זינגען מיט דער שטילקײט:
דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון דוד פֿראַמען
צום הונדערטסטן יובֿל פֿון זײַן געבױרן-יאָר
פֿון יוסף שערמאַן
פֿאַרקירצט און איבערגעזעצט: רעדאַקציע (ש"ב)
דעם 10טן יולי 1998, װען דוד פֿראַם איז נפֿטר געװאָרן צו פֿינף און אַכציק יאָר, איז אַנטשװיגן געװאָרן אײנער פֿון די חשובֿסטע און בלײַביקסטע ייִדיש-פּאָעטן פֿון דרום-אַפֿריקע. צום הונדערטסטן יובֿל פֿון זײַן געבױרן װערן איז אַ כּבֿוד פֿאָרצושטעלן אַן ביאָגראַפֿישן און קריטישן איבערבליק פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן, בשעת די צאָל פֿאַרבליבענע ייִדיש-פּאָעטן װערט װאָס אַ מאָל קלענער.
חוץ זײַן געבױרן-אָרט, די ליטע, איז דער פּאָעט געװען באמת באַקװעם, במשך זײַן פּײַנלעכן נע-ונאַד, נאָר אין לאָנדאָן. זײַן פֿאַרשטאָרבענע צװײטע פֿרױ, פּאַמעלאַ, איז געבױרן געװאָרן און האָט זיך אױפֿגעהאָדעװעט אין לאָנדאָן --- און כאָטש דאָס פּאָרפֿאָלק האָט דװקא פֿאַרבראַכט זײער גאַנץ זיװג-לעבן אין דרום-אַפֿריקע, האָבן זײ כּסדר גערעדט פֿון לאָנדאָן, װײניקער װי פֿון זײער הײם װי פֿון זײער גליק. נאָר װאָס טוט גאָט? דוד פֿראַמען װעט מען גראָד געדענקען װי דער חשובֿסטער ייִדיש-פּאָעט פֿון אַפֿריקע. זײַן דיכטונג, װי זײַן באַטײליקן זיך אין געזעלשאַפֿטלעכן, פּאָליטישן, און אַרטיסטישן לעבן פֿון זײַן אַדאָפּטירטער הײם, שפּיגלט אָפּ יענע כּוחות װאָס האָבן שטורעמיש געפֿאָרעמט דעם ראַיאָן. פֿראַמס שאַפֿן האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ רירנדיקן משל פֿונעם גלױבן פֿון מחנות ייִדן אימיגראַנטן אין דרום-אַפֿריקע, װאָס האָבן געשטרעבט אױפֿצושטעלן אַן אַפֿריקאַנער ,,גאָלדענע מדינה.'' דאַכט זיך אָבער אַז דער יײעש האָט די טעג די אײבערהאַנט איבער דער האָפֿנונג. שױן מער װי אַ יאָרצענדליק װי דרום-אַפֿריקאַנישע יונגװאַרג עמיגרירט כּדי צו זוכן זיך זײערע גליקן. דאָס רעדל, הײסט עס, האָט זיך שױן װידער איבערגעדרײט. אַזױ װי אין דער ליטע, אַ כּלומרשטיקע מקום-מנוחה, דערמאָנט מען זיך הײַנט אױך אין דרום-אַפֿריקע װי אין געבױרן-אָרט פֿון אַ דורכגעפֿאַלענעם צוזאָג. די דאָזיקע איראָנישע איבערחזרונג פֿון דער געשיכטע גיט צו נאָך מער טרױער צום אַנטױשסטן רעפֿרײן װאָס געפֿינט אַן אָפּקלאַנג אין פֿראַמס שאַפֿונגען:
איך האָב געמײנט, אַז דאָ װעל איך געפֿינען שױן מײַן רו,
אַז דאָ װעלן דערפֿירן מיך די טעג,
אַז ס'װעט מיך מער ניט אָנלאָקן דער װעג
צו װאָגלען װײַטער, ערגעץ אַנדערשװוּ.
און װידער בענק איך מיד נאָך שטילער, װײַסער רו.
איך האָב געמײנט, אַז ליב װעט זײַן מיר היגע ערד.
איז אָבער פֿון דאָס נײַ מיר װאַנדערן באַשערט
און זוכן נאָך אַ טרײסט אין ערגעץ אַנדערשװוּ.[1]
געבױרן געװאָרן אין פּאָנעװעזש אין 1903, האָט פֿראַם באַקומען אַ טראַדיציאָנעלן חינוך. בײַם אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט-מלחמה, װען אַ גזירה האָט פֿאַרטריבן די ייִדן פֿון תּחום-המושבֿ, האָט מען פֿאַרשיקט פֿראַם און זײַן משפּחה קײן סאַמאַראַ, רוסלאַנד. דאָרט האָט ער זיך געלערנט אין דער רוסישער גימנאַזיע, װוּ ער האָט זיך געדרוקט צום ערשטן מאָל צו 18 יאָר אין אַ סטודענטישן זשורנאַל, אױף רוסיש. אין 1922 איז ער אַרײַן אין דער ייִדישער גימנאַזיע אין װילקאָמיר. דאָרט האָט ער געװױנט און געלערנט בײַם גרױסן לינגװיסט יודל מאַרק, װאָס האָט אױף משפּיע געװען אױף זײַן שאַפֿן. ער האָט זיך געדרוקט אין אַ צאָל זשורנאַלן, נאָר אַרױסגעטראָטן איז ער אױף אַן אמת פֿאַר דער אַלװעלטלעכער ייִדישער פּאָעזיע אין 1927, מיט זײַן פּאָעמע ,,ר' יאָשע אין זײַן גאָרטן'', אין ניו-יאָרקער צײַטשריפֿט ,,אױפֿקום''. [2]
אין 1926 איז פֿראַם אַװעק קײן פֿראַנקרײַך, װוּ ער האָט זיך געפֿונען מיט זײַנע פֿיר שװעסטער --- קודם אין טולוז, דערנאָך אין פּאַריז. נאָר אױך דאָרט האָט ער ניט געפֿונען קײן רו, און אין 1927 האָט אַ פֿעטער אין יאָהאַנעסבורג אים צוגעשיקט אַ שיפֿקאַרטע אױף אַהינצופֿאָרן צו אים. אַזױ אַרום האָט אַפֿריקע זיך צוגעאײגנט אײנעם פֿון אירע גרעסטע לױבזינגערס אױף ייִדיש, כּמעט על-פּי צופֿאַל.
פֿראַמען האָט תּחילת שאָקירט און צעטרײסלט די בולטע קאָנטראַסטן פֿון זײַן נײַעם אַרום. גאָלד און זונענשײַן, אין-סופֿיקע בלױע הימלען, די אָפֿיציעלע דיסקרימינאַציע צװישן װײַסע און שװאַרצע --- די אַלע האָבן פֿאַרשטאַרקט זײַן בענקשאַפֿט נאָך די װײכע לאַנדשאַפֿטן און צאַרטער הײמישקײט פֿון דער ליטע. אין ערשטן ליד װאָס ער האָט אָנגעשריבן אין דרום-אַפֿריקע, ,,װערט דען גרינגער דערפֿון?'', דריקט אױס דער פּאָעט אַ געפּײַניקטע װיסיקײט פֿון דער אַכזריותדיקער אומגלײַכקײט צװישן די ראַסעס, װאָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער װײַסער שליטה איבער דרום-אַפֿריקע:
װערט דען גרינגער אַמאָל, אַז געבענטשט איז דאָס לאַנד
מיט אַ זוניקער גאָב --- גלײַך אַן אָפֿענער האַנט,
װאָס צעשענקט און צעטײלט, און פֿאַרטײלט, און צעשיט
מיט אַ קױף, אָן אַ מאָס און פֿון קײנעם באַהיט?
און פֿון שפֿע און גאָב, פֿון צעקװאָלענער ערד
איז נישט אַלעמען גלײַך צו געניסן באַשערט,
און דער, װאָס פֿאַרזײט און װאָס שאַפֿט און װאָס בױט ---
איז באַגרענעצט אין זון און באַעװלט אין ברױט .
איז דען גרינגער דערפֿון, אַז עס צײַטיקט די טרױב,
און עס גילדערט אַ שטראַל װוּ-נישט-װוּ אױף אַ שױב? ---
אַז אױף שױבן אַ סך איז פֿאַרלאָשן די זון,
װערט דען גרינגער דערפֿון? [3]
פֿראַם האָט שטאַרק געבענקט נאָך זײַן געבױרן-אָרט, און געטרױערט דערנאָך אין פֿילצאָליקע לידער. אין אײנעם, װאָס דערפֿון נעמט זיך דער טיטל פֿון זײַן לעצטער זאַמלונג, דערמאָנט זיך דער פּאָעט אין זײַן פֿאַרשװוּנדענעם לעבן אױף דער פֿאַרם פֿון זײַנע קינדער-יאָרן:
אױף מײַן דאַך האָט אַמאָל נאָך געצװיטשערט אַ שװאַלב,
און אין שטוב האָט געשמעקט מיט צופֿרידענעם ברױט,
און אין שטאַל האָט דער פֿרילינג געבױרן אַ קאַלב,
און אין קלײט האָט געפֿױלט נאָך פֿאַריאָריקער קרױט.
אומעטום, יעדער טראָט, יעדער אײנציקער שפּאַן
האָט געקװאָלן מיט זון און געאָטעמט מיט פֿרײד.
אױפֿן טײַך איז געפֿאַלן פֿאַרנאַכט אַ טומאַן,
און מיט װאַרעמער ערד האָט פֿון פֿעלדער געװײט [4].
כאָטש בײַ פֿראַמען איז די ליטע געװען באמת אײַנגעבאַקן אין האַרצן, און עס האָט אים שטאַרק באַדױערט זײַן נײַער אױפֿגעצװוּנגענער גלות, האָט זײַן שאַפֿערישע בײגעװדיקײט אים צוגעשטעלט, אין יעדער נײַער סבֿיבֿה, אַ פֿרישן קװאַל אינספּיראַציע. במשך זײַנע יאָרן האָט ער זיך געפּרוּװט צובינדן צו אַפֿריקע, סײַ געזעלשאַפֿטלעך, סײַ אַרטיסטיש.
בשעת די נײַע סבֿיבֿה האָט דעם פּאָעט װאָס אַ מאָל מער אַרײַנגעצױגן, איז ער גערירט געװאָרן פֿון קאָנטראַסט צװישן די לאַנדשאַפֿטן פֿון דער ליטע און די פֿון אַפֿריקע. די פֿאַרבענקטע לידער זײַנען פֿאַרביטן געװאָרן פֿון די שטאַרקע אָפּרופֿן אױף היגע אימאַזשן, און פֿראַם האָט זיך ערנסט גענומען אָפּגעבן מיט דעם, װאָס איז שױן געװאָרן זײַן גרױסע אַמביציע: צו באַרײַכערן די ייִדישע ליטעראַטור, װי ער האָט געזאָגט מלך ראַװיטשן, מיט אַ גאַנצן קאָנטינענט. זײַן ערשטע זאַמלונג, ,,לידער און פּאָעמעס'', איז אַרױס אין װילנע אין 1931. פֿון אָנהײב האָבן זיך אָנגעזען צװײ פֿאַרשײדענע פּאָעטישע נעטיִיעס. זײַן נאַטירלעכער טאַלאַנט איז געװען אַ לירישער, נאָר ער האָט אױך געפֿילט אַ שטאַרקע נײגונג צו דער עפּאָפּעע, געטריבן פֿון אַ פֿאַרלאַנג צו דעקן אַ װאָס ברײטערן לײַװנט מיט פֿילאָסאָפֿישע-סאָציאָלאָגישע מחשבֿות. קען זײַן אַז עס האָט אים געדאַכט, אַז די ליריק איז צו אַן ענגע רעם פֿאַר די שטאַרקע געפֿילן װאָס האָבן אין אים גערױשט. עס שטײט אים דאָך כּסדר פֿאַר די אױגן דער ריז חײם נחמן ביאַליק, מיט װעלכן ער האָט זיך אַ קורצע צײַט אַדורכגעשריבן. דער דאָזיקער אימפּולסן-קאָנפֿליקט, און דאָס גלײַכצײַטיקע זוכעניש נאָך אַ פּאַסיקן פּאָעטישן אױסדרוק, האָט געהערשט איבער דער שפּעטערדיקער שאַפֿונג פֿראַמס, אָן קײן באַשײד. נאָר פֿראַם האָט באַרײַכערט בײדע זשאַנערס מיט זײַן פֿילזײַטיקער שאַפֿונג, און דערמיט צום ערשטן מאָל אַרײַנגעבראַכט אַפֿריקע אין דער ייִדישער פּאָעזיע.
אין די 1930ער יאָרן איז ער געװען צװישן די ערשטע מיטגלידער פֿון ,,דער אײנהאָרן'', אַ געזעלשאַפֿט פֿון יונגע יאָהאַנעסבורגער שרײַבערס, מאָלערס און סקולפּטאָרן װאָס האָט זיך יעדן נאָכמיטאָג געטראָפֿן אין ,,איסט אַפֿריקען פּאַװיליען'', אַ באַקאַנטן עלעגאַנטן קאַפֿע, כּדי זיך צו טײלן מיט געדאַנקען װעגן שאַפֿן אַן אײגענעם זשורנאַל און גרינדן אַ ליטעראַרישן קלוב.
פֿראַם האָט שטאַרק מצליח געװען מיט זײַן שרײַבן. חוץ זײַן פּאָעזיע, האָט ער אױסגענומען מיט צװײ אָפּערעטעס, און גענוג פֿאַרדינט דערמיט זיך צו באַזעצן אין לאָנדאָן אין עטלעכע יאָר אַרום. דערצו איז פֿראַם אין דער צײַט אַקטיװ געװאָרן װי אַ ייִדישער פּובליציסט און רעדאַקטאָר.
נאָר זײַן אומרויִקײט האָט אים ניט אָפּגעלאָזט. ער איז אַװעק פֿון יאָהאַנעסבורג אין 1934 אױף זײַן ערשטן װיזיט אין לאָנדאָן. האַרט פֿאַרן אױסבראָך פֿון היטלערס מלחמה, האָט ער זיך אומגעקערט אין דרום-אַפֿריקע, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט די שװאַרצע חורבן-טעג. דער דאָזיקער שרעקיקער פּעריאָד האָט אַרױסגערופֿן צװײ פֿון זײַנע בעסטע לידער, ,,אפֿשר'' און ,,דאָס לעצטע קאַפּיטל'', בײדע אַרױס אין 1947 אין לאָנדאָן. ,,אפֿשר'' נעמט זיך פֿון אױטאָביאָגראַפֿיע, און מאָלט אױס יענע גײַסטיקן אומרו װאָס האָט געפֿונען זײַן דרױסנדיקן אָפּבילד אין פֿראַמס פֿיזישע װאָגלענישן. ס'ראָװ_ ליד גיט זיך אָפּ מיט דרום-אַפֿריקע, און באַשרײַבט די זיך-צעװאַקסנדיקע װײַסע באַהערשונג, בפֿרט נאָך דער אַנטדעקונג פֿון גאָלד אױפֿן ריף. דער עצם טיטל פֿון ליד דריקט אױס דעם פּאָעטס שטאַרקע ספֿקות איבער דער באַרעכטיקטקײט פֿון אַלע אָנגענומענע װערטן. ,,דאָס לעצטע קאַפּיטל'', װאָס פֿיל האַלטן פֿאַר זײַן געראָטנסטע װערק, שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿראַמס הזכּרה נאָך די קדושים פֿון חורבן. אין דער קנאה נאָך די ייִדן פֿון דער ליטע װערט דערמאָנט אַ פֿרידנדיקע, מערסטנס מיטישע, תּקופֿה װען ייִד און גױ לעבן בשותּפֿות אין ברידערשאַפֿט. דער אמת האָט זיך אַרױסגעװיזן גרױליק אַנדערש.
דער פּאָעט, אַ צעטרײסלטער איבערן חורבן פֿון זײַן חלום, איז צעריסן צװישן דער ליבשאַפֿט צום לאַנד װוּ ער איז געבױרן געװאָרן, און דער מוראדיקער אײַנזעונג אַז זײַנע תּושבֿים --- טאַקע יענע ליטװינער-קאַטױלן װאָס ער האָט געװאָלט רופֿן ברידער --- זײַנען ייִדן-פֿײַנט אױף דער זעלבער מאָס װי די דײַטשן, פּונקט אַזױ פֿאַרראַטעריש און מערדעריש. דערפֿאַר װערט דער פּאָעט אָפּגעשניטן פֿון אַמאָל, און װעט זיך אײביק שװעבן אין דער איצטיקײט, אַ פּײַנלעכן כּף-הקלע.
ניט געקוקט אױפֿן אינעװײניקסטן אומרו, איז פֿראַם תּמיד געװען שטאַרק איבערגעגעבן די טאָג-אײַן טאָג-אױסיקע רעאַליטעטן פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. דאָס צוקומען צו דער מאַכט אין 1948 אין דרום-אַפֿריקע פֿון דער ,,אַפֿריקאַנער'' [װײַסער-ראַסיסטישער] נאַציאָנאַלער פּאַרטײ האָט אַװדאי אַרױסגערופֿן גרױס זאָרג בײַ די דרום-אַפֿריקאַנער ייִדן, צוליב די שטאַרק אַנטיסעמיטישע אַרױסזאָגונגען, סײַ בשעת סײַ נאָך דער מלחמה, פֿון אַפֿריקאַנער נאַציאָנאַליסטישער אָנפֿירערס, אַמאָליקע שטיצערס פֿון היטלער און די נאַציס, װאָס זײַנען שױן מיטגלידער פֿון קאַבינעט. װען דער אַפֿריקאַנס-פּאָעט און פּובליציסט איגנאַטיוס מאָצקע האָט אין יולי 1948 געשריבן אין רעדאַקציע פֿון ,,סאַוט אַפֿריקאַן דזשויִש טײַמס'', אַז ייִדן האָבן ניט װאָס מורא צו האָבן פֿון דער נײַער רעגירונג, האָט זיך פֿראַם אָפּגערופֿן מיט אַ שטאַרקן בריװ.
אױסגעלאָזט האָט זיך, אַז אין נאָװעמבער 1948 האָט מאָצקע פֿאַרבעטן פֿראַמען אָנצופֿירן מיט דער ענגלישער בײַלאַגע פֿון זײַן ניט-פּאָליטישן אַפֿריקאַנס-זשורנאַל, ,,האָריסאָן'', װאָס --- זינט זײַן גרינדונג אין 1942 מיט אַ טיראַזש פֿון 22,000 --- האָט זיך געשטעלט װי זײַן ציל ,,דער אידעאַל פֿון ראַסן-טאָלעראַנץ און גוטע קאַװאָנעס'', מיט אַרטיקלען ,,װעגן די ליטעראַרישע און אַרטיסטישע אױפֿטוען פֿון אַלע דרום-אַפֿריקאַנער פֿעלקער --- מיט אַ כּיװן זיך אױפֿצוקלערן אײנער צום צװײטן.'' ניט געקוקט אױף דער צעשטערערישער אַנטױשונג װאָס ער האָט איבערגעלעבט אין דער ליטע, איז פֿראַם געבליבן בײַ זײַן גלױבן אין דער מעגלעכקײט פֿון דער קולטורעלער טאָלעראַנץ צװישן ייִדן און גױים.
נאָר װי אַ סך אין דרום-אַפֿריקע, איז דער דאָזיקער אידעאַל קײן מאָל ניט מקוים געװאָרן. דוחק אין פֿאָנדן האָט ניט געלאָזט װײַטער אַרױסצוגײן דעם זשורנאַל ,,האָריסאָן'', און די װײַטערדיקע פּאָליטישע אַנטװיקלונגען אין דרום-אַפֿריקע האָבן ניט פֿאַרמאַכט נאָר פֿאַרברײטערט דעם ריס צװישן ענגליש- און אַפֿריקאַנס-רעדנדיקע װײַסע אין דרום-אַפֿריקע, פּונקט לױטן פֿאַרלאַנג פֿון נאַציאָנאַלן פּאַרטײ, װאָס האָט מיליטעריש געשטיצט די העגעמאָניע פֿון די װײַסע ,,אַפֿריקאַנער''.
כאָטש פֿראַם האָט װײַטער געשריבן האָט ער נאָך אַלץ ניט געהאַט קײן רו. במשך דער מלחמה האָט ער געהאַנדלט מיט בריליאַנטן און פּערסישע טעפּעכער, דורך װעלכע ר'איז אַ שטיק צײַט רײַך געװאָרן און געװאָרן אַ פֿאַרמער אין העקפּאָאָרט-ראַיאָן פֿון טראַנסװאַל-פּראָװינץ. עס האָט געדאַכט, אַז ער װעט זיך דאָרט באַזעצן, װײַל העקפּאָאָרט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ סבֿיבֿה װאָס האָט אים בענקנדיקערהײט דערמאָנט אין זײַן פֿאַרמער-זײדן, װעמעס לעבן ער האָט פֿאַראײביקט אין זײַן פּאָעמע ,,בײַם זײדן''.
נאָר זײַן גײַסטיקן אומרו האָט מען ניט געקענט אײַנשטילן. די פֿאַרם האָט מען פֿאַרקױפֿט, און פֿראַם האָט זיך איבערגעקליבן צו זײַן ברודער אין דעמאָלטיקן ראָדיזיע, װוּ ער איז געװאָרן אַ שפּײַז-פֿאַבריקאַנט אין סאַליסבערי (הײַנט האַראַרע). זײַנע פּערזענלעכע שװעריקײטן במשך דעם אומרויִקן טײל לעבן האָבן פֿאַרטיפֿט זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון די קאָמפּליצירטקײטן פֿון לעבן אין אַפֿריקע. דעם שװאַרצן, דורכױס אַ פֿרעמדער אין די אױגן פֿון מזרח-אײראָפּעיִשן אימיגראַנט, דערקענט מען װאָס אַ מאָל װײַטער װי דער דרײפּונקט פֿון יעדער אומר און עושׂה אױפֿן ריזיקן קאָנטינענט --- בכן איז אַװדאי פּאַסיק װאָס ער איז געװאָרן אין פֿראַמס דעמאָלטיקע לידער דער צענטראַלער פֿיגור.
דער פּאָעט באַשרײַבט אױך אױף אַ לעבעדיקן אופֿן דעם שטײנערדיקן באָדן און די שׂריפֿהדיקע הימלען. אײגנאַרטיק אין דער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען אַזעלכע לידער, צום ערשטנס אַרױס אין די 50ער יאָרן אין ,,דרום-אַפֿריקע'', װי ,,מאַטאַבעלאַ'', ,,מאַטאַטולו'', און ,,מאַטומבאַ''. דאָרט צום ערשטן מאָל װערן באַלעבט דעם קראַאַל, דעם אַססעגײַ, דעם קנעכלרינג. אין פֿראַמס פֿערזן טרעטן דרײסט אַרױס אַלע הױפּט-שפּילער אױף דער דרום-אַפֿריקאַנער בינע. זײַן פּאָעמע ,,באָערען'' כאַפּט אױף אַ פּאָרטרעט פֿון דאָרפֿישן װײַסן ,,אַפֿריקאַנער'' [5], בשעת דער לאַנגער נאַראַטיװ ,,װיליאַם סקאָט'' גיט אָפּ כּבֿוד אױף אַ סענסיטיװן אופֿן די װײַסע, װאָס האָבן זיך העלדיש געראַנגלט צו אַװאַנסירן די געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אַנטװיקלונג פֿון שװאַרצן ראָװ_ אין דרום-אַפֿריקע.
פֿראַמען, אַ גענױעטער פֿון זײַן צוזאָג צו ראַװיטשן, האָט תּמיד צוגעצױגן די עפּאָפּעע --- אַרומצוכאַפּן גאַנץ אַפֿריקע מיט אַ ליד. אין העקפּאָאָרט, אין גאָר אַ פּאַסיקער סבֿיבֿה, האָט ער זיך אונטערגענומען צו באַשרײַבן די אומרויִקע געשיכטע פֿון שװאַרצע און װײַסע אין דרום-אַפֿריקע, און מאַפּירן די באַציונגען פֿון ,,אַפֿריקאַנער'' און ייִדן אײנע מיט די צװײטע, און מיט דעם פּראַכט און גרױל פֿון טונקלען קאָנטינענט. צום ערשטנס האָט ער בדעה געהאַט אָנצורופֿן די פּאָעמע ,,װאָלקנס איבער העקפּאָאָרט'', נאָר דאָס אָנגעשריבענע טראָגט דעם פּשוטן טיטל ,,אין אַפֿריקע''. פֿאַרענדיקט האָט מען נאָר צװײ אָפּטײלן פֿון די פֿירגעלײגטע פֿינף, נאָר די פּאָעמע װי זי שטײט און גײט פֿאַררעכנט מען צװישן פֿראַמס אימפּאָזאַנטסטע און אימאַזשן-רײַכע פֿערזן, װאָס זײַנע ריזלדיקע ליריק מאָלט אָפּ אױף אַ שטאַרקן אופֿן דאָס געזעענס, געהערטס, און געשמעקטס פֿון דער אַפֿריקע װאָס דער פּאָעט האָט גאָר גוט באַקאַנט נאָך זעכציק יאָר.
לכּבֿוד זײַן אַכציקסטן יובֿל אין 1983, האָט מען אַרױסגעגעבן אין יאָהאַנעסבורג, דורך אַ ספּעציעלן קאָמיטעט, אַ זאַמלונג פֿון אַלע זײַנע לידער אָנגעשריבענע נאָך דער מלחמה, אונטערן טיטל ,,אַ שװאַלב אױפֿן דאַך''. אַרױסהײבן דאַרף מען באַזונדערש פֿון דער זאַמלונג דעם פּראַכטיקן לידער-ציקל ,,לידער צו אַ פֿרױ אַזאַ װי דו'', װאָס אַן ערך אַ העלפֿט דערפֿון דרוקט מען אין דער דאָזיקער זאַמלונג צום ערשטן מאָל [6]. דער דאָזיקער ציקל ליבעלידער אַנטדעקט נאָך אַן אַספּעקט פֿון פֿראַמס בעסטע לידער: אַ פּאָעזיע װאָס איז װי לעבעדיק מיט אַ שטאַרקער קאָמבינאַציע לײַדנשאַפֿט, פּעסימיזם, און עראָטישקײט. אַזאַ געמיש איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײַן בעסטע דיכטונג און האָט צוגעצױגן דעם אױפֿמערק פֿון ניט אײן איבערזעצער.
האָט פֿרילינג פֿאַרשמעקט
מיט זײַן אײדלען צװיט,
ס'האָט שױן דער אָראַנדזש, דער מילגרױם,
דער עפּלבױם ערגעץ געבליט.
רײַך האָט דער טאָג זיך צעװאַרעמט,
געגאָסן, געגאָסן מיט גאָלד.
בליִען האָב איך אין דער שעה
אױך אַזױ װי דער אָראַנדזש געװאָלט.
בליִען מיט גלױבן, מיט יוגנט,
מיט װאַרעמער, זוניקער פֿרײד, ---
שטיל נאָך געפֿינען אַ רו
אין דעם װײכן גערױש פֿון איר קלײד,
טרינקען די בשׂמים פֿאַרשיכּורט
װאָס רױכלען זיך פֿון אירע האָר,
און אױף אַ װײַל כאָטש פֿאַרגעסן
דעם אמת פֿון ניכטערער װאָר,
און אױף אַ װײַל כאָטש געפֿינען
אַ רעשט פֿון אַ זיכערן שלאָף, ---
װערן באַגנעדיקט פֿון לײַדן
װי דער פֿאַרברעכער פֿון שטראָף,
און נאָך פֿאַרנעמען די שײנקײט
פֿון פֿרילינג, פֿון זױבערן צװיט.
זי איז געקומען מיר טרײסטן
מיט לײַכטע, מיט זוניקע טריט. [6]
װען ס'איז אַרױס די זאַמלונג לכּבֿוד פֿראַמס אַכציקסטן יובֿל, האָט אַ באַקאַנטער געטענהט צו אים, אַז שװאַלבן זיצן ניט אױף קײן דעכער. כאָטש דעמאָלט האָט מען געקענט גרינג ענטפֿערן דעראױף אַז בײַ דוד פֿראַמען אױפֿן דאַך זיצן זײ יאָ, איז די טענה ניט-בכּיװנדיק אַ באַרעכטיקטע לגבי פֿראַמס סטאַבילע פּאָעטישע אינטערעסן. ניט שױן זשע זײַנען זײ די חלומות פֿון די קינדער-יאָרן, די זכרונות פֿון דער ליטע, דער באַליבטער און פֿאַרלױרענער? זיכער ניט. דער אמתער עיקר פֿון פֿראַמס לידער איז עס דער פּײַן און דער עלנט, עגמת-נפֿש און ניט-דעררעדטקײט:
װיל איך זינגען מיט די שטילקײט
אין מײַן סודותפֿולן היכל;
אפֿשר װעט די נאַכט מיר שענקען
פֿאַר מײַן ליד אַ װײַסן שמײכל. [7]
זינגענדיק מיט דער שטילקײט, װעט דוד פֿראַם זיך אַרײַנגנבֿענען, װי אײנער פֿון די לעצטע שטימען פֿון ייִדישן ראָמאַנטיציזם, אין דער פּאָעטישער װיסיקײט פֿון זײַן שפּראַך און זײַן פֿאָלק.
דאַנקװאָרט און אַפּעל
אַ האַרציקע דאַנקשאַפֿט פֿאַר עצות און פּלײצעס אין מײַן פֿאָרשונג װיל איך אָפּגעבן מר. אַרטור מאַרקאָװיץ ז"ל, װאָס איז געװען דוד פֿראַמס אַ נאָענטער חבֿר פֿון פּאָעטס ערשטן אָנקום אין דרום-אַפֿריקע ביז זײַן טױט. די עסײ איז אַן ערשטיקער אָנװאַרף פֿון אַ ברײטערן ביאָגראַפֿישער-קריטישער שטודיע פֿון דוד פֿראַמס לעבן און שאַפֿן, װאָס איך אַרבעט װײַטער דערױף. אַלע בײַשטײַערן צו און קריטיק פֿון דער שטודיע, פֿון די װאָס האָבן געקענט דעם פּאָעט אָדער פּערזענלעך אָדער דורך די װערק זײַנע, װאָלט איך גאָר האַרציק אױפֿגענומען. שטאַרק געשאַצט װאָלט איך אױך װאָסערע ניט איז נײַע ביאָגראַפֿישע פּרטים, פּערזענלעכע אַנעקדאָטן, אָדער פּרעסע-אױסשניטן. באַזונדערש נײַגעריק בין איך אױך נאָכצושפּירן די מקורים פֿון פֿראַמס פּאָעזיע, װאָס מע האָט ניט אַרײַנגערעכנט אין זײַנע צװײ הױפּטזאַמלונגען. פֿאַראַן אַ שטאַרקע מעגלעכקײט פֿון אַרױסגעבן אַ יובֿל-אױסגאַבע פֿון פֿראַמס געזאַמלטע לידער, מיט אַן אָפּקלײַב ענגלישע איבערזעצונגען, און כ'װאָלט זיך געפֿרײט צו הערן פֿון פּאָטענציעלע שטיצערס פֿון אַזאַ פּראָיעקט. הערות
1. פֿראַם, ד. ,,איך האָב געמײנט אַז דאָ װעל איך געפֿינען מײַן רו'', אין לידער און פּאָעמעס (װילנע: דוד פֿראַם אַרױסגעבונג-קאָמיטעט, 1931) זז 12-13.
2. דאָרט, זז 91-99.
3. פֿראַם, ד. ,,װערט דען גרינגער דערפֿון?", דאָרט, זז 5-6.
4. פֿראַם, ד. ,,אױף מײַן דאַך האָט אַמאָל נאָך געצװיטשערט אַ שװאַלב'', אין אַ שװאַלב אױפֿן דאַך (יאָהאַנעסבורג: קאַיאָר, 1983), ז 67.
5. דעם ייִדישן טעקסט ,,באָערען'' דרוקט מען אין לידער און פּאָעמעס, דאָרט, זז 210-249.
6. פֿראַם, ד. ,,פֿרילינג'', אין אַ שװאַלב אױפֿן דאַך, ז 9.
7. דעם ציקל האָט פֿראַם אָנגעשריבן אין די פֿריִע 30ער יאָרן. דער פֿולער ציקל כאַפּט אַרום אַ זעכציק לידער, װאָס ניט אַלע דערפֿון האָט מען געהאַט בדעה אַרױסצוגעבן. אַ סך האָט מען געמײנט װי סאַטירישע אָדער עראָטישע עטיודן, אָדער װיצן. [בעל-פּה פֿון אַרטור מאָסקאָװיץ ז"ל]