איך בלאָנדזשע אין געטאָ
פֿון געסל צו געסל
און קען ניט געפֿינען קײן אָרט;
ניטאָ איז מײַן ליבער,
װי טראָגט מען אַריבער? ---
מענטשן, אָ זאָגט כאָטש אַ װאָרט.
עס לױכט אױף מײַן הײם איצט
דער הימל דער בלױער ---
װאָס זשע האָב איך איצט דערפֿון?
איך שטײ װי אַ בעטלער
בײַ יעטװידן טױער
און בעטל, --- אַ ביסעלע זון.
פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער,
און ברענג מײַן ליבסטן,
מײַן טרײַען צוריק.
פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע,
אָ נעם מײַן האַרץ מיט
און גיב עס אָפּ מײַן גליק.
איך גײ צו דער אַרבעט
פֿאַרבײַ אונדזער שטיבל,
אין טרױער --- דער טױער פֿאַרמאַכט.
דער טאָג איז צעהעלטער,
די בלומען פֿאַרװעלקטע,
זײ װיאַנען, --- פֿאַר זײ איז אױך נאַכט.
פֿאַרנאַכט אױף צוריקװעגס,
עס נױעט דער טרױער,
אָט דאָ האָסטו, ליבסטער, געװאַרט.
אָט דאָ אינעם שאָטן
נאָך קענטיק דײַן טראָט איז,
פֿלעגסט קושן מיך ליבלעך און צאַרט.
ס'איז הײַ-יאָר דער פֿרילינג
גאָר פֿרי אָנגעקומען,
צעבליט האָט זיך בענקשאַפֿט נאָך דיר,
איך זע דיך װי איצטער
באַלאָדן מיט בלומען,
אַ פֿרײדיקער גײסטו צו מיר.
די זון האָט פֿאַרגאָסן
דעם גאָרטן מיט שטראַלן,
צעשפּראָצט האָט די ערד זיך אין גרין.
מײַן טרײַער, מײַן ליבסטער,
װוּ ביסטו פֿאַרפֿאַלן? ---
דו גײסט ניט אַרױס פֿון מײַן זין.