דער מיטאָס אַחדות
פֿאַראַן הײַנט װײניק ייִדישע בלעטער, אָפּגעשװאַכטע. און פֿאָרט --- אַזױ װי אַ נוטה-למות װערט נישט געמשפּעט פֿאַרן בית-דין-של-מעלה מיט קײן פֿאַרמינערטער שטרענגקײט, פּונקט אױף אַזעלכן אומפּשרותדיקן אױפֿן דאַרף מען מאָנען בײַ אונדזערע צײַטשריפֿטן געזונטע קעפּ און שׂכלדיקע מײנונגען.
מע דאַרף זיך בכן אָפּשטעלן אױף גאָר אַ פֿאַרדריסלעכן טעות, װאָס חזרט זיך איבער אָבער און װידער אַ מאָל אױף די שפּאַלטן פֿון אונדזערע פֿאַרבליבענע טריבונעס.
ס'גײט אין דער אָנגײענדיקער קאָנטראָװערסיע אין ישׂראל איבער די גיור-געזעצן, און בכּלל דער אָנגעװײטיקטער שאלה, "װער איז אַ ייִד?" ס'איז דאָ אין דעם פּרט אַ מײנונג אַ װײַט-פֿאַרשפּרײטע, אַ פֿאַלשע, און אַ פֿאַראײנפֿאַכנדיקע: אַז נאָר דער אָרטאָדאָקסישער מחנה געהערט די באַצײכענונג "פֿרומקײט," און אַז די קאָנסערװאַטיװער און רעפֿאָרם-ייִדן מעג מען בײדן פֿאַרמישן װי קאַשע מיט באָרשט.
ס'איז גרינג צו פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס די רעדאַקטאָרן פֿון אַ צאָל ייִדישע צײַטשריפֿן זאָלן אַזױ פֿאַרקוקן די חילוקים צװישן די פֿאַרשײדענע באַװעגונגען. ערשטנס איז פּשוטער אַזױ: אײן צד, די פֿרומע; דער צד-שכּנגד, די פֿרײַע. מ'איז פֿרײַ נאָר מע דאַרף האָבן דרך-ארץ צו די פֿרומע. און אַזױ װײַטער---דערמיט קען מען פּטור װערן פֿון דער גאַנצער פֿאַרפּלאָנטערטער דיסקוסיע, װאָס איז סײַ װי אַ ישׂראל-ענין. והשנית, אַזאַ מײנונג קען מען גרינגער צופּאַסן צו אַ װעלטבאַנעם, װאָס איז אױספֿאָרמירט געװאָרן אין מזרח-אײראָפּע---און אין װעמענס גערעם עס האָבן די הײַנטיקע באַװעגונגען-אַמפּערנישן אַ גאַנץ מאָדנע פּנים. פֿון אַזאַ קוקװינקל איז אײגנטלעך שװער צו באַנעמען, פֿאַר װאָס די "װעלטעלכע" (אײגנטלעך די קאָנסערװאַטיװער און רעפֿאָרם-ייִדן) װילן זיך פֿאַרמעסטן מיט די "פֿרומע" (דער פֿאַלשער טײַטש פֿון "אָרטאָדאָקסן") אױפֿן פֿעלד פֿון גיורים, חתונות, און אַנדערע הלכהשע ענינים. אױב מ'איז פֿרײַ, איז מען פֿרײַ, און שױן. מע קען זיך אַמאָל לאָזן פֿונאַנדערגײן מיט די "פֿרומע" איבער פֿילאָסאָפֿישע גמרא-מחלקתן, נאָר װעגן דער טאָגטעגלעכער הלכה איז נישטאָ קײן רײד װעגן חילוקי-דעותן אױב מע רעכנט זיך שױן צװישן די פֿרומע.
אָבער אַזאַ צוגאַנג, װי שױן געזאָגט, איז דורכױס אַ פֿאַלשער. פֿרומע ייִדן---װאָס הײסט? די, װאָס מע פֿלעג אָנרופֿן ערלעכע ייִדן, װאָס פֿירן זיך לױט די צװײ עיקרים פֿון הלכה און חסד---געפֿינען זיך אין אַלע הױפּט-שיטות פֿון ייִדישקײט, צװישן רעפֿאָרמער, קאָנסערװאַטיװער, מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אַגודה-ייִדן, חסידים, מתנגדים. קײן עדה געהערט נישט קײן מאָנאָפּאָליע אױף פֿרומקײט. און אַזױ מיט פֿילאָסאָפֿישע קאָרעקטקײט: בײַ יעדער הױפּט-שיטה איז דאָ אַ גוט אַנטװיקלטע באַרעכטינונג פֿון אירע פֿירונגען. די אָרטאָדאָקסן האַלטן מערסטנס מיט אַ שטרענגערן צוגאַנג צו דער הלכה אײדער די קאָנסערװאַטיװער אָדער די רעפֿאָרמער --- אמת. דאָס איז אָבער נאָר אַן ע ר ש ט ע ר צוגאַנג צו אַ גענוגנדיקער באַשרײַבונג פֿון די דרײַ שיטות, װײַל די אונטערשײדן זײַנען טיף, טיף, און זײַנען זיך סומך אױף לאַנג-דױערנדיקע פֿילאָסאָפֿישע טראַדיציעס פֿון ייִדישקײט. װער ס'װיל פֿאַרשטײן (און באַשרײַבן אין אַרטיקלען) די דאָרטיקע לאַגע, מוז זיך פֿונאַנדערקלײַבן אין אַזעלכע אונטערשײדן, אָן זיך צו פֿאַרלאָזן אױף די בלױזע פּראָפּאַגאַנדירערײַען פֿון די רעכטע און לינקע.
די מעשׂה אין ישׂראל איז אָבער אַזױ: אײנע אַ באַװעגונג, די חרידישע, האָט זיך דערלױבט (אָדער מע האָט זי בכּיװן דערלױבט נאָך בײַם װיגל פֿון מדינות-ישׂראל) צו נעמען די אַחיזה איבער אַלע הלכהשע ענינים, אײגנטלעך איבער אַלע רעליגיעזע ענינים. זײ װילן פֿאַרשרײַען זײער קעגנער, און דערמיט אײַנרעדן דער װעלט אַז די הלכהשע ייִדישקײט קען זײַן --- דאַרף זײַן --- אַן אײנפֿאַכע, אײן-דימענסיעדיקע זאַך.
װאָס זשע דרינגט אָבער אַרױס פֿון דעם אמת, װאָס קײן באַװעגונג טאָר זיך נישט באַצײכענען פֿאַר דער "אמתער ייִדישקײט"? צום װײניקסטנס צװײ זאַכן. ערשטנס, דאַרף מען אױפֿפֿירן אַן עפֿנטלעכע דיסקוסיע װעגן אַזאַ פֿילפֿאַכיקער ייִדישקײט, דאָס הײסט אין כּלל-ישׂראל, צװישן אַלע אַמעריקאַנער, ישׂראלדיקע, אײראָפּעיִשע, און "אומעטומיקע" ייִדן. היסטאָריקער דאַרפֿן מודיעה ומכריז זײַן, אַז דער ייִדישער פּלוראַליזם איז בײַ אונדז אַ שטענדיקער פֿענאָמען. פּאָליטיקער און ישׂראלים דאַרפֿן זיך מודה זײַן, אַז די פּאָליטישע מאָנאָפּאָליע פֿון די חרידים איז נישט קײן סימן פֿון קײן מאָנאָפּאָליע אין הילכות ייִדישקײט --- דאָס פֿירט אױך צום אומבאַקװעמלעכן פֿאַקט, אַז אפֿילו חילונים טאָרן למען-השם נישט פּטור װערן פֿון דער דאָזיקער דיסקוסיע װעגן ייִדישקײט, אױב זײ װילן פֿאַרזיכערן אַן אָרנטלעכע מדינה-עקזיסטענץ. מיר אין לאַנד, ד"ה אַמעריקאַנער, דאַרפֿן דערקלערן ישׂראלים די הױפּט-אונטערשײדן צװישן די הײַנטיקע שיטות ייִדישקײט.
און דערעיקר: מיר אַמעריקאַנער ייִדן דאַרפֿן זיך אױך אומקוקן און נעמען קאָמוניקירן: חסידים און מתנגדים, רעפֿאָרמער און אָרטאָדאָקסן מוזן אַלע נאָכגײן די טריט פֿון אַזעלכע מוטיקע פֿירער װי הרבֿ ייִץ גרינבערג און זײַן כּלל-פֿונדאַציע.
בײַם אַנטקעגנשטעלן זיך אַקעגן אונדזער שׂונאים---אַװדאי דאַרפֿן מיר אַחדות. אָבער בײַ זיך אין דער הײם דאַרף מען נישט בענקן נאָך אַחדות --- ד אָ ס איז אײגנטלעך אַ פֿאַלשער ציל װאָס פּרעטענדירט צו צעשמירן די גרענעצן צװישן גלײַך-באַרעכטיקטע אידעאָלאָגיעס. איז אױף װאָס פֿאַראַ פֿונדאַמענט באַזירט זיך דער כּלל, אױב ס'איז נישטאָ קײן מאָנאָפּאָליע אױפֿן אמת? אױפֿן קעגנזײַטיקן דרך-ארץ, אױפֿן אָנגענומענער תּורה, אױפֿן װײַטערדיקן חיובֿ װידער אַרומצורעדן אונדזער גורל אַלס פֿאָלק און לאַנד. קײן שום גרופּע, קײן שום רבֿ, ראַבײַ, אָדער קהל-טוער האָט נישט קײן מאָנאָפּאָליע אױף ד ע ם פֿעלד.