יעקעלע

פֿון דודל כּותבֿ

יעקעלע איז אין גאַנצן אַלט געװעזן אַכצן יאָר. מען האָט אָבער געקענט אױף אים זאָגן אַז ער האָט שױן געלעבט זעקס און דרײַסיק יאָר.

יעקעלע איז געקומען פֿון אַ שטילער, אײדעלער שטוב. דער ייִנגסטער פֿון די קינדער, איז ער געװעזן ספּעציעל באַליבט בײַ דער מאַמען. די מאַמע איז געװעזן אַן אשת-חיל פֿון די סאָרטן װאָס מען לײענט נאָר װעגן זײ אין די מעשׂה-ביכלעך: צװײ רעכטע הענט מיט אַ צוגעפּאַסטן קאָפּ. געפֿירט די פּרנסה, אױפֿגעהאָדעװעט די קינדער און נאָך געטאָן מצוות און מעשׂים טובֿים אין דער זײַט אױך. אַז עס האָט אים װער נאָר געפֿרעגט װי אַזױ ער הײסט און פֿעסטגעשטעלט װעמענס ער איז, האָט מען אים באַלד געגעבן אַ ציפּ אין די באַקן און צוגעזאָגט, "איך האָב געקענט די מאַמען. אַ פֿײַנע פֿרױ געװעזן."

זי איז אַװעק װען ער איז אַלט געװען פֿינעף צי זעקס יאָר, און װאָס ער האָט אַלץ געװוּסט װעגן איר האָט ער געהאַט געהערט פֿון אַנדערע.

פֿון װען ער האָט זיך אַלײן געקענט איז ער אַלץ געװען אַ יתומל.

אַ יתומל: דאָס איז נישט אַ היכי תּמצא פֿון אַ קינד אָן אַ מאַמען. דאָס איז אַ סאָרט באַשעפֿעניש, װי אַ הינקעדיקע, צי אַ גיצער, צי עפּעס אַן אַנדערער לא-עלינוניק. ער האָט געקענט קומען אין חדר שפּעט, װײַל דער רבי האָט אים קײנמאָל נישט צו פֿיל געזאָגט --- אַ יתום טאָר מען דאָך נישט באַלײדיקן. אַז ער איז באַגאַנגען אַן עװלה מיט אַ צװײטן ייִנגל, האָט ער געדאַרפֿט צוקוקן װי יענער כאַפּט מכּות, אָבער אים גיט מען בלױז אַ גלעט. װיפֿל מאָל האָט ער זיך געװוּנטשן צו די קלעפּ אַבי נאָר צו זײַן װי אַלע! אָבער ער קען נישט זײַן װי אַלע --- נישט װײַל ער האָט נישט קײן מאַמע, נאָר װײַל ער איז אַ יתום.

די קינדער האָבן אים אַ צונאָמען געגעבן: יעקל מיטן פֿלעקל. אַז מען האָט געדאַרפֿט אַ שבת-גוי אױף אָנצומאַכן עפּעס אַ שײגעצשטיק האָט מען גערופֿען יעקעלען. "דיר װעט מען סײַ װי גאָרנישט טאָן," האָט מען אים געזאָגט.

טאָמער איז עס אים געװען אומאַנגענעם אין הױף בײַם שפּילן, איז עס אָבער אַלץ נישט געװען קײן פֿאַרגלײַך צו װאָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין דער כּיתּה בײַ חומש אָדער גמרא. פֿינעף װאָכן פֿאַר פּרשת משפּטים האָט ער שױן געציטערט אױף יענעם פּסוק. װען די קינדער האָבן זיך געפֿרײט אַז מען האַלט שױן בײַ דער שירה האָט ער שױן געצײלט די בלעטער. אַז מען האָט שױן געהאַלטן בײַ שלישי אין דער סדרה פֿון משפּטים האָט ער געטראַכט צי ער זאָל נישט אפֿשר בעטן גײן אין בית-כּיסא.

דאָס האַרץ זײַנס האָט געקלאַפּט װי אַ האַמער װען דער רבי האָט אַרױסגעזאָגט דעם פּסוק: "כּל אַלמנה ויתום לא תענין." ער האָט באַגראָבן דאָס פּנים אינעם חומשל און זיך געמאַכט שרעקלעך פֿאַרטיפֿט. ער איז זיכער געװען אַז דעם רבינס קול קומט אין זײַן ריכטונג. ער האָט געזען װי אַלע ייִנגלעך קוקן אַרױס צו זען װאָס ער טוט. ער האָט נישט געװוּסט צי מען האַלט אָפֿן די הענט צי פֿאַרמאַכט די הענט, צי דער עלנבױגן זאָל זײַן אױפֿן טיש צי אונטערן טיש. װי אַזױ ער האָט זיך נאָר געדרײט, האָט זיך אים געדאַכט אַז מען קען דערקענען אַז ס'איז אים נישט גוט אין קאָפּ.

האָט ער געהאַלטן אַז אים שטערט נאָר װאָס מען קוקט אױף אים. דאָס הײסט, אין קלאָמפּערשט קען ער אױסהאַלטן אַז ער איז אַ יתום, נאָר װאָס ער האָט נישט געװאָלט איז אַז יענעם זאָל זיך דאַכטן אַז ער קען עס נישט פֿאַרטראָגן.

דאָס זעלבע איז געװעזן װען מען האָט געלערנט גמרא: "מעמידין אַפּוטרופּוס ליתומים קטנים." דאָס פּנים האָט אים אָנגעהױבן צו ברענען, און ער האָט נישט געװוּסט צי מען זעט אַז ער איז רױט צי ער זעט אױס װי יעדער.

אײן מאָל האָט ער געװאָלט אױפֿװײַזן פֿאַר אַלעמען זײַן קוראַזש, װי גוט און שטאַרק ער קען דאָס באַהאַנדלען. ער האָט אַרײַנגעפֿרעגט פּונקט בײַ אַזאַ גמרא. ער האָט נאָך אַרױסגעזאָגט דאָס װאָרט יתומים פֿון מױל, כּדי זיך צו שטראָפֿן מאַקסימום. װי נאָר ער האָט עס געזאָגט, איז די שטוב שטילער געװאָרן. די אױערן זײַנע האָבן אָנגעהױבן צו קלינגן, און ביז דער רבי האָט אים נישט געענטפֿערט איז אין זײַן קאָפּ אַדורך גאַנצע שעהען. די אױגן פֿון זײַנע חבֿרים האָבן אים געלעכערט װי אַ זיפּ, און ער האָט נישט געװוּסט װוּ זיך אַהינצוטאָן --- און אַלץ װײַל זײ דאַכט זיך אַז ער האַלט עס נישט אױס. ער װײסט דאָך אָבער דעם אמת, אַז ער האַלט עס יאָ אױס, װײַל װען נישט פֿרעגט ער נישט פּונקט דאָ אַרײַן.

אַזױ איז ער דורכגעגאַנגען חדר פֿון אײן רבין צום אַנדערן, און פֿון חדר אין ישיבֿה קטנה אַרײַן, און פֿון דאָרט אין דער ישיבֿה, דאָס הײסט דער ריכטיקער ישיבֿה װוּ עס לערנען די גרױסע בחורים. דורך די אַלע יאָרן האָט ער מיט קײנעם נישט גערעדט װעגן דער מאַמען, אָדער אפֿילו װעגן דעם, אַז זי לעבט נישט. נישט װײַל עס איז נישט געװען מיט װעמען צו רעדן. ער װאָלט געקענט לױפֿן פֿון אײן רבין צום אַנדערן, פֿונעם מגיד שיִעור צום משגיח, פֿונעם משפּיִע ביזן ראש ישיבֿה. זײ װאָלטן אַלע אים גערן אױסגעהערט. נאָר ער װאָלט געװאָרן שטאָטס נעבעך, און זײ װאָלטן נאָך מיט דעם געװאָרן רחמנים בני רחמנים. יעקעלע װאָלט אפֿשר בדיִעבֿד פֿון דעם נישט געהאַט צו פֿיל עגמת-נפֿש, אָבער זײ װעט זיך אַלע דאַכטן אַז ער קען נישט, אַז ער גיט זיך נישט קײן עצה. דאָס האָט ער נישט געװאָלט --- נישט װײַל ער האָט זיך געשעמט, נאָר װײַל אַזאַ געדאַנק אױף אים איז פּשוט נישט אמת.

מיטן אײגענעם טאַטן האָט ער אױך נישט געקענט דיסקוטירן דעם ענין. אַמאָל װען ער איז שױן געװען אַ בחור פֿון פֿערצן מיט אַ האַלב, האָט זיך געמאַכט אַ שמועס צװישן די חבֿרים. אײנער האָט געפֿרעגט, "װאָס איז דאָס --- 'די יענע מעשׂה'?"

אַ צװײטער האָט געזאָגט: "איך האָב אַמאָל געזען אין שיל, װי אײנער דערצײלט אױף אַ באַקאַנטן, אַז יענער האָט די יענע מעשׂה. האָט עמעצער געגעבן אַ שפּײַ צװײ מאָל אױף דער ערד."

יעקל --- ער האָט שױן מער נישט געהײסן יעקעלע, ער איז שױן געװען אַ גרױסער בחור --- האָט זיך אָנגערופֿן אַז ער װעט פֿרעגן דעם טאַטן.

צומאָרגנס אױפֿן װעג אַהײם פֿון שחרית פֿרעגט ער דעם טאַטן: "װאָס איז דאָס, די יענע מעשׂה?"

דער טאַטע האָט זיך װי פּלוצלינג אָפּגעשטעלט, און באַלד אָנגעהױבן װײַטער צו גײן --- אָבער מיט אַ סך שװערערע און לאַנגזאַמדיקערע טריט. "די יענע מעשׂה," האָט ער געענטפֿערט, "רופֿט זיך אױף ענגליש קאַנסער. דאָס איז אַ מחלה װאָס עסט אױף רחמנא לצלן דעם קערפּער פֿונעם מענטש ביז װי לאַנג עס בלײַבט נישט גאָרנישט איבער. דאָס איז אַ מחלה װאָס מען װײסט אױף דעם נישט קײן רפֿואה."

דער טאַטע האָט אױפֿגעהערט צו רעדן און מען איז װײַטער געגאַנגען. דער טאַטע האָט גאָרנישט געזאָגט, און דער זון האָט אױך נישט גערעדט.

נאָך אַ פּאָר מינוט זאָגט אים זײַן טאַטע אױף אַ שטילערן טאָן: "מאַמי עליה השלום איז פֿון דעם אַװעק."

יעקל האָט אַראָפּגעקוקט אױף דער ערד; ער האָט חרטה געהאַט װאָס ער האָט אָנגעפֿאַנגן צו רעדן. ס'איז געװען דאָס ערשטע מאָל װאָס ער האָט גערעדט מיטן טאַטן װעגן דער מאַמען, און כאָטש ער האָט געװאָלט רעדן, האָט דאָך עפּעס אים נישט געלאָזט. דאָס װאָרט "מאַמי" האָט אים דערלאַנגט אַ ציפּ װאָס ער האָט אַלײן נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַרװאָס.

"דו האָסט געװוּסט דערפֿון?" האָט אים דער טאַטע געפֿרעגט.

"נײן, ס'איז דאָס ערשטע מאָל װאָס איך הער."

"זי האָט עס געהאַט אין די בריסט און אין דעם לעבער," האָט דער טאַטע אים װײַטער דערצײלט.

יעקל האָט שױן געהערט װי דאָס קול ברעכט זיך בײַם טאַטן און האָט מער גאָרנישט געזאָגט. ער האָט געשפּירט גענױ װאָס ער האָט געשפּירט אין חדר. ער קען רעדן דערפֿון, האָט ער געהאַלטן, אָבער דעם טאַטן װעט זיך דאַכטן אַז עס נודזשעט אים --- און דאָס האָט ער נישט געװאָלט.

***

װען יעקל איז אַלט געװעזן אַכצן מיט אַ האַלב יאָר האָט אים דער טאַטע אַהײמגעברענגט פֿון ישיבֿה אױף צו זוכן אַ שידוך. בײַ טאָג איז ער געזעסן אין בעת-מדרש און געלערנט, און אין אָװנט איז ער אַהײמגעקומען. דער טאַטע זײַנער האָט געװױנט אַלײן, און פֿלעגט אָפֿט אַהײמקומען שפּעט. אַזױ איז אױסגעקומען יעקלן צו זיצן אַ סך שעהען אין דער הײם אײניקער אַלײן.

אײן שכנטע איז געװעזן װאָס האָט זיך גוט געקענט מיט זײַן מאַמען. אױסער דעם איז זי געװען זײער אַ װאַרעמע און זי האָט זיך תּמיד אינטערעסירט בײַ יעקלן װאָס ער מאַכט, און תּמיד אָנגעזאָגט פֿאַרן טאַטן אַז ער דאַרף אױפֿפּאַסן אױף זײַן מיזיניקל, אַז ער זאָל אים אױסװײלן אַ גוטן שידוך.

מיט סתּם אַ פֿרױ װאָלט זיך יעקל שטאַרק געשעמט צו רעדן. אַ חסידישער בחור פֿון אַכצן מיט אַ האַלב יאָר, אַ פֿאַרטיקער חתן-בחור, רעדט נישט מיט װײַבער. חוץ דעם, אַז ער װעט זיך אױפֿמאַכן צו אַ פֿרױ װעט מען פֿון אים לאַכן. ער איז גענוג אַ נעבעך אָן דעם --- דאַרף ער פֿרישע צרות איבערן קאָפּ?

זי איז אָבער געװעזן אַ מבֿין אױף אים, און האָט אים דערקוטשעט ביז װי לאַנג עס איז אױסגעקומען צו כאַפּן אַ שמועס מיט אים.

עס איז געװען אַ װינטער-אָװנט. ס'האָט עפּעס געפֿעלט אין דער הײם און יעקל איז געגאַנגען בײַ איר באָרגן. זי איז געװען אַלײן און האָט אים װאַרעם אַרײַנגערופֿן.

"ביסט דאָך אַװדאי הונגעריק," האָט זי אים געזאָגט.

"װאָס עפּעס? איך האָב מיך עפּעס אַלײן ציגעשטעלט," האָט ער זיך אײַנגעטענהט.

"װאָס דו האָסט דיך צוגעשטעלט װײַס איך דאָך. קום; איך לײַג דיר דעם טיש, געב דיך אַ װאַש אין װעסט עסן װי אַ מענטש."

ער האָט געדרײט מיט דער נאָז, אָבער דאָס האַרץ האָט אים געחלשט און ער האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן.

יעקל האָט שטענדיק גענײַגערט צו װיסן װי אַזױ עס האָט אױסגעזען בײַ דער מאַמענס יציאת-נשמה. ער האָט פּראָבירט מיט האַלבע װערטלעך און מיט שמײכלעך צו ציִען דעם שמועס צו יענע מינוטן. צי די שכנטע האָט פֿאַרשטאַנען װאָס ער װיל, צי אומװילנדיק האָט זיך דער שמועס אַהין פֿאַרטראָגן, איז שװער צו װיסן, אָבער אַהין איז מען אָנגעקומען.

זי האָט דערצײלט װי זײַן מאַמע איז אַהײמגעקומען אָנגעפֿער צען טאָג פֿאַר דער פּטירה, װײַל די דאָקטױרים האָבן געזאָגט אַז זײ קענען מער גאָרנישט טאָן. מיט װי אַ װאָך שפּעטער איז זי װידער אַרײַן אין שפּיטאָל, צום לעצטן מאָל, נאָך דעם װאָס זי איז געפֿאַלען אין דער הײם.

דעם לעצטן טאָג איז די שכנטע דאָרט געװעזן טאַקע פֿאַרטאָגס, װײַל מען האָט געזאָגט אַז עס װעט שױן נישט לאַנג געדױרען. "דײַן מאַמע," האָט זי דערצײלט, "איז געװעזן זײער שװאַך. זי האָט זיך קױם געקענט רירן. זי האָט מיך געװוּנקן אַז איך זאָל מיך צובײגן, זי װיל מיר עפּעס זאָגן.

"'װען איך בין געװען אַ קלײן מײדל,' האָט זי אָנגעהױבן אין אַ שטילער שװאַכער שטימע, 'איז מײַן מאַמע אַװעק פֿון דער װעלט. איך בין ברוך השם געװען אַ פֿעיִקער, און פֿון דרױסן האָט זיך יעדער געדאַכט אַז עס גײט מיר גוט. און עס איז מיר טאַקע גוט געגאַנגען. עס האָט מיר ברוך השם גאָרנישט געפֿעלט --- אָבער אַ יתום בין איך אַלץ געװען. איך גײ יעצט אַװעק פֿון דער װעלט, און כאָטש די גרעסערע קינדער זענען שױן דערװאַקסן, לאָז איך איבער דעם קלײנעם יעקעלע. אינעם לידל זינגט מען: "װער עס האָט פֿאַרלױרן, דער װײסט װאָס איך מײן." איך האָב פֿאַרלױרן,' האָט זי אױסגעפֿירט, 'אָבער װאָס װעט ער האָבן דערפֿון װאָס איך פֿאַרשטײ? איך װעל מער נישט דאָ זײַן.'"

"זי האָט נישט געהאַט קײן כּוח אפֿילו צו װײנען. זי האָט נאָר װאָס געענדיקט רעדן און זי איז אַרײַן אין אַ טיפֿן שלאָף."

"אין װי אַזױ איז זי שפּײטער...?" האָט זיך פֿון יעקלן נישט װילנדיק אַרױסגעכאַפּט. דאָס װאָרט "געשטאָרבן" האָט ער אָבער נישט געקענט זאָגן, אפֿילו אומװילנדיק.

די שכנטע האָט צוגעענדיקט. "זי איז געשלאָפֿן אַ גאַנצן טאָג אָנגעבונדן מיט מאַשינען און רערן פֿון אַלע זײַטען. איך בין אַהײמגעגאַנגען אױף אַ פּאָר שעה און איך בין צעריקגעקומען פֿאַר נאַכטס. אין צימער, אַ ביסל אָפּגערוקט פֿונעם בעט, איז געשטאַנען דײַן טאַטע מיט נאָך נײַן ייִדן און געזאָגט תּהילים. איך בין געװען די אײנציקסטע פֿרױ דאָרט און איך האָב מיך אַרײַנגעװײנט אין מײַן תּהילימל. מיטאַמאָל האָבן די מאַשינען אָנגעהױבן צי פֿײַפֿן אין די לאָמפּן צי בליטשקן. אַ שװעסטער איז געקומען צי לױפֿן, אַ בליק געגעבן און געװוּנקן אַז עס איז אַלס אַריבער."

"הײסט עס, דעמאָלטס בין איך געװאָרן אַ יתום" האָט יעקל אַפֿערגעבראַכט אין אַ דינעם קול.

יעקל האָט זיך אַראָפּגעלאָזט די אױגן; די שכנטע האָט אים גאָרנישט געענטפֿערט.