צװײ לידער (פֿון אַן אָנטיטלדיקער סעריע)
7.
װוּ איז דער "מאָזעס" װאָס זײ האָבן אַרױסגערופֿן.
אַ װאָרט איז געװאָרן אַ שפּראָך בעת זײ האָבן זיך גענענטערט.
װער זײַנען זײ געװען; װוּ האָב איך זײ פֿריִער געזען.
נישט װיכטיק: מיר האָבן פֿאָרױסגעקוקט, װײַטער געגאַנגען.
דעם טאַטנס האַנט ענגער אַרום מײַנער.
11.
גופֿים װײַסע דורך גרין.
רױך אַרום אונדזערע קעפּ.
פֿון אַ װינקל: שליסלקײט אַנטקעגן דײַן נאָענטן הױפֿן הױזן.
אַ ברױנער הוט אונטער אַ פֿאַרבלענדטער באָרד.
צוליב דעם געדענק איך.