אמונת-צדיקים (דערצײלונג)

קטלא קניא
katlekanye@mail.com

װען חיה האָט אױפֿגעװעקט שמעונען אַז זי שפּירט שױן די חבֿלי-לידה איז ער צום ערשטנס געלאָפֿן צום טעלעפֿאָן. נישט אָנצורופֿן דעם שפּיטאָל צו זאָגן אַז חיה קומט באַלד צו גײן. אױך נישט פֿאַר אַן אַמבולאַנץ. דאָס קען אַלץ װאַרטן. ער האָט גענומען דעם טעלעפֿאָן און אָנגערופֿן דעם רבין זײַנעם צו נעמען אַן עצה.

ס'איז שװער צו װיסן װאָס פֿאַר אַן עצה שמעון האָט דאָ געזוכט. צי זי גײט האָבן דאָס קינד צי נישט? דער רבי װײסט דאָך גענױ אױף װען מען װאַרט דאָס קינד. דער רבי האָט געװוּסט פֿונעם װסתּ פֿאַרן תּשמיש װאָס האָט פּראָדוצירט דאָס קינד. דער רבי האָט געגעבן פֿאַרשידענע סגולות פֿאַרן ליל-טבֿילה. און דער אײבערשטער האָט טאַקע געהאָלפֿן. נאָכן אַכט מיט אַ האַלב יאָר אַרומלױפֿן צו אַלערלײ דאָקטױרים און מקובלים איז עס געװען דורכן רבין אַז חיה איז ענדלעך טראָגעדיק געװאָרן. דער רבי האָט זײ אױך ניט פֿאַרגעסן אין די תּישעה-ירחי-לידה. ער האָט כּסדר געשיקט שירײם פֿון דער שבתדיקער חלה און כּסדר זיך נאָכגעפֿרעגט װאָס זי מאַכט. זאָל שױן זײַן אַז דער רבי װײסט, יעצט אָבער אַז זי גײט שױן צום קינד אין אַ מזלדיקער שעה װאָלט געװען אַן עבֿירה צו ריזיקירן אַלע הײליקע תּפֿילות און גײן אין שפּיטאָל אָן דעם רבינס אַ ברכה.

דער אמת געזאָגט האָט שמעון אָבער יאָ געװאָלט אַן עצה. כאָטש ער האָט געװוּסט אַז חיה דאַרף שױן גײן אין שפּיטאָל האָט ער אָבער נישט געקענט טאָן אַזאַ זאַך אָן פֿרעגן דעם רבין. "דיני נפֿשות זענען נישט קײן חכמות" און װי קען ער מאַכן אַזאַ װאָגיקע החלטה װי יאָ צי נישט אַרײַנגײן אין שפּיטאָל אָן אָנפֿרעגן דעם רבין? ער קען דאָך חלילה אײַנשטעלן דאָס לעבן פֿונעם קינד מיט דער מאַמען צוזאַמען.

נאָכן דריקן די קנעפּלעך פֿונעם טעלעפֿאָן האָט ער געװאַרט מיט אַ האַרץ-קלאַפּעניש אױפֿן ענטפֿער פֿונעם גבאין. ער האָט בלױז געװאָלט איבערגעבן זײַן װײַבס נאָמען בת איר מאַמענס נאָמען און עס װאָלט אים בעסער געװען. ער װאָלט שױן דעמאָלט פֿאַרשטאַנען אַז אַ פֿרױ װאָס גײט צום קינד דאַרף באַלד גײן אין שפּיטאָל, אָבער יעצט אײדער ער רעדט מיטן רבינס גבאי איז ער אַ פֿאַרלױרענער. די ענטפֿער-מאַשינקע האָט אױפֿגעהױבן דעם טעלעפֿאָן: "ביתו נאװה קודש פֿונעם סקאָליע רבין זאָל מאַריך ימים ושנים זײַן. דער רבי איז יעצט מײחד-יחודים אינעם עולם העליון. זאַט מוחל רופֿט צוריק שפּעטער אָדער לאָזט איבער אײַער הזכּרה נאָכן תּקיעה. איר זאָלט פּועלן אַלץ גוטס."

חיה האָט געקרעכצט אַיעדעס מאָל אַ צונױפֿציִעכץ איז איר אַריבער װי אַ װאַל אין אַ װילדן ים. קוקנדיק אױפֿן זײגער האָט זי געמאָסטן אַז ס'איז שױן אַראָפּ צו אַכט מינוט צװישן יעדן צונױפֿציִעכץ אָבער פֿון שמעון הערט זי נישט. װען זי האָט זיך באַװוּסט אַז ער האָט נאָך גאָרנישט געטאָן אָבער דעם רבין האָט ער שױן גערופֿן האָט זי אים ניט פֿאַרשטאַנען. "װאָס איז דען דאָ צו פֿרעגן?"

די פּאָר מינוטן אַלײן האָט זי אָבער נישט געבטלט. חיה האָט זײ אױסגענוצט אױסצוטאָן דעם ספֿר-תּורה-גאַרטל װאָס זי האָט אַרומגעבונדן דאָס בױך. דאָס בענדל האָט איר מוטערס שכנטע געהאַט איר געגעבן אַלס אַ סגולה נישט מפּיל צו זײַן, אױסרעכענענדיק דערבײַ אַ ליסטע פֿון פֿרױען װאָס זענען מיט דער סגולה געהאָלפֿן געװאָרן. בחדא מחתּא האָט זי גאַראַנטירט אַז זי װעט קײנעם נישט דערצײלן. חיה האָט עס געטראָגן װײַל שמעון האָט איר געגעבן צו פֿאַרשטײן אַז שאַטן קען עס זיכער נישט און װאָס האָט זי דען צו דערלײגן? אַז זי האָט געדאַרפֿט גײן אין שפּיטאָל און זיך אױסטאָן פֿאַר די דאָקטױרים און שװעסטערס איז שױן יאָ געװען װאָס צו דערלײגן, און אַ טורבאַן איבערן קאָפּ איז איר געװען מער װי גענוג.

שמעון האָט זיך נישט געװאָלט קריגן איבער פֿרעגן אַ רבין אין אַזאַ צײַט. װאָס פֿאַרשטײט דען אַ ייִדענע? און נאָך בפֿרט װען זי גײט צו קינד. זי ברענגט דאָך פֿאַר דעם אַ קרבן-חטאת װײַל זי מאַכט װילדע שבֿועות מכּוח אירע יסורים, קען מען איר מוחל זײַן אַז זי געדענקט נישט אַז װען נישט דער רבי װאָלט זי געליטן נעבעך פֿון דער ערגערער פּײַן פֿון קינדלאָזיקײט.

געכאַפּט דאָס תּהילימל און די געבענטשטע קמיע, האָט ער גערופֿן אַ קאַר-סערװיס - שמעון איז געװען צו אַ גרױסע טשאַטשקע צו פֿירן אַ קאַר - און צוגעפֿאָרן אָפּנעמען די שװיגער און געפֿאָרן אין שפּיטאָל אַרײַן. זאָגט דען נישט רש"י אױפֿן פּסוק "כּי לא כּנשים המצריות העבֿריות כּי חיות הנה" װײַל זײערע מענער האָבן אַ שװיגער? חוץ פֿון דעם װי קען אַ חסידישער יונגער-מאַן װי שמעון זיך אַן עצה געבן אַז ער טאָר נישט זײַן אינעם צימער װען חיה גײט צו קינד, װײַל ער טאָר חלילה נישט קוקן? אַפֿילו יעצט איז אים געװען אַ שאלה צי ער מעג איר האַלטן די האַנט. אָבער אין דעם קאַר איז סײַ װי אָפּגערעדט אַז ער קען גאָרנישט טאָן װען דער דרײַװער קען זען.

קױם זיך נאָכגעפֿרעגט װאָס חיה מאַכט האָט די שװיגער אָנגערופֿן איר זון קײן בני-ברק אַז באַלד נאָך שחרית זאָל ער לױפֿן צום מקובל זאָגן אַז חיה איז אַרײַן אין שפּיטאָל. דער רבי מיטן מקובל דערלײדיקט האָט מען געקענט אָנקומען בשלום אין שפּיטאָל אַרײַן.

חיהס שטוב איז געװען געפֿאַרבט אױף פּאַסטעלע פֿאַרבן, און אַבסטראַקטע מאָלערײַען זײַנען געהאָנגען אױף דער װאַנט. בײַ שמעונען האָט עס אױסגעזען זײער גױיִש. בײַ אים אין דער הײם זענען די װענט אַלע געװען געקאַלכט אױף װײַס און עס זײַנען געהאָנגען בילדער פֿונעם רבין זי"ע. ס'האָט אים קײנער נישט געפֿרעגט איבער דעם װײַל זײַן שװיגער און זײַן פֿרױ האָבן עס דעקאָרירט װען ער איז נאָך געװען אַ חתן. יעצט אַז ער האָט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען אין שפּיטאָל אין אַ הײמלעך דעקאָרירטן צימער האָט ער פֿאַרשטאַנען די שײנקײט פֿון זײַן ייִדישער שטוב. ער האָט אָבער געזוכט די אבֿנײם װאָס דער פּסוק זאָגט אַז אױף דעם געבױרט מען. ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַז מען ברענגט עס אַרײַן שפּעטער.

ס'האָט זיך גערעדט פֿון לײַכטער מאַכן חיהס יסורים. די שװיגער האָט זיך אָנגערופֿן צו דער הײבאַם אַז חיה דאַרף נישט קײן עפּידיורעל. "איך האָב אָך נישט געהאַט", האָט זי פֿאַר חיהן געזאָגט. זי האָט געהאַלטן אַז געבױרן אַ קינד אָן שמערצן איז װי געגנבֿעט, װי דאָס קױפֿן חלות אָדער געפֿילטע פֿיש אױף שבת, אָדער װי דאָס אָנװאַרעמען עסן אין אַ מיקראָװײװ-אױװן, װי זי פֿלעג זאָגן אײדער זי האָט זיך אַלײן געקױפֿט אַזאַ אױװן. כאָטש שמעון האָט נישט געהאַט קײן קלאָרע מײנונג איבערן ענין האָט ער זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ סבֿרא אַז װיבאַלד די שמערצן זענען די שטראָף פֿאַר חוהס זינד זענען מיטלען דאָס צו פֿאַרמײַדן נישט אױסגעהאַלטן. ער האָט אָבער רחמנות געהאַט אױף חיהס צושטאַנד און ס'איז אים שװער געװען צוצוקוקן װי זי פּלאָגט זיך. ער האָט שױן בעסער פֿאַרשטאַנען פֿאַרװאָס רבֿקה-אמנו איז געלאָפֿן אױספֿאָרשן גאָט װען די שמערצן האָבן זיך בײַ איר אָנגעפֿאַנגען.

די הײבאַם איז נישט געװען צו אינטערעסירט אין דעם װאָס שמעונס שװיגער האַלט און זי האָט געװאָלט הערן פֿונעם פּאַציענט אַלײן. חיה האָט דװקא יאָ געװאָלט לײַכטער מאַכן די יסורים. " װאַט דו יו ניד טו סאָפֿער פֿאָר?" האָט אַ חבֿרטע איר געהאַט געזאָגט. שמעון, װען ער האָט ענדלעך באַשלאָסן, האָט געהאַלטן אַז מען זאָל גײן רופֿן דעם רבין. דער ענטפֿער-מאַשין קען דאָך אָבער נישט געבן אַזאַ סאָרט תּשובֿה, די הײבאַם זאָגט אַז די ריזיקעס זענען מינימאַל און די בני-בית שרײַט פֿאַר װײטיק, האָט ער בלית-ברירה צוגעשטימט. ער האָט נישט װײניק מורא געהאַט אױף די קאָנסעקװענצן, ס'האָט אים נאָך מער געשטערט אַז צום ערשטן מאָל רירט ער זיך אָנעם רבין און נאָך דערצו אין דיני-נפֿשות. "און װען איך זאָל אָנרופֿן דעם רבין װאָלט ער מן-הסתּם געזאָגט אַז איך זאָל טאָן װי דער דאָקטער הײסט. נו, זי האָט דאָס טאַקע רעקאָמענדירט."

אַז חיה האָט אַלץ נישט געבױרן האָט מען גערופֿן אַ דאָקטער. פֿריִער, װען חיה האָט דערצײלט פֿאַר שמעונען אַז אירע װאַסערן האָבן זיך געבראָכן, האָט ער באַלד געטראַכט פֿון קריעת-ים-סוף. אַצינד האָט ער געטראַכט אַז ס'איז קשה כּקריעת-ים-סוף און דאָס קינד קומט נישט אַרױס פֿון דער צװײטער זײַט אַזױ װי די בני-ישׂראל. נאָכן אױסהערן דעם דאָקטער האָט שמעון פֿאַרשטאַנען אַז דאָ רעדט זיך פֿון אַ מקשה-לילד. ער האָט זיך געשפּירט װי ער לעבט אין אַ מעשׂה-בוך. ביז הײַנט איז ער געװען אַ חשוכי-בנים פֿונעם יהי-רצון נאָך תּהילים, אַצינד האָט ער אַ פֿרױ אַ מקשה-לילד. ער איז ממש אַ כאַראַקטער װאָס איז געװען בײַם בעל-שם, בײַ ר' מאירל פּרעמישלאַנער און נאָך צענדליקע קדושים-וטהורים. פֿאַר זײַנעט װעגן און אױך פֿאַרן רבינס װעגן האָט ער געװוּסט אַז ער מוז אָנפֿרעגן. אָפּהאַלטן פֿון אַ רבין אַ מקשה-לילד איז גלײַך װי גנבֿענען בײַ אַ ליטװישן גדול אַ פּטר-חמור. און נאָך דערצו אַ מקשה-לילד װאָס איז געװען אַ חשוכי-בנים, ס'איז װי אַ שײנער אתרוג װאָס איז באַקרױנט מיט אַ פּיטום (טאַקע אַזאַ פּיטום װאָס חיה האָט אָפּגעביסן באַלד נאָך סוכּות אַלס אַ סגולה אױף נישט מפּיל זײַן).

פֿון דער אַנדערער זײַט האָט אָבער שמעונען עפּעס אַנדערש געשטערט. דער דאָקטער האָט מיט אים גערעדט און אים מסביר געװען װאָס דאָ די פּראָבלעם איז און װאָס ס'איז דאָ צו טאָן. כאָטש די שװיגער האָט אים נישט געלאָזט גאָרנישט פֿרעגן האָט אָבער דער דאָקטער גערעדט צו אים אין די אױגן אַרײַן. בײַם רבין פֿלעגט ער אַלץ זען דעם דרך-ארץ װאָס מען האָט אָפּגעגעבן די מיליאָנערן אָן בערד װאָס פֿלעגן קומען באַזוכן. ער האָט אױך געװאָלט מיט זײ רעדן, ס'האָט אים אָבער אױך געשטערט װאָס אױב זײ קומט אַזױ פֿיל כּבֿוד, איז צו װאָס זיצט ער און האָרעװעט? תּלמידי-חכמים האָבן קײן מאָל נישט באַקומען דעם סאָרט אײדעלן, פֿרײַנדלעכן קבלת-פּנים. יעצט האָט ער אױך געהאַט די זכיה אַז ס'זאָל צו אים רעדן אַ פּראָפֿעסיאָנאַל אָן אַ באָרד אױף אַזאַ װײכן, צוגעלאָזענעם אופֿן. אמת, װען זײ זענען געגאַנגען צו דאָקטױרים װעגן קינדלאָזיקײט האָט דער דאָקטער אױך אַזױ גערעדט, אָבער דעמאָלט האָט ער זיך בעיקר געװענדט צו חיהן װיבאַלד ס'איז געװען איר פּראָבלעם. נישט נאָר מען האָט קײן מאָל אַזױ צו אים נישט גערעדט, ס'האָט נאָך קײנער פֿון אים נישט געבעטן קײן מײנונג. ער האָט אַפֿילו נישט געװוּסט אַז ער האָט אַ מײנונג. יעצט אָבער אַז מען האָט אים געפֿרעגט װאָס ער האַלט האָט ער זיך געחשקט אַלײן אַרײַנצוטראַכטן. דעם רבין האָט ער אָבער נישט געקענט אַרױסלאָזן פֿונעם געשעפֿט.

שמעונען איז שװער געװען מסביר זײַן פֿאַרן הױז-בחור װאָס האָט אױפֿגעהױבן דעם רבינס טעלעפֿאָן יונגע-לײַטישע ענינים. אַז ס'איז אָבער נישט געװען קײן צװײטער האָט שמעון בלית-ברירה געמוזט זאָגן פֿאַרן בחור װאָס דאָ טוט זיך. דער הױז-בחור האָט מסביר געװען אַז מען קען שױן אַ פּאָר שעה נישט אַרײַן צום רבין. "אַפֿילו נישט אױף אַ מקשה-לילד? װאָס זאָל איך דערװײַל טאָן?" שמעון האָט זיך אױך פֿאַרזינדיקט צו טראַכטן, "אַז נישט אױף אַ מקשה-לילד איז למה זה אָנוכי, װאָס טױג מיר די גאַנצע מעשׂה?" "טי װי דער דאָקטער הײסט אין דער אײבערשטער װעט העלפֿן",האָט דער בחור געהײסן, "אין איך װעל דערמאָנען דעם ענין צום רבין באַם ערשטן געלעגנהײט".

"אין שׂימחה כּהתּרת הספֿיקות", לערנען אונדז חז"ל און און דאָס איז פֿאַרשטאַרקט געװען שױן װיסנדיק אַז גרױסע דאָקטױרים פֿאַרלאָזן זיך אױפֿן רבינס אַ װאָרט. אין ישיבֿה פֿלעגט מען צײַגן אױף יונגע-לײַט װאָס זײ האָבן געהאַט מופֿתים װען ס'איז בײַ זײ געבױרן געװאָרן אַ קינד: דער רבי האָט געזאָגט נישט אָפּערירן כאָטש די דאָקטױרים האָבן געהײסן פֿאַרקערט. שמעון פֿלעגט זיך װוּנדערן צי ער װאָלט בײַגעשטאַנען אַזאַ נסיון. יעצט האָט ער געװוּסט אַז װאָס דער רבי װאָלט געהײסן װאָלט ער געטאָן. מען קען אָבער נישט לײקענען אַז ער איז געװען צופֿרידן אַז דער רבי איז נישט געװען דערבײַ אים צו שטעלן אין אַזעלכע נסיונות.

ער איז אַרײַנגעלאָפֿן אינעם געבורטשטוב זאָגן אַז מען קען שױן צוגרײטן די אבֿנײם. נאָך אײדער די שװיגער האָט געהאַט אַ געלעגנהײט אים אַרױסצוטרײַבן און אים פֿאַרקלאַפּן די טיר אין פּנים, האָט ער געכאַפּט אַ בליק װי חיה ליגט אױפֿגעדעקט פֿון די לענדן אַרױף. אין דרױסן האָט ער זיך געשטעלט זאָגן תּהילים אָבער די ערשטע ראיה פֿון חיהס זקן-התּחתּון האָט ער נישט געקענט אַזױ לײַכט פֿאַרטרײַבן פֿונעם מוח.

שמעון האָט זיך אַרומגעדרײט אַ נערװעזער. ער האָט זיך געצױגן דאָס בערדל, געדרײט די װאָנצעס און געקראַצט די גאָמבע. כאָטש ער האָט געװוּסט אַז זײַן פֿרױ איז אָפּגעהיטן אין די דרײַ עבֿירות װאָס קענען גורם זײַן אַז אַ פֿרױ זאָל שטאַרבן בײַם געבױרן, האָט ער אָבער אױך געװוּסט אַז השׂטן מקטרג בשעת הסכּנה. ער האָט אױך אין זינען געהאַט ס'זאָל זײַן אַ ייִנגל ער זאָל קענען מאַכן אַ פּדיון-הבן. אַ ייִנגל האָט אים בעסער געלױנט װײַל ער װעט קענען געבן אַ זכר, האָבן אַ קריאת-שמע-לײענען, צושטעלן אַ װאַכנאַכט, אױסטײלן כּיבודים בײַם ברית, און דער ברית אַלײן - און דאָס איז נאָך אַלץ פֿאַרן פּדיון-הבן. אַז ס'װעט זײַן אַ מײדל װען ער בלױז געבן אַ קידוש, װאָס לױט די תּקנות אין זײַן שול מעג באַשטײן בלױז פֿון פּשוטע אױסגעטריקנטן לעקעך און אײן סאָרט הערינג. אַפֿילו אײער-קיכל האָבן זײ לעצטנס געאַסרט. און נאָך דעם װעט נאָך קומען אַ חכם און אים זאָגן, "װאָלסט געקענט אַ נאָמען גײבן מאָנטיק אָדער דאָנערשטיק אין זיך אַנשפּאָרן אַ קידוש." חיה האָט גראַדע יאָ געװוּסט דאָס געשלעכט פֿונעם קינד, שמעונען האָט זי אָבער נישט דערצײלט, נאָך דעם װי דער דײן האָט אים געפּסקנט אַז מחמת דעם פּסוק תּמים תּהיה עם ה' אלקיך איז בעסער נישט צו װיסן.

למעשׂה האָט שמעון געװאָלט אַ זון װעגן מער װי אַ פּאָר סעודהלעך. ער האָט שטאַרק געװאָלט אַ נאָמען געבן ישׂראל חיִים נאָך זײַן עלטערן ברודער. זײַנע עלטערן האָבן נישט אַזאַ נאָמען געגעבן זײערע קינדער װאָס זענען געבױרן געװאָרן נאָך זײער אומגליק. זײ האָבן געקענט באַשטײן אױפֿן מינהג, װײַל זײ האָבן געװאָלט פֿאַרגעסן. שמעונען האָט עס אָבער יאָ געשטערט. ער האָט געטראָגן מיט זיך אַ שולד אַז ער האָט פֿאַרדינט פֿון דעם ברודערס פֿאַרלוסט װײַל ער האָט כּלומפּערשט געירשנט דעם ברודערס בכורשאַפֿט. דאָס האָט אים פֿאַרפֿליכטעט צו מאַכן אַ זכר פֿאַר דעם ברודערס נאָמען. ער האָט אָבער נישט געגלײבט אַז ער װעט עס קענען אױספֿירן. ער האָט שױן געהאַט אָפּגעמאַכט מיט חיהן אַז כאָטש דער נאָמען קומט איר משפּחה װעט זי מװתּר זײַן. דער רבי, האָט ער געװוּסט, װעט נישט זײַן אַזױ פּשוט. װען דער ברודער װאָלט אַלט געװען פֿערציק צי פֿופֿציק, װאָלט אים דער רבי געהײסן צוגעבן אַ נאָמען. אַז ער איז אין גאַנצן אַלט געװען זעכצן מיט אַ האַלב װאָלט דאָס אױך נישט גענוג געװען. אַזאַ נאָמען קען שאַטן דעם טראָגער פֿונעם נאָמען אַז ער זאָל נישט לאַנג לעבן אָדער אַנדערע מרעין בישין.

שמעון איז געבליבן זאָגן תּהילים אינעם האָל װײַל אין װאַרטצימער האָט געברענט אַ טעלעװיזיע. מיט זײַן הױכן, דאַרן שטעל און אָנגעטאָן אין זײַן סאַמעטן קאַפּעליוש און לאַנג, שװאַרץ רעקל האָט ער זיך געשאָקלט איבערן תּהילים. ער האָט זיך אָבער נישט געקענט פֿאַרמײַדן פֿון זען גױיִם אין גױטעס האַלטנדיק די הענט און קושן זיך, װי װען זײ גײען זיך דורך אונטערן לאָמפּ װערט איר דינע נאַכטקלײד מיט אַ מאָל דורכזיכטיק. ער האָט זיך שנעל װידער פֿאַרטיפֿט אינעם תּהילימל אָבער דאָרט אױך האָט ער געזען װאָס מען דאַרף נישט. אַז דער בעל-דבֿר האָט געקענט װײַזן גאַנץ כּלל-ישׂראל משה-רבינוס לװיה אײדער זײ האָבן געדינט דעם עגל איז אַ גרױסע גדולה װײַזן אַ זײַדענעם יונגער-מאַן שײנע נקבֿהשע פֿאָרעמס. "נו, װי פּאַסט דאָס פֿאַר אַ חסידישן יונגער-מאַן?", האָט שמעון געטראַכט װען ער האָט זיך געגלעט דעם שטערן, װי עס שטײט געשריבן אין רבי ר' מלכס צעטל-קטן אַלס אַ סגולה צו בײזע מחשבֿות.

מיט אַ מאָל רעדט צו אים אַ װײך קול צי ער װיל נישט אַרײַנגײן שנײַדן דעם נאָפּלשנור. אַ בלאָנדע שװעסטער װאָס איז פֿריִער געװען בײַ חיהן אינעװײניק האָט צו אים געשמײכלט. בלױע אױגן, אַ קורצע קלײד און נישקשהדיקע בריסט האָבן זיך פֿאַר אים באַװיזן. "װאַט זע בײבי איז באָרן?" נײן, זי װיל װיסן צו זי זאָל אים רופֿן װען עס װערט געבױרן. "נאָ, אײַ קאַנט ביקאָז מאַי רילידזן, באָט װאַט יו מין? װאַט אײַ ניד טו קאָט?" זי שמײכלט און רעדט צו אים מיט אַ װײכן, אײדעלן קול װאָס דער בעל-דבֿר אַלײן האָט אױסגעשמירט מיט האָניק, און דערקלערט אים װעגן נאָפּלשנור - װײַזט אױס אַז פֿיל מענער האַלטן עס אַ זכיה צו שנײַדן. "איך זאָל האָבן די זכיה אים מערטשעם שנײַדן די פּיאות", האָט ער בײַ זיך געטראַכט.

"מזל טובֿ!" דונערט איבערן שפּיטאָל. "מזל טובֿ! אַ ייִנגעלע קנײַנע האָרע דאַרפֿסט עם זײן אָבער גײַ נאָך נישט אַראַן!" - און די שװיגער לױפֿט באַלד צוריק. די בלאָנדע שװעסטער האָט אים אױך געװוּנטשן "קאָנגרעטיולײשנס" און געפּרוּװט זאָגן "מעזל טאַװ". כאָטש ס'האָט נישט געהאַט דעם טעם פֿון אַ הײמישן מזל-טובֿ װאָס ער חלומט שױן דערױף אַכט מיט אַ האַלב יאָר, איז עס אַלץ געװען באַטעמט. זי האָט אים אױך נישט פּאַטראָניזירט מיט אַ רחמנותדיקן "מערטשעם בײַ דיר אָף שׂימחות" װאָס שמעון האָט געדאַרפֿט הערן די לעצטע אַכט מיט אַ האַלב יאָר. נישט װיסנדיק װי אַזױ מען זאָגט ברוך-תּהיה אױף ענגליש, האָט ער געשמײכלט, געדרײט די פּאות און אַראָפּגעקוקט אױף דער פּאָדלאָגע.

אַז ער קען נישט אַרײַן צו חיהן האָט שמעון אַ געלעגנהײט אָנצורופֿן דעם רבין זײַנעם. נאָך די האַרטע װערטער פֿונעם הױז-בחור און די װײכע װערטער פֿון דער שװעסטער האָט ער זיך נישט געאײַלט; ממה-נפֿשך, אָדער װײסט שױן דער רבי ממילא, און אַז נישט איז ער נישט קײן בעל-רוח-הקודש און ס'װעט גאָרנישט זײַן אַז ער װעט שפּעטער רופֿן.

אַז נישט דער רבי איז דער נעקסטער קאַנדידאַט זײַנע עלטערן. ער האָט געװוּסט אַז די מאַמע װעט װײנען װײַל זײַט זי האָט פֿאַרלױרן איר אײגן קינד צו "יענער מעשׂה" האָט זי נישט געקענט רעדן פֿון קינדער אָן ס'זאָל איר קומען טרערן אין די אױגן. ער האָט אױך געװוּסט אַז איר װעט נישט שמעקן אַז די שװיגער זײַנע איז אַ גאַנצע מחותּנתטע. זי איז דאָך אָבער פֿאָרט זײַן מאַמע און װאָס איז אים װערט די גאַנצע שׂימחה אַז ער קען דער מאַמען נישט דערצײלן? מילא דעם טאַטן, ער װעט אים געבן די האַנט און װינטשן אַ װאַרעמען, ערנסטן מזל-טובֿ און אָנװינטשן אַז דער קלײנער זאָל װאַקסן לתּורה-ולחופּה-ולמעשׂים טובֿים, אָבער מיט אַ פֿאַרהױלטן, ערנסטן שמײכל. ער װעט אים נישט קוקן אין די אױגן נאָר אױפֿהײבן די אױגן און דעם שטערן צום הימל צו. זײַן שאלה װעט נישט זײַן, װי פֿיל האָט דאָס קינד געװױגן, אָדער װי לאַנג האָט עס געדױערט, נאָר "װעסט אַװדאי נעמען חײם דודן פֿאַר אַ מוהל" און "פֿאַרגעס נישט לײַגן די יולדת-צעטלעך אינעם קינדס שטוב." פֿון דער מאַמען האָט ער אָבער דערװאַרט אַ מזל-טובֿ װי נאָר אַ מאַמע קען געבן. זי װעט פֿרעגן נאָך חיהלען, נישט נאָך דער "יולדת", זי װעט פֿרעגן אױפֿן פֿאַרב פֿון די האָר און די אױגן, נישט צי דאָס קינד איז געל און צי דער ברית װעט זײַן בזמנו. קײן סך האָט ער אױף דעם נישט געװוּסט צו ענטפֿערן, װײַל ער איז נאָך נישט געװען אינעװײניק בײַם קינד. זײַן שװיגער האָט אים אױך נישט דערצײלט, װײַל מענער זענען דען אין דעם אינטערעסירט?

װען ער איז ענדלעך אַרײַן אין צימער װוּ חיה איז געלעגן, האָט זי געהאַלטן אין מיטן געבן צו זײגן און חיהס ברוסט איז געװען אױפֿגעדעקט. די שװיגער איז נישט געװען דערבײַ צו הײסן חיהן זיך צודעקן און חיה אַלײן איז געװען צו אױסגעמוטשעט אַכטונג צו געבן. װען שמעון איז געזעסן מיט חיהן בײַ זײַן ערשטן באַשױ אײדער ער איז אַ חתן געװאָרן, האָט ער משׂים-לבֿ געװען אױף דער גרױסקײט פֿון אירע בריסט. נישט חלילה װײַל ער איז געװען אַ גס-רוח נאָר װיבאַלד דער גמרא זאָגט אַז אײנס פֿון די סימנים פֿון אַן אַילונית איז אַז זי האָט נישט קײן בריסט, װעט ער דאָך נישט גײן אַ שידוך טאָן מיט אַ פֿרױ װאָס קען זײַן אַן עקרה לא-עלינו. כאָטש ער האָט זײ יעצט צום ערשטן מאָל געזען אַזױ לעבעדיק און אָטעמדיק האָט ער שױן פֿיל געטראַכט פֿון זײ. נישט בשעתן חיבוק-ונישוק במקום-מיצװה, פֿאַרשטײט זיך, װײַל זײַן מדריך האָט אים אָנגעזאָגט אַז עס דאַרף דעמאָלט זײַן פֿינצטער אין שטוב. װײַטער חיבוק-ונישוק שלא במקום-מיצװה, פֿאַרשטײט זיך אַז שמעון האָט זיך נישט באַנומען מיט אַזעלכע מעשׂה פּאַסקודניע. נאָר װאָס דען, אין זײַנע קינדלאָזע יאָרן האָט ער פֿיל מאָל געטראַכט צי װען זײ װאָלטן נישט געהאַט עטװאָס אַ גרעסערן שיעור צי ער װאָלט שױן נישט געשעפּט נחת. ער האָט אָבער נישט געשמועסט אַזעלכע גראָבע זאַכן מיט חיהן, װײַל װי די גמרא זאָגט, "אבֿן מקיר תּזעק" - די װענט דערצײלן אַלע סודות.

יעצט האָט זײַן קינד אָבער אַלץ איבערגענומען. די לױטערקײט פֿון אַ פֿריש געבױרנעם קינד בײַ דער מאַמעס ברוסט האָט פֿאַרטריבן אַפֿילו דעם יצר-הרע װאָס איז געשטעלט אױף מכשיל זײַן חסידישע יונגע-לײַט אין שמירת-עיניים. זײַן פֿרײד האָט נישט געװוּסט קײן עק און ער האָט געװאָלט אַרומנעמען חיהן מיטן קינד און זײ האַלטן לעבן זיך. דאָס טאָר מען אָבער נישט. ס'מעג זײַן זײַן קינד און זי מעג זײַן אַ קימפּערטאָרין, אָבער זי איז אױך אַ נידה און שמעון האָט פֿיל יאָרן געהאָרעװעט אין יורה-דעה חלק ב'.

ער איז געװען מסופּק צי מען מאַכט איבער אַ ייִנגל ערשט אַ שהחיִינו און דערנאָך אַ ברכה "הטובֿ-והמטיבֿ" אָדער פֿאַרקערט. יעצט איז אָבער נישט קײַן צײַט פֿאַר שאלות. ער האָט געמאַכט בײדע ברכות מיט אַן אינערלעכער שׂימחה װאָס ער האָט נאָך קײן מאָל נישט געשפּירט. צי מען מעג מאַכן אַ ברכה פֿאַר אַ טפֿח-מגולה-באשה איז בײַ אים יעצט נישט געװען קײן שאלה. ס'איז צו אים געקומען ספּאָנטאַניש, אָן הלכה, אָן מנהג, נאָר גלײַך אַרױס פֿון האַרצן. אָט אױף אַזאַ תּפֿילה פֿון אַ פּאַסטעך האָט דער בעל-שם געװאַרט ראש-השנה אײדער ער האָט שופֿר געבלאָזן.

ס'איז אָבער אַ קלײנע פּלא אַז שמעון האָט זיך אַלײן געפּסקנט נאָכן זיך פֿאַרפֿלײשיקן די אױגן? און דאָס אַלײן איז אױך נאָר געװען װײַל ער האָט זיך אָנגעהױבן צו רירן אָנעם רבין. עבֿירה גוררת עבֿירה. און ס'האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט בײַ דעם. װען די חסידים װאָלטן דאָס אַלץ געװוּסט װאָלטן זײ פֿאַרשטאַנען פֿון װאַנען שמעון האָט גענומען די ברײטקײט אַלײן צו באַשליסן װאָס פֿאַר אַ נאָמען צו געבן דעם קינד. אַזױ אָבער, נאָך "ויקרא שמו בישׂראל ישׂראל חײם בן שמעון" האָט אױסגעבראָכן אין בית-מדרש אַ שטילעניש. די חסידים האָבן באַלד פֿאַרשטאַנען אַז ער האָט נישט אָנגעפֿרעגט. זײ האָבן תּולה געװען שמעונס כּפֿירה װײַל ער האָט דעם רבין נישט פֿאַרגונען אַז זײַן זון איז אַ געװוּנטשן קינד. די גאָר פֿאַרביסענע האָבן געזאָגט אַז ער איז באַגדולט און ס'דאַכט זיך אים אַז ער איז דער ערשטער אבֿי-הבן. די סתּם עמך-ייִדן איז אױך געװען אַ פּלא װען זײ האָבן געהערט די סיבה פֿונעם טומל: "ער האָט נישט מורא?"

שמעונס מאַמע האָט באַהאַלטן דאָס פּנים אין אַ טיכל װען זי האָט געהערט דעם נאָמען װאָס זי האָט אַזױ לאַנג באַגראָבן טיף אין זיך. געפֿילן פֿון שולדיקײט אַז זי האָט אין אים פֿאַרגעסן, געפֿילן פֿון דער איבערגעחזרטער פּײַן פֿונעם פֿאַרלוסט און געפֿילן פֿון שׂימחה אַז שמעון האָט געטאָן דאָס אוממעגלעכע האָבן אַלע משמש געװען בערבֿובֿיא. בלױז דער סנדק דער טאַטע האָט פֿאַרשטאַנען די גבֿורה און שמעונען אַ קוש געטאָן אױפֿן שטערן אינעם שטיבל פֿאַרן אָרון-קודש.