לידער
װעלװל טשערנין
נאָך-יום-טובֿדיק
כאַריזמאַטישע פֿיגורן הינטער שױבן פֿון װיטרינעס.
אַ דערבאַרעמדיקער גדול אױפֿן סאַמע אױבן-אָן.
צװײ פֿאַנטאַסטישע פּלאַנעטן, גאָר אַן אַלטער ספֿר קינות.
צװאַנגען ראָסטיקע אין קאַסטן. טירן. מאַי קא משמע לן?
פּאָפֿן װינטערצײַט די בערן. זשליאָקעט בראָנפֿן אַ פֿאָניאַטשקע.
שטײט פֿאַרגליװערט אַ בעל-תּשובֿה. בליִען רױזן אױף אַ גאַס.
פֿאַלן אומעטיקע װערטער. אױף אַ סטאַװעק שװימט אַ קאַטשקע.
קלאַפּן שוסטערס אינעם עבֿר. װאָס װעט זאָגן אַ בר-דעת?
קאַלעמוטנע רינעס שטראָמען, זיך אײַנגיסנדיק אין טײַכן.
אױף אַ טאָװל שרײַבט אַ לערער מיט אַ לאָרד דעם ערשטן אות.
אַ משונהדיקע ברירה דרײט זיך בײַ אַ װעג אַ גלײַכן.
אַן אַכזריותדיקער קיסר פֿאָדערט שטײַערס אָן אַ מאָס.
בײַם בעל-מאה און בעל-דעה אױב אין קמח איז אין תּורה.
דינא דמלכותא דינא כאָטש דור אײַן און כאָטש דור אױס,
רײַך װי קורח און כּל-ימיו פּגרט פֿון אַ מרה-שחורה
כּימי עולם וכּשנים --- אַלץ פֿאָרױס, פֿאָרױס, פֿאָרױס.
די גערעטעניש פֿון פֿעלדער שענקט אַ שפֿע אױפֿרײַס-מינעס.
המן-טאַשן פֿילט די באָבע פּורימדיק מיט פּולװער-מאָן.
כאַריזמאַטישע פֿיגורן הינטער שױבן פֿון װיטרינעס.
אַ דערבאַרעמדיקער גדול אױפֿן סאַמע אױבן-אָן.
תּל-אָבֿיבֿ, תשס''ב
הנה זקנתּ ובֿניך ...
כאָלערעס
דורך פּריזמעס פֿון ימים-נוראים ---
אַזױ גאָר
אַנטפּלעקן מיר זיך פֿאַרן דרױסיקן עולם.
עס װילט זיך
זײַן סתּם אַ מדבר לעת-עתּה, אַ מין אור לגױים,
נאָר מוז מען
דאָך זאָגן כּל-נדרי. דער עולם --- אַ גולם.
מה שמך?
װער ביסטו אין תּוך אָן די קליפּות-גילגולים, דו, עמך, צעזײט און צעשפּרײט איבער לענדער און צײַטן?
עקידה
פֿאַר איציקן איז צוגעגרײט. שיק אין שול אים,
זאָל װערן
דײַן איציק אַזאַ װי געװען בײַ די לײַטן.
מה יפֿית!
עס װערט נישט פֿאַרגעסן דער מנהג דער אַלטער.
עס װאַרט נאָך
אַ כאָפּטע פֿון יונגען אױף יענעם אַבֿרהמען.
עס פֿאַלט נאָך
די האַנט. און דער מלאך? נאָך שאַלט ער,
װי בײזע
מאַשינעס מיט פֿליגל אױף אַעראָדראָמען.
און אפֿשר,
װעט אַנדערש זײַן אַלץ נאָך דער לעצטער נעילה?
אַװדאי!
מיר האָבן פֿון לאַנג שױן געשריבן אַנטשפּרעכיקע תּנאָיִם.
ס'װעט קומען
משיח און רופֿן אונדז חס וחלילה.
עס װילט זיך
זײַן סתּם אַ מדבר לעת-עתּה,
אַ גױ כּכל הגױים.
תּ''א, תשס''ב
נאָך יהודה לײב גאָרדאָן
למי אָני עמל? --- איך האָרעװע דען?
אָט פֿלעגט מען אַמאָל טאַקע נעמען אַ סטען
און גײן אױף אַ קומזיץ און שאַפֿן אַ ליד,
זאָל זײַן פֿרײַ און פֿרײלעכער אַ פּשוטער ייִד.
און איצטער? --- און איצטער איז אַלצדינג פֿאַרקערט.
אַ זינגער האָט כּלל פֿון קײן סטען ניט געהערט.
ער קומט אין קאַװיאַרניע אױף שענקן און זיצט,
װײל דאָרט איז די מוזע די ייִדישע איצט.
צי אפֿשר אין גלות, לעבֿר-הים?
- איך בין ניט קײן יורד. איך מאַך זיך דאָך סתּם.
כ'װעל בלײַבן אין ארץ-ישׂראל אַלײן
צו זינגען מײַן ליד, װאָס איז פֿול מיט געװײן.
אָ, טאָלן און בערג פֿון מײַן פֿרום-הײליק לאַנד!
איך בין אײַער זינגער! איך קלאַפּ קאָפּ אין װאַנט
און װײן בײַ דער װאַנט. ס'איז נאַטירלעך. ס'טוט װײ.
נאָר װער װעט דערהערן מײַן הימלגעשרײ?
תּ''א, תשס''ב
מיט ביקס אין האַנט
און אַזױ װעסטו זיצן
אָן אַ ריר, אָן אַן אָטעם, אָן שום
טױטע נאַרישע טרױמען, װאָס האָבן געשטערט דיר צו זײַן.
און דער זױעריק-זיסער מאָטיװ װעט שױן אױפֿהערן גנעדיק
אַרום-קלינגען, ברעכנדיק טײַערע כּלים
און צעגיסנדיק שטיפֿעריש װײַן.
װעסט באַקומען דײַן בױם,
פֿול מיט פֿײַגן און שאָטנדיק קיל,
אין דײַן אײגענעם װײַנגאָרטן, און בכלל ניט דעם טאַטנס, נאָר דײַן.
אַלץ װעט זײַן אַזױ רויִק, אַזױ אַלט, אַזױ בלאַס, אַזױ שטיל,
און ס'װעט בלײַבן נאָר שפּירן
נאָך דעם שפּילן אין שאָטנס-און-שײַן.
די געשיכטע װעט קומען צום סוף.
ס'װעט זיך אָפּשטעלן פֿױל אױך די צײַט.
נאָר די װאַסערן װעלן נאָך שטראָמען אַראָפּ און אַרױף.
און װעסט װיסן נאַטירלעך, אָן טראַכטן, גענױ, װאָס באַדײַט
אַלצדינג אונטער דעם הימל
אין דײַן אומבאַװעגלעכן גוף.
און װעסט האָבן בדעה
עקזיסטירן אומענדלעך און גאָר
נישט באַשאַפֿן, װײַל אַלץ איז אַ הבֿל און אַלץ איז במילא פֿאַראַן,
און װעסט לײַדן פֿאַר הונגער פֿונעם װיסן בכל דור ודור,
אַז דײַן סאָד איז אַ סוד,
נאָר דײַן גאָרטן איז פֿאָרט ניט קײן גן.
קדומים, תשס''ב
אַהבֿת-חינם
כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן
פֿון אָט דער
אוממעגלעכער ליבע.
זי איז טאַקע אוממעגלעך
געװען אױף
אַן ערנסטן דערפֿאַרענעם קוק.
ממש שװאַרצמאַנס ראָמאַנטיק
און דערצו ---
מיט אַ טרער װי בײַ פֿרוג
און דערבײַ מיט אַ לעבנס-קראַפֿט
בונט װי בײַ
טבֿיה'ן, אָן שטיק, אָן אַ סיבה.
כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן
און פֿאָרט
כ'בין געגאַנגען נאָך איר װי אַ קאַלב,
װאָס ער גײט און ער װײסט ניט
צו װאָס ---
זױגן מילך צי אױף שחיטה.
אױסצומײַדן די תּמימות
העלפֿט צו
אַ געפּרוּװטע שױן שיטה.
נאָר זי אַרבעט ניט דאָ,
װוּ מע האָט ניט ליב
קאַרג, אױף אַ האַלב.
כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן,
אַז דעם נס װעלן װינטן
צעװײען
און זײ װעלן צעטראָגן
פֿראַגמענטן פֿון מײַן
צערטלעך-ציטערדיק גליק.
און אַז איך װעל ניט קאָנען
געפֿינען קײן װעג אױף צוריק.
און כ'װעל אױסגײן אומזיסט,
מיט קעלבישע הימלגעשרײען.
כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן.
און דערפֿאַר בין איך מוטיק און שטאַרק.
און איך שפּאַן װי אַ קאַלב
פֿרײלעך איבער דעם פּײַן-װעג דעם גרינעם.
און איך גלײב, אַז ס'װעט זיגן דאָך
אַלצדינג די ליבע בחינם,
װי די כעלעמער שטופּנדיק
פֿרײלעך און מונטער דעם באַרג.
תּל-אָבֿיבֿ, תשס''ב
װאַרטנדיק אױף ליבע
אױ, איך קען ניט שטײן
גאָר רויִק אױף אַן אָרט.
שחרית בין איך דאָ
און מעריבֿ --- ערגעץ דאָרט.
דאָס איז אַ מחיה
און אַ שװערער עול.
כ'װיל אױף אַלע שׂימחות
טאַנצן מיט אַ מאָל.
און קלעזמאָרעם שפּילן
און דאָס רעדל יאָגט,
װוּ איך האָב גענעכטיקט,
װוּ איך האָב געטאָגט.
לעבן צי נישט לעבן ---
קײן פֿראַגע איז נישטאָ ---
פֿרײַטיק בין איך דאָרט
און אױף שבת --- דאָ.
װילסטו --- שװײַג,
װילסטו --- ברײַ ---
װאָלײנס --- נאָלײנס
בין איך פֿרײַ.
װילסט --- זײַ צאַרט,
װילסט --- זײַ האַרט ---
װײלסט נישט פֿאָרט
דײַן לעבנס-אַרט.
כ'האָב געזען
אַ נס מן השמים,
און געבליבן
דאָך אַ חי-וקים.
כ'האָב אױף אים
לאַנג געװאַרט.
ס'איז מײַן ציל
און מײַן לעבנס-אַרט.
און איך װעל ניט שטײן
סתּם רויִק אױפֿן אָרט.
רויִק בין איך דאָ,
נאָר גליקלעך --- ערגעץ דאָרט.
דאָס איז דאָך מײַן טבֿע
און מײַן זיסער עול.
כ'מוז אױף אַלע שׂימחות
טאַנצן מיט אַ מאָל.
בעת די קלעזמער שפּילן
און דאָס רעדל יאָגט,
האָב איך בנאמנות
עפּעס צוגעזאָגט.
האָב איך שױן צעריסן
פֿיל מאָל מײַנע שיך.
דאָס איז מײַן פֿאַרפֿליכטונג,
אָבער װוּ בין איך?
קײן שטילע שמונה-עשׂרה
איז מיר ניט אױסצושטײן.
אַלץ איז רעלאַטיװ דאָך,
װי ס'האָט אַנטפּלעקט אײַנשטײן.
איך בין פֿון מצרים
װאַנדערן אַרױס,
צום חרות צום אַלט-נײַעם
פֿון דער מאַמעס שױס.
דער מדבר איז מײַן קללה,
דער מדבר איז מײַן בריק.
ער פֿאַרנאַרט מיך זוכן
אַ סטעזשקע אױף צוריק.
ענג איז אין דעם מדבר,
כאָטש ער איז כּלומרשט גרױס,
און ער טרײַבט כּסדר
פֿאָרױס, צוריק, פֿאָרױס.
כּפֿר-אלדד, תשס''ג
קבֿר-יוסף
װי אַ הונט, װאָס ער קוקט פֿון דער װײַטן
אױף זײַן חרובֿ-געמאַכטן הױף,
און ער דרײט זיך אַרום און אַרום
און דערװאַגט ניט לעת-עתּה אַרײַן,
אָט אַזױ, אַ צעשלאָגטער,
שטײ איך בײז אױפֿן שפּיץ פֿונעם באַרג
און איך קוק פֿון דעם אױבן אַרונטער
און איך לעק זיך אַרום.
און די װוּנדן זײ טוען נאָך װײ,
און איך קאָן ניט אַװעקגײן.
און עס הײכט זיך דער הײליקער באַרג,
אַ פֿאַרשראַמטער פֿון אַלטע װיכּוחים,
מיט חורבֿות פֿון אור-אַלטע תּיפֿלות
און בעטאָנענע איצטיקע שוץ-װענט.
איך באַהאַלט זיך דערװײַל אינעם שאָטן,
נאָר איך שאַרף ערבֿ שלאַכט מײַנע צײן.
מײַן געדולדיקן גרימצאָרן היט איך
- װי אַ הונט.
קרית-לוזה --- כּפֿר-אלדד, תשס''ג
ס'איז נמאס געװאָרן אַלץ װידער און װידער דערקלערן דאָס קלאָרע.
עס װעט ניט פֿאַרענדיקן קײן מאָל דעם אַלטן װיכּוח
- גײ װײס װעגן װאָס! ס'זאָל אים נעמען בגניבֿה אַ רוח
און אַלץ װעט מסתּמא זײַן רויִק און שטיל קײן עין-הרע.
ס'איז נמאס געװאָרן צו זײַן נאָר אַ שני-למלך,
זיך װאַרעמען קנעכטיש בײַ עמעצנס פּריצישער גדולה.
איך האָב זיך דאָך אױכעט געלערנט אין אַ רוסישער שולע.
דהײנו, אַ ספֿק, אַז שטענדיק זײַן אומשטימיק װעל איך.
ס'איז נמאס און פֿאָרט בין איך ממשיך צו שװײַגן לעת-עתּה
צי אױפֿברױזן טשאַטעס פֿון מוראדיק-מורדישע װערטער,
װאָס זײַנען ניט װערט קײן צװײ זאַמדלעך צו בײַטן מיט ערטער...
ס'איז טרױעריק עטװאָס זיך אױסזען אַזאַ תּמעװאַטע.
צי בין איך שױן גרױס? ס'איז אַ פּנים אַ נאַרישע שאלה.
מע מוז טאָן אַ פּרוּװ, און דער אמת װעט באַלד זיך אַנטפּלעקן.
צי זיצט אױף אײן אָרט, צי גײסט ערגעץ באַפֿרײַט מיט אַ שטעקן.
כ'װעל גײן, אָבער פֿריִער איז בעסער נאָך װאַרטן אַ װײַלע.
רמת-גן, תשס''ג