פֿענצטער נאָך פֿענצטער
אַלבערט ראָזענבלאַט אַנטװערפּען און בריסל
ערבֿ-סוכּות תשסג / סעפּטעמבער 2002
פֿענצטער נאָך פֿענצטער,
טיר נאָך טיר,
די װײַסע פֿאַסאַדן
מאַכן פֿון זיך אַ ציר.
און די גאַסן אַלײן,
אין אַ קלאַסישן סטיל,
שאַפֿן פֿון שטאָט אַ מוזײ.
די זײַטיקע געסלעך
לאָזן כאַפּן דעם בליק
און פֿירן די אױגן
ביז דאָס רײהײַזער-בילד
פֿאַרשװינדט
--- בײַם בײג אין װעג.
און גראָד פֿאַר דער ייִדישער געגנט,
אָנהײבנדיק בײַם װאָקזאַל
שלענגלט זיך אַ גאַס פֿון דימענטן-געשעפֿטן
װי אַ צעבראָכענע קײט פּערל.
פֿאַר די גלעזערנע פֿראָנטן,
װײַזט, מיט אַ קנײטש,
אַ יונגער ישׂראלדיקער קרעמער
װײַטער, דעם חסידישן קװאַרטאַל.
אין װעג, טרעף איך אַ בראָנפֿן-געשעפֿט
און גײ אַרײַן
זוכנדיק אַ פֿלאַש װײַן,
אַ מתּנה, פֿאַר אַ היגן
גאַסטפֿרײַנדלעכן פֿרײַנד.
דער קרעמער, אַ ניט-חסיד,
אַ לעבנגעבליבענער רומענער,
פֿאַרקױפֿט מיר זײַן לעבנסגעשיכטע בחינם,
דאָך איז דער געװוּנטשטענער װײַן ניט צו געפֿינען.
אױפֿן ראָג פֿאַרנעם איך זיך רעכטס
און זע אַ גרינעם פּאַס.
ס'איז דער שטאָטישער פּאַרק,
װאָס קומט מיר אַנטקעגן,
אַ רויִק װעלדל,
אפֿשר אַ שטיקל גן-עדן,
אין מיטן דער שטאָט.
און אַנטקעגן דעם פּאַרק,
אַ קינד פֿאָרט אױף אַ ביציקל
אױפֿן ביציקל-װעג.
פּאות און קאַפּאָטע פֿאָרן מיט
גלײַכגילטיק צו אַ פֿרעמדנס בליק.
פֿון דער אַנדערער ריכטונג
פֿאָרט אַ דערװאַקסענער.
איך האַלט אים אָפּ;
ער גײט אַראָפּ
און ענטפֿערט אױף ייִדיש
די פֿראַגע װאָס איך האָב אים אױף ייִדיש געשטעלט:
װוּ געפֿינט זיך אין געגנט אַ ביכערקראָם?
און אינעװײניק אין דער קראָם
--- צװישן פּאָליצעס פֿול ביכער ---
זיצט אַ קרעמער
און ענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן.
דער קרעמער טראָגט אַ װײַסע באָרד
דאָך זעט ער אױס צו יונג
צו זײַן אין די מיטעלע יאָרן.
ער רעדט אױף האָלענדיש
דערצו קען ער ייִדיש, העברעיִש, און ענגליש.
עס שטײט דערבײַ אַ קונה
װאָס קוקט לאַנג איבער אַן אתרוג,
ער זוכט אַ פּגימה אין דער פֿרוכט
װײַל עס מוז
שטימען מיט דער הלכה.
דער קרעמער פּרוּװט אים איבערצײַגן
זאָגט אַז ער זאָל זיך ניט זאָרגן,
ס'איז ניטאָ קײן פּגימה בײַם אתרוג;
קאָן ער יאָ מאַכן אַ ברכה.
און לעבן דעם קונה שטײט
אַ יונגער-מאַן.
װאָס איז לאַנג שטײן געבליבן
מיט אַ לולבֿ אין דער האַנט.
און אין דרױסן אין אַ צװײטער גאַס
געפֿין איך אַ רײ יאַטקעס און רעסטאָראַנען.
די שילדן אױף די פֿענצטער
דערמאָנען שױן,
אַז, צוליב יאָנטעף,
װעט מען שליסן פֿרי.
דאָך גראָד פֿאַרן שליסן
בעט איך אָנבײַסן
אױב דער פֿאַרקױפֿער װיל זיך געבן די מי.
דאַן גײ איך אין די בעקערײַען
כּדי צו פֿאַרזוכן געבעקס
די װאָס מען באַקט נאָך
מיט דעם אַלטן שטעטלשן טעם.
צוריקגעקערט אין װאָקזאַל
זע איך אַ קראָם פֿון עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן.
װאָס בלײַבט, כאָטש די שפּעטע שעה, נאָך אופֿן.
דער יונגער קרעמער, אין שװאַרצער באָרד,
זיצט אַ צופֿרידענער.
רעדנדיק אַ פֿײַן ענגליש
מיט אַ פּאָר קונים פֿון אינדיע
װאָס הײבן באַלד אָן
זיך איבער אַ טײַערן זײגערל צו דינגען.
דער קרעמער קען פֿליסיק ענגליש, האָלענדיש, העברעיִש.
דאָס לעצטע צוליב דעם װײַב.
פֿונדעסטװעגן װיל ער בעסער אױף ייִדיש.
דערקלערט ער:
"ס'איז העפֿלעכער.
"מע קאָן זיך בעסער אױסדריקן.
"מע קאָן זאָגן װאָס מע װיל.
"און מיט זיך זײַן זיכער."
איך זאָג אים אַז איך לערן זיך ייִדיש.
אױפֿן פּנים, ס'װערט פּלוצלינג אַ שמײכל.
די ידיעה פֿאַרשאַפֿט אים גליק.
און מיט אַ גרוס,
גיט ער מיר דעם רעשט צוריק.
ס'איז אַנטװערפּען.
די חסידים זענען צופֿרידן
אַזױ זעען זײ אױס
--- האָבן אַ פֿרײלעך געמיט ---.
אין דער װעלט, באַניצן זײ זיך
מיט אַלע לענדער-לשונות.
נאָר שריפֿטלעך בלײַבן די ספֿרים גאָר
אױפֿן הײליקן לשון.
און בײַם רעדן האַלט מען ייִדיש,
דאָס געװײנטלעכע מאַמע-לשון.
די חסידים האַלטן די אַלטע מנהגים
און בלײַבן בײַ דער אײגענער קלײדונג
זײ היטן ייִדישקײט אָפּ
און האַלטן,
װי אַ געטרײַער באַגלײטער,
דעם אַלטן ייִדישן גאָט.
ס'איז שפּעט נאָכמיטאָג, אין אַנטװערפּען,
אין ייִדישער געגנט.
די זון װעט באַלד פֿאַרגײן.
באַלד װעט זײַן שבת,
באַלד װעט זײַן יאָנטעף,
אין אַ פּאָר שעה
װעט אַלץ רוען.
* * *
פֿאַרלאָזט דעם ייִדישן קװאַרטאַל
טו איך אַ קוק אינעם שטאָטישן זאָאָ
װאָס ליגט ניט װײַט פֿון װאָקזאַל.
צװישן גראָז און בײמער
באַמערק איך,
צװײ מאַלפּעס, אין אַ שטײַג,
פּוצנדיק צערטלעך אײנע די אַנדערע.
עס פֿאַלט מיר אײַן
אַז אפֿשר װאָלט די װעלט בעסער געװען
װען דער מענטש
װאָלט נאָכגעמאַכט
װען ניט װען,
כאָטש אַ פּאָר שעה,
זײַנע קוזינע, די מאַלפּעס.
דאַן צוריק צום װאָקזאַל
און װײַטער קײן בריסל
פֿאַר זון-אונטערגאַנג.
* * *
אין בריסל עסט מען אַ נישט-כּשרע סעודה
מיט באַטעמטן פֿראַנצײזישן װײַן.
דער באַנקעט קומט פֿאָר
אין ליכטיקן זאַל
אינעם נײַעם מאָדערנעם געבײַ
פֿונעם ייִדישן װעלטלעכן קהילה-צענטער
אױף דער גאַס "ל'אָטעל דײ מאָנײ".
נאָר אין הױף איז ניטאָ קײן סוכּה
ניטאָ אַפֿילו קײן צװײַג.
און װוּ איז דער אתרוג, דער לולבֿ,
און װוּ איז דער הבֿדלה-װײַן?
די קהילה איז, אינעם סוף-װאָך, דער גאַסטגעבער
צום "אַלטװעלטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון װעלטלעכע
הומאַניסטישע Yידן"
װאָס האַלט אין בריסל הײַיאָר
דעם צװײ-יאָריקן צוזאַמענפֿאָר.
און שפּעטער אין אָװנט, דער הױפּטרעדנער, יוסי בײלין,
אַ געװעזענער ישׂראלדיקער מיניסטער
(און שלום-פֿאַרהאַנדלער) לײגט פֿאָר
אַז מע זאָל האָבן װעלטלעכע גיור
װײַל ס'מאַכט לײַכטער פֿאַר דער מדינה
דעם באַשלוס אָנצונעמען עולם
װאָס זײערע ייִדישע װאָרצלען זענען דער מדינה
פֿאַרדעכטיקט.
און צו מאָרגנס, דער ישׂראלדיקער דערציִער יעקבֿ מאַלקין,
לײגט פֿאָר,
אַז מע זאָל צוריקגײן
צו די אָריגינעלע מנהגים פֿון די יום-טובֿים.
למשל, יום-כּיפּור זאָל מען, װי אַמאָל,
טאַנצן אױף די גאַסן.
און דער רבֿ, הרבֿ װײַן, פֿון אַמעריקע,
אַ פֿירער אין דער באַװעגונג,
דערקלערט אַז מע זאָל זיך צוהערן
צו די כּתבֿים פֿון דער מסורה
און אָנערקענען
װאָס די שרײַבערס אַלײן האָבן דאָרט געװאָלט זאָגן.
"אָבער לאָמיר נאָר אָננעמען דאָס װאָס שאַפֿט אַ װידערקול פֿון
אונדזערע אײגענע שטימען."
דער אמת איז אַז עטלעכע כּתבֿים זענען בײַ אונדז כּשר
און עטלעכע באַטראַכט מען װי טריף.
דער עולם באַשטײט פֿון די קינדער
פֿון די אַמאָליקע מיטגלידער
אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע אַרבעטער-באַװעגונגען.
די הײַנטיקע אָנטײלנעמערס װױנען אין פֿראַנקרײַך און בעלגיע.
זײ װילן שאַפֿן אַ גן-עדן פֿון גערעכטיקײט,
ניט אין הימל נאָר דאָ אױף דער ערד
װוּ ס'װעט הערשן שלום און גלײַכקײט
װוּ יעדער איז דעם אַנדערן אַ ברודער.
און צװישן פֿעלקער זאָל זײַן נאָר שלום
און קעגנזײַטיקער דרך-ארץ.
הײַנט שטרעבן די קהילה-מיטגלידער צו פֿאָדערן אַן
אָפּמאַך, אַ גערעכטיקן,
צװישן דער ישׂראלדיקער מדינה און די פּאַלעסטינער.
די פּראָבלעם איז אַז זײ בלײַבן בעלגיער
און זײער ייִדישקײט בלײַבט אין קאָפּ.
ס'איז ניט אַזױ געװען בײַ די עלטערן
װאָס זענען געװען ייִדן אין תּוך.
איצט בלײַבן די װערטן
נאָר ייִדישקײט בלײַבט אין קאָפּ.
מע װיל ניט פֿאַרלאָזן די װעלט
נאָר װיל מען בלײַבן ייִדן.
און ס'בלײַבן די װעלטן,
אַנטװערפּען און בריסל,
אָפּגעשײדט אײנער פֿונעם אַנדערן --- אַ װעלט.
טױב און שטום שטײען זײ אײנער פֿאַר דעם אַנדערן.
דאָך ס'איז צײַט זיך אײנער דעם אַנדערן צו אָנערקענען;
ס'איז צײַט זיך אײנער דעם אַנדערן אָנצונעמען.
ס'איז צײַט אַז יעדער זאָל פֿאָרלײגן
אַז אַנטװערפּען און בריסל,
זאָלן זיך אײנער דעם אַנדערן
האַרציק פֿאַרנײגן.