אױף זיכער אױסגעשריגן: -▯ מױד, װאָס קוקט ער אױף ךיר? װאָס האָט ער בײַ דיר אַזױנס דערזען? אַ דריט מאָל נאָך מער זיכער: — ער האַלט שױן אױף אַ דרך, ער האָט שױן די געװיסע זאַכן אין זינען... ס'איז געװען אמת. אַלטער האָט זיך איצט שױן פֿאַרקוקט מיט חידוש אױף דעם, װאָס פֿריִער, נאַטירלעך, איז דאָס אים ניט אָנגעגאַנגען. אַלטערן איז שױן אױך אָפֿט בײַ זיך אין צימער װי ענג געװאָרן, ער האָט געװאָלט אַרױס אױף דער פֿרי▯, אױף דער גאַס, נאָר ער האָט זיך געשעמט. ער האָט געהאַט פֿאַר װאָס: פֿאַר אַלעמען, מיט זיך אַלײן, װאָס ס'האָט אים געדאַכט, אַז אַלע װעלן אים נאָכקוקן; און צװײטנס, מיט זײן הלבשה, װאָס ער האָט שױן געפֿילט, אַז מיט אַזױנער דאַרף מען זיך שעמען. מיט אײן װאָרט, אַלטער ----------- 344 ד ע ר נ ס ת ר האָט שױן געװוּסט, װוּ ער געפֿינט זיך, געװוּסט זײן לאַגע ביז אַהער און געװאָלט זי ענדערן — געװאָלט אַריבערשטעלן אַ פֿוס איבער דער שטוב־ שװעל, כּדי אַרײַנצוקומען צװישן די בני־בית װי אַן אײגענער, נאָר ער האָט נאָך קײן מוט ניט געהאָט. ער האָט דערום דאָס, װאָס אים איז צוגעקומען אין געזונט און אין פֿאַרשטאַנד, נאָך װי אױסבאַהאַלטן, ניט װעלנדיק זיך װײַזן פֿאַר קײנעם, אךיסװאַרטנדיק, בין ער װעט זיך מיט זײן ברודער משהן אױג אױף אױג אָנשלאָגן, ער זאַל זיך פֿאַר אים אין זײן נײַעם שטאַנד אַנטפּלעקן, און יענער זאָל אים דערנאָך שױן אַלײן צװישן די איבעריקע אַרײַנפֿירן און אים צװישן זײ הײמיש מאַכן. דערװײל אָבער האָט אַלטער פֿון טאָג צו טאָג אַלץ מער לײב אױף זיך גענומען. דאָס עסן איז אים איצט אַנדערש אײַנגעגאַנגען, און ער האָט עס אַנדערש, װײַזט אױס, פֿאַרדײט. דאָס בלאַסע פּנים איז אים נאָך אַלץ טאַקע בלאַס געבליבן, נאָר מער אָנגעפֿילט, און פֿון צײַט צו צײַט האָט זיך דערױף אױך שױן אַפֿילו אַ מין פֿאַרב געװיזן▯ װען ניט די שלעכטע צײַט, און ניט די ▯ זאָרג, װעלכע איז אַלע דעמאָלט באַפֿאַלן, װאַלטן אַלע בײַם באַגעגענען דאָס זיכער געװען באַמערקט. אַלע אָבער פֿאַרדרײט. באַזונדערס משה, װעגן װעלכן די עלטערע דינסט האָט אײנמאָל דעמאָלט צו דער ייִנגערער אַ זאָג געטאָן: — װײסט װאָס כ'ל דיר זאָגן, מױד: אַלטער בײט זיך, דאַכט זיך, מיט אונדזער באַלעבאָס. — װאָס הײסט — „ער בײט זיך”? — דאָס הײסט, אַז דער באַלעבאָס, דאַכט זיך, װערט משוגע און אַלטער — קלאָר. אַלטער האָט דערװײל די רו און צײַט געהאַט, אַזױ װי אַ הינדל אונטער אַ קװאָטשקע, שטיל אין זײן אײבערשטיבל זײן נײַעם װוּקס און זין אױס־ צוּװאַרעמען, ביז זײ האָבן זיך בײַ אים װי פֿון אַ שאָלעכץ אױסגעשײלט, זיך אױסגעפּיקט, און ביז ער האָט זיך דערפֿילט, אַז ער קאָן שױן אױף אײגענער אַחריות אַן אײגענעם טראָט מאַכן. צו יענער צײַט, װען מע װאָלט אומגעריכט אין זײן אײבערשטיבל אַרױפ־ ▯קומען, װאָלט מען אים געקאָנט אַמאָל טרעפֿן, װי ער קוקט זיך אַרום, באַקוקט ▯▯▯▯▯▯▯▯נ▯▯▯▯▯ן▯▯ו▯▯▯▯י▯ו▯▯▯▯▯ אָפּשפּיגלונג אין פֿענצטער־גלאָז. אַזױ לאַנג, ביז אין אײנעם אַ טאָג האָט אים אין שטוב אַ צי געטאָן. דאָס ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ע▯▯▯ ▯ו▯▯▯ ז▯▯▯▯▯ין▯▯▯ ▯ ן. אױף דער שװעל שטײענדיק, באַװיזן. משה האָט, װי געזאָגט, צוערשט איבערן ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ך 345 אַראָפּהענגענדיקן לאָמפּ אים ניט באַמערקט, נאָר דערנאָך, װען דערזען, האָט ער אַזש אַ געשרײ געטאָן פֿון אומגעריכטקײט: — האַ! װאָס! אַלטער!... אַלטער איז צו אים צוגעגאַנגען און זיך דערנעענט צו זײן זיץ-אָרט בײַם אױבנאָן, װאָס ער האָט פֿאַרנומען. און שױן אין אָט דעם שטיקל װעג, װאָס יענער האָט געהאַט צו מאַכן, פֿונעם שװעל ביזן טיש, האָט משה באַמערקט, אַז זײן גאַנג איז עפּעס דאָס מאָל אַנדערש, װי אַלעמאָל, אױך זײן האַלטן זיך ניט װי פֿריִער, און דער עיקר זײן בליק — אַזאַ, װאָס ביז אַהער האָט מען זיך אױף אַזױנעם בײַ אים קײנמאָל ניט געקאָנט ריכטן: — אַ מענטשלעכער, אַ פֿולװערטיקער און באַזיניקט, — און גראָד דאָס האָט משהן איצט שטאַרק דערשראָקן — גראָד דאָס מענטשלעכע, גראָד דאָס, װאָס פֿולװערטיק, דאָס, װאָס אַלע מענטשן זײַנען דערמיט באַשאָנקען — זײן זינען. ער האָט פֿון דערשרעק נישט געװוּסט, װאָס צו טאָן. ער האָט איצט נישט װי אַלעמאָל, װען אַלטער פֿלעגט אַמאָל אַראָפּקומען אומגעריכט, אים נישט צוריק געטריבן, צוריק געשיקט, װי כּסדר: „גײ, גײ צו זיך, אַלטער”... נײן, דאָס מאָל האָט ער זיך פֿון זײן אָרט אַ הײב געטאָן, װי געװאָלט מאַכן פּלאַץ און אײַנלאַדן אַלטערן זיו זעצן, ער האָט דאָס אָבער נישט געטאָן, װײל ניט געװױנט דערצו. ער איז נאָר אױף אַ װײַלע אױך אַלײן געבליבן שטײן ▯ און, פֿון נישט װיסן װאָס צו מאַבן, האָט ער אײַלנדיק און מבֿולבל אַ פֿרעג געטאָן: — װאַס האָסטו געװאָלט, אַלטער? — כ'האָב געװאָלט מיט דיר עפּעס איבעררעדן. שױן פֿון אָט די ערשטע, געצײלטע װערטער, װאָט אַלטער האָט אַרױס־ געזאָגט, איז פֿאַר משהן קלאָר געװאָרן, אַז ער האָט פֿאַר זיך אַ נײַס, אַ גאָר װילדע. ער האַט זיך דערמאָנט, װי אַלטער האָט, בשעת ער איז דעם לעצטן ערבֿ־ראש־השנה אַרױף צו אים צום נײַעם יאָר געװױר װערן, אים אַ זאָג געטאָן, אַז ער װערט, דאַבט זיך, געזונט... ער האָט זיך אױך דערמאָנט אין ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯ דינען פֿאַר אַ קריזיס אין אַלטערס שלאַפֿקײט. ער האָט זיך דאָס דערמאָנט, און קוקנדיק איצט אױף אַלטערן און זעענדיק איס אַ נײַעם פֿאַר זיך, האָט ער ניט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ װערטער צו געברױכן און בכלל װאָס װײַטער דאָ פֿירצונעמען. נאָר דאָ איז אים אַלטער אַלײן צו הילף געקומען, און נישט װאַרטנדיק אױף משהס װײַטערע פֿראַגעס, האָט ער פּלוצעם אַ זאָג געטאָן: — כ'בין געקומען דיר, משה, זאָגן: מאַך מיך חתונה. דאָס איז געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ טאָן, אַזױ הױל און אױפֿריכטיק, װי ----------- 348 ד ע ר נ ס ת ר ס'זאָגט נאָר אָדער אַ דולער אָדער אַזאַ, װעלכער איז לאַנג אין קײן ישוב נישט געװען, װעלכער איז אָפּגעװױנט און װײסט ניט, װוּ, װאָס און װען מע מעג יאָ אָדער מע מעג ניט זאָגן, און אַלײן דער אופֿן פֿון זאָגן איז אַזאַ, װאָס קאָן אױפֿרײַסן אַן אױער. אַלטערן איז דאָך ניט צו באַשולדיקן: דאָס איז ער דאָך טאַקע דער, װעל־ כער איז איצט װי פֿון עתעץ װײַט אַראָפּגעקומען. דאָס איז ער דאָך דער, װאָס האָט לאַנג מיט מענטשן און מיט מענטשלעכע מידות ניט צו טאָן געהאַט. ער האָט דערום געזאָגט, װי מע זאָגט ניט אין קײן ישוב, געזאָגט, װאָס געמײנט, און געמײנט האָט ער: ער איז שױן גלײַך מיט אַלע. — האַ? — האָט משה װי ניט אײַנגעהערט. ער האָט װי ניט באַנומען, װי זײַנע אױערן ניט געגלײבט, און פֿון גרױס געפּלעפֿטקײט איז ער מער ניט ▯ אומשטאַנד געװען, װי נאָר דאָס זעלבע נאָכאַמאָל איבערצוחזרן: — האַ, װאָס האָט ער געזאָגט, אַלטער, װאָס האָט ער געװאָלט? — ער האָט געװאָלט זאָגן, אַז ער איז שױן, װי אַלע, אַז זײן װעלט איז אים אױפֿגעגאַנגען, אַז זײן צימער איז אים ענג, ס'איז אים צום לעבן געקומען, און מע דאַרף זען עפּעס טאָן דערפֿאַר. און דאָס מײנט ער אים, משהן, װײל װי ער געדענקט, איז אַז זײער פֿאָטער איז געשטאָרבן, האָט ער אים פֿאַר זײן אָפּעקון געמאַכט, און ער איז דערום ז▯ער אײנציקער מחױב, און דערום װענדט ער זיך צו אים, װי צום אײנציקן. ▯ פֿאַר משהן זײַנען אַלטערס װערטער געקומען אַזױ איבערראַשנד, אַזױ אומפֿאַרשטענדלעך, אַז ער האָט די ערשטע רגעס ▯▯שט געװוּסט, װוּ ער געפֿינט זיך. ער האָט פֿאַר זיך די שײן נישט געזען, אױך נישט אַלטערן, און װי ער איז אַזױ געשטאַנען פֿון זײן בענקל אױפֿגעשטעלט, אַזױ האָט ער זיך אױסגעדרײט און דאָס גענומען זוכן, כּלומרשט אױף זיך װידער ▯נידערזעצן, װײל די פֿיס האָבן אים װי שלעכט געהאַלטן, און אױסדרײענדיק זיך, האָט ער עפּעס געמורמלט, װי תּמיד און װי אַלעמאָל ער איז געװױנט מיט אַלטערן: — גײ, גײ, אַלטער, מירן זען עפּעס באַטראַכטן, — האָט ער דאָס מאָל נאָר צוגעגעבן. אַלטער איז אַ װײַלע געשטאַנען, דערנאָך אַװעק. צו משהס אױער האָבן כּמעט די טריט פֿון זײַנע שיך נישט דערגרײכט, — אַזױ צעטומלט, אַזױ פֿאַר▯ לױרן איז ער געװען. ביז ער האָט שפּעטער צוריק זײן בענקל געפֿונען, ביז ער האָט זיך דערױף װידער אַראָפּגעלאָזט, געבליבן זיצן, און ערשט דעמאָלט האָט ער געקאָנט נעמען אױף דער מחשבֿה דאָס, װאָס איז נאָר־װאָס פֿאַר אַ מינוט פֿאַר אים פֿאָרגעקומען, און מיט אַ באַפֿרײַענדיקן זיפֿץ זײן ברוסט אױסלאָדן מיט די װערטער: ▯־ רבונו־של־עולם, װאָס געשעט דאָ? ----------- 1▯ ערבֿ ק ראָ▯ ▯ אין אײנעם אַ שטאַרק־מראַקענדיקן און שפּעטן השװן-אָװנט איז צו יענער צײַט, װעגן װעלכער מיר דערצײלן ד▯אָ, צו אײנער אַ שטאָטישער אכסניה אין N צוגעפֿאָרן אַ בױד, אַ שטאַרק־אױסגעװײקטע און דורכגענעצטע, מיט אַ פּאָר מידע פֿערד, פֿון װעלכע ס'איז געגאַנגען אַ פּאַרע פֿון לאַנגן שלעפּן זיך, װײַזט אױס, אױף שלעכט▯האַרבסטיקע װעגן און בלאָטעס. אַן עלנטער סטורקאַטש —אַ באַלעגאָלישער שײן▯לאַמטערן — איז צו דער רעכטער זײט פֿון בױד צוגעפֿעסטיקט געװען, און אױך ער, דער לאַמטערן, װי שױן לאַנג מאַט פֿון טשאַדענדיקן און ▯נישטיקן לױבטן, האָט איצט, בײַ זײן לעצטער רױבענדיקער נישטיקײט, געמאַכט ןען, װי פֿרן אינעװײניקסט פֿון דער בױד זײַנען אַרױס אַ פּאָר פֿון דער פֿרעמד אָנגעפֿאָרענע פּאַרשױנען. דאָס זײַנען געװען סרולי מיט לוזין, װאָס האָבן זיך איצט אומגעקערט נישט נאָר פֿון זײער לעצטער נסיעה קײן אומאַן — נאָר אױך פֿון נאָך אײנער, װאָס זײ האָבן, װײַזט אױס, פֿירגענומען שױן נאָך אומאַן — אַהין, אין לוזיס שטעטעלע, װאָס בײַ דער גרענעץ ערגעץ פֿאַררוקט, כּדי פֿון זײן קלײן ביסל באַלעבאַטישקײט דאָס, װאָס ס'לאָזט זיך ג▯םו אַרױספֿירן, מאַבן צו געלט, און דאָס איבעריקע, װאָס ▯אַ, און װאָס מע האָט אומעטום צום געברױך נײטיק, װי בעטגעװאַנט און אַנדערע זאַכן — אַהער צו ברענגען. יאָ, אַ סימן אַז אַזױ, װײל געקומען איז איצט לוזי אָן אַן ערך פֿיל מער באַלאָדן און מיט פֿיל מער געפּעק, מיט װיפֿל ער איז אין זײן לעצטער נסיעה אַװעקגעפֿאָרן. דער באַלעגאָלע האָט געהאַט היפּש אַרבעט די פּעק און קלומקעס אַרײַנצוטראָגן, און סרולי, װעלכער האָט אין דער אמתן צו זײ, צו די פּעק, קײן שײַכות ניט געהאַט, װײל מע האָט געזען, אַז ס'איז נישט זײַנע, אָבער אַרומגעגאַנגען אַרום זײ איז ער, װי אַרום אײגענע: פֿריִער נאָכגעקוקט, װי אַזױ מע טראָגט זײ, נאָכדעם איבערגעצײלט, װיפֿל מע האָט אַרײַנגעטראָגן, זײ געהײסן אַװעקלײגן, װי ס'באַדאַרף צו זײן, בדי זײ ניט צו באַשמוצן און ▯ו▯▯ ר▯ ▯▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯י▯ו▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯נ▯▯▯▯ ן באַהאָלפֿן און דערצו נאָך, װײַזט אױס, שטאַרק מיד פֿון װעג. די זעלבע אַרבעט מיט די פּעק און מיט די קלומקעס, און בכלל מיט לוזיס אײַנאָרדענונג, האָט סרולי געהאַט נאָך מער, װי יענעם אָװנט, ערשט אױף 347 ----------- ▯ 348 ד ע ר נ ס ת ר מאָרגן, װען ער האָט מאָרגן גאַנצפֿרי, מיט דער הילף פֿון מעקלערס, לוזין אָפּגעזוכט אַ װױנונג אין אַן אָרט, װוּ זײ האָבן פֿריִער, װײַזט אױס, צװישן זיך אָפּגערע▯▯▯ט. ערשט אַהין האָט מען זיך באַדאַרפֿט פֿריִער איבערקלײַבן, דערנאָך ערשט פֿיל צו טאָן האָבן מיט װײסן, שמירן, רײן־װאַשן, און װאָס מע האָט געבראַכט פֿון זאַכן און מעבל אױסשטעלן, און װאָס ניט געבראַכט — דערקױפֿן. דאָס אַלץ האָט אױף זיך װידער גענומען סרולי, און דאָס האָט ער אױך אױסגעפֿירט אױפֿן בעסטן באַלעבאַטישן אופֿן, גלײַך ער װאָלט אַלעמאָל נאָר מיט אַזױנע זאַכן זיך באַשעפֿטיקט, און גלײַך װי אײַנאָרדענען מענטשן װאָלט בײַ אים געװען אַ זאַך שױן פֿון לאַנגער רגילות. באַזעצט האָט זיך לוזי נישט װײַט פֿון דער „קללה”. דאָס איז אַן אָרט, װאָס ניט אַנדערש, אַז אַן אַלטער, בײזער און קרענקלעכער ▯נביא האָט דאָס פֿאַרשאָלטן אױף אומ▯ליק און אױף אױסזען אַזױ, אַז װער ס'װעט אַהין אַמאָל אַרײַנקוקן, זאָל אים שױדערן, און ע▯▯ זאָל לעבעדיקערהײט שױן דערפֿילן דעם טעם פֿון קבֿר. דאָס איז אין דעם דריטן טײל שטאָט — אַ געװיס ביסל געסלעך; אײגנטלעך, נישט קײן געסלעך, נאָר אַ קלײן, שמאָל דורכגענגל, װעדליק אױף אײנעם אָדער צװײ מענטשן אין דער ברײט, האָט געטײלט צװײ קרומלעכע, אױף דרײ פֿערטל חרובֿע שורות הײַזער, װאָס אײניקע גאָר אָן אַ דאַך, נאָר מיט אַ ביסל אָרעמער, אָפּגענאַקעטער קראָקװע, און אַנדערע, כּלומרשט, יאָ מיט אַ דאַך פֿון דראַניצע, אָבער — פֿון צײַט, היץ און װינט שטאַרק איבערגעטריקנטע — האָבן אױסגעזען שױן האַלב־פֿױל, האַלב־לאָך און מיט פֿאַרריסענע שטשער־ באַטע װײדעלעך און עקן. די װענט פֿון די הײַזער — נאָר פֿון דאַרע ברעטלעך, נישט געשטוקאַטורט און צעשפּאָלטן, אַנדערע, װאָס יאָ שטוקאַטורט, לײמיק־ אַנגעדראָלענע, װי מעוברת, מיט קרומלעכע טירן און זאַװיסעס, מיט פֿענצטער נישט אױפֿן אָרט און אָן שױבן, נאַר מיט שמאַטעס אָדער מיט עפּעס אַנדערש פֿאַרשטעקט. װאַסער אין יענע הײַזער — אַ זעלטענער גאַסט: נישט געװאַשן די הײַזער, און נישט אױך די, װאָס האָבן געװױנט אין זײ, און דערפֿאַר אַ שטױב, אַ קױט און שמוץ פֿון דור־דורות אױף די װענט, אױף די אײנציקע שױבן פֿון די אײנציקע פֿענצטער, װעלכע האָכן שױן נישט געדינט אױף שײן, ▯ מחמת זי, די שײן, איז אין יענע געסלעך בכלל נישט געװען בנמצא, נאָר אַ דערמאָנונג אױף שטענדיקן פֿינצטער און אױף אײביקער פֿאַרװאָגלטקײט און פֿאַרװאָרלאָזטקײט פֿון יענע הײַזער. ▯ אַן עולם האָט דאָרט געװױנט — אַ לעצט־סאָרטיקער: קאַליקעס, װאָס זײערע קרענק און פֿעלערן איז זײער פּרנסה, װײל מיט זײ, מיט אָט די פֿעלערן און קרענק, איז װער ס'האָט נאָר געהאַט פֿיס, האָט זיך איבערן שטאָט און איבער די הײַזער אַרומגעשלעפּט. מערסטנטײל אָבער האָבן שױן דאָרט גע־ װױנט אַזױנע, װאָס האָבן אױך דאָס ניט געקאָנט, און אױף װעמענס אױסהאַלט ▯ ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ▯▯ מ אַ ש ב ע ר 9▯▯ יענע, די נ▯ש▯ן קאָנענדיקע, ▯אָבן זיך דורכגעלעבט, װײסן זײ נאָר אַלײן, נאָר אײן גאָט און אפֿשר אױך יענער נבֿיא, װאָס האָט זײ פֿאַרשאָלטן. מאָל דיר, אַזאַ אױס▯▯אַלט איז ▯▯אָס טאַקע געװען ▯ לעצט־שמוציקע קישעלעך אױף ליגן אױף זײ אין דרױסן אום זומער, און װינטער — װער װײסט, װוּ און אױף װאָס? װײל װער האָט אַהין דען אַרײַנגעקוקט, — סײַדן נאָר דער מלאך▯המות, װאָס איז שױן דאָרט גאָר־גאָר און צו אַן אָפֿטער גאַסט געװען, װען אין שטאָט זײַנען אַפֿילו קײנע שלאַפֿקײטן נישט אַרומגעגאַנגען, בפֿרט װען יאָ, האָט ער ניט אױפֿגעהערט אין יענע קױטיקע און מיט שמאַטע־ פֿאַרשטעקטע שױבן אַרײַנצוקוקן, און נאָך יעדן קוק זײַנעם האָט זיך שױן דאָרט נישט אײנער געגרײט אין װעג אַרײַן — הײַנט-מאָרגן אױפֿן ביו▯-עולם... פֿון דאָרט אױך — פֿון דער „קללה” — היפּש קאַנדידאַטן אין הק▯רש און אין ביקור▯חולים —- סײַ אַלטע, סײַ יונגע, װאָט האָבן קײנמאָל ניט דערלעבט אַלט צו װערן, װײל שױן פֿון קלײנערהײט פֿאַראורטײלטע: צוגעשלאָגענע, האַלב־קריפּלס, האַלב—משוגעים. קינדער זײַנען דאָרט געבױרן אָדער דערױף, אַז גלײַך קלײנערהײט, װען זײ שטאַרבן נאָך פּיצעלעך, זאָל זײ משה▯מאָטיע דער נושא▯מטהניק אַרױסטראָגן אין די פֿאָלעס, װי מע טראָגט אַ קאַװענע אין פּאָלע, װען מע האָט קײן קױשל ניט; אָדער —▯ װען עלטע▯▯ אַ ביטל ▯ זאָל זײ דאָס מת-װעגעלע פֿאַרנעמען, אי דאָס אױך ניט אײנציקװײַז, נאָר עטלעכע מיטאַמאָל, װײל מתים, בפֿרט קינז▯ער, זײַנען דאָרט גע▯וען געװײנטלעכער ךױ כרױט. דאָרט האָבן װען־ניט־װען און װוּ־ניט־װוּ געװױנט אױך לעצט־ סאָרטיקע באַלמעלאָכעס, װאָס די אײנציקע סיבה, פֿאַרװאָס זײ װױנען דאָרט, איז געװען די, װײל װוּ דען אַנ▯ערש זאָלן זײ װױנען? אַז קײן אַרבעט ניט, קײן מלאבה און קײן געצײַג — אױך ניט, און ערגעץ אַנדערש מוז מען דאָך צום אַלעמערשטן צאָלן דירה-געלט, און דאָ איז אָפֿט ניט געװען דער באַלעבאָס, דער מאָנער, סײַדן װידער דער נבֿיא, װאָס האָט יענס אָרט פֿאַרשאָלטן. אָט דאָרט, נישט װײַט פֿון יענע געסלעך, האָט סרולי געפֿונען אַ הײַזל פֿאַר לוזין, װוּ אַ באַלעבאָסטע — אַן אַלטע, עלנטע ייִדענע — האָט זיך אונטער- גענומען מאַכן רײ, קאָכן, װאַשן, ראַמען פֿאַר לוזין, און װוּ דאָס שטיבעלע װאָס איז באַשטאַנען פֿון אַ פּאָר צימערלעך מיט אַ פֿאָרהײזל און קיכל, האָט, זינט לוזי איז אַהין אַרײַן, פֿאָר אַ שטיקל אָנשטענדיקן אױסזען באַקומען▯ אױסערלעך ניט גאָר רײַך, װײל ס'איז געשטאַנען, װי אַלע אין יענעם שטאָט־ טײל, אין בלאָטע, און בײַנאַכט, נאַטירלעך, ניט באַלױבטן, אָבער אינערלעך, װי װײַט מעגלעך אין יענע סאָרטן באַדינגונגען, געמיטלעך. מ'דאַרף דאָ גלײַך צוגעבן, אַז לוזיס שטיבעלע איז, װי נאָר ער האָט זיר דאָרט באַזעצט, גלײַך געװאָרן אַ מין זאַמלפּונקט, פֿאַר אַלעמען, פֿאַר לוזיס אײגענע, ד. ה. פֿאַר די לײט פֿון זײן סעקטע. װײל אַזױ װי דאָס אָרט איז ----------- ▯ 0▯3 ד ע ר נ ס ת ר געװען שטאַרק װײַט פֿון שטאָט און אין זײער שול אַרײַן, און אַזױ װי אױך די צײַט אַ האַרבסטיקע, מיט רעגנס און מיט▯ בלאָטעס, און אַזױ װי די מערסט זײעריקע זײַנען דאָך דער עיקר אױך געװען, מחמת אָרעמקײט, דאָרטיקע אײַנװױנער, איז דערום האָט ▯פֿט לוזיס װױנונג געדינט אַלס ן▯אָס אָו▯ט, װוּהין מע פֿלעגט זיך אַ פֿאַרנאַכט אַרײַנכאַפּן אױף אַ מנחה־מעריבֿ, און דער־ נאָך שױן אױך, בײַ אַ גלעזל טײ און האַלב-געמײנער װעטשערע, צוזאַמען דעם גאַנצן אָװנט צו פֿאַרברענגען אין סעקטאַנטישע שמועסן, אין מעשׂיות זיך דערצײלן און זיך אױסהערן און אין אײנס פֿאַרן אַנדערן די הערצער אױסרעדן. און נישט נאָר ז▯י סעקטע. װאָס אַ טאָג האָט לוזיס װױנונג אַלץ מער אָנגעהױבן באַװוּסט װערן אױך צװישן אַנדערע פֿרום־גלײביקע. ס'האָבן אַפֿט זיך שױן אָנגעהױבן אַרײַנרוקן און אַרײַנשטעלן אױך פֿרעמדע יונגעלײַטלעך פֿון אַנדערע סעקטעס, פֿאַר װעלכע די פֿרומקײט פֿון זײערע אײגענע האָט זײ, װײַזט אױס, נישט ▯ענוגט, און ס'האָט זײ אַלעמאָל געצױגן אַהין, װאָס, װי זײ האָט געדאַכט, האָט זיך דאָרט פֿון זײ פֿיל מער געפֿאָדערט; בפֿרט איצט, אַהער, צו לוזין, װאָס, װי זײ האָבן געהערט, איז מיט אים אַזאַ מאָדנע זאַך געשען, — האָט דאָס זײ אַװדאי גערײצט, און בגנבֿה פֿון עלטערן, פֿון שװער־ און־שװיגער, פֿון פֿרײַנט און חבֿרים, האָבן זײ אין אַ פֿאַרנאַכט, צװישן טאָג און נאַכט־טונקלקײט, אַמאָל צום שטיבעלע זיך צוגעשלאָגן, און מיט גרױס פֿאָרזיכט און געהײמלעכקײט, װי װען מע גנבֿעט זיך אין אַן אָרט פֿון זיסער זינד און בערה, אַהין די שװעל אַריבערגעטראָטן. ס'האָבן זיך פּאַמעלעך גענומען ציִען אױך זײַטיקע פּאַרשױנען פֿון יענעם שטאָט־טײל, — מענטשן, װאָס האָבן צו אַזױנע זאַכן, װי צו חילוקי־דעות צװישן סעקטע און סעקטע, קײן שײַכות און קײן אינטערעס ניט. נאָר גלאַט אַזױ, װי צו אַ שטוב, װאָס איז שטענדיק אָפֿן און װאָס אַז מע קומט אַהין אַרײַן, װײַזט מען ,קײנעם קײנמאָל די טיר ניט אױף צוריק, —, איז פֿאַרװאָס אַמאָל ניט אַרײַנגײן, אַ קוק טאָן; בפֿרט, אַז װען פֿון צײַט צו צײַט האָבן זיך אױך פֿון דאָרט אין די אױפֿדערנאַכטן אַרױסגעהערט נישט געװױנטע פֿאַר יענע ערטער שטאַרק היציקע געזאַנגען, און דורך די קלײנע פֿענצטער איז באַשטענדיק צו זען גע▯וען אַ צוזאַמענגעדריקטע עדה, אַמאָל בײַם טיש זיצנדיקע, אַמאָל אַ שטײענדיקע, און הײס, בײַ אַ צע▯ואַרעמטן שמועס זיך אונטערצוהאַלטן, — איז פֿאַרװאָס זאָל אױך אַ זײַטיקער מענטש אַמאָל די טיר ניט עפֿענען, און אַפֿילו אָן אַ גוטן־אָװנט, װאָס מע האָט קײנער פֿון אים ניט געפֿאָדערט, צו יענער עדח זיך ניט פֿאַראײניקן און צו אירע שמועסן אַן אױער ניט צולי▯גן? לוזיס שטיבעלע איז שױן, װאָס װײַטער, אַזױ װײַט אױסגעטײלט און באַ־ װוּסט געװאָרן, אַז אַפֿילו די קאַליקע לײט פֿון דער „קללה” האָבן זיך טעמפּ, אומגעלומפּערט און אױף קײנעמס ניט רוף, צו דעם גענומען ציִען. ס'האָט זײ קײנער, נאַטירלעך, ניט געבעטן, נאָר אין אַ מיטן בײַטאָג, אַ מיטן פֿאַרנאַכט ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ך 351 אַמאָל, האָט מען געקאָנט זען אײנעם אַזאַ פּאַרשױן, בײַ װעמען פֿיס און שׂכל האָבן נאָך געקלעקט — אַהין, צו יענער שטוב, זיך רוקן. װי אָט, למשל, פּושקע מיט די צען צענערס... אַ פּאַרשױן מיט פֿיל שמאַטעס און מיט אַלט▯צעפֿױלטע און צעטריפּלטע װאַטאָװע בגדים, װאָס ער טוט זײ קײנמאָל ניט אױס, ניט זומער, ניט װינטער, א▯▯ן אַ געשטאַנק גײט שױן פֿון זײ אױף מײַלן ▯ דערצו נאָך האָט ער אַלע פֿינגער פֿון די הענט מיט פֿיל צינערנע און בלײַערנע פֿינגערלעך באַזעצט, װאָס, פֿון קײנמ▯ל ▯ייִ ניט אַראָפּנעמען, זײַנען זײ אים שטאַרק אין פֿלײש אַרײַנגעװאַקסן און די גאַנצע הענט זעען אים אױס שטאַרק אױפֿגעטראָגן און ברױן און בלױ געדראָלן. ער רעדט קײנמאָל, רוקט זיך, װי אַ טשערעפּאַכע, מיטן גאַנצן בגדים-פּאַק און טראַנטעס, און, מחמת איבערגעלאָדנקײט, מוז ער מערסטנטײלס שטײן אָדער זיצן. איז אָט, אױך ער, פּושקע, האָט זיך אַהין גענומען רוקן — נישט אױף אַרײַנגײן, נאָר גלאַט אַזױ — אַמאָל בײַ דער נאַכטיקער לאָמפּ־שײן, װאָס האָט פֿון דאָרט אַרױסגעקוקט, צו שטײן און גליװערן, אָדער אַן אַנדערשמאָל אַ מין טױבלעכן אױער און געהער צו אַ געזאַנג, װאָס קומט פֿון דאָרט, צולײגן. אָדער אָט אַ צװײטער: „מיטװאָך”... אױך אַזאַ, װי יענער. עפּעס אַן אונטערגעװאָרפֿענער, אָן טאַטע▯מאַמע, װעלכער האָט זיך דאָ, אין דער ”קללה”, דערצױגן, און װאָס גערופֿן האָט מען אים אַזױ, װײל געפֿונען האָט מען איס אום מיטװאָך, און קײן בעסערן נאָמען האָט מען פֿאַר אים ניט געקאָנט אױס־ טראַכטן... אײנס אַן אױג בײַ אים איז, װי אַן עפּל די גרײס — גלאָזיק און פֿון אױגן־לאָך אַרױס, און דאָס צװײטע, דאָס נאַטירלעכע, קוקט טאַמעװאַטע, זיס און שמײכלט, און צוזאַמען מיט אָט די בײדע אױגן איז מיטװאָך — מיטװאָך: אַ גולם, װאָס אַז דאָס נאַטירלעכע אױג שמײכלט בײַ אים, צעגיסט זיך דער שמײכל אױף יענער באַק פֿון יענעם אױג, װי אַ טײַכל פֿון אַ באַרג- אַראָפּ. ער האָט גאָרניט, ▯▯ױסער אפֿשר אַ העמד אױפֿן לײב, אַ ביסל גולמישע גוטסקײט אױף די ליפּן, און אַ קלײן ביסל לשון און שׂכל, נאָר װעדליק אױף צו ענטפֿערן, װען מע פֿרעגט אים: „װער ביסטו?” — „מיטװאָך בין איך, מיטװאָך ▯ייִס איך, װײל מיטװאָך האָט מען מיך געפֿונען”... און אָט, האָט עס אױך אַזאַ פּאַרשױן, דער גוטעריאָר װײסט װי אַזױ, אַהער, אין שטיבעלע, אָנ־ געטראָגן. ער איז געקומען, זיך אַװעקגעשטעלט, מיטן אײן אױג ליבלעך און װי אַ מין פֿיש זיך צעשמײכלט, װײל ס'איז אים, װײַזט אױס, דאָ גוט געװען און געפֿעלן▯ הײַנט פֿאַר װאָס זאָל מען אים אַרױסטרײַבן?... מיט אײן װאָרט, לוזיס שטיבעלע איז געװאָרן יענער צוציִונג▯־פּונקט, פֿון װעלבן יונגעלײַט האָבן זיך געשושקעט און באַהאַלטענערהײט אַהין זיך געגנבֿעט; עלטערע האָבן געמורמלט און די יונגעלײַט פֿון דעם געװאָרנט, און ▯ גאָר אַלטע האָבן געברומט און זיך געבײזערט, און דאָס שטיבעלע שױן מיט די ערגסטע נעמען אָנגערופֿן, װי ”טומאה”, און „תּיפֿלה”, און צװישן זיך זיך ----------- 352 ▯ ד ע ר נ ס ת ר גע'עצהט, װי אַזױ און מיט װאָס פֿאַראַ מיטלען פֿון דעם אײגנטימער פֿון יענעם שטיבעלע זיך אָפּצושלאָגן. ס'האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז שטאָט האָט זיך אָנגעחױבן ערנסט מיט דעם צו פֿאַרנעמען, װײל כאָטש דאָס שטיבעלע איז אַזױ װײַט געװען, כאָטש אַזױ אָפּגעשײדט, װאָס אַז מע װיל, איז װעמען גײט עס אָן און װעמען אַרט עס, דאָך האָבן זיך שױן געפֿונען אַזױנע, װאָס איז זײ זײער און זײער אָנ־ געגאַנגען און איז זײ שױן געלעגן טיף־טיף אין די געדערים. ס'האָט שױן געהאַלטן אױך דערבײַ, אַז געװיסע פֿרומע לײט האָבן זיך שטילערהײט פֿאַר־ זאַמלט, כּדי פֿאָרױס צװישן זיך אָפּצורעדן, אַז אײדער מע נעמט עפּעס פֿיר קעגן יענעם, קעגן לוזין, זאָל מען זיך פֿריִער װענדן צו משה מאַשבער, צו לוזיס ברודער, װײל אַזױ װי יענער איז פֿאָרט אַ חשובֿ און אַ ברודער פֿון אַ חשובֿ, האָבן זײ געװאָלט אױך זײן ברודערס מײנונג אױסהערן. זײ זײַנען געקךמען זיך עצהן, אפֿשר האָט ער עפּעס אַנדערש פֿאָרצולײגן, אפֿשר אַנדערע מיטלען, און נישט נאָר די, װעלכע זײ האָבן אַלײן גערעכנט, ד. ה. נישט גאָר שטרענגע. אַ סבֿרה, אַז אַ גאַנצע עדה באַװוּסטע לײט האָבן זיך אין אײנעם אַן אױפֿדערנאַכט טאַקע צו משה מאַשבער אין שטוב אַרײַנגעשטעלט און װעגן דעם אַ גאַנצן אָװנט אי אױפֿגערעגט▯ אי אױסערלעך אױפֿגעהאַלטן גערעדט, גע־ טענהט און גענױ די זאַך באַהאַנדלט. אַלע האָבן זיך געהיצט, אָבער משה מאַשבער אַלײן האָט זײ שװאַך אױסגעהערט, װײל ער איז מיט עפּעס אַנדערש געװען פֿאַרנומען און די זאַך איז אים אין קאָפּ ניט געקראָכן, און אינגאַנצן ער צו יענער צײַט — צעשטרײט, דערשלאָגן און װי גאָר נישט אױף דעם עולם. ▼ װײל ס'האָט שױן דעמאָלט געהאַלטן שלעכט בײַ משה מאַשבער: די געשעפֿטן באַרג־אַראָפּ, און צרות, אומגליקן — באַרג־אַרױף. דערצו נאָך איז אים די ייִנגערע טאָכטער, נחמהקע, ניט אױף קאַטאָװעס קראַנק געװאָרן. מע װײסט ניט, צי ס'איז איר געקומען פֿון שטילן ערגערן זיך פֿון איר פֿאָטערס לאַגע און פֿון איר מאַן, נחום לענטשער, װעלכער האָט זי שטילערהײט געריזעט, צי פֿון אַ צוקילעכטס, צי אפֿשר גאָר פֿון אַ באַ־ האַלטענער ירושה, װאָס האָט אין איר געטליִעט. װי ס'זאָל ניט זײן, נאָר ס'איז איר װאָס אַמאָל ערגער געװאָרן: די באַקן — װאָס אַמאָל בלאַסער, ס'האָט זי אָפֿט געטרײסלט, און זי איז שױן פֿון דער שאַל ניט אַרױס פֿון אױפֿשטײן ביזן לײגן זיך, און די לעצטע צײַט, צו האַרבסט צו, האָט זי, מחמת די שלעכטע ▯ועטערן, זיך שױן גאָר אין בעט אַװעקגעלײגט: די פֿיס זײַנען איר געװאָרן געשװאָלן... דאָקטױרים האָבן געזאָגט, אַז זי דאַרף זומער, אָבער װוּ נעמט מען אים איצט, עדשט אָנהײב האַרבסט? זײ האָבן אױך געזאָגט „װאַרעמע ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ▯ מ אַ ש ב ע ר ▯5▯ לענדער”, אָבער דאָס האָט מען שױן דעמאָלט גאָר נישט פֿאַרשטאַנען, און װען אַפֿילו יאָ, איז די צײַט ניט געװען אַזאַ, מע זאָל אַזױנס גאָר אױפֿן זינען קאָנען נעמען. איז אָט, אָט די נחמהקעס קרענק האָט שױן משה מאַשבער נאָר צום איבעריקן געפּלעפֿט. ער האָט דערפֿילט: אַ שװערע האַנט לאָזט זיך אױף אים אַראָפּ, װאָס װער װײסט, ביז װאָס פֿאַר אַ נידעריקײט זי װעט אים אַראָפּבײגן; און אָפֿט, װען ער פֿלעגט אַהײם קומען און אַרײַנגײן צו דער טאָכטער געװױר װערן, האָט ער אױף איר נאָר געקוקט און קײן װאָרט ניט געזאָגט, און אָנקוקנ- דיק זיך אײנס דאָס אַנדערע, האָבן פֿאָטער און טאָכטער אין די אױגן בשותפֿותע טרערן געהאַט, און נאָר מחמת געטרײַשאַפֿט האָבן זײ זיך אײנס פֿאַרן אַנדערן ניט געװאָלט אױסגעבן. זי, נחמהקע, האָט זײ, אױפֿן בעט ליגנדיק, באַ־ האַלטענערהײט געװישט, און ער — אין אַ שטוב־װינקל ערגעץ אָפּגײענדיק. װײל יאָ, אַ טרער לאָזן איז געװען אױף װאָס: נחום לענטשער, משהס אײדעם, איז שױן דעמאָלט אין שטוב, װוּ דאָס װײַב איז אים געלעגן, װי אַ האַלבער װאָלף אַרומגעגאַנגען, ציגאַרן גערײכערט, און שױן צו אָפֿט אױף די ניט־דעררײכערטע העלפֿטן אין אַ װינקל איבערן שפּײַ־קעסטל געשפּיגן. ער איז געװען אױפֿגערעגט דערפֿון, פֿון װאָס ער האָט אפֿשר געהאַט אַ גרונט צו זײן אױפֿגערעגט, אָבער מער אױפֿגערעגט דערפֿון, װאָס איצט האָט ער זיך ניט געהאַט פֿאַר װעמען אױסצורעדן און װעמען צו ריזען. װײל דאָס האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז איצט איז קײן צײַט ניט דערױף, און װעגן אַזױנע זאַכן איצט מיט נחמהקען געשפּרעכן צו פֿאַרפֿירן איז אַ פֿאַרברעכן. ער האָט גע־ ▯ שװיגן, אָבער דער שװער האָט דאָס צוגעזען▯ און אױך זי, נחמהקע, און פֿון זײן שװײַגן איז קײנעם ניט גרינגער געװאָרן, און בעסער, — האָט מען זיך ▯ געטראַכט, — װאָלט ער שױן דװקא יאָ גערעדט. דערצו נאָך האָט אין שטוב דעמאָלט געטראָפֿן אײנע אַ זאַך, װאָס האָט אַלעמען, אַפֿילו נחומען, שטאַרק דערשלאָגן און האָט געװירקט, װי אַ פּלוצימ־ דיקער אומגעריכטער קלונג אַמאָל נאָענט בײַ אַן אױער, װאָס מאַכט אַ מענטשן פֿון אָרט זיך אױפֿרײַסן און אױפֿשױדערן. ס'האָט זיך אײנמאָל אַן אױפֿדערנאַכט באַװיזן בײַ משה מאַשבער אין הױז שמואליקל דער שלע▯ער▯ די שטאָט האָט אים געקענט. אַ פּאַרשױן פֿון מיטעלן װוּקס, קװאַדראַט געבױט, מיט עטװאָס אױפֿגעהױבענע, גלײַכע אַקסלען. זײן פּנים, איבער אײנעם אַ בעלמעװאַטע אױג, אַ ביסל בלאַסלעך, אָבער האָר אין דער באָרד האָבן אים געשטעקט שטײַפֿע, פֿון אַ טונקל־געלבלעכן קאָליר, און דאָס אײנע אױג און די שטײַפֿע באָרד אַלײן זײַנען שױן גענוג געװען, ער זאָל, אױף װעמען ער האָט באַדאַרפֿט, אַ פּחד אָנװאַרפֿן, און אַז פֿאַר זײַנע דאַרע, טרוקענע הענט, װי ברעטער, זאָל אַ גאַנצע שטאָט ציטערן. דער עיקרשט — באַהעלפֿערס, דרדקי מלמדים, אַמאָל אױך באַלמעלאָכעס, װאָס אײנער אױף ----------- 354 ד ע ר נ ס ת ר דעם אַנדערן פֿלעגט אים אָפּדינגען, ער זאָל אָנלערנען און אין די בײנער אָנלײגן. ס'איז גענוג געװען אײנער אַ פּאַטש שמואליקלס, אַז פֿון יענעמס פּנים זאָל אים אַנטקעגן גײן אַ רױטע יושקע מיט היפּש אױסגעזעצטע צײן, און אָפֿט אױך — אַז דאָס גאַנצע פּנים זאָל װערן אײן פֿאַרלאָפֿן פּלעצל. ער איז אַלײן אױך אַמאָל געװען אַ באַהעלפֿער, אָבער פֿון דער באַ־ העלפֿערשער פּרנסה האָט ער ניט געקאָנט אַזױ פֿיל אױסשלאָגן, װיפֿל פֿון געשלעגערײ. אין שטאָט איז דאָס מין געװען אָנגענומען. אין עקסטע פֿאַלן האָט מען זיך אַמאָל אױסגענוצט מיט עקסטע מיטלען. שמואליקל האָט ייִנגל־ װײַז אױך געהאַט געהערט צו דער שטאָטישער חבֿרה קײסאָרים־גאַלאַנטאָנעס, װעלכע האָט געלעבט פֿון לײדיק אומגײן, פֿון לאָזן טױבן, פֿון שלאָגן זיך צװישן אַנאַנדער, פֿון דעם, װאָס פֿאַרפֿירטע מײדלעך האָבן זײ אױסגעו▯אַלטן, ▯ און אױך דערפֿון, װאָס באַלעבאַטישע ▯ינדער זײַנען פֿון זײ באַשטײערט געװאָרן מיט װער װיפֿל ס'קאָן צאָלן, לױט זײן טאַטנס מעגלעכקײטן. אָבער איצט, װען שױן נישט יונג (שױן בײַ די פֿערציק געװיס), האָט ער מער מיט קײן ייִנגלשע זאַכן ניט צו טאָן געהאַט, זײַנע אונטערנעמונגען — ערנסטע. און נאָר פֿון ערנסט און פֿון קלעפּ האָט ער זײן באַצאָלטס באַקומען און נישקשה פֿון פּרנסה געצױגן. ס'האָט אים געקלעקט אױף אַ גוטן טרונק, אײדער ער איז געגאַנגען אױף די קלעפּ, אױך נאָך דעם, װי ער האָט די קלעפּ שױן אָפּגעגעבן, און אױך אינמיטן — אױו▯ ניט שלעכט צובײַסן. דאָס מאָל האָט אים געשיקט און געדונגען אײנער אַ פּראָצענטניק, אַ ייִד „קעצעלע”. אַ קלײנס▯ װאָס מע האָט דאָס פּנים פֿון דער באָרד ניט אַרױסגעזען און װאָס האָט געטראָגן, זינט די װעלט געדענקט אים, אײנעם נאָר אַ האַלב־ אָפּגעריבענעם, האַלב־װינטערדיקן מאַנטל אָן קנעפּ, און אין די פֿרעסט און בעת װינטן האָט אים שטאַרק אַרײַנגעבלאָזן, און ער פֿלעגט זיך האַלטן בײַ די פּאַרקנס, די פּאַרקנס זאָלן אים פֿאַר דער קעלט פֿאַרשטעלן. אַ װילד־קאַרגער, כאָטש מיט אַן אײגענער שטוב און מיט אַ גרױסן פֿרוכט־ גאָרטן לעבן דער לעװאַדע, אָבער די שטוב איז שטענדיק געװען פֿאַרדונגען צו פֿרעמדע, און ער אַלײן האָט צוריק אָפּגעדונגען בײַ זײ, בײַ די פֿרעמדע, בײַ די שכנים זײַנע, אַ קלײן פּיצל צימערל, װײל מער דאַרף ער ניט: קײן װײַב — ניט, קײן קינדער — אױך ניט, אָדער אפֿשר יאָ, איז ער זיך מיט זײ צעגאַנגען, האָט ער זיך פֿון זײ אָפּגעזאָגט, כּדי ער זאָל זײ פֿאַרשפּאָרן שפּײַזן, און ער אַלײן האָט זיך געשפּײַזט דערפֿון, װאָס ער פֿלעגט בײַ אַ שכנה זײַנער אַמאָל זיך אײַנבעטן און איר געבן צושטײַער — צו אַ װאָכעדיקן מאָלצײַט נאָר אַ שיבוש, צו אַ שבתדיקן — עטװאָס מער, און מער חאָט ער גאָרנישט ניט . באַדאַרפֿט, און דאָס איבעריקע, װי האָלץ, גאַ▯ און אַנדערע קלײניקײטן, האָט ער אָפֿט, װען קײנער האָט ניט געזען, בײַ די אײגענע שכנים געגנבֿעט. האָבן, האָט מען געזאָגט, האָט ער געהאַט זײַנע אײגענע ק”ן אַלפֿים, נאָך ----------- ד י מש פּח ▯ מ אַ שבֿע ר 55▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ע▯▯ פֿלעגט, אױסער דעם געצאָלטס פֿאַרן סאָד, אַמאָל אַרײנבאַפּן אױך אַ געשאַנק, װי אַ פֿױל עפּעלע, אַ פֿױלע פֿלױם אַ װערעמדיקע, און דערפֿון טאַקע האָט ער אַ שטיק צײַט אַרום סוף זומער אָפּגעלעבט. בײַם װאַרגן, זאָגט מען, האָבן די לײט קײן איבעריקע מי ניט געהאַט, װײל ער — אַ קלײנינקער, אַ שטענדיק ניט דערעסענער ▯— איז װאָס קלעקט ער פֿאַר אַזױנע? האָט ער זיו נאָר אַ קלײנעם װאָרף געטאָז און האָט גלײַך די נשמה אָפּגעגעבן מיט פּראָצענט — ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯,▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯▯▯▯י▯▯▯ צװישן שמאַטעס און קױטיקן, זײַנען זײ ניט דערגאַנגען, מחמת זײ האָבן זיך ▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯י▯▯▯י▯▯ןר▯▯▯ ▯▯ ▯▯נ▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯נ▯▯ מאַנטל אין קאָנטאָר געװױר װערן, און געזען, אַז גאָרניט, אַז די קאָנטאָר איז קאָנטאָר; אָבער װאָט װײַטער, אַז די קלאַנגען האָבן אַלץ ניט אױפֿגעהערט, איז כאָטש דער זמן פֿון זײַנע װעקסלען איז נאָך ניט געהאַט אױסגעגאַנגען, ▯ ▯▯▯▯▯ן▯▯ ▯▯י▯▯ ▯▯ ▯▯▯ נ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯ עפּעלעך האָבן אים פֿאַרשאַדט, צי מחמת דער געדאַנק פֿון אָנצוּװערן אַזאַ ▯▯▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ע▯▯▯▯▯▯▯אָ▯▯ר▯י▯▯▯▯▯▯▯ און זיך געשטעלט צוס פּאַרקן אױף אַ נײטיקער קלײניקײט, און בשעת־מעשׂה ▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ----------- 356 ד ע ר נ ס ת ר געזוכט עצות װי אַזױ דעם זמן פֿון משה מאַשבערס װעקסלען צו דערנעענטערן, כּדי ער זאָל אַרױס פֿונעם חובֿ צו דער צײַט און בשלום. ער האָט אָבער גאָר־ ניט געקאָנט צוטראַכטן, אױסער דאָס, װאָס ער טוט כּסדר אין אַזױנע פֿאַלן מיט קלענערע בעלי־חובֿות, מיט װײניקער חשיבו▯ װי דער איצט, װי משה מאַשבער — ער שיקט שמואליקלען... מערקװירדיק, װי אָט דאָס „קעצעלע”, װי אָט דאָס קלײנע פּאַרשױנדל מיטן הײזעריק־ריפּענדיקן קולכל, װי װען מע שפּילט אױף אַ קעמל; דער, װעמען ס'פֿעלן כּסדר די קנעפּלעך צום בורנעס אַפֿילו אום װינטער, און ער טראָגט אַ שטריקל אָנשטאָט קנעפּ, עלעהײ אַן אָרעם טרעגערל, און כּדי דער װינט זאָל אים ניט אַװעקטראָגן, האַלט ער זיך כּסדר בײַ אַ פּאַרקן, — מערק־ װירדיק, װי אָט דאָס פּאַרשױנדל האָט זיך גאָר מיט אַזאַ, װי שמואליקל, געפּאָרט, װי אַןױ ער האָט אים גאָר אָפּגעזוכט, װי געפֿונען, און װי אַזױ ער האָט מיט יענעם װעגן אַזױנע זאַכן זיך גאָר געקאָנט צונױפֿרעדן. אמת, ער פֿלעגט אױך שמואליקלען יערעס מאָל װעלן אָפּנאַרן און בײַ אים האַנדלען אַ מציאה: ער װעט אים באַצאָלן, הײסט עס, דערנאָך, װען ▯ יענער װעט זײן שליחות אױספֿילן. אָבער שמואליקל איז ניט אַזאַ, װאָס לאָזט זיך. ער איז האַרב, האָט געװוּסט זײן װערט, און יעדעס מאָל פֿלעגט ער אײנעם און דעם זעלבן תנאי נאָר אױסנעמען: אַ טרונק פֿאַרפֿריִער, אַ טרונק דערנאָכדעם, און כּך וכך *) פֿאַר דער מלאכה — פֿאַרן שלאָגן, הײסט עס. דער־ פֿאַר אָבער, אַז „קעצעלע” איז שױן אױף שמואליקלס באַדינגונגען אײנ־ געגאַנגען, פֿלעגט ער צו שמואליקלען גאָר נאָענט צוטרעטן, אים צו זײן אױער, װי אױף אַ לײטער, זיך אַרױפֿדראַפּען און אַרײַנזאָגן אַהין: — איז געדענק זשע, שמואליקל: די נשמה! די זעל! די קישקעס פֿון זײ! מײן געלט, רוצחים! ס'איז פֿאַרהאָרעװעטס, ביטער פֿאַרהאָרעװעטס... נישט רערגעסן, נישט דערשלאָפֿן... די נשמה פֿון זײ!... דאָס מאָל אָבער, אַז „קעצעלע” האָט זיך מיט שמואליקלען װעגן משה מאַשבער צונױפֿגערעדט, האָט ער איס אַזױ געזאָגט: — איז געדענק זשע, שמואליקל, װוּהין דו גײסט! געדענק, מיט װעמען דו האָסט צו טאָן: נישט אָנרירן, קײן האַנט נישט אױפֿהײבן, סײַדן אפֿשר נאָר אױף אין טיש אַ קלאַפּ טאָן. װײל אין דער אמתן קומט מיר נאָך קײן געלט, ס'איז נאָך דער זמן נישט אױסגעגאַנגען, נאָר אָנשרעקן דאַרף מען. מע זאָל זיך עס נישט האַלטן פֿאַר גרינג און מע זאָל זען, װער ס'װעט זײן אױף מײן צד, װען איך װעל שױן טאַקע באמת דאַרפֿן, און װען ס'װעט די ריכטיקע נױט זײן דערצו. אױך שמואליקלען אַלײן איז דאָס מאָל דאָס שליחות װײַט ניט אָנגענעם *) אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 357 און אַפֿילו פּריקרע געװען. ס'איז אים קײנמאָל נישט אױסגעקומען אין אַזױנע חשובֿ־געהױבענע הײןער געשיקט צו װערן. דערצו נאָך איז ער קײן איכע־ ריקער כעל־דברן נישט געװען, און זײן גאַנצער כּוח איז דאָך באַשטאַנען דער עיקר נאָר אין זײן פֿױסט, װאָס מיט אַ זײן גלײַכן איז ער גלײַך דערמיט אַרױס און גלײַך געפּועלט. אָבער דאָ, אין דעם פֿאַל, מיט משה מאַשבער, װי הײבט מען אױף אַ האַנט, בפֿרט, אַז ס'איז אים פֿון „קעצעלען” אַלײן פֿאַרזאָגט און פּאַרבאָטן געװאָרן. ער איז דערום אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב שױן אַ ביסל אַ פֿאַרלױרענער, און אַלײן די שטוב מיט דער גבֿירישער לופֿט, ליכט און לאָמפּן האָבן אױף אים אַזױ געװירקט צום אומדרײסטן, אַז דרײ פֿערטל שלעגערישן קוראַזש האָט ער שױן פֿון יענער זײט שװעל געמוזט לאָזן. ס'איז געװען אױפֿדערנאַכט, װע▯ ער האָט אױסגערעכנט משה מאַשבער, פֿון געשעפֿט אַהײם קומענדיק, צו טרעפֿן, — אים און זײַנע אײדעמס מיט אים. װאָלט זיך דעמאָלט געװען געמאַכט, װי ס'מאַכט זיך אַלע אַנדערע מאָלן, װען ס'געפֿינט זיך אַן אליקום אָדער אַ קאַטערוכע אױף דער קיך, אָדער אַן אַנדערער װער פֿון די קאָנטאָר־לײט און אָנגעשטעלטע — אין שטוב, װאָלט דאָס װײַזן זיך פֿון אַזאַ פּאַרשױן, װי שמואליקל, נישט אַזאַ איבערראַשנדיקן רושם גע- מאַכט. אָבער גראָד הײַנט, װען פֿון די אָנגעשטעלטע קײנער, אַלײן און אױג אױף אױג מיט אַזאַ פּאַרשױן, װאָס ▯▯י גאַנצע שטאָט קען אים, און װאָס ס'איז גענוג געװען אַ קוק טאָן נאָר אױף זײן בעלמעװאַטע אױג, כּדי צו זען, אַז מ'האָט דאָ צו טאָן מיט אַזאַ, װעלכער שטעלט זיך פֿאַר גאָרנישט ניט אָפּ, ביז אַפֿילו פֿאַר רציחה — איז דאָך אַװדאי פֿאַרשטענדלעך, װי אַלע האָבן אױסגעזען, דערזעענדיק שמואליקלען אין שטוב גאָר פּלוצעם. מ'האָט אים באַלד אַ פֿרעג געטאָן, װאָס ער דאַרף, און זיך אים געבעטן זעצן. שמואליקל האָט געפֿאָלגט, און גלײַך שױן בײַם זעצן זיך האָט אַ זאָג געטאָן: — כ'קום פֿון קעצעלען... פֿון קעצעלען קום איך... געלט. — װאָסער געלט? — האָט מען בײַ אים געפֿרעגט, נישט פֿאַרשטײענדיק, װאָס ער מײנט. — מע איז אים, חלילה, עמעצער שולדיק? — נײן, נישט מיר — קעצעלען! — איז װאָס קער ער זיך אָן מיט יענעם? יענער האָט דען קײן מױל ניט און קאָן אַלײן ניט זאָגן, אַז מע איז אים שולדיק? — איך.. — האָט דאָ שמואליקל אױסגעשריגן, — הײס שמואליקל, שמואליקל הײס איך▯. די גאַנצע שטאָט קען מיך, און איר דאַרפֿט מיך אױך קענען. איך גײ פֿאַר יענעם גײ איך... שױן אַלײן שמואליקלס װעזן, װאָס האָט אַרײַנגעבראַכט אין שטוב די לופֿט פֿון זײַנע אַמאָליקע פֿאַרלעגערטע באַהעלפֿערשע בגדים, פֿון װעלכע ----------- 59▯ דע ר נ סתּר ס'האָט ▯געטראָגן אַ פֿאַרדומפּענער ריה; אַלײן נאָר זי▯ באַנעם מיט זײַנע שלעכט־געװאַשענע הענט, װעלכע האָבן אױסגעזען, װי בײַ אַ קצבֿ, מיט פֿאַר־ האַרטעװעטע קנײטשן און פֿוןבלוט פֿאַרבאַקטן נישט גערײניקט, — שױן אַלײן דאָס, זאָגן מיר, איז געװען גענוג, אַז עמעצן פֿון שטוב זאָל זיך די קישקעס אין בױך איבערקערן און װער מיט אַן אײדעלן כאַראַקטער זאָל דאָ װעלן ברעכן; בפֿרט נאָך, האָבנדיק אַזאַ פּאַרשױן אַנטקעגן זיך נאָענט בײַם טיש זיצן, און מורא האָבנדיק, אַז ער זאָל ניט אַרױספֿאָרן מיט אַזױנס, װאָס פֿון ▯▯ געפֿונען אױף אים אַפּצוענטעפֿרן און אים אָט װאַס צו זאָגן: — איז זאָגט ז▯ע אים, זײט אַזױ גוט, אײער קעצעלען, און גיט אים ▯▯▯▯,▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯ער▯ע▯▯▯▯▯▯▯ ▯נ▯▯▯▯▯ן▯▯ו▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯נ▯, ▯▯ ▯▯▯▯▯▯ר▯▯▯נ▯ מיט קײן הענט אַרױ▯פֿאָרן, ▯י▯ — אונדזער געלט! דאָס געלט זאָל אונדז זײן! — און דערבײַ האָט ער קומט אים דאָך. ▯▯▯▯▯▯▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 59▯ נאָך שמואליקלס פֿאַרלאָזן די שטוב אין עס־שטוב פֿאַרבליבן. מע האָט זיך אײנס דעם אַנדערן אין די אױגן ניט געקוקט, זאָגן זיך עפּעס — האָט מען אַװדאי ניט געזאָגט, װײל דער קלאַפּ האָט נאָך בײַ אַלעמען אין די אױערן געקלונגען, די צונגען, װי געלײמט, און פֿאַר בושה האָט מען ניט געהאַט װוּהין ▯יך אַהינצוטאָן. אַ מערכה נאָך, װאָס קײנער פֿון די פֿרעמדע איז אין שטוב דעמאָלט ניט געװען, מע זאָל די געשיכטע אױפֿן גאַס אַרױסטראָגן. ס'איז אָבער גענוג געװען אױך דאָס, װאָס איז אין שטוב פֿאַרבליבן, — דאָס, װאָס האָט געבראַכט גיטלען שפּעטער אינעם זעלבן אױפֿדערנאַכט, װען זי איז מיט איר משהן אין זײער אַלקער אַרײַן, מיט פֿאַרבראָכענע הענט און אין גרױס צער צו אים צוטרעטן און צו אים זיך װענדן: „משה, װוּ זײַנען מיר אין דער װעלט? װאָס װעט דאָ זײן? מע דאַרף דאָך עפּעס זען טאָן, זען אַן עצה,,... דאָס האָט אױך געבראַכט נחום לענטשער, משהס ייִנגערן אײדעם, ער זאָל שױן איצט אַפֿילו אױף זײן װײבס שלאַפֿקײט נישט קוקן און, נישט קאָנענדיק זיך אײַנהאַלטן, צו איר אין אַלקער איצט אַרײַנקומענדיק, מיט אַן אָפֿענעם און בײזן בורטשען פֿאַר איר אַרױס: האַ? װאָס האָט ער געזאָגט? זי װײסט שױן, װער ס'איז דאָ געװען, װער ס'האָט געקלאַפּט, און װוּ מ'האַלט שױן? פֿריִער האָט מען אים, נחומען, נישט געװאָלט פֿאָלגן, ניט הערן, און איצט איז שױן אומזיסט און אַרױסגעװאָרפֿן די רײד... און אַפֿילו אַזאַ, װי יאַנקעלע גראָדשטײן, װי משהס עלטערער אײדעם, װאָס בײַ אַזעלכע אומשטענדן, סײַ װען גוט און סײַ ניט, איז אים כּסדר די שטילקײט אױפֿן פּנים▯ שװײַגט, און מע הערט פֿון אים קײן הױך קול ניט — אַפֿילו אױך פֿון אים האָט איצט אַרױסגערעדט: — שפֿל המדרגה... לעצט, שױן גאָר לעצט▯.. ▯ אַגבֿ, יאַנקעלע גראָדשטײן האָט זיך איצט, בײַ דער געלעגנהײט, דער- מאָנט אַ זאַך, בײַ װעלבער ער איז הײַנט בײַגעװען, שטײענדיק ניט װײַט פֿון אַ סוחריש רעדל אין מאַרק. ס'איז דעמאָלט גראָד פֿאַרבײַגעגאַנגען סרולי גאָל. אַן אַנדערשמאָל, װער קוקט זיך אום אױף איס? דאָס מאָל אָבער האָבן זיך אַלע צו אים אַ װענד געטאָן, װי צו עפּעס אַ חידוש, און אין דער זעלבער מינוט האָבן אַלע הינטנאַרום און אײַלנדיק געכאַפּט אָ קוק אױך אױף איס, אױף יאַנקעלע גראָדשטײן▯ גלײַך, װי יענעמס װײַזן זיך אין מאַרק האָט צו אים, צו יאַנקעלען, גאָר אַ נאָענטע שײַכות... יאָ, אַלע װײסן שױן, אַז זײן שװער איז יענעמס אַ בעל־חובֿ, אַז ער איז אים שולדיק געלט, און דעם עולם, האָט ער באַמערקט, חידושט ניט אַזױ דאָס, װאָס יענער, סרולי איז פּלוצעם גאָר רײַך געװאָרן, װי דער עיקר דאָס, װאָס זײן שװער, משה מאַשבער, האַלט שױן דערבײַ, אַז ער איז אַפֿילו צו אַזאַ, װי צו סרולין, אָנגעקומען. — געזען? — האָט אײנער שטיל אין רעדל אַרײַן אַ זאָג געטאָן. — ער ----------- 360 ד ▯נ ך נ ס ת ר גײט דאָך שױן אַרום, גלײַך װי דער מאַרק איז זײַנער, גלײַך ער װאָלט דאָ אַ חלק אַרײַנגעלײגט. — אַװדאי אַרײַנגעלײגט, — האָט געזאָגט אַ צװײטער, — װאָס זשע? צאַלי רערבאַרעמדיקער רופֿט אַפֿילו אָן די סומע, װאָס משה מאַשבער האָט בײַ אים געליִען, ער װײסט עס אױף זיכער, װײל דאָס האָט ער אַלײן אים טאַקע די הלװאה נאַרײַעט, זי אַלײן אים אױסגעמעקלערט. — װאָס זשע? ס'טרעפֿט, — האָט אַרײַנגעשטעלט אַ זײטיקער▯▯ אַ דריטער, — ס'טרעפֿט, אַז אַ שלעפּער שלעפּט אַרױס דאָס גרױסע געװינס, און אַ גבֿיר — דעם נומער ערגער. מע האָט גערעדט אין דער אָנװעזנהײט פֿון יאַנקעלע גראָדשטײן, פֿאַר־ ▯ לאָזנדיק זיך אױף זײז באַװוּסטער פֿאַרשעמטער און אַ ביסל לעקעשעװאַטער אָרנטלעכקײט, װאָס מע האָט געװוּסט, אַז װיבאַלד ער װעט דער▯▯ערן, אַז די רײד גײט װעגן אים אָדער װעגן זײַנע נאָענטע, װעט ער אַלײן דעם אױער אָפּקערעװען און װי װײַט מעגלעך זיך ניט הערנדיק מאַכן. דאָס האָט מען אַזױ גערעדט, װען מע האָט נאָר דערזען סרולין, הײַנט װאָס װאָלט מען שױן געזאָגט, װען מע דערװיסט זיך די מעשׂה שמואליקל. — שפֿל המדרגה... שלעכט, לעצט שלעכט — האָט איצט שױן אַפֿילו פֿון יאַנקעלע גראָדשטײן אַרױסגערעדט. ערגער אָבער, װי אױף אַלע אַנדערע, האָט די מעשׂה שמואליקל געװירקט, נאַטירלעך, אױף משה מאַשבער אַלײן, װאָס גלײַך װי יענער, װי שמואליקל, איז אַרױס פֿון שטוב, אַזױ האָבן אַלע באַמערקט, װי פֿון גרױס ג▯▯פּלעפֿטקײט און איבערראַשונג איז אים עפּעס פּלוצעם אַ פֿול מױל מיט זאָגעניש און פּסוקים אָנגעקומען: ער האָט זײ כּמעט אין אַן אומבאַװוּסטזיני▯▯ן צושטאַנד אַרױסגעבראַכט, װי אַ מענטש, װען אַלע אינערלעכע קנופּן זײנ▯▯ן אים לױז ▯ געװאָרן, און ער װײסט ניט, װאָס ס'געשעט מיט אים ,און ער איז אױס באַלעבאָס אױף זיך. מזמור לדוד בברחו מפּני אבשלום בנו. ה, מה רבו צרי *) — האָט ער געזאָגט, — סמר בשרי מפּחד, ממשפּטיך יראתי...**) אשאָ עני אַל ההרים; מאין יבוא עזרי ***) — אַזױ אײנס נאָך אײנ▯▯, נישט אין סדר און נישט אין אָרדענונג, נאָר צוזאַמענגעמישט, שטיקלעך טעקסטן און פּסוקים. און מיטאַמאָל האָט ער זיך געכאַפּט: װאָס איז דאָס? װאָס טוט ער און װאָס זאָגט ער? און ער האָט מיט דער רעכטער דלאָניע זיך דאָס מױל און די ליפּן פֿאַרשטעלט, אַ קוק געבנדיק בשעת־מעשׂה װי פֿאַרשעמט אױף די בני־בית, װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט און װאָס האָבן אי▯▯ אין גרױס *) אַ געזאַנג צו דודן, װען ער איז אַנטלאַפֿן פֿאַר אבשלומען זײן זון. גאָט, װי פּיל זײַנען מײנע פֿײַנט... *▯) ס'גרײלט מיר דאָס לײב פּ▯ר שרעק ,פֿאַר דײן משפּט פֿאָרכט איך מיך. *▯*) כ'הײב אױף די אױגן צו די בערג ▯ פֿונװאַנען קומט מײן הילף ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 61▯ אַנגסט און אין פֿאַרלױרנקײט דערזעז. ער האָט מיט מיטאַמאָל אױפֿגעהאַלטן פֿוז צו זאָגן, אָבער דער בזיון און װײטיק איז דערפֿון ניט װײני▯▯ער געװאָרן, און דער פֿאַקט פֿון שמואליקלס דאָ זײן — נישט אױס פֿאַקט. באַזונדערס איז ▯▯▯ ▯▯▯ע▯י▯ר▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯▯▯ר▯▯▯נ▯ו▯▯▯▯▯▯ ו▯▯ק▯▯ ן האָט נאָך מער אױפֿגעציטערט, װי פֿון שמואליקלס קלאַפ. װײל אױף װאָס אױף װאָס, נאָר אױף אַזאַ זאַך, אַז זײן טאָכטער זאָל אים קראַנק זײן, און ער זאָל זי אַפּילו פֿון אַזױנעס, װי פֿון אַ שמואליקל, נישט קאָנען באַשיצן, — אױף װאָס אױף װאָס, נאָר אױף אַזױנס האָט זיך משה מאַשבער געװיס נישט געריכט. דאָס איז שױן געװיס לעצט און שפֿל המדרגה.▯. און אַ געדאַנק איז אים דערבײַ דורכגעלאָפֿן, אַז דאָס אַלץ, װאָס ס'איז דאָ נאָר־װאָס געשען, איז דאָך ערשט אַן אָנהײב און אַ גאָרנישט קעגן דעם, װאָס דאַרף ערשט פֿאָרקומען. דאָס איז דאָך דערװײל דער ערשטער קלאַפּ, אי דאָס אַ נישט באַרעכטיקטער און אַזאַ, װעלכער לאָזט זיך נאָך אָפּװענדן, און דעם פּאַרשױן, װאָס קלאַפּט, פֿון שטוב משלח זײן; אָבער װאָס װעט שױן זײן שפּעטער, װען די אמתע און באַרעכטיקטע װעלן שױן קומען, װען אַלע, װאָס ס'קומט זײ, װעלן זיך מיט־ אַמאָל אין שטוב אָניאָגן, און טענהן װעט זײן אוממעגלעך, און קײן װאָרט צו אײגענער באַרעכטיקונג און צו אײגענער פֿאַרענטפֿערונג װעט זיך ניט געפֿינען, און אַלע זײ װעלן שױן אַרױס מיט קלעפּ און מיטן הױכן מאָנערישן לשון. ער האָט אױף זײן אײדעם נחומען אַ קוק געטאָן און דערזען, אַז יענער װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן און באַלד שױן צו זײן קראַנקן װײַב אין אַלקער אַרײַנגעקומען, אױף דער לאַגע זיך צו קלאָגן: אױך אױפֿן צװײטן אײדעם — אַ קוק, און ער האָט פֿון יענעמס ליפּן זײַנע באַדױערונגס־װערטער אַראָפּגע־ לײענט; או▯ אױף גיטלען — און ער האָט פֿאַרשטאַנען, מיט װאָס זי װעט אים הײַנט, פֿאַרן שלאָפֿן גײן, באַגעגענען אין אַלקער, און ער האָט ניט צו זײן אײגענער און ניט צו קײנעמס טרײסט גאָרנישט ניט געהאַט, אױסער נאָר דאָס, װאָס זײן שטערן איז אים שטאַרק בלאַס געװאָרן, אױך די שפּיץ נאָז, און אַ שטיק צײַט דערנאָך האָבן זײ צו זײער נאַטירלעכער מו▯אה און קאָליר ניט געקאַנט קומען, און אױסער אױך דאָס, װאָס פֿון יענעם מאָמענט אָן זײַנען פֿאַר אים, פֿאַר משה מאַשבער, אײגנטימלעך געװאָרן אַזױנע טריט און גענג און אַזױנע זעלישע צושטאַנדן, װאָס בײַ אַזאַ, װי ער, איז זיך דאָס פֿריִער פֿאַר קײן פֿאַל ניט געװען צו מאָלן און זיך ניט פֿאָרצושטעלן. װי אָט, למשל: װען אין דעם זעלבן אױפֿדערנאַכט, אַז ער איז מיט גיטלען אין אַלקער אַרײַן, און זי האָט מיט אים געװאָלט האָבן דעם ערנסטן געשפּרעך, האָט ער זיך פֿון א▯ר אױסגעדרײט מיט אַ תּירוץ: אַז זי זעט דאָך, אַז ער איז איצט ניט דערבײַ, אַז דער קאָפּ איז ניט זײַנער, ער טוט אים שטאַרק װײ, אַזױ אַז ----------- 362 ד ע ר נ ס ת ך ער איז ניט ביכולת און ניט אומשטאַנד אַצינד, און ער בעט זי, אַז זי זאָל אַלץ אױף מאָרגן אָפּלײגן און דערװײל גײן שלאָפֿן; און אַז זי האָט זיך געלײגט און איז, סוף־כּל־סוף, אַנטשלאָפֿן געװאָרן, איז ער, משה, נאָך אַ שטיק צײַט מיט אָפֿענע אױגן געלעגן אױף זײן געלעגער, דערנאָך איז ער אַראָפּגעגאַנגען, און שטילערהײט, אין די שטעק־שיך, פֿריִער אין אַלקער דערנאָך אױך אין אַנדערע צימערן, װי אין עס־שטוב, װוּ קײן מענטשן שלאָפֿן נישט, עפּעס אומגעגאַנגען, דערנאָך איז ער װידער צוריק אין אַלקער אַרײַן, און זיך גאָר צום פֿענצטער געשטעלט און אין נאַכטיקן דרױסן גענומען אַרױסקוקן. אַ נאַכט האָט זיך דעמאָלט אױסגעגעבן מיט אַ פֿאַרשפּעטיקטער סוף־ חודשדיקער לבֿנה פֿון צװישן כמאַרעס. די האַרבסטיקע בײַנאַכט־שטילקײט ▯.▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯ה▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯װ▯▯▯▯▯▯ו▯▯ נאָך פֿאַר אַזאַ, װאָס האָט אױף יענער שײן אַרױסגעקוקט דורך אַ פֿענצטער. און פּלוצעם האָט משה מאַשבער, אַזױ דורכן פֿענצטער אַרױסקוקנדיק, דערזען שטײן אַ מענטשן אין הױף. ער איז ניט איבעריק זיכער געװען; ער האָט זיך אױך ניט פֿאַװוּנדערט און זיך אױך ניט געשראָקן, װי אַן אַנדערש־ מאָל, װען אַזאַ זאַך מאַכט זיו, װען ער װאָלט זיך צוערשט געפֿרעגט: װאָס טוט אַ פֿרעמדער בײַ אים בײַנאַכט אין הױף? װאָס דרײט ער זיך און װאָס דאַרף ער? — נײן, דאָס מאָל האָט ער זיך געהאַלטן רויִק, און אָט די רויִקײט האָט אים אױך געהאָלפֿן גלײַך דעם מענטשן צו דערקענען: אַלטער... און ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯ע▯▯▯ זינען אַרױסגעלאָזט, און יעדעס מאָל, װען ער באַגעגנט אי▯ די לעצטע צײַט צופֿעליק, מאָנט יענער װי בײַ אים דאָס, װאָס ער, משה, האָט אים בעתן גע־ ▯ שפּרעך פֿאַרשפּראָכן, און נעמלעך: אַז ער װעט זען עפּעס צוטראַכטן פֿאַר אים, פֿאַר אַלטערן. ס'איז אים אױך קלאָר געװען, אַז אַלטער מאַכט איצט זײַנע בײַנאַכטיקע שפּאַצירן אין הױף, װײל בײַטאָג איז אים אומבאַקװעם, בײַטאָג און פֿאַר מענטשן פֿילט ער זיך געענגט און ניט איבעריק זיכער, און ▯▯▯ן▯▯י▯▯ין▯▯פ▯▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯אַ▯יר▯דיק, ק▯אָר ▯ייִן ▯י▯ ▯▯▯ ▯▯▯,▯י▯▯▯ן▯▯▯▯▯ ו▯י▯▯▯▯▯▯▯▯▯ ▯נ▯▯ ▯▯▯ ן יענעם, און ס'האָט אים אױך געדאַכט, אַז אַזױ װי ער קוקט איצט אױף אַלעטרן, ▯ ▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯אָ▯▯▯▯▯ו▯▯נ▯▯▯▯▯▯▯▯ן▯▯▯▯▯ אַז אַזױ איז דאָס טאַקע געװען, װײל אַלטער איז מיטן פּנים צום פֿענצטער אױסגעקערעװעט געשטאַנען. ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 363 אין דער מינוט איז ▯ייִ אַלטערן אין דרױסן סײַ משהן אין שטוב װי עפּעס אַ קעלט דורך די בײנער אַדורך; אין דער מינוט האָט אױף אַ צופֿעליקן אופֿן דער לבֿנה געגליקט מיט עטװאָס אַ גרעסערער און העלערער שײן פֿון צװישן די װאָלקנס זיך כאַװײזן; און אין דער זעלבער מינוט האָבן סײַ אַלטער און סײַ משה עפּעס אַ קול דערהערט פֿון אַ מענטשן, ניט קײן מענטשן, פֿון אַ הונט, נישט קײן הונט, נאָר געקומען איז דאָס פֿון לעבן מיכאַלקעס שטיבעלע פֿון דער הונט-בודקע אַרױס. דאָס איז געװען פֿונעם הונט „קײטל־זײגער”, װאָס געװײנלעך און אַ גאַנץ גײענדיק יאָר איז ער אָן אַ קול, נאָר איצט, בײַנאַכט, װען קײנער הערט ניט, בפֿרט האַרבסט, װען אָ לבֿנה רײַסט זיך פֿון צװישן װאָלקנס, װעלנדיק כאָטש מיט אַ קלײן ביסל שײן אַרױסקומען, און, זעלטן־ זעלטן נאָר, אױף געצײלטע צופֿעליקע מינוטן, גליקט עס איר אַמאָל, — דעמאָלט, װײַזט אױס, באַקומט ער עס, דאָס קול, און קומט מיט דעם אַרױס פֿון די הינטישע געדערים שטאַרק װײטיקדיק און פֿאַרדומפּן. אַן אַנדערשמאָל האַלט ער געװיס אױך ניט פֿאַר נײטיק דאָס איבערצוחזרן, נאָר באַנוגנט זיך מיט אײן מאָל, צװײ מאָל דאָס אַרױסברומען; איצט אָבער, װען ער האָט דערזען שטײן אַ מענטשן אין הױף, אַ מענטשן אַן אומגײענדיקן בײַנאַכט, כאָטש אַפֿילו אַן אײגענער, װעלכער איז אים אַ ביסל אױך באַקאַנט, און דערצו נאָך האָט ער מיטן הינטישן חוש דערפֿילט אױך אַ צװײטן, זײן באַלעבאָס אַנטקעגן יענעם אין פֿענצטער אַ שטײענדיקן, — האָט ער זיך שױן אַװדאי גאָר צעלאָזט, און פֿון זײן גאַנצן, פֿאַרבאָרגענעם בױך־אינגעװײד האָט ער אַ לאַנגע און שטומע רײ קולות און געװאָיען אַרױסגעגעבן. דעמאָלט האָבן זיך בײדע ברידער פֿון די ערטער גערירט: אַלטער פֿונעם אין דרױסן שטײן, און משה פֿון לעבן פֿענצטער. װאָס אַלטער האָט װײַטער געטאָן — װײסן מיר ניט, נאָר משה איז גלײַך צוריק אױף זײן געלעגער אַרױף, — צי אױף שלאָפֿן, צי אױף װידער װאַך זײן — װײסן מיר װײַטער ניט, נאָר צי יאָ, צי נײן, אָבער „קײטל־זײגערס” װאָיען האָט אים נאָך לאַנג אין די אױערן געקלונגען — אַ דערמאָנונג אױפֿן ניט גוטן הײַנט און אַ סימן אױף אַ מאָרגן, װײַזט אױס, אױך ניט אױף קײן בעסערן. ▼ ▯ יאָ, אױך אױף מאָרגן ניט בעסער. און אַז משה מאַשבער איז דעם צװײטן אױפֿדערנאַכט װידער פֿון געשעפֿט אַהײם געקומען אַ דערשלאָגענער און איז ▯ נאָכן טאָג אַרײַן צו דער טאָכטער געװױר װערן, האָט ער מער ניט געקאָנט, װי אַ װײַלע לעבן איר שטײן, זי באַטראַכטן און זען, אַז איר לאַגע איז װײַט פֿון גענעזן, און דאָך האָט ער מער פֿאַר איר קײן װערטער ניט געהאַט, װי נאָר איז אַ זאָג טאָן: „ס'גײט דיר, דאַכט זיך, אַ ביסל בעסער, טאָבטער”, און באַלד גלײַך פֿון איר אָפּגעגאַנגען, כּדי איר צער ניט צו זען. ----------- 364 ד ע ר נ ס ת ר ער איז באַלד צוריק אַרײַן אין עס־שטוב, װוּ קײנע פֿרעמדע זײַנען ניט געװען, װײל די לעצטע צײַט האָבן זיך געשעפֿט־לײט װי אָפּגערעדט, זיך פֿון ▯ דער שטוב אָפּגעװאָרפֿן און אַהין זיך ניט געװיזן: מע האָט געװוּסט, אַז פּון נײַע געשעפֿטן קאָן קײן רײד ניט זײן, און אַז אױך די אַלטע זײַנען גענוג שפֿל; אױך קײנע געלט־מעקלערס און קאָנטאָר־אָנגעשטעלטע זײַנען ניט געקומען, סײַדן נאָר אַמאָל דער קאַסיר און געלט־נאמן ליבערז▯ן, אי דאָס אױך װען ער האָט באַדאַרפֿט נײטיק. די טירן האָבן דערום װי אָפּגערוט, די װענט פֿון שטוב האָבן זעלטן־װען באַגעגנט אַ פּנים־חדשות. אַזױ, אַז מ'האָט געקאָנט זיכער זײן, אַז װען מע זעצט זיך צום טיש אַלײן, װעט מען שױן אַלײן אױך פֿאַרבלײַבן, די אױגן צו דער טיר ניט װענדן און פֿאַרשפּאָרן אַ נײ־אָנגעקומענעם צו באַגעגענען, אױסער אפֿשר נאָר אין אױסגענומענע פֿאַלן, װי נעכטן, למשל, שמואליקל שלעגער, און הײַנט — מלכּה־ריװען. זי איז אַרײַן ניט אַלײן, נאָר מיט עפּעס אַ זאַך מיט אַ װײסן לײַלעך איבערגעדעקט. געװיס, עפּעס אַ מין מלבוש, װאָס מע האָט געזען, אַז ער איז איר זײער טײַער, װײל זי טראָגט אים געהיט און באַזונדערס פֿאָרזיכטיק. זי איז אַרײַן ▯דורך דער קיך, און שױן אַרײַנקומענדיק אַהין, איז איר עפּעס דאָס מאָל די קיך נישט געפֿעלן. אַלעמאָל באַגעגנט זי דאָרט אַ דינסטן- און משרתים־געזעמל — מע שטיפֿט, מע לאַכט, מע קריגט זיך, און ס'איז אַ גרױס אָנגעשטעל פֿון כּלים, פֿון יאָ־ און ניט־געװאַשן. דאָס מאָל — עפּעס ניט, גלײַך דער קיך־גײץ װאָלט געװען אַרױסגעצױגן, און גלײַך װי עפּעס נאָך אַ יום־טובֿ, װען מע איז מיד און אָפּגעלאָזן. אױך די שטוב הײַנט נישט װי אַלעמאָל: צי די לאָמפּן ברענען עפּעס אַנדערש, צי די װענט טונקעלער, צי די פּנימער זעען אַזױ אױס; זי װאָלט אױך געמעגט שװערן, אַז זי פֿילט עפּעס אַ ריח, װי פֿון קאַנפֿער אָדער פֿון אַנרערע רפֿווּת, װאָס טראָגן זיך פֿון אַ װײַטן חולח אין אַ װײַטן צימער ערגעץ. ▯ זי איז אַ ביסל אָפּהענטיק געבליבן. זי איז איצט געקומען אַהער מיט אַן ענין, װי אינעם אײנציקן אָרט, װוּ אַזױנע ענינים קאָנען צו איר גונסטן געלײזט װערן. זי איז געקומען איך זיסיעס טכױרענעם טולעפּ צו פֿאַרזעצן — אַהער, ניט צו די װאָכערניקעס, װאָס, ערשטנס, ▯יבן יענע פֿאַר אַזױנע זאַכן אַ שיבוש; און צװײטנס, װײל אױב אַ מלבוש, צי אַן אַנדער זאַך פֿאַלט אַמאָל אַרײַן פֿאַרמשכנט צו זײ, איז אױב מע פֿאַרשפּעטיקט דעם זמן און מע ברענגט די ניט דאָס געלט צו דער צײַט, פֿאַרקױפֿן זײ א▯ם גלײַך, אָדער לאָזן אים פֿאַר זיך פֿאַרן שפּאָט־װײניק אַנטליִענעם, און מע זעט זיך שױן ניט מיט דעם אױף פֿאַרפֿאַלן און אױף לעולם־ועד.▯) *) אױ▯ אײביק. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ▯ ר 365 זי אי▯ געקומען אַהער, װי אַלעמאָל, מיט די אױרינגלעך און מיטן שלײער, װײל דאָ װעט מען זיך מיט איר זיכער אַנדערש באַגײן: אי זי װעט דאָ מער ▯ באַקומען, אי דער חפֿץ, דאָס מלבוש, װעט זײן זיכער, װען אפֿשר, אַז גאָט װעט העלפֿן, און זי װעט אים קאָנען צוריק אױסקױפֿן. באַזונדערס איז זי איצט זיכער געװען אינעם דערפֿאָלג פֿון איר גאַנג אַהער נאָך דעם, װי מע האָט מיט איר, װי באַװוּסט, נאָך זיסיעס שלאַף־װערן, אַזױנע טובֿות געטאָן: װי גלײַך נאָך זײן אַװעקלײגן זיך האָט מען דאָך איר פֿון אָט דער שטוב, פֿונעם רײַכן קרובֿ, אַן אומזיסטיקן דאָקטער באַשטעלט, ער זאָל אַלעמאָל, װען מע װעט דאַרפֿן, אַרײַנפֿאָרן: — דעם קצבֿ באַצאָלט, מע זאָל בײַ אים פֿלײש באַקומען; אױך דעם קלײטניק פֿאַר שפּײַז באַצאָלט. ▯ און דאָס אַלץ — אַלײן און אומגעבעטן. הײַנט איצט, װען זי קומט נאָך מיט אַזאַ זאַך, מיט מזומן, מיט אַזאַ חפֿץ, װאָס איז נאָך כּמעט נײ, װײל זיסיע, װאָס איז אַ גרױסער אָפּהיטער, האָט אים כּמעט ניט גענוצט, ניט געטראָגן, און װאָס פֿון אַלע פֿאַרזעצטע און פֿאַרמשכנטע חפֿצים און זאַכן אין שטוב, װאָס איז נאָך מעגלעך געװען צו פֿאַרזעצן, איז ער דער לעצטער געבליבן, דער טײַערסטער, װאָס מע האָט אים געהיט, װי דאָס אױג פֿון קאָפּ, — הײַנט אױף אַןאַ זאַך װעט ןי דאָך געװיס ניט אָפּגעזאָגט באַקומען, און אי ןי װעט ד▯אָס פּנים ניט דאַרפֿן שװאַרצן פֿאַר יענע, פֿאַר די װאָכערניקעס, אי אױך, װי געזאָגט, דאָס באַקומענע און דאָס געליִענע װעט זײן פֿיל גו▯עסער, װי נאָר מעגלעך ערגעץ אַנדערש. יאָ, זי איז דערום װידער אין די אױרינגלעך און אין שלײער... אָבער פֿאַרװאָס פֿילט זי, װי גלײַך זי װאָלט הײַנט עפּעס נישט אין דער ריכטיקער צײַט געטראָפֿן? פֿאַרװאָס זעט זי, אַז גלײַך קײנע פֿרעמדע זײַנען דאָ איצט ניט איבעריק געװוּנטשן, און גלײַך אַלע אין ▯טוב, — אָנהײבנדיק פֿון דער קיך, פֿון די מענטשן אין שטוב און פֿון דער שטוב אַלײן — זײַנען װי איצט קײנעמס באַןוך נישט גערן? אַזױ װי אָכער זי איז שױן דאָך געקומען, און אַזױ װי איר טײַערער אָנ־ האַלט, דער לעצט־אױסבאַהאַלטענער חפֿץ, איז מיט איר, האָט זי זיך גע־ שטאַרקט און האָט זי▯▯ אַפֿילו דאָס מאָל נעענטער, װי געװײנלעך, לעבן משה מאַשבערס שטול צוגעזעצט און אױך אַ הײמישערן נײג זיך געטאָן צו אים. — ערשטנס, משה, װיל זי א▯ם אָפּדאַנקען פֿאַר אַלעם דעם, װאָס ער האָט מיט א▯ר ביז אַהער געטאָן, זי מײנט: דעם דאָקטער, דעם קצבֿ און דעם קלײטניק, װאָס ער האָט זײ אױף אַ שטיק צײַט פֿאָרױס באַצאָלט און אַזױ אַרום איר קראַנקן און איר גאַנצע שטוב בײַם חיות דערהאַלטן. — װאָס? — האָט משה מאַשבער אַ פֿרעג געטאָן פֿאַרװוּנדערט. — װאָס פֿאַר אַ דאָקטער, װאָס פֿאַר אַ קצבֿ, און װאָס פֿאַר אַ קלײטניק? ער װײסט ▯יט, װאָס זי רעדט און הײבט ניט אָן צו װיסן. ----------- 388 ד ע ר נ ס ת ר — װאָס הײסט, ער װײסט ניט? װאַמ װײסט ער ניט? אַז אָט די אַלע האָבן בײַ איר אַ שטיק צײַט קײן געלט ניט באַקומען — נישט דער דאָקטער פֿאַר זײַנע באַזובן און נישט דער קצבֿ און קלײטניק פֿאַרן פֿלײש און שפּײַז, װאָס זי האָט בײַ זײ אומזיסט צוגעשטעלט געקראָגן? אָדער אפֿשר װיל ער ניט, אַז אַנדערע זאָלן װיסן. — האָט דאָ מלכּה־ריװע פֿון איר טאָן אַראָפּגעלאָזט, זיך אַר▯מקוקנדיק, גלײַך זי װאָלט געװאָלט, אַז אַלע בײװעזנדיקע זאָלן זײערע או▯גן אָפּװענדן פֿון איר און▯ פֿון משהן, װאָס, מעגלעך, מחמת עניװת, װיל ער פֿאַר אַזױנע זאַכן פֿאַר אַלעמען אין די אױגן ניט באַדאַנקט װערן, — אפֿשר װיל ער, אַז ס'זאָל בלײַבן אַ סוד, װי אַלע די, װאָס גיבן מתן בסתר, דאָס הײסט, צדקה פֿאַרשטעלט? — װאָסער צדקה? און װאָסער פֿאַרשטעלט? — האָט זיך דאָ משה נאָך מער פֿאַרװוּנדערט. — אַן ער װײסט ניט און הײבט ניט אָן פֿאַרשטײן, װער דער געבער און װער דער בעל־צדקה: אַלנפֿאַלס, אױב עמעצער האָט יאָ געגעבן, איז דאָס ניט ער און אױך ניט קײנער, דאַכט זיך, פֿון די זײַניקע, װאָס זיצן בײַם טיש דאָ. — האַ? — האָט ער, כּדי זײן װאָרט צו באַשטעטיקן, מיט אַ בליק צו זײַנע שטוב־לײט זיך געװענדט. — צוערשט צו גיטלען, װאָס איז ניט װײַט פֿון אים בעתן געשפּרעך געזעסן. — נײן, — האָט יענע זיך מיט די אַקסל װי אָפּגעשאָקלט. — איז אפֿשר אַן אַנדער װער? — האָט ער װײַטער געפֿרעגט. — נײן, קײנער▯; אַפֿילו ניט אַזאַ, װי יאַנקעלע גראָדשטײן, װאָס אין זײן שטײגער איז דװקא יאָ געװען אַמאָל שטיל און צײַטן־לאַנג אױסצוהאַלטן גע־ ▯ פֿאַלענע און יורדים אױף אָ פֿאַרשטעלטן אופֿן, — אױך ער ניט; יאַנקעלע גראָדשטײן האָט דאָס מאָל זיך אָפּגעזאָגט, און איז אַפֿילו רױט געװאָרן דערפֿון, װאָס מע איז אים חושד אין אַזאַ זאַך, אין װעלכער ער איז גאָר ניט שולדיק. — איז װער זשע? — האָט זיך דאָ מלכּה־ריװע אַרומגעקוקט און איז מיט איר דאַנק װי אינדערלופֿטן הענגען געבליבן... — האַ? — האָט זי װי מיט זיך אַלײן רעדן גענומען. — איז אױב אַזױ, איז אפֿשר אױך דאָס פֿון יענעם? — פֿון װעמען? — פֿון דעם, װאָס ער, משה, קען אים. פֿון דעם, װאָס אַלע קענען אים, װײל ער איז אַן אַרײַנגײער צו אַלע; פֿון יענעם, װאָס משה, אױב ער גע־ דענקט, האָט אין יענעם אױפֿדערנאַכט, װען זי איז צו אים דאָס ערשטע מאָל געקומען נאָך זיסיעס שלאַף־װערן, מיט אים אַ שטיק סכסוך געהאַט, האָט אױף אים אָנגעשריגן און אים פֿון שטוב אַרױסגעיאָגט. איז אפֿשר אױך דאָס פֿון ▯י▯ ▯ — און װאָס דען נאָך? ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 67▯ און דאָ האָט מלכּה־ריװע דערצײלט, װאָס אַ שטיק צײַט דערפֿריער האָט מיט איר מיט יענעם שױן אײנמאָל געטראָפֿן. זי האָט דערצײלט, װי יענער▯ סרולי, האָט זיך אײנמאָל אין אײנעם אַ פֿרימאָרגן בעתן יאָר־יאַריד, דאַכט זיך, באַװיזן אױף איר שװעל מיט אַ גרױסװערטיקן פּאַפּיר־געלט אין דער האַנט און געזאָגט, אַז בײַ איר שװעל האָט ער דאָס אױפֿגעהױבז און לעבן איר שטוב עס געפֿונען. זי האָט זיך צוערשט דערפֿון אָפּגעװאָרפֿן, װײל פֿונ־ װאַנען קומט צו איר צו פֿאַרלירן? אָבער יענער האָט זיך גע'עקשנט און גע־ טענהט▯ אַז אױב ניט אירס, איז װעמענס דען, אַז זײַנס איז דאָס געװיס ניט... ער איז גראָד, האָט ער געזאָגט, איר שטוב פֿאַרבײַגעגאַנגען, האָט ער אױף דער שװעל אַ קוק געטאָן, דאָס דערזען, און ער גיט דאָס אָפּ, צו װעמען ס'געהער געװיס — צו דעם, װאָס די שװעל איז זײַנע... און אַז זי, מלכּה־ריװע, האָט זיך געקװענקלט און דאָס אַלץ ניט געװאָלט נעמען, האָט ער זיך אױף איר שױן גאָר צעשריגן: „ניט? זי װיל ניט? איז זאָל זי דאָס װאַרפֿן פֿאַר די הינט, אױפֿן גאַס, זאָל זי טאָן מיט דעם, װאָס זי װיל, פֿאַרטײלן אָרעמעלײַט, זאָל זי...” זי האָט געזען, אַז געפֿונען האָט ער דאָס טאַקע ניט, אָבער קײן גנבֿה און קײן כּישוף אױך ניט, — און זי האָט זיך געשראָקן און דאָס פֿאָרט גענומען, און אַװדאי איז דאָס איר זײער צוניץ געקומען. איז האַ? איז אפֿשר אױך אַלעס איבעריקע פֿון אים, פֿון יענעם? האַ, װי מײנט מען? װי מײנט משה, און װי מײנען אַלע? — ער מײנט? — האָט דאָ משה עפּעס מבֿולבל און װי ניט הערנדיק, װאָס ער רעדט, אַ זאָג געטאָן. — ער מײנט, אַז יאָ, אַז געװיס ער, אַז געװיס דער, װײל װער דען אַנדערש? — און פּלוצעם האָט ער זיך פֿון זײן שטול אַ הײב געטאָן, און אַלע בײװעזנדיקע האָבן באַמערקט, װי ער האָט זיך מיט־ אַמאָל עפּעס אַ קרענקלעכן כאַפּ געטאָן פֿאַרן האַלדז, פֿאַרן קאַרק, גלײַך עפּעס אַ פֿליג האָט אים אַן אומגעריכטן ביס געטאָן, אָדער אַן אַנדער מין באַשעפֿעניש האָט זיך איס דאָרט אַװעקגעזעצט. מע האָט באַמערקט, אַז ער האָט אַפֿילו דעם קאָפּ אױסגעקערעװעט, װי צו זען און זיך איבערצײַגן, צי זיצט אים דאָרט טאַקע ניט עפּעס אָדער עמעצער. — און װאָס האָט זי איצט געװאָלט, מלכּה־ריװע? — האָט ער װידער מבֿולבל גלײַך נאָכן אױפֿכאַפּן זיך פֿון דעם שטול בײַ איר אַ פֿרעג געטאָן, אר▯ מע האָט װידער געזען, אַז זײַנע אױערן הערן ניט, װאָס דאָס מױל רעדט. — זי האָט געװאָלט?... זי איז געקומען מיט אַ מלבוש צו פֿאַרמשכנען, װײל די ביז־אַהעריקע אױבן דערמאָנטע חסדים חאָבן זיך איר אױסגעלאָזט. און זי האָט דאָס מלבוש געבראַכט אַהער, װײל די װאָכערניקעס, װי באַװוּסט, זײַנען הױט־שינדער, און דאָ װעט מען אַװדאי אַנדערש שעצן איר מלבוש, און זי װעט דאָ פֿיל מער אַרױסקריגן, װי בײַ יענע. — אַװדאי מער! אַװדאי, װי בײַ יענע! — האָט משה מאַשבער אירע ----------- ▯ 368 ▯ ד ע ר נ ס ת ר װערטער נאָבגעבאָמקעט, און די אײגענע האָבן דערבײַ דערזען, װי ער האָט מיטאַמאָל גענומען זיך אַרומזוכן, גלײַך ער איז גריוט, נישט קוקנדיק אַפֿילו אױפֿן מלבוש, באַלד מיט דער מטבע אַרױסצוקומען צו איר, צו מלכּה־ריװען. ער האָט געזוכט פֿריִער אין די זשיליעט־קעשענעס, אין די אונטערשטע, װי אין די אײבערשטע, און נישט געפֿינענדיק גאָרנישט, האָט ער זיך דערנאָך צו די הו▯זן־ און בוזעם־קעשענעס געװענדט — אַלעמאָל אין אַנדערער און יעדעס מאָל צוריק אין דער זעלבער; און מיטאַמאָל, נישט געפֿינענדיק שױן אין ערגעץ גאָרנישט▯ האָט ער זיך פּלוצעם װי דערשראָקן און עפּעס אַ משונה זאָג געטאָן: — נישטאָ! כ'האָב נישט, מלכּה־ריװע... לײדיק... — און מיט דער זעלבער איבערגעשראָקנקײט האָט ער, צו אַלעמענס באַװוּנדערונג, נאָך צו־ געגעבן: —▯ כ'האָב אױך אַ חולה, און אינגיכן װעל איך שױן אױך עפּעס דאַרפֿן פֿאָרזעצן, װי דו איצט, מלכּה־ריװע... — טאַטע! — האָט דאָ יהודית, משהס עלטערע טאָכטער, אַ געשרײ געטאָן, װי װען מע דערזעט עמעצן גערירט און מע מוז אים אָפּהאַלטן און פֿון אַ שלעכט װאָרט אָדער שלעכטן טאַט אים אָפּשטעלן. — שװער! — האָבן זיך מיטאַמאָל אױך די אײדעמס פֿון זײערע ערטער אַ כאַפּ געטאָן דערשראָקענע. — משה! — האָט אױך גיטעלע צוזאַמען מיט אַלע אױפֿגעציטערט... מיר װײסן ניט, צי איז מלכּה־ריװע דעמאָלט אַרױס פֿון שטוב מימ אָדער אָן געלט, מיט אָדער אָן דעם מיטגעבראַכטן מלבוש, מיר װײסן נאָר, אַז דעם גאַנצן אױפֿדערנאַכט דערנאָך, נאָך מלכּה־ריװעס אַװעקגײן, האָט משה מאַש־ בער, װי אַ האַלב־דולער, נישט אױפֿגעהערט אַלעמאָל אין די קעשענעס זיך טאַפּן, און שפּעטער, װען ער האָט, װי נעכטן, אױך הײַנט נישט געקאָנט אײנ־ שלאָפֿן, און האָט פֿריִער אין די שטעק־שיך אין די צימערן אומגעשפּאַנט, דערנאָך זיך װידער קעגן זײן פֿענצטער אין זײן אַלקער אַװעקגעשטעלט, — איז אַזױ װי נעכטן האָט ער אין דער דרױסנדיקער האַלב־שײן דערזען אַלטערן, הײַנט — ניט: הײַנט האָט זיך אים אַלעמאָל נאָר געדאַכט, אַז יאָ, עפּעס אַ מענטש זיצט אים אױפֿן קאַרק, און ער האָט אַלעמאָל דעם קאָפּ אױף צוריק אױסגעקערעװעט, צו זען, װער איז ער עס, דער מענטש. און געדאַכט האָט זיך אים יעדעס מאָל, אַז דאָס איז ניט קײנער, נאָר טאַקע ער, יענער — סרולי, מײנט מען, און אַלעמאָל, װען דאָס האָט זיך אים אױסגעװיזן, האָט ער דערפֿילט בײַ זיך, װי אַ משונה שטאַרק געשרײ אין גאָרגל שטעקן, װאָס אָט־אָט, און אַ האָר גײט אָפּ, אַז ער זאָל באַלד דאָס מױל ניט צעעפֿענען און דאָס ניט אױס־ שרײַען, װי אַלטער... ▼ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 369 משהן האָט זיך דעמאָלט געדאַכט, אַז סרולי זיצט אים אױף זײן קאַרק. אָבער אין דער אמתן, װוּ איז דעמאָלט געװען סרולי? סרולי האָט איצט געװױנט צוזאַמען מיט לוזין. יאָ, נאָך דעם, װי זײ זײַנען צוריקגעקומען פֿון זײערע רײַזעס, און סרולי האָט לוזין באַזאָרגט מיט דער געװיסער װױנונג, איז ער צוערשט דאָרט נאָר אַ שיטערלעכער גאַסט געװען, נאָר װאָס שפּעטער איז ער אַלץ מער תּושבֿ און הײמישער געװאָרן, און איז שױן אָפֿט אױך אַפֿילו אױף נאַכט געבליבן. ער האָט זיך אַמאָל אין צװײטן צימער צוגעשפּאַרט מעשׂה גבאי: ▯װוּ װי ס'מאַכט זיך; שפּעטער אָבער האָט ער זיך שױן אױך אַ מין באַנק־בעטל געקראָגן, דאָס אין פֿאָדערצימער אַװעקגעשטעלט, כּדי ער זאָל יעדעס מאָל און װען ער װעט װעלן איבערנעכטיקן, — און גענעכטיקט האָט ער שױן דאָרט אָפֿט, כּמעט כּסדר. ער האָט שױן אױך כּמעט די גאַנצע לוזיס באַלעבאַטישקײט געפֿירט — ער מיט דער דינסט▯ייִדענע. ער האָט אױך אין לוזיס אינערלעכע ענינים אָנטײל גענומען, זיך אָפֿט▯ אַרײַנגעמישט, צי מע האָט בײַ אים יאָ געפֿרעגט, צי ניט. אָפֿט, למשל, זײַנען אים אײניקע נײ־אָנגעקומענע ניט געפֿעלן — פֿון יענע, װאָס פֿלעגן אַמאָל בגנבֿה פֿון אַנדערע סעקטעס אין די פֿאַרנאַכטן זיך אַרײַנשטעלן. אַז אַזאַ אײנער פֿלעגט בײַ סרולין ניט אױסנעמען, פֿלעגט ער דאָס לוזין פֿירהאַלטן מיטן פֿולן מױל און זיך ניט אָפּשטעלן פֿאַר גאָרניט. װײל ער האָט געהאַט אַן אױג, געהאַט אַן אױער פֿאַר יענע זאַכן. כאָטש ער אַלײן האָט קײן שײַכות ניט געהאַט דערצו, דאָך פֿלעגט לוזי אים אױסהערן און זיך רעכענען מיט זײן מײנונג אַפֿילו װען נאָר מיט אַ הױל־קאַפּריזער. ער איז אים אַפֿילו אָפּגעגאַנגען, און סרולי האָט אָפֿט, אין געװיסע ענינים, אױך גענומען װי די אױבערהאַנט איכער אים. װי אָט, למשל: ס'האָט געטראָפֿן, אַז מיכל בוקיער, דער פֿריִערדיקער ראש פֿון דער סעקטע, האָט עפּעס צו לוזין צוגעשיקט מיט אַ קינד אַ בריװל, װאָס האָט זיך אָנגהעױבן מיט די װערטער: „לאהובינו אחינו, מה אני שואל מכם ,כי אם לבקש בעדי...” *) אַז לוזי האָט דאָס בריװל דורכגעקוקט, האָט ער זיך פֿאַרטראַכט און אין מרה־שחורה אַרײַנגעפֿאַלן. סרולי האָט געבעטן, ער זאָל דאָס אים באַװײַזן, און אױך ער האָט דאָס דורכגעלײענט, האָט ער אַ קוק געטאָן אױף לוזין און זיך װי צעבײזערט. — װאָסי? מע האָט דען פֿריִער ניט געװוּסט, אַז מיכל גײט אױף אַ *) צו אונדזערע געליבטע ברידער, איך בעט פֿון אײַך, איר זאַלט מו▯▯▯▯▯▯ ▯ ▯ פֿאַר מ▯ר..▯ ----------- 370 ד ע ר נ ס ת ר ▯ גליטש, און אַז אַ ליאַדע טאָג װעט ער אַ פּראַל טאָן און הענט און פֿיס און רוק־און־לענד צעברעכן? מע האָט דאָס ניט פֿאָרױסגעזען? ▯ װירקלעך: מע האָט טאַקע באַמערקט, אַז זינט לוזי איז געקומען צו דער אָנפֿירונג, איז יענער װי אָפּגעגאַנגען אין אַ זײט, זיך אָנגעהױבן באַװײַזן אַלץ שיטערלעכער, אַפֿילו צו די שבתדיקע מנינים, און װער ער איז יאָ געקומען, האָט מען געזען, אַז קײן נחת פֿון דעם, װאָס אַלע אײגענע האָבן, האָט ער שױן נישט — נישט פֿונעם דאַװנען, נישט פֿונעם לערנען און תּורה זאָגן, און מע האָט אױך געזען, אַז עפּעס ברױעט אין אים אָ זאַך, װאָס מאַכט אים שטום, די אױגן צו דר'ערד אַראָפּגעלאָזט און קײנעם אין פּנים אַרײַן ניט צו קוקן. לסוף איז דאָס אַרױסגעשװוּמען. מי▯ל האָט זיך װידער גענומען װאַקלען, נאָך מער און נאָך שאַרפֿער, װי בעת ער האַט דאָס לוזין אין דער ױדױ דער־ צײלט און אױסגעלײגט. ער האָט גענומען צװײפֿלען אין דער װעלטס השגחה און אין דער באַרעכטיקונג פֿון אַלעם דעם, װאָס אַ גלײביקער דאַרף באַ־ רעכטיקן. ס'איז אים מיטאַמאָל עפּעס װידער װי אַ דעקטוך פֿון די אױגן אַראָפּגעפֿאַלן: ער האָט אַלץ דערזען אין אַן אַנדער שײן, אין אַזאַ, װאָס אַלעס פֿריִעריקע דאַרף אױפֿסנײַ איבערגעקוקט און דורכגעזען װערן. און דאָס האָט ער איצט אױסגעדריקט אין זײן צוגעשיקט בריװל צו לוזין. קומען און איבער־ רעדן האָט אים שױן, װײַזט אױס, קײן מוט ניט געקלעקט: מע װעט אים זיכער אָפּשטױסן, פֿון דער אַנדערער זײט אָבער, האָט אים נאָך ערגעץ בײַ די פֿיס־קנעכל, בײַ די פּיאַטעס געװאַרעמט דער גלױבן, און ער האָט ▯געצװײפֿלט אין בײדע — אי אינעם גלױבן, אי אינעם אומגלױבן, און ער איז געװען פֿאַר־ לױרן, און דאָס אײנציקע, װאָס אים איז געבליבן אין אַזאַ־אָ לאַגע, איז געװען — בעטן זײַנע אײגענע, זײ זאָלן פֿאַר אים און פֿאַר זײן פֿאַרלױרנקײט בעטן. — זײט מתפּלל, אַנשי שלומינו *), און באַזונדערס דו, לוזי, דער ראש פֿון דער עדה... זײט מתפּלל פֿאַר מיכל בן שׂרה־פֿײגל, װאָס ער האַלט שױן װידער אַראָפּצוזינקען אין שפֿלװ▯. ער האַלט שױ▯ דערבײַ, אַז ער זאָל אַפֿילו אינגיכן אַרײַנפֿאַלן צו די דעסעװער **). ס'האַלט דערבײַ, אַז ער האָט שױן כּמעט באַשלאָסן זיך אַװעקלאָזן אין דער װײַטער ליטע, אַהין, צו יענע, פֿון װעלכע מע זאָגט, אַז דער גײסט פֿון כפֿירה און פֿון אין אַלעם לײקענען שטאַמט פּון זי▯. אין זײן בריװל האָט ער דאָס אױסגעלײגט באַריכות, און אױך אַ ביסל רערצײלט די סיבות, דורך װעלכע ער איז צו זײן לעצט־שלעכטן געדאַנק געקומען. צװישן אַנדערע האָט ער געשריבן, אַז די לעצטע צײַט האָט אים *) אונדזערע לײט, מענטשן פּון אײן דעח, פֿון אײן געזינונג. ▯ **) דאַ געמײנט ▯ משח מענועלסאָן, דעם פ▯טער פֿו▯ דער או יפֿקלערונג▯ ▯ װעלכער חאָט געװוּ ינט אין דײַטשלאַנד, אי ן דער שטאָט דעסאו. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 71▯ אײנמאָל דאָס װײַב זײן אָרעמען מאָלצײַט דער▯אַנגט — אַ יושקע, װי אַלע־ מאָל, פֿון עפּעס מינים פֿיש, אין װעלכער ס'איז גאָרנישט ניט געװען, אױסער ליסקע אַרומגעשװוּמען. ער איז געװען הונגעריק, האָט ער געשלונגען, און מיטאַמאָל האָט ער זיך געכאַפּט אינמיטן עסן און זיך צעװײנט: — דער בחיר▯היצורים, דאָס בעסטע באַשעפֿעניש — דער מענטש, הײסט עס, — איז הונגעריק, און די װעלט איז אַזױ רײַך און גרױס, און דעם מענטש קומט מער ניט אָן, װי יושקע מיט ליסקע... פֿאַר װעמעס זינד? א▯ן װעמען קומט אַרױס פֿון אַזאַ דערנידערונג, און װוּ איז די באַרעכטיקונג פֿון דעם? און דערבײַ האָט ער צוגעגעבן און אַ גאַנץ צעטל שטוב־צרות אױסגע־ רעכנט, װעלכע ס'איז אים שױן שװער צוצוזען, און װאָס ס'איז שױן בשל כח הסבל — ער קאָן דאָס שױן נישט איבערטראָגן. — בתּי אסתּר, — האָט ער געשריבן, — איז שױן אַ מײדל צו לײ▯▯ן, און קײן נדן פֿאַר איר האָט ער ניט, און קײנע שום אױסזיכטן, און זי קאָן, הלילה, פֿאַרזיצן. דערצו איז זי נאָך אױך ניט קײן איכעריקע יפֿת־תואר — נישט קײן געראָטענע, נישט אין גוף, און נישט קײן באַלעבאָסטע, און מחמת ער קאָן איר צער ניט צוזען, שלאָגט ער זי אָפֿט און שלעפּט זי פֿאַר די צעפּ כאחד הריקים.*) — בני בערל, —— האָט ער װײַטער געשריבן, — איז אַ גולם, אַ בלינד־ לעכער און אַ געברעכטער, דרײט די ראָד בײַם שלײַפֿער, פֿאַרדינט גאָרניט און האָרעװעט איבער זײַנע כחות — ראה ה, בעניו...**) אױך בני יאַנקעלע אַרבעט בײַ אַן אײַנבינדער אָן אַ גראָשן, טוט עבֿודת־פּרך דעם באַלעבאָס, און האָט דערפֿון גאָרנישט... אױך בתּי חנהלע איז, דאַכט זיך, אַ גולם, און דערצו נאָך קײן קנעלונג, מחמת באַלעבאַטים האָבן זיך, איבער זײן אַמאָליקן שלעכטן שם, פֿון אים אָפּגעװאָרפֿן און גיבן אים ןײערע קינדער ניט. „זײט מתפּלל, אַנשי שלומינו”... דערבײַ איז לוזי, לײענענדיק אָט דאָס בריװל, טרױעריק געװאָרן, און סרולי האָט זיך צעלאַכט. ▯ —— מע זאָל פֿאַר אים בעטן? װאָסי? ער איז קלײן אַלײן? אַ מענטש האָט פֿיס און בעט זיך אױף קוליעס! װאָס? ער װיל צו די דעסעװער — צו יענע, װאָס מיט די קאַלטע קעפּ, קאַלטע קאַפּעליושן און קאַלטן יושר? אדרבה, זאָל ער! װוּהין רוקט ער זיך עס, דער שלימזל מיט דער יושקע מיט דער ליסקע? אַזױ אין דעם פֿאַל, און אַזױ אױך אין אַנדערע פֿאַלן האָט זיך סרולי זײן װאָרט געהאַט, זיך אין אָלע ענינים אַרײַנגעמישט, און צי מע האָט אים יאָ *▯ װ י אײנער פֿון די גרעבסטע, נידעריקסטע פּאַרשו ינען. **) זע, גאָט, זײן פּײ ן... ----------- 372 ד ע ר נ ס ת ר געפֿאָלגט, צי ניט, אָבער ער האָט שטענדיק זײַנס געזאָגט — פֿרײ און נישט געצװוּנגען. ער האָט אױך געפֿירט די שטוב לױט זײן גוסט און כּמעט אױף זײן ▯ אײגענער אַחריות: צוגעלאָזט מענטשן, װעלכע ער האָט געפֿילט אין זײ פֿאַר לוזין אַ נוץ, און דערװײַטערט און נישט צוגעלאָזט אַזױנע, װאָס ניט, און װאָס ער האָט געהאַלטן, אַז ▯זײ פּלאָנטערן זיך נאָר פֿאַר די פֿיס איבעריקס. ער האָט די שטוב אױך פֿון זײַטיקן אָנגעלױף פֿאַרהיט — פֿון די „קללה”־ לײט, פֿון די האַלבע און גאַנצע משוגעים און קאַליקעס, װעלכע האָבן זיך אָפֿט געקליבן בײַ די פֿענצטער אַמאָל בײַטאָג, אָדער אָפֿטער בײַנאַכט, װען פֿון שטוב האָט זיך אַרױסדערהערט אַ געזאַנג, אָדער גלאַט, װען די לאָמפּן־שײן האָט, אין דרױסן אַרױסלױכטנדיק, זײ צוגעצױגן... ער האָט אױך געהאַט פֿאַרבינדונג מיט דער שטאָט, געװוּסט, װאָס דאָרט קומט פֿאָר, און װאָס ס'איז װערט דערפֿון לוזין צו דערצײלן, און װאָס ניט. ▯▯ ער האָט, אמת, די לעצטע צײַט אױסגעמיטן גבֿירישע הײַזער, זעלטן ערגעץ־ װוּ זיך באַװיזן, זיך אַרױסגערוקט, אַפֿילו װען מע האָט אים באַגעגנט און אים אױך, כּלומרשט, אײַנגעלאַדן. דאָך האָט ער, ניט באַזוכנדיק יענע הײַזער, געװוּסט װאָס ס'קומט פֿאָר אין זײ. אַזױ האָט לוזי זיך פֿון אים דערװוּסט די מעשׂה מיט די פּריצים, אַזױ אױך ▯ דערפֿון, אַז בײַ זײן ברודער משהן גײען די געשעפֿטן באַרג־אַראָפּ, װײל אױך ער איז אין יענער מעשׂה פֿאַרמישט, און אױך איבער אַנדערע טעמים, װײל דאָס יאָר איז שלעכט, דער מסחר געשלאָגן, און ס'האַלט, דאַכט זיך, זאָגט מען, בײַ גרױסע אָנזעצן. ס'האַלט דאַכט זיך שױן באַלד אױך בײַ זײן▯ לוזיס, ברודערס אָנזעץ. יאָ, סרולי איז געװען אין קורס. סרולי האָט דורך װענט פֿאַרנומען אַלץ, װאָס בײַ משה מאַשבער אין שטוב געשעט — נישט אױסגעשלאָסן אַפֿילו אַזאַ זאַך, בײַ װעלכער ס'ז▯ינען גאָר קײן עדות ניט געװען, װי שמואליקל שלעגערס באַזוך בײַ משהן. צי ער האָט זיך זײַנע לעכער געהאַט, װוּ ער איז דאָס געװױר געװאָרן, צי ער האָט דאָס אין דער לופֿט אָנגעשמעקט, נאָר געװוּסט האָט ער עס אױף זיכער. אַ סבֿרה, אַז ער האָט אױך▯ געװוּסט פֿונעם װיזיט, ▯ װאָס איציקל זילבורג האָט געפּראַװעט בײַ משה מאַשבער — און װאָס צװישן פֿיר װענט און פֿיר אױגן איז דאָרט צװישן זײ אָפּגערעדט געװען — געװוּסט, ▯ אַז, מעגלעך, אינגי▯ װעט מען דאָרט אַלץ און אינגאַנצן פֿון שטוב און געשעפֿט אױף פֿרעמדע נעמען איבערשרײַבן. ער האָט געװוּסט און װי געװאַרט דערױף. ער האָט אַפֿילו געװוּסט דאָס, װאָס קײנער אין איצטיקן מאָמענט, אַפֿילו ניט אַלײן משה מאַשבער, האָט זיך ניט געקאָנט ריכטן דערױף; דהײַנו, אַז משה מאַשבער װעט, סוף־כּל־סוף, אַזױ ענג װערן, ס'װעט אים אַזױ דער אומגליק צום האַלדז צוטרעטן, אַז ס'איז ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 373 ניט אױסגעשלאָסן אױך אַזאַ זאַך, װי ער זאָל קומען אַהער צו לוזין, װעלכן ער האָט כּמעט צוזאַמען מיט אים, מיט סרולין, פֿון שטוב אַרױסגעיאָגט, אױף זיך מיט אים עצהן, פֿאַר אים דאָס האַרץ אױסגיסן און, מעגלעך, אױך אַ טרער לאָזן. ער האָט דאָס געפֿילט און אַרױסגעקוקט דערױף. און װוּנדערלעך, די לעצטע צײַט ו▯אָט ער זיך עפּעס צו שטאַרק גענומען צו דער שטוב, זי מער גערײניקט, געזױבערט, אַ גרעסערן לאָמפּ אין שטוב אײַנגעשאַפֿט, אַ פֿײַנערן טישטעך אױפֿן טיש צו באַדעקן, װי ער װאָלט זיך געגרײט צו גאָר אַ הױכן קבלת־פּנים, אָדער צו גאָר אַ גרױסן יום־טובֿ. װאָס ער אַלײן װעט דערפֿון האָבן, האָט ער ניט געװוּסט, נאָר ס'האָט אים גערײצט און געקיצלט אַלײן שױן נאָר דער געדאַנק, צוזעענדיק דעם מאָמענט, װען יענער, משה, װעט אין האַלב אָדער גאַנצער הכנעה לוזיס שװעל אַריבערטרעטן. עו▯ האָט לוזין ניט דערצײלט דערפֿון, נאָר פֿאָרױספֿילנדיק, האָט ער זיך מיטן געדאַנק געשפּילט, און שפּילנדיק, זיך געריכט, און ריכטנדיק זיך, זײַנען די הענט בײַ אים פֿול געװען מיט מלאכה: מיט אײַנשאַפֿן און מיט אײנ־ אָרדענען נײטיקן געמיט און געהעריקע זאַכן צו דער באַגעגעניש. און אָט אין דער מאָמענט געקומען. אין אײנעם פֿון די אױפֿדערנאַכטן, װען סרולי האָט שױן דערשפּירט משח מאַשבערס באַלדיק אָנקומען, איז ער עפּעס, נישט װי אַלע אױפֿדערנאַכט, אומרויִקלעך געװאָרן. ער האָט געזען, אַז קײנע פֿרעמדע, פֿון שטאָט־ אָנגעקומענע, סײַ יונג טײ אַלט, זאָלן זיך הײַנט ניט איבעריק פֿאַרהאַלטן. און װען יאָ פֿאַרהאַלטן — האָט ער געזען מיט פֿאַרשײדענע מיטלען און תהבולות זײ װאָס גיכער אַרױסצובאַגלײטן: אײניקע האָט ער געגעבן אַן אָנצוהערעניש נאָר מיט אַ מינע, אַז ןײ זאָלן חײנט מקצר זײן און זײערע ענינים דערלײדיקן, און מיט אַנדערע האָט ער זיך פֿאַר אָפֿענע װערטער ▯ט אָפּגעשטעלט, און פּשוט זײ דערקלערט, אַז זײער אָנװעזנהײט הײַנט איז, איבער געװיסע טעמים, ניט געװוּנטשן — זאָלן זײ אַװעקגײן און קומען אַן אַנדערשמאָל. דאָס — מיט פֿרעמדע. אָפּגערעדט שױן, אַז מיט אײגענע האָט ער זיך שױן גאָר ניט צערעמאָניעט, און גלײַך נאָך מנחה־מעריבֿ זײ אַרױסגעמשלחט, זאָגנדיק דערבײַ, אַז לוזי פֿילט זיך הײַנט ניט גוט, און ס'װאָלט געװען אַ יושר, אַז מע זאָל אים איצט לאָזן צורו. אַזױ, אַז געבליבן זײַנען אין יענע אָװנטן נאָר ער אַלײן מיט לוזין. קײנער פֿון זײ האָט דעם צװײטן ניט געזאָגט גאָרניט, נאָר סרולי האָט, פֿון בײַטאָג זיך נאָך ריכטנדיק, אַלעמאָל דעמאָלט באַפֿױלן דעם פּאָל צו זױבערן, דאָס גלעזל פֿונעם לאָמפּ גלאַנציק אױסװישן, אַ נײַעם טישטעך פֿאַרשפּרײטן, די בענק▯ און די בענקלעך אױף די געהעריקע ערטער צעשטעלן, און לוזי האָט, דאָס צוןעענדיק, זיך ניט געחידושט, מחמת אומדערפֿאַרן, און ער האָט געמײנט▯ אַז אַלע תּמיד איז אַזױ. ----------- 374 ד ע ר נ ס ת ר ▯ און סרולין האָט זײן חוש נישט אָפּגענאַרט. ▯ ס'איז געװען נאָך אײנעם אַ טאָג אין געשעפֿט, װען משה מאַשבער איז געקומען אַהײם און מע האָט באַמערקט, װי ערד איז אױף זײן פּנים. ס'איז געװען נאָך דעם, װען ער איז הײַנט געװױר געװאָרן, אַז דער זמן פֿון אײנעם אַ גרױסן חובֿ־װעקסל איז געקומען, װאָס מע האָט עס געמוזט סילוקן, װײל װען ניט, איז דאָס דער אָנהױב פֿונעם סוף: אַלע װעלן זיך דערװיסן, און אַלע מיטאַמאָל װעלן צוטרעטן, און מע האָט געמוזט זען דאָס געלט קריגן. משה מאַשבער האָט זיך אַפֿילו געפּרוּװט מיט אַלע מיטלען און עצות זען אָפּשטופּן דעם זמן און זיך אױסבעטן אױף שפּעטער, װײל אַזױנס טרעפֿט זיך דאָך אױך אַפֿילו אין גוטע און אין זיכערע צײַטן, װען ס'מאַכט זיך, אַז ס'איז גראָד קײן געלט ניטאָ און װען ס,▯עלט אױך מזומן. יאָ, אין זיכערע צײַטן טרעפֿט טאַקע, און דער, װעמען ס'קומט און װעלכער ס'מאָנט דאָס געלט, טראַכט דעמאָלט ניט איבער: שפּעטער, איז שפּעטער; און אױך דער, פֿון װעמען ס'קומט און מע מאָנט דאָס געלט, װערט פֿונעם אָפּלײגן און ניט־צו־ דער־צײַט־צו־צאָלן ניט איבעריק בײַ זיך אַראָפּגעפֿאַלן. אין דער סוחרים־ װעלט איז דאָס אַ געװײנלעכע זאַך, און װען די צײַט איז נאָר אַ גוטע, און דער בעל-חובֿ אַ בטוח, איז שױן אַזױ אױך אײַנגעפֿירט, אַז נישקשה, אַז מע צאָלט אױך מיט פֿאַרשפּעטיקונג. דאָס מאָל אָבער איז דאָס אוממעגלעך געװען, מחמת דעם שלעכטן שם, װאָס אין דער ענגער צײַט האָבן אַלע בטוחים געליטן פֿון אים, באַזונדערס די, װאָס זײַנען פֿאַרמישט געװען אין דער מעשׂה־פּריצים, און באַזונדערס און בפֿרט נאָך אַזאַ, װי משה מאַשבער ,װאָס בכלל האָט מען זיך װעגן אים שױן ▯ שטיל און אָפֿט געסודעט, אַז ער קראַכט און האַלט בײַם פֿאַלן. משה מאַשבער האָט זיך געװאָרפֿן, װי אַ פֿיש אױפֿן ברעג. ער האָט בײַטאָג, זײענדיק אין קאָנטאָר, אַלעמאָל אַן אַנדער מעקלער אַרײַנגערופֿן און אים שױן כּמעט מיט טרערן אין קול, שױן כּמעט מיט תּחנונים און מיט פֿאַרשײדענערלײ צוזאָגענישן און אָפֿענעם געבעט זיך געװענדט צו זײ, אַז זײ װײסן דאָך, ס'איז דאָך נישט דאָס ערשטע מאָל, און זאָלן זײ גײן און יענעם אײַנרעדן: אפֿשר װיל יענער פֿאַר אױסװאַרטן נאָך אַ פּראָצענט, איז נאָך אַ פּראָצענט, אַבי ער זאָל איצט, װען ס'איז, װי די מעקלערס װײסן, אַלעמען אַזױ ענג, אױף דער הײסער מינוט ניט פֿאָדערן און מיטן קאַלטן מעסער צום האַלדז ניט צוטרעטן. מעקלער זײַנען ניט װילנדיק אין שליחות געגאַנגען, אפֿשר האָבן זײ געטאָן, װי מע דאַרף, אפֿשר ▯עטענהט, װי מע טענהט אין אַזױנע פֿאַלן, און אפֿשר אױך ▯ ניט: אפֿשר האָבן זײ נאָר לפּנים אױף זיך דאָס שליחות גענומען נישט קענענ־ דיק מעיז זײן, נישט קענענדיק אָפּזאָגן, אָבער אין דער אמתן האָבן זײ דאָס געטאָן האַלב פֿױל און מיט אַראָפּגעלאָזטע אַרבל, — צי װײל זײ ▯אָבן אַלײן ניט געװאָלט, צי װײל זײ האָבן געװוּסט, אַז סײַ װי װעט דאָס ניט פּועלן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 375 און װאָס פֿאַר אַ תּרופֿות און גרױס היץ זײ זאָלן דאָ ניט אַװעקלײגן, װעט דאָס ניט העלפֿן. װי די מעשׂה זאָל ניט זײן, צי מחמת יאָ די מעקלערס גוטער װילן, צי ניט, נאָר אַלע זײ זײַנען נאָכן גײן און נאָך נעמען אױף זיך און כּלומרשט זיך משתדל זײן בײַ יענעם פֿאַר משה מאַשבער — זײַנען אַלע זײ צוריק געקומען נאָר מיט אײן תּשובֿה: נײן, ער װיל ניט; ער איז ניט מסכּים און טענהט נאָר אײנס: קײנע פּראָצענטן מער, נאָר זײן געלט, זײן קרן. משה מאַשבער איז דערנאָך פֿון גרױס ערגערניש, ניט װיסנדיק װי זיך צו העלפֿן, אַזש אַװעקגעלאָפֿן צו איציקל זילבורג, װיסנדיק, אַז יענער קאָן אים איצט די אוממיטלבאַרע הילף נישט דערלאַנגען און אַז בײַ איציקל זילבורג קאָן ע▯ר קריגן נאָר אַן עצה, ניט קײן געלט, און עצות זײַנען אים איצט ניט דער עיקר, װײל דער עיקר מוז ער זיך איצט זען אַרױסכאַפּן פֿון דער ערשטער צרה, און דערנאָך ערשט װעט מען זען, דערנאָך יועט ער זיך מיט איציקל זילבורג שױן װעגן איבעריקן עצהן. גראָד האָט ער נאָך איציקלען אין דר'הײם ניט געטראָפֿן, און ער האָט געמוזט װאַרטן בײַ יענעם אין שטוב, װוּ ס'אין אים גאָרנישט אָנגענעם געװען, מחמת מורא, ער זאָל זיך ניט אָנשלאָגן אױף פֿרעמדע מענטשן, װעלכע װעלן זען, מיט װאָס פֿאַר אַן אומגעדולד ער װאַרט און קוקט אַרױס אױף יענעם... און דאָך איז ער געצװוּנגען געװען. ער איז אין װאַרט־צימער אומגע־ לאָפֿן, װי אַ חיה אין שטײַג, הין און צוריק און נאָכאַמאָל צוריק און אַהין; און װען עמעצער זאָל אים געװען דעמאָלט זען אַזױ אומלױפֿן, װאָלט ער זיכער זיך געשטױסן, אַז משה מאַשבער האָט איצט עפּעס, װי אַ מין גיפֿטיקע פֿײַל אין קערפּער שטעקן, װאָס ס'איז אי ניט איר װײטיק צו דערטראָגן, און אױך ניט פֿון לײב זי אַרױסצושלעפּן.▯ און אַז ער האָט זיך אױסדערװאַרט, און אַז איציקל זילבורג איז שױן לסוף געקומען, אַזױ האָט משה מאַשבער מער בײַ אים װי געצײלטע מינוטן ניט געהאַט און ניט געקאָנט פֿאַרברענגען. ער האָט זיך במעט אַפֿילו ניט צו▯ געזעצט, װײל ס'איז ניט געװען צוליב װאָס; װײל, װי געזאָגט, האָט ער, אױסער עצות, קײן אוממיטלבאַרע הילף, ד. ה. קײן געלט מזומן, בײַ יענעם ניט געקאָנט אַרױסקריגן. יענער האָט אים נאָר פֿאַר זײן אַװעקגײן אין זײן פֿון צרות פֿאַרטױבטן אױער אַרײַנגעזאָגט, אַז יאָ, זאָל ער טאַקע זען, משה, אַז װעדליק ער, איציקל זילבורג, פֿאַרשטײט װי סע האַלט▯ איז זאָל ער שױן טאַקע איצט — און װאָס גיכער, איז גלײַכער — זײן גאַנצן ענין זען דער־ לײדיקן; ער מײנט װאָס גיכער זײַנע געשעפֿטן און זײן גאַנץ פֿאַרמעגן — סײַ פֿון באַװעגלעכע און סײַ אױך אומבאַװעגלעכע גיטער — אױף אַנדערע נעמען איבערשרײַבן, װײל װי ער זעט, האַלט עס שמאָל, און ס'איז, װי אים דאַכט זיך, שױן די ריכטיקע צײַט דערױף. ער הערט, ר, משה?... ----------- 376 ד ע ר נ ס ת ר משה מאַשבער האָט אים אי װי יאָ, אי נישט געהערט, און פֿאַרלאָזנדיק ־ איציקל זילבורגס שטוב, האָט ער געפֿילט, װי די פֿײַל װאָלט אים נאָך טיפֿער אין לײב אַרײַנגעדרונגען, און נישט האָבנדיק, װוּ זיך ערגעץ אַנדערש צו װענדן, איז ער אַהײם אַװעקגעגאַנגען, — נײן, נישט אַװעקגעגאַנגען, נאָר אַװעקגעלאָפֿן. װײל דער אימפּעט פֿון אומלױפֿן און אומדרײען זיך בײַ איציקל זילבורג אין שטוב, בעת ער האָט פֿריִער געװאַרט אױף אים, און דערנאָך שטײענדיק און אומגעדולדיק אים אױסהערנדיק, האָט אים אױך איצט, שױן נאָכן פֿאַרלאָזן יענעם און אין דרױסן זײענדיק, ניט פֿאַרלאָזט. אַזױ װײַט, אַז גײענדיק אַהײם דורכן בריק, װאָס פֿירט פֿון דעם אײבערשטן טײל שטאָט אין דעם אונטערשטן, דורך יענעם בריק, װאָס טײלט דעם טײַך אױף צװײען, איז אַז ער האָט דערזען װאַסער אין טײַך, האָט זיך אים עפּעס פּלוצעם פֿאַרװאָלט אַ טרונק, — נײן, ניט קײן טרונק, נאָר זיך באָז▯ן, — נײן, נישט באָדן, נאָר אַרײַן און מער נישט אַרױס פֿון דאָרט — באַהיט גאָט און באַװאָרן פֿון אַזױנע געדאַנקען. ער איז אַרײַן אין שטוב, װי געזאָגט, מיט ערד אױפֿן פּנים. און װי נאָר די שטוב־לופֿט האָט אים עטװאָס באַרויִקט, װי נאָר דער אימפּעטדיקער געמיט פֿונעם גאַנצן טאָג האָט זיך אים אַ ביסל אײַנגעלײגט, אַזױ האָט ער די שטוב־ לײט — זײן װײַב גיטעלע, זײַנע אײדעמס און זײן עלטערע טאָכטער יהודית — אין אַ באַזונדער אַלקער אָפּגערופֿן, און דאָרט, הינטער אַ פֿאַרשלאָסענע▯ טיר, אַ געהײמען פֿאַמיליען־באַראַט אָפּגעהאַלטן. ס'האָט זיך געהאַנדלט װעגן דעם, אַז מע מוז פֿאַרזעצן דאָס גאַנצע צירונג, דאָס גאַנצע שטוביקע גאָלד־און־זילבער, װוּ נאָר ס'װעט זיך לאָזן. מע דאַרף נאָר באַקלערן, װוּ און בײַ װעמען, כּדי מע זאָל דאָס קאָנען אױף צוריק אױס־ ▯ קױפֿן, װען ס'װעט מעגלעך װערן, װײל, פֿאַר אַלעמען, מוז מען זען אַרױס פֿון ערשטן חובֿ, װעלכן מע מוז שױן הײַנט־מאָרגן דעקן, אים אָפּצאָלן, דעם אָטעם אָפּכאַפּן, און דערנאָך ערשט װעגן איבעריקן אַ טראַכט טאָן. װײל מיטן איבעריקן האָט נאָך צײַט, די איבעריקע זמנים זײַנען נאָך אַ ביסל װײַטלעך, און ביז דעמאָלט װעט מען נאָך װי־ניט־װי געפֿינען אַן אױסװעג. פֿאַר דער צײַט פֿון דער באַראָטונג איז גיטלען אַ פּאָר מאָל ניט גוט ▯ געװאָרן, און מע איז שטיל געלאָפֿן פֿון אירטװעגן אױפֿן קיך נאָך װאַסער, זי אָפּצומינטערן. נחום לענטשער האָט ניט אױפֿגעהערט מיט דער בלאַס־ געװאָרענער, קורצלעכער נאָז צו שמאָרען און צעטראָגן איבערן צימער אומ־ צושפּאַנען; יהודית, די עלטערע טאָכטער, האָט די גאַנצע צײַט די בײנדלעך פֿון די פֿינגער געבראָכן און די אױגן פֿון פֿאָטער ניט אַראָפּגענומען; און איר מאַן, יאַנקעלע גראָדשטײן, האָט שױן שטיל אױף זי▯ן זשיליעט־קעשענע גע־ קוקט, דאָרט, װוּ זײן גאָלדענער זײגער האָט זיך געפֿונען, װי זיך אָנפֿרעגנדיק, צי זאָל ער אים שױן אַרױסנעמען, און גלײַך, באַלד טאַקע דאָ אַװעקלײגן, צי ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 377 אפֿשר האָט ער נאָך צײַט און ס'איז נישקשה, מעגלעך, אױך שפּעטער... אַלע זײַנען דערנאָך אַרױס פֿון צימער האַלב־אײַנגעבראָכענע. מע האָט אײנער אױפֿן אַנדערן ניט געקוקט, און מע אי▯ זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשײדענע װינקלען, און געבליבן אין אַלקער איז אַלײן נאָר משה מאַשבער מיט גיטלען, אױף דעם געשפּרעך װידער צו פֿירן, זי צו טרײסטן, און אַלעמאָל זי בעטן אָפּצוּװישן די טרערן, כּדי מע זאָל אױף איר ניט דערקענען, טאָמער קומט אַרײַן עמעצער אַ פֿרעמדער, אָדער טאָמער װעט אַ דינסט פֿון קיך צו איר דאַרפֿן האָבן. און שפּעטער, נאָך אַ קורצער באַרויִקונג, װען די בני־בית זײַנען זיך װידער צונױפֿגעגאַנגען אין עס־צימער, האָט זיך משה מאַשבער דעמאָלט מיטאַמאָל פֿון זײן זיץ-אָרט בײַם טיש אַ הײב געטאָן, און אין ▯אָרידאָרל, װוּ די קלײדער־שראַגע געפֿינט זיך, אַװעק, און זיך אָנגעטאָן צום אָװעקגײן. — װוּהין אַזױ שפּעט? — האָט מען בײַ אים געפֿרעגט. — ער דאַרף האָכן. — איז אפֿשר װאָלט ער דאָס אָפּגעלײגט אױף מאָרגן. — נײן. מע האָט אים שױן מער נישט איבערגעפֿרעגט, װײל זעענדיק, אַז ער געפֿינט אַפֿילו ניט פֿאַר נײטיק װעגן זײן באַשלוס אַ װאָרט צו זאָגן, האָט מען שױן פֿאַרשטאַנען, אַז אים איבעררעדן און אָפּרעדן איז איבעריק, װײל סײַ־װי װעט ער ניט הערן און פֿון זײן באַשלוס ניט צוריקקערן. ▼ משה מאַשבער האָט איצט, װי סרולי האָט פֿאָרױסגעזען זיך אַװעקגעלאָזט צו זײן ברודער לוזי, אַזש אין דעם דריטן טײל שטאָט ,אַזש צו דער „קללה”. װיסנדיק זײן װױן־אָרט, אױף װעלכן ער האָט, אַפּנים, שױן פֿון פֿריִער זיך געהאַט אָנגעפֿרעגט, האָט ער איצט, אין דעם אײבערשטן טײל שטאָט קומענדיק, פֿריִער געטראַכט װעגן דינגען אַ פֿורל, אָבער דערנאָך האָט ער איבערגעקלערט און זיך נאָר צופֿוס אַװעקגעלאָזט. ס▯איז געװען אַ שטאַרק־פֿינצטערער האַרבסטיקער אָװנט. אַפֿילו װען מיט אַ פֿורל אַהין פֿאָרנדיק, האָט מען אױך געקאָנט היפּש בלאָנדזשען, בפֿרט צופֿוס, און בפֿרט אַלײן, און בפֿרט אָן אַ לאַמטערן אױף דעם װעג זיך צו באַלױכטן, איז דאָס שױן אַװדאי געװען אַ װעג אױף קאָפּ-און▯פֿיס און רוק־ און־לענד צו צעברעכן. משה מאַשבער האָט זיך אָבער דערפֿאַר ניט אָפּגעשטעלט. אַ מין אינער־ לעכער אימפּעט האָט איס געהאָלפֿן אין דער פֿינצטער דעם װעג אױסצוגעפֿינען און אַריבערצושפּאַנען און אױסמײַדן אַזױנע פֿינצטער▯גריבערדיקע און שטאַרק ----------- 378 ד ע ר נ ס ת ו בלאָטיקדיקע ערטער, װאָס אַפֿילו די דאָרטיקע אײַנװױנער גליקט זעלטן איבער זײ אַריבער און אין זײ ניט צו פֿאַרזינקען. װען עמעצער װאָלט אים דעמאָלט דערזען אין פּנים, װאָלט ער זיך געװיס אױף צוריק געכאַפּט פֿאַר שרעק. ער האָט געװיס דעמאָלט אױסגעזען, װי יענער ביבלישער מלו שאול, װעגן װעלכן ס'װערט אין אַ געװיס אָרט דער־ צײלט, אַז װען די פּלישתים האָבן אים אַרומגערינגלט, און ער האָט זיך דערפֿילט געענגט און צוגעפּרעסט, און אַז ער האָט זיך געװענדט צו גאָט, און גאָט האָט אים ניט געענטפֿערט, — צו די נבֿיאים, צו די חלומות — און אױך פֿון זײ קײן ענטפֿער, איז כאָטש ער האָט פֿריִער אַלײן באַפֿױלן אױסצוראַמען און צו פֿאַרניכטן אַלע כּישופֿמאַכערינס און טרעפֿערס פֿונעם לאַנד, אָבער איצט, װען ער אַלײן אין נױט און געצװוּנגען, האָט ער געבעטן בײַ זײַנע דינער, זײ זאָלן אים אַזאַ אײנע, אַ כּישופֿמאַכערין, אױסגעפֿינען, און אין אײנער אַ נאַכט האָט ער זיך אַ פֿאַרשטעלטער אין פֿרעמדע קלײדער, צו איר זיך אַװעקגעלאָזט... אױך משה מאַשבער איצט אַזױ. און אָט האָט ער נאָך לאַנגן גײן און אָפֿטן אָנפֿרעגן זיך בײַ שטאַרק־ פֿאַרשפּעטיקטע דורכגײער, װעלכע האָבן זיך אים אָנגעטראָפֿן אין װעג, צו לוזיס שטיבעלע זיך צוגעשלאָגן. ▯ ניט אין קיך און ניט אין פֿאָדערצימער איז קײנער דעמאָלט ניט געװען. סרולי, װאָס פֿלעגט מערסטנטײל זיך דאָרט געפֿינען, איז דאָס מאָל — מיט עפּעס אַ כּװנה, צי ניט — גאָר אינגאַנצן פֿון שטוב דעמאָלט אױסגערונען. ער איז אַװעק אין גאַס צי צו אַ שכן. און אַז משה מאַשבער האָט אַריבערגעשפּאַנט דאָס ערשטע צימער און געזאָלט אַרײַן אין צװײטן, האָט ער פּלוצעם דערזען אַזױנס, װאָס ער װאָלט קײנמאָל ניט געגלײבט, װען ער דערזעט עס ניט מיט די אײגענע אױגן. ער האָט דערזען שמואליקל שלעגער זיצן בײַ לוזיס טיש, און דערצו נאָך — געװיס אַ שיבורן, װײל זײן בעלמעװאַטע אױג האָט אים איצט אױסגעזען בלאַסער, װי געװײנלעך, און דערפֿאַר דאָס צװײטע, דאָס נאַטירלעכע, איז אים װי אין גוטן בױמל אַרומגעשװוּמען. יאָ, שמואליקל האָט דעמאָלט געהאַלטן בײַ יענער מדרגה, װען דער ▯אַ־ טרונקענער איז גוטמוטיק, װען ער האָט אַלע גלידער אַזױ איבערגעפֿולט פֿונעם געטראָנק, אַז ער קלײַבט זי▯▯ אָדער באַלד אַנטשלאָפֿן װערן, אָדער װען אַפֿילו ניט, איז ער שױן אָבער אַזױ װײַט פֿון געטראַנק באַהערשט, אַז אױף קײן גאָר גרױסע סקאַנדאַלן, װען אַפֿילו בטבֿע איז ער יאָ אױף אַזױנס פֿײיִק, איז שױן איצט פֿון אים ניט צו װאַרטן. אין בעסטן פֿאַל איז ער פֿײיִק נאָר אױף װען־ניט־װען נאָך אױפֿצופֿלאַקערן, אָבער באַלד זיך אױסלעשן און גלײַך פֿונעם שיכּורן אימפּעט נאָכצוגעבן. אַ גרעסערער חידוש, װי שמואליקל, האָט משהן אָבער אױסגעזען דאָס, װאָס לוזי איז געזעסן אױבנאָן בײַם זעלבן טיש אַזױ רויִק און אַזױ גלײכ־ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 379 גילטיק, גלײַך יענער, שמואליקל, װאָלט אין דער אמתן גאָר בײַם טיש ניט געװען, אָדער װען יאָ, און אַפֿילו יאָ באַמערקט פֿון לוזין, איז ער אים לחלוטין װי ניט אָנגעגאַנגען, עלעהײ אַ קינד, אָדער עלעהײ נאָר אַ הײמישער װאָלט פֿון שװאַכקײט, אָדער פֿון שפּעטער שעה, אין זײן אָנװעזנהײט אַנטשלאָפֿן געװאָרן. אַן משה מאַשבער איז אַריבער די שװעל, האָט אים, כאָטש שיכּור, דאָך ד▯ער ערשטער דערזען שמואליקל. ער האָט זיך, אַ שטאַרק־באַטרונקענער און איבערגעלאָדענער, געפּרוּװט פֿון אָרט אַ הײב טאָן און אים אַנטקעגן גײן, װי װעלנדיק בײַ אים מחילה בעטן פֿאַרן לעצטן װיזיט בײַ אים די לעצטע טעג, אָדער — װער װײסט? — שיכּורערהײט אפֿשר נאָכאַמאָל מיט די זעלבע רײד, װאָס בײַ אים אין שטוב דעמאָלט, אַרױסצופֿאָרן. משה מאַשבער האָט זיך דערשראָקן, װײל אַלץ▯אַלץ, נאָר אַזאַ זאַך, אַז ער זאָל בײַ זײן איצטיקן באַזוך, װען ער איז מיט אַ פֿולן בוזעם בראָך געקומען, און אױך, מעגלעך, מיט פֿיל חרטה, װאָס ער איז זײן ברודער אַן עװלה באַ- גאַנגען, און איז צו אים איצט געקומען אי זיך אױסעצהנען, אי יענעם, דעם ברודער, איבערבעטן, — אַז אין אַזאַ מאָמענט זאָל ער זיך גאָר צום אַלעמ־ ערשטן אױף אַזאַ, װי אױף שמואליקלען, שױן בײַ דעם אָנהײב שװעל, בײַ זײן אַרײַנקומען, זיך אָנשלאָגן, — אַלץ־אַלץ, נאָר דאָס האָט משה מאַשבער געװיס ניט דערװאַרט. ער איז געפּלעפֿט געבליבן און זיך דערשראָקן, אָבער שמואליקל האָט אים גלײַך באַרויִקט, און אױף װיפֿל די צונג און דאָס לשון האָט אים געדינט, אױף װיפֿל ער איז אין יענעם מאָמענט געװען באַלעבאָס איבער זיך, אױף אַזױ פֿיל האָט ער זיך באַמיט זײן קול צו פֿאַרװײכערן, און זײן גאַנצער שיכּורער באַנעם און זײן באַװעגונג, װאָס ער האָט געמאַכט, פֿון זײן זיץ-אָרט זיך אױפ־ הײבנדיק און משהן אַנטקעגן־גײן װעלנדיק, איז געװען, װי אױף שלום, װי אױף אים צו באַרויִקן, און װי אים צו פֿאַרזיכערן, אַן איצט איז ער ניט ער, אַז איצט איז עו▯ אין קײן שלעכטער שליחות ניט געקומען, און אַז, בכלל, דאָ, בײַ לוזין, איז ער אַן אַנדערער און קײן מורא האָבן פֿאַר אים איצט איז ניט שײך. —▯ דאָ בין איך ניט איך. דאָ בין איך ניט שמואליקל... ▯▯ האָט ער, אױף װיפֿל די צונג האָט אים געקלעקט, טאַקע אַרױסגעזאָגט מיט אַ שמײכל. ער האָט זיך צוריק אַראָפֿגעלאָזט אױף זײן אָרט, אױף זײן בענקל, און אײדער לוזי האָט שמואליקלס באַװעגונג באַמערקט, אײדער ער האָט אַרױס- דער▯הערט זײַנע װערטער, און אײדער ער האָט באַמערקט, צו װעמען זײ זײַנען געװענדט גע▯וען, אַזױ האָט שױן יענער, שמואליקל, דעם קאָפּ געהאַט פֿאַרלױרן און פֿון שװערקײט און איבערגעלאָדנקײט אים אױף דער ברוסט און אױף דער באָרד אַראָפּגעלאָזט, און אַזױ, באַלד טאַקע, אױך אײַנגעשלאָפֿן. מיר װײסן ניט, װעמעס אױפֿטו איז עס געװען — ן▯ער איצטיקער באַזוך שמואליקלס צו לוזין. צי האָט דאָס סרולי מיט אַ כּיװן און אומיסטן אַזױ ----------- ▯ ▯ 380 ד ע ר נ ס ת ר אײַנגעאָרדנט ־— אַלעמען, די סאַמע נאָענטסטע, אַװעקשיקן, און דװקא אַזאַ, װי שמואליקל, אין שטוב צו לאָזן. מעגלעך, אַז יאָ; מעגלעך אָבער אױך, אַז ס'איז קײן סרוליס מײן דערבײַ, בלױז אַ הױלער צופֿאַל נאָר, װאָס בשעת סרולי איז אַרױס פֿון שטוב, איז שמואליקל אַרײַן, און ס'איז ניט געװען װער ס'זאָל אים צוריק אַרױסשטעלן. װײל, װי געזאָגט, האָט מען דאָך קײנמאָל קײנעם דאָרט ניט געװיזן די טיר אױף אַרױסגײן, באַזונדערס, אין סרוליס אָפּװעזנהײט, װען ס'איז ניט געװען, װער ס'זאָל דאָס טאָן. װי ס'זאָל ניט זײן, נאָר שמואליקל, װײַזט אױס, איז שױן דאָ, אַפּנים, ניט אײן מאָל אין אָט דער שטוב אַ גאַסט געװען... װאָס ער האָט דאָ געטאָן, װאָס ער האָט באַדאַרפֿט און װאָס באַקומען פֿון יענער שטוב —▯ איז ניט באַװוּסט, נאָר אַלײן די װערטער זײַנע, אַז דאָ איז ער ניט ער, אַז דאָ איז ער ניט שמואליקל, געזאָגט אין אַ מאָמענט פֿון גרױס־שיכורלעכער אָפֿנהאַרציקײט, באַװײַזט, אַז אמת, אַז דאָ, ד.ה. דעמאָלט, װען ער פֿלעגט אַהער אַמאָל אַרײַנקומען, איז ער געװיס געקומען מיט אַן אַנדער מײן און מיט אַן אַנדער זינען, װי ערגעץ אַנדערש. אַלנפֿאַלס, אױף שלאָגן זיך געװיס ניט. ער איז זיכער געקומען מעגלעך זײַנע שלעגערשע ▯בלוטן זיך דאָ צו קילן, און אױף װיפֿל אין אַזאַ לופֿט, אין דער לופֿט פֿון אַזאַ, װי לוזי, האָט זיך אַזאַ אײנער, װי שמואליקל, געקאָנט פֿילן ▯ אַנדערש אַביסל, װי ער איז באמת, — אױף אַז▯יפֿיל האָט ער זיך, װײַזט אױס, טאַקע געפֿילט: אין משך פֿון ▯▯ער צײַט, װאָס ער האָט דאָ פֿאַרבראַכט, זיך געהאַלטן לײַטישער, געשטילט, און װי אַלײן פֿון עמעצנס גרױסקײט געשלאָגן, און אױף אַ קלײן ביסל, מעגלעך, דעמאָלט טאַקע זײן אײגנטלעכע האַנט־מלאכה פּאַרגעסן. און אָט, אַז שמואליקל האָט דעם קאָפּ פֿאַרלױרן, האָט לוזי אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ און אױף דער שװעל זײן ברודער משהן דערזען. ס'איז געװען פֿאַר אים אַ גרױסע איבערראַשונג. ער האָט זיך ניט געריכט אױף אים, כאַטש זײן לאַגע האָט ער געװוּסט, לױט סרוליס ידיעות, װאָס ער האָט אים געבראַכט, איבערגעגעבן און דערלאַנגט; דאָך, אַז דאָס זאָל דינען פּאַר אַ סיבה, און אַז ס'זאָל שױן אױך אַזױ װײַט האַלטן, אַז יענעמס האַרץ זאָל זײן אַזױ שװערמוטיק געבראָכן, אַז אין אַ פֿינצטערן, האַרבסטיקן אױפ־ דערנאַכט זאָל ער זיך אױפֿהײבן פֿון זײן גבֿירישער נעסט און זיך אַראָפּלאָזן אַזש אַחער, צו אים, צו לוזין, אין אַזאַ װײַטן מהלך, אין אַזאַ פֿאַרװאָרפֿעניש, אין אַזאַ שטיבעלע, אַזש בײַ דער „קללה” — אין אַזאַ זאַך האָט לוזי געװיס ניט געגלײבט. ▯ ▯ ער האָט דערום אױף קײן כּבֿוד נישט געקוקט, און אַזױ װי יענער איז זײן גאַסט, דערצו אַ ברודער, דערצו אין אַזאַ ענגער צײַט, װאָס װען ניט זי, װאָלט ער אים זיכער ניט געזען אױף זײן שװעל אַרױפֿטרעטן — האָט ער זיך ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 381 דערום אױפֿגעהױבן, אים אַנטקעגן געגאַנגען און אים אין שטוב אַרײַן אײַנגעלאַדן. — האַ, משה, װאָס מאַכסטו? װי גײט עס? קום אַרײַן. — שלום, — האָט אים יענער אַ האַנט דערלאַנגט, אָבער זיך ניט גערירט און אױף זײן אָרט געבליבן, טיפֿער אין צימער ניט אַרײַנגעקומען, און װי נאָך ניט אָנגענומען לוזיס אײַנלאַדונג. ער האָט לוזין אױפֿן שלאָפֿנדיקן שמואליקל אָנגעװיזן, און װי אין גרױס חידוש און פֿאַרװאנדערונג בײַ אים אַ פֿרעג געטאָן: — װאָס טוט זיך דאָ בײַ דיר? װעמען נעמסטו דאָס אױף אױג אױף אױג — אַזאַ־אָ? — ואָ געמײנט שמואליקלען, נאַטירלעך, און פֿון משהס טאָן האָט זיך געלאָזט פֿילן, אַז ער האַלט יענעם פֿאַר אַ פּשוטער געפֿאַר, װאָס אין אַ ליאַדע אָנשטענדיק הױז זעט מען אַזױנע אױסצומײַדן און װאָס װײַטער זיך האַלטן פֿון זײ. — װעמען מײסטו דאָס? —— האָט זיך לוזי, אױך פֿון זײן זײט פֿאַרחידושט אַרומגעקוקט, װי אױפֿן געדאַנק װאָלט אים אַפֿילו ניט געקומען, אַז די שלעכטע מײנונג װעגן אױפֿנעמען נישט־געהעריקע אָדער נישט־געװוּנטשענע באַציט זיך אין דעם פֿאַל צו דעם, װאָס ער זיצט בײַ זײן טיש בשלום, שלאָפֿט מיטן קאָפּ צו דער ברוסט אָנגעבױגן, װי אַ קינד, אָדער װי אַן אַנדער אײגענער, װעמעס שלאָף קאָן קײנע חשדים און פֿאָרװוּרפֿן נישט אַרױסרופֿן. ▯ װעמען מײנט ער עס? — אָט, — האָט משה אָנגעװיזן זײן ברודער, — װי קומט ער גאָר צו דיר? צי װײסט לוזי, פֿון װאָס יענער לעבט און מיט װאָס ער באַשעפֿטיקט זיך? — ער װײסט. נו, איז װאָס? און אַז ער זאָל אים ג▯▯ו אױפֿנעמען, נימ אַרײַנלאָזן, מײנט משה, אַז ס'װאָלט געװען בעסער פֿאַר יענעם? — פֿאַר יענעם — װײסט ער ניט, נאָר פֿאַר לוזין — געװיס, — און אָט די משהס װערטער האָבן געזאָלט באַטײַטן: ס'איז דאָך אַ שטאָט־גזלן, אַ הפֿקר־ מענטש, אַ רוצח, װאָס װערט געשיקט אין אַלע העסלעכסטע שליחותן און װאָס פֿירט זײ אױס מיט די הענט, מיט שלאָגן ביז בלוט, און באַקומען באַצאָלט דערפֿאַר, און „אױף זײן שװערד, הײסט עס, טוט ער לעבן”. איז װי לאָזט מען אַזױנס גאָר די שװעל אַריבער? און דאָ האָט שמואליקל פּלוצעם פֿון שלאָף זיך אױפֿגעכאַפּט, אױף אײן מינוט דעם קאָפּ אױפֿגעהױבן, די אױגן געעפֿנט און שיכורלעך־בלינדלעך און בױמלדיק־פֿאַרלױרן זיך אַרומגעקוקט. — אונדזער געלט! — האָט ער אױסגעש▯ריגן זײן געשרײ, צו װעלכן ער ▯ איז געװױנט און װאָס איז שטענדיק אױף זײַנע ליפּן, סײַ װען ער װענדט דאָס אָן אין דער ריכטיקער צײַט אױפֿן ריכטיקן אָרט, ד. ה., װען ער איז ניכטער און אין אַ שליחות, סײַ װען באַטרונקען, װען אױך נישט אין דער ----------- ▯ 382 ד ע ר נ ס ת ר צײַט און נישט אױפֿן אָרט. און דערזעענדיק איצט פֿאַר זיך משה מאַשבער, האָט זיך אים אױף אַ קלײנער װײַלע דער מוח און זינען אױסגעלײטערט, און צוליב יענעמס ככוד װעגן האָט ער װידער, װי פֿריִער, װי בעת דער באַגעגעניש, אַ גוטמוטיקן און בשלומדיקן זאָג געטאָן: „ניט צו אײַך גערעדט, ניט אײַך געמײנט, ר, משה”, און ער האָט זיך צעשמײכלט און איז װידער אײַנגעשלאָפֿן. — אָט האָסטו אים, — האָט דאָ משה לוזין אַ װוּנק געטאָן אױפֿן אײנ־ געשלאָפֿענעם, — אָט דאָס איז ער. איז װי קומט ער אַהער, און װאָס איז זײן עובֿדה דאָ? — דאָ? װוּ דען זאָל ער זײן? — האָט לוזי, װי ברוגזלעך אָפּגעענטפֿערט און שױן מיט אַ געװיסן טײל תּרעומות אױף משהס פֿראַגעס אַ זאָג געטאָן: — װוּ דען זאָל ער זײן? דו װאָלסט ▯▯אָך אים געװיס ניט אַרײַנגעלאָזט. — נײן, פֿאַרװאָס? —▯ האָט משה אױך מיט תּרעומות און אַ ביסל שפּאָטיש דערװידערט, — כ'האָב די לעצטע צײַט געהאַט דעם כּבֿוד אים אױך ב▯▯ ז▯ד צו זען און צו האָבן — אָט װי דו ק ▯קסט אים אָן, אָבער ניט קײן שלאָפֿנדיקן, װי בײַ דיר, נאָר מיט זײַנער אַ געװיסער שלאָג־שליחות. ער איז געקומען אין נאָמען פֿון אײנעם אַ „קעצעלע” געלט מאָנען, כאָטש נאָך פֿאַרן זמן, און האָט שױן רעכט אין טיש געקלאַפּט און ▯אַלע שטוביקע מיר איבערגעשראָקן. און ערשט דאָ האָט משה געפֿאָלגט ▯עם ברודערס אײַנלאַדונג זיך צוזעצן און צו דערצײלן דאָס, װאָס בײַ אים קומט פֿאָר די לעצטע צײַט אין געשעפֿט, אין שטוב, און איבערהױפּט — װעגן די שװעריקײטן, װאָס ער האָט אױס־ צושטײן, און װעגן װעלכע לוזי האָט מן הצד, מיט אַ שפּיץ אױער נאָר פֿון זײ געהערט, און איצט, דערזעענדיק משהז אין שטוב בײַ זיך, האָט ער װי געװאָלט פֿון זײ גענױער זיך דערװיסן. און משה מאַשבער האָט גענומען פֿון ענין צו ענין איבערגײן, אױסדערצײלן און װעגן אַלץ באַריכטן, און אַגבֿ, האָט ער דערצײלט, אַז ס'האַלט בײַ אים שױן בײַ דעם, אַז ער גײט נאָר־װאָס פֿון דר'הײם, װוּ ס'האָט זיך געהאַנדלט װעגן דעם, אַז מע מוז װאָס גיכער דאָס שטוב־צירונג — סײַ זײַנס, סײַ די קינדערס — פֿאַרזעצן, כּדי װאָס גיכער זיך באַפֿרײַען פֿון אײנעם אַ חובֿ, װאָס מע מוז אים שו▯־ן תי▯▯, טאַקע די טעג צאָלן, װאָרעס אױב ניט, איז ער באַנקראָט, און אַלע די, װאָס ס'קומט זײ און װעמען ער איז שולדיק, װעלן צוטרעטן און זיך אָנלױפֿן. ער איז געענגט און דערװאָרגן. ס'האַלט אױך דערבײַ, אַז ער װעט אינגיכן ▯ מוזן די שטוב, די געשעפֿטן און אַלץ, װאָס ער פֿאַרמאָגט, אױף פֿרעמדע נעמען איבערשרײַבן, ביז ער װעט זיך אױסדרײען אךן צוריק צו זײן פֿריִערדיקן שטאַנד קאָנען קומען. אַזױ האָט אים גע'עצהט זײן פֿאַרטרױאונגס־מאַן, זײן אַדװאָקאַט, איציקל זילבורג, מיט װעלכן ער און אַלע עצהן זיך אין אַזױנע צײַטן, און אַזױ טראַכט ער שױן אַלײן אױך. און דאָס, — האָט דאָ משה צו־ געגעבן, — האָט אים איצט געבראַכט אױך אַהער, צו לוזין. ערשטנס, זיך מיט ----------- ד י מ ש פּ ד▯ ה מ אַ ש ב ע ר 383 אים אױסעצהן פֿאַר דעם, אײדער ער דאַרף אַזױנע פֿאַראַנטװאָרטלעכע טריט אָננעמען; צװײטנס — אים איבערבעטן און די פֿריִערדיקע ברי▯▯ערלעכע באַ־ ציִונגען אױפֿשטעלן, װײל װעמען האָט ער נאָך אַזאַ נאָענטן, װי אים? און דריטנס, אים, לוזין, טאַקע פֿאָרלײגן און בײַ אים בעטן, אַז אױב ס'איז נאָר מעגלעך, זאָל ער לאָזן אױף זיך, אױף זײן נאָמען, משהס שטוב איבערשרײַבן. װײל אַלץ, אַחוץ דער שטוב, װעט ער אױף די נעמען פֿון די אײדעמס קאָנען איבערפֿירן, אָבער גאָר אינגאַנצן אױף זײ לאָזט זיך ניט: די װעלט װעט שרײַען, און די, װעמען ער איז שולדיק, װעט דאָס שטאַרק די אױגן אױפ־ רײַסן; פֿאַרקױפֿן זי אַצינד, די שטוב, קאָן ער ניט, װײל אי קײן בעלנים װעט ער אַזױ גיך ניט קריגן, אי אױך דערפֿאַר, װאָס אין אַזױנע טעג, אַז מע װעט הערן, אַז ער האַלט בײַ דער שטוב צו פֿאַרקױפֿן, װעט דאָס זײן דער לעצטער סימן, אַז דאָס, װאָס מע זאָגט אױף אים אין שטאָט, און אַז די קלאַנגען, װעלכע טראָגן זיך אום װעגן זײן לאַגע, זײַנען ריכטיק; און װאָס דאָס באַטײַט פֿאַר אַזאַ, װי משה, אין אַזאַ צײַט, — קאָן ער אים, לוזין, גאָר ניט אױסמאָלן. פֿאַרזעצן זי װידער כײ אַ פֿרעמדן און באַקומען אױף איר אַ געװיסע סומע, װאָס אַן אַנדערשמאָל װאָלט זיך דאָס זיכער יאָ געלאָזט — קאָן ער אױך ניט איבערן זעלבן אױבן געזאָגטן טעם, װײל די זאַך װעט גלײַך באַװוּסט װערן, און דער לעצטער צוטרױ צו אים װעט אונטערגעריסן װערן. אַזױ אַז אײן אױסװעג און אײן נאָר מעגלעכקײט זעט ער איצט אַרױס — דאָס איז, אױף אַן אײגענעמס, אױף אַ זיכערן נאָמען זי אין דער שטיל איבערשרײַבן, װי ער װעט טאָן מיטן איבעריקן — מיט דעס נאַפֿט־ און אײל▯געשעפֿט, אױך מיט דער קאָנטאָר. — אי, נו, — האָט דאָ לוזי אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך אַ קרים געטאָן, װי אױף אָפּזאָגן און אױף ניט װעלן. אָבער משה האָט אים דערצו ניט דערלאָזט. — אמת, — האָט משה אַ זאָג געטאָן, — ער װײסט, אַז לוזי איז קײן געשעפֿטס־מאַן, לוזי האָט זיך קײנמאָל מיט אַזױנס ניט פֿאַרנומען, אָבער דאָ, אין דעם פֿאַל, דאַרף ער גאָרנישט ניט טאָן. ער קאָן זיך זיצן אין דר'הײם, ▯ און אַלץ װאָס מע דאַרף, װעט זיך אָפּטאָן אָן אים, ער דאַרף נאָר די דער־ לױבעניש געבן, ער דאַרף נאָר װעלן און צושטימען, און אַלץ איבעריקע װעט שױן דורכמאַכן זײן פֿאַרטרױאונגס▯מאַן, זײן אַדװאָקאַט, איציקל זילבורג. — נײן, — האָט דערױף לוזי שאַרף געענטפֿערט, —▯ ער װיל ניט און ער בעט אים פֿון דעם אים באַפֿרײַען. — פֿאַרװאָס? — האָט משה געפֿרעגט. — װײל ער האָט קײנמאָל מיט זײן נאָמען ניט געהאַנדלט און ער זאָגט זיך אױך אַפּ מיט אים װעמענס־ס'ניט־איז עװלות צו פֿאַרשטעלן. — װאָסערע עװלות? — האָט משה אַ פֿרעג געגעבן. — ס'איז דאָך דער ----------- 384 ד ע ר נ ס ת ר דרך העולם. אַזױ פֿירן זיך אַלע, װען ס'ענג און װען ס'מאַכט זיך, װען מע דאַרף אַ שװער שטיקל צײַט איבערװאַרטן. אַזױ טוען דאָך אַלע סוחרים. ▯ — סוחרים — יאָ, און איך — ניט, און איך בעט מיך באַפֿרײַען. — איז, הײסט עס, זאָגט ער זיך אָפּ אין אַזאַ צײַט אין אַזאַ זאַך אים אַרױסצוהעלפֿן? — יאָ, װײל, ערשטנס, האָט דערױף לוזי געענטפֿערט, — איז דאָס ענגעניש, װי ער זעט, גאָר ניט אַזױ גװאַלדיק, פֿאַראַן מענטשן, װאָס זײַנען פֿיל געענגטער און װעלכע האָבן זיך אין דעם זין גאָר קײנמאָל גראַם ניט געפֿילט, און מע פּילדערט ניט, מע שרײַט ניט, און מע האַלט גאָר ניט, אַז דאָס, װאָס מזלות האָבן אָנגעצײכנט און אָנגעשריבן אױף אַ געװיס שטיקל צײט▯ איז דאָס שױן אױף אײביק, און ס'טאָר גאָר קײנמאָל ניט איבערגעצײכנט און איבערגעשריבן װערן אַנדערש. — װאָס הײסט? — האָט דאָ משה געפֿרעגט. —ו מה־רעש? — האָט דאָ לוזי געענטפֿערט. — װײל װוּ האָט דאָס משה גענומען, אַז דאָס, װאָס ס'איז אים געגעבן געװאָרן, װי אַ מין פּיקדון — װי אַ פֿרעמדנס אַ זאַך אױף אַ שטי▯קל צײַט נאָר דאָס אױסצובאַהאַלטן — איז דאָס אים איבערגעגעבן אױף באַשטענדיק? װער האָט דאָס אים געזאָגט, און װער פֿאַרזיכערט? און װאָס שרעקט ער זיך אַזױ און איז אַזױ צעטומלט, װען דער, צו װעמען די זאַך געהער, איז זי איצט געקומען אָפּצונעמען? גרעסערע און חשובערע זאַכן װערן דאָך געגעבן אױף אַ צײַט... — װאָס זשע? — האָט דאָ משה אַ פֿרעג געגעבן. — ער האָט דען, חלילה, זײן גוטס געגנבֿעט, ער זאָל דאָס ניט טאָרן האַלטן פֿאַר זײַנס? און פֿאַרװאָס איז אים פֿאַרבאָטן דאָס אָפּצוהאַלטן פֿון אַנטלױפֿן און דאָס אָפּהיטן פֿאַר זיך אױף באַשטענדיק? ס'איז דען, חלילה, גנבֿה, װאָס ער האָט קײן רעכט ניט דערױף? — רעכט — יאָ, — האָט לוזי געזאָגט, — קײן גנבֿה — ניט, אָבער אַ שכן פּון גנבֿה איז דאָס פֿאָרט, און אַ סימן: אָט װיל ער דאָס מיט אַלערלײ עװלות אױסבאַהאַלטן, אָפּהיטן און פֿאַרשטעלן. — װידער עװלות? — האָט דאָ משה אױסגעשריגן. — יאָ, און ער איז אַפֿילו גרײט אױך אים, לוזין, אַרײַנציִען אין אַזאַ ענין, װי ניט צו דערלאָזן די, װעמען ס'קומט און װעמען ער איז שולדיק, אַז זײ זאָלן האָבן די מעגלעכקײט אָפּצונעמען דאָס, װאָס ס'געהער צו זײ דאָך באמת. — ס'איז דאָך אָבער נאָר אױף אַ צײַט, און אין דער אמתן איז זײן מײן ניט צו בלײַבן אָנזעצער. ▯ פֿון ▯▯ ▯▯,▯▯▯ ▯ ▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯▯▯י▯ע▯ר▯▯▯▯▯ ▯ — ערשטנס, איבער בכלל זײן הױכער װוּקס, און אױך דערפֿאַר, װאָס ער ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 365 האָט זיך איצט אױפֿגעהױבן, — משה! איך בין דיר ניט קײן מוסר־זאָגער, און דו װעסט מיך אפֿשר אױך ניט הערן, נאָר ס'איז דיר צײַט זיך צו באַדענקען, צײַט אַ טראַכט אָן, פֿונװאַנען דו שטאַמסט; אַז דו ביסט ניט אױף זײַד דער־ צױגן, און אַז קײן שמאַטעס שטײען דיר נאָך, חלילה, אױך איצמ ניט פֿאָר, און דו מעגסט זיך באַנוגענען מיט דעם, װאָס נאָך דעם, אַז דו װעסט אַלע דײַנע חובֿות אױסצאָלן, װעט דיר נאָך בלײַבן, און ניט אײַנרײַסן די װעלט, װי איך זע, און ניט װעלן דװקא זיך האַלטן מיט אַלע הענט פֿאַר יענעם הױכן און גליטשיקן שטאַנד, װוּהין דו האָסט אַרױפֿגעשטיגן... װײל װער־װער, נאָר דו װאָלסט געמעגט װיסן, אַז אין דער אמתן איז דאָס גאָר ניט אַזאַ הײך, און װען יאָ, איז זי גאָר ניט אַזױ זיכער און זײער קאָפּשװינדלעריש, און מיט אַזױנע מיטלען, מיט װעלכע דו װילסט דװקא דאָרט פֿאַרבלײַבן פֿון אױבן, איז ניט פֿאַר דיר, ניט פֿאַר אונדז, און ניט פֿאַר אַזױנע, װאָס זײערע טאַטעס האָבן זײ אַזױנע ירושות געלאָזט און אין זײערע צװוּת געטאָן װאָרענען. דערמאָן ןיך: ױות▯ר מהמה — שרײַבט דער טאַטע אין זײן צװאה, — און מער פֿון אַלץ — הזהרו, בני — זײט געהיט, מײנע קינדער — פֿון נאָכצױאָגן נאָך כּבֿוד און נאָך פֿאַלשער עשירות, װאָס בײדע זײ זײַנען געגליכן צו יענעם שאָטן, װאָס אַ װאָלקן לאָזט אַמאָל פֿאַלן אױף דער ערד, װעלכער איז פֿאַרבײגײענדיק און אָן שום סימן פֿון איבערבלײב און ממשות. משח מאַשבער האָט דאָס אַלץ פֿון זײן ברודער אױסגעהערט, און אים יאָ און נישט פֿאַרשטאַנען. װײל כּמעט אױף צװײ פֿאַרשײדענע שפּראַכן האָבן זײ צװישן זיך גערעדט. משה איז אַהער געקומען נאָך טיפֿער באָדן־ציטערניש פֿון זײן סוחרים־לאַגע, און דער צװײטער, לוזי, — גאַנץ און לחלוטין װײַט פֿון אַזױנע דערשיטערונגען — נישט נאָר ער זאָל זײ אױף זײן אײגענעם הױט װען אַמאָל געװען האָבן געפֿילט, נאָר אַזױ װײַט פֿרעמד פֿון זײ — אַז ער האָט זײ ▯ אַפֿילו מיטן מוח ניט געקאָנט באַנעמען. ס'איז אים אַװדאי גרינג געװען צו זאָגן, לוזין: אַ מענטש, װעלכער װױנט אַזש בײַ דער „קללה”, אין אַ קלײן געמיטלעך שטיבעלע, אָנגעפֿירט פֿון אַן אָרעמער ייִדענע, צוזאַמען מיט אַ סרולין, װעלכעס, אַז ער װיל, לאָזט ער צו אים קײנעם ניט אַרײַן, אױסער נאָר — װי משונה דאָס זאָל נישט אױס־ זען! — נאָר אַ שמואליקל שלעגער, װעלכער שלאָפֿט איצט בײַ זײן טיש מיטן קאָפּ אױף דער באָרד און ברוסט אַראָפּגעלאָזט; און דאָ זיצט אים אַנטקעגן אַ ברודער, װאָס קומט פֿון אַזױ װײַט, אַזש פֿון דעם צװײטן עק שטאָט, פֿון אַן אײגעענם, גרױסן און פֿאָרנעמען הױף, כּמעט אַ פּריצישן, מיט אָזאַ פֿאַר־ פֿונדעװעטקײט, מיט אַזאַ נאָמען, און נאָך אַלעם דעם אַזױ געבראָכן — איז דאָך אַװדאי פֿאַרשטענדלעך, אַז די פּאָר איז ניט געװען קײן גלײַכע, און אַז די רײד פֿון אײנעם האָט אין צװײטנס אױער ניט געקאָנט אַרײַנקומען. — איז, הײסט עס, — האָט משה, נאָך לאַנגן שװײַגן און נאָך דעם, װי ----------- 96▯ ▯ ד ע ר נ ס ת ר לוזי האָט אים מער ניט געהאַט צו זאָגן, אַ זאָג געטאָן, — איז, הײסט עס, איז ער געגאַנגען אומזיסט: קײן עצה ניט, קײן ברידערלעכקײט און קײן ▯ מינדסטע טובֿה, אַפֿילו אַזאַ, װאָס ס'װאָלט יענ▯ם, לוזין, גאָרנישט ניט גע־ קאָסט? איז, הײסט עס, איז ער געגאַנגען אומזיסט, און לוזי קאָן זײן ביטע ניט אױספֿילן? — נײן, ער — ניט. —. װער זשע יאָ? — האָט דאָ משה אַ פֿרעג געגעבן. — װער? — האָט לוזי אַ טראַכט געטאָן, און דערזעענדיק זיצן דעם ברודער אַ פֿאַרלױרענעם און אַ שפֿלן, האָט ער אים געװאָלט כאָטש מיט עפּעס װאָס פֿאַרגרינגערן און נישט געהאַט מיט װאָס. — װער, פֿרעגסטו? — אָט! — האָט דאָ לוזין פּלוצעם דאָס גליק געטראָפֿן, דערזעענדיק סרולין ־ אױף דער שװעל פֿון צװײטן צימער... ער האָט די ערשטע רגע, דערזעענדיק יענעם, כּמעט באַװוּסטלאָז דעם „אָט” אַרױסגעזאָגט. אָבער גלײַך אין דער צװײטער רגע האָט אים דער געדאַנק און דער אײַנפֿאַל שױן אױסגעזען גאָר ניט אַזױ קרום, דערמאָנענדיק זיך, אַז משה איז דאָך סרוליס אַ בעל־חובֿ, און אַז דאָ איז קײן שװינדל, װײל סרולי האָט דאָך די רעכט, װי יעדער אַנדערער, פֿאַר זײן חובֿ משהס שטוב בײַ זיך פֿאַרמשכנט האָבן: און פֿון דער ▯אַנדערער זײט, איז ער אױך בטוח געװען, אַז אין סרוליס הענט איז די שטוב אין גוטע הענט, און אַז ער װעט ניט מיסברױכן, משהס שװערע לאַגע נישט װעלן אױסנוצן, און אױב די שטוב איז מער װערט, װי דער באַטרעף פֿון דער הלװאה, װאָס משה האָט בײַ אים באַקומען, װעט ער פֿאַר װײניקער זי ניט װעלן זיך פֿאַראײגענען. — אָט! — האָט לוזי אַ זאָג געטאָן. — װער? — האָט משה, דערװײל נאָך סרולין ניט זעענדיק, אין דער ריכטונג פֿון לוזיס האַנט, װאָס איז געװענדט געװען צו דער טיר, נאָר אַ קוק געטאָן... און אױך ער האָט סרולין דערזען. װען אַ קבֿר װאָלט זיך אים געעפֿנט, װען אַ טיפֿער אָפּגרונט מיט אַלע פּחדים פֿאַר אַהין אַרײַנצופֿאַלן, װאָלט אים פֿיל ניחאער געװען, װי אָט דער, װעמען זײַנע אױגן האָבן אים איצט אױף דער שװעל שטײן באַװיזן. — װאָס טוט זיך דאָ? — האָט זיך משה אין גרױס פֿאַרלױרנקײט און איבערראַשונג אַ טראַכט געטאָן, און די מחשבֿה האָט אים שיִער אָט די װערטער ▯ אױף די ליפּן ניט אַרױפֿגעבראַכט: — װאָס טוט זיך דאָ? װוּהין האָט ער עס אַרײַנגעטראָפֿן? אַ סבֿרה, צו לוזין? איז, ערשטנס, װי קומט אַהער שמואליקל מיטן שלאָפֿנדיקן קאָפּ אױף דער באָרד, און צװײטנס — אָט דער, װאָס שטײט אױף דער שװעל, און װעלכער זעט אױס, גלײַך ניט ערשט האָט ער אַהין אַרױפֿגעטראָטן, נאָר ער שטײט שױן דאָרט פֿון לאַנג און פֿון יאָרן — ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ א ש ב ע ר 87▯ ▯ אַזױ קאַלט, אַזױ אומהײמלעך־פֿאַרגליװערט און אַזױ רויִק־באַאָבאַכטנדיק זעט ער אױס. — װאָסי? װאָס אַזױ איבערראַשט? — האָט דאָ פּלוצעם פֿונעם אױף־ דער־שװעל שטײענדיק סרולין, װי פֿון אַ גולם, אַרױסגעזאָגט. — װאָס האָט ער זיך אַזױ דערשראָקן? מע האָט אים דאָ אַ פּאָלע אָפּגעשניטן, אָדער מע ק▯▯▯במ זיך אים אָפּשנײַדן, װאָס ער האָט זיך אַזאַ כאַפּ געטאָן, װי אײנער, װאָס האָט אין אַ גנבֿים־לאָך אַרײַנגעטראָפֿן. און דאָ איז מיט משה מאַשבער װידער געשען אַ זאַך, װאָס בײַ אַזאַ, װי ער, װען ער איז בײַם זיכערן און קלאָרן זינען, װאָלט עס זיכער נישט געשען: ער האָט סרולין אָפֿגעשװיגן, ניט האָבנדיק קײן װאָרט אין מױל. ער האָט זיך, ערשטנס, אױף סרוליס װײַזן זיך נישט געריכט, און אַװדאי שױן נישט דערױף, אַז סרולי זאָל האָבן דעם גאַנצן געשפּרעך זײַנעם מיטן ברודער דאָ אױס־ געהערט און אַ שטומער עדות זײן דערבײַ, װי דער ברודער האָט אים אין זײן געבעטער טובֿה אָפּגעזאָגט, און ס'איז אים נאָך װײניק געװען, דעם ברודער, אַלײן דאָס אָפּזאָגן, האָט ער נאָך אױסגעפֿונען פֿאַר אים אַזאַ בעל־טובֿה, װאָס אַלײן װען משה נאָר דערזעט אים, איז אים גענוג, אַז ער זאָל זיך װינטשן בעסער אַ קבֿר, בפֿרט נאָך צו רעכענען פֿון יענעם כאָטש אַ מינדסטע הילף צו האָבן. יאָ, משה איז זיכער געװען, אַז סרולי איז די גאַנצע צײַט, װען ער האָט פֿאַרן ברודער אױסגעלײגט זײן ענגעניש, און דער ברודער פֿאַר אים האָט די רעדע מיטן מוסר געהאַלטן, איז יענער, סרולי, די גאַנצע צײַט טאַקע גע־ שטאַנען אױף דער שװעל און אַלץ אױסגעהערט, ▯און ערשט איצט, װען לוזי האָט אױף אים אָנגעװיזן, איז ער מיט זײן װאָרט אַרױס: „װאָס איז ער אַזױ איבערראַשט, משה?”... און דאָ איז מיט משהן געשען אַ צװײטע זאַך: פֿון גרױס אַנגסט און קלעם, אין װעלכע ער האָט זיך געפֿונען, האָט ער זיך פּלוצעם פֿון זײן בענקל אַ הײב געטאָן און פֿונעם טיש צו אַ נאָענטער װאַנט עפּעס אַ גײ געטאָן. ער האָט אַלײן ניט געװוּסט, צו װאָס ער טוט דאָס, נאָר צי מחמת בזיון, צי מחמת גרױס אױפֿגערודערטקײט, האָט ער סײַ דעם ברודער און סײַ סרולין אין די אױגן ניט געקוקט, איז צו דער װאַנט צוגעגאַנגען, און װי צו אַ שטיל געבעט זיך צו איר מיטן פּנים נאָר אַװעקגעשטעלט. „אױ” —ו האָט ער, דאַכט זיך, ▯ בשעת־מעשׂה נאָר אַ קורצן זאָג געטאָן, װי פֿאַר קײנעם, נאָר פֿאַר זיך אַלײן... ער האָט זיך פֿאַרגעסן, יענע װײַלע פֿאַר דער װאַנט שטײענדיק, אַ װײַלע אָדער צװײ, אָדער אפֿשר אױך מער, װי צװײ.▯. און אַז ער האָט זיך צוריק אױס־ געררײט, האָט ער שױן לוזין לעבן ▯סרולין בײַ דער שװעל שטײן געטראָפֿן. עפּעס האָט לוזי, װײַזט אױס, אין דער שטילער מינוט געהאַט געזאָגט און עפּעס איבערגערעדט מיט סרולין, און איצט, אַז משה איז שױן אַן אױסגע־ ----------- ▯ 388 ד ע ר נ ס ת ר קערעװעטער געש▯טאַנען, האָט ער שױן געהערט אױך דעם ענטפֿער ס▯וליס: װאָס געהער אים, האָט ער ניט דאַקעגן און אין אים איז ניט קײן מניעה... אמת, קײן װעקסלען אױף זײן אײגענער אָרנטלעכקײט גיט ער ניט אַרױס: ער װײסט ניט, װאָס ס'קאָן זיך אים פֿאַרװעלן, זײענדיק באַלעבאָס אױף דער שטוב, נאָר אױב לוזי װיל פֿאַר אים ערוב זײן, פֿאַר סרולין, איז מסתם װײסט ער, איז זאָל ער... — איך בין ערוב, — האָט דאָ לוזי, זיך װענדנדיק צו משהן, אַ זאָג געטאָן, גלײַך די שטילע מינוט, װען משה איז געשטאַנען בײַ דער װאַנט, איז פֿון אים, פֿון לוזין, גאָר ניט באַמערקט געװאָרן, און גלײַך אינצװישן איז גאָרניט געשען און ער זעצט פֿאָר מיט אים דעם געשפּרעך, װאָס אַ װײַלע דערפֿריער האָט ער אים איבערגעריסן. — איך בין ערוב, — האָט ער געזאָגט. און דאָ איז מיט משה מאַשבער געשען אַ דריטע זאַך, װאָס אין פֿלוג אומ־ גלײבלעך, אָבער אַ פֿאַקט איז, אַז ער האָט איצט מיט גאָרנישט ניט דערװידערט. ער האָט באַלד, נאָך יענער װײַלע באַדאַכטקײט פֿון פֿאַר דער װאַנט, אױסגעזען ▯ אַזױ, אַז װאָס ס'זאָל איצטער שױן מיט אים ניט געװען פֿאָרקומען, װאָס זײן ▯ אױער זאָל איצט ניט דערהערן, אָ▯.ער װאָס זײן אױג ניט דערזען, גײט אים ניט אָן, און קאָן אים מיט גאָרנישט ניט איבערראַשן: — אַפֿילו ניט אַזאַ זאַך, װי אַז ▯סרולי זאַל זײן אײנגעבעטענער בעל־טובֿה װערן, װי אַז סרולי זאָל אױף אַ לענגערער צײַט װערן דער ▯באַלעבאָס פֿון זײן הױז — פֿאַרן חובֿ, װאָס ער, משה, איז אים שולדיק, און אױך אַדאַנק דעם, װאָס ▯דער ברודער בעט פ▯ד אים. ▯ משה האָט זיך געלאָזט. ער האָט אױסגעזען, װי אַן אונטערגעשניטענער, װעלכער האָט אַלע זאַפֿטן און לײַדנשאַפֿטן אָנגעװױרן — באַנומען און אױס־ געלײדיקט, גלײַך קײנע בזיונות און נאָך פֿיל ערגערס שטײט גאָר ניט צו ▯ו ▯י▯. — צי איז ער מסכּים, משה, און צי האָט ער פֿון זײן זײט ניט קעגן? — האָט בײַ אים לוזי אַ פֿרעג געטאָן. ▯ ▯▯ — נײן, ניט, — האָט משה, דאַכט זיך, אי יאָ, אי ניט געענטפֿערט. זײן ענטפֿער איז געװען איבעריק: ס'האָט אױסגעזען, אַז מיט משה מאַשבער האָט מען דעמאָלט שױן געקאָנט טאָן אַלץ, װאָס מע װיל, אַלץ אים פֿאָרלײגן און אַלץ בײַ אים פּועלן, װײל אױף אַלץ װעט ער באַשטײן. ▯ ס'האָט אָבער קײנער, נאַטירלעך, ניט אױסגענוצט זײן לאַגע צו זײן ערגער. גלײַך האָט אים לוזי דעמאָלט געבעטן זיך װידער זעצן צום טיש, און גלײַך נאָך דעם איז אױך סרולי פֿון צימער פֿאַרשװוּנדן, און ער האָט זיך אינעם צװײטן צימער, האָט מען געהערט, װי זיך צו עפּעס גענומען גרײטן: צי צו ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 399 אַ מין כּיבוד, אָדער טאַקע צו אַ גאַנצער װעטשערע, צו װעלכער לוזי האָט טאַקע באַלד משהן אײַנגעלאַדן. און דאָ איז עפּעס װידער פֿאָרגעקומען װי מיט דעם ביבלישן מלך שאול. יאָ, װי שטײט עס דאָרט געשריבן: „— איז געקומען די פֿרױ צו שאולן און האָט דערזען, אַז ער איז זײער איבערגעשראָקן, האָט זי צו אים געזאָגט: „און איצט הער צו דאָס קול פֿון דײן דינסט, און איך װעל פֿאַר דיר צוגרײטן אַ ברױטמאָל און עס אָפּ, כּדי זאָלסט האָבן כּוח, װען דו װעסט זיך לאָזן אין װעג אַרײַן...” יאָ, אַזױ װי יענע, די כּישופֿמאַכערין, נאָך דעם, װי זי האָט שאולס װוּנטש דערפֿילט און אים אױפֿגעבראַכט דעם מת פֿון קבֿר, און יענער האָט אים אָפּגעזאָגט דאָס בײזע נביִות, און שאול האָט שױן זײן סוף געװוּסט, האָט זי אים פֿאַרן אַװעקגײן געבעטן איבערבײַסן, װײל ער האָט נאָך אַ װײַטן װעג ביז זײן סוף, — אַזױ אױך דאָ איז משה מאַשבער צו אַ סעודה אײַנגעלאַדן געװאָרן נאָך אַ װײַטן װיזיט אַזש צו דער „קללה”, צו זײן ברודער, נאָך דעם, װי יענער האָט אים ברידערלעך, אָבער בײז אַרײַנגעזאָגט און אין די הענט פֿון כּמעט זײַנעם אַ שׂונא איבערגעגעבן, און משה האָט, װי אַ געבונדענער, מחמת אין־ברירה, אױף זיך גענומען אַזױנס, װאָס אַן אַנדערשמאָל װאָלט ער זיך אונטער אַזאַ זאַך געצאַפּלט און געװאָרפֿן, װי אַ געקױלעטער. לוזי האָט געזען דאָס אַלץ אים צו פֿאַרלײַכטערן, אים פֿון די געדאַנקען אַרױסשלאָגן און אים אַריבערפֿירן אױף אַן אַנדער געשפּרעך, פֿון װעלכן ער האָט געהאַט די רעכט צו טראַכטן, אָז יענער, משה, װעט, אַדאַנק דעם צװײטן, אינעם פֿריִערדיקן, אינעם ערשטן, פֿאַרגעסן. סרולי האָט זיך דעמאָלט באַװיזן מעשׂה־סאַרװער, מחמת די באַשטענדיקע דינסט־ייִדענע איז אין שטוב ניט געװען. ער האָט געבראַכט טיש-געשיר און אַלץ צו דער סעודה נײטיק. ער האָט אױך גענומען שמואליקל שלעגער אױפ־ צוּװעקן, אים אױפֿמונטערן און א▯ם דעם אַראָפּגעלאָזטן, פֿאַרשלאָפֿענעם קאָפּ אונטערצוהײבן: זאָל זיך שמואליקל גײן װאַשן, װײל מע גײט עסן װעטשערע. אױך משה מאַשבער האָט זיך געװאַשן. ▯און דאָ, בײַ דער סעודה, האָט לוזי בײַ משהן ▯גענומען אױספֿרעגן אױף זײַנע שטוב-לײט, אױף אַלע, װי אױך אױף אַלטערן. דערבײַ האָט משה אַ קלײן ביסל אױפֿגעלעבט. ער האָט, פֿאַר־ געסנדיק אינעם פֿריִערדיקן, איצט דערצײלט לוזין, װאָס מיט אַלע, און דער־ הױפּט מיט אַלטערן, געשעט פֿאַר דער לעצטער צײַט; אַז ער װערט, דאַכט זיך, געזונט, און אַז ס'פֿאָדערט זיך צו אים אַזאָ צוגאַנג און באַציִונג, װי צו אײנעם, װאָס האָט לאַנג די שײן נישט געזען, און אַז ער, משה, איז איצט שטאַדק באַשעפֿטיקט מיט די אײגענע ענינים, אַזױ אַז ס'אין זיך אים שװער אָפּצוגעבן צו דעם; און אַגבֿ, װאָס געהעד דעם געװיסן געשפּרעך, װאָס אַלטער האָט מיט אים די לעצטע צײַט געהאַט, און װאָס, — זיצנדיק איצט דאָ ----------- 390 ד ע ר נ ס ת ר פֿאַרן טיש, האָט משה, אַ ביסל זיך צובײגנדי▯ צו לוזין, אים װעגן דעם װי אין אױער אײַנגערױמט — איז װאָס געהער אָט דעם געשפּרעך און די שריט, װעלכע משה רעכנט איצט אָנצונעמען, איז אױך נאָך גאָרניט באַשטימט, און װידער איבערן אױבן געזאָגטן טעם, װידער איבער די אײגענע געענגטע ענינים משחס. — מע מוז... מע דאַרף... און אָן שום תּירוץ, — איז דאָ לוזי ערנסט געװאָרן, און ער װידער, פֿון זײן זײט, האָט — מחמת דער ענין איז אַן אײדעלער און אַזאַ, װעגן װעלכן אַפֿילו מאַנסבילן און אַפֿילו אַזױנע, װי ער און משה, רעדן פֿון אים אױפֿן װוּנק — האָט ער צו משהן אין דער שטיל זיך אײנגע־ ▯ בױגן און אים אַרײַנגעזאָגט דאָס, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײער װיכטיק: שרױ בלא אשה... שרױ בלא בנים...*) — האָט ער געהײם און שטאַרק צוטרױלעך אַרױסגעזאָגט יענע װערטער, װאָס באַטײַטן פֿאַר אַזױנע, װי לוזי, אַ פֿאַרברעכן, אין אַלע פֿאַלן, און אַפֿילו אין אַזאַ אומגליק־פֿאַל, װי דאָ, װי מיט אַלטערן. ▯ — מע דאַרף... מע מוז... און װאָס גיכער, איז גלײַכער, — האָט ער װידער שטיל און זײער ערנסט צוגעגעבן. די שטילע סעודה פֿון די דרײ אָנטײלנעמער אין איר — פֿון לוזין, משהן און שמואליקלען, װי אױך פֿון דעם פֿערטן, פֿון זײער באַדינער סרולין, װעלכער האָט זיך אױך פֿון צײַט צו צײַט, בעת די איבעררײַסן פֿון צװישן אײנמאָל און צװײטן מאָל דערלאַנגען, שטיל און נישט רעדנדיק צום טיש צוגעזעצט — האָט זיך שױן באַלד געהאַט פֿאַרענדיקט. ▯ שמואליקל האָט בעתן עסן אַלעמאָל דעם קאָפּ געהאַט פֿאַרלױרן, נאָר מחמת אַכטונג צו זײַנע מיטעסער, האָט ער זיך באַמיט האַלטן לײַטיש, און װען ער האָט זיך יעדעס מאָל אױ▯פֿגעכאַפּט פֿון שלאָף, ▯אָט ער אױפֿגיך גענומען עפּעס קײען, אָבער אומאַפּעטיטלעך, פֿױל און שלאַבעריק, און ער איז װידער מיטן ביסן אין מױל אײַנגעשלאָפֿן. נישט משה, נישט לוזי, אױך נישט סרול▯ האָבן שױן אױף אים קײן אַכט ניט געלײגט, און געקוקט אױף אים האָט מען נאָר, װײל ער אי▯ אַ דריטער און צום בענטשן װעט ער זײן אַ מזומן. משה האָט װי אין האַלב־טשאַד דערצײלט, װאָס ער האָט געהאַט צו דער־ צײלן; מינוטנװײז האָט ער שױן אַפֿילו פֿאַרגעסן, אַז דאָס איז ער אַ צײַט נאָכן צעשײדן זיך מיטן ברודער איצט מיט אים זיך װידער צונױפֿגעגאַנגען; פֿאַרגעסן אַפֿילו צוליב װאָס, אײגנטלעך, ער האָט אַ װײַטן מהלך אין דער פֿינצטער און אין חושך אַזש פֿון דעם פֿאַרמעגלעכן טײל שטאָט אַהער אין קבצנות, אין קױט, אין האַרבסט און אינעם בײַנאַכט זיך אַרײַנגעשטעלט. אַזאַ צושטאַנד איז בײַ אים געװען און אַזאַ שטימונג האָט אָט דאָס שטי▯עלע גע־ *) לעבט אָן אַ װײַב... אָן קינדער... ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 91▯ שאַפֿן — מיט לוזין, סרולין און דעם שלאָפֿנדיקן שמואליקל — אַז משה האָט נאָכגעכיק, האַלב־פֿױל און צוגעשלאָגן געקאָנט איצט אָננעמען אַן אײַנלאַדונג אַפֿילו דאָ איבערצונעכטיקן, װי ער האָט פֿריִער אָנגענומען די אײַנלאַדונג אױף זיך װאַשן, גײן צום טיש און זיך באַטײליקן אין דער שטיבלדיקער װעטשערע. יאָ, די סעודה האָט שױן געהאַלטן בײַ ענדע... נאָר דאָ, אינמיטן דרינען, האָט אױף דער שװעל פֿון עס־צימער זיך באַװיזן אַ פּאַרשױן — אַ משונה־ דיקער, אַן אױסטערלישער, אַן אומגעריכטער פֿאַר אַלע, אָבער באַזונדערס פֿאַר משהן, װאָס זײַנע אױגן זײַנען אָפּגעװױנט פֿון אַזױנע, װײל בײַ זיך אין שטוב האָט ער שױן מסתם יאָרן און צײַטן זיך אַפֿילו ניט פֿאָרגעשטעלט די מעגלעכ▯ קײט מיט אַזױנע מיט די בליקן זיך אָנצושלאָגן. דאָס איז געװען פּושקע, פּושקע מיט די צען צענערס... קײנער האָט ניט געהערט, װי ער האָט אױף אַרײַנגײן די טיר אין קיך און אין פֿאָדערצימער געעפֿנט; קײנער, אַפֿילו ניט אַזאַ, װי סרולי, האָט זײן דערנעענטערן זיך צו דער טיר אין עס־צימער ניט דערפֿילט. ער איז געשטאַנען אין דער עפֿענונג פֿון דער טיר מיטן גאַנצן פּאַק בגדים און טראַנטעס אָנגעפּעלצט, פֿאַרנעמענדיק די גאַנצע ברײט אירע, און מיט זײן שטילקײט און גאָרנישט־ניט זאָגן, מיט זײן אָנגעדראָלנקײט און געפּאַקטקײט, און מיט דעם שװאַרצן פּנים פֿון קײנמאָל ניט געװאַשן, אךן מיט די װײַסלעכער פֿון די אױגן, װאָס האָבן, אַדאַנק דער אומגעװאַשנקײט פֿון פּנים, נאָך בלאַסער אױסגעזען, װי אַפֿילו בײַ אַזאַ, בײַ װעלכן ערד־אַרבעט איז זײן מלאכה — איז ער אַזױ דאָרט שטײן און שטעקן געבליבן, אױף דער טיר, ניט אַרײַן און ניט אױף צוריק אַרױס. אַלײן דער ריח, װאָס האָט פֿון אים אַ גײ געטאָן, האָט אַלעמען אין דער נאָז אַ זעץ געגעבן, און משה, װאָס איז ביז אַהער די גאַנצע צײַט געזעסן, גלײַך אַזאַ, יואָס גאָרניט קאָן אים שױן נישט איבערראַשן, האָט אָבער דאָ, דערזעענדיק פּושקען און דערפֿילנדיק זײן העסלעכן שװער־עיפּוש־ דיקן און פֿאַרדומפּענעם ריח צו אים אין נאָז דערלאַנגען, האָט זיך אַ כאַפּ אױף געטאָן: דער גבֿיר, דער מפֿונק האָט זיך אין אים דערװעקט; און בשעת סרולי, װאָס אױך ער איז איבערראַשט געװען, האָט צו פּושקען דאָס מאָל דאָך גוטמוטיק און אַפֿילו צופֿרידן און מיט װױלגעפֿעלן אױסגעשריגן: „פּושקע, פּושקע מיט די צען צענערס!” — איז אין דער זעלבער צײַט משה פֿון פּושקעס באַװײַזן זיך װי אױפֿגעטראָגן געװאָרן, און אַלע די באַלײדיקונגען און מיס־ דערפֿאָלגן פֿון ביז אַהער, װאָס ער האָט זײ געדולדיק אַראָפּגעשלונגען און פֿאַרשװיגן, האָבן זיך, אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַרװאָס, אין אים איצט דערװעקט, און מיטן גאַנצן האַק־פּאַק, מיט זײן גאַנצן געדולד און אַלץ ביז אַהער פֿאַר־ שװיגענעם אים אױפֿגעריסן. — װאָס איז דאָ? װאָס איז דאָ פֿאַראַ פּאַרשױנען, און װעמען לאָזט מען עס דאָ אין שטוב אַרײַן? ----------- ▯ 392 ד ע ר נ ס ת ר — װאָסי? ▯־־ האָט זיך דאָ אױך סרולי אױפֿגעכאַפּט און פֿאַרן באַלעבאָס, פֿאַר לוזין, דאָס װאָרט גענומען, — װאָס פֿאַר אַ פּסול? קום אַרײַן, פּושקע, — האָט סרולי צו פּושקען זיך געװענדט, אים פֿון דער שװעל אין שטוב אַרײַן אײַנגעלאַדן, און יענער האָט מיטן גאַנצן באַרג טשערעפּאַכעדיקע שמאַטעס זיך אין שטוב אַרײַנגערוקט. — קום אַרײַן, פּושקע, — האָט סרולי פֿאָרגעזעצט, — ביסט אַן אָנגע־ לײגטער גאַסט, לעבסט פֿון דײן אײגענעם געשטאַנק, און ביסט ניט קײן גבֿיר, און דו דאַרפֿסט צו אַנדערע נאָך קײן חלװוּת נישט אָנקומען. דאָ װאָלט שױן געװיס געװען עפּעס געשען. דאָ װאָלט שױן משה געװיס ניט געװען אױסגעהאַלטן און מיט אַזױנע װערטער געװען אַרױס, װאָס די סעודה און דער גאַנצר אָװנט װאָלט זיך, אַדאַנק זײ, שױן גאָר ניט אַזױ בשלומדיק געװען געענדיקט. נאָר אין דער מינוט, װען מע האָט דערבײַ טאַקע געהאָלטן, האָט לוזי, װי ניט אײַנהערנדיק סרוליס װערטער, די כּלי מיט מים אַחרונים צו זײן ברודער משהן אַ דערלאַנג געטאָן און אַ זאָג געגעבן: בענטש... צי ער האָט דאָס געטאָן אומיסטן, כּדי יענעם, דעם ברודער, פֿון כּעס און פֿון אָפּצוענטפֿערן אַרױסצושלאָגן, צי ▯גלאַט מחמת ער האָט טאַקע ניט אײַנגעהערט, און די צײַט פּון בענטשן איז שױן געקומען, — אַזױ צי אַזױ, נאָר משה האָט פֿונעם ברודערס הענט, פֿון דער דערלאַנגטער כּלי און פֿונעם כּיבוד זיך ניט געקאָנט אָפּזאָגן, און זיך געװאַשן, ער האָט אױך לוזין און שמואליקלען געלאָזט דאָס זעלבע טאָן, און שױן אױפֿגיך, אױפֿגיך, װי כאַפּנדיק און אײַלנדיק װאָס גיכער די שטוב צו פֿאַרלאָזן, האָט אַ זאָג געטאָן: רבותי, מיר װעלן בענטשן. ס'האָט זיך, אַזױ אַרום, נאָך געענדיקט גוט. גלײַך נאָכן בענטשן האָט זיך משה צום אַװעקגײן גענומען גרײטן. לוזי, בשעת משה האָט שױן געהאַלטן בײַם אָנטאָן דעם מאַנטל, איז צוזאַמען מיט אים אױף דער שװעל פֿון עס־צימער געשטאַנען, און שטילערהײט, און װי פֿאָרזעצנדיק דעם אָנהײב געשפּרעך פֿונעם אָנהײב אָװנט, און אים װײַטער עפּעס אַרײַנגעזאָגט. דערבײַ האָט מען געהערט, װי לוזי האָט אים עפּעס װי געטרײסט, און טרײסטנדיק צוגעגעבן: — נישקשה... און זאָל דאָס אים, משהן, דינען פֿאַר אַ תשובת־המשקל...*) אַרױסגעטריבן אַ מענטשן, איז אים געװיזן געװאָרן, אַז ס'איז ניט רעכט, און אַז דער געטריבענער קאָן אַמאָל אַלײן גאָר באַלעבאָס װערן... נישקשה, משה, און אַזאַ, װי ער, מעג אױך װעגן אַזױנע זאַכן אַמאַל אַ טראַכט טאָן... — דערבײַ, װען לוזי האָט מיט אים אָט יענעם לעצטן סוף־געשפּרעך געפֿירט, איז סרולי פֿון יענעם צימער, װוּ די סעודה איז פֿאָרגעקומען, נישט געבליבן. ער איז אַרײַן אין צװײטן, דערנאָך אין קיכל, און דאָרט זיך בײַ עפּעס געפּאָרעט. און *) די תשובח פֿון גלײַכגעװיכט. װען אי▯נער זינדיקט מיט פֿרױען, איז זײן תשובח, ער זאָל זיך אָפּ▯ייִון פֿון פּרױען, —▯ מיט עסן, ער זאָל פֿאַסטן א▯ אַז. װ. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר ▯9▯ אַז משה איז, אַ באַגלײטע▯ פֿון לוזין, אָנגעקומען אַהין, כּדי פֿון דאָרט דורך דעם פֿאָרהײזל שױן אין דרױסן אַרױסצוגײן, האָט אים סרולי דאָרט עפּעס באַגעגנט מיט אַ הײמיש־אָנגעצונדענעם לאַמטערן, און בשעת יענער, משה, האָט שױן געהאַט געעפֿנט די טיר אין גאַס אַרױס, האָט איס סרולי דעם לאַמטערן אין האַנט אַרײנדערלאַנגט און בשעת־מעשׂה נאָך צוגעגעבן אָט װאָס: — ער באַשטײט, און אַז ס'װעט האַלטן דערבײַ, זאָל ער זיך צו אים װענדן. משה האָט אים גאָרנישט געענטפֿערט און אים כּמעט קײן גוטע נאַכט ניט געזאָגט, נאָר די שײן פֿון דעם לאַמטערן, װעלכן יענער האָט אים אין האַנט אַרײַנגעגעבן, האָט אים געשײַנט, סײַ װען ער איז פֿון שטוב אַרױס און ער האָט נאָך לאַנג אין דעם דריטן טײל שטאָט זיך געפֿונען, סײַ אױך בעת ער איז אַרױף אין דעם פֿאַרמעגלעכן טײל, װוּ דאָרט װאָלט מען זיך שױן אױך אָן דעם לאַמטערן געקאָנט באַגײן. דאָך האָט ער אים אױך דאָרט ניט אױסגעלאָשן און ביז אַהײם האָט ער אים אַן אָנגעצונדענעס און אַ שײַנענדיקן דערטראָגן. ▯ ▯ ▯ ▯ ----------- ▯ 1▯ אָ לטער. דרײ באַז ו▯ן ב ייִ אָ לטערן נאַ▯ירלעך, אַז װי נאָר בײַ אַלטערן האָט דאָס מאַנסביל־געפֿיל אױפֿגע־ װאַכט און איז אים האַרב צוגעטראָטן, איז די ערשטע פֿרױ, װעלכע האָט זיך אים אױף זײן קורצן װעג פֿון זײן אײבערשטיבל אין הױף אַרױס, דורך דער קיך דורכגײענדיק, באַגעגנט, איז געװען די ייִנגערע דינסט גנעסיע, די, װאָס מיטן הױכן פֿולן בוזעם און מיט װאַרעמען, מולטענעם קאָפֿטל, װאָס האָט אים אַזױ פֿאַרכאַפּט, אַז ער פֿלעגט, אױף איר קוקנדיק, בלײַבן כּמעט געלײמט און אָן לשון. דאָס האַרץ האָט אים געקלאַפּט, בײַטאָג זי זעענדיק, בפֿרט בײַנאַכט, װען ס'פֿלעגט אים אױסקומען דורך דער קיך פֿאַרבײַ איר בעטל זיך דורכ־ רוקן, פֿון װעלכן ס'האָט אים אַלעמאָל אַ זעץ געטאָן מיט אַזאַ ליבער און אין די בײנער זיך צעגײענדיקער װאַרעמקײט, אַז דער קאָפּ פֿלעגט זיך אים פֿאַר־ דרײען, די פֿיס האָבן זיך אים אונטערגעהאַקט, און אַ האָר איז אָפּגעגאַנגען, ער זאָל שיִער, אַן אונטערגעבראָכענער, פֿאַרן בעטל קניִען, אָדער טאַקע אױפֿן בעטל צו גנעסיען זיך אַרױפֿװאַרפֿן. ער האָט אַפֿילו אָפֿט אומיסטן שפּעט־בײַנאַכטיקע דורכגײעכצן און שפּאַ־ צירן דורך דאָרט זיך אױסגעטראַכט, האַלב־נײטיקע און גאָר נישט נײטיקע, אַבי אין יענעם אָרט זיך אָנשלאָגן, װוּ ער זאָל מיט יענער פֿרױיִשער װאַרעמקײט װידער און װידער אַן אָטעם טאָן, און אַמאָל אױך, װען ס'װעט אים גליקן, אין אַ װײך־אַראָפּגעלאָזטער האַנט זיך אָנרירן — אין אַ האַנט, אַ פֿוס, ▯ אָדער אין נאָך עפּעס אָנגענעמס. נישט אומזיסט האָט די עלטערע דינסט דער גנעסיען שױן דערױף אױפ־ מערקזאַם געמאַכט, און איר, װי שױן דערמאָנט, אַמאָל אַ זאָג געטאָן: — מױד, װאָס קוקט ער אױף דיר אַזױ, אַלטער? װאָס האָט ער בײַ דיר אַןױנס דערזען? יאָ. אַלטער פֿלעגט שױן יעדעס מאָל, נאָך אָט אַזאַ שפּאַציר פֿאַרבײַ דעם בײַנאַכטיק־שלאָפֿנדיקן דינסט־מײדל, אַרױפֿקומען צו זיך אַ פֿאַרסאַפּעטער, אַ פֿאַרשװיצטער, אונטערן האַרצן אים אונטערגעבראָכן, און לאַנג האָט ער זיך קײן אָרט אױפֿן בעט ניט געפֿונען, און נאָך לענגער — קײן רו אין שלאָף. דעמאָלט פֿלעגט צו אים קומען צו חלום יענע פֿרױ, װעלכע, װי ער האָט געדענקט, האָט אים נאָך אַמאָל, אין זײן גאָר פֿריִער יוגנט, אין זײַנע ערשט▯ לײַדנשאַפֿטלעכע נעכט, באַזוכט, — יענע, װאָס איז שװאַרץ־געקרױנט, װעלכע קומט אָפֿט אין מלבושים, אָבער אַ רגע געדױערט, און זי איז שױן אָן זײ — 384 ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 395 הױל, נאַקעט... יענע, װאָס קומט כּסדר צו יוגנט, װעלכע האָט נאָך קײן טעם זינד ניט פֿאַרזוכט, און זי גיט ןיך זײ אָפּ. אַלטער האָט דערפֿאַר געציטערט... און דאָך איז ער ניט אימשטאַנד געװען ניט זיך אָפּצוהאַלטן פֿון אױף גנעסיען — אױפֿן לעבעדיקן מײדל מיטן הױכן, פֿולן בוזעם — צו קוקן און ניט װעלן זי פֿאַרבײַגײן, אי אַװדאי ניט אומשטאַנד, אַז נאָך דעם, װען ער איז פֿון איר, פֿון גנעסיען, מיט הױלער לעכצונג נאָר אַרױס, אָפּצוהאַלטן זיך בײַנאַכט אין שװערן, הײסן, לײַדנשאַפֿטלעכן שלאָף פֿון צו באַקומען באַפֿרידיקונג כאָטש בײַ יענער, װעלכע איז, קעגן זײן װילן, אױף זײן בעט געקומען אים באַפֿױלן. דאָס אײנציקע, װאָס ער האָט געקאָנט טאָן צו זײן באַרויִקונג און צו זײן געמיט־דערלײכטערונג אין אָט דעם שטאַנד, אין אָט דעם שטראָם, אין װעלכן ער האָט, װי אין אַ קעסל־קאָך אַרײַנגעטראָפֿן, זיך פֿאַרדרײענדיק, — איז געװען דאָס ,װאָס ער האָט פֿון גרױס פֿאַרלױרנקײט, אַזש לשון און מוט געקראָגן פֿאַר אַזאַ זאַך, מיט װעלכער, װי מיר געדענקען, ער איז אין אײנעם אַ בײַנאַכט, װען זײן ברודער משה האָט זיך שפּעט פֿון זײן װיזיט בײַם רבֿ ר, דודין אומ־ געקערט, צו אים געקומען און מיט דער װילדער, אײנשטעלערישער פֿאָדערונג אַרױס: — יענער זאָל אים חתונה מאַכן. ס'איז אַװדאי משונה און אײנשטעלעריש געװען, אָבער, צװישן אַזױנע צװײ פֿײַערן זיך געפֿינענדיק, איז אוממעגלעך געװען פֿאַר אַזאַ, װי אַלטער, אַז זײן גאַנץ לײב און זײַנע קלײדער זאָלן זיך אים ניט נעמען סמאַליען, און אַז ער זאָל ניט טאָן דאָס, װאָס מ'טוט געװײנלעך, װען מע האַלט בײַם ברענען, װען כּוחות דאָפּלען זיך און מע װערט פֿײיִק אױף אַזױנס, װאָס װען ניט בײַ אַ שׂרפֿה, איז דאָס פֿאַר קײנעם אין קײן פֿאַל גאָר ניט שײך. װײל מיט אַלטערן האָט שױן דעמאָלט געהאַלטן װײַט, זײער װײַט: ער האָט זיך שױן אײנמאָל אַ בײַנאַכט, זײענדיק אין קיך, און אין דער פֿינצטער, צװישן די צװײ שלאָפֿנדיקע דינסטן זיך געפֿינענדיק, עפּעס צו לאַנג בײַ אײנעם זײערן אַ געלעגער זיך פֿאַרהאַלטן... צי ער האָט אַ טעות געהאַט און ער איז געקומען צו דער אַלטער אָנשטאָט דער יונגער, צי נײן, צי אפֿשר טאַקע צו דער יונגער, נאָר די אַלטע האָט זיך גראָד דעמאָלט אין שלאָף דורכגעװאָרפֿן און האָט זײן אָנװעזנהײט באַמערקט, — װי ס'איז ניט געװען, נאָר מיטן געזונטן פֿרױען־חוש האָט יענע, די עלטערע, דעמאָלט דערפֿילט, אַז אַלטער ▯ איז דאָרט שױן גאָר ניט צופֿעליק פֿאַרזאַמענדיק שטעקן געבליבן, נאָר מיט עפּעס אַ געװיסן מײן אַ מאַנסבילשן, װעלכער האָט זיך געקאָנט ענדיקן מיט גװאַלדן מצד דער מױד, דער גנעסיען, און פֿאַר אַלטערן און פֿאַר די באַלע־ באַטים מיט גאָר ניט קײן אָנגענעמען סקאַנדאַל. זי האָט אינדערפֿרי בײַ דער ייִנגערער זיך דערפֿרעגט װעגן דעם: צי האָט זי ניט געהערט, צי האָט זי ניט געפֿילט בײַנאַכט גאָרניט. יענע האָט ניט ▯ ▯ ----------- ▯ ▯ 396 ▯▯▯▯ ד ע ר נ ס ת ר געװוּסט צו זאָגן. אָבער שפּעטער אַן אױפֿדערנאַכט — מעג זי שװערן, די ייִנגערע, — האָט זי אין שטאַרקן שלאָף דערפֿילט עמעצנס אַ האַנט צו אירע פֿאַרבאָרגענע ערטער זיך שאַרן. דעמאָלט האָט זי שױן, פֿון איר זײט, אינ־ דערפֿרי דאָס דער עלטערער דערצײלט, און יענע האָט דערױף געהאַט צו זאָגן, אַז יאָ, ס'איז דאָך קלאָר, אַז איר חשד באַשטעטיקט זיך: — נו, יאָ, מױד, װאָס זשע? כ'האָב דען אױסגעטראַכט? כ'האָב דאָך אַלײן געזען, װי ער האָט איבער דיר בײַנאַכט געדוכנט. אַפּנים, ער דאַרף דען ניט, װאָס אַלע דאַרפֿן? װאָס זשע? ער איז אַ האָלץ־באָק, צי זײן נשמה איז פֿון קלאָטשע? אַזױ, אַז אַלטערן איז דאָס געפֿיל אָנגעקומען פֿאַרפֿלײצנדיק, און פֿון גרױס ראַש און געפּלעפֿטקײט פֿונעם געפֿיל האָט ער זיך געטראָפֿן, װי צוגעשלאָגן און צו דער ערד אַראָפּגעפּלעטשט. נישט גלאַט אַזױ זיך געזאָגט „אַראָפּגע־ פּלעטשט”, נאָר טאַקע װירקלעך, ממש ,װײל װען קײנער האָט ניט געזען, און ער איז, װי געװײנלעך, געבליבן אַלײן בײַ זיך אין צימער, פֿלעגט ער אָפֿט, װי פֿון אַ שװערער משׂא געדריקט, מיטן רוקן אין אַ װאַנט זיך אָנשפּאַרן און דורך איר זיך אױף דער ערד אַראָפּלאָזן. נישט אױף קײן בענקל, װאָס האָט זיך געפֿונען אין צימער, זיך אַװעקזעצן, נאָר דװקא אױף דער ערד, אױף די קני געבױגן און מיט דער פּלײצע אין װאַ▯ אָנגעשפּאַרט. דאָס האָט געקאָנט דינען פֿאַר אַ באַװײַז אָדער פֿאַר אײניקע פֿאַרבליבענע רעשטלעך נאָך פֿון זײן אַמאָל געװעזענער שלאַפֿקײט; נאָר נײן, גיכער איז דאָס אים געקומען פֿון דעם אױבן דערמאָנטן געפֿיל, װאָס האָט אים משונה און אױף אַן איבערראַשנדיקן אופֿן געבראָכן און צוגעשלאָגן. ▯ און דאָס איז געװען די ערשטע שװעריקײט אַלטערס פֿון נאָך זײן געזונט װערן. ▯ די צװײטע שװעריקײט זײַנע איז געװען דאָס, װאָס זײַנע אַמאָליקע לערן־ קענטענישן האָבן זיך אים אומגעקערט און זײַנען אים, װי פֿון אַ פֿאַרהױלענער האַנט, צוריק אַראָפּדערלאַנגט און אָפּגעגעבן געװאָרן. מע האָט אים װי פֿון הימל באַגליקט. אַז ער האָט דאָס ערשטע מאָל אַרײנ־ באַקומען אַ סידור אין האַנט, האָט ער אים מורא געהאַט צו עפֿענען: טאָמער האָט ער פֿאַרגעסן לײענען; אַז ער האָט געעפֿנט און געזען, אַז לײענען קען ער, האָט ער מורא געהאַט, טאָמער פֿאַרשטײט ער נישט די טײַטש־װערטער; אַז ער האָט געזען, אַז ער פֿאַרשטײט יאָ, האָט ער שױן מער קײן ערנסטערן ספֿר אין די הענט נעמען זיך ניט אײַנגעשטעלט: דאָרט איז דאָך, געװיס, אַלץ פֿאַרחתמעט אױף זיבן שלעסער... אַז ער האָט זיך אָבער לסוף יאָ אײנ־▯ געשטעלט, יאָ גענומען און װידער פֿאַרשטאַנען, איז ער אַזױ איבערגליקלעך געװען, אַז ס'האָט זיך אים געדאַכט, אַז גאָלד שיט זיך אים פֿון די אַרבל, און גלײַך ער האַלט אין אײן אָנשטאָפּן מיט דעם פֿולע קעשענעס, און די קעשענעס ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 397 קלעקן אים ניט און גײען אים איבער. און פּונקט, װי יענער קאַרגער, װאָס ער קאָן זײן אױג מיט די אוצרות ניט זעטן, און שפּיגלענדיק זיך אין זײ, פֿאַרגעסט ער אין אַלץ, — אַזױ איז אַלטער די ערשטע▯ צײַט אַזױ פֿאַרכאַפּט געװען פֿון זעטן זיך מיט זײַנע נײ אים צוגעקומענע און װידעראַמאָל דער־ װאָרבענע קענטענישן, אַז ער האָט די שײן פֿון טאָג ניט געזען, די ליכט ניט בײַנאַכט, נאָר ער האָט זיך אַלץ, װי יענער קאַרגער, פֿון זײ זיך ניט געקאָנט ▯ אָפּרײַסן. ס'איז אים אױפֿגעקומען אַ װעלט, װאָס איז אומשטאַנד בכלל יעדן אײנעם, אַ דערװײַטערטן פֿון דער װירקלעכקײט, פֿאַרבײַטן די װירקלעכקײט אַלײן, בפֿרט פֿאַר אַזאַ, װי אַלטערן, יואָס איז אַזױ לאַנג אָפּגעריסן געװען פֿון יעדער מגע־משׂא מיט ▯ואָסער־ניט־איז זאַך, װאָס בינדט אַפֿילו די אָפּגע־ ריסנסטע פֿון דער װעלט מיטן אַרום, מחמת ער, אַלטער, האָט דאָך ניט געהאַט מיט װאָס געבונדן צו זײן ▯ ס'האָט דאָך אים דאָס סאַמע נײטיקסטע געפֿעלט —▯־ אַלײן דער זינען. פֿאַרשטענדלעך שױן, װי אַזױ ער האָט זיך צוגעכאַפּט, און מיט װאָס פֿאַר אַ גיריקײט, װי אַן ערשט געבױרן קינד, ער האָט זיך אײנ־ געזאַפּט אין דעם, פֿון װעלכן ער האָט אַזױ לאַנג קײן מינדסטע אַנונג ניט געהאַט, ד. ה. ניט פֿון קײן װירקלעכע הנאות און אױך נישט פֿון אַזױנע, װאָס שפּיגלען זײ װי־ס'איז־ניט־איז כאָטש אָפּ, װי די הנאות, װאָס מע באַקומט, װען מע לײענט זײ אַרױס פֿון ספֿרים. ▯ פֿאַר אַלטערן האָט זיך געעפֿנט אַ װעלט, װי פֿאַר אײנעם פֿון אַ צױבער- מעשׂה, װעלכער קומט אָן פֿון לאַנגע װאָגלענישן אין הױכע פּאַלאַצן, אַרומ־ שפּאַצ▯רנדיק דאָרט צו זײן װוּנדער און קאָן זיך מיט יענע שײנקײטן נישט גענוג אָנקוקן▯ אַלטער איז מיטאַמאָל, װי פֿון שטאַרק־אָרעם װילד־רײַך גע־ װאָרן. אָנהײבנדיק פֿון די פֿאַרגעניגנס, צוערשט נאָר פֿון קענען לײענען, דער־ נאָך פֿון פֿאַרשטײן, דערנאָך פֿון אין אַלע שװער־ספֿרימדיקע טיפֿענישן אַראָפּ־ צונידערן און צו אַלע פּאַלאַצדיקע הײכן דערגרײכן, איז ער טאַקע גלײַך געװען װידער װי צו יענעם פֿון דער צױבער־מעשה▯ װעלכער הײבט זיך פֿריִער אַרױף אױף פֿרעמדע טרעפּ, קומט צו פֿרעמדע טירן, דערנאָך אַלײן אין די חדרים, װוּ חידוש אױף חידוש באַגעגנט אים, װוּ ער שפּאַצירט אַ פֿאַר־ בלעפֿטער און האָט נאָר מורא, אַז די געשעעניש זאָל זיך אים אינמיטן ניט איבעררײַסן, װײל ער גלײבט די אױגן ניט. פֿאַר אַלטערן איז דאָס אַ גרױס גליק געװען. ס'האָט דאָך אים דערװײל, ▯ װען ער האָט נאָך מיט קײנעם פֿון די לעבעדיקע אַרום קײן שום נאָענטע באַרירונג נישט געהאַט, פֿאַרביטן אַלע מינים באַרירונגען. דאָ▯רט, אין די ספֿרים, האָט ער אױך געפֿונען אַ מקום־מקלט, װוּ זיך אױסצובאַהאַלטן, ביז װאַנען די בליקן פֿון די הײמישע װעלן זיך צו אים און צו זײן נײַעם שטאַנד צוגעװױנען, ביז מע װעט מיט אים געפֿינען אַן אָלגעמײן לשון, אַלגעמײנע ----------- ▯ 388 ד ע ר נ ס ת ר באַציִונגען, — און בכלל, ביז ער װעט אױפֿהערן זײן אַ פֿרעמדער צװישן אײגענע. דאָרט אױך האָט ער זיך אָפֿט אָנגעשלאָגן אױף אַזױנע ערטער, װעלכע האָבן אים, לערנענדיק זײ בײַטאָג, דערמאָנט אין זײַנע גאַרענישן בײַנאַכט, װען ער רוקט זיך בגנבֿה־אױסבאַהאַלטן פֿאַרבײַ דעם פֿרױען־בעטל, פֿאַרבײַ דעם געגאַרטן לײב מיט אַלע רײצן, װאָס אַ לײב פֿון אַ פֿרױ האָט פֿאַר אַ מאַנסביל, בפֿרט פֿאַר אַן אױסגעהונגערטן מאַנסביל, ובפֿרט פֿאַר אַזאַ, װי אַלטער איז. װען ער האָט זיך אָנגעשלאָגן אין יענע ערטער, פֿלעגט זיך אים דער טאָג מיט דער נאַכט צונױפֿמישן, פֿאַר די אױגן האָבן זיך אים פֿײַערדיקע רינגען אומגעדרײט, און ער פֿלעגט זען אַזױנס, װאָס אַן אַנדערער װאָלט זיך אין דער װירקלעכקײט געװוּנטשן זען אַ צענטל פֿון יענער שײנקײט, פֿון יענער פּראַכט, פֿון יענע גװאַלדיקע פֿאַרגעניגנס, װאָס אַזאַ מענטשלעכער מוח, װי אַלטערס, קאָן פֿון זײַנע װילדסטע, פֿאַריאָגטע און פֿאַרטישקעװעטע באַ־ העלטענישן אַרױסציִען. יענע ערטער האָבן פֿאַר אים צעעפֿנט אַ װעלט, אין װעלכער ער איז איצט אַרײַן מיט אַזאַ דורשט, װי אײנער, װאָס איז לאַנג אין אַ היציקן מדבר אומ־ געגאַנגען און מע האָט אים אָקאָרשט נאָר־װאַס צו אַ פֿריש־קילנדיקן קװאַל צוגעלאָזט, װען ער פֿאַלט צו אַ צעפּאָלאָכעטער, אַ צעהיצטער, ביז זיך פֿאַרכלינען און ביז כּמעט דעם זינען פֿאַרלירן. אַזױ, למשל, האָט ער זיך יעדן פֿרײַטיק באַזונדערס געפֿילט, װען ער פֿלעגט זאָגן דעם שיר־השירים. אַן אַלטער מינהג איז פֿאַרבליבן אין דער משפּחה מאַשבער פֿון זײער פֿאָטער און פֿאָטערס פֿאָטער, ביז אַרױף אין די דורות, אַז פֿרײַטיק האָבן מאַנסבילן דעם שיר־השירים הױך אױף אַ קול, מיט אַ געזאַנג און ברען אַרױסגעזונגען. זײער פֿאָטער פֿלעגט אים זאָגן אין שול▯ און עולם האָט שױן געװוּסט, און מע האָט די טירן און די פֿענצטער באַלאַגערט, אים הערנדיק. אױך לוזי האָט אים געזאָגט אױף זײן אופֿן, אױך משה שױן אַ סוחר און װעלט־מענטש, אָבער אױך ער איז פֿון דער טראַדיציע ניט אָפּגעשטאַנען. אױך אַלטער האָט זיך איצט אינעם מינהג דערמאָנט, און נאָכן װאַשן זיך אױף שבת, נאָכן איבערטאָן װעש, און בלײַבנדיק בײַ זיך אַלײן אין צימער, װוּ די פֿענצטער קוקן אַרױס זומער אין אַ סאָד פֿול מיט בײמער און גרינס, און איצט — האַרבסט — אין אַ לײדיקלעכן סאָד, אָבער דאָך מיט בײמער, װאָס װעלן שפּעטער, פֿרילינג-צײַט, זיך װידער אין גרינס אָנטאָן — האָט ער גענומען זאָגן, און װי נאָר ער האָט דעם ערשטן פּסוק אױף די ליפּן גענומען, אַזױ האָבן זײ אים שױן אָנגעהױבן טריפֿן ,װי מיט האָניק פֿון עפּעס אַ מין סאָרט זיסיקײט, װאָס דורות, גאַנצע דורות, האָבן זיך פֿון איר געשפּײַזט, און אױך פֿאַר איס, פֿאַר אַלטערן, איז נאָך פֿון איר גענוג פֿאָרבליבן. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 399 באַלד נאָכן ערשטן פּסוק שױן האָבן זיך אים די אױגן פֿאַרבלעזלט, פֿאַר־ הײטלט, און ער האָט זיך דערזען אין אַ װײַט, זוניק לאַנד, מיט הױכע בעו▯ג אױף די האָריזאָנטן, װאָס פֿון בײַטאָגיקער גרױסער זון און היץ ציטערן זײ, װי אין אַ מין פֿאַרװאָלקנטן נעפּל; און דאָרט, אױף די בערגס הױכקײטן, זעט מען װען אַמאָל אַ יונגן ▯▯ירש, אַ יונגע אינדין זיך באַװײַזן, און אַמאָל אױך צװײ — אַ פּאָר הירשן, אַ פּאָר אינדן, — װאָס לעכצן אי זון, אי װאַסער, אי הױכקײט, אי ליבע 'און זײ קוקן אַראָפּ, קוקן אַריבער אין לאַנד אַרײַן, אין די װײַטע טאָלן, צו די פּאַסטעכער מיט שאָף בײַ די קװאַלן, צו די לאַנד־טעכסער מ▯ט װאַסער־קרוגן בײַ די ברונעמס, און צו די היטער און היטערינס פֿון די אָפֿענע און פֿאַרשלאָסענע װײַנגערטנער. און דאָ, זאָגנדיק, איז שױן אַלטער געװען בײַ יענע פּאַסטעכער, װעלכע קומען אינמיטן העלן טאָג זײערע טשערעדעס אָנטרינקען, אַראָפּלױפֿנדיק פֿון די בערג מיט זײערע װײַסע און שװאַרצע שאָ▯, ציגן, װי▯ערס און רינדער — אין שטױב, מחנותװײַז און טשערעדעסװײן. „דאָס געזאַנג פֿון אַלע געזאַנגען”... דערהערט ער דעמאָלט פֿון אַ גאָרטן אַ קול אַרױסזינגען. און דאָס קול קומט פֿון אַזאַ, צו װעלכער ער גאַרט, פֿון אַזאַ, װאָס אַלע זײַנע געדאַנקען פֿון סײַ בײַטאָג, סײַ בײַנאַכט דרײען זיך אַרום איר יונג לײב, װאָס איז „שװאַרץ, אָבער שײן, איר, טעכטער פֿון ירושלים”, װי ס'זינגט זיך אין דעם ליד; פֿון אַזאַ, װאָס אױף איר געלעגער בײַנאַכט קאָן אױך זי, װי ער, ניט אײַנשלאָפֿן און גײט זוכן איר געליבטן און פֿרעגן בײַ די שומרים פֿון בײַנאַכט, אַזױ װי ער, אַלטער, װאָס, אַז ס'װערט אים ענג די לעצטע צײַט, און װען זײן בעט הײבט אים אָן ברענען, גײט ער אַרױס אין הױף און שטעלט זיך פֿאַרן ברודערס פֿענצטער אָן װערטער און טוט בײַ אים אָפּמאָנען דאָס צוגעזאָגטע און פֿאַר־ שפּראָכענע. — „כ'האָב אױסגעטאָן מײן העמד, װי זאָל איך דאָס צוריק אָנטאָן?” — „כ'האָב אײַנגעװאַשן מײנע פֿיס, װי זאָל איך זײ צוריק אײַנריכטן?” — „מײן פֿרײַנט האָט דורכגערוקט זײן האַנט דורך דער ריגל־טיר, און אַלע מײנע אינגעװײדן האָבן, אים אַנטקעגן קומענדיק, אױפֿגעברומט...” און זאָגנדיק דאָס, זײַנען די אױגן בײַ אַלטע▯רן װילד־פֿאַרבלעזלט פֿון געפֿינען זיך אינעם װײַטן, זוניקן לאַנד, מיט די בערג, מיט די הירשן, מיט די פּאַסטעכער און מיט יענעם קול, פֿון אַ פֿאַרשלאָסענעם װײַנגאָרטן אַרױס־ געקומען, װאָס מאָנט און דערמאָנט, װאָס קומט מיט יענעם װײ, װאָס נאָר ליבנדיקע װײסן פֿון אים אין זײער ליד און לײדן. „אױף מײן געלעגער בײַנאַכט האָב איך געזוכט דעם, װאָס מײן לײב האָט אים ליב, — געזוכט, און נישט געפֿונען.” ----------- 400 ד ע ר נ ס ת ר „װוּהין איז אַװעק דײן פֿרײַנט, דו שענסטע צװישן פֿרױען? װוּהין אַװעק — װעלן מיר אים מיט דיר צוזאַמען זוכן.” „מײן פֿרײַנט האָט אַראָפּגענידערט אין זײן װײַנגאָרטן, צו זײַנע רױזן־ בײטן” א. אַז. װ. און אַזױ װײַט און הױך פֿאַרקלינגט און פֿאַרכלינעט זיך דאָס קול, אַז אַלטער בלײַבט שטײן, װי מיט אַן אָפֿן מױל, גלײַך ער האָט דאָס אַרױסדערהערט טאַקע פֿונעם גאָרטן, װאָס פֿאַר זײַנע אײגענע פֿענצטער. ער בלײַבט מאַט, מיט שלאַבעריקע הענט אַראָפּגלעאָזט, די בליקן בלאָנדזשען אים, און װען אַ פֿרעמדער װאָלט זיך דעמאָלט צו אַלטערן אין צימער אַרײַנגעשטעלט, װאָלט זיך אים געדאַכט, אַז ער זעט אים, װי אין אַ פֿריִערדיקער צײַט אַמאָל, בעת זײן שלאַפֿקײט, װען ער פֿלעגט זיך צו זײן אינערלעכער שטים צוהערן, און אַז אָט באַלד װעט ער איר אַנטקעגן גײן, דער שטים, מיט משונה קולות פֿון בױך און פֿון די קישקעס אַרױסגעקומען. נאָר נײן, אַלטער שטײט פֿאַרבלעפֿט, דאָס קול ציט אים, װי די קלײַ פֿון די בײנער, און פֿון גרױס פֿאַרכאַפּט זײן פֿונעם קול, דערפֿילט ער זיך אױסן, אָן אָטעם, ס'װערט אים הײס, מלאָסנע, צעשפּיליעט זיך דאָס העמד פֿונעם לײב, און פֿון װילדער איבערגעלאָדנקײט קאָן ער זיך קײן אָרט אױף קײן בענקל ניט געפֿינען, אױך ניט שטײן בלײַבן, װוּ ער שטײט, נאָר ער גײט װידער צו אײנער אַ יואַנט צו, שטעלט זיך צו איר מיטן רוקן, רוקט זיך דורך איר אַראָפּ פּאַמעלעך, און בלײַבט אַזױ אַן אונטעתעבראָכענער, און די קני געבױגן, אױף דער ערד זיצן. און דאָס איז די צװײטע שװעריקײט אַלטערס, זינט זײן זין־דערלײכטע־ ▯ונ▯. און די דריטע — דאָס איז די לאַגע פֿון זײן ברודער משהס שטוב. ער איז װײַט געװען פֿון שטוב־ענינים. ער האָט אױך איצט געװוּסט נאָר פֿון זײן אױסהאַלט, װאָס איז אים געגאַנגען, װי ביז אַהער, װען מע האָט אים מיט אַלץ באַזאָרגט, מיט עסן, טרינקען און הלבשה — אַזױ, אַז אורטײלנדיק לױטן אױסהאַלט, האָט אַלטער פֿון קײן שלעכטס און פֿון קײנע ענדערונגען קײן אַנונג נישט געהאַט און נישט געקאָנט האָבן. און דאָך אַלײן נאָר פֿון די פּנימער פֿון די שטוב־לײט, װאָס פֿלעגן זיך אים פֿון צײַט צו צײַט באַגעגענען, האָט ער זיך געשטױסן, אַז עפּעס איז ניט רעכט און ניט אַלץ כּשורה אין שטוב. ער האָט זיך פֿריִער געװאָלט דאָס דערקלערן דערמיט, װאָס נחמהקע, משהס טאָכטער, איז עפּעס ניט געזונט, און אַז דאָס איז די סיבה, װאָס דריקט אױף אַלע, װעלכע מע באַגעגנט אין פֿאַרטראָגנקײט און טרױער. נאָר אַז ער האָט זיך װײַטער צוגעקוקט און װידער זיך באַגעגנט, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז נײן, און אַז אַלנפֿאַלס איז ניט דאָס די אײנציקע סיבה. אַז ער האָט גענומען נאָכקוקן, האָט ער זיך װאָס אַמאָל אַלץ מער און מער איבערצײַגט, אָז אין שטוב געשעט עפּעס אַזױנס, װאָס בײַם נאָמען קאָן ▯ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 1▯▯ ▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯י▯▯▯ ו▯▯ ו▯▯ן▯ פ▯▯▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯▯▯ו▯▯ ▯ ך ▯▯, ▯▯▯▯ ▯אָ▯ פ▯▯▯▯▯י▯ון▯▯▯▯▯▯▯ק▯▯▯▯▯▯ ▯▯▯ ▯ קינדער, און אָפּגערעדט שױן פֿון די עלטערע, װי זײן ברודער משה, זײן װײַב גיטעלע, װי יהודית, זײן טאָכטער, און װי די בײדע אײדעמס, יאַנקעלע גראָד־ שטײן און נחום לענטשער, װאָס װאָס אַ טאָג זײַנען בײַ זײ אַלץ מער די שטערנס פֿאַרפֿינצטערט געװאָרן, און װאָס װײַטער, האָט ער געזען, װי בײַ אַלעמען זײַנען די קעפּ און מוחות שטאַרק פֿאַרדרײט, און אַז דערפֿאַר סטײַען בײַ זײ פֿאַר אים, פֿאַר אַלטערן, אַפֿילו די מינדסטע װערטער ניט, װען מע באַגעגנט ▯י▯. אַלטער האָט אױך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז די סיבה, פֿאַרװאָס זײן ברודער משה האָט, נאָך זײן געשפּרעך מיט אים װעגן אַזאַ װיכטיקן ענין אין ▯ יענעם געװיסן אױפֿדערנאַכט, קײן אײן מאָל מיט אים װידער קײן רײד דערפֿון ניט פֿאַרפֿירט, ניט פֿאַרזיכערנדיק אים, אַז ער האָט דאָס, על כּל פּנים, אין זינען, אַז ער טראַכט דערפֿון, און אַז סוף־כּל־סוף װעט ער זיך דערפֿאַר װידער נעמען. נײן, יענער האָט דערפֿון בכלל ניט מזכיר געװען, און אױך אים אױס־ געמיטן, װען ער האָט זיך מיט אים גאָר נאָענט און אױג אױף אױג אַפֿילו אָנגעשלאָגן. אַלטער איז דערום אַרומגעגאַנגען מיט אַ פֿולן קאָפּ אומפֿאַרשטאַנד, ניט האָבנדיק זיך צו װעמען צו װענדן. ער האָט געפֿילט, אַז אױב מע זאָגט אים ניט, מע געטרױט אים ניט, איז אַז ער װעט אַפֿילו פֿרעגן, װעט מען אים ניט ▯ קלאָר ענטפֿערן, אָדער מע װעט אים מיט אַ ליאַדע שטרױענעם תּירוץ אָפּ־ שטױסן, װי מע טוט תּמיד מיט קינדער, אָדער מיט זײַטיקע, װען מע װיל ניט, אַז זײ זאָלן זיך ניט אין זײערע ענינים מישן; װײל יאָ, אַלטער האָט געזען, אַז שטוב־לײט האַלטן ניט פֿאַר מעגלעך און פֿאַר נײטיק אים אין זײערע ערנסטע ענינים אַרײַנצוציִען, װײל מע האַלט, אַז ס'איז נאָך צו פֿרי פֿאַר אים, ניט פֿאַר זײן מוח דאָס צו באַנעמען, און בעסער ,טראַכט מען, זאָל אַזאַ, װי ער, נאָך בלײַבן װײַט און אױסער ערנסט. ער האָט זיך דערום געשלאָגן מיטן קאָפּ, װי אַ פֿיש אין גלאָז, װעלנדיק דערגײן, װאָס טוט זיך אים פֿון יענער זײט גלאָז, אָבער נישט געפֿינענדיק קײן אַנדער מעגלעכקײט, װי אַזױ זיך דאָס צו דערװיסן, איז אים אײן אױסגאַנג נאָר געבליבן — אין אַ זײט זיך האַלטן און װאַרטן, װאַרטן און אַרױסקוקן, ביז עפּעס אַ צופֿאַל װעט אים אַ טירעלע אין דער רעטעניש אױפֿעפֿענען... האָט ער אַזױ געטאָן, און דער צופֿאַל האָט נישט געזאַמט צו קומען. ס'איז אײנמאָל אַרױפֿגעקומען צו אים דאָס עלטסטע קינד אין שטוב — מאירל. ▯,איז געװען אין אַ טאָג, װען דאָס לערנען איז מאירלען ניט געראָטן ----------- 402 ד ע ר נ ס ת ר און מע האָט געמײנט, אַז ער איז ניט געזונט. ס'איז געװען דעמאָלט, װען, װי אַלעמאָל, איז זײן רבי ברוך־יעקבֿ צו אים געקומען אינדערפֿרי אױף די געװיסע לערן־שעהן: — יענער ברוך־יעקבֿ, װאָס איז באַװוּסט אין שטאָט אַלס גבֿירישער גמרא־מלמד, און װאָס נאָר געצײלטע גבֿירים טאַקע האָבן זיך געקאָנט פֿאַרגינען אַרײַנצוקריגן אַזאַ אײנעם צו זײערע קינדער אױף אײניקע שעה אין טאָג פֿאַר היפּש באַצאָלטס, װעדליק פֿאַר יענער צײַט. ער איז געװען אַ שטאַרק מיושבער, ברוך־יעקבֿ, און, װעדליק פֿאַר יענער צײַט, פֿײַן געקלײדט און באַזונדערס זױבער: שטענדיק אין אַזאַ ציכטיקער קאַפּאָטע אינדערװאָכן, װאָס אַנדערע פֿון זײן גראַד האָבן אַפֿילו אױף שבת זיך ניט געקאָנט פֿאַרגינען; תּמיד מיט אַ ר▯ינער פֿאַטשײלע אױף װישן זיך אי די נאָז, אי די װאָנצעס, מחמת ער האָט אי געשמעקט, אי גערײכערט. דאָס האָט ער געטאָן ניט מחמת צופֿיל צעטראָגנקײט, װי אַנדערע, נאָר פֿאַרקערט, איבער זײן באַזונדערער מיושבדיקײט: ער האָט גערײכערט, װען דאָס לערנען מיט אַ קינד איז אים געגאַנגען גוט, און געשמעקט, װען ס'איז אים געגאַנגען נאָך בעסער; שלעכט איז בײַ אים קײנמאָל ניט געגאַנגען. אַזאַ קלאָר לשון, ▯ אַזאַ שטילקײט און אַזאַ זעלטענע הסברה איז זעלטן בײַ װעמען פֿון זײן פֿאַך נישט נאָר אין יענער שטאָט, אין N, נאָר אין פֿיל אַנדערע ערטער געװען צו געפֿינען. ס'איז אַ באַזונדער ברכה געװען צו אים אַלס תּלמיד אַרײַנצופֿאַלן. אָפּ־ גערעדט שױן, אַז פֿון טראַכטן װען אַמאָל אַ תּלמיד אָנצורירן, אָדער גאָר אַפֿילו ▯ הױך אָנצושרײַען, איז בײַ אים געװען אַ זעלטנהײט, כּמעט קײנמאָל ניט אין זײן פּראַקטיק. בײַ משה מאַשבער האָט ברוך־יעקבֿ געלערנט נאָר מיטן עלטסטן אײניקל אין שטוב — מיט מאירלען, װעלכער איז אי עלטער געװען, אי פֿײיִקער פֿון די איבעריקע אײניקלעך, און װאָס מע האָט גלײַך געזען, אַז צוליב אַזאַ און אַזױנע פֿײיִקײטן איז כּדאַי אױך אַזאַ, װי ברוך־יעקבֿ, אײַנצולאַדן און זיך אױך לאָזן קאָסטן. זומער פֿלעגן זײ לערנען — ברוך־יעקבֿ מיט מאירלען — אין סאָד, אין אַ הילצערן גאָרטן־שטיבעלע, ערגעץ װײַט צװישן די בײמער פֿאַררוקט, אַז קײנער זאָל ניט שטערן, און װינטער ־— אין שטוב, אין אַ באַזונדער צימער. יענעם טאָג איז ברוך־יעקבֿ געקומען, װי אַלעמאָל, צו דער צײַט און פּינקטלעך. ער האָט באַרוט זײן פּאַלטן מיטן סאַמעטענעם קעלנערל אױפ־ געהאַנגען אױף דער שראַגע אין יענעם קאָרידאָרל, װוּ אַלע פֿון די באַלע־ באַטים הענגען דאָרט אױף זײערע קלײדער. ער איז געקומען אין צימער, װוּ אַלעמאָל איז דאָרט דאָס אָרט באַשטימט אױף לערנען, און זיך גענומען צו זײן געװײנלעכער מלאכה: צו פֿאַרשטײן־געבן דאָס, װאָס אינגאַנצן אומפֿאַר־ שטענדלעך, אָדער װען־ניט־װען נאָר אַ װאָרט אָרײנשטעלן, װי אַ האַנט ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 403 דערלאַנגען, יוען דאָס קינד פֿאַרשטײט אַלײן, נאָר דער רבי װײסט, אַז ער קאָן זיך בײַ אַ קלײנעם אָפּהאַלט ערגעץ דאָרט פֿאַרטשעפּען. מאירל האָט דאָס מאָל, נישט װי זײן געװױנשאַפֿט, דאָס לערנען שלעכט באַנומען. מע האָט געזען, אַז ער איז נישט דערבײַ, און דער קאָפּ איז אים ערגעץ אַנדערש. אַז ברוך־יעקבֿ האָט באַמערקט, אַז דאָס, ▯ס לױט מאירלס ▯ פֿײיִקײטן, האָט אים באַדאַרפֿט זײן פֿאַרשטענדלעך, איז אים עפּעס איצט ניט קלאָר, האָט ער זיך ניט געפֿױלט אים צו דערקלערן, אָן ערגערניש און אָן דאָס קול צו העכערן, אָדער אַרױסצוּװײַזן אַ װאָסער־ניט־איז בײזע אָדער שלעכטע מינע. מאירל האָט אָבער װײַטער ניט באַנומען, און ברוך־יעקבֿ האָט נאָכאַמאָל דערקלערט. און אַז מאירל איז אױך װײַטער װי עפּעס טױבלעך און טומפּיק געבליבן, האָט אים ברוך־יעקבֿ נאָר אַ פֿרעג געטאָן: — װאָס איז מיט דיר הײַנט, מאירל? דעמאָלט האָט זיך מאירל צעװײנט. ס'איז געװען אַ גרױסער חידוש. מאירל איז ניט געװען פֿון די, װאָס פֿױלן זיך אָדער קאַפּריזעװען בײַם לערנען. ברוך־יעקבֿ האָט אים געקענט, אמת, פֿאַר אַ ביסל אַ פֿאַרטרױמטן, אָבער יעדעס מאָל האָט ער געהאַט די מיטלען אים אַרױסצוציִען פֿון טרױם, און דעמאָלט איז שױן יענער, מאירל, מיט אים אַװעק, װי אױפֿן גרױסן טראַקט פֿון קלאָרן און דײַטלעכן דענקען, און װוּהין דעם רבינס האַנט האָט נאָר דאָס לערן־צױמל געװענדט, אַהין האָט זיך מאירל, אָן אָפּװענדונגען, שױן אַלײן און נישט געצװוּנגען געקערעװעט. אַזױנע זאַכן, װי אַז מאירל זאָל זיך אינמיטן דרינען פֿאַרעקשנען, נישט װעלן, אָדער אָן שום סיכה זיך צעװײנען, האָט זיך ברוך־יעקבֿן פֿאַר דער גאַנצער צײַט, זינט ער קען אים, ניט געטראָפֿן. ער איז דערום אָפּהענטיק געבליבן. אָבער באַלד האָט ער באַשלאָסן, אַז װיבאַלד אַזױ, װיבאַלד אַן אױסנאַם, און יענער װײנט, איז מסתם איז ער ניט געזונט — דאַרף מען דאָס לערנען איבעררײַסן, און ניט איבעריק צושטײן, און נישט איבעריק זיך װעלן דערגראָבן און דערפֿרעגן אױף די סיבות פֿון געװײן. ער האָט פֿריִער געהאַט געפּרוּװט אַ ביסל שמועסן װעגן זײַטיקע ענינים, כּדי, מעגלעך, אים פֿון די געדאַנקען אַרױסשלאָגן, אים באַרויִקן און דערנאָך װידער אים אין לערנשטראָם אַרײַנפֿירן, אָבער מאירלען, האָט ער געזען, איז איצט שװער צו פֿאַררעדן, ער לאָזט זיך ניט, און טרערן קאַפּען אים פֿון די באַקן — שטיל, און װי אײנער, װאָס איז ערגעץ טיף־טיף אָנגערירט און באַלײדיקט. — גײ, לײג זיך צו, מאירל, ביסט ניט געזונט, — האָט געזאָגט ברוך־ יעקבֿ און אַלײן האָט ער זיך פֿון טיש אױפֿגעהױבן און איז אַרױס פֿון לערן־ צימער, זיך לאָזנדיק צום קאָרידאָרל, װוּ זײן פּאַלטן איז געהאַנגען אױף דער שראָגע. ----------- 404 ד ע ר נ ס ת ר — רבי, װאָס גײט איר עפּעס הײַנט אַזױ פֿרי אַװעק? ▯ האָט יהודית, מאירלס מוטער, אים דערזעענדיק אַװעקגײן, אַ פֿרעג געטאָן. — מאירל איז, דאַכט זיך, ניט מיט אַלעמען: דער קאָפּ, װײַזט אױס, טוט ▯י▯ װײ. — װאָס איז פּלוצעם? — כ'װײס ניט, ער האָט זיך בײַם אָנהײב לערנען צעװײנט, און כ'זע, אַז ער באַנעמט חײנט גאָרניט. אַז מאירלס מוטער איז אַרײַן אין צימער, װוּ דער רבי האָט אים נאָך הײַנטיקן ניט־לערנען אַלײן געלאָזט, האָט זי אים געטראָפֿן אױף זײן אָרט, ▯ װי אַ פֿאַרגליװערטן. זי האָט אים דעם קאָפּ אַ טאַפּ געטאָן, זען, צי האָט ער ▯ היץ — נײן. — איז פֿאַרװאָס זשע האָט ער הײַנט ניט געלערנט? מאירל האָט געשטאַמלט. עפּעס האָט ער יאָ געזאָגט און נישט געזאָגט, און סײַ פֿונעם יאָ — און סײַ פֿונעם נישט־געזאָגטן איז געװען צו זען, אַז קלאָר װײסט ער אַלײן ניט. יאָ, אמת, װיסן האָט ער טאַקע ניט געװוּסט, נאָר װען מע זאָל אים געװען צעשפּיליען און אים אין האַרץ אַרײַנקוקן, װאָלט מען געזען, אַז דאָס, װאָס די גרױסע אין שטוב האָבן ד▯ לעצטע צײַט אױף זײערן אַ באַשטימטן אופֿן איבערגעלעבט, האָט ער, מאירל, אױף זײַנעם אַן אומבאַשטימטן, דאָס, װאָס די גרױסע האָבן געװוּסט אױף זיכער, האָט עד נאָר אָנגעשמעקט אין דער לופֿט און אַרױסבאַקומען נאָר פֿון אַ װאָרט, פֿון אַ מינע, פֿון אַ ךווּנק. מאירל, װאָס איז געװען באַשאָנקען מיט דעם, װאָס מאַכט אַ קינדס אױער געבױערט אױף אױפֿצוכאַפּן אַזױנס, װאָס גרױסע װילן דערפֿאַר פֿאַרשטעלן; מאירל, װאָס, װי מיר ▯ האָבן שױן ערגעץ דערמאָנט, איז אַפֿילו געװען באַ־ שאָנקען▯▯יט דער פֿײיִקײט פֿון פֿאָרױספֿילן זאַכן, ענדערונגען און געשעענישן אין שטוב, האָט די לעצטע צײַט אױפֿגעכאַפּט און פֿאָרױסגעפֿילט אַזױנס, װאָס האָט זיך אים געלײגט װי אַ שװערער שטײן. אײגנטלעך, ניט פֿאָרױסגעפֿילט, נאָר שױן טאַקע ממש דערזען — ן▯אָס, װאָס האָט אים אָפֿט געמאַכט װײנען אין זײן קישן אױפֿן געלעגער בײַנאַכט, און דאָס האָט אים געבראַכט אױך הײַנט, אינמיטן בײַטאָג, פּלוצעם זיך צעװײנען פֿאַרן רבין. ער איז נאָך דעם, װי די מוטער איז פֿון אים אַװעק אַ האַלב־באַרויִקטע, נאָך אַ שטיקל צײַט אַלײן און װידער, װי אַ פֿאַרגליװערטער, אין זײן לערן־ צימער געבליבן; דערנאָך זיך אָפּגעזוכט עפּעס אײניקע אומנײטיקע און אומ־ נוציקע קינדערשע באַשעפֿטיקונגען, אַרום װעלכע ער איז אַרומגעגאַנגען אָן שום אינטערעס, און, װי מע האָט געזען, כּדי נאָר מיט עפּעס צו פֿאַרנעמען די צײַט און זײן אײגענע איבעריקײט; און לסוף האָט ער — פֿאַר זיך אַלײן ניט באָמערקט, װי אַזױ און װען, — דורך ךער קיך זיך דורכגערוקט, אױף די ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ▯▯ 405 טרעפּ, װעלכע פֿירן צו אַלטערן אין אײבערשטיבל אַרױף, און זיך צו יענעם אין צימער אַרײַנגעשטעלט. — האַ, מאירל?! — האָט אַלטער מאירלען, שױן אױף דער שװעל דער- זעענדיק, מיט אַ גוטמוטיק▯אױפֿגעלײגטן טאָן, מיט אַ פֿול מױל שמײכל און פֿאַרגעניגן באַגעגנט. בײדע זײַנען געװען צופֿרידן: אַלטער פֿונעם באַזוך ־▯ זאָל זײן אַפֿילו קינדער־באַזוך, אַבי אַ לעבעדיקער נפֿש, װאָס האָט צו אים אַזױ זעלטן אין צימער אַרױפֿגעקוקט. אױך מאירל צופֿרידן, װײל פֿון תּמיד אָן פֿלעגט ער בײַ אַלטערן געפֿינען יענס װינקל װוּ אױפֿצובינדן זײַנע אײגנשאַפֿטן, װעלכע האָבן פֿון אים געפֿאָדערט אַ ביסל אָפּגעזונדערטע לופֿט און אַ ביסל אױסער▯ שטוביקע שטילקײט, װי ס'מאַכט זיך אָפֿט בײַ געװיסע קינדער, װעלבע באַליבן בױדעם־ אָדער קעלער־לופֿט. דאָס פֿלעגט פֿאָרקומען אַפֿילו דעמאָלט, װען אַלטער איז נאָך קראַנק געװען, און װען צו פֿאַרברענגען מיט אים, װי מיט אַלע מענטשן, איז געװען אומ▯ מעגלעך, — איז אַפֿילו אױך דעמאָלט האָט מאירל געפֿונען אינטערעס און באַדערפֿעניש פֿון צײַט צו צײַט אָלטערן צו באַזוכן, בפֿרט איצט, װען מיט אַלטערן האָט זיך שױן געלאָזט װען אַמאָל צו פֿאַרפֿירן אַ שמועס, פֿון אים אַ װאָרט צו הערן, אָדער װען אַמאָל איס אױך עפּעס צו זאָגן. — האַ, מאירל?! — האָט אַלטער זײן אױפֿגעלײגטן אױסרוף איבער־ געחזרט, זעענדיק, אַז מאירל האָט זיך עפּעס נישט דרײסט און װי צוריק־ געהאַלטן אױף דער שװעל אָפּגעשטעלט. ־▯ קום אַרײַן, מאירל, װאָס מאַכסטו? — גאָרניט, — האָט יענער, נאָך דער א▯ינלאַדונג, די שװעל אין צימער אַריבערגעשפּאַנט. — האָסט שױן הײַנט אָפּגעלערנט? — האָט אַלטער בײַ אים, כּדי אַ שמועס אױפֿצובינדן, געפֿרעגט. — יאָ, — האָט מאירל געענטפֿערט. — נו, און דו קענסט שױן טאַקע לערנען? — האָט אַלטער װײַטער געפֿרעגט. — און דו קענסט? — האָט מאירל צוריק דרײסט אָפּגעפֿרעגט, זיך דער־ לױבנדיק בנוגע אַלטערן אַזאַ פֿראַגע, װאָס צו קײן אַנדער עלטערן אין אַלטערס יאָרן װאָלט ער זיך געװיס ניט דערלױבט... דאָס רעכט אַזױ צו פֿרעגן האָט זיך מאירל גענומען דערפֿאַר, װײל דער גאַנצער באַנעם אַלטערס, אלטערס מאַניר און פּאָסטעמקעס בײַם פֿרעגן און ענטפֿערן זײַנען, נישט געקוקט שױן אױף זײן געזונט, דאָך נאָך געװען, װי פֿון אײנעם, װאָס איז נאָר־װאָס אַרױס פֿון אַ שװער שלאַפֿקײט, װעלכער האַלט שױן, אמת, בײַס גענעזן װערן, אָבער דער מוח און דאָס לשון זײַנען אים נאָך האַלב־געלעגערט, ▯▯ון די װערטער קלינגען נאָך בײַ אים אָדער אַ ביסל ----------- 406 ד ע ר נ ס ת ר עובֿר־בטלדיק, װי בײַ אַ שװאַכזיניקן זקן, אָדער, װי בײַ אַ צוגעשלאָגן און לעקעשעװאַטע קינד. — און דו קענסט? — האָט מאירל געפֿרעגט. — יאָ, — האָט אַלטער, שמײכלענדיק און מיט זיכערקײט געענטפֿערט. — אַנו, לאָמיר זען. — איז מאירל צום טיש צוגעגאַנגען און דעם ערשטן ספֿר, װאָס איז אים געקומען צו דער האַנט, האָט ער אױפֿגעעפֿנט, און אַלטערן, װי אױף זיך צו פֿאַרהערן, אײַנגעלאַדן. אַלטער האָט זיך געלאָזט. ער איז, פֿאָלגנדיק, װי אַ תּלמיד, צוגעגאַנגען און ער האָט גענומען זאָגן און די װערטער פֿאַרטײַטשן אַזױ גוט און פֿאַר־ שטאַנדיק, אַז מאירל האָט זיך גלײַך איבערצײַגט, אַז יענער, אַלטער, האָט רעכט און אַז ער האָט דאָ ▯ניט איבערגעטריבן און קײן ליגן ניט געזאָגט. ס'איז געװען אַ בילד צו זען, װי מאירל האָט, זיך אײַנהערנדיק, זײן גרױסן שילער װי אױסגעפּרוּװט, און אַלטער האָט כּמעט ערנסט זיך געלאָזט פֿאַרהערן, נישט אַרױסװײַזנדיק דערבײַ קײן שפּאַס און קײן שום חוזק־מינע, װי ס'מאַכט זיך בײַ עלטערע, װען זײ מאַכן שפּיל און אָנשטעל, בשעתן אַראָפּ־ לאָזן זיך אַמאָל צו אַ קינד... נײן, אַלטער האָט דאָס געמאַכט ערנסט. און דערפֿאַר, אַז אַלטער האָט בײַ מאירלען שױן געװוּנען דעם צוטרױ סײַ אין קענטעניש סײַ אױך אין הײמישקײט און אין צוגעלאָזנקײט, װאָס כאָטש אַזאַ גרױסער, הײסט עס, האָט ער זיך דאָ צו מאירלען געשטעלט, װי אַ גלײַכער צו אַ גלײַכן, — האָט ▯לוצים מאירל אַלטערס לײענען איבערגעריסן און אינמיטן דרינען אױף אים אַ קוק געטאָן און אַ זאָג געגעבן שטאַרק צוטרױלעך און פּלוצימדיק: — װײסט, אַלטער? דער טאַטע האָט דאָך שױן נישט דעם גאָלדענעם זײגער... — װאָס? — האָט אַלטער זיך מיטאַמאָל פֿונעם ספֿר אָפּגעריסן. — זײן גאָלדענעם זײגער האָט ער שױן נישט. — װאָסער זײגער? — דעם, װאָס מיטן זאַמשענעם בײטעלע▯ װעלכן ער טראָגט אין זשיליעט־ קעשענע. — װאָס הײסט? מע האָט אים בײַ אים צוגעגנבֿעט, צי ער האָט אים פֿאַרלאָרן? — נײן. פֿאַרזעצט. — װאָס הײסט — פֿאַרזעצט? — מע האָט אים פֿאַרבאָרגט פֿאַר געלט; אי דעם זײגער, אי דער מאַמעס אױרינגלעך און בראָשן, אי דאָס גאַנצע צירונג און אַלע שבתדיקע לײַכטער פֿון שטוב. װירקלעך: מאירל חאָט דאָ געזאָגט דעם ריכטיקן אמת. ער חאָט די ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 407 לעצטע טעג באַמערקט דעם טאַטנס זשיליעט▯קעשענע לײדיק. אַז ער האָט זיך נאָכגעפֿרעגט, האָט אים דער טאַטע, יאַנקעלע גראָדשטײן, אַ ביסל מיט פֿאַרב אין פּנים און אַ ביסל אָפּשטױסנדיק, װי ניט װעלן ער זאָל זיך װײַטער דערפֿרעגן, אים געענטפֿערט, אַז ער איז בײַם זײגערמאַכער אױף צ▯ם פֿאַר־ ריכטן: „אַ האָר האָט געפּלאַצט, אַ רעדל איז קאַליע”... — האָט יאַנקעלע גראָדשטײן, נישט קענענדיק זאָגן קײן ליגן, צװײ מיטאַמאָל דאָ אַרױסגעזאָגט, נישט װיסנדיק, װאָס אױסצוקלײַבן און װאָסערער איז בעסער. מאירל האָט צוערש▯ אָנגענומען זײן טאַטנס תּירוץ פֿאַר אַ תּירוץ. אָבער אַז ס'זײַנען אַװעק עטלעכע טעג און די זשיליעט־קעשענע איז נאָך אַלץ לײדיק ▯ געבליבן, און װיסנדיק, אַז װען אַפֿילו אַזאַ זאַך מאַכט זיך, ד. ה. װען דער זײגער זאָל טאַקע באמת קאַליע װערן, איז דאָס יעדעס מאָל אַן אַרבעט נאָר אױף עטלעכע טעג▯ װײל דער טאַטע, װי ער האָט געװוּסט, איז שטאַרק צוגעװױנט צום זײגער, קאָן זיך אָן אים ניט באַגײן און פֿאָדערט אים שטענדיק אַרױס װאָס גיכער, — װיסנדיק דאָס אַלץ און פֿאָרט ניט געפֿינענדיק אים בײַם טאַטן, האָט זיך שױן מאירל פֿאַרטראַכט. דערצו נאָך האָט זיך דעמאָלט אונטערגערוקט אַ שבת, און פֿרײַטיק פֿאַר־ נאַכט, װען מאירל איז פֿון אַן אַנדער צימער גראָד אין עס־שטוב אַרײַן, איז ער געבליבן שטײן מיט אַן אָפֿן מױל: דער טיש, װאָס פֿלעגט יעדעס מאָל זײן פֿאַרשטעלט מיט אַ גאַנצער רײ גרױסע און קלײנע זילבערנע לײַכטער, און װאָס די שײן פֿון זײערע ליכט האָט אַזש אַרױפֿדערלאַנגט ביז דער סטעליע און אָפּגעשלאָגן אױף אַלע װענט▯ — דער טיש איז איצט פֿאַרשעמט: עטלעכע קלײנע, אָפּגעקראָכענע מעשענע האָבן דאָס אָרט פֿון די זילבערנע פֿאַרביטן, און די שײן פֿון די ליכט האָט אים אױסגעדאַכט טונקל, נישט נאָר אױף צו באַלױכטן די װענט און די סטעליע, נאָר אַפֿילו אַלײן פֿאַר דעם טיש און פֿאַר זײן נאָענטקײט װײניק. ▯ דערבײַ האָט מאירל באַמערקט, װי בײַ די װײַבער, בײַ דער באָבען און בײַ דער מאַמען, האָבן נאָך די ליכט־בענטשן די אױגן אױסגעזען װי נאָך געװײן, װעלכע בײדע האָבן זיך באַמיט אײנס פֿאַרן אַנדערן און באַזונדערס פֿאַר די קינדער — צו פֿאַרשטעלן. יאָ, אַגבֿ: נאָך יענעם ליכט־בענטשן איז אין קיך דעמאָלט, צװישן די צװײ דינסטן, צװישן דער עלטערער און דער ייִנגערער, פֿאָרגעקומען אַ קורצער געשפּרעך, בעת יענע האָבן זײער לעצט אַרבט פֿון פֿאַרן ערבֿ־שבת אָפּגעטאָן. די עלטערע האָט אַ זאָג געטאָן: — װאָס זאָגסטו עפּעס, מױד, צו דער מעשׂה מיט די לײַכטער? מע האָט זײ, כּלומרשט, זאָגט מען, געגעבן אָפּזילבערן. נײן, עפּעס געפֿעלט מיר ניט, עפּעס קומט דאָ פֿאָר... — װאָס זשע? ▯ האָט יענע, די ייִנגערע, געפֿרעגט. ----------- 408 ▯ ד ע ר נ ס ת ר — טו גיכער. ס'ניט פֿאַר דײן קאָפּ. און פֿונדעסטװעגן װאָלטן מיר זיך נאָך געמעגט װינטשן צו פֿאַרמאָגן אַ צענט־חלק פֿון דעם, װאָס זײ װעט נאָך בלײַבן. — װאָס בלײַבן? — טו דײן זאַך. ס'שױן שפּעט. און פֿונדעסטװעגן װאָלסטו זיך נאָך גע־ מעגט דאָ אײַנשטעלן פֿאַר אַ שנור. נו, שנור, מאַך עס גיכער, — האָט די עלטערע אונטערגעאײלט די ייִנגערע איר אַרבעט צו פֿאַרענדיקן. מאירלען האָט דאָס טיש־בילד געפּלעפֿט. ער האָט שױן דערנאָך דעם גאַנצן פֿרײַטיק־צונאַכטס קײן װאָרט ניט אױסגערעדט, ניט מיט קײן עלטערע, װען מע האָט זיך געװענדט צו אים, אױך ניט מיט קינדער. און דערנאָך, אינעם זעלבן פֿרײַטיק־צונאַכטס, האָט ער פֿאַרן אַנטשלאָפֿן װערן זיך לאַנג אױפֿן געלעגער געדרײט, און בײַנאַכט האָבן זיך אים געחלומט זײגערס מיט מענטשלעכע פּנימער, װי זײ שטײען פֿאַר אָרעמע בענטש־ליכט, און דורך די פֿינגער, מיט װעלכע זײ פֿאַרשטעלן זיך די אױגן, קאַפּען זײ די טרערן... און װײַטער האָט זיך אים געחלומט, װי ער זעט זײן זײדן, דעם טאַטן און דעם פֿעטער, נהום לענטשער, עפּעס װי הײַזער־גײער — שלעכט אָנגעטאָן, אָפּ־ געריסן און קױטיק, און זײ באַװײַזן זיך אױסגעשטעלט אין אַ שורה אינדרײען: צוערשט דער זײדע, דערנאָך דער טאַטע, און צום לעצט דער פֿעטער נחום, װעלכע קומען טאַקע אַרײַן אין זײער אײגענעם הױף מיט הײַזער-גײערשער הכנעה, שטעלן זיך פֿאַר דער קיך־▯װעל צום בעטלען, און װאַרטן, ביז די דינסטן זאָלן זײ פֿון דער קיך די גראָשנדיקע נדבֿות אַרױסטראָגן, און לעסטיק און אומאַכטנדיק זײ אין די הענט אַרײַנשטעקן. מאירל איז נאָך יענער שבתדיקער נאַכט און נאָך די חלומות אַרומ־ געגאַנגען, װי ניט קײן היגער. ער האָט אין קײנע קינדערשע שפּילז און שטיפֿערײען קײן אָנטײל ניט גענומען, און אָפֿט האָט ער שױן אױך בײַטאָג דערנאָך געזען דאָס, װאָס יענעם בײַנאַכט — אין חלום: אָפֿט האָט ער שױן אינמיטן העלן ▯אָג אױסגעטאָן זײַנע שטוב־לײט זײערע אָנשטענדיקע, פֿאַר־ מעגלעכע קלײדער און זײ דערזען איבערגעטאָנענע, יױ אָרעמעלײַט און הײַזער־ גײער. און אַזױ װי פֿאַר קײנעם האָט ער זיך ניט געקאָנט אַרױסגעבן, מחמת קינדער װאָלטן ניט באַנומען, און עלטערע װאָלטן געװיס אױף אים אָנגעשריגז, װען ער װאָלט זיך עפּעס מער געװאָלט דערפֿרעגן, האָט דערום מאירל דאָס סאַמע לײַכטסטע אױסגעפֿונען — אַלטערן, צו װעלכן דער װעג איז אים געװען פֿרײ, און פֿאַר װעמען ער האָט געפֿילט, אַז אַלץ, װאָס ער װעט װעלן, װעט ער קאָנען זאָגן און אַלע זײַנע אָנגעװײטיקסטע פֿאַרבאָרגנקײטן אַרױסברענגען. און אָט, נאָך דעם, װי אַ▯טער האָט זיך צוטרױלעך געלאָזט פֿאַרהערן, נאָך דעם, װי מאירל איז געשטאַנען לעבן יענעם, װי אַ גלײַכער מיט אַ גלײַכן, און איבערבײגנדיק זיך איבערן ספֿר, האָט ער זיך מיט אים מיט די ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 409 אַקסלען אָנגערירט און אין נאָענטער הײמישקײט אַרײַן — האָט זיך מאירל דעמאָלט שױן דערפֿילט פֿרײ אױף אַזױ װײַט, אַז אױך ער זאָל אָפֿנהאַרציק אינמיטן דעם פֿאַרהער איבעררײַסן און אַ זאָג טאָן אומגעריכט, װי אומגעריכט נאָר קינדער קאָנען אַ זאָג טאָן, װען ס'טרעט זײ צו, און זײ ברענגען מיט־ אַמאָל אַרױס דאָס, װאָס ס'האָט זיך בײַ זײ אָנגעזאַמלט אין ערגער: — װײסט, אַלטער, — האָט מאירל געזאָגט, — דער טאַטע האָט דאָך שױן נישט דעם גאָלדענעם זײגער? — װאָסער זײגער? — האָט אַלטער ניט באַנומען. — דעם, װאָס מיטן זאַמשענעם בײטעלע, — האָט מאירל געענטפֿערט. און אַזױ, פֿון פֿראַגע צו פֿראָגע און פֿון ענטפֿער צו ענטפֿער, האָט זיך אַלטער פּאַמעלעך דערװײל דערװוּסט, אַז אין שטוב האַלט בײַ דעם, װאָס ס'שמעקט מיט אָנװערן אַלץ, װאָס מע האָט יאָרן־לאַנג געזאַמלט, און אַז דער ערשטער סימן דערױף איז דאָס, װאָס מאירל האָט אים דאָ נאָר־װאָס דער־ צײלט, אַז ניט נאָר בײַ זײן טאַטנס זײגער האַלט עס, נאָר אױך שױן בײַ זײן מאַמעס אױרינגלעך, בראַסלעטן און בראָשן און אױך אַפֿילו בײַ די זילבערנע בענטש־לײַכטער פֿון אַלע פֿרױען אין שטוב. — טאַקע? — האָט אַלטער, אַ דערשראָקן־פֿאַרחידושטער, געפֿרעגט. — יאָ, — האָט מאירל געענטפֿערט, — ער האָט אַלײן געהערט, װי זײן טאָטע־מאַמע האָבן צװישן זיך געשמועסט, אַז דער זײדע האָט פֿאַר עפּעס די לעצטע צײַט זײער מורא, און אַז אַלע אין שטוב ציטערן צװזאַמען מיט אים, מיטן זײדן. — מורא? פֿאַר װאָס? — האָט אַלטער, שױן פֿאַרשטײענדיק, זיך דאָך װי ניט װיסנדיק געמאַכט, כּדי דעם געשפּרעך װײַטער פֿאָרזעצן און בײַ מאירלען װאָס מער אַרױסציִען. — װאָס הײסט „פֿאַר װאָס”? װאָס זשע, ער מײנט, אַלטער, אַז מע זעצט אָן, איז אַזױ גרינג? מע קאָן זײ דאָך דאָס אַלץ אַװעקנעמען און זײ לאָזן בײַ גאָרנישט... דעמאָלט איז אַלטער אַנטשװיגן געװאָרן. מעגלעך, אַז ער האָט מער בײַ מאירלען ניט געפֿרעגט דערפֿאַר, װײל ער האָט אים געשאַנעװעט און ניט געװאָלט אַרײַן מיט אַ קינד אין צו טיפֿע דרכים; און מעגלעך אױך, אַז ער האָט געזען, אַז מער, װיפֿל ער האַט בײַ אים אַרױסבאַקומען, איז שױן יענער נישט אימשטאַנד אים מיטצוטײלן, װײל ער װײסט אַלײן ניט מער. װי ס'זאָל ניט זײן, נאָר צו מאירלס פֿאַרװוּנדערונג, האָט אַלטער גאָר עפּעס פֿלוצים אים גענומען גלעטן זײן קאָפּ און אַקסל — גלאַט, אָן שום סיבות, געטרײַ און ברידערלעך, און אין דער זעלבער צײַט, האָט מאירל באַמערקט, זײַנען אַלטערס ▯ אױגן עפּעס װי פֿאַרמישט און ניט קײן היגע געװאָרן, גלײַך ער װאָלט זיך ----------- 410 ד ע ר נ ס ת ר איבערגעטראָגן װײַט און גאָר ערגעץ אַנדערש, װוּ ער איז נאָר־װאָס דאָ, פֿריִער אַ מינוט, מיט אים געװען צוזאַמען. ריכטיק: אַלטער האָט זיך טאַקע אַזױ שטאַרק פֿאַרטראַכט, אַז ער האָט אַפֿילו ניט באַמערקט, װי מאירל האָט זיך פֿון אונטער זײנ▯ הענט אַרױס־ געגליטשט. נישט פֿאַרשטײענדיק דעם מײן פֿון אַלטערס גלעטן אים, און זעענדיק, אַז אַלטער, דאָס טוענדיק, איז װי מיט עפּעס אַנדערש פֿאַרנומען, איז מאירל אַװעק און אַלטערן אַלײן ▯געלאָזט. און אַז אַלטער האָט זיך אױפּ־ געכאַפּט, האָט ער נאָר געפֿילט דעם אָטעם פֿון עפּעס אַ מין שליח, װעלכן די שטוב אונטן האָט צו אים אַהער, ▯רױף אױבן, אַרױפֿגעשיקט, מיטן מײן אים דעם אָנהײב פֿון איר סוד צו אַנטפּלעקן, אָבער מער פֿון קײן אָטעם איז אים פֿון מאירלס באַזוך טאַקע ניט געבליבן, װײל פֿאָרט אַ קינד, אױף װעלכן ס'איז ▯ ניט אױסצוש▯עלן און װאָס איבעריקס דערױף איז זיך ניט צו פֿאַרלאָזן. און פֿון דעמאָלט אָן האָט אַלטער אױפֿן װײַטערדיקן און אױף דער פֿאָרזעצונג געװאַרט: ער האָט אַלעמאָל פֿון דעמאָלט אָן — סײַ בײַטאָג סײַ אױפֿדערנאַכט, װען ער איז נאָר געװען װאַך און װען פֿרײ פֿון אַלע זײַנע טועכצן — אױף דער טיר געקוקט, װאַרטנדיק, אַז אָט▯ אָט װעט זיך צו אים נאָך עמעצער אַרײנ- שטעלן, אַ מער זיכערער, אַ מער עלטערער, פֿון װעמען ער ▯װעט דאָס, װאָס ער האָט באַקומען זיך דערװוּסט פֿון מאירלען קינדערש און האַלב־מטושטש — פֿון יענעם, פֿונעם עלטערן, מער קלאָר און אױף מער זיכער דערװיסן. ▼ און אַלטער האָט זיך אױסדעריואַרט. די ל▯ אין שטוב אונטן איז געװען אַזאַ, װאָס האָט שױן בשום־אופֿן קײנעם ניט געקאָנט אױסמײַדן און האָט געמוזט דערלאַנגען אַפֿילו צו אַלע װײַטסטע פֿון שטוב, אַפֿילו צו קינדער, און אַפֿילו צו אַזאַ, װי אַלטער, װעלכן דער גורל, װאָס האָט די שטוב פֿאַרטשעפּעט, האָט מיט אַ שפּיץ פֿליגל אױך אים געמוזט אָנרירן. אין אײנעם אַ נאָענטן טאָג פֿון נאָך מאירלס װיזיט האָט זיך צו אים אין צימער באַװיזן גיטעלע, דאָס װײַב פֿון זײן ברודער משה. דאָס איז געװען דעמאָלט, װען נחמהקעס, משה מאַשבערס טאָכטערס, קרענק האָט זיך אױף פֿיל פֿאַרערגערט. מע װײסט ניט, צי איר אײגן שלאַפ־ קײט אַלײן איז געגאַנגען אַזױ ראַש, צי ס'איז איר נאָך עפּעס, אַ צװײטס, צוגעפֿאַלן, װאָס האָט די פֿאַרערגערונג פֿאַראורזאַכט, נאָר נחמהקע, האָט מען געזען, גײט אײן, דאָס געשװילעכץ פֿון די פֿיס הײבט זיך איר אַרױף העכער. ס'פֿעלט איר אױס אָטעם שױן ניט נאָר אױף צו מאַכן עטלעכע שפּאַן אין צימער לעבן איר בעט, נאָר שױן אַפֿילו נאָר אין בעט צו ליגן. מע האָט שױן געהאַט גערופֿן נישט נאָר דעם באַשטענדיקן הױז־דאָקטער, יאַנאָװסקין, נאָר צוזאַמען מיט אים נאָך אײנעם — אײנעם אַ פּאַשקאָװסקין, אױך אַזאַ אַלטער, ▯ ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 411 װי יענער, אױך אַזױ שטיל, אױך מיט באַקנבאַרדן ,און אױך אַ פּאַליאַק, װאָס יעדעס מאָל, אין אַן ערנסטן פֿאַל, האַט מען זײ געפּאָרט, זײ גערופֿן אױף אַ קאָנסיליום, װײל זײ — די סאַמע ערנסטע, די סאַמע גרעסטע װײַסערס פֿון שטאָט, און פֿון זײ האָט מען אױף הילף און אױף אַ לעצט גוט װאָרט געװאַרט. בײדע זײַנען אױך דאָס מאָל אָפּגעזעסן לאַנג און שטיל בײַ דער קראַנקערס בעט. אַמאָל האָט אײנער זיך אָנגעבױגן זי צו באַטראַכטן — דאָס לײב, דאָס פּנים, די פֿיס, און טיף איר אין די אױגן אַרײַנצוקוקן — און אַן אַנדערשמאָל אַ צװײטער. זײ האָבן קײן צײַט ניט געזשאַלעװעט, און דאָס באַטראַכטן, בעת דעם אײנעם װיזיט, עטלעכע מאָל אַפֿילו איבערגעחזרט. זײ האָבן שטיל, צװישן זיך, פֿריִער אױף פּױליש, דערנאָך נאָך אױף לאַטײַן, װעגן חולה זיך דורכ־ ▯ גערעדט. און בײַם אַװעקגײן, בשעת מע האָט זײ אַרױסבאַגלײט צו דער טיר, אין הױף און אין גאַס און מע האָט געװאָלט פֿון זײ אַ פֿאַרזיכערנדיק װאָרט הערן, אַלנפֿאַלס, אַז ס'שמעקט ניט מיט קײן סכּנה, — האָבן יענע זיך אי אַהער אי אַחין געדרײט, אי יאָ, אי נײן, הײסט עס, און די פֿאַרזיכערונג טאַקע פֿאָרט ניט געגעבן: דאָקטױרים האָבן געטאָן און פֿאַרשריבן, װאָס מע דאַרף, און גאָט דאַרף העלפֿן. מאָל דיר, דאָס האָט מען אַלײן געװוּסט... מע האָט געזען, אַז ס'איז ניט גוט. נחום לענטשער, נחמהקעס מאַן, האָט פֿון זײער פּױליש־רעדן פֿאַר־ שטאַנען, װי ▯סע האַלט, און פֿונעם נישמ-פֿאַרשטאַנענעם לאַטײַן האָבן זיך שױן אױך די איבעריקע אָנגעשטױסן. אַזױ, אַז צוריקגײענדיק פֿון באַגלײטן די דאָקטױרים, האָט נחום צו דער שװיגער, צו גיטלען, אַ זאָג געטאָן: — שװיגער, ס'איז ניט גוט, מע דאַרף עפּעס זען טאָן. װאָס טוט מען? — האָט ער פֿאַרלױרן, מיט אַ האַלב מאַנסבילש געװײן אױסגעבראָכן. אַלײן דער חולה האָט שױן אױך זײער װײַט געהאַלטן — אַזױ װײַט, אַז נישט אײן מאָל האָט זי, קוקנדיק אױף אירע קינדער, זיך צעװײנט, און אַפֿילו זיך נישט אָפּגעשטעלט פֿאַר אַזױנע װערטער פֿאַר איר פֿאָטער און מוטער אַרױסצוברענגען, װי: „טאַטע”... ,▯מאַמע”... „אױף װעמען לאָז איך זײ איבער, מײנע קינדער?”... דעמאָלט האָט גיטעלע אײנמאָל אַ פֿרימאָרגן אױפֿן „פֿעלד” זיך אַװעקגע־ לאָזט מיטנעמענדיק מיט זיך אַ פּאָר אָרעמע קרובֿות, איר צוהעלפֿן בײַם קבֿרים־מעסטן און דעם בױמל פֿון די מױערל-לעמפּלעך מיטצוברענגען — אַ סגולה די קראַנקע מיט אים אױסצושמירן. זי איז פֿריִער געקומען אױפֿן קבֿר פֿון „לאהניו דער פֿרומער”, װאָס צו איר פֿלעגן קומען װײַבער מיט די שװערסטע הערצער זיך אױסצורעדן און אױסצוּװײנען, װי עקרות, למשל, װעלכע האָבן שױן לאַנג נאָך דער חתונה קײן קינדער ניט געהאַט, און אױב זײ װעלן אינגיכן, גאָר אינגיכן ניט געהאָלפֿן װערן, װעט זײ דער מאַן מוזן געבן גט. ס'פֿלעגן קומען צו איר מאַמעס פֿון ----------- 412 ד ע ר נ ס ת ר קראַנקע קינדער, פֿון קלײנע, װי פֿון גרױסע קראַנקע, און האָבן זיך דאָרט אױף איר קבֿר מי▯ט קולות און גװאַלדן געריסן▯ אױך גיטעלע האָט זיך אָנ▯עװײנט — דאָרט, װי אױך אױף אַנדערע קבֿרים. ▯ זי איז כּמעט שױן אָן לשון געװען, און מחמת איר הײזעריקײט, און כּדי די טאָכטער זאָל אױף איר ניט דערקענען, װוּ זי איז געװען און פֿאַרװאָס זי האָט דאָס קול אָנגעװױרן, האָט זי געזען דעם גאַנצן טאָג דער טאָכטערס צימער אױסמײַדן און זיך צו איר ניט װײַזן. און אַז ס'האָט ניט געהאַלפֿן, און אַז דער טאָכטער איז נאָך אַלץ ערגער געװאָרן, האָט גיטעלע, אין אײנעם אַ שבת־צונאַכטס, װען פֿון דער טאָכטערס אַלקער זײַנען שױן גאָר שלעכטע ידיעות אַרױסגעקומען, זיך אָנגעטאָן, מיט זיך מיטגענומען די עלטערע דינסט אױף זי צו באַגלײטן, און איז אין אַ נאָענטן שולעכל אַרײַן. ס'איז שױן געװען שפּעטלעך אין אָװנט. דאָס שולע▯ איז געשטאַנען אַן אײנזאַמס אין יענער גאַס, װוּ בכלל זײַנען דאָרט קײנע שולן ניט געװען, אױסער דעם, פֿון גאָר געמײנע באַלמעלאָכעס — פֿון ליכט־ציער און שטריקל־ דרײער, דאַכט זיך. אַן אַנדערשמאָל איז אין אַזאַ שולעכל, אין אַזאַ שפּעטער שעה, אין אַ ליאַדע שבת־צונאַכטס ־ פּוסט, קײנער ניטאָ, און אַלײן נאָר דער שמש מיט אַ פּאָר פֿאַרשפּעטיקטע הײמלאָזע אָדער לײדיקגײער אַמאָל נאָר דעמאָלט בײַ אַ קלײן קױטיק קאַנעצל פֿאַרברענגען. דאָס מאָל — ניט. דאָס מאָל איז דאָס שולעכל באַלױכטן און כּמעט פֿול מיט מענטשן געװען. ס'איז געװען אַ שטיקל יום־טובֿ. מע איז אַלע, אַ היפּשע פּאָר מנינים, אַרום אײנעם אַ טיש, װאָס אין מערבֿ־זײט, געזעסן און געשטאַנען, װוּ דאָרט, בײַם טיש, האָט אײנער אַ ייִד — אַ מין חזן אַדער אַן אַנדערער װער, — עפּעס פֿאַר זיך טינט־און־פֿעדער געהאַט און אין עפּעס אַ פּינקס אַרײַנגעשריבן. ▯ ס'איז געװען אַ שלעכטע צײַט און אַ חונגער־יאָר דאָס יאָר, און באַזונ־ דערס, פֿאַרשטענדלעך, שלעכט פֿאַר באַלמעלאָכעס. און גאָר באַזונדערס, נאָך פֿאַר אַזױנע, װאָס װען אַפֿילו די צײַט איז גוט, איז אױך דער באַדאַרף אין זײ ניט גװאַלדיק, בפֿרט, אַז ניט גוט, באַגײט מען זיך שױן אַװדאי און גאָר אינגאַנצן אָן זײ. און אין אַזױנע צײַטן בלײַבט פֿאַר אַזױנע סאָרטן באַל־ מעלאָכעס — פֿאַר אָרעמע, אַװעקגעשטױסענע, װאָס קײנער קוקט זיך ניט אום אױף זײ, װײל זײ האָבן קײן שום אָנזען און באַטרעף אין שטאָט בכלל, און נישט צװישן אײגענע, צװישן באַלמעלאָכעס האָרעפּאַשניקעס אַפֿילו, — בלײַבט פֿאַר זײ דעמאָלט נאָר אײנס: זיך צוזאַמענקלײַבן, אַ „חבֿרה” גרינדן, װוּ יעדער מיטגליד, יעדער חבֿרה־מאַן זאָל אין אַ שלעכטער צײַט פֿון דעם צוזאַמענגעקליבענעם מיטגליד־אָפּצאָל קאָנען באַקומען אַמאָל אױסגעליען אַ קערבל אױף שכת, אָדער עטלעכע גראָשן אױף ברױט אַמאָל אױך אױף אינ־ מיטן דער װאָך. און װוּ גרינדן זיך אַזױנע חבֿרות? — געװײנלעך, אין שול, ▯ ----------- ו י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 413 געװײנלעך, אין אַ פֿרײען שבת־צונאַכטס, װען חבֿרה־לײט זײַנען ניט פֿאַר־ נומען, אױסגערוט פֿונעם שבת, און װוּ שטענדיק געפֿינט זיך שױן אַ ייִד דערױף, ער זאָל פֿאַר אַלעמען מיט פֿײַן־געכתיבהטע אותיות דעם פּינקס אָנ־ שרײבן▯ פֿריִער די שער־בלאַט, דערנאָך די תּקנות — אַלץ, װי דער נוסח פֿון פּינקסים פֿאָדערט: מיט פֿײגעלעך אױף פֿאָדער־בלאַט געמאָלט, אָדער מיט צװײ הענט, װאָס דריקן זיך אײנס דאָס אַנדערע אױף ברודערשאַפֿט און אױף אַ סימן, אַז אײנס דאָס אַנדערע זאָגן צו זיך צו שטיצן. אױך דאָס מאָל איז אַזאַ ייִד שױן בײַם אױספֿאַרטיקן דעם פּינקס און בײַם אַרײַנשרײַבן די נעמען פֿון די חבֿרה־לײט געזעסן — אַ פֿאַרטראָגענער, שטאַרק־ באַשעפֿטיקטער מיט די פֿאַרשײדן־קאָלירטע טינטן און פּענעס לעבן אים. און אַרום אים, איבער זײן קאָפּ, האָבן ייִדן▯באַלמעלאָכעס די העלדזער און קערפֿערס געשטרעקט, דעם פֿאָלקס־קינסטלער בײַ זײן מלאכה צו זען, און אַז אױך דער־ נאָך▯ װען אַלץ װעט שױן פֿאַרטיק זײן, און מע װעט זײ רופֿן, זײ זאָלן זײערע חתימות — װער סע קאָן, — אַװעקלײגן. ס'איז געװען אַ ביסל טומלדיק און אױפֿגעלײגט, װי בכלל אין אָזױנע מאָמענטן, װען מענטשן װאַרטן גוטס און טובֿות פֿון אַ זאַך, װעלכע זײ האָבן אײניק ▯ון מיט אײן דעה פֿאַרטראַכט און פֿירגענומען, און װוּ אַפֿילו, װען קבצנים, װי דאָרט, דעמאָלט, לײגן זיך צונױף מיטן לעצט — מיטן קבצן — װאָס זײ האָבן... אָט דעמאָלט האָט זיך גיטעלע מיט איר דינסט באַװיזן. ס'האָט זי צו־ ערשט קײנער ניט באַמערקט. נאָר אַז גיטעלע איז גלײַך צו צום אָרון־קודש, און נישט אָנפֿרעגנדיק זיך בײַ קײנעם, װי ס'פֿירט זיך אין אַזױנע פֿאַלן, דעם פּרוכת ראַ▯יק אַ פֿאַרנעם געטאָן, און זיך אַװעקגעשטעלט, און אַרױס מיטן ערשטן קול פֿאַר די תּורות, װאָס פֿון אינעװײניק, אין אָרון־קודש, — אָט דעמאָלט האָבן אַלע מיטאַמאָל די קעפּ פֿון מערבֿ־זײט צו מזרח אױסגעקערעװעט און גלײַך דערזען: עפּעס צװײ װײַבער האָבן זיך אין שול באַװיזן. אײנע — װײַזט אױס, אַ דינסט — איז בײַ דער זײט געבליבן, און איז, אַפּנים, נאָר צום באַגלײטן מיט־ גענומען געװאָרן, און די צװײטע, די, װאָס די נױט איז אירע, איז פֿאַרן אָרון־קודש און פֿאַר די תּורות טענהן געקומען. מע האָט גלײַך זיך אױך דערװוּסט, װער די נױטבאַדערפֿטיקע איז. אַז דאָס איז גיטעלע, די גרױס־באַװוּסטע פֿון יענער גאַס, װוּ איר מאַן האָט דעם באַװוּסטן פּריצישן הױף געהאַט, װוּהין זומער, אַלע שבת, פֿלעגט די גאַנצע שטאָט, באַזונדערס די אײַנװױנער פֿון יענער גאַס, אַהין, אין יענעם הױף, קומען טרינקען װאַסער פֿונעם הױפֿס קאַלטער קרענעצע; און װאָס בעתן טרינקען האָט מען שױן אױך געכאַפּט אַ קוק אױף דער שטוב, אױף דער גװאַלדיקער גבֿירישער הרחבה, אױפֿן געפֿלאַסטערטן הױף, אױף די ▯ ----------- 414 ד ע ר נ ס ת ר קאַמערן און שטאַלן, און אױפֿן סאָד, װעלכער איז אױף אַ שלאָס געװען פֿאַר־ שלאָסן; און אַלע אױגן דערבײַ זײַנען געװעז פֿול מיט קנאה, און אָרעמעלײַט דערבײַ האָבן געזיפֿצט, זיך אַפֿילו ניט קענענדיק װינטשעװען אַזױנס. איצט, האָט מען דערזען, אַז דאָס איז זי, גיטעלע, די באַװוּסטע גבירנטע, דאָס װײַב פֿונעם באַװוּסטן גבֿיר, פֿון משה מאַשבער, אַהער, װי ס'װײַזט אױס, מיט אַ צרה אױסצוּװײנען געקומען. מע איז שטיל געבליבן. מע האָט די אַרבעט בײַם פּינקס, און אױך די געשפּרעכן איבערגעריסן, װי תּמיד ס'פֿירט זיך, װען אַ פֿרױ קומט אין דער מאַנסבילשער שול אַרײַן בעטן, װאָס װען אַפֿילו אין סאַמע מיטן דאַװנען, און װען זי קומט צו די סאַמע פֿרימסטע אַפֿילו, רײַסט מען איבער אױפֿן האַלבן װאָרט, און מע װאַרט אױס, ביז יענע, די פֿרױ, װעט איר הױך־גװאַלדיק געשרײ און געבעט אַרױסגעבן און פֿאַרענדיקן. אַזױ אױך איצט. דער עולם האָט געשװיגן, און פֿון דער טיף פֿון אָרון־ קודש אַרױס, װוּהין גיטעלע איז צוגעפֿאַלן מיטן קאָפּ, האָט זיך דערהערט אַ יאָמערלעך געװײן פֿון אַ מוטער, װאָס קען בשום־אופֿן ניט פּועלן און ניט דערלאָזן דעם געדאַנק, אַז זי דאַרף זיך שײדן מיט איר בעסטן, מיט איר ליבסטן — מיט אַ קינד, און נאָך װאָס פֿאַר אַ קינד — שױן אַלײן אַ גרױסע, אַ דער־ װאַקסענע, שױן אַלײן אַ מוטער פֿון קינדער. גיטעלע האָט איצט פֿאַרן אָרון־קודש געטענהט אפֿשר נאָך מער, װי פֿריִער מיט אײניקע טעג פֿאַר די קבֿרים אױפֿן „פֿעלד”. אָרעמע ייִדן באַלמעלאָכעס האָבן, נאַטירלעך, באַדױערט, כאָטש, צוריק גערעדט, האָט זיך יעדער אײנער דערמאָנט, אַז בײַ אים, װען אַזאַ זאַך מאַכט זיך — אַ קינד איז קראַנק, אַ װײַב, אָדער אַן אַנדערער װער — איז אַפֿילו דאָס קומען בעטן אין שול, כאָטש די שול איז פֿאַר אַלעמען אַלצאײנס פֿרײ און צוטריטלעך, איז דאָך גאָר אַן אַנדערש און ▯ניט אַזאַ, װי דאָ איצט, בײַ ג▯טעלען, װעלכע איז געקומען, װי צו זיך, װי צו גאָר אַן אײגענעם: אױך איצט דאָ מיט אַ מין גבֿירישער ברײט, װי, ערשטנס, מיט אַ דינסט אױף זי צו באַגלײטן, און אַפֿילו אױך די טענות צו גאָט אַלײן — אַזױנע, און מיט אַזאַ שטעל, גלײַך ער איז איר מער מחױב, װי אַנדערע. ייִדן באַלמעלאָכעס האָבן, נאַטירלעך, ניט מקנא געװען; נאָר אַפֿילו אױך אין אַזאַ־אָ צרה־צײַט האָט זיך בײַ זײ געבעטן דער פֿאַרגלײַך מיט אַ גבֿיר, און דער פֿאַרגלײַך האָט זיך, אַפֿילו איצט, ניט באַקומען צו זײער גונסטן. װײל באַלד נאָכן געװײן האָט גיטעלע צוגערופֿן דעם שמש און אים געגעבן אױף ליכט און גאַז — דאָס, װאָס זײ, די אָרעמע, קאָנען ניט. זי האָט אױף דער שול און דעם שמש אַלײן עפּעס געשאָנקען, מע זאָל, הײסט עס, איר חולה אין זינען האָבן בײַם דאַװנען. זי האָט אױך פֿאַרן אַװעקגײן די פֿאַרזאַמלטע אױף משקה געשפּענדעט, אַז אױך זײ, איצט, װען ס'איז בײַ זײ אױפֿגעלײגט און זײ ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 415 גײען טאָן אַ מצװה־זאַך, װי גרינדן אַ חבֿרה, איז אַז זײ װעלן טרינקען לכּבֿוד דער גרינדונג, זאָלן זײ אױך פֿאַר איר טאָכטערס געזונט טרינקען און איר אַ רפֿואה־שלמה װינטשן. מע האָט איר, נאַטירלעך, צוגעזאָגט, און גערן דאָס געשפּענדעטע אָנגע־ נומען. און דעמאָלט, אַז גיטעלע האָט דאָס אַלץ פֿאַרענדיקט, האָט זי די דינסט מיט זיך מיטגערופֿן, איז מיט איר פֿון שול אַװעק. און אױפֿן װעג גײענדיק, שױן אַ ביסל אַן אױפֿגעמונטערטע און באַרויִקטע, װי תּמיד נאָך אַ געװײן, װען די האָפֿענונג שטאַרקט זיך און דאָס געמיט װערט געלינדערט, איז איר אױך אױפֿן געדאַנק אַ מין לינדערונג געקומען, און זי האָט זיך דערמאָנט, אַז אין אַזאַ־אָ צײַט האָט זי, דאַכט זיך, אַחוץ די, פֿאַר װעמען זי האָט הײַנט און די לעצטע טעג געבעטן, אױך נאָך עפּעס עמעצן, פֿאַר װעמען זי װאָלט געקאָנט דאָס האַרץ אױסגיסן און זיך פֿאַרגרינגערן. דאָס איז אָלטער — יענער, װעלכער איז, דאַכט זיך, אַזױ װײַט און פֿון מענטשן אַרױסגענומען, אָבער אין דער זעלבער צײַט אַזױ נאָענט, װי אַן אײגן קינד, אָדער װי אַ מין הײליקער, פֿאַר װעמען מע קאָן אַלץ, ביז אַ מינדסט, אױסלײגן, ניט װאַרטנדיק אַפֿילו אױף קײן ענטפֿער פֿון אים, װײל אַלײן יענעמס אױער און געהער איז גענוג... און יאָ▯ און אַלנפֿאַלס, דאַרף מען דאָס אין זינען האָבן — האָט זיך גיטעלע געזאָגט, צו דער שטוב צוקומענדיק. און װירקלעך: אַז אין אײניקע טעג אַרום שפּעטער, אַז די שטוב האָט ניט אױפֿגעהערט שמעקן מיט רפֿווּת און מיט ערבֿ־װיזיטן און נאָך־װיזיטן פֿון דאָקטױרים, און אַז אין דער זעלבער צײַט זײַנען אױך פּון געשעפֿט די מאַנסבילן אַלע טאָג װאָס אַמאָל מער פֿאַרפֿינצטערטער אַהײם געקומען, האָט זיך אײנמאָל גיטעלע אין איר פֿאַרטראַכטן לינדן געדאַנק דערמאָנט, און איז פּאַמעלעך־פּאַמעלעך דורך די טרעפּ, װאָס פֿירן פֿון קיך צו אַלטערן אין אײבער־ שטיבל, אַרױף. שױן גײענדיק אױף די טרעפּ, האָט מען געקאָנט באַמערקן, אַז גיטעלע גײט איצט ניט, װי צו קײן איר גלײַכן, ד. ה. ניט צו אַזאַ, צו װעלכן, אַז מע האָט אַן ענין און אַז מע לאָזט זיך גײן צו יענעם, איז אַז מע קומט שױן נאָענט צו פֿאַר דער טיר, האַלט מען שױן דעם ענין אין קאָפּ און מע טוט זיך די געדאַנקען און די װערטער, מיט װעלכע מע דאַרף זיך װענדן צו יענעם, אױס־ סדרן און אין אָרדענונג ברענגען. נײן. גיטעלע איז דער עיקר איצט נאָר מיט אירע נױטן פֿאַרנומען געװען, אָבער װוּהין די פֿיס אירע האָבן זי געפֿירט, האָט זי כּמעט ניט געװוּסט. געװא▯סט נאָר, אַז, דאַכט זיך, צו אַלטערן פֿירן זײ זי, אָבער װאָס זי װעט דאָרטן טאָן, װאָס זאָגן, און װי זיך פֿירן און האַלטן — האָט זי װײַטער ניט געװוּסט. אַז זי איז אַרײַן, האָט זיך אַלטער דערשראָקן און פֿאַרלױרן. װײל צו דעם, אַז גרױסע און דערװאַקסענע זאָלן אַריבערטרעטן זײן שװעל, איז ער דאָך ניט ----------- 416 ד ע ר נ ס ת ר געװױנט געװען, בפֿרט גיטעלע, זײן ברודער משהס װײַב, װאָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אױב זי אַלײן האָט זיך שױן מטריח געװען אַהער, צו אים, אַרױפֿגײן, איז האָט זי דאָך שױן געװיס גאָר־גאָר אַן ערנסטער ענין אַרױפ־ געבראַכט — אַזאָ, װאָס אָדער פֿאַר אים, אָדער פֿאַר איר זײער װיכטיק. און דאָס האָט אים אין פֿאַרלעגנהײט גע▯ראַכט, און ער האָט זיך, װי אַן אומ־ דערפֿאַרענער און ניט־געװױנטער צו אַזױנע באַזוכן, מיט אַ קלײן ביסל שרעק און מיט אַ גרױסער פּאָרציע אומזיכערקײט צו אים געגרײט. גיטעלע, װידער, אַז זי האָט נאָר זײן שװעל אַריבערגעטראָטן, און דער־ זעענדיק דעם, צוליב װעמען, אײגנטלעך, זי האָט זיך אַהער אַרױפֿגעהױבן — אַלטערן, איז אַזױ װי ביז פֿריִער אַ מינוט האָט זי, װי געזאָגט, פֿון אים ניט געקלערט, האָט זי אָבער איצט, אים שױן האָבנדיק פֿאַר די אױגן, אַ געװיסע שטעלונג געמוזט צו אים נעמען, כּדי צו קענען אַרױס מיט דעם, װאָס זי האָט אין זינען געהאַט און בנוגע אים פֿאַרטראַכט. זי האָט אױף אים תּיכּף אַ קוק געטאָן, און כאָטש איצט איז ער געװען בעסער געקלײדט, כאָטש ער האָט אױך פֿיל בעסער אױסגעזען, האָט זי אָבער דאָך אױף אים, װי אױף אײנעם, װאָס ניט פֿון ישוב, געקוקט, און אַזױ אים טאַקע אָנגענומען: פֿאַר ▯ אַ קינד, אָדער פֿאַר אַ האַלבן הײליקן תּם, װאָס דאָס אָבער שטערט ניט, נאָר פֿאַרקערט, העלפֿט נאָך, דװקא צו אַזאַ מיט דעם, װאָס זי איז געקומען, זיך װענדן, און אַרױסצוברענגען און אױסדערצײלן אַזױנע זאַכן, װאָס װען ניט פֿאַר אַזאַ, — ניט פֿאַר קײן קינד, ניט פֿאַר קײן האַלבן תּם, נאָר פֿאַר אַ געזונטן, קלאָרן און פֿאַרשטאַנדיקן — ברענגט מען קײנמאָל ניט אַרױס אַזױנס. זי האָט אים גלײַך אַ זאָג געטאָן אָן שום הקדמות, גלײַך װי מיט אָזױנע זײַנען איבעריקע װערטער איבעריק און מע קאָן פֿאַר זײ אָן שום פֿאָררעדעס צום ענין צוטרעטן, — זי האָט אים גלײַך אַ זאָג געטאָן: — דו, אַלטער, װאָס... — נאָר דאָ האָט זי זיך פֿאַרהאַקט, נישט װיסנדיק, װאָס „װאָס”, און דערזעענדיק פֿאַר זיך, אמת טאַקע, אַ ביסל אַ דערשראָקענעם און פֿאַרלױרענעם, אָבער פֿאָרט שױן אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנד און זין אין בליק, װאָס פֿאָדערט צו זיך כאָטש די מינדסטע מאָס אַכטונג און אױפֿמערק־ זאַמקײט, און װאָס די װערטער, װאָס װערן פֿאַר יענעם גע▯אָגט דאַרפֿן, על כּל פּנים, מיט זין געזאָגט װערן, — האָט זי זיך דערום אַ װײַלע פֿאַרלױרן, גיטעלע; אָבער באַלד האָט זי זיך געכאַפּט, און מיטן זעלבן געפֿיל, מיט װעלכן זי איז אַרױפֿגעקומען, און מיט דער זעלבער באַציִונג, װי צו אַ קינד, װי זי איז די ערשטע מינוטן צוגעגאַנגען צו אים — גענױ מיטן זעלבן, װידער, האָט זי איר אָנהײכ פֿראַגע איצט פֿאָרגעזעצט: אינגאַנצן אָפֿן, אינגאַנצן הױל, אינגאַנצן אָפּגענאַקעט, װי מע זאָגט פֿאָרט אַמאָל נאָר פֿאַר אַ תּם, אָדער פֿאַר אַ האַלבן הײליקן: ▯ — דו, אַלטער, — האָט זי אים געזאָגט, — װאָס ביסט אונדז אַן אײגענער, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 417 און װאָס מיר האָבן מיט דיר אַזױ פֿיל צו טאָן געהאַט, ביז מיר האָבן דיך אָרױפֿדערצױגן ביז צו דער איצטיקער שטופֿע; דו, װאָס זיצסט זיך דאָ אױבן, װײסט נישט פֿון גאָרנישט, און אַלץ װערט דיר אַרױפֿגעבראַכט, װי אַ פֿױגל אין שטײַג, װאָלסט איצט געמעגט פֿאַר אונדזער הױזגעזינד זיך אײַנשטעלן, פֿאַר אונדז בעטן, װײל מיר אונטן ברענען, מיר אונטן גײען אונטער, דו הערסט, אַלטער? — דו װײסט ניט? פֿאַרשטײסט ניט? װײל דו ביסט אַ קינד און פֿון דער װעלט אַרױסגענומען. אָבער דו דאַרפֿסט װיסן, ראשית, אַז אונדזער נחמהקע קאָן אונדז, חלילה, גאָר אינגיכן פֿון דער װעלט גײן און פֿאַרשניטן װערן פֿאַר דער צײַט; צװײטנס, אַז די געשעפֿטן אונדזערע (—„דו װײסט, אַלטער, װאָס ס'הײסט „געשעפֿטן”, — האָט זי אינמיטן די רײד אַרײַנגעשטעלט אַ פֿראַגע, װי נישט זיכער זײענדיק, אַז אָט דאָס װאָרט איז קלאָר און באַדײַטונג־ פֿול פֿאַר אַלטערן...), אַז אונדזערע געשעפֿטן זײַנען אַזױ שפֿל, אַז באַלד װעלן מיר, מעגלעך, מוזן מיט אַלעם אונדזערן זיך שײדן, װי מיט די געשעפֿטן אַלײן, און װי אױך מיט דער שטוב — מיר אונטן און דו אױבן. — דו הערסט, אַלטער? און דאָ האָט זיך גיטעלע שטיל צעװײנט — נישט פֿאַר אַלטערן, װי ס'איז צו זען געװען, נאָר פֿאַר זיך אַלײן, װײל פֿון אַלטערן, האָט מען װידער געזען, האָט זי, אױסער זײן אומשולד, אױף מער גאָרנישט ניט געװאַרט: ניט גע־ װאַרט, ער זאָל זי טרײסטן, װי פֿון אַן אַנדערן, אַ געװײנלעך־געזונטן, נאָענטן, װי אױך ניט געװאַרט, ער זאָל מיט איר גלאַט אַ שמועס פֿאַרפֿירן און אַזױערנאָך איר דאָס האַרץ אױסרעדן. נײן. זי האָט געװײנט, װײל ס'האָט זיך איר געװײנט, נישט קוקנדיק אַפֿילו אױף דעם, װאָס זיצט, אָדער שטײט פֿאַר איר, נאָר גלײַך זי װאָלט געװען אַלײן אין צימער, און גלײַך זי װאָלט פֿאַר די הױלע, שטומע װענט ▯געװײנט. אַלטער איז געשטאַנען װי אָן הענט און אָן לשון. נישט ער האָט געהאַט מיט װאָס זי צו טרײסטן, נישט ס'האָט אים קײן מוט געקלעקט און אױך נישט קײן רגילות דערצו, װי בײַ אַנדערע אין אַזױנע מאָמענטן, װען מע דאַרף אַ צװײטן אין אַ צרה פֿאַרגרינגערן. ז▯ערױף איז ער נאָך באמת אומבאַהאָלפֿן און ▯ װײַט פֿון ישוב געװען. ער האָט גאָרנישט ניט געזאָגט, האָט אױסגעזען בלאַס און געשטאַנען אַזױ, גלײַך ער װאָלט דעם קאָפּ און די אױגן נישט געהאַט װוּחין אַהינצוטאָן. און אַז גיטעלע האָט זיך אין דער שטיל אױסגעװײנט, האָט זי װידער שטיל, פֿון איר בענקל, אױף װעלכן זי האָט זיך צום אָנהײב געהאַט אַראָפּגע־ לאָזט, אױפֿגעהױבן און פֿאַרן אַװעקגײן שױן צו אַלטערן גלאַט אַזױ אַ פּאָר װערטער געלאָזט פֿאַלן, װאָס זײַנען שײך אים אַלײן — זײן פֿילן זיך און װאָס סע פֿעלט אים: ----------- ▯ 8▯4 ד ע ר נ ס ת ר — װי גײט עס אים? װאָס פֿעלט אים? זאָל ער זאָגן, װאָס ער דאַרף, װעט מען אים זען אַרױפֿשיקן... זי איז אַראָפּ. און דאָ איז שױן אַלטערן געגעבן געװען אױף גאָר אַ קלאָרן אופֿן דאָס, װאָס ער האָט פֿריִער פֿון מאירלען נאָך אומקלאָר באַקומען — די ריכטיקע סיבה, פֿאַרװאָס אַלע זעען די לעצטע צײַט אַזױ אױס, װי אױך דאָס, פֿאַרװאָס זײן ברודער משח האָט אַפֿילו װעגן אַזאַ זאַך, װי װעגן װעלכער ער האַט מיט אים אין יענעם געװיסן אױפֿדערנאַכט דעם געװיסן געשפּרעך געהאַט, איצט געזען מיט אים אױסמײַדן צו רעדן. ס'איז אים, אױסער דעם, אױך קלאָר געװאָרן, אַז דער שטוב־גורל דאַרף אינגיכן, גאָר אינגיכן אױך אים ערגעץ מיט אַ פֿליגל־שפּיץ אָנרירן און אױף אים זײן שאָטן לאָזן פֿאַלן. װען און װי אַזױ —. האָט ער ניט געװוּסט. נאָר אַ פֿאָרגעפֿיל האָט אים געזאָגט, אַז מיט גיטעלעס װיזיט זײַנען ד▯י װיזיטן ניט אױסגעשעפּט און ניט געענדיקט, אַז אירער איז אים ניט דער לעצטער, און אַז נאָך א▯ם דאַרף נאָך קומען עפּעס אַזױנס, װאָס װעט אים אין סאַמע רעכטן ▯ אָנטײלנעמענדיקן שטוב־קאָך אַרײַנציִען און אים שױן ניט לאָזן מער פֿון װײַטן... װען דאָס װעט פֿאָרקומען? — האָט ער װײַטער ניט געװוּסט, נאָר פֿון יענעם מאָמענט אָן האָט ער זיך װי גענומען דערצו גרײטן. און ריכטיק, אין אַ קורץ שטיקל צײַט אַרום האָט דאָס געטראָפֿן, װען אײנער, שױן גאָר אַ נאָענטער זײַנער — דאָס איז געװען אַלײן טאַקע זײן ברודער משה — איז אים מיטן דריטן װיזיט געקומען באַפֿױלן. ▼ ס'איז געשען גאָר אינגיכן. ס'האָט אײנמאָל, סאַמע אין יענער צײַט, װען אַלעמענס קעפּ זײַנען געװען אַזױ פֿאַרטראָגן, די עלטערע דינסט אין עס־שטוב זיך אַרײַנגעשטעלט. מע האָט געזען, אַז ס'איז ניט צוליב קײן קיך־ און דינסט־ ענין. זי האָט, צוליבן איצטיקן אַרײַנקומען, אַפֿילו אָנגעטאָן די שבתדיקע פֿאַטשײלע אױפֿן קאָפּ, װי ס'טוען דינסטן אינמיטן דער װאָך, נאָר װען זײ קומען אָן אױף אַ נײ „אָרט”, צו נײַע באַלעבאַטים, אָדער, פֿאַרקערט, װען זײ גײען אַװעק און זײ געזעגענען זיך מיטן „אָרט”. זי האָט דאָס קלײנע שטיקל װעג, גײענדיק פֿון דער קיך אין עס־צימער, אַ ביסל אַ פֿאַרשעמטע און אַן אומזיכערע, מיט אַן עק פֿאַטשײלע די אײבערשטע ליפּ געװישט, גלײַך זי װאָלט געגאַנגען אין גאָר אַן ערנסטער שליחות, אָדער אױף אַזאַ אונטערנעמונג, װאָס איז ניט פֿאַר איר דאָס אױסצופֿירן און אַרױסצוברענגען. דאָך איז זי געגאַנגען, װײל, װי ס'װײַזט אױס, האָט זי דער געװיסן געביסן און ניט געלאָזט פֿאַרשװײַגן אַזאַ זאַך, װאָס לױט אירע פֿרומלעך־שטײגערשע איבערצײַגונגען, האָט זי דאָס געמוזט אַרױסגעבן. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 419 זי איז געקומען צו גיטלען, װעלכע איז גראָד דעמאָלט געװען אַלײן אין צימער, און נאָך לאַנגער קװענקלעניש, נאָכן האַלבן שטום־לשון און לײַטישן װישן זיך מיטן עק טיכל די פֿאַרשװיצטע אײבערשטע ליפּ, האָט זי אַ זאָג געטאָן. — באַלעבאָסטע, זאָלט איר מיר מוחל זײן... נאָר כ'האָב אײַך געװאָלט זאָגן, אַז ס'איז ניט רעכט, װאָס אונדזער מױד, די גנעסיע, שלאָפֿט מיט מיר אין קיך... — װאָס? — האָט גיטעלע ניט פֿאַרשטאַנען, װײל דער קאָפּ איז איר מיט עפּעס אַנדערש און פֿיל בילכערס געװען פֿאַרנומען, — װאָס האָסטו געװאָלט? — כ'האָב געװאָלט זאָגן, באַלעבאָסטע, אַז ס'איז ניט רעכט, װאָס יענע, די מױד אונדזערע, שלאָפֿט מיט מיר אין קיך, — האָט זי װידער אירע ערשטע רײד און װענדונג איבערגעחזרט. — װאָס זי שלאָפֿט אין קיך, זאָגסטו? איז װוּ דען זאָל זי שלאָפֿן? אין זאַל? — נײן, כ'מײן ניט, כ'זאָג נאָר... — האָט יענע גענומען שטאַמלען, נישט װיסנדיק, װי אַזױ צו איר זאַך צוצוטרעטן. — װאָס עפּעס פּלוצעם? װאָס איז געשען? — האָט גיטעלע זי איבער־־ ▯ געפֿרעגט, און װי איר העלפֿנדיק פֿונעם שטאַמ▯עניש אױפֿן גלײַך װעג אַרױף. ▯ — ס'איז געשען, באַלעבאָסטע, דאָס, װאָס אַלטער, אײער אַלטער, דרײט זיך די לעצטע צײַט אַרום שױן עפּעס צופֿיל איבעריקס בײַנאַכט אין קיך... צוליב מיר דרײט ער זיך געװיס ניט... איז מסתם צוליב איר, צוליב דער מױד... — װאָס?! — האָט גיטעלע אַ געשרײ געטאָן, זיך פֿון אָרט, פֿון איר בענקל, װוּ זי איז געזעסן, זיך אַ הײב געטאָן און אױף יענער אַזאַ קוק געטאָן, אַזש בײַ דער דינסט האָבן די הענט אָפּגענומען, און זי האָט שױן באַלד אפֿשר חרטה געהאַט, װאָס זי האָט זיך גאָר אונטערגענומען און האָט ניט אײַנגעהאַלטן איר געװיסן אין בוזעם. — יאָ, באַלעבאָסטע, — האָט זי, װיבאַלד שױן אָנגעהױבן, זיך דאָך װײַטער אײַנגעשטעלט, — כ'האָב דאָס אײַך געמוזט זאָגן, װײל איר זענט דאָך אַן אײ־ גענע... דאַרפֿט איר עס װיסן, װײל ס'קאָן דאָ עפּעס געשען... און גאָרניט לײַטיש. גיטעלע האָט דאָ גלײַך דערזען, אַז יענער האָט דאָס אײנשטעלעניש פֿיל מי געקאָסט, ביז זי איז צו איר מיט דער שליחות געקומען, און זי האָט דערום פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס, װאָס יענע זאָגט איר דאָ, איז שױן געװיס ניט אױס־ געטראַכט, נישט קײן אױסװײַזעניש, נאָר אַ זאַך אַ זיכערע, און מסתם איז זי אױך אַ שטיק עדות געװען דערפֿון. אַזױ, אַז װי גיטלען איז ניט שװער געװען אַזױנס פֿון אַ פֿרעמדן, פֿון אַ דינסט, דאָס צו הערן, האָט זי זיך דאָך געלאָזט רעדן, און װי נישט פֿאַרשעמט איר פּנים איז נישט געװען אַראָפּ־ געלאָזט צו דער ערד, נישט קאָנענדיק קוקן דער דינסט אין די אױגן, בשעת ▯ ----------- ▯ ▯ 420 ד ע ר נ ס ת ר יענע דערצײלט איר גאָר אַזױנס, דאָך האָט איר אױער, װילנדיק, צי ניט װילנדיק, באַנומען אַלץ, װאָס זי האָט געהאַלטן פֿאַר איר חובֿ צו הערן — טאַקע ביזן סוף, און ביז זי װעט זי▯ ניט איבערצײַגן אין דער גאַנצער ריכטיקײט פֿונעם דערצײלטן: — נײן! ס'איז ניט קײן רכילות, נישט אױס־ געטראַכט, נאָר, װי ס'איז אַרױסצוזען, טאַקע הױלער און רײנער אמת. די דינסט האָט איר דעמאָלט אױף האַלב װײַבער־לשון, װי אַ פֿרױ אַ פֿרױ, אָנפֿאַרטרױלעך אַפֿילו דערצײלט װעגן אײניקע גאָר אומאָנגענעמע פּרטים, װאָס פֿון זײ האָט גיטעלע נאָך מער דאָס פּנים אַראָפּגעלאָזט און נאָך מער פֿאַרשעמט דער דינסט אין די אױגן נישט געקאָנט קוקן. נאָר באַלד דערנאָך, אַז זי האָט אַלץ, װאָס געהער, זיך דערװוּסט, און אין דער ריכטיקײט פֿונעם זיך־ דערװוּסטן שױן מער קײן צװײפֿלען נישט געהאַט, אַזױ האָט זי זיך נאָכאַמאָל פֿון איר בענקל אױפֿגעכאַפּט, און מיטאַמאָל, אײַלנדיק, אױפֿגיך, אַז יענע, די דינסט, זאָל איר פֿאַרלױרנקײט און איר געשלאָגענעם שטאָלץ ניט באַמערקן, איר אַ זאָג געטאָן: — נו, גוט, גוט... גײ, גי▯... מע װעט שױן זען טאָן, װאָס מע דאַרף... — יאָ, — האָט גיטעלע צוגעגעבן, — און געדענק: מער מיט קײנעם ▯ װעגן דעם ניט רעדן, מער פֿאַר קײנעם קײן װאָרט דערפֿון. זי הערט, די דינסט? — אַװדאי הערט זי! װאָס זשע, זי פֿאַרשטײט ניט? זי זאָגט נאָר, אַז די מױד דאַרף דאָרט ניט שלאָפֿן, — האָט זי נאָכאַמאָל איר װאָ▯נונג איבער־ געחזרט, — מע קאָן זי לײגן אין עס־צימער, מע קאָן זי לײגן, װוּ מע װיל, אַבי ניט דאָרט, — האָט די דינסט שױן פֿעסטער, מער הײמישער און מער זיך דערלױבנדיקער אַ זאָג געטאָן, כּדי גיטלען צו באַרויִקן, מחמת זי האָט געזען, אַז די נײַס, װאָס זי האָט איצט אין שטוב אַרײנגעכראַכט, האָט אױף גיטלען אַ דערדריקנדיקן אײַנדרוק געמאַכט. — גוט, גוט, — האָט גיטעלע געזאָגט צעטומלט,▯ — גײ, גײ, מע װעט שױן זען באַטראַכטן. גיטעלע האָט דאָס מאָל ניט געזאַמט, און ניט געקוקט דערױף, װאָס זי איז גאָר װײַט פֿון אַ בעלן געװען איר משהן, צו אַלעם אומנחתדיקן פֿון פֿאַר דער לעצטער צײַט, אים נאָך אײנעם אַן אומנחת, ובפֿרט אַזאַ, פֿאַרשאַפֿן און איבערגעגעבן, און דערבײַ מיט אומרו און מורא אױף אים אַ קוק געטאָן צו גלײַך מיט דעם פֿאַר אים אַרױס. זי האָט אים טאַקע דעם זעלבן טאָג, װי נאָר ער איז אַהײם געקומען, אױף ▯ אַ װײַלע אין זײער אַלקער אָפּגערופֿן, און גלײַך נאָר, װי בײדע האָבן די שװעל אַהין אַריבערגעטראָטן און דאָרט אַלײן געבליבן, אַזױ האָט זי אים די נײַס איבערגעעגבן, און דערבײַ מיט אומרו און מורא אױף אים אַ קוק געטאָן צו זען, װי ער װעט דאָס באַנעמען, װאָס ער װעט איד עצהן פֿאָרצונעמען, אָדער װאָס ער אַלײן װעט דאָ זען עפּעס טאָן. ----------- ד ▯ מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 421 משה מאַשבער האָט, דאָס דערהערנדיק, זיך אַ כאַפּ געטאָן װי אָפּגעבריט; און װי אַלץ, װאָס ער האָט די לעצטע צײַט געטאָן, און װאָס מע האָט געזען, אַן ס'איז װײַט פֿון באַטראַכטקײט און איבעריקן ישוב־הדעת, װי ס'פּאַסט פֿאַר אַזאַ, װי משה, אַזױ האָט ער אױך דאָס מאָל בנוגע אַלטערס ענין געטאָן: ער האָט אײַלנדיק און כאַפּנדיק גלײַך אַ זאָג געגעבן: — מ'דאַרף זען אַ שדכן. — װאָס אַ שדכן? פֿאַר װעמען אַ שדכן? — האָט גיטעלע אַ דערשטױנטע אַ פֿרעג געטאָן. —▯ װאָס הײסט „װאָס”? װאָס הײסט „פֿאַר װעמען”? פֿאַר אַלטערן! פֿאַר װעמען דען, אױב ניט פֿאַר אַלטערן? — און מיט װעמען װעט ער אים רעדן, דער שדכן? — מיט װעמען? מירן זען. מע װעט זיך אַן עצה האַלטן — צװישן זיך, און אױך מיט אַלטערן אַלײן איבעררעדן. און דערװײל, — האָט דאָ משה צו־ געגעבן, דערמאָנענדיק זיך, װאָס די דינסט האָט גיטלען דערצײלט, — דערװײל קאָן מען איר בעטל אין עס־צימער איבערטראָגן, אין עס־צימער... — האָט ער געזאָגט און מער דעם שמועס ניט פֿאָרגעזעצט. משה מאַשבערן האָבן, דאָס דערהערנדיק, עטלעכע געדאַנקען מיטאַמאָל אין קאָפּ אַ קלאַפּ געטאָן. ערשטנס: אפֿשר אַ זיװג: ער האָט זי דערזען, זי איז אים געפֿעלן, איז אפֿשר איז זי זײן באַשערטע... צװײטנס: אַז ס'איז אױך ניט קרום: װאָרעם װער, אױב ניט אַזאַ, װעט פֿאַר אַזאַ, װי פֿאַר אַלטערן, פֿאַר אַ װײַב דען װעלן גײן? קײן אַנדערע געװיס ניט. זײן שלאַפֿקײט פֿון ▯יז אַהער איז דאָך אַלעמען באַװוּסט, און אױך פֿאַר זײן מאָרגן קאָן קײנער ניט ערוב זײן — הײַנט װער, אױב ניט אַןאַ, װעט זיך אױף אַזױנעם דען קװאַפּען און זיך אײַנשטעלן מיט אים זײן גורל טײלן? דריטנס, — איז משה מאַשבער אַ געדאַנק דורכגעלאָפֿן, — דאַרף ער דאָס זען אָפּטאָן אױפֿגיך, װאָס גיכער טאַקע זען דעם שידוך טאָן, און אַפֿילו אױך חתונה מאַכן... ער זעט דאָך, װאָס אַרום אים טוט זיך, װי דאָס שלימע גײט און קומט אים אָן פֿון אַלע זײַטן, — איז אפֿשר מיט דעם, מיטן חתונה מאַכן אַ פֿאַרזעסענעם, בפֿרט אַזאַ פֿאַרזעסענעם, בפֿרט אַן אײגענעם, װעט ער דעם גזר אָפּשטעלן, דאָס פֿײַער פֿאַרהאַלטן און די שװערע האַנט פֿון זיך אָפּפֿירן און פֿון אױבן זיך אַ דער־ לײכטערונג פֿאַרדינען. פֿערטנס — האָט ער זיך דערמאָנט, װאָס לוזי האָט אים װעגן דעם צו זאָגן געהאַט, און װי יענער האָט אים װעגן דעם געװאָרנט און אים אונטערגעאײלט. פֿינפֿטנס, — װאָס אַלטער אַלײן האָט אים װעגן זיך געהאַט צו זאָגן, און נעמלעך: װאָס ער האָט בײַ אים, בעת יענעם געשפּרעך, אָן שום בושה, מיט קלאָרן לשון געמאָנט, און דאָס איז דאָך אַ סימן, װי װײַט ס'איז אים צוגעטראָטן, — הײַנט װי מעג ער דאָ איבעריקס טראַכטן, איבעריקס זאַמען און נישט זען װאָס גיכער דאָס אָפּטאָן און דערלײדיקן. ▯ ----------- 422 ד ע ר נ ס ת ר אָט דאָס און ענלעכס האָט זיך אים אין קאָפּ געשטױסן, און זיך װי אַ װיכער אומגעטראָגן, און פֿונעם גרױסן פּלאָנטער און צעטומלונג פֿון דעם אַלעם האָט ער אײנעם נאָר אַ קלאָרן און לײַכטן פֿאָדעם געקאָנט אַרױסציִען, פֿאַר װעלכן ער האָט זיך גלײַך אָנגעכאַפּט, װי פֿאַר אַ העכסטן ראַטונעק, און דאָס ערשטע, װאָס אין דער ערשטער רײ, ער האָט זיך געכאַפּט דערפֿאַר, איז געװען דאָס, װאָס ער האָט אײַלנדיק גיטלען אַ זאָג געטאָן, און אױך דאָס, װאָס באַלד▯ שױן אין די נאָענטסטע טעג דערנאָך האָט ער אַלײן טאַקע גענומען אױספֿירן, און געלאָזט רופֿן צו זיך משולם דעם שדכן... ▯▯ משולם איז אַ ייִד מיט אַ רױטלעך פּנימל און װײַסלעך בערדל. ער טראָגט אַן אָפּגעריבן פֿוטערן מיצל מיט אַ גרינלעך אָפּגעבליאַקעװעטן סאַמעטענעם דענעק, און אַז ער קומט ערגעץ אַרײַן, איז דאָס ערשטע, װאָס ער טוט, איז אַראָפּנעמען דאָס מיצל פֿונעם קאָפּ און צו בלײַבן אין דער יאַרמעלקע. דאָס גיט זיך אים ניט איבעריק לײַכט אײן, װײל דאָס מיצל פֿון דער יאַרמעלקע לאָזט זיך ניט אַזױ גרינג אָפּטײלן און שײדן, מחמת בײדע — אי דאָס מיצל, אי די יאַרמעלקע, — זײַנען, פֿון פֿיל יאָרן זײ טראָגן, שױן היפּש פֿאַרפֿעטסט און װי צוגעװאַקסן אײנס צום צװײטן, אָבער נאָך געװױנטער מי און גע- ▯ שיקטער האַנט־מלאכה צעטײלט ער זײ לסוף און זײן ציל▯יז אַ דערגרײכטער. דאָס טוט ער כּסדר צוליב שדכניש־לעפּישעװאַטער הרחבה, כּדי צו באַװײַזן פֿאַר די, צו װעלכע ער קומט פֿאָרצולײגן אַ שידוך, אַז ער פֿילט זיך הײמיש, אַז ער פֿירט זיך װי אין דער הײם, און אַז אױף אַזאַ, װי ער, װי אױף משולמען, קאָן מען זיך זיכער פֿאַרלאָזן. ער רעדט שידוכים, מערסטנטײל, נאָר עלטערע לײט — פֿופֿציק־זעכציק־ יעריקע, אױך דינסטן, משרתים און אָרעמע, קלײנע באַלמעלאָכעס —▯ װען אױך ייִנגערע, און אין אַזאַ הױז, װי משה מאַשבערס, װען מע זאָל דאַרפֿן ניט פֿאַר אַזאַ, װי פֿאַר אַן אַלטערן, װאָלט אַזאַ, װי משולם, קײנמאָל קײן צוטריט ניט געפֿונען. אַהין, אין אַזױנע הײַזער, איז, װען מע האָט▯ באַדאַרפֿט, האָבן זיך שױן געפֿונען גאָר אַנדערע, פֿיל מער אָנגעזעענע און באַװוּסטע שדכנים, װי אַ נחום־לײב פּשאָטער, למשל, — אַ מענטש, װאָס װײסט, פֿאַר אַלעמען, װי אַזױ אין אַזױנע הײַזער זיך צו האַלטן — מיט גרױס מאָס און טאַקט, װײסט װאָס װעמען פֿאָרצולײגן, און שױן אַלײן דערמיט רופֿט אַרױס דרך־ארץ און רעספּעקט צו זיך. משולם — ניט. מ▯ןולם װײסט אײנס: אַ זכר און אַ נקבֿה. ס'מאַכט ניט אױס, אַ יונגע מיט אַן אַלטן, אַן אַלטע מיט אַן אַל▯ן, אַבי ס'איז דאָ װעמען צו פּאָרן, און אַזאַ, װי ער, װי געזאָגט, װאָלט קײנמאָל אין אַזאַ הױז, װי משה מאַשבערס, ניט גערופֿן געװאָרן, און אַלײן זיך אַפֿילו ניט אײַנגעשטעלט אַהין אַרײַן עפּעס פֿאָרצולײגן, װען ניט אַזאַ פֿאַל, װי דער — װי אַלטער. ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 423 משה מאַשבער האָט צו אָט דעם אױסטערלישן שידוך־רעדן געװיס נישט באַדאַרפֿט קײן נחום־לײבן, נאָר דװקא טאַקע אַזאַ, װי משולם, אַ צוגעשלאָגע־ נעם, אַ לעפּישעװאַטן, װאָס פֿאַר אַזױנע, װי פֿאַר דינסטן, קלעקט אים גענוג װאָס מע דאַרף, און װאָס געהער אַלטערן, האָט שױן משה מאַשבער אױף זיך אַלײן גענומען דאָס דורכצופֿירן. דער גאַנצער ענין איז דאָ געװען פּריקרע. און דערפֿאַר, אַז משולם האָט זיך באַװיזן אין שטוב, איז ניט נאָר ער אַלײן איז דאָ ניט אַרױס מיט זײן ברײט־צעלײגעניש — מיטן אױסטאָן דאָס מיצל און דאָס אָפּטײלן פֿון דער יאַרמעלקע, מחמת כּבֿוד פֿאַרן גבֿיר, און מחמת אין אַזאַ שטוב האָט ער זיך נישט געפֿילט איבעריק הײמיש, — נאָר משה מאַשבער און גיטעלע, װעלכע האָבן אים די ערשטע באַגעגנט, אים אין אַ באַזונדער אַלקער אָפּגערופֿן און דאָרט אים אױפֿגענומען, האָבן אים אױפֿגענומען אַ▯ױ, אַז ער זאָל גלײַך פֿאַר־ שטײן, אַז בכלל זאָל ער זיך דאָ ניט איבעריק צעלײגן, און אַז דאָ איז אים איבערגעגעבן נאָר אַ האַלבע זאַך — מיט כלהס־צד איבעצורעדן — און װײַטער איז שױן ניט זײן זאַך, װײַטער דאַרף ער זיך ניט מישן ,און דאָס איבעריקע װעט מען שױן אַלײן און אָן אים דערלײדיקן. פֿאַר אַלטע▯רן האָט מען אים אַפֿילו ניט געװאָלט באַװײַזן, מע האָט גע־ װוּסט, אַז דער ענין איז צו אַן אײדעלער, און אַזאַ לעקישעװאַטער פּאַרשױן, װי אַ משולם, קאָן דאָ נישט מיט קײן אײדעלע שדכנים־פֿינגער אַן אײדל געװעב אױפֿרײַסן. מע האָט אים געשיקט נאָר צו דער כּלה. ס'איז גרינג צו זאָגן „כּלה”... װי משה מאַשבער איז ניט געװען דער־ שלאָגן, װי שטאַרק ער האָט ניט געברענט, אַזש אַ רױך און סמאַלענע האָבן פֿון אים ניט אַרױפֿגעװאַלגערט, איז אים דאָך נאָך גענוג געטרײַשאַפֿט געבליבן פֿאַר אַלטערן, ער זאָל אױך פֿאַר אים אין דער שטיל אָפֿט אַ זיפֿץ טאָן... אײגנטלעך, נישט אַזױ פֿאַר אַלטערן, װי װידעראַמאָל פֿאַר זיך, װאָס אױך דער ענין אַלטער און דער איצטיקער פֿאַרטראַכטער שידוך האָט דאָך װידער צו אים און צו זײן לאַגע געהאַט אַ נאָענטע שײַכות; װאָרעם אַן אַנדערשמאָל װאָלט אַפֿילו אַזאַ זאַך, װי אַלטערן משדך צו זײן, אױך פֿון אים, פֿון משהן, אַנדערש אױסגעפֿירט געװאָרן, אַנדערש געװיס, װי איצט, װי פּשוט פֿאַר דעם ערשטן מײדל זיך אָנכאַפּן, פֿאַר אַן ערשטער דינסט, ובפֿרט פֿאַר אַזאַ, װאָס דינט טאַקע בײַ אים אַלײן, בײַ משהן. אַן אַנדערשמאָל װאָלט מען אַפֿילו אַזאַ סאָרט שידוך געװיס אַנדערש, און פֿאַר לײטן לײַטישער, אַרומגעשטעלט, און אי פֿאַר פֿרעמדע, אי פֿאַר אַלטערן אַלײן דאָס פֿײנע▯▯ אױסגעפּוצט. איצט איז דאָס געטאָן געװאָרן מיט אימפּעט און מיט אַזאַ ראַשיקער אײליקײט, װאָס משהן האָט דערבײַ װי אָטעם אױסגעפֿעלט, און ער האָט דאָס געזען מאַכן אױפֿגיך, — װי משונה ס'זאָל זיך ניט באַקומען, װי נישט כאַפּנדיק און װי די אױגן ניט אױפֿרײַסנדיק, אַבי נאָר ס'זאָל אָפּגעטאָן װערן. ----------- 424 ד ע ר נ ס ת ר דערצו האָט משהן, װי געזאָגט, געצװוּנגען דאָס ביסל אײַליקע געדאַנקען, װאָס זײַנען אים אױפֿגעקומען, דערהערנדיק די מעשׂה מיט אַלטע▯▯ן; און דער עיקר, דאָס, װאָס, ערשטנס, אפֿשר איז דאָס אַ זיװג; און, צװײטנס — פֿאַר ▯ משהן אַזאַ סאָרט מצװה, װאָס מע דאַרף זיך מיט איר אײלן, בכ▯רט אין אַזאַ צײַט, װאָס מע װײסט ניט װעמעס מאָרגן ס'איז, א'ון צי מאָרגן װעט שױן דאָ בכלל עפּעס מעגלעך זײן. אַ סבֿרה אױך, אַז משה האָט דעמאָלט, אין דער צװישן־צײַט פֿון פֿאַר־ טראַכטן ביז נעמען רעדן דעם שידוך מיט אַלטערן, מיט לוזין זיך צונױפ־ גערעדט, זיך אױסגע'עצהט, און אױך יענער האָט מיט משה▯▯ פֿאָרשלאָגן אײַנגעשטימט. אַזױ, אַז משולם דער שדכן איז שױן גערופֿן געװאָרן, און װי קאַלט מע האָט אים אין אַלקער בײַ משה מאַשבער ניט אױפֿגענומען און זיך אים ניט געלאָזט אױף אַ הײמישן אופֿן צעגײן, דאָך איז אים מ▯ט דער כּלה איבערגעענטפֿערט געװאָרן, מיט דער דינסט, מיט גנעסיען, איבערצורעדן, און ער, משולם, איז גלײַך טאַקע אין יענעם אָװנט, פֿון אַלקער אין ע▯▯־צימער און פֿון עס־צימער אין קיך אַרײנגײענדיק, צום ענין צוגעטראָטן. װי אַזױ די זאַך איז פֿון אים געטאָן געװאָרן — איז אונדז ניט אינטערע־ סאַנט. נאַטירלעך, האָט ער פֿריִער פֿאַרפֿירט אַ שטילן שמועס מיט דער עלטערער דינסט, צו װעלכער ער האָט מער לשון און נעענטערן צוגאַנג געה▯ט, װײל אַזױנע עלטערע זײַנען אָפֿט זײַנע קליענטן געװען, און זי, די עלטערע, האָט לכתּחילה אַפֿילו געמײנט, אַז דאָס מײנט ער זי טאַקע — איר אַלײן אַ שידוך צו רעדן. זי האָט דערצו, אײַלנדיק און ערגעץ אין אַ װינקל אָפּגײענדיק, דאָס קאָפּטיכל איבערגעביטן און דאָס שבתדיקע אױף זיך אַרױפֿגעכאַפּט. און נאָך לאַנגן לײַטישן װישן זיך די ליפּ און שמועסן מיט שדכן, נאָך לאַנגע הקדמות משולמס און שךכנישע הין־און־הער, אַז זי האָט פֿאַרשט▯▯נען, װוּהין משולם צילט, און אַז ניט זי מײנט ער, נאָר גאָר גנעסיען, און װען ער האָט איר אױך געזאָגט, מיט װעמען ער רעדט איר, אַזױ האָט זיך די עלסערע אױף אַ װײַלע פֿאַרלאָרן, אָבער באַלד האָט זי זיך אַ כאַפּ געטאָן און אױסגעשריגן: — װאָס רעדט איר, ר, משולם? טאַקע? — אַ װײטיק איז איר, — האָט זי, נאָך פֿון דעם ערשטן געשרײ ניט אָפּגערוט, שױן דאָס צװײטע אַרױסגעלאָזט, — װאָס רעדט איר ▯▯ ס'איז דאָך מיר גאָר אין קאָפּ ניט אײַנגעפֿאַלן: אַזאַ זאַך! אַזאַ זאַך! דאָס קאָן דאָך טאַקע נאָר אַ שדכן!.▯. —▯ װאָס זשע, ר, משולם, — האָט זי װײַטער אױסגעשריגן, ־־ און דאָרט אין שטוב װײסט מען שױן? מע האָט שױ▯ דערפֿון גערעדט▯ און דאָרט באַשטײט מען? — װאָס דען? אַניט װאָלט ער אַלײן געקומען, װען מע שיקט אים ניט? ער װאָלט דאָס אַלײן אױסגעטראַכט? אַװדאי, װײסט מען! ----------- ▯ ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 425 אַזױ, אַז משולם האָט אין קיך שױן אַ מיטװײסער און אַ העלפֿערין געהאַט. ס'איז ניט באַװוּסט, צי האָט ער איר אױך עפּעס אַ שטיקל שדכנות צוגעזאָגט, דער עלטערער דינסט, צי זי האָט דאָס פֿרײַװיליק אױף זיך גענומען, װי אַלע עלטערע, װאָס ליבן די מלאכה פֿון פּאָרן און צונױפֿפֿירן, און טוען דאָס גערן, אַלײן נאָר פֿון ליבע צו דער זאַך, אָן שום באַלױנט און באַצאָלט װערן דערפֿאַר. ▯ גנעסיע אַלײן, בשעת מע האָט איר דאָס פֿאָרגעלײגט, האָט ניט געװוּסט, װאָס מיט זיך צו טאָן. זי האָט די גאַנצע צײַט געהאַלטן אין אײן פֿאַרשפּיליען דאָס קאָפֿטל, װאָס איז איר ענגלעך געװען, און װאָס האָט תּמיד צוגעצױגן צו ▯יך די אױגן פֿון אַ קאַטערוכע דעם משרת און אַנדערע, װעמען ס'האָט פֿיל פֿאַרשפּראָכן... זי האָט דעם קאָפּ אַראָפּ געהאַלטן און ניט געקוקט ניט אױף דעם שדכן, אױך ניט אַפֿילו אױף דער עלטערער דינסט, מיט װעלכער זי איז אַזױ געװױנט — אַזאַ צײַט אין אײן קיך און בײַ אײן אַרבעט. זי האָט זיך גאָר פּלוצעם צעװײנט — אי פֿון אומגעריכטקײט, אי פֿון דער לעפּישקײט און אוממעגלעכקײט פֿון אַזױנס, װאָס ס'האָט זיך איר אױסגעװיזן אי אַזױ געהױבן, אַזש דעם קאָפּ צו פֿאַררײַסן, אי אין דער זעלבער צײַט אַזױ אומגעלומפּערט און שפֿל: װאָס הײסט — ער▯ אַלטער, און זי, גנעסיע, גאָר חתן־כּלה און מאַן־און־װײַב?... יענער, װאָס האָט דאָך ערשט אױפֿן אײבער־ שטיבל אַזױ משונה געשריגן, און זי — אָזאַ געזונטע, מיט אַזאַ פֿול קאָפֿטל, מיט קלײד פֿול מיט קלובעס, װאָס װוּ אַ קאַטערוכע אָדער אַן אַנדערער טוט זיך ניט אַ ריר אָן איר, אַזױ זעט מען, אַז ער עקט זיך פֿון באַגער און פֿאַר־ געניגן... און װען, לאָמיר זאָגן, אַלטער שױן אַפֿילו געזונט, איז װי קאָן זי זיך גאָר פֿאָרשטעלן און אױסמאָלן, װי אַזױ זי, גנעסיע די מױד, װאָס האָט יאָרנלאַנג אין קיך אָפּגעדינט, װעט פּלוצעם גאָר אַזױ דערהױבן װערן ,זיך אָנצוקערן מיטאַמאָל אַזױנע נאָענטע אײגענע מיט די באַלעבאַטים: — דעם באַלעבאָס און דער באַלעבאָסטע כּמעט אַ שנור, און אַלע איבעריקע אין שטוב — אַ זײער גלײַכן, מיט װעלכן מע קאָן זיך שױן ניט שאַפֿן און מע דאָרף זי שױן אַלײן באַדינען. — משונה... משונה... זי האָט געװײנט פֿון אומגעריכטקײט, װאָס דאָס האָט זי צוערשט נאָר געמאַכט גלײבן, אַז מע שפּאַסט פֿון איר, און אױב ניט קײן שפּאַס ,איז װי — האָט זי געװײנט — װעט זי זיך מיט אַזאַ, װי אַלטער, גאָר קאָנען צונױפֿגײן; און אױב יאָ צונױפֿגײן — װי װעט זי זיך האַלטן און װי װעט אױף איר קוקן אַזאַ, למשל, װי אַ קאַטערוכע, װאָס האָט זי נישט אײן מאָל, זי טרעפֿנדיק אין אַ פֿינצטער פֿאָרהײזל, צו אַ װאַנט צוגעשטופּט און זיך געשפּילט מיט איר מעשׂה־יונג-און־מױד גאָר אױף אַ געװיסן אופֿן... זי איז גערעכט גע▯וען, גנעסיע, װײל אַנדערש, װי משונה, קאָן מען גאָר אַזױנס ניט אָנרופֿן, אין אַנרערש ▯װי אין אַזאַ קאָפּ, אין אַזאַ צעדרײטן, װי איצט בײַ משה מאַשבער, ו▯▯ט ▯שוס-אופֿן אַזאַ פּלאַן טאַקע ניט געקאָנט אױפֿקומען ----------- ▯ 426 ד ע ר נ ס ת ר ▯ און געבױרן װערן. אורטײלנדיק לױט אָט דעם פּלאַן, האָט מען געקאָנט קומען צום באַשלוס און גענײגט זײן אַפֿילו צו טראַכטן, אַז נישט אַנדערש, סײַדן, אַז אין משה מאַשבער אַלײן איז אױך ערגעץ אַ שטיק אַלטער, אַ שטיק משוגע פֿאַרשטעקט און באַהאַלטן געלעגן, װאָס אין גוטע צײַטן האָט מען דאָס ניט אַרױסגעזען, און אַצינד, אין דער געענגטער, האָט זיך דאָס אים אַרױסבאַװיזן. װײל װירקלעך: אַפֿילו משה מאַשבער אַלײן האָט, אױסער בײַ גיטלען זײן װײַב און אױסער אפֿשר אױך בײַ לוזין, בײַ קײנעם אין שטוב קײן הסכּמה אױף דעם ניט געקאָנט קריגן, און ער האָט זיך דערום װעגן דעם, אױסער מיט די צװײ אױבן דערמאָנטע, טאַקע מיט קײנעם ניט גע'עצהט, ניט באַראַטן און קײנעם צו דעם ענין ניט צוגעצױגן. און דער סוף איז געװען, אַז מיט כלהס־צד, מיט גנעסיען, איז מען אינגיכן אױסגעקומען. אַ טאָג איז אַװעק און נאָך אײנער, און גנעסיע האָט זיך איבער־ געװײנט און, סוף־כּל־סוף, אײַנגעשטימט. דערצו האָט, נאַטירלעך, נישט אַזױ־ פֿיל משולם דער שדכן געטאָן, װײל ער גנעסיען — פֿרעמד, און אַזאַ, װי ער, װען ער קומט אַלײן צו אַזאַ מױד מיט אַזאַ ענין, װאָלט ער לאַנג, מעגלעך, ▯ באַדאַרפֿט האָרעװען, און ס'איז גאָר אַ ספֿק, צי זײן האָרעװאַניע װאָלט אים װען־ס'איז־ניט־איז געהאָלפֿן און דערפֿאָלג געהאַט. נײן, דערצו האָט דער עיקר געהאָלפֿן און צוגעאַרבעט די עלטערע דינסט, װעלכע איז מיט גנעסיען געװען אײגן אױף גענוג געטרײַשאַפֿט און לשון צו האָבן מיט איר אײנצו־ טענהן, װען זײ זײַנען געבליבן אַלײן, און אַמאָל אַפֿילו אױף איר אָנצושרײַען: ▯ װאָס, מױד, דו ברעקלסט זיך נאָך? מיט װאָס נעמסטו זיך איבער? האָסט עפּעס מער פֿון אַנדערע מײדן? ס'שטײט דיר ניט אָן? דערמאָן זיך, װוּהין דו קומסט דאָ אַרײַן, אין װאָס פֿאַר אַ שמאַלץ־גרוב! האָסט זיך דאָס געקאָנט אַמאָל פֿאָרשטעלן, אָדער אױסמאָלן? װײנסט? װאָס▯זשע, בעסער קאַטערוכע דער פֿירגילדנדיקער משרת, װאָס שטעקט דיר די הענט אין בוזעם אומזיסט און טױטשעט זיך מיט דיר אין די פֿאָרהײזלעך און בײַ דער קרענעצע אין דער פֿינצטער... װאָס זשע, קאַטערוכע איז אַ שענערער תּכלית? אַן אַנדערשמאָל װאָלט די זעל▯ עלטערע דינסט, מעגלעך, װען מע פֿרעגט זי, גאָר אַנדערע װערטער געהאַט, און אױך גאָר אַן אַנדער אָפּשאָצונג געפֿונען פֿאַר אַזאַ פֿאָרשלאָג, צו אײנער אַ געזונטער, שײנער מױד פֿון איר דינסטן־ פֿאַך, װען מע װיל זי חתונה מאַכן און פֿאַרשלײערן פֿאַר אַ רײַכן זקן אָדער אַזױ פֿאַר עפּעס אַ באַלעבאַטישן שלימזל. זי װאָלט שױן גראָד אַרױסגעפֿאָרן מיט אַן אַנדער מין לשון: — טינופֿת? בײַ זײ בלײַב עס!... אַזאַ גאָלד — אין אַזאַ מיסטקאַסטן?... ניט דערלעבן!... דאָס — אַן אַנדערשמאָל. איצט אָבער איז זי, מיר װײסן ניט פֿאַרװאָס, עפּעס אין שדכנישן ראַש אַרײַן. און צי די מעשׂה איז איר טאַקע באמת געפֿעלן, ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 427 ד. ה. צי מחמת טאַקע אױפֿריכטיקער געטרײַשאַפֿט צו אַן איר גלײַכן, אַ גנעסיען, װאָס זי האָט געמײנט איר טובֿה; צי אפֿשר האָט דאָ אױך אַ מין שטיק נקמה געשטעקט, צו זען, װי יעדע דינסט װינטשט זיך, די באַלעבאַטים געצװוּנגען אָנקומען צו דער קיך און זיך אַראָפּלאָזן פֿון אַזאַ הײך צו אַ פּשוטער דינסט־מױד זיך צו בעטן. װי די מעשׂה זאָל ניט זײן, נאָר די עלטערע האָט נאָך אַ קורצן און לאַנגן אײַנטענהן פֿריִער אַלײן מיט גנעסיען, דערנאָך צוזאַמען מיט משו▯ם דעם שדכן, װאָס ער האָט זיך ניט געפֿױלט און די לעצטע טעג אָפֿטע װיזיטן אין קיך אָפּגעשטעקט, — נאָך קורצן און לאַנגן אײַנטענהן און װײנען, האָט מען לסוף בײַ גנעסיען געפּועלט, זי האָט אײַנגעשטימט און דאָס װאָרט געגעבן. פֿון דעמאָלט אָן האָט גנעסיע שױן יעדעס מאָל, װען אַלטער האָט זיך פֿון אײבערשטיבל אַראָפּגעלאָזט און באַדאַרפֿט דורכגײן די קיך, זיך אין אַ זײט אָפּגערוקט, זיך גערױטלט און לײַטיש זיך פֿאַרן קאָפֿטל אָדער פֿאַר די האָר געכאַפּט — דאָס קאָפֿטל צו פֿאַרשפּיליען און די האָר אין אָרדענונג צו ברענגען. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך שױן גנעסיע געפֿילט, װי מיט אײן פֿוס פֿון קי־ך אין שטוב אַריבערגעשפּאָנט, װי אי עפּעס אױס דינסט, אי נאָך ניט פֿון דער קיך אָפּגעריסן. כאָטש אין קיך איז זי שױן נישט געשלאָפֿן, כאָטש איר געלעגער האָט מען שױן אַװעקגעשטעלט אין אַ זײַטיקן צימער, אָבער אַזױ װי קײנער פֿון די אײגענע, אױסער גיטלען, האָט נאָך פֿון דער ענדערונג נישט געװוּסט▯ מחמת קײנער האָט נישט באַמערקט אַפֿילו נישט דעם ערשטן װיזיט פֿון משולם דעם שדכן און נישט אױך די איבעריקע זײַנע װיזיטן די לעצטע ▯ טעג, — האָט נאָך דערום גנעסיע, אַפֿילו שױן נאָך איר הסכּמה־געבן, זיך נאָך מעשׂה־דינסט געפֿירט, ביז די זאַך װעט אינגאַנצן קלאָר װערן... און דערװײל האָט זי זיך בײַ אַלטערס פֿאַרבײַגײן זיך נאָר גערױטלט, און אױף איר נײ געלעגער, װאָס איז איר נישט אין קיך געשטעלט, האָט זי זיך אַלעמאָל ערב▯ אײַנשלאָפֿן די לעצטע טעג צופֿיל געדרײט: אי פֿון ▯ישט־געװױנט זײן אַלײן צום געלעגער, אי פֿון די נײַע מחשבֿות, װאָס האָבן זי באַהערשט▯.. אַלנפֿאַלס איז מען מיט גנעסיען שױן געקומען צו אַ ברעג, און װאָס געהער אַלטערן, איז דאָס שױן נישט פֿאַר קײן שדכן־האַנט געװען, בכל־אופֿן נישט פֿאַר אַזאַ, װי פֿאַר אַ משולמען, און דאָס האָט אױף זיך, װי געזאָגט, גענומען אַלײן משה מאַשבער, און דאָס האָט ער אין די נאָענטסטע טעג, אין אײנעם אַן אָװנט, טאַקע אױסגעפֿירט. ▯▯ אין יענעם אָװנט האָט אַלטער, זיך געפֿינענדיק בײַ זיך אין צימער, עפּעס שטאַרק אומרויִק א ▯▯▯▯▯▯▯פֿאַנט. עפּעס האָבן אים די בלוטן שטאַרק געקאָכט און אין קאָפּ אַרױםג▯▯▯ ל▯ ▯▯▯, די שלײפֿן זײַנען אים געװען צו ענג זײ אײנצו- ----------- 428 ד ע ר נ ס ת ר האַלטן, און דער קאָפּ האָט אים, װי אונטער שטאַרקע רײפֿן, געטרישטשעט. ער האָט זיך געפּרוּװט, װי זײן געװױנשאַפֿט פֿאַר דער לעצטער צײַט, אין אַ װאַנט מיטן רוקן אָנשפּאַרן און מיט געבױגענע ק▯ני זיך אױף דער ערד אַראָפּלאָזן. דאָס האָט אים אָבער ניט פֿאַרלײַכטערט, נאָר, פֿאַרקערט, אים פֿון אָרט אױפֿגעריסן נאָך שטאַרקער און מיט מער אומרו, װי אײדער ער האָט זיך אױף די קני אַראָפּגעלאָזט. ער האָט אױסגעזען, װי אַ חיה אין אַ שטײַג, װען נאָך לאַנגן, אומרויִקן הין־און־הער זיך אומדרײען, לײגט זי זיך דערנאָך אַװעק אַן אױסגעשעפּטע און רו־גאַרנדיקע, אָבער באַלד טוט זי זיך װידער װי אַן אָפּגעבריטע און װי פֿון עפּעס אַ װילדער דערמאָנונג, פֿון אָרט אַ הײב, און נעמט נאָכאַמאָל, װידער און נאָך מיט מער אימפּעט זיך אומדרײען. עפּעס איז הײַנט מיט אַלטערן געשען: אָדער ס'האָט אַן איכערבלײב פֿון אַמאָל אין אים געברױעט, פֿון דעמאָלט, װען זײן געװיסע קרענק האָט אים אָפֿט געצװוּנגען הױד אױף אַ קול אַרױס און זײן װײטיק אױסצושרײַען; אָדער אפֿשר איז דאָס פֿון זײן נײ־אים־צוגעקומענעם — פֿון דעם פֿאַלנדיקן, װאָס האָט פֿאַרקערט, װי דאָקטױרים האָבן געזאָגט, אים אױסגעלײזט פֿון זײן קרענק, אָבער װאָס פֿון צײַט צו צײַט האָט דאָס אים געמוזט באַפֿאַלן און אים שלאָגנדיק טרעפֿן ▯ אַזױ, אַז הײַנט איז בײַ אים געװען ערבֿ־פֿאַלדניקן, מעגלעך... מע האָט געזען: װי אַ שװערע, ביטערע לאַסט װאָלט אים באַלאַגערט, פֿון װעלכער ער קאָן ניט אָפּעטעמען, גלײַך עמעצער װאָלט אים בײַם גאָרגל געהאַלטן, און אַלטער האָט, כּדי זיך אָפּבלאָזן, דעם קאָלנער פֿונעם העמד און אַלע פֿאַרשפּיליעטע קלײדער אױפֿגעשפּיליעט, װען מע װאָלט אױף אים דעמאָלט אַ קוק געטאָן, װאָלט מען געזען, אַז זײן בליק איז אים װי פֿאַרלױרן, און מחמת זײן טיף־ברױענדיקן אומרו איז ער הױלער געהער, צוהערנדיק זיך צו זיך אַלײן, װי צו זײַנע אײגענע אינגעװײדן, פֿון װעלכע ער װאַרט אױף אַ טרעפֿעניש, װאָס דאַרף זיך אים פֿון דאָרט אַרױסבאַװײַזן אָדער באַלד, תּיכּף, אָדער אין אַ פּאָד שעה אַרום שפּעטער. פֿון גרױס אומרו און נישט װיסן רואָס צו טאָן מיט זיך, האָט אַלטער זיך געװאָלט װענדן צום פּאַפּיר און צו זײן אַמאָליקן בריװ־שרײַבן, און אַזױערנאָך אױסצולאָדן דאָס, װאָס האָט אַרױסגעשפּאַרט פֿון אים, ביז אים אױפֿצורײַסן. ער האָט געטראַכט צו דערצײלן פֿון דעם, װאָס ברױזט אין אים איבעריקס — פֿון יענע זײַנע גלוסטונגען, װאָס געפֿינען אין אים קײן אױסגאַנג ניט, און װאָס ער גײט מיט זײ אַרום בײַטאָג געשלאָסן, נישט האָבנדיק אַפֿילו אױף װעמען די אױגן אָנצושטעלן, און בײַנאַכט דרײט ער זיך מיט זײ אַרום צװישן די דינסט־בעטלעך, װוּ מער קײן הנאה, װי נאָר אױף אַ לײַכטן אָנרירן זיך אין דעם, װאָס אים איז ליב, קאָן ער גאָרניט האָפֿן, און װאָס אַפֿילו אָט דאָס פֿון אַ קינדערשער בעבערײ, װי פֿון אַ מאירלען, אָדער אין דער פֿאָרם, װי ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 29▯ לײַכטע אָנרירן זיך איז אים אױך די לעצטע צײַט גערױבט געװאָרן, מחמת אײנס אַ בעטל, אַרום װעלכן ער פֿלעגט זיך די לעצטע צײַט אַרומדרײען, האָט פּלוצעם דאָרט גענומען אױספֿעלן — דאָס בעטל איז ניט געבליבן. דאָס איז ▯▯▯ ו▯אָ▯ ▯▯▯▯▯ר▯▯▯ ▯▯▯▯▯▯י▯ו▯ ▯ו▯י▯ו▯▯▯מ▯ דערגרײכז זײ אַרױף איבערגעבראָכענע און שטיקלעך — אָדער אין דער פֿאָרם פֿון אַ קינדערשער בעבערײ, װי פֿון אַ מאירלען, אדער אַן דער פֿאָרם, װי גיטעלע האָט זײ אים אַרױפֿדערלאַנגט, נישט רעכענענדיק זיך מיט אים, װי מיט אַ גולם: אָפּגעזאָגט און אַװעקגעגאַנגען, אים איבערלאָזנדיק אַן אומ־ אָנטײלנעמענדיקן און װי קײן מײנונג־נישט־האָבנדיק קינד. — צרות, װי ראָבן, האָבן אים אַרומגערינגלט, — האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער דערצײלט, אין זײן בריװ שרײַבנדיק, — זײ דערקלײבן זיך צו זײַנע אױגן, צו זײן לײב און נעמען אים פּיקן און פֿון אים שטיקלעך רײַסן. — װײ צו אים, — האָט ער אַ פֿאַרצװײפֿלטער אין דעם געדאַכטן בריװ אױסגעשריגן, — דאָס שטרױעלע, פֿאַר װעלכן ער האָט זיך אָנגעכאַפּט, זיך טרינקענדיק, און דורך װעלכן ס'האָט אים געדאַכט, אַז ער האָט זיך צו אַ שטיקל כרעג צוגעשלאָגן, האָט אים אָפּגענאַרט: ס'קײן שטרױ און קײן ברעג, און ער איז װידער באָדנלאָז און פֿאַרלױרן. ער שטײט אינמיטן שטוב, און ס'דאַכט אים, אַז ער זיצט גאָר; ער קוקט אױפֿן לאָמפּ און זעט נישט די שײן... און זײן אָפּגעזונדערטקײט און קרענק קומען אים װידער אונטערן האַרצן, און װי אײנער, װאָס שטעקט אין זומפּ איבערן האַלד, האָט אױך ער שױן נישט מער, װי נאָר די הענט אַרױף אױפֿצוהײבן און בעטן הילף בײַם הימל, אָדער בײַ װעמען־ניט־איז, װער נאָר ס'טוט די הענט פֿון זומפּ זיך אַרױסשטעקן דערזען. ער זינקט, ער פֿילט, אַז גאָר אינגיכן דאַרף מיט אים עפּעס טרעפֿן — אָדער הײַנט, אָדער מאָרגן, אָדער באַלד, אָדער שפּעטער — אַ זאַך, װאָס האָט אים שױן לאַנג געהאַט אָפּגעלאָזט, און װאָס קלײַבט זיך, מעגלעך, אים װידער אין אַ נײַער, אין אַ נאָך מער פֿינצטערער און קעלערדיקער לאַגע אַרײַנװאַרפֿן. — אױ לי ואױ לנפֿשי *) — האָט ער װײַטער אין געדאַכט שרײַבן פֿאָר־ געזעצט, — ס'דאַכט אים די לעצטע צײַט אָפֿט▯ אַז די גאַנצע שטוב איז פֿון עפּעס אַ װאָלקן אַרומגענומען, װעלכער דרינגט אַרײַן דורך אַלע טירן, פֿענצטער און שפּאַרונעס — צו אַלעמען אין שטוב אין האַרצן, און צו אים, צו אַלטערן, אין מוח, און דער װאָלקן װערט אים װאָס אַמאָל געדיכטער, געדיכטער, װאָס אַמאָל פֿינצטערער און פֿינצטערער, און פֿון ערגעץ זעט ער שױן קײן שײן נישט, סײַדן נאָר צװײ צאַנקענדיקע ליכט װײַזן זיך איס אַמאָל פֿונדערװײַטנס. און דאָס זײַנען זײַנע ברידער, װעלכע זײַנען אים נאָר דער אײנציקער אָנהאַלט *) װײ איז צו מיר און װײ איז צו מײן זעל. ----------- ▯ ▯ 430 ד ע ר נ ס ת ר געבליבן, און פֿאַר װעלכע ער װאָלט זיך נאָך געקאָנט, װי אין אַ שטיק טרײסט, אָנכאַפּן — לוזי און משה, איז אָבער אײנער, לוזי, ניטאָ, און אױך דער צװײ־ טער, משה, גליטשט זיך אים אַרױס און דערװײַטערט זיך אים װאָס אַמאָל מער. בײַ אַלטערן האָט זיך שױן דעמאָלט, שטײענדיק אינמיטן שטוב און אױס־ לײגנדיק זײַנע ▯קרענקלעכע געדאַנקען, שױן שטאַרק אין מוח געפּלאָנטערט. ער האָט טאַקע באמת קײן אָנהאַלט ניט געהאַט, און ס'האָט אים געדאַכט, אַז צװישן הימל און ערד הענגט ער — מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרױף, און די גאַנצע שטוב, און אַלע זאַכן פֿון שטוב האָבן אים אױסגעזען איבער־ געקערטע: דער טיש מיטן לאָמפּ פֿון אױבן, און די סטעליע פֿון אונטן — און באַלד װאָלט זיך אים אױך זײן קאָפּ איבערגעקערט, און ער װאָלט אין אַן איבערגעקערטער שטוב מיטאַמאָל אַ פֿאַל געטאָן, װוּ ס'װאָלט זיך אים איצט ▯ ניט געמאַכט, צי אױפֿן פּאָל, צי אױף דער סעטליע, אַלצאײנס װוּ געפֿאַלן... ▯ יאָ. ס'איז שױן װײניק דערצו אָפּגעגאַנגען. נאָר אין דער מינוט, װען דאָס האָט געזאָלט געשען, האָט זיך פּלוצעם די טיר געעפֿנט, און אױף איר שװעל האָט זיך באַװיזן זײן ברודער משה. אַלטערן האָט זיך לכתּחילה געדאַכט, אַז ס'איז אַן אױסװײַזעניש, אײנס פֿון די, װעלכע זײַנען אים נאָר־װאָס אין זײן מו▯ דורכגעלאָפֿן. ער האָט זיך די אױגן אַ װיש געטאָן, כּדי זיך איבערצײַגן, צי זעט ער דאָס אױף דער װאָר. נאָר באַלד, װי די ערשטע אומגעריכטקײט און איבערראַשונג איז אים אַריבער, און ער האָט פֿונעם ברודער דעם „גוטן־אָװנט” דערהערט, אַזױ האָט ער זיך פֿון טרױם און צעמישטקײט אומגעקערט, ער האָט אונטער די פֿיס עטװאָס מער באָדן געקראָגן, אין מוה מער קלאָרקײט, און ער האָט זיך פֿון זײן אָרט אַ כאַפּ געטאָן און דעם ברודער װי אַנטקעגן געלאָפֿן. משה מאַשבער האָט געזען, אַז ער האָט איצט אַלטערן געטראָפֿן אין גרױס פֿאַרלױרנקײט און אין אַזאַ שטאַנד, װען יעדע אומגעריכטקײט װירקט אױפֿן געטראָפֿענעם פּלעטנדיק. משה מאַשבער איז דערום, נישט באַלד אַרױס מיט זײן ענין, צוליב װעלכן ער האָט זיך אַרײנגע▯טעלט. ער האָט אַ װײַלע, באַלד נאָכן צוזעצן זיך און פֿאַרנעמען פּלאַץ בײַם טיש, װעגן עפּעס אַנדערש, װעגן זײַטיקס מיט אַלטערן אַ שמועס פֿאַרפֿירט, און דערנאָך, אַז ער האָט אױף אַלטערן אַ געװיסע באַרויִקונג באַמערקט, אַז ער האָט באַמערקט, אַז יענער איז שױן פֿײיִק זײן געהער צו מער ערנסטערס צו נײגן, איז ער פּאַמעלעך־ פּאַמעלעך שױן צו זײן אײגנטלעכן ענין צוגעטראָטן... — ער װײסט, אַלטער, צו װאָס ער, משה, איז צו אים איצט געקומען? ער איז מיט אים געקומען זיך דורכרעדן מכּוח דעם, װאָס אַלטער, אױב ער געדענקט, האָט אים אַ שטיקל צײַט דערפֿריער געבעטן דאָס אין זינען האָבן... ער, משה, האָט די גאַנצע צײַט געטראַכט דערפֿון, אָבער אַזױ װי ער איז איצט שטאָרק אין די געשעפֿטן פֿאַרדרײט און, װי אַלטער װײסט, איז מען אױך פֿול ----------- ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 431 מיט אַנגסט פֿון נחמהקעס קרענק, האָט ער דערום דאָס געמוזט אָפּלײגן אױף ביז איצט. און איצט איז אַזױ: — ער האָט לאַנג געקלערט, משה, ער האָט זיך אָנגעפֿרעגט, און איצט האָט ער פֿאַר אים געפֿונען דאָס, װאָס ס'דאַכט זיך, אים באַשערט. פֿאַר משה מאַשבער איז, צוטרעטנדיק דעם ענין אױסצולײגן, אַ שװערע, זײער אַ שװערע אױפֿגאַבע געשטאַנען, נעמלעך: װי אַזױ רעכט מאַכן פֿאַר אַלטערן, אים צו פֿאַרשטײן געבן און דערנעענטערן אים צום שׂכל, אַז דאָס, װאָס מע לײגט אים איצט פֿאָר, איז כאָטש אױפֿן ערשטן קוק נישט גלײַך, נישט פֿאַר אים, און װען יענער איז אין אַן אַנדער שטאַנד, װאָלט דאָס קײנמאָל קײנעם ניט געקומען אױפֿן זינען אים פֿאָרצולײגן; אָבער איצט, איז אין־ ברירה, איצט איז קײן אַנדער אױסװעג נישט מעגלעך, און יענער, אַלטער, דאַרף מיט דעם שלום מאַכן, אַזױ װי אַלײן משה, אַזױ װי אַלע פֿון די אײגענע, װעמען ער האָט דערצײלט דערפֿון, זײַנען דערױף אײַנגעגאַנגען און מיט דעם אײַנגעשטימט. משה האָט געזאָגט: — ס'אַן אָרנטלעכע, ייִ▯▯ישע טאָכטער. מ'האָט זיך אױף איר נאָכגעפֿרעגט... אײגנטלעך, האָט מען זיך פֿאַרשפּאָרט נאָכפֿרעגן, װײל מע קען זי. זי איז אַ שטוב־מענטש, כּמעט אַן אײגענע, זי אַרבעט שױן זײט עטלעכע יאָרן בײַ אונדז טאַקע.. אמת, ס'איז אַ ביסל פֿונעם נידעריקן גראַד, אָבער אַלטער װײסט דאָך און געדענקט, אַז נחות דרגא *) איז גאָרנישט אַזאַ פּסול, אַז פֿאַרקערט, אַז ס'איז אַפֿילו אָנגעזאָגט און געבאָטן, מ'זאָל זיך אַראָפּלאָזן בײַ אַ װײַב נעמען צו אַ נ▯ות דרגא. — און דער עיקר, — האָט דאָ משה צוגעעגבן, — איז דאָך פֿאָרט, אַז דאָס קרן איז אַ קרן, דער מעטש — אַ מענטש, און אַז אַזאַ, װי זי, אַז זי װעט אָנ־ קומען אין אַזאַ שטוב, װי זײַנע, צװישן אַלע קינדער און אײגענע, װעט מען ▯ אַװדאי זען פֿון איר אַ לײט מאַכן... אײגנטלעך, פֿאַרשפּאָרט מען גאָר מאַכן. װײל, לױט אַלע סימנים, איז זי אַזױ אױך זײער לײַטיש. — דערצו װידער, האָט משה װײַטער פֿאָרזיכטיק געזאָגט, — מון ער אים, אַלטערן, זאָגן, אַז, װי אַלטער אַלײן װײסט און פֿאַרשטײט, איז אַזאַ, װי ער, נישט פֿאַר שדכנים און נישט פֿאַר קײנעם מיט װעמען מע װאָלט אים אַנדערש גערעדט, קײן איכעריקער געהױבענער צד ▯נישט... װײל װי גרױס ס'זאָל ניט זײן זײן יחוס, װי פֿײַן ער, אַלטער אַלײן, זאָל נישט זײן, אָבער זײן קרענק איז דאָך אַלעמען באַװוּסט, און נישט יעדערער — סײַדן נאָר פֿון אַן אָרעמען גראַד, װעט זיך דאָך אױף אַזאַ, װי ער, נישט קװאַפּען און מיט אים זײן גורל נישט װעלן בינדן. אַזױ, אַז אױב ניט די, אױב ניט יענע, װאָס משה *) אַ ניועריקער גראַך. ----------- 432 ▯ ד ע ר נ ס ת ר לײגט אים דאָ איצט פֿאָר, װאָלט מען סײַ־װי, סוף־כּל־סוף, געמוזט באַשטײן אױף אַן ענלעכער, װי זי, װײל קײן בעסערס װאָלט זיך ניט גע▯ונען און אױף מער פּאַסיקערס זײַנען ניט ▯קײן אױסזיכטן ניטאָ. —. און נאָך, — האָט דאָ משה צוגעגעבן און דערבײַ שױן אַ ביסל שטילער און װי אַ סוד אײנראַמענדיק, — זאָל ער װיסן, אַלטער, אַז ער, משה אַלײן, איז איצט אַזױ געענגט און אַזױ געשעפֿטלעך אַראָפּגענידערט, אַז װען אַפֿילו ס'זאָל יאָ מעגלעך זײן אַ מער פּאַסיקס, און װען דער צװײטער צד װאָלט גע־ װאָלט, װי ס'טוט זיך אין אַזױנע פֿאַלן, זיך באַװאָרענען, ד. ה., אַז װיבאַלד יענער גײט פֿאַר דעם, װאָס ער װיל ניט איבעריקס, זאָל מען אים דערפֿאַר אַ גרױסן נדן און גרױס אױסשטײַער סילוקן, — איז װען דאָס זאָל אַפֿילו מעגלעך זײן, איז ער, משה, איצט ניט אימשטאַנד אױף אַזױנע פֿאָדערונגען אײַנצוגײן און אַזױנס אָנצונעמען; װײל, װי געזאָגט, איז ער איצט לחלוטין ניט ביכולת: בײַ זײן בעסטן װילן איז דאָס פֿאַר אים אױסגעשלאָסן, און ער האָפֿט נאָר, אַז שפּעטער, אַז גאָט װעט העלפֿן, אַז ער װעט זיך איבערדרײען, װעט ער ערשט דעמאָלט זען אים, אַלטערן, מיט זײן קומענדיקן װײַב באַ־ װאָרענען... און װײַטער, — האָט ער געזאָגט, — איז מיט דער זאַך דאַרף מען ניט זאַמען, װײל אים, משהן, איז גענוג ▯דאָס, װאָס אַלטער אַלײן האָט אים געזאָגט. הײַנט אױך דאָס, װאָס ער פֿאַרשטײט פֿון זיך. אַזױ, אַז מע דאָרף ניט אָפּלײגן, און מע מוז זיך װאָס גיכער באַשליסן, און ער האָפֿט, משה, אַז אױך אַלטער װעט זײן װאָרט און הסכּמה געבן, װעט מען קאָנען גאָר אינגיכן די חתונה פּראַװען כהלכה *), װי דער דין און מינהג פֿאָדערט, װײל מיטן צװײטן צד, מיט איר, איז שױן אָפּגערעדט: זי איז באַשטאַנען און פֿון איר זײט איז ▯ייִן מניעה. — אױך אַלע אײגענע, — האָט משה געזאָגט, — זײַנען מסכּים. ער האָט אױך מיט לוזין װעגן דעם גערעדט, און אױך אים איז דער געדאַנק געפֿעלן. — לוזי?! — האָט אַלטער דאָס אַלץ אױסהערנדיק, נאָר בײַם לעצטן משהס װאָרט זיך אָנגעכאַפּט און האַלב װי אױסגעשריגן, האַלב גאָר פֿאַרװוּנדערט אַ פֿרעג געטאָן. — לוזי? — האָט אַלטער נאָכאַמאָל אַ פֿרעג געגעבן, גלײַך ער האָט אין זײן נעפּל־פֿאַרמישטן און פֿינצטערן מוח אַ װײַט ליכטל דערזען, האָט זיך דערפֿאָר געדאַנקלעך פֿאַרהאַלטן, װי װעלנדיק דאָס מיט דער האַנט דערלאַנגען. פֿון אַלע משהס רײד זײַנען אים איצט קלאָר געװאָרן — ערשטנס, אַז מע רעדט אים דאָ אַ שידוך; צװײטנס, אַז מע רעדט אים מיט דער, װאָס איר נאָמען האָט מען דאָ ניט אָנגערופֿן, נאָר װאָס ער װײסט אים גוט אַלײן, מחמת אַרום איר האָט ער זיך דאָך אַזױ אָפֿט אין די בײַנאַכטן אַרומגעדרײט; דריטנס, *) װי עס דאַרף צו ז ייִן. , ▯ ־ ▯ ----------- ד י מ ש פּ ▯▯ ▯ מ אַ ש ב ▯ ר 33▯ אַז קײן אַנדערע אים רעדן איז מען איצט, סײַ איבער אים אַלײן, סײַ א▯בע▯▯ אַנדערע סיבות, ניט אומשטאַנד; פֿערטנס, אַז זי אין שױן באַשטאַנען, און אַז איצט פֿאָדערט זיך פֿון אים, אַז אױך ער זאָל זײן הסכּמה געבן; און צום לעצטן: אַז אַלע װײסן שױן דערפֿון און זײַנען מסכּים, אױך לוזי, װאָס, װי ס'װײַזט אױס, אין ער ערגעץ אין שטאָט דאָ אַ גאַסט, אָדער אַ תּושבֿ, און ער האָט ביז אַהער ניט גערווּסט דערפֿון; אךן אָט דאָס אַלץ האָט זיך אים איצט צוזאַמענגעמישט, און אױף דער פֿראַגע: צי איז ער יאָ, צי ניט מסכּים אױף דעם, װאָס איז אים דאָ נאָר־װאָס אױסגעלײגט געװאָרן, האָט ער מער נישט אין דער ערשטער מינוט געהאַט צו ןאָגן, װי נאָר זיך צו פֿאַרװוּנדערן און בײַם ערשטן אומשולדיקן װאָרט זיך פֿאַרטשעפּען און דעם אַנטקעגן מיט אַ פֿראַגע אַרױסקומען: — האַ, לוזי?! משה האָט זײן שטאַנד פֿאַרשטאַנען. ער האָט זײן איצטיקע פֿאַרלױרנקײט און אָן־לשון פֿאַרטײַטשט דערמיט, װאָס אַלטערן איז איצט אַזױנס פֿאַ▯▯געבן געװאָרן, װאָס װעגן דעם צו רעדן איז שװער אַפֿילו פֿאַר אַ געזונטן, בפֿרט פֿאַר אַזאַ, װי אַלטער, בײַ װעלכן מע דאַרף אַזױ גיך, אױף דער הײסער מינוט, ניט פֿאָדערן קײן ענטפֿער, און בעסער איז אים אַ ▯לײן שטיקל צײַט לאָזן צו רו, ער זאָל אַלײן די לאַגע און דעם „פֿאַר” און „קעגן” אין רו באַטראַכטן. משה האָט דערום טאַקע אַןױ געטאָן. —▯ באַטראַכט זיך, אַלטער, — האָט ער געזאָגט, —▯ באַקלער זיך. ס'האָ▯ צײַט און אין די נאָענטסטע טעג װעל איך צו דיר נאָך תּשובֿה אַרױפֿקומען װען משה װאָלט דעמאָלט אױף אַלט▯▯רן אַ מער פֿאַרשטײענדיקן און מעו דורכדרינגלעכן בליק געטאָן, װאָלט ער, מעגלעך, אַזױ גיך פֿון זײן אָרט זי, ניט אױפֿגעהױבן, אַזױ גיך זײן צימער ניט געװען פּאַרלאָזט, װײל אַזאַ, ו▯ אַלטערן, אין אַזאַ שטאַנד, אין װעלכן ער האָט זיך איצט געפֿונען, איז קלאָ געװען צו זען, אַז ניט נאָר די נײַס, װאָס מע האָט אים דאָ נאָר▯▯װאס אַרױכ געבראַכט, האָט אױף אים אַזױ צעדרײענדיק געװירקט, נאַר אַז די נײַס א שױן אױף אַ פֿריִער צעדרײטן באָדן געפֿאַלן, אױף אַן אומרויִק־קרענלעכ▯▯▯ און געװירקט האָט זי, װי פֿעטס אױף צעגליטן אײַזן. אַלטער האָט ניט באַװיזן מיט קײן אײן װאָרט מכּוח דעם עצם ענין אַרױס▯ צוקומען, מחמת, װי משה האָט ריבטיק פֿאַרשטאַנען, איז דער ענין ניט אַןאַ, װעגן װעלכן ס'לאָזט זיך, גלײַך נאָכן פֿאָרשלאָג אױף אים ענטפֿערן; און װידער מחמת דעם, װאָס משה האָט שױן ניט פֿאַרשטאַנען ▯־ דערפֿאַר, װאָ▯ אַלטער האָט אַזױ פֿיל אין קאָפּ געהאַט נאָך אײדער משה איז צו אים אַרױפ▯ געקומען, ובפֿרט איצט, װען ס'איז אים איבערגעגעבן געװאָרן צו לײזן אַזאַ זאַך, צו װעלכער ס'פֿאָדערט זיך באַזונדערס קלאָרקײט און גרױס ישוב־▯▯רעת, װעלכע אַלטער האָט, אין איצטיקן מאָמענט, ניט געהאַט קײן סימן דערפֿון. ----------- 434 ד ע ר נ ס ת ר אין דער אמתן אָבער איז אַלטער שױן באַשטאַנען, אין דעך אמתן האָט ער גאָרנישט געהאַט א▯בערצוקלערן, און זײן ענטפֿער איז שױן פֿון פֿאָרױס באַ־ שטימט געװען —. אױף יאָ און אױף הסכּמה. װײל דאָס האָט ער דאָך אַלײן אױך געװוּסט, אַז קײן איבעריק געװוּנטשענער פֿאַר שדכניס און פֿאַר אַ העכערן גראַד שידוכים, װי דער, װאָס מע האָט אים דאָ נאָר־װאָס פֿאָרגעלײגט, איז ער ניט, און אַז ברעקלען זיך אין זײן שטאַנד איז ניט שײך; װי אױך ▯ דאָס האָט ער געװוּסט, אַז װען ער זאָל זיך יאָ ברעקלען, װאָלט אים איצט סײַ־װי ניט געהאָלפֿן, מחמת אַלע לאַגעס זײַנען איצט קעגן — די שטוב־לאַגע, װעגן װעלכער ער האָט פֿריִער דורך מאירלען, דערנאָך דורך גיטלען, און איצט פֿון משהן אַלײן זיך דערװוּסט, און װי ער האָט פֿאַרשטאַנען, האָט דאָס, אָט די לאַגע, אַלעמען געצװוּנגען די זאַך אָנצונעמען און אױף איר באַשטײן, אַפֿילו אַזאַ, װי משה אַלײן, װאָס אַן אַנדערשמאָל, אין אַנדערע צײַטן, װאָלט ער אַלײן פֿאַראינטערעסירט געװען דאָס ניט דערלאָזן צו שטאַנד קומען. אַװדאי איז ער באַשטאַנען, אַלטער. און דאָ האָבן אים נאָך צו אַלע צע־ ▯ טומלונגען פֿון הײַנטיקן אָװנט, נאָך די געװיסע פֿאָרשטעלונגען אין קאָפּ אַ שלאָג געטאָן, יענע, װעלכע האָבן אים די לעצטע צײַט געמאַכט בײַנאַכט אין קיך אומװאַנדלען און זוכן דאָרט כאָטש אַ מינדסט פֿון דעם, װאָס ס'װאָלט אים געקאָנט זײַנע לײַדנשאַפֿטן לעשן, אָבער װאָס אין דער אמתן האָבן זײ אים ▯ נאָך מער צעפֿלאַקערט. משה איז אַרױס, און אַלטער האָט אַפֿילו זײן „גוטע▯נאַכט” זאָגן ניט גע־ הערט, װײל אין די געבליטן האָבן אים שױן קלעזמער געשפּילט... און װיפֿל אַזאַ, װי אַלטער, אַזאַ אױסגעהונגערטער, האָט בײַ דע▯ געדאַנק פֿון חתונה האָבן געקאָנט לאָזן▯ זײן פֿאַנטאַזיע זיך צעשפּילן און זיך אױסמאָלן דאָס, װאָס אַזאַ הונגעריקער רײַסט זיך צו דעם, װי פֿון צװאַנגען — אַזױ פֿיל האָט זיך אַלטער טאַקע געמאָלט און זיך פֿאָרגעשטעלט. און אַ האָר, און גאָר אַ קלײן ביסל איז אָפּגעגאַנגען, אַז פֿון גרױס איבערראַשונג און איבערפֿלו▯ס פֿון געבליטן ▯ זאָל ער באַל▯▯ ניט אַ סידור עפֿענען, װי אין אַן ערבֿ־שבת, און זיך פּלוצעם אין אַ מיטװאָכנדיקן אױפֿדערנאַכט זיך נעמען זאָגן אַ מין לױב־געזאַנג, אַ מין געזאַנג פֿון אַלע געזאַנגען צו זײַנע בלוטן, װאָס שפּאַרן פֿון אים און שטעלן אים פֿאַר אַ בעט שױן נישט אין קיך געבעט, אַרום װעלכן ער פֿאַרשפּאָרט זיך שױן צו גנבֿענען און זוכן בגנבֿה קלײנע, פֿאַרבאָטענע פֿאַרגעניגנס, נאָר שױן אַ בעט, װי בײַ דעם מלך שלמה, בײַ דעם געליבטן פֿונעם געזאַנג פֿון אַלע געזאַנגען, אױף װעלכן זײן געליבטע װאַרט אױף אים אױף צו ליבן אים אַן אױסגעטאָן־גרײטע... און דאָ האָט זיך אַלטערן שױן גאָר דער קאָפּ פֿאַרדרײט. ער װײסט ניט, צי דער לאָמפּ האָט זיך אים מיטאַמאָל אױסגעלאָשן ,צי, פֿאַרקערט, ער האָט זיך אים מיטאַמאָל משונה צעפֿלאַקערט, און דאַכט זיך, די גאַנצע שטוב אַרום ----------- ▯ ד י מ ש פּ ח ה מ אַ ש ב ע ר 435 האָט פֿון אים גענומען ברענען. ער װײסט ניט, צי ער איז געבליבן אױפֿן אָרט, װוּ דער ברודער האָט אים, בעתן אַװעקגײן, איבערגעלאָזט — אַ שטײענז▯יקן, אָדער אַ ןיצנדיקן, — צי ער האָט זיך פֿון זײן אָרט גערירט און ער האָט גאָר אין שטוב אינדערלופֿטן גענומען אומפֿליען און די שטוב איז אים געװען ענג, די װענט האָבן זיך צענומען, און ער איז אַ פֿליִענדיקער אין דרױסן אַרױס ▯ אױף זיך אָפּקילן און אונטער די װאָלקנס הױך צו שװעבן. ער װײסט ניט... ער װײסט נאָר, אַז נאָך עפּעס, דאַכט זיך, װילדער מוזיק, װאָס האָט אים מיט- אַמאָל, װי פֿון טױזנטער כּלים אין קאָפּ און אין מוח אַ ריפּע געטאָן און װאָס צוזאַמען דערמיט איז אים עפּעס מיטאַמאָל אי שטאַרק ליכטיק, ▯▯י שטאַרק פֿינצטער געװאָרן, — האַט ער, דאַכט זיך, אױף דער ערד, װי פֿון אַ שטאַרק ▯ הױך אָרט אַ פּראַל געטאָן און װי געלײמט און געבונדן אַ שטיק צײַט, װי אַ גולם, ליגן געבליבן. די עלטערע דינסט אין קיך מעג שװערן, אַז יענעם אױפֿדערנאַכט האָט זי, פֿאַרן שלאָפֿן, איבערן קאָפּ בײַ זיך אין אַלטערס אײבערשטיבל עפּעס אַלטערן ▯ זיך צופֿיל און צו האַסטיק דרײען געהערט... זי האָט דאָס פֿאַר קײנעם ניט געהאַט צו זאָגן, װײל די ייִנגערע, גנעסיע, איז, װי באַװוּסט, די לעצטע טעג שױן נישט מער מיט איר אין קיך, נאָר ערגעץ אין אַן אַנדער צימער געשלאָפֿן. האָט זי ז▯ך אַלײן צוגעהערט און דערנאָך האָט זי מיטאַמאָל איבער איר קאָפּ, אין דער סטעליע, װאָס איז אַלטערס פּאָל געװען, אַ שטאַרקן קלאַפּ געהערט, װי װען מע װאַרפֿט עפּעס אום אַ שװערע זאַך — אַ טיש צי אַ באַנק — זי האָט אַלײן ניט געװוּסט װאָס. און אַזױ װי נאָכן פֿאַל איז באַלד שױן דאָרט אױבן שטאַרק שטיל געװאָרן, איז זי דערום גלײַך אײַנגעשלאָפֿן, אַ נישט װיסנדיקע. דאָס איז געװען דער צװײטער פֿאַל אַלטערס נאָך יענעם ערשטן, װאָס ס'האָט מיט אים בײַ זײן ברודער משה אין עס־שטוב פֿאַר אַלעמען אין די אױגן געטר▯פֿן. דאָס מאָל איז דאָס געשען אָן עדות און אָן קײנעם, און אַזױ װי ער איז איצט אַלײן אַנידערגעפֿאַלן, אַזױ אַלײן האָט ער זיך דערנאָך אױפ▯ געהױבן, אױפֿגעשטעלט, אױסערלעך מיט קײנע סמנים ניט פֿונעם פֿאַל, אָבער אינערלעך שטאַרק מיד און װי אַלע בײנער װאָלטן אים געװען צעקלאַפּט און איבערגעבראָכן. ס ו ▯ף ▯ ▯ ----------- װערטער־פֿאָרטײטש ונגען ▯ זײט ▯2 טיליגעס — װעגענער ▯ תק'ער — ▯▯▯ רובל פּאָזיט — פּאַפּירן געלט ▯▯ מפֿשיטים — פֿעל־שינדער נושאי־מיטהניקעס — ▯ואַמ מראַגן דעמ אַרון מימ אַ מױמן ▯ ▯▯ הנהגח — פֿירע▯▯ ▯▯ מטרוניתאָ — האַרנטע ▯ ירגזון — ▯עס, צאָרן חורג־נפֿש — ▯ מערדער פּטירה — טױט פֿו▯ אָ צדיק מגע־משׂא — געשעפֿטן, באָציִונגע▯ ▯▯ אלכסון — אין דער קרוס ▯ ▯▯ אוהל — אַ גע▯עלט, אַ מױערל פּון אַ צדיק אױ▯ אַ בית—עו▯ס ▯▯ נכנעדיק — אונטערטעניק 1▯ מש▯יח — אױ▯זעער 2▯ עובֿדה — אַרבעט, אױפֿגאָבע ▯ בראש — אי1 דער שפּי▯ ▯ קניה — אײנקױ▯ יושבֿ — אָ שטענדיקער זיצער בײַ אַ רבין▯ ▯ ▯קורב — אָן אַנהענגער, אַ נאַ▯פּאַ▯גער ▯ הדרת־פּנים — אָ שײן אױסןע▯ 9▯ רחמנא ליצלן — גאַמ זאַ▯ אַפּהיטן ▯ן שינױ־טאָג — אָן ענדערונג אין טאַג בגדים — קלײדער, ו▯▯רי▯יס ▯ ▯▯ תּרעומות — טענות ▯ ▯▯ מסופּקע — נישט זי▯ערע 1▯ מקבלים — אַרעמע לײט, װאַס זאַמלען געלמ 9▯ לא עלתה על דעתו — נישט אַרױ▯ אױפּן זינען 436 ----------- זיוט ▯9 עובֿר־בטלש — גאַרנישמ ▯װענדיק מבֿולבל — ▯עמישט 91 שעת־הכושר — ז־▯ פּאַ▯▯ק▯▯ ▯י▯ט 92 עברינים — פּאַרש▯▯מע, הפּקר—מענטשן ▯9 שטחן — פּלע▯ער, ערטער ▯9 לכן — דעריבער ראַיות — באָװי▯זן סימן בנין — אַ ▯י▯▯ן פּון אַ געב▯▯דע ▯9 אב־חודשדיקע — פּון חודש אַב, אינמיטן זומער ▯▯1 תּם — אַ נאַיִװער געפּדיונט — געגעבן פּדיונות, אױסלי▯▯▯—געל▯ ▯()1 קדמון — אַמאַליק, פּאַר▯ייִטיק 111 נשאר — איבערבלײבע▯ץ ▯▯11 בני־בית — שטוב—מענטשן ▯11 פּגם — אַ פּעלער ▯11 מבֿלבל — ▯עמומ▯ען, ▯עמישן נטיה — נ▯י▯ונ▯ ▯12 כיתות — גרופּעמ, מעקטעמ ן12 תּוך ענינים — װי▯מ▯קע פּראַגן אומאַן —אַ שטאַמ אין קיִעװער געגנט, װוּ ר, נחמן בראָסלאַװער ליגט באָהאַלטן ▯▯1 ראַװין (רוסיש) — ▯—ב ▯ 1▯1 ראַיה — דאָמ זעען 2▯1 הלבשה — ק▯▯ידונג, אַנמוע▯▯ ▯▯1 גדר — ▯ױמ, גרענע▯ ▯ ▯▯1 ניחא — ליב, צופּר▯ז־ן ▯▯1 בעלנים — גר▯ימ צו ▯▯1 נוגע — ש▯יד, אָנגעהעריק ▯▯1 לאחדים — א▯ינצל 1▯1 בעד עגלה להמשרת ־— פּאַרן פּור▯ דעמ משרת ▯▯1 אַ כּל־בו — אַ▯▯ אין דער קאַרמ, אַן אױמװוּר▯ 437 ----------- ▯ זױט ▯▯1 טהרה —▯ רײניק▯, װאָשן אַ מת ▯19 קיצבֿה — שסיצע נוהג — ן▯ד פֿיר▯ 91▯ חעןה — דרײסטק▯יט, הו▯פּה 192 צעכּעסט — אָרײן אין ▯עס ▯ ▯2 אופּאָרען — פּאַרטיק װערן ▯2 יקרן — אַ טי▯ערער 9▯2 יורד — געפּאַלענער, פֿאַראָרעמטער מראח — אױסזע▯ קדמונים — פּון פֿאַרצי▯טן ▯▯2 משופּע —־ שאָר▯־קרוס, שאַר▯—אָראָפּ ▯ ▯▯21 חולשה — אַ שװאָ▯קײמ ▯ ▯ן2 נישט כּשורה — נישט גלאָטיק, נישט ▯שוט ▯21 געישובט — געטראַ▯ט, זיד איבערגעלי▯גט 219 בטוחות — זי▯ערקי▯ט, גאָראָנטיע נבזהדיק — מיִוס, עקלדיק ▯22 משׂא־ומתן —־־ האַנדל, מסחר עסקא — פּראָצענט 221 ערבות —— גאָראָנ▯ױע ▯ אױף עולמות — או▯▯ רעליגיעזע ▯װעקן פּני — אַ▯עזעענע לײט, רעדל—פּירער ▯22 מעביר נחלה זײן — אַפּזאַגן אַ קינד פּון ירושה ▯ 229 פּסול — חסרון פּסלנות — פּאַרברע▯ן, עװלה 1▯2 מגע־משׂא — באָריר, באָצי▯ונג ▯▯2 פּוגע בכּבֿוד זײן — פּאָרשעמע▯ ▯▯ מוסיף זײן — צוג▯נבן, הע▯ערן דעס פּרײן 1▯2 ניט בנמצא — נישט צוס קריג▯ ▯▯2 ספֿק רוס — אין ▯װײפּל צי ער איז אַ רוס ▯2 לפּנים — פּון יוצא זײן ▯ ▯2 זקניש — אַלט, פּאַרעלטערט 438 ▯ ----------- ▯ן2 מרידה — בונט, אױפּשטאַנד בתוכם — אין דער צאַל טובת הנאה ▯— פּאַר א▯יגענע נו▯ן 2▯2 זמנים — טער▯ינען ▯▯2 בן אָדם — אַ מענמש ▯29 ירדן — אַ ט▯▯ד אין אר▯—ישׂראל ▯29 ערבֿ גוסס — האַ▯ט ב▯י גמימה ▯▯▯ לאחדימדיקע — אױ▯ א▯▯נ▯▯—פּאַרקױ▯ ▯ שײרות — גרופּעס ▯▯▯ ביכולת — אימשמאַנד ▯)▯ נוטה — גענױגט ▯ ▯ בעל־דברן — אַ רעדנער ▯▯▯ שפֿל־המדרגה — אַ נ▯דער▯קער ▯וש▯ואַנד 1▯▯ בת▯ אסתּר — מ▯▯1 טאַ▯טער אמתר ▯▯▯ הכנעה — אונמער▯עניק▯ימ, דערנ▯דערונג אַר▯יסגעמשלחט ▯־— אַרױסגעשיקמ ▯▯▯ מעיז זײן — רעדן אַנמקעגן ▯▯ שפֿלן — ▯ דער▯▯▯אַגענעמ, ▯ ערנידעריקמן ▯ פּחדים — שרעק ניחאער — ליבער, בעסער 9▯▯ אין־ברירה — ק▯▯ן אַנדער אױסװעג ▯9▯ מקום מקלט — אַן אַר▯ו ▯ומ אַנ▯ריוען, אַו▯ו▯ױפּן 1▯▯ על כּל פּנים — אין יעדן פּאַ▯ מזכיר — דערמאָנען ▯▯ מיושבער — באַמראַ▯טער, באַזאָ▯טער הסברה — או▯פּקלערונג, געבן ▯ו פּאַו▯שמי▯ן ▯▯ דרכים —־ װעגן, שמועמן ▯1▯ רגילות — געװױנ▯▯▯▯ט ▯▯ אומנחתדיקן — אַן נחת, אַן פּאַרגעניגן 1▯▯ גזר —▯ אורטײל 2▯ סילוקן — ▯אַ▯ן, דעקן 438 ▯ ----------- ▯ ▯ א י נ ה אָ ל ט ▯ ▯▯ זײט דער נסתר —▯אַפּהאַ▯ד▯ונג פּון נחמן מײזי▯ — — — —▯— — —— —— ▯ ▯ פֿאָרװאָרט צום בוך — דער נמתר — — — — — — — — — — — 21 ▯ קאַפּיטל 1. די שטאָט N ——▯— — — — — — — — — — — — — ▯2 ” 2. משפּחה־כראָניק —▯ —,— — — — — — — — — — —— 1▯ ” ▯. לוזי בײַ די זײַניקע — — — — — — — — — — — — ▯9 ” ▯. סרולי גאָל — — — — — — — — — — — — ——, ▯▯1 ” ▯. דער קריג צװישן די ברידער — — — — — ——— — 1▯1 ” ▯. װידער סרולי — — — — — — — — — — — — — ▯19 ” ▯. אױף „פּרעטשיסטער” יאַריד —— — — — — — ▯ — ▯▯2 ” ▯. צװײ אױסערן יאַריד — — — — — — — — — — — ▯▯2 ” 9. אַ קלײן ביסל שטײגער — — — — — —— ——— — ▯▯ ” ▯1. כמאַרעס — —▯ —— — — — — — — — — — — — 12▯ ” 11. ערבֿ קראַך — — —— — — — — — — — — — — — ן▯▯ ” 12. אַלטער. דרײ באַזוכן בײַ אַלטערן — — — — — — — ▯ װערטער־פֿאַרטײטשונגען — — — — — — — — — — — — — — ▯▯▯ ▯ ▯ -----------