גוטער דאָקטער װײ-צו-מיר
דעם "װעטערינאַר" פֿון דער ייִדישער
ליטעראַטור ז. װענדראָװן צו זײַנע 90
ביז הונדערט און צװאַנציק.(2)
גוטער דאָקטער װײ-צו-מיר(1)
אַלע קומען צו דײַן טיר
בעלי-חיים אַלערלײ
שטײען אין אַ לאַנגער רײ.
ס'קומט אַ האָזיכע צו לױפֿן
װי אַ רעביצין אַ פֿרומע:
--- גיט אַן עצה, ליבער ראופֿה,
אַלע װעגן זײַנען קרומע,
װי פּרילישעט פֿון מערידן,
כ'װײס קײן רו ניט און קײן שלאָף:
אַז דער װאָלף זאָל זײַן צופֿרידן,
אי ס'זאָל גאַנץ בלײַבן די שאָף ...
ס'פֿליט אַ קװאָקע צעפּאַלאָשעט
גלײַך פֿון סידעלע אַראָפּ
מיט איר פּיסקל, מיט איר לשון
פּיקט זי אין געגאָלטן קאָפּ:
--- גװאַלד געשריגן, װוּ איז יושר
גוטער דאָקטער װײ-צו-מיר
לאָמיר לױפֿן, שרײַען, רױשן,
פּראָטעסטירן אָן אַ שיעור ...
ס'קומען ברענגען צװײ גאָרדאָנען(3)
דעם אַנאַליז פֿון השתּנה
סײַ דער ראָש פֿון אָפּאָזיציע
סײַ דער דאָס ... דער צװײ-שטול-זיצער.
שטיל, באַשײדן, אונטערטעניק
קומט דאָס פֿוקסעלע רעמעניק
און דער חושים װאָס איז ענלעך
אױף דעם דיכטער ליפֿשיץ מענדל.
אָבער שאַט נאָר, מאַכט אַ װאַרע ---
ס'קומט אַרײַן פֿאַדײ גאָנטאַרין,
דער װאָס נאַשט פֿון פֿרעמדע ליטקעס
פֿעפֿערס, האַלקינס אױך לײב קװיטקעס;
אָבער מער טוט אים געפֿעלן
לעקן אײנס אַן אָרט בײַם געלן ...
און פֿון אַלע זײַטן שיטן,
פּראָזע-שמאַטניקעס, פּיִיעטן
ס'קומט אַ קאַץ און ס'קומט אַ הונט.
אָבער ערגער װען סע קומט
דער אַנסאַמבל פּעסניע-פּליאַסקע(4)
אײן גרוביאַן מיט פֿופֿציק מאַסקעס ...
ליבער דאָקטער װײ-צו-מיר,
אַלע קלאַפּן אין דײַן טיר
סײַ געכאַפּטע, סײַ די כאַפּערס,
סײַ געקלאַפּטע, סײַ די קלאַפּערס;
אַלע --- "איך און מײַנע שיך",
אַלע װילן הײלן זיך ---
האָב רחמנות, װײ צו מיר,
שפּאַר אַ װײַלע צו די טיר!
---
הערות
1. דער טיטל פֿאַררופֿט זיך אױפֿן נאָמען פֿון באַרימטן ליד פֿון פּאָפּולערן און פֿילאָסעמיטישן קאָרנײ טשוקאָװסקי, דעם רוסישן שרײַבער פֿון קינדער-ליטעראַטור.
2. זלמן װענדראָף/װענדראָװ (1879(1877?) -- 1972) האָט אין זײַנע פֿיל יאָרן געקענט אַ היפּש צאָל ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט עטלעכע פֿון די קלאַסיקער.
3. דערמאָנט אין דעם ליד זײַנען די װײַטערדיקע סאָװעטיש-ייִדישע שרײַבער:
פֿעפֿער, איציק (1900 -- 1952) גאָרדאָן, אליהו (1907 -- 19??) [נײַער לעקסיקאָן: 1903 -- ] גאָרדאָן, שמואל (1909 -- 19??) [נײַער לעקסיקאָן: 1908 -- ] גרוביאַן, מאָטל (1909 -- 1972) האַלקין, שמואל (1897 -- 1960) קװיטקאָ, לײב (1890 -- 1952) ליפֿשיץ, מענדל (1907 -- 19??) רעמעניק, הערש (1905 -- 1981)
4. געזאַנג- און טאַנץ-אַנסאַמבל.