לױט די קאָרטן (פּיעסע)
מינדל רינקעװיטש
פּאַרשױנען:
די מאַמע
איר ייִנגעלע
דאָס ייִנגעלע װי אַ דערװאַקסענער לעבן געבליבענער
אַלטע ציגײַנערין
ערשטע יונגע ציגײַנערין
צװײטע יונגע ציגײַנערין
ערשטע סצענע
די צײַט: 1938
דאָס אָרט: אַ װאַרשעװער גאַס
בעת דער פֿאָרהאַנג הײבט זיך: גײען די מאַמע מיט איר ייִנגעלע איבער דער גאַס. מיט
אַ מאָל באַװײַזן זיך די אַלטע ציגײַנערין מיט דער ערשטער יונגער ציגײַנערין.
ערשטע יונגע ציגײַנערין. לאָזט פֿאָרױסזאָגן אײַער ייִנגעלעס מזל, מאַדאַם.
מאַמע. (אַ ביסל איבערראַשט. טוט מאָמענטאַל אַ טראַכט) נו גוט. פֿאַרװאָס נישט?
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (ציט אױס די האַנט צום קינד) גיב אַ האַנט, ייִנגעלע.
ייִנגעלע. (ער טוט אַ טריט אױף צוריק. באַהאַלט די הענט הינטער זיך)
ערשטע יונגע ציגײַנערין. אַזױ קען איך דאָך נישט.
ייִנגעלע. (היציק, פֿאַרביסן) כ'װיל נישט אַז די ציגײַנערין זאָל זיך אָנרירן אין מיר.
(מאָמענט פֿון שאָקירטן שװײַגן)
מאַמע. (צום ייִנגעלע אין װידער אַ שטרענגן טאָן) די מינוט זאָלסטו זיך אַנטשולדיקן און געבן אַ האַנט.
ייִנגעלע. (אין אַ שטילן נאָך אַלץ פֿאַרביסענעם טאָן) אַנטשולדיקט. (שטרעקט פּאַמעלעך אױס די האַנט.)
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (לעבעדיק. פּרוּװט ענדערן די אָנגעשטרענגטע שטימונג. נעמט אים אָן די האַנט און באַטראַכט די דלאָניע) לאָמיר נאָר אַ קוק טאָן װאָס דאָ איז. זע נאָר, די ליניע פֿון לעבן איז בײַ דיר גאָר אַ לאַנגע. (זי קוקט אים װײַטער אין האַנט, נעמט זיך צײַט, זעט אױס צו זײַן אַ ביסל פֿאַרװוּנדערט. עס איז קלאָר אַז דער ענין האָט מיט אַ מאָל אַרױסגערופֿן בײַ איר גרױס אינטערעס. זי װענדט זיך צו דער מאַמען) ער װעט געװיס האָבן יאָרן און פֿירן אַן אינטערעסאַנט לעבן. עס װעט פֿון אים װערן גאָר אַן אַנדערער.
מאַמע.
(גוטמוטיק. פּרוּװט נאָכקומען דער ציגײַנערין. מע זעט אַז זי נעמט עס נישט
ערנסט.)
הײסט עס אַז עס װעט פֿון אים אַרױסקומען אַן אָנגעזעענער מענטש?
אַלטע ציגײַנערין. עס קען אַזױ זײַן.
מאַמע. און ער װעט האָבן יאָרן?
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (אַ ביסל נישט זיכער) ער װעט זיכער איבערלעבן די נאָענטע זײַנע.
(די מאַמע גיט איר אַ מטבעה)
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (כאַפּט אַ קוק אױף דער מטבעה. זײער צופֿרידן) אַ שײנעם דאַנק אײַך, מאַדאַם.
מאַמע. נו פֿײַן. (צום ייִנגעלע) דאַנק שײן.
ייִנגעלע. (פֿאַרביסן) אַ דאַנק.
מאַמע. (בײז) האָסט פֿאַרגעסן װי מען שמײכלט?
אַלטע ציגײַנערין. ער האָט דאָך געזאָגט אַ דאַנק. עס װעט שױן גוט זײַן.
מאַמע. עס איז אָבער נישט גוט. (פֿאַרטראַכט זיך אַ רגע) דאָס קעגנגעפֿיל זײַנס צו אײַך --- אַזױ האָב איך אים דערצױגן? מיר זײַנען דאָך עפּעס סאָציִאַליסטן. איך װײס נישט פֿון װאַנען דאָס נעמט זיך צו אים.
אַלטע ציגײַנערין. פֿון װאַנען? פֿון דער לופֿט. מען זאָגט אױף אונדז אַז מיר כאַפּן קינדער איז אַװדאי האָט ער מורא. (פּױזע.) מיר האָבן קױם גענוג אױף צו געבן עסן אונדזערע אײגענע קינדער.
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (קאָכט זיך) מע דערצײלט אױף אונדז אַזאַ מעשׂה --- אַז מיר פֿאַררופֿן זײ צו צירקן זײ זאָלן דאָרט װערן קונצן-מאַכער. אַזאַ אידיִאָטסװע! פֿון װאַנען װײסט מען צי אַ קינד טױג זיך אױס צו דעם? זײ נעמען דאָך נישט יעדן. װען עס זאָל אונדז אַפֿילו אײַנפֿאַלן אַזעלכעס צו טאָן, װאָלטן מיר דאָך גיכער געפּרוּװט געבן אונדזערע אײגענע פֿעיִקע קינדער אַ מעגלעכקײט זיך אַזױ אַרום צו עפּעס דערשלאָגן? נאָך װאָס דאַרפֿן זײ אַזױ רעדן?
מאַמע. (זיפֿצט) און װאָס רעדט מען אַלץ אױף אונדז ייִדן? אַז מיר הרגענען קינדער --- אַז מע נעמט אַ קינד און מע דערהרגעט עס --- שטעלט אײַך פֿאָר --- און אַז מיר באַנוצן זיך מיט זײער בלוט אױף פּסח ---
ערשטע יונגע ציגײַנערין. נאָך בעסער. שײנע מעשׂיות אַלע בײדע.
אַלטע ציגײַנערין. פֿאַרצײַטנס האָבן מענטשן געגלײבט אין װאַמפּירן מיט מכשפֿות װאָס פֿאָרן רײַטנדיק אױף בעזעמער. די צײַטן ענדערן זיך; ענדערן זיך די מעשׂיות אױך. בלױז די מענטשן בלײַבן די אײגענע. הײַנט צו טאָג זײַנען מיר פֿאַר זײ געפֿאָרן װאַמפּירן מיט מכשפֿות װאָס זױגן זײער בלוט און פֿאַרפֿינצטערן זײ דאָס לעבן.
מאַמע. איר זענט, זע איך, זײער אַ קלוגע פֿרױ, אָבער די מעשׂיות קענען זיך יאָ ענדערן. אָט בין איך אַ סאָציאַליסטקע. איך מײן אַז די מענטשהײט איז פֿאַרביטערט װײַל דאָס לעבן איז אַזױ שװער. עס קומען פֿאָר ענדערונגען װאָס װעלן זײ געבן די מעגלעכקײט צו לעבן אָנשטענדיק. עס האַלט שױן דערבײַ. אָט באַלד װעלן אַלע מענטשן זײַן ברידער.
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (צעלאַכט זיך אױפֿן קול. אַלע קוקן זי אָן.) נישט לױט מײַנע קאָרטן, מאַדאַם.
מאַמע. (אײַנגעהאַלטן, כאָטש מען זעט אַז זי איז אופֿגערעגט) צי גלײבט איר בכּלל נישט אַז עס קען װערן בעסער?
ערשטע יונגע ציגײַנערין. אַז מע זעט עס פֿאַר די אױגן גלײבט מען אין דעם. (ברוטאַל) איר װילט מיר זאָגן אַז בײַם איצטיקן מאָמענט האַלטן אײַערע ייִדן בײַ פֿאַרברידערן זיך מיט דער גאַנצער װעלט?
(די מאַמע לאָזט אַראָפּ די אױגן. די אַלטע ציגײַנערין טוט בײז אַ קוק אױף דער ייִנגערער.)
אַלטע ציגײַנערין. (רעדט צאַרט צו דער מאַמען) איך װײס אַז עס האָבן זיך אָנגערוקט שװערע צײַטן אױף אײַך מיט אײַער פֿאָלק. (פּױזע) איר פֿאַרשטײט, אײַער אומגליק איז װאָס אײַך האָט זיך פֿאַרװאָלט דװקא דאָס װאָס יעדערער שטרעבט צו דעם צוצוקומען; די אָנגעזעענסטע פּאָסטנס, די שענסטע קלײדערְ
מאַמע. (שלאָגט זי איבער) די שענסטע קלײדער נײען מיר דאָך אוף. טאָרן מיר נישט גײן אין זײ?
אַלטע ציגײַנערין. (װײך) איך פֿאַרגין איך נאָר עס דאַרף זײַן מיט אַ מאָס. איר מוזט געפֿינען אַ װעג זיך נישט צו װאַרפֿן אין די אױגן, אַזױ װי מיר. קײנער װיל נישט דאָס װאָס מיר פֿאַרמאָגן. װער װיל דען װערן אַ קאָרטן-װאַרפֿער?
מאַמע. און אַז מע װערט געבױרן מיט אַ שיטקל טאַלאַנט? און אַז מען איז בכּוח אַזעלכעס צו באַװײַזן װאָס װעט זיך י אָ װ אַ ר פֿ ן אי ן ד י א ױ ג ן?
אַלטע ציגײַנערין. מײַנעט װעגן מעגט איר דאָס באַװײַזן, געזונטערהײט. מיך אַרט עס נישט. איך מײן נאָר אײַער גוט מיט אײַער קינד!
(בײדע פֿרױען ציִען ספּאָנטאַן אױס די הענט און נעמען זיך אַרום.)
מאַמע. איך װײס אַז איר רעדט פֿון גאַנצן האַרצן.
(נעמט אָן איר קינד פֿאַר די האַנט. זײ נעמען פּאַמעלעך אַװעקגײן.)
אַלטע ציגײַנערין. (שרײַט זײ נאָך) לאַנג לעבן זאָלט איר!
(מאַמע און ייִנגעלע אָפּ)
ערשטע יונגע ציגײַנערין. דאָס װאָס איך האָב געזען אױף דעם קינדס האַנט איז אַזױ משונה מאָדנע. אַלץ קומט מיר לעצטנס אױס משונה מאָדנע. עס װאַרפֿט אָן אַ שרעק.
אַלטע ציגײַנערין. איז היט זיך פֿאַר דײַן שרעק. קוק נישט אין די קאָרטן פֿאַר זיך ביז עס װעט נעמען װערן בעסער.
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (פּראָװאָצירנדיק) און דיר דאַכט זיך אױס אַז עס װעט אין גיכן נעמען װערן בעסער.
(אַלטע ציגײַנערין קװעטשט מיט די פּלײצעס. עס גײט פֿאַרבײַ אַ מאַנספּאַרשױן)
ערשטע יונגע ציגײַנערין. (קומט אים פֿלינק אַנטקעגן) לאָזט זיך פֿאָרױסזאָגן דאָס מזל.
פֿאָרהאַנג
[טאָמער װאָלט איר געװאָלט װײַטער לײענען די איבעריקע סצענע פֿון דער פּיעסע, שרײַבט אױפֿן דאָזיקן בליצפּאָסט-אַדרעס: sholemberger@hotmail.com . אַ דאַנק פֿאַרן אַרױסזאָגן אײַער פֿאַרלאַנג!]