שושן-פּורים בײַ די באָבאָװער תּשסג
אַלבערט ראָזענבלאַט
דעם פֿרילינג האָב איך באַשלאָסן בײַצוזײַן בײַ אַ פּורים-שפּיל אָנגעפֿירט דורך אַ חסידישער קהילה װוּ עס זאָל נישט זײַן אין ניו-יאָרק. אַ באַקאַנטער, האָט מיר, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, דערמאָנט אַז ער איז בײַגעװען --- מיט אַנדערע מיטגלידער פֿון דער יוגנטרוף-אָרגאַניזאַציע --- בײַ אַזאַ פּורים-שפּיל. און ער האָט באַטאָנט אַז בײַ דער פֿאָרשטעלונג האָט מען געשפּילט אין גאַנצן אױף ייִדיש --- יאָ, אױף אַ רײנעם ייִדיש. איך האָב געװאָלט עס באַשטעטיקן פֿאַר זיך אַלײן.
נאָך פֿאַרשײדענע פֿראַגעס, האָב איך זיך דערװוּסט אַז די באָבאָװער חסידים, אין באָראָ-פּאַרק, פֿירן דורך די גרעסטע און בעסטע פּורים-שפּיל אין ניו-יאָרק. איך האָב װײַטער געפֿאָרשט און האָב באַשטעטיקט דאָס אָרט פֿון דער באָבאָװער שול און די אַדרעסן פֿון צװײ ייִדישע האָטעלן אין דער געגנט.
שפּעט אין אָװנט, שושן-פּורים, בין איך אַרױסגאַנגען פֿון דער סאָבװײ-סטאַנציע אױף דער 50טער גאַס אין ברוקלין (די "דאָבליו"-ליניע). די סאָבװײ דאָרט פֿאָרט שױן אין דער הײך; אַ בריק אױף װעלכער עס ציִען זיך די סאָבװײ-רעלסן האָט געװאָרפֿן אַ גרױסן שאָטן איבער דעם קרײצװעג. די געשעפֿטן האָבן אױסגעזען מיאוס און --- אין זײערע פֿאַרשײדענע פֿאָרמען --- האָבן געשאַפֿן פֿאַר די אױגן אַ כאַאָטיש בילד. די געגנט האָט ניט געהאַט קײן סימן-ייִדישקײט. עס האָט אױסגעזען װי אַן אַלגעמײנער ברוקלינער געשעפֿטס-געגנט מיט דאָ און דאָרט אַ לאַטײַן-אַמעריקאַנישן סימן.
איך האָב באַשלאָסן צו שפּאַצירן דורך באָראָ-פּאַרק אײדער איך גײ אין האָטעל. נאָך צװײ גאַסן האָב איך דערשפּירט אַז איך געפֿין זיך אין אַ ייִדישער געגנט. די הײַזער האָבן אױסגעזען באַלעבאַטיש און גוט אָפּגעהיט. פֿון די הײַזער האָב איך געהערט געזאַנג און עלעקטראָנישע מוזיק. אין עטלעכע פֿענצטער האָב איך געזען געדעקטע טישן מיט כּיבוד און מענטשן זיצנדיק אַרום. בײַ אײנעם אַזאַ פֿענצטער האָב איך זיך אָפּגעשטעלט און דערזען אַ ייִנגל װאָס האָט זיך דערנענטערט צום פֿענצטער. דאָס קינד האָט אױסגעזען בלײך און אַ ביסל דעפֿאָרמירט און האָט צו מיר עפּעס געזאָגט װאָס איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען. ער האָט איבערגעחזרט װאָס ער האָט פֿריִער אַרױסגערעדט. כ'האָב אים נאָך אַ מאָל ניט פֿאַרשטאַנען. ענדלעך האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז ער זאָגט "צעדוקע", "צעדוקע" (מיט אַ װאָװ). האָב איך אים געגעבן אַ מטבעה.
אָנגעטאָן אין אַ קאָנסערװאַטיװן װינטער-מאַנטל און טראָגנדיק אַ שװאַרצן הוט, בין איך אַ פּאָר מינוטן געשטאַנען אױף דעם טראָטואַר קעגן איבער אַן אַנדער הױז װוּ מען פֿירט נאָך אַ טיש. דער װאַליז איז ליגן געבליבן אױפֿן טראָטואַר. אומגעריכט איז אַ יונגער-מאַן צוגעקומען צו מיר, און האָט מיר מער װי אײן מאָל פֿאַרבעטן אַרײַנצוקומען אין שטוב.
"קומט מיט. " האָט ער מיר געהײסן.
"איך מוז ערשט גײן אין האָטעל." האָב איך געענטפֿערט.
"קומט מיט."
"איך װעל צוריקקומען שפּעטער".
"ניט שפּעטער, איצט. איצט."
אַזױ האָבן מיר זיך געטענהט.
איך האָב איבערגעלאָזט מײַן גאַסטפֿרײַנדלעכן באַקאַנטן און בין װײַטער געגאַנגען אין האָטעל, אַ מאָדערנער האָטעל װוּ אַלע אַרבעטער זענען פּאָלאַקן. די קליענטן אָבער זענען אַלע געװען ייִדן, כאָטש ניט אַלע האָבן גערעדט ייִדיש. אַ פֿרומער ישׂראלדיקער איז געװען אַ ביסל צו פֿרײַנדלעך צו מיר און האָט מיר אױסגעפֿרעגט װעגן מײַן משפּחה-נאָמען און איצטיקן װױנאָרט.
פֿון נײַגעריקײט, בין איך נאָך דעם געגאַנגען צו דעם צװײטן האָטעל (װאָס איך האָב ניט אױסגעקליבן). לעבן דעם האָטעל איז געװען אַ שול. אַרױסגעקומען פֿונעם הױפּט-אַרײַנגאַנג פֿון שול איז אַ מענטש אָנגעטאָן פֿרום אָבער ניט חסידיש. ער האָט מיר געענטפֿערט אױף אַ קלאָרן ייִדיש מײַנע אַ פּאָר שאלות. איך בין אַרײַן אין שול --- געזען עלטערע מענטשן און קינדער --- אָבער איך האָב באַשטעטיקט אַז שפּעטער אין אָװנט װעט ניט זײַן קײן פּורים-שפּיל. אױפֿן טראָטואַר האָט מיך אַרומגערינגלט אַ רעדל געזונטע און פֿרײלעכע ייִנגלעך --- עטלעכע אין מיליטער-קאָסטיום --- װאָס האָבן פֿאַרלאַנגט צדקה. אײנער האָט געזאָגט אַז דאָס געלט איז פֿאַר דער ישיבֿה ניט פֿאַר זיך אַלײן. עטלעכע האַלטן אין דער האַנט אַ זשמעניע דאָלאַר-באַנקנאָטן. איך פּראָטעסטיר אַז איך האָב נאָר גרױסע באַנקנאָטן --- אָבער אַן אַנדער ענטפֿערט אַז ער טראָגט גענוג אײנסלעך כּדי אױסצובײַטן. דער זעלבער שלאָגט פֿאָר אַז ער קען זינגען אַ ליד אין פֿאַרדינסט. איך האָב מסכּים געװען. ער הײבט אָן צו זינגען אױף אַ הױכן קול און האָט מיר שיִער ניט פֿאַרצױבערט. איך שענק אים די צדקה און גײ װײַטער.
אױפֿן װעג זע איך אַ פּאָר יונגע-לײַט. אײנער ליגט אױפֿן פֿאָרנט-צודעק פֿון אַן אױטאָ, באַװעגנדיק אַרױף און אַראָפּ די פֿיס און שרײַענדיק "איך װיל ניט!"; "איך װיל ניט!". ער פּרוּװט זיך באַפֿרײַען פֿון זײַנע חבֿרים װאָס האַלטן אים צו אױפֿן אױטאָ. ער איז קענטיק שיכּור. די חבֿרים לאָזן אים אָפּ אָבער פֿאָרט באַגלײטן זײ אים װײַטער.
איך געפֿין די באָבאָװער שיל, אַן אימפּאָזאַנטע געבײַדע מיט טרעפּ פֿון פֿאָרנט. אינעװײניק געפֿינט זיך אַ גרױסער זאַל. רײען בענק פֿאַרנעמען אַ טײל פֿונעם דיל אױף דרײַ זײַטן. אױף דער מזרח-זײַט איז דער אָרון-קודש. אַנטקעגן אים איז אַ הילצערנע בינע װוּ מסתּמא װעט אױפֿגעפֿירט װערן דאָס פּורים-שפּיל. אױבן אױף דער אַנטקעגנדיקער זײַט געפֿינט זיך הינטער גראַטעס די עזרת-נשים.
עס איז שױן נײַן אַ זײגער אין אָװנט און דאָס שפּיל האָט זיך נאָך ניט אָנגעהױבן. ייִדן האָבן האַלב אָנגעפֿילט דעם זאַל. עטלעכע שטײען שױן אױף די בענק. אַנדערע שפּרינגען איבער אַ פּאָר בענק כּדי צו געפֿינען אַ שטײ-אָרט. אונטן בלײַבן שטײן מענטשן בשעת אַנדערע גײען זיך אַרום. פֿון צײַט צו צײַט הערט זיך דער טיטל "רעב..." קינדער און אַ פּאָר דערװאַקסענע גײען הין און צוריק בעטנדיק צדקה. יעדער האַלט אין דער האַנט אַ דיקע זשמעניע אײן-דאָלאַרדיקע-באַנקנאָטן. איך גיב יעדן װאָס בעט מיר אַ דאָלאַר. זאָל דאָס געלט גײן אױף גוטע צװעקן!
די שפּיל הײבט זיך ענדלעך אָן. לײַדער װערט געניצט די הילכער-סיסטעם. װײַל ס'איז אַ גרױסער זאַל הער איך ניט אַלץ קלאָר דורך דער הילכער-סיסטעם און צוליב דעם (פֿאַר מיר אומגעװײנטלעכן) אַרױסרעד פֿאַרשטײ איך אױך ניט אַלץ. אַן אַקטיאָר אין טאָג-טעגלעכער קלײדונג שטײט אױף דער בינע און דעקלאַמירט. דער רבי זיצט אַנטקעגן דער בינע. נאָך דעם קומען אַרױף אױף דער בינע אַנדערע אַקטיאָרן אין קאָסטיום. די אַקטיאָרן שטעלן פֿאָר פּרעזידענט בוש אין אַ גרױסן קאַובױ-הוט, סאַדאַם כוסײן אין מיליטער-אוניפֿאָרם און קאַפֿיִיע, און די פֿאַרטרעטער פֿון פֿראַנקרײַך (דער נײן-זאָגער צװישן די שטענדיקע מיטגלידער פֿונעם זיכערקײט-ראַט), מדינת ישׂראל (װאָס װערט פֿאַררופֿן אױסשליסלעך "ארץ-ישׂראל") און פֿון דער אַפֿריקאַנער מדינה, קאַמערון. הײַיאָר פֿירט מען אױף אַ חוזק װעגן די דעבאַטן די פֿאָריקע טעג אינעם זיכערקײט-ראַט פֿון דער פֿאַראײניקטע-פֿעלקער-אָרגאַניזאַציע װאָס באַהאַנדלען די פֿאָדערונג פֿון אַמעריקע מכּוח אַן אולטימאַטום צו איראַק. אַ פּאָר מוזיקערס באַגלײטן דאָס שפּיל מיט מוזיק און טעאַטראַלישע קלאַנגעפֿעקטן אױף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אױפֿן. די אַקטיאָרן דעקלאַמירן און שפּילן טאַקע אױך פּראָפֿעסיאָנעל. מען זעט אַז ס'זענען געװען פֿריִערדיקע פּראָבעס. דאָס ייִדיש איז גאָר ייִדיש: איך הער נאָר צװײ ענגלישע װערטער, די בוכשטאַבן "יו" "ען." און דאָס װאָרט "אינספּעקטאָר" בײדע אַרױסגערעדט אױף אַן ענגלישן אױפֿן. די ישׂראלדיקע פֿאָן צװישן אַ פּאָר אַנדערע פֿענער שטײט אױף דעם טיש פֿונעם זיכערקײט-ראַט. אָבער מען באַמערקט אַז אין מיטן פֿאָן איז דאָ אַ לאָך --- אַ דורכגעברענטע --- װאָס האָט צעשטערט אַ טײל פֿונעם מאָגן-דוד. איך הער נישט גוט אָבער איך נעם אָן אַז הײַנט אין אָװנט קען אַלץ זײַן אַ צװעק פֿון חוזק: די אַקטיאָרן רעדן איצט װעגן "מענטשנפֿרעסערס" אָבער איך װוּנדער זיך אױף װעלכער מדינה אָדער אױף װעלכע מענטשן זײ פֿאַררופֿן זיך. איך װײס ניט גענױ פֿאַר װעלכער זײַט מען נעמט זיך אָן אין די דעבאַטן (אין דער דרױסנדיקער װעלט), סײַ דער עולם סײַ די אַקטיאָרן. אפֿשר איז מען דאָ אומפּאָליטיש.
געענדיקט דאָס שפּיל, האָט זיך געשאַפֿן גלײַך אַ מענטשנשלאַנג װאָס האָט זיך גיך פֿאַרװאַנדלט אין אַ קאַראַהאָד. די מענער הײבן אָן צו זינגען און צו טאַנצן אַרום דעם זאַל, די הענט אױף די פּלײצעס פֿון אַ צװײטן. איך באַמערק אַז עמעצער טראָגט די אױבן-דערמאָנטע באַשײדיקטע פֿאָן אין דער הײך. איך בלײַב שטײן. אָבער װען דער קאַראַהאָד גײט מיר אַ צװײט מאָל פֿאַרבײַ , האָט אײנער אין ראָד מיר האַרציק פֿאַרבעטן און איך האָב זיך אָנגעשלאָסן.
שױן אין דרױסן, גײ איך צו דער מונקאַטשער שול מיט אַ פּאָר גאַסן װײַטער. די שול איז אַ קלענערע און דער זאַל אױך. די שפּיל האָט זיך שפּעטער אָנגעהױבן בײַ זײ, דערפֿאַר האָט זיך די שפּיל בײַ זײ נאָך ניט געענדיקט. די בענק האָט מען אױפֿגעהױבן עטלעכע פֿיס איבער דעם דיל. אָבער די בינע װערט פֿאַרשטעלט דורך זײ. דערפֿאַר בלײַבט דער אײנציקער אױפֿן עפּעס צו זען, זיך אַרױפֿצוקריכן אױף די בענק. דאָס מאַכן קינדער און יונגע מענטשן, פֿון צײַט צו צײַט מיט דער הילף פֿון אַנדערע װאָס שטײען שױן אױבן. די געפֿאַר אַראָפּצופֿאַלן בעת מען קריכט אַרױף אױף די בענק האָט די יונגע מענטשן ניט געקענט אָפּהאַלטן. איך הער אַלץ אָבער איך זע גאָרנישט. און איך האָב דעמאָלט בעסער פֿאַרשטאַנען, אפֿשר צוליב זײער אַן אַנדער אַרױסרעד. אױפֿן דיל גײען מענטשן הין און צוריק און שטױסן זיך אָן אײנער אין דעם אַנדערן אָן אַן אַנטשולדיקונג. אָבער עס שטערט קײנעם ניט.
ס'איז שױן נאָך האַלבער נאַכט. איך דאַרף באַשליסן צי איך זאָל בלײַבן און זען מער אָדער זאָל צוריקקערן אין האָטעל. אַנשטאָט דעם גײ איך צו דער סאַמע ערשטער שול אין װעלכער איך בין געװען. אַלץ איז דאָרט לײדיק. די גאַס איז שטיל. עטלעכע מענטשן גײען נאָך אַלץ אױף דער גאַס. איך גײ אַרײַן אין אַן אַנדער שטיבל װוּ ס'הערט זיך נאָך זינגען. דער זאַל איז אָבער האַלב לײדיק. עס זעט אױס װי דער סוף פֿון אַ שׂימחה. אַ בחור שטײט בײַ דער װאַנט אין מיליטער-קאָסטיום צװישן אַנדערע בחורים. איך הײב אָן רעדן מיט אים. אָבער ער ענטפֿערט מיר נאָר אױף ענגליש, דער ערשטע פֿאַל אין אָװנט װאָס עס געשעט. אפֿשר טראַכט ער, "פֿאַר װאָס זאָל איך אָנטײל נעמען אין אַ מאַסקאַראַדע מיט אָט דעם פֿרעמדן? איך בין אױך אַ הי-געבױרענער." איך באַשליס צו גײן אין האָטעל.
דאָס הײַנטיקע שושן-פּורימדיקע גרימירן אױף דער זעלבער צײַט װי די נײַעס, װעגן אַ זיך-אָנרוקנדיקער מלחמה, האָט פֿאַרשאַפֿט אין מיר אַ מאָדנע געפֿיל. ס'איז זײער שפּעט. אױפֿן װעג אין האָטעל, פֿרעג איך זיך, װאָס איז די אמתע װאָר? װאָס איז די מאַסקאַראַדע? דאָס פּראַװען פֿון שושן-פּורים מיט קינדער אין זעלנערישע און קיניגלעכע קאָסטיומען; אָדער די פֿאָדערונגען אין דער פֿאַראײניקטע-פֿעלקער-אָרגאַניזאַציע מכּוח אַן אולטימאַטום און די מלחמה װאָס רוקט זיך אָן? פֿאַר מיר, שטעלט מיט זיך פֿאָר די פֿרײלעכקײט פֿון שושן-פּורים הײַיאָר די אמתע װירקלעכקײט.