בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן
זאָג יאָ
זײַ פֿרײַנדלעך, זײַ העפֿלעך
זאָגט: יאָ!
װען מע פֿרעגט דיך
צי די רעפּאַראַטור
איז געראָטן, ענטפֿער: יאָ!
כאָטש די "בעל אַטלאַנטיק",
די גרױסע פֿירמע
האָט גאָרנישט געטאָן,
ס'איז נאָר געװען אַרױס
דער קאָנטאַקט פֿון טעלעפֿאָן
ענטפֿער: יאָ.
ס'איז לײַכטער און קנײטשט
דיר נישט דעם שטערן,
שװערט דיר נישט די גלידער,
אַ ליכטיקער װינטערטאָג
שנײַט, אַ װײַסער, מילדער.
זאָג יאָ --- און געמאַך!
אַ פּשוט װאָרט
אין דער מענטשלעכער שפּראַך.
די װײַסע אַקאַציע, זינט מע האָט זי
אױסגעהאַקט,
הערט זי נישט אױף צו װאַקסן
װי קלײנע שדימלעך.
פֿון װוּ דו טוסט זיך נישט ריכטן:
קלײנע אַקאַציעלעך,
פֿאַרװאָרצלט און צאַפּלדיק יונג,
װײַסע-חבֿרהניקעס
רײצן זיך, װײַזן דיר די צונג:
"קענסט אונדז נישט אױסװאָרצלען!"
הער איך זײ סטראַשען
"מיר װעלן אײביק דאָ הױזן"
אַ פּאָר קלײנע קולעכלעך
טוט רעשן,
בשעת איך פּאָרע זיך אין גאָרטן,
פּאָלע אױס די בײטן, שטעל איבער,
שנײַד אַװעק --- האָרעװאַניע אָן אַן עק,
און אַזױ אין גרינעם געמאַרק
פֿאַררעשט, אַרײַנגעטאָן
גײען מיר נאָך די קולות.
צו זײַן אַלײן מיט אַזאַ סך שׂונאים
איז נישט קײן קאַטאָװעס.