סעקס און דער סינגל-ייִד: אַ בלײז אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור
פֿון רעדאַקציע
לעצטנס קאָכט זיך די אַמעריקאַנער מעדיִאַ איבער ,Eyes Wide Shut דעם לעצטן פֿילם פֿון ,Stanley Kubrick דער דירעקטאָר פֿון ,Dr. Strangelove ,2001: A Space Odyssey און נאָך קלאַסיקע פֿילמען. Eyes Wide Shut װערט צעפּױקט אין זײַן פּירסום װי אַ מיסטעריעז-עראָטישע אַנטפּלעקונג פֿון ניו-יאָרקס תּאַװהדיקער שאָטנזײַט.
מיר ברענגן דאָ אַ ציטאַט פֿון אַ רעצענזיע פֿון Kubrick ס פֿילם װאָס איז אַרױס אין New York Times פֿון 20סטן יולי. דער מחבר, ,Stephen Holden שרײַבט בזה הלשון:
קען זײַן אַז ניו-יאָרק איז דער סאַמע פֿאַרצװײַגסטער, קאָנקורירערישסטער, הױכפּרײַזיקסטער פֿלײשמאַרק אױף דער װעלט, ובפֿרט זומערצײַט, װען האַלב מענטשן פּאַראַדירן זיך האַלב נאַקעטערהײט. געװיסע נאַכטן, װען די גאַסן שװיבלען און װיבלען זיך מיט ספּאָרט-אױסגעטאָקטע גופֿים און צוגעפּאַסטע 'עטיטודס', מאָלט זיך אַ מיליאָן סעקס-פֿאַנטאַזיעס אין דער נאַקעטער שטאָט װאָס זײ גיסן זיך צונױף אין אײן ריזיקער אָרגיע. ...
אין Eyes Wide Shut איז דאָ אַ מאָדנע-ראָמאַנטיש גלױבן, אַז עס עקזיסטירט אַ סודותדיקע סעקסװעלט װוּ נאָר די עליטישע קאָגנאָטשענטי די פֿאַרשאָלטענע מעגן אַהין אַרײַנגײן. נאָר טאָמער אַזאַ װעלט האָט אַמאָל יאָ עקזיסטירט אין ניו-יאָרק, איז עס דאַװקא נישט פֿאַראַן אין הײַנטיקן קלימאַט פֿון זיך-פֿאַרמערנדיקע טעלעפֿאָן-סעקס, עסקאָרט-סױרװיסעס, אינטערנעט-פּאָרנאָגראַפֿיע, און מענטשנס אָבסעסיעס מיטן פּראָצענט לײַבפֿעץ, ברוסטמוסקלען און ריזיק-אופֿסקאַלירטע בריסט און געניטאַלן. נישט געקוקט אױף מײאָר דזשויאַניס פּרוּװן סאַניטיזירן ניו-יאָרקס עראָטישע קולטור, בלײַבט די שטאָט מער װי װען נישט איז אַ סעקס-סופּערמאַרק, װוּ אַלץ װאָס מע קען זיך נאָר חלומען איז אָפֿן אױסגעשטעלט אין מעדיִאַ-װיטרינע. מיט אַ טעלעפֿאָן-קלונג צי אַ קנעפּלקװעטש קען מען גלײַך באַקומען 'סױרװיס'."
דער לײענער װעט זיך פֿרעגן פֿאַר װאָס מיר האָבן געבראַכט דעם דאָזיקן ציטאַט. נישט נאָר כּדי "מגרה צו זײַן" [אָנצורײצן] דעם יצר-הרע (װי עס שרײַבט זיך אין משנה ברורה װעגן דבֿרי חשק, ליבע-געשיכטעס). נאָר כּדי צו װײַזן, אַז בײַ לײַטן שרײַבט מען װעגן סעקס, און אין ענגליש-שפּראַכיקע (און מסתּמאָ אין אַנדערע זשורנאַלן) איז אָנגענומען, אַז סעקס איז אַ לעבנספֿאַקט װאָס מע שעמט זיך נישט מיט דעם. נישט נאָר דאָס, נאָר דאָס גאַנצע אַרטיקל גיט זיך אָפּ די פֿאַרשײדענע פֿאָרמעס סעקס, װאָס װערן אָפּגעשפּיגלט אין דעם סעזאָנס מוּװיס און טעלעװיזיע-פּראָגראַמען.
ס'איז דאָך איבעריק צו זאָגן, אַז קײן אַזױנע אַרטיקל װאָלט זיך נישט באַװיזן אין אַ ייִדיש-שפּראַכיקן זשורנאַל. טײל װעלן זיך אופֿבלאָזן, הלמאַי אַזאַ געדאַנק איז אונדז אפֿילו אײַנגעפֿאַלן: סטײַטש? ייִדן זײַנען ערלעכע, צניעותדיקע באַשעפֿענישן, און דאַרפֿן נישט צעפּראַלן פֿאַר אַ ברײטן עולם די טירן פֿון זײערע שלאָפֿצימערן. מה טבֿו אוהליך יעקבֿ, משכּנותּך ישׂראל.
נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט שרײַבט מען אַלע מאָל װעגן טונקעלע, נישט אָנשטענדיקע זײַטן פֿון אונדזער פֿאָלק און קולטור. מע שרײַבט װעגן זײ װײַל זײ זײַנען װיכטיק, און אין דער עפֿנטלעכקײט דאַרף מען ספּראַװען זיך מיט עניני דיומא. אַנישט װערן פּראָבלעמען פֿאַרשטיקט, און יעדער װאָס הײבט זײ אַרױס איז אָדער אַ מאַװעריק, אָדער אַ כּופֿר-ביקער.
אָט װאָס שטײט פֿאַר אונדז אין אונדזערע ייִדישע כילות אין שײכות מיט סעקס: דאָס פֿעלן פֿון סעקס-דערציונג אין דער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער קהילה, אין דער חרדישער קהילה שױן אָפּגערעדט; דער פּראָבלעם פֿון צו פֿיל קינדער האָבן; עידס און HIV און אַנדערע סעקסועל איבערגעגעבענע קראַנקײטן; די באַהאַנדלונג פֿון האָמאָסעקסואַליסטן אין דער קהילה; און נאָך אינטערעסאַנטע, דרינגלעכע, און אָנגעװײטיקטע שאלות. אָבער אַז מע גיט אַ בלעטער דורך די שפּאַלטן פֿון אונדזערע טריבונעס איז גלײַך װי די דאָזיקע טעמעס װאָלטן נישט עקזיסטירט, באשר "אַחינו בני ישׂראל" זײַנען צו ערלעך אױף אַזעלכע פּראָבלעמען.
מעגלעך, אַז מיר װאַרפֿן זיך מיט גדלותדיקע באַשרײַבונגען פֿון אַחינו בני ישׂראלס גוטע מידות נאָר װען ס'קומט צו רײד אַזאַ זאַך װאָס שטעלט אונדז אין אַ פֿאַרלעגנהײט. די פֿראַזע "ייִדן טוען נישט אַזױ" הערט זיך נאָר װען ייִדן טוען יאָ דװקא אַזױ. "שיכּור איז ער, טרינקען מוז ער, װײַל ער איז אַ גוי" איז נישט נאָר אַ ראַסיסטיש ליד פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט (די נאָסטאַלגיסטן צװישן אונדזער לײענערשאַפֿט זאָלן נישט האָבן קײן פֿאַראיבל), נאָר אַ נישט-דערזאָגטע צוגעבונג, אַז ייִדן זײַנען אױך אַ מאָל שיכּורים. אַנישט װאָלט מען נישט אַזױ באַצײכנט דעם גוי. אַזױ מסתּמאָ אױך מיט צניעות, הײסט עס בײַ קבֿרוט התּאַװה זײַנען דאָך קײן גױיִם נישט געװען.
בײַם אײבערשטן איז אָבער אַנדערש. אונדז דאַכט זיך (אױב מיר האָבן קײן טעות נישט) אַז אין די ערטער אין חומש װען עס גײט די רײד װעגן די מידות אָדער דער טבֿע פֿון פֿאָלק ישׂראל איז עס אָפֿטמאָל אין פֿאַל פֿון אַ חטא: "עם קשה עורף" און אַזױ װײַטער. איז אָפּצולערנען: דאָס אופֿטאָן איז װיכטיקער װי דאָס באַשרײַבן. װי שטײט עס? "נעשׂה װנשמע." נישט "מיר װעלן טאָן און מענטשלעך װעלן מיר זײַן, װײַל מיר זײַנען ייִדן און דאָס איז בײַ אונדז מסורה" נאָר פּשוט "מיר װעלן טאָן און האָרכן." אפֿשר דאַרף מען מער שרײַבן װעגן דעם, װאָס בעט זיך באַשריבן צו װערן, און װײניקער שרײַבן װעגן זיך? און אַז דער גלגל החוזר דרײט זיך, און גיט זיך אַ שטעל אָפּ בײַם אָרט סעקס און זײַנע װירקונגען, דאַרפֿן מיר אױך װעגן דעם שרײַבן, און זיך נישט אָפּזאָגן צוליב אונדזער כּלומרשטיקע אומװיסיקײט אין אַזאַ האַרבער קשיא.