דרײַ לידער
ישׂראל נעקראַסאָװ
אַלץ קירצער װערן טעג, און נעכט --- אַלץ לענגער,
אַ גימפּל פֿײַפֿט אין צװײַגן װי אַ פֿלײט,
דער װינט איז שאַרף און בײז, פֿון צפֿון ברענגט ער
דעם אומפֿאַרמײַדלעכן און נאָענטן טױט,
און פֿאַלט אַראָפּ, און װױעט אינעם קױמען,
און מידע גרעזער שטאַרבן ביסלעכװײַז,
און צװישן געלע בלעטער בלױען פֿלױמען,
און אינעם עמער שװימען שטיקלעך אײַז.
כ'קען ניט זאָגן, אַז עס טוט מיר באַנג,
דאָס איז אַ נאָרמאַלער פּראָסטער שטײגער:
עמעצער מוז פּױזען װי אַ שלאַנג,
עמעצער קען פֿליִען װי אַ פֿױגל.
לאָמיר פֿליִען אין דער הײך אַרײַן
איבער דינע זונענדיקע שטראַלן,
לאָמיר פּרוּװן װערן שטאַרק און פֿרײַ.
העכער! שרעק זיך ניט אַראָפּצופֿאַלן.
שרעק זיך ניט צו ברעכן זיך דעם האַלדז:
רעאַנימאַטאָרן קענען אַלץ.
ס'ליגט אַ שמאָלער פּראָספּעקט צװישן װענט, ברױנע, געלע און גרױע,
און די שטאָט דעכעט שװער, אָנגעטאָן אין אַספֿאַלט און בעטאָן.
אַ גראַניטענער פּאַרקן, אַן אַלטער טשוגונענער טױער,
און אַ קופּאָל אַ גרינלעכער הענגט אױפֿן בלױלעכן פֿאָן.
דאַכט זיך, ס'װאַרטן די װענט די פֿאַרחלומטע, גרױע און געלע,
ס'האָט די צײַט אױף אַ רגע פֿאַרלאַנגזאַמט איר אײביקן טראָט.
מענטשן, מידע, פֿאַרמאַטערטע, רינען אַריבער פּאַמעלעך
אין די װאַרעמע אָדערן פֿונעם געפּאַקטן מעטראָ.
און אַן אָװנט צעשמירט דאָס געמעל פֿון בנינים, און פּלעצער, און גאַסן,
שבת-ליכט צינדט מען אָן אין די ייִדישע דירות אַצינד,
ערגעץ דאָרטן, ניט װײַט, זידט אין טײַך די פֿאַרנאַפֿטיקטע װאַסער,
קװאָלע קוסטן און בײמעלעך בױגן זיך אונטערן װינט.