מסכתּא װאַקאַציע (מאָנאָלאָג)
קטלאַ קניאַ
בײַ אונדז אין שטאָט איז דער מינהג אַז מוצאי תּישעה באָבֿ אַזױ װי מען האָט נאָר עטװאָס טועם געװען און זיך איבערגעביטן די שטעקשיך הײבט זיך אָן מסכתּא װאַקאַציע. די מסכתּא, לאָמיך אײַך זאָגן, איז ניט פֿון די לײַכטע. עס װערט אַ געלױפֿערײַ מיט אַ געשרײַערײַ, אַ געשלעפּעכץ מיט אַ געפּאַקעכץ; מענער, װײַבער, און קינדער לױפֿן צעטומלט און צעטאָן. װאָס איז? װאָס הײסט װאָס איז? דו האָסט צײַט צו פֿרעגן? מען פֿאָרט אױף װאַקאַציע!
װאַקאַציע איז נישט אַ יום-טובֿ װאָס דער באַשעפֿער האָט געשאָנקן די ייִדן, נאָר װי אַלע חומרות, האָבן זײ זיך עס אַלײן גענומען. חומרות זאָלט איר נישט לײַכט שעצן װײַל גלײבט מיר דער באַשעפֿער האָט אונדז אַזױ ליב בלױז צוליב די חומרות. אַז דער באַשעפֿער האָט געזאָגט אײן טאָג יום-טובֿ מאַכן זײ צװײ טעג יום-טובֿ; אַז דער באַשעפֿער זאָגט אַ כּזית זאָגן זײ אַ כּביצה; אַז שבתענאַכטס באַװײַזן זיך דרײַ שטערן אױפֿן הימל זאָגן די הײליקע ייִדן "װאַרט אױס נאָך אַ מעניט, ס'איז נאָך נישט רבינו תּמס". גאָט האָט געװוּסט װעמען צו קלײַבן און בעסערס װאָלט ער אין ערגעץ ניט געפֿונען.
איז װאַקאַציע אױך פֿון די חומרות: צו די שלש רגלים האָבן זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אױף אַ כּפּרה נאָך אַ יום-טובֿ, ויקרא שמו בישׂראל װאַקאַציע. מע מוטשעט זיך אױף דעם און מען הונגערט װי אױף פּסח, מען טרײצלט אין דעם װי אין אַ סוכּה און עס געדױערט אָנגעפֿער אַזױ לאַנג װי פּסח מיט סוכּות אין אײנעם.
אַז די מאַסן װאָס פֿאַרלאָזן די שטאָט זעען אױס װי די בני ישׂראל בײַ יציאת מצרים, זענען די הכנות דערצו ניט קײן סך אַנדערש. אײדער מען איז אַרױס פֿון מצרים האָבן זיך ייִדענעס געבאָרגט פֿון די שכנטעס אַלערלײ כּלים; דאָס זעלבע איז הײַנט. ערבֿ די װאַקאַציע קלאַפּט מען אױף טירן און פֿענצטערס צי מען קען דאָס באָרגן און יענץ לײַען. אײנער פֿרעגט צי מען ניצט דעם "רוף רעק" [אױטאָ-געשטעל], אַ צװײטער שרײַט אַרײַן אַז איר מאַן האָט עס שױן באַשטעלט װען ער האָט זיך געזען מיט יענעם בײַ כּפּרות שלאָגן, װערט דערפֿון אַ געראַטשקע און ליהודים היתה אורה. צוריקגעבן גיט מען אױך אָנגעפֿער װי מען האָט צוריקגעגעבן אין מצרים. אַ נעכטיגן טאָג כּכּוכבֿים בלילה.
װאָס האָב איך אָבער אײַך צו דערצײלן פֿון יענעמס צרות װען מײַנע אײגענע זענען גענוג. יום-טובֿ בײַ מיר האָט זיך אָנגעהױבן תּישעה באָבֿ נאָך חצות. יעקבֿ שמעון, זאָל ער זײַן געזונט און שטאַרק, איז אַהײמגעקומען דערצײלענדיק אַז זײַן חבֿר האָט אים שטאַרק צוגערעדט ער זאָל פֿאָרן אױף דער שװײץ. דער חבֿר האָט דערצײלט אַז אין דער שװײץ איז עפּעס אַזױנס און אַזעלכס. מען קען זיך דאָרט אױסרוען און מען קען שפּאַצירן אױף די בערג. יענער דערצײלט אַז אַ צדיק האָט געזאָגט אַז װען דוד המלך האָט געזאָגט "ברכי נפֿשי" איז ער זיכער געװען אין דער שװײץ. אַלע ייִדן פֿאָרן קײן שװײץ, זאָגט דער חבֿר, און מען קען דאָרט קריגן כּשר צו עסן און עס איז דאָ מנין אַיעדן טאָג און אַ מקװה און אַלץ װאָס אַ ייִד דאַרף צום לעבן.
יעקבֿ שמעון איז פֿון די אַלע מעשׂיות שטאַרק נתפּעל געװאָרן און ער װיל װיסן װאָס איך זאָג דערצו. פֿאַרשטײט זיך אַז כאָטש ער װעט פֿירן דעם קאַר און אױף אַלץ באַצאָלן װעט אָבער דער רעשט ליגן אױף מײַנע פּלײצעס. מיר האָט זיך װוּ נישט װוּ געשמעקט פֿאָרן אַ ביסל אױף אַן אַנדערן פּלאַץ אױף אַ ביסל מנוחה. יעקבֿ שמעון, האָב איך געהאָפֿט, װעט דאָרט זײַן אַ ביסל װײניקער צעטראָגן און האָפֿנטלעך װעט ער מער פֿאַרברענגען אין דער הײם. װער װײסט --- אפֿשר װעט ער אפֿילו מיט מיר גײן שפּאַצירן. כ'האָב געהערט אַז די גאַנץ פֿרומע גײן אױך דאָרט שפּאַצירן מיט די פֿרױען.
איך האָב צוגעשטימט --- כאָטש סע װאָלט זיך מיר אפֿשר געשמעקט מיט אַ פּאָר ייִדן װײניקער. האָט זיך אַצינד אָנגעהױבן מײַן יום-טובֿ.
אַ גאַנצן טאָג איז מיר יעקבֿ שמעון נאָכגעלאָפֿן צו דערמאָנען װאָס איך טאָר אַלץ נישט פֿאַרגעסן. די פֿלײשיקע טעפּ מיט די מילכיקע טעפּ און אײן פּאַרװע טאָפּ אין פֿאַל אַז איך דאַרף קאָכן נישט מילכיק און נישט פֿלײשיק. פֿלײש װיל ער מיטנעמען װײַל ער װײסט נישט צי מען קען זיך פֿאַרלאָזן אױפֿן שװײצער שחיטה, און פֿיש אױך, װײַל ער דערקענט נישט װעלכע פֿיש זענען כּשר. חלות זאָגט ער איז נישט נײטיק צו באַקן, ממילא דאַרף איך נישט מיטנעמען די בעקענעס. ער איז זיך אָבער תּיכּף מײשבֿ אַז אפֿשר זאָל איך עס יאָ אַרײַנפּאַקן.
שפּעטער הײבט זיך עס אָן מיט די קלײדער. ער פֿאַרלאַנגט איך זאָל אַרײַנפּאַקן בײדע שטרײַמלעך, סײַ דאָס רעגן-שטרײַמל, סײַ דאָס שײנע שטרײַמל. פֿרעג איך אים, "װאָס דאַרפֿסט די דען דעם שײַנעם שטראַמעל, דער רײגן שטראַמעל איז דיר נישט געניג?" קוקט ער מיר אָן מיט רחמנותדיקע אױגן און איז מיר מסביר אַז גאַנץ שװײץ װעט לאַכן אַז ער װעט זיך אַרומדרײען אין אַ רעגן-שטרײַמל װען אין הימל ברענט די זון. ער לײגט נאָך צו, "די פּאַס דיר איף אױף דאַנע שײטלען אין לאָז איבער די שטראַמלעך צו מיר".
"אָבער רבונו של עולם האָסט דאָך געזאָגט אַז אין דער שװײץ װעסט די נאָר גײן אַ שטראַמעל אין דער הײַם איז װאָס דאַרפֿסט די אַ רײגן שטראַמעל?" ער האָט גאָרנישט געענטפֿערט. זעט אױס אַז ייִדענעס פֿאַרשטײען צו שטרײַמלעך עטװאָס מער װי מענער צו שײטלען. אױף נקמה האָט ער געברענגט צו שלעפּן דאָס שבתדיקע טאַשטיכל מיטן שבת-שליסל.
איך פּאַק און איך פּאַק און עס נעמט נישט קײן סוף. איך האָב מקנא געװען די שכנטע חנה גיטל. זי זאָגט נאָך פֿון איר מאַן אַז װאַקאַציע "מתּירט" מען זיך. מען דאַרף נישט אַלץ מיטנעמען און מען מעג אין װאַקאַציע זיך אַ ביסל מתּיר זײַן װאָס מען עסט און װאָס מען קוקט. איך האָב עס איבערגעזאָגט פֿאַר יעקבֿ שמעונען, האָט ער געזאָגט אַז דער באַשעפֿער געפֿינט זיך אױך אין װאַקאַציע. נו, מיטן באַשעפֿער װעל איך מיך גײן דינגען?
איך גײ אַרײַן אינעם קיך, זע איך אַז יעקבֿ שמעון האָט מיר אױפֿן טיש הכּל בכּל צוגעגרײט. דאָס חלה-דעקל מיט די מעשענע לײַכטער, טישטעכער מיט געשיר-האַנטעכער --- רױטע מיט בלױע אױף מילכיק און פֿלײשיק, דאָס חלה-מעסערל מיטן זאַלצמעסטל, דער רב-מאיר-בעל-הנס פּושקע מיטן רעבינס מטבעה --- פּשוטו כּמשמעו אַלצדינג. איך דרײ מיך אױס, שטײט ער הינטער מיר מיט קעלבענע אױגן. ער האַלט דאָס נעגל-װאַסער שיסל און טעפּל. ער רופֿט זיך אָן, "װאָס מײנסט דו איך קען נישט די שװײצע? קײַן נעגל-װאַסער װעלן זײ נישט צישטעלן". "אין אַ מים-אַחרונים טעפּל דאַרפֿסטי נישט?" אױף דעם מאַכט ער מיט דער האַנט אַז ס'איז נישט קײן מצװה אַלץ צו שלעפּן.
הודו לשם מען איז שױן געפּאַקט און אַלץ איז אַרײַנגעשטופּט אינעם קאַר. איבער די װאַליזן ליגט דער טלית און תפֿילין און אױך די שבתדיקע טלית מיט דער עטרה און די זײַדענע בעקיטשעס מיט דער טיש-בעקיטשע און אועל כּולם די רעזשװאָלקע. אַז ער דאַרף מיטנעמען דאָס זײַדענע גאַרטל װאָס די מאַמע האָט אים געפֿלאָכטן צום יום החופּה זאָגט זיך אַלײן.
מען שטײט שױן בײַם קאַר, דערמאָנט זיך מײַן תכשיטל אַז אײן טעפּל מיט אײן האַנטעך מוז ער האָבן זיך צו װאַשן אױף די סענדװיטשן אונטערװעגנס און איך זאָל זײ אַרױסציִען פֿונעם װאַליז. האָב איך אײַך ניט געזאָגט אַז ס'איז אַזױ װי פּסח? פּונקט װי אױף בדיקת חמץ דרײט מען װידער איבער דער נאָר װאָס רײן-געמאַכטע שטוב אַזױ אױך האָב איך געדאַרפֿט איבערדרײען אַלע נאָר װאָס געפּאַקטע װאַליזן איבער אַן על נטילת ידים. אױ, ומי כּעמך ישׂראל!
אַכּלל, דער קאַר איז געפּאַקט, די קינדער זיצן און װאַרטן, איך קריך שױן אױך אַרײַן, פֿון אונטן, אָבער יעקבֿ שמעון שטײט בײַ דער טיר, בײדע הענט פֿול מיט ספֿרים, פֿאַרגלײצט בײַ דער מזוזה. איך שרײַ "נו, קים שױן" אין ער מאַכט זיך מיטאַמאָל צעטאָן.
ער קומט אַרײַן אינעם קאַר. הײבט ער מיר אָן צו פֿאַרהערן. "האָסט דאָס גענומען? האָסט נישט יענץ פֿאַרגעסן?" זאָג איך אים, "כ'האָב אפֿילו גענומען די בשׂמים מיטן הבֿדלה-לעכטל. נו, יעצט גלײבסט דו שױן?"
ענלעך, מען פֿאָרט שױן, און איך דערמאָן מיך אַז איך האָב פֿאַרגעסן מײַנס אַ טיכל. איך בעט אים ער זאָל זיך אױסדרײען אָבער ער קען נישט. ער טענהט אַז עס שטײט פֿון צדקים אַז "מען גײַט נישט צעריק." לאָמיר נאָר זען װאָס ער װאָלט געטאָן מיט די צדקים װען איך זאָל האָבן פֿאַרגעסן זײַנס אַ שבתדיקן שלאָפֿקאַפּעל.
דער קאַר אונדזער איז אַ מסכתּא בפֿני עצמו. װען דער קאַר זאָל זײַן אַן אײזל װאָלט עס געװען צאַרבעלעכײַעם. אױבן אױפֿן דאַך ליגן צװײ אָנגעשטאָפּטע רענצלעך צוגעבונדן מיט שטריקן, גאַרטלעך און װײס איך װאָס. אינעם טראָנק ליגן נאָך אַ פּאָר קעסטלעך מיטן גאַנצן עסן און פֿאַרשטײט זיך קײן עין הרע די קינדערלעך מיט מיר צוזאַמען.
כ'זאָל זאָגן ס'איז אַ זכר לחורבן איז עס אַ קאָמפּלימענט. ס'בלאָזט אַ תּקיִעה גדולה בײַ יעדן קװעטש און קרעכצט, איכה אױף יעדער דרײ. אָבער װי יעקבֿ שמעון זאָגט, "ברוך השם סע פֿאָרט". צו דערמאָנען אַזאַ פֿאָרן עסן מיר מרור פּסח אױף דער נאַכט.
מיר קומען ענלעך אָן אין די בערג נאָך אַ מעת-לעת זיך מוטשערן אונטערװעגנס, און מיר הײבט אָן לײַכטער צו װערן. די לופֿט איז טאַקע פֿײַן און די בערג זענען אַ פּראַכט. יעקבֿ שמעון איז אָבער נאָר אינטערעסירט װען ער װעט שױן טרעפֿן אַ הײמיש פּנים. כּאילו ס'איז דאָ פֿון דעם אַ מאַנגל אַ גאַנץ יאָר. ער איז פֿאַרדאגהט װוּ דער מנין איז און װוּ מען קױפֿט חלות. ער האָט אַ שטיקל פּלאַן אַז בײַ אונדז אין דירה װעט ער מאַכן אַ מנין און צוליב דעם האָט ער מיטגעשלעפּט אַ ספֿר תּורה. ער זאָרגט זיך נאָר אַז ער װעט נישט האָבן מנין. אַ גאַנץ יאָר אחינו בנייִ ישׂראל; פֿאָרט מען אױף װאַקאַציע --- װידער אחינו בני ישׂראל.
אַז מען קומט אָן בײַם אַפּאַרטמענט איז יעקבֿ שמעונס ערשטע דאגה אַרױפֿצולױפֿן אָפּצודרײען דעם טמאנעם כּלי. דאָס שאַט, זאָגט ער, פֿאַר די קינדער װײַל רחמנא לצלן מען זעט דאָרט שרעקלעכע זאַכן. דערנאָך סאָרטירט ער אױס די שלאָפֿצימער צו צעטײלן דעם טאָפּעלן בעט. און אײדער ער פֿאַרגעסט דרײט ער אױס דאָס לעמפּל אינעם פֿריזשידער אין פֿאַל אַז ער װעט פֿאַרגעסן פֿאַר שבת און מען װעט נישט קענן אױפֿמאַכן די טיר.
מען פּאַקט אױס דעם קאַר און איך דרײ מיך נאָר אױס און יעקבֿ שמעון איז נעלם געװאָרן. מן הסטם געגאַנגען זוכן אַ מיקװה.
די קינדער האָבן שױן אָפּגעגעסן און זיך געלײגט, און איך גיב אַ קוק װי אַזױ אָנצודרײען דעם כּלי װאָס יעקבֿ שמעון זאָגט איז טמא. יעקבֿ שמעון האָט אָבער אַראָפּגענומען דעם שטעקער. שטעל איך מיך בײַם פֿענצטער מיט אַ תּהילימל און באַװוּנדער מײַן װאַקאַציע.
ער רוקט זיך באַלד אָן מיט אַ זאַק מיט מעשׂיות. ער װײסט שױן װוּ אַלץ איז, דער שול, דער כּשרער האָטעל, דער בעקערײַ, דער מנין. ער װײסט אױך װי װײַט מען מעג גײן אױף שבת און ער האָט געטראָפֿן פּלונין און אַלמונין. ער ענדיקט דערצײלן, באַמערקט ער אַז איך שטײ נאָך אַלץ אױסגעדרײט בײַם פֿענצטער. גיט ער אַ זאָג: "ס'איז גװאַלדיק, האַ".
גװאַלדיק, גװאַלדיק. אַכצן סאָרט אתרוגים זענען פֿאַראַן, פֿופֿצן מיני מצות, אַ מנין שיִעורים טליתים קטנים, און צענדליקע מאָסן פֿון קאַפּעלעך און גאַרטלעך, נאָר אױף װערטער איז דאָ אַ מאַנגל. אַלץ איז גװאַלדיק און גװאַלדיק. אַ שײנע בױם איז גװאַלדיק און אַ טײַכל צװישן די בערג איז װידער גװאַלדיק. און אַז גװאַלדיק װערט צופֿיל װערט עס מוראדיק --- און מער איז נישטאָ. גװאַלדיק און מוראדיק און מוראדיק און גװאַלדיק. איך זע קי פּאַשן, דער גלאָק קלינגט זיך אין די שאָטן פֿון די שפּיץ בערג; ער זעט באַלד כּשר מילך. איך זע אַ טײַכל; ער זעט אַ מקװה. איך זע װי די שנײ בליטשקעט זיך אין דער שײַן פֿון דער לבֿנה, און ער דערמאָנט זיך ער דאַרף מאַכן קידוש לבֿנה. און װען ער לױפֿט אױס פֿון מצוות איז עס גװאַלדיק און מוראדיק. שױן בעסער מצוות.
* * *
אַרומגענומען מיט אַחינו בני ישׂראל. אַרומגענומען מיט מצוות און ייִדישקײט. עס גלוסט זיך זאָגן "אַתּה בחרתּנו"