גײען אַ טענצל, גײען אַ טענצל,
װעסט גײן אַ טענצל, מײַן כּלה, מיט מיר.
און געזונגען, פֿאַרברענגט, געװאַרט די בילי הײס זאָל זײַן,
װעסט גײן אַ טענצל, מײַן כּלה, מיט מיר.
אָט קומט אַ שפּרינגבאָק אַ לעק טאָן פֿון דעם בילאַבאָנג
אַרױף איז דער שװאַגער, מיט פֿרײד אים געכאַפּט
און געזונגען, געשטופּט אַזש דעם שפּרינגבאָק אין דער טאָקערזעק
װעסט גײן אַ טענצל, מײַן כּלה, מיט מיר.
אָט קומט דער פּריץ, קוקט אַראָפּ פֿון גרױסן פֿערד
אָט די סאָלדאַטן, אײנס, צװײ, דרײַ.
װעמענס איז דער שפּרינגבאָק װאָס ליגט בײַ דיר אין טאָקערזעק?
װעסט גײן אַ טענצל, מײַן כּלה, מיט מיר.
אַרױף איז דער שװאַגער, געשפּרונגען אין דעם בילאַבאָנג,
אָסור װעט מיך כאַפּן, כלעבן! גערופֿט.
די נשמה-רואַך הערט זיך נאָך, װי מען גײט בײַם בילאַבאָנג
װעסט גײן אַ טענצל, מײַן כּלה, מיט מיר.