פֿון אַן אָנטיטלדיקער סעריע
ירמיהו אהרן טאַוב
54.
אַ באַװעגונג צװישן בן-השמשותן. די צװײַג װעט זיך בײגן. מאַגנאָליע-טריט װעלן אױסמײַדן אַ פֿאַרהונגערטע נאָרװעגישע לבֿנה. די בהמות האָבן שױן געגעסן. זאָג מיר װוּ עס װעט ענדיקן דער װעג.