פֿאַר מײַן טאַטנס סוכּה
ברײַנע ראַבינאָװיטש
פּתח-תּיקוה ישׂראל
3.10.1943
מײַן טאַטנס סוכּה די שענסטע איז זי געװען
דאָס װעט אײַך באַשטעטיקן װער עס האָט איר געזען
דער שײנער פֿאַרפּוצטער דאַך
מיט די פֿרישע גרינע סכך
ער איז אין איר אַפֿילו געשלאָפֿן
און בײַנאַכט אושפּיזין געטראָפֿן
געװאַקסן אין איר האָט אױך אַ בױם
דאָס האָט געמאַכט איר אַזױ שױן.
אַ פּריזבע פֿון זאַמד האָט געדינט פֿאַר אַ באַנק
אַך װי עס בענקט זיך נאָך דעם אַפֿילו הײַנט
דורכן פֿענצטער די מאַמע דעם עסן געגעבן
עס האָט זיך געדאַכט מלכים זײ שװעבן.
די המוציא דער טאַטע געגעבן די חלה
אַ ברכה געמאַכט מיר די קינדערלעך אַלע
פֿינף קינדער מיטן טאַטן די זמירות געזונגען
און דאָס האָט אין געסל אַזױ אָפּגעקלונגען.
אַך װי עס בענקט זיך נאָך יענער סוכּה נאָך יענער צײַט
כאָטש דאָס איז שױן אַזױ לאַנג אַזױ װײַט.
פֿאַרברענט איז די שטוב מיט דאָס סוכּה צוזאַמען
אַװעק איז דער טאַטע מיט דער מאַמען אין פֿלאַמען.