צוגעבונדן

לאה ראָבינסאָן

אין אײן פֿאַל זאָגט מען: "ס'איז אַ חובֿ אַ הײליקער."
מע דאַרף נאָכגײן פֿוסטריט,
האַלטנדיק ס'מױל, און װױל זיך צוהערן,
כּלומרשט מיט אָפּשײַ צו אַ "חכמה"-זאָגעכץ,
און קײן מאָל ניט, חלילה, טאָן קײן לאַך,
בפֿרהסיא צי אין אַרבל ...
ס'האַרץ, געגנאָטעװעט,
לעכצט שרעקלעך נאָך דער פֿרײַ.
שװערינקע רגעס
טריפֿן אַראָפּ װי זעמדלעך, ביז מע װערט
גאַנץ שטיפֿעריש באַגראָבן,
װי טאַטע-מאַמע פֿון אַ מזיק-קינד
װאָס לאָזט זיך געדולדיק מיטן זאַמד
פֿאַרהױפֿענען אױף אַ טוריסט-פּלאַזשע,
כאָטש ס'װילט זיך זײ, באַשײַמפּערלעך, אַ שװים טאָן
אין קילן, פֿרײַען ים.

און דאָרט? ס'איז דאָך זײער אַנדערש,
נאָר דאָרטן װער איך װידער צוגעבונדן,
און מיט אַ פֿעסטערן שנור.
װײַל דאָרט בין איך אַלײן דאָס מזיק-קינד,
װאָס מעג אַ שטיף טאָן, נאָר מוז פֿריִער לערנען.
און כ'װער אױך אױף אַן אמת שטאַרק פֿאַרכאַפּט,
גאָר אָן אַ ברעקעלע צבֿועסטװע;
װײַל דאָרטן הײבן זיך די עכטע בערג
פֿון װינטער-בלענדיקן פֿאַרשטאַנד,
װאָס מיניעט מיט טױזנט חנען,
נאָך מער װי ליבע-משוגעת.
מחמת זײער שײַן,
און אַלע װינקלען װערט די װעלט באַלױכטן,
דאָך קען מען זיך צום מקור פֿון דער ליכט
קײן מאָל ניט דערנענטערן. ס'פֿעלט אױס
דאָס זאַמד, װאָס מע װאָלט איבער אים געגאַנגען.

צי דאָ, צי דאָרט, מעג מען ציטירן ס'פֿאָלקסליד:
"כ'בין צוגעבונדן, מאַמע, מיט אַ שטריקעלע..."

ס'ערשטע נודנע שטריקעלע, פֿון זאַמד,
האָב איך דאָך ביטער פֿײַנט,
װײַל עס פֿאַרטױבט דאָס האַרץ און דאָס געװיסן.
דאָס צװײטע, גוטע שטריקל, פֿון פֿאַרשטאַנד,
װאָס איך האָב דװקא ליב, אי הײַנט אי אײביק,
טוט אױך, פֿון צײַט צו צײַט, אַ ביסל װײ;
נאָר איך פֿאַרגין עס אים. ס'איז מיר אַ גוטער-פֿרײַנד.

מאַרץ, 2000