דרײַ לידער

בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן

נײַע טענער

קומען ציטערדיקע קינדער --- נײַע טענער,
װי קינדער פּרוּװן שטעלן ערשטע טריט
װי אַ הינטערגרונד פֿון אַ מעלאָדראַמע
קלינגט אַ ניגון סודותדיק פֿאַרהיט.
עפֿנט מען דאָס פֿענצטער צו די הײכן
פֿאַלן שטערנדלעך װי שפּילעכלעך אַרײַן
זעצן זיך די ליבע געסט פֿון װײַטן
און דערלאַנגען דיר אַ בעכער זיסן װײַן.
װערט אײַנגעשטילט דער װיכער פֿון דער נידער
װערט פֿאַרבלײכט דאָס רױטע שנירל פּײַן
אַ מכשף --- אַ ניגון האָט דיך פֿאַרשלענגלט
און דו לאָזסט זיך מיט אים אין דער װעלט אַרײַן.

___________

ראָז צי גרין

סע טרעסעט אין װינט זיך
דער יאַפּאַנישער קליאָן
מיט רױט פֿאַרפֿלאַמטן געבלעטער
צופֿרידן מיט זיך
װאָס װײסט ער דען
פֿון צעמימתטע באַלקאַנישע ערטער!
סע לױפֿן אױטאָס אין גרױס געאײַל
זײ זאָלן גאָר נישט װיסן
אַז ס'גײט דער מענטש
װי אַ סאָמנאַמבוליסט
אױפֿן שטענדיקן װעג צו אַביסן.

אין דרױסן ברענט אַ זומערהיץ
אױף העכסטע בריִיִקע סטרונעס
קען מען זיך לאַבן מיט אַ קילן קול
צי מיט ביטערע פּילן חלשות.
לאָז קומען אַ שפּראָץ גרין צי ראָז
צעליכטיקן ס'אױג בײַ די קינדער
װאָס מיט אַ פֿאַרטײַעטן מוח
צאַנקען זײ אױס דעם יאָרהונדערט.

___________

אױסגעטרוקנטע װערטער

נישטאָ מער װאָס צו לײענען אין די בלעטער
אױסגעטרוקנטע פֿליִען אַרױס װערטער
אָנצושעפּן זיך מיט קלאָרן שװײַגן.
װידער אַן אַכציק-יאָריקע זקנה
רױב און מאָרד שױן אַ נעכטיקע מעשׂה
מזלדיק דער װאָס מײַדט אױס ס'מעסער.
אָרעמע פֿרױ גאָלדמאַן
כ'באַלײט זי צו קבֿורה
אין דמיון.
װער ס'איז אַלט און אַלײן
אין דער שטאָט
פֿאַלט אױפֿן ערשטן פֿראָנט.
לעבן מיר אין באַן
פּאַרשױנען לײענען.
איך לײען די פּלאַקאַטן
איבער די שױבן.
זײ שמײכלען צו מיר ליבלעך
מיט אותיות געזונטע, פֿעטע.
זײ האָדעװען אונדז מיט צוקערלעך,
נאָר מיר יאָגן נאָך די װערטער
װאָס פֿילן אָן די בלעטער
"פֿאַרפּײַניקטע זקנה"
שאַרפֿער װי אַ מעסער.