פֿון רעדאַקציע
מי ומי ההולכים
װיפֿל באַזוכער?
פֿונעם 1טן מײַ ביזן 15טן יולי: 475 באַזוכן (בלע"ז "היטס"). צום באַמערקן: "היט" איז נישט טײַטש "באַזוכער." אַ באַזוכער קען אַרײַנגערעכנט װערן מער װי אײן מאָל. אָבער װי אַן אָפּשאַצונג פֿון באַזוכער איז די צאָל באַזוכן כאָטש אַן אָנהײב.
שטעלט זיך די קשיא: װיפֿל פֿון יענע לפֿי-ערכדיקע 475 באַזוכער האָבן זיך טאַקע "דערקליקט" צו כאָטש אַ טײל פֿון די מאַטעריאַלן? װיפֿל פֿון די באַזוכער זײַנען עס אמתדיקע לײענער?
װען מע רעכנט אַרײַן יעדער באַזוך צו װאָסער נישט איז מאַטעריאַל (נאָר מיטן תּנאַי, אַז יעדער סערװער מעג נישט אַרײַנגערעכנט װערן מער אָפֿט װי ער באַװײַזט זיך צװישן די 475) זײַנען דאָ סך-הכּל 167 לײענער פֿון (מער טעכניש גערעדט: די, װאָס האָבן "דערקװעטשט" צו) אײנער צי מער פֿון די זאַכן װאָס געפֿינען זיך אין דב"י.
אַ קלײנער עולם. אָבער צוריקגערעדט: בפֿירש עפּעס װאָס. נעמט אין באַטראַכט אונדזער טעכנאָלאָגישע אָרעמקײט אין פֿאַרגלײַך מיט די מיליאָנען אַנדערע װעבזײַטלעך. מיר האָבן נישט קײן שמועסגרופּעס, קײן אַרײַנסקאַנירטע סעקסי פֿאָטאָס. קײן בערזע-עצות, ספּאָרט-רעזולטאַטן, הײסע נײַעס, קאָנקורסן. מיר שרײַען נישט, און מיר װאַרפֿן זיך נישט אין די אױגן. (כאָטש מיר װאָלטן אפֿשר אַזױ יאָ געװאָלט, װען מיר זאָלן האָבן מער צײַט אָפּצוגעבן דעם זשורנאַל.)
עס קומט אױס: די לעצטע פּאָר חדשים האָבן 475 זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אונדז, און 167 כאָטשבע אַ לײען געטאָן, גראָד צוליב דעם ייִדישן װאָרט. פֿאַרשטײט זיך נישט קײן נײַעס, װאָס עס געפֿינען זיך נאָך אַזעלכע ייִדן -- נאָר ס'איז אױך נישט גאָרנישט װאָס מע זאָל האָבן דערװאַרט פֿונעם אינטערנעט.
איז הערט זיך אײַן, איר 167: זײַט װײַטער מיט אונדז, און ברענגט מיט אײַערע גוטע-פֿרײַנד!