(לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענטן-טאָג)
אַ רעדע געהאַלטן אױף דער דעדיקאַציע פֿון דעם געטיסבורגער בית-עולם
מיט זיבן און אַכציק יאָר צוריק האָבן אונדזערע אָבֿות אַרױסגעבראַכט אױף דעם קאָנטינענט אַ נײַ לאַנד װאָס איז געבױרן געװאָרן אין פֿרײַהײט און אָפּגעגעבן דעם עיקר, אַז אַלע מענטשן זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן גלײַך.
הײַנט פֿאַרנעמען מיר זיך מיט אַ גרױסער בירגערקריג, װאָס דאַרף פּרוּװן צי דאָס לאַנד, צי װעלכעס ס'איז לאַנד װאָס איז אױף אַזאַ אופֿן אַרױסגעבראַכט און געבױרן געװאָרן, װעט לאַנג אױסהאַלטן. מיר קומען זיך צונױף אױף אַ גרױסן שלאַכטפֿעלד פֿון דער מלחמה. מיר זײַנען געקומען אָפּצוגעבן אַ חלק פֿעלד װי אַ לעצטער רופּלאַץ די, װאָס האָבן געגעבן זײער לעבן כּדי דאָס לאַנד זאָל װײַטער לעבן. ס'איז אין גאַנצן רעכט און פּאַסיק, מיר זאָלן דאָס טאָן.
נאָר אין אַ ברײטערן זינען קענען מיר ניט אָפּגעבן --- מיר קענען ניט פֿאַרהײליקן, מיר קענען ניט מקדש זײַן --- דעם באָדן. די מוטיקע מענטשן װאָס האָבן דאָ געקעמפֿט האָבן אים פֿאַרהײליקט װײַט איבער אונדזער אָרעמע כּוחות צוצוגעבן אָדער צוצונעמען. די װעלט װעט קױם מערקן און ניט לאַנג געדענקען װאָס מיר זאָגן דאָ, נאָר זי װעט קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן װאָס זײ האָבן דאָ אױפֿגעטאָן. גיכער דאַרפֿן מיר אַלײן די לעבעדיקע זיך אָפּגעבן דער ניט פֿאַרטיקער אַרבעט װאָס די װאָס האָבן דאָ געקעמפֿט האָבן אַזױ ערלעך דערפֿירט ביז אַהער. גיכער דאַרפֿן מיר אַלײן זיך אָפּגעבן דער גרױסער עובֿדה װאָס שטײט נאָך פֿאַר אונדז --- כּדי בײַ די בכּבֿודיקע טױטע זאָלן מיר שעפּן נאָך אַ גרעסערע מאָס מסירת-נפֿש דעם ציל, װאָס זײ האָבן זיך מיט דער פֿולער מאָס אים מוסר-נפֿש געװען --- כּדי מיר זאָלן דאָ אָננעמען אַ החלטה אַז די טױטע זאָלן ניט האָבן אומזיסט געשטאָרבן --- כּדי דאָס לאַנד, מיט גאָטס הילף, זאָל אױף ס'נײַ געבױרן װערן אין פֿרײַהײט --- כּדי די רעגירונג פֿון דעם פֿאָלק, דורך דעם פֿאָלק, פֿאַר דעם פֿאָלק, זאָל ניט פֿאַרגײן פֿון דער ערד.
אײבראַהאַם לינקאָלן
דעם 19טן נאָװעמבער 1863
ייִדיש: רעדאַקציע