די צװײטע השׂכּלה אַ מעשׂה-שהיה
ז. סטיװנסאָן
װען די ערשטע באָמבע איז אונטערגעלײגט געװאָרן בײַם "פֿאָרװערטס"-בנין --- גאָט צו דאַנקען, ס'איז געװען זונטיק, און קײנער איז דאָרט נישט געװען --- האָט נישט געפֿעלט װעמען מע זאָל פֿאַרדעכטיקן. מיטן "אַלגעמײעם ייִד" האָט שױן געהאַט אױסגעבראָכן אַ שװערע טיראַזש-מלחמה אָנהײב די 30ער יאָרן (ד"ה ה'תּש"צ-ה'תּשצ"א). מע האָט זיך געװאָרפֿן מיט שרײַענדיקע נײַעס-קעפּלעך. דער פֿאָרװערטס האָט נישט געזשאַלעװעט מיט באַשולדיקונגען: די חסידים פֿאַרלײקענען די װיסנשאַפֿט, באַדריקן אומברחמנותדיק די פֿרױען. זײערע ישיבֿות, פֿול געפּאַקט מיט הונגעריקע קינדער, זײַנען נישט מסוגל די תּלמידים צו דערציִען אױף אַ גענוגנדיקן, מאָדערנעם אױפֿן. צוריקגערעדט האָבן די חסידים שױן געװוּסט פֿון זײער צד אַז עס גײט אין אַ מלחמת מצװה. נישט אײן מאָל האָט מען געבראַכט דעם זאָג פֿון מדרש רבה: "כּל השופֿך דמן של רשעיִם כּאילו הקריבֿ קרבן" -- "דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון רשעיִם, ס'איז גלײַך װי ער איז מקריבֿ אַ קרבן." דער אײנציקער חידוש איז געװען, װאָס די מלחמה האָט זיך נישט אָנגעהױבן פֿריִער.
* * *
הרבֿ אליעזר רובינשטײן שטײט בײַם פֿענצטער פֿון "אַלגעמײנעם ייִד" און קוקט אױף ברוקלין, שױן ברוך השם אַ דורכױס פֿאַרחסידישטער באָראָ. די טאַקסישױבן גלענצן אױף דער בײַטאָגיקער זון. ס'האָט זיך אים מעשׂה-שׂטן אַרײַנגעכאַפּט אין קאָפּ אַ נאָגנדיקע מחשבֿה: אַ װעלט אַ שײנע האָט דער אײבערשטער באַשאַפֿן, נאָר בעװנותינו הרבים מיט פֿיל רשעיִם. טאָמער איז דאָס װײניק, װילן זײ פֿאַרפֿירן כּשרע ייִדן. ער גיט אַ טאַפּ זײַן אױטאָמאַטישן פּיסטױל און אַ קוק דעם זיכערקײט-אַפּאַראַט, װאָס הענגט אַראָפּצוצו פֿון דער סטעליע. מע פֿאַרלאָזט זיך נישט אױף קײן נס.
ער הײבט נישט אָן צו פֿאַרשטײן דעם ציל פֿון פֿאָרװערטס. אַמאָל איז געװען אַ סיבה פֿאַר דעם, אַזאַ כּפֿירהשע צײַטונג זאָל עקזיסטירן. געװען אַ סך עלטערע לײַט, ייִדן אימיגראַנטן פֿון מזרח-אײראָפּע, און נאָך זײ, פֿון געװעזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, װאָס האָבן נאָך געקענט לײענען אַ ייִדיש װאָרט און הנאה געהאַט פֿון אַ שײן געדרוקטן ייִדישן בלאַט. אָבער הײַנט --- ס'איז שױן נישט אַזױ די לעצטע צען-צװאַנציק יאָר. הײַנט פֿון װאָס באַשטײט דער פֿאָרװערטס און זײַן לײענערשאַפֿט? די רעדאַקציע, די שרײַבער, די זעצער, די פֿאַרשפּרײטער, די לײענער --- די אַלע נעמען זיך פֿון צװישן געװעזענע חסידים. אױף פּראָסטן ייִדיש: אַפּיקורסים, אָדער תּינוקות שנשבו, מסופּקדיקע מענטשן װאָס מע האָט זײ געפֿאַנגען װי קלײנע קינדערלעך. מע פֿאַרפֿירט זײ מיט זײער כּמו ייִדישער שפּראַך. װאָס טשעפּען זײ זיך צו אונדז? האָט ער געטראַכט. ער האָט אַלײן אַ טעאָריע: ס'איז אַ נסיון אַזאַ. דער װאָס װעט איבערקומען, אים װעט קומען אײביקער כּבֿוד. דער ריבונו של עולם איז זיך מתעסק מיט שבֿחים פֿאַר צדיקים.
הרבֿ רובינשטײן איז אַ יונג מיט בײנער. ער קנאַקט מיט די געלענקען. ער מאַכט מיט די מוסקלען. אַמאָל גיט ער זיך אַ שפּרונג אױפֿן אײגענעם געשטאַלט, װאָס אין שפּיגל, פֿאָכענדיק מיטן פּיסטױל. ער קען זיך אױס אױף קאַראַטע (אױך דער דרך-הלימוד שטײט נישט אױף אײן אָרט).
מאַרק עלעװענס שטײט אױך בײַם פֿענצטער פֿון זײַן צײַטונג, נאָר ס'איז דאָ אַ חילוק: די רעדאַקציע געפֿינט זיך אונטער דער ערד. נאָך אַזױ פֿיל דראָונגען האָט מען באַשלאָסן איבערצוטראָגן די פּרעסע אין אַן "אומבאַװוּסטן אָרט" (ניו-דזשױרזי) און צו "באַגראָבן" די רעדאַקציע.
מאַרק עלעװענס איז אַ נאָמען װאָס ער האָט אַלײן אױסגעטראַכט --- אַ נאָמען נאָך אַ דעלי אַזאַ װאָס איז אָפֿן אַ גאַנצן מעת-לעת. פֿון דער הײם הײסט ער מענדעלע יצחקס, אָבער אױף אַן אַפּיקורסישן לעבן טױג עס דאָך װײניק אַזאַ נאָמען אַזאַ כּשרער.
מאַרק עלעװענס האָט אַ פּנים פֿון אַ ישיבֿה-בחור, װאָס דאָס איז ער טאַקע אַ מאָל געװען. ער שרעקט זיך פֿאַר דער זון, און ער האָט דערפֿאַר ליב צו קוקן אױפֿן זונפֿאַרגאַנג איבער ניו-דזשױרזי.
עס צעשפּרײט דער האָריזאָנט די רױטע פֿליגל.
די ניו-יאָרקער גאַסן צעהילכען זיך מיט קללות און קעגנזײַטיקע דעמאָנסטראַציעס.
דאָס ייִדיש לעבן אין אַמעריקע האָט זיך ענלעך אױפֿגעלעבט.
המשך קומט