אַ באַמערקונג צו אַ שטורעם אין אַ גלאָז װאַסער
טאָמאַס סאָקסבערגער
אין פֿעברואַר האָט זיך אָנגעהױבן אין "פֿאָרװערטס" אַ סעריע אַרטיקלען "צו דער דיסקוסיע װעגן ייִדיש אין ישׂראל און די תּפֿוצות".
דאַכט זיך, אַן אינטערעסאַנטע און אַ װיכטיקע טעמע.
באַקומט זיך אָבער, אַז דערעיקרשט גײט דאָרט די רײד װעגן אַ קריגערײַ צװישן דעם "ייִדישן שרײַבער-פֿאַראײן אין ישׂראל" און דעם "װעלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור".
דער דאָזיקער װיכּוח ציט זיך שױן לאַנג און מען װאָלט געקענט מײנען, אַז דאָ גײט אין אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טױט --- ניט בלױז פֿאַרן "װעלטראַט", מאָר פֿאַר דער ייִדיש-קולטור בכלל.
אײן קלײניקײט --- "װעלטראַט פֿאַר ייִדיש"! זאָל ייִדיש אפֿשר בלײַבן אָן אַ דאַך-אָרגאַניזאַציִיע?
אָבער עס איז דאָך אַ סוד אױף גאַנץ בראָד, אַז דער "װעלטראַט" עקסיסטירט בלױז דעמאָלט, װען מען קומט זיך צונױף אױף אַ "װעלט-קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישער קולטור", אַזױ װי עס איז געװען אין יוני 1998. איך בין דאָרטן געװען. האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז עס איז אַ װעלטקאָנפֿערענץ מיט דעם, װאָס ייִדיש-דעלעגאַטן קומען זיך צונױף פֿון גאָר דער װעלט.
װער מיר דעלעגאַטן? װאָס מיר דעלעגאַטן? װער האָט דעלעגירט?
עלעהײ מע האָט געהאַט אַזאַ אײַנפֿאַל:
"אָט האָבן מיר דעם אַדרעס פֿון אײנעם װאָס שרײַבט אַמאָל אין "פֿאָרװערטס". װױנט אױף אַן אינדזל אין פּאַציפֿיק. לאָמיר אים פֿאַרבעטן אױף דער קאָנפֿערענץ, זאָל ער רעדן װעגן ייִדיש אין מיקראָנעזיע, און בשעת מעשׂה אױך מעלאַנעזיִע, און פּאַפּואַ-ניוגיני..."
אַװדאי טרײַב איך איבער.
זאָל מען מיך ניט פֿאַרשטײן פֿאַלש: איך װיל ניט אָנרירן דעם כּבֿוד פֿון קײנעם, װאָס איז זיך מטריח געװען קײן ישׂראל אױף דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ. פֿאַר װאָס איז מיר געקומען אױפֿן געדאַנק דאַפֿקע מיקראָנעזיע?
אפֿשר דערפֿאַר, װײַל אַזױ זעט הײַנט אױס די ייִדיש-קולטור: אַ סך אינדזעלעך, פֿאַרשפּרײט איבער אַ היפּש ביסל שטח פֿון ערד-קײַלעך.
טײלמאָל זײער קלײנע אינדזעלעך: אױף אײניקע פֿון זײ זיצט ניט מער װי אַ ראָבינסאָן, װאָס בענקט נאָך אַ באַגעגעניש מיט אַ "מאַן פֿרײַטיק" (צי "שבת") כּדי ער זאָל אים קענען אױסלערנען מאַמע-לשון. ניט די דעלעגאַטן װיל איך קריטיקירן, אָבער דאָס װאָס מען רעדט ניט קײן קלאָרע דיבורים. אױך אין לודענס אַרטיקלען אין "פֿאָרװערטס" און אין די "לעבנספֿראַגן" דאַרף מען קענען לײענען צװישן די שורות, כּדי צו פֿאַרשטײן, אַז ער קריטיקירט.
און פֿאַר דעם, װאָס איז אױף דער קאָנפֿערענץ ניט געװען, שאַפֿט עס אַן אײַנדרוק, אַז דאָ האָט מען געפֿירט אַן אױסטױש װעגן די לעבנס-פֿראַגן פֿון דער ייִדיש קולטור.
אָבער לאָמיר נעמען אַ בײַשפּיל: אָט לײען איך, אַז "צװישן די דעלעגאַטן האָבן זיך אױך באַװיזן ייִנגערע פּנימער [...] יונגע מענטשן (זײַנען געקומען) אפֿילו פֿון שװעדן, פֿון דער שװײץ, פֿון עסטרײַך..."
למשל בין איך געװען, צום בײַשפּיל, דער "יונגער מענטש פֿון עסטרײַך". דאַכט זיך, דער ייִנגסטער פֿון אַלע, כאָטש אױך שױן מער װי 30 יאָר אַלט (און אַמאָל האָט מען געהאַלטן, אַז צו אַזעלכע זאָל די יוגנט קײן צוטרױ ניט האָבן --- נו, מילא). און ניט קײן דעלעגאַט, כאָטש פֿונעם קאָנטעקסט אינעם אַרטיקל װאָלט מען געקענט מײנען אַזױ. און געקומען צופֿעליק, און געװען מער אַ באַאָבאַכטער אױף דער זײַט. נײן, איך קען זיך ניט באַקלאָגען װעגן דער קאָנפֿערענץ. מען האָט מיך אופֿגענומען פֿרײַנטלעך, אױסגעהערט מײַן קורצן רעפֿעראַט מיט אינטערעס, באַצאָלט דעם האָטעל-צימער (דאָ האָב איך צו דאַנקן די ספּאָנזאָרן, פֿאַרשטײט זיך. דער "װעלטראַט" אַלײן האָט ניט קײן בודזשעט...)
איך קען און װיל ניט קריטיקירן די מאָטיװן פֿון די, װאָס האָבן זיך בעטײליקט אין דער קאָנפֿערענץ. אָבער איך װיל זיך דערלױבן צו קריטיקירן די אָנפֿירונג פֿון "װעלטראַט", װאָס האָט ניט געניצט די געלעגענהײט צו דערלאָזן אַן אָפֿענע דיסקוסיע װעגן פֿראַגעס, װאָס האָב, װי איך בין זיכער, פֿאַראינטערעסירט מער װי אײנעם פֿון די באַטײליקטע:
--- װאָס איז דער װעלטראַט?
--- װאָסערע אָרגאַניזאַציעס גײען אַרײַן אין אים?
--- װאָס איז זײער בײַשטײַער צו דער אַרבעט פֿון װעלטראַט?
--- צי איז דער "װעלטראַט פֿאַר ייִדיש" בכלל אַ יש --- אָדער בלױז אַ ישׂראלדיקער פֿאַראײן מיט אַ גרױסאַרטיקן נאָמען?
--- אױב אַזױ --- אױף װאָס באַדאַרף מען אים?
--- פֿאַרװאָס זײַנען דאָ שװעריקײטן פֿאַר זײַן אַרבעט? און זאָל מען ניט ענטפֿערן מיט "די שׂונאים פֿון ייִדיש ... דער ישׂראלדיקער עסטאַבלישמענט ... דאָס װעטער-אָנשיקעניש אין פּאַציפֿיק על ניניאָ ..."
אַזעלכע פֿראַגעס זײַנען געשטעלט געװאָרן נאָר ניט-אָפֿיציעל. די טאָגאָרדנונג האָט ניט געלאָזט קײן צײַט פֿאַר אַזעלכע דיסקוסיעס --- זי איז געװען אָנגעפּראָפּט און איבערפֿול מיט רעפֿעראַטן. דאַכט זיך, אַז אין דעם האָט געשטעקט אַ געװיסע כּװנה אױך: עס זאָל ניט בלײַבן צופֿיל צײַט צו טראַכטן װעגן דעם, װאָס דאָ טוט זיך.
עס בלײַבן פֿראַגעס, פֿראַגעס. אפֿשר װעט זיך נאָך אָנהײבן די אמתע דיסקוסיע...