בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן

דרײַ לידער

דאָס דורכפֿליִיִקע בילד

װאָס מײנען די ליניִאַרע שטריכן
פֿון אַ פֿרױ װאָס קוקט מיך אָן
מיט אַ בלום אין האַנט?
איז עס אַ צופֿאַל
און איך גיב צו פֿיל
װאָג אױף קלײנע טראַפֿן?
צי איז עס מער און טיפֿער
און טראָגט אין זיך אַ מײן?
װיל עס מיר װאָס זאָגן
דאָס דורכפֿליִיִקע בילד
אין שװאַרצע ליניִעס
פֿון אַ פֿרױ מיט אַ בלום
אין האַנט און אַ שמײכל
אױף די ליפּן?
קען איך זי פֿון אַ חלום
צי איז זי אַרױס װי אַ רוף צו מיר
אױף גלאַטיק װײַסן פּאַפּיר?


אומזיסטע פֿאָרערײַ

אומזיסטע פֿאָרערײַ
געפּטרט צײַט צוליב עמעצנס געמיט.
צי ס'איז כּדאי טאָר מען נישט פֿרעגן,
װי אַ סך טועכצער טוט מען
װײַל מע װערט געטריבן.
אַ צעטראָגענע שמײכלט מען
אין הױלן טאָג אַרײַן,
מע װעט שױן געפֿינען אַ תּירוץ,
נאָר צי סע װעט זיך לױנען?
אַזױ איז שױן דאָס פֿירעכץ
פֿון אילע הפֿקר-פּאַרשױנען.


אין אַ פֿרעמדער געשטאַלט

דו הערסט זיך צו
צו פֿאַלשע עצות
און דײַן בלאָנדזשענדיקער װעג
האָט דיך פֿאַרלױרן.
אפֿילו חלומות
װערן שיטערער
און פֿאַרקערעװען
זײערע סודות.
נאָר שטײן װי אַ מױער
אױף טרוקענער ערד
איז נישט דער דרך
פֿון אַ קלײן בלײך מײדל,
װאָס איז פּלוצעם נעלם געװאָרן
און מגולגל געװאָרן
אין אַ פֿרעמדער געשטאַלט.