בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן
צװײ לידער
אַ שורה --- אַ פּערל
אַ גוטע שורה מיר געקומען
אױפֿן רײון
װי תּמיד, אין ערגסטן געהודזשע
פֿון באַנען
אַ שורה --- אַ פּערל! כ'האָב גענומען
שפּינען
דעם זײַדענעם פֿאָדעם
װאָס אים צו געפֿינען
נאָר פֿון אַקסל ביז הענט
צװישן גופֿים פֿאַרקלעמט
אַ פּען אַרױסנעמען װאָלט זײַן
גאָר אַ מופֿת
פּרוּװט מען עס האַלטן
פֿאַרשרײַבן אין מוח עס
מע חזרט און חזרט עס אײַן
װי אַ תּפֿילה
און סע װאַקסט די שורה
װערט אַ סטראָפֿע אַפֿילו
מע האַלט זי מיט כּוח
פֿאַרביסן מיט צײנער
נאָר דער שפּרײַ צעזײטע קלאַנגען
און טענער
פֿאַרשװענקט די חושים
ס'כװאַליעט אַװעק דער אַרום
נאָר די שורה האַלט מען
מיט אײַזערנעם קלעם
און אַז אַרױס שױן פֿון װאַגאָן
מענטשן, בנינים סע פֿלײצט װי
אַ שטראָם
און אַנדערע מחשבֿות
נעמען איבער דעם אױבן אָן
אין גאַנצן פֿון זינען אַראָפּ
די פּאָעזיע.
נאָר צװעלעװע בײַ נאַכט
װען שטאָרעס פֿון טאָג
זיך לאַנג שױן פֿאַרמאַכט
צעשפּילט זיך די פֿאַנטאַזיע.
אױ, די שורה, די פּערל דער דימענט!
אין װאַסער אַרײַן, אים נישט צו געפֿינען
פֿאַרלױרן אַפֿילו דעם תּמצית
דאָס זוכן און גראָבן אומזיסט איז.
נאָר אפֿשר אין חלום װעט זי קאַריקקומען
מע זאָגט דאָך בפֿירוש: געקומען צו חלום
הלװאי...
___________
סירענעס אין דער נאַכט
מיט רעװעדיקע מײַלער פֿאַלן זײ אָן
סע שנײַדט זיך אַרײַן
ס'איז דאָס שטענדיקע װיגליד
|