ירמיהו אײרען טאַוב

צװײ לידער (פֿון אַן אָנטיטלדיקער סעריע)

2.

די לאַמטערנס זײַנען געװען סוף-קל-סוף גערעכט.
װי דו האָסט געזאָגט: יעדער אײנער איז געקומען.
קײן קעז איז נישט געװען איבערגעטריבן, נישט אָנגעלײגט.
אפֿילו דזשײן איז געװען צופֿרידן.
מיר האָבן זיך אַװעקגעגנבֿעט.


10.

ער איז געשטאַנען בײַם פֿענצטער, דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט.
האָט גערעדט װעגן אַ הױז אױף אַן אָזערע.
אַ געװיסע צײַט פֿון טאָג: אױפֿהײבנדיק בין-השמשות.
און אַ קאַנו, נאָר װאָס טרוקן.
גאָט, פֿיר מיך צו מחילה.